בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - מיר גייען נישט צו די בחירות און מיר האבן נישט מיט קיין שום פארטיי
שמחה, צדקה, רפואה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, חסד, סיפורי צדיקים, ראש ישיבה, פרויען צאמקום, געלט, מלכות הרשעה, דף גמרא, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט שפיר איך זיך שוין אסאך בעסער. אינטערעסאנט איז, נעכטן נאכט איז געווען ביי מיר אין שטוב דער גבאי פונעם בית התבשיל, איך האב געדארפט שיקן עפעס צום שטעטל איז ער געקומען צו מיר. איך האב קוים געקענט רעדן מיט אים פון אזויפיל היסן, מיר האבן אנגעהויבן טאנצן: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", איך האב אים געפרעגט: "אויב וואלסטו יעצט באקומען א ידיעה אז דו האסט געווינען אסאך געלט, וואלסטו געטאנצן ביי דיר אין שטוב? דארפן מיר דאך א גאנצן צייט טאנצן אז מיר האבן דעם רבי'ן וואס איז ווערד מער פון כל הון דעלמא.


מיין ווייב תחי' האט מיר געזאגט: "אפשר זאלסטו געבן צדקה פאר'ן בית התבשיל לזכות דו זאלסט זיין געזונט?" איך האב אים געגעבן צדקה, און ברוך ה' היינט שפיר איך זיך שוין אסאך בעסער.


דיר בעט איך זייער, זיי קלוג, כאפ זיך מיט מיט'ן בלאט גמרא. היינט איז די דף, דף ז' פון מסכת נדרים. היינט ז' חשון איז די יארצייט פון רבי מאיר שפירא זכרונו לברכה וואס האט אריינגעברענגט דער געדאנק אין כלל ישראל, צו לערנען יעדן טאג אינאיינעם דעם זעלבן בלאט גמרא. מוהרא"ש דערציילט, ער האט דאס באקומען א מתנה פון רבי'ן, ווייל ער פלעגט זייער מקרב זיין אנשי שלומינו ברסלב'ער חסידים. עס איז געווען אין די יארן וואס מען האט נישט געקענט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, האט ער אוועקגעגעבן זיין בנין הישיבה פאר אנשי שלומינו, דארט איז געווען דער קיבוץ. אויך פלעגט ער הערן פון אנשי שלומינו פון רבינ'ס סדר דרך הלימוד, פון לערנען כסדרן אן חזרה, און ווען מען ענדיגט גאנץ ש"ס - דעמאלט הויבט זיך אן די חזרה, גייט מען איבער נאכאמאל און נאכאמאל ש"ס.


בנוגע די בחירות; איך זאג דיר קלאר וואס מוהרא"ש האט געהאלטן, דארפסט נישט מיין עדות, ניתי ספר ונחזה, הויב אן לערנען אשר בנחל - וועסטו זען אין די בריוו וואס מוהרא"ש שרייבט וועגן די טמאים, וועגן האבן שייכות מיט זיי. קוק וויפיל בריוו מוהרא"ש שרייבט וועגן דעם הייליגן ספר ויואל משה, די לשונות וואס מוהרא"ש דרוקט זיך אויס, אז אין דעם הייליגן ספר זעט מען ווי מען דארף אנטלויפן פון אלע פארטייען. און דאס וואס מענטשן קומען מיר פארהאלטן אז מען זעט אין די לעצטע פאר יאר פון מוהרא"ש ווי מוהרא"ש זאגט מען זאל יא גיין צו די בחירות, דאס איז געווען אן הוראת שעה; מוהרא"ש האט מיר געזאגט דעמאלט כמה פעמים זאכן וואס איך קען נישט דערציילן, מוהרא"ש האט געהאט א כוונה וכו' וכו', אבער היינט איז נישט שייך מער די גאנצע זאך; מיר גייען נישט צו די בחירות און מיר האבן נישט מיט קיין שום פארטיי.


היינט נאכט וועט זיין א פרויען צאמקום אין שטעטל, אין בנין התלמוד תורה. איך וועל געבן א שיעור, איך האב זייער וויכטיגע זאכן צו זאגן בנוגע די עתיד פון אונזערע קינדער, זע אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - וואוינסט אין שטעטל, דארפסטו זיך פירן מיט די עצות פון רבי'ן
תפילה והתבודדות, שטעטל, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, אינוועסטמענט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


שטארק זיך ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות. נעם די חיזוק פון רבי'ן, באנוץ זיך מיט די שכל, מיט די עצות. זיי זיך קובע נאך שיעורים, ווייל יעצט איז די צייט פון אינוועסטירן, אוועקלייגן פאר שפעטער.


דער רבי האט אונז געגעבן א גרינגע זיסע וועג צו לערנען און אנקומען צו כל התורה כולה; דורך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). אפילו מען פארשטייט נישט, אפילו מען קען נישט די עברי - דאך איז דאס זייער חשוב אויבן ביים אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שיר השירים רבה ב, טו) אויפ'ן פסוק (שיר השירים ב, ד): "וְדִלּוּגוֹ עָלַי אַהֲבָה", וְלִיגְלוּגוֹ, די גרייזן, עָלַי אַהֲבָה, איז ביי מיר זייער באליבט.


וואוינסט אין שטעטל, דארפסטו זיך פירן מיט די עצות פון רבי'ן. ביים רבי'ן איז געווען דאס ערשטע, לעצטע און וויכטיגסטע זאך - התבודדות; רעדן, שמועסן און דערציילן אלעס פאר'ן אייבערשטן. דו האסט א שיינע פעלד ארום דיין שטוב, זאלסטו גיין אביסל שפאצירן, דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן פאר אלעס וואס דו דארפסט, ובעיקר אויף זיין אן ערליכער איד, און די קינדער און אייניקלעך זאלן זיין ערליכע אידן.


בנוגע וכו'; דאנק דעם אייבערשטן יעדן טאג דריי מינוט אין איין צו, וועסטו האבן א גרויסע ישועה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#28 - התקרבות צום רבי'ן זאל נישט אוועקנעמען די פריערדיגע גוטע זאכן
כולל, קינדער, חברים, שלום בית, התחזקות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין כולל, לאז נישט אפ דיינע שיעורים מיט דיינע חברותות; ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן איז דאס נישט אויף אפלאזן די גוטע זאכן פון פריער, נאר אויף צוגעבן גוטע זאכן.


עס איז דא אזויפיל צייטן ווען צו לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, לערנען אין כולל שטערט נישט דאס לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס און מאך זיך א סדר צו לערנען מקרא, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש און תיקונים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות; אביסל פון יעדע זאך, און בלייב אין כולל לערנען מיט דיינע חברותות.


זיי מחזק דיין ווייב, זאג איר: "דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן האבן קינדער"; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, דורכדעם וועסטו צוויי מאל פארדינען, איינס דיין ווייב וועט זיין מחוזק, וועט זי דיר העלפן וכו', און דו וועסט ווערן מחוזק, עס וועט ווערן אן אור חוזר, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד), ווען מען רעדט צו א צווייטן דבורי התחזקות - ווערט אן אור ישר און אן אור חוזר; דאס הייסט אז אפילו עס גייט נישט אריין אין יענעמ'ס אויער, דאך ווערט אן אור חוזר און דער מענטש אליינס ווערט שטארק מחוזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#27 - ווען וועט דער מענטש זאגן "טאטע"?
תפילה והתבודדות, התחדשות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


דער אייבערשטער שטייט און ווארט 'ווען וועט דער מענטש רעדן צו מיר? ווען וועט ער זאגן "טאטע"?' אזוי ווי א טאטע ווארט זיינע קינדער זאלן רעדן צו אים; עס ווערט א רעש אין הימל ווען א מענטש עפנט די מויל און זאגט א ווארט, "טאטע העלף מיר", "טאטע איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר", "טאטע איך הויב אן פון יעצט, איך גיי שוין זיין וואויל, איך גיי שוין זיין גוט".


טייערער ברודער, באניי זיך מיט לערנען יעדן טאג חומש, משניות און גמרא. מען קען נאר לעבן אויב מען לערנט תורה, דער וואס עפנט יעדן טאג די הייליגע גמרא - דער לעבט א חיים טובים, מען איז צוגעקלעבט צום אייבערשטן. אפילו אן פארשטיין זאלסטו לערנען, דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו) מען דארף לערנען אפילו מען פארשטייט נישט.

#26 - א טאג אן לערנען און דאווענען, איז נישט קיין טאג
תפילה והתבודדות, עבודת השם, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, תכלית, לצנות, חמשה עשר באב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע עס זאל נישט אריבערגיין קיין איין טאג אן לערנען אביסל מקרא, משנה, גמרא און מדרש. א טאג אן לערנען און אן דאווענען - איז קיין טאג, ווייל נאר תורה ותפילה - דאס בלייבט.


מיר שטייען יעצט נאך חמשה עשר באב, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית לא.) "דמוסיף", ווער עס פארמערט צו לערנען, "יוסיף", לייגט מען אים צו טעג צו זיין לעבן; תורה געבט לעבן, תורה געבט אלעס.


קוק נישט אויף לצים וואס שפעטן פונעם סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). מוהרא"ש זאגט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): וֶוען אִיר וֶועט אָנְקוּמֶען אוֹיפְ'ן עוֹלָם הָאֱמֶת דַאן וֶועט אִיר זִיךְ אַלֵיין אִיבֶּערְצַייגְן אִין דִי רִיכְטִיגְקֵייט פוּן דֶעם "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד" וָואס דֶער רֶבִּי הָאט אוּנְז גֶעגֶעבְּן. עֶס אִיז אַ שָׁאד דִי צַייט זִיךְ צוּ טַעֲנָה'עֶן מִיט מֶענְטְשְׁן אִיבֶּערְ'ן "סֵדֶר דֶרֶךְ הַלִימוּד", "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" - פְּרוּבִּירְט עֶס אַלֵיין אוֹיס, וֶועט אִיר זֶען וִוי גֶעשְׁמַאק אוּן זִיס דָאס אִיז; עס איז נישט גוט זיך צו טענה'ען מיט קיינעם, אויבן אין הימל וועט מען זען דאס שיינקייט, דאס ווארהייט פונעם סדר דרך הלימוד.


טו צו דער זאך, זאג די ווערטער פון משניות און גמרא - אפילו אן פארשטיין, אפילו מיט גרייזן, אפילו מיט אלע אפילו'ס; זאג די ווערטער פון תורה - וועסטו ווערן א גרויסער צדיק, דו וועסט אלעס מתקן זיין.

#25 - זוכה זיין צו שפירן מתיקות התורה, גייט נישט אזוי שנעל
תפילה והתבודדות, עבודת השם, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב סבלנות, עס גייט נישט אין איין מינוט; זוכה זיין צו שפירן מתיקות התורה - דאס גייט נישט אזוי שנעל, מען דארף אסאך לערנען אן קיין הרגשה - ביז מען קומט אן צו שפירן מתיקות התורה.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. אויך זאלסטו גיין יעדן טאג התבודדות; זוך א ליידיגע פלאץ וואו דו קענסט זיך מתבודד זיין, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר ווייזן די זיסקייט פון די הייליגע תורה, דו זאלסט זוכה זיין צו שפירן די עריבות ומתיקות התורה.


אויך זאלסטו דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר; רעד צו אים כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטער פריינד, רעד צו אים אין דיין שפראך, רעד צו אים אמת'ע רייד; נישט געמאכטע זאכן, מאך נישט נאך קיינעם, רעד ווערטער פון דיין הארץ, זאג אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דער יצר הרע קומט יעדן טאג צו דיר מיט א פרישע מעשה.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, מען ווערט אינגאנצן צוגעקלעבט צו אים; תפילה קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פד).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#24 - וואס מיינט זיך פלאגן אין לערנען?
הפצה, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בחוקותי (במדבר בא"י), מברכים החודש, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאך זייער איבערגענומען מיט געפילן פון זיין מיט אייך, איך האב הנאה געהאט יעדע מינוט; איך האב זייער הנאה פון די פרישקייט וואס איז דא צווישן אייך און די ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך.


איך וויל אייך שרייבן פון די פרשה פון די וואך (במדבר), אבער ביי אונז איז דא אן אנדערע פרשה, ביי אונז איז די וואך פרשת בחוקותי; איך וועל אייך שרייבן א קליינע זאך פון וואס מיר האבן גערעדט דעם ליל שישי.


דער אייבערשטער זאגט פאר אידישע קינדער (ויקרא כז, ג): "אִם בְּחֻקֹּתַי תֵּלֵכוּ", אויב איר וועט גיין אין די וועגן פון די תורה, וגו', זאגט רש"י הקדוש: "שתהיו עמלים בתורה"; וואס איז עמלות בתורה? דאס איז דער סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). ווען א מענטש איז זוכה, ער לערנט און ער פארשטייט דאס לערנען, ער האט א געשמאק אין לערנען - איז דאס נישט קיין פלאג, דאס איז דאך די זיסטע זאך אין די וועלט, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יז): "ווען די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים - וועסטו שוין גארנישט דארפן", וועסט נישט דארפן קיין שום שכר, דו וועסט נאר דארפן די תורה; עמל איז פשט אז מען האט נאכנישט קיין טעם, מען האט נאכנישט קיין פארשטאנד, מען פארשטייט נישט דאס לערנען - דאך פלאגט מען זיך, מען זאגט משניות, מען זאגט גמרא, מען פלאגט זיך - דעמאלט קומען אלע ברכות.


עמלות בתורה איז ווען מען פארשטייט נישט דאס לערנען און מען פלאגט זיך, מען זאגט די ווערטער. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (קדושים פה:): "מַאן דְּתִיאוּבְתֵּיה לְמִלְעֵי בְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס וויל לערנען די הייליגע תורה, "וְלָא אַשְׁכַּח מַאן דְּיוֹלִיף לֵיהּ", און ער האט נישט ווער עס זאל אים אויסלערנען און געבן צו פארשטיין וואס ער לערנט, "וְהוּא בִּרְחִימוּתָא דְּאוֹרַיְיתָא, לָעֵי בָּהּ, וּמְגַּמְגֵּם בָּהּ בְּגִמְגוּמָא דְּלָא יָדַע", אבער וויבאלד ער האט ליב צו לערנען, לערנט ער אן פארשטיין, "כָּל מִלָּה וּמִלָּה סַלְּקָא", זאל ער וויסן אז יעדעס ווארט תורה וואס ער לערנט אן פארשטיין - גייט ארויף אויבן אין הימל, "וְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא חַדֵּי בְּהַהִיא מִלָּה", און דער אייבערשטער פריידט זיך מיט דעם. "וְקַבִּיל לָהּ", דער אייבערשטער נעמט די ווערטער, "וְנָטַע לָהּ סָחֲרָנֵיהּ דְּהַהוּא נַחֲלָא", און ער פלאנצט איין די ווערטער אויבן אין הימל ארום א טייך, "וְאִתְעָבִידוּ מֵאִלֵּין מִלִּין אִילָנִין רַבְרְבִין", און עס ווערט פון די ווערטער גרויסע ביימער, "וְאִקְרוּן עַרְבֵי נַחַל", וואס מען רופט זיי אן 'ערבות', "הֲדָא הוּא דִכְתִיב (משלי ה, יט): בְּאַהֲבָתָהּ תִּשְׁגֶּה תָמִיד"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צוצוקומען צו פארשטיין דאס לערנען.


טייערע ברידער, איך בעט אייך זייער, איר דארפט צוריק אנהויבן מיט א פרישקייט מאכן הפצה; ווי איך זע איז די הפצה ביי אייך אביסל איינגעשלאפן. עס איז נישט ריכטיג, מען טאר נישט זיין באקוועם פאר זיך אליינס, מען דארף ברענען פאר אנדערע אידן. שמועסט אייך אפ, יעדע חבורה אין יעדע פלאץ, טיילט אייך איין וויפיל גליונות און קונטרסים יעדער זאל נעמען, איינער גייט אין די פאר שולן, א צווייטער אין אנדערע פאר שולן; מען טאר נישט ווערן באקוועם, אין היכל הקודש אויב מען ווערט באקוועם, מען טוט נישט אין הפצה - קען מען אליינס ארויספאלן, מען ווערט א אלטער איד, אן אלטער חסיד; אלט איז א סכנה (שיחות הר"ן, סימן נא).


גייט פארשפרייטן דעם רבינ'ס חיזוק פאר בחורים און אינגעלייט, זיי דארפן די חיזוק דאס מערסטע; עס איז אזא רחמנות אויף בחורים, זיי ווילן זיין ערליך און גוט און זיי פאלן אין ביטערע עבירות; וואויל איז דעם וואס האט א חלק אין מחזק זיין אידישע קינדער.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#23 - ווען מיין קינד ענדיגט ש"ס, נעם איך אים קיין ארץ ישראל
חינוך הילדים, סדר דרך הלימוד, גמרא, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' בהר, ט"ז אייר, ל"א לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן איך זיך יעצט אויפ'ן פליגער, מיר פארן צו די הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי; דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן פועל'ן ישועות און רפואות פאר אלע אידן.


איך פאר מיט מיין ווייב, אויך מיט מיין זון שמעון נרו יאיר. איך בין מעודד מיינע קינדער זאלן ענדיגן ש"ס כסדרן, און איך זאג זיי אז אויב זיי וועלן לערנען און מסיים זיין ש"ס – געב איך זיי א מתנה, איך נעם זיי קיין ארץ ישראל; יעצט איז געקומען זיין רייע. געלויבט דעם אייבערשטן אלע קינדער ביז דערווייל האבן זוכה געווען צו מסיים זיין ש"ס, דער אייבערשטער זאל מיר העלפן ווייטער.


איך שרייב דיר דאס, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט אויך אנהויבן ש"ס, לערנען יעדן טאג דפים גמרא. עס איז דאך א מחי' צו לערנען די הייליגע תורה, די הייליגע גמרא; נישטא עפעס בעסער'ס ווי לערנען.


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א זיסע וועג ווי אזוי צו לערנען (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט – זאל מען לערנען אן פארשטיין, נאר זאגן די ווערטער.

#22 - מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה
סיום, משניות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, מנהגים, תיקון חצות, שמיטה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תזריע, כ"ח אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); דו האסט מסיים געווען די פערטע מאל ששה סדרי משנה.


שטארק זיך און זיי ממשיך מיט'ן לערנען משניות, אזוי אויך זאלסטו לערנען מקרא, גמרא, הלכה און מדרש. ביי אלע שיעורים זאלסטו זיך נישט אפשטעלן אויב דו פארשטייסט נישט, נאר לערנען אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין קוקן אין שיחות הר"ן (סימן עו), דער לשון פון הייליגן רבי'ן: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד", מען דארף נישט ביים לערנען, "רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר וּמִמֵּילָא יָבִין", נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און צום סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד, וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל די מעלה פון לערנען אסאך שטייגט אלעס איבער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה יט.) אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, ווייל אזוי איז מען זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה צו פארשטיין וואס מען לערנט.


בנוגע זאגן תיקון חצות אין שנת השמיטה; מוהרא"ש זאגט אז אונזער מנהג איז יא צו זאגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#21 - מיין ישיבה און כולל איז דער סדר דרך הלימוד
כולל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, תכלית, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו). איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו זען פנים בפנים אין ארץ ישראל, איך האב הנאה אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן. דו האסט נישט קיין ישיבה, דו דארפסט נישט קיין ישיבה; דיין ישיבה איז דער סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "מיין ישיבה איז סדר דרך הלימוד, מיין כולל איז סדר דרך הלימוד", מען קען דאס נישט מסביר זיין פאר דער וואס האט דאס נאכנישט טועם געווען.


טענה נישט מיט קיינעם, ובעיקר מיט די וואס פאררופן זיך ברסלב'ע. קוק וואס מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות יג): "וּכְשֶׁתַּגִיעוּ לְעוֹלָם הָאֱמֶת אָז תִּיוָכְחוּ צִדְקַת 'סֵדֶר דֶּרֶך הַלִימוּד' שֶׁל רַבֵּינוּ זַ"ל", ווען איר וועט ארויפקומען אויף יענע וועלט וועט איר זיך איבערצייגן די ווארהייט פונעם הייליגן רבינ'ס סדר דרך הלימוד; "וְעַל כֵּן מַה וְלָמָּה לָכֶם לְהִתְוַכֵּחַ?! טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב הַשֵּׁם, הַרְגִילוּ עַצְמְכֶם לָזֶה וְאָז תִּרְאוּ וְתִּרְגְשׁוּ כָּל מִינֵי טַעֲמִים בְּחַיֵּיכֶם", דעריבער זאלט איר זיך נישט טענה'ען מיט קיינעם, נאר געוואוינט אייך צו צו לערנען לויט דעם סדר דרך הלימוד, דעמאלט וועט איר זען און שפירן אלע טעמים אויף די וועלט, "כִּי הַתּוֹרָה הִיא חִיוּתֵנוּ בָּעוֹלָם הַזֶה וּבָעוֹלָם הַבָּא, חִיוּת גַּשְׁמִי וְחִיוּת רוּחְנִי", ווייל די תורה איז אונזער לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, די תורה געבט אונז לעבן סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁאֵינוֹ מַטְעֶה עַצְמוֹ בָּזֶה הָעוֹלָם כְּלָל, וְיוֹדֵעַ אֲשֶׁר עִיקָר הַלִימוּד הוּא רַק לַעֲשׂוֹת רְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ וְלוֹמֵד עַל מְנָת לְקַיֵים מִצְווֹתָיו יִתְבָּרַךְ וְלַעֲשׂוֹת נַחַת רוּחַ לוֹ יִתְבָּרַךְ", וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן און ווייסט אז דער עיקר לימוד התורה איז צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - זייער קלוג טוסטו צו לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד אין די יונגע יארן
שאלות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, צפת


איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן יעצט אין ארץ ישראל, זיי מיר מוחל אז איך האב דיר נישט געענטפערט דיינע בריוו; איך האף צום אייבערשטן איך וועל האבן צייט, וועל איך דיר ענטפערן אויף אלע דיינע שאלות.


זייער קלוג טוסטו אז דו נוצט אויס דיינע יונגע יארן, דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. עס איז כדאי דו זאלסט זען די ווערטער וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאכדעם ברענגט רבי נתן אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו'.


"אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל, בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ וּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - די הערליכע שבת התוועדות סיום סדר מועד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, אמונה, שלום בית, התחזקות, הפצה, רפואה, יבנאל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סיום, שבת קודש, תשובה, משניות, אומאן, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, שבת התוועדות, ישיבה, מנוולים, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, דאווענען, בר מצוה, מנין, פורים, מלחמה, ברית, ביקור חולים, מוהל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד דו ביסט נישט געקומען צום שבת התוועדות – שבת סיום סדר מועד. עס איז געווען א הערליכע שבת, מן הסתם וועסטו נאך הערן שיינע זאכן פונעם שבת פון די חברים. איך וועל דיר שרייבן אביסל וואס מיר האבן גערעדט.


צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין ר' יונה שליט"א, נאך מנחה האב איך גערעדט אפאר ווערטער, מען האט געזינגען א שטייטע ניגון און מיר האבן גערעדט פון שבת זכור. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, סימן ט) אויפ'ן פסוק (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", עמלק האט גענומען זנבות, "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה" (עיין לקוטי הלכות שבת הלכה ה', אות ט), עמלק רעדט אונז איין מיר זאלן זיין צעבראכן, מען זאל נישט האלטן פון זיך; ער מאכט דאס גאר פאר א מצוה און אזוי הרג'עט ער דעם מענטש, ווייל מען טראכט: 'איך בין סיי ווי גארנישט, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין סיי ווי א גוי, וואס דארף איך גיין דאווענען? ווער דארף מיין לערנען? מיינע מצוות?' מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדער איד דארף וויסן ביי זיך 'איך בין חשוב און טייער ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיר'; דאס מעקן מיר אויס די וואך שבת זכור, געענדיגט מיט די קטנות הדעת, 'איך בין א גארנישט, איך בין גארנישט ווערד'; געענדיגט מיט די סארט מחשבות, 'איך בין יא, איך בין ווערד!'


מיר האבן נישט לאנג גערעדט, גלייך נאכדעם איז מאטי ראזענפעלד צוגעגאנגען צו קבלת שבת, ער דאווענט זייער שיין.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען זינגען זמירות שבת מיט די קינדער. עס איז געווען זייער א גרויסע עולם האט מען געמאכט אז די קינדער זאלן עסן באזונדער כדי עס זאל זיין פלאץ, די געטרייע מלמדים האבן אריינגעלייגט א גאנץ שבת אזויפיל יראת שמים אין די קינדער, איך האב געזינגען זמירות מיט זיי. נאכדעם האבן מיר געגעסן אינאיינעם די סעודה, א גרופע בחורים און אינגעלייט האבן דורכאויס די גאנצע סעודה געזינגען זייער שיינע ניגונים.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה זענען מיר זיך צאמגעקומען זינגען זמירות אין שול, נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס התחזקות. מיר האבן גערעדט נאך א בחינה אויף וואס די הייליגע חכמים זאגן "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה", אז מען זאל נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. דער רבי שרייבט א בריוו פאר זיין איידעם: "שרייב מיר וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט און וויפיל בלאט פוסק, מאך נישט פון טפל עיקר פון פון עיקר טפל, אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; עמלק נעמט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, בבחינת זנב, וזורקן כלפי מעלה, און מאכט דאס וויכטיג – פון דעם רעדט מען, דאס פארלאנגט מען, אויף דעם איז מען מחנך; אנשטאט מען זאל מחנך זיין קינדער, בחורים און מיידלעך - מיט אמונה, רעדן טאג און נאכט פונעם אייבערשטן, פון לערנען די הייליגע תורה, פון וויכטיגע זאכן - דריידט ער אויס דעם קאפ אויף אראפ און די וויידל אויף ארויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, ביי מיר איז אמונה א גרויסע זאך, אמונה אזוי ווי פשוטי עם און פרויען וואס גלייבן בתמימות ובפשיטות; דאס איז ביים רבי'ן די גרעסטע זאך. ווי אזוי איז מען זוכה צו אמונה? דורך רעדן צום אייבערשטן, אז מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צו אים כידבר איש אל רעהו: "רבונו של עולם, העלף מיר מיט וואס איך מוטשע זיך, העלף מיר, איך קען מער נישט"; דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


נאך די באטע איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו, מען האט געשמועסט פון הפצה. קודם האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן נאר צו נעמען א מוהל מומחה. פאריגע וואך האט פאסירט אז א טאטע האט געוואלט אליינס מאכן די חיתוך און ער האט אריינגעשניטן רחמנא לצלן, די רעגירונג האט אים אוועק גענומען זיינע קינדער.


איך געדענק איך האב געפרעגט מוהרא"ש, דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק, א ירא שמים, "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל, סיזשערס רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש ווער איז א מוהל א צדיק? און מוהרא"ש האט מיר געענטפערט: "וואס א גרעסערער מומחה – אים דארף מען נעמען". בשעת'ן דאס דערציילן רופט זיך אן א איד, איינער פון די געסט: "אבער וואס איז טאקע די פשט וואס דער רבי זאגט?" איך קוק אים אן, איך וויל פארשטיין וואס ער פארשטייט נישט, איך זאג אים איבער נאכאמאל דאס וואס מוהרא"ש זאגט מיר און יענער פרעגט נאכאמאל: "איך פארשטיי וואס מוהרא"ש זאגט, אבער וואס איז טאקע פשט אין רבינ'ס ווערטער?" איך זאג אים נאכאמאל, און יענער פרעגט נאכאמאל, דער עולם האט אנגעהויבן שמייכלען, יענער האט זיך פארשעמט, ער זאגט: "איך מיין צו פרעגן ערנסט, איך מאך נישט חוזק", האב איך אים געגעבן צו פארשטיין, עס שטייט אין די תורה, אויב איינער טוט אן עבירה, ער איז עובר אויף א לאו - (דברים כה, ג): "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ", זאל מען אים געבן פערציג מלקות, זאגן די הייליגע חכמים (מכות כב:) מען געבט נישט פערציג מלקות נאר ניין און דרייסיג; דאס הייסט, מיר קענען נישט לערנען די תורה אן די פארשטאנד פון די הייליגע חכמים, מיר זעען עס שטייט פערציג און די חכמים זאגן עס איז ניין און דרייסיג, אזוי אויך, מיר זעען שטיין אין די תורה (דברים ו, ח): "וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ", מען זאל לייגן תפילין צווישן די אויגן, זאגן די חכמים (עירובין צה:) עס מיינט נישט צווישן די אויגן - נאר אויפ'ן קאפ; אזוי זאג איך אים, איך פארשטיי נישט לקוטי מוהר"ן און די אנדערע ספרים פון רבי'ן, נאר מיט מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש איז מיר מסביר – דאס פארשטיי איך. אז מוהרא"ש זאגט א מוהל צדיק וירא שמים מיינט א מוהל מומחה – פארשטיי איך אז דאס איז דער פשט; פארשטייט זיך מען נעמט א מוהל אן ערליכער איד, אבער נישט איינער וואס קען נישט די מלאכה.


מיר זענען אריין אין א שמועס מיט די מפיצים, יעדער האט דערציילט זיינע שיינע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים און קונטרסים. מיטוואך נאכט האט דער גבאי פונעם בית המדרש ..., א גאס אוועק פון ישיבה אפגעווארט יענקל, ער האט אים צוגענומען זיין הוט פאר'ן ברענגען גליונות דארט, יענקל מפיץ האט זיך מיט אים געאמפערט צוויי שעה. מיר האט זייער געבאדערט פארוואס ער האט זיך בכלל צוטון געמאכט פון אים; איך האב אסאך היטן דא אין ישיבה, במשך די יארן זאמלען זיך אן היטן, איך וועל אריבערשיקן בחורים צום גבאי מיט די היטן, אים פרעגן אויב ער וויל נאך היטן, ווייל די גליונות גייט מען ווייטער מפיץ זיין.


שבת אינדערפרי האב איך געלערנט זוהר פרשת פקודי, די היכלות, ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה וואס טוט זיך אין הימל; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען דעם הייליגן זוהר מיט די הקדמות פון רבי'ן, מען שפירט אזא ליכטיגקייט, מען ווערט אזוי געשטארקט.


געווענליך לערנען מיר שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען א שיעור אין ספר פעולת הצדיק, אבער די וואך האב איך נישט פארגעלערנט, איך האב געדארפט געבן צו עסן פאר מיינע קינדער, העלפן מיין ווייב תחי'.


פסוקי דזמרא האט פארגעדאווענט ר' עזרא בוים, שחרית האב איך געדאווענט. עס איז געווען א שבת שבע ברכות ביי א טאכטער פון אהרן וועבערמאן מיט החתן אברהם צוויבל. אויך איז געווען א קידוש, ביי רפאל פורסט איז געבוירן געווארן א צווילינג, א אינגל מיט א מיידל, ער האט געמאכט די ברית מיט די קידוש דעם שבת. ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. מוסף האט געדאווענט מאטי היימליך. נאכן דאווענען איז געווען די ברית, דער מוהל וועם אנשי שלומינו נוצן שטענדיג, ר' אהרן הלוי ווייס – איז געקומען צו פארן אויף שבת, ויקרא שמו בישראל נחמן נתן. גלייך נאכן ברית איז געווען א קידוש.


מיר האבן גערעדט פונעם מעשה פון זבוב ועכביש (ספורי מעשיות, מעשה ז), די נסיעה פון הייליגן רבי'ן, דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אויך פון שלום בית, אז מען זאל שיין רעדן צו די ווייב. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איין יאר אין אומאן ראש השנה: "יעדעס מאל דו רעדסט זאלסטו רעדן פון דריי זאכן, תורה, תפילה, שלום בית און שידוכים", איך פרוביר צו פאלגן און רעדן פון די זאכן.


מען האט גערעדט פונעם נאמען פונעם רך הנימול "נחמן נתן", ער זאל זוכה זיין צו דאס ווארט וואס דער רבי האט געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון די וועלט", ער זאל זיך גוט אויסלאכן בזה העולם; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פשט אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.) אליהו הנביא האט געוויזן פאר רב ברוקא "הני תרי בדחני", דאס מיינט מען אן ערליכער איד וואס ער האט 'תרי בדחני' צוויי סארט לאכן; מענטשן לאכן פון אים, מען שפעט פון אים אבער ער פארלירט זיך נישט, ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, און ער לאכט פון די וועלט, ער לאכט זיך גוט אויס פון אלעמען, דאס איז די תרי בדחני, דער איז א בן עולם הבא (הובא בספר בעל שם טוב על התורה פרשת במדבר, אות ב); דאס האט דער רבי געזאגט: "נחמן נתן לאכט פון די וועלט".


עס זענען געווען אסאך געסט; סיי פרישע מקורבים, אויך פונעם חתנ'ס משפחה און נאך, אלע האבן אויסגעהערט, אלע האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן מיט'ן רבי'ן, די דיבורים האט זיי אויפגעוועקט.


די שבת בייטאג סעודה איז געווען אינאיינעם מיט'ן סעודת ברית און שבע ברכות, ביי די סעודה האב איך נישט גערעדט.


ביי די סעודה איז צו מיר געקומען א אינגערמאן פרעגן וואס צו טון, זיין ווייב האט פריער גע'חלש'ט אין צימער און זי איז שוואך, איך האב אים געזאגט צו וועם ער זאל רעדן, איך האב גערופן דיין חבר מאטי היימליך, ער איז אן הצלה מאן, אז ער זאל גיין קוקן אויב אלעס איז פיין. איך האב ספעציעל אים גערופן ווייל ער זוכט נישט משוגע צו מאכן מענטשן, שטופן צו גיין אין שפיטאל. וויפיל מען איז מרוויח פון הצלה - ליידט מען פון זיי אזעלכע שוועריקייטן; רוב מאל מאכן זיי משוגע פאר גארנישט און פאר נישט, זיי זאגן גיי אין שפיטאל; מען וועט דיר צונעמען די גאנצע שבת. וכך הוה, זי איז געזונט און שטארק, נאר אביסל איבערגעשטרענגט וכו'.


נאך די סעודה בין איך גאגאנגען מבקר חולה זיין ר' משה ארי' נרו יאיר, ער איז געליגן מיט א רויז אין בעט. ער זאגט מיר: "נאך א מזל איך האב דעם דרך הלימוד, אזוי ווער איך נישט צעדרייט פון ליגן אין בעט", א צווייטער וואלט משוגע געווארן פון ליגן אזוי לאנג. מיר איז געווען אינטערעסאנט צו זען א ברסלב'ער חסיד ווי ער ליגט אין בעט מיט ספרים ארום זיך; א משניות, א תהלים וכו'.


נאכמיטאג בין איך געגאנגען זאגן תהלים מיט די קינדער. מיר האט געברענט צו האבן אפאר מינוט באזונדער מיט די קינדער, עס זענען געווען דארט נאר די מלמדים מיט די קינדער. איך האב אויסגענוצט די צייט צו רעדן צו זיי פון קדושת הברית, עס זענען געווען אסאך פרעמדע קינדער פון אנדערע מוסדות וואס מען רעדט נישט דארט פון קדושה.


געדענקסט אוודאי דיינע קינדער יארן, איך בין געווען דיין ערשטער מלמד ביי די דרייצן יאר וואס איך האב דיר אויסגעלערנט צו זיין הייליג. איך געדענק ווען דו ביסט געקומען וויינען צו מיר און מיר געזאגט, וואס זאל איך טון, איך האב בכלל נישט געוויסט אז מען טאר נישט אנרירן וכו', איך האב דיר דעמאלט אנטפלעקט די זאך פון התבודדות, איך האב דיר געזאגט זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין נישט שולדיג, איך בין א קינד פון דרייצן יאר, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה".


איך האב געווארט א גאנץ שבת צו קענען רעדן צו די קינדער פון קדושה, איך וויל נישט האבן בלוט אויף מיינע הענט. יעצט איז ארויסגעקומען א שרעקליכע מעשה, א בחור האט מטמא געווען איבער זיבעציג קינדער פאר צוויי גאנצע יאר. איך וויל נישט זאגן די נאמען פונעם מוסד וואו דאס האט פאסירט, א פחד, א שרעק! טייערע קינדער זענען געפייניגט געווארן מיט מעשה תועבה, קיינער האט נישט דערציילט, מען האט מורא געהאט וכו'. וואלטן די מלמדים גערעדט – וואלט דאס נישט געקענט פאסירן, עס וואלט גלייך ארויסגעקומען, קינדער אז מען זאגט זיי אן, מען מאכט זיי באקוועם צו קומען דערציילן – קומען זיי דערציילן.


איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם אייבערשטן. מענטשן האלטן מיך פאר: "היתכן, אזוי רעדסטו? אזא ברייטקייט?" געלויבט דעם אייבערשטן איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אברהם משה נרו יאיר האט מיר דערציילט, ווען די ישיבה האט זיך געעפנט האט מען אים אריינגעשלעפט צו מוהרא"ש; איינער פון די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן עפענען די ישיבה האט געהאט טענות אויף מיינע דיבורים, מען האט אים איבערגערעדט ער זאל גיין צוזאמען מיט זיי רעדן אויף מיר. אברהם משה נרו יאיר איז מיר זייער געטריי אלע יארן, פונעם ערשטן טאג איז ער געשטאנען מיט מיר, למעשה איז ער מיטגעגאנגען, יענער האט נאכגעזאגט שטיקלעך פון דרשות און געווארט אז מוהרא"ש זאל רעאגירן, מוהרא"ש רופט זיך אן: "זעסט נישט אז ער רעדט גוט? פון דעם וואס מען קריגט אויף אים, דאס איז א סימן אז ער רעדט גוט"; שפעטער ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "רעד מער, רעד נאך".


בשעת'ן רעדן צו די קינדער האב איך גלייך געזען אז עס זענען געווען קינדער וואס דארפן רחמי שמים, זיי האבן אנגעהויבן לאכן. איך האב געדריידט דעם שמועס אויף אן אופן עס זאל יא אין זיי אריינגיין.


נאך מנחה האבן מיר געהאט זייער אן התעוררות'דיגע שלש סעודות. מיר האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום באשעפער, אים בעטן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פון זיך טענה'ען מיט'ן אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) דוד המלך האט פארשטאנען אז אויבן אין הימל איז מער חשוב די געבעט פונעם ארעמאן ווי פון קעניגן און נביאים, האט ער זיך אויסגעטון די בגדי מלכות, ער האט זיך אנגעטון קליידער ווי אן ארעמאן און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים קב, א): "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטֹף", וואס איז טייטש כי יעטוף? ער האלט צוריק, דער ארעמאן ווען ער רעדט צום אייבערשטן שטעלט ער אלעס אפ, דער אייבערשטער קערט זיך צום ארעמאן און לאזט אלעס אפ.


אלע פרעגן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער טוט זיך באשעפטיגן מיט זיינס א זאך, מיט די תפילות און טענות פון די צעבראכענע הערצער, תפילות פון ארעמעלייט", די בית דין של מעלה קומען אריין, זיי זאגן: "פארוואס דארף דער אייבערשטער זיי אויסהערן? מיר וועלן מאכן א משפט", אבער דער אייבערשטער זאגט זיי: "איך וויל אזוי, איך וויל זיין אליינס מיט זיי".


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין ה, אות מג), מה דאך ווען אן ארעמאן בגשמיות קומט זיך אויס'טענה'ען צום באשעפער ווערט אזא רעש און א טומל אין הימל, איז דאך זיכער ווען א איד קומט צום באשעפער, ער וויינט: "רבונו של עולם, איך בין אן אמת'ער ארעמאן, איך בין אזוי ווייט פון דיר! רבונו של עולם, איך ליג אין א טיפע בלאטע, איך זינדיג, איך טו עבירות; העלף מיר באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז דאך זיכער אז עס ווערט א מורא'דיג טומל אויבן אין הימל, דער אייבערשטער אליינס נעמט די תפילות און איז אים מוחל.


דאס זעען מיר אין פרשת ויקרא (ב, א): "וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב", זאגט רש"י, ביי אנדערע קרבנות געפונען מיר נישט עס זאל שטיין "'וְנֶפֶשׁ' כִּי תַקְרִיב", נאר דא ביים קרבן עני, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "מַעֲלֶה אֲנִי עָלָיו כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ"; דאס איז אויך ביי אן ארעמאן בדעת, אן ארעמאן אין רוחניות; ער קומט צום באשעפער מיט זיינע קליינע עבודות, ער זאגט: "רבונו של עולם, איך האב ביטערע שווערע נסיונות, דאך וויל איך זיין גוט", דאס איז חשוב ביים אייבערשטן – כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ.


דער יצר הרע פארגינט אבער נישט, ער זאגט דעם מענטש: 'קיינער דארף דיך נישט, דו שטינקסט, דו מאכסט צער פאר'ן באשעפער, דיין דאווענען שטינקט, דיינע מצוות שטינקען' – דארף מען געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער האט ליב אפילו עס שטינקט. די תורה זאגט (שם, יז): "וְשִׁסַּע אֹתוֹ בִכְנָפָיו, וְהִקְטִיר אֹתוֹ הַכֹּהֵן הַמִּזְבֵּחָה", מען זאל פארברענען דעם קרבן עני מיט די פעדערן; ווער עס האט שוין אמאל געשפירט די שרעקליכע גערוך פון פארברענטע פעדערן, פארברענטע האר – ווייסט אז דער גערוך איז נישט אויסצוהאלטן, ווי קען זיין מען זאל מקטיר זיין דעם קרבן עני, דעם עוף מיט די פעדערן? זאגן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה ג, ה; הובא ברש"י): "כְּדֵי שֶׁיְהֵא הַמִּזְבֵּחַ שָׂבֵעַ וּמְהֻדָּר בְּקָרְבָּנוֹ שֶׁל עָנִי", אז דער מזבח זאל ווערן באשיינט און זאט פונעם קרבן עני; דא זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז א ריכטיגער עני, אן עני בדעת, קומט צום באשעפער מיט א קרבן, ער לייגט תפילין, ער דאווענט, ער לערנט, אפילו די מחשבות פייניגן אים, מען טראכט 'איך שטינק דאך, איך בין דאך אן עקלדיגער מענטש' – דארף מען געדענקען אז ביים אייבערשטן איז דאס נישט קיין שטינק, ביים אייבערשטן ביסטו שיין.


נאך מעריב האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, נאכדעם האבן מיר געמאכט הבדלה. דער עולם איז דערנאך ארויס אין לעבעדיגע טענץ, מען האט אסאך געזינגען ניגונים פון אומאן ראש השנה, אלע האבן געמאכט פון די ניגונים תפילות צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן דעם קומענדיגן יאר ראש השנה שנת תשפ"ג אין אומאן. יעצט איז נישט שייך צו פארן, די גרעניצן זענען פארשלאסן, עס ברענט א מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד.


נאכדעם האב איך אויפגענומען מענטשן, דאס איז פון די עבודות קשות; אויסהערן פראבלעמען און קענען מדריך זיין מיט די עצות און שכל פון רבי'ן.


צו מלוה מלכה זענען געקומען אסאך געסט וואס זענען נישט געווען שבת. דער דיין ר' יונה שליט"א האט גערעדט, ער האט נאכגעזאגט פון דעם הייליגן צדיק רבי מענדעלע מרימנאוו זכותו יגן עלינו (הובא בספר ילקוט מנחם, הפטרת וירא), עס שטייט (מלכים-ב ד, כג): "מַדּוּעַ אַתְּ הֹלֶכֶת אֵלָיו הַיּוֹם", דער מאן פון שונמית האט איר געפרעגט, פארוואס גייסטו צום צדיק, צו אלישע הנביא? "לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת", היינט איז נישט ראש חודש און נישט שבת, "וַתֹּאמֶר שָׁלוֹם", האט זי געענטפערט: "שָׁלוֹם", וואס האט זי געמיינט צו זאגן מיט דעם "שָׁלוֹם"? נאר די גרעסטע סכנה, די גרעסטע צרה איז ווען א מענטש מאכט שלום מיט זיין מצב, ער זוכט שוין נישט א וועג ארויס פון זיינע תאוות רעות; דאס האט זי געזאגט, דו פרעגסט מיר פארוואס איך פאר צו מיין רבי? וואס איז היינט די יום טוב? "שלום!" איך ציטער וואס גייט זיין מיט מיר.


נאכדעם האב איך איבערגע'חזר'ט די שמועס וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יט) אז ווער עס ליגט אין טומאה און ער זוכט א וועג ארויסצוגיין - איז דאס נאר דורך לימוד התורה, אויב וועט א מענטש זיין שטארק צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, כך וכך גמרא – וועט ער ארויסגיין פון די טומאה, פון די זוהמה. אנדערע עצות איז נישטא, א שאד צו גיין צו טערעפיסטן וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי קענען זיי מיר העלפן?! נאר די עצה פונעם רבי'ן, לערנען שיעורים כסדרן – דאס העלפט.


מענטשן לאכן: 'קוק די ברסלב'ער, זיי מאכן א סיום אויף זאגן', מען שפעט פון ברסלב, 'מען נעמט ארויס אן האטעל פאר זאגן גמרא, פאר דאווענען גמרא...'; איך טענה נישט מיט קיינעם, אבער דיר זאג איך, פרעג יענעם: "וואס האסטו געטון די גאנצע ווינטער, האסט געעפנט א ספר?" (נישט דו זאלסט גיין פרעגן מענטשן, טענה זיך אויך נישט; דאס איז נאר א וועג פון ארויסברענגען די זאך, מען זאגט 'פרעג יענעם'), פרעג אים: "וואס טוסטו שבת? וואס טוסטו פרייטאג? ליינסט צייטונגען, פארברענסט דיינע טעג און יארן".


איך האב ארויפגערופן א אינגל וואס האט די וואך בר מצוה געהאט, די בר מצוה איז געווען אין ישיבה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי די בר מצוה זאגן זיין פשעטל, אנשטאט זאגן צוויי ווערטער און מען גייט אריינזינגען, נעמט ער א גמרא און זאגט: "תנא דבי אליהו, כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא... הדרן עלך כלל ששה סדרי תלמוד בבלי..." ער האט געמאכט א סיום הש"ס! די משפחה זענען געווארן פארפרוירן, אזוינס האבן זיי נאכנישט געזען, א אינגל, א בר מצוה בחור זאל ענדיגן ש"ס!


קומען די לצים און פרעגן: "האסט טאקע מסיים געווען ש"ס? איך קען דיך פארהערן?" אזוינס האט יעדער ברסלב'ער חסיד, ווי נאר ער דערציילט א סיום פרעגט מען אים: "איך קען דיך פארהערן?" זאגט איינער זייער גוט: "מיר קענסטו נישט פארהערן, איך זאג; דו אבער לערנסט דאך געהעריג, איך קען דיך פארהערן?" בלייבט יענער שטיין מיט די צונג אינדרויסן.


עס איז א וואונדער, ווער עס וועט דיר זאגן "איך האב א שיעור", "איך גיי צו א שיעור", "איך האב א חברותא", קיינעם וועט מען נישט פרעגן: "איך קען דיך פארהערן?" פארוואס פרעגסטו נישט די וואס לערנען צי דו קענסט זיי פארהערן...


אויך האבן מיר גערעדט פון שלום בית, פון רחמנות האבן אויף די ווייב. אז זי רופט: "קום אהיים, העלף מיר, איך פאל פון מיינע כוחות" – זאל מען אהיימגיין, נישט זיך ארויסדרייען. אז די ווייב רופט און בעט: "נעם מיך דארט און דארט", זאל מען נישט זאגן: "איך בין דיין קאר סערוויס דרייווער?!" עס איז א פלא צו זען אינגעלייט וועלכע ווילן נישט אהיים גיין, זיי ווילן נישט ענטפערן דעם טעלעפאן ווען די ווייב רופט; וואלט א חבר געבעטן "טראג מיך", "נעם מיך דארטן", - וואלטן זיי געלאפן, געטראגן, געברענגט – פארוואס די אייגענע ווייב וויל מען נישט נעמען, טראגן און ברענגען...


די אמעריקאנע פאלק רופט דעם פרעזידענט'ס ווייב "די ערשטע פרוי פון די פאראייניגטע שטאטן", די פוירסט לעדי; א איד דארף דאס זאגן אויף זיין ווייב, "דו ביסט די ערשטע און די חשוב'סטע ביי מיר".


די סיום האט געמאכט יענקי לעזער, ער לערנט פאר דעם בלאט גמרא אין אידיש און אין ענגליש; צוויי שיעורים א טאג.


דער דיין האט געבענטשט, איך האב געזאגט די שבע ברכות, מען האט אויסגעטיילט אפאר הונדערט גמרות מנוקד, קליינע ווייכע גמרות, עס זאל זיין גרינג מיטצונעמען מיט זיך אין ארבעט, אונטערוועגנס. נאכדעם האט מען געטאנצן ביז פארטאגס.


איך בין אהיימגעפארן נעכטן נאכט, מיר זענען אנגעקומען פינף אזייגער, מען האט גערוקט דעם זייגער, מען האט פארלוירן א שעה.


היינט אינדערפרי איז נישט געווען קיין מנין אין ישיבה, איך האב געדאווענט אין ישיבה ביחידות. די הלכה איז, ווער עס האט א מנין קבוע און עס פאסירט אמאל אז עס נישטא קיין מנין – זאל מען בלייבן דאווענען אינעם בית המדרש וואו מען דאווענט.


ביי מנחה איז שוין געווען מנין, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא. איך האב געלערנט מיינע שיעורים און אהיים געגאנגען העלפן מיין ווייב תחי'.


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שבת, עס איז געווען הערליך שיין, צענדליגער משפחות זענען פריש מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. די אינגעלייט און בחורים האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם. אויך די פרויען, די מיידלעך, די תלמידות האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם.


בנוגע וכו'; ער איז א קראנקער מענטש, איך דארף שטיין על המשמר נישט צו לאזן ביי אונז אין די קהילה קראנקע מענטשן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דיין ארבעט איז, פון איין זייט זאלסטו מחזק זיין יעדן איינעם, און פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן צו פארטרייבן די דריי כיתות קנעכט וואס דער מלך האכזר האט אריינגעברענגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג)"; איך דאנק דיר פאר'ן מיר איבערגעבן די אינפארמאציע.


דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש. יארן צוריק איז געקומען צו מיר א איד פון יבנאל, דער איד איז געווען זייער א נאנטער מענטש צו מוהרא"ש, ער איז געווען א גרויסער פאנדרעיזער אין יבנאל. ער האט מיר געבעטן ער וויל אריינלייגן זיין זון אין ישיבה, איך האב געטראכט: 'זיכער איז דאס בהסכמת מוהרא"ש, ער האט דאס זיכער דורכגערעדט מיט מוהרא"ש, ער איז דאך א יוצא ונכנס, א משמש', דאך האב איך געפרעגט מוהרא"ש, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז דער איד וויל אריינלייגן זיין זון. מוהרא"ש ווערט ערנסט און זאגט מיר: "נעם אים נישט אריין אין ישיבה, ער איז א קראנקער בחור, ער לויפט נאך אינגלעך און בחורים; איך האב אים פארטריבן פון יבנאל, ער איז א מניוול; אויב דו וועסט אים ארייננעמען אין ישיבה – וועט ער קאליע מאכן אלע בחורים", מוהרא"ש זאגט מיר: "אז דו פארשטייסט בעסער – קענסטו טון אנדערש, אבער איך זאג דיר זאלסט זיך אכטונג געבן פון אים", מער האב איך נישט געדארפט, איך האב יענעם פארטריבן פון ישיבה.


ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מען האט נישט פארדעקט די שמוץ אונטערן קארפעט. אין אנדערע פלעצער, אז מען כאפט א מניוול, אויב דער טאטע איז מקורב למלכות – פארדעקט מען דאס, אסער אויב דער טאטע האט געלט – פארדעקט מען דאס, ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מעגסט זיין דער נאנטסטער מענטש, אז דיין זון איז א סכנה – קען ער נישט זיין צווישן ריינע קינדער, ריינע בחורים.


גלייב מיר, איך קען אסאך פארטראגן און אסאך דערהייבן, אבער דאס וואס דו האסט מיר דערציילט האט מיך אזוי צערודערט, איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון די מעשה. איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון. איך האב אים פארטריבן, ער וויינט צו מיר פארוואס דער ראש ישיבה האט נישט קיין רחמנות, גיי זיי אים מסביר אז דאס איז רחמנות, איך האב רחמנות אויף קהילת היכל הקודש.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי הפצה; אפילו דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות, בלויז ווען מען זעט דיר – איז דאס הפצה. מען זעט א אינגערמאן זיך אויפפירן אזוי דרך ארץ'דיג, אזוי איידל, אזוי ערליך, דאס מאכט אז מענטשן זאל קומען צום רבי'ן.


לאז מיר וויסן אויב איז שייך מיר צו מאכן דעם שאנק פאר פסח, מיין ווייב וועט זיך זייער פרייען.


נאכן ענדיגן שרייבן דעם בריוו, אפשרייבן דעם גאנצן שבת, קלער איך אז עס האט זיך געלוינט אז דו ביסט נישט געקומען אויף שבת, אזוי האב איך אפגעשריבן דעם שיינעם שבת, אזוי וועלן נאך מענטשן קענען ארויסנעמען אביסל חיזוק פון די שיינע התחזקות וואס מיר האבן גערעדט; איך צי צוריק... ענדערש וואלסטו יא געדארפט קומען, ווייל דאס אלעס וואס שטייט אינעם בריוו איז א ברעקל פונעם שבת, בבחינת יותר ממה שקריתי לפניכם - כתוב כאן.


בעט פאר מיר, איך גיי מארגן צום דאקטער; קען זיין איך וועל דארפן אריבערגיין עפעס, איך וויל נישט שרייבן. בעט פאר מיר, מארגן אינדערפרי איז מיין אפוינטמענט.


יואל בן ריצא רעכיל.

#18 - לימוד משניות האט א סגולה מער פון אנדערע לימודים
משניות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, חשק

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט כמה וכמה פעמים אין ספר אשר בנחל אז לימוד משניות האט א סגולה מער פון אנדערע לימודים, עס ברענגט אריין אינעם מענטש א גלוסט צו לערנען נאך און נאך תורה. ווען מען לערנט פלייסיג משניות, נאך א שטיק צייט הויבט אן קאכן אינעם מענטש א קאך צו לערנען נאך תורה, מען הויבט אן גלוסטן און בענקען צו די תורה.


איך ווייס אז דו לערנסט לעצטנס אסאך משניות, דו לערנסט אויפ'ן רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו ביסט גורס פרקים משניות; זאלסטו וויסן, זיי גרייט אז עס גייט איין טאג פלאצן די באמבע, דו גייסט ווערן פלוצלונג הונגעריג פאר די תורה, דו וועסט זיך זען מיט שיעורים אויף שיעורים בכל התורה כולה.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צו א רבי וואס ברענגט אונז צו די הייליגע זאכן מיט אזעלכע גרינגע זיסע און געשמאקע וועגן.

#17 - מען דארף אריינלייגן אלוקות מיט חכמה אינעם צייטונג
הפצה, סיום, סדר דרך הלימוד, נייעס, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער "שטעטל בלעטל" איז זייער שיין, עס איז א גרויסע הפצה; מענטשן וועלן ענדערש ליינען א צייטונג ווי נעמען א ספר, דארף מען מיט חכמה אריינלייגן אינעם צייטונג - אלוקות, און אויך די עצות פון רבי'ן, דרך הלימוד וכדומה.


דאס האסטו א קליינע נייעס פונעם דרך הלימוד:


וויליאמסבורג. דעם פארגאנגענעם וואך פרייטאג צו נאכטס ביי די באטע ביים ראש ישיבה אינדערהיים איז פארגעקומען א סיום פון מאה פעמים ואחד, הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה. ר' משה ארי' שניצלער האט זוכה געווען במשך פינף און צוואנציג יאר צו מסיים זיין הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה.


דער ראש ישיבה האט געזאגט, אינטערעסאנט, אינעם היינטיגן בלאט גמרא, מסכת חגיגה דף ט', זאגן חכמינו זכרונם לברכה (עמוד ב): "אֵינוֹ דוֹמֶה שׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים", עס איז נישט גלייך דאס גרויסקייט פון דער וואס לערנט א פרק הונדערט מאל, "לְשׁוֹנֶה פִרְקוֹ מֵאָה פְעָמִים וְאַחַת", צו דער וואס לערנט א פרק הונדערט און איין מאל; אינטערעסאנט אז דער סיום איז פונקט דעם היינטיגן טאג.


משה ארי' האט דערציילט: "עס איז געווען דעם ערשטן זומער ווען די ישיבה האט זיך געעפנט, זומער שנת תשס"ט, - בין איך געווען אין קעמפ, איך האב געהאט דארט א באנגעלאו. איך האב געלערנט מיינע שיעורים טור מיט לבוש, דער ראש ישיבה האט מיך געפרעגט 'האסט שוין היינט געלערנט ח"י פרקים משניות?' נאכן ענטפערן 'ניין' האט מיר דער ראש ישיבה געזאגט 'לערן ח"י פרקים משניות, נאכדעם זאלסטו לערנען דיינע אנדערע שיעורים'; דאס האט מיר געגעבן דעם שטופ צו לערנען פלייסיג משניות".


עס איז געווען זייער פרייליך. איינע פון די באטייליגטע געבן איבער, ער האט אלץ געוויסט אז משה ארי' איז רייך, ער האט אבער נישט געוויסט אז ער איז אזוי רייך; ער האט הונדערט און איין ביליאנען! נאר דער וואס לערנט תורה איז רייך, נאר דאס בלייבט פונעם מענטש.


מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען: "ווען מען זעט איינעם מיט א משניות זאגט מען גלייך אויף אים 'ער באלאנגט ביי היכל הקודש'"; דאס זעט מען אלץ ביי משה ארי', וואו ער גייט, וואו ער שטייט - האלט ער מיט זיך א קליינע משניות, דאס איז א סימן פון א ריכטיגער תלמיד היכל הקודש.


אזעלכע נייעס זאלסטו מאכן.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, יפוצו מעיינותיך חוצה.


 

#16 - זאגן די שירת הים פסוק בפסוק פרשת בשלח שבת שירה
שאלות, סדר דרך הלימוד, מנהגים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


בנוגע זאגן די שירת הים פסוק בפסוק די וואך פרשת בשלח-שבת שירה, דו ווילסט וויסן וואס איז דער מנהג אין היכל הקודש; עס ווענדט זיך אין ענק, אויב ביי ענק זאגט מען אזוי, קענסט אזוי טון; דאס איז זייער א שיינע זאך.


דער עיקר מען זאל דאווענען מיט א חיות, מיט התלהבות - אזוי ווי דער רבי האט געוואלט.


אין די צייט וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט אנהויבן לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, מיר האבן נעכטן געענדיגט די עלפטע מסכתא, מען הויבט אן היינט ערב שבת שירה די צוועלפטע מסכתא - מסכת מועד קטן. וואלסטו געפאלגט דעם רבי'ן בתמימות ובפשיטות, דו וואלסט יעדן טאג געלערנט גמרא אן קוקן אויב דו פארשטייסט אדער נישט - וואלסטו געהאט אין דיינע הענט עלף מסכתות.


איך בעט דיר זייער, טו עס פאר דיר; פאר דיין נשמה, פאר דיין נצחיות, הויב אן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא - וועסטו האבן א זיסע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - לערן יעדן טאג א בלאט גמרא
סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; סיי דו לערנסט די הייליגע תורה און סיי דו ביסט זיך מתבודד, דו רעדסט צום אייבערשטן.


איך וויל דיר זייער בעטן זאלסט לערנען יעדן טאג לכל הפחות א בלאט גמרא. מיר הייבן אן די וואך פרייטאג א נייע מסכתא, מסכת מועד קטן; כאפ זיך מיט, לערן יעדן טאג א בלאט גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא; אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


זיי זיך נישט מבלבל אז דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט, פאלג דעם רבי'ן, זאג די ווערטער פון די גמרא. דער רבי האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר לערנען און זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה; מען דארף נישט גלייך פארשטיין, און במשך די צייט וועט מען זוכה זיין צו פארשטיין.


איך בענק זיך אויך זייער צו דיר, איך האף בקרוב זיך נאכאמאל צו זען מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ס'זאל נישט אריבערגיין א טאג אן א בלאט גמרא
כולל, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די כולל חודש'ליך; די פאר אינגעלייט וואס מיר האבן אין כולל לערנען בהתמדה רבה, עס איז א גרויסע זכות צו העלפן תורה. איך שפיר פאר א זכי' צו האבן די כולל, העלפן אינגעלייט לערנען תורה.


שטארק זיך בלימוד התורה, לערן דיינע שיעורים כסדרן על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) אפילו בלי הבנה כלל; זיי שטארק אינעם בלאט גמרא, זע עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען דעם בלאט גמרא.


דער הייליגער צדיק רבי שלמה מ'זעוויל זכותו יגן עלינו האט זיך אויסגעדרוקט: "א מענטש וואס לערנט נישט גמרא, יענעם טאג האט ער א פנים ווי א הונט, ה' ישמרינו", אמאל האט ער געשריגן צום גבאי ער זאל שנעל קומען ווייל א הונט איז אין שטוב, דער גבאי קומט צו לויפן און זעט א מענטש, אבער דער צדיק ווייזט אויף יענעם, ער זעט אויס ווי א הונט; וואויל איז דעם מענטש וואס לאזט זיך נישט נארן.


 

#13 - איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר ווי פלייסיג דו לערנסט
סדר דרך הלימוד, יונגע יארן, בר מצוה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אלעד


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר ווי פלייסיג דו לערנסט; עס איז א פארגענוגן צו הערן ביי א קינד וואס גייט בר מצוה האבן ער זאל שוין האבן שיעורים כסדרן אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


איך האף דיר צו טרעפן אין אומאן, איך וועל רעדן מיט דיר, דיך אנגרייטן אויף דיין בר מצוה.


געב א גרוס דיינע חשוב'ע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#12 - נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות
צרות, התחזקות, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, בית המדרש, סדר דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


איך שעם זיך אביסל פון אייך; שוין א לאנגע צייט וואס איך האב אייך נישט געשריבן קיין בריוו. איך באקום כסדר בריוון פון אייך ווי איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן, זייט נישט ברוגז אויף מיר, גלייבט מיר איך וויל אייך נאך מער שרייבן, אבער איך ווער כסדר פארנומען מיט אנדערע זאכן און דאס ווערט אפגעשטופט. יעצט האט מיר איינער פון די גבאים, ... נרו יאיר נאכאמאל געבעטן איך זאל שרייבן, האב איך אלעס געלייגט אין דער זייט אייך צו שרייבן אפאר ווערטער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אפלאזן די חשק און ברען פון אנהייב התקרבות. בדרך כלל ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן - גייט דאס מיט א שטארקע ברען, מיט א שטארקע פייער, און במשך די צייט ווערט מען אפגעקילט, מען דארף כסדר צולייגן אויל צום פייער כדי די פייער זאל ווייטער ברענען. וואס איז די אויל וואס מאכט אז די פייער זאל ווייטער ברענען? דאס זענען די עצות פון רבי'ן; כל זמן מען איז שטארק מיט די שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, יעדער איינער אויף זיין פארנעם - איז דאס אויל צום פייער, אז די פייער זאל ווייטער ברענען; כל זמן מען גייט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן - האט מען כח ווייטער אנצוהאלטן, מען ווערט פרישער און פרישער, אבער אז מען לאזט אפ דעם דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מען הערט אויף גיין התבודדות - דעמאלט ווערט מען אלט און קאלט.


איך געדענק ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט: "וואס איז דער חילוק צווישן תלמידי היכל הקודש און אנדערע? בדרך כלל ווען א בחור טרעפט א משפיע, ער האט שייכות מיט א גוטן איד, ווילאנג ער איז נעבן דעם משפיע - האט ער שייכות מיט אים, ער ברענט פאר אים, ער איז אים משמש וכו' וכו' אבער ווען ער גייט אוועק פון יענעם, ער האט חתונה, ער ציט זיך צו אן אנדערע פלאץ וכו' וכו' - ענדיגט זיך אלעס, דאס איז צוגעגליכן צו א פייער וואס פלאקערט אויף, אבער נאך א שטיק צייט פארלעשט זיך דאס", און מוהרא"ש האט אויסגעפירט און מיר געזאגט, אויב איך וועל אריינלייגן דעם סדר דרך הלימוד אין די תלמידים - וועט זיך קיינמאל נישט פארלעשן די פייער, "אפילו זיי וועלן אוועק גיין פון דיר וועלן זיי אלץ האבן אויל פאר זייער פייער, ווייל די וועג פון רבי'ן איז אויל, עס פארלעשט זיך נישט; אזוי ווי דער רבי האט געזאגט 'מיין פייער'ל וועט שוין ברענען און טליען ביז משיח וועט קומען'".


איך בעט אייך טייערע חברים, שטארקט אייך מיט אלע כוחות; עס גייט איבער אויף יעדן איינעם ביטערע שווערע נסיונות, יעדן איינעם פרובירט מען אויס מיט אן אנדערע וועג. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט): יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא אזא זאך מען זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג, אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן און צו די תורה, נעמען די פלאג פאר גוטע זאכן, דער רבי האט קלאר געזאגט: "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישט דא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליין, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים, נישטא קיין עצה פטור צו ווערן פון פראבלעמען, נאר אז מען אנטלויפט צום אייבערשטן.


א שאד אויף די וואס קענען זיך נישט דערהאלטן, זיי לויפן אוועק אינמיטן עסן די מרור; וואלטן זיי געווארט נאך אביסל וואלטן זיי געהאט פון די גוטע שלחן עורך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (כוכבי אור, סיפורים נפלאים): עס איז געווען א גוי וואס האט זיך געדריידט מיט ארעמעלייט און ער האט געהערט ווי די אידן שמועסן צווישן זיך אז באלד קומט דער יום טוב פסח; דער גוי האט זיך אינטערעסירט וואס איז פסח, מען האט אים דערציילט ווי שיין דער יום טוב איז, מען פראוועט א סדר, און אלע אידן - אפילו ארעמעלייט - עסן א געשמאקע רייכע סעודה; מען זיצט ביים טיש ווי קעניגן, מען עסט, מען טרינקט און מען איז פרייליך. דער גוי טראכט צו זיך 'איך מוז דאס אויספרובירן; איך וועל זיך פארשטעלן ווי א איד אז איך זאל כאטש איין מאל אין לעבן האבן א גוטע סעודה'.


פסח ביינאכט האט זיך דער גוי איינגעלאדנט ביי א איד צום סדר; מען הייבט אן די סדר, ער ווארט צו עסן די פיינע געשמאקע עסן, ווען עס איז געקומען צו מרור און ער האט שוין נישט אויסגעהאלטן זיין הונגער, האט ער געטראכט צו זיך: 'מען האט מיר דא אויסגעשפילט, די אידן האבן מיר פארנארט, איך ווארט שוין אזוי לאנג אויף די סעודה און מען דריידט ארום מיט מיר', ער האט זיך אויפגערעגט און איז אנטלאפן פאר שלחן עורך.


שפעטער ווען ער האט געטראפן זיינע חברים האט ער זיי דערציילט די גאנצע מעשה, אז מען האט אים געלאזט אויסהונגערן ביז מען האט אריינגעברענגט א שארפע עסן וכו' וכו', האבן זיי אים געזאגט: "א שאד דו ביסט אנטלאפן פאר שלחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען אויס נאך אביסל וואלסטו געהאט א געשמאקע סעודה", דער רבי האט דאס דערציילט כדי אונז מחזק זיין מיר זאלן נישט אפלאזן די שווערע ארבעט וואס מיר דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן אויסווארטן, ווייל אז מען ווארט אויס מיט געדולד, מען דערהאלט זיך - איז מען זוכה צו זייער שיינע זאכן.


טייערע חברים, איך בעט ענק, געדענקט די ווערטער וואס די בת מלך האט געזאגט פאר'ן שני למלכות (ספורי מעשיות, מעשה א): "עס איז א גרויסע רחמנות אויף דיר און אויף מיר, נאך אזוי לאנג וואס דו זוכסט מיר, נאך אזויפיל יגיעות און טרחות וואס דו האסט זיך אזויפיל געפלאגט און געמוטשעט מיר ארויסצונעמען פון די נישט גוטע, און יעצט וועגן איין נסיון האסטו מיר פארלוירן", עיין שם; לאזט נישט אפ די רצון, די בענקעניש; אפילו מען זעט ווי עס רוקט זיך נישט, עס גייט נישט, עס איז אזוי שווער די נסיונות - זאלט איר ווייטער זוכן די בת מלך; זוכן עצות, וויינען און שרייען - ארויסצוגיין פון די נישט גוטע.


יעצט איז א יאר פון ווען מיר האבן געטראפן אונזער בית המדרש אין ירושלים עיר הקודש, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז דאס נאר די אנהייב, עס וועט נאך צואוואקסן ווערן אין א גרויסע קהילה; בעט איך אייך טייערע ברידער, האלט אייך אינאיינעם, פארלייגט זיך אויף די איין נקודה, זיך ליב האבן, זען דאס שיינקייט ביי אנדערע; אפילו איר זענט אלע אנדערש, יעדער האט אן אנדערער טעם, אן אנדערער שכל - קען מען באווייזן צו זיין אינאיינעם בשלום.


זייט מתפלל מיר זאלן אלע זיין אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה; תפילה איז שטערקער פון אלעס, מיט תפילה וועלן מיר זיין אין אומאן ראש השנה.


איך דארף ענדיגן ווייל די בחורים שטייען און ווארטן אויף מיר, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק; איך האף אז די פאר שורות וועט אייך געבן אביסל כח אויף ווייטער.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#11 - לערנען יעדן טאג תורה מיט א שטארקייט
סיום, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

 בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען יעדן טאג אביסל חומש, אביסל משניות און כאטשיג א בלאט גמרא.


דעם זונטאג נאכט בין איך געווען אין בלומינגראוו פאר א סעודה לכבוד פסח שני און בעיקר פאר א סיום, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש האט מסיים געווען די צווייטע מאל הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה, דאס איז אינאיינעם צוויי הונדערט און צוויי מאל. איך בין געווארן אזוי פרייליך צו זען די שכל פון אנשי שלומינו; אנשטאט זיין פארנומען מיט הבלים, זענען זיי פארנומען מיט תכלית; מען גרייט זיך אן מיט אסאך תורה, דאס וועט מיט גיין אויף יענע וועלט.


זאלסט זיך באשטומען מיט א שטארקייט צו עפענען יעדן טאג די הייליגע משניות און די הייליגע גמרא, אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דאס וועט דיר באגליקן.

#10 - דארף נישט אויסרופן הויך אז דו ביסט א ברסלב'ער
מקוה, שידוכים, שלום בית, חסידות ברסלב, סדר דרך הלימוד, ספרי ברסלב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת טהרה, כ"ט ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מודיעין עילית


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון אזא גרויסער רבי וואס לערנט מיט אונז עצות ווי אזוי מיר זאלן זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


בעזרת השם בין איך גרייט צו ענטפערן אלע דיינע שאלות.


אויף דיין פראגע אז עס איז דיר שווער צו לערנען דעם ספר ליקוטי מוהר"ן, דו פארשטייסט נישט קיין איין ווארט; אויך מיט'ן פירוש שפת הנחל פארשטייסטו נישט, דו ווילסט וויסן א וועג ווי אזוי צו קענען לערנען דעם רבינ'ס ספרים.


וויסן זאלסטו אז אין אנהייב איז נישט גרינג, מען דארף זיך צוגעוואוינען צום שפראך וכו'; אז דו וועסט נעמען דעם סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דו וועסט אין אנהייב גורס זיין, דו וועסט זיך מסדר זיין צו לערנען ליקוטי מוהר"ן אן פארשטיין, דו וועסט זאגן די ווערטער - וועסטו במשך הזמן זוכה זיין אז עס וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט אנהייבן צו פארשטיין.


עס גייט נישט אין איין מינוט, מען דארף האבן אסאך סבלנות; אז מען האט סבלנות איז מען זוכה צו קענען און פארשטיין די תורה.


בנוגע דיין פראגע וואס דו זאלסט טון מיט דיין ווייב און קינדער, זיי האבן נישט ליב אז דו ביסט געווארן א ברסלב'ער; איך וויל פארשטיין, וואס פעלט אויס צו זאגן פאר אלעמען "איך בין געווארן א ברסלב'ער"? וואס איז שלעכט אז דו, פאר דיר אליינס - וועסט זיך מחי' זיין מיט דעם רבינ'ס עצות אן אויסרופן פאר אלעמען: "איך בין געווארן א ברסלב'ער" און אזוי פירן דיין שטוב? איך זאג דיר, אויב דו וועסט אזוי טון, נישט נאר זיי וועלן נישט האבן קיין טענות אויף דיר, נאר במשך הזמן וועלן זיי אלע מקורב ווערן; ווען מען וועט זען ווי דו פירסט זיך מיט דרך ארץ, מיט שמחה און מיט די אלע שיינע זאכן וואס דער רבי איז אונז מזכה - וועסטו זיי מקרב זיין מיט דיין התנהגות.


בנוגע חתונה מאכן די קינדער יונג; מוהרא"ש האט נישט גענומען קליינע קינדער און זיי חתונה געמאכט, מוהרא"ש האט גענומען קינדער וואס זענען דערוואקסן און האבן שכל מער ווי דרייסיג יעריגע און זיי חתונה געמאכט. איך ווייס נישט ווי קינדעריש דיין זון איז, אויב איז עס אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ, אז ער איז ממש א קליין בעבי, דעמאלט קען מען נאכנישט חתונה האבן, אפילו ביי די אכצן.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר דיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, זיי זאלן חתונה האבן און אויפשטעלן ערליכע דורות; ווייל תפילה איז זייער שטארק, תפילה איז שטערקער פון אלעס.


בנוגע מקוה וכו'; ביי אונז ברסלב'ער חסידים איז מען זיך מוסר נפש אויף מקוה, מען קוקט נישט אויב עס איז שווער אדער נישט, מען גייט יעדן טאג אין מקוה, זאל זיין וואס זאל זיין; ווייל דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט צוגעזאגט: "מקוה איז די זעלבע לשון פון תקוה - אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן".


בנוגע וואו דו זאלסט געבן דיין צדקה, פאר די ישיבה אין אמעריקע אדער פאר די שולן אין ארץ ישראל; ענדערש זאלסטו געבן די צדקה פאר די גבאים אין ארץ ישראל, זיי זאלן ווייטער קענען אנגיין מיט זייער הייליגע ארבעט.


נאכאמאל בעט איך דיר, דער עיקר זאלסטו אכטונג געבן אויף דיין שטוב, דיין ווייב זאל זיין צופרידן, זי זאל זיין מיט דיר אויף איין בלאט. אויב ביסטו אויף איין בלאט און זי אויף אן אנדערע בלאט, זאלסטו צוריק מישן די בלעטער, זוך אויף די בלאט וואו זי איז און לעב מיט איר אויף איין בלאט; ווייל אן שלום בית איז גארנישט דא, שלום בית איז דער יסוד פון זיין הייליג.


שעם זיך נישט צו פרעגן, דו קענסט פרעגן אלע דיינע שאלות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#9 - מיט די עצות פון רבי'ן, וועט זיי זיין גוט אויך בגשמיות
בחור, רפואה, סדר דרך הלימוד, הדרכות, עצות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אוודאי זאלסטו רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן; וואס הייסט דו ביסט נאר געשטעלט אויף זייער גשמיות? רוחניות און גשמיות איז איין זאך. אז זיי וועלן וויסן א וועג צו לערנען וועט זיי גוט זיין בגשמיות, אז זיי וועלן וויסן פון רבינ'ס עצות וועט זיי גוט זיין בגשמיות; עס איז איין זאך.


דער דרך הלימוד וועט זיי אויסהיילן; זיי וועלן נישט דארפן קיין מעדעצין, עס איז וואונדערליך צו זען בחורים און אינגעלייט וואס האבן געדארפט נעמען מעדעצין, זיי זענען געווען בעצבות ומרה שחורה און ווי נאר זיי האבן גענומען דעם רבינ'ס דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) זיי האבן זיך באפלייסיגט אין משניות, זענען זיי געווארן געזונט און שטארק, זיי האבן אויפגעהערט נעמען מעדעצין.


געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט מיט זיי; דארפסט נישט רעדן בשם דעם רבי'ן, דער רבי האט געזאגט: "מיר גייט נישט אן אז אנדערע וועלן בענטשן ברכת המזון מיט מער כוונה אן דעם וואס זיי וועלן וויסן אז די דיבורים קומט פון מיר"; רעד נישט בשם דעם רבי'ן, אזוי וועסטו נישט האבן קיין מחלוקת אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן ווארימע דיבורים, דיינע ווערטער זאלן אריינגיין אין די הערצער פון די בחורים, זיי זאלן אלע אויסוואקסן גרויסע צדיקים.

#8 - מען קען זיצן אויפ'ן באס א גאנצן טאג און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד
פרנסה, סדר דרך הלימוד, נעגל וואסער, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דו האסט פארשעמט די גאנצע קהילה, קיינער האט דאס נאכנישט באוויזן, צו לערנען און ענדיגן גאנץ ליקוטי מוהר"ן אין צוויי חדשים אויפ'ן באס.


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר אויפגעשטעלט אינמיטן סיפורי מעשיות, איך האב נאר געוואלט ווייזן פאר אלע אינגעלייט זיי זאלן זען אז מען קען לערנען און זיין א באס דרייווער אינאיינעם, מען קען זיצן אויפ'ן באס א גאנצן טאג און לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד.


אנשי שלומינו זאגן: ס'י ד'י על' (די ראשי תיבות פון די לייסענס וואס מען דארף האבן צו קענען פירן א באס) איז ראשי תיבות ס'דר ד'רך הל'ימוד; מען קען זיין א ס'י ד'י על' דרייווער און אז מען לערנט אויפ'ן ס'דר ד'רך הל'ימוד קען מען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה.


דיין ווייב האט מיר געפרעגט פון ווען מען דארף מקפיד זיין אפצוגיסן די קינדער "נעגל וואסער"; זאג איר אז ביי אונז גיסט מען אפ פונעם געבוירן.

#7 - בלייב ווייטער ביי דיין חסידות, און ווארעם דיך מיט די הארציגע זמירות
ניגונים, משניות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, חסידות

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חיפה.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט זוכה געווען צו ענדיגן די ערשטע מאל ששה סדרי משנה אין דיין לעבן; אויך האסטו שיעורים אין בבלי און ירושלמי. דער טעם וואס מען שפירט ווען מען לערנט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו) - דאס קען מען נישט מסביר זיין, מען שפירט א טעם פון גן עדן, מען שפירט זיך גליקליך און צופרידן.


בלייב ביי דיין חסידות, גיי ווייטער צום טיש, זינג די זמירות און די ווארעמע ניגונים; דאס וועט דיר עפענען דיין הארץ. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן סימן רעג): "טוֹב לְהָאָדָם לְהַרְגִּיל אֶת עַצְמוֹ שֶׁיּוּכַל לְהַחֲיוֹת אֶת עַצְמוֹ עִם אֵיזֶה נִגּוּן", עס איז זייער גוט מען זאל זיך מחי' זיין מיט א ניגון, "כִּי נִגּוּן הוּא דָּבָר גָדוֹל וְגָבוֹהַּ מְאֹד מְאֹד וְיֵשׁ לוֹ כֹּחַ גָדוֹל לְעוֹרֵר וּלְהַמְשִׁיךְ אֶת לֵב הָאָדָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווייל מיט א ניגון קען מען זיך זייער אויפוועקן צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


לערן ווייטער אויפ'ן דרך הלימוד פון רבי'ן; אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין. דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנַיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלֹא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - עלטערן דארפן ארבעטן אינאיינעם מיט די מחנכים
חינוך הילדים, מוסדות, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה, יראת שמים

בעזרת ה' יתברך


                                     יום א' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן אויף דיין ווייטאג.


עס טוט מיר זייער וויי אז דו און דיין ווייב שפירן זיך גע'קנס'עט אז דער מנהל שליט"א האט גערופן זאגן אז דיין זון ני"ו קען נישט קומען אין חדר וכו'; פארוואס זאלט איר טראכטן שלעכטס אז מיר טוען דאס אויף צו סטראשען די עלטערן?! מיר ווילן נאר מחנך זיין דיין זון, מיר ווילן נאר ער זאל פון היינט אכטונג געבן וכו'. ווען מיינע קינדער ווערן גע'קנס'עט און אהיים געשיקט, אפילו איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס, לייג איך אלע מיינע פריוואטע געפילן אין דער זייט; איך געב אכטונג אויף זייער חינוך, צו זיין איינשטימיג מיט זייערע מלמדים.


פארוואס נעמסטו עס ווי א סטראשע? וואס וועט געשען אז דיין זון וועט רופן איבערבעטן? וואס וועט פאסירן אז דיין זון וועט זען אז ער דארף אנהייבן פאלגן? וואו קומט אריין אין בילד אנדערע קינדער? לאמיר זאגן אז אנדערע קינדער זענען אויך שולדיג, וואס האט דאס מיט דיר? פריי זיך אז מען בויט אויף "דיין" קינד, מען לערנט אים אויס ווי אזוי זיך צו פירן.


עס שטערט מיר דאס וואס דו שרייבסט אז מען האט גענומען דיין קינד פאר א "כפרה הינדל"; דער מנהל און די מלמדים ארבעטן זייער געטריי, זיי געבן זייער אכטונג נישט צו נעמען א קינד פאר א ביישפיל אדער ווי דו רופסט עס "כפרה הינדל", און אז מען האט אים געזאגט ער קען נישט קומען וכו' - דארפסטו מיט דיין ווייב מיט ארבעטן מיט זיי אז דיין זון ני"ו זאל פון יעצט אכטונג געבן.


אז עלטערן לאכן זיך אונטער ווען דער מנהל אדער מלמד שיקט אהיים זייער קינד, דער קינד שפירט ווי ער האט א פלאץ וואו זיך ארויסצודרייען - דעמאלט איז א שאד דאס שיקן אין חדר; דער קינד קען נישט מקבל זיין, ער ווייסט ביי זיך 'מיין טאטע מאמע לאכן פונעם מנהל און מלמד'.


איך האב געהאט די זעלבע מעשה פאריגע וואך, איך האב געדארפט אהיים שיקן פינף מיידלעך פון אונזער סקול "בית פיגא" ווייל זיי האבן זיך נישט געפירט מיט דרך ארץ; די מיידלעך וואס די עלטערן האבן מיט געארבעט מיט'ן מוסד און עס נישט גענומען פערזענליך, זיי האבן געזאגט פאר די קינדער אז זיי גייען זוכן אן אנדערע סקול ווייל אין ברסלב קענען זיי מער נישט גיין, אין ברסלב ביים רבי'ן מוז זיין דרך ארץ; זיי האבן געוויזן א ווייטאג אויף זייער פנים און די קינדער האבן געשפירט ווי עס טוט באמת וויי פאר די עלטערן ווי אזוי זיי פירן זיך, די עלטערן האבן נישט געגעבן גערעכט פאר די קינדער ווען זיי האבן גענוצט תירוצים וכו', - די מיידלעך וועלן מצליח זיין, די מיידלעך זענען שוין מצליח, מען זעט עס שוין אן אויף זיי, טאג טעגליך ווערן זיי מער און מער דרך ארץ'דיג אין סקול און זיי וועלן זיך פירן א גאנץ לעבן - אויך צו זייערע עלטערן - מיט דרך ארץ.


די אנדערע מיידלעך וואס די עלטערן זענען באליידיגט געווארן, זיי האבן גערופן מיט אן א שיעור טענות, פארוואס זאגט מען נישט? פארוואס זאגט מען יא? פארוואס שיקט מען אהיים? פארוואס שיקט מען נאר "מיין" טאכטער אהיים? די און די מיידל איז אויך נישט דרך ארץ'דיג, פארוואס איר שיקט מען נישט אהיים? מיין טאכטער איז בכלל נישט שולדיג! מיט נאך טויזנט קשיות; די וועלן זיך מוטשען מיט זייערע קינדער, ווייל קינדער וואס זענען נישט מחונך ווי אזוי זיך צו פירן אין סקול - די פירן זיך צו די עלטערן אויך מיט חוצפה. מיר וועלן זיך נישט אזוי לאנג מוטשען מיט זייער דרך ארץ, עס גייט אריבער אפאר יאר און זיי וועלן אלע ארויסגיין פון סקול, אבער צו די עלטערן וועלן זיי זיך חוצפה'נען א גאנץ לעבן.


דאס וואס דו ביסט פארווייטאגט אז דו האסט נישט מיט וועם צו רעדן, יעדעס מאל דו רופסט די מוסד מיט א טענה זאגט מען דיר 'קענסט ארויסנעמען דיינע קינדער', דאס איז א שטארקע טענה; איך האב נישט געוואוסט פון דעם, דאס איז נישט די וועג און מען טאר נישט אזוי ענטפערן. אויב דו זעסט ביי דיר אז עס נישטא צו וועם צו רעדן קענסט זיך ווענדן צו מיר, קענסט מיר שרייבן יעדן טאג אפאר ווערטער, איך בין גרייט צו הערן און פארבעסערן די מוסד אין יעדע הינזיכט.


איך באקום זייער אסאך בריוו; איך קום טאקע נישט אן צו ענטפערן יעדע בריוו, אבער איך ליין זיי אלע, און וואס עס האט צוטון מיט חינוך הבנים והבנות איז ביי מיר דאס ערשטע. איך וועל פאררעכטן יעדע קלייניקייט, אזוי ווי איך האב געטון גלייך ווען איך האב געהערט וואס טוט זיך אין חדר האב איך גערופן דעם מנהל שליט"א און אים דערציילט פון די פרשה וכו' און מען האט אהיים געשיקט דיין זון; דאס קומט פון מיר, דאס האט גארנישט מיט'ן מנהל.


איך וועל פאררעכטן דאס וואס דו שרייבסט אז דו בעטסט שוין חדשים דעם מענידזשער פון די טרענספארטעישן און ער שאקלט מיט'ן קאפ, מען טוט נישט גארנישט; א שאד צו רעדן צו אים, ער איז בסך הכל מענידזשער אויף די טעכנישע זאכן, פאררעכטן, אויל טשענדזש, ווער עס זאל דרייוון וכו'. אויב איז דא זאכן וואס מען איז נישט צופרידן דארף מען רעדן מיט'ן מנהל, א שאד איר רעדט צום נישט ריכטיגן מענטש.


בנוגע די ווייטאג אז דיין זון קען נישט די גמרא; איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, דיין זון קען גוט די גמרא. ווען עס קומט מיר אויס רעד איך מיט אים אין לערנען און איך זע אז ער קען זייער גוט, ער האט א שארפע קאפ און פארשטייט זייער גוט דאס לערנען; הלואי זאלן אלע קענען אזוי קלאר ווי ער קען די גמרא.


דאס וואס עס שטערט דיר אז ווען דו רעדסט מיט'ן מלמד, דו זאגסט אים אז דיין זון פארשטייט נישט אזוי גוט, זאגט ער דיר צוריק מיט ביטול: "דער עיקר ער זאל זיין אן ערליכער איד"; דאס איז דאך טאקע דער עיקר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת לא.) רבה בר רב הונא זאגט: "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ בּוֹ תּוֹרָה וְאֵין בּוֹ יִרְאַת שָׁמַיִם", ווען א מענטש האט נאר תורה, ער האט נישט קיין יראת שמים - "דּוֹמֶה לְגִזְבָּר שֶׁמָּסְרוּ לוֹ מַפְתֵּחוֹת הַפְּנִימִיּוֹת וּמַפְתֵּחוֹת הַחִיצוֹנוֹת לֹא מָסְרוּ לוֹ", איז ער צוגעגליכן צו א גבאי וואס האט די אינעווייניגסטע שליסלען אבער ער האט נישט די שליסלען אריין צו קומען פון אינדרויסן, "בְּהֵי עָיִיל", קען ער נישט אריין קומען, נאך זאגן חז"ל (שם): "חֲבָל עַל דְּלֵית לֵיהּ דַּרְתָּא וְתַרְעָא לְדַרְתָּא עָבִיד", א שאד פאר דער וואס האט נישט קיין גארטן און מאכט א טויער אריין צו גיין, ער האט דאך נישט וואו אריין צו קומען... נאך זאגן חז"ל (יומא עב:) רבא האט געזאגט פאר זיינע תלמידים: "בְּמָטוּתָא מִינַּיְיכוּ, לָא תֵּירְתוּן תַרְתֵּי גֵיהִנָּם", איך בעט ענק איר זאלט נישט האבן צוויי מאל דעם גיהנום, איין מאל אויף די וועלט ווען איר פלאגט זיך, איר האט נישט קיין הנאה פון די וועלט און נאכדעם אויף יענע וועלט וועט איר גארנישט האבן, ווייל עס איז אן קיין יראת שמים, וועט גארנישט בלייבן פון דעם.


יעצט צום צווייטן ווייטאג, עס טוט דיר וויי פארוואס דיין טייערער חבר האברך ... נרו יאיר קען נישט קיין שטיקל גמרא; ערשטנס ער האט נישט געלערנט אין אונזער חדר, ער האט געלערנט אין א "געהעריגע", "מסודר'דיגע" און "נארמאלע" תלמוד תורה; וואס האט דאס מיט אונזער חינוך צוטון?! צווייטנס, איך האב געמיינט דו גייסט מיר זאגן אז עס טוט דיר זייער וויי ווען דו קוקסט ארום זעסטו ווי אן א שיעור בחורים גייען ארויס לתרבות רעה, זיי לייגן נישט קיין תפילין און היטן נישט קיין שבת - מיט'ן קענען לערנען גוט א שטיקל גמרא; אויף דעם דארף מען זיין פארווייטאגט, אויף דעם דארפן מיר אלע ציטערן, 'וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער?' 'ווער ווייסט וואס גייט זיין?' אנשטאט דעם ביסטו פארווייטאגט אז דיין חבר קען נישט קיין שטיקל גמרא; דיין חבר איז א רחמנות? ער איז נישט קיין רחמנות. ער איז א דוגמא פון א תלמיד הישיבה, ער איז אריין געקומען צו מיר ביי די פערצן יאר, נישט נאר ער האט נישט געקענט לערנען, ער האט נישט געקענט זיין נאמען און ווייל ער האט געלערנט אין ישיבה, ער האט געהערט אזויפיל דרשות פון חיזוק, פון יראת שמים - האט זיך אין אים אנגעצינדן א פייער פון עבודת השם און ער דינט דעם אייבערשטן מיט א ריינקייט, מיט א תמימות; ער לערנט א גאנצן טאג אויפ'ן רבינ'ס סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן עו), נאך אביסל וועט ער זוכה זיין צו דיבור בדעה, ער וועט אנקומען צו שמחת תורה (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עד), ער איז נישט קיין רחמנות, ער וועט זוכה זיין צו זיין א גדול בתורה; זייער אסאך גדולי ישראל האבן זוכה געווען צו וואס זיי האבן זוכה געווען נאר ווייל זיי האבן געהאט א שטארקע חשק און רצון, אפילו זיי האבן נישט פארשטאנען וכו' - האבן זיי ביים סוף פארשטאנען.


נעכטן נאכט האבן מיר מסיים געווען מסכת עירובין; ביסט דאך געווען ביים סיום האסטו אודאי געזען דעם אויבן אן, דער אויבן אן איז געווען אינגעלייט תלמידים פון ישיבה, תלמידים פון תלמוד תורה "היכל הקודש"; זיי לערנען יעדן טאג פאר שיעורים אין גמרא, זיי לערנען פאר דעם בלאט גמרא; איינער אין בארא פארק, איינער אין קרית יואל, בלומינגראוו און ליבערטי; אונזער חדר האט ארויסגעגעבן גרויסע תלמידי חכמים, נאך אביסל וועלן מיר האבן דיינים - תלמידים פון אונזער חדר.


איך האף אז דו וועסט ארויסנעמען די ווייטאג פון הארץ, דו וועסט האבן אן אנדערע בליק אויף די תלמוד תורה און אויב עפעס שטערט דיר זאלסטו נישט ווארטן א לאנגע צייט ביז דו שרייבסט - נאר גלייך שרייבן אדער רופן, אזוי וועלן מיר אינאיינעם קענען מחנך זיין אונזערע קינדער און שניידן די שיינע פרוכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.