בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - זייטס ממשיך מיט'ן זיך לערנען גרעפיקס
חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, שבת קודש, פרנסה, מדות טובות, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בהעלותך, כ"א סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', ירושלים.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך מחזק מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות; איר האלט מיט די שיעורים וואס מען לערנט אין בית פיגא און אלע אנדערע שיעורים.


זייער גוט טוט איר אז איר זענט מחזק אייער ברודער ער זאל לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו); זאגטס אים ער זאל יעדן טאג לערנען אביסל חומש, ער זאל עס איינטיילן לויט די טעג פון די וואך, זונטאג זאל ער מעביר סדרה זיין ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער, אזוי וועט ער ענדיגן יעדע וואך די פרשת השבוע שנים מקרא ואחד תרגום. עס איז גוט ער זאל שוין אנהייבן אזוי צו טון יעצט פאר די בר מצוה כדי עס זאל ווערן ביי אים א געוואוינהייט, א חלק פון זיין לעבן.


זייטס אים מחזק ער זאל ענדיגן ש"ס צו זיין בר מצוה; יעצט זאל ער אוועק לייגן די אנדערע שיעורים, ער זאל פרובירן צו ענדיגן ש"ס, אזוי וועט ער ממשיך זיין אויף זיך א צלם אלוקים.


זייטס ממשיך מיט'ן זיך לערנען גרעפיקס; א קאמפיוטער אויב עס איז גוט, עס איז כשר - איז נישט דא אין דעם קיין פראבלעם. אזוי אויך אימעיל איז א כשר'ע זאך, עס איז אזוי ווי פאסט.


בנוגע וויינען שבת, אז עס קומט אייך אויס אסאך מאל שבת צו וויינען פאר א שידוך און איר האלט זיך צוריק, איר ווילט וויסן אויב מען מעג; עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך (אורח חיים סימן רפ"ח, סעיף ב): "מִי שְׁיֵשׁ לוֹ עוֹנֶג אִם יִבְכֶּה כְּדֵי שֶׁיֵּלֵךְ הַצַּעַר מִלִּבּוֹ, מוּתָּר לִבְכּוֹת בְּשַׁבָּת", אויב א מענטש האט א תענוג פון וויינען, ער שפירט זיך גוט ווען ער וויינט זיך אויס פאר'ן אייבערשטן און עס ווערט אים גרינגער - מעג ער וויינען אום שבת, און דער טורי זהב זאגט (שם, סעיף קטן ב): "מיר געפונען ביים הייליגן תנא רבי עקיבא, ער פלעגט זאגן שיר השירים שבת און עס האט אים גערינען טרערן פון גרויס בענקשאפט צום אייבערשטן"; זאלט איר זיך נישט צוריק האלטן פון וויינען שבת, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן ערליכע דורות.


בנוגע וכו'; זייער גוט אז איר עקלט זיך פון קריכעדיגע שרצים, עס איז א גוטע זאך, איר דארפט נישט זוכן עצות אויף דעם, בלייבטס מיט דעם געפיל זיך צו עקלען פון קריכעדיגע באשעפענישן.


זאגטס ווייטער תהילים; זינגטס די קאפיטלעך און פלעכטס אריין אין די פסוקי תהילים אייערע אייגענע לויב, געזאנג און געבעט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - זיך אויפפירן שיין אינדערהיים ווען ס'איז נישטא קיין חדר
כיבוד אב ואם, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, כ"ו ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו נוצט אויס די צייט, אפילו עס איז נישט דא קיין חדר, אלע חדרים זענען פארשלאסן און פארשפארט - דאך לערנסטו אסאך גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געגעבן אזא זיסע וועג צו לערנען (שיחות הר"ן, סימן עו), אפילו מען האט נישט קיין חברותא מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט - דאך לערנט מען, מען זאגט די הייליגע ווערטער פון די גמרא.


זע צו רעדן שיין צו דיין טאטע מאמע; כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה, עס איז אזוי גרויס אז די תורה גלייכט צו מכבד זיין עלטערן צו מכבד זיין דעם אייבערשטן, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מכילתא פרשת יתרו, פרשה ח): דער אייבערשטער זאגט: "מען דארף מורא האבן פון מיר און מיר מכבד זיין", אזוי אויך זאגט דער אייבערשטער אז מען דארף מורא האבן פון די עלטערן און זיי מכבד זיין.


שרייב מיר נאך, איך האב ליב ווען דו שרייבסט מיר.

#3 - סיום מסכת ברכות
סיום, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, כ"ו טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט מסיים געווען מסכת ברכות; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנד.): "יַנְקוּתָא כְּלִילָא דְוַרְדָא", די שענסטע צייט פונעם לעבן איז די יונגע יארן; עס איז א מחי' צו הערן אז א קינד פון כתה ו' לערנט גמרא אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו וואקסן א גרויסער צדיק.


יישר כח פאר'ן מיר מודיע זיין די פרייליכע נייעס, איך האף אז דו וועסט מיר ווייטער מודיע זיין דיינע סיומים.

#2 - איך ליידן דיר פערזענליך צום שבת סיום הש"ס
חברים, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך ליידן דיר פערזענליך צום שבת סיום הש"ס – שבת התוועדות תלמידי הישיבה, תלמידי היכל הקודש, שבת פרשת ויגש אין די קראו"ן פלאז"א האטעל.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט אנטייל נעמען, זיך מחזק זיין אז מיר ווייסן פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות, פון דעם דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), א וועג צו לערנען תורה פאר יעדן איינציגסטן איד, אפילו מען האט א שוואכע פארשטאנד, אפילו מען איז טרוד מיט פארשידענע טרדות וכו', וכו', קען מען נאך אלץ לערנען תורה יעדן טאג, און ביז א קורצע צייט קומט מען אן זייער אסאך. מען קען זוכה זיין ביז א פאר יאר צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; תורה, נביאים, כתובים, ששה סדרי משנה ובריתות, בבלי און ירושלמי, ספרא, ספרי און מכילתא, אלע מדרשים, רמב"ם, טור שלחן ערוך, און אזוי ווייטער.


איך ווארט אויף דיר, איך בענק נאך דיר און איך קוק ארויס אויף דיר; איך האף און איך ווארט ווען דו וועסט קומען אין ישיבה לערנען און דאווענען פאר'ן גיין צו די ארבעט, אדער נאך א טאג ארבעט, אדער לכל הפחות צום ליל שישי שיעור לאברכים.


קיינער וועט נישט האבן פון דעם אז דו דרייסט זיך צווישן תלמידי היכל הקודש, נאר דו אליינס און דיינע קינדער; דו וועסט מרוויח זיין פון זיין א חלק פון רבינ'ס לייט.


איך האב דיר ליב.

#1 - דיינע סיומים געבן מיר כח צו רעדן ווייטער
סיום, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו מאכסט מיר זייער פרייליך יעדעס מאל דו שרייבסט מיר וויפיל דו לערנסט און פון דיינע סיומים; דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין, ווייטער אריין לייגן אין די בחורים דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך בעט פאר דיר יעדן טאג; היינט ביי פתיחת הארון הקודש האב איך זייער אסאך געבעטן פאר דיר דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין זיווג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.