בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ב' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו גייסט הפצה, דו גייסט ביי די הייזער אויסטיילן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, די קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק פאר יעדן מענטש אין יעדן מצב וואס ער געפינט זיך נאר.
האסט מיר געשריבן אז דו ביסט פארשעמט און צעבראכן ווייל נאכן גיין א גאנצע הפצה האט קיינער נישט גענומען און קיינער האט נישט געגעבן וכו' וכו'; ליבער ברודער, דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דער אייבערשטער האט דיך מזכה געווען אז דו קענסט עוסק זיין אין אזא הייליגע מצוה פון אויסטיילן די ספרים פון הייליגן רבי'ן, דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות אויבן אין הימל, דו ביסט אזוי באליבט ביים אייבערשטן, ווייל ביים אייבערשטן איז זייער באליבט דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צו די אמונה און צו די תורה וועג; דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע דאס גרויסקייט פונעם מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, ער איז זוכה ארויף צו גיין אויף א הויכע פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון דער וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף דער וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. קיינער קען אים נישט שלעכט'ס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, ער קען אריינגיין אין די דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
נעם די בזיונות פאר כפרת עוונות; אנשטאט פאסטן, אנשטאט זיך דארפן רייסן מיט סיגופים, וואס אויף איין מאל פוגם זיין בברית דארף מען פאסטן פיר און אכציג תעניתים; שטעל זיך פאר מיר דארפן פאסטן אויף אונזערע עבירות פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן יעדע מאל פ"ד תעניתים, ווי וואלטן מיר געקענט אפילו דאס אנהייבן פאררעכטן... קומט דער רבי און זאגט (ספר המדות אות נאוף חלק א, סימן מא): ווי אזוי קען מען פאררעכטן? "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דורך צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן; מען דארף נישט מאכן קיין תעניתים און סיגופים, מען דארף עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צו די אמונה, און אז מען ברענגט צוריק אידישע קינדער צו די אמונה - מיט דעם איז מען זוכה צו יחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה פנים בפנים (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סב).
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.