בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#240 - ברענג נישט אראפ די צניעות פון דיין ווייב
צניעות, התבודדות

 בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ברענג נישט אראפ דיין ווייב; אלס מיידל איז זי געווען זייער איידל, זי פלעגט זיך אנטון שיין און איידל, יעצט גייט זי אנגעטון נישט שיין; א שאד אז דו ברענגסט איר אראפ.


קען זיין דו ביסט יונג, עס קאכט אין דיר די בלוט, דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, דו מיינסט אז קורץ, אויסגעשניטן, טייט – דאס מאכט פרייליך, דאס מאכט פעסט, אבער עס איז נישט אזוי, עס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט נישט צופרידן.


טייערער ליבער ברודער, זיי מחזק דיין ווייב זאל זיך צוריק אנטון אזוי ווי אלס מיידל, איידל און שיין; דאס וועט מאכן דיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין; רעד צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, שמועס מיט אים; וועסטו צוקומען צו ווערן א גרויסער צדיק, א בעל מדריגה.

#239 - נישט וויי טון די חבר'טע וואס מאכט נערוועז
צניעות, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', מחנה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט ווערן נערוועז פון אנדערע און געבט אכטונג אויף די געפילן פון אנדערע, און אז איר ווערט נערוועז פון א מיידל וואס שלעפט זיך נאך נאך אייך - זאלט איר זי חס ושלום נישט וויי טון.


געווענליך די מיידלעך וואס שלעפן זיך נאך נאך אנדערע - די זענען צעבראכענע קינדער, וואס האבן נישט קיינעם, דעריבער זוכן זיי א קינד מיט א גוטע הארץ און זיי שלעפן זיך נאך נאך זיי; עס איז א גרויסע מצוה צו מאכן די קינדער זיך גוט שפירן.


גייט שיין אנגעטון, נישט שלעפעריש און שלאבעריש; גייט אנגעטון איידל - וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#238 - מעג מען גיין שווימען מיט קינדער ברידער?
צניעות, חיזוק פאר פרויען, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת דברים, ראש חודש מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז אייער מאן לערנט די הייליגע תורה און פירט זיך מיט יראת שמים; אוי ווי גליקליך איז די פרוי וואס איז זוכה צו א מאן וואס פירט זיך ערליך און הייליג, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף דעם און בעטס אויף ווייטער; בעטס דעם אייבערשטן אז אייער מאן און אייערע קינדער, אייערע דורות זאלן זיין ערליך און גיין נאר בדרך התורה.


אויף די פראגע אויב מען מעג גיין שווימען מיט קינדער ברידער; איר קענט אכטונג געבן אויף אייערע ברידער ביים שווימען, אבער נישט שווימען מיט זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#237 - רעדן צו די מיידלעך זיך אכטונג צו געבן פון נישט געזונטע פריינדשאפט
צניעות, קדושה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען איר לייגט שלאפן די מיידלעך אין קעמפ זאלט איר רעדן צו זיי פון זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע פריינדשאפט; רעדט צו זיי קלארע ווערטער, זיי זאלן זיך נישט שפילן איינער מיטן צווייטנ'ס קערפער, זיי זאלן זיך נישט פירן ווי די מצרי'שע פרויען און די כנעני'שע פרויען, וואס די תורה זאגט (ויקרא יח, ג): "כְּמַעֲשֵׂה אֶרֶץ מִצְרַיִם אֲשֶׁר יְשַׁבְתֶּם בָּהּ לֹא תַעֲשׂוּ, וּכְמַעֲשֵׂה אֶֽרֶץ כְּנַעַן אֲשֶׁר אֲנִי מֵבִיא אֶתְכֶם שָׁמָּה, לֹא תַעֲשׂוּ".


זאגט זיי: "מען מעג האבן חבר'טעס, עס איז גוט צו האבן חבר'טעס - כל זמן עס איז געזונט; מען רעדט, מען שמועסט, מען האט א גוטע צייט אינאיינעם, אלעס פיין און וואויל, אבער אז א מיידל אדער סיי ווער אין די וועלט וויל זיך שפילן מיט דיין קערפער - זאלסטו דאס נישט לאזן, ווייל מען קען נישט נאכדעם חתונה האבן, דער לעבן ווערט אויס".


מיט איין שיינע ווארעמע שכל'דיגע שמועס פאר מיידלעך קען מען זיי פשוט אפראטעווען לדורות.

#236 - קוקט נישט אין א צווייטנ'ס טעלעפאן
צניעות, טעלעפאן, נייגעריגקייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קוקט נישט אין א צווייטנ'ס טעלעפאן; מען טאר נישט קוקן אין א צווייטנ'ס פריוואטע זאכן, עס איז דא אויף דעם א חרם (באר הגולה יורה דעה, סימן שלד), מען זאל נישט אריינקוקן אין יענעמ'ס פריוואטע זאכן, עס איז 'גניבת דעת'. אויך איז מען עובר אויף (ויקרא יט, טז): "לֹא תֵלֵךְ רָכִיל", און אויף (שבת לא.): 'דעלך סני', וואס דו האסט פיינט - 'לחבריך לא תביד', זאלסטו נישט טון פאר דיין חבר.


אויך וועט איר האבן פון דעם נאר קאפ וויי, אז איר וועט זען פריוואטע בילדער, אז אייער שוועסטער האט קיין שכל נישט און זי כאפט אפ פריוואטע בילדער פון זיך און פון איר מאן; וואס פעלט אייך אויס צרות? וואס פעלט אייך אויס קאפ וויי?!


עס איז טאקע דער נאטור ביי פרויען צו אריינקריכן ביי יענעמ'ס קישקעס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג.): "אין אשה מתקנאה אלא בירך חבירתה", א פרוי גלוסט צו וויסן וואס טוט זיך ביים חבר'טע; נאך זאגן די הייליגע חכמים (טהרות ז, ט): "שֶׁהַנָּשִׁים גַּרְגְּרָנִיּוֹת הֵן, שֶׁהִיא חֲשׁוּדָה לְגַלּוֹת אֶת הַקְּדֵרָה שֶׁל חֲבֶרְתָּהּ, לֵידַע מַה הִיא מְבַשֶּׁלֶת", פרויען האבן א נאטור פון נייגעריגקייט, און אז א פרוי איז אריין אין א צווייטנ'ס שטוב האט זי זיכער אויפגעעפנט די דעקל פונעם טאפ, קוקן וואס יענער קאכט; אבער לאזט דאס פאר אנדערע, איר זאלט נישט קוקן אין יענעמ'ס זאכן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער ערליכער מאן, פאר אייערע זיסע קינדער. אז איר זענט נייגעריג, איר ווילט עפעס וויסן - זאלט איר קוקן אין די בריוו פון צדיקים; ליינט די בריוו נאכאמאל און נאכאמאל און זוכט אויף די בריוו וואס איז אייך מחזק און בעטס דעם אייבערשטן דאס צו קענען מקיים זיין.


נעמט זיך פאר נישט נעמען א צווייטנ'ס טעלעפאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#235 - דורך תפילה זענען אלע פחדים אוועקגעפלויגן ווי אין וואסער אריין
פחדים, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט זעט איר אליין דאס גרויסקייט פון תפילה; אלע פחדים זענען אוועקגעפלויגן ווי אין וואסער אריין. דורך תפילה והתבודדות זענט איר ארויס פון די פחדים; איר האט מער נישט מורא פון זיין אין שטוב, איר ווערט נישט דערשראקן פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אויפן בוים.


זייט ממשיך מיט תפילה, און אודאי זאלט איר זיך צוגעוואוינען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים, אז איר האט א טייערער מאן א ירא שמים, גוטע מידות און אמונת חכמים וכו'.


ערליכע פרויען טראגן אחריות ווי אזוי זיי טוען זיך אן, ערליכע פרויען מוזן זיך אנטון שיין. איר דארפט זיך אנטון מיט טעם וכו'; קויפט זיך איין שיינע קליידער אז איר זאלט צייגן גוט, ערליכע אידישע קינדער דארפן גיין אנגעטון שיין און רייך.


איך בעט עס זייער שטארק, סיי פון אייך און סיי פון אלע ערליכע פרויען, מען מוז גיין אנגעטון ווי עס דארף צו זיין, מען טראגט א גרויסע אחריות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#234 - מען זאל שווימען דווקא מיט א שווים קלייד
צניעות, שטעטל, שווימען

 בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו שיחיו


טייערע אנשי שלומינו, לאכט נישט אפ פון די גדרים וואס איך שטעל אוועק אין אונזער קהילה; איך האב אוועק געשטעלט ביי אונזערע מיידלעך פון בית פיגא און ביי אונזער קאנטרי - מען זאל שווימען דווקא מיט א שווים קלייד און נישט שווימען מיט קיין בעדינג-סוט, אזוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט געזאגט, אז א בעדינג-סוט איז א פריצות'דיגע קלייד; וויל איך בעטן מען זאל פאלגן, מען זאל זיך פירן הייליג און ריין, וועלן מיר זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט מאכן רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז.


איך בעט אייך און איך וויין צו אייך, עס איז דא אזויפיל קהילות בישראל לשם ולתפארת, וואס ווילט איר פון מיר האבן? איך וועל נישט מקפיד זיין אז מען וועט זיך אוועק ציען פון שטעטל צו אנדערע פלעצער, איך בין אהערגעקומען אין שטעטל צו קענען מחנך זיין אונזערע קינדער ערליך און ריין, און ווער עס וויל זיך פירן ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט - פריי איך זיך, און ווער עס וויל נישט - בין איך נישט ברוגז אז ער וועט גיין זוכן א צווייטע קהילה; אבער וואס ווילט איר פון מיר?!


לאכט נישט אפ פון די גדרים וואס מיר מאכן, און קומט מיר נישט זאגן אז שווימען מיט א טי-שוירט איז אויך גוט, און אז א שווים קלייד איז נעבעכדיג; אז דו פארשטייסט בעסער - איז דאך גאר גוט, וואס דארף מען קומען צו א רבי וואס מען וויל נישט פאלגן?!

#233 - זיך פירן איידל און צניעות'דיג ביי אונז אין קאנטרי
צניעות, קדושה, קאנטרי, שווימען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי מחנה אילן החיים


איך האף די משפחות וואס וויילן ביי אונז אין קאנטרי דעם זומער - וועלן זיך פירן איידל. איך וויל נישט, און איך וועל פארשפארן די סווימינג פול, אויב פרויען וועלן שווימען מיט די פריצות'דיגע קלייד 'בעידינג-סוט'; איך שטעל דיך דו זאלסט זען אז אלעס אין קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


אויך זאלסטו זען אז די קינדער, די מיידלעך פון די משפחות - זאלן גיין אנגעטון צניעות'דיג; נישטא קיין נאקעטע פיס, פון די דריי יאר דארף די פיס זיין צוגעדעקט אינגאנצן.


איך דארף נישט קיין געלט, איך דארף נישט קיין קאנטרי, נאר אויב עס איז בצניעות, הייליג און ריין; איך בעט דיר זייער זאלסט זען אונזער קאנטרי זאל זיין הייליג און ריין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#232 - מאך נישט משוגע דיין ווייב צו גיין אנגעטון פראסט
צניעות, סקול, שלום בית, מנין, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל גיין אנגעטון איידל; שלעפ איר נישט אראפ, מאך איר נישט משוגע צו גיין אנגעטון פראסט.


עס איז גוט פאר איר און פאר דיר אז זי ארבעט אין אונזער סקול, אין בית פיגא; אבער מיר קענען נישט זיין פארנומען מיט אירע קליידער, מיר דארפן אז אלע אונזערע ארבעטערס זאלן וויסן ווי אזוי צו קומען אנגעטון שיין איידל.


זיי איר מחזק זי זאל גיין אנגעטון ווי אלס מיידל, איידל און שיין, שלעפ איר נישט אראפ; חס וחלילה אז די ווייב ווארפט אוועק פון זיך די שיינע מידה פון צניעות, דאן צעפאלט די גאנצע שטוב.


זיי שטארק מיט דאווענען אין שול די דריי תפילות און אויך מיט די בלאט גמרא; דאווען די דריי תפילות אין שול און לערן א בלאט גמרא אין שטוב, דאס וועט דיך העלפן אין אלעס, ברוחניות ובגשמיות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#231 - גיין אנגעטון פראסט איז בכלל נישט שיין, עס איז עצבות און מרה שחורה
צניעות, גוים, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


עס לוינט זיך פאר אייך איר זאלט זיך אנטון איידל, איידל אנגעטון האט אלע טעמים; איידל איז שיין, איידל איז רייך; גיין אנגעטון פראסט איז בכלל נישט שיין, עס איז עצבות און מרה שחורה; די וואס גייען אנגעטון פראסט זענען נישט צופרידן מיט זיך, זיי זענען ברוגז אויף זיך, זיי האבן נישט קיין טעם אין זייער לעבן. די גוים, די אומות העולם - זיי האבן נישט באקומען די מתנה וואס מיר אידישע קינדער האבן.


טוט זיך אן שיין, איידל; איך וויל זייער איר זאלט ווייטער קענען זיין ביי אונז אין בית פיגא, איך וויל אין בית פיגא זאלן אלע טיטשערס און סעקריטעריס זיין איידל אנגעטון, נישט פראסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#230 - מען דארף רעדן צו קינדער פון זיך פירן איידל
קינדער, צניעות, קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף רעדן צו קינדער פון זיך פירן איידל, און אז דער אייבערשטער זעט אלעס וואס מען טוט; דער אייבערשטער זעט אויב מען שפילט מיט א צווייטן נישט איידל, און אז מען האט שוין גערעדט איינמאל - רעדט מען א צווייטע מאל און א דריטע מאל; דאס איז די עצה.


אמאל אז מען זעט ווי די קינדער דערהערן נישט - גייט מען שטרענגער, אזוי ווי מען באגייט זיך מיט קינדער ביי אנדערע פעלער.


עבודת החינוך איז דאס הייליגסטע זאך, דאס וויכטיגסטע זאך; עס איז טאקע א שווערע זאך, אבער עס צאלט זיך אויס.


רבי נתן האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב צו מחנך זיין מיינע קינדער, פינקט ווי אויפשטיין חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, רבי נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה.


ווער נישט פארלוירן און דערשראקן אז דו האסט געזען דיין טאכטער זיך שפילן נישט איידל מיט נאך א קינד, דאס דארף דיך מחזק זיין צו רעדן נאך מער פון אמונה; אז מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט אלעס, ער איז איבעראל; אונטער די טיש, אונטער די בעט, אין א שאפע, אין א טונקעלע שטוב, און דער אייבערשטער לאזט נישט זיך אויסטון די וועש מיט א חבר'טע, און חס ושלום קיינער זאל נישט אויפהייבן דיינע קליידער.


וואויל איז דעם וואס רעדט צו די קינדער פון אמונה און יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#229 - נוצן נעיל פאליש פאר אנדערע זאכן
צניעות, חיזוק פאר פרויען, נעגל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


נעיל פאליש ברענגט דינים ווען מען שמירט דאס אויף די נעגל, אבער אז מען וויל דאס נוצן פאר אנדערע זאכן, צום ביישפיל צוקלעבן די קייטל - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#228 - עטליכע הדרכות און שאלות אין צניעות
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, צניעות, שלום בית, רפואה, משפחה, טעלעפאן, זינגער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב אייער מאמע זאגט מען זאל צוריק גיין צום דאקטער - איז נישט געפערליך צוריק צו גיין, ווייל פון פאלגן א מאמע - באקומט מען נאר ברכות פון אריכות ימים ושנים.


בנוגע וכו'; אין שטוב קענט איר זיך אויספוצן, בפרט נאך די חתונה, פאר'ן מאן - איז דאס א גרויסע מצוה.


בנוגע ארומנעמען, האלזן - א ברודער; עס שטייט קלאר אין רמב"ם (ספר המצוות, לא תעשה שנג; פרק כא מהלכות איסורי ביאה, הלכה ו) אז עס איז אן עקלדיגע זאך און מען זאל דאס נישט טון.


בנוגע זינגען; נוצט אייער טאלאנט צו זינגען פאר סקולס, זינגט ניגוני אמונה, ניגוני צניעות, וכדומה.


בנוגע שמועסן מיט בחורים, פעטערס; טוט דאס נישט.


בנוגע טעקסט און ווידיאו; אויב מען נוצט עס נאר מיט חבר'טעס וואס זענען איידל - איז דאס נישט קיין פראבלעם.


בנוגע א שפיצל, שייטל; איר דארפט נישט רעדן פון דעם מיט אייער זיידע, האט נישט מורא, ער וועט קומען צו אייערע שמחות.


דער עיקר זאלט איר זיך שטארקן מיט תפילה און התבודדות; בעטס דעם אייבערשטן, שמועסט מיט אים; דער אייבערשטער האט אייך ליב און ווארט איר זאלט קומען צו אים, שמועסן מיט אים.


 

#227 - נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, צו ווערן אינגאנצן געזונט
צניעות, צרות, חיזוק פאר פרויען, רפואה, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


מרת ... תחי'


נעמט זיך פאר א גוטע זאך אין צניעות, איך זע איר מוטשעט זיך אזוי שטארק, איר האט אזעלכע יסורים; זאלט איר עפעס פארבעסערן אין צניעות.


נישט אז איר זענט נישט גוט, איר זענט זייער גוט און זייער וואויל, אבער זיין איידל האט נישט קיין שיעור, מען קען אלץ טון בעסער.


איך בעט אסאך פאר אייך, דעם פארגאנגענעם שבת קודש האב איך געוויינט אין די מערה ביי רבי שמעון בר יוחאי פאר אייך, אז דער אייבערשטער זאל אייך היילן.


איך ווארט צו הערן גוטע נייעס, אז איר זענט שוין געזונט און שטארק.


 

#226 - אויב מען גייט אוועק פון די עלטערנ'ס וועג, וואס וועט זיין מיט די קינדער?
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שמחה, ניגונים, מסורה, הלכה, מוזיק

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט צו גיין אין די וועג פון די עלטערן, אזוי בלייבט מען ערליך און די דורות בלייבן ערליך. אויב מען גייט אוועק פון די וועג פון די עלטערן - וואס וועט זיין מיט אונזערע קינדער, אייניקלעך און אור אייניקלעך...


אז אייער באבע זאגט אייך איר זאלט נאר גיין מיט די פוסטע (סקור"ט) וואס וכו' - זאלט איר אזוי גיין.


מיר דארפן אלץ צוריק גיין אפאר טריט פון די עק פון צניעות, אז די קומענדיגע דורות זאלן נאך זיין בצניעות. ווייל די דורות פאלן דאך, און אז מיר וועלן זיך אנטון ממש ביים עק, צווישן צניעות און נישט צניעות - וואס וועט זיין מיט אונזערע דורות...


זייט פרייליך, הערט זיך צו צו לעבעדיגע מוזיק. שמחה איז טאקע נישט קיין מצוה, אבער עס ברענגט צו די גרעסטע מדריגות.


לערנט גוט הלכות שבת. נאך אביסל גייט איר אויפשטעלן א שטוב, דארפט איר וויסן אלע הלכות וואס מען מעג טון שבת און וואס נישט.


הערט זיך גוט צו ווען מען לערנט אין שולע (סקול) - הלכות, דאס וועט אייך צוניץ קומען אייער גאנצע לעבן.


 

#225 - וואלט איך געגאנגען מקבל פנים זיין משיח מיט דעם קלייד?
תפילות אויף אידיש, צניעות, שמחה, חיזוק פאר פרויען, משיח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מען קען נישט ענטפערן די פראגעס, צניעות איז א געפיל זיך; נישט אלע זענען זוכה צו פארשטיין דאס שיינקייט פון דעם, נאר אז מען איז איידל האט מען א געפיל אין דעם.


אז איר האט א שאלה אויף א קלייד, א שיך וכדומה - זאלט איר טראכטן צו זיך: 'איך בין אין גאס, אונטערוועגנס און איך הער די נייעס, משיח איז דא; וואלט איך געגאנגען מקבל פנים זיין משיח מיט דעם קלייד? וואלט איך געוואלט משיח זאל מיך זען מיט די שיך, מיט דעם קאפ צודעק?'


בעטס דעם אייבערשטן:


"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל ליב האבן אידישקייט, איך וויל ליב האבן איידלקייט, איך וויל זיין פרייליך, איך וויל זיין צופרידן. רבונו של עולם, די עצבות און מרה שחורה כאפט מיך אן און נאכדעם וויל איך לויפן צום גוי טמא, איך וויל אויסקוקן ווי זיי, האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר".


אזוי זאלט איר בעטן און בעטן ביז איר וועט באקומען א טעם אין דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#224 - פירט זיך איידל, זייט שטערקער פון די נישט גוטע חבר'טעס
קינדער, חברים, צניעות, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


איר קומט אין סקול אנגעטון זייער איידל, הלוואי זאלט איר גיין אנגעטון אזוי איידל אויך אינדרויסן פון בית פיגא; הלוואי זאלט איר זיך קענען שטארקן און טון וואס איז ריכטיג, נישט נאכטון אנדערע פרויען וואס זענען נישט פרייליך.


איר ווילט דאך ערליכע קינדער, איר ווילט דאך געזונטע קינדער; דאס קומט נישט פון זיך אליינס. דאס קומט נאר אז די מאמע לעבט איידל, טוט זיך אן איידל און אז מען בעט דעם אייבערשטן.


איך שרייב אייך ווייל איך וויל אייער גוטס; הלוואי זאלן מיינע ווערטער אריינגיין אין אייך און עס זאל זיין שטערקער פון די נישט גוטע חבר'טעס.


קורץ, געפאסט און אויסגעשניטן איז נישט ווערד זיך צו מוטשען מיט קינדער. איר האט דאך געזען וואס פאסירט אז מען היט נישט די תורה, מען פארלירט די קינדער רחמנא לצלן.


וואויל איז דעם וואס היט די תורה און פירט זיך איידל, וועט זוכה זיין צו שיינע דורות.


געבט א גרוס פאר אייער מאן, ... נרו יאיר


 

#223 - קויפט זיך די פשוט'סטע טעלעפאן, וועט איר האבן ערליכע קינדער
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, טעלעפאן, נחת, פסח, מצה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני א', י"ג ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


אז אייער טעלעפאן האט זיך צעבראכן און איר ווילט וויסן וואס פאר א טעלעפאן איר זאלט זיך קויפן; קויפט זיך די פשוט'סטע טעלעפאן וואס האט גארנישט אויף דעם, נאר רעדן; אזוי וועט איר זיך נישט רייסן די האר פון קאפ פון אייערע קינדער, איר וועט האבן ערליכע קינדער.


אויך זאלט איר זיך זייער שטארקן. זייט פרייליך, לאזט נישט אריין די מחשבות פון חמץ, פון זיך אראפקלאפן. יעצט רוימט מען אויס די חמץ, זאלט איר ארויסטרייבן די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אייך צו זיך קלאפן; געדענקט, איר זענט באליבט ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער בארומט זיך מיט אייך.


ווען איר עסט די מצה זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אידישקייט, איר זאלט ליב האבן אז אייער מאן האט א בארד מיט פיאות, איר זאלט ליב האבן ציצית, איר זאלט ליב האבן איידעלע קליידער און זיך פארעקלען פון אויסגעשניטענע, קורצע און טייטע קליידער; ווען מען עסט די מצה קען מען דאס פועל'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#222 - עס פלאקערט אין מיר א פייער פון פריצות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, שמחה, חיזוק פאר פרויען, קנאה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר טראכט, איין מינוט ווילט איר זיין ערליך און גיין אנגעטון איידל, און ווען איר זעט מיידלעך און ווייבלעך אנגעטון מער פראסט ווילט איר פלוצלונג גיין אנגעטון אזוי ווי זיי; אויף דעם איז דא איין עצה, די עצה איז התבודדות ותפילה, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן די שיינע אידישע וועג, ליב האבן איידלקייט.


דא האט איר א שיינע תפילה צו בעטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר און איך לויב דיר אז איך בין א אידיש קינד. האסט מיך באשאפן מיט א אידישע נשמה וואס איז א חלק אלוקי ממעל, איך בעט דיך זייער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל וויסן און שפירן ווי טייער אידן זענען, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל ליב האבן די אידישע וועג. איך בין זייער צעמישט, איין מינוט וויל איך זיין גוט, נאכדעם וויל איך זיין פראסט, עס פלאקערט אין מיר א פייער פון פריצות; איך ווייס אז עס איז נישט גוט און נישט שיין, איז פארוואס וויל איך דאס?


הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, אויף מיין נשמה, איך וויל זיין א צדיקת, איך וויל זיין ערליך און גוט, איך וויל דיך ליב האבן, איך וויל מיך ליב האבן, איך וויל זיין אמת'דיג פרייליך. דאס וואס ציט מיך צום גוי טמא איז פון מיין עצבות און מרה שחורה וואס רעדט מיך איין אז אויב מען גייט בפריצות איז מען פרייליך, אבער איך ווייס עס איז נישט אמת; נישטא קיין פרייליכקייט נאר ביים ערליכן איד, אויך ליבשאפט איז נאר דא ביי די ערליכע אידן. בעט איך דיר, אנא ה' הושיעה נא, אנא ה' הצליחה נא, בזכות די הייליגע צדיקים אברהם יצחק יעקב, און די הייליגע אמהות שרה, רבקה, רחל און לאה, עננו ה' עננו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון ליבי לפניך".


 

#221 - מען דארף בעטן דעם אייבערשטן צו האבן א געפיל צו איידעלקייט
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל-פקודי, כ"א אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז שווער צו ענטפערן אויף די פראגע, ווייל עס איז נישטא הלכות אויף דעם, עס איז מער א געפיל זאך. מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געפיל צו גיין אנגעטון איידעלע קליידער, איידעלע שיך, מיט איידעלע באשיידענע קאלירן וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#220 - אויפבויען די קינדער, זיי געבן אסאך גוטע ווערטער
צניעות, לערערין, סקול, חינוך הילדים, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה-זכור, י' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יישר כח פאר'ן העלפן אין בית פיגא.


זעט אויפצובויען די קינדער, געבט זיי אסאך גוטע ווערטער, יעדע קינד זאל שפירן ווי זיי זענען גוט, און אז 'די טיטשער האט מיך ליב', און 'מיר גייען גיין אין גן עדן, נישט אין גיהנום'.


לייגט אריין אין די קינדער א ליבשאפט צו צניעות.


 

#219 - נישט שמירן די נעגל, אפילו מיט די דורכזיכטיגע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, נעגל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


שמירט נישט די נעגל. מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט שמירן די נעגל, אפילו די דורכזיכטיגע.


איר ווילט זיכער ערליכע דורות, איר ווילט זיכער אייערע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן, זאלט איר נישט שמירן די נעגל; נישט פון די הענט און נישט פון די פיס. עס איז א גוי'שע זאך, עס ברענגט דינים.


שטארקט אייך מיט זאגן תהילים יעדן טאג. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צח) תהילים איז אזוי ווי א וואקער אויף וואס מען קען זיך אנלאנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#218 - וויפיל דארף א מאמע דאווענען?
צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, ל"ט שובבי"ם, כ"ה שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי', לעיקוואד


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט א גוטע לעבן מיט די עצות פון רבי'ן און אז איר האט א גוטע שלום בית. מיטן רבינ'ס עצות איז דאס לעבן איין שטיק זיסקייט און איין שטיק גן עדן; ווי נאר מען נעמט אריין אמונה אין זיך ווערט ליכטיג, אלעס איז גוט.


בנוגע דאווענען און זאגן תהלים וכו'; מאמעס וואס זענען פארנומען מיט די קינדער - זענען יוצא דאס דאווענען מיט ברכת השחר, ברכת התורה און קריאת שמע, און ווען מען האט צייט אינמיטן טאג זאגט מען תהילים, אזוי אויך דארף מען מקפיד זיין אויף קריאת שמע שעל המטה.


בנוגע וכו'; עס ווענדט זיך וואו, אין שלאף שטוב איז איין זאך און אין שטוב איז אן אנדערע זאך, אין שטוב דארף מען גיין אנגעטון איידל. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער.


זייט מחזק אייער מאן ער זאל גיין הפצה נישט אויף אייער צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#217 - יעצט נאך די חתונה דארף מען טאפלט דאנקען דעם אייבערשטן
צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


מזל טוב צו אייער חתונה. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, ליכטיגע דורות, לשם ולתורתו.


יעצט נאך די חתונה - האט די ספר תהילים א שטערקערע באדייט, יעצט דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן טאפלט פון אלס מיידל. אלס מיידל האט איר געזאגט "שכוח אייבערשטער" איין מאל פאר אלעס, פאר אייך אליינס, אבער יעצט איז יעדע זאך צוויי מאל "שכוח אייבערשטער", פאר אייך און פאר אייער מאן. און באלד ווען עס וועט זיין קינדער - איז שוין דריי מאל "שכוח אייבערשטער" אויף יעדע זאך, נאכדעם פיר מאל, פינף מאל און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות וואס איר זענט אנגעטון אזוי איידל, שיין און באשיידן - זאלט איר זוכה זיין צו בנים צדיקים.


פון אייער ראש ישיבה.

#216 - מען קען נישט אויספאפן קינדער, זיי טוען וואס די עלטערן האבן ליב
קינדער, צניעות, שמחה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, סגולות, תהלים, עבודת השם

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע, וואס קען מען טון זוכה זיין צו קינדער צדיקים? דער רבי זאגט דורך צניעות באקומט מען גוטע קינדער (ספר המדות אות בנים, סימן ט).


אויך דארף מען דאס ליב האבן; מען קען נישט גיין אנגעטון איידל און ליב האבן פריצות, מען קען נישט אויספאפן די קינדער, די קינדער טוען וואס די עלטערן האבן ליב; אז די עלטערן האבן ליב אידישקייט, זיי האבן ליב איידל, זיי האבן ליב באשיידן, עס איז דא א שמחה ביים טון די מצוות - וועלן די קינדער ליב האבן איידלקייט און טון מצוות.


זאגט יעדן טאג תהילים. מה טוב ומה נעים אויב איר קענט זאגן דעם יום תהילים, און אז נישט - זאגט וויפיל איר קענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.