בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#125 - שלא עשני אשה, ש'כח אייבערשטער איך לערן תורה
חינוך הילדים, מוסדות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


דו פרעגסט וואס זאל מען זינגען מיט די קליינע קינדער נאך די ברכה פון 'שלא עשני אשה'? ווייל ביי 'שלא עשני גוי' זינגט מען נאך די ברכה: "שכוח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי", איז וואס זאל מען זינגען ביים טייטשן 'שלא עשני אשה'? זינג: "שכוח אייבערשטער איך לערן תורה", ווייל דאס איז די פשט פון די ברכה, אז מיר דארפן לערנען תורה.


געדענק וואס די פליכט פון א מנהל איז, האבן שייכות מיט יעדן מלמד, געבן גוטע ווערטער און זיך אינטערעסירן וואס מען לערנט און אויף די יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#124 - עטליכע פונקטן פאר די הצלחה פון די קינדער צום נייעם לערן יאר
צניעות, חינוך הילדים, רעדן, הדרכות, היטן די צייט, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קומענדיגע וואך מאנטאג הויבן מיר אן נאך א יאר בית פיגא שולע, עס איז אויסגעשטעלט ביי רוב מוסדות אז די מיידל שולע הויבט זיך אן חודש אלול, און חדר פאר די אינגלעך הויבט מען אן - די נייע יאר - אסרו חג סוכות.


די שענסטע זאך ביי אונז אין די קהילה איז די מוסדות; א תלמוד תורה מיט א מיידל סקול וואס מען לערנט מיט די קינדער אמונה, קדושה וצניעות, מען געבט אכטונג אויף יעדן קינד אים אויפצובויען און אים חס וחלילה נישט צעקלאפן.


איך וויל דיר שרייבן אפאר זאכן אז מיר זאלן מצליח זיין די יאר מיט דיינע קינדער. מיר דארפן דיין הילף, הצלחה קען נאר זיין אז דו און דיין שטוב וועלן ארבעטן אינאיינעם מיט די מוסד. הדבר הראשון זאלסט זען צו לייגן דיינע קינדער שלאפן צייטליך, זיי זאלן קענען קומען צייטליך; שלעפ נישט ארום דיינע קינדער ביינאכט צו שמחות און צו פארטיס, זע די שטוב זאל זיין מסודר.


צווייטנס, האלט זיך נישט צוריק פון אויפהייבן א טעלעפאן און רופן דער מנהל און מנהלת, דורכשמועסן זאכן וואס מען קען בעסער מאכן, און זיכער אויב עס איז זאכן וואס מען דארף פאררעכטן; יעדע פינטל, יעדע נארישקייט - זאלסטו רופן און זאגן, אפילו עס האט נישט מיט דיינע קינדער, אזוי ווי די ווארט גייט: "אז דו זעסט עפעס - זאג עפעס".


עס טוט וויי פאר מיר, פארן מנהל און פאר די מנהלת - ווען מען הערט צוריק זאכן בשם די עלטערן און בשם יענע עלטערן - אז דאס שטערט, און דאס איז נישט גוט, און אז דאס איז אן עוולה וכו' וכו'; פארוואס זאל מען נישט אדורכשמועסן אדער מיטן מנהל אדער מיט די מנהלת אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל נרו יאיר, און אז עס איז א זאך פון סקול און מען האט עפעס אויף די מנהלת - קען מען אויך רופן דעם מנהל, און אז עס איז א זאך פון חדר וואס מען האט עפעס אויפן מנהל - קען מען רעדן מיט די מנהלת, אדער מיט דער אדמיניסטראטאר רפאל.


טו אן דיינע טעכטער איידל, נישט נאר ווען זיי קומען אין סקול, נאר אפילו אין שטוב, און אפילו אין די טעג וואס מען גייט נישט אין בית פיגא - טו זיי אן איידל, זאג נישט 'זיי זענען יונג, עס מאכט נישט אויס'; וואס וועסטו קענען טון ווען זיי וועלן עלטער ווערן און זיך אנטון פראסט, קיינער וועט נישט האבן קיין השפעה אויף זיי, וואס האסטו מורא אז דיין טאכטער וועט גיין אנגעטון מיט א קלייד וואס גייט נאך די קניען און נישט אויסגעשניטן, איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ..., לאמיר ארבעטן אינאיינעם, וועסטו זען שיינע פירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#123 - די הערליכע גליון, "טעראפי"; הילף פאר גייסטישע פראבלעמען
הדרכות, גליון, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געזען די הערליכע גליון וואס דו מאכסט, די נייע גליון: "טעראפי", עס איז הפלא ופלא, צאמגענומען עצות פון הייליגן רבי'ן אויף אלע גייסטישע פראבלעמען וואס מענטשן ליידן השם ירחם. דער גליון וועט אסאך אויפטון, ווייל מענטשן זענען הונגעריג און מען זוכט טעראפי צו ווערן געהאלפן, און מיטן רבינ'ס עצות ווערט מען אויסגעהיילט, דעם רבינ'ס עצות איז די בעסטע און שטערקסטע טעראפי.


עס איז כדאי זאלסט לייגן ערשט די קלענערע תשובות און צווייט די לענגערע תשובות, ווייל די מח פון מענטשן זענען זייער איבערגעשטרענגט, און אז מען זעט א לאנגע תשובה - ווערט מען נאך מער איבערגעשטרענגט.


אויך האב איך נאך זאכן וואס מען קען שענער מאכן, ביטע זיך פארבינדן מיט מיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - די קינדער זאגן, ווילן, וויינען און שרייען; מיינט נישט מ'דארף אזוי טון
חינוך הילדים, מדות טובות, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווער פירט דיין שטוב - דו אדער דיינע קינדער? מען פרעגט נישט קינדער אויב זיי ווילן דאווענען, אויב זיי ווילן גיין אנגעטון איידל; קינדער טוען וואס די עלטערן זאגן, עלטערן דארפן זיין שטארק ווי אזוי מען פירט די שטוב, און נישט וואס די קינדער זאגן, ווילן, וויינען און שרייען - מיינט אז מען דארף אזוי טון.


זיי נישט פארנומען מיט זאגן מוסר פאר דעם און יענעם, ווען דו אליין דארפסט נאך אליין פאררעכטן וכו' וכו', מוהרא"ש זאגט, ביי אנשי שלומינו האט מען זיך געזארגט אויף די אייגענע רוחניות און אויף יענעמ'ס גשמיות, נישט אויף די אייגענע גשמיות און אויף יענעמ'ס רוחניות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית לא.), ווען מען האט געזוכט שידוכים, אלע האבן געוואלט מען זאל זיי נעמען פאר שידוכים, "מכוערות שבהם מה היו אומרות" די מיאוס'ע האבן געזאגט: "קחו מקחכם לשום שמים", קוקט נישט אויף יחוס, קוקט נישט אויף געלט, נעמט אונז פאר כלות לשם שמים, "ובלבד שתעטרונו בזהובים", און ענק זאלן אונז געבן גאלדענע צירונג; שטייט פון צדיקים, וואס רופט מען זיי אן מיט אזא מיאוס'ע טיטל 'מכוערות' די מיאוס'ע? ווייל דער וואס איז פארנומען זאגן יענעם מוסר ווען זיין קאפ ליגט אים אין געלט, יענעם זאגט מען 'האב אינזין לשם שמים' און תוך כדי דיבור בעטן זיי גאלדענע צירונג - די זענען מיאוס'ע, ודו"ק.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אויסארבעטן דיינע מידות, נישט זען שלעכטס ביי אנדערע, נאר זען גוטס ביי אלעמען. מיט תפילה קען מען ווערן א גרויסער צדיק, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד) ער האט זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות נאר ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן, און אז מיר וועלן דאס טון וועלן מיר אויך ווערן צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#121 - נאר ביים אראפבייגן צום וואסער, וועט עס צוריק שפיגלען
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיך זייער, שמייכל און רעד שיין אין שטוב, וועט דיין ווייב אויך צו דיר שמייכלען און רעדן שיין און ווייך. שלמה המלך זאגט (משלי כז, יט): "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים", אזוי ווי ווען מען קוקט אין וואסער שפיגלט מען זיך דערין - ווען מען שמייכלט זעט מען א שמייכל און ווען מען איז זויער זעט מען א זויערע בילד, "כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", אזוי אויך ווען מען שמייכלט צו א צווייטן וועט יענער צוריק שמייכלען, און ווען מען רעדט שיין - וועט יענער אויך שיין רעדן.


אבער אז מען טראכט אריין זעט מען אז נאר ווען מען וועט גיין צו א וואסער און מען וועט זיך אראפבייגן צום וואסער - נאר דעמאלט וועט די וואסער צוריק שפיגלען, דאס לערנט אונז שלמה המלך: "כַּמַּיִם הַפָּנִים לַפָּנִים, כֵּן לֵב הָאָדָם לָאָדָם", בייג זיך איין צו א צווייטן, ווייז הכנעה, זיי נישט אזוי בא'גדול'ט, דעמאלט וועט יענער צוריק שמייכלען; בייג זיך איין אין שטוב, בייג זיך אראפ, "גָּחִין וְתִּלְחוֹשׁ לָהּ", זאגן אונז די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט:), בייג זיך אראפ צו איר - וועט זיין שלום אין שטוב.


ווען עס קומט 'במילי דעלמא', שטוב זאכן, וועלטליכע זאכן - זאלסטו איר אויסהערן, אזוי וועסטו קענען דינען דעם אייבערשטן – 'במילי דשמיא', והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - נישט קיין סתירה צו פארלאנגען צניעות און געבן ליבשאפט
צניעות, קדושה, מוסדות, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין סתירה פארלאנגען צניעות און געבן ליבשאפט, מען דארף ביידע אינאיינעם; סיי געבן גוטע ווערטער און סיי פארלאנגען צו גיין אנגעטון איידל.


די צעבראכענע תלמידות וואס קומען ארבעטן אין סקול דארף מען פון איין זייט זאגן קלאר ווי אזוי א אידישע טאכטער גייט אנגעטון, און נאר אז מען איז איידל קען מען אריינקומען אין די פיר ווענט פון בית פיגא, חס וחלילה אז עס וועלן קומען אידישע טעכטער אויסגעשניטן אדער מיט דורכזיכטיגע שטרומפ, קורץ, אויסגעפאסט; וועט די שכינה אוועק גיין פון בית פיגא, מען דארף שטיין אויף דעם אן קיין אויסנאם, אבער אין די זעלבע צייט דארף מען זיי באגיסן מיט ווארעמע ליבליכע ווערטער, זיי אויפהייבן און אויסלויבן, און זיי זאגן אז דער אייבערשטער האט זיי יא ליב; ווייל נאר מיט ליבשאפט קען מען אויסהיילן נשמות ישראל.


בנוגע רעדן פון קדושה וכו'; ענדערש רעדן באזונדער אין יעדע קלאס ווי איידער רעדן פאר אלע קינדער אינאיינעם. די זאכן דארף מען רעדן לויט די יארגאנג; ביי די יונגערע רעדט מען לויט זייער פארשטאנד, און ביי די עלטערע דארף מען שוין רעדן מער קלארער וכו'.


נאך א זאך, עס איז וויכטיג צו רעדן פון קדושה וטהרה מפעם לפעם, מען קען נישט יוצא זיין מיט איין מאל רעדן, מען דארף כסדר רעדן צו זיי פון זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע פריינדשאפט, מען דארף רעדן פון נישט גיין איבערנעכטיגן מיט חבר'טעס, און אויב עס מאכט זיך אן אויסנאם, מען מוז יא גיין - דארף מען שלאפן מיט יראת שמים, יעדער שלאפט אין זייער בעט וכו' וכו'.


די וויכטיגסטע זאך פאר א מנהלת איז, האבן א פערזענליכע קשר מיט יעדע ארבעטער אין סקול; אנגעהויבן מיט די טיטשערס, סעקרעטעריס, העלפערס און באס טיטשערס; מען מוז יעדע וואך האבן גערעדט מיט יעדן איינעם באזונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - אויב האסטו אים ליב, זיי אים מחזק אויפצושטיין צייטליך
הדרכות, גבאי

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זארגן פאר א חבר ער זאל אויפשטיין אין צייט, גיין דאווענען און ברענגען פרנסה - דאס מיינט נישט זיך זארגן פאר יענעמ'ס רוחניות; דאס איז מען מחויב צו טון, דאס מיינט א געטרייער חבר, דאס איז די גרעסטע צדקה וחסד וואס מען קען טון מיט א חבר.


ווי קענסטו שטיין אין דער זייט און שווייגן ווען דיין נאנטער חבר שלאפט אריין אין טאג אריין, ברענגט נישט קיין פרנסה און לעבט מיט הפקירות וכו'? פארוואס רעדסטו נישט מיט אים? ווי קענסטו זאגן דו האסט אים ליב, דעריבער זאגסטו אים גארנישט? ווי קענסטו זאגן: "איך מיש זיך נישט אין יענעמ'ס רוחניות"?


מיש נישט קיין יוצרות, א גבאי איז נישט געמאכט אריינצוקוקן אין יענעמ'ס סידור זען צו יענער דאווענט אדער יענער דרימלט, א גבאי איז נישט געמאכט צו קוקן ווער עס שאקלט זיך ביים דאווענען און ווער עס קלאצט; אויף דעם איז געזאגט געווארן 'זארג נישט אויף יענעמ'ס רוחניות', אבער אז א מתפלל ביי דיר אין בית המדרש קומט טאג איין טאג אויס נאכמיטאג לייגן טלית און תפילין, די ווייב שטייט אויף אינדערפרי, לויפט ארבעטן, און דער אינגערמאן שלאפט אריין אין טאג אריין, טוט נישט גארנישט מיטן טאג; אויב האסטו אים ליב - דארפסטו רעדן מיט אים און אים מחזק זיין ער זאל אויפשטיין אין צייט, גיין אין שול דאווענען מיט מנין, און טון עפעס פאר פרנסה.


איך האף דו וועסט זיין א מבין דבר מתוך דבר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון אונזערע גליונות
הדרכות, גליון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ג' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך וויל דיר בעטן זאלסט מגיה זיין אלע גליונות, בפרט די גליונות וואס מען געבט ארויס פון שמועסן וכו', עס זאל נישט זיין קיין שמועסן וואס קען וויי טון מענטשן, מען דארף זייער אכטונג געבן עס זאל נישט שטיין זאכן קעגן קהילות בישראל און אויך נישט אויף יחידים; זאלסט זייער זייער אכטונג געבן אויף דעם פרט.


די וועלט זאגט: "נישט אלעס וואס מען טראכט - זאגט מען, נישט אלעס וואס מען זאגט - שרייבט מען און נישט אלעס וואס מען שרייבט - דרוקט מען", און אפילו ביי מוהרא"ש וואס האט געזאגט: "איך טו אנדערש פון וואס די וועלט זאגט, וואס איך טראכט - זאג איך, וואס איך זאג - שרייב איך און וואס איך שרייב - דרוק איך און איך פארפלייץ עס" - איז געווען קלארע אנווייזונגען פון מוהרא"ש נישט אלעס צו דערציילן און נישט אלעס צו דרוקן; איך אליין האב באקומען פסקים פארן דרוקן געוויסע זאכן פון מוהרא"ש.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול פון אונזערע גליונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - ווי אזוי רעאגירט מען ווען דער מאן פארלירט זיך
שלום בית, הדרכות, ביטול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען איר רעדט צו די יונגע ווייבלעך זאלט איר רעדן פון דרך ארץ אין שטוב, ווי אזוי מען רעדט צום מאן, ווי אזוי מען רעאגירט ווען דער מאן פארלירט זיך, נישט צו ענטפערן, ווי אזוי זיך צו האלטן רואיג, פון דעם זאלט איר אסאך רעדן; ווייל מוהרא"ש זאגט, א שאד מען לערנט נישט אויס די פרויען ווי אזוי זיך אומצוגיין ווען דער מאן פארלירט זיך און שרייט וכו'; וואלט א פרוי זיך איינגעהאלטן און נישט צוריק געשריגן ווען דער מאן פארלירט זיך און ער שרייט - קען זי אנקומען צו די העכסטע מדריגה, און אפילו זי דארף תשובה טון אויף אירע יונגע יארן וכו' וכו'.


רעדט מיט די יונגע ווייבלעך זאלן זיך מבטל זיין צום אייבערשטן; גארנישט וועלן, גארנישט דארפן, נאר איין זאך, טון רצון השם; נישטא העכערס פון זיך מבטל זיין צום אייבערשטן, דאס איז די העכסטע פלאץ צו וואס מען קען נאר צוקומען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - העלפן דעם מאן מיט זעלבסטזיכערקייט
תודה והודאה, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"ג תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך דארף אייך נישט דערציילן וואס אייער מאן איז אריבער אין לעבן פון זיין טאטע, ווי ער האט אים גע'הרג'עט גייסטיש רחמנא לצלן, ער האט אים אויסגעריסן זיין מח, השם ישמרינו; איר ווייסט דאס בעסער פון מיר, ווי אייער מאן מוטשעט זיך מיטן האבן זעלבסטזיכערקייט, און דאס מאכט אים נישט קענען זיין דער וואס געבט וכו', דער וואס הויבט אן וכו', און אז איר פרעגט אים וכו' און איר הייבט אן וכו', און ער ענטפערט: "איך ביך מסכים נאר אויב דו ווילסט זייער שטארק" – זאלט איר דאס איבערטייטשן אין אידיש, דאס מיינט: איך וויל זייער שטארק, נאר איך האב אזוי סאך ספיקות, בעט איך דיר מיין ווייב, זאג מיר נאכאמאל אז דו ווילסט טאקע לעבן מיט מיר, און נישט זאגן, נע ס'איז גוט, א גוטע נאכט.


אייער מאן איז טייער מיט גוטע מידות, אבער פון די אנדערע זייט איז ער א שברי כלי. איר וואלט שוין געמעגט זיך אויסלערנען אז ווען ער ענטפערט צוריק: "אויב דו ווילסט זייער שטארק, קען מען וכו'" - נישט צו ווערן באליידיגט און זאגן: "ס'איז גוט", נאר זאגן: "יא, איך וויל זייער זייער שטארק", און אים העלפן לעבן.


מאכט אייך א קביעות יעדן טאג פאר דריי מינוט צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, רעכנט אויס דאס גוטס וואס דער אייבערשטער מאכט אייך, אויפן געזונט, און אויף יעדע אבר; איר האט אויגן, אויערן, מויל, נאז און אזוי ווייטער, דאנקט און לויבט אויף די ליכטיגע קינד; דורכן דאנקען און לויבן וועט זיין ישועות און רפואות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - נישט פארלאנגען פון בחורים צו צאלן פאר זייערע געברויכן
חינוך הילדים, צדקה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך הער פון די בחורים, חברים פון דיינע בחורים ביי אונז אין ישיבה - אז דיינע קינדער האבן א גרויסע פרעשור פון גיין נאך געלט פאר זייערע געברויכן; דו פארלאנגסט זיי זאלן גיין נאך געלט זיך אליין צו צאלן שכר לימוד און פאר אלע זייערע געברויכן.


לדעתי איז דאס נישט אויסגעהאלטן, דאס טוט זיי זייער צעדריקן; עס איז נישט גערעכט דאס צו טון מיט די קינדער.


אויב דאס קומט מרצונם הטוב - איז עפעס אנדערש; אויב קינדער העלפן ארויס די עלטערן מיטן זיך אליין שאפן געלט פאר בגדים, הוצאות וכו' - איז דאס זייער א שיינע זאך, און מיר טוען שטענדיג מעודד זיין די בחורים אין ישיבה זיי זאלן האבן א געפיל פאר די עלטערן, סיי מיט נישט פארלאנגען כסדר נייע קליידער וכדומה, סיי אז מען פארדינט - זאל מען העלפן די עלטערן און סיי מיט גיין נאך געלט, אבער עס איז נישט געזונט אז די עלטערן פארלאנגען דאס פון יונגע בחורים, דרייצן פערצן יאר אלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - רעד מיט עלטערן שיינערהייט מיט סבלנות
מוסדות, סבלנות, הדרכות, היטן די צייט, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש, ירושלים


יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר אונזערע מוסדות אין ארץ הקודש.


שיק מיר יעדן טאג א באריכט פון יעדע פרט אין די מוסדות, ווייל די חדר, די מיידל שול און די ישיבה - איז מיר וויכטיגער פון אלעס.


בנוגע די עלטערן וואס נעמען נישט ערנסט די זמנים וכו', יעדן שני וחמישי פעלן די קינדער; דארף מען רעדן צו זיי, זיי געבן צו פארשטיין אז קינדער איז נישט גוט ווען זיי גייען און קומען, פעלן וכו'.


רעד מיט עלטערן שיינערהייט, מיט סבלנות. היינטיגע טעג דארף מען רעדן צו די עלטערן זייער הייקל און זייער איידל, ווייל עס גייט אריבער אויף מענטשן שווערע ביטערע צרות, און חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא, טז:): "אין אדם נתפס על צערו", מענטשן זענען שיכור פון צרות, מען פארגעסט אז מען האט א ווייב מיט קינדער, מען זעט נאר חובות, מען זעט נאר שטערנס.


איך בעט דיר זייער מיין טייערער ברודער ... נרו יאיר, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט. איך ווייס גאר גוט וואס דו גייסט אריבער יעדן טאג און יעדע מינוט, איך גיי דאס שוין אריבער צוואנציג יאר; מען ארבעט ביטער שווער מיט קינדער ביז מען זעט פירות, און די עלטערן זענען פארנומען, זיי כאפן נישט וואס א מלמד טוט, וואס א לערערין טוט, מען האט נישט די ישוב הדעת צו געדענקען זיך צו באדאנקען, און טענות איז דא גענוג און נאך; דארף מען זיך זייער דערהאלטן, זיך מחזק זיין און נישט צעפאלן.


אז דו וועסט רעדן מיט דרך ארץ, מיט סבלנות - וועסטו אנקומען מיט אנשי שלומינו זייער שיין און זייער ווייט, מען וועט אלעס קענען פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - עטליכע ענינים פאר "בית פיגא" שולע
מוסדות, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט פארן זיך אזוי אוועק געבן פאר אונזערע טעכטער, פארן זארגן פאר יעדע קינד, יעדע תלמידה פון בית פיגא - ווי אן אייגן קינד; מיר אלע זענען אייך זייער דאנקבאר.


בנוגע באצאלן די טיטשערס וכו'; די געהאלט וואס מיר צאלן איז טאקע אביסל ווייניגער, אבער פון די אנדערע זייט זאלט איר פארשטיין, מיר שטעלן צו פאר די טיטשערס 'בעבי סיטינג' אומזיסט, אויך שטעלן מיר צו א וועג צו קומען און אהיים גיין. אז מען רעכנט צוזאם די בעבי סיטינג און די וועג מיט די געהאלט - איז דאס גאר שיין באצאלט, לויט וואס איך ווייס איז ביי אנדערע מוסדות נישטא קיין בעבי סיטיניג בחינם, און אויך נישט א וועג.


בנוגע אויב מען זאל נאך מאכן קומענדיגע יאר אז די זעקסטע קלאס זאל קומען אנגעטון מיט א יוניפארם; איך האב זיך איבער געטראכט, איך וויל זיי זאלן נאך יא בלייבן מיט די יוניפארם פאר קומענדיגע יאר, מכמה סיבות.


בנוגע אויסלערנען עברי פאר די קינדער וואס זענען אביסל שוואך אין ליינען עברי; עס וואלט געווען זייער גוט אז די וואס גייען לערנען פריוואט מיט די קינדער, זאלן רעדן מיט מרת ... תחי', און זיך לערנען ביי איר די חכמה פון די זאך, ווייל זי האט א שטארקע פארשטאנד אין דעם, זי האט באוויזן וואונדער מיט קינדער וואס מען האט זיך שוין מייאש געווען פון זיי, און זיי אויסגעלערנט ליינען עברי.


אויך די טיטשערס וואס לערנען אויס עברי - וואלט גוט געווען ווען זיי לערנען זיך ביי איר אפאר וויכטיגע נקודות, עס וואלט געווען א גרויסע תועלת פאר בית פיגא אז אונזערע טיטשערס זאלן באקומען פון איר די גוטע טיפס; דער מנהל זאגט אז דער עברי מלמד אין חדר האט באקומען גוטע עצות, און אזוי פאלט כמעט קיינער נישט ארויס פון כיתה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - זאלסטו איר אויסהערן, אויסרעדן, און פרייליך מאכן
קינדער, שלום בית, דרך ארץ, בית המדרש, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויסן זאלסטו, די נאטור פון א פרוי איז זייער הייקל, ספעציעל אין די טעג וואס גייט אן הלכות וכו' – דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, און אז די פרוי וויינט – דארף מען זיין קלוג דאס נישט נעמען צום הארצן, נאר אויסהערן מיט געדולד און רעדן שיינער הארציגע ווערטער, און מיט סבלנות אויסווארטן אז די פאר טעג זאלן אריבערגיין וכו'.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די מתנה; האסט באקומען א וואוילע גוטע ווייב פון א חשוב'ע משפחה, זיי איר מכבד און זיי מכבד אירע עלטערן, און זארג נישט וועגן קינדער; דו וועסט זוכה זיין צו א שיינע משפחה, ערליכע דורות, און אז דיין ווייב וויינט, זי זארגט זיך וועגן קינדער, בפרט ווען מען זעט נאכאמאל אז מען האט נאכנישט קיין גוטע נייעס – זאלסטו איר אויסהערן, אויסרעדן און פרייליך מאכן.


קום אין שול מיט דרך ארץ, אנגעטון ווי עס פאסט צו דאווענען פארן מלך מלכי המלכים; וועסטו האבן בקרוב גוטע נייעס.



 

#111 - זיך גוט אריינקוקן נאר אין די גוטע זאכן
תודה והודאה, שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר די מתנה, פאר אייער טייערער מאן; ווי מער איר וועט דאנקען דעם אייבערשטן - אלץ מער וועט די שלום בית ווערן בעסער און בעסער, ענק וועלן ווערן נענטער און נענטער, ביז מען ווערט שוין גארנישט נערוועז איינער פון צווייטן.


בנוגע וכו'; אייער שכנ'טע וויינט ווייל ביי איר איז פינקט פארקערט ווי ביי אייך, איר מאן איז בכלל נישט אינטערעסירט צו זען וואס מען קויפט, ער זאגט איר אלץ: "דא האסטו געלט און קויף וואס דו ווילסט", און זי שפירט ווי זי וויל אז  ביי יעדע שיכעלע און יעדע קליידעלע פאר די בעביס - זאל ער זאגן אויב ער האט דאס ליב אדער נישט, און ער ווייסט נישט וואס מען וויל פון אים. זעט מען אז מען קען זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס צו קרעכצן; איינער קרעכצט אז יעדע זאך בעט מיין מאן א בילד, ער געבט נישט קיין געלט נאר אויב ער האט ליב די שיכעלע און די קליידעלע, א צווייטע קרעכצט אויף פארקערט.


אזוי אויך א פרוי זאגט זי ווערט נערוועז ווען איר מאן ליינט קריאת שמע אויפן קול, ווען איר שכנ'טע וויינט שטילערהייט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר א שטוב מיט יראת שמים".


הכלל, אז מען דאנקט דעם אייבערשטן אז מען איז חתונה געהאט, מען זוכט גוטע זאכן און מען קוקט זיך גוט איין אין דעם - ווערט מען אזוי נאנט ביז מען ווערט גארנישט נערוועז.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#110 - זיך אויסנעמען ער זאל נישט ווייזן קיין ווידיאוס פאר'ן קינד
חינוך הילדים, מוסדות, מאוויס, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


בנוגע די מיידל וואס דערציילט ווי דער טאטע ווייזט איר יעדן אינדערפרי די נייעס פון מלחמות, פון באמבעס וכו' וכו'; ביטע אריבעררופן די טאטע, אים זאגן אז ער מאכט חרוב די ארבעט וואס מיר ארבעטן א גאנץ יאר מיטן קינד, און זיך אויסנעמען אז ער זאל נישט ווייזן קיין שום קליפס און ווידיאוס נייעס פאר די קינד, און נאר אזוי קענען מיר צוריק נעמען די קינד אויף קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה.


מיר זענען מחויב צו ארבעטן מיט די קינדער ווען די עלטערן ווילן מיט ארבעטן, רבי נתן האט אונז געלערנט וואס שטייט אין פסוק (שמות כג, ה): "עָזֹב תַּעֲזֹב עִמּוֹ", מען דארף יענעם העלפן, 'עמו' מיט יענעם; יענער דארף אויך זיך וועלן העלפן.


רעדט שיין, ווייך, אבער שטארק - אן קיין מורא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#109 - זיי נישט עקסטרעם, נישט רעכט און נישט לינק, בפרט ביי חינוך
חינוך הילדים, דרך ארץ, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט; ווען דו זעסט דיין בחור'ל פירט זיך מיט חוצפה, אפילו מיט קלייניקייטן, ער מאכט דיר א שלעכטע פאקס - זאלסטו דאס נישט איגנארירן און טראכטן 'עס איז גארנישט', נאר זאג אים שיין און געלאסן: "מען מאכט נישט אזוי א פאקס פאר א טאטע", און אז ער וועט דאס נישט אננעמען, ער וועט מאכן נאכאמאל א פאקס פון ביטול, זאלסטו אים זאגן שיין און געלאסן: "מען קען נישט אזוי מאכן פאר א טאטע, דער אייבערשטער לאזט נישט", און אז ער זאגט ער וויל שוין גיין און דו ווילסט נאך שמועסן וכו' און ער געבט א ווארף אראפ א טעלער - זאלסטו דאס נישט איגנארירן, ווייל אפילו דו ביסט מוחל אויף דיין כבוד און דו טראכסט עס גייט דיר נישט אן, וואס וועט אבער זיין מיט אים? ער דארף דאך חתונה האבן און וויסן אז די לעבן גייט נישט פינקט ווי מען וויל, זאלסטו אים זאגן שיין און געלאסן: "מען פירט זיך נישט אזוי", לערן אים אז ער גייט חתונה האבן, און אז די ווייב קומט נישט די רגע וואס מען וויל - דארף מען וויסן ווי אזוי דאס צו נעמען.


זיי נישט עקסטרעם, נישט רעכט און נישט לינק, בפרט ביי חינוך; די וואס זאגן גארנישט, ביים סוף פלאצן זיי, און די וואס שלאגן און טיילן מכות - דאס אזי זיכער נישט קיין חינוך. נעם נישט די פוילע וועג, נעם די ערליכע וועג פון זאגן שיין און געלאסן כסדר.


אודאי און אודאי דארף מען אסאך וויינען צום אייבערשטן, אים בעטן פאר ערליכע דורות; אזוי איז מען זוכה צו שניידן שיינע פירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - א קינד איז זיך מתחצף, זאל מען אים קנס'ענען מיט'ן טריפ?
חינוך הילדים, דרך ארץ, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי פרייליך אז דו לייגסט אריין אין דיינע תלמידים, אין די קינדער אין חדר - יראת שמים, און דו האסט געקענט פועל'ן ביי זיי אז זיי זאלן שלאפן מיט א קאפל און ציצית, ווען זיי פלעגן ניטאמאל שלאפן מיט נאכט קליידער, און דו פרעדיגסט אמונה מיט מידות טובות.


בנוגע דיין פראגע אויב א קינד איז זיך מתחצף, אויב מען זאל אים קנס'ענען מיטן נישט מיטנעמען צום טריפ, צום שפאציר; דו פרעגסט וואס איז ריכטיג צו טון.


ענדערש זאלסטו אים געבן א באזונדערע קנס, און יא מיטנעמען יעדן איינעם ווען מען גייט א טריפ, א שפאציר; ווייל דאס געדענקען די קינדער זייער גאנץ לעבן, אז מען האט זיי נישט מיטגענומען וואו אלע קינדער זענען געגאנגען און דאס צעברעכט זיי, בבחינת יצא שכרו בהפסדו, מען האט מער שאדן; אז א קינד איז זיך מתחצף - געבט מען א קנס, מען הייסט אים בלייבן זיצן אין כיתה ביי הפסקה וכו'.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אלע קינדער; אויך פאר די וואס פירן זיך מיט דרך ארץ און אויך פאר די וואס פירן זיך ביז דערווייל נאכנישט מיט דרך ארץ, ווייל תפילה איז די שטערקסטע זאך ביי חינוך; א רבי וואס איז מתפלל פאר די תלמידים איז מצליח מיט זיי, און עלטערן וואס זענען מתפלל פאר די קינדער - זעען נחת פון זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - זאל מען נעמען פרעמדע לערערינס אין בית פיגא?
מוסדות, הדרכות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


איך בין ברוך ה' אנגעקומען אהיים בשלום, די וועג איז געווען א פיינע וועג, און איך בין נאכאלץ אונטער די רושם פון די נסיעה.


בנוגע אויפנעמען א לערערין אין בית פיגא אין טבריה וואס איז נישט מקורב וכו'; אזוי האבן מיר אנגעהויבן אונזער בית פיגא אין אמעריקע, אין וויליאמסבורג, מיט פרעמדע לערערינס. איך האב נישט געהאט קיין ברירה, און אזוי האט דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו אנגעהויבן בית רחל, מיט פרעמדע לערערינס, און ער האט געקרעכצט און געזאגט אז ער האט נישט קיין ברירה, ער מוז אנהויבן און שפעטער וועט זיין תלמידות לערערינס; זאלסטו אויך אזוי טון, הויב אן מיט לערערינס אפילו זיי זענען נישט מקורב, און רעד מיט זיי ווי אזוי זיי זאלן לערנען מיט סבלנות און געפיל, און אז ביי אונז איז נישט דער עיקר דער לימוד; אז א מיידל קען נישט אזוי גוט - איז גארנישט, דער עיקר איז אז דאס נפש פון קינד זאל זיין געזונט, נישט צעקלאפט, און רעדן דיבורי אמונה און פון צדיקים.


נאך א זאך, אמאל קען מען מער מצליח זיין מיט א ווייבל וואס האט נאכנישט קיין עקספיריענס, נאכנישט געווען קיין לערערין - ווי א ווייבל וואס איז שוין געווען א לערערין און ברענגען ביי אונז השקפה און הדרכה וואס מיר ווילן נישט.


לאז מיר איבער יעדן טאג א מעסעדזש בכלליות פון אלע מוסדות אין ארץ הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#106 - אריינלייגן אין די תלמידות א געפיל אין דאווענען
סקול, הדרכות, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ה אייר, מ' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט אריינלייגן אין די תלמידות א געפיל אין דאווענען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ו:): "אלו דברים שעומדים ברומו של עולם", דאווענען איז פון די העכסטע זאכן אויף די וועלט, "ובני אדם מזלזלין בהן", און מענטשן האבן נישט קיין געפיל אין דעם, מען טוט גרינגשעצן אין דעם.


פרויען וואס זענען פארנומען מיט קינדער זענען פטור פון דאווענען, אבער מיידלעך און ווייבלעך וואס האבן נאכנישט קיין קינדער - דארפן דאווענען; ווער רעדט נאך פון ברסלב'ע פרויען, וואס ביים רבי'ן איז דאך דאווענען פון די עיקרים; זאלט איר אריינלייגן אין די קינדער א געפיל אין דאווענען.


ווייזט דעם בריוו פאר אלע טיטשערס, אלע זאלן וויסן אז דאווענען איז פון די וויכטיגסטע זאכן וואס א טיטשער דארף אויסלערנען פאר די קינדער; יעדע כיתה לויט זייער דרגא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - די מחלה אנערעקסיע רחמנא לצלן
תפילה והתבודדות, שלום בית, רפואה, הדרכות, אנערעקסיע

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהר, ט"ו אייר, ל' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר


אז דיין ווייב תחי' ליידט אויף די מחלה אנערעקסיע רחמנא לצלן, זי עסט נישט און זי איז אין א מצב פון סכנה – זאלסטו איר חס ושלום נישט וויי טון און חס ושלום האבן אין הארץ טענות אויף איר און פיינטשאפט, נאר האב רחמנות אויף איר און געב איר אסאך חיזוק, אסאך ווארעמקייט, ביז זי וועט ארויסקריכן פון דעם.


ברודער זיי זיך נישט מייאש, מיט די עצות פון רבי'ן – קען מען דאס אויך אויסהיילן; מיט חיזוק, אמונה, מיט זוכן גוטס און אויסלויבן דאס גוטס, און מיט תפילה והתבודדות – היילט מען זיך אויס פון יעדן איינציגסטן פראבלעם.


גיי יעדן טאג התבודדות, ערשט – זאלסטו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים און אלע טובות וואס ער טוט, און נאכדעם זאלסטו תשובה טון אויף אלע דיינע נישט גוטע מעשים פון אלע יארן און פון אלס קינד, און נאכדעם זאלסטו זיך אויסוויינען אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, דיינע קינדער זאלן האבן א געזונטע מאמע וכו' וכו'.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר.

#104 - סבלנות מיט די נייע ביזנעס
סבלנות, הדרכות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט אפגעקויפט א ביזנעס דארפסטו וויסן די הקדמה פארן לעבן, יעדע זאך, סיי בגשמיות, סיי ברוחניות; אויב וויל מען מצליח זיין דארף מען זיך זייער שטארקן אין האבן אסאך סבלנות, ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


יעצט איז דיר שווער, דער וואס האט דיר פארקויפט די ביזנעס האט דיך אויסגעפאפט, יעדן טאג ווערסטו געוואר נאך ליגנט מיט גניבות, דאך זאג איך דיר, אויב דו וועסט זיין שטארק און האבן סבלנות – וועסטו שיין מצליח זיין.


פיר די ביזנעס מיט יראת שמים, אן קיין גניבה.


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בין מתפלל פאר דיר.


איך האב דיך זייער ליב.

#103 - דיינע טעכטער מעגן העלפן איבערטון די קליינע ברידער
צניעות, חינוך הילדים, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ו' אייר, כ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דיינע טעכטער מעגן העלפן איבער טון די קליינע ברידער וכו', אויך קענען זיי באדן די קליינע ברידער; לערן אויס דיינע טעכטער צו העלפן די מאמע, העלפן מיט אלעס אין שטוב.


פארקערט נישט, די אינגלעך געב נישט צו טוישן די שוועסטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - די ערליכע זאלן זיין די ארויפגעקוקטע
מוסדות, ישיבה, הדרכות, מוזיק, זינגער, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קדושים, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן פון איינע פון די עלטערן פון די בחורים אין ישיבה אז ער האט געזען אויף זיין בחור'ס טעלעפאן צווישן די ניגונים עקלדיגע ניגונים פון ניבול פה, זינגערס וואס זינגען אויף העברעאיש ניבול פה. ער האט געפרעגט זיין בחור היתכן, זאגט אים דער בחור אז אלע פעסטע בחורים אין ישיבה האבן דאס. ער האט געגעבן צו פארשטיין זיין זון אז דאס איז ניבול פה, זיין זון האט ניטאמאל געוויסט. ברוך ה' אז די בחורים זענען ערליך, זיי פארשטייען נישט קיין העברעאיש.


וואס באדערט מיר יא, ער דערציילט מיר אז זיין זון זאגט אים: "איך וויל נישט זיין פון די נעבעכס אין ישיבה, איך וויל זיין פון די פעסטע בחורים אין ישיבה"; דאס באדערט מיר, און דו אלס מנהל וויל איך דיר בעטן זאלסט מאכן די מצב רוח אין ישיבה זאל זיין אז ערליך איז וואויל, ערליך איז חשוב, נישט יראי חטא ימאסו, די ערליכע זענען די נעבעכדיגע, נאר פארקערט די ערליכע זענען צו וואס מיר שטרעבן צוצוקומען, און אויך ווער עס איז נאכנישט אזוי - איז אויך גוט.


איך נעם אריין אין ישיבה, אין בית פיגא און אין די קהילה - ווער עס וויל קומען, אבער דער ראש ישיבה זעט אז די ארויפגעקוקטע זענען די ערליכע. אזוי אויך אין בית פיגא - זאג איך אלץ פאר די מנהלת – "מיר קענען ארייננעמען קינדער וואס דארפן חיזוק, אבער די לופט דארף זיין אז איידל איז שיין, באשיידן איז חשוב וכו'"; איך האף דו וועסט מיר העלפן מיט דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - זיין אין אפיס פון ניין אזייגער ביז א מינוט צו פינף
פרנסה, הדרכות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קדושים, א' דר"ח אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט געזאגט אז דו גייסט פאלגן, דו גייסט אהיימגיין פינף אזייגער, און נאר אויף דעם סמך האב איך דיר געזאגט זאלסט עפענען די ביזנעס, יעצט זע איך אז דו בלייבסט ביז שפעט; פאר דעם דארפסטו נישט קיין אייגענע ביזנעס, אויף צו איבערלאזן די ווייב און קינדער קענסטו זיין אן ארבעטער.


איך זאג דיר נאכאמאל, זיי נישט נאריש, און פארלאז דיין אפיס פינף אזייגער; נישט פינף אזייגער נאר א מינוט צו פינף, און גיי אהיים עס עפעס, העלף אביסל דיין ווייב מיט די קינדער, און גיי צו דיינע שיעורים און צו דאווענען, און אז עס איז דא זייער וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן זאלסטו אויפשטיין פרי פארטאגס, גיין התבודדות, גיין אין מקוה, לערנען און דאווענען און זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, און זיין אין אפיס ניין אזייגער ביז א מינוט צו פינף, און אז עס בלייבט איבער נאך ארבעט וועסטו אויך די אנדערע טאג אריינגיין אין אפיס, אבער קיין מינוט לענגער ווי די שעות זאלסטו נישט אוועקגעבן פאר די ביזנעס.


איך האף צום אייבערשטן דו וועסט מצליח זיין, און מיט די צייט וועסטו קענען אויפנעמען אן ארבעטער וואס וועט זיצן פון ניין ביז פינף, און דו וועסט סך הכל אריינגיין אין אפיס א שעה צוויי, און אין די איבריגע שעות וועסטו קענען לערנען מיט א חברותא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.