בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#38 - יום בשורה היא לנו, מיר האבן געעפנט א ישיבה אין שטעטל
מוסדות, שטעטל, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך, די זמן אין ישיבה האט זיך אנגעהויבן נאך שטערקער ווי די ערשטע יאר; מיר זענען אריין אין די זיבעצנסטע יאר, שנת טוב - פון ווען די ישיבה האט זיך געעפנט.


יום בשורה היא לנו, מיר האבן געעפנט א ישיבה אין שטעטל, דאס איז א גרויסע שמחה; איך בין זייער פרייליך אז דאס האט פאסירט, נאך אזויפיל תפילות און התבודדות - האט דאס געקענט פאסירן. מיר האבן גאר גוטע מגידי שיעורים, נאך דאס האט געפעלט פארן עתיד פונעם שטעטל.


גיי אביסל שפאצירן און רעד זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן. קוק אויפן הימל, "שְׂאוּ מָרוֹם עֵינֵיכֶם וּרְאוּ מִי בָרָא אֵלֶּה" (ישעיה מ, כו), הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און טראכט איין סעקונדע 'דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס', און בעט אים פאר דיינע באדערפענישן, בעט אים פאר פרנסה, בעט אים פאר קינדער.


איך בין זייער פארנומען אין די טעג אוועק שטעלן אלעס פארן יאר, די תלמודי תורה'ס אין אלע שטעט, די סקולס, די ישיבות; איך וועל דיר נאך שרייבן מער באריכות.


 היינט נאכט וועט זיין פאר די פרויען א וויכטיגע צוזאמקום, מען גייט רעדן זייער וויכטיגע זאכן; זאלסט בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#37 - ווילסט שפירן טעם גן עדן? גיי פארטאגס שפאצירן מיט'ן אייבערשטן
עבודת השם, היטן די צייט, התבודדות, גן עדן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


לייג זיך שלאפן פרי, אזוי וועסטו קענען אויפשטיין פארטאגס. אז מען לייגט זיך צען אזייגער שטייט מען שוין אויף פיר אזייגער, וועסט קענען גיין התבודדות און לערנען דיינע שיעורים; חומש, משניות, תיקונים.


ברודער טייערער, ווילסט שפירן טעם גן עדן? טעם עולם הבא? גיי פארטאגס שפאצירן, זיי זיך מתבודד, שעפשע תפילות צום אייבערשטן, זינג צום אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (תיקונים תיקון ה, דף כ.): "וְאִיהוּ צִפְצוּף עוֹפִין קַדִּישִׁין", ווען א מענטש גייט התבודדות, ער רעדט צום אייבערשטן – איז ער גורם א גרויסע נחת רוח אויבן, אזוי ווי עס שטייט (בראשית כד, סג): "וַיֵּצֵא יִצְחָק לָשׂוּחַ בַּשָּׂדֶה" וכו', "זַכָּאָה אִיהוּ מָאן דְּפָגַע בָּהּ", עיין שם.


דריי אויס דיין סדר היום, דאווען מיט די ערשטע מנין. אין אנהויב וועט עס זיין אביסל שווער, אבער אז מען געוואוינט צו דעם גוף צו גיין שלאפן אין צייט און מען שטייט אויף פארטאגס, מען לערנט און מען איז זיך מתבודד – איז דער טאג א גן עדן, מען שפירט טעם עולם הבא.

#36 - דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן קענען זיך דעקן
התחזקות, מוסדות, ישיבה, חדר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת נח, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אדמיניסטראטאר מוסדות היכל הקודש, ליבערטי


איך האב געהערט די מעסעדזש.


איך בעט דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך, עס וועט נאר ווערן גרינגער. איך קען דיר דערציילן וואס איך בין אריבער די ערשטע יארן ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה און די חדר, ווי מיר האבן זיך געמוטשעט; איך פלעג זיך אראפווארפן ביינאכט אין שטוב אויף דער ערד און ווייינען צום אייבערשטן מיר זאלן קענען אנגיין נאך א טאג, מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע. נישט איין וואך זענען מיר געווען שולדיג, מיר האבן איין וואך א יאר באצאלט... פרעג די מלמדים וואס האבן געארבעט די יארן וואס די חדר האט זיך געעפנט, עס איז נישט געווען קיין פרוטה לפורטה, נישט געווען גארנישט, און מיט די חיזוק פון מוהרא"ש און מיט די עצות פון רבי'ן - האבן מיר זיך דערהאלטן, און קוק ווי מיר שטייען יעצט, ווי שיין די מוסד איז, און ווי עס פארשפרייט זיך יעדע מינוט אין נאך א שטאט אין נאך א לאנד; איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט, דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן קענען זיך דעקן.


א צווייטע זאך, דער מענידזשער, האברך אליעזר נרו יאיר זאגט מען האט אים געבינדן די הענט, ער קען זיך נישט רירן, מען לאזט נישט גארנישט מאכן, פאררעכטן וכו' וכו'; דארפסט פארשטיין אז ער דארף זיך קענען רירן, ער דארף באקומען געלט צו קענען פאררעכטן, בויען, מאכן וכו' וכו'; הלואי ווען מען קען ווען האבן אינגעלייט זאלן קומען העלפן אזוי ווי אין אנהויב ווען אלע האבן געהאלפן, אלע האבן געבויט; יעצט ווערט די מוסד גרעסער, ווערט עס אנדערש, אזוי גייט עס; זאלסטו אים געבן וואס עס פעלט אויס צו בויען וכו' וכו'.


בנוגע אריינקומען וכו'; עס איז גוט אז דו זאלסט קומען מזמן לזמן אין ישיבה אין וויליאמסבורג איבערגיין מיט מיר פנים בפנים אלע איינצעלהייטן פון די מוסד.


שטיי אויף פארטאגס און גיי אין פעלד, שריי צום אייבערשטן דו זאלסט קענען טון די ארבעט בנאמנות, מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע און מצליח זיין מיט יעדן קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים

#35 - קיינער איז נישט פארזיכערט ביים צדיק
צדיקים, מחלוקת, היכל הקודש, חשבון הנפש, לשון הרע, ליצנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וזאת הברכה, גאט'ס נאמען, י"א תשרי, שנת תשפ"ד לפרטן קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די פרוי וואס רעדט צו אייך קעגן היכל הקודש, זי זאגט עס איז נישט אזוי פשוט וואס דא טוט זיך; געבט זיך זייער אכטונג פון איר, הויבט נישט אויף די טעלעפאן ווען זי רופט, און אז איר זעט איר ווי זי קומט אייך אנטקעגן אין גאס - זאלט איר זיך אוועקדרייען פון איר, ווייל מיט איין קליינע שמועס וועט זי אייך אוועקנעמען פון צדיק און איר וועט בלייבן פארוואגלט השם ישמרינו.


דאס וואס איר זאגט אז זי האט שוין אריינגערעדט אין אייך און איר זענט צעמישט געווארן וכו' וכו', די עצה איז התבודדות ותפילה, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן וואו דער אמת איז; דערציילט דעם אייבערשטן וואס איר האט דא באקומען און וואס איר באקומט דא, און פון די אנדערע זייט וואס די פרוי רעדט צו אייך, אלע לשון הרע און הוצאת שם רע וואס זי זאגט; בעטס דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך.


וויסן זאלט איר, קיינער איז נישט פארזיכערט ביים צדיק. אדם הראשון, יציר כפיו של הקדוש ברוך הוא, דער אייבערשטער האט אים באשאפן און אים אריינגעלייגט אין גן עדן, דארט אין גן עדן איז געקומען צו אים די שלאנג און גערעדט לשון הרע אויפן אייבערשטן. דער שלאנג האט געזאגט די זעלבע ווערטער וואס מען זאגט אייך אויפן צדיק: "עס איז נישט אזוי פשוט ווי מען מיינט, מען דארף וויסן אז עס איז א סכנה", און אזוי האט ער גורם געווען אז אדם הראשון האט געזינדיגט און מען האט אים פארטריבן פון גן עדן; זעט מען אז מען קען זיצן אין גן עדן, און אז דער שלאנג קומט איז קיינער נישט פארזיכערט.


איין עצה איז דא, תפילה והתבודדות; זיך משפט'ן, זיך מאכן שטענדיג א חשבון: 'וואס האב איך באקומען אין היכל הקודש? וואס האט מיך דער הייליגער רבי געגעבן?' אזוי פאלט אוועק אלע ליצנות און אלע קליפות.


זי רעדט נישט נאר צו אייך, זי רעדט צו אסאך; זי כאפט די שוואכע מוחות, די פרישע מקורבים, אויך גייט זי צו פרעמדע, זי רעדט וכו'; מען קען גארנישט טון, אזוי גייט דעם רבינ'ס זאך. יעדע שטיק צייט איז זיך דער סמ"ך מ"ם מתלבש אין דעם און אין יענעם, עס ווערט א פרישע מחלוקות, עס פאלן פרישע קרבנות, און נאר מיט תפילה והתבודדות און מיט חשבון הנפש - איז מען פארזיכערט.


וואס האב איך געטון ווען מען איז געקומען צו מיר רעדן קעגן מוהרא"ש? איך האב געוויינט צום אייבערשטן עס זאל ארויסגיין פון מיין קאפ די שלעכטע זאכן וואס מען האט גערעדט צו מיר, איך האב זיך נאכאמאל געמאכט א חשבון און נאכאמאל געמאכט א חשבון: 'ווער ברענגט מיך צום אייבערשטן? ווער ברענגט מיר צו טראכטן פון תכלית? ווער געבט מיר חיזוק צו לערנען און דאווענען? ווער ברענגט אין מיר אריין א חיות אין יעדע מצוה? ווער ברענגט מיך צו זיין פרייליך שבת און יום טוב? און אז מען רעדט אויף דעם צדיק זאל איך אנעמען די לשון הרע'ס? ניין ניין ניין!'


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.





 


 





 

#34 - מיר זענען צוריק מיט פרישע כחות צו דינען דעם אייבערשטן
אומאן, ראש השנה, סדר דרך הלימוד, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


חסדי השם יתברך מיר זענען נעכטן נאכט צוריק געקומען פון זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר זענען צוריק מיט פרישע כוחות צו דינען דעם אייבערשטן און צו מזכה זיין אלע אידן מיט די עצות פון רבי'ן.


חזק ואמץ, שטארק זיך מיט גיין אין שול דאווענען מיט מנין, און לערנען יעדן טאג אביסל מקרא, משנה, גמרא און אביסל פון רבינ'ס ספרים.


געדענק, יעדע ווארט וואס מען רעדט צום אייבערשטן איז א נצחיות, דאס נעמט מען מיט זיך מיט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#33 - אין היכל הקודש רעדט מען פשוט'ע דיבורים, דיבורי אמונה, דיבורי התחזקות
אמונה, אומאן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ג' פרשת האזינו ב', ה' תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר לינדען, ניו דזשערסי


וואויל איז דיר אז דו האסט זוכה געווען צו קומען צום הייליגן רבי'ן אויף אומאן אויף ראש השנה, דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת אֶצְלוֹ עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד", ווער עס איז געווען ביי אים ראש השנה – דארף זיך זייער זייער פרייען א גאנץ יאר.


א איד האט זיך אויסגערעדט צו רבי נתן אז ער האט נישט קיין דיבורים ביי התבודדות, האט אים רבי נתן אזוי ווי אנגעשריגן און געזאגט: "קענסט נישט זאגן טויזנט מאל 'רבונו של עולם ראטעווע מיך'? זאג דעמאלט טויזנט מאל 'רבונו של עולם'"; רבי נתן האט דאס נישט גענומען פאר א תירוץ נישט צו מאכן התבודדות, ווייל מען דארף מאכן התבודדות אפילו מען האט נישט וואס צו רעדן.


נעם צוזאמען די אינגעלייט אין לינדן און רעד צו זיי די דיבורים וואס מען רעדט אין היכל הקודש, פשוט'ע דיבורים. תשפ"ד איז ראשי תיבות: ת'הא ש'נת פ'שוט'ע ד'יבורים; נאר דיבורי אמונה, דיבורי התחזקות.


גמר חתימה טובה.

#32 - וואס איז תשובה?
אמונה, תשובה, בזיונות, כעס, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נצבים וילך, כ"א אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


וואס איז תשובה? תשובה איז זיך צוריקקערן צום אייבערשטן, נישט זיין בייז אויפן אייבערשטן, מקבל זיין אלעס וואס דער אייבערשטער טוט און דאס אננעמען מיט ליבשאפט; דאס איז די גרויסקייט פון א צדיק, ער האט קיינמאל נישט קיין טענות און קיין תרעומות אויפן אייבערשטן.


סוד כוונת אלול איז: "יִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדּם וְיִשְׁתֹּק" (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו), ווען מען שווייגט אפ, מען נעמט אן אלעס באהבה; צי איז עס א שאדן אדער א בזיון, מען שווייגט אפ - איז מען זוכה צו כתר, צו די העכסטע מדריגה.


ווער נישט בכעס, קריג זיך נישט מיט קיינעם, גיי שריי צום אייבערשטן; זוך א ווינקל און וויין זיך אויס, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך פונעם יצר הרע וואס וויל מיך אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, העלף מיר איך זאל זיך נישט אויפרעגן און זיך נישט קריגן מיט קיינעם; וואס ווער איך אזוי שנעל אויפגערעגט? וואס פארליר איך זיך אויף מיין ווייב און קינדער? וואס קריג איך זיך מיט דעם און מיט יענעם? וואס איז מיט מיר?"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#31 - ארויסהעלפן מיט'ן ענדיגן דעם בית החיים און די נייע מקוה
שטעטל, לימוד התורה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים וילך, י"ט אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסד מיט שאפן געלט מיר זאלן קענען אנגיין און נישט צוזאמברעכן.


יעצט דארף איך האבן געלט צו ענדיגן דעם בית החיים, מיר דארפן פינף און זיבעציג טויזנט דאלער פאר די בית החיים. אויך דארף איך צוויי הונדערט טויזנט דאלער פאר די מקוה טהרה אין די נייע געגנט פון שטעטל.


עס איז דא נאך זאכן, אבער די צוויי זאכן דארף איך וויכטיג אויף יעצט.


לאז נישט אפ דיינע שיעורים; אין שטוב זאלסטו מאכן צייט צו העלפן און צו שמועסן מיט דיין ווייב, און שטיי אויף פארטאגס; זיי זיך קובע א צייט פארטאגס צו לערנען אין שול. פארטאגס איז גאר אנדערש, נישטא וואס צו ערלעדיגן, מען קען לערנען מיט א רואיגקייט.


אויך בעט איך דיר, גיי התבודדות; וואוינסט אין שטעטל, טו כאטשיג אין שטעטל וואס דער רבי זאגט, וואס האט מען פון שטעטל אז מען גייט נישט התבודדות צווישן די גראז צווישן די ביימער...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#30 - קום קיין אומאן, פון וועם האסטו מורא?
אומאן, ראש השנה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נצבים וילך, י"ח אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר קומען שוין נענטער צום גרויסן יום הדין ראש השנה; ביי אחינו בני ישראל מעדות המזרח זאגט מען שוין א גאנצע חודש סליחות, ביי אונז הויבט מען אן קומענדיגע וואך מוצאי שבת. יעצט זאגן מיר א קליינעם סליחות, לדוד ה' אורי וישעי.


איך האף דו וועסט צעברעכן דיינע מניעות און קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה. מאך זיך א חשבון, די אלע מענטשן פון וועם דו האסט מורא, קיינער פון זיי קענען דיך נישט העלפן און אויך נישט שלעכטס טון, איז וואס האסטו צו קוקן אויף בערל, שמערל, חצקל, גרונם; טו וואס איז גוט פאר דיין נשמה, פאר דיין עתיד, פאר דיין נצחיות; כאפ דיין טלית און תפילין און קום צום רבי'ן זאל דיך מתקן זיין.


רבי נתן האט געזאגט: "דאנקען גאט אז נאך ראש השנה איז יום כיפור, בעט מען זיך איבער און מען איז זיך מוחל איינער דעם צווייטן".


ברודער, גיי התבודדות און באניי זיך מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מאך זיך א ציל צו ענדיגן כל התורה כולה, פאלג די עצות פון רבי'ן, וועט דיר גוט זיין בזה ובבא. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#29 - א שאד זיך אפצוקילן פון א חבורה וואס מען לערנט אמונה מיט יראת שמים
תפילות אויף אידיש, היכל הקודש, לשון הרע, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


מיין הארץ שפירט אז דו האסט עפעס שלעכטס אויף מיר, מן הסתם האסטו מקבל געווען לשון הרע. עס איז א שאד זאלסט זיך אפקילן פון אזא חבורה וואס מען לערנט אמונה מיט יראת שמים, א שאד צו פארלירן אזויפיל גוטס, אזויפיל נצחיות.


על כל פנים, די עצה פון התבודדות – דאס לאז נישט אפ; גיי התבודדות און שריי: "רבונו של עולם, העלף מיר, פיר מיך אויפן אמת'ן וועג, ווי קען איך וויסן אויב איך נאר זיך, העלף מיר איך זאל זיך נישט אפנארן, העלף מיר איך זאל נישט פארפירט ווערן, הורינו ה' דרכך, אהלך באמתך".


ליבער ברודער, איך בין גארנישט בייז אויף דיר, אדרבה, איך בעט יעדן טאג פאר דיר און פאר דיין הצלחה, אויך בעט איך פאר מיר, איך זאל זיך נישט נארן, איך זאל זיך נישט פארפירן און זיך זאל קיינעם נישט פארפירן, איך ווארט אויף ישועת ה'.

#28 - די קליפות ווילן נישט נאך א נשמה זאל מקורב ווערן צום צדיק
תפילות אויף אידיש, צדיקים, אומאן, לשון הרע, ליצנות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תבא לאומאן, י"ד אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען פאטשט און מען טאנצט שוין "אומאן אומאן ראש השנה", מען פרייט זיך, אט אט פארט מען שוין צום רבי'ן קיין אומאן; דארט וועלן מיר קענען אראפלייגן די שווערע פעקלעך, מיר וועלן זוכה זיין צו אלע תיקונים.


אנטלויף פון אלע ליצנות און לשון הרע וואס מען רעדט אויף צדיקים. וויסן זאלסטו, דאס איז איינע פון די שווערע ביטערע מניעות וואס מען גייט אריבער ביים מקורב ווערן צום צדיק, די קליפות ווילן נישט נאך א נשמה זאל מקורב ווערן צום צדיק; בעט איך דיר, שטאפ צו די אויערן און אנטלויף פון ליצנות און לשון הרע, ווייל עס איז זייער ביטער אז מען הערט ליצנות און לשון הרע אויף צדיקים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "הַמְבַזֶּה תַּלְמִיד חָכָם, אֵין לוֹ רְפוּאָה לְמַכָּתוֹ", ווער עס פארשעמט צדיקים - איז נישטא קיין היילונג פאר זיין קרענק; ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא קטז.): "כל שיש לו חולה בתוך ביתו ילך אצל חכם", ווער עס האט א קרענק זאל גיין צום צדיק, "ויבקש עליו רחמים", און ער וועט בעטן ביים אייבערשטן פאר א רפואה; אבער אז מען מאכט חוזק פון צדיקים, מען רעדט אויף צדיקים און אויך אז מען הערט ליצנות אויף צדיקים - בלייבט מען מיט אלע קרענק, מען ווערט פארווארפן.


גיי אין א ווינקל און וויין צום אייבערשטן, טו וואס דער שני למלכות האט געטון ווען מען האט חוזק געמאכט פון אים; אלע האבן אים מדחה געווען, אלע האבן געלאכט און געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט" (ספורי מעשיות, מעשה א), ער איז געגאנגען אין א זייט און זייער געוויינט; טו דאס, אז מען רעדט צו דיר קעגן צדיקים, מען שפעט פון הייליגן רבי'ן און פון זיינע תלמידים - זאלסטו זיך אויסגיסן דאס הארץ צום באשעפער, זאג: "הייליגער באשעפער איך בין אזוי צעמישט, איך בין אזא רחמנות; פון איין זייט בין איך אזוי ווייט פון דיר, איך האב שוין אזויפיל עבירות געטון, אזויפיל פוגם געווען און יעצט ווען איך האב שוין געטראפן דעם צדיק וואס קען מיך היילן הער איך אזעלכע ליצנות און לשון הרע אז איך הויב אן טראכטן פון אפלאזן דעם רבי'ן, רבונו של עולם ראה מסוכן כמוני, טורף בלב ימים, קוק ווי א גרויסע רחמנות איך בין, איך זינק אין שטורעמישע וואסערן, ראטעווע מיך".


היינט נאכט וועט זיין א שיעור. ליבער ברודער וועק זיך אויף, געדענק די יארן וואס דו האסט געברענט צום אייבערשטן, האסט געברענט צו הערן נאך א ווארט פון רבי'ן, האסט זיך מוסר נפש געווען צו קומען, יעצט ביסטו איינגעזינקען אין א שלאף; וועק זיך אויף, מה לך נרדם, קום קרא אל אלוקיך.


דעם שבת וועל איך זיין אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#27 - אין די אלול טעג דארף מען אריינברענגען שמחה אין די גאנצע שטוב
שמחה, שלום, תשובה, אומאן, אחדות, מניעות, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת כי תבא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, טייערע ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר גרייטן זיך שוין צו די נסיעה קיין אומאן וואו אלע קומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. יעדער איינער האט זיך זיינע מניעות און מיט תפילה וועלן מיר אלע איבערקומען אונזערע מניעות; דאווענט צום אייבערשטן מען זאל האבן כח זיך צו שטארקן אויף די מניעות.


מניעות איז א גוטע זאך. נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר געלערנט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סו) אז מניעות איז נאר להגדיל החשק, צו מאכן די חשק גרעסער און שטערקער; דעריבער פלעגן אונזערע לייט דאווענען מען זאל איבערקומען די מניעות, מען האט נישט געדאווענט מען זאל בכלל נישט האבן קיין מניעות, ווייל בעצם די מניעה איז א גוטע זאך, עס מאכט אזוי בענקען, האפן און וועלן, מען דארף נאר האבן כח דאס צו קענען בייקומען.


טייערע ברידער, טייערע חברים, איין זאך בעט איך ענק, זייט נישט פארנומען מיט א צווייטנ'ס עבודת השם, יעדער זאל דינען דעם אייבערשטן לויט זיין דרגא און נישט זארגן פאר א צווייטנ'ס רוחניות, (איך מיין נישט די גבאים וואס דארפן זארגן אז די שול זאל זיך פירן מיט דרך ארץ). אז מען זעט שלעכטס ביי אנדערע איז דאס די אייגענע חסרון, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה: "ווען איך זע שלעכטס ביי אנדערע; אדער האב איך זיך נאכנישט מתבודד געווען, אדער האב איך זיך נישט גענוג מתבודד געווען, וואלט איך זיך מתבודד געווען - וואלט איך נישט געזען קיין שלעכטס ביי יענעם".


מוהרא"ש זאגט, עס פלעגט זיין ביי אנשי שלומינו וואס פלעגן ענטפערן פאר די וואס קומען מיט מוסר: "איך בעט אייך, לאזט מיר ארבעטן אויף מיין עבודת השם, עס איז מיין מצוה, ביטע זארגט נישט פאר מיר"; אז אלע פון אייך וועלן אפלאזן יענעמ'ס עבודת השם, מען וועט נישט זארגן פאר יענעמ'ס ערליכקייט - וועט דער ס"מ אונז נישט קענען צעטיילן, מיר וועלן בלייבן צוגעקנופט צום רבי'ן.


אויך זאלט איר אריינברענגען שמחה אין שטוב, אין די ווייב און קינדער, בפרט יעצט אין די אלול טעג ווען מענטשן פארדרייען די יוצרות, מען הערט נישט אויף אנשרעקן מיט עונשים און מיט צרות, דארף מען אריינברענגען שמחה אין זיך און אין די גאנצע שטוב, אז מען זאל נישט ווערן אנגעשטעקט מיט עצבות און מרה שחורה.


דעם קומענדיגן וואך מאנטאג נצבים וילך, ח"י אלול - געפאלט די געבורטס טאג פון הייליגן צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, מוהרא"ש זאגט בשם דעם הייליגן בעל התניא זכותו יגן עלינו, אז דאס קומט אונז ווייזן וואס דער הייליגער בעל שם טוב האט אויפגעטון, דער בעל שם טוב האט אריינגעברענגט א חיות אין אלול. איידער דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געקומען אויף די וועלט האט מען תשובה געטון פון פחד פון עונשים, מען האט תשובה געטון נישט ריכטיג, נאר פון ציטערן פון ביטערע פיין, און דער הייליגער צדיק דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אריינגעברענגט ח"י אלול - א 'חיות' אין 'אלול', מען זאל תשובה טון פון ליבשאפט. דער דרך הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז תשובה מאהבה, און דרך המוסר איז תשובה מיראה; ח"י אלול - א חיות אין אלול.


איך בעט אייך זייער, מיר קומען קיין אומאן צום רבי'ן, מיר מוזן זיך רייניגן אונזער הארץ, ארויסנעמען אלע פינטלעך וואס מען האט אין הארץ אויף אנדערע. מוהרא"ש פלעגט וויינען ביי תקיעת שופר: "אויב געפינט זיך איינער אין שול וואס האט פיינט א צווייטן - זאל ער ארויסגיין פון שול"; עס איז געווען אזא התעוררות, מיר אלע האבן תשובה געטון מיט אונזער גאנצע הארץ.


איך בעט אייך מיינע ליבע ברידער, מיר קומען צום רבי'ן, לאמיר קומען מיט די שיחה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס הערשט צווישן אייך; מוהרא"ש האט געשריבן אן א שיעור בריוו און געוויינט אז יעדן דיבור פון רבי'ן איז מקוים געווארן אבער דעם דיבור – נאכנישט; וויפיל האט מוהרא"ש געוויינט און געבעטן אז אין "היכל הקודש" זאל מען מקיים זיין דעם דיבור.


מען קען זיך נישט פארשטעלן וואס פאר א תיקונים מען איז זוכה ביים הייליגן רבינ'ס ציון, עס איז דא סודות צווישן אנשי שלומינו וואס מען קען נישט רעדן דערפון, סוד ה' ליראיו - וואס דער ציון טוט מיטן מענטש, אפילו איינער וואס איז געבוירן געווארן מיט א פגם וכו', הורתו שלא בקדושה, ער האט א פלעק וואס מען קען נישט אראפנעמען פון זיך, אבער ביים רבינ'ס ציון קען מען דאס אויך פאררעכטן, (עס אז א סוד וואס מען קען נישט רעדן אפן דערפון); דארפן מיר זיך זייער פרייען אז מיר קומען צו אזא מקום קדוש.


איך בענק זיך אזוי צו ענק, איך וויל ענק אזוי טרעפן אין אומאן, איך ווארט שוין אויף די שמחה, אויף די ברכות פון שהחיינו; אלע יארן אין אומאן פלעגט זיין אזעלכע שמחות און ריקודים פון אנשי שלומינו, מען האט אויסגעשריגן: "שהחיינו!" א טייל האבן געמאכט אפילו די ברכה פון מחיה המתים; ונזכה ונחיה ונראה.


א גוט שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#26 - די פייער בארואיגט זיך, מען הויבט אן זען די שיינקייט פון אן איידעלע שטוב
צניעות, קנאה, סדר דרך הלימוד, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס דאס וואס עס קאכט אין דיר וכו', דו ווילסט איין מינוט דיין ווייב זאל זיך טוישן איר איידלע לבוש וכו', און איין מינוט טראכסטו 'וואס פעלט עס אויס?' און נאכדעם ווייטער הויבט אן קאכן א פייער אין דיר, דיין ווייב זאל גיין אזוי און אזוי, ביז דו שפירסט ווי עפעס שלעכט איז מיט דיר, דו פרעגסט וואס איז דאס?


וויסן זאלסטו, די געפיל איז דא ביי אסאך; אסאך אינגעלייט אין די ערשטע יארן נאך די חתונה האבן די זאך, עס קאכט א פייער, זיי ווייסן נישט וואס זיי ווילן; מען ווייסט נישט די מעלה פון איידלקייט, מען מיינט עפעס פעלט אין לעבן און מען טראכט די ווייב איז די פראבלעם, זי גייט צו פשוט וכו' וכו'.


איך בעט דיר מיין ליבער ברודער, גיי התבודדות, שריי צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, עס קאכט אין מיר א פייער, איך ווייס נישט וואס מיט מיר איז, העלף מיר איך זאל ליב האבן איידלקייט, איך זאל ליב האבן צניעות, פארוואס ברענט אין מיר א נישט גוטע פייער? העלף מיר איך זאל קאכן און ברענען צו דיר אייבערשטער, איך וויל זיין פרייליך מיט דיר, און ליב האבן איידלקייט.


הייליגער באשעפער וואס איז דאס מיט מיר אז איך ווער אזוי פארברענט? איך וויל נאר מיין ווייב זאל זיין אנדערש, יעדן טאג וויל איך עפעס אנדערש; איך טראכט אז עפעס פעלט מיר און עפעס בעסערס איז דא ביי אנדערע, העלף מיר איך זאל פלאקערן פאר דיר אייבערשטער, איך זאל אויסגיין פאר דיר". אזוי זאלסטו שרייען צום אייבערשטן טאג און נאכט ביז דו וועסט אויסארבעטן די בלוט, דו וועסט שוין אנהויבן איינזען דאס שיינקייט פון איידלקייט.


טייערער ברודער, ביסט דאך א פארשטענדליכער אינגערמאן, ביסט א בר דעת, זאלסטו זיך בארעכענען; טראכט אריין וואס פאר א נס דו האסט, אז דיין ווייב לעבט מיט דיר וכו', זי גרויסט זיך נישט אויף דיר וכו', דארפסטו נישט מער; ליידער זענען היינט דא אזויפיל אינגעלייט וואס די ווייב איז א מורדת, עס איז נישטא דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג.): "דַּיֵּינוּ שֶׁמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", אז די ווייב היט פון עבירות; קיינער ווייסט נישט וואס זיי ליידן, זיי לעבן נישט אינאיינעם, און מענטשן זענען מקנא, ווייל מען זעט דאס נישט פון אינדרויסן. אינדרויסן דאכט זיך אז זיי האבן א מעכטיגע שלום בית, זיי זענען גליקליך, זיי גייען אנגעטון אויסגעפיצט וכו', ווען על פי תורה קומט זיך נישט קיין כתובה פאר די ווייב פארן זיך אפשיידן השם ישמרינו; איז וואס זאלסטו קוקן אויף אנדערע, ווי אזוי אנדערע גייען אנגעטון? דו האסט אן אשת חיל, א מתנה פון הימל, זי לעבט מיט דיר - דארפסטו איר מכבד זיין און איר שעצן.


נאך אפאר יאר ווען די נישט גוטע פייער לעשט זיך אויס, הויבט מען אן זען דאס שיינקייט און דאס טייערקייט פון אן איידעלע שטוב, פון אן איידעלע פרוי, א ווייב וואס ווייסט נישט פון די וועלט, איר קאפ ליגט אין שטוב, זי טוט די שטוב ווירטשאפט, זי איז גרייט פאר איר מאן, זי איז א מאמע פאר די קינדער; מען הויבט אן קוקן אויף די לעבן ריכטיג.


מאך זיך א שיעור אין משניות, זיץ אין שטוב מיט א הויפן ספרים; א חומש, משניות, גמרא, מדרשים און ספרי רבינו. שפאציר אין די תורה אזוי ווי מען שפאצירט אין א שיינע גארטן, און דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב איידל און באשיידן - וועסטו שוין גארנישט דארפן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


ליין די בריוו כמה פעמים און זיי מקיים וואס שטייט דא, וועסטו שפירן א זיסקייט אין לעבן, דו וועסט זיין גליקליך און צופרידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#25 - אין חודש אלול איז צייט ארויסצונעמען די פיינטשאפט פון הארץ
כולל, מחלוקת, שלום, חודש אלול, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען בלאזט שוין שופר, מען דארף זיך שוין דערוועקן און צוריק קומען צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט) אום ראש חודש אלול: "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז צוגעקומען צו מיר מיין טאכטער אדל און מיר געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", האט דער רבי דעמאלט מגלה געווען דעם תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קמא): אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון דאס ווארט "אלול"; ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער כאפט וואס ער האט אלץ געטון און ער טוט תשובה דערויף, דעמאלט אלע זיינע קינדער - סיי די קינדער, און סיי די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון זינד - פגמי הברית - אלע טוען תשובה.


נעכטן ליל שישי איז געווען זייער א שיינע שיעור, איך האף דו האסט גוט געהערט וואס מיר האבן גערעדט, פון ארויסנעמען די פיינטשאפט פון הארץ; ווייל כל זמן מען קען נישט ליידן א צווייטן - איז מען נאך זייער ווייט פונעם אייבערשטן, מען דארף אויף דעם אסאך ארבעטן, מען דארף אסאך שרייען ביי התבודדות: "רבונו של עולם, וואס איז דאס אז איך בין אנגעגעסן אויף דעם און אויף יענעם? רבונו של עולם וואס איז דאס אז איך קען נישט קוקן א צווייטן איד אין פנים? וואס איז דאס אז איך האב פיינט א צווייטן?"


מוהרא"ש זאגט, אלע עבודות וואס מען דינט דעם אייבערשטן, אויב האט מען פיינט א צווייטן איד - לאכט מען אין הימל פון דעם איד, יעצט אלול מוז מען דאס פאררעכטן. מוהרא"ש ברענגט בשם דעם הייליגן אריז"ל, די ראשי תיבות פון שופ"ר איז (דברים כט, יז): "שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה", פרעגט מוהרא"ש, לכאורה וואס האט דער פסוק מיט בלאזן שופר? נאר רש"י זאגט, וואס איז דאס שֹׁ'רֶשׁ פֹּ'רֶה רֹ'אשׁ וְ'לַעֲנָה? "שׁוֹרֶשׁ מְגַדֵּל עֵשֶׂב מַר כְּגִידִין שֶׁהֵם מָרִים, כְּלוֹמֶר מַפְרֶה וּמַרְבֶּה רֶשַׁע בְּקִרְבְּכֶם"; דאס הייסט, ווען מען הערט דעם שופר - דארף דאס אויפוועקן דעם מענטש ער זאל תשובה טון, ארויסנעמען פון זיך דאס רשעות וואס ליגט אין אים וכו', ער זאל אנהייבן קוקן גוט אויף אנדערע און טון נאר חסד מיט אנדערע.


נעכטן בין איך געזיצן א סעודת ראש חודש מיט אונזערע טייערע כולל אינגעלייט, איך געדענק מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה פלעגט מאכן יעדע ראש חודש א סעודה מיט די כולל אינגעלייט, איך בין זייער איבערגענומען פון די כולל אינגעלייט, זיי לערנען מיט גרויס התמדה און פירן זיך מיט יראת שמים.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#24 - מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה
צדקה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן איז אמאל געווען ביים רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן שב) און דער רבי רופט זיך אן אפאר ווערטער וואס האט זייער באנומען רבי נתן, דער רבי זאגט אים: "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען.


דאס איז א טיפע לימוד פאר אונז; אז מען זעט זיך אין שאול תחתית, מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


נעם א טייל אינעם יערליכן קאמפיין, גיי נאך געלט צו דיינע באקאנטע; האב נישט קיין בושה צו בעטן צדקה, מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, אזוי וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#23 - לאז זיך נישט נאך, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך
שידוכים, התחזקות, מנין, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


שטארק זיך טייערער ברודער, לאז זיך נישט נאך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך, זיי נאר שטארק אין דאווענען דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב מיט מנין און זיי שטארק אין לערנען יעדן טאג קצת מקרא, משנה, גמרא והלכה.


פרוביר אויס די זיסע עצה פון הייליגן רבי'ן, פון זיך מתבודד זיין; רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, אלעס וואס דער יצר הרע מאכט מיט דיר; ווי ער מאכט דיר משוגע מיט ביטערע שווערע נסיונות, דערצייל אלעס פארן באשעפער; דאס וועט דיר געבן כח בייצושטיין די נסיונות.


טייערער ברודער, דראפע זיך און דעהאלט זיך.


 

#22 - ברענג נישט אראפ די צניעות פון דיין ווייב
צניעות, התבודדות

 בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ברענג נישט אראפ דיין ווייב; אלס מיידל איז זי געווען זייער איידל, זי פלעגט זיך אנטון שיין און איידל, יעצט גייט זי אנגעטון נישט שיין; א שאד אז דו ברענגסט איר אראפ.


קען זיין דו ביסט יונג, עס קאכט אין דיר די בלוט, דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, דו מיינסט אז קורץ, אויסגעשניטן, טייט – דאס מאכט פרייליך, דאס מאכט פעסט, אבער עס איז נישט אזוי, עס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט נישט צופרידן.


טייערער ליבער ברודער, זיי מחזק דיין ווייב זאל זיך צוריק אנטון אזוי ווי אלס מיידל, איידל און שיין; דאס וועט מאכן דיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין; רעד צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, שמועס מיט אים; וועסטו צוקומען צו ווערן א גרויסער צדיק, א בעל מדריגה.

#21 - מאך נאך דעם רבי'ן, גיי שמועסן מיט'ן אייבערשטן בעזרת ה' יתברך -
דרך ארץ, עבודת השם, התבודדות

יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי יעדן טאג התבודדות, טו וואס דער הייליגער רבי האט געטון; דער הייליגער רבי האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו ווערן א גרויסער צדיק - ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן; פון ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן, ביז ער איז געווארן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער זייער שטארק געוואלט שפירן א טעם אין שבת קודש, פרייטאג נאכמיטאג איז ער געגאנגען זיך טובל'ען אין מקוה לכבוד שבת קודש און ער איז געגאנגען אין שול, ער האט געוואלט עפעס טון כדי זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. אמאל האט דער רבי געזען אין שול א איד זאגן שיר השירים ביי זיין שטענדער, דער רבי האט געטראכט 'איך וויל אויך שפירן א טעם אזוי ווי דער איד וואס זאגט שיר השירים אזוי בא'טעמ'ט', האט ער זיך אריינגעזעצט אינעם שטענדער, דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט געטראכט דאס איז די וועג פון קליינע קינדער, זיי שפילן זיך, זיי טוען אינטערעסאנטע זאכן, דער רבי איז געזיצן אינעם שטענדער און געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געזאגט: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך שפירן א טעם אינעם שבת, הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א צדיק"; דער רבי איז דארט געזיצן א לאנגע צייט.


מאך נאך דעם רבי'ן; גיי אין פעלד שמועסן מיטן אייבערשטן, וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן הייליגע אויגן אין די תורה, ער זאל דיר געבן א ריינעם הארץ אים צו דינען.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיין פון די קינדער וואס האבן גרויס דרך ארץ פאר דיינע מלמדים און פאר אלעמען.


ווייז דעם שיינעם בריוו פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - קיינער איז נישט פארזיכערט, איבעראל דארף מען זיך היטן פון ניבול פה
דרך ארץ, ניבול פה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', מחנה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט פון די מיידלעך וואס פירן זיך מיט דרך ארץ צו די לערערינס, די לערערינס זענען זייער צופרידן פון אייך. דרך ארץ ווייזט אויף חכמה; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס די סימנים פון א חכם (אבות ה, ז), די ערשטע סימן איז: "אֵינוֹ מְדַבֵּר בִּפְנֵי מִי שֶׁהוּא גָדוֹל מִמֶּנּוּ בְחָכְמָה וּבְמִנְיָן", דער קלוגער רעדט נישט ווען ער שטייט פאר איינער וואס איז קליגער אדער עלטער; די צווייטע סימן פון א חכם איז: "וְאֵינוֹ נִכְנָס לְתוֹךְ דִּבְרֵי חֲבֵרוֹ", ער האקט נישט איבער די רייד פון זיין חבר; אין א קלאס פון עלטערע קינדער קען מען גלייך זען ווער זענען די חכמניות און ווער זענען די טיפשיות.


געבט זיך אכטונג נישט צו רעדן ניבול פה; אפילו אין בית פיגא דארף מען אויך רחמי שמים, קיינער איז נישט פארזיכערט און אין קיין שום פלאץ איז מען נישט פארזיכערט, איבעראל דארף מען זיך זייער היטן פון ניבול פה און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון ניבול פה".


איך ציטער זייער אויב מען רעדט אין קעמפ צווישן די קינדער פון ניבול פה; אלע צרות קומען פון רעדן ניבול פה.


בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט, רעדט צו אים אין אייער שפראך; אז אייך איז גרינגער צו רעדן אין ענגליש - זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אין אייער שפראך, אין ענגליש; דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, "כי אתה שומע תפילת כל פה", ער הערט אויס יעדע מויל וואס בעט פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - התבודדות צווישן די גראז און ביימער, איז אויך פאר פרויען
שמחה, שלום בית, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין פאריגע וואך געווען אין שטעטל, איך קום אריין אין שול זעקס אזייגער און איך זע אייער מאן זיצן און לערנען מיט התמדה, ער זיצט ביים וואנט אויסגעדרייט צום וואנט, ער זעט נישט קיינעם, ער זיצט מיטן הייליגן לקוטי מוהר"ן און לערנט מיט אזא זיסקייט; דאס האט מיר געגעבן אזא חיזוק, אזעלכע כוחות האב איך באקומען פון דעם, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


איך שרייב עס אייך ווייל דאס איז אייער קרעדיט, איר האט שכל, איר שעצט אים, איר הייבט אים אויף, איר העלפט אים קענען לערנען; איר גייט שלאפן פרי, אזוי קען ער אויפשטיין פרי לערנען.


בנוגע וכו'; אדרבה, מאכט זיי פרייליך; אז עס איז נישטא א שמחה ביי זיי אין שטוב - זאלט איר זיי פרייליך מאכן, איר זאלט אריינבלאזן א שמחה אין שטוב.


התבודדות צווישן די גראז און ביימער - איז אויך פאר פרויען, בפרט אין שטעטל וואו מען וואוינט יעדער באזונדער - קען מען זיך ארויסזעצן הינטער די שטוב אין א שטילע איידעלע פלאץ, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.

#18 - פרעגן פונעם מנהל אלע פראגעס בנוגע די תלמוד תורה און אלעס ארום
מלמדים, חדר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


פון היינט אן זאלסטו פרעגן אלע פראגעס בנוגע די תלמוד תורה און אלעס ארום - פונעם מנהל ר' מרדכי נרו יאיר. ער האט אסאך קונה געווען פון מיר, ער ווייסט זייער גוט ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט די קינדער, און אזוי אויך, אז דו האסט טענות - זאלסטו מיט אים שמועסן.


איך האף צום אייבערשטן די מלמדים וועלן האבן שכל און פרעגן זייערע פראגעס און נעמען חיזוק פונעם מנהל ר' מרדכי, און אז מען וועט ארבעטן אינאיינעם - וועט מען האבן הצלחה.


גיי שלאפן פרי, א מלמד דארף גוט שלאפן. אויך זאלסטו עסן איידער דו גייסט צו די קינדער, און גיי א שפאציר יעדן טאג צווישן די גראז און רעד זיך אויס צום אייבערשטן דיין הארץ.


 

#17 - זעט צו העלפן אייער מאמע אין שטוב
כיבוד אב ואם, תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר רעדט צום אייבערשטן; וואס קען זיין שענער און בעסער פון זינגען תהילים און רעדן צום אייבערשטן...


זעט צו העלפן אייער מאמע אין שטוב, נישטא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די מאמע; אז איר וועט העלפן אייער מאמע מיט שמחה - וועט איר מאכן א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - ווערט נישט צעבראכן פון געשוויסטער און פון חבר'טעס
חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט אייך זייער ליב, ער ווארט איר זאלט רעדן צו אים; יעדע ווארט וואס איר רעדט צו אים נעמט א מלאך, ער טראגט עס אין הימל און מאכט דערפון א קרוין פארן אייבערשטן.


ווערט נישט צעבראכן פון געשוויסטער און פון חבר'טעס; דער אייבערשטער איז 'מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר', און ווארט איר זאלט רעדן צו אים, זינגען צו אים, אים דאנקען און לויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - איך האב געשטעלט א מנהל צו פירן מיינע מוסדות אין ארץ ישראל
מוסדות, היכל הקודש, ארץ ישראל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט עפענען א בית פיגא שולע אין טברי' מיט מיין נאמען - זאלסטו רעדן מיט האברך יצחק פאפנהיים נרו יאיר. איך האב אים געשטעלט צו פירן מיינע מוסדות אין ארץ ישראל, ער ווייסט וואס איך וויל, ער ווייסט ווי אזוי דאס צו פירן און נאר מיט אים וועלן מיר עפענען א בית פיגא.


אז מען רעדט שוין, וויל איך דיר זאגן. דו שרייבסט מיר שארפע בריוו קעגן דעם אינגערמאן נרו יאיר; איך ווייס אז די זאכן זענען נישט וואר, איך פרעג זיך אלץ נאך, און איך קוק זיך צו פון דער זייט צו זען ווי אזוי ער פירט די חדר און די בית פיגא, און אויך דעם ירושלימ'ער שול; איך בין זייער צופרידן פון ווי אזוי ער פירט עס.


איך בין נישט בעל הבית אויף בית פיגא און נישט אויף היכל הקודש, יעדער איינער - ווער עס וויל עפענען תלמוד תורה'ס און שולע'ס - זאל זיין געבענטשט, יגדיל תורה ויאדיר, אבער אז דו ווילסט עס זאל זיין אונטער מיין נאמען - וויל איך דיר בעטן זאלסט גארנישט מאכן. נישט ר' ... נרו יאיר און נישט ר' ... נרו יאיר האב איך געשטעלט; קענסט רעדן מיט האברך יצחק פאפנהיים נרו יאיר און אז ער וועט זאגן עפענען - וועט מען עפענען.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט. מיר האבן אן עצה באקומען פון רבי'ן וואס ווער עס פאלגט די עצה, ווער עס טוט דאס - איז אן אויסגעלייזטער, א באפרייטער, מען זעט א וועג ארויס פון יעדע פראבלעם. וואויל איז דעם וואס גייט מיט די וועג, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג; וועט ער זען גרויסע ישועות אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ארבעט נישט צו האבן געלט צו קענען גיין אויף וואקאציע
כולל, חינוך הילדים, תהלים, שטעטל, סיום, משניות, פרנסה, היכל הקודש, וואקאציע, דרך הלימוד, קאנטרי, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט האט מיך א אינגערמאן אין שטעטל איינגעלאדנט ביי זיך אין שטוב צו א סיום אויף הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; איך בין געזיצן ביי די סיום און אזוי הנאה געהאט, איך האב באקומען פרישע כוחות. איך האב געזאגט ביי די סיום, מענטשן פרעגן כסדר 'וואו איז די שטעטל?' מען זוכט עפעס צו זען; וואס איז שייך צו ווייזן? וואס איז שייך צו זען? ביימער איז דא אין יעדע פלאץ; דא איז די שטעטל! דער שטעטל איז זען אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה און זענען דבוק צום אייבערשטן, דבוק צו די הייליגע תורה.


ביי דער סיום האבן זיך באטייליגט די זיידעס, אויך הרב רבי דניאל שליט"א. מיר האבן געהאט שיינע שיחת חברים, פון די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן אין די חדר פון היכל הקודש, מיר האבן דעם דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר קענען לערנען וואו מיר זענען; אין שטאט, אין קאנטרי, נישט משנה וואו מען געפינט זיך, און די רחמנות אויף די וואס האבן נישט דעם וועג צו לערנען; יעדע מינוט האט מען אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען, און די אינגעלייט און בחורים אין די קאנטריס זוכן אזא בוים צו לערנען, נאך אפאר מינוט שלעפט מען דעם טיש אויף א צווייטע פלאץ, ביז מען איז מחליט 'אפשר גיין אין אן אנדערע קאנטרי?' מען גייט און מען קומט, און מען קומט און מען גייט, און אזוי גייט אריבער דאס לעבן אן אפילו ענדיגן איין מאל ששה סדרי משנה, איין מאל ש"ס, און אפילו איין מסכתא.


נאך א שיינע זאך האב איך געהאט נעכטן, א ווייבל פון שטעטל שרייבט א בריוו אז זי האט נעכטן מסיים געווען די הונדערט'סטע מאל ספר תהילים; דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, דאס איז די שטעטל; זען ווי מען לעבט מיט תכלית, מען לעבט באקוועם, יעדער האט זיין הויז, זיין געזינדל, און דאס פלעכט מען אינאיינעם מיטן באשעפער; דער מאן מיטן משניות און דאס ווייבל מיטן תהילים, דער מאן מיטן טלית ותפילין און דאס ווייבל מיט אויפציען א שטוב מיט אמונה, מיט שמחה.


איך האף שוין אנצוהויבן שיעורי התחזקות יעדע נאכט; ביז דערווייל איז דער פלאץ נאכנישט געווען גרייט, איך האף צום אייבערשטן, אדער היינט אדער מארגן - וועט שוין זיין די טעגליכע שיעורים יעדע נאכט אום אכט דרייסיג.


ארבעט נישט איבער דיינע כוחות אז דו זאלסט קענען האבן געלט צו גיין אויף וואקאציע, זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט; צעטייל די וואקאציע אויף אביסל יעדן טאג, נאך פינף אזייגער אדער זעקס אזייגער - גיי אהיים אויף וואקאציע, דארפסט נישט צעטיילן די קינדער, זוכן טובות פון אנדערע; האלט די קינדער מיט דיר, רעד מיט זיי, הער זיי אויס; זייערע מעשה'לעך, חכמה'לעך, און נעם וואקאציע; נעם דיין משניות, זיץ אונטערן בוים און זאג נאך א פרק און נאך א פרק, און ווען דו ווילסט זיך אפרוען - רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, דאנק און לויב, און ווען דו ווילסט זיך שוין אפרוען פון התבודדות - גיי צוריק צום משניות און גמרא.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין בית המדרש אשר בנחל, מען האט געגאסן די מקוה. דער דיין מיט די כולל אינגעלייט וועלכע האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען דארט געווען און געזען אז אלעס זאל זיין כשר וישר, די אינגעלייט האבן דאס געגאסן, איך האלט שוין נישט חשבון די וויפלטע מקוה מען האלט שוין.


אינדערפרי איז דא דער שיעור אונטן אין וואלד ביי די בחורים, מען לערנט אינאיינעם א בלאט גמרא; עס איז אזוי מחי'דיג, אזוי געשמאק; לערן דו אויך דעם בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.