בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#140 - איר קענט דינגען א לעפטאפ פאר די חיזוק שיעור פאר פרויען
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שאלות, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר קענט דינגען א לעפטאפ און זיך צאמנעמען פרויען צו הערן א שיעור פון חיזוק.


איר קענט זינגען אין שטוב.


א ליכטיגן חנוכה.

#139 - אייבערשטער היט מיך פון שלעכטס
פחדים, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שלאפן, מזוזה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב, ליבערטי


איך הער זייער גוטע גרוסן אויף אייך, אייערע טיטשערס זאגן אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ, איר זענט צניעות'דיג און איידל; איר מאכט מיר אסאך נחת, אויך האבן אייערע עלטערן נחת פון אייך.


וואס איר דארפט – זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, ווען מען בעט דעם אייבערשטן זען מען גרויסע ניסים.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע.


שפילט זיך מיט גוטע מיידלעך און חבר'ט זיך נאר מיט גוטע מיידלעך; איר זאלט זיין פון די מיידלעך וואס פאלגן וואס די טיטשער זאגט.


בעפאר איר גייט שלאפן זאלט איר קושן די מזוזה און בעטן ביי די מזוזה: "אייבערשטער היט מיך פון שלעכטס"; דעמאלט וועט איר נישט מורא האבן פון גארנישט.


פון דער ראש ישיבה.

#138 - געב אכטונג צו מאכן הפצה ווי מ'דארף, ס'זאל נישט ארויסקומען מכשולות
צניעות, הפצה, שם רע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי נישט קיין אויבער חכם; אז איך זאג דיר זאלסט אכטונג געבן נישט רעדן מיט מיידלעך - ווייס איך וואס איך זאג.


איך ענטפער אויך נישט פאר קיין מיידלעך און איך נעם נישט אויף קיין מיידלעך, איך רעד נאר מיט תלמידות מיט די הסכמה פון זייערע עלטערן, און אויפ'ן טעלעפאן רעד איך בכלל נישט.


מוהרא"ש האט מיר דאס געזאגט מיט יארן צוריק ווען מען האט באשמוצט א ברסלב'ער משפיע, מען האט ארויסגעלאזט אויף אים א שם רע (אגב, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט אז אלעס איז שקר, עס איז א בלבול, עס איז נישט אמת, עס איז אלעס וועגן געלט), אז איך זאל זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן אויפ'ן טעלעפאן מיט מיידלעך און פרויען, און נישט אויפנעמען. מוהרא"ש האט מיר געזאגט אז ער געבט זייער אכטונג ווען ער נעמט אויף פרויען אז עס זאל זיין א גבאי אין צימער.


אז מען רופט דיר בעטן ספרים - זאלסטו בעטן אן אדרעסס און ברענגען צום טיר; חס ושלום זיך אפשמועסן צו טרעפן ערגעץ שטילערהייט. אז דו וועסט מיר נישט פאלגן וועסטו מער חרוב מאכן ווי אויפטון, איך ווייס וואס איך זאג.


דאס וואס מען האט דיר גערופן פון די פאליציי וכו' - דאס איז אן אויסנאם פאל; דער בחור איז אנטלאפן, זיי זוכן דעם בחור, א גאנצע סיפור באריכות. דאס מיינט נישט צו זאגן דו זאלסט נישט ענטפערן מער דעם טעלעפאן פאר בחורים; אז א בחור רופט דיר, ער וויל ספרים, ער וויל חיזוק - זאלסטו אים געבן, אבער מיידלעך זאלסטו נישט ענטפערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#137 - לערנט די כלות מיט די ווייבלעך די שיינקייט פון צניעות
צניעות, סקול, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, הדרכות, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד אונזער חשוב'ע מנהלת תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אין הימל העכער די וואלקענעס, אויפ'ן וועג צו מקומות הקדושים. איך וועל מתפלל זיין פאר אייך און פאר אלע טיטשערס און תלמידות.


איך וויל אייך בעטן, ווערן איר געבט שיעורים פאר כלות און ווייבלעך, זאלט איר זיי זאגן וואס מוהרא"ש האט געהאלטן וועגן נעי"ל פאלי"ש, מוהרא"ש איז געווען זייער דערקעגן. מוהרא"ש האט קיינעם נישט געשוינט, ווען פרויען האבן געפרעגט מוהרא"ש אויב זיי מעגן לייגן נעי"ל פאלי"ש איז מוהרא"ש געווארן זייער צוקאכט און געזאגט א שטארקע ניין.


אפילו די פרויען וואס מען קען זיי נאכנישט זאגן אלעס, מען דארף גיין מיט זיי שטייטלעך, בהדרגה; די פרויען וואס מוהרא"ש פלעגט זיי נישט זאגן אין אנהייב ווי אזוי זיך צו פירן - אויך זיי האט מוהרא"ש שטרענג געזאגט אז מען טאר דאס נישט לייגן. אפילו די קלעי"ר (די דורכזיכטיגע) איז אסור, אויך איז דאס א חציצה, עס ברענגט צו גרויסע מכשולות.


לערנט די כלות מיט די ווייבלעך די שיינקייט פון צניעות, דאס זיסקייט פון אידישע קליידער. אפילו זיי מאכן זיך שיין פאר'ן מאן וכו' זאלן זיי זיך שיין מאכן אויף די אידישע וועג. די וואס לערנען מיט כלות זיך אהערצושטעלן מיט פריצות'דיגע בגדים - איז דמיונות; עס העלפט נישט, עס מאכט נישט פרייליך און עס מאכט נישט זאט.


בנוגע דער גוי אין סקול; איך זאג נאכאמאל קלאר און הויך, איך האף מען וועט מיר הערן פון פאלגן: "איך וויל נישט עס זאל זיין א גוי אין סקול אין די שעות וואס די קינדער זענען דארט!" ענדערש זאל זיין שמוציג, ענדערש זאל מען זיך נישט קיין עצה געבן, ווי איידער א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די מיידלעך.


 

#136 - פרעגט אייערע עלטערן ווי אזוי זיך צו פירן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייערע טיטשערס אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ, ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ פון די וויכטיגסטע זאכן. דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "ווען קסרים און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר"; אזוי שטארק איז געווען ביים רבי'ן דער זאך פון דרך ארץ.


בנוגע דער שכן וואס איר פלעגט שפילן מיט אים ווען איר זענט געווען יונג און יעצט איז ער שוין עלטער און ער זוכט צו רעדן מיט אייך, ער פרעגט אייך שאלות; מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אים ווען ער פרעגט אייך שאלות, געבט אכטונג, יעצט זענט איר שוין עלטער קענט איר מער נישט רעדן מיט פרעמדע בחורים אדער אינגעלייט.


בנוגע אויב איר זאלט גיין מיט א הארץ קייטל וכו'; פרעגט אייערע עלטערן, זיי זענען זייער ערליך און איידל, ווי אזוי זיי זאגן אייך - אזוי זאלט איר זיך פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#135 - הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס
קינדער, צניעות, חינוך הילדים, שטעטל, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי' ברסלב, ליבערטי


אוודאי און אוודאי זאלט איר ארייננעמען געסט אויף סעודות שבת, עס זענען דא יונגע משפחות אין שטעטל וואס האבן נישט זייערע עלטערן דארט, זיי זוכן וואו צו עסן סעודות שבת; איז א גרויסע מצוה אריין צו נעמען געסט.


געב נאר אכטונג עס זאל זיין מיט יראת שמים; די מענער זיצן אויבן אן נעבן דיר און די ווייבער פון אונטן ביי די אנדערע זייט, אויך זאלסטו זען מען זאל רעדן פון מעשיות פון תפילה, מעשיות פון הפצה, מעשיות פון צדיקים וכדומה.


הכנסת אורחים ראטעוועט פון שלעכטס. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות הכנסת אורחים, חלק א', סימן ב): "עִיר שֶׁאֵין בָּהּ הַכְנָסַת אוֹרְחִים", א שטאט וואו עס איז נישטא קיין הכנסת אורחים, "בָּאִים לִידֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת", ברענגט דאס צו עבירות, "וְעַל יְדֵי גִּלּוּי עֲרָיוֹת בָּא עֲלֵיהֶם הֲרִיגָה", השם ישמרינו.


קינדער וואס וואקסן אויף מיט הכנסת אורחים – ווערן בעלי חסד. ביי מיינע עלטערן זעען שטענדיג געווען געסט, מען פלעגט איינקויפן ספעציעלע נאש און טרינקען ווען מיר האבן געהאט געסט; עס איז געווען אזא שמחה אין שטוב צו קענען מקיים זיין די מצוה פון הכנסת אורחים.

#134 - בעטן דעם אייבערשטן ליב צו האבן איידלקייט, אידישקייט, און ערליכקייט
צניעות, חיזוק פאר פרויען, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


צניעות איז א געפיל; עס איז שווער צו זאגן אזוי און אזוי מוז מען גיין, און ווער עס גייט נישט אזוי איז שלעכט.


עס איז דא זייער אסאך ערליכע משפחות וואס גייען נישט מיט די זאך וכו', קען מען נישט זאגן אז מען מוז גיין מיט דעם און אז נישט איז עס פריצות, דעריבער קען איך אייך נישט זאגן אז איר מוזט גיין מיט די זאך, איך קען אייך אבער מחזק זיין איר זאלט בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, איר זאלט ליב האבן אידישקייט, ערליכקייט. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל - וועט האבן ערליכע דורות.


הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו האט איינגעפירט די זאך מען זאל גיין מיט א פארנייטע בענדל פון אונטער די פיס, מען זאל זען אז דאס איז שטרומפ.

#133 - די מיידלעך זאלן זען א ריכטיגע ביישפיל ווי אזוי זיך צו פירן
צניעות, לערערין, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן פאר אלע בית פיגא תלמידות, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און איידל, און געלויבט דעם אייבערשטן אז מען זעט אויף די תלמידות אז זיי פירן זיך ערליך.


איך בין זייער איבערגענומען פון אייער צניעות, פון אייער איידלקייט; עס איז גוט פאר אונזער סקול צו האבן אזא ביישפיל ווי איר זענט, די מיידלעך זאלן זען און ארייננעמען אין זיך ווי אזוי א אידישע פרוי דארף זיך פירן, סיי מיט'ן אנטון און סיי מיט די אויפפירונג.


אויך אייער מאן איז זייער איידל און ערליך, פול מיט יראת שמים.


 


 

#132 - אז דער טאטע דאווענט מיט מנין, וועלן די קינדער נישט ליידן צרות
קינדער, צניעות, סגולות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו האסט זיך מקבל געווען צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, דו ביסט זייער מקפיד צו גיין אין שול אלע דריי תפילות.


ווען א איד גייט אין שול דריי מאל א טאג דאווענען שחרית, מנחה און מעריב - היט אים דער אייבערשטער. אויך איז דאס א סגולה פאר קינדער, די קינדער ליידן נישט קיין צרות בזכות וואס דער טאטע דאווענט מיט מנין, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן נב): "יַקְדִּים וְיַחְשִׁיךְ לְבֵית הַכְּנֶסֶת, עַל יְדֵי זֶה יַאֲרִיךְ יְמֵי בָנָיו", אז מען גייט אין שול צופרי און ביינאכט - לעבן די קינדער; און פארקערט חס ושלום, אויב מען גייט נישט אין שול, זאגט דער רבי (שם אות תפלה, סימן לו): "גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", ווערן די קינדער פארטריבן.


איך וויל דיר בעטן א טובה, זאג מיר נישט אפ; זיי מחזק דיין ווייב זי זאל גיין אנגעטון איידל, זי דארף אביסל חיזוק, זי איז זייער וואויל אבער זי ווערט נאכגעשלעפט. דו דארפסט איר געבן גוטע ווערטער ווען זי טוט זיך אן איידל, זי איז געווען אלץ מיידל זייער איידל, יעצט ווערט זי צעפאלן פון די משפחה וכו'.


דו ווילסט דאך גוטע קינדער; נעם די עצה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.

#131 - זיכער מאכן אז די קיאסק איז מסודר מיט מחיצות בצניעות
צניעות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ד' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געזען די בילדער פון די נייע קיאסק; איך וויל דיר זאגן אז איך וועל נישט לאזן מען זאל נוצן די קיאסק נאר אויב עס איז אפגעטיילט מיט מחיצות.


איך ווייס נישט וואס דו טראכסט; ווי אזוי קען מען זיצן דארט מענער מיט פרויען אינאיינעם? דו גאנצע געדאנק פונעם קיאסק איז דאך נאר העלפן די משפחות אין שטעטל זאלן זיין ריין אן קיין ראיות אסורות, מען זאל נישט האבן קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער אין שטוב; יעצט אז דו מאכסט די טישן איינס נעבן צווייטן אן קיין מחיצות איז דאס נאך ערגער.


איך בעט דיר זייער, טראכט וואס דו קענסט טון עס זאל זיין אפגעטיילט מענער מיט פרויען, עס זאל נישט ארויסקומען קיין שלעכטס פון די זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#130 - צניעות ביים ארבעטס פלאץ
צניעות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז די ארבעט איז אפגעטיילט, מענער באזונדער און פרויען באזונדער איז נישט קיין פראבלעם; זי קען נעמען די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#129 - די קינדער קומען אהיים מיט א ליבשאפט צו צניעות
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר נעמט אן נאך א יאר צו לערנען מיט אונזערע קינדער אין "בית פיגא", איך האף איר האט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט נעכטן ביי די אסיפה מיט אלע טיטשערס.


איינע פון די עיקרים וואס איך פארלאנג פון די טיטשערס, אז מען זאל אריינלייגן אין די קינדער א ליבשאפט צו איידלקייט, א ליבשאפט צו צניעות; וויפיל איך הער צוריק פון די עלטערן זאגן זיי אלע אז די קינדער קומען אהיים מיט אזא ליבשאפט צו צניעות.


א טייל עלטערן זאגן מיר אז זיי ווילן אנטון די קינדער נישט אזוי ווי מען דארף (די עלטערן האבן א פארקערטע געפיל, זיי האט מען אריינגעלייגט א פיינטשאפט צו צניעות וכו'), אבער די טעכטער וויינען, זיי בעטן: "מאמי, איך וויל מער איידעלער, איך האב ליב צניעות".


דאס איז – ווי איך פארשטיי – אייער ארבעט; ווי איר מאכט עס מיט א שטארקע חכמה, נישט געצווינגען, איר מאכט עס פרייליך, איר מאכט מען זאל דאס וועלן.


אין דעם זכות זאלט איר האבן א גוט געבענטשט יאר.

#128 - אייער צניעות איז א ביישפיל פאר די תלמידות
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן די סקול אזוי געטריי.


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר אלעס וואס איר טוט פאר אונזערע קינדער, איך האף איר וועט בלייבן ארבעטן קומענדיגע יאר ביי אונז אין בית פיגא.


אייער צניעות איז א ביישפיל פאר די תלמידות, די קינדער שמועסן צווישן זיך אז זיי ווילן גיין אנגעטון אזוי שיין צניעות'דיג ווי אייך נאך די חתונה.

#127 - טיטשערס וואס האבן ליב אידישקייט
צניעות, לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן-נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעכטן זאגט מיר די מנהלת מרת ... תחי' אז זי האפט איר וועט בלייבן טיטשער פאר די קליינע קינדער, ווייל איר זענט זייער א גוטע טיטשער, איר לייגט אריין אין די קינדער יראת שמים, א ליבשאפט צו צניעות, א ליבשאפט צו זיין א איד.


איך דארף אזעלכע טיטשערס וואס האבן ליב אידישקייט, איך דארף טיטשערס אין סקול וואס וועלן איבערגעבן פאר די קינדער א ליבשאפט צו צניעות; די עלטערן זאגן מיר אז זיי וואלטן נישט אזוי מקפיד געווען אויף צניעות ביי די קליינע קינדער, אבער די קינדער ווילן צניעות, די קינדער וויינען און זאגן: "מאמי, די קלייד איז נישט צניעות'דיג".


יישר כח פאר אייער איבערגעגעבענע ארבעט.

#126 - א בעדינג סוט פאר א פרוי איז א פריצות'דיגע זאך
צניעות, בין המצרים, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע אויב מען מעג גיין מיט א בעדינג סוט אונטער די שווים קלייד; א בעדינג סוט פאר א פרוי איז א פריצות'דיגע זאך. ליידער מיינט מען אז דאס איז א חומרא, מען איז אויסגעמישט צווישן גוים, מיר זענען איינגעזינקען אין גלות, הייבט מען אן זיך אפצולערנען פון זיי, ביז מען מיינט אז עס איז א חסידי'שע פרומע זאך צו שווימען מיט א שווים קלייד, ווען דאס איז נישט קיין חומרא, דאס איז נישט קיין פרומע זאך; דאס איז א אידישע זאך.


אויב זענט איר נאך ווייט פון דעם, איר קוקט אויף דעם ווי א יאנטשי זאך וכו'; זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל אייך העלפן איר זאלט זוכה זיין צו באקומען א געפיל פאר צניעות. צניעות איז אן איידעלע זאך, נישט יעדער האט אין דעם א געפיל, מען דארף זיין איידל צו וועלן זיין איידל, מען דארף זיין ריין צו האבן א געפיל אין זיין ריין, אפילו ווער עס איז ווייט פון איידל, ווייט פון זיין ריין - קען צוקומען צו דעם דורך תפילה והתבודדות.


בנוגע זיך וואשן אין די ניין טעג; די פוסקים זאגן אז אויב מען איז פארשוויצט מעג מען זיך וואשן ביי די פלעצער וואו מען איז פארקלעבט און פארשוויצט, דער איסור איז זיך באדן פאר תענוג.


בנוגע וכו'; מען קען זיין אין ברסלב און נישט זיין קיין ברסלב'ער, און מען קען זיין אינדרויסן פון ברסלב און זיין א ברסלב'ער חסיד; עס איז נישט געוואנדן וואו מען איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#125 - תלמידות בית פיגא וועלן גיין אנגעטון איידל און שיין
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח; איך האף איר וועט מיר העלפן קומענדיגע יאר אין סקול.


א גרוס פון אייער מאן; ער לערנט זייער פלייסיג און ער פירט זיך מיט יראת שמים.


אייער אנטון איז זייער איידל און זייער שיין; איך בין זיכער אז אלע קינדער פון סקול קוקן אנדערש אויף צניעות ווען מען זעט אייך, מען קוקט אויף א טיכל ווי א שיינע זאך, נישט ווי א יאנטשי זאך.


דאס איז מיין חלום, אז תלמידות בית פיגא וועלן גיין אנגעטון איידל און שיין.

#124 - צניעות איז נישט יאנטשי; עס איז שיין, רייך און הערליך
צניעות, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר אייער געטרייע ארבעט אין סקול.


א גרוס פון אייער מאן ... נרו יאיר; ער איז א טייערער אינגערמאן, ער לערנט זייער פלייסיג און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים.


איר מאכט א קידוש השם מיט אייער שיינע אנטון; אלע וועלן אייך נאכמאכן, ווייל איר ווייזט אז צניעות איז נישט יאנטשי, עס איז שיין, רייך און הערליך.

#123 - הויזן פאר א פרוי איז פריצות
צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?! הויזן פאר א פרוי איז פריצות! נישט קיין חילוק ביים אויפזיין, ביים שלאפן צי ביים מאכן עקסערסייז - הויזן פאר פרויען איז פארקערט פון צניעות.


דאס איז די וועג ווי אזוי מען לעבט, ביים שלאפן דעקט זיך אויף די פיס; אנטון הויזן אז די פיס זאל זיין שטענדיג צוגעדעקט - איז נישט קיין צניעות, דאס איז פארקערט פון צניעות.


אינטערעסאנט אז מען פארשטייט דאס נישט אליינס און עלטערן זענען נישט מקפיד אויף דעם.


וואויל איז די פרויען וואס געבן אכטונג אויף צניעות, וועלן זיי זיין אפגעהיטן פון שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - אז מ'וועט זיך פירן בצניעות, וועלן די קינדער זיין גרויסע צדיקים
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, שערן די האר, עין הרע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס; דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל טראגן גרינג און האבן גרינג, אלעס זאל אריבערגיין גרינג, מיט נחת און גרויס פרייד.


בנוגע אויב זי זאל זיך אויך אפשערן אין די חדשים וואס זי ווארט וכו'; אודאי זאל זי זיך אפשערן איר האר אין די חדשים, אויב עפעס איז אין די חדשים וויכטיגער זיך אפצושערן די האר, אזוי וועט דער קינד זיין א גרויסער צדיק. ווייל דער הייליגער זוהר זאגט זייער שארף אויב א פרוי גייט מיט האר, דער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, מדה טובה מרובה, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך אפ אירע האר - וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער, אירע קינדער וועלן יא חשוב זיין.


בנוגע אויב זי זאל מקפיד זיין ביים שלאפן צו גיין צוגעדעקט די קאפ; קוק וואס די הייליגע חכמים זאגן (יומא מז.): "שִׁבְעָה בָּנִים הָיוּ לָהּ לְקִמְחִית", עס איז געווען א פרוי קמחית, זי האט געהאט זיבן קינדער, "וְכֻלָּן שִׁמְּשׁוּ בִּכְּהוּנָה גְדוֹלָה", און זי האט זוכה געווען אז אלע זענען געווען כהנים גדולים. "אָמְרוּ לָהּ חֲכָמִים: מַה עָשִֹיתָ שֶׁזָּכִיתָ לְכַּךְ?" האבן די חכמים איר געפרעגט: וואס האסטו געטון אז דו האסט זוכה געווען צו דעם? "אָמְרָה לָהֶם: מִיָּמַי לֹא רָאוּ קוֹרוֹת בֵּיתִי קְלָעֵי שַׂעֲרִי", האט זי געזאגט פאר די חכמים: מיין גאנץ לעבן האב איך אכטונג געגעבן צו זיין גוט צוגעדעקט די קאפ, אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען.


בנוגע פרעגן דעם דאקטער וכו'; דער עיקר דארף מען אכטונג געבן וועגן עין הרע נישט רעדן צו אנדערע, אפילו פאר עלטערן - וואס דער דאקטאר זאגט און נישט איינקויפן צוליב עין הרע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - עס איז נישטא קיין מסורה אז מען טאר נישט ווערן בעסער
צניעות, סגולות, מחלוקת, קנאה, משפחה, מסורה, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די אלע וואס שפעטן און זוכן אייך אראפצורייסן אז איר האט זיך אנגעטון א טיכל - די אלע זענען אייך מקנא; טיף אין הארץ ווילן זיי אויך זיין גוט, אבער פון די אנדערע זייט האבן זיי נישט די שטארקייט דאס צו טון, דאס מאכט זיי זאלן חוזק מאכן און זוכן ווי זיי קענען אונטעררייסן.


איך פארשטיי נישט וואס איר זאגט אז איר זענט געווארן צעמישט אז איר זענט אוועק פון די מסורה; ווען א מענטש וויל צולייגן א גוטע זאך, ער וויל זיך אנטון בעסער ווי די עלטערן - איז נישט שייך צו זאגן מען גייט אוועק פון די מסורה, עס איז נישטא קיין מסורה אז מען טאר נישט ווערן בעסער, ווען מען וויל זיך אנטון מער פראסט - דעמאלט איז שייך צו זאגן אז מען גייט אוועק פון די מסורה, אז איר האט זיך אנגעטון א טיכל זענט איר נישט אוועק פון די מסורה.


ווען אייער שוועסטער הייבט אן רעדן אירע תורות פון מסורה זאלט איר זיך נישט נעמען צום הארצן, דאס איז קנאה; זי וויל אויך, און זי וועט נאך איין טאג דאס אויך טון.


בזכות אייער צניעות וועט איר האבן ליכטיגע קינדער, קינדער צדיקים.

#120 - ווי אזוי צו רעאגירן צו ארומיגע משפחה וואס פירן זיך נישט בצניעות
צניעות, חינוך הילדים, משפחה, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א מחי' צו הערן די גוטע גרוס פון סקול, ווי שטארק איר זענט צופרידן פון די טיטשערס; אייער טאכטער קומט אהיים אזוי פרייליך, אזוי צופרידן; זי האט ליב צניעות, איך פריי זיך זייער צו הערן.


בנוגע אייער פראגע, וואס צו טון ווען אייער טאכטער קומט צווישן משפחה וואס געבן נישט אכטונג אויף צניעות, זיי שערן זיך נישט און עס שטעקט זיך ארויס פון אלע זייטן האר - זאגט זיי אייער טאכטער מוסר וכו', זי איז יונג און זי זאגט אלעמען זיי זאלן אכטונג געבן; איר וויל וויסן אויב איר זאלט איר עפעס זאגן אדער נישט.


עס איז גוט איר זאלט איר מסביר זיין אז נישט יעדער ווייסט פון צניעות, נישט יעדער איז אפגעהיטן; זיי זענען וואויל אבער עס איז רחמנות אויף זיי, זיי מיינען אז צניעות איז א קנס, זאגט איר אז זי זאל נישט זאגן קיין מוסר הויך, זיי וועלן זיך פארשעמען, בעסער זאל זי אייך זאגן שטילערהייט.


רעדט מיט איר, זי זאל נישט ווערן צעמישט ווען זי זעט אין שטוב אן איידלקייט און ביי משפחה זעט זי פארקערט.


 

#119 - הייליגער באשעפער איך געב דיר איבער מיין גאנצע טאג
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ד אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך דאנק אייך און אלע אנדערע מיידלעך וואס העלפן די סקול מיט וואס מען דארף. איך הער פון מרת ... תחי' זייער גוטע גרוסן אויף אייך, זי דערציילט מיר כסדר ווי שיין איר העלפט, ווי איבערגעגעבן איר זענט פאר די סקול.


אויך בין איך זייער צופרידן פון אייער צניעות, מען זעט אז איר קומט פון אן איידעלע שטוב און אז איר האט ליב איידלקייט; אייער צניעות איז א שטאלץ פאר אונזער סקול בית פיגא.


איך האף אז איר זאגט נאך תהלים יעדן טאג; איך וועל זיך זייער פרייען צו הערן ווען איר ענדיגט תהלים, שרייבט מיר וויפיל מאל איר האט שוין געענדיגט תהילים.


געוואוינט זיך צו זיך איבערגעבן יעדן אינדערפרי צום אייבערשטן, זאגט: "הייליגער באשעפער איך געב דיר איבער מיין גאנצע טאג, אלעס וואס איך גיי טראכטן, רעדן און טון", וועט אייך אלעס גיין גוט.

#118 - גיין אנגעטון איידל און באשיידן
צניעות, סקול, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


וואויל איז אייך אז איר פירט זיך איידל, איר גייט אנגעטון איידל; איר זענט א ביישפיל פון א תלמידה פון "בית פיגא".


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט נחת פון אייך, דאס איז געווען מוהרא"ש'ס ווילן, מיר זאלן גיין אנגעטון איידל און באשיידן.


אין זכות פון אייער צניעות וועט איר האבן בנים צדיקים, אזוי האט דער רבי אונז צוגעזאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה", די צניעות פון די פרוי, "מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", איז איר מזכה צו קינדער צדיקים.


 

#117 - אלץ גיין אביסל מער צניעות'דיג
צניעות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב, דארף מען זיך מקבל זיין גוטע זאכן לזכות אז אלעס זאל אנקומען גרינג; זאלט איר אלץ גיין אנגעטון א ברעקעלע מער אויף די איידעלע זייט.


צום ביישפיל, ווען איר קויפט זיך א קלייד, איר טראכט צו זיך, איר ווייסט נישט אויב עס איז צניעות'דיג אדער נישט, זאלט איר אלץ גיין אויף די איידעלע וועג; אין דעם זכות וועט איר האבן גרינג און זוכה זיין צו ערליכע געזונטע קינדער.


א בית פיגא תלמידה טראגט אן אחריות; די גאנצע קהילה, אלע פרישע מקורבים קוקן אויף ענק.


 

#116 - תהלים איז געמישט פון צוויי זאכן, פון לויבן און בעטן
צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקהל-פקודי, כ"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלעס גוטס וואס ער טוט מיט אייך; איר האט אזוי גוט חתונה געהאט, און אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט ענק.


איך האף אז איר זענט נאך שטארק מיט זאגן תהלים אזוי ווי איר פלעגט זיין אלס מיידל. זאגט יעדן טאג תהלים; תהלים איז געמישט פון צוויי זאכן, פון לויבן און בעטן; איין פסוק איז דאנק און לויב ווערטער און אינעם צווייטן פסוק בעט מען אויף ווייטער.


איך וויל אייך בעטן נישט צו רעדן מיט מיידלעך פון זאכן וואס איז נוגע פאר נאך די חתונה. אפילו מיט חתונה געהאטע ווייבלעך רעדט מען נישט פון די זאכן; נישט פון די הלכות און אויך נישט וכו'. איך לייג אריין מיין לייב און לעבן אז אונזערע תלמידות זאלן אויסוואקסן הייליג און ריין, בעט איך אייך איר זאלט אכטונג געבן אויף דעם.


אייער צניעות איז א קידוש השם; אלע זעען ווי שיין עס איז צו זיין א איד, אלע זעען ווי שיין אידישקייט איז. מען זעט אין אייך אז מען קען זיין סיי ערליך און סיי אנגעטון לויט די היינטיגע טעג.


ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן אלץ מער ניסים וועט איר זען.