בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#66 - גרויסקייט פון א פרוי וואס האט זיך אפגעשוירן
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר האט זיך געשטארקט און זיך אפגעשוירן, דאס איז אזוי ווי איר האט געברענגט א קרבן פארן אייבערשטן און געמאכט א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן; ווייל אז מען זעט ארויס די האר איז זייער זייער הארב. דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:), א פרוי וואס דעקט אויף אירע האר אין שטוב זיך שיין צו מאכן ברענגט עניות אין שטוב, און זי ברענגט צו אז אירע קינדער זאלן נישט מצליח זיין, און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די חיצונים זאלן זיין אין שטוב, און עס זאל זיין מחלוקת אין שטוב.


דער זוהר זאגט אז דאס איז אפילו מען דעקט אויף די האר נאר אין שטוב, און זיכער אויב מען גייט ארויס פון שטוב מיט האר.


דערפאר זאלט איר וויסן אז איר האט מקדש געווען דעם אייבערשטן אין אייער שטוב און אויף די גאנצע וועלט, און בזכות די הייליגע זאך זאל קומען צו ענק רפואות און ישועות און הצלחה.

#65 - זיך שערן זיך די האר, היט פון אלעם שלעכטס
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שמות, ט"ו טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א גרויסע זאך וואס איר האט געטון, עס איז אזוי ווי מקריב זיין א קרבן פארן אייבערשטן.


דער זוהר הקדוש ווינטשט אלע ברכות און ישועות פארן אראפנעמען די האר, די פרויען וואס שערן זיך די האר ווערן אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס בזה ובבא, און זענען זוכה צו הייליגע דורות, און אז די שכינה זאל רוען אין שטוב, און צו אלע ברכות וישועות (זוהר הקדוש פרשת נשא, דף קכה:).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - רעד צו דיינע טעכטער פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה
חינוך הילדים, חנוכה, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביי די חנוכה לעכט זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער, דיינע טעכטער - פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, יעצט ווען זיי זענען נאך קליין - זאלסטו רעדן צו זיי, און יעצט ווען דו זיצט ביי די מנורה, ביי די הייליגע לעכט זאלסט שמועסן מיט זיי, דערצייל זיי ווי שיין עס איז ווען מען פאלגט א צדיק און די ברכות וואס מען איז זוכה צו באקומען אז מען שערט זיך אפ די האר.


אויך זאלסטו בעטן ביי די לעכט: "הייליגער באשעפער העלף מיר מיינע טעכטער, מיינע דורות - זאלן אלע זיין הייליג, אלע זאלן גיין בדרך צדיקים, אלע זאלן זיך אפשערן די האר נאך די חתונה מיט שמחה, און זיך נישט לאזן פארפירן פון די בייזע ווינטן וואס בלאזן ביי אידישע קינדער"; ווייל מיר האבן אזויפיל געהערט פון מוהרא"ש די ווערטער פון זוהר אז אין דעם שטוב וואו מען שערט זיך נישט וועט הערשן עניות און דחקות, פון דעם שטוב וועט שוין קיין גוטע קינדער נישט ארויסקומען, אין דעם שטוב וועט נישט זיין קיין ברכה וכו' וכו'. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


ביי די לעכט זאלסטו זיך אויסוויינען צום אייבערשטן אז דיין ווייב און דיינע דורות זאלן האבן אמונת חכמים, פאלגן די צדיקים; אז מען פאלגט און מען גייט אין די וועגן פון צדיקים דערלייגט מען נישט, מען שפארט זיך איין אזויפיל פראבלעמען, מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן".


עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א פרייליכן חנוכה.

#63 - נישט צעמישן די קינדער פון אנדערע סארט שטיבער
חינוך הילדים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לערערין אין בית פיגא, ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען איר רעדט אין כיתה צו די קינדער פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן נאך די חתונה און עס זענען דא תלמידות אין כיתה וואס די עלטערן שערן זיך נישט אפ, זאלט איר אכטונג געבן ווי אזוי איר רעדט, נאר רעדן דאס גרויסקייט און דאס שיינקייט דערפון, נישט רעדן שארף, נישט וויי טון און נישט צעמישן די קינדער פון די שטיבער, זיי נישט וויי טון און דערשרעקן.


ווען איך בין געווען א מלמד האב איך אין אנהייב, אין די ערשטע טעג – גוט אויסגעפרעגט די תלמידים ווער זייערע עלטערן זענען, וואו זיי געהערן, וואו זיי דאווענען, ווער זענען די זיידעס פון אלע זייטן; כדי צו וויסן ווי אזוי צו רעדן און וואס נישט צו רעדן, ווייל אמאל קען מען איינעם וויי טון אומווילנדיג.


רעדט פון דאס גרויסקייט פון צניעות, פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן, פון די ברכות וואס מען באקומט; אזוי וועלן דאס די תלמידות אננעמען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - הייליג הייליג, ארויסגעטריבן די נישט גוטע
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פרייליכע בריוו.


הייליג הייליג, יעצט וועלן אוועק גיין פון שטוב אלע נישט גוטע. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר" און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, "לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ" זיך שיין צו מאכן, "גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא" איז זי גורם אז עס זאל הערשן ארעמקייט אין שטוב, "וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא" און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. "וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא" אויך איז זי גורם אז די סמך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, און אז מען שערט זיך אפ, מען פאלגט צדיקים - איז מידה טובה אסאך מער ווי די קללה, מען איז זוכה ארויסצוטרייבן די נישט גוטע פון שטוב, די קדושה און די ברכות קומען אין שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#61 - זיך שערן און גיין מיט א שייטל
שערן די האר, שייטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל זיך נישט שעמען מיט דעם וואס זי האט זיך אפגעשוירן און גייט מיט א שייטל, קעגן די גאנצע משפחה וואס גייען מיט די אייגענע האר מיט א טיכל.


זייער גוט האט זי געטון, און די אלע וואס זאגן ענדערש גיין מיט די אייגענע האר מיט א טיכל, ווי זיך שערן און גיין מיט א שייטל - די אלע גייען קעגן דעם הייליגן זוהר, ווייל על פי זוהר איז אזוי געפערליך ווען מען זעט די האר, אפילו נאר אין שטוב. דער הייליגער זוהר רעכנט אויס געפערליכע זאכן אויב מען זעט די האר אפילו נאר אין שטוב - 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס, 'וּמַה בְּבֵיתָא הַאי' און מה-דאך אין שטוב אז מען זעט די האר איז אזוי געפערליך, 'כָּל שֶׁכֵּן בְּשׁוּקָא' איז דאך זיכער אויב מען זעט די האר אינדרויסן פון שטוב (זוהר הקדוש פרשת נשא, דף קכה.).


איך ווארט שוין און איך בענק זיך שוין זיך צו טרעפן מיט דיר אין אומאן ביים רבי'ן ראש השנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע עניינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#60 - די הייליגע זאך פון זיך אפשערן די האר
שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


מזל טוב צו ענקער חתונה, דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן מיט אלע ברכות, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב און זוכה זיין צו ערליכע געזונטע דורות.


באזונדער וויל איך ווינטשן די כלה תחי' פארן טון די הייליגע זאך פון זיך אפשערן די האר, דאס וועט ברענגען ישועות, עס וועט ענק אפהיטן און היטן ענקערע דורות.


... נרו יאיר, ווען דו וועסט קומען, האב איך פאר ענק א מתנה, א זילבערנע 'ה' קייטל געבענטשט פון מוהרא"ש ספעציעל פאר תלמידות פון בית פיגא וואס פאלגן מוהרא"ש און שערן זיך.

#59 - אמאל קען רעדן מער ערגער מאכן ווי אויפטון
שערן די האר, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט קיין ווארט מיט דיין ווייב פון זיך אפשערן די האר, ווייל מען קען אמאל מער ערגער מאכן ווי אויפטון. דו זאלסט איר אלץ לויבן אז זי איז א גוטע און אן איידעלע, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מאכן די נס אז דיין ווייב זאל זיך אפשערן איר האר פון איר אייגענע ווילן.


איך דערמאן זיך א שיינע ווארט, חכמינו זכרונם לברכה (עירובין ק:) רעכענען אויס די צען קללות וואס מען האט געגעבן פאר חוה ביים עסן פון די עץ הדעת, און די גמרא זאגט: "במתניתא תנא, מגדלת שער כלילית", אז דער תנא פון די ברייתא לייגט צו נאך דריי קללות, אז א פרוי האט האר ווי די שדים, "ויושבת וכו', ונעשית וכו'"; פרעגט די גמרא, און פארוואס די ערשטע תנא רעכנט נישט אויס די דריי קללות? זאגט די גמרא: "שבח הוא לה", דער תנא האלט עס איז נישט קיין קללה, און רש"י רעדט נאר פון די אנדערע צוויי וואס די שבח איז, פרעגן די מפרשים פארוואס זאגט נישט רש"י וואס איז די שבח פון "ומגדלת שעיר כלילית"? די מהרש"א זאגט אז דאס איז שוין אין די קללה פון "עטופה כאבל", עיין שם. איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד, די ערשטע שיטה האלט, ווער בעט דיך צו האבן די קללה? אז מען שערט זיך אפ די האר איז אויס קללה, ודברי פי חכם חן.


ברענג אהיים יעדע וואך פאר דיין ווייב די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה, אז מען וועט ליינען ביי דיר אין שטוב די קונטרסים וועט דיין ווייב און דיין שטוב זיך פירן מיט די וועג פון צדיקים, און גיין אין די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#58 - אפגעשוירן די האר, א קרבן פאר'ן אייבערשטן
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייט מחזק אייער חבר'טע אויף די גרויסע זאך וואס זי האט געטון, די הייליגע זאך, פארן ברענגען א קרבן פארן אייבערשטן, פאר זיך אפשערן די האר. דערצייל איר די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט, א פרוי איז געקומען צום נאסעדער רב זכותו יגן עלינו, זי האט געוויינט אז זי האט שוין חתונה געהאט אזויפיל יאר, און זי איז נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן מיט קינדער, פרעגט דער צדיק: "און וואס איז מיט די האר?" האט זי געזאגט: "רבי עס איז מיר א גרויסע נסיון, עס איז מיר זייער שווער צו אפשערן די האר". ווען דער צדיק האט דאס געהערט האט ער שוין גארנישט געזאגט, די פרוי איז דארט געבליבן שטיין און געוויינט: "איך דארף א אינגל", אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אזוי איז געווען אפאר מאל, ביז דער גבאי זאגט איר: "וואס פארשטייט איר נישט, דער רבי האט דאך אייך געזאגט אז איר וועט זיך אפשערן וועט איר האבן א אינגל", איז זי ארויס און זי איז זיך געגאנגען אפשערן, און זי איז געהאלפן געווארן ביז א יאר מיט א זיסע צוקערדיגע אינגל.


די פרוי האט געטראכט צו זיך 'יעצט אז איך האב שוין א קינד, וואס דארף איך יעצט פאלגן דעם צדיק, איך וועל זיך צוריק לאזן וואקסן מיינע האר', אזוי האט זי געטון, זי האט זיך אויפגעהערט שערן, ביז איין טאג איז דער אינגל קראנק געווארן. זי איז געקומען לויפן צום צדיק וויינען: "רבי מיין איינציג קינד איז קראנק, איך דארף א ישועה", דער רבי זאגט איר: "וואס איז מיט דיר? דו מיינסט איך ווייס נישט אז דו שערסט זיך מער נישט?" און נעבעך דאס קינד איז געשטארבן.


וואויל איז די פרוי וואס לייגט אוועק אלע חכמות און פאלגט די הייליגע צדיקים, וועט זי נישט דערלייגן, זי וועט נאר פארדינען, זי וועט זען ליכטיגע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - באשעפער העלף מיין ווייב זאל זיך שערן די האר
תפילות אויף אידיש, שלום בית, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אז דו טוסט נישט די עצה וואס מיר האבן שוין גערעדט אפאר יאר צוריק, א שאד עס גייען אריבער יארן און דו ביסט פארווייטאגט אז דיין ווייב שערט זיך נישט, זי גייט מיט אירע אייגענע האר וכו' וכו', וואלסטו אין די פאר יאר יעדן טאג געבטן א קליינע תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיין ווייב און מיינע דורות זאלן זיך אפשערן די האר און גיין אנגעטון איידל ווי די ערליכע אידישע טעכטער" - וואלסטו שוין לאנג געזען א ישועה, די פראבלעם איז אז מען דארף חיזוק אויף תפילה, אויף בעטן דעם אייבערשטן.


הויב יעצט אן, מאך זיך א קביעות יעדן טאג צו בעטן אויף דעם, בעט: "הייליגער באשעפער העלף אז מיין ווייב זאל זיך צוריק אפשערן איר האר אזוי ווי זי פלעגט טון נאך די חתונה, העלף עס זאל אריינגיין אין איר א רוח קדושה, און אויך מיינע דורות זאלן אלע זיין הייליג און ערליך, אלע זאלן גיין אין די וועג פון די הייליגע צדיקים".


מיט תפילה און סבלנות וועסטו אנקומען גאר שיין.

#56 - אפגעשוירן די האר מיט מסירות נפש
שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', לעיקוואד


אייער מאן האט מיר געשריבן די מסירות נפש פון אייך, אז איר האט זיך אפגעשוירן די האר, אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די הייליגע זאך וואס איר האט געטון, זאלט איר זוכה זיין אז די שכינה הקדושה זאל רוען ביי אייך אין שטוב, עס זאל זיין א זיסע שיינע שלום בית, מיט קינדער צדיקים, פרנסה און נאר ברכות.



 

#55 - אויסלויבן די ווייב פאר'ן זיך אפשערן די האר
שערן די האר, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי ענק אין שטוב.


זיי נישט מוותר אויף לערנען גמרא, לערן יעדן טאג גמרא, גיי צו א שיעור גמרא; ווייל נאר אז מען לערנט תורה – לעבט מען א גוט לעבן.


אויך זאלסטו אויסלויבן דיין ווייב פאר די הייליגע זאך וואס זי האט געטון, זיך אפגעשוירן איר האר נאך די חתונה; בזכות די הייליגע זאך זאלן ענק זוכה זיין צו אלע ברכות.

#54 - לערנען מיט תלמידות פון זיך שערן די האר נאך די חתונה
חנוכה, ניגונים, שערן די האר, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


לייגט אריין אין די קעריקולעם פון בית פיגא מען זאל לערנען מיט די תלמידות פון דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, מען קען נישט קומען מיט א שער מאשין א טאג נאך די חתונה און אפשערן די האר ווען די כלה האט נישט געהערט וואס איז דאס זיך אפשערן; עס איז נישט גענוג צו געבן א שיעור איין מאל א יאר פון דעם, ווייל נישט אלע תלמידות קומען פון שטיבער וואו מען לויבט אויס צניעות, און ווי מען לויבט אויס דאס גיין אין די וועג פון צדיקים, עס זענען דא שטיבער וואו מען קרעכצט ווי שווער עס איז צו זיין א איד, און אונזער ארבעט איז ליכטיג מאכן די הערצער פון די תלמידות, זיי געבן צו שפירן די זיסע טעם פון זיין איידל און גיין אין די וועג פון צדיקים.


יעצט אז מען זינגט מיט די מיידלעך ניגונים פון חנוכה, זאל מען טוישן די ווערטער פון די ליד: "איך בין א מכבי, איך בין א מכבי", צו די ווערטער: "איך בין א איד, איך בין א איד"; ווייל די ערב רב האבן גענומען די ווארט מכבי, זיי זענען דאס מגשם וכו', דארפן מיר זינגען: "איך בין א איד", "איך בין א איד".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - אינוועסטיר ביי דיינע שבת סעודות, גיי נישט ארויס
חינוך הילדים, שערן די האר, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביי די שבת סעודה זאלסטו רעדן צו דיינע קינדער ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען אידישע קינדער, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר היטן שבת, אז מיר עסן כשר'ס, אז מיר האבן די תורה. רעד נישט ביים שבת טיש פון זאכן וואס האט נישט מיט קינדער, פון נייעס וואס קינדער'ס מוחין פארנעמען נישט, בכלל זאלסטו נישט רעדן אין שטוב ביים שבת טיש פון מחלוקת און לשון הרע.


רעד צו דיינע טעכטער ווען זיי זענען נאך יונג, ווען זיי האבן נאכנישט קיין יצר הרע, ווען זייערע אויערן זענען נאך אפן. רעד צו זיי פון זיך שערן די האר נאך די חתונה און פון זיך נישט שמירן די נעגל, ווי גוט עס איז אז מען פאלגט צדיקים, ווי גוט עס איז אז מען שערט זיך אפ די ערשטע טאג נאך די חתונה, ווי אלע צרות, אלע דינים און קליפות - גייען אוועק, מען איז זוכה צו ערליכע דורות, מען איז זוכה צו מאכן רוען די שכינה הקדושה אין שטוב.


דערצייל זיי וואס דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין, און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, זי שערט זיך די האר - וועט זי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


אינוועסטיר ביי דיינע שבת סעודות, גיי נישט ארויס, ליל שבת גייט מען נישט ארויס, ליל שבת איז א צייט פון זיין אין שטוב, מאכן פרייליך די ווייב מיט די קינדער.


א פרייליכן שבת.

#52 - אפגעשוירן די האר מיט שמחה
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן די פרייליכע הייליגע בריוו אז איר האט זיך אפגעשוירן די האר מיט שמחה; איר האט געטון אזא מסירות נפש, קעגן אייער משפחה, ווען קיינער שערט זיך נישט, דאך האט איר געטון די הייליגע זאך וואס די הייליגע צדיקים האבן אונז געהייסן טון.


בזכות די גרויסע מצוה זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגע זוהר וואונטשט (נשא, קכה:), קינדער צדיקים, פרנסה בשפע, און צו השראת השכינה אין שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - אז מען רעדט אייך א שידוך, זאגט וואס איז אייער ווילן
חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות, ווי דאס לעבן איז אייך געווארן שיין און זיס מיט די עצות און שכל פון רבי'ן, אייער כיבוד הורים איז געווארן אזוי גוט, אזוי אויך אייער צניעות, און זייט איר זענט מקורב צום רבי'ן האט איר באקומען אן עקל צו גיין אנגעטון ווי די אומות העולם.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט טרעפן א שידוך א בחור וואס האט א געפיל אין הייליגן רבי'ן און וויל אויך אויפשטעלן א שטוב מיט די יסודות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, און אודאי און אודאי אז איר זענט גרייט זיך אפצושערן נאך די חתונה - זאלט איר אזוי טון, און אז מען רעדט אייך א שידוך קענט איר זאגן אז דאס איז אייער ווילן, איר ווילט ערליכע קינדער, איר ווילט נישט קיין קליפות אין שטוב, אזוי ווי מוהרא"ש און אלע צדיקים האבן אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#50 - לכבוד די נייע יאר, זיך אפשערן די האר נאך די חתונה
שערן די האר, אומאן, ראש השנה, קבלה טובה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל זייער אז אלע ווייבער וואס זענען אין אונזער קהילה - זאלן זיך שערן די האר. מוהרא"ש האט געבויט די קהילה, און דאס איז געווען ביי אים פון די שטארקע יסודות, אז מען זאל זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; דארף מען אים פאלגן.


דער הייליגער זוהר שרייבט זייער שארף, אז א פרוי וואס גייט מיט די אייגענע האר און מען זעט דאס ארויס - וועט אין דעם שטוב זיין דחקות ועניות, מען וועט זיך זייער מוטשען מיט די קינדער. דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


לכבוד דעם נייעם יאר זאל מען זיך מקבל זיין די זאך אין צניעות, מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט שטענדיג זאגן: "מען וואלט געקענט איינשפארן אסאך צרות און יסורים וועגן דאס ביסל האר, אבער וואס זאל מען טון אז מענטשן זענען ענדערש גרייט צו ליידן ווי זיך אפשערן". עס זענען דא וואס זאגן אז ענדערש זאל מען גיין מיט א טיכל און מיט די אייגענע האר ווי צו גיין מיט א שייטל, אבער אלע צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, איך וויל דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


די ערשטע געלעגנהייט וואס מען קען - גייט מען אריבער צום ציון (אז מען קען קודם גיין אין מקוה - מה טוב ומה נעים). מען גייט צום ציון מיט כבוד, אנגעטון מיט דרך ארץ אזוי ווי עס פאסט. מען געבט א פרוטה לצדקה לזכות רבינו נחמן בן פיגא און מען זאגט די צען קאפיטלעך תהלים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], און נאכן זאגן די תיקון הכללי זאגן מיר די תפילה פון רבי נתן. מוהרא"ש זאגט, די תיקון הכללי איז די אפעראציע, דער רבי מאכט אן אפערעציע ארויס צו נעמען די שלעכטע בלוטן, די עבירות, און די תפילה פון רבי נתן איז דאס אפוואשן די בלוט מיט די אייטער.


ביים ציון עסט מען נישט און מען טרינקט נישט, דער ציון איז נישט קיין פלאץ פון פארברענגען וכו'; דער ציון איז קודש קדשים, מען דארף דאס היטן מיט די גרעסטע כבוד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#49 - אז מען פירט זיך ערליך, וועט מען זיכער באקומען אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, סמארטפאון, ברכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב זאגט זי האט געליינט א בריוו אין עצתו אמונה ווי א פרוי באקומט אלע ברכות פארן אויפגעבן איר טעלעפאן, זי פרעגט וואס איז מיט איר און מיט די אלע פרויען וואס האבן בכלל נישט געהאט קיין סמארטפאון, מיר ווילן אויך א בריוו מיט א הבטחה פאר ערליכע דורות.


אויך ווען זי ליינט די בריוו פאר פרויען וואס האבן זיך אפגעשוירן זייער האר, ווי זיי באקומען אזעלכע שיינע ברכות, זי זאגט זי וויל אויך די ברכות.


געב איבער אין שטוב אז אודאי און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט נישט א סמארטפאון, זי האלט זויבער איר שטוב און אודאי וועט זי זוכה זיין צו ערליכע דורות בזכות וואס זי האט זיך אפגעשוירן גלייך די ערשטע טאג נאך די חתונה, אזוי ווי אלע ערליכע פרויען, זי וועט זוכה זיין צו אלע ברכות וואס דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי ווינטשט; קינדער צדיקים, פרנסה בריווח, פארטרייבן די טומאה פון שטוב וכו' וכו' (עיין זוהר הקדוש פרשת נשא, קכה:).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - אוועקגעגאנגען פון די מסורה, צו די מסורה פון קדושה וטהרה
שערן די האר, מסורה, זילבערנע ה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב דיר געשיקט א זילבערנע ה' קייטל מיטן רב ... פון חיפה, א מתנה פאר ענק לכבוד די גרויסע שמחה אז דיין ווייב האט זיך אפגעשוירן אירע האר ל"ג בעומר. די קייטל איז מסוגל פאר קינדער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן ח): "הֵא הַנַּעֲשֶׂה מִכֶּסֶף", א זילבערנע ה, "מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", איז א סגולה פאר קינדער; דיין ווייב קען דאס אנטון ווי אזוי זי איז באקוועם, אפן אדער צוגעדעקט.


בזכות די מסירות נפש וואס דיין ווייב האט געטון, זי האט זיך אפגעשוירן אירע האר, אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט, ביי איר איז דאס גאר א גרויסע מסירות נפש, ווייל איר מאמע און אירע שוועסטער שערן זיך נישט, זי איז אוועק געגאנגען פון איר מסורה - צו די מסורה פון צדיקים, צו די מסורה פון קדושה וטהרה - וועלן ענק זוכה זיין צו בני, חיי ומזוני רויחי.


ווען עס קומען מיר אריין מחשבות וואס ווילן מיך צעברעכן, איך טו גארנישט פארן אייבערשטן וכו' דערהאלט איך זיך מיט דעם אז צענדליגער און הונדערטער פרויען האבן זיך אפגעשוירן די האר, דאס וועט מיר זיין א זכות ביים בית דין של מעלה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - גיין מיט א שייטל און זיך אפשערן, אדער א טיכל מיט אייגענע האר?
צניעות, שערן די האר, שייטל, טיכל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקרא, י"א אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף די פראגע וואס איז ענדערש, א טיכל מיט האר אדער זיך אפשערן די האר און גיין מיט א שייטל? עס איז זיכער ענדערש זיך צו אפשערן און גיין מיט א שייטל, עס איז בכלל נישט קיין שאלה; מוהרא"ש שרייבט כמה פעמים פאר די וואס פרעגן אויב עס איז ענדערש א טיכל מיט די האר אדער זיך אפשערן און גיין מיט א שייטל, מוהרא"ש ענטפערט מיט אזעלכע ברכות און הבטחות פאר די פרוי וואס שערט זיך אפ די האר; מוהרא"ש חזר'ט דעם שטיקל זוהר אן א שיעור מאל, דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁהּ לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָא', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיך געפינען אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, ער געדענקט די בכיות וואס דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט וויינען און זיך בעטן ביים 'כל נדרי דרשה', ער פלעגט אויסדרייען זיין קאפ צום ווייבער שול און זיך בעטן צו די פרויען זיי זאלן אכטונג געבן אויף צניעות, און אז זיי זאלן זיך אפשערן די האר, "אזויפיל צרות און יסורים וואלט מען ווען געקענט איינשפארן אז מען שערט זיך אפ די האר" - פלעגט מוהרא"ש זאגן, א שאד מען וויל נישט נאכגעבן די האר, וואלט מען געקענט אסאך איינשפארן.


הערט נישט אויס די וואס זאגן ענדערש גיין מיט די אייגענע האר און מיט א טיכל ווי צו גיין מיט א שייטל, די צדיקים פונעם פריערדיגן דור האבן געזאגט: "ענדערש גיין א שייטל און זיך אפשערן, ווי איידער גיין מיט צען טיכלעך און גיין מיט די אייגענע האר".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#46 - לעבן מיטן אייבערשטען
תפילות אויף אידיש, שמחה, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויחי, ט"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף אייער פראגע, ביי די שיעורים זאגט מען 'מען קען זיין קיל (טשילד אוט) מיטן אייבערשטן', און פון די אנדערע זייט זאגט מען אז דאס טאר מען נישט, יענץ טאר מען נישט; אויב שמירן די נעגל איז נישט גוט, א לאנגע צעלאזטע שייטל איז נישט גוט און א סמארטפאון איז נישט גוט – איז ווי קען מען זאגן אז מען קען זיין קיל (טשילד אוט) מיטן אייבערשטן?


דער ענטפער איז, ביידע זענען ריכטיג, ביידע לימודים זענען לימודים פונעם צדיק; פון איין זייט לערנט אונז דער צדיק מען זאל זיין איידל, מען זאל נישט שמירן די נעגל און זיך אפשערן די האר, דער צדיק בעט זיך, ווייל נאר איר וועט פון דעם פארדינען, דער זוהר הקדוש זאגט (נשא קכה.): 'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב. 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', אזוי אויך איז זי גורם אז דער סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב, 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס; און פארשטייט זיך מידה טובה מרובה, בזכות זיך אפשערן וועט די פרוי האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער; דער צדיק וויינט, 'טייערע אידישע טעכטער, מען קען זיך איינשפארן אלע צרות, מען קען ברענגען משיח', און פון די אנדערע זייט, אז איר זענט נאך ווייט פון די זאכן, אייער מח דארף נאך די זאכן, אייער מח קען נישט פארנעמען זיך אפשערן, זיך נישט שמירן וכו' וכו', זאלט איר אבער לעבן מיטן אייבערשטן, איר זאלט בעטן אויף דעם, איר זאלט וועלן און בענקען צו זיין איידל. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט: "איך זאג אנדערש פון די וועלט, די וועלט זאגט 'אז דו ביסט אראפגעפאלן, דו עסט חזיר רחמנא לצלן – זאל עס שוין רינען אויפן בארד', איך זאג אנדערש, איך זאג 'אז דו ביסט אראפגעפאלן – זאל עס כאטשיג נישט רינען אויפן בארד'"; שרייט צום אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס לעבט מיטן באשעפער, יעדע זאך בעט ער פונעם אייבערשטן, יעדע זאך טראכט ער 'וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן?' מען מעג פארברענגען, עסן, שמועסן, אבער אין די זעלבע צייט געבט מען זיך אכטונג צו רעדן איידל, און מען עסט נאר מיט א הכשר, און מען האלט די שטוב ריין, אפגעהיטן פון עבירות; פון איין זייט איז מען קיל – אבער מיט די תורה.


בעטס דעם אייבערשטן אויף די זאך, דאס מערסטע אויף שמחה, בעטס אים די תפילה: "הייליגער באשעפער העלף מיר זיין פרייליך, העלף מיר איך זאל האבן א שטארקע אמונה, נישט האבן קיין תרעומות אויפן אייבערשטן, נישט פרעגן קיין קשיות, נאר גלייבן אז דומם, צומח, חי און מדבר, הכל לכל איז עצם עצמיות חיות אלקותו יתברך, אלעס איז דער אייבערשטער.


הייליגער באשעפער, געב מיר כח, געב מיר מח, געב מיר אמת'ע שמחה מיט א שטארקע אמונה, איך זאל נישט קוקן אויף קיינעם, איך זאל קיינעם נישט מקנא זיין, איך זאל ליב האבן מיין מאן מיט מיינע קינדער, איך זאל ליב האבן יעדע פינטל פון אידישקייט, בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן".

#45 - די בכיות פון צדיקים אז די נשים צדקניות זאלן זיך אפשערן די האר
צניעות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער, פלעגט זיך אזוי בעטן אין די הייליגע טעג אז די נשים צדקניות זאלן זיך אפשערן זייער האר און נישט איבערלאזן אפילו אפאר הארלעך.


מיינע עלטערן דערציילן מיר, די בכיות וואס ער פלעגט וויינען ליל כל נדרי און הושענא רבה איז געווען עפעס וואס מען קען נישט איבערגעבן, ווער עס האט דאס נישט געהערט וועט דאס נישט פארשטיין, די ווענט האבן מיט געוויינט; ער האט אויסגעוואשן אלע נשמות וואס זענען דארט געווען, אלע האבן תשובה געטון, אלע האבן זיך מקבל געווען צו גיין בצניעות. דער צדיק איז שוין נסתלק געווארן איבער פערציג יאר צוריק און מען זעט וואס פאר א קדושה ער האט איינגעזייט אין די וועלט, עד היום גייען טויזנטער און צענדליגער טויזנטער אידישע פרויען אנגעטון איידל און באשיידן.


מיר דארפן זוכה זיין צו האבן א צדיק אין אונזער דור וואס זאל אונז אויך אויסוואשן אונזער קאפ, אונזער מח; מיר זאלן נאר וועלן טון די ווילן פונעם אייבערשטן, מיר זאלן זיך עקלען פון די אומות העולם, מיר זאלן נישט וועלן נאכמאכן די גאס, צניעות זאל זיין ביי אונז שיין.


ראש השנה נעמט מען אפיר אלע שיינע מעשים פון א גאנץ יאר און מען לייגט דאס אויפן וואגשאל, דאס וועט אונז אנשרייבן א גוט יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#44 - אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן וועגן שערן די האר
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, איר זאגט תהלים; איר האט שוין געענדיגט די פיר און דרייסיגסטע מאל תהלים.


בנוגע זיך אפשערן די האר; איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש צוויי קבלות אין דער זאך פון זיך אפשערן. איינס, דאס הארבקייט פון גיין מיט אפענע האר אין שטוב, אז דאס ברענגט אלע קללות, און אז די שענסטע זאך, די הייליגסטע זאך – אז א פרוי זאל זיך אינגאנצן אפשערן אירע האר, מיט דעם ברענגט זי אריין הייליגקייט אין שטוב און עס קומען הייליגע דורות; נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען וואס דאס איז אפשערן די האר.


צווייטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש, אז מען זאל חס ושלום נישט באצווינגען די פרוי דאס צו טון, מען זאל נאר רעדן פון דאס גרויסקייט, פון די הייליגקייט דערפון און מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל טון וואס איז ריכטיג, אבער נישט באצווינגען.


דעריבער וועל איך אייך נאר מחזק זיין איר זאלט דאווענען, זיך גוט מתבודד זיין, דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן - ווי שווער עס איז אייך דאס צו טון, און פון די אנדערע זייט ליינט איר אזויפיל בריוו פון מוהרא"ש פון דאס גרויסקייט דערפון, און דורך תפילה וועט איר קומען צו א קלארקייט, איר  וועט וויסן וואס צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#43 - רעדט צו די קינדער פון דאס שיינקייט פון זיין איידל און ערליך
חיזוק פאר מיידלעך, לערערין, סקול, חינוך הילדים, מוסדות, שערן די האר, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בעט אייך זייער, לייגט אריין אין אונזערע תלמידות א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די תורה. היינט נאכט, ל"ג בעומר, איז זייער א גרויסער טאג, מען קען פועל'ן ישועות פאר זיך און פאר אנדערע.


רעדט צו די קינדער פון דאס שיינקייט און הייליגקייט פון זיין איידל און ערליך. רעדט צו זיי פון דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה, פון די ברכות וואס דער הייליגער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי האט מבטיח געווען פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ די האר; גוטע קינדער, ערליכע דורות, שלום בית, פרנסה און וואס נישט.


אז איר וועט מיר העלפן מיט די תלמידות פון בית פיגא - זאג איך אייך צו נחת ביי אייערע קינדער, און אויך פאר אלע פרויען וואס העלפן אין בית פיגא, וואס טוען פאר אונזערע טעכטער - וועלן זוכה זיין צו נחת ביי די קינדער.


ווען איר רעדט צו די קינדער און צו די ווייבלעך - זאלט איר רעדן אזוי ווי דער זוהר הקדוש רעדט, אלץ קודם 'וואויל זענען די וואס גייען אין די תורה וועג', און נאכדעם 'וויי איז פאר די וואס גייען נישט אין די תורה וועג; קודם אסאך אויסלויבן און אויסרומען דאס שיינקייט פון די תורה וועג.


 

#42 - די הדלקה זאל בלייבן ברענען און פלאקערן א גאנץ יאר
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שערן די האר, שבת ליכט, פרנסה, נחת, פתיחת הארון, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהר בחוקותי, י"ח אייר, ל"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד ... נרו יאיר


די הדלקה ברענט און פלאקערט, מען קען זיך נישט פארשטעלן די שמחה דא אין מירון. מען דארף אבער זען אז די פייער זאל זיך נישט פארלעשן, עס זאל בלייבן ברענען און פלאקערן א גאנץ יאר, מען דארף זיך פירן ווי דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי לערנט אונז; בעיקר די ווייבער דארפן גיין אנגעטון איידל און זיך אפשערן די האר, טון וואס רבי שמעון בר יוחאי האט אונז מגלה געווען, דאס גרויסקייט פון אידישע פרויען וואס פירן זיך איידל, וואס שערן זיך די האר נאך די חתונה; אז מען איז זוכה צו ערליכע דורות, מען איז זוכה צו מאכן רוען די שכינה אין שטוב, מען פארטרייבט די נישט גוטע, מען האט פרנסה.


מען דארף היינט אסאך בעטן פאר דעם, אז די שטוב זאל זיין א שיינע, ריינע, ערליכע שטוב. מען מוז גיסן תפילות; די פרוי ביי די ליכט ווען זי צינדט די שבת לעכט, און דער מאן ביי פתיחת הארון.


מען דארף בעטן אויף דעם יעדן טאג, מען קען זיך נישט דערמאנען ווען מען האט עלטערע קינדער, מען דארף בעטן אפילו מען האט נאכנישט חתונה געהאט: "רבונו של עולם, געב מיר הייליגע קינדער, קינדער וואס וועלן גיין אין די וועג פון די הייליגע צדיקים, טעכטער און שנירן וואס וועלן זיך אפשערן און צודעקן די קאפ אזוי ווי די צדיקים האבן אונז געלערנט". אזוי וועט די הדלקה ברענען א גאנץ יאר, די שמחה וועט ווערן שטערקער און שטערקער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.