בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#417 - פארצייכענען אינעם תהילים די סיומים
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


די חשוב'ע בית פיגא תלמידה ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייבער בריוו.


זייער שיין צו הערן די שיינע מעשה פון תפילה, יעצט זעט איר אז וואס מען בעט דעם אייבערשטן - באקומט מען, מען דארף נאר בעטן און בעטן, נישט מיד ווערן.


איך וועל זיך זייער פרייען אז איר זאלט מיר שרייבן ווען איר זאגט תהילים און איר מאכט א סיום, אויך זאלט איר זיך פארצייכענען אין אייער תהילים אייערע סיומים.


 

#416 - זיי זיך מקבל צו ליינען קריאת שמע שעל המטה
פחדים, קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, שלאפן, קבלה טובה, יונגע יארן, קריאת שמע, יום הולדת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך מיט דיין עבודת השם, מיט תורה ותפילה. גיי אן מיט א שטארקייט מיט דיינע שיעורים, חומש, משניות, גמרא וכו', אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט תפילה והתבודדות.


וואויל איז דיר אז דו גייסט יעדן טאג אין פעלד זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, ביסט טאקע א יונג קינד פון אכט יאר, אבער דיין התנהגות איז אזוי ווי א דערוואקסענער, דו פירסט זיך אזוי ווי א גרויסער צדיק. גיי ווייטער התבודדות, האב נישט מורא צו גיין צווישן די ביימער און גראז רעדן צום אייבערשטן.


אזוי האט דער רבי זכותו יגן עלינו געטון, ער פלעגט זיך באהאלטן און וויינען צום אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אים און אים מאכן פאר א צדיק.


דו פרעגסט וואס דו זאלסט זיך מקבל זיין לכבוד דיין יום הולדת, דו ווערסט יעצט ניין יאר; זיי זיך מקבל צו ליינען קריאת שמע שעל המטה, איידער דו גייסט שלאפן זאלסטו ליינען קריאת שמע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "כָּל הַקּוֹרֵא קְרִיאַת שְׁמַע עַל מִטָּתוֹ, מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", דער וואס ליינט קריאת שמע שעל המטה אנטלויפן פון אים אלע קליפות ומזיקין, ער איז אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


אויך זאלסטו זיך מתבודד זיין פאר איין מינוט. איידער דו שלאפסט איין זאג פארן אייבערשטן: "מארגן גיי איך זיין א צדיק", און בעט אים ער זאל דיר פארגעבן אויף וואס איז געווען.


אז דו ווערסט שוין ניין יאר ווערסטו שוין א גרויס קינד, זאלסטו זיך שוין מער נישט שפילן מיט מיידלעך פון דיין יארגאנג, פון דיין משפחה אדער שכנים, ווייל דו ווערסט שוין נאך אביסל א בר מצוה בחור, זאלסטו זיך שפילן מיט קינדער אינגלעך. אויך נישט מיט דיינע מומעס; קענסט באגרוסן דיינע מומעס אבער נישט שפילן מיט זיי.


נאכאמאל וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט זיך ווייטער פירן מיט די הייליגע הנהגה פון גיין התבודדות יעדן טאג. גיי אונטער דיין שטוב, צווישן די ביימער און גראז און שמועס אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן, דערצייל אים אלעס, דערצייל אים אלע דיינע מחשבות, מעשים און דיבורים - וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


אויך בעט פאר מיר, יואל בן רייצא רעכיל.


זאלסט מצליח זיין און וואקסן א צדיק.

#415 - געבליבן מיט די הייליגע בארד און פיאות
קינדער, תפילה והתבודדות, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, מלחמה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


וואס גייט פאר מיט דיר? פארוואס ביסטו אזוי פארוואלוועלט? וואס ביסטו אזוי צעבראכן? דו ווייסט נישט אז דו ביסט עוסק אין די הייליגסטע זאך? דו ברענגסט אידן צום אייבערשטן, אזויפיל אידן האבן חיזוק אנצוגיין אין טאג טעגליכן לעבן צוליב דיר.


איך בעט דיר מיין טייערער ברודער, מיין הארציגער חבר, לאז אפ די עצבות ומרה שחורה; הויב אן זינגען און טאנצן "אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו", און שטארק זיך, און גיי ווייטער אן ביתר שאת וביתר עוז מחזק זיין אידישע קינדער מיט די שיינע ספרים, די ליכטיגע בריוו.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה, א מורא'דיגע מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, פון גדולי אנשי שלומינו פון פולין, ווי ער האט געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל בלייבן מיט די בארד און פיאות, מען זאל אים דאס נישט אפשערן.


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן א בילד פון לאגער מיט די שטעכעדיגע דראט, און א שורה אויסגע'שורה'טע אידן מיט די געשטרייפטע בגדים מיט די געלע לאטעס, מיט די הענט אין די הייעך. א האלבע שורה זענען אפגעשוירן בארד און פיאות, און פון אינמיטן די שורה און ווייטער מיט בארד און פיאות, און ווי א נאצי ימח שמו האלט א גרויסער שערל און פרבירט דאס צו פאררעכטן.


ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די נאציס ימח שמם גענומען אלע אידן, זיי אריינגעלייגט אין א פארמאכטע לאגער ארומגענומען מיט שטעכעדיגע דראטן, מען האט נישט געקענט ארויסלויפן פון דארט. זיי האבן אנגעטון אלע אידן מיט פארשעמטע קליידער, אזוי ווי מען טוט אן ארעסטאנטן אין תפיסה, אלע אידן האבן געדארפט האבן א געלע שמאטע מיט א מגן דוד, אויך האבן זיי אפגעשוירן אלע אידן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד א גרויסער ערליכער איד מיט'ן נאמען רבי יצחק ברייטער זכרונו לברכה, מען האט אים געכאפט און גענומען אין די ווארשע לאגער, דארט האט מען יעדן אויסגע'שורה'ט און געזאגט אז מען גייט יעצט יעדן איינעם אפשערן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות. רבי יצחק האט געוויסט פון תפילה, ער האט געוויסט אז וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען, האט ער אנגעהויבן זאגן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך מען זאל מיך נישט אפשערן די בארד און פיאות"; ער האט דאס איבערגעזאגט הונדערטער מאל.


דער נאצי ימח שמו קומט נענטער און נענטער, ער שניידט אפ פון די הייליגע אידן די הייליגע בארד און די הייליגע פיאות, און דער רבי יצחק הערט נישט אויף צו זאגן פאר'ן אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, ראטעווע מיך, מען זאל מיך נישט אפשערן מיין הייליגע בארד און הייליגע פיאות"; ער קומט שוין נענטער, ער שטייט שוין ביי רבי יצחק און... ב ו ו ו ם...! די שערל האט זיך צעבראכן.


דער עס עס ימח שמו ווערט גערעגט, ער הויבט אן שרייען, ער ווערט אין כעס, ער פרובירט צו פאררעכטן די שערל, אבער עס גייט נישט, רבי יצחק איז געבליבן מיט זיינע הייליגע פיאות און הייליגע בארד.


טייערע קינדער, וואס מיר ווילן און וואס מיר דארפן - גייען מיר בעטן דעם אייבערשטן, אפילו עס זעט אויס ווי דאס גייט מען נישט קענען באקומען.


לאמיר זינגען אינאיינעם: "א תפילה, א תפילה - אויף דיין אייגן שפראך, מיט תפילה מיט תפילה - באקומט מען יעדע זאך, מיט תפילה מיט תפילה - וועסטו ניסים זען, מיט תפילה מיט תפילה - ישועות וועט געשען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#414 - עס לוינט זיך אוועקצוגעבן די מאדעס, כדי צו האבן ערליכע דורות
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, נחת, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגעס מאכן מיך שוואך; וואס זאל איך דיר ענטפערן? נישטא קיין הלכות אויף צניעות, גיין אנגעטון איידל איז א געפיל זאך, און אז דיין ווייב וויל נאכמאכן די גוים, זיך מאכן נאך א לאך אין אויער פאר נאך אן אויערינגל - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה; נאר תפילה וועט דיר העלפן.


דיין ווייב איז באמת זייער א וואוילע טייערע פרוי; די פאר מאל וואס דו ביסט געקומען רעדן צו מיר מיט איר האב איך איינערקענט אז זי איז זייער וואויל. מעגסט איר זאגן אז דו ווילסט נישט, און זיי איר מחזק, אז מען גייט אנגעטון איידל - האט מען ערליכע קינדער, און אז מען גייט אנגעטון ווי א אידישע טאכטער גייט - וועלן די קינדער בלייבן אידן; עס לוינט זיך אוועק צו געבן די זאכן - צו האבן ערליכע דורות.


זיי איר מחזק, ווייז איר ווי שרעקעדיג די וועלט איז. קינדער לויפן אוועק, קינדער מישן זיך אויס מיט אומות העולם רחמנא לצלן, און אז מען פירט זיך איידל - זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים".


קענסט איר זאגן וואס דיין רצון איז, און זאלסט איר מחזק זיין. און אז זי וועט דאס סיי ווי מאכן - זאלסטו איר נישט טשעפען, נאר בעט דעם אייבערשטן אז דו, דיין ווייב און די קינדער - זאלן האבן א געפיל צו צניעות, און מיט סבלנות און תפילה וועט זי זיך ציען צו רעכטס און וועלן גיין אנגעטון אזוי ווי א בת ישראל.


ווער נישט פארלוירן, איך האב שוין געזען אסאך מעשיות ביי אנשי שלומינו וואס זיי האבן מיט תפילה והתבודדות גע'פועל'ט ניסים ונפלאות. דו בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן זיין ערליך און אפגעהיטן פון חוקות העכו"ם, מיר זאלן ליב האבן די אידישע וועג, מיר זאלן ליב האבן צניעות. הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין ווייב און קינדער, דו טוסט מיט מיר אזויפיל ניסים ביז אהער, העלף מיר אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון איידל, זי זאל נישט וועלן נאכמאכן די נייע מאדעס, איך בעט דיר, אנא ה' הושיעה נא, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן וועלן טון נאר דיין ווילן און זוכה זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך".


אז זי פרעגט דיר וואס איך זאג - קענסטו איר ווייזן דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#413 - מען מעג רעדן צום אייבערשטן אינמיטן שמונה עשרה
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן פון אייערע לערערינס אז איר פירט זיך מיט גרויס דרך ארץ און איר האלט מיט אלעס וואס מען לערנט.


איך פריי זיך צו הערן אז איר זאגט תהילים, און איר האט שוין געענדיגט ספר תהילים זעכצן מאל; ווי איז דא עפעס שענערס צו הערן? א קינד פון צוועלף יאר האט שוין די השגות פון זאגן תהילים. גייט ווייטער אויף די גוטע וועג; זאגט יעדן טאג אביסל תהילים און בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך אלעס וואס איר דארפט.


איך האב געשיקט קיין ארץ ישראל ספר תהילים'ס צום מנהל המוסד נרו יאיר, ער זאל אויסטיילן פאר אלע תלמידות וואס זאגן תהילים.


בנוגע די פראגע אויב מען מעג רעדן צום אייבערשטן אינמיטן שמונה עשרה; צום אייבערשטן קען מען אלץ רעדן. דוד המלך זאגט (תהלים מב, ט): "תְּפִלָּה לְאֵל חַיָּי" דאווענען צום אייבערשטן איז מיין לעבן, מיין אטעם; אזוי ווי אטעמען איז נישט קיין הפסק אזוי איז רעדן צום אייבערשטן, מען קען אלץ רעדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#412 - איך האב געעפנט א דזשים אין שטעטל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, רפואה, שטעטל, בית המדרש, יענער, ספרי ברסלב, עקסערסייז

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, תושבי קרית ברסלב ליבערטי, ה' עליהם יחיו


בשורה טובה פאר אנשי שלומינו, איך האב געעפנט א דזשים אין שטעטל, א פלאץ וואו מען קען מאכן עקסערסייז פאר די נשמה.


די פלאץ איז אין שול; מען קען קומען יעדן אינדערפרי לערנען און דאווענען, זיך אויפבויען די נשמה; מען זאל האבן א געזונטע נשמה, א שטארקע נשמה.


אויך ווערט די גוף אויפגעבויט און געזונט, עס ווערט זייער שטארק. אזוי זאגט די תורה (משלי א, ג): "כִּי לִוְיַת חֵן הֵם לְרֹאשֶׁךָ", אז מען לערנט תורה  - ווערט די קאפ געזונט און בא'חן'ט, "וַעֲנָקִים לְגַרְגְּרֹתֶךָ", אז מען לערנט תורה - ווערט די האלז געזונט און באצירט. נאך שטייט (שם ג, ח): "רִפְאוּת תְּהִי לְשָׁרֶךָ", אז מען לערנט תורה ווערט די בויך אויסגעהיילט, "וְשִׁקּוּי לְעַצְמוֹתֶיךָ", און אז מען לערנט תורה ווערן די מארך פון די ביינער געשטארקט (עירובין נד).


איך בעט דיר זייער, נישט וואס יעדער איינער טוט - דארפסטו נאכטון. ענדערש קום מאכן עקסערסייז אויף דיין נשמה, בוי אויף דיין נשמה. קום אין שול לערנען, מאך נאך די אינגעלייט וואס קומען אין שול, וואס זענען זיך קובע עתים לתורה. דער גוי האט נישט קיין תורה, האט נישט קיין מקוה און נישט קיין דאווענען - גייט ער אינדערפרי אויפבויען זיין קערפער, דער גוי האט נישט קיין עתיד, ביי אים איז דער גוף די גאנצע לעבן, לויפט ער אינדערפרי טון דאס. דו ביסט א איד, דו האסט א נשמה - קום אין שול, זיי זיך קובע עתים לתורה.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים - וועט מען דיר נישט קענען פארנארן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רס) דער וואס האט געטרינקען פון די אונגארישע וויין - אים קען מען נישט פארנארן.


גיי אביסל התבודדות, גיי שפאצירן הינטער דיין שטוב, רעד זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים: "הייליגער באשעפער, געב מיר אביסל שכל, איך זאל געדענקען וואס איז תכלית, וואס וועט בלייבן פון מיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#411 - זיך טענה'נען מיט די ווייב איז נישט קיין קינדער שפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, וויכוחים, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


רעד שיין אין שטוב, טענה נישט מיט דיין ווייב; לאז נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי דיר אין שטוב.


דו ווייסט נישט וואס ליגט אונטער די טענה'רייען, עס זעט אויס ווי עס איז נישט אזוי געפערליך, מען מעג זיך אביסל טענה'ען; וואלסטו געוויסט אז דאס איז א פאסטקע וואס דער סמ"ך מ"ם לייגט אויס ביי דיר, דיך צו כאפן אינעם נעץ, צעברעכן דיין שטוב - וואלסטו זיכער אכטונג געגעבן אז דאס זאל נישט פאסירן.


זיכער נישט נוצן די צינג צו שטעכן און פליקן, און אז דיין ווייב קען זיך נישט איינהאלטן, און זי שטעכט יא - זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שטעכן, נאר גיסן גוטע ווערטער, עס זאל נישט ווערן קיין אפשייד צווישן ענק.


האסט א שיינעם פעלד ארום דיין שטוב, גיי שפאצירן, גיי שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, רחם עלי, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל געדענקען אז נאך אביסל וועל איך זיך דארפן צוריק קערן צו דיר, העלף מיר געדענקען פון זכרון בעלמא דאתי", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און מרחיב בדיבור זיין.

#410 - גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, תודה והודאה, בזיונות, אידיש געלט, לימוד התורה, חתונה, שמחות, חתן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, ערב ראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט באקומען א גאר חשוב'ע כלה און א גאר חשוב'ע משפחה; די גאנצע שידוך דיינע איז א גרויסע נס מן השמים.


בנוגע אז די חתונה זאל זיין אין ישיבה; אז דיינע עלטערן ווילן מאכן די חתונה אין א זאל - זאלסטו זיך נישט מתחצף זיין צו זיי, דו זאלסט זיי נאר דאנקען פאר אלעס וואס זיי טוען פאר דיר. פיר זיך מיט גרויס דרך ארץ צו זיי, עס איז נישט דיין געשעפט, מן הסתם שעמען זיי זיך מיט ברסלב, פון די משפחה און פון די ארומיגע.


גרייט זיך צו די חתונה מיט אסאך תורה ותפילה, זע צו ענדיגן ש"ס לכבוד די חתונה און נאך אסאך ספרים.


בעט דעם אייבערשטן אז דו און דיינע דורות זאלן אלע זיין ערליכע אידן, אלע זאלן גיין אין די וועג פון די תורה, בעט יעדן טאג עס זאל זיין ביי דיר אין שטוב נאר שלום און נאר ליבשאפט.

#409 - מקוה וועט דיך אויסהיילן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מקוה, שמחה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין פנים וכו'; זיי נזהר אין גיין אין מקוה, מקוה וועט אראפנעמען אלע פינטלעך און שפאלטענעס פון פנים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קכג): "טְבִילַת מִקְוֶּה טוֹבָה מְאֹד לִבְרִיאוּת הַגּוּף" זיך טובל'ן אין מקוה איז זייער געזונט פאר'ן מענטש. "כִּי יֵשׁ נְקָבִים קְטַנִּים הַרְבֵּה בְּגוּפוֹ שֶׁל אָדָם" ווייל יעדער מענטש האט קליינע לעכערלעך אויפ'ן קערפער, "וְהֵם נִקְבֵי הַזֵּעָה" לעכערלעך פאר די שווייס, "שֶׁדֶּרֶךְ שָׁם יוֹצֵא הַזֵּעָה מִן הָאָדָם" פון די לעכערלעך גייט ארויס די שווייס פונעם קערפער, "וְהֵם צְרִיכִין לִפָּתַח" דאס דארף זיין אפן, "כִּי אִם נִסְתָּמִין נִקְבֵי הַזֵּעָה" און אויב די לעכערלעך ווערן פארשטאפט, "יוּכַל לֵחָלֵשׁ וְלִפֹּל לְחֻלְשָׁה חַס וְשָׁלוֹם" קען מען ווערן נישט געזונט חס ושלום, "וְעַל יְדֵי טְבִילָה בְּמַיִם נִפְתָּחִין נִקְבֵי הַזֵּעָה" און דורך זיך טובל'ן אין מקוה עפענען זיי זיך אויף, "וְזֶה טוֹב מְאֹד לִבְרִיאוּת הַגּוּף" און דאס איז זייער גוט פאר'ן געזונט.


אויך זאלסטו זיין פרייליך, שמחה היילט אויס אלעס. בעט דעם אייבערשטן אויף שמחה, בעט אים:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון די קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות השמחה זאל איך זוכה זיין נכלל צו ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#408 - וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים די קומענדיגע מינוט?
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, רפואה, מוסדות, דרשות, תכלית, ישיבה, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט אין ישיבה איז געווען זייער שיין, איך האב פארגעלערנט א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, אויך די משניות שיעור און יעצט גיי איך געבן א שיעור התחזקות.


אויך האב איך היינט געהאט א שיינע שמועס מיט די בחורים אין ירושלים, אונזערע ישיבה קטנה בחורים; זיי זענען אזעלכע טייערע בחורים, זיי לערנען און דאווענען מיט אזא התמדה, איך האב פון זיי גרויס נחת.


איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף מיר, איך דארף גיין געבן א שיעור פאר זיי. דיר בעט איך זייער, שטארק זיך, ווער נישט צעפאלן, דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.


הער נישט אויף דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז דו ביסט געזונט און דיין משפחה איז געזונט, בעט דעם אייבערשטן פאר אונזער חבר נתן יוסף ברוך בן טויבא א אינגערמאן פון שטעטל וואס איז פארשלאפט, ער ליגט אין שפיטאל, ער דארף רחמי שמים.


וואס איז דער גאנצער מענטש? וואס ווייסט א מענטש וואס גייט זיין מיט אים די קומענדיגע מינוט? מען דארף נאר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, נאר דאס ברענגט ישועות.


איך האף דיר מארגן צו מבשר צו זיין גוטע נייעס פון דעם אינגערמאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#407 - זאגן מיט סבלנות נאכאמאל און נאכאמאל פאר די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די איינציגסטע וועג מצליח צו זיין מיט קינדער - איז זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, נישט מיד ווערן פון זאגן. קינדער זענען נישט שלעכט; קינדער זענען גוט און וואויל, מען דארף זיי לערנען ווי אזוי זיך צו פירן.


בנוגע וכו'; דאס קען מען אויך אויסלערנען, מיט סבלנות קען מען דאס אויך פועל'ן, נאר זיך נישט פארלירן; יעדעס מאל מען זעט די קינדער לייגן די הענט וכו', זאגט מען נאכאמאל רואיג זיי זאלן נישט לייגן דארט די הענט.


נאך א וויכטיגע זאך צו מצליח זיין מיט די קינדער: די עלטערן דארפן גלייבן אין זיך, זיי דארפן וויסן אז די אלע ווערטער וואס זיי לערנען די קינדער - גייט אריין אין זיי, אסאך מאל פריער און אסאך מאל שפעטער, און אפילו מען זעט נישט גלייך ווי זיי פאלגן - דארף מען זיך האלטן רואיג און זיך נישט פארלירן, נאר לערנען די קינדער נאכאמאל און נאכאמאל וואס איז ריכטיג און וואס איז גוט.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, כאטשיג איין קאפיטל, און ביים זאגן תהילים בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר ערליכע געזונטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#406 - רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, אמונה, צדקה, עבירות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי געבט אונז א וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן טאג און נאכט - דורך די וואונדערליכע עצה וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט, תפילה והתבודדות.


ווען דו ביסט זיך מתבודד, זאלסטו בעיקר בעטן אויף שמחה, ווייל ווען מען איז פרייליך - ווערט מען פטור פון אלע צרות, און אויך קען מען זיך מתגבר זיין אויף די יצר הרע וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית. ווייל עצבות ומרה שחורה ברענגט צו די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, און אז מען פאלט אין די עבירה - פארלירט מען אלעס, מען פארלירט די פרנסה. דער זוהר הקדוש זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ" ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט - וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא" איז דאך זיכער אז דער וואס ווארפט ארויס די טראפלעך פון מח, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן, דאס איז אויסער וואס מען פארלירט אלע ליכטיגקייטן; עס ווערט טונקל, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן, די אמונה קילט זיך אפ, מען דריידט זיך ארום מיט קשיות אויף די אמונה, מען גייט ארום מיט שלעכטע געדאנקען, ביז מען וויל מער נישט לעבן. מען ווערט א בייזער מענטש, מען ווערט בעצבות ומרה שחורה, מען פארלירט אלעס אין די וועלט; אלעס קומט פון זיין בעצבות ומרה שחורה.


דערפאר זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף שמחה, בעט דעם אייבערשטן די ווערטער: "רבונו של עולם העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל שפירן די שמחה אין אלע מיינע אברים, פון קאפ ביז די פיס, אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון גרויס פרייד אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיך באשאפן א איד און מיר געגעבן די הייליגע מצוות.


איך בעט דיר הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף מיר און נעם אוועק פון מיר די ביטערקייט און פוילקייט, איך זאל נאר זיין פרייליך און פרייליך מאכן אנדערע, און בזכות שמחה זאל איך זוכה זיין נכלל ווערן אינגאנצן אין דיר, איך זאל מער נישט זען פאר מיינע אויגן נאר דיך באשעפער, איך זאל זען און שפירן ווי דו ביסט אלעס און עס איז מער גארנישט דא אויף די וועלט נאר דו אליינס, און זוכה זיין צו תשובה שלימה, מעתה ועד עולם אמן סלה".


נעם א פושקע פון אונזער מוסד און לייג אריין אפאר פרוטות, סיי אינדערפרי, סיי אינמיטן טאג און אזוי אויך ווען דו דארפסט עפעס א ישועה, און ווען די פושקע איז פול ברענג מיר דאס, אדער ברענג דאס פאר מיין איידעם, ער העלפט מיר מיט די פושקעס. און מיט די פרוטות צאל איך אפ שווערע טויזנטער דאלער חובות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#405 - אז די ישיבה איז אין וויליאמסבורג, וועל איך בלייבן אין וויליאמסבורג
תפילה והתבודדות, שטעטל, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


לעת עתה אז די ישיבה איז אין וויליאמסבורג וועל איך בלייבן אין וויליאמסבורג, עס איז נישט גרינג צו פארן יעדן טאג אהין און צוריק. איך האב שוין זייער געוואלט ארויסקומען וואוינען אין שטעטל, למעשה ציט זיך דאס, מען האט נאכאלץ נישט קיין פאסיגע פלאץ פאר די ישיבה.


מיין דירה אין שטאט איז זייער בצומצם; אדער דארף מען זיך צואיילן מיט פלענער צוצושטעלן א פלאץ פאר די ישיבה, אדער וועל איך זיך דארפן אריבערציען צו א גרעסערע דירה דא אין וויליאמסבורג.


שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן, די טעג גייען אריבער, נאר דאס ביסל תורה וואס מיר לערנען - דאס וועט בלייבן פון אונז.


גיי יעדן טאג אונטער דיין הויז זיך מתבודד זיין; האסט א שטיקל וועלדל, זאלסטו זיך יעדן טאג מתבודד זיין פאר אפאר מינוט.

#404 - א געשמאקע רואיגע שבת אין שטעטל
תפילה והתבודדות, רפואה, שטעטל, שבת קודש, חובות, יענער, ראש ישיבה, נקודות טובות, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך שבת בין איך געווען אין שטעטל, איך בין זיך געפארן אפרוען; ברוך ה' איך שפיר זיך שוין בעסער. זיין א שבת אין שטעטל מיט אנשי שלומינו - היילט ממש אויס. עס איז געווען א שטילער שבת, עס איז נישט געווען קיין אנלויפעניש, איך האב נישט געזאגט פאראויס אז איך גיי דארט זיין, איך האב זיך געוואלט אביסל אפרוען.


איך וועל דיר אביסל שרייבן פונעם שיינעם שבת מיט אנשי שלומינו. פרייטאג נאכמיטאג גלייך ביים אנקומען בין איך געגאנגען קוקן די נייע צוויי געגענטער וואס מיר בויען יעצט פאר אנשי שלומינו. איין געגענט אויף טווין ברידזש; דארט וועט זיין איבער דרייסיג דירות מיט א שול און א מקוה, די דירות איז נישט צום פארקויפן, די דירות איז צו דינגען; די פרייזן וועלן זיין זיער ביליג, א דאלער א סקווער פיס, שיינע הערליכע ליכטיגע דירות, מיר האפן אז די דירות וועלן שוין זיין פארטיג אויף דעם קומענדיגן פסח, און אלע וואס ווילן דינגען א דירה אין די נייע געגענט זאלן זיך מעלדן ווי פריער ביי מיר.


אויך בין איך געגאנגען קוקן די צווייטע נייע געגענט אויף די גאס רעד קליף, דארט וועלן זיין פופצן הייזער. די הייזער זענען צו פארקויפן, ווער עס וויל קויפן א הויז זאל זיך מעלדן ווי פריער.


פרייטאג צו נאכטס בין איך געגאנגען דאווענען אינעם בית המדרש פעולת הצדיק. איך בין געפארן ביים זמן מיט א קאר; מיט א קאר נעמט צו פארן פון מיין שטוב צוויי מינוט, גיין צו פיס נעמט כמעט א שעה. עס איז געווען זייער געשמאק, א קליין מנין פון א מנין מתפללים, מיט אזא אחדות. איך האב זיך דערמאנט ווי אזוי עס האט אויסגעזען פאר צוואנציג יאר צוריק אין וויליאמסבורג אין היכל הקודש. פאר צוואנציג יאר צוריק ווען איך בין מקורב געווארן האט אזוי אויסגעזען אין וויליאמסבורג היכל הקודש, קוים א מנין פון צען, יעדע תפילה פלעגט מען ווארטן אויף א צענטער. פון איין זייט איז געווען אביסל שווער דאס ווארטן אויף מנין, אבער די ליבשאפט און אחדות, די תמימות און פשוט'קייט - דאס איז א זאך וואס איך קען נישט פארגעסן, פינקט אזוי האט זיך געשפירט דארט.


עס איז געווען א שיינע וועטער, איך האב צוריק געוואקט מיט מיינע קינדער און מיט נאך אפאר אינגעלייט, א וועג פון כמעט א שעה. עס האט זיך נישט געשפירט ווי א לאנגער וועג, ווייל אז מען גייט מיט אנשי שלומינו, מען רעדט פון רבי'ן, מען רעדט פון מעשיות פון תפילה - פארגעסט מען פון אלעם, מען שפירט ווי מען שפאצירט אין גן עדן.


פרייטאג צו נאכטס נאכן סעודה זענען זיך צאמגעקומען אנשי שלומינו, מען האט געזינגען זמירות און געשמועסט שיינע זאכן אויף די פרשת השבוע.


שבת אינדערפרי בין איך געגאנגען דאווענען אין בית המדרש אשר בנחל, א האלבע שעה אוועק פון מיין שטוב. איך האב זייער הנאה געהאט צו דאווענען דארט, עס איז זייער א שיינע געשמאקע שול, אלע זענען דארט פרייליך, האברך משולם פינטער האט געגעבן א נאמען פאר זיין נייע געבוירענע מיידל.


ביי ספורי מעשיות האבן מיר גערעדט פונעם תם (ספורי מעשיות, מעשה ט) וואס האט באקומען פונעם בעל שם קמיעות און שמירות, האט ער זיך שוין מער נישט דערשראקן ווען דער טייוול האט געשיקט נאך אים; דאס זענען די ספרים פון רבי'ן וואס איז מחזק און מעודד, ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים ווערט מער נישט דערשראקן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


איינער פון די אינגעלייט האבן געוויזן א בריוו וואס ער האט באקומען צוויי יאר צוריק ווען ער איז אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה אין שטוב, זיין ווייב פלעגט פארשעמט ווערן אין גראסערי נאכן דארפן איבערלאזן דעם גאנצן וואגן מיט עסן ווען די קארטל האט נישט געארבעט, און די בריוו האט אים מחזק געווען, ער זאל נישט אויפגעבן און נישט האבן קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, די בריוו האט אים זיער געשטארקט, ביז ער איז שוין ארויס פון די נסיון.


מיר האבן גערעדט פון די קמיע וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן, די קמיע איז נישט מער ווי מוהרא"ש'ס נאמען; אז דאס היט דעם מענטש. אז מען דערמאנט זיך פון מוהרא"ש דערמאנט מען זיך פון רבי'ן, דערמאנט מען זיך פונעם אייבערשטן. מוהרא"ש האט צו אונז גערעדט טאג און נאכט נאר פון רבי'ן און פון אייבערשטן, דאס איז די קמיע וואס דער בעל שם האט געגעבן דעם תם, און דאס האט אים בארואיגט. און אז מיר וועלן זיך פירן בתמימות, מיר וועלן אריינקוקן אין די בריוו, אין די ספרים און קונטרסים - וועלן מיר נישט מורא האבן פון קיין שום זאך.


שבת נאכמיטאג בין איך געגאנגען מיט מיינע קינדער צום בית המדרש עצתו אמונה, א וועג פון א שעה. ביי שלש סעודות האבן מיר גערעדט פון די פרשה (בראשית יב, א): "וַיֹּאמֶר ה' אֶל אַבְרָם לֶךְ לְךָ" דער אייבערשטער זאגט פאר יעדן איד: 'גיי צו דיר, קוק אויף דיר, לעב מיט דיר; מאך נישט נאך א צווייטן, דין דעם אייבערשטן אויף דיין וועג'; דער אייבערשטער פארלאנגט נישט מען זאל נאכמאכן א צווייטן, נאר יעדער איינער זאל טון לויט זיין נקודה. אזוי ווי דער הייליגער רבי זושא האט געזאגט: "אויבן וועט מען מיך נישט פארהאלטן פארוואס איך בין נישט געווען אזא צדיק אזוי ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, מען וועט מיך פארהאלטן לויט מיר אליינס".


יעדער איד האט אין זיך א שיינע זאך וואס דער צווייטער האט נישט; יעדער האט א נקודה וואס איז נישטא אין קיינעם. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: 'לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא'", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; דער רבי ברענגט אראפ די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל - יעדע ערב שבת, ער פלעגט הערן א בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען נאר איין מאל א יאר דעם בת קול, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיךָ רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס דער פשוט'ער דאקטער באקומט יעדן טאג א בת קול און ער באקומט דאס נאר איינמאל א וואך, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן, ווייל יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון דעם, און פאר דעם איז ער באשאפן געווארן.


היינט איז ביי אונז אין שטאט אביסל איבערגעדרייט, די שטאט איז צעטיילט אין צוויי, מען לויפט; דאס דערמאנט אונז ווי גליקליך מיר זענען, אנו רצים והם רצים, וואו לויפן מיר? מיר לויפן צום אייבערשטן; דאס איז די איינציגסטע פלאץ וואו מען קען אנטלויפן, מען קען זיך באהאלטן; דורך גיין התבודדות, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט ופרט.


איך דארף באצאלן די וואך פאר איינעם א חוב, איך וויל וויסן אויב דו קענסט מיר בארגן עפעס געלט ביז פורים הבא עלינו לטובה; לאז מיר וויסן, וועסטו האבן א חלק אין בויען קהילת היכל הקודש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#403 - זייט מיר מזכיר ביים זאגן תהילים
תפילה והתבודדות, תהלים, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


אייער טאטע האט מיר געשריבן אז איר האט מסיים געווען נאכאמאל ספר תהילים; איך בין זייער פרייליך, איך האף איר וועט ווייטער זאגן תהילים. אויך בעט איך אייך איר זאלט מיר מזכיר זיין ביים זאגן תהילים, יואל בן רייצא רעכיל, איך זאל האבן כח צו קענען אויספירן אלס וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט מיר באפוילן.


וואס איר דארפט און וואס איר ווילט - זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, ער האט געמאכט אלע שפראכן. דער אייבערשטער איז אלעס און אלעס איז ער, מען דארף אים נאר בעטן, און וואס מען בעט באקומט מען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#402 - חיזוק פאר קראנקע אידן אין שפיטעלער
תפילה והתבודדות, סקול, הפצה, רפואה, זיכוי הרבים, תהלים, ביקור חולים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', יבנאל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז איר זאגט תהילים און אז איר האט יעצט געענדיגט די איין און פערציגסטע מאל ספר תהילים. איר פירט זיך אויף אזוי שיין און גוט, אזוי ווי איר האט זיך געפירט אין אונזער שולע אין אמעריקע. איר זענט א ביישפיל פון א בית פיגא תלמידה; אלע זעען וואס איז דאס בית פיגא.


וואויל איז אייך אז איר גייט אין שפיטעלער טיילן עסן פאר קראנקע מענטשן און איר רעדט מיט זיי דיבורי אמונה; דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן, אז מען רעדט צו זיינע קינדער, מען וועקט זיי אויף, מען ברענגט זיי צוריק. די אלע זענען נעבעך נישט שולדיג, מען האט גענומען זייערע זיידעס און באבעס און אויסגע'שמד'ט. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט, זייט די וועלט שטייט - איז נישט געווען אזא מאסן שמד, אויס צו שמד'ן מיליאנען אידן, זיי זאלן נישט וויסן פון "שמע ישראל", זיי זאלן נישט וויסן פון "אנכי ה' אלוקיך"; איז דאך נישטא קיין גרעסערע מצוה פון צוריקברענגען אידישע קינדער צו די אמונה.


אויך זאלט איר זיך יעדן טאג מתבודד זיין, רעדט צום אייבערשטן אויף אייער שפראך; איך האף אז אייער שפראך איז נאך אידיש. זוכט אייך א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, גייט דארט און רעדט זיך אויס אייער הארץ, שמועסט מיט'ן אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א נאנטער פריינט - וועט איר שפירן א זיסקייט אין לעבן, עס וועט אייך זיין גוט.


שרייבט מיר נאך וועט איר מיך מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#401 - געווינען די לאטערי, וועט מיר מאכן פרייליך?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, פרנסה, תכלית, שכל, ראש ישיבה, דמיונות, לאטערי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן כה): "כִּי צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", א מענטש דארף ארויסגיין פון זיינע דמיונות און באקומען שכל; וואס איז דאס שכל און וואס איז דאס דמיונות? אלעס וואס האט מיט'ן אייבערשטן - דאס איז שכל; א מענטש טראכט: 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מהוה די גאנצע בריאה, דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער ווארט איך זאל אנטון תפילין, ער ווארט איך זאל רעדן צו אים' - דאס איז שכל; אנדערע זאכן וואס מען טראכט און מען רעדט, 'אויב דער וועט געווינען - וועט זיין גוט און אויב יענער וועט געווינען וועט זיין נישט גוט' - דאס איז אלעס כח המדמה, און אז מען טראכט: 'אויב איך וועל געווינען די לאטערי וועל איך זיין פרייליך' - דאס איז אלעס דמיון.


ווי אזוי גייט מען ארויס פון כח המדמה? דורך תפילה והתבודדות; אז מען באנוצט זיך מיט די עצה פון משיח, וואס משיח וועט אריינברענגען אין די וועלט - מען זאל זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן, מָשִׁיחַ איז דער לשון פון מֵסִיחַ אִלְּמִים, משיח וועט מאכן אלע שטומע זאלן שמועסן; וואס מיינט שטום? אז מען רעדט צו יעדן איינעם און פון יעדן איינעם - אויסער צום אייבערשטן און פונעם אייבערשטן.


אז מען גייט יעדן טאג אביסל רעדן מיט'ן אייבערשטן, מען דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען טוט, אלעס וואס מען טראכט, ווי שטארק איך בין פארנארט; איך מיין אז איך גיי לעבן פאר אייביג, איך מיין אז איך האב, איך מאך און טו, איך פארגעס אז איך בין גארנישט און איך וועל נאך אביסל דארפן אוועקגיין פון די וועלט און איבערלאזן מיין האב און גוטס פאר מענטשן וואס איך קען נישט, מען בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל קענען גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל היינט עפענען א חומש, א משניות; איך זאל זיך מיט קיינעם נישט קריגן" - דאס איז שכל.


היינט נאכט וועל איך געבן די וועכנטליכע שיעור אפילו איך בין זייער איבערגעשטרענגט, איך היס נאך זייער שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#400 - לייג ווייטער ארויף די שיעורים אויף "קול הלשון"
תפילה והתבודדות, הפצה, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


אזויפיל מענטשן האלטן מיט די שיעורים נאר דורך קול הלשון, בפרט מגידי שיעורים און ראשי ישיבות, מיט כולל אינגעלייט - וואס האבן נישט קיין וועג צו הערן און זען די שיעורים נאר דורך קול הלשון; יעצט זאגן זיי אז שוין אפאר וואכן וואס עס איז נישטא קיין פרישע שיעורים.


וויל איך דיר מחזק זיין זאלסט ווייטער ארויפלייגן אלע שיעורים אויף קול הלשון, דאס איז פון די גרעסטע הפצה. הונדערטער און טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' דוקא דורך קול הלשון, און זייער אסאך אינגעלייט האבן מיר דערציילט אין אומאן אז זיי זענען מקורב געווארן דורך קול הלשון.


שטארק זיך, גיי התבודדות; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מקרב זיין צו אים און דיר מאכן שפירן דאס זיסקייט פון די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#399 - סדר השיעורים פאר א בחור אין ישיבה קטנה
תפילה והתבודדות, בחור, מוסדות, משניות, לימוד התורה, ספרי ברסלב, גמרא, סדר היום, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבה קטנה היכל הקודש ירושלים


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו לערנסט פלייסיג סדר דרך הלימוד, און אויך גייסטו הפצה.


בנוגע דיין פראגע וואס פאר א שיעורים דו זאלסט לערנען; מאך זיך א סדר צו לערנען יעדן טאג חומש - שנים מקרא מיט'ן תרגום, איינגעטיילט לויט די וואך: זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי - און אזוי ווייטער.


די צווייטע שיעור זאלסט לערנען משניות; לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זאג די ווערטער שיין, הויך און קלאר, אויפ'ן קול. אויב איז דיר שווער צו זאגן אכצן - קענסטו עס איינטיילן אויף זעקס פרקים אינדערפרי, שפעטער נאך זעקס פרקים און פארנאכטס נאך זעקס פרקים; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג - וועסטו ענדיגן גאנץ ששה סדרה משנה יעדע חודש.


די דריטע שיעור זאלסטו לערנען גמרא. האסט שוין זוכה געווען צו ענדיגן איין מאל ש"ס - זאלסטו אנהויבן נאכאמאל און גיין כסדרן א בלאט נאך א בלאט, א מסכתא נאך א מסכתא, ביז דו וועסט ענדיגן נאכאמאל ש"ס - וועסטו אנהויבן א דריטע מאל; אזוי זאלסטו טון יעדן טאג.


דאנק דעם אייבערשטן אז דו לערנסט אין היכל הקודש, ביי אונז אין ישיבה וועט מען דיר נישט שטערן פון לערנען פלייסיג; דיין מגיד שיעור הרב משה שמואל שליט"א וועט דיר מחזק זיין צו לערנען נאך און נאך בלעטער גמרא.


לאז זיך נישט שטערן פון קיינעם, זיץ אין דיין ווינקעלע און זאג בלעטער גמרא אויפ'ן קול מיט א ניגון, און יעדע מאל דו זאגסט א נאמען פון א תנא אדער פון אן אמורא - זאלסטו זיך פארשטעלן ווי דו שטייסט פאר דעם הייליגן תנא אדער אמורא, און דו זאלסט רעדן צו אים און אים בעטן אז דיין קאפ זאל זיך עפענען, דו זאלסט פארשטיין די גמרא. אזוי פירן זיך די צדיקים, ווען זיי לערנען תורה - מאלן זיי זיך אויס ווי דער תנא, דער אמורא - שטייט דא; זיי לערנען תורה מיט קדושה וטהרה.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין ספר המידות. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שעט), דער ספר האט אים געמאכט פאר א איד; לערן דאס, און ביי יעדע אות זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו קענען צוקומען צו דעם, און אויב איז דאס א שלעכטע זאך - זאלסטו וויינען צום אייבערשטן דו זאלסט פטור ווערן פון די שלעכטע מידה.


שרייב מיר יעדע וואך וואס טוט זיך אין ישיבה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#398 - שמועס דיך אויס מיט'ן אייבערשטן יעדעס מאל נאכאמאל פון אנהויב
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחדשות, זיווג שני, גרים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע די שידוך וואס מען רעדט דיר וכו'; דו אינטערעסיר זיך פארוואס זי האט זיך גע'גט די ערשטע מאל און פארוואס זי האט זיך גע'גט די צווייטע מאל. עס קען זיין אז זי איז א וואוילע און א גוטע, זי איז פשוט אריינגעפאלן. און גיי ארויס מיט איר, טרעף זיך מיט איר, רעד מיט איר און אז זי געפעלט דיר - גיי ארויס נאכאמאל; ביי זיווג שני איז כדאי צו רעדן מער ווי איין מאל.


בנוגע אז איר מאמע איז א גיורת; דאס דארף דיר בכלל נישט שטערן.


העיקר געב זיך איבער צום אייבערשטן, זיי זיך מבטל צום באשעפער. גיי התבודדות, שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין מאמע לשון, כדבר איש אל רעהו, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס. הויב אן פון אנהויב; יעדע מאל מען רעדט צום אייבערשטן - הויבט מען אן נאכאמאל פון אנהויב, כאילו דאס איז די ערשטע שמועס, דערצייל אים פון דיין לעבן, ווי שטארק דו ווילסט חתונה האבן, דערצייל אים פארוואס דו האסט זיך גע'גט, אז זי האט אפגעלאזט די אידישע וועג, און דערצייל אים די שידוך וואס מען רעדט דיר, שמועס אויס אלע מעלות און בעט אים ער זאל דיר העלפן; אזוי וועסטו זיין קלאר וואס דו האסט צו טון.


התבודדות קלארט אויס דעם מענטש און ווייזט אים וואס צו טון אין לעבן.


שרייב מיר אלע דיינע ספיקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#397 - א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן זיין ערליך און הייליג
תפילה והתבודדות, חברים, חינוך הילדים, קברי צדיקים, מוסדות, הכרת הטוב, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, תיקון חצות, פרויען צאמקום, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט בין איך געווען אין מאנסי, איך האב געהאט א חתונה פון א תלמיד הישיבה. איך בין געווען זייער שוואך, דאך בין איך געפארן ווייל דער חתן איז מיר זייער נאנט. אויך זיין טאטע האט זייער משמש געווען מוהרא"ש, בפרט די לעצטע פאר יאר פון די הארץ אטאקע האט ער זיך זייער אוועקגעגעבן פאר מוהרא"ש, בין איך געפארן צו די חתונה. נאכדעם בין איך געגאנגען צום ריבניצער רבי'ס ציון, איך האב דארט זיך גוט מתבודד געווען און געזאגט תיקון חצות.


היינט אינדערפרי האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, איך בין זייער פארקילט איך הער נישט אויף צו היסן. ברוך השם יעצט איז שוין אביסל בעסער, בין איך געקומען אין ישיבה. איך האב פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל זיך גוט שפירן.


מארגן נאכט וועלן אלע מאמעס פון שטעטל זיך צאמקומען אין סקול רעדן מיט די לערערינס און הערן שיינע הדרכות ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די טעכטער. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא נשא, י): "וְיִשְׁמְרֶךָ" מיינט מען "בְּבָנוֹת", מען דארף א באזונדערע ברכה אויף די טעכטער, זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג. זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען זיין צייטליך. אויך וועט מען אויפשפילן א דרשה, וויכטיגע זאכן וואס איך האב צו זאגן פאר די מאמעס בנוגע די חינוך פאר אונזערע קינדער.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אפילו דו פארשטייסט נאכנישט וואס דו זאגסט, זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע גמרא; די תורה וועט דיך אפוואשן אינגאנצן פון דיינע עבירות. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' גִימַטְרִיָא שֶׁל הַקְלִיפָּה הֲמַחְטַאת אֶת הָאָדָם בִּפְגָם הַבְּרִית שֶׁנִּקְרֵאת 'לִילִית'", ווען א מענטש לערנט גמרא פארברענט ער אלע קליפות; מוהרא"ש זאגט, מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, דער יצר הרע לאזט אלעס טון - אויסער עפענען די הייליגע גמרא, ער האט זייער מורא אויב דער מענטש וועט לערנען גמרא, ווייל דאס פארברענט אים אינגאנצן.


גיי אביסל זיך מתבודד זיין, דערצייל דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר. לאז דיך אפ פון מענטשן, מענטשן וועלן דיר נישט העלפן, מענטשן קענען דיר נישט העלפן; א שאד זיך פארלאזן אויף א בשר ודם. גיי צום אייבערשטן, בעט אים אלעס; שעם זיך נישט, רעד צו אים אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט - וועט זיך אלעס טוישן ביי דיר צום גוטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#396 - פאלגן דעם טאטען אדער מאמען?
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שידוכים, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א קלארע הלכה, אויב טאטע און מאמע קריגן זיך, איינער זאגט פאר'ן קינד יא און דער צווייטער ניין - דארפן די קינדער פאלגן די טאטע. זיכער ווען עס רעדט זיך פון חתונה האבן, אז אייער טאטע וויל אויסהערן א שידוך פאר אייך, און אייער מאמע זאגט אז אויב מען וועט איבערהיפן דעם ברודער וועט עס שאטן פאר אייך - דארפט איר אויסהערן אייער טאטן, און שיינערהייט זאגן פאר די מאמע אז די פוסקים זאגן מען דארף נישט פרעגן רשות פון די עלטערע געשוויסטער חתונה צו האבן.


מיט תפילה וועט איר פועל'ן א שידוך סיי פאר אייך און סיי פאר אייער ברודער.


העיקר זיך נישט פארלירן; געדענקען וואס דער רבי זאגט: "גאט איז גרויס, מען ווייסט גארנישט וואס טוט זיך אויף די וועלט"; מען דארף זיך שטארקן מיט תפילה והתבודדות, אזוי זעט מען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#395 - אז דו וועסט נישט היטן די אויגן, וועסטו אלעס פארלירן
תפילה והתבודדות, שמחה, קדושה, אמונה, משפחה, בזיונות, מאוויס, עבירות, חסד, תכלית, ישיבה, מנהגים, ראש ישיבה, שמירת עינים, דאווענען, קשיות, פרויען צאמקום, ניחום אבלים, הצלה, סיפוק, יום כיפור קטן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האב איך זיך זייער נישט גוט געשפירט, עס האט געהייסן איך וועל אויפנעמען אינגעלייט, אזוי ווי געווענליך יעדע זונטאג נעם איך אויף די חתונה געהאטע תלמידי הישיבה, אבער איך האב נישט געקענט, איך האב שווער געאטעמט, איך בין פארקילט.


דיר בעט איך זייער, היט דיינע אויגן; קוק נישט קיין שמוציגע בילדער, עקעלדיגע ווידיאוס. אויב מען איז מפקיר די אויגן - פאלט מען אראפ אין די שרעקליכע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. די עבירה הרג'עט דעם מענטש, מען פארלירט אלעס; מען פארלירט די פרנסה, מען פארלירט די ווייב מיט די קינדער, מען פארלירט די טעם פון דאווענען און לערנען, ועל כולם פארלירט מען די הייליגע אמונה; מען ווערט אנגעפילט מיט קשיות אויפ'ן הייליגן באשעפער, אלץ דורך די עבירה פון פגם הברית.


דו ווייסט דאס אז יעדער גנב לאזט נאך פיס טריט אונטער זיך, נישטא אזא זאך איינער זאל זיך קענען ארויסדרייען, ביים סוף קומט מען אן אין תפיסה. אזוי אויך, ווער עס באהאלט זיך מיט אן עבירה מיינט אז ער קען זיך באהאלטן, אבער ביים סוף קומט ארויס די סוד, דעמאלט איז גאר ביטער, מען ווערט פארשעמט פאר אלעמען; די ווייב אנטלויפט, און אפילו מען וועט איר זאגן נישט אנטלויפן האט דאס שוין יענע טעם, יענץ פנים; זי קען נישט לעבן מער אינאיינעם וכו' וכו', די קינדער שעמען זיך פון אזא טאטע, און אזוי ווייטער, דעריבער זאלסטו שוין באצייטנס אפלאזן אלע דיינע קשרים וכו'.


זוך דיר נישט קיין צרות. אפילו ווען דו ווילסט טון א חסד וכו' - זאלסטו טון חסד מיט מענער, און דיין ווייב זאלסטו לאזן טון חסד מיט פרויען, דו געב אכטונג פאר דיין לעבן. דערפאר האב איך גרויס חשק אין שטעטל אז פרויען זאלן זיך אויסלערנען צו קענען ראטעווען לעבנס, ווייל די שטעטל איז קליין, אלע קענען זיך, איז וואס פעלט אויס אינגעלייט זאלן זיך באשעפטיגן מיט זיי; ענדערש זאלן פרויען טון חסד מיט פרויען און מענער מיט מענער.


איך בין נעכטן געווען מנחם אבל זיין מיין מחותן, דער שווער פון אונזער מנהל ר' מרדכי אינדיג נרו יאיר, הרב ..., ער זיצט שבעה נאך א ברודער זיינע, טאטע פונעם מלמד ...; וואס זאל איך דיר זאגן, מען זעט ממש וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, מען גייט מנחם אבל זיין, דארט הערט מען נאר רעדן פון תורה, תפילה און תמימות; קיינער רעדט נישט פון קיין געלט, מען רעדט נישט פון הייזער, מען רעדט נאר דבורי תכלית.


ביינאכט האב איך זיך שוין בעסער געשפירט, בין איך צוריק אין ישיבה פארלערנען דעם בלאט גמרא. אם ירצה ה' מיטוואך זענען מיר מסיים מסכת כתובות און מען הויבט אן מסכת נדרים.


זאג דיינע בחורים זאלן קומען אין ישיבה מיט א מסכת נדרים, און אויב דיין בחור האלט מיט די הלכה שיעור - זאל ער ברענגען א הלכות שבת, מען גייט לערנען סימן שי"ח - הלכות בישול. און דיינע יונגערע בחורים זאלן אויך ברענגען מסכת סוכה.


היינט זאגט מען נישט יום כיפור קטן, וסימנך מלבד ח'ט'א'ת הכיפורים, יעדע ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן, אויסער די פיר חדשים וואס איז ראשי תיבות חטא"ת: ח'שון ט'בת א'ייר און ת'שרי - זאגט מען נישט יום כיפור קטן.


היינט נאכט וועט זיין די פרויען צאמקום, מען האט צעטיילט די צאמקום, מען קען מיטהאלטן די שיעורים סיי אין בית המדרש עצתו אמונה און סיי אין בית המדרש אשר בנחל; זע צו בלייבן אין שטוב אז דיין ווייב זאל קענען גיין שעפן פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#394 - אשרינו אז מיר האבן א שיינע חינוך פאר אונזערע קינדער
תפילה והתבודדות, מקוה, חינוך הילדים, מוסדות, שטעטל, דרשות, ראש ישיבה, כעס, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


גיי יעדן טאג אביסל זיך מתבודד זיין, אזוי וועסטו ווערן א רואיגער מענטש, דו וועסט זיך נישט אויפרעגן אויף יעדע זאך; רעדן צום אייבערשטן בארואיגט, עס ברענגט נאנט צום הייליגן באשעפער.


עס שטייט אין הייליגן זוהר (זוהר חדש, נח) דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי זאגט: "מִדַּת הַצַּדִּיק, קָשֶׁה לִכְעוֹס" א צדיק רעגט זיך נישט אויף אזוי שנעל, "וְנֹחַ לִרְצוֹת" און אויך איז זייער גרינג אים איבערצובעטן, "וְזוֹ הַמִּדָּה גְּדוֹלָה מִכּוּלָּם" און די מידה איז די גרעסטע און שענסטע מידה. "וּבָא הַכָּתוּב לְהוֹרוֹת" דאס קומט אונז די הייליגע תורה זאגן: "אֵלֶּה תּוֹלְדוֹת נֹחַ" זע צו לעבן מיט א רואיגקייט, "נֹחַ בְּדַעְתּוֹ" טראכט רואיג, "נֹחַ בְּדִיבּוּרוֹ" רעד רואיג, "נֹחַ בְּמַהֲלָכוֹ" גיי רואיג, "וּמִי עוֹשֶׂה זֶה" און ווער עס פירט זיך אזוי אויף - "אִישׁ צַדִּיק" איז א צדיק.


אשרינו אז מיר האבן א חינוך פאר אונזערע קינדער, א ברסלב'ער חדר און א ברסלב'ער מיידל שולע וואו אונזערע קינדער באקומען א חינוך פון אמונה און פון אלע זיסע עצות פון רבי'ן. נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב, דארט אין חדר און אין סקול שפירסטו גן עדן, די קינדער לעבן מיט אמונה און מיט תפילה. איך האב געגעבן א שמועס פאר די מלמדים און איינגעשטעלטע, וואס און ווי אזוי מען זאל לערנען און מחנך זיין די קינדער; איך בין געווען רוב טאג מיט די קינדער און מיט די מלמדים.


היינט הויב איך אן ישיבה, מיר גייען אריין אין די פופצנטע יאר, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין יעדן טאג שיעורים, איך וויל פארלערנען גמרא און אויך א שיעור משניות, און נאכמיטאג, פינף אזייגער - א שיעור אין רבינ'ס ספרים.


איך וויל דו זאלסט זיך אויך באנייען, זאלסט גיין אין שול דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג מיט מנין און מיט א סידור. מוהרא"ש האט אונז געזאגט מיר זאלן דאווענען דוקא פון א סידור, נישט אויסנווייניג, אזוי קען מען מער אינזין האבן דאס דאווענען.


אויך זאלסטו זיך באנייען צו גיין אין מקוה; דאס וואס דו גייסט נישט אין מקוה דאס קומט פון עצבות ועצלות. שטעל זיך פאר א מענטש גייט זיך נישט באדן פאר א לאנגע צייט, וואס פאסירט? מען קען נישט שטיין נעבן אים. און וואס איז מיט די נשמה? זי איז אזוי פארשמירט, זי דארף מען זאל איר אפבאדן; זאלסטו זיך באנייען מיט'ן גיין אין מקוה.


ברוך השם איך שפיר זיך שוין בעסער, איך היס נאך, אבער עס איז שוין נישט דער זעלבער היס פון זונטאג, עס איז מיט גרויסע חסדים.


איך דארף אריינלויפן צו די בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#393 - א בחור האט געענדיגט די צווייטע מאל ש"ס, א שיינע התחלה פאר'ן זמן
כולל, תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, סיום, משניות, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאלסטו רעדן צום אייבערשטן. אויפ'ן וועג צום בית המדרש, אויפ'ן וועג אהיים פון בית המדרש און אין בית המדרש - זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן; ווייל יעדע ווארט וואס א איד רעדט צום אייבערשטן - דאס בלייבט פאר אייביג, דאס איז א נצחיות; וואויל איז דעם וואס כאפט ארויס ווערטער צום אייבערשטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות. משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע טומאות און אלע זוהמות. משנה איז ראשי תיבות די ווערטער פון ה'עלית מ'ן ש'אול נ'פשי; משנה נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע בלאטעס. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער, אין א רייע, גיי כסדרן דיקא; הויב אן סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, עס וועט אראפפאלן פון דיר שטיקער בלאטע; ווער עס איז שטארק אין דעם - איז זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


ביינאכט נאך א טאג פון שווער ארבעטן און פון אזויפיל איבערגייאכץ וכו' - זאלסטו זיך נישט פארלירן וכו'; לויף צו די תורה. אז דו וועסט לויפן צו די משניות - וועט דיין ווייב דיר אנטקעגן קומען, זי וועט דיר זיין פאר אן עזר, און אז מען לויפט נאך - ווערט מען דערנידערט און זי ווערט א כנגדו וד"ל.


געלויבט דעם אייבערשטן, נעכטן איז אריבער א שיינע טאג אין ישיבה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט זייער א פרייליכע זאך, א בחור האט מסיים געווען די צווייטע מאל גאנץ ש"ס! דאס איז אזא שיינע התחלה; עס האט געגעבן א וועק אויף יעדן איינעם, אלע זאלן זיך מאכן א שיעור, אנהויבן ש"ס.


נעכטן נאכט איז געווען ביי מיר אין שטוב א סעודת ראש חודש מיט אפאר פון אנשי שלומינו וואס העלפן די כולל. עס איז געווען זייער געשמאק צו זיצן מיט אנשי שלומינו און רעדן פון רבי'ן, מען האט גערעדט פון וואס מען האט געהאט נעכטן אינעם בלאט גמרא, דאס גרויסקייט פון העלפן תלמידי חכמים; מיט'ן העלפן תלמידי חכמים זאלן קענען לערנען - מיט דעם איז מען מקיים "ולדבקה בו", מען ווערט איינס מיט'ן הייליגן באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.