בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#190 - די צייט נאך די חתונה איז די שענסטע צייט אין לעבן
צניעות, רעדן, חתונה, הלכה, חומרות, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און תפילה והתבודדות. יעצט נאך די חתונה איז די שענסטע צייט אין לעבן, דו קענסט זוכה זיין צו ווערן זייער א גרויסער צדיק; פון איין זייט האסטו נאכנישט קיין טרדות פון פירן א שטוב, און פון די אנדערע זייט האסטו שוין א ווייב וואס היט דיך, דו קענסט לערנען תורה בטהרה. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עב:) אויפ'ן פסוק (תהילים יט, י): "'יראת ה' טהורה עומדת לעד', אמר רבי חנינא זה הלומד תורה בטהרה, מאי היא נושא אשה ואחר כך לומד תורה", אז מען האט חתונה קען מען לערנען די הייליגע תורה מיט א ריינעם מח.


בנוגע וואס דו שרייבסט אז מענטשן פרעגן דיר אויס בדברים שבינו לבינה וכו'; געב אכטונג, רעד נישט מיט קיינעם פון דברים שבינו לבינה וכו'. ווער עס קומט דיר פרעגן פריוואטע פראגעס וכו', אפילו פון אנשי שלומינו - זאלסטו זיך ארויסדרייען.


אנטלויף פון חומרות ופרישות. ליידער האט זיך אריינגעכאפט די זאכן אין ברסלב, מען פארדריידט אינגעלייט, מען רעדט איין אינגעלייט מיט חומרות ופרישות וואס איז קעגן די תורה, דאס איז גורם מען זאל אראפפאלן אין עבירות חמורות רחמנא לצלן. די אלע זאכן וואס מען זאגט נאך פון צדיקים פאר אברכים, אויף דעם זאגן די הייליגע חכמים (נדרים כ:): "דמצייני כמלאכי השרת", דאס איז א וועג פון מלאכים, און מען פסק'נט נישט אזוי וכו'.


וואס דארף מען מער פון זיך פירן פשוט לויט וואס שטייט אין שלחן ערוך, זיך פירן פשוט על פי תורה איז דאך די גרעסטע מדרגה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הויבט אן דינען דעם אייבערשטן - דאס זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס זענען בלויז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "דְּהַיְנוּ מַה שֶׁחוֹשֵׁב וְחוֹקֵר וּמְדַקְדֵּק בְּיוֹתֵר, אִם הוּא יוֹצֵא כָּרָאוּי בַּמֶּה שֶׁעוֹשֶׂה", דאס וואס מען טראכט צי מען איז יוצא די מצוה וואס מען טוט - צי נישט; מען איז מדקדק און מען האלט אין איין אריין טראכטן: 'אפשר בין איך נישט יוצא, אפשר בין איך יא יוצא?' דאס אלעס ברענגט דערצו אז דער מענטש זאל אלעס אפלאזן רחמנא לצלן. "כִּי בָּשָׂר וָדָם אִי אֶפְשָׁר לוֹ שֶׁיֵּצֵא יְדֵי חוֹבָתוֹ בִּשְׁלֵמוּת", ווייל א מענטש קען נישט יוצא זיין די מצוות פונעם אייבערשטן בשלימות, "וְאֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּא בִּטְרוּנְיָא' וְכוּ'", דער אייבערשטער זוכט נישט א וועג ווי אזוי ער קען אונז כאפן און אויפווייזן אז מיר קענען נישט טון די מצוות, ווייל די תורה איז געגעבן געווארן פאר מענטשן, "וְלֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", נישט פאר קיין מלאכים, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: 'וְחַי בָּהֶם, וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם' כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", און די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען אלץ מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה צי נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין, וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט און לעבן אלץ אין ספיקות, ווייל די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#189 - רייס נישט אראפ דיין ווייב'ס איידלקייט און צניעות
קינדער, צניעות, בחור, שידוכים, שלום בית, צדקה, חסידות ברסלב, בזיונות, מסורה, אידישע שטוב, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אן ערליכע ווייב, אן איידעלע ווייב - איז מער ווערד פון אלעס אויף דער וועלט. קען זיין דו ביסט יונג, עס רייצט דיך וכו' וכו', אבער איך זאג דיר עס איז נישטא עפעס בעסערס פון איידל, באשיידן און צניעות'דיג.


איך בעט דיר, רייס נישט אראפ דיין ווייב'ס איידלקייט, ברענג איר נישט אריין נייע דערהערן פון די וועלט; עס וועט אריבערגיין די פאר יונגע היציגע יארן און דו וועסט אזוי חרטה האבן... איך זאג דיר, איך ווייס וואס איך רעד. איך האב אינגעלייט וואס וויינען צו מיר אז זייער ווייב גייט לינקס און זיי קענען גארנישט טון, ווען זיי אליינס האבן אין די עבר אראפגעריסן און חוזק געמאכט פון די איידעלע וועג.


אוי וויי, ווי שרעקעדיג די וועלט איז, אוי ווי ביטער עס ווערט ווען די ווייב ווערט אויס תמימות'דיג, זי וויל נישט נאכגיין די וועג פון צדיקים; עס ווערט אויס שטוב, עס ווערט אויס מאמע פאר די קינדער, אויס מיט אלעס.


מען קען פלאצן ווען בחורים ענטפערן מיר, זיי דארפן א ווייב וואס איז נישט פארפרומט. איך רעד שידוכים פאר בחורים און זיי ווייסן נישט גארנישט פון לעבן, זיי האבן די יונגע רייץ, און דעריבער זאגן זיי אפ שידוכים.


איך בעט זיך ביי זיי, האט שכל, נעם א וואוילע איידעלע ווייב, נעם א באשיידענע ווייב, נעם א ריינע תמימות'דיגע ווייב, עס איז אזוי גוט אן ערליכע פרוי; זי וועט מחנך זיין דיינע קינדער, זי וועט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זי וועט זיי וואשן נעגל וואסער; וואס האסטו מורא - אז זי וועט נישט וועלן נעמען א טעלעפאן וואס איז נישט כשר אין האנט? נאר דו וועסט דאך מרוויח זיין פון דעם, אבער די יונגע בחורים מיט די רייץ ווילן מיך נישט אויסהערן.


דיר בעט איך, האב רחמנות אויף דיין לעבן, מאך נישט אוועק צניעות, רייס נישט אראפ דיין ווייב. אז זי פרעגט דיר אויף א קלייד אויב עס איז גוט, אז זי זאגט דיר 'מיין מאמע זאגט מיר איך זאל נישט גיין מיט דעם' - לאך זיך נישט אויס און מאך א געשפעט, זאג איר: "פאלג דיין מאמע, גיי נישט מיט דעם, אזוי וועלן אונזערע קינדער אונז אויסהערן"; זאג איר: "וואס וועט זיין, אונזערע קינדער וועלן זיך אויסלאכן פון אונז, זיי וועלן מער נאכגיין די לינקע גאס".


אוי וויי, אוי ווי שרעקעדיג די וועלט איז; פארוואס זאלסטו זיך אליינס ברענגען די גיהנום? מאך נישט די טעותים ווייל שפעטער איז ביטער שווער.


בעט דיין ווייב זאל דיר דערציילן וואס מען האט נעכטן גערעדט ביים שיעור, מען האט געדערט אזעלכע וויכטיגע זאכן. מען קען זיצן אין גן עדן, מען קען שפירן אלע שי עולמות - ביז דער שלאנג קומט אן, ער הויבט אן רעדן קעגן וכו', ער פאר'סמ'ט מיט קשיות, מיט ליצנות.


נעכטן בין איך געגאנגען נאך געלט אין די שול'ן. איך בעט דעם אייבערשטן שוין א לאנגע צייט אז איך וויל גיין נאך געלט, איך וויל זוכה זיין צו מתקן זיין מיין נשמה, מוהרא"ש שרייבט אז גיין נאך געלט לויטערט אויס די נשמה. ברוך ה' איך האב געהאט די מעגליכקייט צו גיין אין שול'ן מיט א חתן וואס האט חתונה אין אפאר וואכן און האט נישט קיין געלט, וואס זאל איך דיר זאגן? איך האב געשפירט ווי עס פאלט שטיקער פון מיר, איך האב געשפירט א זיכוך, נאך יעדע שול האב איך געשפירט ווי איך ווער ניי געבוירן. איין פראבלעם האב איך געהאט, דער חתן האט געוואלט מאכן ווי מער געלט, און איך האב זיך מער געפריידט יעדע מענטש וואס האט נישט געגעבן, אזוי איז געווען די תיקון שטערקער.


גיי דו אויך נאך געלט, לכל הפחות איין מאל א וואך. אויב דו האסט נישט קיין צוועק - קען איך דיר געבן א חלק פון די קהילה, א פינטעלע פון די מוסד - וואס דאס זאל זיין דיין פראיעקט וכו'.


היינט ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - אנטון א טיכל נאך די חתונה, און זוכה זיין צו קינדער צדיקים
קינדער, צניעות, סגולות, תהלים, סיפורי צדיקים, כלה, טיכל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין געזאגט הונדערט מאל גאנץ ספר תהילים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צב) תהילים איז אזוי ווי א וואקער; ווען איינער קען נישט גיין חס ושלום, אדער מען איז עלטער און מען וויל נישט פאלן - כאפט מען זיך אן אין א וואקער, אויף א משענת; אזוי איז תהילים, אז מען זאגט תהילים פאלט מען נישט.


וואויל איז אייך כלה אז איר גייט אנטון א טיכל נאך די חתונה. די צדיקת אדל, דעם בעל שם טוב'ס טאכטער - איז געגאנגען מיט א טיכל. דער הייליגער רבי'ס מאמע, די צדיקת פיגא עליה השלום איז געגאנגען א טיכל. דער רבי'ס ווייב, די צדיקת סאשיא עליה השלום איז געגאנגען מיט א טיכל. אויך מוהרא"ש'ס מאמע, מלכה עליה השלום - איז געגאנגען מיט א טיכל; זיי האבן אלע זוכה געווען צו קינדער צדיקים.


איך וואונטש אייך א ברכה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ערליכע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל איז ער געווען אין איסטאנבול אויף פסח, האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט, ער האט געזען דארט אינגעלייט מיט זייער הייליגע נשמות, זיי האבן געהאט נשמות פון תנאים; אלס צוליב די צניעות פון זייערע מאמעס, די פרויען דארט זענען געווען זייער איידל; זעט מען וואס מען איז זוכה ווען מען גייט אנגעטון איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - דער רבי געבט גוטע עצות און סגולות פאר קינדער
קינדער, צניעות, שלום בית, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע גיין צום דאקטער וכו'; וואס זארגט איר? איר וועט האבן א שיינע שטוב מיט קינדער. זארגט נישט, איר האט נאך קוים חתונה געהאט, דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן.


גייט נישט צום דאקטער, מען דארף נישט גיין צום דאקטער פאר צוויי דריי יאר נאך די חתונה.


קוקט אריין אין ספר המדות. דער רבי געבט גוטע עצות, שיינע סגולות זוכה זיין צו קינדער, דער רבי זאגט (אות בנים, סימן יח): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם, וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים זְכָרִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער זכרים? "יִשָּׂא אִשָּׁה הַהוֹגֶנֶת לוֹ", ער זאל חתונה האבן מיט אן ערליכע פרוי, "וִיקַדֵּשׁ אֶת עַצְמוֹ בִּשְׁעַת תַּשְׁמִישׁ", און לעבן מיט איר בצניעות, "וִיבַקֵּשׁ מִמִּי שֶׁהַבָּנִים שֶׁלּוֹ", און מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן קינדער.


דער מקור פון דעם איז די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (מסכת נדה, עא.) די גמרא פרעגט: "מאי קא משמע לן" אויב קינדער האט מיט תפילה - וואס פעלט אויס חתונה צו האבן מיט אן אשה הוגנת און זיך פירן איידל? ענטפערט די גמרא "דהא בלא הא, לא סגי", מען דארף ביידע, סיי זיך פירן איידל, און סיי בעטן דעם אייבערשטן.


נאך זאגט דער רבי (סם, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ לִפְנֵי תַּשְׁמִישׁ", און פרייליך מאכן די ווייב בדבר מצוה; קוק די ווערטער פון דער הייליגער בן איש חי (בן יהוידע, מסכת בבא בתרא י) דאס גרויסקייט פון שמועסן מיט די ווייב און איר פרייליך מאכן לדבר מצוה; אפילו דער גרויסער צדיק רב, וואס שלא שח שיחת חולין, ער האט קיינמאל נישט געשמועסט סתם זאכן, אבער מיט זיין ווייב האט ער יא גערעדט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סב.) רב כהנה האט געהערט דשח ושחק, ווי רב שמועסט און איז פרייליך מיט זיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - מען דארף זיך פירן איידל אין שטוב
קינדער, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זייגן צווישן די קינדער; אודאי דארף דאס זיין איידל, צוגעדעקט וכו', אבער זיך גיין איינשפארן אין שטוב - איז איבעריג; עס איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן זען ווי די מאמע געבט צו זייגן, עס איז נישטא קיין שום ענין זיך צו באהאלטן מיט דעם; פארקערט ענדערש זאלן קינדער אויפוואקסן מיט דעם, מכמה טעמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - דארפסט נישט מורא האבן פון אן הקפדה
פחדים, צניעות, הפצה, שבת קודש, קריאת שמע, חסידות, וידוי

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פראגע, מען האט דיר מכבד געווען צו רעדן דיבורי התחזקות וכו' פאר פרויען און מענער אויסגעמישט, דו פרעגסט אויב דו זאלסט גיין זיי מחזק זיין; חס ושלום, גיי נישט רעדן אין א פלאץ וואו עס איז אויסגעמישט פרויען און מענער.


געב זיך זייער אכטונג נישט רעדן מיט פרויען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יג:): "אֵין אַפּוֹטְרוֹפוּס לָעֲרָיוֹת"; זיי מחזק מענער, אינגעלייט מיט בחורים. געדענק, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה פד, ד): "אַבְרָהָם הָיָה מְגַיֵּר אֶת הָאֲנָשִׁים", אברהם האט מגייר געווען מענער, "וְשָׂרָה מְגַיֶּרֶת אֶת הַנָּשִׁים", און שרה האט גערעדט צו די פרויען, וד"ל.


בענין זאגן שבת קריאת שמע מיט די וידוי; שבת זאגט מען נישט קיין וידוי נאר איינער וואס לעבט מיט די מחשבה אז 'אפשר איז דאס מיין לעצטע נאכט?' אזא איינער קען זיך יא מתוודה זיין. דא האסטו ווערטער וואס מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל חלק כח, מכתב ד' תקל): "אבל מי שחי בהרגשה כזו, שאולי זה יומו האחרון" ווער עס לעבט מיט די מחשבה 'אפשר איז היינט נאכט מיין לעצטע נאכט?' "הוא מתוודה", אזא איינער קען זיך מתוודה זיין, "אם אדם דבוק בהקדוש ברוך הוא, ויודע שהלילה הזה הוא יומו האחרון" אז א מענטש טראכט א גאנצן צייט פונעם אייבערשטן און ער ווייסט 'היינט איז מיין לעצטע נאכט בזה העולם', "לאדם כזה מותר לומר וידוי בשבת וביום טוב" אזא איינער מעג זאגן וידוי אום שבת.


אז מיר וועלן פאלגן אלע עצות פון מוהרא"ש וועלן מיר זוכה זיין צו זיין דבוק צום אייבערשטן, נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן.


בנוגע וואס מען זאגט דיר אז עס וועט דיר שאטן די הקפדה פון דעם אדמו"ר וכו'; דארפסט זיך נישט זארגן, ער האט זיכער נישט קיין הקפדה אויף דיר, ער איז אן ערליכער איד, ער פריידט זיך זיכער אז דו ביסט געקומען צום רבי'ן, ער אליינס וואלט אויך אנטלאפן צום רבי'ן, נאר דו ווייסט דאך ווי אזוי עס גייט, אן אדמו"ר איז געבינדן אין קייטן וכו'.


האב נישט מורא פון קיינעם, האב נישט מורא פון קיין הקפדה; זיי זיך מבטל צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#184 - זוכט אייך געזונטע חבר'טעס
חברים, צניעות, רפואה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת לך לך, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט אייך דעם כלל; ווען איינער רעדט אזעלכע ווערטער, אז ער איז משיח - איז דאס א סימן אז אט אט קומט א נערווען בראך, אדער האלט מען שוין ליידער נאכן נערווען בראך.


פון די ווערטער וואס זי זאגט אייך וועגן חתונה האבן וכו', דארפט איר פארשטיין אז זי האט נעבעך געליינט אפיקורסי'שע ביכער, זייערע חלומות און דמיונות השם ישמרינו.


לאז אייך אפ פון איר, זוכט געזונטע חבר'טעס און ברענגט איר נישט צו מיר. איך נעם נישט אויף קיין שום פרויען און מיידלעך, איך רעד נאר מיט בחורים און אברכים. מוהרא"ש האט מיר נאך מיט יארן צוריק אנגעזאגט, ווען מען האט באשמוצט א רב אין ארץ ישראל וכו' וכו', אז איך זאל קיינמאל נישט אויפנעמען פרויען, און אזוי טו איך.


  דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#183 - עס איז א גרויסע סכנה זיך צו שרייבן אויף נישט גוטע גרופעס
חברים, צניעות, קדושה, טעלעפאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז א גרויסע סכנה צו זיין אויף א גרופ מיט חברים און מיט די ווייבער, עס קען זיך ענדיגן זייער ביטער.


איך בעט דיר זייער, מיין ליבער ברודער, גיי אראפ פון די גרופ. עס איז א גרויסע סכנה צו זיין מיט פרעמדע פרויען אויף א טשענעל, זיך שרייבן וכו'.


די תורה זאגט (משלי ו, כז): "אִם יְהַלֵּךְ אִישׁ עַל הַגֶּחָלִים", קען דען זיין אזא זאך מען זאל גיין אויף ברענעדיגע קוילן, "וְרַגְלָיו לֹא תִכָּוֶינָה", און די פיס זאל זיך נישט אפבריען? קען דען זיין אזא זאך?! "כֵּן הַבָּא אֶל אֵשֶׁת רֵעֵהוּ", אזוי איז מיט איינער וואס זאגט 'איך שרייב זיך נאר מיט מיין חבר'ס ווייב, איך לאך נאר מיט איר, איך טו נישט קיין שלעכטס', "לֹא יִנָּקֶה כָּל הַנֹּגֵעַ בָּהּ", וועט ער שטארבן ביים סוף. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שמות רבה טז, ב) דער אייבערשטער זאגט: "אַל תֹּאמַר הוֹאִיל וְאָסוּר לִי לְהִשְׁתַּמֵּשׁ בָּאִשָּׁה וְגוֹ", זאג נישט 'אז איך טאר נישט טון אן עבירה מיט איר, לאז מיך כאטש רעדן, לאכן וכו' וכו'', עיין שם.


הויב צוריק אן לערנען די הייליגע תורה. נעם א משניות, א גמרא, א תהילים; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, און נעם גוטע חברים, חברים וואס האבן יראת שמים. האלט זיך מיט ערליכע אינגעלייט. דו ביסט א גוט קינד, דו ביסט א גוטער מענטש; א שאד אוועקגיין אויף א נישט גוטע וועג.


א כתיבה וחתימה טובה.

#182 - עס לוינט זיך צו ווארטן מיט געדולד דאס ביסל צייט ביז'ן שידוך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווארטס מיט געדולד, עס לוינט זיך צו ווארטן דאס ביסל צייט ביז דער אייבערשטער וועט אייך שיקן אייער שידוך; איך ווייס אז עס איז אייך זייער שווער, איר שפירט ווי איר קענט נישט זיין אליין, איר קענט פשוט נישט מער; דאך בעט איך אייך, ווארטס מיט געדולד.


גייט נישט צווישן בחורים און געבט אכטונג נישט צו רעדן מיט בחורים און אפילו נישט קוקן אויף זיי, זוכט זיך נישט קיין צרות, עס נעמט איין רגע און מען קען פארלירן די וועלט און יענע וועלט; איין בלינק מיט די אויגן און מען פארלירט אלעס. ליידער אסאך מיידלעך ווערן אזוי פארפאלן, ווען זיי באקומען א שמייכל אדער א שיינע ווארט וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, בעטס אים איר זאלט קענען היטן שבת, בעטס אים איר זאלט האבן כח אויס צו ווארטן ביז אייער שידוך קומט. איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, ווען א מענטש גיסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן, בפרט א בחור אדער א מיידל וואס קומען צום אייבערשטן און בעטן אים ער זאל רחמנות האבן - ווערט אלעס אפגעשטעלט אין הימל, דער אייבערשטער אליינס קומט און הערט אויס די געבעט, און מען באקומט א ישועה.


זאגט יעדן טאג דעם יום תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#181 - אריינפרעגלען די אידישע שיינע מדה פון צניעות אין די קינדער אין יבנאל
צניעות, לערערין, חינוך הילדים, יבנאל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר ברענגט אריין אמונה, שמחה און יראת שמים אין די מיידלעך אין יבנאל; די לימודים וואס איר האט געלערנט אלע אייערע יארן אין בית פיגא אין אמעריקא - לייגט איר יעצט אריין אין די מיידלעך אין יבנאל.


שטארקט זיך, גייט אן מיט אייער הייליגע ארבעט. דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן, ווען מען לערנט אויס אידישע קינדער די שיינקייט פון די תורה, די זיסע וועג פון לעבן מיט די תורה וועג.


געבט א גרוס פאר ... תחי', און איר מיט זי אינאיינעם זאלט איר אריינפרעגלען די אידישע שיינע מדה פון צניעות אין די קינדער אין יבנאל - וועט איר מאכן א גרויסע נחת רוח פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און פאר אלע צדיקים, און דער אייבערשטער וועט אייך געבן א גוטע שידוך בקרוב.


א כתיבה וחתימה טובה.


שרייבט מיר נאך בריוו.

#180 - איך פריי זיך צו הערן פון עלטערן וואס מען קען פאררעכטן
צניעות, מוסדות, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין ווייב'ס בריוו.


איך נעם אן וואס עס שטייט אינעם בריוו, איך גיי רעדן צו די מנהל און מנהלת מען זאל אכטונג געבן אז די קינדער - די אינגלעך און מיידלעך - זאלן זיין אפגעהיטן ביים פארן, מיט גרויס קדושה.


איך פריי זיך צו הערן פון די עלטערן וואס מען קען פאררעכטן און וואס מען קען בעסער מאכן.


נאך אביסל וועלן מיר האבן באזונדערע באסעס פאר די אינגלעך און מיידלעך, און אויך באזונדערע בניינים.


זאג יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהלים און בעט פאר דיינע קינדער, אויך דיין ווייב זאל זאגן אביסל תהלים פאר ערליכע דורות.

#179 - בלייבט מיט אייער צניעות'דיגע לבוש
צניעות, חיזוק פאר פרויען, זיכוי הרבים, הכנסת אורחים, מוהרא"ש, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


בלייבט מיט אייער צניעות'דיגע לבוש, אייער שייטל איז זייער איידל, איר גייט אנגעטון אזוי ווי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט געוואלט. מוהרא"ש פלעגט וויינען צו די ווייבער אין יבנאל מען זאל גיין מיט צניעות'דיגע שייטלען, מוהרא"ש האט געקלאפט אויף זיין פלייצע צו ווייזן ביז ווי לאנג די שייטל זאל זיין. אייער שייטל איז זייער איידל, בלייבט אזוי, טוישט זיך נישט און קלאפט זיך נישט אראפ, גייט אזוי ווי אייער מאמע, אייערע עלטערן זענען זייער חשוב, זייער איידל.


הלוואי וואלט איר געמאכט שלש סעודות מיט נאך חבר'טעס; זיך האלטן אינאיינעם, שמועסן פון התחזקות. מען קען מכבד זיין יעדע וואך א צווייטע ווייבל צו רעדן, דערציילן וכו' וכו', עס איז זייער א גרויסע זאך, ביים אייבערשטן איז זייער חשוב ווען מען עפנט די טיר פאר א צווייטן צו געבן חיזוק.


נאכאמאל בעט איך אייך, אייער שייטל איז צניעות'דיג; בלייבט מיט דעם, ווייל איר מאכט א קידוש השם מיט אייער צניעות.

#178 - אנא ה', העלף איך זאל צוריק באקומען די געפיל צו צניעות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה, אן עצה ווי אזוי מיר זאלן זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, די עצה איז "התבודדות" - רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, שמועסן מיט אים און אים אלעס דערציילן.


בנוגע צניעות וכו'; בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט צוריק באקומען אייער געפיל צו גיין אנגעטון איידל, בעטס די תפילה יעדן טאג, ובפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט:


"הייליגער באשעפער, העלף מיר, האב רחמנות אויף מיר, אויף מיין נשמה, אויף מיינע קינדער און מיינע קומענדיגע דורות, מיר זאלן אלע זיין ערליכע אידן. מיר זאלן אלע לעבן מיט די הייליגע תורה.


רבונו של עולם, איך ווייס נישט וואס האט פאסירט מיט מיר, איך האב פארלוירן מיין געפיל צו צניעות, איך האב מער נישט ליב צו גיין אנגעטון איידל, איך טו זיך אן קורץ, אויסגעשניטן, איך גיי מיט דורכזיכטיגע שטרומפ. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך ווייס אז די וועג איז נישט גוט, דאך ציט עס אזוי שטארק, עס צינדט זיך אן אזא פלאקערדיגע פייער זיך אנצוטון ווי מער אויסגעלאסן; הייליגער באשעפער, רחמנות'דיגער באשעפער, וואס טו איך? וואס טוט מען דא ווייטער? אנא אלך - וואו זאל איך גיין? איך קען נישט ווייטער אזוי גיין, איך האב מורא אז באלד ווער איך נאכמער דערווייטערט.


הייליגער באשעפער, לייג אריין אין מיר א ריינקייט, א הייליגקייט, נעם ארויס פון מיר די פייער פון גיהנום וואס ברענט אין מיר און לאזט מיר נישט קיין מנוחה.


אנא ה', העלף איך זאל צוריק באקומען די געפיל צו צניעות, איך זאל ליב האבן איידלקייט, איך זאל קענען פאלגן דער רבי וואס זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): 'צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים', צניעות ברענגט גוטע קינדער; העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".

#177 - דרייוון די קינדער ווי עס דארף צו זיין
צניעות, מוסדות, אידיש געלט, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב באקומען צוויי קאמפלעינס, איינס אויף דיר, אז דו פארסט צו שנעל; די קינדער און די טיטשערס זאגן עס איז סכנת נפשות, זיי קומען אן אינגאנצן אויפגעשאקלט.


די צווייטע איז אויף איינער פון די דרייווערס, אז ער פירט זיך אויף אביסל צו העפליך שקורין היימיש - מיט די מיידלעך. וויל איך דיר בעטן, סיי דו געב אכטונג צו פארן פארזיכטיג, און אויך זאלסטו רעדן מיט אלע דרייווערס זיי זאלן זיך פירן מיט דרך ארץ און מיט יראת שמים.


אויך זאלסטו רעדן מיט די בחורים וואס דרייווען, זיי זאלן אכטונג געבן אויף דעם רבינ'ס געלט; אז מען איז מפסיד די ישיבה'ס געלט - טשעפעט מען דעם רבינ'ס געלט.


דער רבי האט אמאל פארטריבן זיין תלמיד רבי שמעון זכרונו לברכה ווייל ער האט מזלזל געווען אין זיין געלט.

#176 - אכטונג געבן צו זיצן צוגעדעקט מיט צניעות
צניעות, ישועות, חיזוק פאר פרויען, שבת ליכט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ואתחנן, י"ג אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר צו גיין אנגעטון גענוג לאנג, ווען מען זיצט זאלן די קניען זיין גוט צוגעדעקט. דאס וועט זיין א זכות פאר ענק, איר וועט זען א ישועה בקרוב.


זייט נישט ברוגז וואס איך שרייב אייך דאס, אסאך מאל כאפט דער מענטש אליינס נישט אז די קניען זענען אויפגעדעקט ביים זיצן, דערפאר שרייב איך אייך דאס.


ווען איר צינדט אן די שבת ליכט - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אייך און פאר אייערע דורות זיי זאלן זיין ערליכע אידן. צינדט אן צוויי ליכט פון שמן זית כנגד זכור ושמור, און נאך פיר ליכט כנגד שם הוי', און פאר יעדן קינד לייגט מען צו נאך א ליכט.


מוהרא"ש ברענגט א שיינע מנהג פון צדיקים, אז פרויען זאלן אנטון ביים ליכט צינדן א ווייסע שירצל לכבוד די גרויסע מצוה פון צינדן ליכט.


עס זענען דא יונגע ווייבלעך וואס זאגן עס איז א יאנטשי זאך, ברוך ה' ביי אונז איז שיין און חשוב אלעס וואס צדיקים זאגן.

#175 - הייליגער באשעפער, פארוואס ציט מיר צו נישט גוטע זאכן?
תפילות אויף אידיש, צניעות, תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, שטעטל, שערן די האר, שבת ליכט, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


געבט א קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך, וויפיל דארפט איר אים דאנקען און לויבן. זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און אינצווישן די קאפיטלעך זאלט איר דאנקען און לויבן פאר אלעס וואס דער באשעפער טוט מיט אייך.


אייער מאן נרו יאיר באדאנקט זיך שטענדיג, ער זאגט מיר אלץ יישר כח פאר'ן זיין שדכן ביי ענק, ער איז אזוי צופרידן מיט די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן - אייך פאר א ווייב.


ווען איר צינדט די שבת ליכט זאלט איר זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן. קודם הויבט אן דאנקען פאר אייער לעבן, אזוי וועט זיך עפענען אייער הארץ, ביז איר וועט זיך קענען גוט אויסבעטן, ווייל ווען א פרוי צינדט אן די שבת ליכט ווערט ארום איר א גרויסע קדושה, די שטוב ווערט זייער הייליג און ליכטיג, עס קומען הייליגע מלאכים און מען קען דעמאלט פועל'ן גרויסע זאכן.


זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער, וואס איז מיט מיר געשען? איך וויל אזוי שטארק זיין ערליך און וואויל, איך וויל אויפשטעלן א ווארעמע ערליכע שטוב, אבער פון די אנדערע זייט ציט מיר נישט גוטע זאכן; באשעפער, וואס טו איך? איך ווער צעריסן, איין רגע וויל איך זיין גוט, א צווייטע רגע וויל איך נארישקייטן, הייליגער באשעפער, געב מיר א ריינע הארץ, געב מיר א ריינע מח מחשבה, הייליגער באשעפער, דו ווייסט דעם אמת וואס איך וויל טאקע, איך וויל זיין נאנט צו דיר, איך וויל טון דיין ווילן".


בעטס אויך פאר שלום בית, בעטס איר זאלט האבן חן ביי אייער מאן, און ער זאל האבן חן ביי אייך; עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.


מרת ... תחי', העלפט מיר אויפבויען די ברסלב'ע שטעטל. איך דארף אז יונגע ווייבלעך אזוי ווי אייך זאלן מיר העלפן בויען, און חס ושלום נישט שטערן; אז די יונגע ווייבלעך זאלן טון די ווילן פון מוהרא"ש, זיך נישט אנשמירן די נעגל מיט נעי"ל פאלי"ש, סיי מיט א קאליר, סיי דורכזיכטיג, און אז מען וועט זיך שערן די האר. ווייל איך האב אזוי מורא פון די צוויי שרעקעדיגע הונט; עס איז דא ביי די שדים, ביי די נישט גוטע - צוויי שרעקעדיגע קליפות, איינס איז נעגל און איינס איז האר, זיי ברענגען קרענק, זיי ברענגען צרות, ארעמקייט; אוי וויי ווי שרעקעדיג זיי זענען. דער הייליגער זוהר זאגט (פרשת קדושים דף עט ע"א; פנחס רמח:) אז די נעגל און האר וואס וואקסט אין די אומריינע טעג דארף מען אפשניידן און אוועקווארפן, ווייל עס ליגט אויף זיי א שטארקע טומאה, סיי פון די הענט און סיי פון די פיס.


איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל שוין רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זיי זאלן נישט וועלן נאכטון די אומות העולם.


דער אייבערשטער זאל אויף מיר אויך רחמנות האבן, איך בין אזוי צעבראכן, איך האב שוין נישט קיין כח, איך ארבעט אזוי שווער בכלליות, ובפרטיות מיט די שטעטל; קיינער ווייסט נישט וואס איך גיי אריבער מיט'ן בויען דעם שטעטל, נאר כדי עס זאל זיין א פלאץ פון קדושה וטהרה, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, און ווען איך הער אז עס זענען דא משפחות וואס גייען נישט אויף די וועג פון מוהרא"ש - גייט מיר דאס ביזן הארץ, נעכטן האט מיר אזוי געדרוקט ביים הארץ ווען צוויי משפחות ווילן זיך צוריק לאזן וואקסן די האר.


איך בעט אייך זייער, בעטס פאר מיר; איך האף צום אייבערשטן איר וועט זיין שטארק.


 


 

#174 - פאר א גוטע שידוך איז ווערד צוצודעקן דעם שייטל
צניעות, שידוכים, מנהגים, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות מסעי, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען רעדט אייך א גוטע שידוך, א גוטער בחור, א בחור מיט גוטע מידות, און סך הכל וואס זיי בעטן איז אז איר זאלט גיין מיט א צוגעדעקט שייטל - איז זיכער אז איר זאלט דאס טון; א גוטע שידוך, א גוטע משפחה - איז ווערד מען זאל זיך טוישן די לבוש.


נאך א זאך, ווען מען טוט זיך אן מער בצניעות הייסט דאס נישט געטוישט דעם לבוש; אז ביי ענק גייט מען מיט א אפענע שייטל און מען רעדט פון זיך צודעקן די שייטל - הייסט דאס נישט אז מען האט געטוישט לבוש.


דעריבער זאלט איר זאגן פאר אייער טאטע אז איר זענט גרייט אנצוטון א צודעק אויפ'ן שייטל אבי צו באקומען א גוטער בחור, אן ערליכע שטוב.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דאס וואס מענטשן וויינען: "נישטא קיין שידוכים" - איז א ליגנט; עס איז דא שידוכים, און דאס וואס מען זעט עלטערע בחורים, עלטערע מיידלעך - דאס איז ווייל מען וועלט זיך, מען זאגט אפ שידוכים; דער זאגט אפ וועגן א צודעק אויפ'ן שייטל, א צווייטער זאגט אפ צוליב די משפחה אהער משפחה אהין, די קינדער ווערן עלטער און עלטער ביז מען פאלט אראפ השם ישמרינו.


וואלט מען פארלאנגט איר זאלט זיך אויסטון דעם צודעק, אראפגיין א שטאפל - וואלט מען געדארפט אריינקלערן, אבער אז מען וויל ווערן בעסער - איז דאס בכלל נישט קיין שאלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#173 - געבן א קאמפלימענט נאר אויף גוטע זאכן, נישט אויף שלעכטס
תפילות אויף אידיש, צניעות, קאמפלימענטס, חיזוק פאר פרויען, מוסר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט נישט קיין גוטע ווערטער אויף נישט גוטע זאכן; געבט גוטע ווערטער אויף גוטע זאכן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) מיר זאלן זוכן גוטס אין יענעם, אזוי וועלן מיר יענעם ארויסנעמען פון זיין שלעכטס; אבער נישט אויסרומען די שלעכטס.


אז איר זעט איינעם גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג און איר ווילט איר געבן א גוט ווארט, זאלט איר זי געבן גוטע ווערטער אויף גוטע זאכן, אבער נישט זאגן אויף א קורצע קלייד "דיין קלייד איז אויסנאם שיין", ווייל דאס איז ליגנט, עס טוט גארנישט אויף.


בנוגע שמירן די נעגל; איר ווייסט גאנץ גוט וואס מוהרא"ש האט געהאלטן פון דעם, עס איז נישט געווען אין היכל הקודש קיין איין פרוי מיט געשמירטע נעגל, איך ווייס פערזענליך מעשיות וואס מוהרא"ש האט פארגעהאלטן ווייבלעך און זיי אנגעשריגן פאר'ן זיך שמירן די נעגל; איז ווי אזוי זאלט איר זאגן פאר א פרוי וואס שמירט די נעגל א קאמפלימענט אויף די זאך? איר דארפט טאקע נישט געבן קיין מוסר, קיינער האט אייך נישט געשטעלט צו זיין דער פארזארגער אויף יענעמ'ס רוחניות, אבער זיכער זאלט איר נישט קאמפלימענטירן אויף נישט גוטע זאכן.


בעטס ביי די שבת ליכט וואך נאך וואך אויף צניעות; בעטס: "הייליגער באשעפער, מאך מיך ליב האבן צניעות, איך וויל האבן א געפיל צו דעם, איך וויל נישט ליב האבן דעם גוי טמא מיט די באשמירטע נעגל, איך וויל ליב האבן צניעות".

#172 - מקבל זיין א גוטע קבלה, נאכ'ן זען די גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן
קינדער, צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער נייע געבוירענע אינגעלע, דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אייך אזא גרויסע נס, וויל איך אייך בעטן איר זאלט עפעס טון לכבוד די גרויסע נס.


ביי די וועלט איז נהוג אז ווען מען האט א צרה, מען ווארט אויף א נס - איז מען זיך מקבל א גוטע קבלה, אדער אין צניעות, אדער אין אנדערע מצוות; מיר פירן זיך אז מיר ווארטן נישט עס זאל באטרעפן חס ושלום א צרה, מיר זענען זיך מקבל א גוטע קבלה ווען מיר זעען די חסדים פונעם אייבערשטן.


עס איז אייך געבוירן געווארן א קינד אזוי גרינג, אזוי נחת'דיג - געבט'זשע עפעס פאר'ן באשעפער; אדער אביסל דיקערע שטרומפ, אדער אביסל לענגער די פוסטע (סקוירט), אדער די האלז נישט אזוי שטארק אויסגעשניטן, אדער אלעס.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אים זאגן וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד די שמחה, איך האב אים געזאגט ער זאל זיך פארנעמען איין זאך, מחזק זיין די זאך וואס איר נעמט זיך פאר.


הלוואי זאלט איר זיך צוריק אנטון ווי אלס מיידל; אזוי איידל, אזוי שיין. איידל האט דאך אלע טעמים, איידל איז אזוי זיס, אזוי הייליג.

#171 - הכנסת אורחים איז א גרויסע מצוה, אבער עס מוז מיט יראת שמים
צניעות, חינוך הילדים, הכנסת אורחים, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


הכנסת אורחים איז א גרויסע מצוה, אבער מען דארף אכטונג געבן אויף די יראת שמים פון די אייגענע קינדער. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן, ער זאל נאר נעמען געסט וואס די קינדער וועלן קענען זיצן מיט זיי ביים טיש (עיין אשר בנחל חלק כ, מכתב ג'סא; מסכת אבות עם פירוש חסדי אבות, עמוד יד).


געבט אכטונג אז אייער שטוב זאל זיין א שטוב פון יראת שמים, אייערע קינדער זאלן אויפוואקסן ערליך און ריין. די הייליגע מלאכים וואס קומען שבת ביינאכט זאלן נישט גלייך ארויספליען, אז מען זיצט נישט בצניעות חס ושלום.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אייער שיינע משפחה, איר האט א טייערער מאן מיט ליכטיגע קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן, איר זאלט זען אסאך נחת פון זיי אלע.

#170 - די סקול זאל בלייבן היימיש און ווארעם, אפילו ווען ס'ווערט גרעסער
צניעות, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן העלפט מיר זייער געטריי, ער העלפט מיר אן קיין אייגענע חשבונות; ער איז דא צו העלפן די מוסד וואס האט אים געהאלפן.


אויך איר זענט זייער א גוטע טיטשער, מיר זענען זייער צופרידן פון אייער ארבעט.


ברענגט אריין אין די תלמידות - שמחה.


זעט אז די סקול זאל בלייבן היימיש, עס זאל בלייבן א סקול וואו יעדע מיידל איז א קינד - נישט א נומער. איך האף אז אפילו ווען מיר וועלן וואקסן, די מוסד ווערט גרעסער - וועט דאס בלייבן א ווארעמע פלאץ וואו מען ערציעט קינדער מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן און צו די תורה.


גייט מיט איידעלע קליידער, זוכט נישט ארויסצושטארן פון אנדערע.


 

#169 - מען דארף אסאך הערן און זאגן, ביז זאכן הויבן זיך אן טוישן
קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, דרשות, ראש ישיבה, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע ווען איר הערט א שיעור שפירט איר ווי די שיעור איז ממש פאר אייך, איר טראכט איר גייט פאלגן, אבער שפעטער פארגעסט איר; איר דארפט אן עצה.


וויסן זאלט איר, מען ווערט נישט געטוישט פון הערן איין שיעור, מען ווערט נישט א נייע מענטש איבער נאכט; דורך הערן אסאך שיעורים, דורך הערן אסאך חיזוק און אסאך בעטן דעם אייבערשטן - אזוי טוישט מען זיך.


איך געדענק ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש, איך פלעג שפירן ביים שיעור ווי איך בין אין גן עדן. מוהרא"ש האט גערעדט פון תפילה והתבודדות, איך פלעג טראכטן 'ווען די שיעור ענדיגט זיך, גיי איך גלייך פאלגן די עצות, איך גיי רעדן צום אייבערשטן'. אבער למעשה האב איך נישט גערעדט צום אייבערשטן ביז די קומענדיגע וואך ליל שישי, דעמאלט האב איך נאכאמאל געהערט, און א וואך נאכדעם נאכאמאל און נאכאמאל, ביז איין טאג איז געשען די גרויסע נס, מיין מויל האט זיך געעפנט; אזוי וועט זיין מיט אייך, אז איר וועט קומען הערן נאך און נאך שיעורים - וועט איר זען ווי איר וועט זיך אינגאנצן טוישן צום גוטן.


אז אייער קינד זאגט עס איז שווער צו ליינען, זען - זאלט איר גיין צום אויגן דאקטער, און אז דער דאקטער זאגט מען דארף גלעזער - זאלט איר אזוי טון.


בנוגע פאררעכטן די צינג וכו'; גייט צום דאקטער, עס איז א קליינע פראצעדור. יעצט אז אייער קינד איז שוין דערוואקסן - דארף מען שוין פארן קיין אלבאני, איינשלעפן וכו', ווען מען טוט דאס אין אנהויב - איז דאס ממש א קלייניקייט.


בנוגע קינדער וואס טשעפענען זיך, איר שפירט ווי עס טרעט אייך צו צום געזונט; אזוי איז ביי אלעמען, די עצה איז מחנך זיין נאכאמאל און נאכאמאל. אויך דארף מען געבן אויפמערקזאמקייט פאר'ן עלטערער וואס טשעפעט די יונגערע, אז די עלטערע זענען זאט פון אויפמערקזאמקייט - טשעפעט מען נישט.


בנוגע דענים וכו'; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן די איידעלע וועג און ברעכן פון די אומות העולם, מיט תפילה והתבודדות באקומט מען א געפיל אין צניעות, מען ווייסט וואס יא און וואס נישט, און וואס איז בעסער; איך ענטפער נישט אויף די זאכן, דאס האט מיט'ן מענטש אליינס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען אנגיין, ערציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת.


 

#168 - גייט אנגעטון אידיש, טוט עס פאר אייערע דורות
קינדער, צניעות, חינוך הילדים, תהלים, לבוש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


יעדעס מאל איך קום אין שטעטל און איך זע אייער מאן נרו יאיר אין שול דאווענען - האב איך אזא נחת; איך האב אזוי הנאה צו זען ווי ער איז שטארק מיט זיין אידישע לבוש, ער רירט נישט אן זיין בארד און פאות, דאס איז מיין גרעסטע נחת.


איר זאלט זיך אויך שטארקן מיט אייער אידישע לבוש, צווישן מענטשן זאלט איר גיין אנגעטון שיין און איידל, גייט אנגעטון אידיש. טוט עס פאר אייערע דורות; די וועלט איז וואקלדיג, קינדער רוקן זיך אראפ פון די עלטערן - נישט איין טרעפל, נאר צענדליגער טרעפ. מען דארף אלץ טראכטן 'ווי אזוי וועלן מיינע קינדער זיין?'


אויב מען וויל ערליכע קינדער, ערליכע אייניקלעך - מוז מען זיך ארויפרוקן צו די עלטערן, אזוי וועלן די קומענדיגע דורות בלייבן ערליך.


שרייבט מיר וויפיל תהלים איר זאגט, שרייבט מיר אייערע סיומים אין תהלים.

#167 - נישט ענטפערן א נומער אדער אימעיל וואס מען קען נישט
חברים, צניעות, שידוכים, טעלעפאן, אימעיל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פון היינט אן זאלט איר נישט ענטפערן קיין טעלעפאן, אימעיל וכדומה – פון איינעם וועם איר קענט נישט.


שרייבט זיך נישט מיט קיין פרעמדע נומער, ווייל ליידער איז די וועלט אזוי געפאלן אז בחורים און מענער שרייבן זיך מיט מיידלעך און ווייבלעך, מיט פאלשע נעמען, דער באשעפער זאל אונז היטן; זאלט איר נאר רעדן און האבן שייכות מיט א נומער וואס איר ווייסט גענוי ווער דאס איז.


דאס וואס איר בעט אינעם בריוו, איר האפט אז דער ראש ישיבה וועט אייך פארשטיין און נישט אראפקוקן; חס ושלום, אייך קוק אייך נישט אראפ, איך וויל אבער פארשטיין איין זאך, איר שרייבט אז דער בחור איז אן ערליכער בחור; איך וויל פארשטיין, וואס מיינט אן ערליכער בחור? א בחור וואס פארשטעלט זיך ווי א מיידל, ער הויבט אן שרייבן מיט פרעמדע מיידלעך, ער נארט אויס, ער קומט מיט א נאמען ווי א מיידל, נאכדעם זאגט ער אויס, עכט בין איך א אינגל, איך וויל חתונה האבן מיט דיר - דאס מיינט אן ערליכער בחור? ווי פינקטליך הויבט זיך אן זיין ערליכקייט?!


א בחור וואס לויפט נאך מיידלעך פארשטעלטערהייט איז נישט פאר אייך, איר דארפט אן ערליכער בחור, אן ערליכער מאן.

#166 - בלייבט אלץ פארדעקט אייער קאפ
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, האר

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת שלח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער פראגע וכו'; אייער מאן וועט זיך דערשרעקן.


בלייבט אלץ פארדעקט אייער קאפ, אזוי וועט איר האבן חן אין אייער מאן'ס אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.