בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דער שליסל פון קינדער ליגט נאר אינעם אייבערשטנ'ס הענט. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): אָמַר רֶבִּי יוֹחָנָן: "שְׁלֹשָׁה מַפְתְּחוֹת בְּיָדוֹ שֶׁל הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", דריי שליסלען ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן, "מַפְתֵּחַ שֶׁל גְּשָׁמִים", די שליסל פון רעגן, "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָּה", די שליסל פון קינדער, "וּמַפְתֵּחַ שֶׁל תְּחִיַּית הַמֵּתִים", און די שליסל פון תחיית המתים; אז מען וויל אריינגיין אין א פארמאכטע פלאץ וואס איז פארשפארט דארף מען זוכן ווער עס האט די שליסלען, מען פרעגט זיך נאך 'ווער האט די שליסל?' מען גייט צו יענעם און מען בעט יענעם פאר די שליסל, אזוי קען מען אריינגיין.
אז איר ווילט זוכה זיין צו נאך קינדער דארפט איר זיך ווענדן צום אייבערשטן, אים בעטן פאר די שליסל. מאכט אייך יעדן טאג א צייט פאר תפילה והתבודדות, בעטס דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך, בעטס אים: "רבונו של עולם, איך דאנק דיר פאר מיינע ליכטיגע קינדער, איך בין אזוי גליקליך מיט די דריי מתנות, איך האב זיי אזוי ליב; יעצט בעט איך דיר הייליגער באשעפער, געב מיר נאך קינדער, איך וויל אזוי שטארק האבן א גרויסע שטוב מיט אסאך קינדער און אייניקלעך"; אזוי זאלט איר יעדן טאג טון, קודם זאלט איר דאנקען און נאכדעם זאלט איר בעטן, וועט איר זען גרויסע ניסים.
די הייליגע חכמים זאגן (ירושלמי סוטה ז, א): "הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִתְאַוֶּה לִשְׁמוֹעַ שִׂיחָתָן שֶׁל צִדְקָנִיּוֹת", דער אייבערשטער גליסט צו הערן די שמועסן פון ערליכע פרויען; די גרעסטע גליסט ביים אייבערשטן איז ווען מען קומט צו אים מיט תפילות ובקשות, מען דאנקט אים אויף אלע חסדים און מען בעט אים וואס מען דארף, דאס איז ביים אייבערשטן זייער חשוב.
דער הייליגע זוהר זאגט (פרשת בלק, קצה.) נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי ווען א צעבראכענע הארץ קומט צו אים און רעדט זיך אויס דאס הארץ און לייגט פאר זיינע טענות, ער בעט דעם אייבערשטן זאל רחמנות האבן. אלע מלאכים, אלע הימלען, אלע פרעגן: "וואס טוט דער אייבערשטער? פארוואס דארף דער אייבערשטער זיך פארען כביכול מיט די צעבראכענע הערצער?" ביז מען ענטפערט זיי: "די צעבראכענע הערצער זענען דעם אייבערשטנ'ס באליבסטע זאך".
קלאפט אייך נישט אראפ מיט די אלע חלומות וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, פארוואס איר האט נישט נאך קינדער; איינער זאגט איר זאלט נישט עסן קיין מעל, א צווייטער זאגט איר זאלט נישט עסן צוקער, א דריטער זאגט נישט עסן קיין טשאקאלאד, עס איז א גרויסע זאך צו זיין גלייבעדיג, פרויען האבן די מעלה, זיי זענען זייער גלויביג, זייער תמימות'דיג, אבער פון די אנדערע זייט גלייבן זיי יעדע חלום, יעדע פאנטאזיע - פון יעדע פרוי, מען דארף נישט יעדן אויסהערן.
וואויל איז דעם וואס הערט אויס וואס צדיקים זאגן, ער נעמט עצות פון צדיקים, ער לעבט מיט די עצה פון התבודדות; וועט ער געהאלפן ווערן מיט אלע ברכות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.