בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#24 - מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה
צדקה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רבי נתן איז אמאל געווען ביים רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן שב) און דער רבי רופט זיך אן אפאר ווערטער וואס האט זייער באנומען רבי נתן, דער רבי זאגט אים: "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען.


דאס איז א טיפע לימוד פאר אונז; אז מען זעט זיך אין שאול תחתית, מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


נעם א טייל אינעם יערליכן קאמפיין, גיי נאך געלט צו דיינע באקאנטע; האב נישט קיין בושה צו בעטן צדקה, מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, אזוי וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#23 - לאז זיך נישט נאך, דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך
שידוכים, התחזקות, מנין, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


שטארק זיך טייערער ברודער, לאז זיך נישט נאך, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר. דו וועסט בקרוב טרעפן דיין שידוך, זיי נאר שטארק אין דאווענען דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב מיט מנין און זיי שטארק אין לערנען יעדן טאג קצת מקרא, משנה, גמרא והלכה.


פרוביר אויס די זיסע עצה פון הייליגן רבי'ן, פון זיך מתבודד זיין; רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, אלעס וואס דער יצר הרע מאכט מיט דיר; ווי ער מאכט דיר משוגע מיט ביטערע שווערע נסיונות, דערצייל אלעס פארן באשעפער; דאס וועט דיר געבן כח בייצושטיין די נסיונות.


טייערער ברודער, דראפע זיך און דעהאלט זיך.


 

#22 - ברענג נישט אראפ די צניעות פון דיין ווייב
צניעות, התבודדות

 בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


ברענג נישט אראפ דיין ווייב; אלס מיידל איז זי געווען זייער איידל, זי פלעגט זיך אנטון שיין און איידל, יעצט גייט זי אנגעטון נישט שיין; א שאד אז דו ברענגסט איר אראפ.


קען זיין דו ביסט יונג, עס קאכט אין דיר די בלוט, דו ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, דו מיינסט אז קורץ, אויסגעשניטן, טייט – דאס מאכט פרייליך, דאס מאכט פעסט, אבער עס איז נישט אזוי, עס מאכט נישט פרייליך, עס מאכט נישט צופרידן.


טייערער ליבער ברודער, זיי מחזק דיין ווייב זאל זיך צוריק אנטון אזוי ווי אלס מיידל, איידל און שיין; דאס וועט מאכן דיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין; רעד צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, שמועס מיט אים; וועסטו צוקומען צו ווערן א גרויסער צדיק, א בעל מדריגה.

#21 - מאך נאך דעם רבי'ן, גיי שמועסן מיט'ן אייבערשטן בעזרת ה' יתברך -
דרך ארץ, עבודת השם, התבודדות

יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי יעדן טאג התבודדות, טו וואס דער הייליגער רבי האט געטון; דער הייליגער רבי האט געזאגט אז ער האט זוכה געווען צו ווערן א גרויסער צדיק - ווייל ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן; פון ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן, ביז ער איז געווארן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט דערציילט, ווען ער איז געווען א קליין קינד האט ער זייער שטארק געוואלט שפירן א טעם אין שבת קודש, פרייטאג נאכמיטאג איז ער געגאנגען זיך טובל'ען אין מקוה לכבוד שבת קודש און ער איז געגאנגען אין שול, ער האט געוואלט עפעס טון כדי זוכה זיין צו שפירן א טעם אין שבת. אמאל האט דער רבי געזען אין שול א איד זאגן שיר השירים ביי זיין שטענדער, דער רבי האט געטראכט 'איך וויל אויך שפירן א טעם אזוי ווי דער איד וואס זאגט שיר השירים אזוי בא'טעמ'ט', האט ער זיך אריינגעזעצט אינעם שטענדער, דער איד האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, ער האט געטראכט דאס איז די וועג פון קליינע קינדער, זיי שפילן זיך, זיי טוען אינטערעסאנטע זאכן, דער רבי איז געזיצן אינעם שטענדער און געוויינט צום אייבערשטן, ער האט געזאגט: "הייליגער באשעפער, איך וויל אויך שפירן א טעם אינעם שבת, הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א צדיק"; דער רבי איז דארט געזיצן א לאנגע צייט.


מאך נאך דעם רבי'ן; גיי אין פעלד שמועסן מיטן אייבערשטן, וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן הייליגע אויגן אין די תורה, ער זאל דיר געבן א ריינעם הארץ אים צו דינען.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיין פון די קינדער וואס האבן גרויס דרך ארץ פאר דיינע מלמדים און פאר אלעמען.


ווייז דעם שיינעם בריוו פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#20 - קיינער איז נישט פארזיכערט, איבעראל דארף מען זיך היטן פון ניבול פה
דרך ארץ, ניבול פה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', מחנה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט פון די מיידלעך וואס פירן זיך מיט דרך ארץ צו די לערערינס, די לערערינס זענען זייער צופרידן פון אייך. דרך ארץ ווייזט אויף חכמה; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס די סימנים פון א חכם (אבות ה, ז), די ערשטע סימן איז: "אֵינוֹ מְדַבֵּר בִּפְנֵי מִי שֶׁהוּא גָדוֹל מִמֶּנּוּ בְחָכְמָה וּבְמִנְיָן", דער קלוגער רעדט נישט ווען ער שטייט פאר איינער וואס איז קליגער אדער עלטער; די צווייטע סימן פון א חכם איז: "וְאֵינוֹ נִכְנָס לְתוֹךְ דִּבְרֵי חֲבֵרוֹ", ער האקט נישט איבער די רייד פון זיין חבר; אין א קלאס פון עלטערע קינדער קען מען גלייך זען ווער זענען די חכמניות און ווער זענען די טיפשיות.


געבט זיך אכטונג נישט צו רעדן ניבול פה; אפילו אין בית פיגא דארף מען אויך רחמי שמים, קיינער איז נישט פארזיכערט און אין קיין שום פלאץ איז מען נישט פארזיכערט, איבעראל דארף מען זיך זייער היטן פון ניבול פה און מען דארף בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון ניבול פה".


איך ציטער זייער אויב מען רעדט אין קעמפ צווישן די קינדער פון ניבול פה; אלע צרות קומען פון רעדן ניבול פה.


בעטס דעם אייבערשטן אלעס וואס איר דארפט, רעדט צו אים אין אייער שפראך; אז אייך איז גרינגער צו רעדן אין ענגליש - זאלט איר רעדן צום אייבערשטן אין אייער שפראך, אין ענגליש; דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, "כי אתה שומע תפילת כל פה", ער הערט אויס יעדע מויל וואס בעט פון אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#19 - התבודדות צווישן די גראז און ביימער, איז אויך פאר פרויען
שמחה, שלום בית, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין פאריגע וואך געווען אין שטעטל, איך קום אריין אין שול זעקס אזייגער און איך זע אייער מאן זיצן און לערנען מיט התמדה, ער זיצט ביים וואנט אויסגעדרייט צום וואנט, ער זעט נישט קיינעם, ער זיצט מיטן הייליגן לקוטי מוהר"ן און לערנט מיט אזא זיסקייט; דאס האט מיר געגעבן אזא חיזוק, אזעלכע כוחות האב איך באקומען פון דעם, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


איך שרייב עס אייך ווייל דאס איז אייער קרעדיט, איר האט שכל, איר שעצט אים, איר הייבט אים אויף, איר העלפט אים קענען לערנען; איר גייט שלאפן פרי, אזוי קען ער אויפשטיין פרי לערנען.


בנוגע וכו'; אדרבה, מאכט זיי פרייליך; אז עס איז נישטא א שמחה ביי זיי אין שטוב - זאלט איר זיי פרייליך מאכן, איר זאלט אריינבלאזן א שמחה אין שטוב.


התבודדות צווישן די גראז און ביימער - איז אויך פאר פרויען, בפרט אין שטעטל וואו מען וואוינט יעדער באזונדער - קען מען זיך ארויסזעצן הינטער די שטוב אין א שטילע איידעלע פלאץ, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.

#18 - פרעגן פונעם מנהל אלע פראגעס בנוגע די תלמוד תורה און אלעס ארום
מלמדים, חדר, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מלמד תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


פון היינט אן זאלסטו פרעגן אלע פראגעס בנוגע די תלמוד תורה און אלעס ארום - פונעם מנהל ר' מרדכי נרו יאיר. ער האט אסאך קונה געווען פון מיר, ער ווייסט זייער גוט ווי אזוי מען דארף זיך פירן מיט די קינדער, און אזוי אויך, אז דו האסט טענות - זאלסטו מיט אים שמועסן.


איך האף צום אייבערשטן די מלמדים וועלן האבן שכל און פרעגן זייערע פראגעס און נעמען חיזוק פונעם מנהל ר' מרדכי, און אז מען וועט ארבעטן אינאיינעם - וועט מען האבן הצלחה.


גיי שלאפן פרי, א מלמד דארף גוט שלאפן. אויך זאלסטו עסן איידער דו גייסט צו די קינדער, און גיי א שפאציר יעדן טאג צווישן די גראז און רעד זיך אויס צום אייבערשטן דיין הארץ.


 

#17 - זעט צו העלפן אייער מאמע אין שטוב
כיבוד אב ואם, תהלים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר רעדט צום אייבערשטן; וואס קען זיין שענער און בעסער פון זינגען תהילים און רעדן צום אייבערשטן...


זעט צו העלפן אייער מאמע אין שטוב, נישטא קיין גרעסערע מצוה ווי העלפן די מאמע; אז איר וועט העלפן אייער מאמע מיט שמחה - וועט איר מאכן א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן.


געבט א גרוס פאר אייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - ווערט נישט צעבראכן פון געשוויסטער און פון חבר'טעס
חיזוק פאר מיידלעך, אמונה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט אייך זייער ליב, ער ווארט איר זאלט רעדן צו אים; יעדע ווארט וואס איר רעדט צו אים נעמט א מלאך, ער טראגט עס אין הימל און מאכט דערפון א קרוין פארן אייבערשטן.


ווערט נישט צעבראכן פון געשוויסטער און פון חבר'טעס; דער אייבערשטער איז 'מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר', און ווארט איר זאלט רעדן צו אים, זינגען צו אים, אים דאנקען און לויבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#15 - איך האב געשטעלט א מנהל צו פירן מיינע מוסדות אין ארץ ישראל
מוסדות, היכל הקודש, ארץ ישראל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, טברי'


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט עפענען א בית פיגא שולע אין טברי' מיט מיין נאמען - זאלסטו רעדן מיט האברך יצחק פאפנהיים נרו יאיר. איך האב אים געשטעלט צו פירן מיינע מוסדות אין ארץ ישראל, ער ווייסט וואס איך וויל, ער ווייסט ווי אזוי דאס צו פירן און נאר מיט אים וועלן מיר עפענען א בית פיגא.


אז מען רעדט שוין, וויל איך דיר זאגן. דו שרייבסט מיר שארפע בריוו קעגן דעם אינגערמאן נרו יאיר; איך ווייס אז די זאכן זענען נישט וואר, איך פרעג זיך אלץ נאך, און איך קוק זיך צו פון דער זייט צו זען ווי אזוי ער פירט די חדר און די בית פיגא, און אויך דעם ירושלימ'ער שול; איך בין זייער צופרידן פון ווי אזוי ער פירט עס.


איך בין נישט בעל הבית אויף בית פיגא און נישט אויף היכל הקודש, יעדער איינער - ווער עס וויל עפענען תלמוד תורה'ס און שולע'ס - זאל זיין געבענטשט, יגדיל תורה ויאדיר, אבער אז דו ווילסט עס זאל זיין אונטער מיין נאמען - וויל איך דיר בעטן זאלסט גארנישט מאכן. נישט ר' ... נרו יאיר און נישט ר' ... נרו יאיר האב איך געשטעלט; קענסט רעדן מיט האברך יצחק פאפנהיים נרו יאיר און אז ער וועט זאגן עפענען - וועט מען עפענען.


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס דו דארפסט. מיר האבן אן עצה באקומען פון רבי'ן וואס ווער עס פאלגט די עצה, ווער עס טוט דאס - איז אן אויסגעלייזטער, א באפרייטער, מען זעט א וועג ארויס פון יעדע פראבלעם. וואויל איז דעם וואס גייט מיט די וועג, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג; וועט ער זען גרויסע ישועות אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - ארבעט נישט צו האבן געלט צו קענען גיין אויף וואקאציע
כולל, חינוך הילדים, תהלים, שטעטל, סיום, משניות, פרנסה, היכל הקודש, וואקאציע, דרך הלימוד, קאנטרי, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חקת בלק, ט' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט האט מיך א אינגערמאן אין שטעטל איינגעלאדנט ביי זיך אין שטוב צו א סיום אויף הונדערט און איין מאל ששה סדרי משנה; איך בין געזיצן ביי די סיום און אזוי הנאה געהאט, איך האב באקומען פרישע כוחות. איך האב געזאגט ביי די סיום, מענטשן פרעגן כסדר 'וואו איז די שטעטל?' מען זוכט עפעס צו זען; וואס איז שייך צו ווייזן? וואס איז שייך צו זען? ביימער איז דא אין יעדע פלאץ; דא איז די שטעטל! דער שטעטל איז זען אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה און זענען דבוק צום אייבערשטן, דבוק צו די הייליגע תורה.


ביי דער סיום האבן זיך באטייליגט די זיידעס, אויך הרב רבי דניאל שליט"א. מיר האבן געהאט שיינע שיחת חברים, פון די מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געגעבן, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן אין די חדר פון היכל הקודש, מיר האבן דעם דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), מיר קענען לערנען וואו מיר זענען; אין שטאט, אין קאנטרי, נישט משנה וואו מען געפינט זיך, און די רחמנות אויף די וואס האבן נישט דעם וועג צו לערנען; יעדע מינוט האט מען אן אנדערע תירוץ פארוואס נישט צו לערנען, און די אינגעלייט און בחורים אין די קאנטריס זוכן אזא בוים צו לערנען, נאך אפאר מינוט שלעפט מען דעם טיש אויף א צווייטע פלאץ, ביז מען איז מחליט 'אפשר גיין אין אן אנדערע קאנטרי?' מען גייט און מען קומט, און מען קומט און מען גייט, און אזוי גייט אריבער דאס לעבן אן אפילו ענדיגן איין מאל ששה סדרי משנה, איין מאל ש"ס, און אפילו איין מסכתא.


נאך א שיינע זאך האב איך געהאט נעכטן, א ווייבל פון שטעטל שרייבט א בריוו אז זי האט נעכטן מסיים געווען די הונדערט'סטע מאל ספר תהילים; דאס איז די שיינקייט פון דעם פלאץ, דאס איז די שטעטל; זען ווי מען לעבט מיט תכלית, מען לעבט באקוועם, יעדער האט זיין הויז, זיין געזינדל, און דאס פלעכט מען אינאיינעם מיטן באשעפער; דער מאן מיטן משניות און דאס ווייבל מיטן תהילים, דער מאן מיטן טלית ותפילין און דאס ווייבל מיט אויפציען א שטוב מיט אמונה, מיט שמחה.


איך האף שוין אנצוהויבן שיעורי התחזקות יעדע נאכט; ביז דערווייל איז דער פלאץ נאכנישט געווען גרייט, איך האף צום אייבערשטן, אדער היינט אדער מארגן - וועט שוין זיין די טעגליכע שיעורים יעדע נאכט אום אכט דרייסיג.


ארבעט נישט איבער דיינע כוחות אז דו זאלסט קענען האבן געלט צו גיין אויף וואקאציע, זיך אפרוען פון די שווערע ארבעט; צעטייל די וואקאציע אויף אביסל יעדן טאג, נאך פינף אזייגער אדער זעקס אזייגער - גיי אהיים אויף וואקאציע, דארפסט נישט צעטיילן די קינדער, זוכן טובות פון אנדערע; האלט די קינדער מיט דיר, רעד מיט זיי, הער זיי אויס; זייערע מעשה'לעך, חכמה'לעך, און נעם וואקאציע; נעם דיין משניות, זיץ אונטערן בוים און זאג נאך א פרק און נאך א פרק, און ווען דו ווילסט זיך אפרוען - רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, דאנק און לויב, און ווען דו ווילסט זיך שוין אפרוען פון התבודדות - גיי צוריק צום משניות און גמרא.


היינט אינדערפרי בין איך געווען אין בית המדרש אשר בנחל, מען האט געגאסן די מקוה. דער דיין מיט די כולל אינגעלייט וועלכע האבן גוט דורכגעלערנט הלכות מקוואות זענען דארט געווען און געזען אז אלעס זאל זיין כשר וישר, די אינגעלייט האבן דאס געגאסן, איך האלט שוין נישט חשבון די וויפלטע מקוה מען האלט שוין.


אינדערפרי איז דא דער שיעור אונטן אין וואלד ביי די בחורים, מען לערנט אינאיינעם א בלאט גמרא; עס איז אזוי מחי'דיג, אזוי געשמאק; לערן דו אויך דעם בלאט גמרא, אפילו נאר זאגן די ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - איך וועל טון וואס איז מעגליך אז דו זאלסט צוריק ווערן פרייליך
תפילות אויף אידיש, התבודדות, טענות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך שפיר אז דו ביסט ברוגז אויף מיר, אויך זעט איך אויף דיר אז דו ביסט נישט פרייליך, איך זע דיין פנים האט נישט דעם שיין און ליכטיגקייט פון אמאל. איך בין גרייט צו הערן וואס שטערט דיר, און וואס זענען די טענות וואס דו האסט, און וואס איז מעגליך וועל איך טון אז דו זאלסט צוריק ווערן פרייליך.


ברודער, נעם די עצה פון רבי'ן, גיי אין א ווינקל און שמועס מיטן באשעפער. בעט אים:


"הייליגער באשעפער, מאך מיך פרייליך, מאך מיך גוט, נעם מיך ארויס פון מיין עצבות ומרה שחורה, העלף מיר איך זאל נישט האבן קיין תרעומות אויף דיר".


"ובחנוני נא בזאת" - האט רבי נתן געזאגט, "אויב וועט א מענטש האבן פערציג טעג התבודדות אויף דיין זאך און נישט זען א ישועה".


איך בעט דיר ליבער ברודער, דראפע זיך און דערהאלט זיך.

#12 - רבונו של עולם, עס איז מיר אזוי שווער, איך האב שווערע ביטערע נסיונות
תפילות אויף אידיש, משמש דעם רבי'ן, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן, דו העלפסט בויען מוסדות וואס ברענגט אריין די ליכטיגע עצות פון רבי'ן אין די וועלט. דער אייבערשטער זאל דיר געבן כח ווייטער צו העלפן מיט א פרישקייט.


הויב נישט אן דיין טאג איידער דו גייסט אביסל התבודדות. האסט דאך א גרויסער פעלד ארום דיין שטוב, גיי אין א ווינקל און שמועס מיטן אייבערשטן. בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, בעט:


"רבונו של עולם, עס איז מיר אזוי שווער, איך האב שווערע ביטערע נסיונות, העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך".


טייערער ברודער, מיט די זיסע וועג פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות - איז די לעבן א "גן עדן".


 

#11 - ווען דו האסט אפאר מינוט, זאלסטו גורס זיין משניות
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, משניות, לימוד התורה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעם מיט דיר שטענדיג א משניות'ל, און ווען דו האסט אפאר מינוט - זאלסטו גורס זיין משניות.


משנה איז די אותיות נשמה; משניות לייטערט אויס די נשמה. משנה איז די אותיות משנה; אז מען לערנט משנה - איז דאס משנה דעם מענטש, מען ווערט אן ערליכער איד.


אויך זאלסטו זיך יעדן טאג מתבודד זיין. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך - אידיש; בעט דעם אייבערשטן:


"קרבנו לתורתך, זיי מיך מקרב צו די תורה, איך זאל לערנען תורה, איך זאל פארשטיין תורה, למדנו מצוותיך, לערן מיך דיינע מצוות, הורינו דרכיך, ווייז מיר דיינע וועגן, הט לבנו ליראה את שמך, בייג מיר צו דיר, בייג מיין הארץ איך זאל וועלן זיין גוט".


אין די צוויי עצות זאלסטו זיך שטארקן, תורה ותפילה - וועסטו קענען מנצח זיין די שווערע מלחמת היצר.

#10 - בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן
התחזקות, חלישות הדעת, רבינו ז"ל, בלבולים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


האלט זיך מיטן רבי'ן, בינד זיך צו צום רבי'ן, טו וואס דו קענסט נאר צו בלייבן ביים רבי'ן, ווייל דער סמ"ך מ"ם ימח שמו טוט אלעס וואס ער קען נאר, אוועק צו נעמען דעם מענטש פון רבי'ן.


איך ווייס דו גייסט יעצט אריבער א פרישע פרשה פון חלישות הדעת, יעצט שפירסטו ווי דו קענסט עס מער נישט נעמען, דו ווילסט אפלאזן היכל הקודש, בעט איך דיר ליבער ברודער, טייערער חבר, בלייב ביים רבי'ן; וועסטו אויך זיין אין גן עדן ביים רבי'ן. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן עד): "הַמְקֹרָבִים שֶׁיֵּשׁ לַצַּדִּיק בְּחַיָּיו, הֵם יִהְיוּ מְקֹרָבִים בְּמוֹתָם", ווער עס איז מקורב צום צדיק אויף די וועלט - וועט זיין מקורב צום צדיק אויף יענע וועלט.


אויבן אין הימל איז דא אסאך מער בלבולים און אסאך חלישות הדעת מען זאל אפלאזן דעם רבי'ן, מען פארדריידט די נשמה; די מלאכי חבלה, די מקטריגים - זענען געפערליך, און ווי אזוי מען לעבט דא, ווי אזוי מען בינדט זיך צו דא - אזוי וועט זיין דארט.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט דערציילט פון רבי סענדר'ל פון טיראוויצע זכרונו לברכה. ער איז געווען א גרויסער עובד השם, סוף ימיו האט ער געוואוינט אין אומאן און זיין סדר היום איז געווען אז יעדן פארטאגס פלעגט ער גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן זיך מתבודד זיין און לערנען דארט זיינע שיעורים כסדרן. אמאל האט פאסירט אז מענטשן זענען געקומען פארטאגס צום ציון און מען האט געזען א ווייסע געשטאלט ביים ציון, קודם האט מען מורא געהאט וואס דאס איז אבער נאכדעם האט מען באמערקט אז דאס איז רבי סענדר פון טיראוויצע באדעקט מיט שניי פון קאפ ביז פיס, האט מען אים געפרעגט: "רבי סענדר וואס טוט איר דא, עס איז קאלט און עס שנייט, איר ווערט דאך באלד פארפרוירן?!" האט ער געענטפערט: "איך בין געקומען פארטאגס צום ציון און דער ציון איז געווען פארשפארט, האב איך אפגעמאכט אז איך גיי נישט אוועק פון דא; עס האט אנגעפאנגען פאלן א שניי האב איך שוין יא געוואלט אהיים גיין, אבער איך האב געטראכט צו זיך 'ווען איך וועל אוועק גיין מזה העולם, איך וועל ארויפקומען אויבן אין הימל און איך וועל וועלן גיין צום הייליגן רבינ'ס היכל, וועט מען מיר ענטפערן תירוצים: עס רעגנט, עס שנייט, עס איז ווייט, עס איז קאלט וכו' וכו'; וועל איך זאגן אז ווען איך האב געלעבט אויף די וועלט האב איך נישט געקוקט אויף גארנישט און איך בין יעדן טאג געקומען צום רבינ'ס ציון, אזוי וויל איך יעצט אויך גיין צום הייליגן רבי'ן אן קיין תירוצים - וועט מען מיר מוזן לאזן גיין צום רבי'ן'".


איך האב דיר שוין געשריבן די מעשה, דאך שרייב איך דיר נאכאמאל די מעשה ווייל עס איז זייער וויכטיג און עס שטעלט אוועק דעם קאפ ווי צו טראכטן ווען מען האט די בלבולים וכו' וכו'. דער רבי האט געהאט א תלמיד ר' ליפא, א גרויסער סוחר. אמאל איז ער געפארן צום יריד מאכן געשעפטן, ער האט געטראכט אז ער וועט קודם גיין צום רבי'ן נעמען א ברכה, ער איז געפארן צום רבי'ן אויף שבת. ביי שלש סעודות האט ער געווארט אז דער רבי זאל שוין ענדיגן די תורה, ער זאל קענען פארן צום יריד פארדינען געלט. דער הייליגער רבי האט דאך אלעס געזען, האט ער מרמז געווען ביי די תורה וואס שטייט אין זוהר (תיקוני זוהר תיקון ג' מהתיקונים האחרונים): "חֲיֵיכִת בְּהוֹן בְּעוּתְרָא בְּהַאי עָלְמָא, וּלְּבָתַר, קְטִילַת בְּהוֹן", געלט לאכט צום מענטש אין די יונגע יארן, און שפעטער הרג'עט עס דעם מענטש; דער רבי האט געוואלט מיט דעם מרמז זיין פאר ר' ליפא אז נישט אלעס איז געלט וכו'. ר' ליפא האט זיך באליידיגט פון דעם, ער איז אוועק געגאנגען פון רבי'ן און מער נישט געקומען.


יארן שפעטער האט אים רבי נתן געטראפן, ער האט אים געפרעגט: "ליפא, וואו ביסטו אנטלאפן, פארוואס ביסטו אוועק פון הייליגן רבי'ן? עמנו הייתם!" האט אים ר' ליפא געזאגט: "דער רבי האט מיך פארשעמט", מיינענדיג די תורה וואס דער רבי האט דעמאלט געזאגט און אים מרמז געווען אין די תורה, זאגט אים רבי נתן: "ליפא! פון אזא רבי גייט מען אוועק?! זאל דער רבי נעמען א דראנג (א דיקע האלץ) און מיך שלאגן - וועל איך אויך נישט אוועק גיין", ווייל ווען מען מאכט זיך א חשבון, מען איז זיך מתבודד - קומט אויס אז 'פון אזא רבי וועל איך קיינמאל נישט אוועק גיין, אפילו ער וועט מיך שמייסן מיט א דראנג'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - פארוואס טראכסטו אז קיינער איז נישט אינטערעסירט אין דיר?
אמונה, התחזקות, ישיבה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


פארוואס זאלסטו זאגן קיינער דארף דיך נישט, קיינער טראכט נישט פון דיר און קיינער אינטערעסירט זיך נישט אין דיר? דער אייבערשטער איז ביי דיר, מיט דיר און נעבן דיר; דער אייבערשטער האט דיך זייער ליב, דער אייבערשטער מאכט אלעס פאר דיר.


ווער אטעמט אין דיר? ווער זעט אין דיר? ווער הערט און רעדט אין דיר? דער אייבערשטער! פון דעם אליינס דארפסטו ווערן משונה פרייליך.


איך בין זיך זייער מחי' אין ישיבה דעם זמן, מיר האבן גאר טייערע בחורים, עס זענען געבליבן נאר בחורים וואס ווילן לערנען און דאווענען, מיר רעדן אין ישיבה נאר פון רבי'ן. נעכטן איז געווען א שיינע שיעור, מען האט אסאך גערעדט פון אמונה, פון וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, "וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל, רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, נאר אזוי ווי פרויען און פשוטי עם וואס גלייבן בתמימות ופשיטות.


גיי התבודדות, גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן; עס וועט דיר גוט ווערן, וועסט אנהויבן שפירן אז דו ביסט נישט אליין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד
הפצה, שטעטל, יראת שמים, דף גמרא, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר; פון דיין יראת שמים, פון דיין דרך ארץ און התמדת התורה. איך הער צוריק זייער שיינע גרוסן פון אינגעלייט אין שטעטל; סיי פון די מלמדים און סיי פון בית המדרש - אז דו פירסט זיך ווי א דערוואקסענער, מיט גוטע מידות.


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט זיין שטארק מיטן בלאט גמרא יעדן טאג. גיי צום שיעור, און עס זאל דיר נישט נערוועז מאכן די יונגערע קינדער וואס קומען צום שיעור; אדרבה, זאלסט פארגינען די קינדער אין שטעטל אז זיי קומען אויך צום שיעור און אז זיי גייען אויך הפצה.


יעצט זומער וועל איך מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען אין שטעטל, זיין דארט ביז די הייליגע טעג, איך האף צום אייבערשטן אז מיר וועלן קענען אינאיינעם זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס עצות. איך קוק ארויס אויף דיר אז דו וועסט אויסוואקסן אן ערליכער איד, איך האב צוגעזאגט פאר דיינע עלטערן נאך יארן צוריק, אז זיי וועלן מיר העלפן מיט די סקול בית פיגא און איך וועל דיך מחזק זיין צו זיין אן ערליכער איד.


גיי התבודדות יעדן טאג צווישן די גראז און ביימער, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זיין פרייליך און צופרידן און אים דינען אן אויפהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - נעם נישט א רפואה וואס איז נאכנישט באשטעטיגט
שלום בית, הכרת הטוב, שווער און שוויגער, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִסוֹ", דער בעל הנס כאפט אליינס נישט די ניסים וואס דער אייבערשטער מאכט מיט אים; איך מיין דו כאפסט נישט די גרויסע נס וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געמאכט, דו האסט אן אשת חיל מיט ליכטיגע קינדער, שלא כדרך הטבע, דארפסטו מכיר טוב זיין דעם באשעפער.


ווי אזוי איז מען מכיר טוב? דורכדעם וואס מען פאלגט וואס דער רבי האט אונז געלערנט (שיחות הר"ן, סימן רסד) צו מכבד זיין די ווייב; רעדן שיין, ווייך און הארציג. דיין ווייב ווארט דו זאלסט איר געבן ליבשאפט און ווארעמקייט; עס קומט איר, געב איר גוטע ווערטער.


טייערער ברודער, גיי אביסל התבודדות, מאך זיך א חשבון הנפש, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, ער זאל דיך מקרב זיין צו אים. וואוינסט דאך צווישן די ביימער און גראז; זאלסטו יעדן טאג שפאצירן אפאר מינוט און זיך אויסשמועסן מיט אים.


זיי מכבד דיין שווער און שוויגער. ווען דו גייסט שבת צו זיי - זאלסטו זיצן מיט דרך ארץ, אזוי ווי דו ווילסט דיינע איידעמער זאלן זיצן ביי דיין שבת טיש. פארגעס נישט, דו געבסט זיך איין דריי און דו האסט איידעמער, וואס וועסטו דעמאלט טון...?

#6 - מוהרא"ש האט אפגעליטן צרות צרורות און דאך נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה
צרות, אמונה, הפצה, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב געזען א בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ; איך האב געזען מוהרא"ש אפאר טעג פאר'ן הסתלקות אין שפיטאל אויפ'ן בעטל, מוהרא"ש האט געפאטשט און געשמייכלט, מוהרא"ש האט געזאגט: "איך פאטש אז איך גיי אוועק פון די וועלט".


וואס זאל איך דיר זאגן, דאס בילד לויפט מיר נאך. מוהרא"ש האט אין זיין לעבן זיך אפגעליטן צרות צרורות און דאך האט ער נישט פארלוירן די אמונה, נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט זיין גאנץ לעבן נאר געטון פאר די אמונה; אריינברענגען אמונה אין אונז און אין די גאנצע וועלט.


אז מיר וועלן פאלגן מוהרא"ש, מיר וועלן גיין אין די וועגן, מיר וועלן זיך באנוצן מיט די עצות פון רבי'ן - וועלן מיר זוכה זיין צוצוקומען צו א שטארקע אמונה, מיר וועלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר וועלן אויך קענען פאטשן און שמייכלען, זיין אמת'דיג איבערגעגעבן צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, גיי אביסל שפאצירן, זיי זיך מתבודד; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, בעט אים: "קרבינו לעבודתיך, הט לבי ליראה את שמך", בעט אין אידיש: "טאטע איך וויל זיין ערליך, העלף מיר".


עס איז דאך א מחי' דאס לעבן ווען מען גייט התבודדות.

#5 - גיי מיט די קינדער התבודדות
חינוך הילדים, מלמדים, הפצה, ריינקייט, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


גיי מיט די קינדער התבודדות.


מאך זיך א סדר צו גיין מיט די קינדער הפצה.


אויך זאלסטו מיר שרייבן די נעמען פון די קינדער, ווער עס העלפט רייניגן די שול.

#4 - פאר די מתנה פון התבודדות, האט זיך שוין געלוינט צו קומען צום רבי'ן
תפילה והתבודדות, שטעטל, ארץ ישראל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיר פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, עס זעט זיך אן דיין געפיל צום רבי'ן; לויט דיין ארבעט, דיין געטריישאפט ווי דו ביסט איבערגעגעבן צום רבי'ן – איז א סימן אז עס ברענט אין דיר דעם רבי'ן.


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער, איך פאר קיין ארץ ישראל; איך האב נישט געהאט קיין צייט זיך צו געזעגענען פון דיר. נעכטן – מיטוואך – פארטאגס האב איך באקומען א ידיעה אז איך האב א רשות אריינצוקומען קיין ארץ ישראל, נאך אזויפיל תפילות, נאך אזויפיל בענקעניש – בין איך זוכה יעצט אנצוקומען.


וואס זאל איך דיר זאגן, פאר דעם אליינס, פאר די מתנה פון התבודדות – האט זיך שוין געלוינט מקורב צו ווערן צום הייליגן רבי'ן, צו קענען זוכה זיין צו זיצן אויפ'ן פליגער צעקוועטשט און צעדרוקט שעות אויף שעות און קענען האבן די שכל צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן.


וואוינסט אין שטעטל צווישן פעלדער און וועלדער, זאלסטו גיין אביסל שפאצירן מיט'ן אייבערשטן, אים דאנקען פאר דיין שיינע לעבן; עס איז נישטא עפעס זיסער, עס איז נישטא עפעס בעסערס.


 

#3 - ווען עס איז דא שלום אין שטוב, איז דא אלע ברכות אין שטוב
שלום בית, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז עס איז דא שלום צווישן דיר און דיין ווייב, שלום איז דער נאמען פונעם אייבערשטן (שבת י:); ווען עס איז דא שלום אין שטוב - איז דא אלע ברכות אין שטוב.


שטארק זיך מיט די עצה פון רבי'ן, גיי אביסל התבודדות; אין שטעטל איז דאך אזוי געשמאק, וואו מען גייט און וואו מען שטייט האט מען פעלדער און וועלדער. עס איז אזוי איינגענעם צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אלעס גייט אנדערש נאך התבודדות, אלעס גייט כסדרן ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן.

#2 - איך פריי זיך אז דו האסט אנגעהויבן לערנען צו זיין א סופר סת"ם
סופרים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, ראש חודש טבת, ו' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך פריי זיך אז דו האסט אנגעהויבן לערנען די פאך פון שרייבן, זיין א סופר סת"ם. מיר האבן שוין אין די קהילה א סופר, אבער די קהילה וואקסט כן ירבו - דארפן מיר נאך סופרים.


אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון סופרים וואס פאלגן דעם רבי'ן, סופרים וואס האבן שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, סופרים וואס זענען זיך מתבודד, וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן.


הייב אן לערנען דעם ספר קסת הסופר, דו וועסט דארפן לערנען דעם ספר אן א שיעור מאל און זיך דאס פארהערן ארויסצונעמען א קבלה צו קענען שרייבן.


יעדן אינדערפרי זאלסטו גיין אביסל התבודדות אין פעלד; דער שטעטל איז דאך גן עדן התחתון, מען קען זיך מתבודד זיין צווישן די פעלדער און וועלדער.

#1 - דורך תהלים און התבודדות זעט מען וואונדער
חיזוק פאר פרויען, תהלים, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' לסדר כי תבוא לאומאן, י"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין שטעטל דורכאויס די זומער וואכן; עס איז א הייליג פלאץ, א ריינע פלאץ; עס איז נישטא נאך אזא פלאץ אין די וועלט, א פלאץ וואו יעדער איינער לעבט פאר זיך מיט'ן אייבערשטן.


יעדע דינסטאג נאכט וועט זיין א צאמקום פאר אלע פרויען פון שטעטל; איך האף אנצוגרייטן אפאר ווערטער, חיזוק פון רבי'ן וואס מען וועט אויפשפילן; דאס וועט אייך געבן חיזוק ווייטער אנצוגיין מיט אייער ארבעט מיט די קינדער.


נוצטס אויס די שטעטל פאר התבודדות; יעצט איז נאך נישט קאלט, עס איז שיינע וועטערס, זעצט אייך ארויס אויפ'ן פעלד נעבן שטוב מיט א תהילים און זינגטס די שיינע געזאנגען וואס דוד המלך האט געזינגען צום אייבערשטן. בעטס דעם אייבערשטן וואס איר דארפט וועט איר זען וואונדער וואס ער וועט טון מיט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.