בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#346 - א פייער אפצולאזן די איידעלע וועג פון צניעות
תפילה והתבודדות, צניעות, חינוך הילדים, אמונה, התבודדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז עס ברענט אין אייך א פייער אפצולאזן די איידעלע וועג פון צניעות; דער הייליגער רבי האט געזען די פייער, דער הייליגער רבי דערציילט (שיחות שאחר ספורי מעשיות), ער האט געזען א גרויסע ריזיגע טאפ אויף א פייער, און דער טאפ איז געווען אנגעפילט מיט הענט, קעפ, פיס, און אזוי ווייטער, דער רבי האט געפרעגט וואס דאס איז, האט מען אים מודיע געווען אז דאס זענען פון פרויען וואס האבן אראפגעווארפן פון זיך די צניעות, זיי האבן מכשיל געווען אנדערע מיט אויפגעדעקטע הענט, קאפ, פיס, און אזוי ווייטער.


אז איר טרעפט זיך אין די פייער זאלט איר זיך דערמאנען פונעם פייער פונעם הייליגן באשעפער, וואס שטייט אין פסוק (מלאכי ג, יט): "כִּי הִנֵּה הַיּוֹם בָּא בֹּעֵר כַּתַּנּוּר..."


בעטס די תפילה:


"הייליגער באשעפער, עכט עכט עכט וויל איך זיין ערליך, גיין אנגעטון איידל, און פאלגן די הייליגע צדיקים ווי זיי האבן אונז געלערנט נישט צו גיין מיט דורכזיכטיגע שטרימפ, גיין מיט א פארמאכטע האלז, איידל און באשיידן, אבער עס ברענט אין מיר א פייער פון וועלן אויסקוקן ווי אזוי די גוים גייען, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר אין מיר ווי א מלחמה פונעם יצר טוב וואס זאגט מיר 'בלייב איידל, ביסט א בית פיגא תלמידה, זוך דיר נישט קיין צרות...' און דער יצר הרע זאגט: 'נע... עס איז גארנישט... אלע גייען אזוי... דאס איז די מאדע... זיי נישט נעביש...' און איך ווער צעריסן; איך בעט דיר באשעפער, בלאז אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך עקלען פון פריצות, איך זאל מיך נישט שפירן נעבעכדיג ווען איך גיי מיט איידעלע קליידער, העלף מיך אייבערשטער, איך וויל אזוי שטארק זוכה זיין צו ערליכע דורות, און נאר אז די מאמע גייט איידל און באשיידן קען מען ערווארטן הייליגע קינדער, אנא ה' הושיעה נא, בזכות כל הצדיקים שמסרו נפשם על קדושת שמך, עננו ה' עננו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".

#345 - זיך שפירן אויסדערוועלט צו גיין שווימען הייליג
צניעות, חינוך הילדים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת לעזער תחי', מנהלת בית פיגא


יעצט ווען די זומער איז דא דארף מען רעדן צו די תלמידות פון זיך פירן איידל און הייליג ביים שווימען; לערנט די תלמידות זיי זאלן גיין שווימען נאר איידל און הייליג, זיי זאלן שווימען נאר מיט א שווים קלייד, לייגט אריין אין זיי א גאוה און א שטאלץ, זיי זאלן זיך נישט שעמען מיט א שווים קלייד, זיי זאלן זיך עקלען פון די וועג ווי די פעלקער שווימען; מען מוז אריינלייגן א גאוה און א שטאלץ, ווייל ליידער האט זיך אריינגעריסן אפילו ביי היימישע קאנטריס אז פרויען שווימען נישט איידל, און אז א תלמידת בית פיגא וועט אנקומען אין א קעמפ אדער קאנטרי און די גרויסע טייל גייען נישט איידל – זאלן זיי זיין שטאלץ, זיך שפירן אויסדערוועלט צו גיין שווימען הייליג.


לערנט מיט די תלמידות אז צניעות איז נישט נאר ווען מענער זעען, צניעות איז אויך צווישן פיר ליידיגע ווענט; א אידיש מיידל, א אידיש ווייבל – איז איידל און הייליג אפילו מען איז אליין אין שטוב צווישן פיר ליידיגע ווענט.

#344 - א קינד וואס עלטערט זיך, קען זיך פירן אנדערש
צניעות, חינוך הילדים, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן די הודעה.


קלאפט זיך נישט, איר זענט יא א צנועה, בלייבט מיר אייער איידעלע וועג ווי אזוי איר פירט זיך.


אייער מאן האט מיר דערציילט ווי איר האט אזוי שטארק געוויינט פון צער פון ... אז זי פאלגט נישט און העלפט נישט וכו' וכו'; איך וויל אייך בעטן איר זאלט זיך נישט פארלירן, לדעתי איז זי א גוט קינד, א וואויל קינד; אזוי פאסירט, אזוי איז ביי אסאך קינדער, ווען זיי עלטערן זיך פירן זיי זיך אויף אנדערש, זיי בלאזן, זיי פאלגן נישט, אבער עס איז נישט אזוי געפערליך; מיט גוטע ווערטער, מיט אויסלויבן, אויסרימען און מאכן שפירן גוט – וועט מען קענען געוואונען איר הארץ.


פארשטייט זיך מיט תפילה; יעדן טאג בעטן פאר יעדן קינד באזונדער, וועט זי ענק ברענגען נחת.

#343 - אלע צייטונגען און מאגאזינען זענען נישט גוט
צניעות, אמונה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, קרית יואל


זע אז דיין שטוב זאל זיין ריין, נעם נישט אריין אין שטוב קיין שום ליין מאטריאל, אויך נישט פון די פרומע, פון חסידות וכו'; אלע צייטונגען און מאגעזינען זענען נישט גוט, און אז מען ליינט זיי – ברענגט מען אויף זיך אסאך פראבלעמען מיט שלעכטס, עס קילט אפ פון יראת שמים, עס פארלעשט די תמימות און אמונה; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זעט אז דאס איז מעשה בעל דבר, אוועק צו נעמען דעם שבת קודש פונעם איד מיט די צייטונג און מאגעזין.


אויך די אלע ליין מאטריאל וואס מען טיילט אויס אומזיסט אין די געשעפטן, און די וואס מען שיקט אויף פאסט, אלעס איז נישט גוט; וואויל איז דעם וואס נעמט זיין שכל און השקפה פון די הייליגע תורה, און לופטערט זיך אויס מיט סיפורי צדיקים, און שבת קודש ניצט ער פאר זאגן תהילים, לערנען חומש מיט הייליגע ספרים, אור החיים הקדוש וכדומה.


בנוגע שיקן די קינדער פון קרית יואל קיין קרית ברסלב; דאס דארפן מיר רעדן בפנים בפנים.

#342 - היט מיך, היט מיינע אויגן, מיין מחשבה
צניעות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


גיי נישט ארויס פון שטוב איידער דו בעטסט דעם אייבערשטן א קורצע תפילה ביי די מזוזה אז דו זאלסט נישט נכשל ווערן מיט איין שלעכטע קוק; שטענדיג דארף מען בעטן דעם אייבערשטן א קורצע געבעט ביי די מזוזה: "הייליגער באשעפער ברענג מיך צוריק אהיים געזונטערהייט", און כל שכן יעצט אין די זומער טעג וואס עס איז אזוי געפערליך, עס ברענט א פייער אין גאס, דער יצר הרע פארברענט נשמות ישראל מיט די געפערליכע פריצות השם ישמרינו, און עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן – נאר מיט תפילה.


כאפ אן די מזוזה און זאג: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל נישט נכשל ווערן מיט איין שלעכטע קוק, היט מיך, היט מיינע אויגן, מיין מחשבה, איך זאל בלייבן ריין און הייליג".


זאג די פסוק (ישעי' לג, ז): "הֵן אֶרְאֶלָּם צָעֲקוּ חֻצָה מַלְאֲכֵי שָׁלוֹם מַר יִבְכָּיוּן"; דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ראיה חלק ב, סימן ט) אז דאס איז מסוגל פאר שמירת עיניים.

#341 - עס לוינט זיך אוועקצופארן פון שטאט פאר זומער
צניעות, אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר, און אז דו דערהאלסט זיך.


עס איז כדאי אז די זומער וואכן זאלסטו זיין מיט די ישיבה אוועק פון שטאט. אפילו ביי אונז איז נאכנישט אזוי מסודר די גשמיות וכו', דאך לוינט צו קומען ארויס פון שטאט, עס איז א גוטע הכנה פאר די הייליגע טעג, עס איז א ריינע לופט, א הייליגע לופט. מיין זיידע קארלסוברגער רב זכרונו לברכה האט געזאגט אז אין די קאנטרי זאל מען זאגן ביי קדיש דרבנן: "די באתרא קדישא הדין", אזוי ווי מען זאגט אין ארץ ישראל, ווייל עס איז א הייליגע לופט, ריין פון עבירות.


איך ווייס אז עס איז נישט אזוי באקוועם, דיר איז מער באקוועם אין שטוב, פריוואט וכו', דאך לוינט עס, פאר איין ראי' אסורה ווייניגער לוינט אלעס.


איך בין מתפלל פאר דיין שידוך, איך האף צום אייבערשטן דו זאלסט שוין בקרוב א חתן ווערן.

#340 - געב אכטונג אויף דיין שטוב
צניעות, חינוך הילדים, אמונה, משיח

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, מיר גייען זוכה זיין נאכאמאל פונדאסניי מקבל זיין די תורה, דארפן מיר זיך זייער פרייען און מיר דארפן מתפלל זיין אז מיר זאלן בלייבן צוגעבינדן ביים רבי'ן, און אויך אונזערע דורות; עס איז נישטא קיין גאראנטי אז מען בלייבט ביים רבי'ן מיט די קינדער און אייניקלעך, מען מוז אסאך בעטן אויף דעם.


שבועות אינדערפרי נאך שחרית זאגט מען די הייליגע 'אקדמות', דעמאלט קען מען זיך זייער פארבענקען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רנו), די 'אקדמות מיט די ניגון' ברענגט א שטארקע בענקעניש צום אייבערשטן; מען הייבט אן בענקען צו זיין א צדיק, און ווען מען זאגט די ווערטער פון דאס שיינקייט פון דעם איד און וואס ווארט אונז אפ ווען משיח וועט קומען: "בְּלָא שָׁלְטָא בֵיהּ עֵין, בְּגוֹ עֵדֶן גִנְתָא, מְטַיְילֵי בֵיהּ חִנְגָּא, לְבַהֲדֵי דִשְׁכִינְתָּא", און צו דעם קען מען שוין היינט זוכה זיין דורך די עצות פון די צדיקים וואס לערנען מיט אונז וואס משיח וועט לערנען מיט אונז, אז מען קען שפאצירן מיטן אייבערשטן דורך זיך אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן, שמועסן מיט אים, דערציילן ווי שטארק מען וויל זיין ערליך און גוט, און ווי שטארק מען בענקט זיך צו זיין גוט, "הֲדָרָא דְלָא אֶפְשַׁר, לְמִפְרַט בִּשִׂפְוָתָא, וְלָא אִשְׁתְּמַע וְחָמֵי, נְבִיאָן חֶזְוָתָא" דאס שיינקייט און דאס הייליגקייט קען מען נישט ארויפברענגען אויף די ליפן און דאס ווייסט קיינער נישט.


מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל בלייבן דבוק צו צדיקי אמת, "קְבִיעִין כֵּן תֶּהֱווּן, בְּהַנְהוּ חֲבוּרָתָא, וְתִזְכּוּן דִי תֵיתְבוּן, בְּעֵילָא דָרָתָא", מען זאל שטענדיג האבן די געפיל צו צדיקים, און אויך די קינדער און אייניקלעך זאלן זיך האלטן מיט די צדיקי אמת וואס קלעבן אונז צו צו די תורה און צו די אמונה מיט זייערע עצות און חיזוק, אז אויך אונז פשוט'ע מענטשן זאלן האבן א השגה אין געטליכקייט, מיר זאלן אויך זוכה זיין צו לעבן מיט א קלארע אמונה, מיט א לויטערע אמונה אינעם אייבערשטן און אין די תורה.


געב אכטונג אויף דיין שטוב, נעם מער נישט אריין קיין קאפעלס, יעצט איז די צייט צו זארגן פאר די קינדער, און אפילו מען קען אויפטון - קען מען אויך פארדארבן, געענדיגט מיט אריין נעמען קאפעלס; דו האסט בחורים אין שטוב דארפסטו זארגן פאר זייער יראת שמים, און אפילו אן די בחורים וואלטן ענק געדארפט אוועק שטעלן פרינציפן אז ווען מען קומט צו ענק איינשטיין וכו' דארף מען קומען מיט צניעות, עס איז אן עקל און א גרויל ווי אזוי די קאפעלס קומען צו ענק אין שטוב, קורץ, און דורכזיכטיגע שטרימפ, ממש גועל נפש, דאס איז נישט קירוב, דאס איז ביטול זמן, אין אידיש זאגט מען: "א שאד די צייט"; און זיכער אז דו האסט בחורים יראי שמים איז נישט שייך צו מאכן די סארט מצוות יעצט, פארשליס דיין שטוב, געענדיגט מיט די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#339 - אז מען היט די אויגן, איז מען פול מיט חן
צניעות, התחזקות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


וואס מאכסטו עפעס? איך האף דו ביסט צופרידן אין ישיבה, איך האף דו הערסט אויס דעם מגיד שיעור, און איך האף אז די בחורים אין ישיבה רעדן נאר איידל און הייליג.


יעצט אין די זומער טעג ווערן די נסיונות זייער גרויס, מען דארף א שמירה עליונה, מען קען נישט גיין אין גאס, מען קען פארברענט ווערן מיט ראיות אסורות; אז מען היט נישט די אויגן איז זייער ביטער, מען ווערט א נערוועזער, די נערווען ווערן אפגעשוואכט, מען קען נישט דערהייבן און פארנעמען די לעבן, מען רעגט זיך, מען שרייט, מען ווערט א שלעכטער, דאס איז גורם אז מען זאל זוכן וואו מען קען אוועק לויפן פון די לעבן; עס זענען דא וואס אנטלויפן צו אלקאהאל, זיי קענען נישט אויסהאלטן זייער לעבן, זיי טרינקען זיך אן, זיי שיכור'ן אפ זייער טעג און יארן. עס זענען דא וואס אנטלויפן צו נעמען שעדליכע קעמיקלס, מען פארדראגט זיך, מען קען נישט נעמען די יאך פון דאס לעבן, און אלעס קומט פון פאלן אין מידת היסוד, דורך מפקיר זיין די אויגן, קוקן עבירות, דאס רייסט אויס די מח, די נערווען ווערן אפגעשוואכט, מען קען נישט נעמען די לעבן, און אמאל איז שוין אזוי שלעכט אז מען טראכט שוין דאס ערגסטע, פון ענדיגן מיט די לעבן, מען וויל אינגאנצן אנטלויפן השם ישמרינו.


אז מען היט די אויגן איז מען פול מיט חן, מען איז א פרייליכער מענטש, מען האט א חיות אינעם לעבן, מען איז זוכה צו שפירן א טעם אינעם דאווענען און לערנען, ווייל אז מען איז אפגעהיטן בקדושה רוט ביי מענטש די שכינה, און אז עס איז דא השראת השכינה - איז דא אלע ליכטיגקייטן; זאלסטו זיך שטארקן נישט צו גיין אין גאס וואו מען קען חס ושלום נכשל ווערן מיט א שלעכט קוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#338 - לערערינס זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג און בא'חנ'ט
צניעות, חינוך הילדים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי'


ערשטנ'ס א יישר כח פארן אננעמען צו העלפן זומער מיט די יונגערע מיידלעך, איך בין זיכער אז איר וועט נאר פארדינען פון דעם, פון העלפן בית פיגא.


צווייטנ'ס, איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט קומען מיט קיין לאנגע שמאטעס אין בית פיגא. איך ווייס נישט וואס איז געשען די לעצטע פאר חדשים, מען האט איינגעריסן אין בית פיגא צו קומען מיט לאנגע קליידער, לאנגע שמאטעס; איך וויל נישט אונזערע טיטשערס זאלן אזוי גיין, און זיכער נישט אונזערע תלמידות; וואס דארפן ענק נאכמאכן די מאדעס, די סטיילס? און אז די טיטשערס קומען אזוי - מאכן דאס די תלמידות נאך; וואס איז שלעכט מיט א שיינע קלייד ביז פיר אינטשעס נאך די קני? דאס איז שיין, דאס איז בא'חנ'ט.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט טון מיין ווילן, און נישט קומען מיט די לאנגע שמאטעס.


אויך נישט מיט קיין דענים, און אויך נישט מיט וואס זעט אויס ווי דענים.


ווייזט דעם בריוו פאר אלע אייערע שוועסטערס, זיי זאלן וויסן וואס איז ריכטיג און ווי אזוי איך וויל מען זאל גיין ביי אונז אין די קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#337 - צעברעך די סמארטפאון אויף פיץ פיצלעך
צניעות, התחזקות, אומאן, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר בחקותי, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


היינט אינדערפרי בין איך אויפגעשטאנען, איך בין געפארן קיין קרית יואל צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו מ'סאטמער, איך האב דארט זייער געוויינט, פאר ענק ספעציעל. סיי דו און סיי דיין ווייב האבן געלערנט ביי מיר, ענק זענען מיינע תלמידים, ענק זענען אזוי באליבט ווי אייגענע קינדער, איך האב געבעטן מיט הייסע טרערן ענק זאלן נישט פארפאלן גיין דורך די קליפה פונעם סמארטפאון. איך וויין צום אייבערשטן אז מיינע קינדער, מיינע תלמידים ותלמידות זאלן נישט אוועק פאלן פון יראת שמים, פון תמימות, דורכן סמארטפאון.


ווארף אוועק די סמארטפאון, צעברעך עס אויף פיץ פיצלעך, זיי מקריב א קרבן פארן אייבערשטן, טו עס פאר דיינע דורות; איך האב ענק חתונה געמאכט, איך האב ענק נאר געהאלפן, און וואס בעט איך שוין? וואס בעט איך דען? "מָה ה' אֱלֹקֶיךָ שֹׁאֵל מֵעִמָּךְ כִּי אִם לְיִרְאָה" (דברים י, יב), נאר דאס, האלטן די לעבן ריין און זויבער.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף ענק און אויף מיר, מיין הארץ איז מיר צעבראכן אויף שברי שברים...

#336 - זיין א לערערין אין בית פיגא, איז אן אחריות
צניעות, חינוך הילדים, התבודדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ג אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איר שיקט מיר מעסעדזשעס אן אויפהער היתכן מען געבט אייך נישט קיין ארבעט אין "בית פיגא", איר זענט פארווייטאגט און פול מיט טענות.


איך וויל איר זאלט וויסן אז זיין א טיטשער איז אן אחריות, און מען דארף טון אלעס וואס די סקול זאגט צו טון; מען קען נישט ארום דרייען, און ווען מען האלט פאר – שטענדיג האבן גוטע תירוצים; זיין א טיטשער איז נאר אז מען וויל, און מען האט די געפיל צו לערנען מיט אידישע טעכטער די הייליגע אמונה, די שיינקייט פון צניעות, די עצה פון רבי'ן, די עצה פון משיח; רעדן צום אייבערשטן וכו' וכו'.


בית פיגא איז מיין טייערסטע זאך, יעדע ריר פון בית פיגא ווערט געטון נאר נאך אסאך התבודדות, איך בעט זייער אסאך דעם אייבערשטן מיר זאלן האבן די בעסטע טיטשערס, טיטשערס וואס האבן א געפיל פאר א קינד, טיטשערס וואס האבן ליב קינדער, וואס זענען סענסעטיוו פאר קינדער, איך דארף נישט טיטשערס זאלן מיר אויסלערנען חינוך, איך דארף טיטשערס זאלן פאלגן וואס מען זאגט און אויסהערן די מנהל און מנהלת, (אוודאי קען מען זאגן מיינונגען און דערציילן וואס מען זעט, און אז מען האלט אז זאכן זענען נישט ריכטיג), טון וואס מען זאגט צו טון, נישט טון וואס מען וויל און נאכדעם געבן תירוצים.


אז איר ווילט זיין א טיטשער אין בית פיגא – זאלט איר רעדן מיט די מנהל און מנהלת, מיר דארפן נאך טיטשערס, מיר זוכן גוטע טיטשערס, און יעדע פרוי פון די קהילה וואס וויל קומען טיטשן אין בית פיגא – זאל זיך מעלדן, אבער דאס קען נאר ארבעטן אז מען וויל די זעלבע וואס מיר ווילן, און אז מען האט א געפיל צו איידלקייט, מען האט ליב צניעות און מען עקלט זיך פון די גאס. א טיטשער דארף קומען אנגעטון איידל, נישט מיט די לאנגע שמאטעס וואס קערט אויף די ערד, און נישט מיט ווייסע קליידער, ווייסע שיך, א טיטשער דארף זיין א ביישפיל אז אן רעדן זאלן אירע קליידער שוין לערנען ווי אזוי עס איז שיין צו גיין.

#335 - זיך פון קיינעם נישט שעמען, זיך אפשערן די האר
צניעות, שלום בית, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק


וואויל איז דיר אז דו האסט מחזק געווען דיין ווייב זי זאל זיך שערן אירע האר, וואויל איז דיר אז דו הערסט אויס די קול פון די צדיקים; מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס שערט זיך אפ אירע האר, דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי, 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא', ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די האר וואס זעט זיך ארויס.


וואויל איז דעם מענטש וואס שטארקט זיין ווייב און אויך די טעכטער ווען זיי האבן חתונה אז זיי זאלן טון די הייליגע זאך, זיך פון קיינעם נישט שעמען, זיך אפשערן די האר, וועט אוועק גענומען ווערן אלע קללות פון זיי. חכמים זכרונם לברכה זאגן (עירובין ק:), איינע פון די קללות וואס חוה איז געשאלטן געווארן ווען זי האט געגעסן פונעם עץ הדעת איז: "מְגַדֶּלֶת שֵׂעָר כְּלִילִית", די האר ברענגט שלעכטס און אלע צרות; וואויל איז דעם מענטש וואס הערט צו לקול הצדיקים, ער פירט זיין שטוב מיט הייליגקייט, ער גייט נישט נאך די וואס מאכן אלעס אוועק און שפעטן פון די ווערטער פון די צדיקים, וועט אים גוט זיין בזה ובבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#334 - געשניטן די שייטלעך
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שייטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר האט מיך ממש פרייליך געמאכט אז איר האט געשניטן אייערע שייטלעך עס זאל נישט זיין לענגער ווי אייער אקסל, נאכן הערן ביי די פרויען צאמקום די שיעור ווי מוהרא"ש פלעגט ווייזן אויף די אקסל, אז די שייטל זאל נישט זיין לענגער ווי די אקסל; איר האט מיך ממש פרייליך געמאכט, איך בין זיכער אז איר וועט נישט חרטה האבן אויף דעם, ווייל די לאנגע שייטלעך זענען נישט איידל.


קומענדיגע וואך קומט שוין דער גרויסער טאג ל"ג בעומר, מיר געפינען אין דעם הייליגן זוהר ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי לויבט אויס א שטוב וואס די פרוי פירט זיך איידל, און אויך פארקערט, אויב חס ושלום מען פירט זיך נישט בצניעות קומט שווערע ביטערע צרות, דערפאר אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר איז גוט זיך צו שטארקן צו זיין איידל, די שטוב זאל זיין איידל, נישט נאכגיין די אומות העולם. ווייל רבי שמעון בר יוחאי האט אונז געזאגט (שבת לג.), אז אלעס פון די אומות העולם איז נישט פאר אונזער טובה, עס איז נאר אונז אוועק צו שלעפן פונעם אייבערשטן, אונז פארשלעפן אין עבירות, דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן פארן אויסזאגן דעם אמת, מען האט אים געוואלט הרג'ענען, ער האט זיך געדארפט באהאלטן לאנגע יארן אין א הייל, דאך האט ער געזאגט דעם אמת אז אידן טארן נישט נאכמאכן די וועג ווי די גוים פירן זיך, א איד איז הייליג, א איד טוט זיך אן איידל, ספעציעל אידישע טעכטער גייען אנגעטון איידל און שיין אזוי ווי די תורה זאגט.


איך פריי זיך זייער אז איר האט קורצער געמאכט אייערע שייטלעך, די גאנצע סיבה פארוואס מען האט מתיר געווען אז א אידישע פרוי זאל מעגן גיין א שייטל איז נאר ווייל פרויען האבן זיך געשעמט צו פארדעקן די קאפ וכו', אבער די לאנגע שייטלעך זענען נישט קיין צניעות, מען טאר נישט גיין מיט דעם; אין דעם זכות וועט איר האבן קינדער צדיקים, איידעלע קינדער, ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#333 - באשעפער, מאך מיך ריין, מאך מיך איידל
תפילות אויף אידיש, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג, מברכין אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די שענסטע זאך וואס דער אייבערשטער האט געגעבן פאר אונז אידן איז 'צניעות'; אבער ליידער פונעם לאנגן גלות וואס מיר זענען אויסגעמישט צווישן די אומות העולם, איז ביי א טייל מענטשן געפאלן די חשיבות און די חן פון אידישע קינדער, און עס איז אריבער צו די גויים.


בעטס דעם אייבערשטן אז די חן און חשיבות זאל צוריק קומען צו אונז אידן, מיר זאלן ליב האבן צניעות, מיר זאלן ליב האבן איידלקייט; בעטס די קליינע תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך וויל ליב האבן איידלקייט, איך וויל ליב האבן די אידישע חֵן, איך וויל זיך פארעקלען פון פריצות און שחצנות. הייליגער באשעפער מאך מיך ריין, מאך מיך איידל, איך וויל זיין א צדקת, איך וויל קינדער צדיקים, קינדער וואס ווילן דיך דינען, קינדער וואס וועלן דיך דינען, הייליגע קינדער, ריינע קינדער" וכו' וכו'.

#332 - דורות האלטן זיך נאר אז מען פירט זיך איידל
צניעות, חינוך הילדים, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זע מען זאל גיין ביי דיר אין שטוב איידל און הייליג, לויב אויס דיין ווייב מיט איר צניעות. אז די פרוי מיט די טעכטער גייען אנגעטון איידל - רוט די שכינה אין שטוב, און חס ושלום אויב עס איז נישטא קיין צניעות - פאטרייבט מען די שכינה. אזוי ווי עס שטייט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", 'דורך פריצות, דורך זיך נישט פירן איידל, דורך גיין אנגעטון נישט איידל - פארטרייבט מען מיך'; און זיכער ווען עס קומט אזעלכע הייליגע יום טוב טעג וואס דער זוהר זאגט אז די שכינה מיט אלע מלאכים קומען אין שטוב ביים סדר נאכט, זאלן אלע גיין אנגעטון איידל און הייליג נישט צו פארטרייבן די שכינה.


אז דיין ווייב פרעגט דיר אויף א קלייד פאר די טעכטער און פאר זיך אויב דאס איז גוט און שיין, אויב דו זעסט אז דאס איז נישט דאס מערסטע איידל - זאלסטו זאגן, און אז דו ווייסט נישט - זאלסטו איר מחזק זיין צו פרעגן די מאמע; זיי נישט מקיל אין די זאכן, ווייל ווער עס איז מקיל אין די זאכן - איז מקיל מיט זיין לעבן, ווייל אן צניעות - איז גארנישט דא, די דורות האלטן זיך נאר אז מען פירט זיך איידל.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער איך בין איבערגעשטרענגט פון שאפן געלט צו באצאלן מיינע און דיינע ארבעטערס; די מלמדים, די טיטשערס, די אפיס פון אונזערע קינדער אין תלמוד תורה און בית פיגא. קענסט מיר נאך העלפן איך זאל קענען גיין צום סדר און האבן אויסגעצאלט אלע מלמדים און טיטשערס וכו'; פארבינד זיך מיט אברהם משה שטראססער נרו יאיר, ער העלפט מיר שאפן געלט צו קענען באצאלן אלע מלמדים, טיטשערס, אפיס וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#331 - נאנטע משפחה דארפן מער אכטונג געבן אויף צניעות
צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, א' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה, מְזַכֶּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז די פרוי פירט זיך איידל – וועט זי זוכה זיין צו ערליכע קינדער; זאלן ענק אכטונג געבן אויף צניעות, ווען ענק גייען צו ענקערע עלטערן זאלן ענק זיך פירן איידל, און מיט שוואגערס און שוועגערינס דארף מען נאך מער זיך פירן בצניעות, אויך אין הלכה געפונען מיר אז מען דארף נאך מער נזהר זיין ביי נאנטע משפחה, ביי הלכות יחוד איז הארבער ביי שוואגערס און שוועגערינס.


שטארקטס ענק, געוואוינטס ענק צו צו זאגן יעדן טאג תהלים, און אויך די תפילת השל"ה פאר גוטע קינדער; נעמט עס נישט גרינג, גוטע קינדער קומט נישט פון זיך אליין, נאר אז עס איז דא צניעות אין שטוב, און נאר מיט תהלים און מיט תפילה איז מען זוכה צו גוטע קינדער.

#330 - אז מ'פירט זיך בצניעות, איז מען אפגעהיטן פונעם אייבערשטן
פחדים, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


אייער מאן נרו יאיר איז געווען ביי מיר, ער האט מיר געבעטן איך זאל ענק העלפן, ווייל זייט עס איז געווען די פייער אין שטעטל – קענט איר נישט קומען צו זיך, איר קענט נישט זיין אליין אין שטוב, איר זענט דערשראקן, איר טראכסט אז דאס גייט פאסירן צו אייך חס ושלום.


זארגט נישט, דער אייבערשטער היט אייך, עס וועט אייך גארנישט פאסירן; נישט צו אייך און נישט צו אייער מאן און אייערע קינדער, דער אייבערשטער היט אייך, אייער שטוב איז אפגעהיטן. די אלע פרויען וואס פירן זיך בצניעות האבן א שמירה עליונה, ובפרט די וואס שערן זיך אפ די האר נאך די חתונה, און אזוי טוען זיי יעדע חודש וכו' – די האבן א שמירה פונעם אייבערשטן עס זאל זיי גארנישט שלעכטס פאסירן.


גייט אהיים, זארגט נישט, הייבט אן צוריק לעבן א רואיגע לעבן, איך בין אייך מבטיח אז עס וועט אייך גארנישט שלעכט פאסירן בזכות וואס איר פירט זיך בצניעות.

#329 - א נס אז דו האסט אן ערליכע איידעלע ווייב
צניעות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו אן איידעלע ווייב, איך האף דו האלסט דאס טייער, איך האף דו געבסט איר גוטע ווערטער אז זי איז ערליך און איידל.


זיי נישט מקנא דיינע געשוויסטער, איך ווייס אז נישט אלע דיינע געשוויסטער גייען אנגעטון ערליך און איידל, און חס ושלום זאלסט זאגן דיין ווייב זי זאל זיי נאכמאכן חס ושלום, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צג.): "אלקיהם של אלו שונא זימה", דער אייבערשטער האט פיינט זימה, עס זעט אויס ווי די וואס גייען אנגעטון ווי אזוי זיי ווילן – זיי האבן א לעבן, אבער עס גייט אריבער אפאר יאר, די יונגע יארן גייען אריבער, און עס בלייבט גארנישט פון זיי השם ישמרינו, די גאנצע משפחה צעפאלט.


דו האסט א נס אז דו האסט אן ערליכע איידעלע ווייב, זאלסט איר אויסלויבן, זאלסט איר דאנקען פארן זיין איידל, אזוי קומט די שכינה אין שטוב, אזוי האט מען געזונטע קינדער, און מען איז זוכה צו אלע ברכות.


לערן יעדן טאג חומש – איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, און לערן משניות כסדרן, אפילו נאר זאגן די ווערטער, אויך גמרא זאלסטו לערנען.

#328 - א גוטע קבלה אום זאת חנוכה
צניעות, חנוכה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויגש, ב' טבת, זאת חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


היינט איז זאת חנוכה, עס שטייט פון צדיקים אז מען קען היינט פועל'ן ישועות; זייט אייך מקבל א גוטע קבלה, זאגט פארן אייבערשטן אייער קבלה און בעט אים ער זאל אייך העלפן, וועט איר זען א גרויסע נס.


זייט אייך מקבל א גוטע זאך אין צניעות, ווייל חס ושלום אויב מען פירט זיך נישט בצניעות - פארטרייבט מען די שכינה פון שטוב. דער אייבערשטער זאגט (דברים כג, טו): "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", דורך פריצות, דורך זיך נישט פירן איידל, דורך גיין אנגעטון נישט איידל - פארטרייבט מען מיך; דעריבער זאלט איר זיך מקבל זיין עפעס א גוטע זאך אין צניעות, גיין אנגעטון שטרומפ וואס זעט נישט אויס ווי די פיס, גיין אנגעטון קליידער וואס איז נישט אויסגעפאסט אויפן קערפער וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#327 - אוועקגעווארפן די סמארטפאון מיט מסירות נפש
צניעות, חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


דאס וואס איר האט געטון, איר האט אוועק געווארפן אייער סמארטפאון – דאס איז אזוי ווי מסירות נפש; ווייל ווען מען האט דאס איז מען אזוי צוגעקלעבט צו דעם, עס איז ממש נישט מעגליך דאס אוועק צו לייגן, וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק; בזכות דעם וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען ביי אייך אין שטוב, און צו נחת פון אייערע קינדערלעך.


אין אנהייב וועט אייך דאס זיין שווער, אייערע חבר'טעס וועלן אייך פרעגן פארוואס מען זעט אייך מער נישט אויף אינסטעגראם וכדומה; בעט איך אייך, האלטס אייך שטארק, פאלט נישט פאר די חבר'טעס, און אז איר וועט זיין שטארק וועלן אייערע חבר'טעס אייך נאכמאכן, און צוביסלעך וועלן אלע דאס אוועק ווארפן.


איר האט געפרעגט ווען איר זענט געווען דא מיט אייער מאן וואס פאר א גוטע קבלה זיך צו פארנעמען אין צניעות; נעמט זיך פאר נישט צו זיין - אפילו אין שטוב - מיט אן אויפגעדעקטע קאפ, און אפילו ביים זיך איבערטון פון איין צודעק צו אן אנדערן צודעק – זאל דאס זיין איינע נאכן צווייטן, נישט זיין אן א צודעק.

#326 - די גליקליכקייט פון אן איידעלע פשוט'ע פרוי
צניעות, מקוה, שלום בית, פרום

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מען איז יונג, מען איז צוקאכט - זעט מען נישט די מעלה און חשיבות פון אן איידעלע פשוט'ע פרוי, מען מיינט אז די גליק איז ביי אנדערע, שפעטער ווען מען ווערט אביסל מיושב זעט מען אז איידל און פשוט איז די בעסטע זאך.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן איידעלע שטוב, דאנק דעם אייבערשטן אז ביי דיר אין שטוב פירט מען זיך מיט הלכות און מנהגים, עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די פרומקייט און די קפידות און די ענינים, זיי עס מחשיב, פריי זיך אז דיין ווייב רופט פרעגן דעם דיין אירע שאלות, פריי זיך אז זי פרעגט אירע ענינים, און אז זי גיסט אפ די קינדער נעגל וואסער, און אזוי ווייטער.


זיי מקפיד צו גיין יעדן אינדערפרי אין מקוה, טו גארנישט איידער דו טובל'סט זיך אין מקוה, און ביים טובל'ן אין מקוה זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן די פאר ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער געב מיר א תקוה בזכות וואס איך גיי אין מקוה"; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "'מקוה' איז די זעלבע לשון פון 'תקוה'; אז מען גייט אין מקוה האט מען א תקוה אז מען וועט אלעס פאררעכטן", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי אהרן קארלינער זכותו יגן עלינו געזאגט: "מקוה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער צו וואס מקוה קען צוברענגען קען נישט קיין שום אנדערע מצוה צוברענגען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#325 - די צניעות וועט ברענגען אלע ברכות
צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט אנגעטון מער איידעלע טייץ, וואס איז נישט דורכזיכטיג; אזוי וועט איר צוריק ברענגען די שכינה אין שטוב, און אז די שכינה איז אין שטוב קומען אלע ברכות, עס ווערט פרייליך.


בנוגע אייער פראגע ווי דיק די טייץ זאל זיין; פרעגט אייער חבר'טע, די פרוי פון וועם איר שרייבט אין די בריוו, זי איז א גוטע חבר'טע, זי ווייסט, זי איז איידל, זי וועט אייך זאגן.


דער עיקר זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר אייערע ליכטיגע קינדער און פאר אייער טייערער מאן און פאר אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך. מוהרא"ש זאגט, רבי נתן זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "ווען דער אייבערשטער הערט ווי א מענטש דאנקט אים און לויבט אים, זאגט ער פאר די מלאכים: 'קוקטס אן דעם איד, ער האט גארנישט און ער דאנקט מיך, איך וועל אים ווייזן וואס גוטס מיינט', און פארקערט אויך, אז דער אייבערשטער הערט ווי איינער הערט נישט אויף זיך אפצורעדן זאגט דער אייבערשטער: 'איך וועל אים ווייזן וואס שלעכטס מיינט'"; ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אלץ מער גוטס קומט אויפן מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#324 - צניעות ברענגט ערליכע קינדער
קינדער, צניעות, נאמען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... וזוגתו תחי'


בזכות די צניעות פון דיין ווייב תחי' וועט זי זוכה זיין צו ערליכע קינדער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", צניעות ברענגט הייליגע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זי זאל אויסטראגן דאס קינד בנקל ובנחת, עס זאל נישט שאטן קיין עין הרע אויף איר און נישט אויפן קינד.


בנוגע א נאמען; מוהרא"ש פלעגט נישט רעדן פון דעם, נאר נאכן האבן דאס קינד.

#323 - רירט נישט פון אייער צניעות קיין איין ריר
צניעות, חיזוק פאר פרויען, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


אויף די שאלה אויב מען מעג גיין אין א פלאץ וואס מען שניידט די נעגל און מען מאכט וכו' – אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב.


דער ענטפער איז ניין, עס קען זיין א סכנה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מועד קטן יח.), חסידים פירן זיך צו פארברענען די נעגל, ווייל אפילו מען ווערט פון דעם געשעדיגט – דאך טוט א חסיד מער פאר אנדערע ווי פאר זיך, און ער געבט אכטונג נישט צו שעדיגן א פרוי וואס ווארט וכו'.


בלייבט מיט אייער איידלקייט, בלייבט מיט וואס איר האט געלערנט אין בית פיגא, רירט נישט פון אייער צניעות קיין איין ריר, וועט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה וועט רוען ביי אייך אין שטוב, ענק וועלן זיך שטענדיג ליב האבן, ענק וועלן האבן פרנסה און קינדער, און נחת ביי די קינדער.

#322 - נישטא אזא זאך ווי עפענען יענעמ'ס טיר
צניעות, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


אז ענקער שכן שפאצירט אריין צו ענק אין שטוב אן רשות – זאלן ענק דאס אפשטעלן ווי פריער, עס איז זייער אן עקלדיגע זאך; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן אז אפילו אין די אייגענע שטוב איז א שיינע זאך צו קלאפן, נישט אריין גיין פלוצלונג.


מיט שכנים איז נישט כדאי זיך צו קריגן, דעריבער זאלן ענק דאס ווי פריער אפשטעלן, זיין אפן, זאגן קלאר; דו פארן שכן און דיין ווייב פאר די שכֵינה, אז ביי ענק איז נישטא אזא זאך ווי עפענען א טיר, און אפילו ווען א קינד עפנט דארף מען זאגן פארן קינד: "פרעג דיין טאטע אדער מאמע אויב מיר קענען קומען", און אז די קינד קומט זאגן "מען קען נישט צוקומען", אדער אן אנדערע תירוץ – קען מען נישט אריינטרעטן אין שטוב; נאר אזוי וועט זיין שלום, ווייל אז דו וועסט נישט זאגן וועט ביים סוף זיין אינגאנצן צוקריגט וד"ל.