בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#323 - רירט נישט פון אייער צניעות קיין איין ריר
צניעות, חיזוק פאר פרויען, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אויף די שאלה אויב מען מעג גיין אין א פלאץ וואס מען שניידט די נעגל און מען מאכט וכו' – אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב.


דער ענטפער איז ניין, עס קען זיין א סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מועד קטן יח.), חסידים פירן זיך צו פארברענען די נעגל, ווייל אפילו מען ווערט פון דעם געשעדיגט – דאך טוט א חסיד מער פאר אנדערע ווי פאר זיך, און ער געבט אכטונג נישט צו שעדיגן א פרוי וואס ווארט וכו'.


בלייבט מיט אייער איידלקייט, בלייבט מיט וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא, רירט נישט פון אייער צניעות קיין איין ריר, וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען ביי אייך אין שטוב, ענק וועלן זיך שטענדיג ליב האבן, ענק וועלן האבן פרנסה און קינדער, און נחת ביי די קינדער.

#322 - נישטא אזא זאך ווי עפענען יענעמ'ס טיר
צניעות, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


אז ענקער שכן שפאצירט אריין צו ענק אין שטוב אן רשות – זאלן ענק דאס אפשטעלן ווי פריער, עס איז זייער אן עקלדיגע זאך; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז אפילו אין די אייגענע שטוב איז א שיינע זאך צו קלאפן, נישט אריין גיין פלוצלונג.


מיט שכנים איז נישט כדאי זיך צו קריגן, דעריבער זאלן ענק דאס ווי פריער אפשטעלן, זיין אפן, זאגן קלאר; דו פארן שכן און דיין ווייב פאר די שכֵינה, אז ביי ענק איז נישטא אזא זאך ווי עפענען א טיר, און אפילו ווען א קינד עפנט דארף מען זאגן פארן קינד: "פרעג דיין טאטע אדער מאמע אויב מיר קענען קומען", און אז די קינד קומט זאגן "מען קען נישט צוקומען", אדער אן אנדערע תירוץ – קען מען נישט אריינטרעטן אין שטוב; נאר אזוי וועט זיין שלום, ווייל אז דו וועסט נישט זאגן וועט ביים סוף זיין אינגאנצן צוקריגט וד"ל.

#321 - נישט אריינגיין אין א צווייטע הויז אן רשות
צניעות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


די וועג ווי אזוי מען פירט זיך ביי אייער משפחה איז נישט ריכטיג און נישט אויסגעהאלטן, ווייל מען גייט נישט אריין אין א צווייטע הויז אן רשות, און די הייליג חכמים זאגן אז אפילו אין אן אייגענע הויז זאל מען קלאפן אין טיר וכו'.


איך וויל איר זאלט זיך פארנעמען מער נישט אריין צו גיין אין א הויז אן דעם וואס יענער עפנט אייך די טיר און נעמט אייך אריין, אפילו ביי אייערע שוועסטער זאלט איר זיך פירן איידל, נישט אריינגיין נאר מיט רשות, אויך זאלט איר נישט קוקן אין א צווייטנ'ס טעלעפאן, און אז אייער שוועסטער זיצט נעבן אייך זאלט איר נישט קוקן אין איר טעלעפאן, און נישט עפענען קיין לעדלעך, שענקלעך.


ביים רבי'ן איז דרך ארץ געווען א יסוד, דער רבי האט געזאגט אז די קיסרין און קעניגן וואלטן געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר, ווען זיי ווייסן ווען וואס פאר א דרך ארץ מען לערנט דא אויס.

#320 - טרעט נישט איין טריט אוועק פון די צדיקים
צניעות, שלום בית, אומאן, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב גוטע ווערטער אין שטוב, לויב אויס דיין ווייב, אויך זאלסטו איר אויסרימען מיט איר איידלקייט, מיט איר צניעות, און חס ושלום איר אראפרייסן מיט איר ערליכע לבוש, און זיכער ווען עס קומט צו די הייליגע זאך פון זיך אפשערן - זאלסטו איר שעצן און איר אויסלויבן. ווייל דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): "תּוּנְבָא לֵיתֵי" א קללה זאל קומען, "עַל הַהוּא בַּר נָשׁ" אויף דעם מענטש, "דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ" וואס לאזט זיין ווייב, "דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב; זאלסטו איר אויסלויבן און אויסרימען.


אנטלויף פון חכמות, פיר זיך מיט תמימות, זע אז דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף צדיקים, דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף תמימות, טרעט נישט איין טריט אוועק פון די צדיקים. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דער עיקר אידישקייט איז ווען מען פירט זיך פשוט אן קיין חכמות; "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם, וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", אסאך רשעים וואס האבן פארדרייט די וועלט מיט זייערע טעותים איז אלעס געקומען ווייל זיי האבן גענוצט זייער חכמה; קודם רעדט מען אויף צדיקים, נאכדעם גייט מען ארויף צו די פריערדיגע דורות, מען לאכט אפ פון זיי, מען מיינט אז מען פארשטייט בעסער, מען האלט זיך קלוגער, אבער ביים סוף זעט מען דעם חילוק פון דער וואס האט געפאלגט וואס צדיקים זאגן און דער וואס איז געגאנגען מיטן אייגענעם שכל.


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, זיין ביים רבי'ן ראש השנה; אין אכט אין דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, אז דו ווילסט דיין ווייב זאל דיך נישט שטערן פון קומען ראש השנה צום רבי'ן - זאלסטו איר מכבד זיין און זיך אויפפירן ווי א ברסלב'ער חסיד פירט זיך אויף, מיט דרך ארץ, רעד צו איר שיין, טשעפע איר נישט, וועט זי דיר נישט אפהאלטן פון קומען צום רבי'ן. מוהרא"ש זאגט, דער שופר בלאזט ראש השנה גוט ווייל א גאנץ יאר ליגט זי אין ארון הקודש, אזוי אויך אז א גאנץ יאר רעדט מען שיין צו די ווייב, מען קריגט זיך נישט מיט איר און מיט די שווער און שוויגער - וועט מען נישט מאכן קיין סקאנדאל ווען דו וועסט פארן קיין אומאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#319 - עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר פרויען, כשרות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז אייער צניעות איז אזוי הייליג און טייער אין הימל, עס ברענגט ישועות סיי פאר ענק און סיי פאר די גאנצע וועלט, ווייל בזכות די פרויען וואס גייען אנגעטון איידל און באשיידן - ווערט די וועלט אפגעהיטן פון שלעכטס.


אויף אייער פראגע וואס צו טון ווען ענק גייען צו אייער שווער און מען געבט דארט פלייש וואס איז נישט למהדרין מן המהדרין וכו', וואס זאלן ענק טון; ענק קענען עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן, אז די עלטערן זאלן נישט ווערן וויי געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#318 - זיך פירן בצניעות, וועלן די קינדער שלאפן רואיג
צניעות, מאוויס, אידישע שטוב, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס אייערע קינדער גייען אריבער שרעקעדיגע חלומות וכו'; דאס ווייזט מען אייך פון הימל אז מען דארף זיך פירן בצניעות אין שטוב. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות חלום, סימן ג): "הַצָּנוּעַ בְּבֵית הַכִּסֵּא", דער וואס פירט זיך איידל, אפילו אין בית הכסא, "חֲלוֹמוֹתָיו מְיֻשָּׁבִין עָלָיו", האט ער רואיגע חלומות; ווייל דער וואס פירט זיך איידל, דער איז אפגעהיטן פון די שדים וואס קומען אין חלום דערשרעקן.


מאכט זיך א חשבון הנפש, מען זאל זיך פירן איידל אין שטוב, גיין אנגעטון איידל, און ווארפט ארויס די עקלדיגע מאוויס, די מאוויס פילן אן די שטוב מיט שדים, קליפות און רוחות רעות; וועלן אלע קינדער שלאפן רואיג, קיינער וועט נישט ליידן פון די מזיקים.

#317 - מקבל געווען בזיונות באהבה
צניעות, חינוך הילדים, שלום בית, צדיקים, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק רבינו חיים [בן רבי משה] בן עטר זכותו יגן עלינו, דער אור החיים הקדוש. מיר קענען נישט פארשטיין דאס גרויסקייט פון די צדיקים, מיר דארפן זיך לערנען פון זייער וועג ווי זיך צו פירן, ווי זיי זענען געווען בטל ומבוטל צום אייבערשטן. דער צדיק דער אור החיים הקדוש האט געזאגט, ער איז צוגעקומען צו זיינע הייליגע מדריגות צוליב דעם וואס ער האט מקבל געווען בזיונות באהבה, ער האט נישט געענטפערט און נישט צוריק געקריגט; דארפן מיר זיך לערנען פון זיי מקבל זיין די בזיונות וכו'.


אויך די בזיונות וואס דו גייסט אריבער אין שטוב פון דיין ווייב - זאלסטו מקבל זיין מיט ליבשאפט, זאלסט איר חס ושלום נישט טשעפען, נישט צוריק טון, נאר אנעמען באהבה. מיר האבן דאך באקומען פון רבי'ן א וועג צו פאררעכטן אונזערע מעשים; נישט צו פאסטן, נישט צו מאכן סיגופים, נאר דורך ישמע בזיונו ידום וישתוק, דורך שווייגן און אנעמען אלעס באהבה, בפרט אין שטוב; נישט צו ענטפערן און נישט וויי צו טון.


געב אכטונג אויף די צניעות ביי דיינע טעכטער, טו זיי אן נאכט קליידער, טו זיי נישט אן קיין הויזן; הויזן פאר א מיידל, פאר א פרוי - איז פריצות. אזוי אויך זאלסטו אכטונג געבן ווי אזוי דיינע טעכטער שווימען, לערן זיי אויס שווימען הייליג, מיט א שווים קלייד, לאז נישט אין דיין שטוב קיין בעדינג סוט. דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט געזאגט דאס איז א בגד פריצות וואס טאר נישט ארויפגיין אויף א אידישע טאכטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#316 - גוטע ווערטער און ליבשאפט ברענגט די שכינה אין שטוב
צניעות, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בלק, י"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט דיר געגעבן, א טייערע ווייב; אזוי איידל, אזוי צניעות'דיג, זי גייט אנגעטון אזוי ווי די מאמע פון הייליגן רבי'ן די צדיקת פיגא עליה השלום, און די צדיקת אדל דעם רבינ'ס באבע, אויך די צדיקת סאשיא דעם רבינ'ס ווייב, אלע זענען געגאנגען מיט א טיכל, און אזוי האבן זיי זוכה געווען צו קינדער צדיקים וואס האבן ליכטיג געמאכט די וועלט.


דאנק דעם אייבערשטן אז דיין שטוב איז הייליג און ריין, און געב דיין ווייב אסאך גוטע ווערטער, געב איר ליבשאפט; דאס וועט ברענגען מער און מער די שכינה אין שטוב.

#315 - שלום צווישן שכנים
צניעות, שלום, שכנים, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...  נרו יאיר


אויף דיין פראגע אז דיינע שכנים מאכן א קליינע סווימינג פול וואו די קינדער שווימען, טעכטער מיט זין, וואס דו זאלסט טון.


מען דארף מאכן א באזונדערע סווימינג פול פאר די זין און א באזונדערע פאר די טעכטער, אפילו די קינדער זענען קליין, ווייל צניעות איז אויך ביי קליינע קינדער.


דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין שלום צווישן ענק, און אז די שכנים מאכן אנדערש ווי דיר – זאלסטו נישט אפלאזן דאס שלום און ליבשאפט, ווייל נאר דארט וואו עס איז דא שלום – רוט די שכינה, און חס ושלום וואו מען קריגט זיך – איז די שטן דארט.


אז די שכנים בארגן זאכן און פארגעסן צו באצאלן; איז דאס קלייניקייט, ווי למשל א פעקל בונדלעך, א באנאנא וכו' – זאלסטו מוחל זיין.

#314 - צניעות הויבט זיך אן ביי די דריי יאר
צניעות, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער פון דריי יאר דארפן שוין גיין אנגעטון איידל, צניעות הויבט זיך אן ביי די דריי יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#313 - זיך אויפפירן איידל
צניעות, קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט איידל זיך צו דרייען ביים שווער אין שטוב מיט א נאכט קלייד, און אפילו מען דארף ארויסגיין צו די קינדער; אויב איז דאס נעבן וואו פרעמדע מענער, שווער און שוואגערס דרייען זיך - איז נישט איידל אזוי ארויסצוגיין פון שטוב, אפילו פאר א קורצע צייט.


בנוגע די פראגע אויב ביים זיין פארנומען אין קאך דארף די ערמל זיין ביז די ביין; ווען מען וואשט די כלים און מען קאכט און באקט - קען מען אויפהייבן די ערמל.


בנוגע באדן קליינע קינדער; מען קען בעטן א טאכטער אדער שוועסטער צו באדן קליינע קינדער, און אזוי אויך אויב מען דארף איבערפאקן וכו'; אבער נישט פארקערט, די זין קענען נישט העלפן באדן די שוועסטער, און אויך נישט איבערפאקן משום צניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#312 - נאר א מעלה צו גיין בעסער, איידעלער און מער באשיידן
כיבוד אב ואם, צניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר מעגט גיין מיט וכו', אז מען טוט זיך אן מער פרום פון די עלטערן - איז דאס נישט קיין שום חסרון, אדרבה דאס איז כיבוד אב ואם. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין זוהר פרשת בחוקותי, דף קטו:) ווער עס וויל באמת מקיים זיין די מצוה פון כיבוד אב ואם זאל לערנען תורה און טון גוטע מעשים, וואס דאס איז די גרעסטע כבוד פאר די עלטערן, ווייל מענטשן זאגן: "אשרי לאב ואם שגידלו בן כזה", וואויל זענען די עלטערן וואס האבן געבוירן אזא קינד, און אזוי אויך ביי טעכטער; אז מען גייט אנגעטון איידל און באשיידן איז דאס די גרעסטע כבוד פאר די עלטערן, עס איז נאר א מעלה צו גיין בעסער, איידעלער און מער באשיידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#311 - אידישע ווייבלעך קען מען נישט פארנארן
צניעות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין פרנסה איז זיין א קאר סערוויס דרייווער - זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן ווען דו האסט א פרוי אליין אין קאר, נישט רעדן קיין איין איבריגע ווארט, און נישט קוקן קיין איין קוק.


דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט זיך ווי א שוטה מיטן נישט קוקן און נישט זיין העפליך, און דו שטארקסט זיך מיט די ווערטער פון די הייליגע חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי", ענדערש זיין א שוטה, "וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", און נישט זיין קיין רשע איין סעקונדע פארן אייבערשטן; וויל איך דיר זאגן אז איך בין זייער איבערגענומען פון דיין יראת שמים, ווי דו שלאגסט זיך מיטן יצר הרע, אבער וויסן זאלסטו אז עס איז פינקט פארקערט, ווען מען פאלט אריין מיט א קאר סערוויס דרייווער וואס רעדט און קוקט וכו' וכו' - קוקן די פרויען אים אן ווי א שוטה, אידישע ווייבלעך קען מען נישט פארנארן און פארדרייען, זיי שפירן זייער רואיג און זיכער ווען דער דרייווער קוקט נישט, רעדט נישט, פרעגט נישט, טוט וואס ער האט צו טון, און די אלע וואס מאכן זיך ארענטליך, מען קוקט, מען שמייכלט, דארט זענען די פרויען נישט רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#310 - זיצן מיט צניעות ביים שבת טיש
צניעות, שמחה, שווער און שוויגער, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט טוסטו אז ווען דו גייסט צו דיין שוויגער קוקסטו אראפ, דו פירסט זיך מיט יראת שמים. עס איז נישט קיין סתירה מיט מכבד זיין, מכבד זיין מיינט רעדן שיין, זיך באדאנקען, העלפן; עס איז נישט קיין סתירה מיט זיך היטן די אויגן, זיך פירן איידל.


בנוגע דאס וואס מען זיצט די חתונה געהאטע קינדער, מאן און ווייב - איינער נעבן צווייטן, און עס איז אומבאקוועם ווען א צווייטע פארפאלק זיצט אנטקעגן דיר און דו דארפסט אראפקוקן; וואס קענסטו טון? קענסט נישט איבערדרייען די יוצרות ביי דיין שווער אין שטוב וכו', אם ירצה ה' ווען דו וועסט חתונה מאכן דיינע קינדער און זיי רופן צו דיר פאר סעודות זאלסטו מאכן די מענער פארנט, און די טעכטער און שנירן אונטן, נעבן די מאמע.


זיי פרייליך, גיי א טענצל אפאר מאל א טאג, און הער פרייליכע ניגונים, ווייל דאס היט דעם מענטש פון ניאוף. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט), שמחה איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#309 - א באזונדערע חלוקה פאר מענער און פאר פרויען
צניעות, בית התבשיל, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שכוח פארן טון פאר די בית התבשיל, איך וויל אבער בעטן, איך וויל זייער בעטן - מען זאל מאכן א באזונדערע חלוקה פאר מענער און פאר פרויען, אדער מיט א מחיצה. איך וויל די שטעטל זאל זיין הייליג, חס ושלום אויב עס גייט צו בתערובות - איז נישט כדאי די גאנצע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#308 - אין בית פיגא קענען נאר ארבעטן די וועלכע האבן א ריינע שטוב
צניעות, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


זייט מחזק די טיטשערס, דאס מערסטע חיזוק דארפן די וואס טוען מיט אנדערע. מוהרא"ש זאגט די ווערטער פון חכמינו זכרונם לברכה (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", דאס מיינט מען מלמדים און טיטשערס וואס זענען עוסק מיט אויפברענגען קינדער, זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק.


איך וויל בעטן, אזוי ווי לעצטנס איז געווארן די סטייל מען גייט מיט לאנגע קליידער, וויל איך בעטן די לערערינס פון בית פיגא זאלן קומען אנגעטון - נישט לאנג און נישט קורץ, נישט נאכגיין די סטיילס, נאר זיין א ביישפיל פאר אונזערע קינדער וואס איז שיין פאר א אידישע פרוי. איך פארלאנג פון אלע טיטשערס זאלן קומען אין בית פיגא אנגעטון שיין און איידל, און איך בעט אויך ווען מען קומט נישט אין בית פיגא זאל מען גיין אנגעטון איידל און שיין.


אויך וויל איך נאכאמאל מחזק זיין אז אין די פיר ווענט פון בית פיגא קענען נאר ארבעטן טיטשערס וואס האבן א ריינע שטוב, זיי האבן נישט קיין טעלעפאן, ווידיאוס, מאוויס, סאושעל מידיע; די פיר ווענט פון בית פיגא איז הייליג, און איך וויל די שכינה הקדושה זאל בלייבן ביי אונז, און די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן בצניעות וועל איך אוועק גיין פון אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#307 - חס ושלום גיין צו א ביטש
צניעות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום גיין צו א ביטש, דאס איז א פלאץ פון גלוי עריות, פרויען דארפן זיין אפגעהיטן נאך מער ווי מענער, חס ושלום זאגן אז פרויען מעגן גיין צו א ביטש וואו גוים שווימען מענער און פרויען; נישטא אן ערגערע פלאץ פון א ביטש, מען טאר נישט אהין גיין. נאר ביי א פלאץ וואו עס איז אפגעטיילט נאר פאר פרויען, נאר דארט מעגן פרויען גיין.

#306 - די איידעלע ווייבער זענען געטריי צום מאן
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה, דיין טייערע ווייב. האסט זוכה געווען צו אן אשה כשירה, איידל און טייער, זאלסט איר אויסרימען, זאלסט איר שעצן. זיי קלוג, זיי נישט ווי די קליינע קעפעלעך וואס שעמען זיך מיט איידלקייט, וואס מיינען אז עס פעלט עפעס, כאילו עס איז דא עפעס מער ווען מען גייט נישט איידל, עס איז פינקט פארקערט; נאר די איידעלע ווייבער זענען געטריי צום מאן, ווייל זיי זענען געטריי צום אייבערשטן און צו די תורה, זיי הערן אויס די קול פון צדיקים וואס לערנען שלום בית. די נישט איידעלע געבן גארנישט, זיי זענען דא נאר למען הבחירה והנסיון, וד"ל.


לויב אויס דיין ווייב מיט איר איידלקייט, ווייל אין איר זכות איז די שכינה ביי ענק אין שטוב.

#305 - בית פיגא תלמידות זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו איידלקייט
צניעות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בזכות וואס איר האט זיך אנגעטון ... וועט איר געהאלפן ווערן מיט ערליכע דורות. אזוי ווי דער הייליגער רבי שמעון זאגט, אז די פרוי וואס איז איידל און גייט אנגעטון איידל – איז זוכה צו קינדער צדיקים.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר ענק, און איך בעט פאר אלע תלמידות, און איך האף צום אייבערשטן אז אלע "בית פיגא" תלמידות זאלן אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו איידלקייט, אלע זאלן ליב האבן די אמת'ע חן, איידל און באשיידן, און זיך עקלען און פאר'מיאוס'ן די פריצות'דיגע קליידער און פיראכצער.

#304 - די היינטיגע דור דארף איין זאך, ליבשאפט און ווארעמקייט
צניעות, חינוך הילדים, גניבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב הנאה צו הערן ווי איר געבט זיך איבער פאר די קינדער.


בנוגע די מיידל וואס גנב'עט, און וואס מען טוט אלץ מיט איר העלפט עס נישט; איר שרייבט איר האט רחמנות אויפן קינד, ריכטיג איז איר זאלט רופן די טאטע און דערציילן, ווייל אויב מען שטעלט דאס נישט אפ ווען מען איז יונג - קען דאס זיין זייער געפערליך שפעטער.


איר דארפט רעדן צו די מנהלת און איר קענט איר ווייזן די בריוו און זיך דורכרעדן ווי אזוי דאס איינצומעלדן פאר די עלטערן, ווייל אויב מען וועט דאס לאזן לויפן חס ושלום, מען וועט נישט טון פאר דעם, וואס וועט זיין ווען די מיידל וועט ווערן עלטער.


דער עיקר זאלט איר אריינברענגען אין די תלמידות א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די מצוות, צו איידלקייט, צו גיין מיט שיינע קליידער נישט קיין קורצע, צו גיין מיט שיינע קאלירן נישט קיין פראסטע, צו גיין פארמאכט נישט אויסגעשניטן, און מיט ערמל ביז די ביין, ווייל די היינטיגע דור דארף איין זאך: "ליבשאפט און ווארעמקייט", און אז מען ווייזט זיי אז ליבשאפט און ווארעמקייט איז אין די תורה - וועלן אלע זיין ערליך און איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#303 - די שענסטע זאך איז איידלקייט און באשיידנקייט
צניעות, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך אנטון איידל אזוי ווי אמאל, טוט זיך צוריק אן געהעריגע קליידער וואס גייען ביז נאך די קניען און טוט אויס די הויזן. דאס איז נישט שיין פאר א פרוי; מענער גייען מיט הויזן און פרויען מיט קליידער, דאס איז שיין און דאס איז הייליג.


איך בעט אייך זייער, ווערט נישט בייז אויף מיר אז איך זאג אייך, איך זאג נאר ווייל ענק זענען ביי מיר חשוב, איך וויל ענקער גוטס; די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אידישע טעכטער - איז איידלקייט און באשיידנקייט.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים און פלעכטס אריין אייערע אייגענע תפילות און לויב ווערטער צום אייבערשטן אין אייערע אייגענע שפראך, דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן - ברענגט גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#302 - וואלט איך געגאנגען מיט די קליידל קעגן משיח צדקינו?
צניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר גייט אנגעטון איידל, און ווען איר האט א ספק אויף א קליידל, אויב עס איז איידל אדער נישט - גייט איר צום שפיגל, און איר פרעגט זיך אליין: "וואלט איך געגאנגען מיט די קליידל מקבל פנים זיין משיח צדקינו?" און אזוי קומט ארויס די ווארהייט אויב די קלייד איז איידל.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל אין גיין אנגעטון איידל, מיט תפילה והתבודדות איז מען זוכה צו באקומען א טעם און א געפיל צו איידלקייט און צו די אידישע חן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#301 - לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם
צניעות, שבת קודש, נעגל וואסער

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לויף נישט ארום שבתים עסן ביי דעם און ביי יענעם, די בעסטע פלאץ פאר א פארפאלק צו זיין שבת - איז אין שטוב מיט די ווייב, די אלע וואס לויפן ארום וכו', איז די ענדע זייער שלעכט, מען ענדיגט אין גיהנום השם ישמרינו.


אזוי אויך יעצט ווען מען האט געריקט די זייגער, זאלסטו נישט מאכן קיין שלש סעודות ביי דיר אין שטוב מיט דיינע חברים. גיי אין שול; אז דו ווילסט קענסטו שמועסן אין שול מיט חברים, אבער ביי דיר אין שטוב נעם נישט אריין קיינעם נישט. איך האב שווער געארבעט פאר דיין שידוך, איך וויל דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ.


זיי שטארק, דו און דיין ווייב - זיך אפצוגיסן יעדן אינדערפרי ביים בעט נעגל וואסער, ווייל אויב מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער קומען די שדים און רוחות און מאכן זיך באקוועם אין שטוב און זיי שטערן דאס לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#300 - די ווייב טוט זיך אן צו שטארק צניעות'דיג
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע וכו', אז דיין ווייב טוט זיך אן גאר צניעות'דיג, נאך מער ווי מען דארף גיין, שוין איבער די גרעניץ, דו שפירסט אז דאס איז געפערליך און דאס קלאפט אויס אויף די שלום אין שטוב; זאלסטו איר אויסרימען און געבן אסאך גוטע ווערטער, און נאר פרייליך מאכן, ווייל ממה נפשך, איז דאס - אזוי ווי דו ביסט חושש - נערווען, זאלסו וויסן דעם כלל, אז נערווען קען מען נישט היילן נאר דורך אסאך גוטע וועטער, די גוטע ווערטער און די פרייליכקייט מאכט לופטיג די מח ביז מען ווערט אויסגעהיילט; איז דאס נישט נערווען, נאר א שיטה, א פארדרייטע שיטה - איז דאך זיכער אז מען קען נישט גיין בכח, מען מוז גיין מיט סבלנות און חכמה, און נאר דורך גוטע ווערטער און שמחה קען מען איבערדרייען יענעמ'ס שיטה.


געב אסאך גוטע ווערטער אין שטוב, אויף דעם זאלסטו נישט קארגן און אויף דעם זאלסטו נישט מאכן קיין חשבונות; אויב עס קומט אריין די גוטע ווערטער און אויב מען האט שוין געזאגט נעכטן, און עס פעלט נישט אויס זאגן נאכאמאל, זאלסט געבן גוטע ווערטער בלי שיעור; אזוי וועט זי ווערן מיט דיר איינס, וועט זי טון דיין ווילן און ענק ביידע וועלן טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#299 - לעגינגס איז פריצות
צניעות, עקסערסייז

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


לעגינגס איז פריצות, פינקט ווי הויזן איז פריצות פאר א פרוי - איז לעגינגס פריצות; אויסער דעם וואס עס איז גועל נפש, א גרויל צו זען אידישע פרויען, הייליגע נשמות - זיך אנטון אזוי.


טוט אויס די פריצות – וועט איר זען ישועות. פריצות איז שווארצע מלאכים, קליפות און שדים, זיי ברענגען די צרות אין שטוב, א אידישע פרוי טאר נישט גיין מיט דעם.


אויך ווען מען מאכט איבונגען (עקסערסייז) - זאלט איר נישט גיין מיט דעם, דאס איז תורת לאקשן אז מען דארף אנטון הויזן ביים מאכן איבונגען (עקסערסייז) צוליב צניעות. חס ושלום גיין מיט הויזן; נישט ביים שלאפן, נישט ביים טאנצן, קיינמאל נישט.


מוהרא"ש שרייבט אין א בריוו פאר די פרויען אין יבנאל, כ"ב טבת תשע"ה: "אני מאד מאד מבקש אותך", איך בעט דיר זייער שטארק, "שתתחזקי יותר ויותר בעניני צניעות", זאלסט זיך שטארקן מיט צניעות, מיט זיין איידל, ווייל דאס היט אונז פון שלעכטס. צניעות היט אפ אידישע טעכטער פון אלע קרענק.


מוהרא"ש שרייבט ווייטער, אזוי שרעקעדיג: "ואני תולה את מחלת אשתי תחי'", איך מאך זיך א חשבון, אויף וואס איז מיין ווייב נישט געזונט געווארן מיט די ביטערע קרענק השם ישמרינו, "מפני שלא עוררתי אותך יותר ויותר בעניני צניעות", ווייל איך האב נישט גענוג מחזק געווען די פרויען אין צניעות.


מוהרא"ש בעט ווייטער אין די בריוו: "ולכן אני מאד מבקש אותך", דעריבער בעט איך דיר זייער, "לקבל על עצמך להתחזק בצניעות", זאלסט זיך פארנעמען זיך צו שטארקן אין צניעות; טו עס פארן אייבערשטן, צו גיין איידל אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, זאלסט אלץ גיין צוגעדעקט דיין קאפ, "שזה היופי והחן של אשה יהודית", וואס דאס איז די אידישע חן, די אידישע שיינקייט. "ואפילו אם את הולכת עם פאה", און אפילו דו גייסט מיט א שייטל, "תקפידי מאד מאד שהפאה תהיה פאה צנועה וכו'", זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן צו גיין מיט אן איידעלע שייטל, "לא ארוכה כמו שידה וכו'", עס זאל נישט זיין לאנג אזוי ווי די שדים גייען, "ולא עם צמות וכו'", און נישט מיט קיין ברעיד"ס, "שזה באמת לא צנוע", ווייל דאס איז נישט איידל, און א אידיש קינד דארף זיך זייער דערווייטערן דערפון. מיין נישט אז צניעות איז א חומרא, דער סמ"ק זאגט (מצוה נ"ז) אז צניעות איז א מצוה דאורייתא, עס איז נישט עפעס א חומרא.


מוהרא"ש שרייבט ווייטער: "וכן תשמרי מאד מאד לא ללכת עם בגדים קצרים מעל הברך", זאלסט זיך זייער היטן נישט צו גיין קורצע קליידער העכער די קני, "או בגדים צמודים", אדער אויסגעפאסטע קליידער, "או שקופים וכו' וכו', שזה מגעיל מאד", ווייל דאס איז אן עקל און א גרויל, "ומגרש את השכינה מסביבותיך וכו' וכו'", עס פארטרייבט די שכינה הקדושה פון זיין נעבן דיר, און די פרוי וואס איז נישט מקפיד אויף דעם, ארום איר דרייען זיך אלפים ורבבות קליפות ומשחיתים וכו', צענדליגער טויזנטער קליפות און שדים וואס ברענגען צרות, "ולכן אני מאד מבקש אותך, תהי אשה צנועה כמו שראוי לבת ישראל", איך בעט דיר זייער שטארק, זיי איידל אזוי ווי עס פאסט פאר א אידישע טאכטער, "ועל ידי זה תמשיכי על עצמך חן וחסד", דורכדעם וועסטו האבן חן און חסד, "ולא יחסר לך שום דבר", און עס וועט דיר גארנישט פעלן.


וואס נאך איז דא צוצולייגן אויף אזא הארציגע בריוו, ווי מוהרא"ש בעט זיך צו אונז, ער וויל עס זאל אונז זיין גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.