בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#240 - א געזונטע און ריינע עולם אינעם בנין אין אומאן
התחזקות, אומאן, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, כ"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


העניך אינדיג נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן אינזין האבן יעדן טאג פונעם יאר אז מיר זאלן האבן א באקוועמע פלאץ אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ראש השנה, א גאנץ יאר זארגסטו פאר דעם, אז אלעס זאל זיין באקוועם און געשמאק; קענסט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון משמש זיין דעם רבי'ן, עס איז אן אייביגע זכות.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אויסקלויבן וועם צו געבן א בעט ביי אונז אין בנין, איך זוך נישט אנצופילן דעם בנין, איך זוך נישט וכו'; ענדערש זאל זיין א געזונטע עולם, א ריינע עולם וכו'. אויך זאלסטו רעדן מיט די גבאים בארץ הקודש זיי זאלן נישט פארדינגען בעטן פאר וועם אימער, איך וויל נישט קיין פראבלעמען.


העיקר שטארק זיך, נעם מיט דיר א זעקל ספרים, און ביי די ארבעט זאלסטו האלטן א תהלים און א משניות, און לערנען און דאווענען און זיך מתבודד זיין צום באשעפער, מאך פון די גאנצע קאנסטראקשן סייט א הייליגע פלאץ פון תורה ותפילה.


די יאר ראש השנה הבא עלינו לטובה, געפאלט אום שבת, (אויך קומענדיגע יאר, שנת תשפ"ח); דארף מען געדענקען אויסצושטעלן די סעודה פון די ערשטע טאג ראש השנה, דאס צעטיילן אין צוויי.

#239 - מען ליגט אויף דער ערד, און מ'שעפשעט תפילות
התחזקות, משיח, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך קען זיך נישט איינהאלטן, איך מוז דיר שרייבן וואס איך האב געטראכט ביים לערנען גמרא, (דעם מארגנדיגן דף, חולין דף סג), די גמרא רעדט פון די כשר'ע פייגלעך און די טמא'נע פייגלעך; זאגט די גמרא אז די פייגל 'רָחָם' וואס די תורה זאגט (ויקרא יא, יח), אז דאס איז פון די טמא'נע פייגלעך - דאס איז די פייגל 'שְׁרַקְרַק'; די גמרא זאגט אז ווען מען זעט די פייגל איז דאס א סימן אז עס גייט קומען שפע, עס גייט רעגענען, "וּגְמִירִי", און די הייליגע חכמים האבן מקובל, "דְּאִי יָתֵיב אַאַרְעָא", אז אויב מען זעט די פייגל זיך אוועק זעצן אויף דער ערד, "וְשָׁרֵיק", און טשיפשעט, "אֲתָא מְשִׁיחָא", איז א סימן אז משיח גייט יעצט קומען, "שֶׁנֶּאֱמַר 'אֶשְׁרְקָה לָהֶם וַאֲקַבְּצֵם'", אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (זכרי' י, ח), איך וועל געבן א פייף, און אזוי וועל איך צאמנעמען די אידן פון גלות.


איך האב געטראכט, מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, אז מען פאלט אין עבירות, מען פאלט אין בלאטע, מען ליגט אויף דער ערד – זאל מען פון דארט שעפשען תפילות, פון דארט זאל מען בעטן דעם אייבערשטן: "נעם מיך ארויס פון בלאטע" – העלפט דער אייבערשטער און מען ווערט אויסגעלייזט; דאס איז פשט: "דְּאִי יָתֵיב אַאַרְעָא", אויב מען זיצט אויף דער ערד – דאס מיינט מען איז בחינת 'עֲפָרַיִם', בלאטע, מען איז פול מיט תאוות רעות און מידות רעות, "וְשָׁרֵיק", און מען פייפט – מען שרייט: "נעם מיך ארויס פון בלאטע", מען קוויטשעט צו אייבערשטן – "אֲתָא מְשִׁיחָא", קומט משיח, מען ווערט באפרייט פון דעם יצר הרע, "קָרְבָה אֶל נַפְשִׁי גְאָלָהּ" (תהלים סט, יט).


דאס וועט זיין דער סימן פון משיח, משיח וועט אויסלערנען פאר אלעמען דעם רבינ'ס לימוד פון "אין שום יאוש בעולם כלל" (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן עח), משיח וועט אויסלערנען פאר אלעמען, אז אפילו "יָתֵיב אַאַרְעָא", דו ליגסט אין בלאטע, דו ליגסט אין עבירות, "וְשָׁרֵיק" – שריי פון דארט צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכט): "כְּשֶׁנּוֹפְלִין לִפְעָמִים לְתוֹךְ רֶפֶשׁ וָטִיט, שֶׁקָּשֶׁה לוֹ מְאֹד לָצֵאת מִשָּׁם", אז מען פאלט אריין אין א בלאטע וואס עס איז שווער ארויסצוגיין דערפון, "צוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין, וְצוֹעֲקִין!" וְאָמַר בִּלְשׁוֹן אַשְׁכְּנַז בְּזוֹ הַלָּשׁוֹן (רבי נתן ברענגט אראפ דעם לשון אין אידיש אזוי ווי דער רבי האט דאס געזאגט): "אוּן אֲפִלּוּ אַז מֶען פַאלְט אִין אַ בְּלָאטֶע אַרַיין, שְׁרַייט מֶען, אוּן מֶע שְׁרַייט, אוּן מֶע שְׁרַייט"; דאס איז די עצה ווי אזוי מען קען ארויסקריכן פון עבירות, מען זאל שרייען צום אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל: "הֶעלְף מִיר טַאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיין בְּלָאטֶע, נֶעם מִיךְ אַרוֹיס פוּן מַיינֶע עֲבֵירוֹת"; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט פאר מוהרנ"ת (שם, סימן שב): "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'" (יונה ב, ג).


ווי וואלטן מיר געווען, ווי וואלטן מיר אויסגעזען אן מוהרא"ש וואס לערנט אונז די לימודים פון הייליגן רבי'ן, די לימודים פון משיח...


מארגן – שבעה עשר בתמוז – פאסט מען, עס וועט נישט זיין קיין שיעור.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#238 - שטארקע נערווען
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ליבער ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, נישטא נאך א זאך וואס טוט שטארקן די נערווען ווי התבודדות ותפילה; דאס דערציילן און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן – מאכט שטארקע נערווען, עס נעמט אוועק אלע נערוועזקייטן, מען באקומט א שטארקע מח.


מענטשן וואס זענען נישט מקורב צום רבי'ן, וואס ווייסן נישט פון די סוד פון התבודדות; אויף זיי איז א גרויסע רחמנות, ווייל ווען עס גייט זיי אריבער עפעס נישט גוט, אדער עפעס א צער, אדער עגמת נפש – דערציילן זיי עס פאר די ווייב, און על פי רוב וואס קען א ווייב טון? וואס פאר א עצות קען זי דען געבן? אנשטאט שטארקן – ווערט מען מער צעבראכן, פול מיט חלישות הדעת, אבער א ברסלב'ער חסיד וואס פאלגט דעם רבי'ן און גייט אביסל התבודדות יעדן טאג, ער דערציילט דעם אייבערשטן אלעס – דאס מאכט שטארקע נערווען, דאס ברענגט א קלארע לויטערע אמונה, מען האט כח אנצוגיין מיט די מצב, מיט די זאכן וואס מען גייט אריבער.


אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס געבט אונז חיזוק און עצות מיט א קלארע לויטערע אמונה.

#237 - אפכאפן די שיעורים
תפילה והתבודדות, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), י' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן מיר העלפן מיט אפכאפן די שיעורים סיי אינדערפרי און סיי ביינאכט, היינט אינדערפרי האט מיר געבאדערט אז דו ביסט נישט געווען גרייט וכו', האב איך נישט געגעבן די שיעור, ווייל די שיעורים קען איך נאר געבן אז מען ריקארדט עס, און אז דו ביסט נישט גרייט אכט אזייגער איז מיר א שאד צו ווארטן, א שאד מיין צייט, איך האב אזויפיל צו טון א טאג, דערפאר בעט איך דיר דו זאלסט זיין פינקטליך אין צייט מיט די גמרא, קעמערע, באטערי וכו', ריקארדער וכדומה.


זיי נישט מוותר אויף ח"י פרקים משניות און א יום תהלים, אויך זאלסטו גיין א שפאציר, זיך מתבודד זיין, בעט פאר א שידוך, בעט פאר ערליכע דורות, בעט פאר דביקות בה', און צו זוכה זיין צו בענקען מער און מער צום אייבערשטן.

#236 - א געפיל פאר תפילה והתבודדות
תפילה והתבודדות, אמונה, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


ליבער ברודער, יעצט אין די דריי וואכן, די טעג פון בין המצרים – דארפן מיר זיך זייער מחזק זיין מיט אמונה, צו וויסן אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ער פירט אלעס, ער מאכט אלעס, ער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר. ווייל די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לג.): "מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ דֵּעָה", ווער עס האט שכל, - "כְּאִלּוּ נִבְנָה בֵּית הַמִּקְדָּשׁ בְּיָמָיו", איז אזוי ווי די בית המקדש איז ביי אים נישט חרוב; וואס מיינט דעת און שכל? דאס מיינט מען די אמונה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים ד, לה): "אַתָּה הָרְאֵתָ לָדַעַת כִּי ה' הוּא הָאֱלֹקִים, אֵין עוֹד מִלְבַדּוֹ", ווייל דאס איז די חורבן בית המקדש, דאס וואס מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, דאס וואס מען רעדט זיך נעבעך איין אז די וועלט פירט זיך מיט טבע, מקרה און מזל; על כן דארפן מיר זיך זייער שטארקן מיט אמונה, אזוי וועלן מיר זוכה זיין ארויסצוגיין פון גלות, מיר וועלן זוכה זיין צו ביאת משיח.


ווי אזוי איז מען זוכה צו א שטארקע קלארע אמונה? דורך תפילה; דורך בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען דארף, און דורך דאנקען דעם אייבערשטן – ווערט מען זייער נאנט צום אייבערשטן; דעריבער זאלסטו יעצט אין די טעג פון בין המצרים זיך שטארקן אין די זאך פון גיין יעדן טאג התבודדות, טרעף זיך א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן, בעט אים אויף אלעס וואס דו דארפסט, בעט אים אויף רוחניות און אויך אויף גשמיות, רעד מיט דיינע אייגענע תפילות אויף אידיש, דאס וועט אויפבויען דיין אמונה, דו וועסט זוכה זיין במשך הימים צו א קלארע אמונה, דיין דעת וועט ווערן שטארק געבויט, ביז עס וועט זיין ביי דיר א בנין בית המקדש, דו וועסט ווערן אויסגעלייזט פון אלע דיינע גלות'ן.


מען דארף אבער אסאך סבלנות, אין אנהייב וועט דיר זיין שווער די עבודה, ווייל ווילאנג די אמונה איז נאכנישט קלאר און לויטער – האט מען נישט די געפיל פאר תפילה והתבודדות, מען הייבט אן דאווענען, מען הייבט אן זיך מתבודד זיין, און מען ווערט מיד, מען הייבט אן גענעצן, ביז מען לאזט אפ די הייליגע עבודה, און ווייל מען שפירט נישט ווי די תפילות ווערן נתקבל, מען שפירט נישט ווי מען הערט אויס וכו', פון אסאך זינדיגן, טון עבירות – ווערט "עֲנָנִין דִּמְכַסִּין עַל עַיְנִין" (זוהר הקדוש פרשת פנחס, דף רנב.), מען שפירט נישט די אמונה, אבער אז מען שטארקט זיך מיט אסאך סבלנות, מען האלט אן די עבודה טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, און אזוי ווייטער – איז מען זוכה צו א קלארע לויטערע אמונה, ביז כאילו נבנה בית המקדש בימיו.

#235 - אפרעדן און אויסרעדן זענען צוויי אנדערע זאכן
אמונה, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


יעצט אין די טעג פון בין המצרים ווען מיר קלאגן אויפן חורבן הבית – דארפן מיר תשובה טון, מיר דארפן פאררעכטן צו אנהייבן לעבן מיט א שטארקע אמונה, צו גלייבן אינעם אייבערשטן, אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט; ווייל די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.), ווען די מרגלים זענען צוריק געקומען מיט לשון הרע אויף ארץ ישראל – האבן אלע אידן געוויינט, און דער אייבערשטער האט דעמאלט געזאגט: "אַתֶּם בְּכִיתֶם בְּכִיָּה שֶׁל חִנָּם", דערפאר וואס ענק וויינען אומזיסט, "אֲנִי קוֹבֵעַ לָכֶם בְּכִיָּה לְדוֹרוֹת", וועל איך באשטימען דעם טאג ענק זאלן אלע יארן וויינען, און טאקע דעם טאג, תשעה באב, זענען ביידע בתי מקדש חרוב געווארן.


מיר דארפן תשובה טון, מיר דארפן אויפהערן וויינען, און אויך ווען עס זעט אויס ווי זאכן זענען שלעכט, עס זעט אויס געפערליך – דארף מען גלייבן באמונה שלימה אז פונעם אייבערשטן קומט נישט ארויס קיין שלעכטס, אלעס איז לטובה, ווייל חס ושלום אז מען וויינט, מען מיינט אז מען וויל שלעכטס טון – דעמאלט ווערט א בכי' לדורות; מען רעדט נישט דא פון זיך אויסוויינען צום אייבערשטן און זיך אויסגיסן דאס הארץ, זיך אויסרעדן די ווייטאג וואס מען גייט אריבער; דאס איז זייער גוט צו טון, דאס איז די עבודה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די גאנצע וועלט, משיח איז א לשון פון 'משיח אלמים', משיח וועט מאכן אלע שטומע זאלן שמועסן און דערציילן דעם אייבערשטן; מען רעדט פון זיך אפרעדן, דאס איז געפערליך, אפרעדן און אויסרעדן זענען צוויי אנדערע זאכן, דאס איז כרחוק מזרח למערב; אפרעדן איז טומאה, עצבות ומרה שחורה, און זיך אויסרעדן – איז קדושה; מיר דארפן גלייבן באמונה שלימה אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, פונעם אייבערשטן גייט נישט ארויס קיין שלעכטס, און אז זאכן טוען וויי – דארף מען קומען מיט תחנונים בעטן א מתנת חנם, בעטן דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן.

#234 - אויף תפילה דארף מען אסאך סבלנות
תפילה והתבודדות, אמונה, התחזקות, תפילה, התבודדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מטות מסעי, כ' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס דו פרעגסט וואס איז פשט אז מען בעט זאכן פונעם אייבערשטן און מען זעט נישט ווי מען ווערט געענטפערט וכו'? וויסן זאלסטו, אויף תפילה דארף מען האבן אסאך סבלנות, די הייליגע חכמים זאגן (ברכות לב:): "אם ראה אדם שהתפלל", אויב א מענטש זעט אז ער האט געדאווענט און געבעטן, "ולא נענה", און ער איז נישט געענטפערט געווארן, "יחזור ויתפלל", זאל ער נאכאמאל בעטן; ווייל אמאל דארף מען בעטן אויף א זאך מער תפילות, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (דברים רבה ב, יז): "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", אמאל ווערן תפילות געענטפערט נאך א שטיק צייט, למשל פערציג טעג, און אויך אמאל דארף מען בעטן א סכום תפילות ביז מען פועל'ט א ישועה; מען דארף אסאך געדולד נישט צו פארלירן די אמונה, און חס ושלום נישט אפלאזן תפילה והתבודדות, נאר אויסווארטן מיט געדולד און האבן עקשנות נישט אפצולאזן תפילה, נאר בעטן ברחמים ובתחנונים.


שטארק זיך ..., איך בין זייער צופרידן פון דיר, איך האב דיך ליב, איך האב ליב דיין תמימות, ווי דו ביסט שטארק מיט לערנען תורה און יראת שמים, נאך אביסל וועסטו א חתן ווערן און אויפשטעלן א שיינע שטוב.

#233 - אריינשרייבן א קליין בריוועלע אינעם סידור און תהלים
חינוך הילדים, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


יעצט ווען ענק שיקן אייער טאכטער תחי' אין מיידל קעמפ - זאלן ענק איר מיט שיקן א סידור מיט א תהלים, שרייבט איר א קליין בריוועלע אינעם סידור און אינעם תהלים אז זי זאל זיך אויסבעטן ביים אייבערשטן; זי זאל בעטן פאר א גוטע שידוך, אן ערליכע שידוך, מיט ערליכע געזונטע דורות.


מען דארף אסאך תפילות צו באקומען א חתן א ירא שמים; מען קען גיין אנגעטון מיט א הוט און רעקל, מען קען אויסזען פון אינדרויסן ווי אלעס איז פיין און וואויל, און אינעווייניג איז מען שוין ליידער פארפוילט השם ישמרינו, און נאר מיט תפילה איז מען זיכער אז מען וועט זוכה זיין צו טרעפן אן ערליכע שידוך און אויפשטעלן אן ערליכע שטוב.


שאצט ענק נישט אונטער, אפאר אמת'ע ווערטער פון א טאטע מאמע קען ראטעווען דאס קינד און אלע אירע דורות, ווייל ווען זי וועט עפענען איר סידור וועט זי נאכאמאל כאפן א בליק אויף די פאר אמת'ע ווערטער וואס ענק האבן איר געשריבן פון הארץ.


שרייבט איר אז זי זאל רעדן צום אייבערשטן אין איר שפראך, אין מאמע לשון, "כי אתה שומע תפילות כל פה", דער אייבערשטער הערט אויס די געבעט פון יעדן איינעם, דער אייבערשטער איז אונזער טאטע, מען דארף רעדן צו אים און זיך בעטן ביי אים אזוי ווי א קינד בעט א טאטע, שרייבט איר אז לאה אמינו האט געדארפט חתונה האבן צו עשו און זי האט נאס געמאכט אירע אויגן מיט תפילה, זי האט געוויינט צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל נישט א מאן אן עשו, איך וויל א מאן א יעקב, א מאן א צדיק", און אזוי אויך מיט קינדער; וואס האט רבקה געטון ווען זי האט געזען אז זי קען נישט האבן קיין קינדער? זי האט געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט זיך געשטעלט אין א ווינקל פון שטוב מיט א סידור אויפן פנים און געוויינט: "הייליגער באשעפער געב מיר קינדער" - ביז זי האט זוכה געווען צו קינדער, און אזוי האבן אלע אמהות געטון; אזוי זאלסטו טאכטער טון - וועסטו האבן אלעס וואס דו דארפסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#232 - פריוואטע שעמעדיגע זאכן, שלום בית און חובות
שלום בית, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת בלק, (בלק בא"י), ח' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


באנוץ זיך מיטן רבינ'ס עצה, גיי יעדן טאג א שפאציר, שפאציר מיטן אייבערשטן, שמועס זיך אויס דיין הארץ, גיס זיך אויס דיין הארץ, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, פארן אייבערשטן קען מען אלעס דערציילן, אויך זאכן וואס מען קען קיינעם נישט דערציילן, פריוואטע שעמעדיגע זאכן, שלום בית זאכן, חובות וכו'.


איך בין זיכער אז אויב דו וועסט דאס טון טעגליך; יעדן טאג, וואך נאך וואך – וועסטו זען גרויסע ישועות.


די הייליגע חכמים דערציילן (תענית כג:), א איד איז געקומען צו זיין רבי אז ער האט נישט מער קיין געפיל צו זיין ווייב, עס איז נישטא קיין חן – ליבשאפט; האט אים דער רבי געפרעגט: "וואס איז די נאמען פון דיין ווייב?" זאגט ער: "חנה", האט דער צדיק מתפלל געווען און געלערנט דעם תלמיד צו מתפלל זיין, און אוודאי איז צוריק געקומען די חן און ליבשאפט; ווייל תפילה העלפט, און אז מען האט עקשנות צו בעטן יעדן טאג – זעט מען ישועות.


אויך אויב עס איז נאכנישט דא חן – זאלסטו רעדן מיט הכנעה צו איר; רעד שיין, געב גוטע ווערטער אפילו עס איז נישט אינגאנצן אמת, דאס איז נישט שקר; שקר איז ווען מען קריגט זיך, און אמת איז – אז מען איז מוותר און מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען בייגט זיך איין די קאפ פארן אייבערשטן, מען גלייבט אז ער מאכט אלעס, ער שטייט אונטער יעדע זאך, דאס איז אמת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#231 - די פארהער איז נאר מחזק צו זיין, נישט צעקוועטשן
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין ליבער ... נרו יאיר


די בחינות אין כולל איז נאר לחזק, צו זען אז מען קען אויף למעשה און צו קענען גיין ווייטער צום קומענדיגן סימן, אבער אויב דו ווערסט צעדריקט פון די בחינות, עס צעדריקט דיין מח – זאלסטו זיך נישט צעדריקן; דארפסטו דאס נישט מאכן.


לערן אן קיין לחץ, טראכט נישט פון יא קענען, נישט קענען, פון יא מצליח זיין זיך צו פארהערן, באקומען די הוראה אדער נישט, טראכט נישט פון דעם, לערן מיט די מחשבה פון טון דעם רצון ה' וואס האט אונז געזאגט צו לערנען, די מסגרת הכולל איז אויסגעשטעלט צו העלפן לערנען, נישט צו צעקוועטשן, צעדריקן די מח.


גיי יעדן טאג א שפאציר, זיי זיך מתבודד, בעט און וויין צום אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו שפירן די זיסקייט פון די תורה, און נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה ומעשים טובים.

#230 - אלס חתן איז גאר א גוטע צייט פאר עבודת השם יתברך
התחזקות, מוסדות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


החתן ... נרו יאיר


מזל טוב חתן צו דיין שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט גיין צו די חתונה מיט גרויס שמחה, און די שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, די שכינה זאל רוען ביי ענק.


יעצט ווען דו ביסט א חתן איז גאר א גוטע צייט פאר עבודת השם יתברך, נעם זיך צאם, מאך זיך א פלאן צו ענדיגן צו דיין חתונה ש"ס, און אויך ספרי רבינו; יעצט האסטו נאכנישט קיין דאגה פון ברענגען פרנסה, זאלסטו אויסניצן די טעג מיט תורה ותפילה.


שטיי אויף פארטאגס, דאווען און לערן אפאר שעה דיינע שעורים, טו גארנישט איידער דו דאווענסט שחרית און דו לערנסט חומש – פרשת השבוע שנים מקרא ואחד תרגום איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך; משנה – אכצן פרקים משניות כסדרן; גמרא – אסאך בלעטער גמרא; הלכה – שלחן ערוך; מיט ספרי רבינו.


דיין לעבן וועט ווערן ליכטיג און פרייליך, ווייל נאר אז מען לערנט תורה – ווערט מען זאט און צופרידן, מען זוכט נישט נאך נישט גוטע זאכן, תורה מאכט גליקליך און צופרידן.


אויך זאלסטו העלפן מיט וואס דו קענסט – די ישיבה, די קעמפס וכו'; בלייב דיין גאנצע לעבן משמש זיין דעם רבי'ן.

#229 - קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע פריוואטע נכסים
אמונה, מוסדות, התבודדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


האלט זיך שטארק, גלייב באמונה שלימה אז דער אייבערשטער מאכט נאר גוטס, אלעס וואס מען גייט אריבער – איז נאר לטובה פונעם מענטש, און אפילו מען קען נישט פאראויס זען וואס, ווען און וואו, עס זעט אויס נישט גוט, און אמאל איז עס גאר שווער – דארף מען גלייבן אז אלעס איז לטובה.


העלף מיר מיט די מוסדות אין שטעטל, אין אפיס איז די מצב אביסל איבער געשטרענגט; הלוואי אז דו וועסט מיר העלפן מחזק זיין די אפיס, הלוואי וועסטו קוקן אויף די מוסדות ווי דיינע פריוואטע נכסים; דאס איז דאך טאקע דיינ'ס, דיינע קינדער לערנען אין די מוסד, דארף דיר דאס פערזענליך אנגיין.


הייב אן דיין טאג מיט א שפאציר אין פעלד, זיי זיך מתבודד, געב איבער דיין טאג פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געטון (שיחות הר"ן, סימן ב).

#228 - איך זאג דיר, ווייל איך ווייס אז דו וועסט אננעמען
אמונה, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת קרח, (חקת בא"י), כ"ז סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד...


איך בעט איבער, איך האב נישט געוואלט מאכן צער, איך האב דיר געשריבן ווייל איך ווייס אז דו וועסט אננעמען און דו וועסט זיך פרייען צו טון וואס איז ריכטיג; איך וויל נישט מאכן צער, אויב דו ווילסט נישט מער איך זאל דיר זאגן – וועל איך נישט זאגן.


שטארק זיך, אנטלויף צום אייבערשטן, דערצייל אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט אים דו זאלסט שטענדיג געדענקען פון אים, נישט פארגעסן פון אים.


זאג יעדן טאג תהלים, מיט יתן דו זאלסט זאגן דעם "יום תהלים" און אריינפלעכטן צווישן די פסוקים דיינע אייגענע לויב ווערטער, און דיינע אייגענע געבעטן וואס דו דארפסט און וואס עס דריקט דיר.


נאכאמאל, איך בעט איבער, איך פארשטיי פארקערט, איך פארשטיי אז דעם וועם מען קען שרייבן קלארע ווערטער – דאס איז א סימן פון גדלות המוחין; די וואס זענען בקטנות הדעת – די קען מען נישט שרייבן וכו'.

#227 - היט די אויגן, וועסטו האבן שלום בית
צניעות, שלום בית, שלום, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ה סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


טשעפע נישט דיין ווייב, זיי איר נישט מצער, און זיכער נישט טשעפען איר צניעות, איר איידלקייט; רעד זיך נישט איין אז עס וועט זיין בעסער אז זי וועט זיך טוישן איר לבוש, רעד זיך נישט איין אז דעמאלט וועסטו זיין זאט וכו', עס איז דמיונות; זאט ווערט מען נאר פון תורה און תפילה.


טשעפע נישט דיין ווייב; די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.), א פרוי וויינט שנעלער ווי א מאן, און אז מען טשעפט זיי און זיי וויינען קען דאס זיין א סכנה פארן מאן, מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די הצלחה.


ברודער, היט די אויגן; די הייליגע חכמים זאגן (במדבר רבה ב, י): "עֵינָא וְלִבָּא, תְּרֵי סַרְסוּרֵי דַּחֲטָאָה אִינוּן", די אויגן און די הארץ זענען די מעקלערס פארן יצר הרע; דאס מאכט מען זאל אראפפאלן אין עבירות רחמנא לצלן, און אז מען איז מפקיר די אויגן, מען קוקט שמוץ - פאלט מען אין פגם הברית רחמנא לצלן, און נאכדעם פאלט מען אין עצבות און מרה שחורה, מען פארלירט די שלום בית, מען פארלירט די הצלחה.


דיין פראבלעם איז נישט דיין ווייב וכו', דיין פראבלעם איז דיינע אויגן וואס זענען הפקר; אז דו וועסט פארמאכן די אויגן, מער נישט קוקן עבירות - וועט דיין ווייב צוריק באקומען ביי דיר די חן; כל זמן דיינע אויגן זענען הפקר - איז נישט מעגליך עס זאל זיין שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#226 - די וויכטיגסטע זאך פאר א מלמד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אויף די פראגע וועלכע לימודים און שיעורים איז די וויכטיגסטע, אויף וועלכע זאלסטו זיך פארלייגן דאס מערסטע?


ביי דיר איז דאס וויכטיגסטע זאך זיך פארצוקוקן די לימודים וואס דו גייסט לערנען אין חדר מיט דיינע תלמידים, נישטא עפעס גרעסער ווי לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, און יעדע איבריגע מינוט וואס דו האסט – זאלסטו זיך פארגרייטן וואס צו לערנען מיט די קינדער, איינמאל דו ביסט גוט גוט אנגעגרייט מיט די לימודים, געדאנקען ווי אזוי דאס אריינצוברענגען מכח אל הפועל – זאלסטו לערנען חומש רש"י מיט תרגום, איינגעטיילט לויט די פרשת השבוע, נאכדעם משניות, גמרא והלכה וכו'.


בנוגע וועלכע נאמען צו געבן וכו'; דאס ענטפערט מען נאר נאכן געבוירן.


בנוגע נעמען פאר דיין ווייב א העלפער ביים געבוירן; אזוי פלעגן ענק טון ביי אלע קינדער, און יעצט הערן ענק אז אין היכל הקודש זאגט מען אז עס פעלט נישט אויס; מאכט זיך נישט נאריש, הערט נישט אויס די אלע זאכן, מאכט נישט קיין עסק פון די זאכן, ענק זאלן טון וואס ענק איז באקוועם; היכל הקודש איז נאר חיזוק, היכל הקודש איז חזר'ן די עצות פון הייליגן רבי'ן, פון תפילה והתבודדות, גארנישט מער פון דעם.


בנוגע טון חסד, ווען און וויפיל, ווי איין און ווי אויס; אויב דיין ווייב האט כח זאל זי אריינעמען יענעמ'ס קינדער, קוק אויף דיין ווייב'ס כוחות; אז עס נעמט אוועק צייט פון די קינדער – דאס איז נישט אויף וואס מען קוקט, אדרבה ואדרבה, די קינדער וועלן אויפוואקסן שענער און בעסער מיט ארייננעמען געסט; אז דיין ווייב האט כח זאלן ענק עפענען די טיר פאר חסד, בפרט פאר געשוויסטער – איז זייער א גרויסע מצוה.

#225 - א פייער אפצולאזן די איידעלע וועג פון צניעות
תפילה והתבודדות, צניעות, חינוך הילדים, אמונה, התבודדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ו סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר שרייבט אז עס ברענט אין אייך א פייער אפצולאזן די איידעלע וועג פון צניעות; דער הייליגער רבי האט געזען די פייער, דער הייליגער רבי דערציילט (שיחות שאחר ספורי מעשיות), ער האט געזען א גרויסע ריזיגע טאפ אויף א פייער, און דער טאפ איז געווען אנגעפילט מיט הענט, קעפ, פיס, און אזוי ווייטער, דער רבי האט געפרעגט וואס דאס איז, האט מען אים מודיע געווען אז דאס זענען פון פרויען וואס האבן אראפגעווארפן פון זיך די צניעות, זיי האבן מכשיל געווען אנדערע מיט אויפגעדעקטע הענט, קאפ, פיס, און אזוי ווייטער.


אז איר טרעפט זיך אין די פייער זאלט איר זיך דערמאנען פונעם פייער פונעם הייליגן באשעפער, וואס שטייט אין פסוק (מלאכי ג, יט): "כִּי הִנֵּה הַיּוֹם בָּא בֹּעֵר כַּתַּנּוּר..."


בעטס די תפילה:


"הייליגער באשעפער, עכט עכט עכט וויל איך זיין ערליך, גיין אנגעטון איידל, און פאלגן די הייליגע צדיקים ווי זיי האבן אונז געלערנט נישט צו גיין מיט דורכזיכטיגע שטרימפ, גיין מיט א פארמאכטע האלז, איידל און באשיידן, אבער עס ברענט אין מיר א פייער פון וועלן אויסקוקן ווי אזוי די גוים גייען, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר אין מיר ווי א מלחמה פונעם יצר טוב וואס זאגט מיר 'בלייב איידל, ביסט א בית פיגא תלמידה, זוך דיר נישט קיין צרות...' און דער יצר הרע זאגט: 'נע... עס איז גארנישט... אלע גייען אזוי... דאס איז די מאדע... זיי נישט נעביש...' און איך ווער צעריסן; איך בעט דיר באשעפער, בלאז אריין אין מיר א רוח טהרה, איך זאל זיך עקלען פון פריצות, איך זאל מיך נישט שפירן נעבעכדיג ווען איך גיי מיט איידעלע קליידער, העלף מיך אייבערשטער, איך וויל אזוי שטארק זוכה זיין צו ערליכע דורות, און נאר אז די מאמע גייט איידל און באשיידן קען מען ערווארטן הייליגע קינדער, אנא ה' הושיעה נא, בזכות כל הצדיקים שמסרו נפשם על קדושת שמך, עננו ה' עננו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי".

#224 - די וויכטיגסטע זאך פאר א מלמד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח (קרח בא"י), כ"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


אויף די פראגע וועלכע לימודים און שיעורים איז די וויכטיגסטע, אויף וועלכע זאלסטו זיך פארלייגן דאס מערסטע?


ביי דיר איז דאס וויכטיגסטע זאך זיך פארצוקוקן די לימודים וואס דו גייסט לערנען אין חדר מיט דיינע תלמידים, נישטא עפעס גרעסער ווי לערנען תורה מיט תינוקות של בית רבן, און יעדע איבריגע מינוט וואס דו האסט – זאלסטו זיך פארגרייטן וואס צו לערנען מיט די קינדער, איינמאל דו ביסט גוט גוט אנגעגרייט מיט די לימודים, געדאנקען ווי אזוי דאס אריינצוברענגען מכח אל הפועל – זאלסטו לערנען חומש רש"י מיט תרגום, איינגעטיילט לויט די פרשת השבוע, נאכדעם משניות, גמרא והלכה וכו'.


בנוגע וועלכע נאמען צו געבן וכו'; דאס ענטפערט מען נאר נאכן געבוירן.


בנוגע נעמען פאר דיין ווייב א העלפער ביים געבוירן; אזוי פלעגן ענק טון ביי אלע קינדער, און יעצט הערן ענק אז אין היכל הקודש זאגט מען אז עס פעלט נישט אויס; מאכט זיך נישט נאריש, הערט נישט אויס די אלע זאכן, מאכט נישט קיין עסק פון די זאכן, ענק זאלן טון וואס ענק איז באקוועם; היכל הקודש איז נאר חיזוק, היכל הקודש איז חזר'ן די עצות פון הייליגן רבי'ן, פון תפילה והתבודדות, גארנישט מער פון דעם.


בנוגע טון חסד, ווען און וויפיל, ווי איין און ווי אויס; אויב דיין ווייב האט כח זאל זי אריינעמען יענעמ'ס קינדער, קוק אויף דיין ווייב'ס כוחות; אז עס נעמט אוועק צייט פון די קינדער – דאס איז נישט אויף וואס מען קוקט, אדרבה ואדרבה, די קינדער וועלן אויפוואקסן שענער און בעסער מיט ארייננעמען געסט; אז דיין ווייב האט כח זאלן ענק עפענען די טיר פאר חסד, בפרט פאר געשוויסטער – איז זייער א גרויסע מצוה.

#223 - אין בית פיגא רעדט מען נאר אידיש
תפילה והתבודדות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זייער גוט אז איר מיט אייער שוועסטער נעמען נישט קיין ביכלעך פון אנדערע מיידלעך; מען דארף זייער אכטונג געבן וואס פאר א ביכלעך מען ליינט, נישט נעמען קיין ביכלעך פון חבר'טעס, ווייל עס זענען דא שעדליכע ביכלעך וואס איז א גרויסע סכנה צו ליינען.


רעדט נאר אידיש, רעדט נישט העברעאיש; דער וואס האט געמאכט די שפראך איז געווען א גרויסער אפיקורס, ער האט דאס געמאכט מיטן ציל אויסצורייסן אידישע קינדער פון די תורה; איך וויל נישט מען זאל רעדן ביי מיר אין שולע העברעאיש, אין בית פיגא רעדט מען נאר אידיש.


זאגט יעדן טאג תהלים, און גאר גוט וועט זיין אז איר וועט יעדע וואך ענדיגן ספר תהלים. תהלים איז איינגעטיילט אויף זיבן, עס צו זאגן די זיבן טעג פון די וואך, און אז מען קומט נישט אן צו זאגן פינקטלעך דעם יום תהלים יעדן טאג זאל מען עס ענדיגן אין די וואך.


אויך זאלט איר שמועסן מיטן אייבערשטן; פארמאכט די אויגן און רעדט זיך אויס צו אים אזוי ווי איר רעדט צו א גוטע חבר'טע, אדער ווי איר רעדט צו אייער טאטע אדער מאמע. שמועסט אויס אייער הארץ, דערציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אייך, און בעטס איר זאלט טרעפן א גוטע שידוך, און אויפשטעלן ערליכע דורות, און אזוי ווייטער.


געבט א גרוס פאר אייער עלטערן, איר האט זייער טייערע עלטערן, איך בין זייער נאנט מיט זיי, זיי זענען זייער טייער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#222 - ציפ זיך די באקן און גיי ארום מיט א שמייכל
שמחה, התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


מען ציפט זיך די באקן, מען מאכט זיך רויטע באקן, און אזוי ווייסט קיינער נישט וואס גייט פאר.


אזוי פלעגט מוהרא"ש זאגן, און אויך האט ער אזוי געטון, און אזוי טוען נאך עד היום זה אסאך תלמידי היכל הקודש; ווען עס גייט אריבער אויף זיי שווערע ביטערע טעג, שווערע יסורים, די פנים איז בלאס, מען זעט נישט אויס גוט; ציפן זיי זיך די באקן און מען פרישט זיך אויף, אזוי ווייסט קיינער נישט וואס גייט אריבער.


די ווארט האט מוהרא"ש נאכגעזאגט פונעם הייליגן צדיק, דער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו. ווען מען האט זיך געוואונדערט ווי אזוי ער זעט אויס אזוי פרייליך, פריש, מיט וואס ער איז אריבער וכו' וכו', האט ער געזאגט: "מען ציפט זיך די באקן" וכו'.


ברודער, איך ווייס אז דו גייסט אריבער שטארקע פיין, שרעקליכע פיין, די הארץ גייט מיר אויס פאר דיר, איך בין מתפלל פאר דיר; איך בעט דיר, נעם זיך צאם, גיי אין א ווינקל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן אז דו זאלסט שוין זען א ישועה, און ווען דו קומסט ארויס פון התבודדות, ציפ זיך די באקן, נעם זיך צאם און גיי ארום מיט א שמייכל, ובשמחה תצאו.

#221 - ספר המדות, בעטן דעם אייבערשטן צו פארשטיין לערנען
התחזקות, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ג סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך זיך א שיעור צו לערנען ספר המידות, דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דעם ספר (חיי מוהר"ן, סימן שעט): "אט דאס האט מיך געמאכט פאר א איד"; יעצט ווען דו גייסט שוין נאך אביסל בר מצוה האבן איז זייער גוט דו זאלסט לערנען דעם ספר, און ווען דו ענדיגסט דאס זאלסטו דאס נאכאמאל לערנען, און נאכמאל לערנען - ביז דו וועסט קענען דעם ספר בעל פה; דאס וועט דיר העלפן ווערן א גרויסער צדיק.


הייב אן מיט זאגן, זאג די ווערטער, און וויין צום אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געטון ווען ער איז געווען יונג. דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד, (שבחי הר"ן, סימן ח): "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", ער האט אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן ביז ער האט זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות, "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


א גוט שבת.

#220 - בענקען, גלוסטן און האפן צו קענען זיין ערליך
אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ט סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דאס וועלן זיין גוט, דאס בענקען און גלוסטן צו זיין גוט – איז זייער חשוב ביים אייבערשטן, דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט דאס גרויסקייט פון ווילן און בענקען (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן לא; חיי מוהר"ן, סימן קו; ועוד), און אפילו מען זעט זיך זייער ווייט – דאך זאל מען ווייטער בענקען און וועלן זיין ערליך, פון דעם אליינס קען מען זוכה זיין צו קומען צו זייער גרויסע מדריגות.


מוהרא"ש זאגט, דאס וואס דער הייליגער אריז"ל האט מגלה געווען פאר רבי חיים ויטאל זכותו יגן עלינו, אז פאר משיח וועט קומען וועט מען קענען קומען צו גאר גרויסע מדריגות דורך מיעוט פעולות, דורך טון אביסל; זאגט מוהרא"ש אז אנשי שלומינו האבן געזאגט פשט, טאקע מיט מיעוט פעולות, אבער מיט הרבה רצונות, מיט אסאך וועלן; אזוי קען מען זוכה זיין צו קומען צו די הויכע מדריגות אין צו די מדריגה פון רבי עקיבא.


שטארק זיך, לאז נישט אפ דאס וועלן זיין ערליך, און אז דו שפירסט ווי מען שטופט דיך אוועק, מען עפנט דיר נישט די טיר – זאלסטו ווייטער בענקען, גלוסטן און האפן צו קענען זיין ערליך און הייליג, און מיט דעם וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#219 - וואס איז ברסלב'ע חסידות?
אמונה, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך (שלח בא"י), י"ח סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


לאז זיך נישט פארדרייען פון קיינעם וואס ברסלב'ע חסידות איז; לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, נאר דאס איז ברסלב, נאר דאס איז וואר; מוהרא"ש האט שטענדיג געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם אז ער האט קיינעם נישט געקענט אין ברסלב, אז קיינער האט אים נישט געקענט פארדרייען וכו'.


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי זאגט, די דרך הלימוד, אין שיחות הר"ן (סימן עו), וואס דער רבי וויל פון אונז, מיר זעלן לערנען און לערנען; קוק וואס דער רבי ערווארט פון אונז, וויפיל מיר זאלן לערנען יעדע יאר; זיי דיך נישט מבלבל פון קיינעם.


זיי זיך קובע צו לערנען יעדן טאג פון די פרשת השבוע – שנים מקרא ואחד תרגום, לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, זאג די ווערטער, אפילו אן פארשטיין, דאס וועט דיך אויפבויען, דיך שטארקן אין אלעמען.


לערן יעדן טאג גמרא בבלי, אויך מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, דאס וועט דיך זייער שטארקן. נישטא נאך אזא ספר וואס זאל זיין אזוי שטארק גילוי אלקות מיט אזא קלארקייט, אזא ליכטיגקייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#218 - דאס גרויסקייט פון א מאמע
חינוך הילדים, אמונה, התבודדות, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), י"ב סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... תחי', תלמידת בית פיגא וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בין זייער פרייליך צו הערן פון אייך אז איר האט ליב סקול, איר האט ליב אייערע טיטשערס; נאך מער פריי זיך זיך אז די תלמידות האבן זיך ליב, עס איז נישטא קיין מחלוקת אין סקול, און אז אלע מיידלעך שפילן אינאיינעם, קיינער גרויסט זיך נישט אויף א צווייטן.


... תחי', געוואוינט זיך צו מיט די גוטע געוואוינהייט פון רעדן צום אייבערשטן, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן אזא גוטע מתנה, די זאך פון התבודדות, רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, רעדן און שמועסן מיטן באשעפער אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד, און אזוי ווי א קינד רעדט צו זיין טאטע; ווען מען גייט אויף די וועג, מען נעמט יעדן טאג אביסל צייט צו רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן – ווערט די לעבן א געשמאק, עס ווערט זיס, מען באקומט א שטארקע אמונה, מען ווערט פרייליך און צופרידן.


אויך זאלט איר העלפן אייער מאמע, עס איז זייער א גרויסע מצוה צו העלפן א מאמע; ווען מען איז יונג וויל מען לויפן צו די פרענדס, מען פארשטייט נישט דאס גרויסקייט פון א מאמע, שפעטער ווען מען ווערט עלטער דעמאלט האט מען חרטה, מען באוויינט די יונגע יארן פארן נישט העלפן די מאמע.

#217 - נישט שמועסן מיט קיינעם ביז נאך שחרית
דאווענען, מנין, תפילה, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין טייערער ליבער זון ... נרו יאיר


איך האב זייער אסאך נחת פון דיר, אויך מאמי תחי' האט זייער אסאך נחת פון דיר; דו געבסט אונז צו א שטיק געזונט מיט דיין גוטע אויפפירונג און מיט דיין יראת שמים.


שטארק זיך בעבודת השם, אינדערפרי פון ווען דו שטייסט אויף – ביז נאך שחרית – זאלסטו נישט שמועסן מיט קיינעם; אינדערפרי איז די שענסטע צייט פונעם טאג, דעמאלט קען מען זיך גוט גוט מתבודד זיין, דעמאלט קען מען זיך גוט מיישב זיין מה התכלית מכל התאוות ומכל עולם הזה, וואס האט מען פון אלע תאוות און פון די גאנצע עולם הזה, 'נפקת בצפרא', אינדערפרי איז די אמונה ניי; זאלסטו זיך מקבל זיין נישט צו רעדן ביז נאך תפילת שחרית.


זיי געזונט, ביים דאווענען זאלסטו בעטן פאר מיר און פאר מאמי.


פון דיין טאטע, דיין ראש ישיבה, וואס האט דיך ליב.

#216 - דערהאלט זיך מיט שטארקייט ווי אייזן
תפילה והתבודדות, התחזקות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ט' סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


צו מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, איך באוואונדער דיך ווי שיין דו דערהאלטסט זיך, און מיט אזויפיל שוועריקייטן וואס דו גייסט אריבער – ביסטו שטארק ווי אייזן; דו האסט אנגעהויבן צו לערנען פלייסיג און דו דאווענסט, און בעיקר דיינע מידות, דו פירסט זיך שיין צו יעדן.


שטארק זיך, גיי אן מיט דיין עבודת השם, ווייל וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח), ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן פרובירט מען אויס דעם מענטש מיט שוועריקייטן, מען וויל זען אויב דער מענטש מיינט עס מיט אן ערנסטקייט; דארף מען זיך זייער שטארקן און נישט אפלאזן די גוטע זאכן וואס מען טוט.


טייערער ..., איך האב דיך זייער ליב, איך וויל דו זאלסט מצליח זיין, איך בעט דיר זייער זאלסט יעדן טאג לערנען "אכצן פרקים משניות", און זאגן די "יום תהלים", זיי נישט מוותר אויף די צוויי לימודים, און אויך די טעג וואס דו קומסט נישט אין ישיבה, צום ביישפיל שבת, ערב שבת, וכדומה, זאלסטו זאגן אכצן פרקים משניות מיטן יום תהלים, אויך זאלסטו זיך צוגעוואוינען יעדן טאג אפאר מינוט צו רעדן צום אייבערשטן. אין אנהייב וועט דיר עס זיין שווער, וועסט נישט האבן וואס צו זאגן, וועסט מיינען אז דו רעדסט שוין א שעה, עס וועט זיין אומעטיג; נעם א זייגער, טו עס יעדן טאג מיט א זייגער, פאר דריי מינוט; שמועס אויס אלעס, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים אלעס וואס איז אריבער, און וואס גייט אריבער אויף דיר, בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר, העלף מיר אריבערגיין מיינע שוועריקייטן, העלף מיר איך זאל זיך קענען דערהאלטן, איך זאל נישט ווערן צעפאלן".


ליבער ..., אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, מיט לערנען יעדן טאג און מיט זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן – וועסטו אויסוואקסן אן ערליכער איד, דו וועסט חתונה האבן און אויפשטעלן שיינע דורות.


דיין ראש ישיבה וואס האט דיך ליב.