בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#115 - צניעות הייבט זיך אן פונעם געבוירן
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


איך וויל פאררעכטן; איך האב געשריבן אז מען קען באדן קינדער אינאיינעם ביז די דריי יאר, יעצט זע איך אז מוהרא"ש שרייבט קלאר מען טאר נישט באדן קינדער אינאיינעם.


דא איז דער לשון (שאלות ותשובות ברסלב חלק לז, מכתב ד' אלפים תתקיד): "צְנִיעוּת מַתְחִילָה מִגִּיל אֶפֶס", צניעות הייבט זיך אן פונעם געבוירן, "וְלָכֵן אָסוּר לְקַּלֵחַ בָּנִים וּבָנוֹת יַחַד בְּשׁוּם פָּנִים וְאוֹפָן", מען טאר נישט באדן קינדער - אינגלעך מיט מיידלעך אינאיינעם אויף קיין שום וועג, "וְזֶה מִטַּעֲמֵי צְנִיעוּת, וְזֶה לְטוֹבַת הַיְלָדִים", דאס איז פאר זייער טובה וועגן, פאר צניעות, "כִּי כְּשֶׁהֵם גְּדֵלִים הֵם זוֹכְרִים אֶת הַכֹּל", ווייל ווען מען ווערט עלטער געדענקט מען אלעס, "וְלָכֵן צְרִיכִים לְהַרְגִּיל אֶת הַיְלָדִים מִגִּיל אֶפֶס לְהַפְרִיד בֵּינֵיהֶם, וּבִפְרָט בְּדוֹר פָּרוּץ כָּזֶה שֶּׁכָּל כַּךְ הַרְבֵּה בָּנִים וּבָנוֹת יוֹצְאִים לְתַרְבּוּת רָעָה רַחֲמָנָא לִיצְלָן, אֲזַי צְרִיכִים לִשְׁמֹר עַל זֶה בְּיוֹתֵר", בפרט אין אונזער דור וואס איז אזוי געפאלן, אזויפיל קינדער - אינגלעך און מיידלעך גייען ארויס לתרבות רעה, דארף מען נאך מער היטן אויף זיי.

#114 - עקסערסייז פאר פרויען דארף זיין בצניעות
צניעות, איבונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הויזן פאר פרויען איז פריצות.


אז איר מאכט א קלאס פון עקסערסייז פאר פרויען דארף דאס זיין בצניעות, מען קען נישט אנטון הויזן, הויזן פאר פרויען איז פריצות; נישט קיין חילוק ווען דאס זאל זיין, צי ביים שלאפן צי ביים מאכן עקסערסייז, אדער אנדערע זמנים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט פאלגן וואס איך שרייב אייך, איך וויל נישט עס זאל זיין פריצות אין שטעטל קרית ברסלב וואס איך בוי מיט מסירת נפש.


איר וועט האבן הצלחה נאר אז דאס וועט זיין אן פריצות.

#113 - אריינלייגן אין די קינדער אמונה, וועלן זיי נישט זוכן אנדערע גליקן
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, סקול, חינוך הילדים, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא ברסלב


שטארקט אייך מיט אייער ארבעט; מחנך זיין אידישע קינדער איז פון די חשוב'סטע זאכן, בפרט הייניגע צייטן ווען עס בלאזט אזעלכע שטארקע ווינטן, אידישע קינדער פאלן אוועק ה' ישמרינו - זענען די לערערינס זייער חשוב.


לייגט אריין אידישקייט מיט זיסקייט, לייגט עס אראפ פאר די מיידלעך מיט שטאלץ, מיט זאפט; זיי זאלן נישט נאכגיין די נישט גוטע וועג.


על פי רוב די אלע קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער די זוכן זיך אנצוטון נישט איידל, זיי זוכן צופרידנקייט. זיי האבן נישט קיין לעבן, זיי זוכן ליבשאפט, זיי זוכן שמחה, נעבעך די יונגע נשמה'לעך, זיי לעכצן פאר א טעם אין לעבן; למשל די מיידל ..., זי האט נישט קיין שטוב, טאטע מאמע הרג'ענען זיך, די קינדער הערן ווי זיי שרייען א גאנצן טאג אז מ'גייט זיך גט'ן השם ישמרינו, דאס מאכט זי זאל זיך שמירן די פנים און זיך אנטון קורץ.


בעט איך אייך זייער, איר זאלט נישט אויפהערן רעדן פונעם אייבערשטן; באגיסט זיי מיט חיזוק, וועלן זיי נישט דארפן די אלע זאכן, זיי וועלן זיין צופרידן.


נאך א נקודה. ביי די תלמידות וואס פאלגן, זיי פירן זיך איידל - וועל איך ווייטער זיין שדכן, אבער די וואס פאלגן נישט; וויפיל איך בעט זיך און איך שרייב זיי מען זאל נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים, די וואס רעדן ווייטער - וועל איך נישט טון פאר זיי.


ברוך ה' פאריגע וואך איז געווען דריי שידוכים, אלע דריי כלות זענען איידל, זיי רעדן נישט פון זאכן וואס מען דארף נישט; בין איך געווען זייער שדכן.

#112 - אין זכות פון צניעות, האט מען הייליגע קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


די בעסטע עצה פאר אייך אז איר זאלט ליב האבן צניעות - איר זאלט בעטן אויף דעם.


בעטס כסדר די ווערטער פונעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל ליב האבן צניעות, איך זאל האבן א טעם אין צניעות, איך זאל וועלן גיין אנגעטון איידל".


אז איר וועט בעטן די פאר ווערטער דעם אייבערשטן אן א שיעור - וועט איר אנהייבן באקומען א טעם אין צניעות; איר וועט דאס וועלן, עס וועט מער נישט זיין געצווינגען.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן די שכר פון צניעות; מען איז זוכה צו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, מען איז זוכה צו מאכן א וואוינונג פאר'ן אייבערשטן.


ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען אין אינסטאנבול האט ער געזען קינדער מיט הייליגע נשמות פון תנאים, האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט אז דאס קומט פון זייערע מאמעס וואס זיי זענען זייער צניעות'דיג.

#111 - איר מאכט נישט קראנק אייערע עלטערן מיט אייער צניעות
כיבוד אב ואם, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט פעלזן פעסט מיט אייער צניעות; רירט זיך נישט פון אייער צניעות, האט נישט מורא פון קיינעם.


איר מאכט נישט קראנק אייערע עלטערן מיט אייער צניעות; אייערע עלטערן ווערן קראנק פון די אנדערע קינדער, פון אייערע געשוויסטער וואס היטן נישט קיין תורה און מצוות, זיי ווערן נישט קראנק פון אייך; איר וועט נאר צוגעבן לעבן פאר אייערע עלטערן.


איך בעט אייך זייער, קלאפט ארויס די אלע שלעכטע מחשבות פון קאפ; דער יצר הרע איז זייער כיטרע, ער זוכט א וועג אייך שוואך צו מאכן, ער זעט אז ער קען אייך נישט בייקומען - קומט ער צו אייך מיט א נייעם וועג פון אייך באשולדיגן אז איר מאכט קראנק אייער מאמע; דאס איז מעשה שטן.


דער יצר הרע מאכט דאס מיט אלע ערליכע אידן; ער זוכט א וועג ווי אזוי ער קען צעברעכן דעם שטארקן פרומען ערליכן איד, ער פרובירט מיט אלע וועגן און ווען ער זעט אז ער קען נישט - קומט ער צום איד מיט א רחמנות'דיגע שלייער, פלוצלונג קומט מען וויינען צום ערליכן איד אז ער הרג'עט זיינע עלטערן, ער מאכט קראנק טאטע מאמע...


איך האף אז איר וועט זיין שטארק מיט אייער צניעות, וועט איר מגדל זיין ערליכע אידישע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - עס איז א גרויסע סכנה צו זיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, משפחה, האר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת מקץ, ג' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט אכטונג פון היינט און ווייטער נישט אויסטון אייער טיכל אינדערהיים, עס איז א גרויסע סכנה צו זיין מיט אן אויפגעדעקטע קאפ.


דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע קינדער די הייליגע תורה; אז מען היט די תורה, מען גייט אין די וועג פון די תורה - באקומט מען זייער פיל גוטס, מען ווערט געבענטשט מיט זרע ברך ה'.


היינט איז א גרויסע טאג; מאכט יעצט די גוטע קבלה אז אייער קאפ זאל שטענדיג זיין צוגעדעקט, וועט איר זיין געבענטשט פונעם אייבערשטן.


אז אייער שוועסטער טשעפעט אייך מיט אייער צניעות זאלט איר נישט ווערן געטשעפעט; עס דארף אייך נישט אנגיין וואס אייערע שוועסטערס זאגן. איר האט נישט חתונה געהאט מיט זיי, איר האט א מאן, א טייערער מאן. ער איז מיר זייער באליבט, ער איז א וואוילער, ער האט ליב איידל, ער פארשטייט וואס איז טאקע שיין.

#109 - מיר לערנען אונזערע קינדער צניעות פון די דריי יאר
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ דאס וואס דו ביסט אזוי פאר'עקשנ'ט אז דיינע טעכטער זאלן גיין מיט פידזשאמעס; זיי וויינען צו זייער טיטשער אז זיי ווילן זיין צניעות'דיג, זיי ווילן נישט גיין מיט הויזן; וואס איז דיר אזוי וויכטיג זיי אנצוטון הויזן?


מיר לערנען אונזערע קינדער צניעות פון די דריי יאר; הויזן פאר א פרוי איז פריצות, הויזן פאר א פרוי איז עקלדיג, גרויליג, מיאוס און נישט שיין; מיר לערנען דאס מיט די קינדער פון יונגווייז אן. אונזער וועג איז, ווי אזוי מיר ווילן די קינדער זאלן גיין אויף די עלטער - הייבן מיר אן פון די דריי יאר; פארוואס זאלסטו דוקא גיין פארקערט?! איך מוז דיר זאגן, איך פארשטיי נישט וואס דו און דיין ווייב זענען אזוי פאר'עקשנ'ט מיט דעם.


פאלג ערליכע אידן, גיי אין די וועג פון ערליכע אידן; ווארף ארויס אלע הויזן פון דיינע טעכטער. מאך זיך נישט נאריש, עס איז נישט קיוט, עס איז נישט זיס און נישט שיין; זיס איז א נאכט העמד, זיס איז די וועג פון די תורה.


די זעלבע איז נאך די חתונה; וואס זאלן דיינע קינדער זען, א מאמע מיט הויזן? פעך.


איך האב געזאגט די טיטשער זאל זאגן פאר דיין טאכטער זי זאל דיר פאלגן, איך האב די ביסל שכל נישט צו צעמישן דיינע טעכטער; אינטערעסאנט אז דאס ביסל שכל האסטו אויך נישט, נישט צו צעמישן די קינדער, נאר ארבעטן אינאיינעם מיט די מוסד.


מיר ווילן מאכן א סעודה ליל שישי פרשת ויגש, א יארצייט סעודה פאר רבי נתן זכותו יגן עלינו אין ישיבה; איך האף דיר צו זען, קום, לאמיר זיך מחזק זיין מיט די זיסע עצות פון רבי'ן.


זיי שטארק מיט'ן לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא. 

#108 - נישט גיין צו א חתונה וואו ס'איז נישטא קיין מחיצה מיט יראת שמים
צניעות, קדושה, מוהרא"ש, חתונה

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט; פון היינט וועסטו נישט בלייבן ביי א חתונה וכדומה וואס די מחיצה עפנט זיך אויף און עס ווערט תערובות מענער און פרויען, דו וועסט גלייך ארויסגיין.


איך האב געהאט א מעשה יארן צוריק מיט מוהרא"ש, מוהרא"ש איז געווען אויפ'ן וועג צו א חתונה אין וויליאמסבורג, איך בין אויך געווען אויפ'ן וועג אהין. א בחור האט מיר אנגערופן אז עס איז נישט אזוי גלאטיג ביי די חתונה, בחורים האבן געעפנט די מחיצה און עס איז נישטא קיין יראת שמים, די זיידעס האבן פרובירט צוריק צו שטעלן די מחיצה - זענען געקומען בחורים און נישט געלאזט. איך האב גערופן מוהרא"ש דאס דערציילן און מוהרא"ש האט זיך גלייך צוריק געדריידט, אויך האט ער מיר געהייסן איך זאל נישט גיין צו חתונות וואס איז נישט מיט יראת שמים.


איך האף דו וועסט האבן שכל צו וויסן צו וועלכע חתונות און מסיבות צו גיין; נאר וואו עס איז דא א פארמאכטע מחיצה מיט יראת שמים.

#107 - א אידישע פרוי דארף זיין אנגעטון שיין אבער נישט אויפפאלנד
צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי גייט אויך אן צניעות ביי טיכלעך; אזוי ווי מען טאר נישט גיין מיט אויפפאלנדע קליידער - טאר מען נישט גיין מיט אויפפאלנדע טיכלעך און אזוי אויך ביי יעדע זאך. אויפפאלנד און שרייעדיג איז שייך ביי יעדע זאך, ביי די קלייד, ביי די טיכל, ביי די שיך און אזוי אויך ביים רעדן, גיין און קומען. יעדע זאך ביי א פרוי וואס שרייט ארויס - איז א חסרון אין צניעות.


דאס וואס איינער האט געזאגט אז איר גייט אריבער שווערע טעג ווייל דיין ווייב גייט אנגעטון שיין; שיין און אויפפאלנד איז צוויי עקסטערע זאכן. א אידישע פרוי דארף גיין אנגעטון שיין, א אידישע פרוי וואס גייט אנגעטון שיין און איידל מאכט א קידוש השם, אויף דעם באקומט מען נישט קיין צרות און יסורים; פאר'ן גיין אנגעטון שיין און איידל באקומט מען נאר גוטס, אלע וועלן איר וועלן נאכמאכן.


אויפפאלנד - איז שוין אן אנדערע מעשה; דאס איז נישט שיין, אויפפאלנד און שרייעדיג איז נישט די וועג פאר א אידישע פרוי, אפילו די טיכל טאר נישט שרייען און רופן.


ווען פרויען וואלטן געוואוסט וואס מען באצאלט פון הימל פאר צניעות - וואלט בכלל נישט געווען קיין נסיון צו גיין אנגעטון בצניעות. די הייליגע חכמים זאגן (מגילה יג:): "בִּשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיְתָה בָּהּ בְּרָחֵל זָכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָהּ שָׁאוּל", רחל אמינו האט זוכה געווען אז פון איר איז ארויס געקומען דער גרויסער צדיק שאול המלך וויבאלד זי האט זיך געפירט בצניעות, "וּבִשְׂכַר צְנִיעוּת שֶׁהָיָה בּוֹ בְּשָׁאוּל זָכָה וְיָצָאת מִמֶּנּוּ אֶסְתֵּר", און שאול המלך האט זוכה געווען דורכדעם וואס ער האט זיך געפירט בצניעות אז פון אים איז ארויס געקומען די גרויסע צדיקת אסתר המלכה; און דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבְּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס גייט אנגעטון צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - אז איר וועט אכטונג געבן אויף צניעות, וועט איר האבן גוטע ערליכע קינדער
קינדער, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד תלמידות בית פיגא שתחיו.


עס וועט נישט נעמען לאנג און איר וועט אלע ווערן כלות און חתונה האבן; דעמאלט הייבט זיך אן א נייע געשיכטע אין לעבן, דעמאלט הייבט זיך אן דער ריכטיגער לעבן. מען האט קינדער און מען דארף זיי ערציען, ווען די קינדער ווערן עלטער וויל מען זיי זאלן וואקסן ערליך.


נעמט די צוזאג פון רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; אז איר וועט אכטונג געבן אויף צניעות, איר וועט רעדן איידל, זיך פירן איידל און גיין אנגעטון איידל און באשיידן - וועט איר אלע האבן גוטע ערליכע קינדער.


אסאך מאל האט מען א נסיון, עס איז שווער; מען וויל גיין אנגעטון נישט איידל, אבער אויב מען שטארקט זיך און מען טוט זיך אן נאר איידל איז מען זוכה צו בנים צדיקים.


איך האף איר וועט מיר אויסהערן, איך האף צום אייבערשטן אז מיינע ווערטער וועלן אריין גיין אין ענקער הארץ.


א גוט שבת.

#105 - מיידלעך זאלן זיך נישט דרייען ביינאכט אויפ'ן גאס
חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, הפצה, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


מיידלעך דארפן אכטונג געבן זיך נישט צו פירן אויפפאלנד; אויב מיידלעך ווילן עוסק זיין אין מקרב זיין אנדערע מיידלעך אדער פרויען - דארף דאס זיין איידל און באשיידן. אונזערע תלמידות פון בית פיגא פארשפרייטן צווישן פרויען און מיידליך דעם רבינ'ס עצות, אבער דאס גייט אויף זייער אן איידעלע וועג; נישט מיט קיין רעש, נישט מיט קיין שטורעם; די שענסטע זאך ביי מיידלעך איז זיין איידל און באשיידן.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה איז נישט א צייט פון גיין אין גאס, עס שטייט אין פסוק (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַּת מֶלֶךְ, פְּנִימָה", דאס שיינקייט פון א אידישע טאכטער איז צו זיין אין שטוב; אודאי דארף מען גיין אין גאס ערלעדיגן זאכן, מען דארף איינקויפן וכו', אבער סתם ארויס גיין שפאצירן - ברענגט נאר פראבלעמען.


וואס דארפט איר מער פון דעם וואס מען זעט ביי די מעשה אין די תורה אז שכם האט פארכאפט דינה - יעקב אבינו'ס טאכטער, ער האט איר געפייניגט וכו'; אלעס האט זיך אנגעפאנגען ווייל זי איז ארויס שפאצירן אין די גאסן, אזוי ווי עס שטייט (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִּינָה לִרְאוֹת בִּבְנוֹת הָאָרֶץ", דינה איז ארויסגעגאנגען שפאצירן; דורך דעם איז געשען די ביטערע מעשה.


געט איבער פאר אלע תלמידות זיי זאלן זיך פירן איידל, מיט דרך ארץ, זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ צו די לערערינס און צו די מנהלת; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן סט): "מִי שֶׁאוֹהֵב אֶת הַצַּדִּיק, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת הַצַּדִּיק שֶׁלֹּא יֵצֵא עָלָיו שֵׁם רָע", ווער עס האט ליב דעם צדיק דארף אכטונג געבן עס זאל נישט ארויס גיין א שלעכטע נאמען אויפ'ן צדיק.


פרייטאג צו נאכטס אויב מען איז נאך נישט מיד זאל מען נעמען דעם תהילים און זאגן קאפיטלעך תהילים; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס זאגט תהילים וועט זוכה זיין תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד; תשובה איז נישט פאסטן און תשובה איז נישט סיגופים, תשובה איז צוריק קומען צום אייבערשטן; תשובה איז צו זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם! איך הייב אן פון יעצט צו זיין אן ערליכער איד, איך הייב אן פון היינט זיין צו דיר געטריי. העלף מיר אייבערשטער איך זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף מיין יצר הרע".


אויב מען וויל זיך אביסל אויסלופטערן קען מען גיין צו א חברט'ע, פארשטייט זיך נאר חבר'טעס וואס רעדן שיינע זאכן; מען קען זיך אינאיינעם מחזק זיין מיט די שיינע עצות פון רבי'ן, אבער נישט זיך דרייען אין גאס. אזוי אויך א גאנצע וואך ביינאכט איז נישט קיין צייט פון גיין אין גאס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - נעם נישט אריין קיין קאפלס ביי דיר אין שטוב
צניעות, הכנסת אורחים, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


נעם נישט אריין קיין קאפלס ביי דיר אין שטוב, עס איז נישט גוט פאר דיר; וואס דארפסטו צרות? וואס דארפסטו קאפ וויי? זיץ מיט דיין ווייב און קינדער און שוין.


אז יענער זוכט א וואקאציע זאל ער גיין מיט זיין ווייב וואו ער קען זיין פריוואט; לאז דיין שטוב זיין ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - זאלסט זיין "שטאלץ" מיט דיין צניעות
צניעות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כלה ... תחי', תלמידה בית פיגא, וויליאמסבורג.


די שענסטע מתנה האט דער אייבערשטער געגעבן פאר אידישע קינדער - "צניעות"; דאס ברענגט ארויס דאס חשיבות פון אידישע טעכטער. די וואס גייען אנגעטון איידל און פירן זיך איידל - די זענען קלוג, די פארשטייען דאס שיינקייט פון אידישע טעכטער.


איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיין "שטאלץ" מיט דיין צניעות; איך שטאלציר מיט דיר מיט דיין איידלקייט, דו ביסט א ביישפיל פון א "בית פיגא תלמידה". מיר פרייען זיך אז מיר באקומען אזא איידלקייט אין אונזער שטוב; דאס זענען אונזערע תפילות שטענדיג צום אייבערשטן, מיר זאלן האבן קינדער און קינד'ס קינדער וואס ליבן די תורה, ליבן די מצוות און פירן זיך איידל.


זאג ווייטער תהילים; פרוביר צו זאגן יעדן טאג דעם "יום תהילים".

#102 - שעץ די צניעות און איידלקייט פון דיין ווייב
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל זייער שטארק אונזער קהילה זאל זיין אן איידעלע קהילה וואס פירט זיך מיט יראת שמים; דאס צו טון דארף איך האבן הילף פון מיינע תלמידים, משפחות וואס פירן זיך איידל, משפחות וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן.


איך קוק זייער ארויס אז דו און דיין ווייב וועלן זיין א ביישפיל פאר אונזערע תלמידים ותלמידות, ווען מען וועט קוקן אויף ענק וועט מען וויסן ווי אזוי מען דארף זיך פירן.


זיי מחזק דיין ווייב תחי'; שלעפ איר נישט אראפ, מאך נישט חוזק פון צניעות. אז זי קויפט זיך א קלייד און זי פרעגט דיר אויב עס איז גוט און שיין, זאלסטו נישט חוזק מאכן, איר זאגן: "ביסט געווארן א פרומע?" פארקערט, שעץ איר צניעות, שעץ איר איידלקייט.


זיי איר מחזק זי זאל זיך נישט אוועק רירן פון די לבוש פון איר מאמע; אויב זי וויל טוישן פון איר מאמע - קען זי נאר אויף מער איידל, מער פשוט, מער צניעות'דיג.


יעצט ביסטו יונג, עס קאכט אין דיר א פייער; אבער אז דו וועסט מיר פאלגן וועסטו נאר פארדינען.

#101 - א גרויס רחמנות אויף מיידלעך וואס מיינען אז די תורה איז א קנס
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן ווי אזוי ער וויל מען זאל גיין אנגעטון, ווייל עס איז א גרויסע רחמנות אויף מיידלעך וואס האבן נישט ליב צניעות, זיי האבן פיינט צניעות, זיי מיינען אז די תורה איז א קנס.


גיין אנגעטון איידל און באשיידן - איז שיין, גיין אנגעטון איידל - איז זיס; אידישע קינדער זענען נישט גע'קנס'עט אז מיר דארפן גיין אנגעטון איידל, מיר זענען באליבט ביים אייבערשטן, דעריבער זאגט ער אונז מיר זאלן זיך אכטונג געבן ווי אזוי זיך צו פירן.


מיין קליין אינגל פון איבער א יאר אלט איז זייער ברוגז אויף מיר אז איך לאז אים נישט אנכאפן די האר קערלע"ר (אן אייזן וואס מען מאכט הייס צו קרייזלען האר); איך זאג אים אלץ ער זאל דאס נישט אנרירן, איך נעם עס אוועק פון אים און ער איז זייער ברוגז אויף מיר, ער קען נאך נישט רעדן, אבער איך קען זען ווי ער וויל מיר זאגן: 'הלואי ווען קיינער זאגט מיר נישט וואס צו טון'; נעכטן נאכט האט פאסירט א שרעקליכע זאך, איינער פון מיינע קינדער האבן דאס גענוצט צו קרייזלען האר און געלאזט איינגעשטעקט, מיין קליין קינד האט דאס אנגעכאפט און זיך אפגעבריט די הענט; ער האט אזוי שטארק געוויינט אז אלע האבן מיט געוויינט, ער האט זיך געווארפן פאר יסורים, מיר האבן פרובירט מיט אלע מיטלען אים צו בארואיגן, עס איז געווען פאר אים זייער א גרויסע צער.


שפעטער ביינאכט ווען ער האט זיך שוין בארואיגט, ער האט גענומען מעדעצין, ער איז געווען אביסל פרייליך, האב איך אים געוויזן דעם האר קערלע"ר און אים געפרעגט אויב ער דארף עס, ווי נאר ער האט דאס געזען איז ער אזוי ווייט אוועקגעלאפן, מיט אזא פחד, מיט אזא שרעק; ער וויל שוין נישט אנרירן דעם אייזן. אבער היות ער איז נאך גאר קליין, ער איז א יאר און א האלב, ווערט ער נאך אלץ ברוגז אויף מיר ווען איך נעם אוועק פון אים סכנה'דיגע זאכן, ווי א מעסער וכדומה; ער קוקט אויף מיר אזוי ברוגז'דיג, ער וויל מיר זאגן: 'הלואי ווען קיינער זאגט מיר נישט וואס צו טון'.


איך האף דו פארשטייסט אליינס וואס איך וויל אויספירן; מיר ווייסן נישט וואס איז גוט און וואס איז נישט גוט, מיט אונזער שכל אליינס ווילן מיר זאגן: 'הלואי ווען קיינער זאגט מיר נישט וואס צו טון', הלואי ווען איך קען זיך אנטון ווי אזוי איך וויל; דארפן מיר וויסן אז עס לוינט זיך נישט אפצובריען און נאכדעם אנטלויפן פון די נישט גוטע זאכן, מיר דארפן גלייבן אז אויב מען טוט זיך אן אנדערש ווי דער אייבערשטער וויל, כאפט מען אזא ברי, די ווייטאג איז שרעקליך.


בעט אסאך דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן די וועג ווי אזוי דער אייבערשטער וויל מען זאל גיין אנגעטון; זייער אסאך מיידלעך, תלמידות פון אונזער סקול פרעגן מיר כל מיני שאלות אויף צניעות, איך פרוביר נישט צו ענטפערן משום כמה טעמים. איין זאך זאג איך דיר, פאר אלע תלמידות פון בית פיגא און פאר אלע וואס ווילן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן: "בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן צו זיין א איד, בעט דעם אייבערשטן זאלסט ליב האבן צו גיין אנגעטון שיין, איידל און רייך, בעט דעם אייבערשטן זאלסט וועלן נאר וואס ער וויל".


נאך אביסל ווערסטו א כלה און נאך די ביסל, פאר נאך אביסל ווערסטו א מאמע, און נאכדעם, נאך די ביסל און נאך די נאך אביסל איז נאך אביסל - וועסטו האבן קינדער וואס וועלן גיין אין חדר און אין סקול, דעמאלט וויל מען שוין נאר איין זאך, דעמאלט וויל מען שוין נאר גוטע קינדער, מען קען זיך נישט פארשטעלן די צער און ווייטאג פון עלטערן וואס די קינדער גייען נישט אויף די תורה וועג.


וואס קענען מיר טון אז אונזערע קינדער זאלן זיין ערליך, וואויל, גוט, טייער, הייליג און ריין? אז מיר וועלן זיך פירן איידל, מיר וועלן גיין אנגעטון איידל - דעמאלט וועלן מיר האבן די הבטחה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "הַצְּנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכֶּה לָהּ בְּבָנִים הֲגוּנִים". אז מען גייט צניעות'דיג איז מען זוכה צו גוטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#100 - נישט גיין אין גאס מיט שטוב קליידער
צניעות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, מחרת יום הכיפורים, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


בנוגע דיין פראגע וואס דו האסט געפרעגט, דיין ווייב וויל וויסן אויב זי זאל זיך פארנעמען לכבוד דעם נייעם יאר נישט צו גיין א לאנגע קלייד אין שטוב.


וויסן זאלסטו אז א לאנגע קלייד איז זייער א שיינע זאך צו גיין, אבער דאס איז געמאכט צו גיין אין שטוב; אלע גייען שבת מיט לאנגע קליידער, אבער דאס איז א שטוב קלייד, ווען מען גייט אין גאס דארף מען זיין פארזיכטיג נישט צו צוען צו זיך פרעמדע אויגן.


ביי מיר אין שטוב פלעגט מען גיין לאנג ביז מיין שטוב איז געווארן א רשות הרבים, יעדע שבת קומען בחורים, געסט, גייט מען אנגעטון אזוי ווי מען גייט אין גאס.


דעריבער זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב זי זאל נישט גיין אין גאס מיט שטוב קליידער. בפרט די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל, זיי בעט איך נאך מער מען זאל גיין אנגעטון אין גאס שיין רייך און איידל, נישט שלעפעריש, לאנג און קלעבעדיג. איך דארף נישט אז די פרויען זאלן אויפקערן די גאסן אין שטעטל מיט די לאנגע קלעבעדיגע שלעפערישע שטוב קליידער.


אין שטוב, פאר די מאן - איז נישט קיין שום פראבלעם צו גיין מיט דעם.


א זיסע יאר.

#99 - אז דו קענסט נישט זיין צניעות'דיג, כאטש בעט אויף דעם
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן געווארן פון מיין בריוו; אויב דו קענסט נישט טון וואס איז ריכטיג, דו שפירסט ווי דו ווילסט נישט זיין צניעות'דיג, דו ווילסט טון זאכן וואס איז נישט ריכטיג - דארפסטו נישט ווערן פון דעם צעבראכן, דו קענסט בעטן דעם אייבערשטן זאלסט איין טאג וועלן זיין גוט און וועלן גיין איידל אנגעטון.


בנוגע פארבן די נעגל; איך זאג דיר נאכאמאל: 'נעיל פאליש איז א חציצה, א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט דעם', און אויב דו ווילסט יא לייגן נעיל פאליש זאלסטו כאטש וויסן וואס איז ריכטיג און אויף וואס צו בעטן. זאלסט בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן די שטארקייט דאס נישט צו לייגן.


איך האב רחמנות אויף דיר; דו ווערסט צעריסן, פון איין זייט האסטו דעם רבי'ן, דו ווילסט האבן די לעבן פון רבי'ן, דו ווילסט שפירן א טעם אין לעבן, א פרייליכקייט אין לעבן, אבער פון די אנדערע זייט ווען דו גייסט אהיים און דיין משפחה מאכט חוזק פון צניעות, זיי מאכן אוועק די שיינע אידישע לעבן - ווערסטו אזוי צעריסן אז דו האסט נישט קיין כח זיך צו דערהאלטן.


איך בעט דיר זייער, קלאפ זיך נישט אראפ; אפילו דו פאלסט דורך וכו' וכו' - איז דער אייבערשטער ווייטער מיט דיר, ער האט דיך ליב און ער ווארט דו זאלסט רעדן צו אים און אים בעטן ער זאל שטענדיג זיין מיט דיר.


בנוגע דיין שידוך וכו'; מען ווארט אויף דיר און אויף דיינע עלטערן, ווייל די אנדערע זייט איז גרייט צו גיין ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#98 - צניעות ביים ארבייטס פלאץ
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבטס זיך זייער אכטונג איר זאלט ארבעטן בצניעות, געבטס אכטונג נישט צו רעדן פריינטליך מיט קיין שום פרעמדע מאן; אלע שאלות וואס האט צו טון מיט די ארבעט זאלט איר ענטפערן קאלט און טרוקן, קורץ און שארף, נישט מער און נישט ווייניגער.


איך ווייס נישט וואס די מצב איז דארט ביי די ארבעט, דאס דארפט איר אליינס וויסן, אויב איז דאס גוט פאר אייך אדער נישט; ווייל אויב פירט מען זיך נישט איידל - איז נישט ווערד די גאנצע דשאב, עס לוינט נישט צו פארלירן די גאנצע לעבן פאר די פאר דאלער, עס לוינט נישט צו פארלירן יענע וועלט פאר די פאר דאלער.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין אין א גוטע פלאץ, איר זאלט נישט האבן צו טון מיט פרעמדע מענער, איר זאלט זיין אין א ריינע פלאץ; מאכטס התבודדות איר זאלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ווייל דורך התבודדות שווימט ארויף די אמת. ווען מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן, מען דערציילט אים אלע פרטים - שווימט ארויף די אמת, מען ווייסט נאכדעם ווי אזוי זיך צו פירן.


טוטס וואס יוסף הצדיק האט געטון ווען ער האט געדארפט ארבעטן ביי דעם גוי טמא פוטיפר, ער האט א גאנצן צייט געבעטן שטילערהייט דעם אייבערשטן ער זאל אים היטן פון שלעכטס, ביז דער גוי טמא פוטיפר האט געזען ווי דער אייבערשטער איז מיט אים. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן (בראשית רבה פו, ה) יוסף הצדיק פלעגט רעדן צום אייבערשטן און שטענדיג האבן זיך זיינע ליפן געשאקלט, ביז פוטיפר האט אים איינמאל געפרעגט: "זאג מיר, וואס שאקלסטו מיט דיינע ליפן, דו מאכסט כישוף?!" האט אים יוסף הצדיק געענטפערט: "ניין, איך איך בין נישט קיין כישוף מאכער, איך האב א גרויסן באשעפער, וואס איך בעט אים איך זאל נישט צוקומען צו שלעכטס".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#97 - איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן און מאכן אייך נאך
צניעות, חינוך הילדים, היכל הקודש, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך בין זייער אנטוישט אז איר לאזט אייער טאכטער גיין שווימען נישט בצניעות; איר שרייבט מיר שטענדיג אז איר טוט נאר וואס דער ראש ישיבה זאגט, איר פירט אייער שטוב אזוי ווי איר ליינט אין די בריוו פון איש אמונות און עצתו אמונה - און יעצט הער איך אז אייער טאכטער גייט שווימען נישט איידל.


איך האב שוין געשריבן אזויפיל בריוו און שוין אזויפיל גערעדט פון דעם אז מען טאר נישט גיין שווימען מיט א בעידינג סוט, א בעידינג סוט איז א בגד פון פריצות, עס איז אן עקלדיגע טמא'נע קלייד וואס טאר נישט ארויף גיין אויף א אידישע הייליגע פרוי, אפילו מען טוט אן אויף דעם א שווים קלייד.


עס זענען דא נאך מיידלעך וואס שווימען נישט בצניעות, אבער ביי אייך איז גאר אנדערש; איר דארפט זיין מער פארזיכטיג, ווייל אלע קוקן אויף אייער משפחה, מען ווייסט אז אייער משפחה פירט זיך אזוי ווי מוהרא"ש האט געלערנט, מען וויל זען וואס איר טוט און אזוי טוען אנדערע נאך.


איך האף אז איר וועט תשובה טון אויף דעם און ארויס ווארפן די בגדי פריצות פון אייער שטוב.

#96 - זיך ארויסדרייען אויף א שיינע וועג
צניעות, רפואה, משפחה, תפלות אויף אידיש, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי ממשיך מיט'ן זאגן תהילים יעדן טאג; דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) אז תהילים איז א שטעקן אויף וואס מען קען זיך אנלאנען, אזוי ווי א קראנקער מענטש לא עלינו גייט מיט א שטעקן, ער פארלאזט זיך דערויף און דאס טראגט אים און פירט אים וואו ער דארף גיין, אזוי אויך ווען א מענטש זאגט תהילים און פארלאזט זיך אויפ'ן אייבערשטן, איז דאס אים ווי א שטעקן אויף וואס ער קען זיך גוט אנלאנען, מען גייט דורכדעם ארויס פון אלע פראבלעמען.


בנוגע דיינע שוואגערס; מען טאר נישט שמועסן מיט פרעמדע מענער. ענטפערן א שאלה קענסטו, אבער אריין גיין אין א פריינטליכע שמועס איז נישט גוט.


דארפסט נישט אפהאקן, טו עס מיט שכל; אז יענער הייבט אן א פריינטליכע שמועס דריידט מען זיך ארויס מיט חכמה, ביז יענער פארשטייט אליינס אז עס איז נישט דא מיט וועם צו שמועסן. דאס דארף מען טון מיט גרויס חכמה נישט צו מאכן קיין מחלוקת אין די משפחה; אז מען וועט דיר פארהאלטן, מען וועט דיר זאגן דו ביסט צו פרום זאלסטו זיך ארויסדרייען און זאגן: "איך בין שעמעדיג".


עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די צווייטע מעשה אין סיפורי מעשיות, די מעשה פונעם מלך און דער קיסר, דארט לערנט אונז דער רבי אויס די וועג ווי אזוי זיך ארויסצודרייען מיט חכמה פון נישט גוטע זאכן, די חכמה פונעם בת קיסר וואס האט אכטונג געגעבן נישט צו האבן צוטון מיט פרעמדע מענער. ווען איינער האט איר געוואלט באצוואונגען חתונה צו האבן האט זי געזאגט: "אודאי וועל איך חתונה האבן מיט דיר, אבער נאר בתנאי אז דו רירסט מיר נישט אן ביז מיר וועלן מאכן די חתונה כדת וכדין", און שטילערהייט איז זי נעלם געווארן; קוק נאך די מעשה.


בנוגע די עסן וואס דו קענסט נישט עסן; מיט תפילה וועסטו אלעס קענען עסן. בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף דעם, זאג: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיין שיינע זיסע הערליכע לעבן, יישר כח אייבערשטער איך בין געזונט, יישר כח אייבערשטער איך האב אלעס אין מיין לעבן.


איך בעט דיר זייער הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען עסן די אלע עסן וואס איז נישט גוט פאר מיין קערפער (רעכן אויס אלעס וואס דו קענסט נישט עסן), העלף מיר איך זאל קענען אלעס פארדייען, איך זאל קענען הנאה האבן פון דיין שיינע וועלט.


הייליגער באשעפער, איך ווייס אז אלעס וואס איך טאר נישט עסן איז פאר מיין טובה, עס איז נאר גוט, עס איז בלויז חסדים, איך האב נישט קיין טענות, איך גלייב אז אלעס איז פאר מיין טובה, דאך האסטו אונז געזאגט אין די הייליגע תורה אז מען זאל דאווענען פאר דיר, מען זאל מיט תפילה טוישן אלעס אז מיר זאלן אויך זען דאס גוטס, בעט איך דיר אייבערשטער, דו ביסט א כל יכול, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; מאך א נס אז איך זאל קענען עסן אלעס, איך זאל נישט זיין אויסגעשלאסן פון די עסן און יענע עסן".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג, אויך זאלסטו צולייגן אייגענע תפילות פון דיין הארץ - וועסטו זען גרויסע נסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#95 - מ'דארף אריינלייגן צניעות מיט א ליבשאפט
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, בארא פארק.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין זייער שאקירט פון די מעשה וואס דו שרייבסט; פון איין זייט דערשראקן, אז א מיידל האט דיר שטילערהייט דערציילט, איר פלאן איז געווען אז זי גייט זיך אויפרייסן דעם זומער, זי גייט אפלאזן איר צניעות ווייל זי קומט פון א סקול וואס דארט לייגט מען אריין צניעות מיט צווינגען, מען געבט דאס נישט אויף די ריכטיגע וועג; זי האט דיר דערציילט אז זי האט געהאט א פלאן צו טון שלעכטע זאכן ביז זי איז אנגעקומען אין בית פיגא קעמפ און זיך דערזען מיט מיידלעך וואס האבן ליב צניעות, זי האט אפגעמאכט אז זי גייט בלייבן מיט איר צניעות, זי גייט בלייבן איידל אנגעטון; פון די אנדערע זייט בין איך זייער פרייליך ווי אזוי די מעשה האט זיך געענדיגט.


דו זאלסט רעדן שיין צו יעדן איינעם, אפילו דו זעסט מיידלעך וואס גייען נישט אנגעטון אזוי ווי מען דארף - זאלסטו זיי ווייטער ליב האבן, זאלסט קוקן אויף זיי מיט רחמנות; ווייל באמת ווילן אלע אידן זיין גוט, אלע מיידלעך ווילן זיין ערליך, זיי ווייסן פשוט נישט אז די אידישע וועג איז גוט, די ערליכע וועג איז זיס; דאס מאכט זיי זאלן וועלן אנטלויפן און טון נישט גוטע זאכן.


זארג נישט, דיין שידוך איז שוין דא, דו גייסט שוין ווערן א כלה; דו האסט וואוילע עלטערן, זיי ווייסן וואס איז גוט פאר דיר, זיי קלויבן אויס פאר דיר א ספעציעלער בחור וואס וועט לעבן מיט דיר א לעבן מיט ליבשאפט.


איך האף דו וועסט מיר העלפן זיין א טיטשער דעם קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#94 - פיר זיך צניעות'דיג אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן פון קעמפ, ווי די מיידלעך פירן זיך באחדות, מען איז מקרב יעדע איינציגסטע מיידל.


אויף דיין פראגע וועגן אנטון א בעידינג סוט אונטערן שווים קלייד; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב נישט געטראכט אז איך דארף נאך שרייבן אדער רעדן פון דעם נאכדעם וואס איך האב שוין געזאגט אלע יארן דאס וואס צדיקים האבן געזאגט אויף דעם קלייד, אז דאס איז א פריצות'דיגע קלייד.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך מיך אנגעהויבן אינטערעסירן וואס עס גייט פאר; וואס איז די שאלה? וואס טוט זיך ביי די מיידלעך? ווי אזוי שווימט מען? האב איך געהערט אז נישט אלע טוען מיין ווילן, נאר געציילטע משפחות פירן זיך מיט צניעות און דיין משפחה - דו מיט דיינע שוועסטערס זענען פון די וואס טוען נישט אן די פריצות'דיגע קלייד.


דעריבער זאלסטו פאלגן דיינע עלטערן; דיינע עלטערן פארשטייען גאר גוט וואס צניעות איז, זיי פירן די משפחה זייער צניעות'דיג, זאלסט שווימען אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט.


איך פריי זיך זייער אז מיר האבן זיך משדך געווען מיט דיין משפחה, דיין שוועסטער ווערט א שנור ביי אונז למזל טוב; דאס איז אונזער ציל, זיך פירן ערליך און אידיש.


בנוגע תהילים; זוך נישט צו ענדיגן, זאג לויט דיין וועג; זאג תהילים וויפיל דו קענסט. תהילים איז נישט קיין קאנטעסט - ווער עס קען ענדיגן מער מאל, תהילים איז געבעטן צום אייבערשטן, עס ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#93 - אויפשטעלן א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך וואס זאלן ליב האבן צניעות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


א בעידינג סוט איז א קלייד פון פריצות, עס טאר נישט ארויף גיין אויף א הייליגע ריינע אידישע קערפער; אפילו אונטערן שווים קלייד.


עס איז מיר א וואונדער אז נאכן שרייבן אזויפיל מאל פון דעם האלט איך נאך ביי א'; מיינע תלמידות ווייסן נאכאלץ נישט אז דאס איז נישט קיין אידישע קלייד.


ביי אונז אין מוסד קען מען נישט שווימען נאר מיט א שווים קלייד; ווער עס שפירט אז עס איז צו אלטמאדיש, עס איז צו כניאקיש, צו פרום - דארף זוכן אן אנדערע פלאץ וואו צו שווימען, אן אנדערע קהילה.


אזוי אויך זאלסטו איבערגעבן פאר אלע תלמידות פון בית פיגא אז קינדער דארפן גיין אנגעטון מיט טייץ פון די דריי יאר; מען קען נישט גיין מיט שטרומפ. אויב איז דאס אויך צו פרום קען מען זוכן אנדערע קהילות וואו מען שטעלט זיך נישט אויף דעם.


איך בעט דיר, העלף מיר אנקומען צו מיין ציל; עס גייט מיר אין לעבן אויפצושטעלן א ריינע דור, א דור פון ריינע הייליגע מיידלעך, איידעלע ווייבלעך - וואס זאלן ליב האבן צניעות, ליב האבן איידל און זיך פרייען מיט אידישקייט. זיי זאלן זיך פארעקלען פונעם גוי, נישט האבן קיין שום שייכות מיט'ן גוי טמא און נישט אנטון זייערע קליידער וואס ברענגען אלע צרות און אלע מחלות.


איך האף דו וועסט איבערגעבן פאר אלע תלמידות מיינע ווערטער.

#92 - אז מ'שווימט נישט בצניעות, קען מען נישט נוצן די שווים באסיין
צניעות, קעמפ, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב יעצט געהערט אז מען פאלגט מיר נישט, מען שווימט נישט בצניעות; וויל איך דו זאלסט איבער געבן פאר אלע פרויען און מיידלעך אז מען וועט מער נישט קענען נוצן היי יאר זומער דעם סווימינג פול.


איך בין זייער אנטוישט אז מיינע אייגענע תלמידות פירן זיך נישט אזוי ווי מען דארף זיך פירן.

#91 - נעם נאר מענער פאר ארבייטערס
צניעות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האלט זיך שטארק נישט צו נעמען גוי'טעס, נעם נאר גוים ארבעטער; מיט תפילה וועסטו טרעפן גוטע מענער ארבעטער.


עס לוינט זיך נישט די גאנצע פרנסה אויב מען זיצט מיט גוי'טעס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ז): "מַרְבֶּה שְׁפָחוֹת, מַרְבֶּה זִמָּה", אז מען האט דינסטן - ברענגט דאס צו עבירות; אפילו מען ארבעט אויס עס זאל נישט זיין קיין יחוד איז דאך דא הרהורי עבירה וואס איז ערגער פון עבירות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יומא כט:): "הִרְהוּרֵי עֲבֵירָה קָשִׁים מֵעֲבֵירָה", טראכטן פון עבירות איז הארבער פון טון עבירות; וואס פעלט אויס אזא פרנסה?


קוק נישט אויף דעם אז עס איז גרינגער פאר די פרנסה מיט די גוי'טעס; עס קען אמאל זיין אז עס זעט אויס ווי מען פארדינט מער געלט אבער עס איז נישטא קיין ברכה אין די געלט, און אמאל איז פארקערט, עס זעט אויס ווי מען פארדינט ווייניגער - אבער אז עס איז ערליך און אויסגעהאלטן קומט אריין א ברכה אין די געלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.