בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#581 - אייבערשטער האב אויף מיר רחמנות, מאך מיך פרייליך, מאך מיך לעבעדיג
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין חבר ... שרייבט מיר אז עס גייט אריבער אויף דיר שווערע טעג, ביסט אריין אין א קטנות הדעת וכו'.


טייערער ליבער ברודער, שריי און שריי: "הייליגער באשעפער, נעם מיך ארויס פון מיין קטנות הדעת, אייבערשטער האב אויף מיר רחמנות, מאך מיך פרייליך, מאך מיך לעבעדיג, פריש מיך אויף, וועק מיך אויף".


ברודער, מיך מוטשעט מען אויך. רבי נתן שרייבט פאר זיין זון: "מען מוטשעט איטליכן, מיך אויך"; איך טו דאס, איך גיי נאכאמאל און נאכאמאל צום אייבערשטן, איך שריי די ווערטער הנ"ל.


א פרייליכן ליכטיגן חנוכה.

#580 - רעדן דריי מינוט צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, וידוי

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת וישלח, י"ח כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


יעדן אינדערפרי איידער איר הויבט אן די שטוב ארבעט זאלט איר באשטומען א צייט פון דריי מינוט פאר התבודדות. נעמט א זייגער, לייגט עס אויפן טיש אין פארנט פון אייך, און רעדט פאר דריי מינוט צום אייבערשטן.


צעטיילט די דריי מינוט אויף דריי; די ערשטע מינוט זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און מיט אייער מאן און קינדער; די צווייטע מינוט זאלט איר אים איבערבעטן אויף אלעס וואס מען טוט נישט וואס מען דארף; אין די דריטע מינוט זאלט איר אים בעטן אז די טאג זאל זיין גוט און שיין, אן קיין צער, אן קיין מחלוקת.


מיר בעטן סוכות: "'הושענא', העלף מיר, 'שלש שעות', איך זאל קענען רעדן צו דיר צעטיילט אין דריי מינוט"; ווייל ווער עס טוט אזוי, ער איז זיך מתבודד, ער דאנקט, ער איז זיך מתוודה און ער בעט אויף ווייטער – דער לעבט א 'גן עדן' לעבן.


א גריס פון אייער מאן, ווען איך זע אים – האב איך נחת.

#579 - באשעפער, דו געבסט מיר נאר גוטס, און איך בין נאר פול מיט טענות?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חנוכה, נערווען

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן נאכט צינדט מען שוין די הייליגע מנורה, איך וויל דו זאלסט יעצט גיין פאר אפאר מינוט התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער וואס איז מיט מיר? וואס בין איך אזוי אנגעצויגן? וואס בין איך אזוי בקטנות הדעת? אין אזא צמצום? וואו איז מיין אמונה? וואו איז מיין בטחון? הייליגער באשעפער דו געבסט מיר דאך נאר גוטס, דו ביסט אזוי גוט צו מיר און איך בין נאר פול מיט טענות? האב רחמנות אויף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר; ווען וועל איך שוין אנהויבן זיין א מכיר טובה? ווען וועל איך שוין אנהויבן דיך לויבן? איך בין דאך א כפוי טובה, איך רעד מיך אפ, און איך זארג און זארג, איך ווייס נישט וואס איז מיט מיר".


עפעס א טויש דארף געשען; דו קענסט נישט אהיימקומען צינדן די מנורה מיט אזא נערוועזקייט, די קינדער ציטערן פון דיר, דו דארפסט עמערדזשענסי גיין רעדן צום אייבערשטן, ארויסנעמען די כעס און עצבות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#578 - וויי און ביטער אויב די קינדער פירן די שטוב
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, דרך ארץ, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט כדאי זיך אוועק צו ציען, איבעראל דארף מען רחמי שמים מיט קינדער.


גוטע קינדער האט מיט די תפילות פון די עלטערן. מען האט געפרעגט דעם הייליגן חתם סופר זכותו יגן עלינו ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו אזעלכע גוטע קינדער, האט דער הייליגער חתם סופר געענטפערט: "יעדע נאכט בשעת איך האב געזאגט תיקון חצות האב איך אנגעפילט א כוס מיט טרערן, איך האב געבעטן פאר גוטע קינדער"; דאס איז דער וועג ווי אזוי מען איז זוכה צו ערליכע דורות.


דאס וואס איר שרייבט אז די קינדער קומען אהיים פון ישיבה און זיי זאגן 'מיר ווילן זיך פירן ווי די בחורים אין ישיבה וכו'', - מען טאר נישט ווערן דערשראקן, מען דארף זיי זאגן: "ביי אונז טוט מען אזוי", "ביי אונז אין די משפחה מאכט מען אזוי".


עלטערן דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די קינדער ווי אזוי צו פירן א שטוב; וויי און ביטער איז פאר די וואס פרעגן די קינדער ווי אזוי צו פירן די שטוב, קינדער האבן ליב צו פרובירן באקומען וואס זיי דארפן, אבער באמת האבן זיי נאך מער ליב צו האבן עלטערן וואס ווייסן וואס זיי ווילן און זענען זיי מחנך אויף די גוטע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#577 - ווי אזוי איז מען מצליח צו געדענקען און גוט קענען דאס לערנען?
כולל, תפילה והתבודדות, לימוד התורה, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אז דו ווילסט מצליח זיין אין לערנען, דו ווילסט געדענקען דאס לערנען, און ווען דו ענדיגסט א סימן אין שלחן ערוך, א מקצוע – צו קענען די הלכות קלאר – זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם; ביים דאווענען ביי אהבת עולם אינדערוואכן, און ביי אהבה רבה - זאלסטו זיך אפשטעלן און בעטן: "ותן בלבינו בינה להבין ולהשכיל וכו'". "והאר עינינו בתורתיך" – זאלסטו בעטן מיט טרערן אז עס זאל דיר ליכטיג ווערן די אויגן אין די תורה; אנשטאט זיצן אויף איין סעיף א לאנגע צייט און קוועטשן אזוי לאנג - זאלסטו דאווענען און וויינען צום אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין לכתרה של תורה.


גיי התבודדות יעדן טאג צופרי, אינמיטן טאג און ביינאכט, און בעט אסאך פאר דעם; זאלסט פארשטיין די תורה, און זוכה זיין ללמוד וללמד לשמור ולעשות.


ווייז דעם בריוו פאר אלע כולל אינגעלייט.

#576 - די שטעטל איז א הערליכע פלאץ
כולל, תפילה והתבודדות, שטעטל, חובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט בין איך געווען אין שטעטל באזוכן די ישיבה, חדר, בית פיגא, און ועל כולם די כולל; איך בין געזיצן מיט די כולל אינגעלייט אינעם בית הוראה עמק יחזקאל, על שם מיין זיידע קארלסבורגער רב זכר צדיק לברכה; די כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט א חלק הלכות שבת, עס איז געווען זייער א שיינע מעמד.


די שטעטל איז א הערליכע פלאץ, מוהרא"ש קוקט אראפ פון גן עדן און שמייכלט צו זען ווי מוסדות היכל הקודש פירט זיך בקדושה ובטהרה.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף א שיעור, און נאכדעם דארף איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט. אויך האב איך א חתונה פון חיים מאיר. איין זאך בעט איך דיר, דערהאלט זיך, געב נישט אויף; מיר האבן זייער א גרויסער באשעפער, ער איז גרעסער פון דיינע חובות און גרעסער פון די בארג פראבלעמען וואס דו שלעפסט, ער ווארט זאלסט נאכאמאל קומען צו אים און געבן א קרעכץ, געבן א שריי "טאטע", דאס וועט מאכן ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#575 - רעד מיט יעדן איינעם נאר דיבורי אמונה, אויך ביי די ארבעט מיט די גוים
תפילה והתבודדות, אמונה, פרנסה, אשר בנחל, הצלחה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל כסדרן, וועסטו האבן התחזקות אין יעדן מצב וואס זאל נאר זיין. אויך וועט דיך די בריוו פון אשר בנחל ציען צום אייבערשטן, עס וועט דיך ארויפציען צו די העכסטע מדריגות.


רעד מיט יעדן איינעם נאר דיבורי אמונה, אויך ביי די ארבעט – מיט די גוים – רעד דיבורי אמונה, וועסטו זייער מצליח זיין, און אלע ארבעטערס וועלן טון דיין ווילן.


דערצייל פאר יעדן מעשיות פון תפילה; ווי דו האסט געדארפט א ישועה און מיט תפילה האסטו עס באקומען.

#574 - צוויי עצות צו קענען אנהויבן לעבן פונדאסניי מיט ליבשאפט און שלום
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, צרות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, הדרכות, נקודות טובות, עצות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת חיי שרה, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווי ווייטאגליך איז צו הערן אייער לעבנ'ס געשיכטע; אזויפיל פיין, אזויפיל ווייטאג וואס איר זענט אריבער אין אייער לעבן, איר האט אזוי ארויסגעקוקט צו האבן א מאן וואס וועט אייך געבן ליבשאפט און אינאיינעם בויען א ווארעמע שטוב, און עס איז פינקט פארקערט...


איך קען אייך געבן צוויי שיינע עצות וואס וועט צוריק אוועק שטעלן אייער שטוב, ווי די שענסטע שנה ראשונה וואס איז דא אין די וועלט.


ערשטנס, איר זאלט פרובירן מיט אלע אייערע כוחות זיך אנשטרענגען צו שעצן אייער מאן; דאס איז נישט קיין זאך וואס מען קען זיך מאכן, דאס איז א זאך וואס דארף זיין פון הארץ, מיט אמת. איר זאלט אים אויפהערן נאכקוקן און נאכזוכן, זוכט אויף אין אים א ברעקעלע גוטס, א פינטעלע גוטס; טראכטס פון דעם און דאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם - וועט צוביסליך פון די פינטלעך און ברעקלעך - ווערן איין שטיק גוטס.


צווייטנס, "תפילה והתבודדות"; איר זאלט יעדן טאג נעמען אפאר מינוט אליינס מיטן אייבערשטן, אים דערציילן די גאנצע געשיכטע וואס איר האט געשריבן אינעם בריוו, און נאך מער; נישט טראכטן אין קאפ די צרות וואס איר זענט אריבער און וואס איר גייט אריבער, נאר ארויסזאגן מיטן מויל פארן אייבערשטן אויף אייער שפראך, און אז איר רעדט בעסער אין ענגליש - זאלט איר דאס זאגן אויסדריקליך אין ענגליש, און בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום צווישן אייך און עס זאל געשען ניסים.


איך זאג אייך צו, אז איר וועט טון די צוויי עצות - וועט איר אנהויבן אייער לעבן פונדאסניי מיט די גרעסטע ליבשאפט און שלום. איך ווייס אז עס איז נישט גרינג; נאכן ליידן אזויפיל, און נאכן ארויסקוקן אזוי לאנג אויף א זיסע לעבן, און נאכן האבן געווען ביי איבער צוועלף טערעפיסטן, מערידזש קאונסלינג, ענערדזשי, און דיינים - זענט איר שוין מיואש, איר טראכט 'וואס קען שוין ווערן פון אונזער שטוב?' אבער דער אייבערשטער איז זייער זייער גרויס, עס קען פאסירן א נס אין די קומענדיגע רגע, אלעס קען ווערן אזוי זיס, און בכח די צדיקים מיט זייערע עצות קען מען געהאלפן ווערן.


דער עיקר זאלט איר אויפהערן נאכקוקן אייער מאן. ווען ער קומט נישט אהיים זאלט איר טראכטן מיט אלע כוחות אז ער איז אין שול, ער לערנט, און אז עס ווערט שפעט און איר ווערט מיד זאלט איר אים שיקן א שיינע הודעה, ווי למשל: "א גוטע נאכט, איך גיי שוין שלאפן", שרייבט אים: "איך האב געהאט זייער א שיינע טאג, איך האף דו אויך"; לויפט אים נישט נאך: "וואו ביסטו?" "ווען קומסטו?" ווייל אין אזא מצב וואס די שטוב האלט ביים צעפאלן, היה לא תהיה - דארף מען נעמען אן אנדערע וועג.


ווען ער קומט שוין יא אהיים זאלט איר נאר שמייכלען; וויינען וויינט מען נאר ווען קיינער זעט נישט, מען וויינט נישט פארן מאן און נישט פאר קינדער, נאר פארן אייבערשטן וויינט מען, נאר ווען קיינער זעט נישט; דעמאלט דארף מען זיך גוט אויסוויינען.


ווען מען זיצט ביים טיש מיט די קינדער זאגט הויך: "קינדער לאמיר דאנקען דעם אייבערשטן פאר אזא גוטע טאטע וואס מיר האבן", און אים געבן נאר גוטע ווערטער. אפילו עס דארף ווען זיין פארקערט, ער זאל אייך געבן גוטע ווערטער; איך זאג אייך עס וועט נאך קומען, אויב איר וועט זיין שטארק מיט די צוויי עצות, שעצן דעם מאן, און דאווענען און וויינען צום אייבערשטן - קומט א גרויסער נס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#573 - ווי אזוי זיך צו באפרייען פון אלטע פיין פון די יונגע יארן
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס זאל איך אייך זאגן, עס איז אזוי ווייטאגליך צו הערן וואס איר דערציילט, ווי מען האט אייך אזוי געפייניגט אלס קינד, עד כדי כך אז איר זענט שוין חתונה געהאט אזויפיל יאר, און נאכאלץ שפירט איר ווי עס טרעט אייך צו צום מח די פייניגונגען פון שטוב, איר קענט זיך נישט באפרייען דערפון, איר קענט נישט מוחל זיין אייער מאמע אויף וואס זי האט געטון מיט אייך.


איין עצה איז דא ווי אזוי זיך צו באפרייען פון די פיין, די עצה איז חזר'ן אמונה; זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


שוין אזויפיל יאר וואס עס לויפט אייך נאך די אלטע פיין פון אייערע יונגע יארן, איר קענט זיך נישט באפרייען פון די פיין, יעדן טאג וואס גייט פארביי קריכט איר אריין טיפער אין די פיין; א שאד צו ליידן, א שאד די פיין, מיט אמונה וועט איר ווערן א פרייער מענטש; אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקֵייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן.


דאס איז וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, און דאס איז די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געלאזט, די עצה פון רעדן צום אייבערשטן; וַוייל דֶער אֱמֶת אִיז, אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ טְרַאכְט גוּט אַרַיין זֶעט עֶר אַז קֵיינֶער קֶען אִים נִישְׁט הֶעלְפְן, נִישְׁט בְּרוּחֲנִיוּת אוּן אוֹיךְ נִישְׁט בְּגַשְׁמִיוּת, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אַלֵיין. עֶס אִיז פָּשׁוּט אַ שָׁאד זִיךְ צוּ פַארְלָאזְן אוֹיף מֶענְטְשְׁן, וֶועלְכֶע קֶענֶען סֵיי וִוי נִישְׁט הֶעלְפְן.


וֵויי אוּן בִּיטֶער אִיז וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ. וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיךְ מֶענְטְשְׁן קֶען מֶען פַארְלִירְן בֵּיידֶע וֶועלְטְן, סֵיי דִי וֶועלְט אוּן סֵיי יֶענֶע וֶועלְט, עֶס אִיז נִישְׁטָא צוּ וֶועם זִיךְ צוּ וֶוענְדְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, וַוייל קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ קֶען אוּנְז נִישְׁט הֶעלְפְן נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער, דִי אֵיינְצִיגְסְטֶע פְּלַאץ וואוּ מֶען קֶען אַנְטְלוֹיפְן אִין פַאל פוּן אַ צָרָה אִיז נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, דָאס בַּאגְלֵייט אַ מֶענְטְשׁ שְׁטֶענְדִיג סֵיי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן סֵיי אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט. אַזוֹי וִוי אֵלִיָהוּ הַנָבִיא זָאגְט (תָּנָא דְבֵי אֵלִיָהוּ פֵּרֶק ג') "לְפִי שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה שִׂיחוֹת וּתְפִלּוֹת הֵם מְלַוִּים אוֹתוֹ עַד שֶׁמַּגִּיעַ אֶל בֵּית עוֹלָמוֹ" - דָאס רֶעדְן אוּן שְׁמוּעֶסְן אַסַאךְ מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דָאס בַּאגְלֵייט דֶעם מֶענְטְשׁ אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט.


אֵיינְמָאל אַ מֶענְטְשׁ גֶעוואוֹינְט זִיךְ צוּ צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, צוּ לֶעבְּן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן הָאט עֶר שׁוֹין נִישְׁט מוֹרָא פַאר קַיין שׁוּם זַאךְ. וַוייל אוֹיבּ גְלֵייבְּט עֶר אַז עֶר וֶוערְט אִינְגַאנְצְן גֶעפִירְט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן דַאן וֶוען עֶס גֵייט אִים גוּט, אִיז דָאךְ זִיכֶער גוּט, אוּן אֲפִילוּ וֶוען עֶס גֵייט אִים נִישְׁט גוּט, וֵוייסְט עֶר אוּן עֶר גְלֵייבְּט אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער הָאט זִיכֶער עֶפֶּעס אַ גוּטֶע חֶשְׁבּוֹן מִיט דֶעם, דָאס אִיז זִיכֶער פַאר זַיין טוֹבָה וֶועגְן.


פוּן דֶעסְט וֶועגְן טָאר מֶען קֵיינְמָאל נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן צוּ בֶּעטְן, חֲזַ"ל זָאגְן (בְּרָכוֹת י'.) "אֲפִילוּ חֶרֶב חַדָה מוּנַחַת עַל צַאֲוָרוֹ שֶׁל אָדָם אַל יִמְנַע עַצְמוֹ מִן הָרַחֲמִים" - אֲפִילוּ וֶוען עֶס לִיגְט שׁוֹין אַ שַׁארְפֶע שְׁוֶוערְד אוֹיפְן הַאלְז פוּן אַ מֶענְטְשׁ, זָאל עֶר אוֹיךְ נִישְׁט אוֹיפְהֶערְן צוּ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן. תְּפִלָה הֶעלְפְט שְׁטֶענְדִיג, אֲפִילוּ וֶוען עֶס אִיז שׁוֹין גֶעוָוארְן אָפְּגֶע'חַתְמְ'ט אַ שְׁלֶעכְטֶע גְזַר דִין אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ קֶען מֶען עֶס אוֹיךְ טוֹישְׁן מִיט תְּפִלָה, מִיט אַסַאךְ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן,


אָבֶּער צוּ תְּפִלָה דַארְף מֶען אוֹיךְ הָאבְּן אַסַאךְ סַבְלָנוּת, אַסַאךְ גֶעדוּלְד. מֶען דַארְף בֶּעטְן אַסַאךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן בְּרַחֲמִים וְתַחֲנוּנִים, מֶען דַארְף זִיךְ אוֹיסְגִיסְן דָאס הַארְץ פַארְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַזוֹי וִוי אַן אָרִימַאן בֶּעט זִיךְ אַ מַתְּנַת חִנָם, נִישְׁט וַוייל עֶס קוּמְט זִיךְ אִים. מֶען דַארְף בֶּעטְן מִיט גֶעדוּלְד אֵיינְמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוּן אוֹיבּ הָאט מֶען גֶעדוּלְד אוֹיס צוּ וַוארְטְן אוֹיף דִי יְשׁוּעָה, דַאן וֶועט מֶען זוֹכֶה זַיין צוּ זֶען וואוּנְדֶערְלִיכֶע נִסִים וָואס דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט טוּן, מֶען וֶועט זֶען יְשׁוּעוֹת חוּץ לַדֶרֶךְ הַטֶבַע.


דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ אַז אִיר זָאלְט זֶען דָאס מְקַיֵים צוּ זַיין, אִיר זָאלְט זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן שְׁטֶענְדִיג צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן דַאן וֶועט אִיר נִישְׁט חֲרָטָה הָאבְּן, נִישְׁט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן נִישְׁט אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, נִישְׁט בְּרוּחֲנִיוּת אוּן נִישְׁט בְּגַשְׁמִיוּת. וֶוען מָשִׁיחַ וֶועט קוּמֶען וֶועט עֶר דָאס אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אַז יֶעדֶער זָאל רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אָבֶּער דַאן וֶועט שׁוֹין נִישְׁט זַיין קַיין בְּחִירָה, יֶעדֶער וֶועט שׁוֹין סֵיי וִוי רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אָבֶּער וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס הֵייבְּט שׁוֹין יֶעצְט אָן דָאס צוּ טוּן, וֶוען עֶס אִיז נָאךְ יָא דָא אַ בְּחִירָה. וֶוען אַ אִיד שְׁטַארְקְט זִיךְ שׁוֹין יֶעצְט צוּ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ לֶעבְּן מִיטְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, וֶועט עֶר זִיכֶער זוֹכֶה זַיין צוּ אַלֶע גוּטֶע זַאכְן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#572 - ווען מ'איז גענצליך אויסגעשעפט, וואס איז די עצה?
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, בטחון

 


בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכין החודש, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך אין די פרשה זעען מיר וואס מען האט צו טון ווען מען וויל עפעס באקומען. אליעזר עבד אברהם איז געגאנגען זוכן א שידוך פאר יצחק; וואס האט ער געטון? וואס פאר א סגולה? צו וועם האט ער זיך געוואנדן? שטייט (בראשית כד, יא): "וַיַּבְרֵךְ הַגְּמַלִּים מִחוּץ לָעִיר אֶל בְּאֵר הַמָּיִם", ער האט זיך אוועק געשטעלט אינדרויסן פון שטאט, "לְעֵת עֶרֶב", עס איז געווען טינקל, און געבעטן דעם אייבערשטן. דאס קומט אונז לערנען וואס מיר זאלן טון בעת צרה, ווען מיר דארפן א ישועה; נישט גיין צו קיינעם, נישט זיך איינרעדן 'ביי אים ליגט מיין ישועה', 'ביי יענעם ליגט מיין הילף', איין עצה איז דא, בעטן דעם אייבערשטן.


אויפן ווארט "וַיֹּאמַ֓ר" (שם, יב), איז דא א שלשלשת; צו ווייזן אז מען דארף בעטן איינמאל און צוויי מאל און דריי מאל, דאס איז די עצה ווען מען שפירט זיך אויסגעשעפט, מען שפירט ווי מען גייט אויס פון אויסגעשעפטקייט, "לְעֵת צֵאת הַשֹּׁאֲבֹת", זאל מען בעטן דעם אייבערשטן.


די וואך ליל שישי האב איך געגעבן די שיעור אין שטעטל. איך בין ארויסגעפארן אויף א שמחה, א בר מצוה פון משפחת יעקב לעזער, אויך דער זיידע הרב רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל; איך האב זיך זייער געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים.


מאך א שיינע שבת, מאך פרייליך אין שטוב.


א גוט שבת.


 

#571 - טו וואס איז גוט פאר דיר
תפילה והתבודדות, התחזקות, סדר דרך הלימוד, בלבולים

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת חיי שרה, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


נעם דעם כלל אין לעבן: "טו וואס איז גוט פאר דיר"; אז דו האסט געפונען א פלאץ וואס דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, נענטער צו די תורה - זאלסטו נישט קיינעם אויסהערן, נאר ווייטער ממשיך זיין דינען דעם אייבערשטן.


לערן דיינע שיעורים אין מקרא, משנה און גמרא. אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג תהילים, און ועל כולם גיי זיך מתבודד זיין, רעדר צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט זיין א צדיק.


מאך זיך נישט צוטון וואס מענטשן פרעגן דיר אלע סארט פראגעס וכו'; מענטשן זענען דיך מקנא, דו זיי ממשיך, נעם דעם כלל: "טו וואס איז גוט פאר דיר".


געב א גרוס דיינע טייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#570 - זוכן אן ארבעט וואס די מויל איז פריי צו שעפשען תפילות צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וירא, י"ח מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פב.): "לעולם ילמד אדם את בנו אומנות נקיה וקלה", א מענטש זאל לערנען זיין זון א ריינע גרינגע ארבעט, "ויתפלל למי שהעושר והנכסים שלו", און ער זאל דאווענען וכו'.


מען קען זאגן פשט, 'ויתפלל' גייט אויף ארויף, א מענטש זאל אויסלערנען זיין זון אזא סארט ארבעט וואס ביים ארבעטן קען מען נוצן די מויל צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן. אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג זאגן, מען זאל זוכן לכתחלה אן ארבעט וואס די מויל איז פריי און עס קען שעפשען תפילות צום אייבערשטן, 'אומנות נקיה וקלה ויתפלל', א ריינע גרינגע ארבעט וואס מען קען דערביי דאווענען, והבן למעשה.


דיין ארבעט איז זיין אן עלעקטערישן, דראט ארבעט, מיט די הענט דרייסטו דראטן; קענסטו נוצן די מויל אויף תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.

#569 - רעד צום אייבערשטן אויך אן טרערן און אן געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שידוכים, התחזקות, געפילן

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


וואס זאל איך דיר זאגן, מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר, ווען דו ווארסט שוין אזוי לאנג פאר דיין שידוך, דו ביסט א פלג גוף, א האלבער מענטש, דו ווילסט שוין אזוי לאנג זוכה זיין צו אלע גוטס וואס מען באקומט ווען מען האט חתונה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב, סג): "השרוי בלא אשה", דער וואס האט נישט קיין ווייב, - "שרוי בלא טובה, בלא ברכה, בלא תורה", האט נישט קיין גוטס, האט נישט קיין ברכה וכו', "ולא נקרא אדם", מען איז נישט קיין מענטש ביז מען האט חתונה; מיין הארץ גייט אויס פאר דיר.


איך בעט דיר זייער ברודער, נעם די עצה פון רבי'ן, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, זאג אים: "רבונו של עולם, איך וויל חתונה האבן, געב מיר שוין מיין שידוך, ווי לאנג נאך וועל איך זיין אליין, רבונו של עולם איך האלט נישט אויס, איך האלט אין איין פאלן, איך פאל אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, וויפיל איך פרוביר – גייט עס מיר נישט, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר מיין שידוך"; אזוי זאלסטו זיך אויסרעדן און אויסגיסן דיין הארץ.


רעד צום אייבערשטן אויך אן טרערן און אן געפיל, ווארט נישט אויף טרערן און געפיל, פאלג דעם רבי'ן, גיי יעדן טאג התבודדות. זוך א ליידיגע פארק, גיי אהין ביינאכט און פארטאגס, פארמאך די אויגן און דערצייל אלעס אלעס, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן שנעל דיין שידוך.

#568 - זאג יעדן טאג די תפלה פאר א שידוך, אפילו אן געפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, אמונה, התחזקות, אמונת חכמים, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ גייט אויס פאר דיר, עס איז מיר צעריסן אויף שטיקער צו זען ווי דו ווארסט אויף דיין שידוך אזוי לאנג, און גארנישט רוקט זיך נישט; עס גייט אריבער א יאר און נאך א יאר, אלע דיינע חברים מאכן שוין אפשערנס, און נאך אביסל איז שוין דא בר מצווה'ס - און ביי דיר גייט נישט קיין שידוך.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין טייערער ליבער ברודער, איך האב דיר נישט וואס צו זאגן, איין זאך קען איך דיר זאגן: "לאז נישט אפ די אמונה, לאז נישט אפ די אמונת חכמים און חס ושלום אפלאזן דיינע עבודות השם"; דו זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, מיט דיין שיעור אין חומש, משניות, גמרא וכו' וכו', און גיי ווייטער התבודדות, ביז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


איין זאך וויל איך פון דיר, דו זאלסט זיך אונטערנעמען צו זאגן יעדן טאג די תפילה וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר בחורים וואס זענען שוין העכער צוואנציג, וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין כט:) אויב מען האט נישט חתונה איידער די צוואנציג - וועלן די ביינער צעגיין, מען שעלט דעם בחור: "תיפח עצמותיו"; מוהרא"ש האט געשריבן א מורא'דיגע תפילה, ווי אין די תפילה טענה'ט מען זיך אויס מיטן אייבערשטן: "רבונו של עולם, נישט גענוג עס גייט מיר נישט קיין שידוך, שעלט מען מיך אז מיינע ביינער זאלן צעגיין? רבונו של עולם, נישט גענוג איך פאל אין עבירות, איך וויל אזוי שטארק זיין אפגעהיטן, איך וויל אזוי שטארק שוין לעבן אן ערליכע לעבן, א געזונטע לעבן מאן און ווייב - שעלט מען מיר..."


וויל איך דיר בעטן זאלסט מיר זאגן אז דו גייסט יעדן טאג זאגן די תפילה, עס מוז נישט זיין מיט געפיל, דער עיקר, זאלסט יעדן טאג זאגן די תפילה; זאג איך דיר צו, עס וועט נישט אריבערגיין קיין סאך צייט און דו וועסט האבן דיין שידוך.


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין צוּ טְרֶעפְן אַ גוּטֶע שִׁידוּךְ, אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן שְׁנֶעל אוּן גְרִינְג אוּן נִישְׁט דַארְפְן וַוארְטְן מֶער אַזוֹי לַאנְג.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וֵוייס אַז אִיךְ הָאבּ זִיךְ נִישְׁט אוֹיפְגֶעפִירְט וִוי עֶס דַארְף צוּ זַיין, אוּן אַז אִיךְ בִּין נִישְׁט אֵייבִּיג גֶעוֶוען אַזוֹי וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ. אִיךְ בֶּעט דִיר אָבֶּער, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז דוּ זָאלְסְט נִישְׁט קוּקְן אוֹיף דֶעם אוּן צוּלִיבּ דֶעם צוּרִיק הַאלְטְן מַיין שִׁידוּךְ. זֵיי מִיר מוֹחֵל אוֹיף אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ נִישְׁט גוּט גֶעטוּן, אוּן הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שׁוֹין שְׁנֶעל חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דָאס וֶועט מִיר הֶעלְפְן אוּן רַאטֶעוֶוען אַז אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט טוּן קַיין עֲבֵירוֹת אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זַיין וואוֹיל אוּן עֶרְלִיךְ.


וָואס זָאל אִיךְ טוּן, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם? פוּן מַיין זַייט בִּין אִיךְ גְרֵייט חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן הַיינְט נַאכְט! וָואס קֶען אִיךְ טוּן אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט גֶעטְרָאפְן מַיין שִׁידוּךְ? אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ וַוארְט אוּן אִיךְ בֶּעט דִיר שׁוֹין אַזוֹי לַאנְג אַז אִיךְ וִויל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן, אוּן דֶערְוַוייל אִיז עֶס נָאכְנִישְׁט אָנְגֶעקוּמֶען.


דִי חַזַ"ל זָאגְן אוּנְז אַז וֶוען אֵיינֶער הָאט חֲתוּנָה נָאךְ דִי צְוָואנְצִיג יָאר, וֶועט עֶר שׁוֹין זַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן דוּ זָאגְסְט אוֹיף אַזַא מֶענְטְשׁ אַז זַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין. פַארְוָואס זָאל מִיר קוּמֶען אַזַא הַארְבֶּער עוֹנֶשׁ אַז אִיךְ זָאל מַיין גַאנְץ לֶעבְּן טְרַאכְטְן פוּן עֲבֵירוֹת, אוּן אַז מַיינֶע בֵּיינֶער זָאלְן צוּגֵיין? וָואס בִּין אִיךְ דֶען שׁוּלְדִיג? פַארְוָואס קוּמְט עֶס מִיר? אִיז מִיר נִישְׁט גֶענוּג דִי שְׁרֶעקְלִיכֶע פַּיין אוּן וֵוייטָאג וָואס אִיךְ הָאבּ פוּן דֶעם אַלֵיין אַז אִיךְ הָאבּ נָאכְנִישְׁט חֲתוּנָה גֶעהַאט?


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן סַבְלָנוּת אוּן גֶעדוּלְד, אוּן אוֹיסְוַוארְטְן מִיט רוּאִיגְקֵייט בִּיז אִיךְ וֶועל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל נִישְׁט הָאבְּן קַיין קֻשְׁיוֹת אוֹיף דִיר. הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל גְלֵייבְּן מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה אַז דוּ טוּסְט אַלֶעס נָאר צוּם גוּטְן, אוּן יֶעדֶע זַאךְ הָאט אַ פּוּנְקְטְלִיכֶער חֶשְׁבּוֹן, אוּן מִיט דֶעם זָאל אִיךְ זִיךְ שְׁטַארְקְן אוּן נִישְׁט זַיין אַזוֹי צוּבְּרָאכְן פוּן מַיינֶע שְׁוֶוערִיקַייטְן.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נָאר דוּ קֶענְסְט מִיר פַארְשְׁטֵיין! נָאר דוּ וֵוייסְט מַיינֶע גֶעפִילְן! וִוי אַזוֹי אִיךְ שְׁפִּיר זִיךְ אַזוֹי פַארְשֶׁעמְט אוּן דֶערְנִידֶערְט פוּן מִיר אַלֵיין! אַז אַלֶע מַיינֶע חֲבֵרִים הָאבְּן שׁוֹין חֲתוּנָה גֶעהַאט אוּן נָאר אִיךְ בִּין גֶעבְּלִיבְּן אַלֵיין! הֶעלְף מִיר אַז דִי בִּזְיוֹנוֹת זָאלְן זַיין פַאר כַּפָּרַת עַווֹנוֹת אַז מִיט דֶעם זָאל אִיךְ אָפְּקוּמֶען אַלֶע מַיינֶע עֲבֵירוֹת, אִיךְ זָאל מֶער נִישְׁט דַארְפְן לַיידְן אַזוֹיפִיל אוּן אִיךְ זָאל שׁוֹין זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן בְּקָרוֹב.


אִיךְ וֵוייס אוּן אִיךְ גְלֵייבּ, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אַז דוּ וֶועסְט מִיר זִיכֶער נִישְׁט פַארְלָאזְן. סוֹף כָּל סוֹף וֶועל אִיךְ זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ הָאבְּן. אוּן דֶערְפַאר בֶּעט אִיךְ דִיר, רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַז וֶוען אִיךְ וֶועל שׁוֹין חֲתוּנָה הָאבְּן זָאל אִיךְ זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן אַ גוּטֶע שָׁלוֹם בַּיִת, אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט קְרִיגְן אִינְדֶערְהֵיים, עֶס זָאל שְׁטֶענְדִיג הֶערְשְׁן בַּיי אוּנְז אַהֲבָה וְאַחְוָה וְשָׁלוֹם וְרֵעוּת, מִיר זָאלְן זִיךְ לִיבּ הָאבְּן אוּן הָאבְּן אַ גְלִיקְלִיךְ לֶעבְּן אִינְאֵיינֶעם, אוּן אִיךְ זָאל זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט דַארְפְן גֶט'ן חַס וְשָׁלוֹם.


הֶעלְף מִיר אַז אִיךְ זָאל שְׁטֶענְדִיג זַיין אַ וַתְּרָן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג מְוַותֵּר זַיין אוּן נִישְׁט זִיךְ קְרִיגְן נָאר שְׁטֶענְדִיג אַרוֹיסְהֶעלְפְן. מִיר זָאלְן הָאבְּן אַ פְרֵיילִיכֶע הוֹיז, עֶס זָאל זִיךְ שְׁפִּירְן דִי שִׂמְחָה אִין דִי לוּפְט בַּיי אוּנְז אִינְדֶערְהֵיים. אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן גֶעזוּנְטֶע אוּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער, אִיךְ זָאל זֵיי אוֹיפְצִיעֶן אוֹיפְן עֶרְלִיכְן אִידִישְׁן וֶועג אוּן זֶען אַסַאךְ אִידִישׁ נַחַת פוּן זֵיי. מַיין שְׁטוּבּ זָאל זַיין אָפְן פַאר אַנְדֶערֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אַרַיינְצוּנֶעמֶען אוֹרְחִים אוּן צוּ טוּן אַסַאךְ צְדָקָה אוּן חֶסֶד.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה, אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין, אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּנוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, [אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּנוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מְנַחֵם זְאֵב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה], אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


*


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#567 - עס לוינט נישט רייכערן, אז מען פארלירט די שלום בית
תפילה והתבודדות, שלום בית, רייכערן

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת לך לך, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס לוינט נישט רייכערן אז מען פארלירט די שלום בית; אז עס שטערט דיין ווייב אזוי שטארק אז דו רייכערסט די ציגארעטל און די לעקטעריק ציגארעטל, יעדע מאל דו רייכערסט גייט זי אריין אין א שלעכטע גוסטע - לוינט נישט די גאנצע זאך.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען אנקומען צו פאלגן דעם רבי'ן און נישט רייכערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#566 - קיינער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א בחור וואס וויל חתונה האבן
תפילה והתבודדות, בחור, שידוכים, התחזקות, ריינקייט, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה


איך האב ערהאלטן דיינע בריוו.


וואס קען איך דיר זאגן? וואס איז דא צו זאגן? די צער פון א בחור איז נישט צו פארשטיין, עד כדי כך, מוהרא"ש זאגט (ארך אפים, אות סבלנות לבחור): "אין צער כצערו של בחור, ואף אחד בעולם מבין את הצער של רווק", קיינער פארשטייט נישט די ווייטאג פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און וויל זיין אפגעהיטן בשמירת הברית – און עס גייט אים נישט, ער האלט אין איין פוגם זיין רחמנא לצלן.


גיי התבודדות יעדן טאג און וויין צום אייבערשטן, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר. בעט אין דיין שפראך, אין אידיש, אייגן געמאכטע תפילות. לאז נישט אפ די שווערד פון תפילה – וועסטו מנצח זיין, וועסט אראפנעמען אלע דינים פון דיר און זוכה זיין צו א שידוך בקרוב.


האלט זיך פריש, לאז זיך נישט נאך. בייט יעדן טאג די וועש, גיי נישט צוויי טעג מיט די זעלבע וועש.


אויך זאלסטו זיך אפוואשן יעדן טאג און זיך צוזאמנעמען די פיאות, די בארד.


גיי אנגעטון ריין, אן קיין פלעקן.

#565 - ווען דער יצר הרע ברענט און פלאקערט, איז דא נאר איין עצה
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, עבירות, קבלה טובה, קריאת שמע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, בארא פארק


דער עיקר תיקון אויף תאות ניאוף - איז אמונה, נישטא קיין אנדערע וועג ווי אזוי מען קען ווערן געראטעוועט פון תאות ניאוף. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לו): "כי תקון של הרהורי זנות שבא לאדם, שיאמר 'שמע' ו'ברוך שם'", ווען מען האט שלעכטע מחשבות פון ניאוף זאל מען ליינען קריאת שמע, "וכשאדם מקבל עליו על מלכות שמים", ווען א מענטש ליינט קריאת שמע, ער ווייסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס און פירט אלעס, - "ומפריש את נשמתו מנשמת ערב רב, הבאים מאשה זונה, שהיא שפחה בישא", גייט ער אוועק פון די טומאה.


טייערער ברודער, עס ברענט, עס פלאקערט, דער יצר הרע - ער ווארפט אראפ אין פגם הברית רחמנא לצלן; וויפיל מען פרובירט זיך פארצונעמען פרישע קבלות – פאלט מען און מען פאלט... ברודער, עס איז דא איין עצה, וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל אמונה, איך וויל וויסן אז דו ביסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס, נישטא קיין טבע, קיין מקרה, קיין מזל". דער רבי זאגט (שם) ווער עס איז נעבעך צוגעוואוינט צו פוגם זיין – דארף וויינען, "צריך להוריד דמעות בשעת קבלת מלכות שמים", וויינען: "רבונו של עולם, וואו בין איך פארקראכן... רבונו של עולם איך וויל אמונה, איך וויל דיך שפירן".


הונדערט טויזנט מאל "אשרינו" אז מיר האבן אזא רבי.

#564 - די תיבה זיך צו ראטעווען פון די היינטיגע מבול
תפילה והתבודדות, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


וואס מאכסטו? וואס הערט זיך ביי דיר? איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון דיר, איך האף אז דו ביסט צופרידן און דו דערהאלסט זיך.


די וואך פרשת נח זעען מיר זייער שטארקע חיזוק. דער אייבערשטער זאגט פאר נח: "בוי א תיבה זיך צו ראטעווען פון די מבול, מאך די לענג שלש מאות אורך, פופציג איילן די הויכקייט און דרייסיג איילן די ברייט", דאס קומט אויס די אותיות ש' – שלש מאות, נ' – חמישים אמות, ל' – שלושים אמות; זאגט אונז מוהרא"ש, דאס איז 'לָשֹׁן', די צינג; ווי אזוי קען מען זיך ראטעווען פונעם מבול, פון אלע בלבולים? דורך תפילה והתבודדות צום אייבערשטן, בעטן, דאנקען אויף אלע חסדים. אז מען נוצט די צינג, די ל'ש'ן' – ווערט מען באשיצט.


אשרינו שיש לנו רבי כזה.

#563 - אז אייער קינד ווערט געטשעפעט, רעדטס צום מלמד און מנהל
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חדר

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער קינד ווערט געטשעפעט אין חדר - זאלט איר רעדן צום מלמד און צום מנהל, און אז עס העלפט נישט - זאלט איר נאכאמאל רעדן צום מלמד און צום מנהל, אויך איז וויכטיג צו שיקן פארן מלמד און פארן מנהל א טיפ.


עלטערן זארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר די קינדער און פאר די דורות זאלן אויסוואקסן ערליך און געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#562 - אין שאטן פון אמונה, אן כעס און קריגערייען
תפילה והתבודדות, שמחה, סוכות

 


בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת וזאת הברכה, ערב חג הסוכות, י"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפ"ק


לכבוד ... נרו יאיר


מיר גייען שוין אריין אינעם הייליגן יום טוב סוכות, מיר גייען זיצן אין די שאטן פונעם אייבערשטן, אינעם שאטן פון אמונה, אונטער די פליגלען פונעם אייבערשטן; מיר דארפן זיין זייער פרייליך, און בעטן דעם אייבערשטן זיך נישט אויפצורעגן און נישט אריינגיין אין כעס און קריגערייען, ווייל דורך כעס און קריגערייען - פארלירט מען אלעס.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט שפירן א טעם אין די סוכה. מוהרא"ש דערציילט, רבי נחמן טולטשינער זכר צדיק לברכה האט געבויט די סוכה פאר רבי נתן, ער האט געארבעט זייער שווער ערב סוכות אז די סוכה זאל זיין שיין און פעסט געבויט. רבי נחמן זאגט פאר רבי נתן: "עס איז גאר אנדערש ווען מען פלאגט זיך אויפצובויען די סוכה, מען שפירט אן אנדערע טעם אין די סוכה ווען מען האט זיך געפלאגט - ווי ווען מען האט זיך נישט געפלאגט..." האט אים רבי נתן געפרעגט: "האסט שוין פרובירט צו בעטן א גאנצן טאג דעם אייבערשטן: "'רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הַטְּעִמֵינוּ טַעַם סוּכָּה, העלף מיר איך זאל שפירן א טעם אין די סוכה', וואס פאר א טעם מען שפירט דעמאלט...?"


איך מאך א קידוש שבת, דעם ערשטן טאג סוכות; איך געב א נאמען פאר מיין נייע געבוירענע טאכטער, איך לאדן אלעמען צום קידוש.


א פרייליכן יום טוב.


 

#561 - דעק זיך איבער מיט'ן טלית און וויין צום אייבערשטן פאר פרנסה
תפילה והתבודדות, דרך ארץ, פרנסה, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש, הושענא רבה, כ"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט, ליל שמיני עצרת - טאנצט מען מיט די תורה, מען טאנצט און מען שפרינגט אז מיר האבן א באשעפער און מיר האבן א תורה; עס ווערן באשאפן אזויפיל מלאכים פון יעדע טאנץ, און אז מען שוויצט - איז דאס אויך א גרויסער תיקון.


אנשי שלומינו פירן זיך, ווען מען טאנצט מיט די תורה, מען האט די ספר תורה אין האנט - צו שווערן אז גלייך ווען מען וועט אוועק גיין פון דער וועלט זאל מען גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל פאר א תיקון. די זאך האט מען געהערט פון הייליגן רבי'ן (עיין ספר פעולת הצדיק, סימן תתמה), ער האט געזאגט פאר איינעם ער זאל שווערן בנקיטת חפץ אז גלייך ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט זאל ער קומען צו אים און ער וועט אים מתקן זיין.


מוהרא"ש זאגט, מה דאך מען קען פועל'ן אז מען זאל נישט פארפאלן ווערן אויף יענע וועלט, קען מען דאך זיכער פועל'ן אז אויף די וועלט זאל מען נישט פארפאלן ווערן, מען זאל בלייבן צוגעקניפט און צוגעבינדן צום רבי'ן; אוי ווי מען דארף אויף דעם בעטן, אוי ווי מען דארף אויף דעם ניסים, אז מען זאל בלייבן מקושר צום רבי'ן מיט די דורות.


מארגן שמיני עצרת בעט מען אויף רעגן. זיי נישט קיין בטלן, דעק זיך איבער מיטן טלית און וויין צום אייבערשטן אויף פרנסה; ווען מען בעט: "בעבורו אל תמנע מים", בזכות אברהם אבינו, יצחק און יעקב, בזכות משה רבינו און אהרן הכהן, "בצדקו" אין זייערע זכותים, "חן חשרת מים", זאלסטו רחמנות האבן אויף אונז און געבן פרנסה.


ביי אונז מאכט מען נישט שמחת תורה קיין שום מאדנע זאכן, מען פירט זיך מיט דרך ארץ, מען מאכט נישט קיין חוזק פון דאס דאווענען.


א פרייליכן שבת ויום טוב.

#560 - הייליגער באשעפער, געב מיר א גוטע צעטל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, הושענא רבה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש, הושענא רבה, כ"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז הושענא רבה, היינט טיילט מען אויס די צעטלעך; וויין צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר א גוטע צעטל, הייליגער באשעפער, אויב חס ושלום עס איז מיר אנגעשריבן א נישט גוטע צעטל בעט איך דיר רבונו של עולם, צערייס די צעטל און שרייב מיר א גוטע קוויטל".


לאז נישט אריבער דעם טאג מיט גארנישט, בעט זיך אויס, רייס איין פאר דיר און פאר עם ישראל.


א גוט קוויטל.

#559 - הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א איד, איך וויל נאנטקייט צו דיר
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, התחזקות, יום טוב, סוכות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת וזאת הברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ברודער, ברענג אריין יום טוב מיט שמחה, ווייל וואס א מענטש טוט - איז דאך אלעס פונעם אייבערשטן, מען קען נישט רירן קיין האנט, קיין פוס, מען קען גארנישט טון - נאר וואס דער אייבערשטער מאכט און הייסט; אבער די שמחה - דאס האט מיטן מענטש, אז מען איז פרייליך מיט די מצוות, מען פרייט זיך, מען לעבט מיט די מצוות - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.


איך בעט דיר, גיי אין א ווינקל, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, איך וויל שפירן א טעם אין די סוכה, איך וויל שפירן א טעם, א הייליגקייט - אין די שאקלען לולב, הייליגער באשעפער, עפן מיר מיין הארץ, לייג אריין אין מיר א זויבערקייט, א ריינקייט. איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי קאלט, איך שפיר נישט גארנישט, איך האב נישט קיין אנונג וואס איז סוכה, וואס איז ד' מינים, וואס איז הלל, הושענות, הקפות. הייליגער באשעפער איך וויל זיין א איד, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל נאנטקייט צו דיר".


ברודער, נעם די עצה פון רבי'ן, גיי אין א ווינקל און רעד צום באשעפער, מיר האבן א לעבעדיגע באשעפער, ער הערט אונז אויס, ער ווארט מיר זאלן קומען צו אים.


אז דו קענסט זיך אוועק כאפן פון די טרדות און קומען היינט נאכט צום ליל שישי שיעור - זיך אנגרייטן פאר אזא הייליגע יום טוב; עס לוינט נאכאמאל צו קומען. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, ווען א ברסלב'ער חסיד רעדט מיט א צווייטן פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים - איז ווערד צו פארן א נסיעה וואס מיר זענען געפארן די יאר קיין אומאן, דרייסיג שעה פערציג שעה – צו קומען הערן א ווארט פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#558 - א יום כיפור הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות
תפילה והתבודדות, מקוה, אמונה, התחזקות, הפצה, שטעטל, שלום, תשובה, מנהגים, יאוש, בעל תפלה, גבאי, אחדות, יוצרות, געפילן, יום כיפור, דרך הלימוד, קידוש לבנה, איבערבעטן, נוסח

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


געלויבט דעם אייבערשטן אז יום כיפור האט מען אונז מוחל געווען אלע אונזערע עבירות, מיר הויבן אן א נייעם בלאט, מיר זענען ארויס ריין פארן אייבערשטן.


ביי אונז איז געווען זייער שיין; די דאווענען מיט די דרשות, די ניגונים - אלעס אלעס איז געווען זייער זיס און געשמאק. איך האב זייער הנאה אז דו ביסט געבליבן אין שטעטל פירן דעם מנין, דאווענען פארן עמוד און זען אז אלעס זאל זיך פירן אזוי ווי עס דארף זיך פירן. איך האף אז דו וועסט בלייבן די יאר הושענא רבה און אזוי אויך שמחת תורה, און זען עס זאל פארקומען שיינע ווארעמע תפילות און פרייליכע הקפות. עס פעלט נישט אויס אריינצוקומען אין ישיבה צום ראש ישיבה, ענדערש בלייב אין שטעטל; עס פעלט אויס עס זאל זיין שיינע תפילות און פרייליכע הקפות.


ביי אונז איז געווען הערליך שיין, מיט גרויס התעוררות. איך וויל דיר אביסל מיטטיילן דו זאלסט וויסן ווי אזוי מען דאווענט אין היכל הקודש, וואס פאר א שטיקלעך פונעם דאווענען מען זאגט און וואס מען לאזט אויס, און אזוי ווייטער.


דער בריוו איז געשריבן פאר דיר אבער דו קענסט דאס אויפהענגען אין שול ביי ענק; עס איז דא זייער שיינע חיזוק פאר אלעמען, אויך קענסטו דאס ווייזן פאר אלע גבאים.


*ליל כל נדרי*


פונעם זמן הדלקת הנרות האט זיך דער בית המדרש אנגעפילט מיט אנשי שלומינו, מיר האבן געהאט אסאך געסט, זייער אסאך איינוואוינער פון שטעטל, אויך זענען געקומען אנשי שלומינו פון קרית יואל, פון מאנסי און פון בארא פארק, אויך דער דיין שליט"א איז געווען.


מיר האבן אלע געזאגט די תפילת זכה, אויך די ווידוי הגדול לרבינו ניסים זכר צדיק לברכה. איך האב געזאגט אפאר ווערטער איידער כל נדרי, נישט אז איך בין דער וואס קען זאגן פאר אנדערע, נאר איך האב געדענקט וואס דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן, עס האט אויסגעבראכן א פייער אין א שטאט, איז דער שמש ארויסגעלאפן שרייען: "רבותי, עס ברענט א פייער, ראטעווע זיך"; לכאורה דער שמש איז דער קלענסטער פון זיי אלע, איז וואס עפעס שטעלט ער זיך ארויס שרייען: "רבותי... עס ברענט...!!!" נאר יעדער איינער פארשטייט אז דא קוקט מען ווער עס קען אויפוועקן דעם עולם, נישט ווער עס איז מער, ווער עס איז חשוב'ער; האט דער הייליגער ישמח משה אויסגעפירט ביים כל נדרי דרשה: "רבותי, איך בין נישט מער פון ענק, איך דארף אויך תשובה טון, אבער איך בין דער שמש, איך וויל ענק אויפוועקן, דעריבער בין איך קומען שרייען 'רבותי, עס ברענט, מיר גייען אריין אין א ברענעדיגע טאג, לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ'".


*דרשת כל נדרי*


מיר האבן אנגעהויבן מיטן פסוק (ויקרא טז, ל): "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", איך האב געטייטשט דעם פסוק ווארט ביי ווארט, ווייל דער פסוק אליינס - איז די בעסטע חיזוק, צו זען אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א טאג וואס ער רייניגט אונז אפ, און מיר ווערן ריין פארן הייליגן באשעפער. מיר האבן גערעדט פון דעם דאפלטן לשון, 'כִּי בַיּוֹם הַזֶּה', ווייל אין דעם טאג יום כיפורים, 'יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם', טוט דער אייבערשטער פארצייען, 'לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם', אונז צו רייניגן פון אלע אונזערע עבירות, נאכדעם זאגט ער נאכאמאל, 'לִפְנֵי ה', פארן לעבעדיגן באשפער, 'תִּטְהָרוּ' - ווערט איר ריין; וואס דארף ער איבערזאגן נאכאמאל 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ' אז מיר ווערן ריין?!


דער רמב"ם זאגט (פרק ב' מהלכות תשובה, הלכה ב): "וְיָעִיד עָלָיו יוֹדֵעַ תַּעֲלוּמוֹת שֶׁלֹּא יָשׁוּב לְזֶה הַחֵטְא לְעוֹלָם", תשובה איז נאר נאכדעם וואס דער אייבערשטער - וואס ער זעט אלע באהאלטענע זאכן - וועט עדות זאגן, אז דער מענטש מיינט טאקע וואס ער זאגט, און ער טוט טאקע תשובה; יעצט ווען מיר קומען יום כיפורים צום אייבערשטן אז מיר ווילן תשובה טון, קומען אלע מקטריגים און רעדן שלעכטס אויף אונז. ווייל ווען א מענטש זינדיגט, באשאפט ער מיט יעדע עבירה אזויפיל קליפות ומשחיתים וואס שטייען אויבן אין הימל און מאנען מען זאל געבן אן עונש פאר דעם מענטש, און ווען זיי זעען אז דער מענטש קומט תשובה טון, הויבן זיי אן פארפירן אז דער מענטש מיינט עס נישט ערנסט, אזוי ווי מען קען צומאל הערן פון בעלי דרשנים ווי זיי קלאפן דעם עולם, אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, זיי זענען מבאיש ריח, זיי רעדן קעגן אידן, דאס אלעס איז אין הימל פון די מקטריגים, ווי זיי לאזן ארויס א שלעכטע גערוך אויף נשמות ישראל, און מיט דעם צעברעכט מען אידישע קינדער. עס כאפט זיך אריין מחשבות ביי מענטשן: 'איך מיין עס סיי ווי נישט ערנסט', 'איך האלט סיי ווי נישט ביי אמת'ע תשובה', ביז מענטשן ווערן אזוי מיואש אז מען לאזט אפ אידישקייט.


דאס זאגט אונז דער פסוק: "כִּי בַיּוֹם הַזֶּה יְכַפֵּר עֲלֵיכֶם לְטַהֵר אֶתְכֶם מִכֹּל חַטֹּאתֵיכֶם לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ", ווען אלע מקטריגים זאגן 'פארוואס זאל מען מוחל זיין אידישע קינדער, זיי מיינען עס נישט ערנסט, זיי זאגן נאר מיטן מויל אז זיי טוען תשובה, אבער עכט מיינען זיי עס נישט', אויף דעם זאגט דער פסוק 'לִפְנֵי ה' תִּטְהָרוּ', דער אייבערשטער ווייסט דעם אמת, דער אייבערשטער קוקט אריין אין אונזערע הערצער, דער אייבערשטער איז דער 'יודע מחשבות ביום דין', ער זעט אונזערע מחשבות, ווי שטארק מיר ווילן זיין גוט, 'לצופה נסתרות ביום דין', דער אייבערשטער זעט אלע פארבארגענע זאכן, ער זעט די הארץ פון אידישע קינדער, ווי אלע ווילן זיין גוט, נאר מען האט אזא שווערע יצר הרע, מיט אזעלכע שווערע נסיונות, 'לפני השם' פארן לעבעדיגן באשעפער ווערן מיר ריין.


*מוחל זיין אנדערע*


אויך האבן מיר גערעדט, מענטשן פרעגן, 'ווי אזוי קענען מיר מוחל זיין אנדערע ווען זיי האבן אונז שלעכט געטון? מיר ווילן אלעמען מוחל זיין, אבער עס איז אזוי שווער, מיר שפירן ווי מיר קענען נישט פארגעבן, וואס איז די עצה?' אז מען נעמט אריין אמונה, מען ווייסט און מען חזר'ט זיך 'אלעס איז פונעם אייבערשטן, קיינער קען נישט טון שלעכטס דעם מענטש, קיינער קען נישט וויי טון, קיינער קען נישט פרייליך מאכן, אלעס אלעס קומט פון אויבן מיט א חשבון' - נישט צו זאגן אז מען מעג וויי טון ווייל אלעס איז פון אויבן, חס ושלום אזוי צו זאגן; אויב מען טוט וויי, מען טשעפעט, מען פארשעמט - מוז מען תשובה טון, מען מוז איבערבעטן, אז נישט באקומט מען אן עונש; מען רעדט פונעם מענטש וואס איז וויי געטון געווארן, מען רעדט צום פארשעמטער, ער זאל וויסן, אויב וועט ער זיך חזר'ן די אמונה - דעמאלט וועט אים זיין גרינג יעדן איינעם מוחל זיין, אז עס איז 'לפני ה', מען ווייסט אז מען שטייט פארן אייבערשטן, אלעס איז פון אים, דעמאלט - 'תטהרו' ווערט מען ריין, דאס הארץ איז ריין, מען האלט נישט קיין פיינטשאפט צו קיינעם.


*בעלי מוסר*


מיר האבן גערעדט זייער וויכטיגע זאכן, הלואי אז איינער וועט דאס אפשרייבן, אז אלע אנשי שלומינו זאלן זיך קענען שטארקן מיט די דיבורים. עס איז וויכטיג פאר א גאנץ יאר, נישט נאר פאר ליל כל נדרי. ווייל דער שטן פארדרייט אזוי דעם קאפ, און ליידער איז צוריק געקומען די אמאליגע בעלי מוסר וואס צעברעכן אידישע קינדער, וואס איז געווען איידער דער הייליגער בעל שם טוב איז געקומען. מען האלט דרשות אז תשובה טון איז נישט אזוי פשוט, איך וויל נישט אראפשרייבן די דברי ניאוץ וואס זיי רעדן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד) אז מען טאר נישט נאכזאגן ווערטער פון כפירה, אפילו מען וויל נאר זאגן וואס יענער זאגט, אפילו מען האלט נישט ווי יענעם, מען וויל נאר איבערזאגן - טאר מען אויך נישט עיין שם.


איך וועל דיר שרייבן וואס מען האט גערעדט אין היכל הקודש, דיבורים וואס מיר האבן געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש; אז דער אייבערשטער האט ליב אידן און ער ווארט מיר זאלן זיך צוריקקערן צו אים, מיר זאלן תשובה טון, מיר זאלן טראכטן אפילו נאר פאר איין סעקונדע אז 'מיר גייען שוין זיין וואויל', און כל שכן אז מען קען ארויסזאגן א ווארט צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין וואויל, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, ברענג מיך צו דיר", ווי חשוב דאס איז, און ווי דער אייבערשטער ווארט אויף די ווערטער.


*מיין דאווענען איז נישט ווערד*


די דרשה איז געווען נישט קיין לאנגע דרשה, עס איז געווען קורץ, אבער די פאר ווערטער האט מיר זייער געעפנט די הארץ, איך האב זייער תשובה געטון; מיר האבן גערעדט אז די אלע טריפה'נע מחשבות וואס כאפן זיך אריין, מען טראכט 'וואס האב איך צו דאווענען? איך בין סיי ווי א פארפאלענער, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין אזוי ווייט, מיינע תפילות זענען נישט חשוב', ווער רעדט נאך ווען מען האט ראיות, אז מען קען נישט וויינען, מען איז טרוקן, מען איז פארקלאפט, מען זעט א גאנצע בית המדרש ווי יעדער דאווענט, 'יעדער גיסט זיך אויס דאס הארץ, און נאר איך בין אזוי טרוקן'; דארף מען געדענקען וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כריתות ו:): 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה", מיר האבן דערמאנט דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער, ווי דער רבי האט מחזק געווען איינעם וואס האט געהאט די טריפה'נע מחשבות (שיחות הר"ן, סימן רצה) אז דיקא דורך אים וועלן ארויפגיין אלע תפילות. דער רבי זאגט אים, טראכט אזוי: 'הֲלֹא אִם אֲנִי רָחוֹק בְּעֵינַי מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כָּל כָּךְ מֵחֲמַת רִבּוּי עֲווֹנוֹתַי', אויב בין איך אזוי ווייט פונעם אייבערשטן צוליב מיינע עבירות, 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא עִקַּר שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא', קומט אויס אז נאר דורך מיר וועלן אלע תפילות ארויפגיין צום אייבערשטן, 'כִּי הֲלֹא אָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ ז"ל (כְּרִיתוֹת ו:) 'כָּל תְּפִלָּה שֶׁאֵין בָּהּ מִתְּפִלַּת פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל אֵינָהּ תְּפִלָּה', נאר דורך תפילות פון בעלי תשובה גייען ארויף די תפילות אויבן אין הימל, 'וְיַלְפִינָן מִקְּטֹרֶת שֶׁהָיָה בָּהֶם חֶלְבְּנָה', מען לערנט דאס ארויס פון די קטורת. 'וְאִם כֵּן, אִם אֲנִי בְּעֵינַי כְּפוֹשֵׁעַ יִשְׂרָאֵל חַס וְשָׁלוֹם', אויב אזוי, אז איך בין אזוי ווייט – 'אִם כֵּן אַדְּרַבָּא, כָּל שְׁלֵמוּת הַתְּפִלָּה עַל יָדִי דַּיְקָא וְכַנִּזְכָּר לְעֵיל', איז דורך מיר וועט ווערן אנגענומען די תפילות; דאס דארף מיך מאכן דאווענען שטערקער און בעסער, עיין שם.


*א קרעכץ פון א צעבראכן הארץ*


אויך האבן מיר דערמאנט די ווערטער פון הייליגן זוהר (פרשת בלק, קצה.), דוד המלך האט געזען אז אויבן אין הימל איז דאס גרעסטע זאך תפילות וואס קומט פון א צעבראכן הארץ, ער האט געזען די תפילות פון אן ארעמאן, אז דאס גייט ארויף צום אייבערשטן, מען קען דאס נישט אפשטעלן, אנדערע תפילות ווערן צומאל אפגעשטעלט דורך מלאכים. ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארעמאנ'ס תפילה האט ער אויסגעטון זיינע קעניגליכע קליידער, זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר און הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארעמאן. דער זוהר הקדוש זאגט, ווען א מענטש וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, זאגט דער אייבערשטער: "לֹא בָּעִינָא הָכָא בֵּי דִינָא דִיְדוּנוּן בֵּינָנָא", איך וויל נישט אז בית דין של מעלה זאל זיך אריינמישן ווען דער מענטש קומט מיט זיינע טענות צו מיר, "אֲנָא וְהוּא בִּלְחוֹדָנָא", נאר איך וויל זיין אליין מיט דעם מענטש, "וְלֵית תֵּיאוּבְתָּא לְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא אֶלָּא כַּד מְקַבֵּל לוֹן וְאוֹשְׁדוּ קַמֵּיהּ", דער אייבערשטער האט נישט קיין גרעסערע פארגעניגן ווי ווען א מענטש וויינט זיך אויס פאר אים, "דְּהָא כָּל נִטוּרֵי תַּרְעִין לֹא שַׁבְקִין הָכִי לְמֵיְעַל כַּמָה דְשַׁבְקִין לְמִסְכְּנִין", אלע טירן פון הימל זענען אפן פאר א צעבראכענעם מענטש וואס וויינט זיך אויס פארן אייבערשטן, "דְּהָא בְּלֹא רְשׁוּתָא עָאֳלִין", און זיינע תפילות גייען ארויף אן קיין רשות; דאס הייסט, ווען א מענטש גייט אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צום אייבערשטן און ער פארציילט אים אלעס – די תפילות גייען גלייך ארויף צום אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארעמאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק.


איך האב נישט געהאט א מינוט פארדעם קיין אנונג וואס איך גיי זאגן, איך גרייט זיך נישט אן איידער איך געב א שיעור, איך בעט דעם אייבערשטן עס זאל ארויסקומען ריכטיגע דיבורים און עס זאל ארויסקומען גוטס פון די ווערטער.


מיר האבן געזאגט אז מיר גייען ארויסנעמען די ספר תורה, מיר גייען איבערבעטן די ספר תורה און מיר וועלן זיך פארנעמען צו לערנען יעדן טאג.


איך האב יעדן איינעם איבערגעבעטן און איך האב קלאר געזאגט אז איך בין אויך יעדן איינעם מוחל. דארפסט פארשטיין, א מענטש וואס האט צוטון מיט א רבים איז זייער שווער, ווייל עס קומט אויס פעלער וואס מען דארף זאגן וכו' און מען באליידיגט זיך.


*אור זרוע לצדיק*


מיר גייען ארום דעם בית המדרש מיטן ספר תורה אז אלע זאלן קענען איבערבעטן די תורה, אלע זאלן קענען האלזן און קישן די תורה, דאס איז א גרויסער תיקון פארן מענטש, און דער חזן זאגט פָאר דעם פסוק (תהילים צז, יא): "אוֹר זָרֻעַ לַצַּדִּיק וּלְיִשְׁרֵי לֵב שִׂמְחָה", און דער גאנצער עולם זאגט נאך הויך אויפן קול. אויך זאגן מיר די פסוק (שם קיט, קלו): "פַּלְגֵי מַיִם יָרְדוּ עֵינָי עַל לֹא שָׁמְרוּ תוֹרָתֶךָ", אלע בייגן זיך צו צום ספר תורה און מען בעט איבער די תורה, און מען נעמט זיך פאר גוטע קבלות, בעיקר אז מען וועט לערנען די הייליגע תורה; ווייל דאס איז דאס ערשטע זאך וואס מען פרעגט אויבן אין הימל ווען א נשמה קומט ארויף: "האסטו געלערענט תורה?" אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "תחילת דינו של אדם, אלא על דברי תורה", דאס ערשטע זאך פרעגט מען אויב מען האט געלערנט תורה; ווייל אלעס איז תלוי אין דעם. אז מען לערנט תורה האט מען אלעס, מען ווערט פריי פון אלע שלעכטס, די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", ווער עס לערנט תורה ווערט פריי, "וְכָל מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה הֲרֵי זֶה מִתְעַלֶּה", און ווער עס לערנט תורה ווערט דערהויבן.


אלע האבן זיך צוגעבויגן ארומנעמען די ספר תורה, עס איז א גרויסע זאך ארום צו נעמען די ספר תורה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות כבוד, סימן ז): "חִבּוּק הַסֵּפֶר תּוֹרָה מְסֻגָּל לְכָבוֹד", דורך האלזן דעם ספר תורה איז מען זוכה צו כבוד; ווייל אז מען איז מכבד די ספר תורה, מיט דעם ווייזט מען אז מען האט ליב די תורה, איז מען זוכה צו כבוד אלוקי, מען ווערט נאנט צום אייבערשטן.


נאכן ארומגיין די שול האבן מיר געזאגט די שטיקל זוהר פון "קָם רַבִּי שִׁמְעוֹן סַלִיק יָדוֹי לְגַבֵּי עֵלָּא".


*כל נדרי*


מען האט ארויסגענומען צוויי ספרי תורות, איין ספר האט דער דיין שליט"א געהאלטן, און דער צווייטער ספר - דער מגיד שיעור אין שטעטל ר' ישראל יוסף שניצלער שליט"א. איך בין צוגעגאנגען צו תפילת כל נדרי; "על דעת המקום ועל דעת הקהל" דריי מאל, "כל נדרי" דריי מאל, מיטן הערליכן נוסח וואס איז אנגענומען בכל תפוצות ישראל. די ערשטע מאל הויבט מען אן שטילער און מען גייט אלץ העכער און העכער, "ונסלח" דריי מאל, און "סלח נא" מיטן נוסח וואס מיר זאגן אינדערפרי ביי "אדם יסודו מעפר". דער עולם שרייט אויס "ויאמר ה' סלחתי", די ברכה פון שהחיינו האבן מיר געזאגט מיט גרויס שמחה אז מיר האבן זוכה געווען צו קומען צו דעם טאג וואס דער אייבערשטער איז אונז מוחל אלע עבירות. מען האט צוריקגעלייגט די ספרי תורה און אנגעהויבן ברכו מיטן הערליכן נוסח, (קומענדיגע יאר שנת תשפ"ה וועט מען אויך זאגן קבלת שבת; יום כיפור וועט זיין אום שבת קודש).


נאך שטילע שמונע עשרה זאגן מיר די סליחות 'יעלה תחנוננו' מיט די שיינע זיסע ברסלב'ער נוסח; אוי ווי זיס די ווערטער פון די סליחות אינאיינעם מיטן נוסח - זענען, עס עפנט די הארץ, מען קען זיך אזוי גוט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן. נאכדעם זאגן אלע אינאיינעם 'שומע תפלה', און דער חזן פירט אויס: 'הנשמה לך' די נשמה איז דיינס, 'והגוף שלך', און דער גוף איז דיינס, בעטן מיר האב רחמנות, 'ה' עשה למען שמך', טו פאר דיין נאמען. נאכדעם זאגן מיר 'דרכך אלוקינו' חזן וקהל, 'למענך אלוקינו עשה' חזן וקהל, 'אמנם אשמינו' לאזט מען אויס, 'תעלה ארוכה' זאגט מען חזן וקהל, נאך 'ורב חסד לכל קוראיך' זאגט מען די סליחה פון 'סלח נא אשמות', אזוי איז נאכדעם די זעלבע, מען זאגט 'קל מלך יושב' און נאך 'לכל קוראיך' זאגט מען 'אמנם כן יצר סוכן', מען זאגט נישט 'אל תבוא' און 'כרחם אב'.


עס איז וויכטיג א בעל תפילה זאל זיך פארקוקן דאס דאווענען און די סליחות, די פירוש המילות. עס איז גאר אנדערש דאס דאווענען ווען מען קען די טייטש.


נאכדעם זאגט מען די פזמון 'כי הנה כחומר ביד היוצר'. די פיר פזמונים פון ליל כל נדרי 'יעלה תחנוננו', 'סלח נא', 'אמנם כן', 'כי הנה כחומר', אלע פיר פזמונים האבן הערליכע ברסלב'ער נוסחאות וואס מאכט אזוי בענקען צום אייבערשטן. דער בעל תפילה זינגט דאס הויך אויפן קול און דער עולם ברומט זיך אונטער מיט א גלוסטעניש צום אייבערשטן, נאכדעם זאגט מען סליחות, 'זכור רחמיך'. 'אל נא תשת' זאגט חזן וקהל, מען לאזט אויס 'אותך אדרוש', מען זאגט 'זכור לנו', 'שמע קולינו'. 'אתה מבין' לאזט מען אויך אויס, 'שמך מעולם' זאגט חזן וקהל, נאכדעם ענדיגט מען צו אלעס ביז נאך 'אבינו מלכינו', 'לדוד מזמור', און מען זינגט 'תתקבל' מיט א לעבעדיגע ניגון. נאך עלינו זינגען מיר 'אדון עולם' און מען זאגט די פיר ערשטע קאפיטלעך פון תהילים.


מיר זאגן שיר היחוד, מען שיקט צו צום עמוד יעדן 'יום' אן אנדערער בעל תפילה, און ביים סוף, די לעצטע יום פון 'אז ביום השביעי', האבן מיר געזינגען אינאיינעם.


*שחרית יום הקודש*


מיר הויבן אן דאס דאווענען מיט אנעים זמירות. מיין זון הרב שלמה נרו יאיר האט געדאווענט פסוקי דזמרה, ער האט פארגעזינגען אנעים זמירות מיט די חב"ד ניגון וואס זיי זינגען אויף אזמר בשבחין, דער בעל תפילה זינגט פאר און דער עולם ענטפערט, נאכדעם זינגט מען אדון עולם מיט די נוסח וואס אלע זינגען.


שחרית האב איך פארגעדאווענט, איך טראכט אז קומענדיגע יאר וועל איך מכבד זיין א צווייטן, ווייל אין אנהויב ווען איך בין מקורב געווארן אין היכל הקודש האט מיר דער גבאי געבעטן איך זאל דאווענען ביים עמוד, זיין דער שליח צבור, היות עס איז געווען א קארגער מנין, און קיינער האט נישט געוואלט דאווענען פארן עמוד, האט מען מיר געבעטן איך זאל דאווענען און אזוי האב איך געטון, איך האב געדאווענט פון כל נדרי ביז נאך נעילה פארן עמוד, אבער היינט איז די קהלה שוין גרויס און עס זענען דא שיינע בעלי תפילות, איז יא גוט עס זאל זיין צעטיילט דאס דאווענען. איך שרייב דיר דאס אלעס ווייל איך קוק ארויס אויף דיר דו זאלסט מיר העלפן אין שטעטל, זאלסט וויסן ווי צו פירן אין שטעטל, ווי אזוי אוועק צו שטעלן די בתי מדרשים עס זאל זיין אויף די ריכטיגע וועג.


מיר זאגן נישט די יוצרות פאר שמונה עשרה, נאר די ערשטע שטיקל 'אור עולם', 'סלח לגוי קדוש', חטאנו צורנו', חזן וקהל.


ביי הויכע שמונה עשרה זאגט דער בעל תפילה דעם הארציגן שטיקל 'אימיך נשאתי' הויך ווארט ביי ווארט, נאכדעם זאגן אלע 'אמצת עשור', און 'תאות נפש'. 'עד יום מותו' זאגט מען חזן וקהל, 'אנוש מה' לאזט מען אויס, 'אחדת יום זה בשנה' לאזט מען אויך אויס. 'מלך מאזין שועה' זאגט מען חזן וקהל און מען זאגט גלייך נאכדעם 'היום יכתב' חזן וקהל. 'אדר יקר אלי' לאזט מען אויך אויס', 'אימה בחר' לאזט מען אויך אויס, מען לאזט אויס אלעס ביז מען זינגט 'אמרו לאלוקים', אויך זינגט מען 'מעשה אלוקינו'. 'אשר אמץ' זאגט מען, 'על ישראל אמונתו' זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'האדרת והאמונה' - דאס זינגט מען, נאכדעם לאזט מען אלעס אויס ביז 'ליושב תהילות' דאס זאגט מען חזן וקהל, 'זה אל זה' זאגט מען אויך חזן וקהל, און נאכדעם זאגט מען 'לקל עורך דין', און מיר לאזן אויס דעם לאנגן שטיקל פון 'מי יתנה תקף', מיר גייען גלייך צו 'כתר'.


מיר זאגן נישט די סליחות צווישן 'ובכן'. נאך 'יעלה ויבוא' זאגט מען סליחות אבער נישט אלעס, מיר לאזן אויס 'אדברה' אויך לאזן מיר אויס 'אתה מבין', און מיר דוכנ'ען יום הקודש אויך ביי שחרית.


שבת און יום טוב זאגן מיר תיקון הכללי נאך תפילת מוסף, אבער ראש השנה און יום הקדוש זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית. אויך שמחת תורה ווען מען ענדיגט שפעט און מען ווייסט אז נאך מוסף וועט נישט זיין דער עולם דערביי, זאגן מיר תיקון הכללי נאך שחרית.


מיר האבן נישט קיין מקוה אין ישיבה, אבער דו דארפסט וויסן, אלס גבאי אין שטעטל, צו אפן לאזן די מקוה. אויב איינער איז נכשל געווארן יום הקדוש מיט מקרה לילה - זאל ער זיך גיין טובל'ן. אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער געזאגט, אז מען זאל לאזן אפן די מקוואות, אז אויב איינער איז נכשל געווארן מיט מקרה לילה - זאל ער גיין אין מקווה.


*מוסף יום הקדוש*


מיר האבן געמאכט א שטיקל פאזע פאר מוסיף און א צווייטע פאזע פאר מנחה. מענטשן פרעגן 'וואס קען מען נישט מאכן איין גרויסע פאזע?' איך וועל דיר זאגן דעם טעם, איך וויל דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו מאכן אין שטעטל. איך האב פארשטאנען פון מוהרא"ש מען זאל צעטיילן דעם טאג, נישט מאכן איין גרויסע פאזע, ווייל יום כיפור איז נישט קיין צייט פון אהיים גיין פארברענגען, יום כיפור איז א טאג פון תשובה טון און אויסנוצן די צייט מיט דאווענען. אזוי אויך רופט מען אויס אביסל קערצער ווי מען מאכט, אז מען זאל בלייבן אין שול וד"ל.


איך האב געליינט קריאת התורה. זייט ר' מרדכי אינדיג האט זיך אריבערגעצויגן אין שטעטל האב איך אים איבערגענומען, איך האב געליינט מיטן נוסח וואס מען ליינט ימים נוראים, אבער ביי מנחה ליינען מיר נישט מיטן ימים נוראים נוסח. דער גבאי שבתי מארקוס האט פארקויפט די עליות, מיט די געלט האלטן מיר אויף די שול, מען פעינט איבער און מען פאררעכט דורכן יאר וואס עס פעלט זיך אויס. עס אזי א גרויסע זאך צו קויפן אן עליה, סיי דאס עולה זיין איז א גרויסע זאך, און סיי די צדקה פארן רבינ'ס שול איז א גרויסע זאך. האברך אברהם אלי' פרידריך האט מיר געקויפט שישי, איך האב געמאכט א מי שברך פאר אים און פאר זיין גאנצע משפחה, אויך פאר מיין טאטע מאמע, פאר מיין שווער און שוויגער און פאר מיין ווייב און קינדער.


איך האב אנגעהויבן 'אשרי יושבי ביתך' מיט די הארציגע נוסח פון 'אשרי העם יודע תרועה', נאכדעם 'הנני העני ממעש'. ביי הויכע שמונה עשרה זאגן מיר 'שושן עמק', 'יום מימים'. 'עוד בו נשמתו' זאגט מען חזן וקהל, 'צפה בבת' זאגן מיר נישט. 'נחשב כצג' זאגן מיר חזן וקהל, אזוי אויך זאגן מיר די גאנצע פזמון פון 'אשא דעי למרחוק' חזן וקהל. אויך זאגן מיר 'את לחשי' חזן וקהל, 'אדון לקול עמך' חזן וקהל. 'אמרו לאלוקים' זינגען מיר, 'מעשה אלוקינו' זינגען מיר. 'אשר אימתך' זאגן מיר, 'ליושב תהילות' זאגט מען חזן וקהל, 'אלו לאלו' חזן וקהל, נאכדעם 'ונתנה תקף' וכו'.


מנחה האט געדאווענט ר' שלמה לאנדא נרו יאיר, ער האט געדאווענט זייער הארציג, זייער שיין; ער האט געדאווענט מיטן סאטמערע נוסח, דער עולם האט זייער הנאה געהאט.


תפילת נעילה האב איך געדאווענט. איך ווער זייער נתעורר פון די פסוקים וואס מען זאגט ביי שמונה עשרה, ווי דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן תשובה טון: "רוֹצֶה אַתָּה בִּתְשׁוּבָתָן שֶׁל רְשָׁעִים", דער אייבערשטער וויל מיר זאלן אלע תשובה טון, "וְאֵין אַתָּה חָפֵץ בְּמִיתָתָן", ער וויל נישט די רשעים זאלן שטארבן, "שֶׁנֶּאֱמַר", אזוי ווי עס שטייט, "אֱמֹר אֲלֵיהֶם, חַי אָנִי נְאֻם ה' אֱלֹקִים", איך שווער, זאגט דער אייבערשטער, "אִם אֶחְפֹּץ בְּמוֹת הָרָשָׁע", אויב איך וויל הרג'ענען דעם רשע, "כִּי אִם בְּשׁוּב רָשָׁע מִדַּרְכּוֹ", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן, "שׁוּבוּ שׁוּבוּ מִדַּרְכֵיכֶם הָרָעִים", קערט אייך צוריק אידישע קינדער, "וְלָמָּה תָמוּתוּ בֵּית יִשְׂרָאֵל", און פארוואס זאלט איר שטארבן, "וְנֶאֱמַר", און עס שטייט, "הֶחָפֹץ אֶחְפֹּץ מוֹת רָשָׁע", צו דען וויל איך שטראפן דעם רשע, ער זאל שטארבן? "נְאֻם ה' אֱלֹקִים", זאגט דער אייבערשטער, "הֲלוֹא בְּשׁוּבוֹ מִדְּרָכָיו", איך וויל ער זאל תשובה טון, "וְחָיָה", און בלייבן לעבן; אוי ווי זיס די ווערטער זענען, עס צעפלאצט די הארץ פון זיסקייט, ווי דער אייבערשטער בעט זיך ביי אונז, מיר זאלן תשובה טון און מיר וועלן לעבן.


מיר בלאזן נישט שופר אינמיטן קדיש; מיר ענדיגן קדיש, מען זינגט און מען טאנצט ביי תתקבל, מען פרייט זיך אז דער אייבערשטער האט אנגענומען אונזערע תפילות.


נאך קדיש - בין השמשות, פינקט עלף מינוט פארן רבינו תם - האט דער דיין שליט"א אויסגעשריגן: "תקיעה גדולה!" און איך האב געבלאזן איין תקיעה גדולה און אויסגעשריגן: "לשנה הבא בירושלים!" און האברך שמעון איינהארן איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת מעריב.


קידוש לבנה איז נישט געווען, ביי אונז רעגנט די לעצטע וואך צייט; לאמיר האפן אז מיר וועלן קענען מאכן קידוש לבנה.


איך בין אהיים מאכן הבדלה, אויסגעפאסט און געגעסן א סעודה. איך האב זיך געלייגט שלאפן, איך בין געווען גוט אויסגעמאטערט פון דאווענען א גאנצן טאג, דריי אזייגער פארטאגס וועק איך זיך אויף, איך האב שוין נישט געקענט שלאפן, האב איך דיר אפגעשריבן אביסל פון אונזער שיינעם יום טוב, איך האף דו וועסט ארויסנעמען שיינע זאכן אויף לעובדא ולמעשה.


*וואס איז די פליכט פון א גבאי*


די שטעטל איז א וואונדערבארע פלאץ, אויב מיר וועלן זיך ליב האבן און זוכן די מעלות איינער ביים צווייטן וועלן מיר האבן ערליכע דורות און גרויס הצלחה, און דאס איז די פליכט פון די גבאים, אריינבלאזן א חיות און א פרייליכקייט אין דעם עולם, מען זאל טאנצן נאכן דאווענען, און אז מען זעט איינעם וואס קריגט זיך מיטן צווייטן - זאל מען אים פרייליך מאכן. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן מג): "עס זענען דא מענטשן וואס דרייען זיך ארום זייער צעבראכן פון די יסורים וואס זיי גייען אריבער און זיי קענען קיינעם נישט דערציילן וואס זיי ליידן. זיי וואלטן ווען געוואלט דערציילן פאר איינעם וואס זיי גייען אריבער, אבער זיי האבן נישט מיט וועמען צו שמועסן, און ווען זיי זעען א מענטש מיט א שמייכל, ווערן זיי אויפגעלעבט דורכדעם"; ביי דעם איז יעדער איינער א גבאי, יעדער איינער דארף זען עס זאל זיין שלום און ליבשאפט, און אז איינער האט זיך פארזויערט זאל מען יענעם פרייליך מאכן.


דער רבי ברענגט אראפ די מעשה (שם) וואס די גמרא דערציילט (תענית כב.) רב ברוקא איז געגאנגען אויפן גאס און ער האט געטראפן אליהו הנביא, האט ער געבעטן פון אליהו הנביא ער זאל אים ווייזן ווער דא עס האט עולם הבא, האט אים אליהו הנביא געוויזן אויף צוויי מענטשן: "זיי זענען מענטשן וואס וועלן זוכה זיין צו עולם הבא", איז רב ברוקא געלאפן צו זיי און געפרעגט: "זאגט מיר, וואס טוט איר?" האבן זיי געזאגט: "מיר זענען בדחנים; ווען מיר זעען אז מענטשן קריגן זיך, גייען מיר צו צו זיי און מיר מאכן זיי פרייליך מיט אונזערע ווערטלעך, ביז זיי ווערן פרייליך און מאכן שלום", דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו זיין בני עולם הבא; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון פרייליך מאכן א צווייטן.


*ווערט נישט אלט*


טייערער ברודער, הארציגער חבר - האלט זיך פריש; בעט דעם אייבערשטן זאלסט בלייבן פריש, זיך מחי' זיין מיטן רבינ'ס עצות, גיין אין די וועגן פון רבי'ן, זיך מתבודד זיין יעדן טאג און זיך מחי' זיין מיט יעדע גוטע זאך, און לערנען שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


אלס קינד פלעג איך זייער וויינען ביי 'אל תשלכינו לעת זקנה', איך האב געמיינט אז מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל נישט אלט ווערן; איך האב א טעות געהאט, איך האב געמיינט מען בעט מען זאל נישט ווערן אן אלטער איד, היינט וויין איך ביי דעם שטיקל איך זאל נישט אלט ווערן, נישט אין יארן, נאר וואס דער רבי זאגט, ווי רבי נתן ברענגט (לקוטי הלכות תפילין הלכה ה, אות ה): "הזהיר רבינו ז"ל על זה ואמר", דער הייליגער רבי האט אונז געווארנט און געזאגט "שאסור להיות זקן", מען טאר נישט זיין אלט, "הן צדיק זקן", נישט קיין אלטער צדיק, "הן חסיד זקן", נישט קיין אלטער חסיד, "זקן אינו טוב", אלט איז נישט גוט, "כי צריכים להתחיל בכל פעם מחדש", מען דארף זיך שטענדיג באנייען; עס איז זייער שרעקעדיג אז מען ווערט אלט, מען דארף זיין פריש אין עבודות השם.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, אבער יעצט דארף איך גיין בויען מיין סוכה און זיך אנגרייטן פאר יום טוב סוכות.


אויך האבן מיר היינט א ברית אין ישיבה, ביי האברך דודי נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען אנהאלטן אלע אונזערע קבלות, אים דינען מיט שמחה און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן פאר די חסדים וואס ער טוט מיט אונז, בעיקר אז מיר ווייסן פון אזא רבי, מיר ווייסן פון אזעלכע עצות, און מיר זאלן זוכה זיין צו טון אין הפצה, האבן א שייכות מיט פארשפרייטן די עצות פאר די וועלט, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה.

#557 - א הערליכע יום טוב סוכות
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה, התחזקות, מוסדות, שטעטל, שלום, פרנסה, טעלעפאן, ישיבה, מאגאזינען, מחשבות, חדר, שמירת עינים, רבינו ז"ל, יום טוב, סוכות, עצות, ארץ ישראל, מעביר סדרה, גבאי, אחדות, שמחת תורה, מלחמה, ברית, אתרוג, בלעטל, הושענא רבה, כוונת הנענועים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי קרית ברסלב


מיר האבן געהאט א הערליכער יום טוב, אנגעהויבן פון די ערשטע טאג סוכות ביז מוצאי שמחת תורה - איז געווען הערליך שיין. מיר האבן זוכה געווען צו טון די מצוה פון סוכה, די מצוה פון די ד' מינים, דער מנהג פון הושענות, פון הקפות; אזעלכע הייליגע מצוות, און מיטן הייליגן רבינ'ס הקדמות איז דאס ממש א מחי'.


איך הער זאגן אז ביי ענק אין שטעטל קרית ברסלב איז אויך געווען הערליך שיין, איך האב באקומען הערליכע גריסן, סיי פון פרעמדע און סיי פון אנשי שלומינו פון די דאווענען ביי ענק, פון הושענא רבה און הקפות. איך בין דיר זייער דאנקבאר פארן בלייבן אין שטעטל, זען עס זאל זיין שיינע דאווענען און פרייליכע הקפות, איך וועל דיר אביסל שרייבן פון סוכות אין ישיבה ומתיבתא היכל הקודש.


ערב סוכות האט ביי אונז זייער שטארק גערעגנט, איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי און געזען מיין סוכה אנגעפילט מיט וואסער, אזוינס האב איך נאכנישט געזען, איך האב שוין מיין סוכה איבער צוואנציג יאר אין וויליאמסבורג, די סוכה איז געווען אנגעפילט מיט זייער אסאך וואסער. איך האב זייער שטארק געבעטן דעם אייבערשטן, אפילו מיט טרערן - עס זאל אויפהערן רעגענען, ווייל עס האט אויסגעזען אז מען וועט נישט קענען עסן אין די סוכה, און א מעשה פון תפילה, עס האט אויפגעהערט רעגענען און מיר האבן געקענט עסן אלע טעג אין די סוכה אן דארפן בכלל צומאכן די שלאק; קענסט אריין שטעלן די 'מעשה פון תפילה' אין שטעטל בלעטל.


אגב, די שטעטל בלעטל ווערט שענער און שענער. מען קען שוין היינט נישט ליינען קיין אנדערע מאגעזינען, וואו מען מאלט וואסער, מען רעדט און מען רעדט און מען קומט נישט צום ווארט; מען רעדט נישט פון אייבערשטן, מען רעדט נישט פון תפילה - איז וואס איז אינטערעסאנט די גאנצע ארטיקל... אבער די בלעטל - די צייטונג - וואס דו געבסט ארויס, איז יעדע ווארט 'אייבערשטער', עס איז אזוי שיין, אזוי ערליך, אזוי ריין.


נאר דער וואס רעדט צום אייבערשטן קען ליינען אונזער בלעטל, אז נישט - ווערט מען נערוועז פון נאכאמאל אייבערשטער און נאכאמאל אייבערשטער, אזוי איז מיט אלע דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש. קענסט אמאל הערן, מענטשן פרעגן, "ווי אזוי קענסטו לערנען אשר בנחל, עס שטייט דאך אין יעדע בריוו די זעלבע זאך 'רעד צום אייבערשטן', 'זאג משניות', 'רעד שיין צו דיין ווייב', ווי אזוי קען מען דאס ליינען זיבעציג טויזנט מאל?!' דער ענטפער איז, ווען מען איז ווייט פון די עבודות, מען לעבט נישט מיט התבודדות, מען לערנט נישט און מען שעצט נישט די ווייב - קען מען טאקע נערוועז ווערן פון דאס הערן נאכאמאל און נאכאמאל, אבער אז מען גייט מיט די עצות פון רבי'ן - דעמאלט שלינגט מען יעדע בריוו אזוי ווי פיש וואס קומען ארויף שלינגען נאך א טראפ רעגן וואסער.


אזוי אויך די דרשות אין ישיבה; נאר אז מען לעבט מיט דעם - איז דאס אינטערעסאנט, איינמאל מען לאזט אפ די הייליגע עבודות - קען מען שוין נישט הערן די דיבורים, מען ווערט שרעקליך נערוועז.


די ערשטע נאכט האבן מיר זיך אהיים געיאגט, מיר האבן נישט געוואוסט אויב עס גייט נאך רעגענען, מיר האבן געוואלט אריינכאפן צו עסן די כזית אין די סוכה, קענען מאכן א ברכה לישב בסוכה.


אויפן וועג אהיים בין איך געגאנגען זאגן גוט יום טוב פאר מיין ווייב תחי', זי איז געווען די ערשטע טעג ביי אירע עלטערן זיך אביסל אפרוען, איך בין איר געגאנגען באגריסן און זאגן גוט יום טוב. זי איז אליינס אהיים געקומען פון שפיטאל, איך בין נישט געפארן איר אהיים ברענגען, צוליב די שווערע רעגענס, מען האט נישט געוואוסט וואס גייט זיין, ווי לאנג די וועג וועט נעמען.


איך האב געגעבן א נאמען פאר מיין טאכטער די ערשטע טאג סוכות, ויקרא שמה בישראל, מלכה, נאך מיין שווערס מאמע עליה השלום, וואס זי הייסט נאך די בעלזא רעבעצין – מלכה. איר טאטע ר' משה שנעק עליו השלום איז געווען א בעלזער חסיד, און האט איר א נאמען געגעבן נאך די גרויסע צדיקת, די רעבעצין פון הייליגן שר שלום זכותו יגן עלינו. מיין שווער הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א האט געדאווענט מיט אונז און געזאגט דעם "מי שברך", געגעבן די נאמען.


נאכן דאווענען איז געווען א קידוש אין די סוכה אנטקעגן איבער די ישיבה, עס איז געווען א קליינער עולם די ערשטע טעג אין ישיבה, ממש א מנין.


צוישן מנחה מעריב האבן מיר געלערנט ספר מקור השמחה אות סוכות, עס איז געווען הערליכע דיבורים. מוהרא"ש זאגט, דיקא נאך יום כיפור, נאכן מוחל זיין אלע עבירות - דעמאלט קומט יום טוב סוכות, דעמאלט קען מען זיין פרייליך, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר'. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה ג:): "בִּתְחִלָּה קוֹדֶם שֶׁחָטְאוּ יִשְׂרָאֵל, הָיְתָה הַשְּׁכִינָה שׁוֹרָה עִם כָּל אֶחָד וְאֶחָד", פאר מען האט געזינדיגט האט די שכינה גערוט ביי יעדן איינעם, "כֵּיוָן שֶׁחָטְאוּ נִסְתַּלְּקָה שְׁכִינָה מֵהֶם", נאכן זינדיגן איז די שכינה אוועק געגאנגען; און אז מען טוט תשובה קומט צוריק די שכינה, מען הויבט אן צוריק שפירן ווי 'דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר, ער הערט אויס וואס איך רעד צו אים און ער האט מיך זייער ליב'; דאס איז וואס מיר זענען זוכה יום טוב סוכות, נאך יום הקדוש וואס מיר האבן אלע זוכה געווען צו תשובה שלימה - זענען מיר יעצט אונטער די שאטן פון באשעפער.


איך האב נישט געדאווענט פארן עמוד די גאנצע ערשטע טעג, די בעלי תפילה זענען געווען האברך מרדכי ישראל משה נרו יאיר און האברך שלמה נרו יאיר. אויך איז געווען ממש א קליינער עולם, א מנין מצומצם, עס האט מיך דערמאנט דאס אנהויב פון די מנין אין וויליאמסבורג, ווי עס איז געווען קוים מנין, אבער די ליבשאפט, די אחדות - איז געווען זייער שטארק. איך האף אז אין שטעטל וועט זיין ליבשאפט, נאר פון דעם זאלסטו רעדן און נאר אויף דעם זאלסטו לייגן א געוויכט, און דאס בעט איך פון אלע גבאים היכל הקודש, פארלייגט זיך אויף שלום און ליבשאפט, דאס זאל זיין העכער אלעס. דער בריוו שרייב איך דיר אבער דאס איז פאר אלעמען, קענסט דאס אויפהענגען ביי אייך אין שול און אויך דאס ווייזן פאר אלע גבאים. איך שרייב דיר דאס ווייל איך האב הנאה אז דו בלייבסט ימים טובים אין שטעטל, דו ביסט דא צו בויען און העלפן די שטעטל.


אויפן וועג אהיים פון שול בין איך ארויף צו מיין שווער זאגן א גוט יום טוב. איך האב געהאט ביי אלע סעודות געסט בחורים, מען האט געזינגען און גערעדט שיינע דיבורים, אפשר וועסטו קענען עפעס באקומען פון זיי, אפשר וועסטו קענען צוריק באשרייבן אינעם בלעטל שיינע שמועסן ביי די שבת סעודות. עס איז א שאד אז די וואס האלטן מיט די שיינע שמועסן - געבן דאס נישט איבער פאר אנדערע, זיי האלטן דאס פאר זיך; אלע וואלטן זיך געקענט מחי' זיין.


דעם צווייטן טאג סוכות האבן מיר זוכה געווען צו שאקלען די ד' מינים. מיט די כוונת ווי מוהרא"ש לערנט אונז - איז די נענועים גאר אנדערש; רעכטס - בעט מען 'הייליגער באשעפער, ווען אלעס גייט רעכטס זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו', לינקס - בעט מען 'רבונו של עולם, ווען עס גייט מיר לינקס, נישט ווי איך וויל - זאל איך געדענקען אז דאס ביסטו, איך זאל דאס אננעמען באהבה', פאראויס – 'ווען אלעס גייט כסדר, זאל איך וויסן אז דאס ביסטו, איך זאל נישט פארגעסן פון דיר, איך זאל זיך נישט איינרעדן אין כוחי ועוצם ידי', אויבן – 'ווען איך בין א הימל מענטש, איך לערן און דאווען און איך טו מצוות זאל איך געדענקען פון דיר, דאס זאל זיין מיט דיר', מען קען לערנען און דאווענען און גארנישט האבן מיטן אייבערשטן, אלעס איז שלא לשמה; אינטן – 'ווען איך פאל אראפ, בקטנות המוחין - זאל איך זיין מיט דיר, איך זאל נישט פארגעסן אז אין שאול תחתית ביסטו אויך מיט מיר', מעריב – 'פארקערט, שלא כסדר - זאל איך געדענקען אז דו ביסט מיט מיר'.


מיין ליבער ברודער, יעדע יאר ווען איך שאקל מיט די כוונת מוהרא"ש רינט מיר טרערן פון מיינע אויגן, מיין הארץ ווערט מיר אזוי צעגאסן; וואס זאל איך דיר זאגן? איך זאג די זעלבע ווערטער וואס די חברים האבן געזאגט פארן הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אין זוהר הקדוש געפינען מיר יעדע מאל רבי שמעון האט אנטפלעקט נאך ליכטיגקייט האבן די חברים זיך אנגערופן: "וואלטן מיר נישט באשאפן געווארן נאר צו הערן די זאך פון אונזער רבי, דער הייליגער ליכט, רבי שמעון - איז אונז שוין ווערד", איך זאג דיר אויך: "וואלטן מיר נישט זוכה געווען מקורב ווערן צום רבי'ן נאר צו הערן ווי אזוי מען שאקלט לולב און ווי צו זיצן אין די סוכה - איז אלעס ווערד".


מוצאי יום טוב האב איך פארגעלערנט גמרא, מיר האבן זיך זייער געשטארקט מיט די מתנה - דער סדר דרך הלימוד וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און ווען עס קומט שמחת תורה, מען טאנצט מיט די תורה - איז מען אזוי פרייליך, מען האט מיט וואס זיך צו פרייען, מען פרייט זיך מיט די תורה; מיט חומש, מיט משניות, גמרא, ועוד.


דער ערשטער טאג חול המועד איז געווען זייער שיין, מען האט געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארגעזאגט די הושענות. די נוסח פון הושענא נא - ווי מען בעט נאכאמאל און נאכאמאל דעם אייבערשטן: "העלף מיר, העלף מיר" - איז זייער מעורר. ביים רבי'ן איז געווען אזעלכע בכיות, מען פלעגט זען ארום די בימה איז געווען נאס, דער רבי פלעגט אזוי שטארק וויינען ביי די הושענות, און פון זיינע טרערן איז געווארן נאס ארום די בימה.


מיר האבן געהאט א גרויסער גאסט אין ישיבה, אליהו הנביא; עס איז געווען א ברית, משה אהרן נרו יאיר האט געמאכט א ברית פאר זיין קינד. מען האט מיך מכבד געווען מיט סנדקאות, איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן פאר מיר און פאר דיר און פאר אלעמען.


נאכן דאווענען איז געווען די סעודת ברית אין די סוכה, איך האב גערעדט אפאר ווערטער. אויך בערל לעווי, דער גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינגראוו האט געזאגט אפאר ווערטער, ער האט געזאגט ער האט געלערנט תיקונים און ער איז ממש אויפגעשפרינגען צו טרעפן די ווערטער (תיקון סח): "גַּן עֵדֶן", וואס איז גן עדן? "מָצָא אִשָּׁה מָצָא טוֹב", א וואוילע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (משלי יח, כב) אז מען האט חתונה איז גוט. "גֵּיהִנָּם", און וואס איז דער גיהנום? "וּמוֹצֶא אֲנִי מַר מִמָּוֶת אֶת הָאִשָּׁה", א שלעכטע ווייב, אזוי ווי עס שטייט (קהלת ז, כו) איין זאך איז ערגער פון טויט, א שלעכטע ווייב, "וְתַרְוַיְיהוּ בְּלִבָּא", און ביידע איז אינעם הארץ פונעם מענטש, א שלעכטע ווייב א גוטע ווייב - דאס איז אין הארץ פונעם מאן, "לֵב חָכָם לִימִינוֹ", א קלוגער ציט זיין הארץ צו רעכטס, ער טראכט 'עס איז מיר גוט, איך האב גוט חתונה געהאט, קיינער האט נישט בעסער פון מיר', און ווען עס גייט איבער אין שטוב, די ווייב שרייט, טראכט ער 'עס קומט מיר און עס איז נישט עק וועלט', (שם י, ב) "וְלֵב כְּסִיל לִשְׂמֹאלוֹ", און דער נאר ציט זיך צו לינקס, ער טראכט אלץ שלעכט, נעגעטיוו; שלעכט אויף זיך און שלעכט אויף די ווייב, ער זעט אלע שלעכטס אין איר, דאס איז דער גיהנום; די ווערטער חזר'ט מען טאג און נאכט אין חדר היכל הקודש, ווי אזוי מען קוקט אויפן לעבן - אזוי איז דאס לעבן, אז מען חזר'ט 'אלעס איז גוט; מיין ווייב איז גוט, זי איז דאס שענסטע און בעסטע' - איז עס טאקע אזוי, עס ווערט שענער און שענער, און אז מען טראכט 'יענער האט בעסער', מען טראכט שלעכטס אויף די ווייב - ווערט דאס לעבן ממש א גיהנום.


נאכמיטאג בין איך געפארן אפטראגן מיין ווייב תחי' אין א קימפעטארין היים, אונזער קימפעטארין היים אין שטעטל איז נאכנישט אפן, עס הייסט אז נאך יום טוב וועט זיך עס עפענען. עס קומט זיך צו פארדאנקען פאר אונזער געטרייער חבר יואל הכהן נרו יאיר וואס ער רוט נישט און ער ווערט נישט זאט פון העלפן דעם רבי'ן, ווי מער ער טוט ווערט ער מער אויסגעהונגערט צו טון נאך און נאך פארן רבי'ן. אויך קומט א גרויסן יישר כח פאר משפחת אייזיק אפפעל שיחיו, סיי ער און סיי זיין ווייב, ביידע ארבעטן זייער געטריי פאר די קימפעטארין היים, זיי וועלן דאס פירן און זיי וועלן זיך זארגן פאר די קימפעטארינס, זיי זאלן זיך קענען אפרוען.


א גאנצע וועג האבן מיר געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אונז, אז מען האט א קינד, א געזונט קינד, און וויפיל מיר זענען שולדיג דעם אייבערשטן אים צו דאנקען און לויבן אויף זיינע חסדים.


ביינאכט איז געווען די יארצייט סעודה אין ישיבה, עס איז געווען גאר שיינע דיבורים, מען האט זיך מחזק געווען אויף אנהויבן א שיעור אין ספר הקדוש לקוטי מוהר"ן, ווי אפילו א פארשטאפטע הארץ וואס איז ווייט ווייט, אויב לערנט מען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן - איז מען זוכה אז עס שטאפט זיך אויף אלע פארשטאפטע אדערן.


מען האט גערעדט פון די שאלה וואס מען פרעגט א נשמה ווען זי קומט דארט ארויף (שוחר טוב משלי, פרק י): "צפית במרכבה", דאס מיינט מען נישט צו פרעגן אויב מען האט געלערנט די חכמה פון קבלה, מוהרא"ש זאגט מען פרעגט דעם מענטש: "האם חשבת מהקדוש ברוך הוא", האסטו געטראכט פונעם אייבערשטן? ביסטו ארומגעגאנגען מיט א ליבשאפט צום אייבערשטן, מיט א בענקעניש? דאס איז די גרעסטע מדריגה צו וואס מען קען צוקומען, צו טראכטן פון באשעפער און רעדן צו אים.


מען האט געטאנצן פאר לאנגע שעות. ווייסט אודאי וואס ברסלב'ער חסידים טראכטן ביים טאנצן, מען טאנצט נישט ווייל מען וויל ווערן מער צעבראכן, עס זענען דא פלעצער וואס מען טאנצט מען זאל ווערן מער ערנסט און מער דעפרעסט; מיר טאנצן, ווייל מיר פרייען זיך אז מיר זענען אידן און מיר טוען מצוות, מיר האבן א רבי וואס געבט אונז עצות און ווייזט א וועג פון יעדע פארקראכענע ווינקל צו קענען צוריקקומען צום אייבערשטן.


דינסטאג, די צווייטע טאג חול המועד - איז געווען זייער שיין, איך האב זוכה געווען צו מסיים זיין נאכאמאל תיקוני זוהר. איך בין זיך אזוי מחדש ווען איך לערן ספר תיקונים, יעדע מאל וואס מען לערנט תיקוני זוהר זעט מען נאכאמאל און נאכאמאל דאס גרויסקייט פון מצות תפילין, מצות ציצית, דאס גרויסקייט פון היטן אות ברית קודש און היטן שבת ויום טוב; איך פרוביר זייער שטארק עס זאל נישט אריבערגיין א טאג אן לערנען תיקונים.


מיטוואך, דעם דריטן טאג חול המועד - האבן מיר געדאווענט אין ישיבה, איך האב פארן דאווענען מסיים געווען מסכת סוכה. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די מסכתא פונעם יום טוב, איך טו דאס אלע יארן, איך הויב אן יום טוב סוכות מסכת סוכה און ערגעץ אינמיטן יום טוב בין איך דאס מסיים. אויך האב איך מסיים געווען נאכאמאל חמשה חומשי תורה, שנים מקרא ואחד תרגום מיט פירוש רש"י, אזא שמחה, אזא פארגענוגן; אז מען לערנט יעדן טאג אביסל חומש רש"י איינגעטיילט לויט די וואך - איז מען זוכה ווען עס קומט סוף יאר אז מען ענדיגט די גאנצע תורה.


נאכמיטאג בין איך געפארן מיט מיינע קינדער קיין בארא פארק באזוכן מיין טאטע מאמע, איך האב דארט געדאווענט מנחה מעריב. נאכדעם בין איך געגאנגען באזוכן איינער פון מיינע פעטערס וואס דארף א רפואה שלימה.


איך האב פארברענגט ביי מיינע עלטערן אפאר שעה, געשמועסט שיינע זאכן און געגעסן א סעודה, פון דארט בין איך אהיים לייגן שלאפן מיינע קינדער. יעצט יום טוב בין איך דער טאטע און מאמע, איך פארע זיך מיט מיינע קינדער, און וואס מער איך פארע זיך מיט די קינדער - דאנק איך דעם אייבערשטן פאר די מתנה וואס ער האט מיר געגעבן, א ווייב וואס זארגט אזוי פאר די קינדער און מאכט מיר גרינגער דאס לעבן, איך זאל קענען לערנען און דאווענען.


דאנערשטאג, די פערטע טאג חול המועד - איז געווען הערליך שיין, עס זענען שוין אנגעקומען אינגעלייט פון שטעטל צו זיין אין ישיבה די צווייטע טעג. איך פרעג שטענדיג די אינגעלייט פון שטעטל: "וואס טוט מען אין שטעטל?" אויב מען רעדט נאך פון רבי'ן, אויב מען בענקט זיך נאך צום אייבערשטן, אדער עס איז שוין געווארן א פלאץ ווי אנדערע פלעצער, מען רעדט פון געלט און פון דעם און יענעם; איך פרעג נישט די פראגע מען זאל מיר ענטפערן, איך פרעג ווייל איך וויל נאכאמאל דערמאנען די אינגעלייט וואס איז די שטעטל, וואס איז די מטרה, דער ציל; דער בעל תפילה האט דאך פיינט געהאט ווען מען רעדט פון געלט (סיפורי מעשיות, מעשה יב), אז מיר זענען געגאנגען וואוינען חוץ לישוב דארפן מיר זיך בענקען צו זיין אן ערליכער איד, זיך זינגען: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", ארומגיין מיט בענקען צום אייבערשטן, קרעכצן און שרייען: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין אן ערליכער איד"; די וועלט איז נישט און מען קען זי נישט האבן, תורה תפילה איז יא און מען קען זי האבן; מען זאל נישט פארגעסן אז מיר זענען דא נאר פאר אביסל, מיר גייען שוין באלד אהיים, די געלט איז נישט קיין זאך וואס מען נעמט מיט, די געלט בלייבט דא, נאר משניות און בלעטער גמרא, און ועל כולם די ווערטער וואס מען האט זוכה געווען ארויס צו רעדן, ארויס צו כאפן - דאס נעמט מען מיט.


אויך פון ארץ ישראל זענען געקומען געסט, האברך יוסף הכהן, האברך חיים שלום, אויך דער מגיד שיעור משה שמואל. מיר האבן אביסל געשמועסט שיינע זאכן, שיחות פון רבי'ן. מיר זענען געגאנגען דאווענען, ביי די נענועים האט זיך מיר געעפנט די הארץ, איך האב זייער געוויינט פון בענקשאפט צום אייבערשטן.


נאכמיטאג זענען מיר געווען אין די סוכה אין ישיבה, מיר האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד יום טוב מיט מוזיק. מיר האבן געזינגען "וכל מאמינים" מיטן ניגון וואס מען זינגט ביי אונז אין די משפחה, מקובל פון הייליגן רבי אלעזר ניסן, א זון פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו. דער ניגון האט מען געזינגען ביים הייליגן ייטב לב אויף "וכל מאמינים", (דער ניגון האסטו געזינגען די יאר ליל ראש השנה ביי לכה דודי).


איך האב מסדר געווען די מלמדים אין וויליאמסבורג, די יאר הבא עלינו לטובה בין איך דער מנהל, אויך וועל איך נישט זיין אין אפיס רוב טאג, איך וועל זיין אין אפיס נאר נאך מנחה. איך וועל זיין דער מגיד שיעור פאר די בחורים, מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך זיצן מיט זיי פון אינדערפרי ביז נאך מנחה, און נאכמיטאג געבן א שיעור.


מיר האבן געלערנט די גמרא שיעור און זיך געשטעלט דאווענען מנחה מעריב. משנה תורה האט געליינט אשר ראנד נרו יאיר, נאך משנה תורה האבן מיר געהאט א סעודה אין די סוכה, די געטריי גבאים ישעי' און שבתי האבן געארבעט א גאנץ יום טוב, צוגעשטעלט אלעס וואס מען דארף - מיטן גאנצן הארץ.


ביי די סעודה האבן מיר גערעדט ממש אפאר ווערטער, פון דאס גרויסקייט פון הושענא רבה, פון רעדן אפאר ווערטער צום אייבערשטן.


ביינאכט ליל הושענא רבה נאכן סעודה האבן מיר אויסגעזאגט גאנץ תהילים און אהיים זיך אביסל צוגעלייגט; מוהרא"ש זאגט פון הייליגן רבי'ן: "יום טוב שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן, נישט דאס אויפזיין".


פרייטאג, הושענא רבה – זענען זיך צוזאמגעקומען א גרויסע עולם אנשי שלומינו, מען האט געדאווענט אינאיינעם, געזינגען הלל אינאיינעם. איידער די הושענות האב איך געזאגט אפאר ווערטער, מען זאל נישט ווארטן אויף א טעם אדער געפיל, מען זאל שרייען 'הושענא', 'הושענא', ווייל יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז זייער חשוב אויבן.


צווישן אלע הקפות האב איך גערעדט אפאר מינוט, בעיקר אז מען זאל אויסנוצן די הייליגע מינוטן זיך אויסצוקרעכצן צום אייבערשטן, ארויסזאגן אפאר ווערטער צום אייבערשטן; אפילו מען איז בבחינת הושענא, בבחינת ערבה בלי טעם ובלי ריח - דאך זאל מען רעדן צום אייבערשטן.


אויך האב איך געבעטן אנשי שלומינו אז יעצט ווען מיר האלטן די ד' מינים, די הייליגע אתרוג, וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ראיה, סימן י): "הִסְתַּכְּלוּת עַל אֶתְרוֹג הוּא רְפוּאָה לִכְאֵב עֵינַיִם", אתרוג איז מסוגל פאר אויגן ווייטאג - דאס מיינט מען אויך אויב מען פארשמירט די אויגן, זאל מען זיך גוט אויסבעטן און אויסשמועסן די גאנצע נושא פונעם טעלעפאן, יעדער איינער דארף דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, וואס ער זאל טון; בפרט די וואס דארפן דאס האבן פאר פרנסה זאלן פרעגן דעם אייבערשטן: "וואס טו איך? ווי אזוי זאל איך מיך פירן? דארף איך א טעלעפאן? דארף איך די עפפס אויפן טעלעפאן? הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר? מיט מיין נשמה? מיט מיינע קינדער? מיט מיינע דורות?" נאר תפילה איז די עצה.


אויך האבן מיר זיך זייער מחזק געווען: "הושענא נא, בלתך אין להושיע הושענא נא", מען דארף וויסן אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן, און אז מען רעדט זיך איין 'דער וועט מיר העלפן, יענער וועט מיר העלפן' - איז מען נעבעך א גרויסער רחמנות, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער געבט פרנסה, ער מאכט אלעס און טוט אלעס.


שמיני עצרת ביינאכט - איז געווען זייער פרייליך, די הקפות איז געווען זייער פרייליך, אויסנאם שיין, יעדער איינער בלי יוצא מן הכלל האט געטאנצן און געשפרינגען, מען האט געשפירט אזא שמחה.


צווישן די הקפות האבן מיר געזינגען מיט די קינדער שיינע ווארעמע ניגונים, מען האט געענדיגט די הקפות צען אזייגער.


שמיני עצרת אינדערפרי, פארן דאווענען - האבן מיר געלערנט א שטיקל פונעם סידור עת רצון, די שטיקל פון אלוקי נשמה. מוהרא"ש זאגט דארט אז די ברכה פון "ואתה עתיד להחזירה לעתיד לבוא" און "המחזיר נשמות לפגרים מתים" דאס מיינט מען יעצט אויך, ווען מען שפירט זיך אזוי ווי טויט, מען איז אראפגעפאלן אין עבירות - קען מען זיך צוריק באנייען, מען קען ווערן צוריק לעבעדיג, דאס איז די שיינקייט פון צדיקים אז זיי באנייען זיך און זיי באנייען אונז מיר זאלן שטענדיג אנהויבן פון פריש.


מיר האבן געדאווענט, געזינגען הלל און געבענטשט גשם. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, מען האט זיך מחזק געווען אז די מפתח פון גשם – פון פרנסה - ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט, און ווער עס רעדט זיך איין אז די פרנסה קומט דורך פלוני אלמוני - איז א גרויסער רחמנות, די שליסל פון פרנסה ליגט נאר ביים אייבערשטן. עס זענען געווען אסאך חברים פון שטעטל, פרעג זיך נאך ביי זיי, מאך מיט זיי אינטערוויוס; זאל יעדער דערציילן וואס ער האט געהערט און געשפירט יום טוב ביי אונז.


ביינאכט צווישן מנחה און מעריב האבן מיר זיך געזעגנט פון די סוכה. מען האט געזינגען שיינע ניגונים פון יום טוב און זיך מחזק געווען צו לערנען יעדן טאג חומש רש"י מיט משניות און גמרא.


שמחת תורה ביינאכט - איז געווען הערליכע הקפות מיט א מורא'דיגע שמחה. אסאך געסט זענען געקומען, אויך חסידי חב"ד זענען געקומען, זיי קומען אלע יארן. עס איז אזוי שיין צו זען ווי אידישע קינדער טאנצן אינאיינעם, געווענליך טאנצט מען יעדער מיט זיין שבט, און ווען עס קומט א צווייטע שבט ווערט מען אומבאקוועם, אבער געלויבט דעם אייבערשטן מוהרא"ש האט דאס אויסגעריסן פון אונז, מיר זאלן זיך ליב האבן אפילו אנדערע שבטים, אנדערע אפשטאמען, ווייל מיר זענען ברידער, מיר זענען אלע בני אברהם יצחק ויעקב.


ביינאכט אינמיטן די הקפות איז אריינגעקומען האלבע נייעס פון די שוידערליכע רציחות אין ארץ ישראל. דאס האט מיך זייער צעבראכן, איך האב דאס נישט ארויסגעוויזן, ווייל יום טוב דארף מען זיין פרייליך - אבער די קאפ האט מיר זייער געדרוקט, איך האב נישט געהאט קיין מנוחה, ביז יעצט בין איך זייער צעבראכן, איך בעט און בעט א גאנצן צייט דער אייבערשטער זאל היטן אידישע קינדער.


אוי ווי דער הייליגער רבי פון סאטמער האט געוויינט ווען די ערב רב האבן געגרינדעט די טריפה'נע מדינה, ער האט געוויינט אויף די בלוט וואס גיסט זיך און אויף די בלוט וואס זיי וועלן פארגיסן; היינט זאגן אלע: "אוי ווי דער סאטמער רב איז געווען גערעכט". עס איז געווען ביי די זעקס טעג מלחמה האבן די פרומע נאכשלעפער געשריגן: "ניסים!" דעמאלט האט דער רבי געוויינט און געשריגן פון זיין ריינע הארץ אויף די אלמנות און יתומים וואס איז דא פון זיך רייצן מיט די אראבער.


ווי זענען די אלע פרומע נאכשלעפער וואס גרויסן זיך טאג און נאכט: "מיר האבן א מיליטער", "מיר האבן די בעסטע טאנקען"? יעצט זעט מען ווי צושאנד און צושפאט זיי זענען, מען זעט קלאר אז מען קען זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן, מען קען זיך נאר פארלאזן אויף אים, נאר ער קען אונז העלפן און וועט אונז העלפן.


שמחת תורה בייטאג איז די דאווענען געווען זייער שיין. מיר פירן זיך אז דער בעל תפילה ביי שחרית הויבט אן 'הא-ל בתעצמות' אזוי ווי יום טוב, און ביי 'המלך' זאגט מען די נוסח פון ראש השנה, און 'שוכן עד' זאגט מען די נוסח פון שבת, נאכדעם זינגט מען ווייטער 'רננו צדיקים' - מיט די נוסח פון יום טוב. איך האב געטראכט ביים דאווענעם 'איך וויל נישט די דאווענען זאל זיך אמאל ענדיגן, עס איז דאך אזוי זיס אזוי הארציג'. מיר זינגען 'א-ל מלך גדול' מיט א ווארעמע ניגון, אויך זינגען מיר 'ממקומך', אויך קדיש תתקבל זינגען מיר אלע טעג פון יום טוב.


נאך שחרית, נאכן זינגען הלל - האבן מיר אינאיינעם געזאגט תיקון הכללי.


ביי די הקפות האבן מיר געטאנצן מיטן ניגון: "א מחי' פיאות, א מחי' בארד, א מחי' ציצית, א מחי' תפילין, א מחי' שבת, א מחי' סוכות". די הקפות שמחת תורה אינדערפרי איז אזוי פרייליך, צווישן די הקפות רעד איך אפאר ווערטער. יעדע הקפה רעדט מען פון יענע ספירה; די ערשטע הקפה פון חסד, פון הפצה; צווייטע הקפה פון גבורה, דריטע הקפה פון תפארת, מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן אידישקייט, ליב האבן א בארד און פיאות, ליב האבן צניעות, די פרויען זאלן זיך שערן די האר נאך די חתונה און דאס ליב האבן.


ביי די הקפות איז א צייט וואס מען קען פועל'ן ארויס צו גיין פון אלע שלעכטע תאוות און מידות רעות - דורך שמחה, דורך טאנצן מיט די תורה.


מוצאי יום טוב האבן מיר געהערט די ביטערע נייעס אז אראבער זענען אריינגעקומען פון עזה און אויסגע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, אזא שוידערליכע שחיטה, און פארכאפטע משכונות, און טויזנטער אידן זענען פארוואונדעט. מען זעט מער און מער וואס דער הייליגער רבי פון סאטמער האט אזוי געוויינט ווען די מדינה האט זיך געגרינדערט, אז עס וועט זיך נישט ענדיגן גיסן אידיש בלוט; זייט זי שטייט גיסט זיך בלוט. מען דארף אזוי שטארק בעטן דעם אייבערשטן משיח זאל קומען און דער גלות זאל זיך שוין ענדיגן.


הויב שוין אן מעביר סדרה זיין, ווארט נישט אויף סוף וואך, טייל איין די פרשה לויט די וואך, יעדן טאג אביסל; זינטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער.


איך דארף מקצר זיין, מיין ווייב איז יעצט אהיים געקומען פון זיך אפרוען, איך דארף העלפן אין שטוב מיט די קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.