בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - אויף יעדע רגע פאר'ן רבינ'ס ראש השנה וועסטו באקומען אסאך באלוינונג
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, פרוביר מיט אלע דיינע כוחות צו פארשאפן וועגן פאר אלע אנשי שלומינו; איך בין געפארן קיין אומאן אויפ'ן באשטעטיגונג אז עס וועט זיין א וועג פאר אלעמען צו קומען.


איך ווייס אז דו פאלסט שוין פון דיינע כוחות נאכן ארבעטן אזויפיל חדשים אויף אזויפיל וועגן אז מען זאל קענען אנקומען קיין אומאן און ביים סוף זעסטו ווי אלעס איז צעפאלן, אבער דארפסט געדענקען אז אויף יעדע רגע און יעדע מינוט וואס דו האסט זיך אוועקגעגעבן פאר'ן רבינ'ס ראש השנה וועסטו באקומען אסאך באלוינונג.


זיי מיר מודיע יעדע מענטש וואס דו פארשאפסט א וועג אריין, זיי פארבינדן מיט האברך ... און מיט ....


איך ווארט דיר צו זען אין אומאן מיט אלע אנשי שלומינו.


א כתיבה וחתימה טובה.     

#12 - מנהגים אויף ראש השנה
ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו א', ערב ראש השנה שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד אלע טייערע פרויען תלמידות היכל הקודש שתחיו.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן סימן כא) אויף פיר זאכן דארף מען אכטונג געבן ראש השנה.


א) טראכטן גוט; דער רבי זאגט אז ראש השנה דארף מען זיין קלוג צו טראכטן גוט, אז דער אייבערשטער גייט אונז געבן נאר גוטס.


ב) זיין פרייליך; ראש השנה דארף מען זיין פרייליך אז מיר זענען אויסדערוועלט ביים אייבערשטן.


ג) אויך וויינען; ראש השנה דארף מען וויינען, און ווען מען וויינט זאל מען וויינען פון שמחה.


ד) נישט רעדן; די ערשטע טאג ראש השנה דארף מען וואס ווייניגער רעדן, און ווי חשוב'ער מען איז דארף מען נאך ווייניגער רעדן.


א כתיבה וחתימה טובה.

#11 - אויב קען מען נישט פארן קיין אומאן, זאל מען מאכן א קיבוץ יעדער אין זייער שטאט
אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, אויב מען וועט נישט עפענען די גרעניץ אין אוקריינא ווילסטו דינגען א האטעל פאר אלע אנשי שלומינו, עס זאל זיין פלאץ פאר אלעמען, מען זאל מאכן א גרויסע קיבוץ וכו'.


אויב די גרעניץ וועט זיין פארשפארט און מען וועט נישט קענען זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, וועל איך זיין מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אין שטעטל, אין קרית ברסלב.


מען וועט מאכן א קיבוץ אינעם בית המדרש אין בארא פארק, אין די ישיבה אין וויליאמסבורג, אינעם בית המדרש אין קרית יואל, מאנסי, סטעטן איילענד און אזוי ווייטער; איך פערזענליך וועל זיין אין אומאן און אז מען קען נישט פארן קיין אומאן בין איך אין קרית ברסלב.


איך ווארט צו הערן וואס דיינע פלענער זענען; אויב דו בלייבסט אין וויליאמסבורג דארף איך אנגרייטן אן אנדערער בעל קורא און א בעל מקריא.


ישועת ה' כהרף עין, מיר האפן צו זיין אין אומאן.

#10 - דער רבי וואס הייסט קומען אויף אומאן, וויל אויך מיר זאלן נישט ווערן פארלוירן
שמחה, תשובה, אומאן, ראש השנה, ישוב הדעת

 בעזרת ה' יתברך


 


ערב שבת קודש פרשת נצבים-וילך, כ"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ברידער, תלמידי היכל הקודש שיחיו, ירושלים.


מיר ווארטן אלע אויף די גוטע נייעס, צו הערן אז די גרעניץ איז אפן און מיר קענען אלע גיין קיין אומאן, זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי איז אונז מתקן און אין די זעלבע צייט זענען מיר זייער רואיג און מיושב אז אויב דער גרעניץ וועט בלייבן פארשפארט וועלן מיר ווייטער זיין פרייליך; דער זעלבער רבי וואס האט אונז געזאגט מיר זאלן קומען קיין אומאן דער זעלבער רבי לערנט אונז אז מיר זאלן נישט ווערן פארלוירן און צעטומלט, מיר זאלן זיין פרייליך אין יעדע מצב.


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, בלייבט רואיג; יעצט דארף זיך אנזען וואס דער רבי געבט אונז די גאנצע יאר, מען טאר זיך נישט פארלירן, מיר דארפן טאקע ווייטער בעטן, האפן און גליסטן אנצוקומען צום רבי'ן אבער מיט ישוב הדעת און שמחה.


אויב די גרעניץ וועט זיין פארשלאסן זאלט איר מאכן א מנין צוזאמען תלמידי היכל הקודש; ווייל וואו עס קומען זיך צוזאמען צען מענטשן וואס גלייבן אין רבי'ן - דארט געפונט זיך דער רבי, בתנאי אז די צען מענטשן קריגן זיך נישט, די מנין האבן זיך ליב איינער דעם צווייטן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב אויפ'ן וועג זיך צו באזעצן אין אומאן און דער בעל עגלה איז שוין געשטאנען אינדרויסן מיט די פערד און וואגן; אויפ'ן וועג ארויס האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביים טיר, ער האט געהאלטן די האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד", איר זאלט זיך צאמנעמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", ווייל אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען מיט כוונה, אפשר וועט איר מיר קענען צוריק ממשיך זיין (חיי מוהר"ן, סימן קפה).


די וואך איז געווען אין ישיבה איינער פון אייער חבורה, א אינגערמאן וואס דאווענט ביי אייך, ער האט מיר איבערגעגעבן שיינע גרוסן אויף אייך. אויך באקום איך יעדן טאג בריוו, סיי פון געסט וואס פאלן אריין אויף א שבת און אויך פון קביעות'דיגע מתפללים, אלע שרייבן א זאך וואס באנעמט מיר זייער, אלע שרייבן אז מען שפירט א שטארקע ליבשאפט אין אייער שול; דאס איז מיר זייער חשוב צו הערן, ווייל א מנין פון אנשי שלומינו וואס ליבן זיך - דארט איז דער רבי.


איך בעט יעדן איינעם פון אייך, געבט אכטונג נישט צו ווערן בעצבות; תשובה מיינט נישט עצבות, תשובה איז א מצוה וואס מען דארף טון מיט שמחה. אזוי ווי מען פריידט זיך ווען מען טוט אנדערע מצוות, אזוי דארף מען תשובה טון מיט שמחה; מען טאר זיך נישט לאזן צעברעכן פונעם יצר הרע וואס רעדט איין דעם מענטש אז עס איז א מצוה צו זיין צעבראכן, אז מען זינדיגט דארף מען תשובה טון - אבער אין די זעלבע צייט בלייבן פרייליך. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אִם הָיִיתִי עוֹבֵר חַס וְשָׁלוֹם עֲבֵרָה גְּדוֹלָה בְּיוֹתֵר", אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה, "אַף-עַל-פִּי-כֵן לֹא הָיְתָה הָעֲבֵרָה מַשְׁלֶכֶת אוֹתִי כְּלָל", וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גִיוָוארְפְן, "רַק הָיִיתִי אַחַר הָעֲבֵרָה אִישׁ כָּשֵׁר כְּמוֹ קֹדֶם", אִיךְ וָואלְט נָאכְדֶעם גִּוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיר, "רַק אַחַר-כָּךְ הָיִיתִי עוֹשֶׂה תְּשׁוּבָה", דֶערְנָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין אין אומאן דעם יאר ראש השנה.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#9 - אז די תלמידים שטארקן זיך, געבט דאס כח צו גיין ווייטער
הפצה, אומאן, ראש השנה, לימוד התורה, ראש ישיבה, תלמיד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר, בפרט אז דו לערנסט יעדן טאג א בלאט גמרא; אפילו דו ביסט פארנומען צו ברענגען פרנסה גנב'עסטו אראפ אפאר מינוט צו לערנען און דאווענען.


איך פריי זיך זייער אז דו האסט א חלק אין הפצה מיט דעם וואס דו שיקסט ארויס חיזוק יומי פאר טויזנטער מענטשן יעדן טאג; דאס איז די גרעסטע הפצה, מיט איין דרוק אין קנעפל קומסטו אן צו טויזנטער מענטשן.


דו האסט מיר זייער דערפריידט מיט דיין בריוו; הלואי וואלסטו מיר געשריבן מער. איך ארבעט זייער שווער מיט די בחורים, אסאך מאל קומט מיר אריין אין מחשבה: 'וואס פעלט מיר אויס די שווערע ארבעט?' אבער ווען איך הער צוריק אזעלכע שיינע גריסן, ווען איך באקום בריוון פון תלמידים וואו זיי שרייבן ווי זיי גייען ווייטער אן אין לעבן מיט די לימודים - געבט דאס מיר כח אויף ווייטער.


איך וועל רעדן מיט ... נרו יאיר ער זאל דיר פרובירן אריין צו שטופן זאלסט קענען זיין מיט אונז אינעם בנין אין אומאן אויף ראש השנה, איך האף אז עס איז נאך דא בעטן צו דינגען.


א פרייליכן שבת.

#8 - פארן קיין אומאן אן קיין חשבונות
אומאן, ראש השנה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


שלום וברכה לידידי היקר ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אז דו ווילסט זיין ראש השנה צוזאמען מיט אונזער חבורה; יעצט איז נאך אביסל פרי צו וויסן וויפיל עס גייט זיין דער פרייז, מען רעדט נאך נישט פון קיין פרייזן וכו'; אם ירצה ה' נאך פסח הייבט מען אן צו פארדינגען בעטן.


איך האב געהאט אן אינטערעסאנטע מעשה מיט מוהרא"ש דעם לעצטן ראש השנה פון מוהרא"ש. אינמיטן זומער שנת תשע"ה האט מוהרא"ש מיר אנגערופן און מיר געפרעגט אויב איך האב שוין ארויסגענומען א פלאץ אין אומאן פאר אונזער ישיבה, איך האב נישט געוויסט וואס מוהרא"ש וויל, איך האב געוואלט העלפן מוהרא"ש, האב איך געפרעגט מוהרא"ש "וואס קען איך העלפן?" זאגט מיר מוהרא"ש: "לייג מיר אוועק צוויי בעטן ביי דיר, פאר מיר און פאר מיין זון, איך וועל זיין ביי דיר ראש השנה", איך האב געפרעגט מוהרא"ש: "וואס גייט פאר? מען נעמט נישט ארויס דעם מעגאמעטער?" האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "מיך קען מען נישט סטראשען, איך בין א מלומד מלחמה", און מוהרא"ש האט ממשיך געווען: "דו ווייסט וואס חושי הארכי האט געזאגט (שמואל ב יז, ח): 'אַתָּה יָדַעְתָּ אֶת אָבִיךָ וְאֶת אֲנָשָׁיו כִּי גִבֹּרִים הֵמָּה וּמָרֵי נֶפֶשׁ הֵמָּה, כְּדֹב שַׁכּוּל בַּשָּׂדֶה, וְאָבִיךָ אִישׁ מִלְחָמָה'; איך בין אן  איש מלחמה, איך דארף גארנישט, מיר קען מען נישט סטראשען. איך פאר קיין אומאן ווייל דער רבי האט געהייסן, לייג מיר אוועק א בעט פאר מיר און פאר מיין זון"; איך בין זייער דערשראקן געווארן, טראכטנדיג: 'וואס וועט זיין? עס וועט נישט זיין די גרויסע מנין?' למעשה נאך א וואך האט מיך מוהרא"ש גערופן מעלדן אז אלעס איז מסודר.


דעמאלט האב איך געזען דאס תמימות ופשיטות פון מוהרא"ש; ביי אים איז געווען א פשוט'ע זאך צו קומען קיין אומאן אפילו די גאנצע בית המדרש וועט נישט זיין וכו' וכו', אז דער רבי האט געהייסן קומען קיין אומאן גייט אים גארנישט אן.


אויך האב איך זיך זייער געפריידט צו הערן פון מוהרא"ש אז ער וויל זיין ביי אונז; דעמאלט איז אריבער אויף מיר אסאך שוועריקייטן, מען איז געלאפן טאג און נאכט צו מוהרא"ש רעדן שלעכטס אויף די ישיבה וכו' וכו'. דאס איז מיר געווען א גרויסע נחמה אז מוהרא"ש וויל זיין מיט מיר און איך גלויב אז מוהרא"ש געפונט זיך מיט אונז סיי אין אומאן און סיי א גאנץ יאר, ווייל דארט וואו מען רעדט די דיבורים פונעם צדיק דארט געפונט זיך דער צדיק.


בנוגע הבחור ... נרו יאיר פאר אייער טאכטער; ער איז א טייערער בחור, אבער ער דארף נאך אביסל קומען צו זיך פון וואס ער איז אריבער געגאנגען וכו', עס קען זיין א גוטע זאך אבער מען דארף נאך אביסל ווארטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע דיינע וועגן.

#7 - יישר כח פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע ראש השנה
חינוך הילדים, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ה תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער תלמיד ... נרו יאיר.


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט אנגעקומען דיר צו שרייבן פון ראש השנה ביז יעצט.


איך דאנק דיר מיט מיין גאנצע הארץ פאר'ן אהערשטעלן אזא שיינע ראש השנה; דאס יאר איז ביי מיר געווען די פופצנסטע יאר וואס איך בין זוכה צו קומען צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה, דער אייבערשטער זאלן העלפן ווייטער אז ווילאנג איך לעב זאל איך קומען אויף ראש השנה צום רבי'ן.


דאס יאר איז געווען די שענסטע יאר; ממש א מחי' דער נייער בנין, מיר האבן א ווינקעלע וואו מיר אלע תלמידי היכל הקודש קענען זיין בצוותא, אינאיינעם זיך מחזק זיין כאיש אחד בלב אחד מיט די עצות פון רבי'ן.


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אזוי אוועקגעבן אזויפיל וואכן און חדשים; אנגעהויבן פון פסח ביז ראש השנה דאגה'סטו טאג נאך טאג, אז אלעס זאל זיין אויפ'ן בעסטן אופן. אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן און האבן נחת מכל יוצאי חלציך.


איך האף אז דו וועסט זיין גרייט ווייטער צו טון דיין שליחות דעם קומענדיגן יאר, שנת תשפ"א הבא עלינו לטובה; אנגרייטן און מסדר זיין אז מיר זאלן האבן א שיינעם יום טוב.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב שוין געמאכט טיקעטס פאר'ן קומענדיגן יאר מיט מיינע קינדער; מיר וועלן פארן דינסטאג כ"ו אלול, מען דארף שוין פארן דינסטאג, ווייל ראש השנה געפאלט אום שבת וכו'.


געב איבער פאר אלע וואס זענען אחראי אויפ'ן בנין, אז פאר די מלמדים און כולל אינגעלייט דארף מען געבן פאר ביליגער.


איך פריי זיך זייער אז דו וועסט ממשיך זיין דאס יאר מיט "אבות ובנים"; פון קומענדיגע וואך מוצאי שבת פרשת נח ווען מען רוקט צוריק דעם זייגער, צו ברענגען פרסים וכו' פאר די קינדער וואס בלייבן אין בית המדרש לערנען מיט די עלטערן פאר א דריי פערטל שעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - מאך זיך א שיעור אין "ספר עצתו אמונה" וועסטו האבן חיזוק
קינדער, הפצה, ראש השנה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליכטיגער תלמיד ... נרו יאיר.


מאך זיך א שיעור אין "ספר עצתו אמונה" וועסטו האבן חיזוק, דו וועסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין לעבן; איך האב גארנישט מחדש געווען, איך שרייב וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען דורכאויס די אלע יארן פון מוהרא"ש.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב, איר וועט נאך זוכה זיין צו זרע של קיימא; יעצט ראש השנה איז א צייט נפקד צו ווערן בזרע של קיימא, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.) אז ראש השנה זענען אונזערע מאמעס די אמהות הקדושות נפקד געווארן בזרע של קיימא.


נעם זיך פאר לכבוד דעם נייעם יאר עוסק צו זיין ביתר שאת וביתר עוז אין פארשפרייטן די הייליגע עצות און חיזוק פון רבי'ן, דורכדעם וועסטו זוכה זיין צו מצליח זיין אין דיין נייע געשעפט, דו וועסט האבן גרויס הצלחה.


מיט יעדן איינעם וועם דו רעדסט; מיט אידן אדער להבדיל אומות העולם, זאלסטו שטענדיג מזכיר זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען, גא"ד בלע"ס י"ו, אזוי וועסטו זייער שיין מצליח זיין.


איך ליב דיר, דיין ראש ישיבה.


 

#5 - דו וועסט געהאלפן ווערן מיט קינדער
קינדער, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזגתו ... תחי'.


זייט נישט באזארגט וועגן קינדער; איר וועט בקרוב זוכה זיין צו זרע של קיימא.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יא.) אז ראש השנה זענען די אמהות נפקד געווארן מיט קינדער; דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט נפקד ווערן יעצט ראש השנה מיט זרע של קיימא.


מען דארף שטענדיג דערמאנען חסדי ה' וואס דער אייבערשטער טוט שטענדיג מיט'ן מענטש, מיט דעם מאכט מען א כלי צו מקבל זיין פרישע חסדים. פאריאר ראש השנה האט איר ניטאמאל גע'חלומ'ט אז איר וועט טרעפן א שידוך און חתונה האבן, קוקט ווי דער אייבערשטער האט אייך אזוי שיין געהאלפן, אזוי וועט דער אייבערשטער אייך ווייטער העלפן מיט קינדער, פרנסה און כל טוב.


לכבוד דעם נייעם יאר זאלט איר זיך מקבל זיין ווייטער צו העלפן דעם רבי'ן בכל פרט ופרט, דער רבי בלייבט קיינעם נישט שולדיג, דער רבי זאגט: "ביי וועם איך נעם געב איך", און ווען א צדיק געבט, געבט ער בעין טובה.


א גוט געבענטשט יאר.


פון ענקער ראש ישיבה.

#4 - דאנק דעם אייבערשטן אויף די ניסים ונפלאות פון די גאנצע יאר
תודה והודאה, ראש השנה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


נאך אזא יאר וואס איז אריבער אויף דיר, אזויפיל נסים ונפלאות וואס דו האסט געהאט; ביסט אפאר מאל געווען אין שפיטאל, געלעגן אויפ'ן טיש וואו מען האט דיר אפערירט, און יעצט ביסטו געזונט און שטארק.


יעצט ווען מיר שטייען נאכאמאל פאר ראש השנה ווען מען גייט אפשרייבן א נייע בלעטל, מי יחיה, מי בקיצו; וואונטש איך דיר א געזונטע יאר ברמ"ח איברים ושס"ה גידים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפציען דיינע קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט דיין אשת חיל און האבן א זיס ליכטיג יאר.


איך וואונדער זיך אויב דו גייסט נאך אן מיט דיינע לימודים אזוי ווי אמאל; דו פלעגסט מיר אלעמאל דערציילן דיינע סיומים מיט א שמייכל און א חיות, אבער עס איז שוין א לאנגע צייט וואס איך הער נישט פון דיינע סיומים. בכלל פלעגן מיר האבן אמאל מער שייכות, איך וואונדער זיך צי דו האסט געהאט חלישות הדעת פון מיר וכדומה, אדער פשוט איז אלעס גוט נאר איך פון מיין זייט בין איך מער פארנומען.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#3 - לאדענען אנדערע משפחות אויף ראש השנה
חיזוק פאר פרויען, הפצה, הכנסת אורחים, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, כ' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט איינגעליידנט מרת ... צו אייך אויף ראש השנה; הלוואי זאלן נאך אנדערע זיך לערנען פון אייך צו טון חסד איינער מיט'ן צווייטן, בפרט ראש השנה ווען אלע אנשי שלומינו פארן אוועק קיין אומאן און נישט אלע פרויען האבן וואו צו גיין עסן די סעודות, דערפאר וואלט געווען א גרויסע זאך ווען מען ליידנט איין די פרויען וואס האבן נישט וואו צו זיין.


אין דעם זכות זאלט איר זוכה זיין צו מגדל זיין אייערע קינדער גרינגערהייט, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות הכנסת אורחים, סימן ג): "הַכְנָסַת אוֹרְחִים מְזַכֶּה אֶת הָאִשָּׁה לְבָנִים", הכנסת אורחים איז מסוגל פאר קינדער; אזוי ווי מיר זעען ביי די פרוי שונמית וואס האט זייער חשוב געהאלטן די מצוה פון הכנסת אורחים (מלכים ב ד, ט-י), דערפאר האט איר אלישע הנביא צוגעזאגט א קינד (שם, שם, טז), און זי האט זוכה געווען צו א קינד – חבקוק הנביא (זוהר הקדוש, פרשת בשלח, דף מד:).


איך האט מיר געשריבן זוממער אז איר זענט מתרגם דעם קונטרס "געדולד צו קינדער" אויף ענגליש, איך ווארט צו הערן אויב עס איז שוין פארטיג, כדי מען זאל דאס קענען דרוקן און פארשפרייטן פאר אלע וואס פארשטייען נאר ענגליש.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - קיין אומאן ראש השנה דארף מען קומען צי מען האט געלט אדער נישט
אומאן, ראש השנה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קיין אומאן ראש השנה דארף מען קומען צי מען האט געלט אדער נישט; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה", און איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה.


"וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל ראשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, 'אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם'", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


אין אומאן אליינס איז נישט קיין חילוק וואו מען איז, דער עיקר איז מען זאל זיין ביים רבי'ן אין אומאן. אז עס קומט דיר אויס צו טייער צו זיין מיט אונז זאלסטו גיין וואו עס קומט דיר אויס בעסער, אבער דער עיקר איז זיין אין אומאן.


אז דו פלאגסט זיך און דו קענסט נישט דעקן דיינע הוצאות - זאלסטו גיין נאך געלט; מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז אויב מען וויל נישט פושט רגל זיין (באנקראטירן) זאל מען פושט יד זיין, מען זאל אויסשטרעקן די הענט און גיין נאך געלט אז מען זאל האבן וואס צו געבן פאר די ווייב; עס איז נישט דא אזא זאך ווי נישט אהיים ברענגען געלט. האסט חתונה געהאט און אונטערגעשריבן אין די כתובה: "אֲנָא אֵיזִן, וְאוֹקִיר, וְאֶפְלַח לֵכִי", איך וועל דיר שפייזן וכו' - דארפסטו דאס מקיים זיין, דו דארפסט ברענגען פון אונטער דער ערד געלט.


זיי עוסק אין הפצה וועסטו שטענדיג האבן שפע; דער הייליגער רבי האט געהאט א תלמיד רבי נפתלי זכרונו לברכה, ער איז געווען איינער פון די צוויי עדות וואס דער רבי האט גענומען פארן 'תיקון הכללי'. ער האט באקומען א ברכה פון רבי'ן אז ווען ער וועט אריין לייגן זיינע הענט אין טאש וועט ער אייביג טרעפן דארט געלט, וכך הוה, ווען ער האט געדארפט האבן געלט האט ער אריין געלייגט די הענט אין טאש און געטראפן געלט; מוהרא"ש שרייבט אין 'אשר בנחל': "איך געב א צווייטע ברכה, ווער עס וועט עוסק זיין אין הפצה, ער וועט גיין מיט קונטרסים וכדומה ביי די הייזער וכו', וועט אייביג האבן געלט אין טאש".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מ'דארף זיך שוין גרייטן אויף די תפלות פון ראש השנה
תפילה והתבודדות, רפואה, ראש השנה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ואתחנן, י"ד מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך שפיר זיך גוט; היינט אינדערפרי אינמיטן פארלערנען דעם גמרא שיעור האב איך זיך נישט גוט געשפירט און איך האב נישט געקענט ממשיך זיין מיט די שיעור, אבער ברוך ה' אז איך שפיר זיך שוין גוט.


יעדע מינוט וואס מען אטעמט דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה יד, ט): "עַל כָּל נְשִׁימָה וּנְשִׁימָה שֶׁאָדָם נוֹשֵׁם צָרִיךְ לְקַלֵּס לַבּוֹרֵא, מַה טַּעַם (תהלים קנ, ו): כֹּל הַנְּשָׁמָה תְּהַלֵּל יָהּ, כָּל הַנְּשִׁימָה תְּהַלֵּל יָהּ", אויף יעדע אטעם וואס מען אטעמט דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן; וואס איז שוין דער גאנצער מענטש? ממילא ווי לאנג מען לעבט דארף מען אריין כאפן גוטע זאכן.


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט זיך שוין אנגרייטן צו חזר'ן דעם נוסח פונעם ראש השנה'דיגן דאווענען; מיטן הילף פונעם אייבערשטן וועל איך דאס יאר זיין דער שליח ציבור פאר שחרית און - ווי עס זעט אויס - אויך פאר מוסף, אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר שוין פאראויס געזאגט. איך האף אז דו וועסט מיר העלפן דאווענען אזוי ווי אלע יארן; געדענקסט דאך וואספארא תענוג מוהרא"ש האט געהאט פונעם דאווענען. דעריבער, אז מיר וועלן זיך האלטן צוזאמען אן מחלוקת וועט זיכער מוהרא"ש ווייטער הנאה האבן פון אונז.


זיי מתפלל פאר מיר איך זאל האבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.