בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#296 - אז ס'איז דא א וועג אריין אין פראבלעם איז אויך דא א וועג ארויס
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


די שיעור פון נעכטן פאר די פרויען אין שטעטל איז נישט געווען מיט די כוונה אייך צו צעברעכן, עס איז געזאגט געווארן מיט די כוונה מחזק צו זיין צו לעבן מיטן מאן אזוי ווי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, און אז עס איז אייך שווער וכו' - זאלט איר זיך נישט צעברעכן; נעמט די עצה פון רבי'ן פון תפילה והתבודדות - וועט איר זען א ישועה.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט א כלל, א וויכטיגע כלל אין לעבן: 'יעדע פראבלעם, יעדע צרה און יעדע שוועריקייט - אזוי ווי עס איז דא א וועג אריין אינעם פראבלעם, עס איז דא סיבות וואס האבן אריינגעברענגט אינעם פראבלעם - אזוי איז דא א וועג ארויס פונעם פראבלעם, און אויב א מענטש וויל זיך העלפן - קען מען זיך העלפן'; אז איר ווילט ארויסגיין פונעם פראבלעם, איר ווילט לעבן מיט אייער מאן וכו' - וועט איר זיכער טרעפן די וועג ארויס, איר וועט באקומען א טעם וכו', איר וועט לעבן אזוי ווי דער באשעפער האט באשאפן די וועלט.


העיקר צעברעכט זיך נישט, קלאפט זיך נישט אראפ; איר זענט א טייערע פרוי, איר וועט בקרוב ארויסגיין פון דעם פראבלעם.


דער בריוו שרייב איך אייך אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל; איך וועל מתפלל זיין פאר אייך און אייער מאן ביי אלע צדיקים.

#295 - זיך פירן מיט דרך ארץ אין ווייבער שול
חיזוק פאר פרויען, דרך ארץ, בית המדרש, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמיני, כ' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט בייז אז איך האב דיר שארף געזאגט שבת נאכמיטאג פאר שלש סעודות דו זאלסט נישט עפענען די ווייבער שול. זאג פאר דיין ווייב זי זאל איבערגעבן פאר אנדערע אז פרויען זאלן נישט קומען אין שול צו שלש סעודות, עס איז אינטערעסאנט פארוואס מען פאלגט נישט ביים זאגן די ערשטע מאל. אז דיין ווייב איז לאנגווייליג קען זי גיין צו איר משפחה אדער צו א חבר'טע, איך וויל נישט מען זאל מאכן אין היכל הקודש נייע זאכן.


אז מען רעדט שוין פון דעם, זאל זי וויסן אז ווען מען קומט אין שול דארף מען אכטונג געבן אויף די כבוד פון שול, די שול איז נישט קיין פלאץ פאר שמועסן און פארטיען, אין שול דארף מען זיך פירן מיט דרך ארץ. עס זענען דא פרויען וואס קומען אין שול אן דרך ארץ, עס טוט מיר וויי, איך טראכט יעדע וואך צי איך זאל פארשפארן די ווייבער שול אויך פאר שבת צופרי.


א פרוי שרייבט מיר אז זי וויל מער נישט קומען אין היכל הקודש, זי איז געקומען צו די הקפות זעט זי א גאנצע שול ווי פרויען זיצן און געבן צו עסן פאר די קינדער; וואס איז דא, אן אשת חיל, א אם בישראל אדער א שול?! א צווייטע פרוי שרייבט מיר אז זי קומט מער נישט אין שול, זי קען נישט זען ווי ווען מען זאגט קדושה און כתר זיצן מיידלעך און ווייבלעך און מען שמועסט.


א פרוי וואס וויל קומען דאווענען, זי וויל זיך אויסגיסן דאס הארץ - קען זי קומען, אבער סתם קומען זיך אריינשטעקן די נאז וואו מען באלאנגט נישט און שטערן - וועל איך נישט צולאזן. ביי די מענער אז איינער דערווייגט זיך צו רעדן - שיק איך אים ארויס, ביי די ווייבער וועל איך דארפן פארמאכן.


איך שרייב דיר דעם בריוו אויפ'ן פליגער קיין ארץ ישראל, איך האף דו וועסט עס אננעמען גוט.

#294 - די מאמע'ס תפילות האבן גע'פועל'ט
קינדער, תפילה והתבודדות, חיזוק פאר פרויען, הפצה, רפואה, תהלים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, אזויפיל מענטשן זענען זיך מחזק מיט די בריוו, אזויפיל מענטשן באקומען כח צו קענען אנגיין; איך בעט דיר, שטארק זיך מער, איך ווארט שוין ווען עס וועט פארטיג ווערן נאך חלקים פון עצתו אמונה, און אויף די ספרים איש אמונות.


אויך די "קינדער עצתו אמונה" איז זייער וויכטיג. די מפיצים זאגן זיי וועלן דאס טיילן ביי אלע הייזער, די עלטערן וועלן זיך מחי' זיין מיט די מעשה'לעך, די קינדער וועלן אריינזאפן אין זיך די יראת שמים.


די וואך זאלסטו מאכן א בילד ווי א מאמע שטייט ביים וויגעלע, זי האלט אין אירע הענט א ספר תהלים און זי וויינט, אינעם וויג זאל מען זען א קינד מיט פארמאכטע אויגן. בעט דעם מעלער ער זאל אריינלייגן הארץ אין די בילדער, נישט מאכן סתם א קאטשקע...


דא האסטו די מעשה:


"גיוואלד...! אוי וויי...! וואס וועט זיין...?!" זי וויינט געפערליך... זי שרייט צו איר מאן: "לויף צום רבי'ן, בעט א ברכה; דאס קינד איז שרעקליך קראנק".


געווען איז דאס די פרוי פון רבי שמעון, רבי שמעון איז געווען א תלמיד פון רבי'ן. פאסירט אמאל אז זייער קינד האט זיך זייער נישט גוט געשפירט, די מאמע פונעם קינד איז געווען זייער באזארגט, זי זאגט פאר איר מאן: "לויף צום רבי'ן, בעט א ברכה אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה".


רבי שמעון לויפט צום רבי'ן, ער בעט: "רבי ווינטשט אן דאס קינד זאל זיין געזונט און שטארק", אבער דער רבי מאכט זיך נישט וויסנדיג, רבי שמעון ווערט זייער באזארגט, ער בעט נאכאמאל: "דער רבי זאל געבן א ברכה, דער רבי זאל וואונטשן אז דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה", אבער אזוי ווי פריער, דער רבי מאכט זיך נישט וויסנדיג. רבי שמעון גייט אהיים זייער צעבראכן, ער זאגט זיין ווייב: "דער רבי האט מיר נישט געוואלט וואונטשן, דער רבי האט מיר נישט געענטפערט".


רבי שמעון'ס ווייב ווערט זייער דערשראקן, זי נעמט א תהילים און הויבט אן בעטן דעם אייבערשטן; זי וויינט, זי בעט: "הייליגער באשעפער, העלף מיין קינד זאל זיין געזונט, העלף דאס קינד זאל האבן א רפואה שלימה"; עס ווערט שוין שפעט ביינאכט, אלע שלאפן, אבער די מאמע רירט זיך נישט אוועק פון דעם קינד, זי זאגט נאך א קאפיטל תהילים און נאך א קאפיטל תהילים, זי וויינט צום אייבערשטן א גאנצע נאכט.


אינדערפרי, רבי שמעון נעמט זיין טלית ותפילין, ער גייט דאווענען מיט'ן רבינ'ס מנין. ווען דער רבי האט אים געזען זאגט אים דער רבי מיט א שמייכל: "יעצט וועל איך דיר דערציילן פארוואס איך האב דיר נישט געענטפערט נעכטן; ווען דו ביסט געקומען בעטן א ברכה פאר'ן קינד האב איך געזען עס איז נגזר געווארן א גזירה אז דאס קינד מוז שטארבן, דעריבער האב איך גארנישט געזאגט, אבער יעצט זע איך אז די גזירה איז איבערגעדרייט געווארן, דיין ווייב האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט אז דאס קינד זאל זיין געזונט, און זי האט מיט אירע תפילות גע'פועל'ט לאנגע געזונטע יארן פאר'ן קינד".


טייערע קינדער, מיר לערנען ארויס פון די מעשה דאס גרויסקייט פון בעטן דעם אייבערשטן; אפילו עס איז שוין נגזר געווארן א שלעכטע גזירה, אויב מען בעט דעם אייבערשטן, מען זאגט תהילים - דריידט מען איבער די גזירה.


שטארק זיך טייערער ..., זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט.

#293 - רעדן שיין צום מאן, אפילו ווען מען איז אין א שלעכטע גוסטע
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי איז אויך ביי אנדערע פרויען, אין די טעג וכו' - ווערט מען טרויעריג; עס זענען דא פרויען וואס אין די טעג פירן זיי זיך נישט אויף שיין צום מאן וכו'.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל רעדן שיין צום מאן, און אז מען איז אין א שלעכטע גוסטע - זאל מען דאס נישט ווארפן אויפ'ן מאן.


אייער מאן איז זייער א ווייכער, זייער א גוטער; געבט אכטונג, רעדט צו אים שיין; אז מען רעדט שיין, מען פארטראגט זיך - זעט מען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#292 - הייליגער באשעפער, געב מיר א מתנת חנם ערליכע קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת פקודי, ב' דראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זארגט זיך נישט, איר וועט נאך זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אייער זיסע לעבן, פאר אייער טייערע מאן; אייער מאן איז ליכטיג און טייער, ער לערנט און דאווענט מיט יראת שמים. דאנקט דעם אייבערשטן פאר אלעס גוטס וואס ער טוט מיט אייך, אויך בעטס אים די ווערטער:


"הייליגער באשעפער, געב מיר א מתנת חנם ערליכע קינדער, קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן באלייכטן די וועלט, קינדער וואס וועלן לעבן שטענדיג מיט דיר. העלף מיר בזכות די הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, בזכות רבינו הקדוש רבי נחמן בן פיגא, בזכות רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותם יגן עלינו, יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך, ה' צורי וגואלי".


 

#291 - ברסלב'ער מיידלעך דארפן זיך מער צוכאפן צום דאווענען
חיזוק פאר מיידלעך, חיזוק פאר פרויען, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע תלמידה ... תחי', תלמידה בית פיגא ליבערטי


אייערע לערערינס זאגן אלע אז איר זענט א טייער קינד, איר פירט זיך מיט דרך ארץ, איר האט גוטע מידות; איך האב זייער הנאה צו הערן די גוטע גרוסן אויף אייך.


אויך וויל איך אייך זאגן אז איך האב ערהאלטן אייערע בריוו, איר בעט חיזוק אויף דאווענען; וויסן זאלט איר, ווען מען דאווענט שמונה עשרה דארף מען שטיין אזוי ווי מען שטייט פאר א קעניג, עס איז בכלל נישט קיין שפיל, עד כדי כך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות כד:) אויב מען דארף שפייען טאר מען נישט שפייען אינמיטן שמונה עשרה, ווייל עס איז אזוי ווי מען שפייט אין פנים פונעם באשעפער, ווייל ביי שמונה עשרה שטייט דער אייבערשטער ביים מענטש.


ברסלב'ער מיידלעך דארפן זיך מער צוכאפן צום דאווענען, ברסלב'ער ווייבלעך דארפן ליב האבן צו דאווענען, נישט זיך זוכן ווי מען קען זיך פטר'ן פון דאווענען.

#290 - די וויכטיגסטע זאך פאר א אידישע מאמע איז צו האבן כח
קינדער, שמחה, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


עס איז נישט קיין פראבלעם צוצוגעבן א מילך באטל פאר'ן קינד; אז דאס קינד בלייבט הונגעריג זאל דיין ווייב אוודאי צוגעבן א מילך באטל, זי זאל זיך חס ושלום נישט שפירן שולדיג פאר דעם.


א אידישע מאמע דארף געדענקען אז דאס וויכטיגסטע זאך אין איר לעבן איז - זי זאל האבן כח, אוודאי און אוודאי איז זייער גוט צו געבן צו זייגן פאר'ן קינד, אבער נאך מער וויכטיג איז - די מאמע זאל זיין א מאמע, און אויב עס גייט נישט צוזאמען - דארף די מאמע אלעס לייגן אין די זייט און זען צו זיין געזונט און שטארק, און זיכער ווען מען וויל סך הכל צוגעבן א באטל, איז זיכער נישט קיין פראבלעם.


זיי פרייליך, זיי שטארק; שטארק זיך און שטארק דיין ווייב. געדענק, די גאנצע געלט - זאגט דער רבי - קומט בזכות די ווייב (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט); דארפסטו פרייליך מאכן אין שטוב, העלפן און בארואיגן.


געדענקסט אוודאי וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן פונעם הייליגן צדיק דער אהבת ישראל זכותו יגן עלינו: "מען ציפט זיך אויס די באקן, מען וואשט אפ די פנים, אלע מיינען אז עס גייט גוט"; מען קען נישט חלומ'ען אז דא איז דא א צעבראכענע הערצעלע וד"ל.

#289 - קלוגע פרויען ווייסן ווי אזוי צו רעדן צום מאן מיט שעצונג און כבוד
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך זע דעם רוצח ווי ער וויל קומען צו אייער שטוב, לאזט אים נישט אריינקומען, עפנט נישט די טיר; ווען ער קומט זאלט איר אים זאגן: 'גיי צו א צווייטע שטוב, קום נישט צו מיר'.


איר וועט נישט אזוי שנעל פטור ווערן פון אים, דאס איז א מלחמה א גאנץ לעבן; דער סמ"ך מ"ם וויל זיך אריינזעצן ביי יונגע פארפעלקער זיי חרוב מאכן דאס לעבן דורך מחלוקות און קריגערייען, לאזט נישט ביי אייך אין שטוב קיין מחלוקות, דערמאנט נישט אייער מאן אלטע זאכן, אייער מאן איז וואויל, ער וויל זיין א צדיק, ער דארף נאר די גוטע געפיל צו שפירן ווי ער איז חשוב אין אייערע אויגן.


בעט איך אייך זייער, געבט אים דעם געפיל; און אויב חס ושלום ער פארלירט זיך - זאלט איר פרובירן ווייטער אים צו שעצן, אים מאכן שפירן גוט. ביי מיר זענט איר זייער חשוב, ביידע פון ענק; איך געב אוועק אזויפיל צייט נאר פאר ענק, איר זאלט לעבן א חיים טובים.


מענער האבן א נאטור זיי ווילן שפירן ווי מען האלט פון זיי, זיי האבן נישט ליב ווען מען זאגט זיי, ווען מען מאכט זיי אוועק; דעריבער, די קלוגע פרויען ווייסן ווי אזוי צו רעדן צום מאן מיט שעצונג און כבוד; איך ווייס פון מעשיות וואס דער מאן איז נישט קיין קליינער נאר און אויך נישט קיין גרויסער חכם, די ווייב רעדט צו אים אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש און די קינדער זייערע שיינען און לייכטן.


בקיצור, צוריק צום אנהויב, פארמאכט אייער טיר, לאזט נישט אריין דעם רוצח; ווען אימער עס צינדט זיך אן א כעס, א ווייטאג, גייט צום טיר און זאגט: 'אנטשולדיגט, נישט ביי אונז אין שטוב; ביי אונז אין שטוב וואוינט די שכינה הקדושה, ביי אונז איז דא שלום'.


איר קענט קומען זונטאג, איך וועל מאכן צייט פאר ענק; איך וועל ענק העלפן מאכן ענקער שטוב א פלאץ פאר די שכינה הקדושה.

#288 - נישט זיין קיין עניו ווען עס קומט צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס ווערטער
חיזוק פאר פרויען, הפצה, זיכוי הרבים, עניוות, זעלבס זיכערקייט, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר קענט האבן די זכי' צאמצונעמען די ווייבלעך ביי אייך אין שטוב, זיך מחזק זיין מיט די שיעורים פון דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער.


מיר האבן אנגעהויבן צוועלף יאר צוריק אין וויליאמסבורג די זאך פון מאכן א "פרויען צאמקום" איין מאל א חודש, מיר האבן אנגעהויבן מיט געציילטע ווייבלעך, היינט נאך צוועלף יאר איז דאס שוין א וועלט'ס זאך; מען קומט זיך צוזאם יעדן ראש חודש, אנגעהויבן אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, אויך אין ענגלאנד, קענווי איילענד, ביז ירושלים און אויך אין צפת; יעצט זוכן מיר אין מאנטסשעסטער א פרוי וואס זאל זיין וויליג דאס צו טון.


ווען עס קומט צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער טאר מען נישט זיין קיין עניו און זאגן: "מי אנכי? ווער בין איך דען? בין איך דען ראוי?" מען דארף זיין זיכער ביי זיך, און שטארק ביי זיך - אן קיין ספיקות.


איך האף איר וועט נעמען די הייליגע מצוה פון זיך מחזק זיין אינאיינעם נשות אנשי שלומינו, אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו אלע ברכות, ישועות ונחמות.

#287 - מען דארף זיך שטארקן צו עסן נאר געזונטע עסנווארג
חיזוק פאר פרויען, רפואה, ראש ישיבה, דייעט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געבט אכטונג אויף אייער געזונט, עס איז נישט קיין שפיל; איר דארפט זיין געזונט, איר זענט א מאמע, אייערע קינדער דארפן א מאמע.


עסט נאר געזונט; עסט נאר וואס איז גוט פאר אייך. אייער קאפ דארף זיין שטערקער פון אייער הארץ, ווען איר גלוסט אומגעזונטע עסן דארף אייער מח זיין שטארק און מאכן די פעסטע החלטה: 'נישטא וואס צו רעדן, איך עס נישט די נאש' וכדומה.


איך ווייס אז איר וועט פאלגן, דעריבער האב איך אייך געשריבן. יעצט וועט אייך זיין גרינגער, איר וועט זאגן צו זיך: 'איך דארף פאלגן מיין ראש ישיבה'.


אז איר וועט עסן נאר געזונט, געב איך אייך א ברכה פון לאנגע געזונטע יארן מיט נחת פון אייערע קינדער.


 

#286 - א שאד איר קומט מער נישט צו די פרויען צאמקום
חברים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


א שאד איר קומט מער נישט צו די פרויען צאמקום, מען שפילט אויף ביים צאמקום אזעלכע שיינע שיעורים, אזויפיל חיזוק, אזויפיל חכמה ווי אזוי צו בויען א נאנטע קשר מיט'ן מאן, אזויפיל שכל.


א שאד איר קומט נישט, פרובירט צו קומען; אויב איז צו שווער יעדע וואך - קומט כאטש איינמאל יעדע צוויי וואכן, אדער איין מאל א חודש.


מען מוז זיך דעהאלטן, מען מוז האבן חיזוק; ווי שטארק מען זאל נאר זיין - דארף מען אויך חיזוק פון רבי'ן.

#285 - קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלום בית
תפילות אויף אידיש, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוהרא"ש, יענער, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס איר שרייבט אז איר זוכט צו ווייזן ליבשאפט צווישן אייך און אייער מאן ווען מענטשן קוקן, ווען איר גייט שפאצירן אין גאס מאכט איר זיך בא'טעמ'ט וכו', ווען מענטשן קומען אייך אנטקעגן שמייכלט איר שטערקער צו אייער מאן און איר מאכט מיט די הענט, מיט די פיס אז מענטשן זאלן אויסגיין פאר קנאה וכו' וכו'.


עס איז א שאד צו ארבעטן אזוי שווער, פארוועם? פארוואס? פאר ווי? קיינער קוקט נישט אויף אייך, קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלום בית. אסאך יונגע קאפלס האבן די קטנות הדעת וכו'; פארוואס זאלט איר ארבעטן אזוי שווער ווען קיינער איז נישט אינטערעסירט וכו'? ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן? מוהרא"ש האט מיר געזאגט נאכדעם וואס איך האב אים געברענגט א פאשקעוויל וואס מען האט געווארפן אויף מיר, מוהרא"ש שמייכלט צו מיר און זאגט מיר: "ווער קוקט אויף דעם? ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן?" דאס זעלבע זאג איך אייך, איר מיינט איר גייט אין גאס און אלע האבן נישט עפעס אנדערש וואס צו טון נאר צו קוקן אויף אייך ווי איר שמייכלט צו אייער מאן?


וואס מיינט איר, מענטשן האבן צייט צו טראכטן פון אייך? דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה", מען דארף ארויסגיין פון דמיונות, "וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", און צוקומען צו האבן שכל, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהַכְנִיעַ הַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַמְּנִיעוֹת, אֶלָּא עַל יְדֵי גְּדֻלּוֹת הַבּוֹרֵא", מען קען נישט אוועקנעמען די אלע דמיונות, שלעכטע מחשבות, תאוות און אזוי ווייטער - נאר אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, ווי גרויס דער אייבערשטער איז; נאך זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצד): "מִי שֶׁרוֹצֶה כָּבוֹד הוּא שׁוֹטֶה", ווער עס דארף כבוד איז א שוטה; ווייל דער אייבערשטער איז דא, אז דער אייבערשטער איז דא - איז נישטא די אלע קטנות הדעת.


בעטס דעם אייבערשטן די ווערטער יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל ארויסגיין פון מיינע דמיונות און זוכה זיין צו באקומען שכל צו וויסן אז דו ביסט דא, אלעס ביסטו, אלעס אויסער טראכטן פון דיר - איז נאר דמיונות. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן פון מיין לעבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע טראכטן פון מיר".

#284 - געב אכטונג אויף די קינדער, דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין נעמען חיזוק
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע אנשי שלומינו וואס וואוינען אין די הייליגע שטעטל קרית ברסלב ליבערטי


היינט נאכט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין א פרויען צאמקום; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט העלפן דיין ווייב מיט די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען קומען נעמען חיזוק.


פארוואס קענסטו נישט האלטן פאר איין שעה דיינע קינדער? פארוואס שיקסטו דיין ווייב צו די צאמקום מיט אירע קינדער? זי קען נישט אויסהערן די שיעור; דאס קינד וויינט, דאס קינד שטערט; קיינער קען נישט מיטהאלטן די שיעורים.


פארוואס זאלסטו נישט טון דאס ביסל פאר דיין ווייב, זי זאל קענען קומען הערן אביסל חיזוק רואיגערהייט?


קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גוט דיין לעבן וועט דיר ווערן אז דיין ווייב וועט האבן איינמאל א וואך די שעה אליינס, אן די קינדער.


בלייבט'זשע מיר געזונט.

#283 - אין זכות פון אפשערן די האר, זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות
חיזוק פאר פרויען, שערן די האר, ברכות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בין זייער פרייליך צו הערן די פרייליכע נייעס אז איר האט זיך געשטארקט מיט אייערע כוחות און זיך אפגעשוירן אייערע האר.


איך וואונטש אייך, בזכות די מסירות נפש זאלט איר זוכה זיין צו אלע ברכות; די שכינה הקדושה זאל רוען ביי אייך אין שטוב, איר און אייער מאן זאלן זוכה זיין צו קינדער צדיקים.


איר האט מיר זייער מחי' געווען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#282 - פרויען גייען נישט צו קיין לוי'
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א שאד דו ווייסט נישט אז איך נעם אויף זונטאג תלמידים, מען קען אריינקומען קאפלס. שמועס אפ פאר קומענדיגע וואך זונטאג הבא עלינו לטובה מיט ר' ... נרו יאיר, ער העלפט מיר עס זאל גיין מיט א סדר. אנשטאט מען זאל דארפן ווארטן, אלע זאלן קומען אויף איין מאל, מאכט מען ביי אים אן אפוינטמענט, ער שטעלט אויס ווען צו קומען.


איך נעם מער נישט מיט מיין טעלעפאן מיט מיר אגאנצן צייט, איך קום נישט אן צו זען ווער עס רופט און וואס מען פרעגט; די בעסטע זאך איז צו רעדן צו אים.


בנוגע גיין צו די לוי'; פרויען גייען נישט צו קיין לוי', זאג דיין ווייב זי זאל בלייבן אין שטוב מיט די קינדער, ביי אונז פירט מען זיך אז פרויען גייען נישט צו לוי'ס.


איך האף דו געדענקסט נאך די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט באקומען א טייערע ווייב, אן אשת חיל; איך האף דו רעדסט שיין צו איר, דו פירסט זיך צו איר ווי א קעניגן.


 

#281 - אריינזאגן אינעם האטליין די בריוו פון עצתו אמונה
חיזוק פאר פרויען, עצתו אמונה, פרויען צאמקום, האטליין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איר פלעגט אריינזאגן אינעם פרויען האטליין די בריוו פון עצתו אמונה און איש אמונות, אזויפיל פרויען האבן זיך מחי' געווען. נישט יעדער באקומט די בריוו, און אפילו די וואס באקומען עס, נישט אלע קומען אן דאס צו ליינען - אויפ'ן האטליין הערן זיי דאס אויס; בשעת מען טוט די שטוב ארבעט, מען מאכט די וועש, מען רייניגט די געשיר - צינדט מען אן די שיינע האטליין און מען שעפט פרישע לופט; א שאד איר האט אפגעלאזט די זאך.


בנוגע מאכן א קאמעדיע ביי די פרויען פארברענג; מען קען נאר מאכן אויב מען האט רשות. אזוי ווי איר פארשטייט אז עס וועלן נישט קענען קומען אפאר פרויען פון אנשי שלומינו אין בית פיגא סקול מאכן א פלעי - נאר מיט רשות פון די מנהלת, אזוי אויך קען מען גארנישט מאכן ביים פרויען צאמקום נאר מיט רשות.


מען מיינט נישט מיט דעם קיין שלעכטס; קיינער איז נישט ווייניגער, קיינער איז נישט מער, נאר א זאך וואס די מוסד מאכט - מוז האבן אן אויטאריטעט; איך וויל נישט דארפן מבטל זיין די שיינע פרויען פארברענג.

#280 - פארוואס טשעפען די ווייב אויף די עוולות פון איר מאן?
תפילות אויף אידיש, חברים, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת, שטעטל, שלום, מדות טובות, דירה, אחדות, בית דין

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך וויל אייך פרעגן א שאלה, וואס איז מרת ... שולדיג אז איר מאן האט אייך געבויט א הויז מיט טויזנט פראבלעמען?! וואס איז זי שולדיג אז איר מאן איז א גנב? וואס איז זי שולדיג אז זי האט א מאן א פארברעכער?!


איך פארשטיי נישט ווי אזוי מען קען זיין אזוי נאריש, אז איר זענט נאכאלץ נישט צופרידן פון אייער מקח – האט איר צוויי ברירות; אדער רופט אים צו דין תורה, און וואס בית דין וועט פסק'ענען וועט מען מקיים זיין, אדער קענט איר פארקויפן די הויז און קויפן פון א גוי, אדער זיך אוועקציען און עס וועט זיין שלום על ישראל; אבער פארהאלטן די פרוי איז א זאך וואס מען טאר נישט טון.


איך לייד פון דעם זייער אסאך, צענדליגער מאל האבן פרויען מיר וויי געטון מיט'ן גיין צו מיין ווייב און איר פארהאלטן: "פארוואס טוט דער ראש ישיבה אזוי?" "פארוואס זאגט דער ראש ישיבה אזוי?" ווען איך קום אהיים און איך זע מיין ווייב וויינען – ווייס איך שוין מיט וועם זי האט היינט גערעדט...


מיין ווייב איז בכלל נישט קיין שוואכע, זי האט מיר אלץ נאר מחזק געווען. זי איז אריבער שווערע בזיונות; ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה האט מען ארום געשיקט בריוו פאר אלע שכנים מען זאל אפהאקן קשר מיט מיין ווייב און קינדער, מען האט געשיקט אויף די פאסט פאר די גאנצע גאס בריוו אין אידיש און אין ענגליש (מיר האבן אוועקגעלייגט פון אלע בריוו און פאשקעווילן). אויך האט מען געמאכט הפגנות קעגן מיין ווייב, מען האט איר זייער געטשעפעט, עד היום ווען מיין ווייב דערמאנט זיך פון די טעג – וויינט זי, אבער גארנישט האט איר שוואך געמאכט, עס האט וויי געטון אבער נישט אפגעשוואכט; אבער ווען נאנטע חבר'טעס, נשות אנשי שלומינו האבן נישט קיין שכל, זיי רופן און הויבן אן רעדן צו איר קעגן איר מאן – דאס קען זי נישט נעמען. זי פרעגט מיך אסאך מאל: "זאל איך צוריק פרעגן שאלות פון זייער מאן וכו'?" מיר טוען דאס נישט, מיר טשעפען נישט אנדערע.


אינטערעסאנט, דער בויער האט מיר אויך געבויט א הויז אין שטעטל, איך און מיין ווייב זענען אים זייער דאנקבאר, מיר האבן נאר הכרת הטוב פאר'ן אונז בויען אזא געשמאקע הויז. ברוך ה' ביי אונז איז אויך דא זאכן וואס מען דארף פאררעכטן, און זאכן וואס מען קען נישט פאררעכטן, וואס האט דאס מיט יענעם? דאס האט מיר מיר אליינס; מיר בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן האבן אלעס וואס מיר דארפן.


דער אינגערמאן וואס בויט די הייזער אין שטעטל איז נישט קיין גנב, נישט קיין פארברעכער, ער איז זייער ערליך אין געלט. עס איז אינטערעסאנט צו זען וואס פאסירט נאכן קויפן, ווי אזוי מען פירט זיך אויף; אבער דאס צו טון מיט זיין ווייב, איר וויי טון, איר טשעפען - איז א שרעקליכע עולה! טראכטס ווי אזוי איר וואלט געשפירט ווען מען זאל אייך אנהויבן זאגן זאכן אויף אייער מאן; נישטא קיין שום תירוץ דאס צו טון!


איך בעט אייך און איך בעט אלע פרויען, העלפט מיר בויען דעם שטעטל, שטעלט מיר נישט אונטער קיין פיסלעך, לייגט מיר נישט אונטער שטיינדלעך; איך ארבעט אזוי שווער אהערצושטעלן א שטאט על שם רבינו, א פלאץ פון ליבשאפט און אחדות; פארוואס זאל מען זיך בייסן.


ווען מיר האבן אנגעהויבן די שטעטל האב איך ענק געזאגט און געשריבן: "אויב וועט זיין אחדות צווישן אייך – וועלן אלע גוים פארקויפן פאר ביליג"; אנהויב איז אזוי געווען, מען האט געקויפט הייזער ממש בחנם, יעצט גייען די פרייזן ארויף העכער און העכער, די שכנים ווילן נישט פארקויפן; ווער איז שולדיג אין דעם? מיר אליינס, מיר בייסן זיך, מיר קענען זיך נישט ליידן.


איך ענדיג מיט א תפלה: "הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל קענען אריין ברענגען שלום צווישן אנשי שלומינו".


א צעבראכענע הארץ.

#279 - אינמיטן זאגן תהלים, מעג מען אויסרעדן צום אייבערשטן
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט אביסל תהלים יעדן טאג; דאס געבט כח צו קענען בלייבן שטארק, עס ברענגט נענטער און נענטער צום אייבערשטן.


יעדעס מאל איר ענדיגט דעם ספר תהלים שרייבט אייך אויף וויפיל מאל איר האט מסיים געווען, דאס וועט אייך געבן די שטופ צו זאגן נאכאמאל און נאכאמאל.


איר מעגט אויסרעדן אינמיטן זאגן תהלים - צום אייבערשטן; אדרבה, פלעכטס אריין אייגענע לויב ווערטער און אייגענע בקשות - וועט איר זען ניסים.

#278 - הייליגער באשעפער, מאך רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז
תפילות אויף אידיש, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב געליינט אייער בריוו; איך פארשטיי פון די ווערטער אז די ליבשאפט צווישן אייך איז גאר שוואך.


איר פרעגט נאכאמאל וואס איר האט שוין געשריבן א יאר צוריק, איך האב אייך דעמאלט שוין געשריבן; איך וועל נאכאמאל ענטפערן כדי צו ראטעווען ענקער שלום בית.


איר פרעגט, היות אייער מאן איז אן עם הארץ, ער קען נישט קיין הלכות ברכות, ער קען נישט פשוט'ע הלכות שבת, - ווי אזוי איז מעגליך אויפצושטעלן אן ערליכע אידישע שטוב?


וויסן זאלט איר, אז איר ווילט אויפשטעלן א אידישע שטוב מיט ערליכע קינדער - האט דאס מיט אייך; ווארפט עס נישט אויף אייער מאן. אייער מאן מעג זיין דער גרעסטער עם הארץ - ווי איר לייגט אים אראפ אינעם בריוו, דאך קענט איר האבן א אידישע שטוב מיט ערליכע קינדער; דאס ווענדט זיך נאר אין אייך, ווען מאן און ווייב האבן זיך ליב, מען לעבט בשלום, מיט ליבשאפט - וואקסן די קינדער געזונט און ערליך.


דאס וואס איר שרייבט, איר שפירט אז איר האט חתונה געהאט מיט א נעבעך; איך זע דא קלאר אז דער שטן האט אייך פארכאפט, איך קען אייער מאן, ער איז גארנישט קיין נעבעך, ער איז גארנישט אזא קלאץ ווי איר מאכט אים, ער איז נאך אזוי קלוג ווי אייך, עפעס א שווארצע קאץ איז אריינגעלאפן צווישן אייך און אייער מאן, און דאס מאכט אלעס חרוב.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קוקן גוט אויף מיין מאן, איך זאל זען דאס גוטס אין אים; העלף מיר, מאך רוען די שכינה הקדושה צווישן אונז. עפעס האט פאסירט מיט מיר, איך ווער נערוועז פון מיין מאן, איך זע נאר שלעכטס אין אים, איך קען אים נישט ליידן, איך ווייס אז עס איז מיינע אייגענע שווערע נאטורן, איך דארף זיך אליינס פאררעכטן; דעריבער בעט איך דיר, אב הרחמן, העלף מיר איך זאל זען נאר דאס גוטס אין מיין מאן, איך זאל אים ליב האבן, איך זאל נישט זען קיין שלעכטס"; אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן ביז עס וועט צוריקקומען די געפיל פון אייך צו אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#277 - נישט שרייען אויפ'ן מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


אייער מאן איז דא געווען, ער האט זייער געוויינט; ער זאגט אז אסאך מאל שרייט איר אויף אים זייער שטארק, ער האט פשוט מורא אהיים צו קומען. ער האט אזוי געוויינט, ער פרעגט מיר: "וואס זאל איך זיך פאררעכטן אז מיין ווייב זאל מיך ליב האבן, זי זאלן נישט שרייען אויף מיר?"


ער איז נישט שולדיג אז איר זענט אין א שלעכטע גוסטע; ער איז נישט שולדיג אז אייער טאג איז אייך נישט גוט געגאנגען.


איך מיין עס איז געקומען די צייט איר זאלט תשובה טון, רעדן שיין צו אייער מאן.

#276 - עס איז א נארמאלע זאך זיך צו פארבענקען אהיים
פחדים, תפילות אויף אידיש, אמונה, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


עס איז א נארמאלע זאך ביי א פרוי, נאך די חתונה קען מען זיך זייער שטארק פארבענקען אהיים, צו די מאמע אדער שוועסטער וכו', עס קען אנכאפן א פליצומ'דיגע בענקשאפט, עס שפירט זיך ווי אן אטאקע וכו'; שטופט עס נישט אוועק, לאזט די געפילן אייך איבערנעמען, עס וועט אליינס אריבערגיין.


שטארקט זיך מיט אמונה; ווי מער מען נעמט אריין אין זיך אמונה - שפירט מען זיך זיכער, מען שפירט נישט ווי מען איז אליין. אמונה בויט אויף דעם מענטש, אמונה נעמט אוועק אלע סארט פחדים און שרעק.


זינגט זיך: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר, נעבן מיר. דער אייבערשטער היט מיך, קיינער קען מיר גארנישט טון, איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא".


בנוגע די קורצע צייטן וכו'; גייט צום דאקטער, א שאד צו לעבן אזוי, מען קען דאס מסדר זיין גרינגערהייט.

#275 - תהלים איז די געווער פון אונז אידישע קינדער
חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


פרשת וארא, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זאגט אביסל תהלים וועט איר זען גרויסע ישועות.


בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר אייערע קינדער און פאר אלע אידן.


תהלים איז די געווער פון אונז אידישע קינדער, תהלים ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


יעדעס מאל איר ענדיגט תהלים זאלט איר אויפשרייבן ביים סוף פונעם תהלים וויפיל מאל איר האט געענדיגט, אזוי וועט איר האבן אלץ א שטופ צו זאגן נאך און נאך.


פון דער ראש ישיבה.


 

#274 - מיט'ן אפשערן די האר האט איר געעפנט א טיר אין הימל פאר ישועות און רפואות
ישועות, חיזוק פאר פרויען, שטעטל, שערן די האר, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע ... נרו יאיר און ... תחי'


פון נעכטן אינדערפרי ווען איך האב געהערט די גוטע נייעס - בין איך אזוי פרייליך; איך בין אזוי פרייליך אז איר האט געהאט די כח צו טון די גרויסע מצוה פון זיך אפשערן די האר. איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע שמחה וואס איר האט גורם געווען אין הימל, איר האט געעפנט א טיר אין הימל עס זאל קומען צו ענק ישועות און רפואות.


איר האט גורם געווען א נחת רוח פאר מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, דער מייסד פון אונזער שיינע קהילה. מוהרא"ש האט זיך זיין גאנץ לעבן מוסר נפש געווען פאר קדושתן וטהרתן של ישראל, מוהרא"ש פלעגט זיך בארומען פאר אלעמען מיט זיין שטעטל יבנאל, אז רובם דרובם פרויען זענען אפגעשוירן, אפילו אסאך פון זיי זענען ספרד'ישע משפחות - דאך שערן זיך אלע אפ.


יעצט בארומט זיך מוהרא"ש מיט אונזער שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי, קרוב צו הונדערט משפחות און עס איז נישטא קיין איין קאפ פון האר, אלע פרויען זענען הייליג און טייער.


בזכות די הייליגע זאך וואס איר האט געטון זאלט איר זוכה זיין בקרוב צו זרע של קיימא, קינדער און אייניקלעך צדיקים, די שכינה הקדושה זאל רוען ביי אייך אין שטוב, עס זאל זיין ביי אייך שלום ושלוה, אהבה ואחוה און בלייבן מקושר ענקער גאנצע לעבן מיט הייליגע צדיקים.


ענקער ראש ישיבה.


 

#273 - גיין זיך אויסלופטערן מאן און ווייב אינאיינעם
חברים, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויחי, י"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך וויל אייך בעטן איר זאלט נישט ארויסגיין ביינאכט פון שטוב אן אייער מאן, אויב איר ווילט זיך אויסלופטערן ביינאכט - קען דאס זיין נאר מיט אייער מאן.


נאך א זאך וויל איך אייך בעטן, איר זאלט נישט קוקן קיין מאוויס; נישטא אזא שעדליכע זאך פאר'ן מענטש ווי קוקן מאוויס, עס מאכט דעם מענטש בעצבות ומרה שחורה, עס הרג'עט די לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


איך האף איר וועט טון וואס איך בעט אייך; דערמאנט זיך וואס איך האב אייך געטון, איר זענט געווען פארכאפט אזוי ווי די ווייב פונעם ארעמען איז געווען פארכאפט ביים גענעראל (ספורי מעשיות, מעשה י', מבערגער ועני); איך האב אייך ארויסגענומען פון דארט, אייך חתונה געמאכט און אייך געגעבן אזא שיינע משפחה, מעג איך אייך בעטן איר זאלט זיך פירן אויף די גוטע וועג.


וואס דארפט איר פרענדס אז איר האט א טייערער מאן? מילא א מיידל לויפט צו פרענדס - זי האט נישט קיין מאן, אבער איר האט דאך חתונה געהאט, וואס דארפט איר פרענדס?! זיי זענען דאך בכלל נישט אייערע פרענדס, אונטער אייער רוקן לאכן זיי פון אייך, זיי בארעדן אייך; נאר אייער מאן איז אייך געטריי, פארוואס זאלט איר טון די עקלדיגע זאך פון לייגן שלאפן דעם מאן און נעלם ווערן פאר די נאכט? עס איז דאך די עקלדיגסטע זאך! מיר וואלט זייער געבאדערט אויב מיין ווייב וואלט דאס געטון צו מיר.


איך האף איך האב גע'פועל'ט.


 

#272 - א זכי' צו האבן א מאן א משמש ביים רבי'ן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, בזיונות, מדות טובות, משמש דעם רבי'ן, דן לכף זכות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויגש, ה' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך בין יעצט אויפ'ן פליגער, אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, איך וועל בעטן פאר אייך און פאר אייער משפחה ביי מוהרא"ש.


איך וועל דערציילן פאר מוהרא"ש אלעס וואס אייער מאן טוט פאר אונזער קהילה; עס איז נישט צו באגרייפן וואס איין מענטש טוט אלץ, פיר און צוואנציג שעה, אנגעהויבן מיט'ן בית התבשיל, תומכי שבת פאר משפחות נצרכים, מיט אלעס, ובפרט מיט'ן זויבערן דעם בית המדרש.


נעמט אייך נישט צום הארצן ווען פרויען רופן זיך אן נאכן פרויען צאמקום, ווען אייער מאן קומט ארויסשיקן די פרויען צו קענען אויפרוימען די שול - ווערטער פון חוזק אויף אים; נעמט עס נישט צום הארצן, זיי מיינען גארנישט, אייער מאן העלפט מיר, ער איז דער איינציגסטער וועם עס גייט אן אז די שול זאל זיין גרייט און זויבער אינדערפרי.


שטארקט זיך און שטארקט אייער מאן ער זאל בלייבן משמש זיין דעם רבי'ן, עס זאל אייך זיין א זכי' צו האבן א מאן א משמש ביים רבי'ן, און זייט דן יעדן איינעם לכף זכות; קיינער מיינט נישט גארנישט שלעכטס, עס איז אזא אויסדרוק פון מענטשן זיך אנצורופן, נישט טראכטנדיג אז אפשר ווערט איינער וויי געטון.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן פאר אלע חסדים, פאר אייער שיינע משפחה, פאר אייערע ליכטיגע קינדער - וועט זיך עפענען די הימלען און עס וועט קומען נאך חסדים.