בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#3 - זע צו איבערפרישן דיינע וואטשערס צו העלפן די מוסדות
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך הער פון אפיס אז דו דארפסט איבער מאכן דיין וואוטשערס; בעט איך דיר טייערער ... נרו יאיר, האב רחמנות אויף מיר און העלף מיר איך זאל קענען באצאלן די מלמדים און די טיטשערס. עס קומט יעצט דער יום טוב פסח און מען דארף זיי באצאלן. איך בעט דיר, שטרענג זיך אן און גיי אראפ איבערמאכן די וואוטשערס.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז בזכות דעם וואס דו שטרענגסט זיך אן אראפ צו גיין וכו' און איבער מאכן די וואוטשערס זאלסטו זוכה זיין צו זען נחת פון דיינע ליכטיגע קינדער.

#2 - הכרת הטוב פאר'ן האבן א געפיל פאר די מוסדות
מוסדות, הכרת הטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, כ"ד אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט פון אפיס אז דו האסט אנגעהויבן דעם פראצעדור פון מאכן וואוטשערס; דאס ווייזט מיר אז דו ביסט מכיר טוב פאר אלעס וואס מיר טוען פאר דיר און פאר דיינע קינדער. באמת וועסטו מיר קיינמאל נישט קענען באצאלן אויף דעם וואס איך האב דיר געראטעוועט דיינע קינדער, וויפיל דו ווייסט ווייסטו גארנישט וכו'.


דער מלמד פון דיין זון הרב ... נרו יאיר געבט זיך אפ מיט דיין זון - מען קען זאגן - מער וויפיל מען איז מחויב זיך אפצוגעבן מיט א קינד. אויך די טישטער פון דיין טאכטער מרת ... תחי' קומט זיך אן אויסצייכענונג פארן זיך אפגעבן אזוי געטריי מיט דיין טאכטער.


יעצט אז איך הער אז דו מאכסט וואוטשערס ווייזט דאס מיר אז דו ביסט אונז מכיר טוב, ווייל נישט אלע עלטערן העלפן די מוסד וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון דיינע קינדער, אמן.

#1 - יישר כח פאר'ן העלפן די מוסדות אזוי שיין
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב נישט קיין ווערטער דיר צו דאנקען פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר; אנגעפאנגען מיט די שכר לימוד, דו העלפסט מיר אז אלע עלטערן זאלן מאכן וואוטשערס. און יעצט זע איך אז דו האסט זיך אונטער גענומען צו העלפן האברך מו"ה ... ני"ו, ער זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב פסח; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


געב איבער פאר אלע עלטערן, אז די אלע משפחות וואס מאכן וואוטשערס האבן א חלק אין אלע תורה תפילה וואס גייען ארויס פון די הייליגע מיילער פון די תינוקות של בית רבן. די קינדער ביי אונז אין מוסד ווערן מחונך מיט אמונה, זיי לעבן מיטן אייבערשטן, די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין זיי אמונה, תפילה מיט יראת שמים; די אלע זכותים ווערן צוטיילט פאר אלע וואס העלפן אז דער מוסד זאל קענען אנגיין.


יעדעס מאל מען האקט אפ די וואוטשערס און מען דארף אראפ פארן צו זייער אפיס וכו', מען געבט אוועק צייט, מח און כח וכו' וכו', דאס ווייזט אז דער מענטש האט הכרת הטוב פאר די מוסד, דאס ווייזט אז מען אנערקענט וואס מיר טוהן. אבער ווען עלטערן דרייען זיך ארויס פון העלפן די מוסד, יעדע מאל טרעפט מען גוטע תירוצים פארוואס מען קען נישט מאכן קיין וואוטשערס אדער אנדערע זאכן וואס מען בעט, דאס ווייזט אז זיי פארשטייען נישט וואס די מוסד טוט פאר זייערע קינדער, זיי שעצן נישט אונזער ארבעט, און זיי כאפן נישט וואס די מלמדים און טיטשערס גייען אריבער יעדע מינוט מיט דעם וואס זיי זיצן מיט א גאנצע קלאס קינדער וכו' וכו'.


איך בעט דיר דו זאלסט מיר ברענגען יעדן חודש א ליסט פון די עלטערן וואס האבן וואוטשערס, און די וואס גייען אריבער שוועריקייטן ביים מאכן די וואוטשערס און זיי געבן אוועק זייער צייט צו זיצן ביי די שטאטישע אפיסעס; איך וועל פאר זיי אלע מתפלל זיין און איך וועל זיי מכיר טוב זיין.


ווען אלע עלטערן וואלטן געצאלט שכר לימוד וואלטן מיר געקענט האבן א גוטע פלאץ פאר די קינדער, מיר וואלטן געקענט דינגען אדער קויפן א רחבות'דיגער בנין פאר די סקול; די מיידלעך וואלטן נישט געדארפט זיין צעטיילט און צעקוועטשט וכו'. איך אליינס קען נישט אויפהאלטן א גרויסע פלאץ, קוים וואס מיר שטופן אזוי וכו', יעדן טאג איז א נס אז מיר גייען אן.


דער עיקר זאלן מיר זוכה זיין צום פסח אליין; מיר זאלן זוכה זיין ארויס צו גיין פון אונזער גלות מצרים וואו מיר ליגן, מיר זאלן אנהייבן לעבן מיטן אייבערשטן. מיר זאלן וויסן אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער און צו אים דארפן מיר זיך ווענדן ווען מיר דארפן א ישועה, אמן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.