בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#173 - ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין קינד טוט דאס
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


היינט איז א טאג וואס אלע בעטן פאר גוטע קינדער, מען לויפט צו קברי צדיקים, מען זאגט יום כיפור קטן און מען וויינט זיך אויס מיט תפילת השל"ה.


איך ווייס פון דיינע שווערע נסיונות, איך טראכט אן עצה פאר דיר, יעדע מאל דו ווילסט גיין אין קיאסק קוקן וכו' – זאלסט טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין זון אדער מיין טאכטער טוען דאס? ווי אזוי וועל איך רעאגירן? וואס וועל איך טון?'


וויסן זאלסטו, אלעס וואס דו טוסט, אפילו דו טוסט עס באהאלטענערהייט – וועט זיין פאר דיינע קינדער שווערע נסיונות, דאס וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיין – דאס דארפסטו טון.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ספר חלק ב, סימן ה): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים", ווער עס היט זיינע אויגן, "זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", איז זוכה צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן ארויסגעבן ספרים, שרייבן חידושי תורה.


ליבער ברודער, יעצט ווען עס קומט די הייליגע יום טוב שבועות, פון יעצט זאלסטו מער נישט אריבערטרעטן די שוועל פון קיאסק, גיי מער נישט אהין, זיי מקבל די תורה; דו ביסט דאך אזא גוטער מענטש, האסט אזעלכע איידלקייטן, האסט אזא גוטע נאטור, מיט א הייליגע נשמה, האסט א וואוילע ווייב מיט זיסע קינדער, גיי מער נישט קוקן וכו', טו עס פאר דיינע קינדער; איך קען נישט טראכטן און איך וויל נישט טראכטן פון די צער וואס טאטע מאמע גייען אריבער ווען זיי זעען ווי די קינדער נעמען די סמארטפאון וכו', אדער גייען קוקן וכו'.


הייב אן משניות, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט דעם יום תהלים; די תורה וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה, עס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.


איך האב דיך ליב, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, דו ביסט פשוט געפאנגען – איינגעשפארט אין תפיסה, אבער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, די עצות און חיזוק פון צדיק – קען מען ארויסגיין פון אלע תפיסות.

#172 - ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין קינד טוט דאס
חינוך הילדים, התחזקות, טעלעפאן, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, ער"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד הרב ... שליט"א


היינט איז א טאג וואס אלע בעטן פאר גוטע קינדער, מען לויפט צו קברי צדיקים, מען זאגט יום כיפור קטן און מען וויינט זיך אויס מיט תפילת השל"ה.


איך ווייס פון דיינע שווערע נסיונות, איך טראכט אן עצה פאר דיר, יעדע מאל דו ווילסט גיין אין קיאסק קוקן וכו' – זאלסט טראכטן: 'ווי אזוי וואלט איך געשפירט ווען מיין זון אדער מיין טאכטער טוען דאס? ווי אזוי וועל איך רעאגירן? וואס וועל איך טון?'


וויסן זאלסטו, אלעס וואס דו טוסט, אפילו דו טוסט עס באהאלטענערהייט – וועט זיין פאר דיינע קינדער שווערע נסיונות, דאס וואס דו ווילסט אז דיינע קינדער זאלן זיין – דאס דארפסטו טון.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ספר חלק ב, סימן ה): "מִי שֶׁאֵין מִסְתַּכֵּל עַל נָשִׁים", ווער עס היט זיינע אויגן, "זוֹכֶה שֶׁזַּרְעוֹ יְחַבְּרוּ פֵּרוּשִׁים עַל הַתּוֹרָה", איז זוכה צו קינדער תלמידי חכמים וואס וועלן ארויסגעבן ספרים, שרייבן חידושי תורה.


ליבער ברודער, יעצט ווען עס קומט די הייליגע יום טוב שבועות, פון יעצט זאלסטו מער נישט אריבערטרעטן די שוועל פון קיאסק, גיי מער נישט אהין, זיי מקבל די תורה; דו ביסט דאך אזא גוטער מענטש, האסט אזעלכע איידלקייטן, האסט אזא גוטע נאטור, מיט א הייליגע נשמה, האסט א וואוילע ווייב מיט זיסע קינדער, גיי מער נישט קוקן וכו', טו עס פאר דיינע קינדער; איך קען נישט טראכטן און איך וויל נישט טראכטן פון די צער וואס טאטע מאמע גייען אריבער ווען זיי זעען ווי די קינדער נעמען די סמארטפאון וכו', אדער גייען קוקן וכו'.


הייב אן משניות, זאג יעדן טאג אכצן פרקים משניות מיט דעם יום תהלים; די תורה וועט דיר אויסוואשן דיין נשמה, עס וועט דיך מאכן פאר א גרויסער צדיק, און זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.


איך האב דיך ליב, איך ווייס אז דו ווילסט זיין גוט, דו ביסט פשוט געפאנגען – איינגעשפארט אין תפיסה, אבער מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן, די עצות און חיזוק פון צדיק – קען מען ארויסגיין פון אלע תפיסות.

#171 - זיך גוט נאכפרעגן ביי א שידוך
אמונה, מוסדות, טעלעפאן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען טראגט אייך אן שידוכים – זאלט איר זאגן פאר אייערע טייערע עלטערן זיי זאלן זיך אריינטון און אויסהערן, זייט נישט קיין עקשן זיך עקשנ'ען צו נעמען דוקא א בחור פון אונזער ישיבה; וואס מיינט איר, ביי אונז אין ישיבה דארף מען נישט רחמי שמים? די וואך איז געווען צוויי גיטין פון בחורים וואס האבן געלערנט דא און זיי זענען געפאלן פאר די סמארטפאון און די שטוב זייערע איז צעפאלן, און מיין הארץ איז מיר צעריסן דערפון; וואס מיינט איר? דא איז מען פארזיכערט?


עקשנ'ט זיך נישט, זאגט אייערע טייערע עלטערן זיי זאלן אויסהערן שידוכים און זיך גוט נאכפרעגן, און וויינט צום אייבערשטן פאר ערליכע דורות, און איר זאלט נישט אפטרעטן פון די מסורה פון אייערע עלטערן, חס ושלום לאזן ביי אייך אין שטוב די קליפה, די סמארטפאון.


מער קען איך נישט שרייבן, בעטס פאר מיר

#170 - לוינט זיך נישט צו מאכן חובות
התחזקות, פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


בנוגע איבערבויען די הויז וכו'; מאך נישט נארישע זאכן, ענדליך ביסטו ארויס פון דיינע חובות, וואס פעלט דיר אויס נאכאמאל חובות... ענדערש זיצן אין א דירה וואס איז נישט אזוי גרויס, נישט אזוי שיין און מסודר – ווי איידער זיך מאכן חובות. נישט איך זאג דאס, דער הייליגער רבי זאגט דאס, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וְטוֹב לִסְבֹּל דֹּחַק", ענדערש זאל מען ליידן די דחקות "אֲפִלּוּ בִּמְזוֹנוֹת, וְכָל שֶׁכֵּן בְּמַלְבּוּשִׁים וְדִירוֹת וְכוּ'", סיי ביים עסן, קליידונג און א דירה וכו', "וְלֹא לִהְיוֹת בַּעַל חוֹב", ווי זיין אין חובות.


היט דיינע אויגן, היט זיך נישט צו האבן קיין טעלעפאן, טעבלעט וואס מען קען אראפפאלן, קוקן עבירות חס ושלום. מוהרא"ש זאגט אז דאס איז וואס דער הייליגער רבי זאגט, עס איז דא עבירות וואס מאכט מען זאל זיין א בעל חוב (שם, סימן קיב), אז דאס איז די עבירה פון זיך נישט היטן די אויגן און פאלן בקדושה רחמנא לצלן, די עבירה פון אדם הראשון, "בעצבון תאכלנה", ביז מען קומט צו ווערן "עֶבֶד לוֹוֶה לְאִישׁ מַלְוֶה" (משלי כב, ז); דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון דעם.

#169 - א סמארטפאון מיט התקרבות צום רבי'ן גייט נישט אינאיינעם
התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל זיך אויסשמועסן אביסל מיין הארץ; איך בין זייער צעבראכן, איך האב אזויפיל אוועקגעגעבן פאר דיר, אזויפיל בזיונות געליטן וכו' וכו', אויך האב איך דיר אזויפיל יארן אויפגעצויגן ווי אן אייגן קינד, שפעטער האב איך דיר געברענגט דיין שידוך, זיך שטענדיג געזארגט פאר דיר, און נאך יעצט; איך האב א געפיל אז דו האסט עפעס א נישט גוטע זאך באהאלטן, אדער א טעלעפאן, אדער א טעבלעט, לעפטאפ וכדומה; וואס מאכט מיך טראכטן? ווייל איך זע דיך מער נישט, איך זע דו האסט זיך אפגעקילט.


די הייליגע חכמים דערציילן (עבודה זרה יז:), ווען מען האט געכאפט דעם הייליגן רבי אלעזר בן פרטא און מען האט אים געפרעגט: "היתכן דו לערנסט תורה ווען די געזעץ לאזט נישט, און היתכן דו ביסט א רויבער, דו גנב'סט?" האט ער געענטפערט: די צוויי זאכן גייען נישט אינאיינעם, "אִי סַיָּפָא לָא סָפְרָא", אויב בין איך א גנב – לערן איך נישט, "וְאִי סָפְרָא לָא סַיָּפָא", און אויב לערן איך – בין איך נישט קיין גנב, דאס גייט נישט אינאיינעם; דאס זאג איך דיר, דאס גייט נישט אינאיינעם; א סמארטפאון מיט התקרבות צום רבי'ן גייט נישט אינאיינעם, ליצנות, נאוף, אביזרייהו דגילוי עריות גייט נישט מיט יראת שמים, און דו פלעגסט קומען צו די שיעורים, דו פלעגסט זיך צוהערן צו די שמועסן פון יראת שמים, און שוין לאנגע וואכן וואס איך הער נישט פון דיר, און איך זע דיך נישט, קומסט מער נישט אין שול; אוי רייסט מיר מיין הארץ, איך האב דאך אזוי געוואלט זען ערליכע דורות ביי ביינע תלמידים, וואס וועט זיין...


ליבער ברודער, ביסט מיר איינגעקריצט אין הארץ, אויב איז אמת וואס איך טראכט, בעט איך דיר זייער, נעם א האמער, נעם א האק, און צעברעך די עבודה זרה, זיי מקיים די מצוה פון (דברים יב, ג): "וְנִתַּצְתֶּם אֶת מִזְבְּחֹתָם, וְשִׁבַּרְתֶּם אֶת מַצֵּבֹתָם, וַאֲשֵׁרֵיהֶם תִּשְׂרְפוּן בָּאֵשׁ", און קום צוריק, קום אין שול; ווי קען זיין א איד קומט נישט אין שול? קום אין שול, קום דאווענען די דריי תפילות, קום צו א שיעור, נעם זיך א חברותא, קלעב זיך צוריק צו צום אייבערשטן, חדש ימינו כקדם, באניי זיך אין לימוד התורה; מיר גייען מקבל זיין יום טוב שבועות די תורה, מוהרנ"ת האט געטאנצן שבועות מיט די תורה: "א נייע תורה, א נייע תורה!"


און אויב איז דאס נאר א חלום, וויל איך וויסן אויב קען איך עפעס העלפן, וואס גייט אריבער אז מען זעט דיך מער נישט? הלוואי חלום איך, הלוואי האסטו גארנישט קיין שלעכטס.


ווי עס זאל נאר זיין, שטארק זיך מיט אמונה, שטארק זיך מיט תורה ותפילה, שטארק זיך מיט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל מיר געבן כח צו קענען ווייטער אנהאלטן און טון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט צו טון, מחזק זיין בחורים און אברכים וכו'.

#168 - מען קען זיין א מעמבער אויך אן א סמארטפאון
הפצה, צדקה, מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז מיינע תלמידים זענען א חלק פון די הייליגע חבורות ביי כלל ישראל וואס זענען זיך מפקיר צו העלפן אידן, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן טייערע אינגעלייט אין חברה הצלה, שומרים און שמירה, חברים און חביבים, און אויך דו ביסט א חלק פון די הייליגע ארגאניזאציעס, וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, בזכות די ארגעניזעישנס, די אינגעלייט וואס לויפן טון חסד פאר א צווייטן איד – וועט משיח קומען.


אבער אויב צו זיין א חלק פון די חבורות מוז מען האבן א סמארטפאון, טעבלעט וכדומה – איז נישט ווערד די גאנצע זאך, ווייל מען קען פארלירן אלעס, אלעס מיינט אלעס; די גאנצע יראת שמים, די אמונה, די שטוב און די חינוך הבנים והבנות.


על כן טייערער ליבער ..., בארעכן זיך וואס דו ווילסט און וואס דיין פלאן איז, מאך נישט די טעות, מאך נישט נאך אנדערע, בלייב ערליך, אזוי וועסטו זיין עכט מעכטיג, עס איז דא צוויי סארט מעכטיג, עס איז דא מעכטיג ביי די קינדער, ביי די קטנות המוחין, און נאכדעם איז דא עכט מעכטיג, מעכטיג אין הימל, מעכטיג מיט יראת שמים.


איך ווייס פון צענדליגער מעמבערס ביי די אויבנדערמאנטע ארגעניזעישנס וואס פאלגן יא די רבנים, און מיטן פשוט'ן טעלעפאן העלפן זיי כלל ישראל; בלייב דו אויך ערליך.


דו ביסט מיין תלמיד, דו ביסט מיר אזוי ווי א קינד, איך בין געווען דיין שדכן, דיר געברענגט א שידוך פון הימל, אזוי טייער און איידל, די הארץ ווערט מיר געלעכערט צו זען ווי מיין גאנצע ארבעט, מיין גאנצע הארעוואניע גיין לטמיון, די סמארטפאון איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלע דרשות; איין קליפ, איין ליצנות, איין סטעטוס – נעמט אוועק מאה תוכחות, הונדערט דרשות; איך ווייס אז די נסיון איז גרויס, בפרט ווען אלע לעלא"ס, אלע וויכטיג מאכערס קומען מיט די גרויסע טעלעפאנס, מען וויל אויך זיין ווי זיי, אבער פארט האסטו טועם געווען פון די אונגארישע וויין, ווי קען מען דיך אפנארן?!


החותם בדמע עיני.

#167 - אוועקווארפן דעם טעלעפאן און צוריק קומען צום רבי'ן
טעלעפאן, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, בארא פארק


איך הער זאגן אז דו גייסט אריבער שוועריקייטן וכו'; איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט גיין דאווענען אין שול יעדן טאג די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב, איך בין זיכער אז בזכות דעם וועסטו ארויסגיין פון דיין פלאנטער, ווייל ווען מען קומט אין שול, מען דאווענט די דריי תפילות – העלפט דער אייבערשטער אין אלעס וואס מען דארף.


אזא שאד דו האסט אפגעלאזט די הייליגע חבורה פון "היכל הקודש", אזא שאד, דערמאן זיך די גוטע צייטן, ווי דו האסט געלעבט מיטן אייבערשטן, מיט אמונה שלימה, מיט תורה און מיט תפילה; אפשר איז דער סמארטפאון שולדיג אין אלעס? נישט אפשר, נאר זיכער די סמארטפאון נעמט אוועק די ישוב הדעת, מען קען מער נישט טראכטן פון תכלית, מען קען מער נישט זיין ביים צדיק; הלוואי דו זאלסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן און צוריק קומען צום רבי'ן.

#166 - ווארף אוועק די שמוציגע טעלעפאן
שלום בית, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


מיר שטייען שוין זייער נאנט צום גרויסן טאג, דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה; איך וויל דיר בעטן עפעס וואס ליגט מיר אין הארץ, איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן און טעבלעט אויף וואס דו קוקסט קליפס, סטעטוס וכו' וכו'; דיין שלום בית, דיין שמחת החיים - וועט צוריק קומען, ווייל דורכדעם וואס מען היט נישט די אויגן, און דורך הערן ליצנות, ניבול פה, פארלירט מען די שידוך, מען פארלירט די שלום בית; אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (ספר חסידים, סימן שפז), עס איז געווען א מענטש וואס האט אסאך געפאסט אז ער וויל חתונה האבן מיט א פרוי וואס ער האט ליב, ער האט זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אויף די שידוך, און מען האט נישט אנגענומען זיינע תפילות מיט זיינע תעניתים, ער האט זיך געוואונדערט פארוואס ער האט נישט באקומען די שידוך אויף וואס ער האט אזויפיל געבעטן, "אָמַר הַחָכָם", האט אים דער צדיק געענטפערט: "מִפְּנֵי שֶׁאַתָּה צוֹפֶה בַּנָּשִׁים", ווייל דו קוקסט אויף פרויען, דעריבער האט דער אייבערשטער דיר נישט נאכגעגעבן דיין געבעט, "זֶה הַצַּעַר הַבָּא עָלֶיךָ בִּשְׁבִיל שֶׁהָיִיתָ צוֹפֶה בַּנָּשִׁים, וְזִמֵּן לְךָ מַה שֶׁלֹא מָצְאָה חֵן בְּעֵינֶיךָ", דיין גאנצע צער וואס דו גייסט אריבער איז ווייל דו היטסט נישט דיינע אויגן, דעריבער האסטו באקומען אן אנדערע שידוך, אן קיין חן.


אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין טעבלעט און סמארטפאון וכו' און דו וועסט תשובה טון, דו וועסט היטן דיינע אויגן - וועסטו זוכה זיין צו א שטארקע אמונה, די לעבן וועט דיר זיין זיס און געשמאק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לא), אויפן פסוק (תהלים פט, כט): "ובריתי נאמנת לו", אז ברית און אמונה גייען אינאיינעם, און אז מען איז חס ושלום פוגם בברית, מען טוט עבירות, מען קוקט עבירות - פארלירט מען די אמונה; מען קען נישט שפירן געטליכקייט ווען די מח איז פארשמירט מיט עבירות, ווייל ווען מען פארשמירט די אויגן - פארלירט מען די מוחין, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת משפטים, דף קי): "סילוקא דיסודא עד אבא ואימא", אז מען איז פוגם ביסוד ווערן די מוחין מקולקל, מען פארלירט די מח, מען זעט מער נישט אלקות, מען שפירט מען נישט אלקות, אלעס ווערט פארלאשן.


עס קומט אזא הייליגע יום טוב, מיר קומען נענטער און נענטער צום בארג סיני, מיר גייען זוכה זיין צו הערן נאכאמאל די עשרת הדברות, אבער מען דארף אוועק ווארפן די טויטע שרצים, די הייליגע חכמים זאגן (תענית טז:): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", ווען א טמא'נער מענטש טובל'ט זיך מיט א שרץ אין האנט, וועט ער בלייבן טמא, נאר אויב ער לאזט אפ דעם טויטן שרץ - קען ער ווערן טהור, אבער כל זמן ער האלט אן דעם שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין אלע וואסערן, בלייבט מען טמא; בעט איך דיר, ווארף אוועק די שמוציגע טעלעפאן, מי יודע, ווער ווייסט צי אלעס וואס דו גייסט אריבער וכו' - איז נישט פון דעם וואס די אויגן זענען הפקר רחמנא לצלן...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#165 - בלייבן מיט א פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן
טעלעפאן, ל"ג בעומר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר בחקותי, י"ט אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן ל"ג בעומר אין שטעטל איז געווען זייער שיין, מיר האבן געצינדן די הדלקה לכבוד רבי שמעון בר יוחאי, אויך איז געווען א סעודה. ביי די סעודה האבן מיר גערעדט פון זיך מקבל זיין א גוטע קבלה, מיר האבן גערעדט פון זיך מקבל זיין א גוטע קבלה אין שמירת עיניים, און נישט צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן, און אפילו מען מאכט זיכער אז די טעלעפאן זאל זיין מיט א פילטער - דארפן מיר טראכטן פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, וואס וועט זיין מיט זיי? און אז קיין איין רב; נישטא קיין רב בישראל - מען רעדט פון ערליכע רבנים - וואס זאל זאגן אז עס איז נישט קיין פראבלעם צו האבן א סמארטפאון.


ל"ג בעומר פארטאגס בין איך געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן, איך האב דארט געזאגט די תיקון הכללי און זיך מתבודד געווען, די הארץ האט זיך מיר געעפנט, איך האב זייער געוויינט דארט, און דעמאלט איז מיר אריינגעקומען במחשבה אז איך דארף רעדן צו די אינגעלייט און צו די ווייבלעך זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיון און בלייבן מיט א פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך מאכן א חשבון וואס איז דיר וויכטיגער, די באקוועמליכקייט פון די טעלעפאן אדער דורות ערליכע אידן; אויך מיט א כשר'ע טעלעפאן דארף מען רחמי שמים מיט אונזערע קינדער, מאך זיך א חשבון, וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער און אייניקלעך? אויך זאלסטו וויסן אז אפילו דיר קומט אויס יא צו האבן א טעלעפאן דארפסטו זיך רעכענען אויך מיט מיר, דו קענסט נישט ארויסנעמען צווישן מענטשן דעם טעלעפאן, עס מאכט מיר שאדן; מיינע קינדער, מיינע תלמידים ותלמידות זעען אז מען קען טון וואס מען וויל, מען דארף נישט פאלגן רבנים, עס נעמט אוועק זייער תמימות.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך העלפן דו זאלסט קענען טון וואס איז ריכטיג אפילו עס איז נישט אזוי באקוועם, דו זאלסט האבן שמירת עיניים און ריינע מחשבות וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#164 - דיין בעל הבית וויל נישט זאלסט האבן א סמארטפאון
התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


דיין בעל הבית האט מיר געזאגט אז דיין סמארטפאון האט גארנישט מיט אים, ער האט דאס אויך נישט ליב, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל וויסן אז דו קענסט שיין מצליח זיין ביי אים אנעם טעלעפאן.


על כן בעט איך דיר, ווארף אוועק די סמארטפאון, צעברעך עס אויף פיץ פיצלעך, טו די הייליגע זאך אינעם הייליגן טאג "ל"ג בעומר". יעצט איז דאס טאקע א שווערע נסיון פאר דיר, אבער וויסן זאלסטו, עס וועט אריבערגיין צוויי דריי יאר און דיין לעבן וועט זיין אסאך שענער אן דעם, דיין שמחת החיים, דיין שלום בית, דיין יראת שמים; אלעס וועט זיין אסאך שענער און בעסער.


טייערער ... נרו יאיר, איך האב דא נישט קיין שלום אייגענע אינטערעס, נאר איין אינטערעס, נאר דו, דיין ווייב און דיינע דורות, דאס איז מיין אינטערעס. טו עס פאר דיר אליין, טו עס פארן אייבערשטן, צעברעך דיין טעלעפאן, אזוי וועסטו בלייבן א איד, און דיינע דורות וועלן זיין ערליכע אידן.


איך האב דיך ליב, איך מיין עס מיט מיין גאנצע הארץ.

#163 - צעברעך די סמארטפאון אויף פיץ פיצלעך
צניעות, התחזקות, אומאן, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


היינט אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען, איך בין געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו מ'סאטמער, איך האב דארט זייער געוויינט, פאר ענק ספעציעל. סיי דו און סיי דיין ווייב האבן געלערנט ביי מיר, ענק זענען מיינע תלמידים, ענק זענען אזוי באליבט ווי אייגענע קינדער, איך האב געבעטן מיט הייסע טרערן ענק זאלן נישט פארפאלן גיין דורך די קליפה פונעם סמארטפאון. איך וויין צום אייבערשטן אז מיינע קינדער, מיינע תלמידים ותלמידות זאלן נישט אוועק פאלן פון יראת שמים, פון תמימות, דורכן סמארטפאון.


ווארף אוועק די סמארטפאון, צעברעך עס אויף פיץ פיצלעך, זיי מקריב א קרבן פארן אייבערשטן, טו עס פאר דיינע דורות; איך האב ענק חתונה געמאכט, איך האב ענק נאר געהאלפן, און וואס בעט איך שוין? וואס בעט איך דען? "מָה ה' אֱלֹקֶיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ כִּי אִם לְיִרְאָה" (דברים י, יב), נאר דאס, האלטן די לעבן ריין און זויבער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף ענק און אויף מיר, מיין הארץ איז מיר צעבראכן אויף שברי שברים...

#162 - לצורך פרנסה? זוך אן אנדערע פרנסה
פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, מאנסי


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


חס ושלום דו זאלסט קויפן א טעבלעט אדער א טעלעפאן פאר די ארבעט; אז דיין בעל הבית וועט דיר הייסן קומען ארבעטן שבת - וועסטו דען גיין? אזוי זאלסטו קוקן אויפן טעלעפאן און טעבלעט; זאלסט חס ושלום זיך געבן אפילו א קליינעם בייג פון אידישקייט פאר די פרנסה.


אדער בלייב מיט דיין אלטע כשר'ע טעלעפאן אדער גיי שוין זוכן א צווייטע ארבעט.


וועסטו מיר פאלגן - וועסטו קיינמאל נישט חרטה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#161 - טרעפן א שידוך מיט א סמארטפאון?
בחור, שידוכים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער מאכן א שידוך, איך האב שוין פרובירט אנטראגן פאר דיר שידוכים פון אונזער מיידל סקול 'בית פיגא', אבער יעצט האסטו זיך געקויפט א סמארטפאון, בין איך נישט זיכער וואו צו זוכן א שידוך פאר דיר; אונזערע תלמידות זענען איידל און תמימות'דיג, בית פיגא תלמידות פאלגן וואס מוהרא"ש און אלע אנדערע צדיקים זאגן, אז מען טאר נישט האבן קיין סמארטפאון; וויל איך דיך פרעגן וואס צו טון.


הלוואי דרייסטו זיך צוריק צו די וועג פון די ערליכע תמימות'דיגע בחורים וואס נעמען נישט אין האנט קיין סמארטפאון, הלוואי לאזטו אפ די פאר חברים וואס שלעפן דיך אראפ אראפ אראפ ביזן שאול תחתית; וועל איך דיר קענען זיין א גוטער שליח צו זיין דיין שדכן, דיר טרעפן א גוטע תמימות'דיגע ערליכע מיידל, דו וועסט קענען אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.

#160 - נישט זיך לאזן צורעדן צו גט
טעלעפאן, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עלטערן רעדן איר צו זי זאל זיך גט'ן צוליב דעם וואס דער מאן האט א סמארטפאון, זיי זענען נישט גערעכט; וואס קען מען טון, זיי ווילן נישט הערן וואס איך זאג, אויך זי וויל נישט הערן וואס איך האב צו זאגן; מוהרא"ש האט דאס געזאגט, און געשריבן פון דעם אזוי סאך בריוון, אז רוב רובם גיטין זענען צוליב די עלטערן וואס מישן זיך אריין.


איך שיק דיר א בריוו וואס דו זאלסט איבער געבן פאר די ווייבל.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


...


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך הער זאגן אז איר זענט אוועק געגאנגען פון אייער מאן, אייערע עלטערן העצן אייך אויף איר זאלט אים אפלאזן.


איך האלט אז דאס איז א נארישקייט, מען גייט נישט אוועק פון א מאן צוליב דעם וואס ער האט א סמארט טעלעפאן, און אז אייערע עלטערן העצן אייך אויף, אז דער וואס האט א סמארטפאון איז אזוי ווי מען האט נאך א ווייב וכו' - דאס איז נישט אויף זיך צו גט'ן. זאלט איר זיי זאגן מיט כבוד און מיט דרך ארץ: "טייערע עלטערן, אויב מען רעדט צו מיר קעגן מיין מאן קען איך מער נישט רעדן מיט ענק".


איר האט א טייערע מאן, ער האט א גוטע הארץ, א גוטע נאטור, זעלטן צו טרעפן א מענטש מיט אזא גוטע נאטור, א שאד צו צעברעכן די משפחה.


...

#159 - אוועקווארפן דעם שרץ, און דערנאך זיך רייניגן
טעלעפאן, שמירת עינים, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב


די וואך ווען מען ליינט פרשת פרה זאלסטו זיך מקבל זיין אוועק צו ווארפן אלע כלים וואס מען קען זען אויף דעם עבירות, און אויך די כלים וואס דו האסט שטילערהייט באהאלטן, וואס קיינער זעט נישט און קיינער ווייסט נישט - זאלסטו אוועק ווארפן. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, און אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט, בלייבט ער טמא; אז מען וויל תשובה טון, מען וויל זיך רייניגן פארן אייבערשטן - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט.


טייערער ברודער, אויך די כלים וואס מען דארף האבן פאר ביזנעס זאלסטו זען עס זאל האבן די בעסטע און שטערקסטע פילטערס, מען זאל חס ושלום נישט אנקומען צו זען עבירות און ליצנות, ווייל עס לוינט נישט די גאנצע ביזנעס אויב חס ושלום מען קען צוקומען צו זען עבירות, ליצנות וכו'.


צדיקים זאגן אז די וואך שבת פרשת פרה קען מען זיך מטהר זיין, מאך יעצט דיין גוטע החלטה און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן ריינע אויגן, הייליגע אויגן, איך זאל אוועק ווארפן אלע כלים וואס פארשמירן מיך און זענען מיך מטמא".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#158 - נישט אריינברענגען אינטערנעט, פאר שדכנות
שידוכים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר וזוגתו תחי', מאנסי


איך בין זייער צופרידן פון וואס ענק האבן מיר געגעבן פאר שדכנות, ענק זאגן מיר צו אז ענק גייען נישט אריינברענגען אין שטוב קיין אינטערנעט; איך בין זייער פרייליך מיט די קבלה, מער פון דעם דארף איך נישט, דאס איז דאך מיין גאנצע ציל ביים מאכן שידוכים, אוועק שטעלן שיינע שטיבער פארן אייבערשטן, שטיבער וואו מען וועט לעבן – מאן און ווייב – בשלום, מיט ליבשאפט, און דאס קען נאר זיין מיטן אייבערשטן און מיט די תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ירושלמי ברכות ט, ח): "אִי אֶפְשַׁר לְאִישׁ בְּלֹא אִשָׁה", א מאן קען נישט זיין אן די ווייב, "וְאִי אֶפְשַׁר לְאִשָּׁה בְּלֹא אִישׁ", און די ווייב קען נישט זיין אן דעם מאן, "אִי אֶפְשַׁר לִשְׁנֵיהֶן בְּלֹא שְׁכִינָה", און ביידע קענען נישט אנעם אייבערשטן; און די טעלעפאן, טעבלעט, לעפטאפ וכו', מיט אינטערנעט – טרייבט ארויס די שכינה פון שטוב, און די שלום בית צעפאלט.


נאך משפחות האבן מיר דאס צוגעזאגט פאר שדכנות און אויך האט מען פון מיר ארויסגענארט צו זיין מסדר קידושין און טאנצן מצוה טאנץ, (איך טו דאס מער נישט, נאר אז איך קען פועל'ן א צוזאג אז אין שטוב וועט נישט זיין די עבודה זרה), און נאכדעם האבן זיי נישט מקיים געווען זייער צוזאג; איך האף ביי ענק וועט דאס יא בלייבן א קבלה, א צוזאג וועט זיין א צוזאג; וועט זיין וואס די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי שביעית י, ד): "כל המקיים את דברו רוח חכמים נוחה הימנו".

#157 - מען קען זיין א איד, נאר מיט די דריי תפילות
טעלעפאן, דאווענען, שובבי"ם

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן נאך אפאר טעג פון די ימי השובבי"ם צו פאררעכטן וואס מיר דארפן פאררעכטן; זיי זיך מקבל צו דאווענען די דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב - אין שול מיט מנין. מוהרא"ש זאגט, אז מען דאווענט מיט מנין איז מען ממשיך אויף זיך השגחה, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם.


ליבער ברודער, הייב אן דיין טאג מיט שחרית, מנחה, מעריב; מאך נישט קיין שום זאך, גיי נישט אין קיין שום פלאץ - איידער דו דאווענסט שחרית, און אזוי אויך זיי נישט מוותר אויף מנחה מעריב, ווייל דאס האלט דעם איד ביי אידישקייט; אז מען הייבט אן מזלזל זיין אין די דריי תפילות איז זייער ביטער, מען קען אינגאנצן אוועק פאלן. מיר האבן געהערט אזויפיל פון מוהרא"ש די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח) ווי דער רבי טייטשט אויס די ווערטער פון די הייליגע חכמים (ברכות נד.) עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי, תְּלָתָא פַּרְסֵי", די מחנה ישראל איז דריי פרסה; תלתא פרסי איז די דריי תפילות, דאס האלט א איד ביי קדושת ישראל, מען קען זיין א איד נאר מיט די דריי תפילות.


ליבער ברודער, אז מען וויל תשובה טון דארף מען דאס ערשטע אוועק ווארפן אלע כלים וואו מען קען זען עבירות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", ווען איינער איז טמא און טובל'ט זיך - ווערט ער ריין נאר אויב ער לאזט אפ דעם טויטן שרץ, ווייל ווי לאנג מען האלט אן דעם שרץ, אפילו מען טובל'ט זיך אין אלע וואסערן, בלייבט מען טמא.


נעם א משניות און זאג פרקים משניות, נעם א גמרא און זאג בלעטער גמרא, וואש זיך אפ פון אלע אלטע שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#156 - די דמיון פון חברים
חברים, שלום בית, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ליבער ברודער, טייערער חבר, לאז דיך אפ פון די דמיון 'חברים', מוהרא"ש האט אונז ארויסגענומען פון דמיון, מוהרא"ש האט אונז געעפנט די אויגן, מיר זאלן נישט פארברענען אונזערע טעג, אונזער יארן, מיט כלומר'ישע חברים, מוהרא"ש זאגט: "אויב א חבר, אויב איז דא א חבר – איז דאס די ווייב"; זי איז דיר געטריי, זי העלפט דיר מגדל זיין די קינדער.


עס וויינט מיר מיין הארץ פארוואס איך קען צוריק הערן אויף מיינע תלמידים ווי זיי זענען פאר'שיכור'ט מיט חברים, פאר'שיכור'ט מיט די טעלעפאן; די ווייב פאלט פון די כוחות, זי האט פיצלעך קינדער, זי איז א שמאטע, דער מאן איז אין זיין וועלט מיט זיינע כלים, טעלעפאן, טעבלעט וכו', רבונו של עולם, וואס וועט דא זיין...?


מען קוקט אונז אן ווי די שוואכע פון ברסלב, ווייל ביי אונז רעדט מען טאג און נאכט פון שלום בית וכו'; הער אויס טייערער ברודער, אנטלויפן פון שטוב קיין מירון וכו', איז מען נישט קיין קל, מען איז א שוטה און אן אכזר, (אז מען האט א ווייב מיט קינדער), אנטלויפן פון שטוב איז נישט עבודת השם, עס איז פשוט זיין א שלעכטער, ווייל מוהרא"ש האט אונז געלערנט דעם רבינ'ס זאך, מען זאל העלפן די ווייב, העלפן מיט די קינדער, העלפן מיט גוטע ווערטער, (איך געדענק גאר גוט, איידער מיין התקרבות ווי אזוי מען איז אין די דמיון וכו' וכו').


הלוואי זאל איך האבן די זכי' צו קענען דאס אריינברענגען צווישן אנשי שלומינו, מען זאל נישט מבטל זיין די טעג און די יארן מיט די דמיון פון חברים, מען זאל זיין אין שטוב העלפן די ווייב, מחזק זיין די ווייב, אזוי האט מען הייליגע מוחין, דאס איז אן אמת'ע ערליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#155 - שרעקליכע פרעסטן, ווארעמע שטוב
חברים, שלום בית, טעלעפאן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, כ"ג שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס האט זיך אראפגעלאזט שרעקליכע פרעסטן, שוין יארן וואס איז נישט געווען אזעלכע פרעסטן, מען דארף זען אז אין שטוב זאל זיין ווארעם, אין שטוב זאל מען זיך ליב האבן, בפרט ביי אנשי שלומינו וואס דער רבי האט אזויפיל גערעדט און געווארנט מיר זאלן אכטונג געבן אין שטוב, מכבד זיין די ווייב, העלפן מיט די קינדער.


היינט איז געווארן א צרה, מען קען זיין אין שטוב און מען איז נישט אין שטוב; די גוף איז אין שטוב, און די מח מחשבה, נשמה איז אין די אנדערע עק וועלט – דורך זיצן אויף די כלים, קוקן נייעס, שפילן געימס, זען ליצנות, הערן מענטשנ'ס בויך וויי; ווען די אויסגעקוועטשטע ווייב, אויסגעקוועטשט ווי א שמאטע פון ברענגען קינדער, אויפשטיין יעדע פופצן מינוט צו די קינדער, האדעווען קינדער וכו' וכו', און זיין א געטרייע ווייב, עושה רצון בעלה וכו' וכו', און זי ווארט איר מאן זאל איר העלפן, איר אויסהערן, איר געבן א שמייכל, איר טראגן, איר ברענגען, און די כלים האבן א מאגנעט, עס ציט דעם מענטש אויס פון די וועלט.


די עצה איז התבודדות; נאר דורך התבודדות קען מען געראטעוועט ווערן. איך וועל דיר דערציילן עפעס פריוואט, דער סמ"ך מ"ם איז געקומען צו מיר בהקיץ, מיר געברענגט אין שטוב א קליינע קאמפיוטער, א לעפטאפ, איך זאל קענען אויפטון, קענען שרייבן ספרים... שרייבן בריוון... פאר א שטיק צייט האב איך נישט געכאפט, נאר נאך התבודדות, דורך וויינען צום אייבערשטן איך זאל מיך נישט נארן, איך זאל וויסן וואס איז ריכטיג, האב איך עס ארויסגענומען פון שטוב, ברוך השם.


די אלע וואס לויפן אוועק פון שטוב, זיי גייען מיט חברים, מען גייט אין שוויץ, און אפילו קברי צדיקים, די אלע זענען אין דמיון, די אלע זענען א גרויס רחמנות.


נישטא קיין חברים, נאר דער צדיק איז אן אמת'ער חבר, ער וויל אונזער גוטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#154 - בלייב מיט די פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן
טעלעפאן, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי שטארק נישט צו קוקן קיין שלעכטע זאכן, בלייב מיט די פשוט'ע כשר'ע טעלעפאן, ווייל אז מען איז פוגם מיט די אויגן, מען קוקט עבירות, ניאוף, רחמנא לצלן, און מען פאלט אין פגם הברית – פארלירט מען אלעס, מען ווערט א צעבראכענע כלי, אלע ביינער ווערן צעבראכן. אזוי זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נ): "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", דורך זינדיגן אין פגם הברית ווערט מען א צעבראכענע שארב, און אזוי זאגט דער הייליגער זוהר (תיקוני זוהר תיקון יט, דף מא:): "וְאִם לָא נָטְרִין בְּהַאי בָּשָׂ"ר אוֹת בְּרִי"ת, אִתְהַפַּךְ לוֹן בַּשֶּׁבֶ"ר", די ווארט בָּשָׂר איז די זעלבע ווי די ווארט שֶׁבֶר, אויב היט מען אפ אות ברית קודש, אם זכו – בשר קודש, איז מען הייליג, און אז נישט – איז מען א צעבראכענע כלי.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך האב דיך ליב, איך וויל דו זאלסט האבן א הייליגע שטוב, הייליגע קינדער, די שכינה זאל רוען ביי דיר.


שרייב מיר דיינע סיומים, וועסטו מיך מחי' זיין.

#153 - געב אכטונג אויף די ערליכקייט פון דיין ארבייטער
פרנסה, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דו זאלסט זיך מאכן א חשבון הנפש, איך קוק דעם אינגערמאן ... וועם דו האסט גענומען צו דיר ארבעטן, ער האט געלערנט ביי מיר, ער איז געווען אן איידעלער אינגערמאן, און זייט ער ארבעט ביי דיר און דו האסט אים געהייסן האבן וואטסעפ"פ און אים געזאגט צו קויפן א טעבלעט - איז ער נישט דער זעלבער ... פון אמאל; ער זיצט אין שטוב מיט די כלים, ער זינקט אין בלאטע, ער טוט וויי זיין נשמה און די שכינה. זיין ווייב זאגט אז זי האט פארלוירן איר אמאליגע מאן, איך מיין אז דו ביסט שולדיג אין דעם.


זע וואס דו קענסט טון דאס צו פאררעכטן.

#152 - נישט געזונט פאר קינדער צו קוקן אויפ'ן טעלעפאן
חינוך הילדים, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אפילו דו קוקסט וואס דו קוקסט, אבער פאר דיינע קינדער זאלסטו גארנישט ווייזן; עס איז נישט געזונט פאר קינדער צו קוקן אויפן טעלעפאן, טו עס נישט; פאלג מיך, איך מיין נישט דיין שלעכטס, איך וויל דו זאלסט האבן געזונטע קינדער.


נעם א משניות, זאג פרקים משניות, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך ארויסנעמען פון די טומאה, פון די קליפות, פון די זוהמה פון קוקן עבירות. זאגן משניות וועט דיר העלפן; ווייל אפילו אין שאול תחתית, אפילו אין די דיוטא התחתונה - גייט די תורה דארט אראפ און שלעפט ארויס דעם מענטש פון דארט.


הלואי וועסטו מיך אויסהערן, הלואי וועסטו מיך פאלגן; וואס נאך קען איך טון דו זאלסט נישט צוגרונד לייגן דיינע אייגענע קינדער, דיין אייגענע שטוב? עס איז גענוג שווער דאס לעבן אן דעם טעלעפאן, אן דעם קאמפיוטער, די קינדער גייען שוין אריבער שווערע נסיונות אן דעם, וואס דארף מען זיי יונגערהייט געבן די ביטערע טעם פון קוקן, השם ישמרינו...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#151 - דיין שטוב זאל זיין ריין פון טעכנעלאגיע
טעלעפאן, אידישע שטוב, דירה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


האסט מיך ממש מחי' געווען ווען דו האסט מיר דערציילט אז דו ברענגסט מער נישט אריין אין שטוב דיין טעבלעט; עס איז אזוי גוט אז מען האט אפאר מינוט מיט די ווייב און קינדער, אן די סטעטוס וכו' וכו', מען ווערט א בן חורין, א פרייער מענטש, די שלום בית ווערט שענער און אזוי אלעס.


שטארק זיך מיט לערנען תורה, זיי נישט מוותר אויף א טאג אן תורה, אן חומש, אן משניות, אן גמרא און תהילים. מאך זיך א הויפן ספרים אין שטוב און לערן אביסל, דיין ווייב וועט זיך מחי' זיין, זי וועט וויינען פון שמחה צו זען ווי איר מאן לערנט.


איך בין זיכער, אז דו וועסט זיין שטארק מיט דעם, דיין שטוב זאל זיין ריין פון טעכנעלאגיע, וועסטו בקרוב האבן א שיינע גרויסע אייגענע הויז.

#150 - אוועקגעווארפן די סמארטפאון מיט מסירות נפש
צניעות, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


דאס וואס איר האט געטון, איר האט אוועק געווארפן אייער סמארטפאון – דאס איז אזוי ווי מסירות נפש; ווייל ווען מען האט דאס איז מען אזוי צוגעקלעבט צו דעם, עס איז ממש נישט מעגליך דאס אוועק צו לייגן, וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק; בזכות דעם וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען ביי אייך אין שטוב, און צו נחת פון אייערע קינדערלעך.


אין אנהייב וועט אייך דאס זיין שווער, אייערע חבר'טעס וועלן אייך פרעגן פארוואס מען זעט אייך מער נישט אויף אינסטעגראם וכדומה; בעט איך אייך, האלטס אייך שטארק, פאלט נישט פאר די חבר'טעס, און אז איר וועט זיין שטארק וועלן אייערע חבר'טעס אייך נאכמאכן, און צוביסלעך וועלן אלע דאס אוועק ווארפן.


איר האט געפרעגט ווען איר זענט געווען דא מיט אייער מאן וואס פאר א גוטע קבלה זיך צו פארנעמען אין צניעות; נעמט זיך פאר נישט צו זיין - אפילו אין שטוב - מיט אן אויפגעדעקטע קאפ, און אפילו ביים זיך איבערטון פון איין צודעק צו אן אנדערן צודעק – זאל דאס זיין איינע נאכן צווייטן, נישט זיין אן א צודעק.

#149 - פארלעש דיין טעלעפאן, פארברענג מיט דיין ווייב
חנוכה, שלום בית, טעלעפאן, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיך מחזק זיין, די ביסל צייט וואס דו ביסט מיט דיין ווייב ביי נאכטמאל וכו' – זאלסטו אויסלעשן דיין טעלעפאן, אז דו זאלסט קענען הערן וואס זי רעדט און וואס זי דערציילט דיר. איך ווייס אז דו טוסט נישט שלעכט, דו ביסט עוסק מיר צו העלפן, דו העלפסט מיר זייער, דאך וויל איך עס זאל נישט גיין אויפן חשבון פון דיין "שלום בית"; פארלעש דיין טעלעפאן, געב איר די פאר מינוט, זי זאל באקומען וואס קומט איר.


טייערער ברודער, קומענדיגע וואך צינדן מיר די הייליגע מנורה, ביי אונז איז דער מנהג זיך אנטון שטריימל מיט בעקיטשע, מען וואשט די הענט און מען זאגט די "לשם יחוד", מען בעט דעם אייבערשטן, בזכות וואס מען צינדט די חנוכה לעכט – "תחכמנו באור תורתיך" זאלסטו מיר עפענען די ליכטיגקייט פון די תורה, "אנו וזרעינו וזרע זרעינו" פאר מיר, פאר מיינע קינדער און פאר די קינד'ס קינדער; ביי די ווערטער זאלסטו מאכן א סטאנציע, בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות – "ויהיו זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים וחסידים, אהובים למעלה ונחמדים למטה", מעגסט לאזן א טרער ביי די תפילה, אז דיינע קינדער און קינד'ס קינדער זאלן זיין ערליכע באליבטע אידן, תלמידי חכמים.