בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#51 - די פייער בארואיגט זיך, מען הויבט אן זען די שיינקייט פון אן איידעלע שטוב
צניעות, קנאה, סדר דרך הלימוד, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דאס וואס עס קאכט אין דיר וכו', דו ווילסט איין מינוט דיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידלע לבוש וכו', און איין מינוט טראכסטו 'וואס פעלט עס אויס?' און נאכדעם ווייטער הויבט אן קאכן א פייער אין דיר, דיין ווייב זאל גיין אזוי און אזוי, ביז דו שפירסט ווי עפעס שלעכט איז מיט דיר, דו פרעגסט וואס איז דאס?


וויסן זאלסטו, די געפיל איז דא ביי אסאך; אסאך אינגעלייט אין די ערשטע יארן נאך די חתונה האבן די זאך, עס קאכט א פייער, זיי ווייסן נישט וואס זיי ווילן; מען ווייסט נישט די מעלה פון איידלקייט, מען מיינט עפעס פעלט אין לעבן און מען טראכט די ווייב איז די פראבלעם, זי גייט צו פשוט וכו' וכו'.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, גיי התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עס קאכט אין מיר א פייער, איך ווייס נישט וואס מיט מיר איז, העלף מיר איך זאל ליב האבן איידלקייט, איך זאל ליב האבן צניעות, פארוואס ברענט אין מיר א נישט גוטע פייער? העלף מיר איך זאל קאכן און ברענען צו דיר אייבערשטער, איך וויל זיין פרייליך מיט דיר, און ליב האבן איידלקייט.


הייליגער באשעפער וואס איז דאס מיט מיר אז איך ווער אזוי פארברענט? איך וויל נאר מיין ווייב זאל זיין אנדערש, יעדן טאג וויל איך עפעס אנדערש; איך טראכט אז עפעס פעלט מיר און עפעס בעסערס איז דא ביי אנדערע, העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר". אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן טאג און נאכט ביז דו וועסט אויסארבעטן די בלוט, דו וועסט שוין אנהויבן איינזען דאס שיינקייט פון איידלקייט.


טייערער ברודער, ביסט דאך א פארשטענדליכער אינגערמאן, ביסט א בר דעת, זאלסטו זיך בארעכענען; טראכט אריין וואס פאר א נס דו האסט, אז דיין ווייב לעבט מיט דיר וכו', זי גרויסט זיך נישט אויף דיר וכו', דארפסטו נישט מער; ליידער זענען היינט דא אזויפיל אינגעלייט וואס די ווייב איז א מורדת, עס איז נישטא דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "דַּיֵּינוּ שֶׁמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", אז די ווייב היט פון עבירות; קיינער ווייסט נישט וואס זיי ליידן, זיי לעבן נישט אינאיינעם, און מענטשן זענען מקנא, ווייל מען זעט דאס נישט פון אינדרויסן. אינדרויסן דאכט זיך אז זיי האבן א מעכטיגע שלום בית, זיי זענען גליקליך, זיי גייען אנגעטון אויסגעפיצט וכו', ווען על פי תורה קומט זיך נישט קיין כתובה פאר די ווייב פארן זיך אפשיידן השם ישמרינו; איז וואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע, ווי אזוי אנדערע גייען אנגעטון? דו האסט אן אשת חיל, א מתנה פון הימל, זי לעבט מיט דיר - דארפסטו איר מכבד זיין און איר שעצן.


נאך אפאר יאר ווען די נישט גוטע פייער לעשט זיך אויס, הויבט מען אן זען דאס שיינקייט און דאס טייערקייט פון אן איידעלע שטוב, פון אן איידעלע פרוי, א ווייב וואס ווייסט נישט פון די וועלט, איר קאפ ליגט אין שטוב, זי טוט די שטוב ווירטשאפט, זי איז גרייט פאר איר מאן, זי איז א מאמע פאר די קינדער; מען הויבט אן קוקן אויף די לעבן ריכטיג.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זיץ אין שטוב מיט א הויפן ספרים; א חומש, משניות, גמרא, מדרשים און ספרי רבינו. שפאציר אין די תורה אזוי ווי מען שפאצירט אין א שיינע גארטן, און דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב איידל און באשיידן - וועסטו שוין גארנישט דארפן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


ליין די בריוו כמה פעמים און זיי מקיים וואס שטייט דא, וועסטו שפירן א זיסקייט אין לעבן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#50 - עס איז וויכטיג צו בלייבן צוגעבינדן צום ראש ישיבה און אנשי שלומינו
סדר דרך הלימוד, ראש ישיבה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך בענק זיך זייער נאך דיר, א שאד דו קומסט נישט אין שטעטל כאטשיג איין מאל א וואך באזוכן דעם ראש ישיבה מיט אנשי שלומינו.


עס איז וויכטיג צו בלייבן צוגעבינדן צום ראש ישיבה און אנשי שלומינו. אויף די וועלט דארף מען אסאך חיזוק, און ביים רבי'ן קען מען זיך גוט אויפפרישן, זיך מחזק זיין, זיך אנגרייטן אויף שפעטער.


זיי שטארק מיט א פרק משניות א טאג, א בלאט גמרא א טאג און חומש מיטן תרגום; אויף דעם זיי נישט מוותר.

#49 - לאזט אייך נישט נארן
סדר דרך הלימוד, דף גמרא, פארנארן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן. נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן, "וְיָדוֹ סְגוּרָה", מיט א פארמאכטע האנט, "וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", ער פאפט אויס אלעמען, יעדן דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט.


"כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי טוט דער יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש מען זאל אים נאכלויפן, ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


לערן דעם בלאט גמרא יעדן טאג, נאך אביסל ענדיגן מיר האלב ש"ס. איך קלער צו מאכן אונזער שבת התוועדות - פאר די אלע וואס העלפן ביי די קאמפיין - שבת פרשת וירא. עס קומט אויס פרייטאג, דער סיום אויף מסכת קידושין, ווען מען ענדיגט האלב ש"ס.


עס איז אזוי אינטערעסאנט, נישט לאנג צוריק זענען מיר אלע געזיצן ביים סיום הש"ס און מיר האבן אלע מקבל געווען מיר גייען יעדן טאג לערנען די הייליגע גמרא, און שוין ענדיגן מיר האלב ש"ס.


לערן יעדן טאג די הייליגע גמרא, און אז דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאג די ווערטער. דער רבי זאגט מען דארף נשט פארשטיין וואס מען לערנט דער עיקר דארף מען זאגן די ווערטער פון די תורה (שיחות הר"ן, סימן עו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#48 - אביסל מיט אביסל, פילט זיך אן א שיסל
סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט טראכטן פון טון אסאך, טראכט פון אביסל; זאג איין פרק משניות, זאג איין בלאט גמרא, איין קאפיטל תהילים און זיי זיך מחי' מיט דאס ביסל וואס דו לערנסט. קלאפ זיך נישט אראפ אז דו וואלסט ווען געקענט לערנען מער; הויב זיך אויף מיט וואס דו טוסט יא, לויב זיך אויס אויף דאס ביסל וואס דו טוסט.


די וועלט זאגט: "אביסל מיט אביסל - פילט זיך אן א שיסל".


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיין פון די קינדער וואס האבן גרויס דרך ארץ פאר דיינע מלמדים און פאר אלעמען.


ווייז דעם שיינעם בריוו פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - ווער נישט שוואך פון די וואס לאכן און שפעטן פון סדר דרך הלימוד
סדר דרך הלימוד, גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת בלק, ו' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג גמרא און משניות אפילו אן פארשטיין. צדיקים טייטשן וואס חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא", 'גְּמָרָא גְמוֹר' לערן גמרא, 'זְמוּרְתָּא תְּהֵא' - דאס טוט פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה, א לשון פון 'לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה', וואס פארכאפן נשמות ישראל, און דורך לערנען די הייליגע תורה ווערן זיי פארברענט.


זאג גמרא און משניות - וועסטו אנהויבן שפירן דעם אייבערשטן. לימוד גמרא פארברענט די קליפות, מען הויבט אן שפירן און זען דעם אייבערשטן. מוהרא"ש דערציילט, מען האט אמאל געהערט דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו זאגן פרייטאג צו נאכטס שיר השירים און ער זינגט זיך דעם פסוק (שיר השירים ב, ט): "הִנֵּה זֶה עוֹמֵד אַחַר כָּתְלֵנוּ", און ער טייטשט: "'הִנֵּה זֶה עוֹמֵד', דער אייבערשטער איז דא, מיט מיר ביי מיר און נעבן מיר, און אז מיר זעען 'אַחַר' - אפעס אנדערש, מיר זעען נישט דעם אייבערשטן, דאס איז ווייל מיר האבן געזינדיגט און זיך געמאכט 'כָּתְלֵנוּ' - א וואנט"; ווייל דער אייבערשטער איז דאך איבעראל, און ער געפונט זיך מיטן מענטש, נאר אז מען זינדיגט - מאכט מען זיך א מסך המבדיל, מען זעט נישט אייבערשטער, מען זעט אנדערע זאכן, און דורך לערנען די הייליגע תורה לשמה ווערן זיי אויס און די פארהאנג גייט אוועק.


לאכן לאכט דער וואס לאכט ביים לעצט; ווער נישט שוואך פון די וואס לאכן און שפעטן פון סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), ווייל ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג דעמאלט וועט זיין (משלי לא, כה): "וַתִּשְׂחַק לְיוֹם אַחֲרוֹן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, נאר די שכל פון מוהרא"ש
תפילות אויף אידיש, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, לימוד התורה, שיעורים כסדרן, לצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט וועט נאך זיין דער ליל שישי שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג, קומענדיגע וואך וועלן שוין די שיעורים זיין אין שטעטל, איך פאר שוין ארויס פארן זומער, זיין אין שטעטל, ביז די הייליגע טעג; ביז'ן נסיעה קיין אומאן. איך האף דו וועסט בלייבן, קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא, דו וועסט נישט פארכאפט ווערן בעצת מרגלים.


מען דארף האבן גרויס רחמי שמים צו ניצול ווערן פון לשון הרע, רכילות, ליצנות וכדומה; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג געדענקען וואס דער רבי האט געטון מיט מיר, וואס היכל הקודש האט מיט מיר געמאכט".


משה רבינו האט געגעבן א ברכה פאר יהושע בן נון ער זאל געראטעוועט ווערן פון די מרגלים, און כלב איז געלאפן צום מערת המכפלה דאווענען ער זאל געראטעוועט ווערן פון די לשון הרע; אזעלכע גרויסע צדיקים האבן אויך געדארפט רחמי שמים, תפילות און ברכות - צו בלייבן מיט משה רבינו, איז דאך כל שכן אונז, וואס מיר זענען אזוי ווי מיר זענען, מיר זענען אנגעשמירט פון קאפ ביז פיס מיט עבירות - דארפן מיר דאך זיכער רחמי שמים ניצול צו ווערן פון ליצנות.


געב זיך אכטונג פון א חסיד שנפל. דער הייליגער רבי נתן זאגט: "שמעתי מאדמו"ר", איך האב געהערט פון רבי'ן, אז א "חסיד שנפל גרוע ממשומד", א חסיד וואס האט זיך אפגעקילט - איז ערגער פון איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט; ווייל איינער וואס האט זיך גע'שמד'ט וועט קיינער נישט אויסהערן, אבער איינער וואס זעט אויס ווי א חסיד און פון אינעווייניג איז ער פארלאשן, פול מיט ליצנות, אזא איינער הערט מען אויס און מען קען אלעס פארלירן.


היכל הקודש איז נישט דער און נישט יענער, היכל הקודש זענען די ספרים פון מוהרא"ש, די שכל פון מוהרא"ש, די עצות און חיזוק פון מוהרא"ש. אז מען לערנט יעדן טאג די בריוו, די קונטרסים און מען האט גוטע חברים מיט וועם מען איז זיך מחזק - אזא איינער פאלט נישט, אויב מען לערנט נישט די ספרים, די בריוו און קונטרסים, מען קוקט אויף דעם און מען קוקט אויף יענעם - אזא איינער קען אלעס אפלאזן.


זיי קלוג, הויב צוריק אן דיין שיעור אין משניות און גמרא, זאג די ווערטער אפילו אן קיין הבנה, און טענה נישט מיט קיינעם. מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקֵייט פוּן דֶעם 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד'. 'טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'' - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז. וֶוען אִיר וֶועט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ לֶערְנֶען אוֹיפְן 'סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד' וֶועט אִיר שְׁפִּירְן אַלֶע גוּטֶע טַעֲמִים דֶערִין, דָאס וֶועט אַייךְ גֶעבְּן אַ חִיוּת אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס לָאזְט זִיךְ נִישְׁט נַארְן, עֶר וֵוייסְט אַז דֶער עִיקָר פַארְוָואס מֶען לֶערְנְט תּוֹרָה אִיז נָאר צוּ טוּן דִי וִוילְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, מֶען לֶערְנְט כְּדֵי מְקַיֵים צוּ זַיין דִי מִצְוֹת פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ מַאכְן אַ נַחַת רוּחַ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן. אוּן דַאן אִיז דָאס גַאנְצֶע לֶערְנֶען מַמָשׁ 'תּוֹרָה לִשְׁמָהּ' מֶען לֶערְנְט נָאר פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן נִישְׁט אוֹיף צוּ בַּאקוּמֶען כָּבוֹד פוּן מֶענְטְשְׁן, צוּ הֵייסְן אַ רָב, אַ לַמְדָן, אַ צַדִיק אָדֶער אַ בַּעַל מְקוּבָּל, מֶען לֶערְנְט נָאר פָּשׁוּט פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְנְ'ס וֶועגְן, עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶע זַאךְ פוּן דֶעם. אוֹיבּ וֶועט אִיר מִיר פָאלְגְן מִיט דֶעם וֶועט אִיר בִּכְלַל נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - טענה נישט מיט קיינעם, זאג גמרא אפילו דו פארשטייסט נישט
וויכוחים, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט אנגעהויבן לערנען די הייליגע תורה אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו האסט זיך געמאכט שיעורים אין נ"ך און אין משניות.


מאך זיך אויך א שיעור אין ש"ס תלמוד בבלי, הויב אן מסכת ברכות, גיי אין א סדר כסדרן. היינט איז דא גמרות מנוקד, מכון עוז והדר האט ארויסגעגעבן א ש"ס, ממש עוז והדר, א יופי פון א ש"ס, הערליך שיין מיט נקודות, מיט פינטלעך און קאמעס. זיי שרייבן אין זייער הקדמה אז זיי האבן נישט אריינגעלייגט די סימנים פון א קשיא אדער תירוץ ווייל זיי האלטן אז עס פאסט נישט אין א גמרא, אבער פינטלעך און האלבע פינטלעך האבן זיי יא געמאכט, עס איז א מחי' צו לערנען אין זייער ש"ס.


הויב אן מסכת ברכות, לערן א בלאט נאך א בלאט, אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


שטעל זיך נישט אפ ווען דו פארשטייסט נישט די גמרא, דו לערן ווייטער אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט (שם): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד", מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", זאגן אין א סדר אפילו מען פארשטייט גארנישט, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, נאר מען זאל בלויז זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל - איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער.


אויך וויל איך דיר זייער בעטן, טענה נישט מיט קיינעם. אז מען וועט דיר קומען פארדרייען דעם קאפ אז עס איז נישט געלערנט - זאלסטו האלטן פאר דיינע אויגן די ווערטער וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה. (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת, אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶךְ הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד, "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ", אויב אזוי פארוואס זאלט איר זיך טענה'ען מיט מענטשן? "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אַשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#44 - ווארט מיט געדולד, וועסטו האבן א שיינע לעבן מיט דיין ווייב
שלום בית, סבלנות, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ה ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיין גאנצע לעבן ליגט יעצט אין דיינע הענט; אז דו וועסט איר נאכלויפן און איר משוגע מאכן - וועט זי אנטלויפן פון דיר, און אז דו וועסט איר געבן די געפיל אז זי איז דיר טייער אפילו זי וויל נישט לעבן מיט דיר וכו' - וועסטו האבן א שיינע לעבן.


איך בעט דיר זייער, האב סבלנות. טו נישט נארישקייטן, ווארט מיט געדולד - וועלן זיך זאכן טוישן צום גוטן. דו האסט באקומען א גוטע ווייב, און אז מען האט איר נישט גוט געלערנט - איז זי נישט שולדיג, און אז איר איז שווער די גאנצע זאך וכו' - זאלסטו איר עס נישט מאכן שווערער.


נעם דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און פלייסיג זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. לערן יעדן טאג חומש מיט תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, אויך לערן משניות און אסאך בלעטער גמרא, וועסטו זען אז זאכן וועלן זיך טוישן צום גוטן.


איך בעט פאר דיר, איך האף דו וועסט האבן כח און שכל אויסצואווארטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#43 - לייג דיך אריין אין די צען זאכן, וועסטו פאררעכטן אלע דיינע הארבע עבירות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, מקוה, שמחה, קדושה, בחור, שידוכים, הפצה, שבת קודש, תשובה, משניות, עבירות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, גמרא, דאווענען, ברכת המזון, מעביר סדרה, מנין, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ...


איך האב ערהאלטן דיינע צוויי בריוו.


דער צווייטער בריוו איז אן ענטפער אויפן ערשטן בריוו. דו פרעגסט אינעם ערשטן בריוו וואס דער אייבערשטער וויל פון דיר וכו' וכו', און אינעם צווייטן בריוו שרייבסטו אז דו האסט געטון עבירות מיט בחורים און אינגלעך, האסט פוגם געווען באות ברית קודש רחמנא לצלן, טמא געווארן און מטמא געווען אנדערע, דאס איז וואס האט יעצט פאסירט מיט דיר, אז דו פרעגסט קשיות אויפ'ן אייבערשטן און דער לעבן איז דיר נמאס; וויי און ביטער איז אז מען איז פוגם באות ברית קודש, מען ווערט פארשניטן, מען ווערט אפגעריסן פונעם אייבערשטן.


אז דו ווילסט תשובה טון און פאררעכטן וואס דו האסט געטון ביז אהער - זאלסטו זיין שטארק אין די פאר נקודות:


1)    גיי אין מקוה יעדן טאג.


2)    דאווען מיט מנין די דריי תפילות מיט א סידור.


3)    זאג די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי - יעדן טאג [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ].


4)    נאך שחרית זיך וואשן אויף ברויט, עסן פת שחרית און בענטשן ברכת המזון בשמחה, מיט א בענטשער.


5)    לערן חומש מיטן תרגום איינגעטיילט אויפן וואך יעדן טאג אביסל, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


דער צווייטער שיעור זאל זיין משניות, זאג משניות כסדרן בלי הבנה. מה טוב ומה נעים אז דו קענסט זאגן ח"י פרקים בכל יום און ענדיגן יעדן חודש ששה סדרי משנה, דאס הרג'עט דעם יצר. הונדערטער און טויזנטער בחורים און אינגעלייט האבן זיך אפגעוואוינט פון די ביטערע עבירה דורך די סגולה פון זאגן אכצן פרקים משניות בכל יום.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין גמרא. לערן ש"ס כסדרן, זאג די הייליגע גמרא. דאס פארברענט אלע שדים, קליפות, משחיתים און מזיקין - וואס דו האסט באשאפן פון אלע טיפות לבטלה רחמנא לצלן.


6)    זיי מכבד דיינע עלטערן. אז דו קענסט זיי באזוכן - גיי זיי באזוכן, און אז נישט - זאלסטו זיי רופן אויפן טעלעפאן, רעד מיט זיי מיט דרך ארץ.


7)    היט שבת און זיי פרייליך שבת.


8)    גיי הפצה, ברענג צוריק נשמות צום אייבערשטן. דאס וועט מכפר זיין אויף די אלע וואס דו האסט מטמא געווען.


9)    ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן. וויין צו אים, רעד צו אים אין דיין שפראך. בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין און דיר שוין געבן דיין שידוך, דער אייבערשטער איז מוחל פאר דער וואס איז זיך מתודה צו אים, בעט אים און טענה'ט מיט אים.


מוהרא"ש זאגט, עס איז דא א ספעציעלע הייליגער מלאך וואס איז ממונה אויף די תפילות פון בחורים און מיידלעך וואס פאלן אין עבירות ווען זיי האבן נישט זייער שידוך און זיי ווילן זיין גוט, נאר זיי פאלן און פאלן. ווען זיי קומען צום אייבערשטן מיט א געבעט, מיט טרערן, זיי וויינען: "רבונו של עולם, וואס בין איך שולדיג? וואס קען איך טון נישט צו פאלן? וואס קען איך טון צו זיין הייליג? רבונו של עולם, איך קען זיך נישט מתגבר זיין, איך פארליר מיין בחירה, איך ווער פארברענט פונעם יצר הרע, עס ברענט אין מיר ניאוף, טאטע גיוואלד, עס ברענט א פייער פון ניאוף אין מיר, ראטעווע מיך!" דאן קומט דער מלאך און נעמט ארויף די תפילות און מאכט א שיינעם קרוין פארן אייבערשטן.


טייערער ברודער, אז דו וועסט זיך שטארקן מיט די ניין נקודות און דו וועסט צולייגן די צענטע זאך, דו וועסט ארבעטן מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך - וועסטו אלעס מתקן זיין.


ברודער באניי זיך, פארגעס וואס איז געווען. נאר איין מאל א טאג זאלסטו זיך מתבודד זיין אויף דיין עבר, זיך מתודה זיין און זיך אויסוויינען, אבער א גאנצע טאג פארגעס; פארגעס וואס איז געווען, לייג אריין דיין קאפ אין די צען זאכן: מקוה; תפילה; תיקון הכללי; פת שחרית; לימוד התורה, שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); כיבוד אב ואם; שבת; הפצה; התבודדות; שמחה - וועסטו אלעס פאררעכטן.


 

#42 - אין קורצן וואס מוהרא"ש האט אונז אלץ געלערנט
תפילה והתבודדות, שלום בית, שלום, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, לימוד התורה, ראש ישיבה, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, ל"א שובבי"ם, י"ז שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז דער יארצייט פון אונזער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, איך וועל דיר שרייבן בקיצור וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן.


ערשטנס האט מוהרא"ש אונז געלערנט, אזוי ווי עס איז דא אן איסור פון פיינט האבן א צווייטן איד, אזוי איז דא אן איסור פיינט צו האבן זיך אליינס. און אזוי ווי מען דארף ליב האבן יעדן איד, אזוי דארף מען ליב האבן זיך אליינס.


דערפאר בעט איך דיר, היינט אינעם יארצייט זאלסטו פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. קלאפ זיך נישט אראפ און טרייב ארויס די מחשבות וואס קלאפן דיך אראפ, אז דו ביסט נישט גוט; ווייל דו ביסט יא גוט, דער אייבערשטער האט דיך ליב, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און ער ווארט מען זאל רעדן צו אים און צוריקקומען צו אים.


שנית, מוהרא"ש האט אונז געלערנט דעם רבינ'ס וועג פון לערנען (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען זאל מען לערנען אן פארשטיין; דעריבער אין אזא גרויסן טאג זאלסטו זיך מקבל זיין אנהויבן לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, נעם א משניות און זאג פרקים משניות אפילו אן פארשטיין, אזוי אויך גמרא; זאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא; אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש טון - אבי נישט עפענען א גמרא.


אזוי אויך זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין הלכה, מדרש, זוהר און אין רבינ'ס ספרים. דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; ווייל ווען מען וויל טון אסאך און מען קען נישט - טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט אז אביסל איז אויך גוט און חשוב - דעמאלט קען מען אנקומען זייער אסאך.


אויך האט מוהרא"ש אונז געלערנט דעם רבינ'ס גן עדן לעבן, צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, אז דאס איז די גרעסטע עבודה; גרעסער פון פאסטן און סיגופים. דער רבי האט בפירוש געזאגט אז ווען ער וואלט ווען געוויסט אין זיינע יונגע יארן צו וואס מען קען צוקומען אז מען רעדט צום אייבערשטן - וואלט ער זיך נישט אזוי געמוטשעט מיט שווערע עבודות, ער וואלט נאר עוסק געווען אין התבודדות; דערפאר זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף דיין שפראך וואס דו ביסט צוגעוואוינט צו רעדן, זאלסט אלעס דערציילן דעם אייבערשטן, אלעס וואס דו האסט אפגעטון אין דיינע יונגע יארן און אים בעטן ער זאל דאס אלעס אפמעקן - וועט אלעס ווערן אפגעמעקט.


וואס נאך האט מוהרא"ש אונז געלערנט, שלום בית; מיט א ווייב טענה'עט מען נישט, און מען דארף זייער מכבד זיין און רעדן שיין צו די ווייב. מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן פון שלום בית און פלעגט איבער'חזר'ן ביי יעדע שיעור וואס דער רבי האט אונז אנגעזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד): "לְכַבֵּד וּלְיַקֵּר אֶת אִשְׁתּוֹ", מיר זאלן האלטן חשוב און רעדן שיין צו די ווייב, "כִּי אָמַר: הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם בְּכַמָּה אֳפָנִים הַקָּשִׁים וּכְבֵדִים מְאֹד מְאֹד" וכו' וכו', דער רבי האט געזאגט אז די ווייבער ליידן אסאך צער, און זיי האבן גרויסע יסורים פון די קינדער וכו' וכו'.


איך בין זייער פארנומען, איך דארף מקצר זיין. איין זאך זאג איך דיר, אז דו וועסט טון וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו האבן עפעס געטון אינעם יארצייט, און אז נישט - וועט דער טאג אריבערגיין מיט גארנישט. די גרויסע טעג איז גוט ארויס צו נעמען עפעס פונעם טאג, אבער אז מען גייט ווייטער, אָן זיך לערנען פונעם צדיק - בלייבט מען מיט גארנישט.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין די ליל שישי שיעור די וואך אינעם בארא פארק'ער שול, איך האף דו וועסט מיטהאלטן די שיעור. די וואך איז דא אסאך וואס צו רעדן אויף למעשה ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#41 - זיי שטארק בלימוד התורה, קוק נישט אויף די בלבולים
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער דיך צו זען לערנען מיט התמדה, דו לערנסט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט טרעפן בקרוב דיין שידוך, דיין זיווג, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל.


זיי שטארק בלימוד התורה, קוק נישט אויף די בלבולים וכו' וכו'; נאר לערן ווייטער אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), וואס האט אונז געלערנט צו לערנען אפילו בלי הבנה כלל.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך זייער.

#40 - לערנען תורה איז אזוי ווי אן עירקאנדישן פאר'ן מענטש
הכרת הטוב, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, מתנה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר געבן א מתנה, אן עירקאנדישן ביי מיר אין שטוב, און פאר'ן שיקן דיינע ארבעטערס זאלן דאס אינסטאלירן; איך בין דיר זייער דאנקבאר.


שטארק זיך בלימוד התורה, זיי שטארק אין לערנען יעדן טאג. לערנען תורה איז אזוי ווי אן עירקאנדישן פאר'ן מענטש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן צב) אויף די ווערטער וואס רבי שמעון בר יוחאי זאגט (תקוני זוהר תיקון יג, דף כז:): "אִלְמָלֵא כַּנְפֵי רֵאָה דְּנָשְׁבִי עַל לִבָּא", ווען נישט די פינף פליגלען פונעם לונג וואס בלאזט זיך אויף יעדע פאר סעקונדעס, "הֲוֵי לִבָּא אוֹקִיד כָּל גּוּפָא", וואלט דער מענטש פארברענט געווארן פונעם ברענעדיגן הארץ. זאגט דער רבי, די 'חֲמִשָּׁה כַּנְפֵי רֵאָה' - דאס איז 'חמשה חומשי תורה' וואס קילט אפ דעם ברענעדיגן יצר הרע, און ווען נישט די תורה - וואלט מען פארברענט געווארן פון די היץ פון די תאוות היצר הרע.


דו האסט מיר געגעבן אן עירקאנדישן - וויל איך דיר צוריק באצאלן מיט אן עירקאנדישן; איך וועל דיך מחזק זיין צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה, ספרי רבינו ועוד שאר ספרים. עס הערט זיך אסאך, אבער מיט'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דורך זאגן די ווערטער, דורך לערנען בלי הבנה, אן פארשטיין - קען מען באווייזן צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.

#39 - הייבן די קינדער ווען זיי מאכן א סיום
חינוך הילדים, ניגונים, שטעטל, סיום, משפחה, סדר דרך הלימוד, ראש ישיבה, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בא, י"ט שובבי"ם, ד' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דינסטאג בין איך געווען ביי א סיום הש"ס פון א בחור אין ישיבה. איך וויל דיר דערציילן, זייער וויכטיג, וואס איך האב דארט געזען, וואס דו זאלסט זיך אפלערנען; ווייל וואס איך האב דארט בייגעוואוינט האב איך נאכנישט בייגעוואוינט במשך אלע יארן אין ישיבה.


די משפחה פונעם בחור האט צוגעגרייט אין שטוב א שיינע סעודה. איך בין אנגעקומען אינמיטן די סעודה, איך בין געווען פארנומען מיט לייגן שלאפן די קינדער; מיין ווייב איז געווען ביי די פרויען פארברענג, אין וויליאמסבורג איז די פרויען צאמקום יעדע דינסטאג, איך בין אנגעקומען ניין דרייסיג. די עלטערן און ביידע זיידעס זענען געווען דארט מיט בגדי שבת, אלע זענען געזיצן מיט א שמחה, די גאנצע משפחה; פעטערס, קאזינס, זיידעס, באבעס, אלע זענען געקומען זיך פרייען מיט די סיום פונעם בחור וואס האט מסיים געווען ש"ס בגירסא. אויפן טיש זענען געווען אויסגעלייגט די זילבערנע כלים, מען האט אויסגעטיילט א סעודה בשר ודגים. דער טאטע, די זיידעס, די פעטערס - אלע האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דעם בחור וואס האט גורס געווען גאנץ ש"ס.


ביי מיר איז דאס א נייע זאך. הגם עס איז נישט דער ערשטער סיום הש"ס און נישט די צווייטע, במשך די פופצן יאר ישיבה איז שוין געווען צענדליגער און הונדערטער סיומים, אבער אזוינס וואס איך האב יעצט געזען, ווי די משפחה פריידט זיך מיט מיט די גאנצע הארץ - דאס האט מיך זייער איבערגענומען.


געווענליך מאכן מיר די סיומים אין ישיבה ווייל אין שטוב לאכט מען אפ פונעם דרך הלימוד. איך האב גערעדט אפאר ווערטער, איך האב גערעדט צו די משפחה פון דעם פרט, אז עס איז גאר אנדערש ווען א קינד באקומט חיזוק פון די עלטערן און פון די זיידעס און ארום, אזוי האט ער א גוטע רוקן ביין, עס איז גרינגער זיך צו קריגן מיט די נסיונות הדור.


דאס דארפן מיר פאררעכטן, מיר דארפן צולייגן קאפ און מח צו הייבן די קינדער ווען זיי מאכן א סיום, זיי אויסרומען און געבן כבוד. יעדע מאל א קינד קומט זאגן 'מען גייט ענדיגן א פרק אין חדר', אדער 'מען הויבט אן א פרישע לימוד' - דארף ווערן א יום טוב אין שטוב. עס דארף נישט קאסטן קיין געלט, מען קען געבן דעם זעלבן נאכטמאל מיט א ווייסע טישטוך, מען קען געבן די זעלבע זאכן, נאר מיט א געפיל, מיט הארץ, מיט לויב ווערטער, ווייל ווען קינדער שפירן 'טאטע מאמע האבן מיך ליב' - דעמאלט זענען זיי שטארק, זיי קענען זיך שטארקן אויף אלע נסיונות.


מען האט מיך גערופן פון שטעטל, דער גבאי אברהם הערש האט מיר געבעטן צו קומען צו די סיום מסכת נדרים, מחזק זיין די אינגעלייט אין שטעטל, אבער מיר איז געווען וויכטיגער צו גיין מחזק זיין דעם בחור, זיין ביי זיין סיום הש"ס, אים געבן די הנאה, די געפיל.


איך בין נישט געבליבן זיצן דארט ביזן סוף, א גאנצע גרופע חתנים זענען געשטאנען און געווארט ביי מיר אין שטוב איך זאל זיי מדריך זיין מיט די הלכות. דאס איז מיין סדר היום אין די היינטיגע טעג, איך לויף פון איין זאך צום צווייטן.


נעכטן בין איך געלאפן זינגען, ענדיגן א שיינעם טעיפ וואס וועט אויפפלאמען אידישע הערצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - פלאקער אויף די הערצער פון די קינדער אין חדר מיט סיפורי צדיקים
חינוך הילדים, מלמדים, סדר דרך הלימוד, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, י"א שובבי"ם, כ"ה טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


אשריך ואשרי חלקך אז דו ברענגסט אריין אין דיינע תלמידים א ליבשאפט צו לערנען די הייליגע תורה, דו געוואוינסט זיי צו צו גורס זיין משניות פון יונגווייז אן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. יעדער איינער מוטשעט זיך, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), נאר וואס דען? וואויל איז דעם וואס זיין פלאג און מי איז אין לערנען תורה מיט אידישע קינדער. וועסט אוועק גיין פון די וועלט וועט בלייבן פון דיין מי און פלאג א זכר, א שארית לנצח, אנדערש ווען מען פלאגט זיך מיט הבלי עולם הזה, דאן בלייבט גארנישט איבער פון די מי און פלאג.


פלאקער אויף די הערצער פון די קינדער אין חדר מיט סיפורי צדיקים. ודעת לנבון, מען דארף נישט אלץ דערציילן פרישע מעשיות, מען קען איבערדערציילן די זעלבע מעשיות. פארשטייט זיך, נאר אז דער מלמד קען איבער דערציילן די מעשיות מיט א פרישקייט, ווייל מעשיות פון צדיקים פלאקערט אויף די הערצער פון די קינדער צום אייבערשטן (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - ס'איז גאר אנדערש קינדער וואס זעען זייער טאטע לערנען יעדן טאג
קינדער, חינוך הילדים, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן מקבל געווען פון הייליגן רבי'ן (עיין שיחות הר"ן, סימן עו); אפילו אן פארשטיין זאלסטו זאגן פרקים משניות און בלעטער גמרא.


די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", א מענטש וואס לערנט תורה - איז א פרייער מענטש, אן אויסגעלייזטער.


אויך זאלסטו מאכן א שיעור צו לערנען אין שטוב; עס איז גאר אנדערש קינדער וואס וואקסן אויף ווען זיי זעען זייער טאטע עפענען יעדן טאג א גמרא וכדומה, ווי קינדער וואס זעען נישט זייער טאטע לערנען.

#36 - חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, מקוה, שמחה, חינוך הילדים, שידוכים, אמונה, תיקוני זוהר, שלום בית, התחזקות, הפצה, קברי צדיקים, רפואה, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, תהלים, ריינקייט, סיום, נסיעה, התחדשות, בית המדרש, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, נסיונות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פירושים, דאווענען, יאוש, ארץ ישראל, מנין, ירושלים, מניעות, פרויען צאמקום, מוהרנ"ת ז"ל, תיקון הכללי, השגחה פרטית, ברית, עקשנות, חמרות ופרישות, חזית איש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, ט' שובבי"ם, כ"ג טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש, ה' עליהם יחיו


מה אשיב לה', כל תגמולוהי עליו; חסדי ה' איך האב זוכה געווען צו זיין נאכאמאל אין ארץ ישראל, זיין א שבת אין ירושלים מיט תלמידי היכל הקודש, און איך בין צוריק אין אמעריקע מיט פרישע כוחות, מיט א פרישע התקרבות.


איך האב געהאט גרויסע ניסים ביי די נסיעה, איך וועל פרובירן זיך אביסל מצמצם זיין און אראפשרייבן אביסל פון די הערליכע נסיעה.


במשך די נסיעה פון דריי טעג איז געווען צוועלף שיעורים, פול מיט חיזוק פון רבי'ן, רבי נתן און מוהרא"ש. אויך בין איך געווען איינגעשפארט ביי די פאליציי.


איך וועל אנהויבן שרייבן די נסיעה, איך האף דו וועסט זיך מחזק זיין, און זיך אויך קענען באנייען.


איך בין ארויסגעפארן פון אמעריקע מיטוואך נאכט עלף אזייגער, די וועג איז געווען זייער פיין. איך האב געלערנט אויפ'ן וועג תיקונים, איך האב געהאט קאפ-וויי האב איך זיך צוגעלייגט. נאך דריי שעה פארן האב איך געדאווענט שחרית, עס איז געווען א מנין אויפ'ן פליגער, אבער איך בין נישט געווען בכח צו גיין צום מנין, איך האב געדאווענט פאר מיר ביחידות, און צוריק איינגעשלאפן.


שפעטער האב איך געדאווענט מנחה און ווייטער געלערנט תיקונים, מיר זענען אנגעקומען אין ארץ ישראל דאנערשטאג, צען מינוט פאר פיר. אראפקומענדיג פון פליגער האט מיך אפגעווארט איינער אונז נעמען פריוואט, מיר זאלן נישט דארפן אריבערגיין צווישן אלע. אלעס איז געווען זייער שיין און פיין, ביזן אריבערגיין די גרעניץ; דארט האט מען אונז מודיע געווען אז איך קען נישט אריבערגיין, איך דארף ווארטן אויף די פאליציי. איך האב זיך גארנישט פארלוירן, איך בין געבליבן פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן.


ווען די פאליציי זענען אנגעקומען איז דארט שוין געווען האברך אברהם ר. נרו יאיר, ער האט געבעטן די פאליציי אויב זיי זענען מסכים מען זאל מיך נישט לייגן אין די פאליציי קאר, נאר איך זאל גיין מיט אים, און צוזאמען מיט מיר וועט קומען א פאליציי. ער האט גערעדט הארציג צו זיי, ער האט זיי געזאגט אז דא רעדט מען פון א רב וואס האט תלמידים; מען זאל אלעס מאכן בדרך כבוד. אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן מסכים געווען איך זאל פארן צום פאליציי סטאנציע מיט האברך אברהם נרו יאיר, מיט א פאליציי וואס געבט אכטונג איך זאל נישט אנטלויפן.


מיר זענען אנגעקומען צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, מען האט מיך אריינגעזעצט אין א קליינע צימער. איך האב געפרעגט דעם פאליציי מאן: "מה פשעי, מה חטאתי?" זאגט ער: "איך ווייס נישט, מען דארף ווארטן אז די פאליציי פון יהודה ושומרון זאלן קומען מיך חוקר זיין".


אינצווישן האב איך זיך גוט מתבודד געווען. איך האב ברוך ה' נישט פארלוירן פאר קיין איין רגע מיין אמונה. איך האב נאך גארנישט געהאט געגעסן פון פאר'ן ארויספארן, איך האב אויך גארנישט געטרינקען. דער פאליס-מאן האט מיר געמאכט א שווארצע קאווע אן מילך, דאס האט מיר געגעבן אביסל כח. איך האב אים געבעטן אויב ער קען בעטן פון איינעם אינדרויסן מיר צו ברענגען א ספר, האט דער פאליציי-מאן מיך געברענגט א תהילים, איך האב געענדיגט דעם יום תהילים פון דאנערשטאג און פרייטאג.


איך בין געפארן מיט דריי באגלייטער. מיין איידעם הרב נתנאל נרו יאיר, החתן יוסי ז. נרו יאיר און יענקי פ. נרו יאיר. זיי זענען נישט מיט געקומען מיט מיר צום פאליציי סטאנציע אין עירפארט, זיי זענען געגאנגען נעמען די פעקלעך, שפעטער האט מען מיר געברענגט דעם ספר תיקוני זוהר. איך האב געלערנט תיקונים און געשפירט אזא ליכטיגקייט. אויך האב איך זוכה געווען צו מחדש זיין אביסל אויף ספר תיקוני זוהר, איך וועל דיר דאס שרייבן אין אן אנדערע געלעגנהייט.


עס האט געהייסן אז איך פאר קיין טברי' געבן א שיעור אין אונזער נייעם בית המדרש היכל הקודש, די שיעור האט געדארפט פארקומען אום ניין אזייגער, די גבאים האבן נישט געוויסט וואס צו זאגן; זאל מען זאגן דעם עולם אהיימגיין אדער נישט, מען האט געהאפט אז עס וועט נישט נעמען לאנג. למעשה, ביז די פאליציי, די חוקרים - זענען אנגעקומען, האט זיך געשלעפט און געשלעפט.


די חקירות האט גענומען אפאר שעה. בחסדי השם האט מען מיך געלאזט גיין עלף אזייגער ביינאכט, מען האט מיר צוריק געגעבן מיין פאספארט.


וואס איז געווען? איינער האט מפרסם געווען אין די נייעס חדשים פריער אז איך האב א שייכות מיט דעם בחור מ. ק. וואס איז נעבעך פארלוירן געווארן שוין כמעט א יאר, ווייל די לעצטע פלאץ וואו מען האט אים געזען איז געווען פאריאר ווען איך בין געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חלק ישיבה צו מקומות הקדושים און צו די הקמת המצבה פון מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה.


איידער די חקירות האבן זיך געענדיגט האבן זיי מיך געפרעגט אויב איך בין מסכים צו מאכן א פאליגראף; א טעסט מיט א מאשין אויב איך זאג אמת. איך האב זיי געזאגט "אוודאי", ווייל וואס איז דא וואס מורא צו האבן, איך זאג דאך נישט קיין ליגנט. זיי האבן אפגעשמועסט איך זאל קומען אין ירושלים פרייטאג אינדערפרי מאכן דעם פאליגראף.


האברך אברהם נרו יאיר האט גלייך אנגעגרייט א גרויסן עורך דין, דער לויער האט געווארט אינדרויסן פון פאליס סטעישן, ער האט מיך אויסגעפרעגט ווי אזוי די חקירות ודרישות זענען געווען וכו'. איך האב אים אלעס דערציילט, אויך פונעם מארגנדיגן טאג, פון די פאליגראף; האט ער געזאגט: "בשום אין אופן", איך זאל נישט גיין, ער האט געזאגט אז מען וויל מיך אריינלייגן אין א פאסטקע רחמנא לצלן. ער האט גערופן דעם חוקר און געשריגן אז ער האט דא געטון נגד זייער חוק.


אינדרויסן האבן מיך אפגעווארט די טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט, די גבאים פון ירושלים. יצחק ש. נרו יאיר, שמעון ע. נרו יאיר און יצחק נרו יאיר. מיר האבן זיך זייער געפריידט זיך צו זען איינער מיטן צווייטן.


זיי האבן אויסגעקוקט אביסל דערשראקן, מיר האבן זיך מחזק געווען, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה): "וְכָל מַה שֶּׁיֵּשׁ לוֹ יוֹתֵר יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת וְכוּ' יֵשׁ לוֹ כְּלִי גָּדוֹל בְּיוֹתֵר לְקַבֵּל אַחַר כָּךְ בְּתוֹכוֹ שֶׁפַע קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", ווי מער מניעות מען האט ווען מען ווערט מקורב צום צדיק - אלץ מער קדושה באקומט מען; אזוי אויך זאגן די הייליגע חכמים (עיין ברכות ה.): "ארץ ישראל אינו נקנית אלא ביסורין"; ווי מער מען גייט אריבער - אלץ מער קדושה איז מען זוכה צו באקומען.


יעצט און אזוי אויך פריערדיגע מאל, ווען איך קום קיין ארץ ישראל איז עס אלץ מיט יסורים. זייט מיר האבן אנגעהויבן אויפשטעלן בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל; אנגעהויבן אין ירושלים, בני ברק, צפת, בראכפעלד און יעצט די נייע שול אין טברי' - איז אלץ דא פאר מיר גרויסע מניעות צו קומען, אבער דער רבי געבט אונז אזויפיל חיזוק, אז מען מאכט פון די מניעות - נעימות.


בשעת די חקירות האב איך זיך מתבודד געווען מיט א פארמאכטע מויל, ביי יעדע פראגע וואס זיי האבן מיך געפרעגט האב איך געשעפשעט מיט פארמאכטע ליפן צום אייבערשטן און געבעטן: "רבונו של עולם, וואס ווילן זיי פון מיר? וואס האב איך דא חוטא געווען אז מען נעמט מיך מיט פאליציי? מען גייט מיך דא איינשפארן..."


איך האב זיך דערמאנט דעם סיפור פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, ווען ער איז געגאנגען צו די חתונה פון זיין זון און מען האט אפגעווארט מיט שטעקענעס אים צו שלאגן. רבי נתן איז אריינגעלאפן אין וואלד זיך באהאלטן פון זיי, נאכדעם האט מען אים געטראפן זינגען אין וואלד דעם באקאנטן ניגון וואס מיר זינגען אויף אשת חיל, האט ער געזינגען: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען..." און רבי נתן האט געזאגט: "אפילו א פשוט'ער בעל עגלה, א פראסטער טרעגער - ווען ער גייט חתונה מאכן זיין קינד - האט ער א שיינע קבלת פנים, איז וואס קומט מיר אזא קבלת פנים?" אזוי האט רבי נתן געפרעגט, און ער האט געענטפערט: "מוז זיין, נאר ווייל איך רעד פון הייליגן רבי'ן, און דער סמ"ך מ"ם קען דאס נישט ליידן". דער לויער האט מיר געזאגט: "דו גייסט נישט מאכן דעם פאליגראף", ער וועט אנגרייטן זונטאג אין זייער בית המשפט איך זאל קענען אהיימפארן בשלום.


איך האב זיך גלייך געמאכט א חשבון, איך מוז שוין פארן קיין יבנאל און מירון, אזוי האבן מיר געטון. איך האב געבעטן יענקי פ. אז איך וויל פארן גלייך קיין יבנאל צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


די גבאים פון ירושלים זענען אהיימגעפארן און מיר האבן זיך ארויסגעלאזט קיין יבנאל. אויפ'ן וועג האבן מיר זיך אפגעשטעלט אין א גאז סטאנציע, אויפ'ן שאסיי נומער זעקס, נעמען געז. איך האב זיך אפגעשטעלט דאווענען תפילת ערבית ביחידות, איך האב געוואלט דאווענען מעריב פאר חצות.


א גאנצע וועג האבן מיר זיך מחזק געווען, א מענטש מאכט זיך א פלאן, אבער דער אייבערשטער מאכט סאך א בעסערע פלאן. איך האב געשפירט אביסל ווייטאג ביים הארץ, איך האב דאס גלייך צאמגעשטעלט מיט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כְּשֶׁיֵּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם, צָרָה לָאָדָם", ווען א מענטש איז אין א צרה, "נִתְקַבְּצִים כָּל הַדָּמִים וְעוֹלִים אֶל הַלֵּב", לויפן אלע בלוט צום הארץ זיך צו באשיצן.


בערך צוויי אזייגער זענען מיר אנגעקומען צום ציון פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך, די תיקון הכללי [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ] און זיך מתבודד געווען. אויפ'ן וועג האב איך געזאגט פאר'ן דרייווער: "ווען איינער איז נאושעס, עס איבלט אים, בעט ער דעם דרייווער 'פאָר שנעלער, ווייל איך גיי כמעט אויסברעכן', אזוי אויך בעט איך דיר, פאר שנעלער ווייל איך גיי שוין אויספלאצן אין א געוויין, איך קען זיך שוין כמעט נישט איינהאלטן", איך האב געשפירט אזוי צעבראכן, אבער ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס ציון האב איך אנגעהויבן אזוי דאנקען דעם אייבערשטן פאר'ן מיך מקרב זיין אין היכל הקודש, פאר'ן מיך מקרב זיין צום רבי'ן; איך האב נישט געקענט אויפהערן זאגן "שכוח אייבערשטער" און "שכוח מוהרא"ש" פאר'ן רחמנות האבן אויף מיר, פאר'ן מיך ווייזן א וועג צו קענען לעבן מיט אמונה, מיט תורה, מיט תפילה וכו' וכו'.


מיר זענען געפארן קיין טברי' צום הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס. איך האב נישט געוואלט אריינגיין איידער איך מאך זיך ריין די שיך, אין יבנאל איז מיר געווארן פארשמירט די שיך, עס איז געווען א גרויסע בלאטע אין יבנאל, אונטן פון די טרעפ וואו מען גייט ארויף צום ציון. מיר האבן זיך אלע אפגערייניגט די שיך, ווייל אז מען גייט צו א ציון פון א צדיק - גייט מען מיט די גרעסטע דרך ארץ.


איך האב געזאגט אכט קאפיטלעך תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן מיינע תפילות, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין מירון.


צום ערשט בין איך צוגעגאנגען צום ציון פון מיין זיידע און באבע אויבן אויפ'ן בארג, העכערן קבר פון רבי יוחנן הסנדלר. עס האט גערעגנט, מיר האבן נישט געהאט קיין שירעם זיך צו באשיצן פון די רעגן. העכער די ציון פון מיין זיידע איז דא א דעכל זיך צו באשיצן פון רעגן, מיר האבן דארט מתפלל געווען.


פון דארט זענען מיר געגאנגען צו די מערה פון רבי שמעון בר יוחאי. איך האב געזאגט תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב אסאך געבעטן דארט צו קענען שרייבן ווייטער דעם פירוש חזית איש, אויך האב איך געלערנט אביסל תיקונים, איך האב לכתחילה געוואלט מסיים זיין אין די מערה תיקוני זוהר.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין ירושלים, מיר זענען אנגעקומען פרייטאג אינדערפרי זעקס אזייגער. איך בין גלייך געגאנגען אין מקוה און געגאנגען אין שול - אין בית המדרש היכל הקודש אויף רחוב רבי נחמן מברסלב. עס זענען שוין געווען אנשי שלומינו וואס זענען געזיצן און געלערנט, יעדער איינער זיינע שיעורים כסדרן.


נאך תפילת שחרית האב איך געגעבן א שיעור, מיר האבן גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק", ווער עס האט ליב דעם צדיק, "צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק, שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויסגיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק; ווען מען פירט זיך אויף שיין מיט דרך ארץ איז דאס די גרעסטע הפצה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין קיא.): "אֶחָד מֵעִיר מְזַכֶּה כָּל הָעִיר", אז מען זעט איינעם זיך פירן מיט דרך ארץ, מיט יראת שמים - ווילן אלע זיין ווי אים. נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" - זאלסט מאכן מענטשן זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן וכו'.


עס איז געווען אזא שמחה צווישן אנשי שלומינו זיך צו טרעפן איינער מיט'ן צווייטן, און דאס פרישקייט וואס איך האב דארט געזען איז עפעס נישט פשוט, אלע מיט אזא שמחה און התחדשות, ממש א מחי'.


פון דארט בין איך צוגעפארן מיט אברהם נחום נרו יאיר צו משפחת בורשטיין שיחיו. איך האב מיט געברענגט פון אמעריקע א מתנה, א שפילצייג פאר די קינדער. פאר זיי האב איך א שטארקע הכרת הטוב, ביי זיי האט זיך אלעס אנגעהויבן. בערך פיר יאר צוריק איז געווען ביי זיי אין שטוב די ערשטע שיעור, אויך האט מרת בורשטיין אנגעהויבן דאס ארויסשיקן יעדן טאג חיזוק יומי, און אויך דאס מתרגם זיין.


איך בין געגאנגען צו די דירה; האברך אברהם האט געזארגט פאר א דירה פאר מיר, איך האב זיך אראפגעלייגט שלאפן, צו זיין אויסגערוט לכבוד שבת.


נאכמיטאג האט שמעון עוזר מיר געברענגט פיינע ווארעמע קוגל. אין מקוה בין איך נישט אנגעקומען צו גיין, איך האב אינזין געהאט אינדערפרי און זיך גע'טובל'ט א באזונדערע טבילה לכבוד שבת.


*ליל שבת פרשת שמות*


אנקומענדיג אין שול איז געווען שומרים צו האלטן סדר, עס זאל נישט זיין קיין גרויסע געדרענג, עס זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו פון אלע שטעט; פון בני ברק, טברי', בית שמש, בראכפעלד, חיפה, יבנאל, צפת וכו'. דער גבאי יצחק האט מיך מכבד געווען צו דאווענען קבלת שבת. אויך איז געקומען פון אמעריקע אפאר געסט, אברהם משה נרו יאיר, און מאטי פון שטעטל, אויך ישראלי.


די סעודה האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען. איך האב געבעטן די גבאים אז איך וויל עסן די סעודות שבת מיט די בחורים וואס גייען הפצה, פאריאר האבן מיר געגעסן מיט בחורים, ווער עס האט נאר געוואלט, אבער איך האב געוואלט געבן עפעס באזונדערס פאר די מפיצים. עס איז געווען זייער שיינע סעודות, איך האף אז איינער פון זיי וועלן אפשרייבן די שיינע שמועסן, די שיינע חיזוק וואס מיר האבן גערעדט ביי די סעודה.


די באטע איז פארגעקומען אין שול, אנדערש ווי פאריאר. איך האב געבעטן די גבאים זאלן וואס ווייניגער אויסגעבן געלט פאר גיין אין א זאל, ענדערש וויל איך זיין אין שול; דער ירושלימ'ער שול האט דאך אלע טעמים, מלא חן, מען שפירט דארט דעם אויר הזך והנח.


מען האט געזינגען זמירות שבת און גערעדט בערך א שעה. איך קען זיך יעצט נישט דערמאנען וואס מיר האבן גערעדט. איך בין יעצט אנגעקומען און איך דארף שוין לויפן אין ישיבה צו די בחורים, איך האף צום אייבערשטן איינער וועט אפשרייבן אלע שיעורים פון שבת קודש און דאס אפדרוקן, ווייל די דרשות פון שבת אין ירושלים איז געווען וואונדערליכע דיבורים.


*שבת אינדערפרי*


שבת אינדערפרי, זיבן אזייגער, איז געקומען משה שמואל און משה ראזענבערג מיך באגלייטן צו די מקוה. איך האב זיך געגרייט צום דאווענען מיט לערנען משניות און גמרא. פאר'ן דאווענען האב איך געגעבן א שיעור אין לשון הקודש, ווייל עס זענען געקומען א גאנצע גרופע בחורים מיטהאלטן דעם שבת - וואס פארשטייען נאכנישט קיין אידיש. זיי האבן אזוי שטארק געבענקט צו קענען עפעס מיטהאלטן, זיי האבן מיך געבעטן נאך די באטע אויב איך קען רעדן ביי ספורי מעשיות אביסל אין לשון הקודש, איך האב נישט געוואלט מישן די שיעור - אידיש מיט לשון הקודש, האב איך זיי געזאגט אז איך וועל זיי געבן א שיעור פאר'ן דאווענען.


איך געדענק נישט פינקטליך וואס מיר האבן גערעדט, אבער אלע דיבורים אונזערע זענען פון זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, און וויסן אז דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן ארויסגיין - יעדער איינער - פון זיין פלאנטער.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער רבי פרעגט (ספורי מעשיות, סוף מעשה מבערגיר ועני) וואס איז די סימן פאר אידישע קינדער? דער וואס וועט זאגן (בראשית נ, כה): "פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם", ער איז דער גואל אמיתי; אויב אלע ווייסן אז דאס איז וואס מען דארף זאגן - קען דאך יעדער איינער קומען און דאס זאגן, איז דאך דאס נישט קיין סימן... אזוי פרעגט דער הייליגער רבי.


מיר האבן גערעדט, מען קען זאגן אז די קשיא אליינס - דאס איז דער ענטפער. דא זעט מען אז יעדער איינער קען מחזק זיין נשמות ישראל, מען דארף נישט מער פון זאגן די פאר ווערטער: "'פָּקֹד יִפְקֹד אֱלֹקִים אֶתְכֶם', דער אייבערשטער וועט ענק נאך העלפן, זייט אייך נישט מייאש, פארלירט אייך נישט, געבט נישט אויף, עס וועט נאך זיין גוט"; דאך זאגט דאס קיינער נישט, און ווער עס זאגט דאס - דער איז דער גואל אמיתי.


דער הייליגער רבי - ער שרייט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח; שיחות הר"ן, סימן קנג): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל! גִּיוַואלְד, זַייט אַייךְ נִישְׁט מְיַיאֵשׁ, קֵיין יֵאוּשׁ אִיז גָארְנִישְׁט פַארְהַאנֶען"; דער רבי בלאזט א ווינט פון האפענונג אויף אונז, אלע קענען דאס זאגן אבער קיינער זאגט דאס נישט.


אזוי איז געווען אין מצרים, אידן זענען געווען אזוי דערביטערט, אידן זענען געווען אזוי פארלוירן, פלוצלונג קומט דער צדיק משה רבינו און שרייט: "פָּקוֹד יִפְקוֹד", דער אייבערשטער וועט אונז נישט פארלאזן, "וַיַּאֲמֵן הָעָם" (שמות ד, לא), און אידישע קינדער האבן געגלייבט. זיי האבן געזען אז דאס איז דער גואל אמיתי, און אזוי איז היינט. אידישע קינדער זענען אזוי צעקלאפט, יעדער איינער מיט זיין אייגענע מצרים, פלוצלונג הערט מען שופר של משיח, דאס איז דער געשריי פון רבי'ן וואס שרייט: "גיוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, גיי צום אייבערשטן, רעד צום באשעפער, שמועס מיט אים אויף דיין אייגענע שפראך, רעד צו אים אזוי ווי מען שמועסט מיט א גוטער פריינט, זיי זיך מתוודה פאר אים, זאג 'רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, וואס זאל איך טון? איך האלט אין איין אראפפאלן נאכאמאל און נאכאמאל'".


צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען אבא חייא, דער גבאי פון בני ברק, שחרית האב איך געדאווענט. די עליות האט דער גבאי יצחק שמואל מכבד געווען די גבאים פון אלע שולן אין ארץ ישראל, איך האב עולה געווען און געבענטשט גומל. מוסף האט געדאווענט משה שמואל, דער מגיד שיעור אין אונזער ישיבה אין ירושלים.


נאכן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט קידוש צו מאכן, מיר האבן פארגעלערנט ספורי מעשיות פון הייליגן רבי'ן, מעשה ג' (מחיגר). מיר האבן בעיקר גערעדט פון דעם חיגר וואס האט זיך גע'עקשנ'ט יא ווייטער צו פארן, ביז ער איז פארבלאנזשעט געווארן און די רויבערס האבן אים בא'גנב'עט. מיר האבן גערעדט פון זיך נישט עקשנ'ען אין לעבן, בפרט אין שטוב, ווייל ווי מער מען איז מוותר - אלץ מער איז מען זוכה אז די שכינה זאל רוען ביי אים. ווען מען וויל עפעס זייער שטארק און עס גייט נישט ווי מען וויל און מען איז ווייטער פרייליך און צופרידן, מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן - רוט די שכינה ביי אים, אזוי ווי עס שטייט (ישעי' נז, טו): "אֶשְׁכּוֹן וְאֶת דַּכָּא", דער אייבערשטער רוט ביי אים (סוטה ה.), דאס איז בעיקר אינעם חתונה געהאטע לעבן; כל זמן מען איז א פלג גוף איז נישט שייך צו זיין בטל צום אייבערשטן, ווייל מען לעבט ווי אזוי מען וויל, אלעס טוט מען ווי אזוי עס איז גוט פאר זיך, אבער ווען מען האט חתונה, מען האט א ווייב וואס וויל אנדערש, יעדע זאך דארף מען גיין קעגן די אייגענע ווילן, מען איז זיך מבטל צו טון רצון הבורא - דעמאלט איז דא השראת השכינה.


אויך האבן מיר גערעדט פון זיך אכטונג געבן פון די וואס רעדן צו אברכים קעגן די תורה, פון חומרות ופרישות, און נאכדעם פאלט מען אראפ אין ביטערע עבירות רחמנא לצלן. א אינגערמאן קומט צו מיר וויינען, ער האט חתונה געהאט און מען האט אים פארפירט אין פרישות, איז ער זיך געגאנגען קויפן א טעלעפאן צו קוקן עבירות, ער וויינט צו מיר: "ראטעווע מיך, נעם מיך ארויס פון מיין בלאטע"; אלעס נעבעך פון חומרות ופרישות.


איך האב דערציילט, איינער שרייבט מיר פאריגע וואך, ער איז אין א כתה וואס מען זאגט אים זיך אפשיידן לגמרי, ער זאל נישט אהיימקומען ביינאכט, ער זאל שרייען אין פעלד. ער שרייבט מיר אז זיין ווייב וויל א גט; זי וויל א מאן, זי וויל א חתונה געהאטע לעבן, ער פרעגט וואס ער זאל טון, ווייל די חברים פון די כתה זאגן ער זאל זיין שטארק ביז זי וועט זיך ברעכן. איך האב אים געשריבן ער זאל אנטלויפן פון חומרות ופרישות, ער זאל פאלגן דעם רבי'ן, זיך פירן על פי תורה, על פי שלחן ערוך.


סעודת שבת אינדערפרי האבן מיר געגעסן אין די דירה וואו מיר זענען איינגעשטאנען מיט די בחורים מפיצים, דער אינגערמאן אברהם נרו יאיר האט צוגעשטעלט פון בעסטן און שענסטן.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט ביי די סעודה, הרב החסיד רבי שמעון שפירא זאל זיין געזונט און שטארק איז געקומען מיר זאגן שלום עליכם. איך האב זיך אביסל געשעמט, א איד אין אזא עלטער זאל זיך מטריח זיין, זיך ארויפשלעפן צו מיר אינגערמאן... ער האט נאכגעזאגט שיינע חיזוק פון רבי אפרימ'ל זכרונו לברכה (ספר עונג שבת), עס שטייט (שמות ב, יב): "וַיַּךְ אֶת הַמִּצְרִי וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", ווי אזוי קען מען זיך שלאגן מיט מצרי, מיט'ן מצר ים? דורך "וַיִּטְמְנֵהוּ בַּחוֹל", חול איז ראשי תיבות ח'זק ו'יאמץ ל'בך, נאר דורך התחזקות, זיך שטארקן נאכאמאל און נאכאמאל - קען מען זיך שלאגן מיט'ן מצרי.


אויך האט ער מיר געגעבן אביסל מוסר מיט ליבשאפט, פארוואס מען דאווענט ביי אונז אין שול נאך זמן קריאת שמע; ווייל ביים רבי'ן איז געווען הלכה, זיך נישט אוועקרירן פון שלחן ערוך. ער האט מיר אנגעווינטשן איך זאל ווייטער מחזק זיין אידישע קינדער. ער האט א שטאקע געפיל פאר היכל הקודש, זיין איידעם משה שמואל און זיין טאכטער, ביידע פירן זיך אויף מיט גרויס דרך ארץ און יראת שמים, זיין טאכטער איז א לערערין ביי אונזער שולע בית פיגא אין ירושלים.


די צוויי אינגעלייט וואס האבן מיך באגלייט שבת אינדערפרי זענען געקומען מיך נעמען צו מנחה און שלש סעודות. דער דיין פון יבנאל, הרב הגאון רבי משה קורץ שליט"א איז געקומען אויף שבת, ער האט באקומען אן עלי' ביי מנחה.


שלש סעודות האבן מיר גערעדט דיבורים חמים, גחלי אש, פון סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מיר האבן געלערנט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן יא): "תֶּבֶן אַתָּה מַכְנִיס לַעֲפָרַיִם", ווי קען זיין מען זאל ברענגען מענטשן וואס זענען אראפגעפאלן לעפר - צו תבנית התורה? יוחני און ממרא האבן געפרעגט משה רבינו, דו ווילסט נעמען עם ישראל וואס זענען בשפל המדריגה, וואס זענען אין די מ"ט שערי טומאה - צו הר סיני, צו קבלת התורה, צו פסקו זוהמתן?! קען דען זיין אזא זאך, א איד וואס האט פוגם געווען באות ברית קודש, בהוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - זאל נאך קענען תשובה טון? זאל נאך קענען זיין א צדיק?


האט משה רבינו געענטפערט: "אָמְרֵי אֱנָשֵׁי", יא, מען קען זוכה זיין צו די העכסטע דרגא, צו יחודא עילאה און יחודא תתאה דורך "אֲמִירוֹת שֶׁל אִישׁ הַיִּשְׂרְאֵלִי", אז מען זאגט תורה, מען זאגט משניות און גמרא - קען מען אנקומען "לְמָתָא יַרְקָא, יַרְקָא שְׁקֻל", צו די העכסטע מדריגות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כב.): "פְּתַח פִּיךָ", עפן דיין מויל, דאס מיינט הויב אן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, "וְיָאִירוּ דְּבָרֶיךָ", עס וועט דיר ליכטיגע ווערן.


גלייך נאך מעריב האט מיך פלוצלונג אנגעכאפט א שטיקל זארג, 'וואס גייט זיין? וועל איך קענען אהיימפארן?' ווייל די חוקרים, די פאליציי - האבן מיר געזאגט אז אויב איך וועל זיך שטעלן פאר'ן פאליגראף איז גוט, און אז נישט - וועט מען מיך נאכאמאל נעמען פאר חקירות איידער איך פאר אהיים. א גאנץ שבת האב איך נישט געטראכט פון די גאנצע פרשה, אבער פלוצלונג מוצאי שבת האב איך זיך געזארגט.


נאך הבדלה בין איך אהיימגעפארן מיט'ן גבאי שמעון עוזר, אנקומענדיג אהיים ווארט מיך אפ האברך אברהם און זאגט מיר איך זאל זיין גרייט, זיבן אזייגער קומט אראפ צו מיר א גרויסער עורך דין.


איך בין געזיצן מיט'ן עורך דין בערך א שעה צייט, ער האט מיר געגעבן זיין קארטל און געזאגט אז אויב מען שטעלט מיך אפ - זאל איך נישט רעדן, נאר ווייזן די קארטל, אז ער איז מיין פארטיידיגער. איך האב געזאגט: "רבונו של עולם, אין אמעריקע האב איך א קארטל פון א לויער, און אויך דא דארף איך א קארטל פון א לויער; רבונו של עולם, וואס טו איך? וואס וויל מען פון מיר? אז איך בין מחזק בחורים בין איך שוין א פארברעכער?"


אויך האב איך אויפגענומען תלמידים, ביז ניין אזייגער. יצחק איז געקומען מיך טראגן צו סעודת מלוה מלכה אין א זאל אין ירושלים. עס איז געווען שיין צוגעגרייט, די גבאים דארט מאכן א גוטע ארבעט, זיי זענען מסודר, מען זעט עס איז דא אחדות צווישן זיי, נאר אזוי זענען זיי מצליח.


מיר האבן געזינגען זמירות און געטאנצן. אינמיטן די דרשה זענען ארויפגעקומען קינדער מאכן זייערע סיומים, אין אנהויב האט אויסגעזען ווי עס וועט זיין אפאר קינדער, ביז עס האבן אנגעהויבן קומען בחורים, חתנים, אברכים און אפילו עלטערע, עס איז געווען א פארגענוגן צו זען ווי יעדער בארומט זיך מיט זיינע אוצרות.


ווען די סיומים האבן זיך געענדיגט איז מען ארויס אין א לעבעדיגע טאנץ, "אשריכם תלמידי חכמים", מיר האבן געדאנקט דעם אייבערשטן אז מיר האבן א רבי וואס האט אזוי רחמנות אויף אונז, און האט זיך מוסר נפש געווען זיין לעבן אז נאך אפאר הונדערט יאר לעבן מיר נאר בזכות זיינע תורות, זיינע עצות און שכל. אינמיטן טאנצן האב איך זיך גוט צואוויינט, איך האב געבעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען אהיימפארן, עס זאל נישט זיין קיין שום פראבלעמען"; ברוך השם איך בין אינדערהיים, איך לויף שוין אין ישיבה לערנען מיט די בחורים, איך דארף שוין מקצר זיין.


זונטאג אינדערפרי זענען די צוויי אינגעלייט געקומען מיך באגלייטן צו די מקוה זיבן אזייגער. אכט אזייגער האט מען געדאווענט שחרית, עס איז פארגעקומען א ברית, האברך אברהם נרו יאיר האט זוכה געווען להכניס בבריתו של אברהם אבינו זיין קינד. ווען זיין קינד איז אים געבוירן געווארן זונטאג נאכמיטאג, אפאר מינוט פאר די שקיעה, האט ער מיר געזאגט אז ער זעט דאס ווי א מתנה פונעם אייבערשטן אז איך וועל זיין ביים ברית, ער האט שוין געוויסט אז איך קום, ער העלפט מיר מיט די נסיעה. ער האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב זיך גוט מתבודד געווען אונטערן טלית בשעת'ן ברית. אויך האט ער מיך מכבד געווען מיט די ברכות, ויקרא שמו בישראל "יואל".


ביי די סעודת ברית האט אברהם גערעדט, ער האט דערציילט זיין סיפור התקרבות, אלע האבן געהאט טרערן אין די אויגן פון גרויס התרגשות; ווי דער רבי כאפט אן א מענטש וואו ער זאל נאר זיין און ברענגט אים צו די שענסטע פלעצער. איך האב אויך גערעדט, קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן ברית בין איך געגאנגען צו אונזער תלמוד תורה. ווען איך בין אנגעקומען האב איך זיך אונטערגעהערט פון הינטערן טיר ווי די טייערע מלמדים לערנען מיט די קינדער, איך האב גערעדט צו די קינדער, דאס איז די אכטע שיעור וואס איך האב געגעבן די פאר טעג אין ארץ ישראל. איינער פון די קינדער, שלמה לעווינזאהן, האט געמאכט א סיום אויף ששה סדרי משנה.


פון דארט בין איך געגאנגען צו די שולע בית פיגא, וואס געפונט זיך אין שטוב ביי שמעון עוזר. דארט איז מיר ארויפגעקומען אלטע זכרונות פון ווען מיר האבן געעפנט א בית פיגא אין אמעריקע, ממש אזוי מיט אפאר קינדער, מיר האבן דארט צוויי כיתות, צוויי טייערע לערערינס, איינע איז שמעון עוזר'ס א טאכטער, און נאך איינע, הרב ר' שמעון שפירא'ס טאכטער; זיי לערנען מיט די קינדער מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט, זיי לייגן אריין די ריינע אמונה מיט יראת שמים, צניעות, ובעיקר פארלייגט מען זיך ביי אונז אויפצובויען די קינדער.


ווי איר ווייסט דאך וואס טוט זיך היינט, מען שטאפט אן קינדער מיט מעדעצין, מיט ריטעלין וכדומה; אנדערש איז ביי אונז, נישטא קיין איין קינד ביי אונז וואס מיר - די מוסד - זאל ארויפלייגן אויף מעדעצין. אונזערע מלמדים און לערערינס ארבעטן זייער שווער מיט יעדן קינד מיט אייזערנע סבלנות - זיי צו מדריך זיין, זיי מחנך זיין מיט די תורה.


פון שולע בין איך צוריק צו די אכסניא, איך האב אוועקגעגעבן צייט צו רעדן מיט אנשי שלומינו.


נאכמיטאג איז געווען אין די דירה א שיעור כללי פאר די מלמדים און מחנכים בארץ הקודש, אויך דער מלמד פון טברי', ר' יוסף נרו יאיר - איז דארט געווען. מיר האבן גערעדט וויכטיגע פונקטן וואס מיר ווילן פון אונזערע מלמדים און לערערינס; קענסט הערן די שיעור אויפ'ן טעלעפאן ליין.


נאכן שיעור האב איך עוסק געווען אין שידוכים.


נאכדעם בין איך געגאנגען דאווענען מנחה, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא און מיט דעם זיך געזעגנט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לא.): "אַל יִפָּטֵר אָדָם מֵחֲבֵרוֹ אֶלָּא מִתּוֹךְ דְּבַר הֲלָכָה".


איך האב זיך געזעגנט פון יעדן איינעם און ארויסגעפארן צום לופטפעלד. אויפ'ן וועג איז אריינגעקומען די גוטע נייעס אז די שול אין בני ברק איז צוריק אפן. וואס איז געווען? פאר צוויי וואכן צוריק זענען זיי אריין אין א נייע שול, אבער גלייך נאכדעם האט מען דאס געדארפט פארמאכן, ווייל איינער פון די שכנים האבן געבעטן פון בית דין אן עיקול אויפ'ן שול, די גבאים האבן געפאלגט בית דין און פארמאכט דעם שול, אבער זיי האבן זייער מתפלל געווען אז מען זאל דאס קענען עפענען צוריק, זיי האבן געוואלט איך זאל נאך קענען באזוכן אין שול. דער גבאי אבא חייא איז אריבער צום בית דין און געבעטן, אפשר זאל מען קענען כאטשיג אריינגיין צו לערנען וכדומה, בית דין האט געשריבן אז מען קען ביז דערווייל נוצן די שול, אבער נישט פאר דאווענען. דאס איז פאר זיי געווען אן אויסטערלישע שמחה, איך האב מחליט געווען אז איך פאר צו זיי, עס איז די זעלבע וועג ווען מען פארט פון ירושלים צום לופטפעלד.


דארט איז געווען די צוועלפטע שיעור, קענסט דאס הערן אויפ'ן טעלעפאן.


האברך אברהם האט געארבעט זייער שווער אז איך זאל קענען אהיימפארן אן קיין פראבלעמען. חסדי השם איך בין אין שטוב געזונטערהייט, איך גיין שוין דאווענען, איך גיי בענטשן גומל, "הגומל לחייבים טובות שגמלנו כל טוב".


איך האב דיר נאר געשריבן ראשי פרקים, מען קען נישט שרייבן די געפילן, דאס וואס מען שפירט ווען מען טרעפט זיך מיט אנשי שלומינו.


ברודער, באניי זיך מיט'ן סדר דרך הלימוד; הויב אן לערנען אביסל חומש מיט תרגום, משניות, גמרא, הלכה, מדרש וספרי רבינו.


אויך באניי זיך מיט התבודדות, ובעיקר מיט "זה מעשה שלי, וזה מעשה שלו, ולמה לדבר מאחרים".


 


איין זאך האב איך פארגעסן דיר צו שרייבן. היינט נאכט איז דא אין שטעטל פאר די פרויען די וועכנטליכע צאמקום, זע צו בלייבן אין שטוב העלפן מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין שעפן פרישע לופט, פרישע חיזוק; זי דארף דאך אזויפיל חיזוק צו קענען אנגיין מיט די שטוב ארבעט.


איך גיי יעצט אין ישיבה אנגרייטן א שיעור פאר די צאמקום.


...

#35 - אמונה היילט אויס פון די אלע שווערע פיין וואס פייניגט דעם נפש
פחדים, שמחה, אמונה, סדר דרך הלימוד, סיפורי צדיקים, חומש רש"י, מעביר סדרה, דף גמרא, גן עדן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די עצה פאר פחדים, ענקזייעטי וכו' - איז אמונה, נאר אמונה היילט אויס פון די אלע שווערע פיין וואס פיינייגט דעם נפש.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה", דער עיקר אין לעבן איז אמונה, גלייבן אין אייבערשטן, גלייבן אז ער איז אלעס, ער טוט אלעס, "וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", מען דארף זיך זייער שטארקן אין אמונה, גלייבן אז אלעס איז נאר דער אייבערשטער. "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים", ווייל עס זענען דא וואס ליידן, "שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", זיי האבן זייער שטארקע פיין, "וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", די פיין קומט נאר פון חסרון אמונה. דא רעדט דער רבי פון אלע סארט גייסטישע פראבלעמען, אלעס נעמט זיך פון נישט זיין שטארק אין אמונה, "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל אז מען פאלט פון די אמונה, "בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת", קומט אן די שטארקע פיין, "שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת", און קיין שום זאך קען נישט היילן די פיין און צער; נישט קיין מעדעצין, "וְלֹא תְּפִלָּה", נישט קיין תפילות, "וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", און נישט זכות אבות, נאר איין רפואה איז דא - אמונה.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקֵייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


לערן אביסל חומש. טייל איין די פרשה לויט די טעג פון די וואך; זונטאג זאלסטו לערנען חומש, תרגום מיט רש"י - ביז שני, מאנטאג זאלסטו לערנען ביז שלישי און אזוי ווייטער. אויך זאלסטו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, א בלאט גמרא איז לעבן. ווען מען לערנט גמרא שפירט מען טעם גן עדן; אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, אפילו נאר זאגן די ווערטער - איז טעם גן עדן.


מוהרא"ש דערציילט אז דער הייליגער צדיק דער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל געלערנט גמרא, און אינמיטן לערנען האט ער איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער זעט די הייליגע תנאים, געבט ער זיי א פרעג: "זאגט מיר, וואו איז דער גן עדן? איך וויל גיין צום גן עדן", ענטפערט אים א תנא: "דער גן עדן איז דא"; ווייל ווען מען לערנט תורה, מען לערנט די הייליגע גמרא - איז דאס די גרעסטע גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#34 - לערן יעדן טאג א בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער בגירסא
התחזקות, תשובה, סדר דרך הלימוד, נסיונות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לערן יעדן טאג די בלאט גמרא; דאס זאל זיין ביי דיר חק ולא יעבור. אפילו נאר זאגן די ווערטער בגירסא, און אפילו אן רש"י און אן תוספות, נאר זאגן די ווערטער - דאס נעמט אוועק אלע שרעק וואס לויפט נאך דעם מענטש, און עס רייניגט די נשמה פון אלע עבירות.


שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, בזה העולם איז א מענטש אין א גרויסע סכנה, מען פרובירט אויס יעדן איינעם מיט שווערע ביטערע נסיונות; מיין נישט אז נאר דיר גייט שווער, יעדן איינעם פרובירט מען אויס, וואויל איז דעם וואס שטארקט זיך, ער גייט נישט אוועק פונעם אייבערשטן.


איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#33 - דו גיי דיין וועג, עס פעלט נישט אויס צו טענה'ן מיט אנדערע
כיבוד אב ואם, הפצה, וויכוחים, סדר דרך הלימוד, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו לערנסט דיינע שיעורים בכל חלקי התורה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). זיי שטארק, קוק נישט אויף קיינעם, הער נישט קיינעם אויס, דו לערן - וועסטו זייער מצליח זיין.


בנוגע וואס עס שטערט דיר אז דיין טאטע לאכט פון דיר און ער מאכט חוזק פון די זאכן; ערשטנס פארוואס צינדסטו אן אין שטוב שיעורים און ניגונים פון מיר - ווען דו ווייסט אז אלע וועלן לאכן? ענדערש זאלסטו אויסהערן פאר זיך אליינס און נעמען חיזוק, אזוי וועט מען דיר נישט טשעפען און נישט חוזק מאכן.


אזוי אויך זאלסטו זיך נישט רייצן מיט קיינעם. קיינער דארף נישט וויסן אויב דו פארשטייסט וואס דו לערנסט - אדער נישט; דו לערן דיינע שיעורים כסדרן, משניות און גמרא. אז איינער וועט דיך פרעגן "פארשטייסט?" געב א קוק אויף אים מיט א שמייכל, און געב א שאקל מיט די קאפ האלבוועגס אויף יא האלבוועגס אויף ניין, יענער זאל נישט וויסן וואס גייט פאר - און שלום על ישראל. עס פעלט נישט אויס טענה'ן מיט אנדערע; דו גיי דיין וועג, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן א וועג ווי צו לערנען און ווי צו זיין נאנט צום אייבערשטן - וועסטו נישט האבן קיין חלישות הדעת פון קיינעם.


אז דו וועסט לערנען און דאווענען אויף דיין וועג, וועסטו זען אז ביים סוף וועלן אלע זאגן אויף דיר: "דאס איז אן עכטע ברסלב'ער חסיד"; דיינע עלטערן וועלן הנאה האבן פון דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - צוויי זאכן דארף מען טון צו בלייבן מקושר צום רבי'ן
אמונה, הפצה, מוסדות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, ראש ישיבה, פירושים, ארץ ישראל, מלכות הרשעה, פאליטיק, בחירות

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע תלמידים און חברים וואס וואוינען אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, חסידי ברסלב, ה' עליהם יחיו


יעצט ביים שרייבן דעם בריוו זיץ איך אין שטוב מיט אינטערווינעס, איך היס זייער שטארק שוין איבער צוויי וואכן. דער דאקטער זאגט ער זעט גארנישט, אבער איך שטיק זיך ממש, איך פארליר מיין אטעם.


דער אייבערשטער האט צוגעפירט אז איך האב די וואך געהאט א חתונה פון א תלמיד הישיבה, וואס זיין טאטע איז אן הצלה מאן. ער האט משמש געווען מוהרא"ש פונעם הארץ אטאקע ביזן הסתלקות, די לעצטע פינף יאר. ער האט געהערט ווי איך היס, האט ער מיר געזאגט אז ער וועט מיר ברענגען א מעדעצין וואס וועט מיר היילן און געבן כח.


איך האב געבעטן דעם הצלה מאן ער זאל מיך שטעכן אין די לינקע האנט, אזוי וועל איך ענק קענען שרייבן אפאר ווערטער לכבוד שבת קודש; איך דארף זיצן פאר אפאר שעה, ווי לאנג די מעדעצין גייט אריין.


די וואך האבן מיר אין די פרשה שטארקע חיזוק, מען זעט אז אלעס איז דער אייבערשטער; קינדער קומט פונעם אייבערשטן, אפילו מען קען נישט האבן בדרך הטבע קיין קינדער - דאך קען דער אייבערשטער אלעס מאכן. מען קען געווינען א מלחמה מיט די שטערקסטע קעניגן; אברהם אבינו, איינער אליינס - האט זיי מנצח געווען מיט אמונה, דאס לערנט אונז מיר זאלן לעבן מיט אמונה, וועט מען אלעס מנצח זיין.


יעצט איז ביי ענק צעטומלט מיט די בחירות, וויל איך ענק בעטן, מאכט אייך נישט נאריש, לויפט נישט נאך די פארטייען, הערט נישט קיין נייעס, עס וועט אייך גארנישט בעסער מאכן אויב דער געווינט און אויב יענער געווינט, די אלע וואס שרייען "מען מוז שטומען פאר דעם, ווייל דער זאגט צו אז ער גייט מאכן גוט וכו' וכו'", דאס איז אלעס שקר וכזב, אלעס איז נאר געלט און כבוד, מיר האבן נישט קיין שייכות מיט די ערב רב, מיר דארפן גיין פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, די זיסע געשמאקע עצות וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט.


איך בעט באזונדער אלע בחורים, קומט נישט קיין אמעריקע, בלייבט ענדערש אין ארץ ישראל - דארט מפיץ זיין די גליונות, ספרים און קונטרסים.


אויך האבן מיר געעפנט א ישיבה קטנה אין ירושלים מיט א גוטע מגיד שיעור, ער האט זייער אסאך מקבל געווען פון מיר, ער האט גאר אסאך וואס צו געבן פאר די בחורים.


אויך די אינגעלייט וואס ווילן בלייבן אין היכל הקודש זאלן וויסן אז עס איז דא צוויי גוטע זאכן וואס אויב מען טוט דאס - בלייבט מען מקושר צום רבי'ן. איינס איז דער סדר דרך הלימוד, יעדער איינער לפי בחינתו דארף לערנען יעדן איינציגסטן טאג חומש מיט'ן תרגום, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער. אויך משניות; פון איין פרק - ביז וויפיל מען קען, יעדער לפי בחינתו. און זיכער דעם בלאט גמרא, דאס האלט דעם מענטש געבינדן צום רבי'ן.


די צווייטע זאך איז: זיין א מפיץ; עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר אנדערע, יעדער לפי כוחו ולפי בחינתו, נאר אזוי קען מען בלייבן ביים רבי'ן, אז מען איז א געבער, א משפיע. מוהרא"ש זאגט, עס איז דא אן הלכה אין הלכות מליחה, אויב מען זאלצט אסאך פלייש אינאיינעם - איז אלעס כשר, אבער אויב ליגן שטיקלעך פלייש וואס זענען שוין געווען פון פריער געזאלצן - אינאיינעם מיט פלייש וואס מען זאלצט יעצט - גייט אריין די בלוט פון די שטיקלעך אין די געזאלצענע שטיקלעך, ווייל זאלץ טוט צוויי פעולות, סיי עס שלעפט ארויס די בלוט, און סיי עס לייגט אריין די בלוט, מה שאין כן אויב אלע שטיקלעך זענען געזאלצן, וויבאלד אלע שטיקלעך ארבעטן אויף ארויסצוגעבן די אייגענע בלוט, נעמט עס נישט אריין קיין פרעמדע בלוט; די זעלבע זאך איז, ווי לאנג א מענטש איז טרוד למפלט, ער איז משפיע, ער שפייט אויס, ער איז משפיע דעם רבינ'ס עצות - לא בלע, נעמט ער נישט אריין אין זיך אנדערע נארישקייטן.


ביי אונז אין אמעריקע מאכט מען אויך משוגע מיט די וואלן, יעדער שרייט מען זאל שטומען פאר דעם אדער פאר יענעם, און מען פארגעסט פונעם אייבערשטן. מיר האבן איין עצה פאר גזירת החינוך: "תפילה און נאכאמאל תפילה", איין עצה צו קענען לעבן, נאר אז מען האלט זיך ביים רבי'ן; מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, וואס האלט אין איין דערמאנען אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט; גיי צו אים, רעד צו אים, ווענד זיך צו אים.


יעדע פאר יאר קומט מען מיט נייע מעשיות, 'די וועלט איז אין א סכנה, מען מוז שטומען פאר דעם, פאר יענעם', ווען מען קוקט צוריק איז אלעס נאריש; דער אייבערשטער פירט די וועלט, און וואויל איז דעם וואס נוצט אויס זיינע טעג און יארן מיט תורה ותפילה, ער לערנט זיינע שיעורים און דאווענט די דריי תפילות צום אייבערשטן, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג, ער איז מכבד די ווייב און רעדט שיין צו יעדן איינעם; דאס איז נצחיות, דאס בלייבט.


ביז דערווייל זיץ איך דא, איך ווארט די מעדעצין זאל זיך ענדיגן, איך זאל קענען גיין געבן די שיעור פאר די אינגעלייט.


איך קען נישט יעצט קומען קיין ארץ ישראל, איך שפיר זיך ברוך ה' גוט, אבער נישט אויף צו פארן.


היינט האב איך געדארפט גיין אין שטעטל, אין תלמוד תורה און מיידל שולע; איך בין געבליבן אין ישיבה מיט די בחורים.


א גוט שבת.

#31 - דארפסט נישט קיין ישיבה, בלייב אין בית המדרש מיט א הויפן ספרים
שידוכים, סדר דרך הלימוד, משמש דעם רבי'ן, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע ליבער הארציגער ... נרו יאיר, ירושלים


איך הער אויף דיר זייער גוטע גריסן, אז דו לערנסט מיט א שטארקע התמדה און דו געבסט זיך איבער פאר אונזער בית המדרש מיט דיין גאנצע הארץ; דו האסט געבויט די סוכה און צענומען די סוכה, אויך זארגסטו פאר יעדע זאך - מדבר קטן עד דבר גדול. אויך העלפסטו מיט יעדע זאך וואס מען דארף אין חדר, און אזוי ווייטער.


וויסן זאלסטו, וואס מען טוט פארן רבי'ן - איז א נצחיות, און דאס ברענגט נאר גוטס פאר'ן מענטש.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. זארג נישט, נאך אביסל ווערסטו א חתן. דארפסט נישט גיין זוכן א ישיבה, בלייב זיצן אין בית המדרש מיט א הויפן ספרים; א חומש, נ"ך, משניות, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש, תיקונים, לקוטי מוהר"ן און אשר בנחל; די פופצן שיעורים, אביסל פון יעדע ספר, און אויך זאלסטו זיך גיין מתבודד זיין - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


הלואי זאלסטו מיר שרייבן וואס דו לערנסט, וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#30 - מיר גייען נישט צו די בחירות און מיר האבן נישט מיט קיין שום פארטיי
שמחה, צדקה, רפואה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, חסד, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פרויען צאמקום, געלט, מלכות הרשעה, דף גמרא, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט שפיר איך זיך שוין אסאך בעסער. אינטערעסאנט איז, נעכטן נאכט איז געווען ביי מיר אין שטוב דער גבאי פונעם בית התבשיל, איך האב געדארפט שיקן עפעס צום שטעטל איז ער געקומען צו מיר. איך האב קוים געקענט רעדן מיט אים פון אזויפיל היסן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", איך האב אים געפרעגט: "אויב וואלסטו יעצט באקומען א ידיעה אז דו האסט געווינען אסאך געלט, וואלסטו געטאנצן ביי דיר אין שטוב? דארפן מיר דאך א גאנצן צייט טאנצן אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס איז ווערד מער פון כל הון דעלמא.


מיין ווייב תחי' האט מיר געזאגט: "אפשר זאלסטו געבן צדקה פאר'ן בית התבשיל לזכות דו זאלסט זיין געזונט?" איך האב אים געגעבן צדקה, און ברוך ה' היינט שפיר איך זיך שוין אסאך בעסער.


דיר בעט איך זייער, זיי קלוג, כאפ זיך מיט מיט'ן בלאט גמרא. היינט איז די דף, דף ז' פון מסכת נדרים. היינט ז' חשון איז די יארצייט פון רבי מאיר שפירא זכרונו לברכה וואס האט אריינגעברענגט דער געדאנק אין כלל ישראל, צו לערנען יעדן טאג אינאיינעם דעם זעלבן בלאט גמרא. מוהרא"ש דערציילט, ער האט דאס באקומען א מתנה פון רבי'ן, ווייל ער פלעגט זייער מקרב זיין אנשי שלומינו ברסלב'ער חסידים. עס איז געווען אין די יארן וואס מען האט נישט געקענט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, האט ער אוועקגעגעבן זיין בנין הישיבה פאר אנשי שלומינו, דארט איז געווען דער קיבוץ. אויך פלעגט ער הערן פון אנשי שלומינו פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד, פון לערנען כסדרן אן חזרה, און ווען מען ענדיגט גאנץ ש"ס - דעמאלט הויבט זיך אן די חזרה, גייט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל ש"ס.


בנוגע די בחירות; איך זאג דיר קלאר וואס מוהרא"ש האט געהאלטן, דארפסט נישט מיין עדות, ניתי ספר ונחזה, הויב אן לערנען אשר בנחל - וועסטו זען אין די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט וועגן די טמאים, וועגן האבן שייכות מיט זיי. קוק וויפיל בריוו מוהרא"ש שרייבט וועגן דעם הייליגן ספר ויואל משה, די לשונות וואס מוהרא"ש דרוקט זיך אויס, אז אין דעם הייליגן ספר זעט מען ווי מען דארף אנטלויפן פון אלע פארטייען. און דאס וואס מענטשן קומען מיר פארהאלטן אז מען זעט אין די לעצטע פאר יאר פון מוהרא"ש ווי מוהרא"ש זאגט מען זאל יא גיין צו די בחירות, דאס איז געווען אן הוראת שעה; מוהרא"ש האט מיר געזאגט דעמאלט כמה פעמים זאכן וואס איך קען נישט דערציילן, מוהרא"ש האט געהאט א כוונה וכו' וכו', אבער היינט איז נישט שייך מער די גאנצע זאך; מיר גייען נישט צו די בחירות און מיר האבן נישט מיט קיין שום פארטיי.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום אין שטעטל, אין בנין התלמוד תורה. איך וועל געבן א שיעור, איך האב זייער וויכטיגע זאכן צו זאגן בנוגע די עתיד פון אונזערע קינדער, זע אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - וואוינסט אין שטעטל, דארפסטו זיך פירן מיט די עצות פון רבי'ן
תפילה והתבודדות, שטעטל, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, אינוועסטמענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות. נעם די חיזוק פון רבי'ן, באנוץ זיך מיט די שכל, מיט די עצות. זיי זיך קובע נאך שיעורים, ווייל יעצט איז די צייט פון אינוועסטירן, אוועקלייגן פאר שפעטער.


דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע זיסע וועג צו לערנען און אנקומען צו כל התורה כולה; דורך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען קען נישט די עברי - דאך איז דאס זייער חשוב אויבן ביים אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ב, טו) אויפ'ן פסוק (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", וְלִיגְלוּגוֹ, די גרייזן, עָלַי אַהֲבָה, איז ביי מיר זייער באליבט.


וואוינסט אין שטעטל, דארפסטו זיך פירן מיט די עצות פון רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען דאס ערשטע, לעצטע און וויכטיגסטע זאך - התבודדות; רעדן, שמועסן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. דו האסט א שיינע פעלד ארום דיין שטוב, זאלסטו גיין אביסל שפאצירן, דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן פאר אלעס וואס דו דארפסט, ובעיקר אויף זיין אן ערליכער איד, און די קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליכע אידן.


בנוגע וכו'; דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג דריי מינוט אין איין צו, וועסטו האבן א גרויסע ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#28 - התקרבות צום רבי'ן זאל נישט אוועקנעמען די פריערדיגע גוטע זאכן
כולל, קינדער, חברים, שלום בית, התחזקות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין כולל, לאז נישט אפ דיינע שיעורים מיט דיינע חברותות; ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן איז דאס נישט אויף אפלאזן די גוטע זאכן פון פריער, נאר אויף צוגעבן גוטע זאכן.


עס איז דא אזויפיל צייטן ווען צו לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, לערנען אין כולל שטערט נישט דאס לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס און מאך זיך א סדר צו לערנען מקרא, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש און תיקונים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות; אביסל פון יעדע זאך, און בלייב אין כולל לערנען מיט דיינע חברותות.


זיי מחזק דיין ווייב, זאג איר: "דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן האבן קינדער"; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, דורכדעם וועסטו צוויי מאל פארדינען, איינס דיין ווייב וועט זיין מחוזק, וועט זי דיר העלפן וכו', און דו וועסט ווערן מחוזק, עס וועט ווערן אן אור חוזר, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד), ווען מען רעדט צו א צווייטן דבורי התחזקות - ווערט אן אור ישר און אן אור חוזר; דאס הייסט אז אפילו עס גייט נישט אריין אין יענעמ'ס אויער, דאך ווערט אן אור חוזר און דער מענטש אליינס ווערט שטארק מחוזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#27 - ווען וועט דער מענטש זאגן "טאטע"?
תפילה והתבודדות, התחדשות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


דער אייבערשטער שטייט און ווארט 'ווען וועט דער מענטש רעדן צו מיר? ווען וועט ער זאגן "טאטע"?' אזוי ווי א טאטע ווארט זיינע קינדער זאלן רעדן צו אים; עס ווערט א רעש אין הימל ווען א מענטש עפנט די מויל און זאגט א ווארט, "טאטע העלף מיר", "טאטע איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר", "טאטע איך הויב אן פון יעצט, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי שוין זיין גוט".


טייערער ברודער, באניי זיך מיט לערנען יעדן טאג חומש, משניות און גמרא. מען קען נאר לעבן אויב מען לערנט תורה, דער וואס עפנט יעדן טאג די הייליגע גמרא - דער לעבט א חיים טובים, מען איז צוגעקלעבט צום אייבערשטן. אפילו אן פארשטיין זאלסטו לערנען, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) מען דארף לערנען אפילו מען פארשטייט נישט.