בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#200 - ווארענען די מלמדים נישט צו שלאגן קינדער
מלמדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


דעם שבת זענען געקומען צו מיר עלטערן אז דער מלמד ... – שלאגט און פראסקעט די קינדער, איין טאטע זאגט מיר איך גיי אים געבן מכות, א צווייטער זאגט מיר איך וועל רופן די פאליציי.


וויל איך דיר בעטן נאכאמאל, רעד צו די מלמדים און ווארן זיי אויב וועט איינער אנרירן א קינד. מוהרא"ש האט שוין יארן צוריק געזאגט אז מלמדים וואס האבן לויזע הענט, זיי שלאגן, ציפן, שטופן, גראדזשען – זאלן גיין ארבעטן ביי די מיסט, ווארפן די מיסט קאסטענעס, זיך דארט אויסגעבן די נערווען (די איין זאך איז נאכנישט דא אין שטעטל). און אז מען דארף אמאל געבן א פעטשל קען דער מלמד דאס נישט טון, ער זאל מכבד זיין דעם מנהל.


איך בין געווען פינף יאר מלמד ביי די כתה ט', וואס געווענליך דארט גייט פעטש וכו', איך האב קיין איין מאל נישט געניצט מיינע הענט, נישט געווען אזא זאך שלאגן, (אויסער איין פאטש, וואס א קינד האט געשריבן אויפן טאוועל ניבול פה, א מעשה פאר זיך), און אז מען בעט דער מנהל צו שלאגן זאל דער מנהל זוכן איינעם מער חשוב צו שלאגן, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין נח:): "הסוטר לועו של ישראל כאילו סוטר לועו של שכינה", ווער עס שלאגט א איד איז דאס כאילו ער פאטשט דעם אייבערשטן כביכול אין זיין פנים, השם ישמרינו.


איך בעט דיר זייער זאלסט שטיין אויף דעם דאס זאל נישט פאסירן מער ביי אונז.

#199 - פיר די מוסד ווי מען דארף עס פירן
מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האב נישט מורא פון קיינעם, דו פיר די מוסד ווי מען דארף עס פירן, און אז עלטערן שרייען אויף דיר וכו' - זאלסטו זיך נישט לאזן צעברעכן, על מנת כן האב איך דיך אויפגענומען צו פירן מיינע מוסדות. איך האב געשריבן די משפחה אז זיי מוזן איבער בעטן, זיי קענען נישט אזוי רעדן צו די מנהל, און איך בעט דעם אייבערשטן זאל דיר געבן כח, און דער עיקר א גרויסע שכל - זיך נישט נעמען צום הארצן ווען איינער שרייט, נאר ווייטער טון וואס איז ריכטיג.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה י, ב) אויפן פסוק (ישעיה ו, ח): "וָאֶשְׁמַע אֶת קוֹל ה' אֹמֵר, אֶת מִי אֶשְׁלַח וּמִי יֵלֶךְ לָנוּ", ישעיהו הנביא האט געזאגט אז ער האט שפאצירט ביי זיך אין בית המדרש, און פלוצלונג הערט ער ווי דער אייבערשטער זאגט: "וועם זאל איך שיקן צו די אידן מיט א נבואה? איך האב זיי געשיקט דעם נביא עמוס - האבן די אידן חוזק געמאכט פון אים"; זיי האבן געזאגט: "קען דען זיין אז דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן עמוס צו זיין א נביא, ער האט דאך נישט קיין קלארע דיבור", אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן, פארוואס הייסט ער עמוס? ווייל ער איז געווען עָמוֹס בִּלְשׁוֹנוֹ, ער האט נישט געקענט רעדן קלאר; "האב איך זיי געשיקט א צווייטע נביא – מיכה, ער זאל זיי זאגן נביאות, האבן די אידן אים געשלאגן", אזוי ווי עס שטייט "בַּשֵּׁבֶט יַכּוּ עַל הַלְּחִי אֵת שֹׁפֵט יִשְׂרָאֵל"; "וועם קען איך שיקן צו די אידן?" האט ישעיהו הנביא געזאגט: "וָאֹמַר הִנְנִי שְׁלָחֵנִי", איך בין מסכים צו גיין, האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "בָּנַי טַרְחָנִים הֵם, סַרְבָּנִים הֵם, מְקַבֵּל אַתָּה עָלֶיךָ לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם?" מיינע קינדער זענען שווערע קינדער, זיי זענען ווידערשפעניגער, דו קענסט באשטיין צו זיין זייער נביא אפילו זיי וועלן דיר שלאגן און פארשעמען? האט ישעיהו הנביא געענטפערט: "עַל מְנַת כֵּן", האט אים דער אייבערשטער געזאגט: "וועסטו זיין מער ווי אלע נביאים".


זעט מען פון דעם, אז ווען איינער נעמט זיך אונטער צו העלפן דעם אייבערשטנ'ס קינדער, 'עַל מְנַת לִלְקוֹת וּלְהִתְבַּזּוֹת מֵהֶם', איז ער זוכה צו זייער גרויסע זאכן.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך און זיי ווייטער ממשיך צו פירן די הייליגע מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש וואס פירט זיך על טהרת הקודש - ביתר שאת וביתר עוז. זיי מחזק די מלמדים, די טיטשערס, די קינדער, די בחורים, אפשר מן השמים פירט מען אזוי, אז דו זאלסט שפירן א צעבראכנקייט, אזוי וועסטו טראכטן פון די מלמדים וואס זענען צעבראכן אויף פיץ-פיצלעך, און דו וועסט זיי מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - מ'פלאנצט איין, און ס'וואקסן אויף ערליכע אידישע דורות
טעלעפאן, ישיבה, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע די טעלעפאונס אין ישיבה וכו'; אויב די בחורים שפילן און שטערן ביים סדר הישיבה איז גוט זאלסט זיי ערשט זאגן דאס נישט צו טון, און זאג זיי אז אויב מען וועט שטערן די סדר הישיבה, די שיעורים וכו' - קען מען נישט האבן קיין טעלעפאן, און אז עס העלפט נאכאלץ נישט - וועסטו דאס אוועקנעמען, אזוי וועט די ישיבה נישט געשטערט ווערן.


ווער נישט שוואך און ווער נישט צעבראכן; זיין א ראש ישיבה, טון מיט בחורים - איז נישט קיין גרינגע זאך, מען דארף האבן אסאך סבלנות, און דער עיקר דארף מען גלייבן אז די ווערטער פון אמונה, פון קדושה ויראת שמים וואס מען רעדט צו די בחורים - איז א בחינה ווי פלאנצן זומען, מען זעט נישט ווי מען טוט אויף, עס איז בבחינת הלך ילך ובכה, אבער ביים סוף איז בא יבוא ברנה נושא אלמותיו, עס איז ברנה יקצורו, עס וואקסן אויף ערליכע אידישע דורות.


איך בעט דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#197 - עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר פרויען, כשרות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


 ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז אייער צניעות איז אזוי הייליג און טייער אין הימל, עס ברענגט ישועות סיי פאר ענק און סיי פאר די גאנצע וועלט, ווייל בזכות די פרויען וואס גייען אנגעטון איידל און באשיידן - ווערט די וועלט אפגעהיטן פון שלעכטס.


אויף אייער פראגע וואס צו טון ווען ענק גייען צו אייער שווער און מען געבט דארט פלייש וואס איז נישט למהדרין מן המהדרין וכו', וואס זאלן ענק טון; ענק קענען עסן ביי די עלטערן די פלייש וואס זיי געבן, אז די עלטערן זאלן נישט ווערן וויי געטון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#196 - א קינד האט אנגעהויבן רעדן מיט א 'ליספ'
חינוך הילדים, רעדן, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיינע טייערע, משפחת ... שיחיו


בנוגע דיין קליין טאכטער וואס האט אנגעהויבן רעדן מיט א ליס"פ, פון דעם וואס זי מאכט נאך א קינד פון איר כיתה; ענק ווילן וויסן וואס צו טון.


פון מוהרא"ש האב איך געלערנט אז די זאכן און אויך אלע אזעלכע ביי קינדער וכו', ווי מער מען מאכט פון דעם אן עסק – ווערט עס נאר מער פראבלאמאטיש, די עצה איז – זיך נישט צוטון מאכן, (מען קען אמאל זאגן עס איז שענער די וועג ווי דו רעדסט, מאך נישט נאך, אבער נישט מאכן קיין עסק, קיין אנגעצויגנקייט).


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע קינדער, תפילות פון עלטערן זענען די שטערקסטע זאך, עס איז משפיע אויף די קינדער הייליגקייט.

#195 - נישט ווערן פארקנעכטעט פאר די ארבעט
פרנסה, תכלית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די הייליגע חכמים זאגן (ספרי דברים טו, קנח) אויפן פסוק (דברים טו, יח): "'וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה', יָכוֹל יְהִי יוֹשֵׁב וּבָטֵל, תַּלְמוּד לוֹמַר בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", אז מען זאל טון פאר פרנסה, מען זאל נעמען אן ארבעט, אבער אויך האבן חכמינו זכרונם לברכה מתקן געווען מען זאל זאגן יעדן טאג די ברכה "שלא עשני עבד", איך דאנק דיך אייבערשטער אז איך בין נישט קיין קנעכט, מען דארף זיך היטן פון ווערן פארקנעכטעט.


איך שרייב דיר דאס ווייל שוין אריבער א האלבע זומער און פאריאר פלעג איך דיך זען אין שול לערנען און דאווענען, פלעגסט מיט האלטן די שיעורים, און די יאר, זייט דו האסט די נייע ארבעט – ביסטו ממש פארקנעכטעט; זאלסטו זיך מאכן א חשבון אויב עס לוינט דיר, און וואס און וויפיל געבט ער דיר דען... (עס זענען דא מענטשן אויסניצערס, זיי קענען איינרעדן גרויסע גליקן און טוען אויסקוועטשן די ארבעטערס געפערליך), געב אכטונג מען זאל דיך נישט אויסניצן.

#194 - גיין שלאפן גלייך נאך מעריב
עבודת השם, הדרכות, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש האט א וואונדערליכע סגולה אויף אויפשטיין פארטאגס, בדוק ומנוסה, מען זאל גיין שלאפן פרי; אז מען לייגט זיך פרי שטייט מען אויף פרי.


על כן בעט איך דיר, און איך זאג דיר, נאך מעריב זאלסטו מיט קיינעם נישט רעדן, נאך עלינו לשבח גיי אהיים. מיט דיין ווייב קענסטו רעדן, בלייב נישט אין שול, גיי נישט צו קיינעם, גיי שלאפן פרי.


(אויך ווינטער ווען די זמן מעריב איז פרי, זאלסטו נאך מעריב אהיים גיין און גיין שלאפן פרי, אזוי וועסטו אויפשטיין פרי, וועסט קענען לערנען, וועסט קענען זוכה זיין צו התבודדות, "הניעור בלילה", ווי דער רבי טייטשט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב), "הֲרֵי זֶה מִתְחַיֵּב בְנַפְשׁוֹ", וועסט ווערן נכלל אינעם אייבערשטן.


מאך פרייליך דיין ווייב, האסט א וואוילע פרוי, מאך איר פרייליך, געב איר גוטע ווערטער.

#193 - יעדע קינד זאל באקומען גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט
הדרכות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וואויל איז דיר אז די ביסט געווארן א מלמד ביי אונז אין תלמוד תורה פאר די טייערע קינדער שלא טעמו טעם חטא, וואס אויף זייער תורה שטייט די וועלט. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:), די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה פון תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא.


פארגעס נישט צו געבן אסאך גוטע וועטער פאר יעדן קינד, אמאל איז מען אזוי פארנומען מיט אוועק שטעלן די דרך ארץ וואס איז זייער וויכטיג, עס מוז זיין דרך ארץ, עס מוז זיין דיסציפלין, אבער אז מען איז פארנומען מיט דעם - פארגעסט מען צו געבן גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט פאר די קינדער, וואס דאס איז נאך מער וויכטיגער פון אלצדינג.


איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך אנצייכענען אין א ביכל, האלטן א חשבון - אז יעדע קינד זאל באקומען גוטע ווערטער מיט ווארעמקייט.


אויב מען דארף באשטראפן א קינד - זאלסטו דאס איבער געבן פארן מנהל, און אז דער מנהל דארף געבן א פאטש - זאל ער אויך זוכן איינעם וועם דאס איבערצוגעבן, ווייל דער רבי לערנט אונז אז מיט גוטן פועל'ט מען, און אז מען האט גע'פועל'ט מיט שלעכטן דארף מען וויסן אז מיט גוטן וואלט מען גיכער און שענער גע'פועל'ט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#192 - בלייב נישט אין גאס גאנצע נעכט
חברים, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ד תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דעם אייבערשטן אז מיינע ווערטער זאלן נאר אויפטון, נאר מחזק זיין, און נישט חס ושלום דערווייטערן.


דיין ווייב ווארט אויף דיר נאכט נאך נאכט, דיין ווייב וויל לעבן מיט דיר, זי וויל רעדן מיט דיר, בלייב נישט אין גאס גאנצע נעכט, לאז איר נישט אויסגיין וכו', האב שכל און פארברען נישט דיינע נעכט מיט אזוי גערופענע חברים. גיי אהיים צו איר, רעד מיט איר, זי איז דיר אזוי געטריי, זי דארף דיך, זי ווארט אויף דיר, זי איז דאך אן אשת חיל, קומט איר נישט צו זיין אליין נאכט נאך נאכט.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער גוט, ווייל איך וויל נישט מרחק זיין קיינעם, נאר מקרב זיין.

#191 - אויב איז דא הפקרות, זאל מען פארמאכן די קווארטיר
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש ארץ הקודש


בנוגע די קווארטיר, אז די בחורים גייען שלאפן שפעט און קומען שפעט, עס איז מיט הפקירות וכו'; אין אמעריקע האבן מיר געהאט די זעלבע מעשה און מיר האבן פארמאכט די קווארטיר, צוליב דעם וואס זיי זענען געגאנגען שפעט שלאפן און נישט געקומען אין ישיבה.


אויב ביי ענק איז אויך מעשה הפקר זאלסטו פארמאכן די קווארטיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#190 - זוך אויף אלע שעפעלעך וואס ווערן פארבלאנזשעט
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יישר כח פארן העלפן אין ישיבה מיט די בחורים זיי מחזק זיין מיט תורה ויראת שמים, אריינלייגן אין זיי אמונה און אמונת חכמים.


איך וויל דיר בעטן, אזוי ווי דו העלפסט מיר מחזק זיין מיט די בחורים אין ישיבה זאלסטו מיר העלפן מיט די בחורים, קינדער פון אנשי שלומינו וואס קומען נישט אן מער אין ישיבה, זיי אויפזוכן, זיי אנטקעגן גיין, זיי געבן ליבשאפט און ווארעמקייט, ווייל עס שנייט מיר אין הארץ ווען איך זע ווי קינדער פון אנשי שלומינו, ווי זיי קומען נישט, ווי קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי.


איך בעט דיר זייער, העלף מיר מיט דעם פרט, איך האב נישט די מעגליכקייט היינט דאס אליין צו טון. אנהויב ישיבה ווען איך האב נישט געהאט אויף מיר קיין ארבעט, נאר די ישיבה, בין איך זיי נאכגעגאנגען, זיי אויפגעזוכט, היינט ווען די קהילה וואקסט מוז איך האבן נאך אפאר אינגעלייט זאלן מיר העלפן מיט די ארבעט. בעט איך דיר, אנא רחם, האב רחמנות אויף זיי, זוך אויף אלע שעפעלעך וואס ווערן פארבלאנזשעט וכו'.


איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#189 - געדענק ווי אזוי דו ביסט געווען אלס קינד
תפילות אויף אידיש, ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון מוהרא"ש אז אנשי שלומינו ווען זיי ווערן עלטער, מען ווערט מער און מער ערנסטער - דארפן זיי רחמי שמים נישט אוועק צו שטופן די בני הנעורים, און ווער רעדט נאך ווען מען איז א מגיד שיעור, א מנהל, אדער מלמד - איז דאס נאך א גרעסערע סכנה, ווייל ווי מער ערנסטער מער ווערט - אלץ מער סכנה איז מען פאר בני הנעורים, מען זאל זיי נישט מרחק זיין און מחליש דעת זיין וכו'.


דעריבער בעט איך דיר זייער, היות דו ווערסט עלטער און מער ערנסטער, און דו ביסט א מלמד - זאלסטו יעדן אינדערפרי גיין א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן סבלנות צו יעדן תלמיד, דו זאלסט מקרב זיין יעדן תלמיד, פארגינען א גוט ווארט פאר יעדן תלמיד און פארגינען א שמייכל פאר יעדן תלמיד, והעיקר זאלסטו דערמאנען ביי התבודדות דיין התנהגות אלס קינד און אלס בחור, זאג: "רבונו של עולם, איך בין דאך געווען אזוי און אזוי, איז וואס פארברען איך יעצט מענטשן, איך וואלט דאך נישט געוואלט מען זאל מיך פארברענען, און אזוי ווי איך ווייס ביי מיר אז עכט אין מיין הארץ בין איך גוט און ווען איך האב געטון די אלע נארישקייטן בין איך נאכאלץ געווען גוט, און איך וואלט נישט געוואלט איינער זאל מיך פארשעמען און פארטרייבן פון צדיק, אזוי זאל איך קיינעם נישט מרחיק זיין און קיינעם נישט פארטרייבן פון צדיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#188 - א פרייליכע אטמאספער אין קלאס
שמחה, הדרכות, חיזוק פאר מלמדים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד בתלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געדענק און פארגעס נישט אז דער עיקר הצלחה ליגט אין דעם אויב דער מלמד מאכט א פרייליכע אטמאספער אין כיתה; אז עס איז דא א פרייליכע לופט זענען די הערצער אפן און מען איז מצליח מיט די לערנען און מיט זיי אויסלערנען מידות טובות און אזוי ווייטער, אויב אבער עס איז דא א בייסיגע לופט, אן אנגעצויגענע לופט, דער מלמד הערט נישט אויף שרייען און געבן מוסר - פארמאכן זיך די הערצער און די מוחות, און עס איז נישטא הצלחה.


אין אלע בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן וועגן די ישיבה שרייבט ער אלץ די זאך: "זע עס זאל זיין א פרייליכע לופט אין ישיבה, אזוי וועסטו מצליח זיין".


איך וויל זייער דו זאלסט זיך מיט נעמען די בריוו און דאס לייגן אין חדר ערגעץ צווישן דיינע זאכן, און דאס יעדן טאג איבער'חזר'ן, אז עס מוז זיין פרייליך, דו מוזט זיין פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#187 - האלט אז דו ביסט גוט, וועט דיין ווייב אויך זיין גוט צו דיר
שלום בית, הדרכות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


צעברעך זיך נישט, קלאפ זיך נישט אראפ, ביסט א גוטער מענטש, ביסט נישט אזוי שלעכט ווי דו האלסט אויף זיך.


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און דו האסט געוויינט אז דיין לעבן גייט דיר מטה מטה, אלעס איז נישט גוט; לדעתי איז דאס נישט דיין ווייב וואס טוט דיך אראפקלאפן, נישט זי איז דער פראבלעם, דו דארפסט גיין אביסל שפאצירן און אויסשמועסן מיטן אייבערשטן די געפיל וואס דו שפירסט, ווי דו ביסט א גארנישט, ווי דו ביסט א דורכפאל; דו דארפסט אנהויבן גלייבן אין דיר אליינס, גלייבן אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, גלייבן אז דו ביסט חשוב און טייער ביים אייבערשטן.


מאך זיך א קביעות צו לערנען פאר א שטיק צייט די תורה פון אזמרה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן רפ"ב), און זאג די תפילה אויף די תורה (ליקוטי תפילות, תפילה צ) - וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, דו וועסט אנהויבן שפירן ווי דו ביסט א גוטער מענטש, א וואוילער מענטש; איז במילא וועט דיין ווייב ווערן אויך גוט, דו וועסט זיין זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#186 - אין בית פיגא קענען נאר ארבעטן די וועלכע האבן א ריינע שטוב
צניעות, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


זייט מחזק די טיטשערס, דאס מערסטע חיזוק דארפן די וואס טוען מיט אנדערע. מוהרא"ש זאגט די ווערטער פון חכמינו זכרונם לברכה (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", דאס מיינט מען מלמדים און טיטשערס וואס זענען עוסק מיט אויפברענגען קינדער, זיי דארפן דאס מערסטע חיזוק.


איך וויל בעטן, אזוי ווי לעצטנס איז געווארן די סטייל מען גייט מיט לאנגע קליידער, וויל איך בעטן די לערערינס פון בית פיגא זאלן קומען אנגעטון - נישט לאנג און נישט קורץ, נישט נאכגיין די סטיילס, נאר זיין א ביישפיל פאר אונזערע קינדער וואס איז שיין פאר א אידישע פרוי. איך פארלאנג פון אלע טיטשערס זאלן קומען אין בית פיגא אנגעטון שיין און איידל, און איך בעט אויך ווען מען קומט נישט אין בית פיגא זאל מען גיין אנגעטון איידל און שיין.


אויך וויל איך נאכאמאל מחזק זיין אז אין די פיר ווענט פון בית פיגא קענען נאר ארבעטן טיטשערס וואס האבן א ריינע שטוב, זיי האבן נישט קיין טעלעפאן, ווידיאוס, מאוויס, סאושעל מידיע; די פיר ווענט פון בית פיגא איז הייליג, און איך וויל די שכינה הקדושה זאל בלייבן ביי אונז, און די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ לְהַצִּילְךָ וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ, וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ, וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר, וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ", איר זאלט זיך פירן הייליג, ווייל אויב איר וועט זיך נישט פירן בצניעות וועל איך אוועק גיין פון אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#185 - האלט קאפ אויף דריי זאכן, וועט דיין שטוב זיין א גן עדן
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל אז איך האב געשריגן אויף דיר ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב אין ירושלים, איך האב דיר נישט געוואלט פארשעמען, איך וויל דיר פשט ראטעווען דיין שטוב. איך וויל נישט דו זאלסט זיך חס ושלום גט'ן, דו האסט א שטוב מיט קינדער, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין צ:): "כָּל הַמְגָרֵשׁ אֶת אִשְׁתּוֹ", ווען מאן און ווייב גט'ן זיך, "אֲפִילוּ מִזְבֵּחַ מוֹרִיד דְּמָעוֹת", אפילו דער מזבח וויינט, און מוהרא"ש זכרונו לברכה פרעגט: "פארוואס וויינט דער מזבח? עס זענען דאך דא אסאך כלים אין בית המקדש, וואס עפעס כאפט ער אן די לשון אז דער מזבח וויינט?" זאגט מוהרא"ש, דער מזבח וויינט און זאגט: "מען איז שוין מקריב אויף מיר גענוג קרבנות, פארוואס פעלט אויס מען זאל ברענגען נאך קרבנות..."


מיין טייערער ליבער ברודער, ערווארט נישט דיין ווייב זאל דיר חשוב האלטן, ערווארט נישט דיין כבוד זאל קומען פון איר, דו טו דעם רצון השם, און אז די רצון השם איז רעדן שיין צו די ווייב און מיט כבוד - זאלסטו דאס טון אן קיין חשבונות, און אז זי רעדט צו דיר ווי א שקלאפטע - זאלסטו ווייטער רעדן מיט דרך ארץ און כבוד, ווייל דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב. אזוי ווי רבי נתן שרייבט (שיחות הר"ן, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה", איינער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן, "מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן", איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט, "וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


ליבער ברודער, קענסט נאך מאכן דיין שטוב, דיין לעבן - פאר א 'גן עדן', אז דו וועסט היטן די דריי זאכן: ערשטנס, 'נישט טשעפען', צווייטנס 'נישט טענה'ן' און דריטנס 'גוטע ווערטער'; האלט קאפ אויף די דריי זאכן, נישט פליקן, אדער לאכן פון איר, און נישט טענה'ן, לאז דיין ווייב זיין גערעכט, דער רבי זאגט קלאר (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב), מען זאל זיך נישט טענה'ן מיט די ווייב, און מען זאל איר אלץ געבן די לעצטע ווארט, און איר געבן גערעכט.


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים, זיי זענען אזוי צעבראכן, זיי ווארטן אויף א גוט ווארט, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#184 - לערנען מיט די בחורים צו זיין נאנט צום אייבערשטן
ישיבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


עס איז שפעט ביינאכט, איך בין זייער אפגעמאטערט פון מיין נסיעה קיין ארץ ישראל, איך בין נאך כמעט נישט געשלאפן פון שבת, דאך שפיר איך אז איך מוז דיר שרייבן פון אונזער ישיבה אין ירושלים.


איך בין היינט געווען מיט די בחורים, פארברענגט מיט זיי, זיך מער באקאנט געמאכט אינאיינעם מיט זייער מגיד שיעור ר' משה שמואל נרו יאיר, איך וויל דיר זאגן, די ישיבה איז שענער ווי אונזער ישיבה אין אמעריקע, די בחורים זענען איידל, איינס ביי איינס, פיל מיט גוטע מידות און יראת שמים, זיי האבן זייער א שטארקע געפיל צום מגיד שיעור, זיי האבן א שטארקע דרך ארץ און פאלגן.


איך האלט עס איז גוט דו זאלסט מיט אים רעדן, בבחינת ומקבלין דין מן דין, דו קענסט פון אים הערן ווי, ווען און ווי אזוי צו רעדן מיט דיינע תלמידים, און אויך ער קען פון דיר הערן, און אז מען וועט ארבעטן אינאיינעם קען מען זייער פיל אויפטון, מען קען אויפבויען א הייליגע מיליטער פארן אייבערשטן און פאר די תורה, דורך לערנען מיט די בחורים 'לכתחילה אריבער', זיין נאנט צום אייבערשטן, רעדן צום אייבערשטן, און די זיסע האניג'דיגע סדר דרך הלימוד פון לערנען די הייליגע תורה, אפילו נאר זאגן די ווערטער אן פארשטיין, און יראת שמים, קדושת הברית און מידות טובות.


פון דיין ראש ישיבה וואס ליבט דיך.

#183 - מיט קלוגשאפט קען מען מאכן דעם מאן צופרידן
שלום בית, הדרכות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף קום איך קיין ארץ ישראל אויף ל"ג בעומר, איז גוט איר זאלט פרעגן אייער מאן אויב ער וויל קומען שמועסן מיט מיר, אזוי וועל איך אים קענען מחזק זיין.


עס איז וויכטיג צו וויסן אז מען קען איבערדרייען א מאן זייער גרינג דורכדעם וואס מען קוקט גוט אויף אים און מען איז אים דן לכף זכות, נאר דער פראבלעם איז, אז דער שטן פארשטעלט זיך ווי א פרומער, און די פרוי כאפט נישט אז אין איר איז יעצט דא די 'פרומע שטן', און זי אליין מאכט זיך חרוב איר שטוב.


א קלוגע פרוי וועט אכטונג געבן קיינמאל נישט ארויסווייזן פאר איר מאן אז זי איז מער קלוג אדער מער ערליך, זי וועט מיט חכמה זיך פארשטעלן ווי זי טוט דאס צוליב דאס, און זי מאכט אזוי צוליב יענץ, אבער נישט זיך ארויסשטעלן פארן מאן ווי זי איז די קלוגע און ערליכע, און ער איז דער בטלן און נישט ערליכער. די תורה זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים", א קלוגע פרוי, "בָּנְתָה בֵיתָהּ", בויט אויף איר שטוב, "וְאִוֶּלֶת", און א נארישע פרוי, "בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ", מיט אירע הענט טוט זי איינווארפן איר שטוב.


אפילו עס וועט אייך אויסקומען צו גיין מיט אייער מאן צו א רב רעדן און שמועסן ווי אזוי זיך צו פירן, זאלט איר זיין קלוג און פארשטעלן די שאלה אויף זיך, נישט אויפן מאן. צום ביישפיל, א פרוי וואס איר מאן מוטשעט איר צו גיין אנגעטון פריצות'דיג און זי וויל נישט, וועט זי פרעגן ביים רב אינאיינעם מיט איר מאן אויף זיך, 'מעג איך גיין אזוי און אזוי?' אזוי געבט זי אכטונג אז איר מאן זאל זאל נישט ווערן פארשעמט, און ממילא וועלן זיי טון נאר וואס די תורה זאגט, אבער א נארישע פרוי וועט קומען און זיך אהערשטעלן ווי די גרעסטע צדיקת, און אראפמאלן איר מאן ווי א פארברעכער, איז וואס קען מען ערווארטן דא זאל זיין.


מיט אייער קלוגשאפט קענט איר מאכן אייער מאן זאט און צופרידן, און איר וועט בלייבן אנגעטון איידל און ערליך. חכמינו זכרונם לברכה (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר פרויען מער קלוגשאפט ווי פארן מאן.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#182 - זיצן איין מאל א וואך מיט אלע איינגעשטעלטע
מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת צו, י"א ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב ליבערטי


איך וויל דו זאלסט מאכן באופן קבוע, איין מאל א וואך אדער איין מאל אין צוויי וואכן - א צאמקום פאר די באס דרייווערס. מיט די מלמדים טוסטו דאס שוין, און דאס איז די הצלחה דיינע, יעצט דארפסטו דאס טון מיט די דרייווערס, און אזוי אויך אלע וואס האבן נאר א שייכות צו די חינוך פון די קינדער, ווייל איך וויל זייער אז די טרענספארטעישן זאל זיין אונטער די השגחה און הדרכה פון דיר, פארשטייט זיך אז טעכניש, די סדר, און ווער עס זאל דרייווען- דאס וועט דער מענעדזשער מסדר זיין, אבער די צוגאנג צו די קינדער און צו די עלטערן - זאל גיין דורך דיר.


דער עיקר דארף מען אויסהערן יעדן דרייווער, און אויב איז דאס זאכן וואס מען קען פאררעכטן - דארף מען פאררעכטן, אבער רוב מאל איז דאס א געפיל זאך, דער מענטש זאל שפירן ווי איינער ווייסט וואס ער גייט אריבער און וואס פאסירט.


אז דו וועסט זיצן איין מאל א וואך מיט אלע איינגעשטעלטע, זיי אויסהערן, וועט די מוסד בלייבן ווארעם און געפיליש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#181 - אמאל קען רעדן מער ערגער מאכן ווי אויפטון
שערן די האר, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת צו, י' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


רעד נישט קיין ווארט מיט דיין ווייב פון זיך אפשערן די האר, ווייל מען קען אמאל מער ערגער מאכן ווי אויפטון. דו זאלסט איר אלץ לויבן אז זי איז א גוטע און אן איידעלע, און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מאכן די נס אז דיין ווייב זאל זיך אפשערן איר האר פון איר אייגענע ווילן.


איך דערמאן זיך א שיינע ווארט, חכמינו זכרונם לברכה (עירובין ק:) רעכענען אויס די צען קללות וואס מען האט געגעבן פאר חוה ביים עסן פון די עץ הדעת, און די גמרא זאגט: "במתניתא תנא, מגדלת שער כלילית", אז דער תנא פון די ברייתא לייגט צו נאך דריי קללות, אז א פרוי האט האר ווי די שדים, "ויושבת וכו', ונעשית וכו'"; פרעגט די גמרא, און פארוואס די ערשטע תנא רעכנט נישט אויס די דריי קללות? זאגט די גמרא: "שבח הוא לה", דער תנא האלט עס איז נישט קיין קללה, און רש"י רעדט נאר פון די אנדערע צוויי וואס די שבח איז, פרעגן די מפרשים פארוואס זאגט נישט רש"י וואס איז די שבח פון "ומגדלת שעיר כלילית"? די מהרש"א זאגט אז דאס איז שוין אין די קללה פון "עטופה כאבל", עיין שם. איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד, די ערשטע שיטה האלט, ווער בעט דיך צו האבן די קללה? אז מען שערט זיך אפ די האר איז אויס קללה, ודברי פי חכם חן.


ברענג אהיים יעדע וואך פאר דיין ווייב די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה, אז מען וועט ליינען ביי דיר אין שטוב די קונטרסים וועט דיין ווייב און דיין שטוב זיך פירן מיט די וועג פון צדיקים, און גיין אין די וועג וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#180 - די היינטיגע דור דארף איין זאך, ליבשאפט און ווארעמקייט
צניעות, חינוך הילדים, גניבה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב הנאה צו הערן ווי איר געבט זיך איבער פאר די קינדער.


בנוגע די מיידל וואס גנב'עט, און וואס מען טוט אלץ מיט איר העלפט עס נישט; איר שרייבט איר האט רחמנות אויפן קינד, ריכטיג איז איר זאלט רופן די טאטע און דערציילן, ווייל אויב מען שטעלט דאס נישט אפ ווען מען איז יונג - קען דאס זיין זייער געפערליך שפעטער.


איר דארפט רעדן צו די מנהלת און איר קענט איר ווייזן די בריוו און זיך דורכרעדן ווי אזוי דאס איינצומעלדן פאר די עלטערן, ווייל אויב מען וועט דאס לאזן לויפן חס ושלום, מען וועט נישט טון פאר דעם, וואס וועט זיין ווען די מיידל וועט ווערן עלטער.


דער עיקר זאלט איר אריינברענגען אין די תלמידות א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו די מצוות, צו איידלקייט, צו גיין מיט שיינע קליידער נישט קיין קורצע, צו גיין מיט שיינע קאלירן נישט קיין פראסטע, צו גיין פארמאכט נישט אויסגעשניטן, און מיט ערמל ביז די ביין, ווייל די היינטיגע דור דארף איין זאך: "ליבשאפט און ווארעמקייט", און אז מען ווייזט זיי אז ליבשאפט און ווארעמקייט איז אין די תורה - וועלן אלע זיין ערליך און איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#179 - לויף נישט אוועק אויף פסח
הדרכות, פסח

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעצט ווען דו מאכסט דיינע פלענער אויף יום טוב פסח, געדענק אז פסח עסט מען נאר אין שטוב, אדער ביי די עלטערן אדער ביי זיידעס, מען מישט זיך נישט פסח מיט קיינעם, און מען גייט נישט אין האטעלס וכו'.


לויף נישט אוועק פון פסח'דיג מאכן, לויף נישט אוועק פון אויסרוימען די חמץ, היינטיגע צייטן איז עס נישט שווער, אמאל האט מען געניצט די חמץ'דיגע כלים פאר פסח, האט מען דאס געדארפט אויסקראצן און אויסרייבן און כשר'ן, דאס איז א שווערע ארבעט. היינט האט יעדער פסח'דיגע כלים, איז דאס איינרישן דעם יום טוב נישט אזוי שווער.


לויף נישט אוועק פון שטוב, בלייב אין שטוב אויף יום טוב, אדער ביי דיינע עלטערן אדער ווייב'ס עלטערן, און בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו א פרייליכע יום טוב און צו די הייליגקייט פון יום טוב; ווי מער מען בעט אויף שפירן א טעם אין די מצוות, שפירן די הייליגקייט פון די מצוות - איז מען זוכה אנצוקומען צו דעם.


פסח זיצט מען די גאנצע משפחה אינאיינעם, אזוי ווי מען פלעגט עסן אינאיינעם די 'קרבן פסח' - וואס מען האט געגעסן אינאיינעם מיט די משפחה.


ביים הייליגן רבי'ן האט קיינער נישט מיט געגעסן ליל הסדר, דער רבי האט געגעסן נאר מיט זיין משפחה. איינמאל האט רבי נתן געדארפט עפעס נעמען פון א צימער, איז ער אריבער די שטוב וואו דער רבי איז געווען, און ער האט געזען דעם רבי'ן זיצן מיטן קיטל און מיט א טלית און די פנים איז אים געווען רויט פון דביקות און התלהבות, רבי נתן האט זיך זייער מחי' געווען מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#178 - זי שפירט זיך ווי א שמאטע
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


דיין ווייב האט איבערגעלאזט א הודעה אז עס איז איר זייער שווער, זי שפירט זיך ווי א שמאטע, זי שפירט זיך ווי זי איז גארנישט ווערד.


ווי איך פארשטיי פון אירע ווערטער איז זי זייער איבערגעשטרענגט און נישט פרייליך. וויל איך דיר בעטן דו זאלסט איר שטארקן, זאלסט מאכן צייט פאר איר, רעדן מיט איר, און איר פרייליך מאכן. דער עיקר זאלסטו איר אויסהערן, און אז זי שרייט דיך אן - זאלסטו דאס נישט נעמען פערזענליך, זאלסט איר איבערבעטן, און נישט אויפווייזן אז דו ביסט גערעכט, זאלסט איר געבן גערעכט, חס ושלום טענה'ען, חס ושלום אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, נאר געב גוטע ווערטער, און בעט דעם אייבערשטן עס זאל זיין שמחה אין שטוב און שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#177 - האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם
בית המדרש, הדרכות, גבאי, מוצאי שבת קודש

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, אלעד


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.


אויך הער איך זייער גוטע גריסן פון דיין גבאות ביי אונז אין שול אין אלעד, ווי מען פירט זיך מיט דרך ארץ.


איך וויל דו זאלסט האלטן ביי אונז אין שול די זמן רבינו תם, צוויי און זיבעציג מינוט נאכן שקיעה. מען קען דאווענען מעריב מוצאי שבת אפאר מינוט פריער, אבער נישט ענדיגן פריער מעריב כדאי עס זאל נישט ארויסקומען קיין חשש חילול שבת, און אויך פורים זאלן ענק ליינען די מגילה ביים רבינו תם זמן, און אויך זאלסטו ווייזן די בריוו פאר די גבאים פון אונזערע שולן היכל הקודש בארץ הקודש ירושלים, בני ברק, טבריה, צפת, יבנאל, בית שמש, ברכפלד; מען זאל נישט מזלזל זיין אין די זמן פון רבינו תם, אזוי ווי די הלכה איז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#176 - האבן סבלנות צו די עלטערן פון די תלמידות
הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איך וויל אייך זייער בעטן, אזוי ווי איר האט סבלנות צו אייערע תלמידות און איר געדענקט אז מיידלעך זענען נישט שלעכט, מיידלעך ווייסן נישט, און מען דארף זיי לערנען ווי זיך צו פירן, און אפילו נאכן לערנען דארף מען נאכאמאל איבערזאגן, און נאכן איבערזאגן דארף מען פון פריש איבערזאגן, און לערנען ביז מען דערהערט וואס מען לערנט זיי.


אזוי וויל איך אייך בעטן - איר זאלט קוקן אויף די מאמעס פון די תלמידות; איר זאלט וויסן און געדענקען אז נישט אלע מאמעס ווייסן ווי אזוי צו זיין א מאמע און ווי אזוי מען דארף מחנך זיין, און אז מען רופט אייך אן מיט טענות און מען זאגט די טענות ווען די קינדער הערן דאס - זאלט איר דאס נישט נעמען צום הארצן, נאר אויסהערן, און ממה נפשך; אויב איז דאס וואס מען דארף פאררעכטן - זאלט איר זאגן: "יישר כח, איך וועל פאררעכטן", און אויב איז דאס נישט וואס מען דארף פאררעכטן, זאלט איר אויך זאגן: "יישר כח", און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן האבן נאר גוטס און אלע גזירות זאלן בטל ווערן.


ווען מען באקומט א בזיון איז דאס א ספעציעלע צייט צו פועל'ן ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.