בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#215 - נישט אוועקגיין פון די מנהגים פון די עלטערן
תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, דרייוון, מסורה, מנהגים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, י"ז שובבי"ם, ב' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו, מיט די פראגע אויב איר זאלט זיך מאכן לייסענס צו פירן א קאר; איר פרעגט וואס איז ריכטיג.


עס איז מיר נישט גרינג צו ענטפערן די פראגע, ווייל פון איין זייט זעען מיר בריוו אין אשר בנחל ווי מוהרא"ש זאגט פאר די פרויען אין יבנאל זאלן דיקא יא אליינס פירן א קאר אלס צניעות, עס זאל נישט צוקומען צו קיין מכשולות פון פארן מיט פרעמדע מענער, איסור יחוד רחמנא לצלן.


פון די אנדערע זייט זאגט איר דאך אז ביי אייערע עלטערן און ביי אייער מאן'ס עלטערן איז דאס נישט אנגענומען, מען קוקט אויף דעם ווי א ירידה אין צניעות.


ווידעראום מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט אוועקגיין פון די מנהגים פון די עלטערן; סיי ווי אזוי די עלטערן גייען אנגעטון און סיי מיט אלע מנהגים.


אויב איז דאס נוגע נאר צוליב וואס איר וואוינט אין שטעטל, איר שפירט זיך איינגעשפארט; וואלט איר געוואוינט אין שטאט - וואלט איר בכלל נישט געטראכט פון פירן א קאר, אי משום הא - איז ענדערש צוריק צו גיין אין שטאט וואוינען.


מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. התבודדות קלארט אויס דעם מענטש, מען ווערט קלאר ווי אזוי צו לעבן און וואס צו טון אין לעבן.

#214 - גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע
צניעות, חיזוק פאר פרויען, משפחה, נחת, נשמה

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת יתרו, כ"ט שובבי"ם, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך נאכאמאל מחזק זיין, אייער מאמע האט פון אייך נאר נחת; זי קוקט פון הימל און זעט ווי שיין איר פירט זיך, זי פריידט זיך מיט אייער צניעות.


פירט זיך ווייטער איידל, רעדט נישט מיט קיין שום פרעמדע מאנספערזאן און זיכער נישט מיט שוואגערס; גייט נאך די איידעלע אין די משפחה, גייט נאך די באשיידענע - וועט איר מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע עליה השלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#213 - נאר אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען
צניעות, קדושה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט די גרויסע מצוה פון מחזק זיין אידישע פרויען. לייגט אריין אמונה אין זיי; ווייל נאר אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען, אמונה היילט די יסורי הנפש, אמונה ברענגט ברכות, אזוי ווי עס שטייט (משלי כח, כ): "אִישׁ אֱמוּנוֹת רַב בְּרָכוֹת".


בנוגע וכו'; דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער הכוונות דרושי הלילה, דרוש ז): "ודע כי כמו שיוצאין המזיקין אלו מן האדם המוציא שז"ל להיותו בלא אשה", אזוי ווי א מאן באשאפט מזיקין ווען ער איז פוגם בברית רחמנא לצלן, און די מזיקין מאכן אים צרות און יסורים, "כך האשה בוראה מזיקין בלא איש".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#212 - זיך פירן איידל און הייליג ווי אידישע טעכטער, נישט ווי די מצריים
צניעות, קדושה, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בשלח, כ"ד שובבי"ם, י' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע וכו'; עס איז א קלארע איסור אין שלחן ערוך. דער שלחן ערוך זאגט קלאר (אבן העזר סימן כ, סעיף ב) אז מען טאר דאס נישט טון, "וְרָאוּי לְהַכּוֹתָן מַכַּת מַרְדּוּת", און אויב יא זאל מען געבן פאר דער וואס טוט דאס - שטארקע קלעפ, "הוֹאִיל וְעָשׂוּ אִסוּר", וויבאלד זיי האבן געטון א זאך וואס מען טאר נישט טון, "וְיֵשׁ לָאִישׁ לְהַקְפִּיד עַל אִשְׁתּוֹ מִדָּבָר זֶה", און דער מאן דארף אכטונג געבן אויף זיין ווייב זאל דאס נישט טון, "וּמוֹנֵעַ הַנָּשִׁים הַיְדוּעוֹת בְּכָךְ מִלְּהִכָּנֵס לָהּ וּמִלָּצֵאת הִיא אֲלֵיהֶן", און ער זאל נישט לאזן די פרויען וואס טוען די שלעכטע זאך קומען צו אים אין שטוב, עיין שם.


א שאד אז מען רעדט נישט צו מיידלעך אין די שולעס זיי זאלן זיך אכטונג געבן זיך צו פירן איידל און הייליג ווי אידישע טעכטער, און נישט זיך פירן ווי די מצריים; נאכדעם קען מען נישט לעבן, מען קען נישט פירן א אידישע לעבן.

#211 - העלפט אייער מאמע און קריגט זיך נישט מיט די געשוויסטער
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר האט אויפגעהערט שלאפן מיט הויזן. הויזן איז פאר אינגלעך, מיידלעך גייען נישט קיין הויזן; אויך נישט ביים שלאפן און אויך נישט ביים מאכן איבונגען, הויזן פאר א מיידל איז נישט שיין און נישט איידל.


העלפט אייער מאמע און קריגט זיך נישט מיט די געשוויסטער, וועט איר מאכן א נחת רוח דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#210 - אז איינער ווינקט מיט די אויגן, מאכט מען זיך נישט וויסנדיג
צניעות, חיזוק פאר פרויען, מוסר, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, כ"א שובבי"ם, ז' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויב דאס פאסירט נאכאמאל, אז דער משוגע'נער שמייכלט צו אייך, זאלט איר אים איגנארירן, מאכט זיך נישט וויסנדיג.


ווען איר גייט אין גאס און א פרעמדער מאן שמייכלט צו אייך - זאלט איר זיך נישט וויסנדיג מאכן. מען שרייט נאר אויב מען איז אין א סכנה, אבער אז איינער ווינקט מיט די אויגן - מאכט מען זיך נישט וויסנדיג, און אז איר זעט שוין פון דערווייטנס אז עפעס א נישט געזונטער מענטש קומט - זאלט איר אראפקוקן אויף דער ערד, וועט איר נישט האבן מיט קיינעם צו טון.


קוקט אריין אין צעטל קטן פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זכותו יגן עלינו, (אות ח), נישט איינטיילן פאר אנדערע וואס צו טון און וואס צו מאכן; אזוי וועט איר נישט האבן צו טון מיט אייערע געשוויסטער, זיי נישט איינטיילן און זיי מוסר'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#209 - מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן צו גרויסע ישועות
צניעות, שלום בית, סבלנות, תפילה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זעסטו שוין אליינס אז מיט תפילה און סבלנות קומט מען אן; ווי מער סבלנות מען האט אין לעבן, ובפרט אין שטוב צו די ווייב, און ווי מער מען בעט דעם אייבערשטן בתחנונים אז די ווייב און קינדער זאלן זיין ערליך און איידל - זעט מען ביים סוף גרויסע ישועות.


זיי ממשיך מיט תפילה און קוק גוט אויף דיין ווייב. דו האסט א טייערע ווייב, זי איז באמת א גוטע נשמה. דו קוק אויף איר פנימיות, און בעט ביים אייבערשטן אז אויך איר אויסנווייניג זאל זיין איידל און הייליג.


איך קען דיר דערציילן אן א שיעור מעשיות וואס איך האב בייגעוואוינט אין די קרוב צו צוואנציג יאר וואס איך געפון זיך אין היכל הקודש, ווי מיט תפילה און סבלנות האט די ווייב באקומען א געפיל אין צניעות.


רק חזק!

#208 - געב אכטונג זיך צו פירן בצניעות מיט דיינע טעכטער
קינדער, צניעות, קדושה, בזיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, כ"ב שובבי"ם, ח' שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דיין ווייב זאגט מיר נאכאמאל אז דו נעמסט דיינע טעכטער אין דיין בעט, דו נעמסט זיי אויף דיר וכו'; וויל איך דיר נאכאמאל זאגן, דאס איז נישט קיין געזונטע זאך - נישט פאר דיר און נישט פאר זיי, און דאס קען זיין פאר דיר א גרויסע סכנה.


דיין ווייב וויינט צו מיר אז זי פרובירט מיט איר חכמת נשים צו אוועקנעמען די קינדער, זיי זאלן נישט גיין ווען זי הערט ווי דו רופסט זיי אין דיין בעט, זי מאכט זיי פארנומען מיט אנדערע זאכן, אבער נישט אלעמאל העלפט דאס. זי איז זייער דערשראקן, איך האב איר געזאגט איך וועל דיר נאכאמאל שרייבן און דערמאנען אז עס וועט זיין זייער ביטער פאר דיר און פאר זיי.


פאלג, אז נישט וועט זיין גרויסע בזיונות.

#207 - איר זאלט ווייטער מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע'ס נשמה
כיבוד אב ואם, צניעות, תהלים, נשמה, שולד געפילן, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


המקום ינחם אתכם מתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


איך האב געהערט די שרעקליכע נייעס אז אייער מאמע איז ליידער נפטר געווארן אין אייער לעצטע טאג פון די שבע ברכות. זאלט איר אבער וויסן אז אייער מאמע האט געהאט פון אייך גרויס נחת, זי האט נישט אויפגעהערט צו דאנקען דעם אייבערשטן פון די נחת וואס איר האט איר געברענגט יעצט ביי די חתונה. זי איז געווען אזוי פרייליך ביי די חתונה, זי האט אלעמען אזוי שיין באדאנקט, זאלט איר נישט האבן חס ושלום קיין שולד געפיל.


איך בעט אייך זייער, טרייבט ארויס אלע שולד געפילן, יעצט זאלט איר זי מאכן ווייטער א נחת רוח פאר איר נשמה. זי זיצט יעצט אין גן עדן און קוקט אויף אייך, צו זען ווי שיין איר פירט זיך. זי שעפט נחת פון אייער צניעות, פון אייער ערליכקייט, זי האלט אלעס ווייטער מיט פון די משפחה. ביי ערליכע אידן איז נישטא די זאך פון שטארבן; די נשמה לעבט, די נשמה זעט, די נשמה קוועלט פון נחת ווי די קינדער פירן זיך בדרך התורה.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, וועט דאס זיין לעילוי נשמתה, און שטארקט זיך מיט אמונה פשוטה, אז וואס דער אייבערשטער טוט - איז גוט.

#206 - אריינלייגן אין די קינדער א טעם אין איידלקייט
צניעות, חינוך הילדים, מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב נישט קיין ווערטער אייך צו דאנקען פאר'ן מיר העלפן אין בית פיגא וויליאמסבורג.


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט מיר ווייטער העלפן מיט די מיידלעך, דער עיקר בעט איך אייך, רעדט צו זיי פון דאס שיינקייט פון אידישקייט, לייגט אריין אין זיי א טעם אין איידלקייט, זיי זאלן ליב האבן צניעות.

#205 - דערציילט פאר אייערע עלטערן ווער עס לויפט אייך נאך
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, קדושה, משפחה, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


דערציילט פאר אייערע עלטערן וואס גייט פאר, אז אייער שוואגער כאפט אייך אן און לויפט אייך נאך. האט נישט מורא, אויב ער קומט נאנט צו אייך - זאלט איר ארויסלויפן פון שטוב, און אז אייערע עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג - וועל איך רעדן צו זיי.


אז א מאן רירט אן א פרעמדע מיידל - איז ער א מנוול, א שגץ, זאל זיין ווער עס זאל זיין; א שוואגער, פעטער, קאזין וכו'.


העיקר, האט נישט מורא. רעדט נישט קיין איין ווארט מיט אים.


זייט בקשר מיט די מנהלת תחי', מיר וועלן אכטונג געבן אויף אייך.

#204 - עס איז א גרויסע פריצות פאר א פרוי צו רייכערן
צניעות, חיזוק פאר פרויען, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ח' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז א גרויסע פריצות פאר א פרוי צו רייכערן.


איך ווייס אינגעלייט וואס קיין שום זאך האט זיי נישט געקענט מאכן אויפהערן רייכערן, ביז זיי האבן געהאט די שרעק ווען זייער ווייב האט זיי געזאגט אז זיי גייען מיט רייכערן - האבן זיי געכאפט א שרעק און אויפגעהערט רייכערן.

#203 - וואס וועסטו האבן פון דיין צעבראכנקייט?
כיבוד אב ואם, צניעות, שמחה, חנוכה, סיפורי צדיקים, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואס גייט פאר מיט דיר? וואס ביסטו אזוי צעבראכן? א קונץ צו זיין צעבראכן? א קונץ איז צו זיין פרייליך, א קונץ איז זיך אויפצוהייבן און אנהויבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט: "א קונץ אראפצואווארפן א איד? א קונץ איז אויפצוהייבן א איד!" דאס מיינט מען אויך זיך אליין; מען דארף זיך אויפהייבן, און אז מען איז נאכאמאל געפאלן - הייבט מען זיך אויף נאכאמאל.


נס חנוכה ווייזט אונז מען זאל זוכן דאס גוטס, מען זאל זוכן דעם פך שמן און מאכן פון דעם א יום טוב, נישט זוכן די אנדערע שמנים וואס מען האט מטמא געווען; מען דארף זוכן אין זיך גוטע זאכן און זיך מחי' זיין מיט דעם.


וואס וועסטו האבן פון דיין צעבראכנקייט? וואס וועסטו האבן פון זיין באבלאזן? זיי פרייליך, גיי א טענצל - שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי! מוהרא"ש דערציילט אונז אזויפיל מאל די מעשה פון הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו, ווי ער האט זיך מחי' געווען מיט די שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי. די מעשה ווערט געברענגט פון דער הייליגער צדיק, הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו (פרי צדיק חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי, איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען"; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט אונז, איז דאך זיכער אז מיר פשוט'ע מענטשן דארפן זיך מחי' זיין מיט שֶׁלֹּא עָשַׂנִי גּוֹי.


בנוגע חנוכה מסיבות; געב אכטונג עס זאל זיין מיט יראת שמים, געב אכטונג נישט צו פארלירן די קדושת חנוכה; אז מען דארף גיין צוליב כיבוד אב ואם דארף דאס זיין אפגעהיטן וכו'.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#202 - גיין אנגעטון נישט צניעות'דיג מאכט נישט פרייליך
תפילות אויף אידיש, צניעות, שמחה, אמונה, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', תלמיד בית פיגא


ווען איר קומט אין סקול אין בית פיגא - קומט איר אנגעטון זייער איידל, זייער בא'טעמ'ט; הלוואי זאלט איר אויך אזוי גיין אין גאס און ביי שמחות וכו'. די אלע וואס טוען זיך אן אויסגעשניטן, קורץ און טייט - אויסצורייסן די אויגן פון אנדערע - די זענען נישט פרייליך, זיי מאכן זיך פרייליך.


זעט צו זאגן יעדן טאג תהילים; פרובירט צו זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג, אדער וויפיל איר קענט, און בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן. איך זאל קיינמאל נישט אוועק גיין פון דיר, איך זאל בלייבן ביי די אמונה; איך מיין מאן און מיינע דורות".

#201 - מען דארף זיך פירן בצניעות אויך אין א פריוואטע חצר
קינדער, צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


חס ושלום זיך באדן אינדרויסן פון שטוב; אפילו די הויז איז פריוואט און עס איז א פריוואטע חצר - טאר מען נישט שטעלן א באד הינטערן שטוב אין אן אפענעם פלאץ, נאר אז מען פארמאכט דאס מיט פיר מחיצות; עס זאל זיין בקדושה ובטהרה.


וואויל איז די פרוי וואס פירט זיך איידל, וועט זי זוכה זיין צו בנים צדיקים. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס איז איידל - וועט האבן ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#200 - בעטן דעם אייבערשטן אז צניעות זאל נישט זיין אן אפקומעניש
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, נעגל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישלח, י"ג כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן איידלקייט, בעטס דעם אייבערשטן צניעות זאל אייך נישט זיין אן אפקומעניש. מיט תפילה קען מען פועל'ן אלעס, מיט תפילה קען מען אויסדרייען דעם מח מען זאל וועלן און ליב האבן יעדע זאך פון די תורה.


איך קען פערזענליך משפחות פון אנשי שלומינו וואס האבן געהאט די זאך אין אנהויב, עס איז זיי געווען שווער מיט די האר, זיי האבן נישט געוואלט אפשניידן די האר, און אויך מיט די נעגל, זיי האבן נאר געוואלט שמירן די נעגל און אזוי ווייטער, און מיט אסאך תפילה והתבודדות, זיי האבן יעדן טאג געבעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל ליב האבן צו זיין איידל, איך זאל מיך וועלן אפשערן די האר, איך זאל נישט וועלן מער שמירן די נעגל, איך זאל ליב האבן די איידעלע וועג, איך זאל נאר ליב האבן וואס די צדיקים זאגן"; אזוי האבן זיי געבעטן טעג און וואכן און אפילו יארן, און היינט זענען זיי זייער איידל און פירן שיינע ערליכע שטובער.


מיט תפילה וועט איר אנקומען צו די שענסטע פלעצער.

#199 - זיך פירן מיט צניעות אין אפיס, איידל און באשיידן
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, אפיס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג אין אפיס וואו איר ארבעט זיך צו פירן איידל און באשיידן. ווען איר דארפט רעדן צום בעל הבית, זאלט איר רעדן בלשון רבים: "איר האט געזאגט", "ענק ווילן מאכן אנדערש", "ענק ווילן זען וואס מען האט געמאכט?" נישט "דו". אויך זאלט איר נישט קוקן אין די אויגן אריין, נאר קוקן זייטיג וכו'.


האלטס זיך ריין, האלטס זיך איידל - וועט איר האבן קינדער צדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל - וועט האבן ערליכע קינדער.


אייער שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, בעטס דעם אייבערשטן פאר א ערליכע שידוך, אן ערליכער מאן, א ערליכע לעבן, א פרייליכע לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#198 - מער איידל און באשיידן, ברענגט מער פרנסה
פחדים, צניעות, חיזוק פאר פרויען, סגולות, דרשות, פרנסה, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער פרייליך צו הערן אז איר האט זיך פארגענומען צו גיין מער איידל און באשיידן, און אז די מצב הפרנסה האט זיך פארבעסערט. די סיבה פארוואס עס האט אנגעהויבן קומען פאר ענק מער שפע, די פרנסה איז גרינגער און ברייטער - איז נאר ווייל איר גייט אנגעטון מער איידל.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אלעס גייט אייך בעסער. טרייבט ארויס די שלעכטע מחשבות: 'אפשר גייט איין טאג זיין עפעס א צרה פאר מיר', די מחשבה וואס קומט אייך אריין, אז אויב אלעס גייט גוט - אפשר גייט באלד נישט גוט גיין, ווייל יעדער מוז ליידן וכו'; ווער האט אייך דאס געזאגט, אז מען מוז ליידן? מען מוז נישט ליידן, אז מען לעבט מיט'ן אייבערשטן, מען גייט אנגעטון צניעות'דיג - ליידט מען נישט.


דער חכם מכל אדם זאגט (קהלת ז, יד): "בְּיוֹם טוֹבָה, הֱיֵה בְּטוֹב", אין א גוטע טאג זאלסטו הנאה האבן פון דאס גוטס וואס דער אייבערשטער געבט דיר, "וּבְיוֹם רָעָה רְאֵה", און אין א שלעכטע טאג, ווען עס גייט נישט גוט - טייטשט דער הייליגער רבי - (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן לג, אות ג): "קוק גוט וועסטו זען אז אין די שוועריקייטן איז אויך דער אייבערשטער".


זייט מחזק אייער מאן ער זאל קומען צו די שיעורים ליל שישי, עס איז זייער וויכטיג צו בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#197 - איך האף צום אייבערשטן אז דו שעצט דיין ווייב'ס צניעות
צניעות, שלום בית, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בענק זיך נאך דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר גוט, אפשר זאלסטו מיר שרייבן איין מאל א וואך א בריוו, אדער דו אדער דיין ווייב, אזוי וועל איך דיר קענען מחזק זיין זיך ווייטער צו פירן מיט די עצות פון רבי'ן.


איך האף צום אייבערשטן אז דו שעצט דיין ווייב'ס צניעות, איך האף דו געבסט איר גוטע ווערטער און דו ביסט איר איר מחזק. מאך נישט דעם טעות וואס מענטשן מאכן, אראפ צו שלעפן די ווייב'ס צניעות, חוזק מאכן פון איר צניעות, און שפעטער ווען זי פאלט אינגאנצן - האט מען חרטה, אבער דעמאלט קען מען נישט צוריק דרייען, דעמאלט איז שוין שפעט.


איך האף דו געבסט איר יעדן טאג א גוט ווארט אויף איר שיינע איידעלע באשיידענע אידישע אנטון, זי מאכט א קידוש השם און א רייץ ביי די יונגע ווייבלעך זיי זאלן אויך וועלן גיין אנגעטון אזוי איידל.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס איז די בעסטע מאטריאל זיך צו רייניגן פונעם יצר הרע.

#196 - אריינברענגען אין די יונגווארג א ליבשאפט צו אידישקייט
צניעות, חיזוק פאר פרויען, זיכוי הרבים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר מאכט א רייץ ביי די קינדער אין בית פיגא סקול, אלע זאלן וועלן גיין נאך די חתונה מיט די שיינע אידישע לבוש. איר טוט זיך אן אזוי איידל און אזוי צאמגענומען, אז די קינדער זאגן: "מיר וויל אויך אויסזען אזוי ווי מרת ..., מיר וויל אויך גיין אנגעטון איידל און באשיידן".


איך בין אייך זייער מכיר טובה פאר דעם. איר האט נישט קיין אנונג ווי עס גייט מיר ממש אין לעבן אויפצושטעלן א דור אידישע מאמעס, אידישע ווייבלעך - וואס זאלן ליבן אידישקייט, זיין שטאלץ מיט די אידישע אנטון.


קיינער ווייסט נישט וואס איך וויל, אלע זענען זיך טועה אין מיר, מען רעדט אויף מיר כל דבר אסור כאחד הריקים. דער אייבערשטער ווייסט וואס איך וויל; איך וויל אריינברענגען אין בני הנעורים, סיי ביי די בחורים און סיי ביי די מיידלעך א ליבשאפט צו אידישקייט, מען זאל זיך עקלען פון אומות העולם, מען זאל ליב האבן איידלקייט, עס זאל זיין מיט ליבשאפט.


איר און נאך אפאר יונגע ווייבלעך האבן א חלק אין דעם.


 

#195 - זיי זיך מקבל צו ליינען קריאת שמע שעל המטה
פחדים, קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, שלאפן, קבלה טובה, יונגע יארן, קריאת שמע, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט תורה ותפילה. גיי אן מיט א שטארקייט מיט דיינע שיעורים, חומש, משניות, גמרא וכו', אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט תפילה והתבודדות.


וואויל איז דיר אז דו גייסט יעדן טאג אין פעלד זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, ביסט טאקע א יונג קינד פון אכט יאר, אבער דיין התנהגות איז אזוי ווי א דערוואקסענער, דו פירסט זיך אזוי ווי א גרויסער צדיק. גיי ווייטער התבודדות, האב נישט מורא צו גיין צווישן די ביימער און גראז רעדן צום אייבערשטן.


אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו געטון, ער פלעגט זיך באהאלטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מאכן פאר א צדיק.


דו פרעגסט וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין לכבוד דיין יום הולדת, דו ווערסט יעצט ניין יאר; זיי זיך מקבל צו ליינען קריאת שמע שעל המטה, איידער דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", דער וואס ליינט קריאת שמע שעל המטה אנטלויפן פון אים אלע קליפות ומזיקין, ער איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין פאר איין מינוט. איידער דו שלאפסט איין זאג פארן אייבערשטן: "מארגן גיי איך זיין א צדיק", און בעט אים ער זאל דיר פארגעבן אויף וואס איז געווען.


אז דו ווערסט שוין ניין יאר ווערסטו שוין א גרויס קינד, זאלסטו זיך שוין מער נישט שפילן מיט מיידלעך פון דיין יארגאנג, פון דיין משפחה אדער שכנים, ווייל דו ווערסט שוין נאך אביסל א בר מצוה בחור, זאלסטו זיך שפילן מיט קינדער אינגלעך. אויך נישט מיט דיינע מומעס; קענסט באגרוסן דיינע מומעס אבער נישט שפילן מיט זיי.


נאכאמאל וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט זיך ווייטער פירן מיט די הייליגע הנהגה פון גיין התבודדות יעדן טאג. גיי אונטער דיין שטוב, צווישן די ביימער און גראז און שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים אלע דיינע מחשבות, מעשים און דיבורים - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


אויך בעט פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל.


זאלסט מצליח זיין און וואקסן א צדיק.

#194 - טאנץ פאר שמחה פאר די איידעלע ערליכע שטוב וואס דו האסט
צניעות, שמחה, שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


טאנץ פאר שמחה פאר די שיינע ערליכע שטוב וואס דו האסט. ווי גליקליך איז פאר'ן ערליכן איד, ווי זיס איז פאר די פרוי וואס גייט אנגעטון איידל, ווי קען מען זיך נארן און אויפטוישן שיין אויף נישט שיין, ווי קען מען אויפטוישן אן איידעלע אידישע מאמע פאר א נישט איידעלע; גלייב מיר, עס איז ניטאמאל א נסיון, די נישט איידעלע וכו'.


גיי א טענצל, דאנק דעם אייבערשטן פאר אזא מתנה, אזא ווייב, א צנוע און אן ערליכע - וואס דו האסט. שעץ איר, רום איר, הייב איר, פיר זיך צו איר ווי מען פירט זיך צו א קעניגן.


די צוויי זאכן, שמחה און שלום - ברענגען די שכינה אין שטוב. שמחה און שלום, די צוויי זאכן ברענגט דעם אייבערשטן אין שטוב, מען שפירט אלוקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#193 - רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שערן די האר, רייכערן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס ... פרעגט, אויב מען מעג רייכערן אן עלעקטעראנישע ציגארעטל וכו'; זאגט איר זי זאל קיינמאל נישט רייכערן. רייכערן פאר א פרוי איז א שרעקליכע פריצות, נישט קיין חילוק עלעקטעראנישע אדער נישט עלעקטעראנישע; מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אז רייכערן פאר פרויען איז זייער א גרויסע פריצות.


לייגט אריין אין די תלמידות דאס שיינקייט פון זיין איידל; זיי זאלן וועלן זיין איידל, זיי זאלן זיך עקלען פון די וועג פון אומות העולם. איך האב א תלמיד וואס וויינט צו מיר אז זיין ווייב וויל זיך מאכן נאך לעכער אין די אויער, נאכמאכן די אומות העולם, ער ווייסט נישט וואס צו טון. דעריבער בעט איך אייך איר זאלט אריינלייגן אין די בית פיגא קינדער דאס ליב האבן צניעות.


וואס זאל איך אייך זאגן, איך ווער שוואך פון די סארט שאלות; איך וויל די תלמידות זאלן זיין איידל און הייליג. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען פסח אין איסטאנבול, האט ער געזען דארט אינגעלייט מיט זייער הייליגע נשמות, זיי האבן געהאט הייליגע נשמות אזוי גרויס ווי די הייליגע תנאים. האט דער בעל שם טוב געזאגט, זיי האבן זוכה געווען צו דעם צוליב די צניעות פון זייערע מאמעס, די פרויען דארט זענען געווען זייער איידל; זעט מען צו וואס מען איז זוכה ווען מען פירט זיך איידל.


אויך זאל מען רעדן צו די קינדער פון זיך אפשערן די האר נאך די חתונה; נאר אז מען וועט דאס אריינלייגן פון קינדווייז אן - וועלן זיי דאס טון מיט שמחה, אז נישט - וועלן זיי דאס טון געצווינגענערהייט, און נאכדעם פאלט מען אראפ פון דעם, מען לאזט זיך צוריקוואקסן די האר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#192 - עס לוינט זיך אוועקצוגעבן די מאדעס, כדי צו האבן ערליכע דורות
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, נחת, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגעס מאכן מיך שוואך; וואס זאל איך דיר ענטפערן? נישטא קיין הלכות אויף צניעות, גיין אנגעטון איידל איז א געפיל זאך, און אז דיין ווייב וויל נאכמאכן די גוים, זיך מאכן נאך א לאך אין אויער פאר נאך אן אויערינגל - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה; נאר תפילה וועט דיר העלפן.


דיין ווייב איז באמת זייער א וואוילע טייערע פרוי; די פאר מאל וואס דו ביסט געקומען רעדן צו מיר מיט איר האב איך איינערקענט אז זי איז זייער וואויל. מעגסט איר זאגן אז דו ווילסט נישט, און זיי איר מחזק, אז מען גייט אנגעטון איידל - האט מען ערליכע קינדער, און אז מען גייט אנגעטון ווי א אידישע טאכטער גייט - וועלן די קינדער בלייבן אידן; עס לוינט זיך אוועק צו געבן די זאכן - צו האבן ערליכע דורות.


זיי איר מחזק, ווייז איר ווי שרעקעדיג די וועלט איז. קינדער לויפן אוועק, קינדער מישן זיך אויס מיט אומות העולם רחמנא לצלן, און אז מען פירט זיך איידל - זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים".


קענסט איר זאגן וואס דיין רצון איז, און זאלסט איר מחזק זיין. און אז זי וועט דאס סיי ווי מאכן - זאלסטו איר נישט טשעפען, נאר בעט דעם אייבערשטן אז דו, דיין ווייב און די קינדער - זאלן האבן א געפיל צו צניעות, און מיט סבלנות און תפילה וועט זי זיך ציען צו רעכטס און וועלן גיין אנגעטון אזוי ווי א בת ישראל.


ווער נישט פארלוירן, איך האב שוין געזען אסאך מעשיות ביי אנשי שלומינו וואס זיי האבן מיט תפילה והתבודדות גע'פועל'ט ניסים ונפלאות. דו בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן זיין ערליך און אפגעהיטן פון חוקות העכו"ם, מיר זאלן ליב האבן די אידישע וועג, מיר זאלן ליב האבן צניעות. הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין ווייב און קינדער, דו טוסט מיט מיר אזויפיל ניסים ביז אהער, העלף מיר אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון איידל, זי זאל נישט וועלן נאכמאכן די נייע מאדעס, איך בעט דיר, אנא ה' הושיעה נא, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן וועלן טון נאר דיין ווילן און זוכה זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך".


אז זי פרעגט דיר וואס איך זאג - קענסטו איר ווייזן דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#191 - עקסערסייז קען מען דאס נאר טון צניעות'דיגערהייט
צניעות, סקול, קליידער, עקסערסייז

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הויזן פאר א מיידל איז פריצות און דאס זעלבע לעגינגס; אפילו ביים מאכן עקסערסייז טאר מען נישט גיין מיט הויזן און לעגינגס.


דעריבער אויב וויל מען מאכן ביי אונז אין בית פיגא סקול עקסערסייז מיט די מיידלעך - קען מען דאס נאר טון צניעות'דיגערהייט, מען קען נישט און מען טאר נישט אנטון הויזן ביים מאכן עקסערסייז. אויך זאל מען נישט קומען אין סקול מיט לאנגע קליידער, מען קען מאכן עקסערסייז מיט די געהעריגע קליידער מיט וואס מען קומט, וד"ל.


איך בעט אייך איר זאלט שטיין אויף דעם, די תלמידות זאלן זיך פירן בצניעות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.