בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#30 - תשפ"ה איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שטות ה'יהדות
קבלה טובה, חומש רש"י, מעביר סדרה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וזאת הברכה ב', י"א תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען קען שוין ענדיגן די וואך מעביר סדרה זיין פרשת וזאת הברכה, מען דארף נישט ווארטן אויף נאך שמחת תורה אנצוהויבן פרשת בראשית, נאר קומענדיגע וואך זונטאג, חול המועד סוכות - קען מען שוין אנהויבן פרשת בראשית. מוהרא"ש האט דאס אלע יארן געבעטן, מיר זאלן נישט פארפאסן די אנהויב יאר, מען זאל זיך מוסר נפש זיין פאר די מצוה פון מעביר סדרה זיין, יעדן טאג לערנען אביסל חומש, תרגום מיט רש"י.


דערפאר בעט איך דיר זייער, זע צו ענדיגן פרשת וזאת הברכה, אזוי וועסטו קענען אנהויבן זונטאג חול המועד פרשת בראשית, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום מיט רש"י, דורכדעם וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס, דו וועסט האבן א שמירה עליונה, וועסט זיין אפגעהיטן פון די יצר הרע פון עבירות.


ווארף אוועק דיינע חכמות המדומות וכו', פאלג וואס צדיקים זאגן בתמימות ופשיטות. מוהרא"ש האט אויך געוואוסט פון די ווערטער פון הייליגן אריז"ל וואס זאגט מען זאל מעביר סדרה זיין דווקא פרייטאג, און דאך האט ער אונז געמוטיגט אלע יארן ביי די שיעורים און אין די בריוו אז מיר זאלן במשך די וואך - אנגעהויבן פון זונטאג - מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, דער משנה ברורה ברענגט אראפ (שם, סעיף קטן ח) פונעם הייליגער ווילנער גאון זכר צדיק לברכה, אז ער האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער.


דאס זאל זיין פון דיינע נייע קבלות פאר די נייע יאר, לערנען יעדן טאג חומש, תרגום און רש"י, זיך פירן ווי א פשוט'ער איד, בתמימות ופשיטות, אזוי ווי מיר האבן דערמאנט אין אומאן ביי די שיעורים, תשפ"ה איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שטות ה'יהדות; ווייל מעביר סדרה זיין וועט דיר ברענגען יראת שמים. אזוי ווי דער הייליגער רבי מרדכי'לע מנאדבורנא זכותו יגן עלינו האט געזאגט פארן ערוגת הבושם זכותו יגן עלינו ווען ער איז אים געקומען באזוכן, דער ערוגת הבושם האט אים געבעטן ער זאל באזוכן זיין ישיבה, ער זאל זען ווי פלייסיג זיי לערנען און ווי ערליך זיי פירן זיך אויף, ווען רבי מרדכי'לע איז ארויסגעקומען האט אים דער ערוגת הבושם געפרעגט: "נו, וואס זאגט איר אויף מיינע בחורים?" האט אים רבי מרדכי'לע געענטפערט: "זיי האבן נישט קיין יראת שמים!" הערנדיג דאס איז דער ערוגת הבושם געווארן זייער דערשראקן און פארוואונדערט, ווי אזוי קען זיין אזא זאך? און ער פרעגט דעם הייליגן רבי מרדכי'לע: "רבי, פארוואס זאגט איר אזוי?!" האט ער אים געענטפערט: "ווייל זיי לערנען נישט קיין חומש רש"י!" דער ערוגת הבושם האט זיך זייער געוואונדערט אויף דעם, און ער האט נאכגעפארשט ביי זיינע תלמידים אויב זיי ענדיגן יעדע וואך חומש רש"י, האבן זיי אים געענטפערט אז נישט, ווייל די וועכנטליכע פארהער איז פארגעקומען פרייטאג צופרי, און עס קומט זיי נישט אויס קיין צייט ווען צו קענען מעביר סדרה זיין, האט שוין דער ערוגת הבושם פארשטאנען אז רבי מרדכי'לע ווייסט וואס ער רעדט, און ער האט איינגעפירט אין זיין ישיבה אז מען זאל פארהערן זונטאג, און מען זאל יעדן טאג לערנען חומש רש"י.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#29 - לויבן און אויסרימען ווען ס'איז דריי עקעדיג
תהלים, עבודת השם, תמימות, סיפורי מעשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שבת אין ישיבה מיט אנשי שלומינו איז געווען זייער שיין, שבת אינדערפרי נאכן דאווענען ביי סיפורי מעשיות האבן מיר געלערנט די מעשה פון דער חכם און תם (סיפורי מעשיות מעשה ט), ווי ביטער עס איז געווען דאס לעבן פארן חכם, ער האט געזוכט אין יעדע זאך נאר די חסרונות, און דער תם האט געזוכט אין יעדע זאך דאס גוטס, און אפילו די שיך מיט די דריי עקן האט ער אזוי אויסגעלויבט און אויסגערומט, און אז די עסן אדער די ווייב איז דריי עקעדיג - דארף מען דאס לויבן און אויסרומען, אזוי לעבט מען א זיסע לעבן.


ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון פרשת השבוע, עס שטייט (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", האבן מיר געלערנט שיחות הר"ן (סימן קנד) וואו דער רבי זאגט: "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ", וואס איז דער סוד ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו די הויכע מדריגות? "הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק' (פְּשִׁיטוּת)", נאר ווייל ער האט זיך געפירט בתמימות ופשיטות, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און אסאך גערעדט מיטן אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און אויך דורך זאגן אסאך תהילים פשוט'ערהייט, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און אזוי האט ער זוכה געווען אנצוקומען צו וואו ער איז אנגעקומען.


מיר האבן זיך זייער מחי' געווען מיט די שיחה, ווייל דאס קענען מיר נאכטון, מיר קענען זאגן תהילים און מיר קענען אלע שמועסן מיטן אייבערשטן.


ווען מיר פלעגן הערן מעשיות פון הייליגן רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און פון זיין הייליגע ברודער רבי זושא זכותו יגן עלינו, און פון אנדערע צדיקים; זייער מסירות נפש, זייערע תעניתים, זייערע סיגופים, ווי זיי פלעגן זיך פייניגן זייער גוף פארן אייבערשטן מיט ברעכן אייז, זיך טובל'ען אין די ווינטער אין טייך; האבן מיר געטראכט אז דאס איז נישט אויף נאכצומאכן, דאס איז נישט פאר אונזערע גופים, מיר זענען שוואכע באקוועמע מענטשן, מיר וועלן שוין צדיקים נישט זיין, אבער אז מען הערט אזא שיחה וואס דער רבי זאגט "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ", וואס איז די סוד ווי אזוי ער האט זוכה געווען אנצוקומען צו די הויכע מדריגות? "הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן פְּשִׁיטוּת", נאר ווייל ער האט זיך געפירט בתמימות ובפשיטות, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און אסאך גערעדט מיטן אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און דורך זאגן אסאך תהילים פשוט'ערהייט, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", דאס קענען מיר אלע נאכמאכן.


היינט פארטאגס בין איך געפארן מתפלל זיין מיט מיינע קינדער אין קווינס ביים אוהל, איך נעם מיט מיינע קינדער, איך וויל זיי מחנך זיין אז ווען זיי וועלן עלטער ווערן זאלן זיי שטענדיג גיין אויף קברי צדיקים מתפלל זיין. איך האב געזאגט דעם יום תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב מתפלל געווען פאר אלע וואס ווארטן אויף שידוכים, און אויף די וואס ווארטן אויף קינדער, זיי זאלן אלע אויפגעראכטן ווערן.


אויב דו ווייסט פון אנשי שלומינו וואס קענען נישט פארן קיין אומאן, זיי קענען נישט ארויספארן פון אמעריקע וכו' - זאלסטו מיר לאזן וויסן, ווייל איך וויל זייער שטארק מאכן א מנין אין שטעטל, איך וויל נישט לאזן די שטעטל אן קיין מנין ראש השנה, כדי די פרויען זאלן קענען הערן שופר בלאזן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#28 - שפאציר צווישן די ביימער און גראז, און שמועס מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, עבודת השם, היטן די צייט, סדר היום, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז דא א גרויסע יצר הרע צו פארברענען די נעכט און נאכדעם אויפשטיין שפעט, בעט איך דיר זאלסט אויסדרייען דיין סדר, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, עס איז אנדערש ווען מען גייט שלאפן פרי און מען שטייט אויף פארטאגס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, גיי יעדן טאג א שפאציר צווישן די ביימער און גראז און שמועס מיטן אייבערשטן כאשר ידבר איש אל רעהו, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, בעט אים זאלסט זיין א צדיק.


דער הייליגער רבי האט אונז דערציילט אז אזוי האט ער זוכה געווען צו קומען צו זיינע מדריגות, דורך תפילה והתבודדות בתמימות ופשיטות; נאר אזוי קומט מען אן צו זיין א צדיק.

#27 - וואס זוכסטו זיך צרות? אנטלויף פון דעם פלאץ
תפילות אויף אידיש, פרנסה, תמימות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, י' סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מאנסי


נאכן ליינען דיין בריוו זע איך נישט קיין שאלה, דו אליין שרייבסט די סכנה פון די פלאץ וכו', ווי זיי לאקערן אויף דיין ווייב רחמנא לצלן, דער קאארדינעטאר איז א מניוול וכו'; איז וואס זוכסטו זיך צרות, אנטלויף פון די ארגאניזעישן.


גיי יעדן טאג צום ציון פון הייליגן ריבניצער זכר צדיק לברכה און זיי זיך מתבודד, בעט די ווערטער: "הייליגער באשעפער איך וויל תמימות אין דיר, איך וויל תמימות אין פאלגן צדיקים, גיין אין די וועג פון צדיקים. הייליגער באשעפער, איך, מיין ווייב מיט מיינע דורות זאלן אלע זיך פירן בדרך התורה מיט תמימות, זיין ערליכע אידן, און נעם אוועק פון מיר יעדע טראפ פון ליצנות, איך זאל נישט פארפאלן גיין בזה ובבא"; אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן פאר תמימות, און בעט אז יעדע טראפ ליצנות זאל ארויסגיין פון דיר און פון דיינע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#26 - זיי פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים
שטעטל, אמונת חכמים, תמימות, שבועות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בחוקותי, כ"א אייר, ל"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מאנסי


זייער גוט אז דו קומסט נישט אויף יום טוב שבועות אין שטעטל, נאכדעם וואס פאריאר האסטו זיך גוט אפגעבריט; דו האסט געברענגט דיין משפחה אין שטעטל נאר צו ווערן נענטער, און ביי די סעודה, דארט וואו דו ביסט איינגעשטאנען - האט מען געמאכט ליצנות אויף מיר און אויף די קהילה, און דיין ווייב איז געווארן נאך מער אפגעקילט.


ביסט נישט דער איינציגסטער וואס בריט זיך אפ, איך האב שוין געהערט פון נאך אז זיי האבן זיך אפגעבריט. אויך האט מיר א אינגערמאן געזאגט עס האט אים געמאכט אז זיין ווייב זאל אפלאזן אידישקייט און ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זיין ווייב איז געווען אין אנהויב זייער א תמימות'דיגע, אבער נאכן גיין עסן ביי לצים און הערן ווי מענטשן וואס דרייען זיך דא מאכן חוזק אויפן ראש ישיבה - האט זי זיך צוגעכאפט צו די ליצנות, ביז ער האט זיך געדארפט גט'ן, ווייל זי האט אפגעלאזט אלעס השם ישמרינו.


ענדערש בלייב אין שטוב אויף יום טוב, אדער דינג א פריוואטע דירה - ווי איידער קומען אין שטעטל און עסן ביי לצים וואס די גאנצע סעודה איז איין שטיק ליצנות.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז דו, דיין ווייב און דיינע דורות - זאלן זיין פון די תמימים וואס גלייבן אין צדיקים, וואס האבן נישט מיט קיין ליצנות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#25 - נישט גוטע קנאה אויף ערליכע אידן
התחזקות, עבודת השם, קנאה, תמימות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל דיר מחזק זיין בנוגע וואס דו שפירסט זיך צעקלאפט, ווען דו זעסט דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח בעבודת השם ווערסטו זייער צעבראכן.


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, וואס ווייסטו וואס גייט אריבער אויף זיי? וואס ווייסטו וואס פאר א נסיונות זיי האבן? עס דאכט זיך דיר ווי זיי האבן נישט קיין יצר הרע און זיי האבן נישט קיין נסיונות, און ווי מער דו קוקסט אויף זיי ווערסטו מער און מער גארנישט ביי זיך; פארוואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע? דער רבי האט דאך אונז געלערנט די סוד פון האבן א גוט לעבן, פון זיך מחי' זיין מיט וואס מען האט און נישט קוקן אויף יענעמ'ס הצלחה אין עבודת השם.


דער רבי האט דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (ספורי מעשיות, מעשה ט), דער תם איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ווען ער האט שוין געענדיגט מאכן דעם שיך האט עס געהאט יענץ פנים, עס האט געהאט דריי עקן, אבער ער פלעגט אנכאפן דעם שיך און זיך מחי' זיין דערמיט, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז, וואס פאר א האניג'דיג וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע דאס איז"; אבער זיין ווייב האט זיך זייער געוואונדערט, זי האט אים געפרעגט: "אז עס איז יא אזוי, פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר; דאס איז יענעמס מעשה און דאס איז מיין מעשה, און ווייטער פארוואס דארפן מיר שמועסן פון אנדערע מענטשן; לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", ער פלעגט צאמרעכענען וויפיל ער האט אויסגעגעבן פאר די סחורה און וויפיל עס איז אים אריינגעקומען ריווח, און ער האט געזען אז ער האט מרוויח געווען צען גראשן, האט ער געזאגט פאר זיין ווייב: "וואס זאל מיר באדערן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?"


אז עס כאפט דיר אן א נישט גוטע קנאה, דו הייבסט אן טראכטן פון דיינע חברים ווי זיי זענען מצליח - זאלסטו זיך דערמאנען די ווערטער פון רבי'ן און זינגען: "דאס איז זיין מעשה און דאס איז מיין מעשה, וואס אינטערעסירט מיר יענעמ'ס עבודת השם?" און זיך מחי' זיין מיטן תם, נישט קוקן אויף א צווייטן, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א חיים טובים, און אז מען קוקט אויף א צווייטן האט מען נישט קיין לעבן; איינער וואס איז מקנא א צווייטן עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


מאך זיך נישט נאריש, קלאפ זיך נישט אראפ, ביסט זייער טייער און זייער גוט, אין הימל ביסטו א חידוש שבחידושים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד) יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גרוס פון הימל, יעדן ערב שבת פלעגט ער הערן א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען דעם בת קול נאר איין מאל א יאר, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס ער באקומט נאר איינמאל א וואך א בת קול, און אבא אומנא באקומט יעדן טאג א בת קול, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; אזוי ווי דער תם פלעגט זאגן: "דאס איז יענעמ'ס מעשה, און דאס איז מיין מעשה".


אשרינו און פארט אשרינו!


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#24 - אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג, בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן
כיבוד אב ואם, לימוד התורה, דאווענען, קשיות, מנין, תמימות

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ז טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג מקרא, משנה, גמרא, הלכה ועוד, אויך זאלסטו זיין שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות שחרית, מנחה און מעריב מיט מנין, בתמימות ופשיטות. די גרעסטע זאך איז דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות, בלייבן געטריי דעם אייבערשטן אן קיין קושיות און אן קיין תרעומות; מיט אמונה פשוטה, אפילו עס גייט אריבער שווערע טעג – בלייבט מען געטריי דעם אייבערשטן.


 


זיי מכבד דיין ווייב, אויך דיין שווער און שוויגער זאלסטו מכבד זיין; ווען דו גייסט צו זיי זאלסטו זיך באדאנקען נאכאמאל און נאכאמאל, און חס ושלום קיינמאל נישט טענה'ען.


 

#23 - אוועק ווארפן אלע חכמות, איז בעצם די גרעסטע חכמה
עצות, תמימות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דער רבי לערנט אונז אזעלכע זיסע עצות און אזעלכע חיזוק ווי צו דינען דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות, אוועק ווארפן אלע חכמות און דינען דעם אייבערשטן מיט א תמימות, וואס בעצם איז דאס די גרעסטע חכמה.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "וּבֶאֱמֶת, אַחַר כָּל הַחָכְמוֹת, צָרִיךְ לַעֲבֹד אֶת ה' בִּתְמִימוּת בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", נאך אלע חכמות דארף מען דינען דעם אייבערשטן ווי א פראסטאק, "וְזֶה הִיא הַחָכְמָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַחָכְמוֹת", וואס דאס איז די העכסטע און גרעסטע חכמה.


אשרינו מה טוב חלקינו, מיר דארפן טאנצן יעדן טאג, ווי גליקליך זענען מיר אז מיר האבן א רבי וואס לאזט אונז נישט פאראפאלן גיין, זארגט פאר אונז מיר זאלן נישט פארשלאפן אונזערע יארן.


א גרוס פון דיינע טייערע קינדער, זיי דינען דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און מיט שמחה.

#22 - הויב אן נאכאמאל זיין ערליך, ביסט היינט ניי געבוירן
התחזקות, עבודת השם, התחדשות, סדר דרך הלימוד, יאוש, תמימות, שכחה

 


בעזרת ה' יתברך - היום ב' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


הויב אן נאכאמאל זיין ערליך; אפילו דו האסט שוין אנגעהויבן אזויפיל מאל און עס האט זיך גארנישט אויסגעלאזט פון אלע פרישע התחלות - זאלסטו יעצט אנהויבן פון ניי; פארגעס וואס איז געווען, טראכט 'איך בין היינט ניי געבוירן.


דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, ביי מיר איז שכחה א גרויסע מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, און דאס וואלט געמאכט אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהויבן פון דאס ניי".


אז דו וועסט אננעמען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט טראכטן: 'איך בין היינט ניי געבוירן' - וועסטו זייער מצליח זיין, דו וועסט ווערן א גרויסער צדיק.


נעם א חומש און הויב אן מעביר סדרה זיין פון היינט, ווארט נישט אויף סוף וואך, שטופ נישט אפ אויף מארגן; היינט הויב אן לערנען חומש, אויך זאלסטו היינט לערנען א פרק משניות און א בלאט גמרא. דער רבי זאגט, ווער עס לערנט יעדן טאג די לימודים - ווערט ביים סוף געזונט, מען ווערט ערליך און הייליג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#21 - א טעם גן עדן אין די זופ
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, תמימות, תפילה, חיזוק למפיץ

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך בעט דיר מיין ליבער טייערער ברודער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות, טראכט נישט קיין איין רגע פון אפלאזן די הייליגע ארבעט פון מחי' זיין אידישע קינדער; וואלסטו געוואוסט וויפיל ווארטן אויף די בריוו, גאנצע משפחות ווארטן ווען עס קומט שוין ארויס נאך א קונטרס עצתו אמונה, נאך א ספר עצתו אמונה, זייער גאנצע שבת איז אנגעהאנגען אין דעם - וואלסטו געטאנצט פאר שמחה פאר די גרויסע זכות וואס דו האסט.


עס גייט אריבער אויף יעדן איינעם וואס גייט אריבער, און נאר די בריוו איז זיי מחזק.


דא האסטו נאך א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה.


דער הייליגער צדיק רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו ווען ער איז געווען אויף דער עלטער איז אים שווער געוען צו עסן, מען האט אים געדארפט זייער שטארק בעטן ער זאל עפעס טועם זיין צו האבן כח ווייטער צו לעבן.


אמאל האט דער הייליגער צדיק געזאגט פאר זיין זון: "עס איז דא א זופ וואס איך האב יארן צוריק געגעסן, א גוטע זופ, א געשמאקע זופ; גיי צו דעם דארף, צו דעם קרעטשמע און בעט פון די פרוי זאל דיר געבן פון די גוטע זופ, 'טייגל יוהך זופ', ווייל נאר די איין זופ קען איך פארנעמען".


דער זון האט זיך זייער געוואונדערט, 'וואו קען זיין דער צדיק זאל געדענקען א זופ וואס ער האט געגעסן שוין לאנג צוריק אין א קרעטשמע, דער צדיק איז העכער פון געדענקען א טעם פון א זופ...' אבער אז דער צדיק זאגט - פאלגט מען; אזוי האט ער געטון, ער איז געגאנגען צו יענעם דארף, מען האט געבעטן די פרוי פון די קרעטשמע אויב זי קען צושטעלן א טייגל יוהך זופ.


נאכן קאכן די זופ האט מען איר געבעטן זי זאל אויסזאגן דער סוד ווי אזוי מען מאכט אזא גוטע זופ, האט די פרוי געזאגט: "איך בין ארעם, איך האב נישט וואס אריינצולייגן אין די זופ, איך שטעל א טאפ, איך לייג אריין וואסער און אביסל שאלאכץ פון מייערן, און איך זאג צום אייבערשטן 'גרויסער גאט, דו האסט אזוי סאך גן עדן אויבן אין הימל, איך בעט דיר, לייג אריין אין די טאפ אביסל טעם גן עדן', דאס איז דער סוד פון די גשמאקע זופ".


דעמאלט האט מען פארשטאנען וואס דער הייליגער צדיק האט געזאגט, אז ער דארף פון יענעם זופ, ער האט געוואלט לערנען זיינע קינדער זיי זאלן זען וואס פאסירט ווען מען רעדט צום אייבערשטן מיט תמימות; אפילו א פשוט'ע פרוי, אז זי בעט דעם אייבערשטן יעדע זאך - קען זי זוכה זיין צו שפירן א גן עדן לעבן.


טייערע קינדער, מיר גייען שוין פון היינט אן יעדע זאך בעטן דעם אייבערשטן.


בעט דעם מעלער זאל מאלן א בילד ווי א פרוי שטייט אין א קאך ביים טאפ, אינעם טאפ איז דא וואסער, נעבן טאפ איז דא א זעקל מעל און די פרוי קוקט ארויף און בעט א תפילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - נישט האבן צוטון מיט לצים און מיט א חסיד שנפל
מוהרא"ש, גבאי, תמימות, ליצנות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ווען איך דערמאן זיך פון ענק פון ארץ ישראל - הויב איך זיך אן בענקען; דער עיקר וואס איך בענק זיך צו ענק - איז צו די תמימות און צו די פרישקייט וואס איר האט, ווייל חכמות איז נישט אינטערעסאנט, מען האט גארנישט פון חכמות, עס נעמט אוועק די חן, מה שאין כן תמימות - דאס איז אינטערעסאנט, דאס ברענגט צו די העכסטע דרגא, עס ברענגט חן.


ביי אונז גייט די וואך די פרשה פון קרח. מוהרא"ש זאגט, די ווערטער פון רש"י הקדוש (במדבר טז, ז): "וקרח שפקח היה", קרח איז געווען א קלוגער, "מה ראה לשטות זה", וואס האט ער זיך אזוי באנארישט? - דארף מען זאגן בניחותא, נישט בלשון קשיא, "וקרח שפקח היה", ווייל קרח איז געווען א קלוגער "מה ראה לשטות זה" - דאס האט אים אריינגעווארפן אין דעם שטות; וואלט ער געדינט דעם אייבערשטן בתמימות - וואלט ער קיינמאל נישט געקריגט אויף משה רבינו, "וקרח שפקח היה" - דאס איז געווען דער בראך; דעריבער האט ער חוזק געמאכט פון האבן א מזוזה אויפן טיר און פון א פתיל תכלת, ער האט מיט זיינע חכמות נאר געוואלט שלימות; א בית מלא ספרים, א גאנצע שטוב מיט ספרים, א טלית שכולה תכלת; ביי אים איז נישט ווערד געווען א דאווענען מיט דריי עקן, ביי אים איז נישט אינטערעסאנט געווען זיך מחי' זיין מיט ציצית, מזוזה וכדומה, דאס האט אים געברענגט צו ווערן א מין, אן אפיקורס.


א שרעק פון א פרשה; ווי קען זיין אזא זאך? ווי קען מען קריגן אויף משה רבינו?! מיר לערנען נאר די פרשה פון יציאת מצרים, ווי די אידן זענען געווען אונטערטעניגט אונטער פרעה, די מכות, די שווערע גלות, און משה רבינו האט אונז ארויסגענומען און געגעבן אלעס גוטס; מן פון הימל, ענני הכבוד וואס וואשט די וועש און מאכט געשמאק די וועג אין מדבר, און מען שפירט דעם אייבערשטן, מען זעט יעדן טאג ניסים - ווי קען זיין אזא זאך צו קענען אויפהעצן אזויפיל רבנים און אזויפיל אידן קעגן דעם צדיק משה?!


נאר דער הייליגער רבי ברענגט פונעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, "שֶׁאָמַר", וואס האט געזאגט: אוֹי וַאֲבוֹי", גיוואלד און געשריגן! "כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת", די וועלט איז פיל מיט ליכט, "וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים", און פיל מיט וואונדערליכע סודות, "וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס; זאגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מען קען דאס פארשטיין און זען וואס פאסירט ווען איינער קומט צו א צדיק, ער ווערט מקורב צום רבי'ן און הערט הערליכע עצות ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, ווי זיך צו קענען דערהאלטן מיט זיך, מיט פרנסה, מיט די ווייב, מיט די קינדער און מיט אלעס, דער רבי מאכט ליכטיג, דער רבי האט אין יעדע פרט אין לעבן עצות און שכל וואס ארבעט מיט יעדן איינעם, ביז עס קומט א לץ און מיט די קליינע האנט מאכט ער א תנועה פון ביטול, און דאס פארשטעלט אלעס.


דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "גיוואלד!" וואס טוט מען מיט דעם לץ וואס שפעט אפ פון בחורים און אינגעלייט וואס הויבן אן ארויסקריכן פון זייער נעפל, פון זייער תפיסה; ענדליך הויבט מען אן שפירן א טעם אין לעבן, ביז דער לץ פרעגט אזוי מסיח לפי תומו: "וואו דרייסטו זיך? וואו גייסטו?" און ווען ער הערט אז דער בחור, דער אינגערמאן האט געטראפן א צדיק, עס ווערט אים גוט אין לעבן - מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול און דאס פארשטעלט אלעס, מען הויבט אן טראכטן 'אפשר איז דער לץ גערעכט?' השם ישמרינו.


טייערע חברים, טייערע ברידער, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט נישט האבן מיט קיין לצים און מיט א חסיד שנפל - וואס איז - גרוע ממשומד, און באזונדער בעט איך די גבאים פון אלע בתי מדרשים, געבט אכטונג עס זאל נישט זיין ביי אונז קיין לצים; איין לץ, איין חכם - קען ענק אלע אומגליקליך מאכן. איך געדענק ווען איך בין מקורב געווארן - איז נאך געווען א שטארקע בושה צו רעדן פון מוהרא"ש, אפילו אין אונזער שטובל (אין אנהויב האבן מיר געהאט א קליין שטיבל, א ד' על ד') - האט מען נישט געזאגט 'מוהרא"ש זאגט', 'מוהרא"ש דערציילט', מען האט גערעדט מיט רמזים, 'ער זאגט' און 'ער דערציילט'; עס האט מיר גענומען צייט צו כאפן ווער איז דער 'ער', און עס פלעגן זיך דרייען לצים; זיי האבן דאס אוועקגעמאכט און יענץ אוועק געמאכט, זאגן משניות איז נישט דעם רבינ'ס זאך, זיך פרייען מיט פשטות יהודות איז נישט אזוי פשוט, לעבן אין שטוב מיט די ווייב איז גאר קעגן די ברסלב'ער וועג לויט זייער פארדרייטע קאפ וכו' וכו', ביז איך האב געבעטן רשות פונעם גבאי (דעמאלט בין איך געווען א פרישער מקורב, נאך איידער די ישיבה האט זיך געעפנט) אז איך וויל לייגן א טאוול "בית המדרש היכל הקודש בנשיאות מוהרא"ש", און וואונדער איבער וואונדער, אלע פליגן און אלע בינען - זענען פלוצלונג אוועק, עס זענען געבליבן נאר אפאר בחורים און אינגעלייט תמימים; דעמאלט האב איך געזען אז דאס ווארט "מוהרא"ש" - האט עפעס א שטארקע כח, א הייליגקייט, עס פארטרייבט לצים, און פון דעמאלט האט מען אנגעהויבן רעדן ווי מער פון מוהרא"ש, און אזוי האבן מיר זוכה געווען צו גיין בתמימות און פאלגן די זיסע עצות.


דעריבער בעט איך ענק, איר זענט פריש, איר הויבט יעצט אן זיך אוועק צו שטעלן, זאלט איר וויסן, עס איז נישטא א גרעסערע טומאה פון ליצנות, רבי נתן זאגט אז ליצנות איז אבי אבות הטומאה; עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלוקית פונעם מענטש - ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועק גיין, "שֶׁנֶּאֱמַר (משלי ג, לד): 'אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ'", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ, ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן און אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


רבי נתן פלעגט שטענדיג אנזאגן זיינע תלמידים זיי זאלן אכטונג געבן פון לצים, ער פלעגט זאגן בזה הלשון: "די אלע וואס האבן גערעדט, האבן זיך נישט דערהאלטן, און די וואס האבן גע'טענה'ט און זיך מתווכח געווען - זענען ליידער אוועק געפאלן", דערפאר זאלסטו זייער אכטונג געבן נישט צו האבן צוטון מיט לצים, אפילו זיי זעען אויס ווי חסידי'שע אינגעלייט; ברודער, אנטלויף פון זיי ווי פון פייער, ווייל דו וועסט נאכדעם אוועק פאלן אינגאנצן פון אידישקייט.


אזוי אויך געפונען מיר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיב:) רבינו הקדוש האט אנגעזאגט זיינע קינדער: "אַל תָּדוּרוּ בִּשְׁכֶנְצִיב", איר זאלט נישט וואוינען אין די שטאט שכנציב, ווייל זיי זענען זייער גרויסע לצים, און איר וועט ווערן נאכגעשלעפט נאך זיי; זעט מען פון דעם ווי הארב ליצנות איז, און ווי ווייט א מענטש דארף אכטונג געבן וואו ער וואוינט, און מיט וועם ער חבר'ט זיך וכו' וכו'.


איך ווארט אייך שוין צו טרעפן אלע אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


א פרייליכן שבת.

#19 - ווער עס שטעלט אפ א שידוך, איז א באנדיט
שידוכים, תמימות, גראפאלאגיע, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיין מאמע דערציילט מיר יעצט אז מען רעדט צו אייך נאכאמאל די שידוך פון ... נרו יאיר, און איר צווייפלט דאס צו טון ווייל א באבא פון ירושלים האט געזאגט אז די נעמען שטימען נישט, און א צווייטער פאפער האט געזאגט אז ער זעט אויפן שריפט אז ער איז א כעסן און איר ווילט וויסן וואס איר זאלט טון.


איך האב אייך שוין געזאגט א יאר צוריק, דער וואס שטעלט אפ א שידוך צוליב דעם אז די נעמען שטימען נישט, אדער צוליב דעם אז די שריפט, גראפאלאגיע, זאגט - אז דער וואס האט געשריבן די כתב האט מידות רעות וכו' וכו'; אזא איינער איז א באנדיט, א פארברעכער; זאל מען רופן 'נקיי הדעת שבירושלים', זאל מען באטיטלען מיטן טיטל 'בקי בחכמת היד והפרצוף'; אזא איינער איז א ליגנער, א שווינדלער.


איך זאג אייך איר זאלט טון דעם שידוך, איר זאלט טון וואס די תורה זאגט, בפרט אז ערליכע רבנים, ווי דער ראש ישיבה הרב ... וואס איז א גאון וצדיק - זאגט עדות אויף דעם אינגערמאן אז ער איז א טייערער אינגערמאן - זאלט איר לויפן טון דעם שידוך.


וואויל איז פאר די וואס גייען צו ערליכע אידן, וואס פירן זיך מיט די תורה; מיט'ן פסוק (דברים יח, יג): "תָּמִים תִּהְיֶה עִם ה' אֱלֹקֶיךָ", און וויי און ביטער איז פאר די וואס ווערן פארכאפט ביי די שווינדלער, אין זייער נעץ פון גראפאלאגיע אדער חכמת הקבלה (קבלת כסף) - וואס מאכן משוגע זייערע מענטשן מיט ליינען נעמען, הענט, שטערן וכו' וכו'.


איך חזר איבער נאכאמאל וואס איך האב מקבל געווען פון מיין גרויסער רבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "ווער עס שטעלט אפ א שידוך - איז א באנדיט, און די וואס זאגן אז די נעמען שטימען נישט, אדער זיי ליינען די שריפט און הענט און שטעלן אפ שידוכים - זענען גרויסע פארברעכער, און זיכער דער וואס מאכט גט'ן ביי אידישע קינדער - דער איז דער שטן אליין".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#18 - זייער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים
חברים, צדיקים, תמימות, התנגדות, דף גמרא, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך האבן מיר די פרשה פון קרח; עס כאפט א פחד, א שרעק - ווען מען איז מעביר סדרה, מען לערנט חומש רש"י; וואס גייט פאר? אויף וועם רעדט מען? אויף וועם קריגט מען? און ווער זענען די וואס קריגן? גרויסע מענטשן! גרויסע רבנים! וואס טוט זיך דא?!


מיר דארפן אבער אכטונג געבן מיר זאלן נישט רעדן און קריגן אויף צדיקים. איך בעט דיר זייער, ווער נישט נאכגעשלעפט מיט קרח, קריג נישט אויף צדיקים, רעד נישט אויף קיין צדיקים, און זיכער נישט אויף צדיקים וואס זענען זיך מוסר נפש צו פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט און אריינברענגען קדושה וטהרה אין אידישע קינדער.


לצים זענען דא איבעראל, לצים איז נישט קיין נייע זאך; דו זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די אינגעלייט וואס האבן אין זיך תמימות, און דיין ווייב זאל אויפזוכן צווישן די פרויען די פרויען וואס לעבן מיט תמימות; ביי זיי איז א ווארט פון רבי'ן - א ווארט, זיי גייען מיט תמימות נאך די וועג פון צדיקים, און מיט זיי זאל זי זיך באפריינדן.


כאפ אריין א בלאט גמרא, זאג די ווערטער אפילו בלי הבנה; דאס וועט דיר בלייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#17 - מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס
צדקה, דאווענען, מנין, תמימות, תפילה, ליצנות, חכמות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס איז דא איין זאך ביי דיר וואס איך האב זייער ליב, פון ווען איך האב דיר געפינען, פון ווען דו האסט געלערנט ביי מיר - האב איך זייער ליב דיין תמימות, דאס איז ביים רבי'ן א גרויסע זאך, ווייל נאר מיט תמימות קען מען זוכה זיין צו ווערן א צדיק, און פארקערט, מיט חכמות און ליצנות פארלירט מען אלעס.


ברודער, גיי אן מיט דיין עבודת ה', גיי אן מיט דיין תמימות ופשיטות. זיי שטארק אין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין און מיט א סידור. ביים דאווענען זאלסטו נישט שמועסן מיט קיינעם און נישט האבן דעם טעלעפאן מיט דיר, ביים דאווענען זאלסטו זיך צודעקן מיטן טלית און בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט אויך פאר דיינע דורות.


אויך זאלסטו יעדן טאג לייגן אפאר פרוטות אין צדקה פושקע, און ביים לייגן צדקה זאלסטו מתפלל זיין. בעט פאר דיר, פאר דיין ווייב און קינדער, אלע זאלן בלייבן געטריי דעם אייבערשטן און די תורה.

#16 - זיך חבר'ן מיט אנשי שלומינו וואס זענען נישט קיין לצים
תפילות אויף אידיש, חברים, חסידות ברסלב, תמימות, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג פון לצים וואס שפעטן און מאכן חוזק פון צדיקים, נישטא נאך אזא שעדליכע זאך ווי חברים - לצים. שלמה המלך זאגט (משלי יז, יב): "פָּגוֹשׁ דֹּב שַׁכּוּל בְּאִישׁ", עס איז בעסער זיך צו באגעגענען מיט א פארציקענדער בער, "וְאַל כְּסִיל, בְּאִוַּלְתּוֹ", ווי צו באגעגענען א נאר, א לץ, וואס שפעט און מאכט חוזק; ווייל ליצנות איז אבי אבות הטומאה, נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט דעם אייבערשטן - ווי די טומאה פון ליצנות.


היט זיך פון לצים און בפרט פון לצים וואס פאררופן זיך 'ברסלב'ער חסידים וכו'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "הַבָּא לְטַמֵּא פּוֹתְחִין לוֹ", ווער עס וויל אוועק גיין פונעם אייבערשטן - העלפט מען אים צו פון הימל ער זאל אוועק גיין, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"; זאגט דער הייליגער רבי נתן, פארוואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ"? זאגט דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה, אז א מענטש וויל זיך מטמא זיין ברענגט מען אים א לץ, וואס יענער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן: "רבון העולמים איך וויל אויך זיין א תמים, זיך פירן מיט תמימות, נישט האבן צוטון מיט קיין ליצנות", און זוך דיר אויף צווישן אנשי שלומינו גוטע חברים וואס זענען נישט קיין לצים, און מיט זיי זאלסטו זיך חבר'ן.


דעם שבת וועל איך נישט זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, צדיקים, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה, פרנסה, נעגל וואסער, סיפורי צדיקים, אמונת חכמים, קשיות, יום טוב, ארץ ישראל, תמימות, געלט, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת במדבר-מברכין החודש, כ"ח אייר, מ"ג לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין יעצט געווען אין ארץ ישראל און שוין בענק איך זיך צוריק צו גיין צו ענק. איך וואלט געבליבן מיט ענק פאר נאך לענגער, איך האב אייך זייער ליב. איך בין אהיים געפארן פאר איין סיבה, איך האב א שטוב מיט קליינע קינדער, זיי דארפן מיך אין שטוב, איך ליין מיט זיי קריאת שמע יעדע נאכט, איך לייג זיי שלאפן, און אינדערפרי גיס איך זיי אפ נעגל וואסער (איך האב א קליינע דירה, מען שלאפט איינער נעבן צווייטן, עס איז נישטא קיין פלאץ פאר יעדע קינד צו לייגן נעגל וואסער. איך וועק זיי און גיס זיי אפ נעגל וואסער); נאר צוליב דעם בין איך אהיים געקומען, אז נישט - וואלט איך געבליבן מיט אייך. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל זענען אן ענין אחר לגמרי; דאס תמימות, דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס איז עפעס א ווילד חידוש, איך בין אייך זייער מקנא.


שטארקט אייך, און מאכט א חשבון יעדן טאג וואס מיר האבן אלץ באקומען פון הייליגן רבי'ן. עס איז דא אסאך בלבולים, אסאך ליצנות, אסאך קשיות אויפן צדיק. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב): "מַה שֶּׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיקִים", דאס וואס עס איז דא קשיות אויף צדיקים, "זֶהוּ מֻכְרָח לִהְיוֹת", אזוי מוז זיין, "כִּי הַצַּדִּיקִים מִתְדַּמִּים לְיוֹצְרָם כַּמּוּבָא", ווייל די צדיקים זענען צוגעגליכנט צום אייבערשטן, "וּכְמוֹ שֶׁקָּשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און אזוי ווי מענטשן האבן קשיות אויפן באשעפער, 'פארוואס גייט מיר נישט? פארוואס מוטשע איך זיך?' "כְּמוֹ כֵן בְּהֶכְרֵחַ שֶׁיִּהְיֶה קָשֶׁה קֻשְׁיוֹת עַל הַצַּדִּיק, כִּי הוּא מִתְדַּמֶּה אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", אזוי אויך איז דא קשיות אויפן אייבערשטן; וואויל איז דעם וואס קומט אלעס איבער.


נישט מען זאל מיינען אז עס איז דא אן ענין פון האבן קשיות, באלד וועט נאך איינער זאגן 'קוק עס שטייט אין לקוטי מוהר"ן, זה מוכרח להיות, עס מוז זיין'; ניין, חס ושלום; וואויל איז דעם וואס האט נישט קיין קשיות און האט נישט קיין טענות, ער ווייסט און גלייבט אז מיר קענען נישט פארשטיין דעם אייבערשטן און מיר ווייסן אז אלעס וואס ער טוט - איז גוט.


ווער עס איז זיך מתבודד און שמועסט אויס מיטן אייבערשטן ווי אזוי ער האט אויסגעזען, און ווי אזוי ער זעט נאך אלץ אויס, און וואס דער רבי האט געטון מיט אים, און וואס דער רבי טוט מיט אים יעדן טאג - דער האט כח איבער צו קומען אלע קשיות און בלבולים, אים קומט אויס קלאר טאג נאך טאג: 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פארן רב, רבי אהרן, ווען ער איז געקומען צום רבי'ן דעם לעצטן ראש השנה פון רבי'ן - שנת תקע"א - פרעגן וואס ער זאל טון וועגן זיין אין אומאן אויף ראש השנה, ער האט געזאגט פארן רבי'ן אז די ראשי קהילה זאגן אים אז ער קען נישט אוועקפארן, ער טאר זיי נישט איבערלאזן וכו', און אויב ער וועט אוועק פארן אויף ראש השנה - וועט ער פארלירן זיין פרנסה וכו'. האט אים דער רבי געזאגט ער זאל נישט קומען, און אזוי האט ער געטון, ער איז נישט געקומען. ווען רבי נתן האט געהערט דערפון, אז ער איז נישט געקומען ווייל דער רבי האט אים געזאגט: "קום נישט", האט ער אים געזאגט: "אפילו דער רבי זאל נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך אוועק טרייבן - וואלט איך אויך נישט אוועק געגאנגען".


אזוי אויך גייט די מעשה, דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם?!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיטן דראנג'.


די וואך קומט דער הייליגער יום טוב שבועות. געבט אכטונג נישט ארייננעמען דעם יום טוב מיט נערווען, און נארישקייטן; דער עיקר איז ארייננעמען יום טוב מיט שמחה. גארנישט דארף זיין, נאר איין זאך, מען דארף זיין פרייליך און איבערגעגעבן צום אייבערשטן. אז איר וועט קענען אויפזיין שבועות ביינאכט - איז זייער גוט, מען קען זוכה זיין צו גרויסע זאכן. מוהרא"ש זאגט, דער עיקר תיקון איז זאגן דעם ערשטן פסוק פון יעדע פרשה און דעם לעצטן פסוק, סיי פון תורה און פון נביאים וכתובים, און אויך די תרי"ג מצוות.


ביי אונז נאכן זאגן דעם תיקון - טאנצן מיר; מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר ווייסן פון די הייליגע צדיקים. מיר טאנצן ביז פארן עלות השחר, מען גייט און מקוה און מען איז זייער פרייליך.


א פרייליכן שבת און א פרייליכן יום טוב.

#14 - אז זי איז א פשוט'ע און א תמימות'דיגע, איז דאס נאר א מעלה
שידוכים, תמימות, חכמות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, ל"ב שובבי"ם, י"ח שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווי לאנג וועסטו בלייבן אליינס און ווארטן עס זאל דיר קומען א ווייב וואס דו דמיונ'סט זיך אויס? אז זי איז א פשוט'ע און א תמימות'דיגע - איז דאס נאר א מעלה, און אז דו ביסט א חכם און א פארשטייער - איז דאס בכלל נישט קיין מעלה, עס געבט גארנישט צו צום לעבן; איז וואס איז די שאלה בכלל? לויף צום שידוך.


קוק זיך אן ווי אלט דו ביסט, דער לעבן גייט אריבער אזוי שנעל. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סא) דער גאנצער לעבן איז ווי א פערטל שעה; גיי צום שידוך בשמחה רבה.


נאכאמאל, תמימות און פשיטות איז נאר א מעלה, און חכמות איז בכלל נישט קיין מעלה נאר "יוסיף מכאוב" (קהלת א, יח).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווער עס האט אמונה, דער דינט דעם אייבערשטן מיט יעדע זאך
שמחה, אמונה, עבודת השם, נסיעה, משניות, גמרא, ראש ישיבה, לשון הרע, ארץ ישראל, מעביר סדרה, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וארא, י"ב שובבי"ם, כ"ו טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


איך בין נאכאלץ אונטער די גוטע געפיל פון זיין מיט אייך דעם פארגאנגענעם וואך, איך האב זיך זייער מחי' געווען מיט ענק. די אמעריקאנער פרעגן וואס איך זאג צו די ארץ ישראל'דיגע תלמידים, זיי זאגן, זיי שפירן אז דער ראש ישבה איז מער פרייליך דארט.


דער אמת איז, איבעראל איז דא מעלות און מעלות, אבער איין זאך וואס איך זע ביי אייך מער ווי אין אנדערע פלעצער, עס איז דא אסאך מער תמימות ביי אייך; דאס איז א שטארקע זאך פאר'ן התקרבות צום רבי'ן. דעם רבינ'ס זאך קען מען נעמען נאר מיט גרויס תמימות, דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט. "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט: "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", אז זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוט'ע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוט'ערהייט און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דאס זע איך ביי אייך, עס איז דא א שטארקע תמימות, און דאס האב איך ליב, ווייל דורך תמימות ופשיטות קומט מען צו האבן א קלארע אמונה, וואס דאס איז ביים רבי'ן געווען מער פון אלעם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", אבער ביי מיר איז אמונה גאר א גרויסע זאך, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", דער עיקר אמונה איז ווען מען גלייבט אן קיין חכמות, אן קיין חקירות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר", נאר מיט א פראסטקייט, "כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן פירן זיך, מען גלייבט אז אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און ער איז אלעס.


איך בין געווען אויפ'ן וועג צוריק צום לופטפעלד האט מען מיר געזאגט אז מען קען שוין אריינגיין אינעם בני ברק'ער שול, (קוים וואס מען האט זיך אריינגעצויגן אינעם נייעם שול אויף רחוב ירושלים, זענען שוין די שכנים געלאפן צום בית דין מיט א גיוואלד, אז מען זאל אונז נישט אריינלאזן דארט ווייל מיר זענען נישט ערליך; וויי גיוואלד, וואס מען ליידט פון לשון הרע, וויי גיוואלד וואס מען רעדט אלץ אויף צדיקי אמת וואס זענען זיך מוסר נפש צו אויסלייזן די שכינה הקדושה און עס אריינברענגען אין די וועלט; אויף זיי רעדט מען לשון הרע מיט הוצאת שם רע), בין איך געפארן אהין מחזק זיין די שול.


מיר האבן גערעדט פון וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פו) אויף די וואכעדיגע פרשה (שמות ו, ט): "וְלֹא שָׁמְעוּ אֶל מֹשֶׁה מִקֹּצֶר רוּחַ וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה", אידישע קינדער האבן נישט געוואלט אויסהערן משה רבינו - מקוצר רוח, זאגט דער רבי דאס איז ווייניג אמונה; אז מען האט נישט קיין אמונה דארף מען טון עבודות קשות, ווייל ווער עס האט אמונה, ער ווייסט און גלייבט אז יעדע פינטל וואס מען טוט איז חשוב ביים אייבערשטן - דער דארף נישט פאסטן, דער דינט דעם אייבערשטן מיט יעדע זאך, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, ו): "בְּכָל דְּרָכֶיךָ דָעֵהוּ", מיט יעדע זאך זאלסטו וויסן דעם אייבערשטן, נאר אן אמונה מיינט מען אז מען מוז טון עבודות קשות, דאס זאגט דער רבי, מִקֹּצֶר רוּחַ, אז מען האט נישט אמונה - וּמֵעֲבֹדָה קָשָׁה - דארף מען שווער ארבעטן.


טייערע ברידער, טייערע חברים, לאמיר אנהויבן טון די עצות פון רבי'ן, אנהויבן לערנען יעדן טאג אביסל חומש, מעביר סדרה זיין פון אנהויב וואך. אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט (אורח חיים סימן רפה, סעיף ג): "מִיּוֹם רִאשׁוֹן וְאֵילַךְ חָשׁוּב עִם הַצִּבּוּר", פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין, און דער משנה ברורה זאגט (שם, סעיף קטן ח) דער גר"א זכר צדיק לברכה האט זיך אזוי געפירט, יעדן טאג האט ער מעביר סדרה געווען אביסל; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אז מען גייט אויף דעם וועג - ענדיגט מען די סדרה יעדע וואך.


אויך זאלט איר לערנען אביסל משניות; משניות מאכט דעם מענטש פריי, מען גייט ארויס פון אלע קטנות הדעת. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות.


ועל כולם לערנט אביסל גמרא, מיר גייען ענדיגן די וואך מסכת נדרים, מיר הייבן אן מסכת נזיר. בעט איך אייך, כאפט אייך מיט, א שאד עס זאל אריבערגיין א טאג אן לערנען גמרא. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית', עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה; דערפאר האט דער סמ"ך מ"ם זייער מורא פון א דף גמרא, אלעס וועט ער לאזן דעם מענטש זאל טון, אבי נישט עפענען א גמרא.


והעולה על הכל לאמיר אנהויבן זיין פרייליך, זיך פרייען מיט די מצוות וואס מיר טוען, זיך פרייען מיט דעם אז מיר זענען אידן; דורך התבודדות ותפילה קומט מען צו שמחה.


איך בענק שוין, איך וויל שוין קומען נאכאמאל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - גוטע גרוסן פון חבורת היכל הקודש אין בני ברק
קינדער, חינוך הילדים, הפצה, חסידות ברסלב, בית המדרש, היכל הקודש, לשון הרע, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויחי, ט' טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו


איך באקום כסדר זייער גוטע גרוסן פון ענקער חבורה; ווער עס פאלט אריין ביי ענק אין שול אויף א תפילה - ווערט זייער איבערגענומען פון די אחדות און ווארעמקייט וואס הערשט צווישן אייך, ובעיקר פון די תמימות. עס איז נישטא ביי ענק קיין ליצנות, די גוטע גריסן געבט מיר כח אנצוגיין.


אויך דערציילט מען מיר אז מען געבט אכטונג אויף די קינדער; מען דאווענט מיט זיי, מען זינגט מיט זיי, מען דערציילט זיי תפילה מעשיות און מעשיות פון צדיקים. ביים רבי'ן איז דאס געווען א וויכטיגע זאך, דער רבי האט געוואלט מיר זאלן רעדן צו די קינדער, דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אַייעֶרֶע קִינְדֶער זָאלְט אִיר מוֹדִיעַ זַיין וָואס דָא הָאט זִיךְ גֶעטוּן", און רבי נתן זאגט (שם): "וְאָמַר בְּרֶתֶת וְזִיעַ בְּהִתְלַהֲבוּת נוֹרָא", דער רבי האט דאס געזאגט מיט א מורא'דיגער פלאם און מיט א פלאקער; אז מיר זאלן צואוויסן טון פאר אונזערע קינדער אז עס איז דא א רבי אויף די וועלט וואס פארשטייט יעדן איד, און ווער עס פאלגט זיינע עצות קען זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק און א גרויסער בעל מדריגה. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שמועס וואס איך שמועס מיט ענק, קען מען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, אפילו א צדיק גמור א גאנץ לעבן, און אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


יעצט האב איך באקומען דו גוטע נייעס אז איר האט זיך אריבערגעצויגן אין א נייעם בית המדרש אויף רחוב ירושלים, וויל איך ענק ווינטשן: "שתשרה שכינה במעשה ידיכם, און אלע פון ענק זאלן האבן די געפיל צו עוסק זיין אין צוריקברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן".


מיר דארפן זייער ארבעטן אראפצונעמען די שלעכטע נאמען וואס מען האט ארויפגעקלעבט אויפן רבי'ן, אויף חסידות ברסלב. מיר ליידן פון די משוגעת פון נ נח, דאס מאכט א פחד אויף עלטערן; מען ציטערט אז די קינדער וועלן משוגע ווערן, אזוי אויך אנדערע כיתות וואס פירן זיך אויף ווילד וכו' וכו'. מוהרא"ש האט יארן געארבעט שיין צו מאכן דעם רבינ'ס נאמען און מיר דארפן ממשיך זיין מיט דעם.


גייט הפצה, גייט פארשפרייטן די נייע קונטרסים און גליונות וואס איז גענומען פון אשר בנחל און פון די קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן און גענומען פון לקוטי מוהר"ן און לקוטי הלכות; חיזוק אויף למעשה, חיזוק און עצות ווי אזוי צו קענען זיין דבוק צום אייבערשטן, חיזוק און עצות ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב, מיט קינדער און אין די זעלבע צייט לעבן מיטן אייבערשטן. ווערט נישט צעפאלן ווען מען שפעט און מען צערייסט די ספרים, אזוי גייט עס; ווען עס איז דא א קול דקדושה איז דא א קול הברה, און זייט מתפלל מען זאל עפענען מוסדות היכל הקודש אין בני ברק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - ענדערש גיי מיט חברים וואס פירן זיך ווי דער תם
כיבוד אב ואם, חברים, נחת, תמימות, ליצנות, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


דיין מאמע האט געשריבן א בריוו, זי שרייבט אז אלע קינדער זענען איר זייער מכבד אבער דו ביסט עפעס ספעציעל. זי שרייבט אז דו ענטפערסט קיינמאל נישט צוריק פאר טאטע מאמע, ווען דו זעסט אינדערפרי אז עס איז נישטא קיין פרישע העמדער - שרייסטו נישט, דו פארפירסט נישט.


עס איז א מחי' צו הערן אזעלכע גוטע גרוסן אויף דיר; אינעם זכות פון מכבד זיין טאטע מאמע מיט אזא דרך ארץ - וועסטו זוכה זיין צו אלע גוטע ברכות וואס די תורה וואונטשט אויף די מצוה.


זאלסט אכטונג געבן נישט צו האבן קיין שום שייכות מיט בחורים און אינגלייט וואס ווערטלען זיך ווערטלעך פון ניבול פה, בכלל זאלסטו נישט האבן שייכות מיט די וואס אלעס איז ביי זיי ווערטלעך, שפעטן פון יעדן איינעם, ובפרטיות אויב דאס איז געפלאכטן מיט מניוולות.


ענדערש גיי מיט חברים וואס פירן זיך ווי דער תם, זיי לאכן נישט און שפעטן נישט פון קיינעם, יעדער איינער איז ביי זיי חשוב און טייער. קוק צו וואס דער תם האט זוכה געווען, צו ווערן מיניסטער איבער אלע מיניסטארן.


איך האף אז בקרוב ווערסטו א חתן, איך האף צום אייבערשטן צו זיין שדכן ביי דיר.


 

#10 - ווי ווייט מען דארף זיך אכטונג געבן פון לצים
שלום בית, צדיקים, יבנאל, מוסדות, הכרת הטוב, וויכוחים, מוהרא"ש, לימוד התורה, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


ווען מען לערנט די פרשה, פרשת בשלח; ווי די תורה דערציילט וואס האט זיך געטון מיט די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים, זעט מען א שרעקעדיגע זאך, א זאך וואס מען קען נישט פארשטיין, מוהרא"ש פלעגט רעדן פון דעם יעדעס יאר ביים ליל שישי שיעור.


די תורה זאגט (שמות יג, יז): "וְלֹא נָחָם אֱלֹקִים דֶּרֶךְ אֶרֶץ פְּלִשְׁתִּים כִּי קָרוֹב הוּא", דער אייבערשטער האט נישט געוואלט אריינטראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די לאנד פלשתים, ווייל עס קען זיין אז די אידן וועלן צוריקגיין קיין מצרים; עס איז זייער שווער, ווי קען זיין די אידן זאלן וועלן צוריקגיין קיין מצרים? נאכן לערנען די סדרות פון פרשת שמות וארא ווי די תורה דערציילט די שרעקליכע פיין וואס די אידן האבן געליטן אין מצרים, מען האט זיי געפייניגט מיט שרעקליכע גזירות, זיי האבן געוויינט און געשריגן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויסגעהערט זייערע תפילות און געשיקט משה רבינו זאל זיי אויסלייזן, ווער זאל וועלן צוריקגיין צו שלעק? ווער זאל וועלן מען זאל אריינווארפן זיינע קינדער אין וואסער? מען זאל שלאגן מיט מכות רצח?!


פלעגט מוהרא"ש זאגן: די פלשתים זענען געווען גרויסע לצים, ליצנות פארשטעלט אלעס; דו קענסט אריינברענגען אינעם מענטש גילוי אלקות, קענסט אים ווייזן די גרעסטע זאכן, מיט דעם אלעם, אויב קומט א לץ - קען ער יענעם אוועקרייסן פון דעם אלעם! לצנות איז שטערקער פון אלעמען! דעריבער האט דער אייבערשטער נישט געוואלט טראגן די אידן קיין ארץ ישראל דורך די פלשתים ווייל מיט לצנות וועלן זיי באווייזן חוזק צו מאכן פון משה רבינו און פונעם אייבערשטן; דערפון דארפן מיר ארויסלערנען אכטונג צו געבן פון לצים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב, שֶׁאָמַר, אוֹי וַאֲבוֹי! כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, וואס ער האט געזאגט: "גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט, פול מיט וואונדערליכע סודות, און דער קליינער האנט פארשטעלט אלעס"; מוהרא"ש פלעגט דאס שטענדיג חזר'ן מיט אונז, ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לעבן, מען הערט די וואונדערליכע עצות פון רבי'ן, מען האט חיזוק אנצוגיין אין לעבן, מען האט כח אריבערצוגיין אלע שוועריקייטן, שוועריקייטן פון פרנסה, שוועריקייטן מיט א ווייב, מיט קינדער, שוועריקייטן פון וכו' וכו', - ביז עס קומט דער קליינער הענטעלע און פארשטעלט אלעס, מען טרעפט א לץ, ער פרעגט: "וואו דרייסטו זיך?" נאכן ענטפערן: "איך דריי זיך אין היכל הקודש", מאכט דער לץ מיט די האנט אזא תנועה פון ביטול, דער מענטש באקומט פון דעם חלישות הדעת, דער קליינער מאך מיט די האנט פארשטעלט אלעס, אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "געוואלד!" און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "געוואלד!"


מוהרא"ש פלעגט זיך וואונדערן, ווי קען זיין א מענטש זאל אפלאזן די הערליכע לעבן וואס ער האט געפונען ביים רבי'ן צוליב א מאך מיט די האנט? צוליב א דריי מיט די נאז, ווי קען זיין אזא זאך?! עס האט דאך נישט קיין שכל! דו געדענקסט דאך ווי אזוי דו האסט געטראכט, ווי אזוי דו האסט געלעבט, בעסער געזאגט נישט געלעבט; ווי אזוי איז געווען דיין גוסטע? דיין שלום בית, דיין כיבוד אב ואם, דיין מהלך מחשבה, און וואס נישט... און ווען דו האסט געטראפן דעם הייליגן רבי'ן האט זיך געגעבן א דריי איבער אלעס לטובה, וואס זאלסטו אפילו קוקן אויף די קליינע הענטעלע? וואס זאלסטו קוקן אויף יענעמ'ס נאז ווי אזוי ער מאכט א פאקס?


רבי נתן זאגט, ליצנות איז אבי אבות הטומאה; ווייל עס נישטא נאך אזא טומאה וואס פארשטעלט גילוי אלקות פונעם מענטש ווי די טומאה פון ליצנות, אזוי ווי מען זעט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו:): "הַבָּא לִיטַּמֵא פּוֹתְחִין לוֹ", איינער וויל אוועקגיין פונעם אייבערשטן, העלפט מען פון הימל ער זאל אוועקגיין, שנאמר (משלי ג, לד): "אִם לַלֵּצִים הוּא יָלִיץ", זאגט רבי נתן, וואס האט מען אנגעכאפט דוקא דעם פסוק? ווייל אז א מענטש וויל טון עבירות, ברענגט מען אים א לץ און ער לאכט אפ פון אלעס וואס צדיקים זאגן, אזוי פאלט ער ממילא אראפ רחמנא לצלן.


טייערע חברים פרישע מקורבים, שטארקט אייך מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, הן בתורה; יעדער איינער פון אייך מיט זיינע שיעורים כסדרן, מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה וכו' וכו'. הן בתפילה והתבודדות, און מיט שמחה, און געבט אכטונג אין שטוב מכבד זיין די ווייב, אזוי ווי דער רבי האט אונז געזאגט.


טענה'ט נישט מיט קיינעם און שטייט נישט אין ווארט מיט לצים - וועט איר האבן א חיים טובים. מוהרא"ש האט מיר געזאגט הונדערטער מאל: "יואל, מאך נישט די טעות וואס איך האב געמאכט, טענה נישט מיט קיינעם"; מוהרא"ש האט געזאגט: "אין אנהייב האב איך געמיינט אז אויב איך וועל צוריק טענה'ן, איך וועל אויפווייזן, איך וועל מסביר זיין - וועלן זיי אננעמען, ביים סוף האב איך געזען אז עס א שאד די צייט, הנצחון אינו סובל את האמת, עס איז נישט כדאי צו ענטפערן, נאר טון וואס מען האט צו טון".


די שמחה ביי אונז איז זייער גרויס אז מען האט געעפנט א חדר אין ירושלים; מיר האבן אזוי געעפנט אונזער חדר שנת תש"ע מיט געציילטע קינדער. דעמאלט איז דאס געווען דער גרעסטער חוזק; נישט חוזק פון די גאס, חוזק פון היכל הקודש! קיינער האט נישט אריינגעשיקט די קינדער, איך האב געפרעגט מוהרא"ש אויב איך קען אויפהענגען א צעטל אין בארא פארק שול ביי מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט די שליסל פון די בולעטי"ן באר"ד וואו מען הענגט די צעטלעך, מוהרא"ש האט געעפנט די טיר און מיט א שמייכל מיר געהייסן אריינלייגן די צעטל, מוהרא"ש האט פארראכטן צוויי ווערטער; איך בין געווען זיכער אז אלע גייען אריינלייגן די קינדער, איך בין געווען צו שאנד און צו שפאט, אלע האבן געלאכט...


איך האב אויף קיינעם נישט געקוקט, איך האב סיי ווי נישט געהאט קיין ברירה, איך האב געדארפט א מוסד פאר מיינע קינדער; היינט קוק איך צוריק, זאג איך איין ווארט: "שכוח אייבערשטער!"


די וואך קומט אויס דער יארצייט פון מוהרא"ש, גייט קיין יבנאל צום ציון, גייט מיט אייערע קינדער; עס איז נישט קיין ביטול תורה, גיין צו א ציון פון א צדיק איז קיום התורה.


זייט אויך מתפלל פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל; דערציילט פאר'ן אייבערשטן איין גוטע זאך וואס איר האט באקומען דורך מיר, עס זאל זיין א זכות פאר מיר.


אויך זאלט איר מאכן א סעודה ביי אייך אין שול, זיך מחזק זיין מיט די עצות וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, די וועג וואס ער האט אונז אויסגעפלאסטערט, די שכל וואס ער האט אונז געגעבן.


א פרייליכן שבת.

#9 - ברענג איך נישט אריין קיין צעדרייטע זאכן אין אונזער קהלה
היכל הקודש, ראש ישיבה, מורה דרך, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


אדער קענסטו מיר שרייבן ביי מיין נאמען אדער קענסטו מיר שרייבן ראש ישיבה; מער פון דעם שרייב מיר נישט. די אלע טיטלען וואס דו שרייבסט מיר לכבוד דער צדיק, לכבוד משיח, לכבוד איך ווייס נישט וואס - זאלסטו מיך נישט רופן און מיך נישט שרייבן. קענסט האלטן ביי דיר אין קאפ וואס דו ווילסט אויף מיר, קענסט טראכטן אויף מיר ביזן העכסטן הימל, אבער מאך מיך נישט משוגע און מאך נישט משוגע א צווייטן.


איך ווייס נישט ווער עס מאכט דא ביי אונז אין די קהילה נייע צעדרייטע זאכן וואס מען הערט אין אנדערע חסידות'ן. מיר האבן א רבי און מיר האבן די הייליגע תלמידים, רבי נתן און אזוי ווייטער מוהרא"ש; מערסטנס קענסטו מיך רופן ראש ישיבה וואס געבט איבער די עצות פון די הייליגע צדיקים.


מען דארף טאקע האבן תמימות, מען דארף זיין בתמימות; די העכסטע זאך איז תמימות, דער רבי זאגט אונז זיין תמימות'דיג און דער זעלבער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "גַּם בִּתְמִימוּת אָסוּר לִהְיוֹת שׁוֹטֶה", ווען מען פירט זיך בתמימות איז אסור צו זיין א שוטה; מען דארף פרעגן אלע ספיקות פון א רב א מורה דרך, אבער סתם פארדרייען דעם קאפ פיר און צוואנציג שעה, פרעגן זאכן וואס האט נישט מיט קיין מורה דרך צו טון - דאס איז טפשות, דאס איז נישט תמימות; אויסער דעם וואס מען נעמט צו צייט פון וויכטיגע זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - בלייב נאאיוו, בלייב פאנאטיש און בלייב תמימות'דיג
מאוויס, טעלעפאן, שיעורים כסדרן, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין טעלעפאן איז צעבראכן, מענטשן האלטן מיר אין איין רופן און שרייבן, און איך קען נישט ענטפערן און נישט ליינען וואס זיי שרייבן; אויב דו קענסט מיר העלפן מיט דעם, מיר ברענגען א נייע; איך וויל א טעלעפאן אזוי ווי ביז יעצט, נישט מער פארגעשריטן, נאר מען זאל קענען רעדן און טעקסטן, גארנישט מער פון דעם.


שרייב מיר דיינע שיעורים כסדרן; שרייב מיר וואו דו האלסט אין ש"ס און אין רבינ'ס ספרים.


טייערער ברודער, לאז זיך נישט נאך, לאז זיך נישט פאלן; בלייב שטארק מיט דיין אידישקייט.


זאג דיין ווייב אז די טשעפע איז די שענסטע קאמפלימענט אויף ענק; דאס וואס די משפחה לאכט פון ענק, ווען מען רעדט פון מאוויס, עקטערס און סעלעברעטיס און דו מיט דיין ווייב פרעגן ווער? וואס? ווען? און זיי לאכן און זאגן אויף ענק אז עטס זענטס אזוי נאאיוו און פאנאטיש וכו' – דאס איז די שענסטע זאך אויף ענק.


בלייב נאאיוו, בלייב פאנאטיש און בלייב תמימות'דיג.


חתימה טובה.

#7 - געב אכטונג אז דיין בית המדרש זאל נישט זיין קיין מקום פאר לצים
שטעטל, בית המדרש, לצנות, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש עצתו אמונה, קרית ברסלב ליבערטי


זע אז ביי דיר אין בית המדרש זאל מען נאר רעדן דיבורי אמונה, נאר שיחות פון רבי'ן. געב אכטונג עס זאל נישט זיין קיין מקום פאר לצים; בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז ביי דיר אין בית המדרש זאל נאר זיין תמימים, פשוט'ע מענטשן אן קיין חכמות, אן קיין ליצנות.


נישטא נאך אזא עקלדיגע זאך ווי א לץ. שלמה המלך זאגט (משלי כד, ט): "וְתוֹעֲבַת לְאָדָם לֵץ", א לץ וואס שפעט אפ איז א פאר'מיאוס'טע זאך ביי מענטשן, רש"י לייגט צו, אז נישט נאר ביי מענטשן נאר אויך ביים אייבערשטן, רש"י זאגט: "ליצנות היא המתעבת את האדם על הקדוש ברוך הוא ועל הבריות", ליצנות איז א זאך וואס איז עקלדיג ביים אייבערשטן און ביי מענטשן; איך עקל זיך פון לצים, איך האב ליב תמימות'דיגע מענטשן.


אז דו ווילסט וויסן וואס האט מיר געשלעפט צו מוהרא"ש; איך האב זיך דאך געדריידט אין אסאך מקומות, אויך האב איך זיך געדריידט אין ברסלב ביי אנדערע משפיעים, אבער דאס תמימות וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש - האט מיר אזוי באנומען, דאס האט מיר געכאפט. און ווען איך בין מקורב געווארן פלעגן מענטשן קומען חוזק מאכן, מען האט מיר געזאגט: "וואס איז געשען מיט דיר? מילא אז דו ווילסט ווערן א ברסלב'ער איז איין זאך, אבער פארוואס זאלסטו גיין צו היכל הקודש וואס איז א פלאץ פון פלאטשיגע מענטש אן קיין חכמות? עכטע תמימים!" זיי האבן נישט געוויסט אז דאס זוך איך, דאס האב איך ליב; מענטשן וואס דינען דעם אייבערשטן אן קיין חכמות, אן קיין דריידלעך.


אז דו וועסט אכטונג געבן עס זאל נישט זיין ביי דיר קיין לצים - וועסטו מצליח זיין. א גבאי מוז זיין א ווייכער מענטש, מען דארף האבן סבלנות צו אלע סארט מענטשן; אבער מען דארף אויך זיין א שטארקער מענטש, נישט לאזן עס זאל ווערן א פלאץ פון לצים.


איך ציטער פאר די שטעטל, עס זאל בלייבן ריין אזוי ווי ביים אנהייב; איך בעט אזויפיל דעם אייבערשטן אז דער שטעטל זאל זיין א ריינער פלאץ, א פלאץ וואו לצים ווילן נישט קומען, א פלאץ וואו בעלי מחלוקת ווילן נישט זיין, עס זאל בלייבן א ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקות און אן קיין לצנות. שלמה המלך זאגט (משלי כב, י): "גָּרֵשׁ לֵץ", פארטרייב דעם לץ, "וְיֵצֵא מָדוֹן", וועט זיך אויפהערן די קריגערייען, "וְיִשְׁבֹּת, דִּין וְקָלוֹן", מען וועט זיך מער נישט קריגן; נאך זאגט שלמה המלך (שם כט, ח): "אַנְשֵׁי לָצוֹן", די אלע וואס שפעטן, "יָפִיחוּ קִרְיָה", די מאכן מחלוקות אין שטאט, "וַחֲכָמִים", און די ערליכע אידן, "יָשִׁיבוּ אָף", זיי מאכן שלום, זיי נעמען אוועק דעם צארן פון מחלוקות.


איך וועל אם ירצה ה' קומען צו דיר אין שול פון צייט צו צייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - פרויען האבן אין זיך תמימות, דערפאר זענען זיי נענטער צום אייבערשטן
חיזוק פאר פרויען, תהלים, תמימות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער גוט צו הערן די פרייליכע נייעס אז איר גייט שוין כמעט ענדיגן דעם ספר תהילים צוויי הונדערט מאל; איר האט יעצט מסיים געווען די הונדערט איין און ניינציגסטע מאל. די בעסטע זאך אין די וועלט איז צו זינגען די קאפיטלעך פון תהילים וואס דוד המלך האט געזינגען צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט זייער געהאלטן פון די תמימות וואס פרויען האבן, ער האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן; פרויען האבן אין זיך א מורא'דיגע תמימות, דערפאר זענען זיי נענטער צום אייבערשטן, ווייל ווי מער מען פירט זיך בתמימות ובפשיטות אלץ מער רעדט מען צום אייבערשטן.


מען האט אמאל געזאגט פאר'ן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט אזא דיבור: "ווען משיח וועט קומען וועט מען מבטל זיין אלע ווייבער שול'ן", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט; פונקט פארקערט! משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען"; זעט מען פון דעם ווי שטארק דער רבי האט געהאלטן פון די תפילות פון פרויען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.