בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#556 - די עצה אויף אייגענע מניעות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אומאן, קשיות, מניעות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת האזינו א', כ"ה אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דעם פארגאנגענעם שבת אין מתיבתא היכל הקודש אין וויליאמסבורג איז געווען זייער שיין, מיר האבן אסאך גערעדט וועגן צעברעכן די מניעות און קומען צום רבי'ן. אויפן וועג אהיים פון שול זאגט מיר א אינגערמאן: "דער ראש ישיבה רעדט אזויפיל פון מניעות, פון צעברעכן די מניעות, דער ראש ישיבה זאל אויך רעדן פון אייגענע מניעות; ביי די אינגעלייט וואס פארן שוין כמה וכמה שנים, קיינער שטערט זיי נישט, די משפחה לאזט זיי פארן, אבער אין זיי דרייט זיך די מח מחשבה מיט אלע סארט בלבולים, בעיקר פון 'אלט און קאלט', מיר דארפן חיזוק צו פארן צום רבי'ן אזוי ווי מיר זענען געפארן די ערשטע יארן".


איז ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די עצה אויף אייגענע מניעות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מו): "וְהַמְּנִיעָה הַגְּדוֹלָה שֶׁבְּכָל הַמְּנִיעוֹת הִיא מְנִיעַת הַמֹּחַ", די גרעסטע מניעה איז דער מענטש אליין, "דְּהַיְנוּ מַה שֶּׁמֹּחוֹ וְלִבּוֹ חֲלוּקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אוֹ מֵהַצַּדִּיק", ווען דער מענטש הויבט אן האבן קשיות אויפן אייבערשטן אדער אויפן צדיק, "זֹאת הַמְּנִיעָה מוֹנֵעַ אוֹתוֹ יוֹתֵר מִכָּל הַמְּנִיעוֹת", דאס איז דער גרעסטער צוריק-האלט פארן מענטש צו ווערן אן ערליכער איד; כל זמן דער מענטש ברענט צום אייבערשטן, מען האט א געפיל צום רבי'ן, מען וויל פאררעכטן אלע שלעכטע מעשים און מען זוכט א תיקון אז מען זאל נישט פארווארפן ווערן פון די וועלט און יענע וועלט – דאן וועט אים גארנישט קענען צוריק האלטן פון קומען צום רבי'ן, אבער אז דער מענטש אליינס לעשט זיך אויס, ער פארלירט זיין אמונה, ער הויבט אן טראכטן: 'וואס דארף איך דעם רבי'ן וכו'? וואס דארף איך פארן קיין אומאן?' דאס איז דער גרעסטער מניעה. אויף דעם איז די עצה: "וַאֲזַי צָרִיךְ לִצְעֹק לְאָבִיו שֶׁבַּשָּׁמַיִם בְּקוֹל חָזָק מֵעִמְקֵי הַלֵּב", צו שרייען צום אייבערשטן פון טיפעניש פון הארץ, ווייל "קֻ'שְׁ'יָ'א" איז די ראשי תיבות: שְׁ'מַע י' ק'וֹלִי אֶ'קְרָא, "שֶׁצָּרִיךְ רַק לִקְרוֹת לַה', כְּשֶׁמִּתְגַּבֵּר עָלָיו הַקֻּשְׁיָא וְהַכְּפִירָה", מען דארף וויינען און שרייען צום אייבערשטן ווען מען זעט אז עס זענען זיך מתגבר די קשיות און כפירות.


גיי התבודדות, שריי זיך אויס צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל ווערן א נייער מקורב, איך וויל פארן קיין אומאן מיט א ברען און גלוסטעניש, הייליגער באשעפער איך בין אזוי קאלט, איך פלעג אמאל אזוי בענקען צו דיר, איך פלעג אזוי וועלן זיין ערליך, יעצט בין איך אזוי פארשלאפן, אזוי פארגרעבט, אזוי פארקלאפט; העלף מיר איך זאל זוכה זיין צו תשובה טון מיט אן אמת, איך זאל זוכה זיין זיך צו באנייען און דיך דינען מיט מיין גאנצע כח".


דאס איז די עצה צו איבערקומען אלע מניעות פון זיך אליינס און ווערן פריש מקורב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#555 - די שרעקליכע שוידערליכע נייעס פון ארץ ישראל
תפילה והתבודדות, אמונה, ניגונים, סכנה, נייעס, ארץ ישראל, מלחמה, השתדלות

בעזרת ה' יתברך


אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געהערט די שרעקליכע שוידערליכע נייעס, אז רוצחים אראבער זענען געקומען און גע'שחט'ן הונדערטער אידן השם ישמרינו, און געפאנגען אומשולדיגע אידן, קינדער און עלטערע אידן; פון אינמיטן יום טוב ווען די נייעס איז אנגעקומען צו אונז - האבן מיר נישט קיין מנוחה.


מיר דארפן געדענקען וואס די הייליגע תורה זאגט (תהלים קכז, א): "אִם ה' לֹא יִשְׁמָר עִיר", אויב דער אייבערשטער היט נישט דעם שטאט, "שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר", איז גארנישט ווערד די היטערס; דאס זעט מען יעצט, ווען זיי בארימען זיך מיט זייער מיליטער, מיט זייער קלוגשאפט, מיט כוחי ועוצם ידי, זאל אזוינס פאסירן; עס זאל אריבערגיין צענדליגער שעות וואס אראבער זאלן גיין פון הויז צו הויז און אויס'שחט'ן טייערע אידישע קינדער.


אודאי דארף מען זיך היטן פון די רוצחים, און אז עס איז א צייט פון מלחמה - דארף מען טון וואס מען קען זיך צו היטן, אבער זיך נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די שומרים - זיי קענען העלפן; נאר דער אייבערשטער, ער העלפט און ער וועט אונז ראטעווען.


מיר דארפן זיך שטארקן מיט אמונה און תפילה. געבט אכטונג נישט זיך פארלירן, היט אויף ענקערע משפחות, זעט עס זאל זיין רואיג אין שטוב, די קינדער זאלן זיין רואיג. הערט נישט די נייעס, נאר אביסל וויפיל עס פעלט אויס צו וויסן, אבער נישט זיצן אויף די נייעס, ווייל זיי ווארפן א פחד און א שרעק.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער. מיר דאווענען פאר אלע וואס זענען פארוואונדעט געווארן זאלן האבן א רפואה שלימה, און אלע געפאנגענע וואס זענען ביי די הענט פון די רוצחים - זאלן באפרייט ווערן.


זינגט ניגונים פון אמונה דאס וועט אייך בארואיגן.

#554 - זיך גרייטן אויף יום הקדוש, ארויסנעמען אלע שנאה פון הארץ
תפילה והתבודדות, מחלוקת, שלום, ראש השנה, אחדות, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, און אויך די וואס זענען נישט אנגעקומען, און א גאנץ יום טוב האבן זיי געבענקט צום רבי'ן - זענען אויך געווען ביים רבי'ן. יעצט דארפן מיר זיך גרייטן אויף יום הקדוש, מיר דארפן זיך מאכן א חשבון הנפש, ארויסנעמען אלע שנאה פון הארץ, זיך איבערבעטן מיט אלעמען, און זוכן צו פארמערן שלום מיט ליבשאפט איינער מיטן צווייטן.


ווי אזוי נעמט מען ארויס די שמוץ פון זיך? דורך תפילה והתבודדות; בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיך אויסרייניגן, איך וויל ארויסנעמען אלע שלעכטס פון מיר, איך וויל יעדן איינעם ליב האבן און קיינעם נישט וויי טון".


איך בין נאך אביסל אסאך אפגעשוואכט פון די נסיעה פון אומאן ראש השנה, איך האף צום אייבערשטן איך וועל האבן כח צו געבן מארגן דעם ליל שישי שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#553 - ער וועט זיי אין דער ערד לייגן פאר זיין תאוות ממון
תפילה והתבודדות, שלום בית, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין אזוי צעטרייסלט פון די מעשה וואס דו האסט מיר דערציילט, אז דער שלום בית [חרוב-]מאכער האט געזאגט פאר דיין איידעם און טאכטער זאלן זיך צעטיילן השם ישמרינו. איך בין גרייט צו רעדן מיט זיי, איך בין גרייט אוועק צו געבן אסאך צייט פאר דעם; לאז מיר וויסן אויב זיי ווילן קומען צו מיר.


שומי שמים, וואס די שלום בית [חרוב-]מאכער טוען מיט כלל ישראל. אויף דעם האט שוין מוהרא"ש אזויפיל געשריבן און גערעדט, ווי מען זאל זיך אכטונג געבן פון גיין צו א שלום בית [חרוב-]מאכער. די ערשטע סימן פון א חרוב מאכער איז – אז ער נעמט געלט, דאס איז שוין א רוטע לאמפ, דאס ווייזט אז ער דארף דא פרנסה; וועט ער זיי אין דער ערד לייגן פאר זיין תאוות ממון, השם ישמרינו.


ברודער, פארליר זיך נישט, שטארק זיך; דו זיי ממשיך מיט תפילה והתבודדות און לאז מיר וויסן אויב זיי ווילן זיך לאזן רעדן צו מיר.


א גמר חתימה טובה.

#552 - וויין ביים ציון געראטעוועט צו ווערן פונעם ברענענדיגן יצר הרע
תפילה והתבודדות, עבירות, אומאן, תאוות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז געווען איינער פון אנשי שלומינו, משה אלי'. אין אנהויב ווען ער איז מקורב געווארן - איז ער געווען זייער ווייט, ער איז געלעגן אין ניאוף, אין אריך אנפין דקליפה (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רמב). יעדע מאל ווען ער איז געקומען צום ציון האט ער אזוי געוויינט ביים ציון ביז דער ערד פון ציון איז נאס געווארן פון זיינע טרערן, ער האט זיך אויסגעגאסן זיין הארץ צום אייבערשטן, ער האט געשריגן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פון די פייער פון ניאוף, פון די שבעים מדורין, כלליות התאות, כלליות שבעים אומות, פון תאות ניאוף רחמנא לצלן", און פון אזויפיל וויינען איז ער ארויסגעקראכן פון זיינע תאוות. הגם אין אנהויב האבן אים אנשי שלומינו מרחק געווען, אבער ער האט אויף קיינעם נישט געקוקט, ער איז ווייטער געקומען צום ציון און געוויינט דארט, ביז ער האט זוכה געווען זיך אויסצולייטערן.


פארשטיי וואס דו האסט צו טון די וואך וואס דו וועסט זיין אין אומאן; זאלסט גיין נאכאמאל און נאכאמאל צום ציון און וויינען צום אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען פון די פייער פון ניאוף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#551 - בענקען, גלוסטן, און האפן, אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אומאן, תיקון הכללי

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים וילך, י"ח אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם מיר פארן שוין אט אט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה; וויסן זאלסטו, כדי אנצוקומען צום רבינ'ס ציון - איז דער עיקר דאס בענקען און גליסטן, בענקען און האפן - נאר אזוי קומט מען אן, און נאר אזוי איז מען זוכה צו מקבל זיין די תיקונים.


געוואוין זיך צו צו זאגן יעדן טאג נאך שחרית די תיקון הכללי, און אז דו קענסט גיין אין א ליידיגע פלאץ זיך גוט אויסקרעכצן, זיך גוט אויסשרייען, א פלאץ וואו קיינער וועט נישט הערן דיינע קולות - שריי זיבעציג מאל, ע' קלין: "רבונו של עולם העלף מיר, רבונו של עולם האב אויף מיר רחמנות, רבונו של עולם נעם מיך ארויס פון שאול תחתית, רבונו של עולם זיי מיר מוחל אויף מיינע חטאים, עוונות ופשעים, איך טו תשובה מיט אן אמת"; אזוי זאלסטו שרייען זיבעציג מאל בקולי קולות - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א נייער מענטש.


נאכדעם דורכן טאג זאלסטו נאר זיין פרייליך, טון וואס דו האסט צו טון, דאווענען און לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#550 - אביסל תהילים וועט מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע אין גן עדן
תפילה והתבודדות, תהלים, נחת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, דאס וועט מאכן א נחת רוח פאר אייער מאמע עליה השלום אין גן עדן, איר נשמה וועט ארויפגיין אלץ העכער און העכער.


אויך זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך, דאס וועט אייך ברענגען צו שפירן א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן.

#549 - אביסל תהילים וועט אייך ברענגען נענטער צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, אזוי וועט איר ווערן נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


אויך זאלט איר רעדן צום אייבערשטן; דאנקט אים פאר אייערע טייערע עלטערן און בעטס פאר אייך און פאר אייערע דורות.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, ווייל העלפן א מאמע איז זייער א גרויסע מצוה, דער אייבערשטער רוט ביי דעם וואס איז מכבד די עלטערן.


פון דער ראש ישיבה.

#548 - אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן וועגן שערן די האר
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, תהלים, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תבא לאומאן, י"ג אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר שטארקט זיך מיט די עצות פון רבי'ן, איר זאגט תהלים; איר האט שוין געענדיגט די פיר און דרייסיגסטע מאל תהלים.


בנוגע זיך אפשערן די האר; איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש צוויי קבלות אין דער זאך פון זיך אפשערן. איינס, דאס הארבקייט פון גיין מיט אפענע האר אין שטוב, אז דאס ברענגט אלע קללות, און אז די שענסטע זאך, די הייליגסטע זאך – אז א פרוי זאל זיך אינגאנצן אפשערן אירע האר, מיט דעם ברענגט זי אריין הייליגקייט אין שטוב און עס קומען הייליגע דורות; נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען וואס דאס איז אפשערן די האר.


צווייטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש, אז מען זאל חס ושלום נישט באצווינגען די פרוי דאס צו טון, מען זאל נאר רעדן פון דאס גרויסקייט, פון די הייליגקייט דערפון און מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל טון וואס איז ריכטיג, אבער נישט באצווינגען.


דעריבער וועל איך אייך נאר מחזק זיין איר זאלט דאווענען, זיך גוט מתבודד זיין, דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן - ווי שווער עס איז אייך דאס צו טון, און פון די אנדערע זייט ליינט איר אזויפיל בריוו פון מוהרא"ש פון דאס גרויסקייט דערפון, און דורך תפילה וועט איר קומען צו א קלארקייט, איר  וועט וויסן וואס צו טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#547 - אזוי גייט עס, מען שפירט נישט ווי זאכן זאלן זיך רוקן
תפילה והתבודדות, התחזקות, יאוש, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז א טאג פון תשובה, מען זאגט יום כיפור קטן און מען הייבט שוין אן זאגן היינט ביי מנחה (תהילים, קאפיטל כז): "לְדָוִד ה' אוֹרִי וְיִשְׁעִי"; ביי אונז איז דער מנהג צו זאגן לדוד ה' ביי שחרית נאכן יום און ביי מנחה - נאך חזרת הש"ץ, איידער קדיש תתקבל, און מען זאגט דאס ביז שמחת תורה.


דאס וואס דו ביסט מיואש, אז שוין א לאנגע צייט וואס דו ווילסט זיין ערליך, דו בעטסט און דו שפירסט ווי עס גייט נישט, עס רוקט זיך נישט, אדרבה דו שפירסט ווי דו ווערסט ווייטער און ווייטער פונעם אייבערשטן; ליבער ברודער, דער הייליגער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן יב): "הָיָה נִדְמֶה לוֹ תָּמִיד שֶׁאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל וְאֵין שׁוֹמְעִין לוֹ כְּלָל", ווען ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים שטענדיג געדאכט אז מען הערט נישט אויס אויבן אין הימל וואס ער בעט און אז קיינער קוקט נישט אויף אים, "רַק אַדְּרַבָּה, נִדְמֶה לוֹ שֶׁמַּרְחִיקִין אוֹתוֹ מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּכָל מִינֵי הַרְחָקוֹת וּכְאִלּוּ אֵין רוֹצִין בּוֹ כְּלָל וּכְלָל", פארקערט, ווי מער ער פלעגט רעדן צום אייבערשטן האט זיך אים אלץ מער געדאכט ווי מען דארף אים נישט, "כִּי הָיָה רוֹאֶה שֶׁחוֹלְפִין וְעוֹבְרִין כַּמָּה וְכַמָּה יָמִים וְשָׁנִים וַעֲדַיִן הוּא רָחוֹק מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְלא זָכָה עֲדַיִן לְשׁוּם הִתְקָרְבוּת", ווייל ער האט געזען אז עס גייען אריבער אסאך יארן און ער האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו ווערן נאנט צום אייבערשטן, "עַל כֵּן נִדְמָה בְּעֵינָיו שֶׁאֵין שׁוֹמְעִין דְּבָרָיו כְּלָל, וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, רַק אַדְּרַבָּא, מַרְחִיקִין אוֹתוֹ בְּכָל מִינֵי הִתְרַחֲקוּת מֵעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", דערפאר האט זיך אים געדאכט אז קיינער הערט אים נישט אויס, אדרבה עס האט אים אויסגעזען ווי מען שטופט אים אוועק פון די קדושה, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן הָיָה מְחַזֵּק עַצְמוֹ מְאֹד, וְלֹא הִנִּיחַ אֶת מְקוֹמוֹ", מיט דעם אלעם האט זיך דער רבי זייער געשטארקט און נישט אויפגעהערט מיט זיין עבודת השם יתברך.


טייערער ברודער, נעם די ווערטער פאר חיזוק, אז אלע צדיקים האבן געשפירט אין אנהויב פון זייער עבודת השם ווי מען הערט זיי נישט אויס און מען איז זיי מרחק. דער רבי דערציילט (שם): "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה שֶׁהָיָה נוֹפֵל בְּדַעְתּוֹ מֵחֲמַת זֶה שֶׁרָאָה שֶׁהוּא מִתְפַּלֵּל וּמַעְתִּיר וּמַפְצִיר כָּל כָּךְ שֶׁיִּתְקָרֵב לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וְאֵין מִסְתַּכְּלִין עָלָיו כְּלָל, וּמֵחֲמַת זֶה נָפַל לִפְעָמִים בְּדַעְתּוֹ וְלֹא הָיָה מְדַבֵּר עוֹד כָּל כָּךְ בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ אֵיזֶה יָמִים", אסאך מאל האט זיך געמאכט ביים רבי'ן אז ער איז געווארן זייער צעבראכן, זעענדיג אז ער האט שוין אזוי סאך געדאווענט און געבעטן, אבער עס דאכט זיך אים אז מען דארף אים נישט, און ער האט אויפגעהערט מאכן התבודדות, "אַחַר כָּךְ נִזְכַּר בְּעַצְמוֹ וְהִתְבַּיֵּשׁ בְּעַצְמוֹ עַל שֶׁהִרְהֵר אַחַר מִדּוֹתָיו יִתְבָּרַךְ, כִּי בֶּאֱמֶת בְּוַדַּאי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ חַנּוּן וְרַחוּם וְכוּ', וּבְוַדַּאי הוּא רוֹצֶה לְקָרְבוֹ וְכוּ', וְחָזַר וְנִתְחַזֵּק בְּדַעְתּוֹ וְהִתְחִיל שׁוּב לְהַעְתִּיר וּלְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ כַּנַּ"ל", ביז ער האט זיך געכאפט וואס ער האט געטון און ער האט זיך זייער פארשעמט אז ער האט נאכגעלאזט פון די הייליגע עבודות השם, האט ער צוריק אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן, "וְכֵן הָיָה כַּמָּה פְּעָמִים", אזוי איז געווען אסאך מאל, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#546 - התבודדות ותפילה איז היינט די אורים ותומים
תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ברודער, הארציגער חבר, אין די צייטן פונעם בית המקדש, ווען מען האט געהאט א ספק ווי אזוי זיך צו פירן - איז מען געגאנגען צום כהן גדול, מען האט געפרעגט די פראגע און עס האט אנגעהויבן שיינען די אותיות פונעם חושן, אזוי האט מען געוואוסט ווי אזוי זיך צו פירן. היינטיגע טעג ווען מיר האבן נישט קיין אורים ותומים, וואס זאל מען טון ווען מען ווייסט נישט ווי זיך צו פירן? וועם זאל מען פרעגן? מוהרא"ש זאגט, התבודדות ותפילה איז היינט די אורים ותומים.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ" אין די היינטיגע טעג, "שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ" וואס מיר האבן נישט קיין קעניג, "וְלֹא נָבִיא" און מיר האבן נישט קיין נביא, "לֹא כֹהֵן" מיר האבן נישט קיין כהן, "וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים" און נישט קיין אורים ותומים, "וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד" מיר האבן נאר תפילה, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", אויף אונז בעט דוד המלך, רבונו של עולם נעם אן די תפילות פון אידישע קינדער.


דעריבער בעט איך דיר זייער מיין ליבער ברודער, גיי אין א שטילע פלאץ און בעט דעם אייבערשטן; רעד צו אים, שמועס אויס דיינע ספיקות - וועסטו באקומען א קלארקייט אין יעדע זאך, דו וועסט וויסן ווי זיך צו פירן, און עצות אויף יעדע פרט.


היינט נאכט וועט זיין דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור, קום זיך אויפפרישן מיט די עצות פון רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#545 - פארשפרייט די ניגוני אמונה פאר אלעמען
תפילה והתבודדות, הפצה, צדקה, שטעטל, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן צוזאמנעמען צדקה פארן יערליכן קאמפיין לטובת המוסדות; ווער עס העלפט דעם הייליגן רבינ'ס מוסד - דערלייגט נישט, מען פארדינט נאר; דער רבי באצאלט ביי וועם ער נעמט.


זיי עוסק אין הפצה, פארשפרייט דעם הייליגן רבינ'ס עצות, טייל אויס די ספרים און קונטריסם פון מוהרא"ש, אזוי אויך די גליונות און קארטלעך. אויך זאלסטו פארשפרייטן די ניגוני אמונה, יעצט איז ארויס נייע ניגונים: "א מופת בין איך", הערליכע ניגונים פון התבודדות און חיזוק פארן לעבן; פארשפרייט דאס פאר אלעמען.


געדענקסט אוודאי וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן, וואס האט פאסירט ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדרוביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, רש"י הקדוש איז אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכל זלאטשובער, אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדרוביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליין וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע רבי יצחק געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליין רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדרוביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים".


נעכטן נאכט איז פארגעקומען א קביעות מזוזה אין שטעטל אינעם נייעם בית המדרש אינעם ירושלים גאס, די זיבעטע שול וואס מיר האבן אין שטעטל. אלע פרעגן, 'ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?' 'ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול'ן און מקוואות?' דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז 'תפילה והתבודדות', נאך א סוד 'נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט', ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#544 - אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז זייער חשוב אין הימל
תפילה והתבודדות, חסד, סיפורי צדיקים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


יעדע גוטע זאך וואס מען טוט - איז אין הימל זייער חשוב, אפגערעדט לערנען און דאווענען און טון חסד מיט אנדערע, דאס איז דאך דער עיקר אויף וואס מען באקומט שכר אין הימל.


הער א מעשה, דער הייליגער ישמח משה זכותו יגן עלינו האט אמאל עוסק געווען אין שאפן געלט פאר א וויכטיגע צוועק. ער איז געגאנגען נאך געלט און ער איז אריין אין א קרעטשמע, ער האט געקלאפט אויפן טיש און געזאגט: "רבותי, איך בין עוסק אין א גרויסע מצוה, איך בעט אייך איר זאלט זיך משתתף זיין"; רופט זיך אן א פשוט'ער איד צום הייליגן צדיק: "וויפיל געלט דארף דער רב?" און דער איד האט געגעבן די גאנצע סכום וואס דער צדיק האט אים געבעטן.


דער הייליגער ישמח משה איז געווארן זייער איבערגענומען, ער זאגט דעם איד: "בזכות די מצוה קענסטו בעטן וואס דו ווילסט, קענסט בעטן עשירות, אריכות ימים, וכדומה"; זאגט דער איד: "איך וויל דער רב זאל מיר צוזאגן עולם הבא", און דער ישמח משה האט אים דאס צוגעזאגט. אים איז דאס נישט געווען גענוג, ער האט געבעטן ער וויל די הבטחה בכתב און אזוי האט דער ישמח משה געטון, ער האט אים געשריבן בכתב אז ער וועט זוכה זיין צו עולם הבא.


דער איד איז נפטר געווארן און ער איז געקומען אין חלום צום הייליגן ישמח משה, ער זאגט: "עס איז מיר זייער ביטער; איך זיץ אין גן עדן, איך ווייס גארנישט, איך פארשטיי נישט קיין לערנען, עס איז מיר נישט גוט אין גן עדן", זאגט אים דער הייליגער ישמח משה: "לערן משניות", זאגט דער איד: "איך האב קיינמאל קיין משניות נישט געלערנט", אין גן עדן קען מען נאר לערנען אויב מען האט פארדעם געלערנט. זאגט דער ישמח משה דעם איד: "דעמאלט לערן חומש", זאגט ער: "איך האב נישט געלערנט אין לעבן, נישט קיין פסוק חומש און נישט קיין משנה, גארנישט גארנישט", זאגט אים דער ישמח משה: "אפשר א מעשה פון צאינה וראינה פון פרשת השבוע האסטו אמאל געלערנט?" זאגט דער איד: "דאס יא", זאגט אים דער צדיק: "דעמאלט זיץ אין גן עדן און לערן די מעשיות".


ווען דער ישמח משה האט דערציילט די מעשה האט ער געזאגט: "דער איד איז צו מיר מער נישט צוריק געקומען", איז א סימן אז אפילו מעשיות פון צאינה וראינה איז אין הימל זייער חשוב.


זיי נישט קיין בטלן, כאפ ארויס א פרק משניות, א בלאט גמרא; זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. גיי שפאצירן יעדן טאג אפאר מינוט מיטן אייבערשטן, רעד צו אים, בעט אים די ווערטער: "הייליגער באשעפער, איך קען רעדן מיט יעדן איינעם שעות אויף שעות שטותים והבלים, דער טאג גייט מיר אריבער מיט שמועסן, און מיט דיר איז מיר אזוי שווער צו רעדן, איך קען קוים ארויסזאגן א ווארט פאר דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר, איך וויל רעדן מיט דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#543 - ווער עס געבט זיך אוועק פאר א צווייטן איד, דער איז מקרב די גאולה
תפילה והתבודדות, מדות טובות, חסד

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', מחנה בית פיגא ברסלב


איך הער זייער גוטע גריסן אויף אייך פון די לערערינס און פון די סטעף, און איך הער אז איר זענט א גרויסע בעלת חסד; א גרויסע מצוה טוט איר אז איר געבט זיך אפ מיט די צוויי קינדער פון משפחת  ... וואס דער טאטע איז אין שפיטאל. מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון טון חסד פאר אנדערע, מוהרא"ש זאגט: "משיח וועט קומען צוליב די גוטע אידן וואס טוען חסד"; ווער עס געבט זיך אוועק פאר א צווייטן איד - דער איז מקרב די גאולה.


דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט פאר זיבעציג יאר, עס גייט איבער אויף אים וואס עס גייט איבער וכו', אבי ער זאל א טובה טון פאר א צווייטן איד".


וואס איר דארפט - בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך, און אויך וואס עס שטערט אייך - זאלט איר דערציילן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#542 - א שרעקעדיגע איבערגאנג אלס קינד, מען האט מורא חתונה צו האבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מנוולים, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער שרעקעדיג צו הערן וואס איר זענט אריבער וכו' וכו'; איינער פון אייער משפחה האט אייך באצווינגען רחמנא לצלן און יעצט ווען איר שטייט איידער אייער חתונה - ווערט אייך שלעכט, איר קענט נישט טראכטן פון חתונה האבן, איר שפירט ווי איר קענט עס נישט דערהייבן.


וויסן זאלט איר א כלל אין לעבן: "פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, אז עס איז געווען א וועג אריין אינעם פראבלעם, איז בודאי דא א וועג ארויס"; בפרט אז מען באנוצט זיך מיט די עצה פון הייליגן רבי'ן, 'תפילה והתבודות', מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן - איז מען זוכה ארויס צו קריכן פונעם צרה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט ממש אזא מעשה, פון א כלה וואס איז נעבעך פארכאפט געווארן ביי די נישט גוטע. דער רבי האט דערציילט (מעשה א, ספורי מעשיות) מען האט פרובירט גיין צו אלע סארט טערעפי, צו אלע גרויסע מענטשן און ווילדע מענטשן, קיינער האט נישט געטראפן א וועג איר אויסצוהיילן, ביז מען האט זיך דערוואוסט פון א גאלדענע בארג און א פערל שלאס, דעם צדיק'ס עצות פון תפילה והתבודדות, ביז מען האט איר ארויסגענומען פון די נישט גוטע.


זארגט נישט, האט נישט מורא, גייט צו מאמע רחל'ס קבר און זאגט די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך האב א פראבלעם, איך גיי נאך אביסל חתונה האבן און איך בין זייער דערשראקן פון לעבן מיט א מאן, נאכדעם וואס איך בין אריבער אלס מיידל ווען מען האט מיך באצווינגען מיט אן עבירה, איך קען נישט טראכטן פון חתונה האבן, אנשטאט איך זאל זיך פרייען אז די חתונה טאג ווערט נענטער און נענטער - ווער איך מער דערשראקן, ווייל עס קומט מיר ארויף דאס וואס מען האט מיך באצווינגען מיט עבירות.


אנא ה' העלף מיר, נעם ארויס פון מיר די פחד און לייג אריין אין מיר א שמחה, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל וועלן חתונה האבן און וועלן לעבן מיט א מאן אזוי ווי אלע געזונטע ערליכע אידן לעבן, הייל מיך אויס, מאך מיך רואיג, העלף מיר איך זאל פארגעסן וואס האט פאסירט מיט מיר און איך זאל ווערן געזונט.


אנא ה', איך וויל א שטארקע אמונה, צו וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, דו ביסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; נישטא קיין מציאות אן דיר. איך וויל א לויטערע אמונה, ווייל נאר מיט אמונה קען מען לעבן; אזוי האבן די הייליגע צדיקים געזאגט: 'מי שיש לו אמונה', ווער עס האט אמונה - 'חייו חיים', לעבט א לעבן; העלף מיר זיסער טאטע איך זאל האבן א לויטערע און קלארע אמונה, וויסן אז דו ביסט ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, דו האסט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר.


העלף מיר איך זאל גיין צו מיין חתונה מיט שמחה, און מיין גאנצע לעבן זאל ווערן נאך מער און נאך מער פרייליך, אמן".


איך זאג אייך צו, אויב איר וועט נעמען די עצה פון רבי'ן ערנסט, איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג ביז די חתונה - וועט איר גיין צו די חתונה מיט שמחה און איר וועט וועלן לעבן אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#541 - דורך תפילה זענען אלע פחדים אוועקגעפלויגן ווי אין וואסער אריין
פחדים, תפילה והתבודדות, צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט זעט איר אליין דאס גרויסקייט פון תפילה; אלע פחדים זענען אוועקגעפלויגן ווי אין וואסער אריין. דורך תפילה והתבודדות זענט איר ארויס פון די פחדים; איר האט מער נישט מורא פון זיין אין שטוב, איר ווערט נישט דערשראקן פון יעדע בלעטל וואס שאקלט זיך אויפן בוים.


זייט ממשיך מיט תפילה, און אודאי זאלט איר זיך צוגעוואוינען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פאר די גרויסע ניסים, אז איר האט א טייערער מאן א ירא שמים, גוטע מידות און אמונת חכמים וכו'.


ערליכע פרויען טראגן אחריות ווי אזוי זיי טוען זיך אן, ערליכע פרויען מוזן זיך אנטון שיין. איר דארפט זיך אנטון מיט טעם וכו'; קויפט זיך איין שיינע קליידער אז איר זאלט צייגן גוט, ערליכע אידישע קינדער דארפן גיין אנגעטון שיין און רייך.


איך בעט עס זייער שטארק, סיי פון אייך און סיי פון אלע ערליכע פרויען, מען מוז גיין אנגעטון ווי עס דארף צו זיין, מען טראגט א גרויסע אחריות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#540 - א גוטער ערליכער סופר אין ארץ ישראל צו שרייבן א ספר תורה
תפילה והתבודדות, סופרים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אויב דו ווילסט מקיים זיין די מצוה פון כתיבת ספר תורה; איך האב א גוטער ערליכער סופר אין ארץ ישראל פון אנשי שלומינו, ר' דוד קליערס נרו יאיר, דא קענסטו זען זיין שריפט, און אויב עס געפעלט דיר - פארבינד זיך מיט אים; מאך מיט אים א קאנטראקט וויפיל עס וועט דיר קאסטן און ווי אזוי דו וועסט אים שיקן די געלט.


שטארק זיך מיט התבודדות, גיי יעדן טאג שפאצירן ארום דיין פעלד נעבן דיין שטוב און דאנק דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסד אז מיר ווייסן פון רבי'ן, אז מיר זענען אנגעקומען אין היכל הקודש, מיר ווייסן פון אזעלכע גוטע עצות.


דא שיק איך דיר זיין כתב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#539 - מען נעמט זיך אויף די ביינער פון א פרישער מקורב
תפילה והתבודדות, התחזקות, חסידות ברסלב, שיעורים כסדרן

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס קען מען טון? דער רבי איז אזוי פארשעמט, יעדער קען טון וואס מען וויל - ביז ברסלב; אויב מען ווערט געוואויר אז א אינגערמאן איז מקורב צום רבי'ן - ווערט א פייער, די גאנצע משפחה נעמט זיך אויף זיינע ביינער, מען טשעפעט, מען פארשעמט, מען רודפ'ט - ביז מען דערגייט אים די יארן; אלעס צוליבן חטא פון שעפן חיות, נעמען יראת שמים - פון הייליגן רבי'ן.


איך האב מיטלייד מיט דיר, אז מען רודפ'ט דיך און דיין משפחה פאר'ן זיך מקרב זיין צום רבי'ן.


איך בין מתפלל דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן די זכי' צו בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן; ווייטער לערנען דיינע שיעורים כסדרן, זיך מתבודד זיין, לעבן בשלום ובאהבה מיט דיין ווייב, לעבן מיט זכרון בעלמא דאתי; וויסן אז מיר זענען דא פאר נאך אביסל און באלד גייען מיר שוין צוריק צום אייבערשטן און דארט וועט גארנישט נוצן, דארט איז חשוב נאר פרקים משניות, פסוקים תהילים, מצוות און מעשים טובים.


אחי, חזק ואמץ ואחוז עצמך בכל כוחך.

#538 - נאך התבודדות אנהויב טאג, וועסטו האבן אן אנדערע טאג
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


זיי שטארק מיט התבודדות ותפילה, הויב אן דעם טאג מיט די הייליגע זאך, גיי א שפאציר צווישן די גראז און ביימער. דו וואוינסט אין שטעטל, א שיינע פלאץ, א ריינע פלאץ; אין שטעטל קען מען גרינג מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נב) מען זאל זיך מתבודד זיין: "בְּדֶרֶךְ יְחִידִי, בְּמָקוֹם שֶׁאֵין הוֹלְכִים שָׁם בְּנֵי אָדָם", אין א ליידיגע פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט, וואו מענטשן גייען נישט, זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן, אים בעטן:


"הורינו ה' דרכיך, ווייז מיך רבונו של עולם דיין וועג, אהלך באמיתך, ווייז מיר די אמת'ע וועג".


טייערער ברודער, אז דו וועסט אנהויבן דעם טאג מיט התבודדות, דו וועסט זיך מתבודד זיין הינטער דיין שטוב, אויסגעדרייט צו די ביימער, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, דו וועסט זיך אויסוויינען וכו' - וועסטו האבן אן אנדערע טאג, דו וועסט שפירן דעם אייבערשטן מיט דיר, וועסט קוקן אויף אלעס מיט אן אמת; מחלוקות, קנאה, שנאה - די אלע זאכן וועט נישט רעדן צו דיר, דו וועסט זיין ארומגענומען מיטן אייבערשטן.

#537 - נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען
תפילה והתבודדות, שבת קודש, בריוו, עצתו אמונה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


עס איז כדאי זאלסט צאמנעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר געשריבן במשך אלע יארן פון ווען מיר קענען זיך און גיי דאס איבער. אין די בריוו איז דא אסאך עצות, חיזוק און שכל פארן לעבן, סיי פארן טאג טעגליכן לעבן און סיי אויף שפעטער.


נעם נישט אריין אין שטוב קיין צייטונגען, און אז מען דארף אמאל קוקן - איז זיכער נישט שבת קודש, די הייליגע טאג; שבת איז א צייט צו לערנען און דאווענען און זיך מחזק זיין ביראת שמים. קענסט איבערקוקן די בריוו שבת, זיך מחזק זיין ביראת שמים.


עצתו אמונה איז גוט צו לערנען, בפרט שבת. די בריוו איז זייער מחזק ליראת שמים, און עס ברענגט דעם מענטש צוריק צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, הויב אן דיין טאג מיט תפילה והתבודדות. גיי הינטער דיין שטוב, צווישן די גראז, בעטן דעם אייבערשטן אויף די שלעכטע מידות און די שלעכטע תאוות, ביז דו וועסט זוכה זיין זיי צו מבטל זיין.

#536 - ווען דו האסט אפאר מינוט, זאלסטו גורס זיין משניות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, משניות, לימוד התורה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם מיט דיר שטענדיג א משניות'ל, און ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו גורס זיין משניות.


משנה איז די אותיות נשמה; משניות לייטערט אויס די נשמה. משנה איז די אותיות משנה; אז מען לערנט משנה - איז דאס משנה דעם מענטש, מען ווערט אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך יעדן טאג מתבודד זיין. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך - אידיש; בעט דעם אייבערשטן:


"קרבנו לתורתך, זיי מיך מקרב צו די תורה, איך זאל לערנען תורה, איך זאל פארשטיין תורה, למדנו מצוותיך, לערן מיך דיינע מצוות, הורינו דרכיך, ווייז מיר דיינע וועגן, הט לבנו ליראה את שמך, בייג מיר צו דיר, בייג מיין הארץ איך זאל וועלן זיין גוט".


אין די צוויי עצות זאלסטו זיך שטארקן, תורה ותפילה - וועסטו קענען מנצח זיין די שווערע מלחמת היצר.

#535 - דיין ווייב ווארט דו זאלסט איר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט
תפילה והתבודדות, שלום בית, הכרת הטוב, שווער און שוויגער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער בעל הנס כאפט אליינס נישט די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אים; איך מיין דו כאפסט נישט די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געמאכט, דו האסט אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער, שלא כדרך הטבע, דארפסטו מכיר טוב זיין דעם באשעפער.


ווי אזוי איז מען מכיר טוב? דורכדעם וואס מען פאלגט וואס דער רבי האט אונז געלערנט (שיחות הר"ן, סימן רסד) צו מכבד זיין די ווייב; רעדן שיין, ווייך און הארציג. דיין ווייב ווארט דו זאלסט איר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט; עס קומט איר, געב איר גוטע ווערטער.


טייערער ברודער, גיי אביסל התבודדות, מאך זיך א חשבון הנפש, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. וואוינסט דאך צווישן די ביימער און גראז; זאלסטו יעדן טאג שפאצירן אפאר מינוט און זיך אויסשמועסן מיט אים.


זיי מכבד דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט שבת צו זיי - זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, אזוי ווי דו ווילסט דיינע איידעמער זאלן זיצן ביי דיין שבת טיש. פארגעס נישט, דו געבסט זיך איין דריי און דו האסט איידעמער, וואס וועסטו דעמאלט טון...?

#534 - אכצן פרקים משניות וואשט אפ אלע פלעקן פון די נשמה
תפילה והתבודדות, אמונה, משניות, יאוש

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אמונה, זיי זיך נישט מייאש, בקרוב וועסטו האבן דיין שידוך. געב זיך איבער צום אייבערשטן - וועסטו גלייך זען א ישועה.


זאג יעדן טאג משניות, אז דו קענסט זאגן אכצן פרקים - מה טוב ומה נעים; דאס וואשט אפ פון אלע פלעקן, עס איז מטהר די נשמה. על כל פנים, זאג אפאר פרקים.


זוך א שטילע ווינקל וואו דו קענסט זיך אביסל מתבודד זיין, שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן אויף דיין שפראך - וועסטו ווערן א נייער מענטש.

#533 - א קינד שפירט גלייך אויב דער מלמד האט אים ליב אדער נישט
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מלמדים

בעזרת ה' יתברך


                   יום ג' פרשת נשא א', ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווי לאנג דו האסט אים נישט ליב - איז א שאד דיין צייט, ווייל א קינד שפירט גלייך אויב דער מלמד האט אים ליב אדער נישט.


בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א געפיל צום קינד, זאלסט טרעפן אין אים גוטס, אים אויפבויען.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ" - איז אן התחייבות, מען פארלאנגט פונעם מלמד 'קוק אויף די תלמידים כאילו דאס זענען דיינע קינדער; וואס וואלסטו געטון מיט דיינס א קינד? וואלסט זיך געבראכן קאפ צו טרעפן א וועג מיט אים, וואלסט אלעס געטון דיין קינד זאל מצליח זיין; דאס טו מיט די תלמידים.


גיי התבודדות איידער דו הייבסט אן דיין טאג און בעט דעם אייבערשטן אויף אלע תלמידים, דו זאלסט מצליח זיין מיט זיי - וועסטו זען וואונדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#532 - אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב, זאלסטו ענדערש תשובה טון
תפילה והתבודדות, שלום בית, תשובה, ראש ישיבה, יום טוב, עונשים

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנשטאט ווארפן די שולד אויף די ווייב און זאגן אז זי איז דער פראבלעם - זאלסטו ענדערש תשובה טון. ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה, ער טראכט שלעכטע זאכן - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער, ווען א מענטש איז פוגם בדיבור, ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט - ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה, ער זינדיגט און טוט עבירות - ליידט ער נאכדעם פון מענטשן".


גיי אין א ווינקל, זוך א פלאץ וואו קיינער זעט נישט וואס דו טוסט, און וויין זיך גוט אויס צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה; וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיטן אייבערשטן - וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין - דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.


איך וועל זיין אם ירצה ה' שבועות אין שטעטל. איך האב איינגעטיילט די ימים טובים; פסח און שבועות בין איך דארט, און חודש תשרי בין איך אין שטאט. איך גיי אהין ווייל איך דארף זיי אויך מחזק זיין, אבער נישט אז אלע דארפן אהין קומען. מאך נישט דא קיין חסידות, דו דארפסט נישט איבערדרייען דיין גאנצע שטוב צו קומען, עס פעלט בכלל נישט אויס צו קומען. דער עיקר איז, וואו מען איז - זאל מען פרובירן דאווענען מיט אנשי שלומינו און מקבל זיין די תורה פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.