בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#244 - די גרעסטע הפצה איז ווען מ'פירט זיך ווי עס דארף צו זיין
בחור, הפצה, מדות טובות, ישיבה, בושה, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום פארשעמען א איד; וואס ווילסטו פון דעם בחור? גיי בעט אים איבער, קריג זיך נישט מיט אים.


מוהרא"ש איז געווען אזוי ברוגז אין יבנאל ווען ער האט געהערט אז מען טשעפעט ס.מ. - דער שטראף פון יבנאל. אמאל האט איינער געשפיגן אויף ס.מ. און מוהרא"ש האט יענעם ארויסגעווארפן פון שול; ווייל אונזער זאך איז נישט טשעפען יענעם.


דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ דעם בחור, ענטפער אים נישט ווען ער שפעט פון דיר, ער שעלט מוהרא"ש; ער גייט אין די וועג פון זיין זיידע דער ס.מ. זאלסטו אים נישט ענטפערן; אפילו דו האסט גענוג סחורה וואס אים צו ענטפערן, דו קענסט אים זאגן וואס רבי אליעזר האט געזאגט (מגילה כה:): "עד שאתה בודק [...] צא ובדוק בתועבות [...]", איידער דו רעדסט זאלסטו קוקן ווער דו ביסט, פון וועם דו שטאמסט - דאך זאלסטו שווייגן, רעד נישט.


דאס וואס דו מיינסט אז ער שטערט דיר הפצה, ער רעדט צו אלע בחורים קעגן מוהרא"ש; מאך זיך נישט צוטון, דו גיי דיין וועג, דו לערן דיינע שיעורים כסדרן, צוביסליך וועלן אלע בחורים דיר נאך טון. דאס איז די גרעסטע הפצה, די גרעסטע קידוש שם רבינו, ווען א בחור א מקורב זיצט אין ישיבה און רעדט שיין, רעדט מיט דרך ארץ, פירט זיך מיט יראת שמים, טענה'ט נישט מיט קיינעם, לערנט שיעורים כסדרן אויפ'ן דרך הלימוד בכל חלקי התורה; אלע קוקן מיט שעצונג, מען זאגט: "דאס איז א ברסלב'ער חסיד", דאס וועט אלעמען ברענגען צו וועלן זיין גוט און ערליך.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן אויף זיין זיידע ס.מ. דער שטראף פון יבנאל, אבער איך וויל נישט דו זאלסט זיך טשעפען.


האסט געענדיגט די וואך די דרייצנסטע מאל ששה סדרי משנה; דאס איז די בעסטע ענטפער אויף אלע לצנות וואס מען מאכט אויף מוהרא"ש. האסט געענדיגט מסכת יבמות אין סדר ש"ס, מער פון דעם דארפסטו נישט ענטפערן, דאס איז די גרעסטע ענטפער, צו זען ווי א יונגער בחור זיצט אין ישיבה און נוצט אויס די צייט מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#243 - די ברסלב'ע צייטונג איז זייער שיין
הפצה, הדפסה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער צייטונג איז זייער שיין, עס איז אנגעפילט מיט אמונה און חיזוק, עס ווערט שענער און שענער און רייכער וואך נאך וואך. איך האף אז דו טוסט דאס מיט דיין גאנצע הארץ, דאס איז די גרעסטע הפצה, מענטשן גלייכן דאס זייער, מענטשן גלייכן קאלירפול, אויג פארכאפנד וכדומה.


עס איז כדאי צו טוישן דעם ערשטן בלאט; עס איז נישט אזוי שיין, עס דארף זיין שענער. יעצט ביים אנהייב קען מען נאך טוישן, איין מאל עס ווערט א געוואוינהייט, דעמאלט לאזט מען שוין ווי אזוי עס איז.


אויך קענסטו מאכן א קינדער אפטיילונג; קענסט נעמען פון האברך ... די עצתו אמונה פאר קינדער. ער האט שוין מעשיות פאר א יאר, ער האט דאס איבערגעמאכט פון פריש, אלע בילדער קאלירט; קענסט דאס נוצן פאר די קינדער אפטיילונג.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מגלה זיין דעם אייבערשטן פאר די וועלט.

#242 - די נסיון פון די תלמידים איז נאך שווערער ווי דעם צדיק'ס נסיון
הפצה, בית המדרש, נסיונות, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך פריי זיך צו הערן נאכאנאנד גוטע גרוסן פון ענקער חבורה אין ירושלים עיר הקודש.


מענטשן דערציילן, זיי פאלן אריין א תפילה אין שול; עס איז אזוי געשמאק, אזוי ווארעם, מען האט זיך ליב. איינע פון די משפחות פון די קהילה פון אמעריקע זענען געווען ביי ענק יום טוב סוכות, זיי הערן נישט אויף רעדן ווי שיין עס איז דארט. דער אינגערמאן זאגט מיר, איך ווייס נישט אויב מען מעג זאגן אזוי, דארט איז אין א געוויסע זין מער ווארעם ווי אין ישיבה; עס הערשט ממש א ליבשאפט, מען האט זיך ליב, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, אלע ווילן איין זאך, נאר הערן וואס דער רבי זאגט אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט דאס אונז געגעבן.


איך וויל אייך מיטטיילן א שיינע חיזוק וואס מוהרא"ש זאגט אויף די פרשה, מען זעט ביי די פרשה פון די עקידה, די גרויסע נסיון וואס דער אייבערשטער האט געפרואווט אברהם אבינו ער זאל נעמען זיין זון יצחק, זיין איינציגסטער זון וואס ער האט געווארט אזוי לאנג אויף אים, ביז די הונדערט יאר - און אים שחט'ן פאר'ן אייבערשטן. אברהם אבינו האט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין שום שאלות, ער האט דאס געטון מיט די גרעסטע שמחה, למעשה געפונען מיר אז מען רופט אן די נסיון אויף יצחק אבינו 'עקדת יצחק' - נישט אויף אברהם אבינו'ס נאמען; זאגט מוהרא"ש, אברהם אבינו האט טאקע געהאט א גרויסע נסיון צו נעמען זיין איינציגסטע קינד און אים מקריב זיין פאר'ן אייבערשטן, דאך איז יצחק'ס נסיון שטערקער, ווייל יצחק האט דאס נישט געהערט פונעם אייבערשטן אליינס, יצחק האט געהערט פון זיין טאטע אברהם אבינו ווי ער זאגט אים: "קום זיך שחט'ן פאר'ן אייבערשטן" - דאס איז דער עיקר נסיון.


מוהרא"ש זאגט, דאס פאסירט שטענדיג אין יעדן דור. דער צדיק אמת וואס איז דבוק אינעם אייבערשטן, ער איז נישט מסיח דעת פונעם אייבערשטן קיין איין רגע, ער האט שווערע נסיונות, מען פארגיסט זיין בלוט, מען איז אים מבזה - דאס איז נישט אזא נסיון ווי די נסיון וואס די תלמידים גייען אריבער, ווייל דער צדיק איז א בחינה אזוי ווי אברהם אבינו וואס הערט פונעם אייבערשטן אליינס, ווידער די תלמידים - זיי הערן פון זייער רבי וואס דער רצון השם איז און זיי זענען זיך מוסר נפש צו טון די ווילן פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן די לימודים וואס זיי זענען מקבל פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר אלעמען; אפילו מען שפעט פון זיי, מען פארגיסט זייער בלוט וכו' וכו' - לאזן זיי נישט אפ זייער רבי'ן, זיי זענען זיך מוסר נפש, זיי געבן אוועק זייער נאמען; מוהרא"ש זאגט, מסירת השם איז מסירת נפש, ווען איינער געבט אוועק זיין נאמען, מען רעדט אויף אים כל דבר אסור - איז דאס אויך מסירת נפש, דאס איז א גרעסערע מדריגה.


שטארק אייך, זייט ממשיך מיט הפצה; זייט שטארק נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "אפילו דער רבי זאל מיר האקן מיט א דראנג - לאז איך נישט אפ דעם רבי'ן", און זעט צו פארשפרייטן דעם רבי'ן וואס מער; קוקט נישט אויף קיינעם, טענה'ט נישט מיט קיינעם - וועט איר מצליח זיין.


א פרייליכן שבת!

#241 - מען דארף גיין צו די עלטערן, אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט
כיבוד אב ואם, שלום בית, הפצה, צדיקים, מורה דרך, עלטערע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס האט פאסירט ביי דיינע עלטערן, עס האט אויסגעבראכן א מחלוקת אויף דער עלטער און יעצט זאגט דיין ווייב אז זי וויל מער נישט אהינגיין, זי קען נישט אויסהאלטן די פאר'סמ'טע לופט פון מחלוקת; דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון, אויב דו זאלסט רעדן צו דיין מאמע אדער מער נישט גיין.


דו רעד גארנישט צו דיין מאמע, חס ושלום זיך אריינמישן אדער וויי טון; זיי מסביר דיין ווייב שיינערהייט 'מיר דארפן גיין צו די עלטערן אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט', יעצט זענט איר יונג גייט מען מער צו די עלטערן, שפעטער ווען די קינדער וואקסן אונטער גייט מען אביסל ווייניגער, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, אפילו עס איז נישט געשמאק.


דו שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן בטל ומבוטל פאר אים. קוק וואס פאסירט אויף דער עלטער ווען מען לעבט אן א צדיק, עס איז אזוי שרעקעדיג צו זען ווי מענטשן גייען צוגרינד, מען קריגט זיך, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


דאס דארף דיר געבן חיזוק פאר הפצה; וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין קונטרס טוט ראטעווען א גאנצע משפחה.

#240 - מ'קען זאגן תהילים ביינאכט
הפצה, תהלים, דרך ארץ, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהילים ביינאכט. מוהרא"ש ברענגט פונעם ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) וואס ער פסק'נט אז תהילים מעג מען זאגן ביינאכט אויך, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו אייערע טיטשערס, דאס איז די גרעסטע הפצה; ווייל אלע ווייסן אז איר זענט א ברסלב'ע מיידל, אלע ווייסן אז איר און אייערע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, און ווען מען זעט ווי א תלמידה היכל הקודש פירט זיך מיט דרך ארץ - ווערט פארשטאפט די מויל פון אלע מתנגדים, מען האט נישט וואס צו רעדן מער קעגן היכל הקודש; דאס איז די גרעסטע הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#239 - וואלסטו געוויסט די גרויסקייט פון די ניגונים, וואלסטו ארויסגעגעבן יעדעס יאר אפאר סידיס
ניגונים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א שאד עס שלעפט זיך אזוי לאנג דאס ארויסגעבן נייע סידיס, א שאד; מען וואלט דאך מיט די ניגונים געקענט מחי' זיין אזויפיל מענטשן און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


איך בין זיכער אז דאס וואס עס שלעפט זיך אזוי לאנג איז נאר ווייל דו ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז, וואלסטו געוויסט וואס די סידיס טוען אויף - וואלסטו זיך צוגעאיילט און ארויסגעגעבן יעדעס יאר אפאר סידיס.


אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די פרישע מקורבים וויפיל פון זיי זענען מקורב געווארן דורכ'ן הערן א ניגון געזינגען פון אמונה, א ניגון, א הארציגע ניגון - פון תשובה, פון התבודדות.


איך פון מיין זייט בין גרייט צו העלפן ווען דו ווילסט, לאז מיר וויסן א טאג פאראויס איך זאל קענען מאכן מיינע פלענער.

#238 - איידעלערהייט גיין פון מענטש צו מענטש אויסטיילן ספרים און קונטרסים
הפצה, חסידות ברסלב, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו מאכן די סארט זאכן פאר הפצה; וואס פעלט אויס זיך צו רייצן וכו'? אונזער וועג פון הפצה איז מיד ליד באופן צנוע; איידעלערהייט גיין פון מענטש צו מענטש אויסטיילן ספרים און קונטרסים, גליונות, סידיס וכדומה, שטילערהייט לייגן נאך און נאך אייער; ביז דערווייל וועלן אלע מיינען אז דאס זענען זייערע חסידים, אזוי ווי רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) דער רבי האט אונז דערציילט, עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל זי זאל קענען זיצן אויף אלע אייער אויף איינמאל און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון די שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן פירט אויס: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים; די אלע וואס קומען צו לויפן פון אנדערע חסידות'ן צום רבי'ן, די אלע זענען דעם רבינ'ס מענטשן, די באלאנגען צום רבי'ן, דער רבי האט זיי שטילערהייט צוריק געברענגט צום אייבערשטן; זיי געשטארקט, זיי פרייליך געמאכט, דער רבי האט זיי ארויסגענומען פון וואו זיי זענען געלעגן, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט.


אינדרויסן מיינט מען אז זיי באלאנגען צו אנדערע פייגלעך, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, און ווען דער רבי געבט איין פייף, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין ראש השנה איז העכער פון אלעס, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, - קומען אלע קיין אומאן; אלע לאזן איבער זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#237 - אין זכות וואס איר טוט פאר אידישע קינדער, וועט איר זען אסאך אידיש נחת
הפצה, שמחות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך וויל אייך וואונטשן בעת שמחתכם איר זאלט זוכה זיין צו פירן אייער קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און איר זאלט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע אייערע קינדער, אין זכות וואס איר ביידע אינאיינעם טוען פאר אידישע קינדער, ווי איר זענט זיך מוסר נפש טאג און נאכט ארויסצוגעבן די גליונות און קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות, וואס טויזנטער מענטשן זענען זיך פשוט מחי' דערמיט, עס איז פאר זיי ווי לעבן; די בריוו, די חיזוק - טראגט זיי ווייטער פאר נאך א טאג, זיי זאלן קענען פשוט אנגיין אין לעבן.


אויך וואונטש איך אייך א מזל טוב פאר אייער זון'ס בר מצוה; קיין עין הרע א ליכטיג קינד. איך האב אים געזען אין אומאן, ער איז מלא חן. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אינאיינעם זען אסאך נחת פון אלע קינדער, די קינדער זאלן האבן די ברען וואס איר האט צו העלפן אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן; אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה, וואס דאס וועט ברענגען די גאולה, במהרה בימינו אמן.

#236 - ענדערש נישט קומען איין יאר, צו קענען קומען אסאך יארן קיין אומאן
הפצה, הדפסה, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין ליבער שוואגער ...


זיי נישט בעצבות ומרה שחורה אז דו ביסט געבליבן אין שטוב, ביסט נישט געקומען קיין אומאן; דו דארפסט דאך האבן יעצט וכו', אויף דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חַלֵּל עָלָיו שַׁבָּת אֶחָד כְּדֵי שֶׁיִּשְׁמֹר שַׁבָּתוֹת הַרְבֵּה"; ענדערש צעשטער איין יאר כדי דו זאלסט קענען קומען אלע יארן דיין גאנץ לעבן.


זיי פרייליך, דער רבי זאגט אז ראש השנה דארף מען זיין פרייליך (שיחות הר"ן, סימן כא).


אויב דו האסט אין וויליאמסבורג ערגעץ א מנין פון צען מענטשן אנשי שלומינו וואס גלייבן אין רבי'ן זאלסטו אהינגיין דאווענען מיט זיי און זיי פרייליך אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן, דו ביסט עוסק אין הדפסה; דורך דיין ארבעט קען מען מקרב זיין טויזנטער אידן צום אייבערשטן.


א גוט יום טוב.


איך האב דיר אינזין ביים רבי'ן.

#235 - זע צו דאווענען מיט אנשי שלומינו, וועסטו זיין ביים קיבוץ
הפצה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט איז נישט קיין צייט פון שרייבן בריוו, יעצט איז ערב יום טוב, ערב ראש השנה; דאך שרייב איך דיר אפאר ווערטער פאר חיזוק.


איך הער אז דו קענסט נישט ארויספארן פון ארץ ישראל, האסט זיך פארפלאנטערט מיט די רעגירונג; בעט איך דיר זייער, זיי פרייליך, זיי נישט בעצבות, אונס רחמנא פטריה; דו זע צו דאווענען מיט אנשי שלומינו - וועסטו זיין ביים קיבוץ.


ווער נאך איז אזוי נאנט צום רבי'ן ווי מפיצים, דו ביסט ביים רבי'ן; זיי ממשיך מיט דיין ווייב תחי' צו פארשפרייטן די עצות פאר די גאנצע לאנד לארכה ולרחבה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#234 - איך פריי זיך אז מ'איז אריין אין קאנטראקט אויפ'ן נייעם בנין פאר קרן הדפסה
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז מען איז אריין אין קאנטראקט אויפ'ן נייעם בנין אין ליבערטי פאר די קרן הדפסה; דער אייבערשטער זאל העלפן פון דעם בנין זאל ארויסגיין א ליכט פאר די גאנצע וועלט, מען זאל דרוקן די ספרים, קונטרסים און גליונות אן קיין אויפהער.


איך וויל מען זאל ארייננעמען אין די הנהלה פון קרן הדפסה האברך ... נרו יאיר, און יעדע זאך וואס מען וויל מאכן, סיי נייע זאכן אדער אלטע זאכן וכו' - זאל מען זיך דורך רעדן איינאיינעם אלע חברי הנהלה.


מאך זיכער ער זאל זיין ליגאל איינער פון די באר"ד מעמבער"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#233 - די וואס האבן א חלק אין הפצה, קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט
הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו האבן די זכות פון דרוקן דעם גליון פאר ראש השנה אין אידיש, לשון קודש און ענגליש? פארבינד זיך מיט קרן הדפסה און זאג זיי אז דו ווילסט עס דרוקן און זארגן עס זאל אנקומען קיין אומאן, אדער גאר דרוקן דארט.


זע צו קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט, מען קען נישט קומען מיט ליידיגע הענט; די וואס האבן א חלק אין הפצה - די האבן פולע הענט, די וואס פארשפרייטן די קונטרסים און גליונות - די קומען מיט פולע הענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#232 - דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן ווארטן אויף די בריוו
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב יעצט ערהאלטן די בשורה טובה אז מען דרוקט דריי טויזנט ספרים פון עצתו אמונה חלק ה'.


פרעג ... נרו יאיר אויב עס איז גענוג טויזנט ספרים פאר ארץ ישראל; אויב די מפיצים דארפן מער - קענסטו איבערלאזן דארט צוויי טויזנט ספרים און טויזנט שיקן קיין אמעריקע.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך ביתר שאת וביתר עז צו גיין ווייטער און ענדיגן אלע חלקים.


אויך ווארט איך בכליון עיניים אויף די בענדער איש אמונות פון שנת תש"פ; דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן ווארטן אויף דעם, וויפיל התחזקות מענטשן וועלן האבן פון די ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#231 - דער בית הדפוס דארף צושטעלן פאר די מפיצים וואס זיי דארפן
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


די מפיצים רעדן זיך אפ אז מען שטעלט זיי נישט צו קיין ספרים און קונטרסים וואס זיי דארפן, דעריבער גייען זיי דרוקן ביי ... נרו יאיר.


איך וויל פארשטיין וואס גייט פאר, דו לייגסט אריין אזויפיל כוחות אהערצושטעלן די הדפסה, איר גייט יעצט קויפן א נייעם בנין מיט נייע מאשינען - אלץ איז זייער פיין און וואויל, אבער אז דו שטעלסט נישט צו פאר די מפיצים וואס זיי בעטן - איז א שאד די ארבעט, א שאד צו קויפן נייע בנינים מיט נייע מאשינען. פארוועם וועסטו דרוקן די ספרים און קונטרסים? זיי גייען עפענען אן אייגענעם בית הדפוס, און איך זאג דיר קלאר אז ביי מיר איז נישטא אזא זאך ווי מיין בית הדפוס אדער דיין בית הדפוס, איך קוק וואו עס איז דא סחורה, ווי מער ספרים צו דרוקן און פארשפרייטן.


איך וויל נאך אסאך מער פון דיר מען זאל נעמען ספרים דורכ'ן בית הדפוס פון די קהילה, אבער אז מען שטעלט נישט צו וואס זיי בעטן - איז א שאד די הארעוואניע, ... נרו יאיר זאגט מיר, ער בעט זיך ביי די מדפיסים אז ער דארף צוואנציג טויזנט קונטרסים פון "קדושת עיניים" פאר אומאן, מוהרא"ש האט אים געזאגט אז דאס איז זיין זאך אין אומאן, נאר פארפלייצן קונטרסים פאר די אויגן; ער זאגט מיר נישטא מיט וועמען צו רעדן, יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, דעריבער איז ער געגאנגען דרוקן ביי האברך ... נרו יאיר, ער זאגט מיר אז האברך ... נרו יאיר האט פארשאפט א פרינטער און זיי דרוקן אליינס.


א שאד אז מען לייגט אריין אזויפיל כוחות, הונדערטער טויזנטער דאלער אין די הדפסה און יעצט וועלן די מפיצים זיך אפטיילן; איך מוז דיר זאגן עס באדערט מיר זייער.


א כתיבה וחתימה טובה.

#230 - קיינער דארף נישט וויסן אז דו פארסט קיין אומאן
הפצה, הדפסה, שאלות, דרשות, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון, זיי מיר דן לכף זכות; איך קום נישט אן צו ענטפערן אלע בריוון, עס קומען אן צו מיר אזויפיל בריוו יעדן טאג, איך האב נישט די צייט צו קענען ענטפערן אלע בריוו.


אז דו וועסט צוהערן צו די שיעורים וועסטו על פי רוב באקומען תשובות; די שיעורים ענטהאלטן אין זיך תשובות אויף אלע סארט שאלות, אז מען הערט זיך צו צו דעם באקומט מען תשובות אויף א וואונדערליכן וועג.


בנוגע קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דו פרעגסט וואס צו טון ווען ביי ענק אין די חסידות איז מען זייער מקפיד מען זאל נישט אוועק פארן פון ענקער רבי; וואס זאל איך דיר זאגן, די בעסטע זאך איז אויב דו קענסט עס באהאלטן, קיינער זאל נישט וויסן וואו דו גייסט און וואו דו פארסט, דעמאלט וועסטו נישט האבן קיין התנגדות.


מאך זיך אליינס א חשבון, שטעל זיך פאר דו דארפסט אריבערגיין א פראצעס, עס ווארט אויף דיר א שווערע געריכט, מען גייט דיר דן זיין אויף תפיסה וכדומה, און דו ווייסט אז עס איז דא א לויער ערגעץ אין א ווייטע מדינה וואס ער זאגט אז ער קען דיר ראטעווען, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געפרעגט איינעם א דעה אויב יא פארן אדער נישט פארן? וואלסט בכלל געטראכט פון א צווייטן? דו וואלסט דאך נאר געטראכט פון דיר אליינס, דו וואלסט געכאפט הענט און פיס און געלאפן צום לויער; יעצט פרעג איך דיר, עס קומט ראש השנה, מען גייט אונז אלע משפט'ן, מען גייט אונז משפט'ן מִי יִחְיֶה, מִי יָמוּת, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה", דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו) "ווען דער חזן זאגט: 'מִי... וּמִי...' איז מרומז אינעם נוסח אלע צרות און יסורים וואס מען רעכנט נישט אויס אינעם פיוט"; פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, וועסטו קוקן אויף אנדערע וואס זיי זאגן?! דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תז): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן.


בנוגע העלפן מיט'ן איבערטייטשן די בריוו אויף לשון הקודש; פארבינד זיך מיט האברך ..., דער גבאי אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ער איז געשטעלט אויפ'ן איבערטייטשן די בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#229 - ווען דער יסוד איז גוט און פעסט, קען מען בויען דערויף א שטארקע בנין
קינדער, קדושה, הפצה, חסידות ברסלב, אומאן, מוהרא"ש, ספרי ברסלב, מנוולים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דער רבי ברענגט אונז צו האבן אמונה, דער רבי ברענגט אונז צו די דרגה פון די גרויסע צדיקים וואס זיי לעבן א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט מיט'ן אייבערשטן; צו די דרגה ברענגט אונז דער רבי צו, מיר זאלן נישט מסיח דעת זיין פונעם אייבערשטן.


מענטשן שפעטן פון אונז אז מיר רעדן אזויפיל פון קדושה וטהרה, מענטשן מאכן א געשפעט פון מוהרא"ש וואס האט אזויפיל גערעדט פון קדושת הברית; געשריבן און געדרוקט ספרים פון קדושת ישראל, מען מאכט פון דעם כל הליצנות, מען צערייסט די ספרים, מען איז מבזה תלמידי היכל הקודש השם ישמרינו.


פארוואס טאקע האט מוהרא"ש אזויפיל גערעדט פון קדושת היסוד? וואס האט מוהרא"ש אזויפיל געשריבן פון זיין אפגעהיטן אין קדושת הברית? ווייל ביים רבי'ן איז דאס געווען פון די וויכטיגסטע זאכן; ווייל ווען דער יסוד פונעם מענטש איז גוט און פעסט, דעמאלט קען מען בויען א שטארקע בנין אויף דעם, ווען מען איז אפגעהיטן בקדושת הברית, קדושת המחשבה וואס איז דער יסוד פונעם מענטש - דעמאלט האט מען א ריינע מח, מען קען דינען דעם אייבערשטן און מען קען זוכה זיין צו קומען צו די גרעסטע מדריגה, אבער אויב חס ושלום דער יסוד איז נישט גוט, מען זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, דעמאלט איז זייער ביטער, דעמאלט פאלט אלעס אראפ, וואס מען בויט פאלט איין, עס ווערט אלעס חרוב.


איר האט זיכער געהערט די שרעקליכע נייעס וואס האט פאסירט אין אמעריקע, אין שטאט פלארידא; א ריזיגער בנין, א הויכער בנין איז איינגעפאלן מיט אלע איינוואוינער, אינמיטן די נאכט איז געווארן פונעם גרויסן בנין עפר ואפר, ליידער זענען דארט אומגעקומען זייער אסאך אידישע קינדער, יעצט שטעלט זיך ארויס אז מען האט שוין געזאגט פון פאראויס אז דער יסוד איז מקולקל. די בעלי בתים האבן זיך נישט וויסנדיג געמאכט, עס האט זיי געקאסט צופיל געלט דאס צו פאררעכטן, יעצט איז גארנישט געבליבן, נאנט צו הונדערט מענטשן זענען אומגעקומען אלעס ווייל דער יסוד איז נישט גוט.


איך בעט ענק טייערע חברים, מאכט אייך נישט צוטון פון לצים, פון די וואס שפעטן; אויף אונז ליגט א פליכט צו פארשפרייטן די קונטרסים, גליונות און ספרים וואס מער, צו ראטווען אידישע קינדער פון אוועקפאלן.


עס קומען אן צו מיר אזויפיל בריוו פון אינגעלייט און בחורים, זיי וויינען אז זיי זענען אומגליקליך געווארן, זיי האבן נישט געוויסט פון וואס זיך צו היטן, וואלט מען צו זיי גערעדט וואלטן זיי נישט אזוי אראפגעפאלן, יעצט איז זיי אזוי שווער, יעצט ווען זיי זענען נעבעך איינגעוואוינט אין שלעכטס איז שוין זייער שווער פאר זיי. פאריגע וואך שרייבט מיר א בחור א שרעקליכע בריוו, ליינט זיין ווייטאג:


לכבוד ראש הישיבה שליט"א,


קוראים לי ... אני גר ב...; כשהייתי ילד קטן המלמד עשה איתי ואם עוד ילדים כל אחד בנפרד - עברות, כשקצת גדלתי ילדים עשו את זה ביחד בלי המלמד, אחרי כמה שנים עברתי תלמוד תורה, לא בגלל זה, והייתי עושה עברות לבד; עד שחסדי השם זכיתי להתקרב לרבנו והבנתי את גודל הבעיה שלי והתחלתי להגיד משניות, ועכשיו אני רוצה לשאול אם אני ילך לטיפול וכו'.


[אין אידיש: מיין נאמען איז ... איך וואוין אין ... ווען איך בין געווען א קליין קינד האט מיין רבי מיר גענומען און געטון מיט מיר עבירות, אויך האט ער גענומען נאך קינדער פון קלאס און מיט יעדן איינעם באזונדער געטון עבירות, שפעטער ווען איך בין עלטער געווארן פלעגן מיר קינדער טון די עבירות אינאיינעם, נאך שפעטער בין איך שוין אזוי געפאלן אז איך האלט אין איין אראפפאלן אין פגם הברית, ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפינען דעם רבי'ן, ערשט דעמאלט האב איך פארשטאנען אז דאס וואס איך טו איז זייער נישט גוט, איך האב אנגעהויבן זאגן משניות. יעצט וויל איך פרעגן דעם ראש ישיבה אויב איך זאל גיין צו מענטשן זאלן מיר העלפן אדער נישט].


א פחד פון א בריוו וואס קינדער און בחורים גייען אריבער פון מנוולים; מוהרא"ש פלעגט וויינען און שרייען אויף די צרה, עס דרייען זיך ארום צווישן אונז מניוולים וואס הרג'ענען אונזערע קינדער ואין פוצה פה ומצפצף, קיינער זאגט גארנישט, יעדער איז שטיל. מוהרא"ש זאגט, איינער וואס טוט מיט קינדער מעשה נבלה דארף מען יענעם לייגן אין תפיסה פאר זיין גאנץ לעבן, ער זאל נישט זען די ליכטיגקייט פון די זון.


מוהרא"ש האט דערציילט, א גרויסער אדמו"ר פון ברוקלין איז געקומען צו אים און אים פארגעהאלטן היתכן איינער פון זיינע תלמידים האבן פאר'מסר'ט זיינס א מתפלל, דער אדמו"ר האט פארלאנגט פון מוהרא"ש ער זאל אים זאגן ער זאל צוריק ציען פון די מסירה, האט אים מוהרא"ש געזאגט: "איך וויל אייך פרעגן א פשוט'ע שאלה, ווען איינער וואלט דאס געטון מיט אייערע קינדער וואס וואלט איר געטון? ווען א מניוול נעמט אייערע קינדער און הרג'עט זיי וואלט איר אויך געזאגט מען זאל אים נישט לייגן אין תפיסה?" יענער אדמו"ר האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן.


די עצה פאר דעם בחור וואס פרעגט וואס ער זאל טון, אויב ער זאל גיין נעמען טיפולים, און פאר אנדערע וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, וואס זיי פרעגן 'וואס קענען מיר טון ארויס צו גיין פון אונזער בלאטע?' איז די עצה מען זאל נעמען טיפולים פון רבי'ן; נאר דער רבי קען היילן פון די טומאה, נאר דער רבי קען היילן פון די זוהמה. אז מען נעמט דעם רבינ'ס עצות, בפרט די עצה פון התבודדות, מען גייט יעדן טאג אין א שטילע פלאץ און מען רעדט זיך אויס צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען דערציילט אים וואו, ווען און ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, ווי דער יצר הרע איז געקומען נאך פאר ווען מען האט געהאט דעת - דאס היילט דעם מענטש.


דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג פון די זיבן בעטלערס - דעם לעצטן טאג) עס איז געווען א שלעכטער קעניג וואס האט זיך פארקאכט אין א בת מלכה ביז ער האט איר פארכאפט, שפעטער איז זי אנטלאפן פונעם קעניג, האט דער קעניג ארויסגעשיקט זיינע באדינער מען זאל זוכן וואו זי איז, ביז מען האט איר געטראפן זיך דרייען ביי א שלאס פון וואסער. איז דער קעניג געגאנגען צום וואסעריגן פעסטונג מיט זיין מיליטער איר כאפן, ווען די בת מלכה האט געזען דעם מלך האכזר האט זי געטראכט: 'ענדערש וועל איך אריינלויפן אינעם שלאס פון וואסער און דערטראנקען ווערן ווי איידער אנצוקומען צום מלך האכזר', ווען דער קעניג האט געזען ווי זי לויפט אריין אין די וואסערדיגע פאלאץ האט דער קעניג געהייסן מען זאל איר שיסן מיט אלע סארט פיילן וואס איז געווען באשמירט מיט אלע סארט סמ'ען, מען האט איר געשאסן מיט די פיילן וואס זענען געווען אנגעשמירט מיט טויטליכע סם, איז די בת מלכה אראפגעפאלן חלשות, האט דער רבי אויסגעפירט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי".


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, דער מלך האכזר - דאס איז דער יצר הרע וואס זוכט צו פארכאפן אידישע קינדער וואס זענען דעם אייבערשטנ'ס קינדער; ער איז מכשיל א מענטש מיט עבירות רחמנא לצלן ביז דער מענטש פאלט חלשות, מען ווערט צעבראכן ביי זיך און מען געבט אויף. קומט דער הייליגער רבי און זאגט: "אוּן אִיךְ הֵייל זִי", דער רבי האט אזעלכע לימודים וואס קען אויסהיילן יעדן איינעם און צוריק ברענגען יעדן איינעם צום אייבערשטן, אפילו דער יצר הרע האט אראפגעווארפן אין די ערגסטע בלאטע, מען איז נכשל געווארן אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה וכו' רחמנא לצלן, אויב פאלגט מען דעם רבי'ן און מען נעמט זיינע עצות איז מען זוכה ארויס צו קריכן פון אלע פראבלעמען.


טייערע חברים, עס ליגט א חוב אויף יעדן איינעם פון אונז עוסק זיין מער אין הפצה; איך פארשטיי איר ווילט יעצט הערן פונעם ראש ישיבה חיזוק אויף אומאן, איר ווארט אויף תשובות אויב מען זאל שוין פארן יעצט אדער ווארטן, אפשר גייט מען פארמאכן די גרעניץ - אפשר נישט, וואס זאגט דער ראש ישיבה? יא? ניין? איך וויל רעדן צו אייך פון א וויכטיגערע זאך, עס ברענט א פייער, בחורים און מיידלעך פאלן אין עבירות, קיינער ווייסט נישט אדער מאכט מען זיך ווי מען ווייסט נישט, אלע שלאפן א טיפע שלאף אדער מאכט מען זיך ווי מען שלאפט, אדער שלאפט מען נישט, מען ווייסט יא, נאר מען ווייסט נישט וואס צו טון; מיר האבן יא א וועג צו ראטעווען די יוגענט, מיר דארפן גיין מער הפצה, פארשפרייטן דעם רבי'ן אויף אלע וועגן, בפרט די נייע ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונדער דור און פאר די קומענדיגע דור, דאס קען ראטעווען די גאנצע יוגענט, מיר דארפן תשובה טון אז מיר טוען נישט גענוג פאר אונזערע ברידער, מיר דארפן טון נאך מער.


מאכט אייך נישט צוטון פון לצים וואס שפעטן פון די ספרים און קונטרסים, די אלע וואס שפעטן - די דארפן דאס מערסטע חיזוק, אפילו פון אינדרויסן זעט יענער אויס ווי א שיינער איד.


איינער פון די חברים האבן מיר דערציילט, ער האט דערציילט פאר מוהרא"ש אז בשעת ער איז געגאנגען הפצה מיט די קונטרסים ביי אים אין שול האט אים איינער פארגעהאלטן: "היתכן אזוי שרייבט מען? אזוי אפן פון עבירות?" מוהרא"ש האט געזאגט פאר דעם מפיץ, דאס קומענדיגע מאל ווען יענער וועט דיר פרעגן: "אזוי שרייבט מען?" זאלסטו אים צוריק פרעגן: "און אזוי טוט מען?!" דער אינגערמאן דערציילט מיר, ער איז דעם קומענדיגן טאג נאכאמאל ארום געגאנגען אין שול מיט די קונטרסים און ויבא, יענער איז דא, ער פרעגט נאכאמאל: "היתכן אזוי שרייבט מען? אזוי אפן פון עבירות?!" פרעגט אים דער מפיץ: "און אזוי טוט מען?" יענער איז געווארן ווייס פאר בושה, ער האט פארלוירן זיין שפראך, ער איז ארויסגעלאפן פון שול; מער האט ער נישט געטשעפעט דעם מפיץ.


ווערט נישט שוואך פון לצים; איינער וואס רעדט אויף די ספרים איז זייער ווייט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן מז): "הַנּוֹאֲפִים לָרֹב הֵם מִתְנַגְּדִים לַצַּדִּיקִים", די בעלי עבירה די זענען וואס קריגן אויף צדיקים; מיר דארפן נישט קוקן אויף דעם, מיר דארפן זיך שטארקן וואס מער מיט הפצה.


ווערט נישט צעטומלט וועגן אומאן; מיר בעטן ווייטער דעם אייבערשטן מיר זאלן קענען קומען, און דער אייבערשטער וועט העלפן מיר וועלן זיין ביים רבי'ן.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#228 - שטארק זיך מיט אמונה, אלעס וועט זיין גוט
אמונה, התחזקות, הפצה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פארליר זיך נישט, דיין זון נרו יאיר וועט זיין געזונט און שטארק, ער וועט גיין צו דער בר מצוה געזונטערהייט.


שטארק זיך באמונה, בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל זיין גוט; ווען דו בעטסט דעם אייבערשטן זאל דאס זיין מיט א געלאסנקייט, נישט פון פארלוירנקייט.


איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה; די אלע מענטשן וואס דו ברענגסט צוריק צום אייבערשטן דורך דיין הפצה וועט דיר זיין פאר א זכות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#227 - מגיה זיין די עצתו אמונה פאר קינדער
הפצה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר בעטן אויב דו קענסט מגיה זיין די עצתו אמונה פאר קינדער; האברך ... נרו יאיר וויל צאמנעמען די מעשיות און ארויסגעבן א ביכל פאר די קינדער.


אין זכות פון העלפן אריינברענגען אמונה פשוטה און יראת שמים אין קינדער זאלסטו זוכה זיין צו נחת דקדושה ביי דיינע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#226 - ווער דארף די בריוו? וואס שטייט דען אין די בריוו?
הפצה, זיכוי הרבים, בריוו, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אנטשולדיגט אז איך האב נישט געשריבן גענוג בריוו און דו האסט נישט געקענט מאכן א קונטרס פאר די וואך.


עס איז מיר אריין שלעכטע מחשבות אין קאפ איך זאל מער נישט שרייבן; איך האב געטראכט: 'ווער דארף די בריוו? וואס שטייט דען אין די בריוו?' אזעלכע נישט גוטע מחשבות, און וויפיל איך האב עס געוואלט אוועק שטופן איז מיר נישט געגאנגען דאס שרייבן; איך האב געבעטן דעם אייבערשטן איינמאל און נאכאמאל, דערווייל איז די וואך אריבער און עס איז נישט געווען גענוג בריוו.


ביז א אינגערמאן האט מיר געשיקט א בריוו וואס ער האט מיר דערמיט אזוי געעפנט מיין הארץ, איך האב ממש געוויינט; ער שרייבט מיר אז ער וויל אזוי שטארק זיין גוט און ערליך, אבער ער קען נישט. דער בריוו האט מיר געגעבן א וועק אויף, איך האב געטראכט: 'אוי וויי, אינגעלייט און בחורים גייען אריבער אזעלכע שווערע ביטערע נסיונות, זיי בעטן חיזוק און איך זיץ מיט פארלייגטע הענט?' איך שיק דיר די שאלה פון דעם אינגערמאן און די תשובה.


איך שרייב דיר דאס אלץ כדי דו זאלסט זיך שטארקן ווייטער ארויסצוגעבן די בריוו; סיי די וועכנטליכע און סיי די ספרים. מען מוז ראטעווען נאך און נאך מענטשן, זיי געבן חיזוק, זיי מוטיגן צו בלייבן ביי די אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#225 - ווי ווייט מען איז געפאלן, קען מען אלעס פאררעכטן
התחזקות, הפצה, פלעי

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר זייער פאר'ן העלפן אזוי געטריי אהערצושטעלן די פלעי וואס בית פיגא טוט פארשטעלן דעם זומער, פון די מעשה פונעם בן מלך ובן השפחה וואס האבן זיך פארטוישט (סיפורי מעשיות, מעשה יא); די מעשה האט דער הייליגער רבי דערציילט, די מעשה איז אנגעפילט מיט סודות התורה, עס ליגט באהאלטן אין די מעשה זאכן וואס נאר משיח וועט מגלה זיין.


וואס מיר קענען ארויסנעמען פאר אונזער לעבן, אז מיר זאלן זיך נישט מייאש זיין אפילו מיר זענען אזוי אראפגעפאלן אזוי ווייט, אזוי ווי דער בן מלך איז געפאלן – זאלן מיר געדענקען אז מיר קענען נאך זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן און צוקומען צו די גרעסטע מדרגה.


געב איבער א גרויסן יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן העלפן די פלעי זאל זיין מסודר מיט אלעס וואס מען דארף.


די פלעי איז נאך א רינג אין הפצה; די אלע משפחות וואס קומען דאס זען און די אלע וואס גייען זען די פלעי אפגעכאפטערהייט – וועלן קומען א טריט נענטער צום רבי'ן, זיי וועלן אויסהערן די עצות און חיזוק, און זיך דערנענטערן צום אייבערשטן.


זע צו מחזק זיין ... נרו יאיר, ער זאל זיך מזרז זיין ארויסצוגעבן נאך און נאך בענדער עצתו אמונה.

#224 - די פלעי איז א שטיק 'הפצה'
סקול, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט, אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו נחת דקדושה ביי דיינע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט.


געב איבער פאר דיין ווייב א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן אזוי געטריי די פלעי וואס "בית פיגא" טוט פארשטעלן. די פלעי איז א שטיק 'הפצה', טוינזטער משפחות גייען דאס קוקן, סיי בשעת מעשה און נאכדעם פארשפרייט מען דאס ביי די הייזער, מען וועט דאס קוקן און קוקן און זיך מחזק זיין.


אויך געב איבער א יישר כח פאר'ן מאכן די פרויען צוזאמקום ביי אייך אין שטוב, עס איז זייער א גרויסע זאך צו מחי' זיין א צווייטע איד, ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס איז מחי' ומחזק אנדערע, בפרט אידישע מאמעס, אידישע פרויען – זיי דארפן דאך אזויפיל חיזוק אנצוגיין מיט די שטוב ווירטשאפט.


עס איז אזוי שיין אז ביידע, מאן און ווייב – ארבעטן אויף איין בלאט, ביידע פון אייך טוען פאר אנדערע.


ווי מער מען טוט פאר אידישע קינדער, אלץ מער כח און מח האט מען.

#223 - הפצה איז די גרעסטע תיקון
הפצה, תשובה, אומאן, ראש השנה, פרנסה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון ירושלים, ה' עליהם יחיו


מיר האבן די וואך געסט פון ירושלים, דריי אינגעלייט זענען געקומען באזוכן ביי אונז, מיר האבן זייער הנאה זיך צו מחזק זיין אינאיינעם; איך האף אייך אלע צו זען אין אומאן ראש השנה הבא עלינו לטובה ביים הייליגן רבי'ן.


איך בעט אייך זייער, לייגט אוועק אלע מניעות, קוקט נישט אויף גארנישט; דער רבי זאגט קומען קיין אומאן - דארף מען פאלגן. דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", זיין ביי מיר ראש השנה איז גרעסער פון אלעס, "וְהָיָה פֶּלֶא אֶצְלִי, מֵאַחַר שֶׁהַמְּקֹרָבִים שֶׁלִּי מַאֲמִינִים לִי, וְלָמָּה לֹא יִזָּהֲרוּ כָּל הָאֲנָשִׁים הַמְקֹרָבִים אֵלַי, שֶׁיִּהְיוּ כֻּלָּם עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", איך וואונדער זיך אויף מיינע תלמידים וואס גלייבן אין מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מעורר זיין מיינע מענטשן אז אלע זאלן קומען צו מיר אויף ראש השנה?! קיינער טאר נישט פעלן! "כִּי כָּל עִנְיָן שֶׁלִּי הוּא רַק רֹאשׁ הַשָּׁנָה", מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, "וְהִזְהִיר לַעֲשׂוֹת כְּרוּז, שֶׁכָּל מִי שֶׁסָּר אֶל מִשְׁמַעְתּוֹ, וּמְקֹרָב אֵלָיו, יִהְיֶה עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה אֶצְלוֹ, לֹא יֶחְסַר אִישׁ", און דער רבי האט געהייסן מען זאל מודיע זיין פאר אלע מענטשן וואס גלייבן אין אים, אז ער האט געהייסן קומען צו אים אויף ראש השנה, "וּמִי שֶׁזּוֹכֶה לִהְיוֹת עַל רֹאשׁ הַשָּׁנָה, רָאוּי לוֹ לִשְׂמֹחַ מְאֹד מְאֹד, אִכְלוּ מַעֲדַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם", און ווער עס איז זוכה צו זיין ביי אים אויף ראש השנה דארף זיך זייער פרייען א גאנץ יאר, עיין שם.


שטארקט זיך אין הפצה, יעדער איינער פון ענק זאל האבן עפעס א חלק אין פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די וועלט; הפצה דאס איז די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן, נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי דער וואס איז עוסק און צוריק ברענגען אידישע קינדער צו אים, מוהרא"ש האט דערציילט, ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, איז רש"י הקדוש אים אנטקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון רבי מיכעלע זלאטשובער אז אויבן אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט דער טאטע רבי יצחק מדראביטש געענטפערט: "ער לייגט אריין כוחות אין דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י נאכאלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס ער איז אזוי חשוב".


הפצה איז די גרעסטע תיקון; לאמיר זיך נישט אפנארן, לאמיר זיך נאר דערמאנען איין מינוט ווער מיר זענען, וואס מיר האבן אלץ געטון און וואס מיר דארפן אלץ פארעכטן; פאסטן - דאס איז נישט פאר אונזערע כוחות, און אויך האט דער רבי געזאגט מיר זאלן נישט פאסטן, אבער דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער רוח הקודש, תיקון כז) אז מען זינדיגט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, דארף מען פאסטן פ"ד תענתים; דאס איז ווען מען זינדיגט איין מאל און אויב מען איז אראפגעפאלן צען מאל, הונדערט מאל רחמנא לצלן, ווי קען מען אפילו אנהייבן טראכטן פון פאסטן?! וואס קענען מיר טון צו פאררעכטן? הפצה! דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן - דער פאררעכט די עבירה פון פגם הברית.


הפצה ברענגט שפע, מוהרא"ש זאגט: "ווער עס גייט הפצה, וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש"; דאס איז א פאקט, די אלע וואס גייען פארשפרייטן די הייליגע ספרים און קונטרסים - די אלע האבן שטענדיג שפע.


איך ווארט אייך צו זען אין אומאן ראש השנה.


א פרייליכן ליכטיגן שבת.

#222 - נישט קוקן אויף זיך, נאר מחזק זיין אנדערע אידן
הפצה, זיכוי הרבים, גאווה, חסידות ברסלב, שטעטל, בין אדם לחבירו, מוסר

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


זיי נישט ברוגז אז איך האב דיר אזוי שארף געזאגט, ווי מעג מען לאזן אזעלכע מחשבות? איך וויל דיר פרעגן, ווען דו זעסט א מענטש דערטרונקט זיך אין וואסער, וועסטו אויך טראכטן די צעדרייטע מחשבות פון 'מי אנכי? ווער בין איך דען? בין איך דען ראוי יענעם ארויס צו שלעפן? האב איך דער רשות?' אויף דעם זאגן שוין די הייליגע חכמים (סוטה כא:) אז דאס איז א חסיד שוטה.


די זעלבע איז ווען מען זעט איינער איז צעבראכן און צעשטאכן, ער זיצט אין שטוב, מען זעט אים נישט פאר די אויגן; היתכן מען זאל נישט יענעם מחזק זיין?! יענעם ארויסנעמען אויף א שפאציר?!


דאס איז שוין נאכן זאגן און זאגן און זאגן אז דאס דארפן מיר טון, דער רבי האט אונז דאס באפוילן צו טון; נו וואו קומט אריין די צעדרייטע מחשבה 'מי אנכי? בין איך דען ראוי?' דאס איז א סימן אז מען שטונקט פון גאוה פון קאפ ביז פוס, ווייל אז דער אייבערשטער האט אונז געהאלפן, מיר ווייסן פון רבי'ן, מיר שפירן א טעם אין לעבן, מיר שפירן די זיסע געשמאקע איינגענעמע טעם פון זיין מיט'ן אייבערשטן, פארוואס זאלן מיר נישט טראכטן פון א צווייטן?


זאג דיין ווייב עס איז שוין צייט אפצולאזן די מחשבות פונעם יצר הרע, דער רבי זאגט בפירוש (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ, 'אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ'", ווען איך וואלט געהאט איינער, זאל זיין ווער עס זאל זיין, זאל מיר זאגן אין מיינע יונגע יארן, ברודער שטארק זיך און דערהאלט זיך, "הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", וואלט איך געהאט נאכמער כח צו דינען דעם אייבערשטן, "כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", איך האב אבער נישט געהאט ווער עס זאל מיר דאס זאגן.


מוסר זאגן – דאס איז עפעס אנדערש, דאס דארף מען שוין זיין ראוי, נישט יעדער קען זאגן 'מוסר'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח): "אַף עַל פִּי שֶׁתּוֹכָחָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל", כאטשיג מוסר זאגן איז א גרויסע זאך, "אַף עַל פִּי כֵן לָאו כָּל אָדָם רָאוּי לְהוֹכִיחַ", - אבער נישט יעדער קען געבן מוסר, ווייל אויב מען איז נישט ראוי קען מען ערגער מאכן, נאר ווער עס קען זאגן מוסר אזוי ווי משה רבינו האט געזאגט מוסר, ער האט אריינגעגעבן א ליבשאפט אין די אידן, נאכן זינדיגן ביים עגל האט ער זיי געזאגט (גיטין לו:): "עַדַיָין חֲבִיבוּתָא הוּא גַּבָּן", דער אייבערשטער האט ענק נאכאלץ ליב, אבער חיזוק – דאס מעג יעדער געבן און דאס דארף יעדער געבן.


עס ליגט א חוב אויף אנשי שלומינו מחזק צו זיין איינער דעם צווייטן, בפרט אז מען בויט א שטאט על שם רבינו, דארף זיך יעדער אומקוקן איינער אויפ'ן צווייטן, אפשר איז דא איינער וואס איז אריינגעפאלן אין א מרה שחורה? אפשר דארף איינער א גוטער חבר? אפשר קען איך יענעם מחזק זיין? די מענער דארפן טראכטן פון די מענער און ביי די פרויען - פון די פרויען; מען דארף נישט קיין רשות צו מחזק זיין, מען דארף נישט זיין חשוב, מען דארף נישט זיין עפעס ווייס איך וואס, מען דארף טראכטן פון יענעם, יענער דארף עסן, יענער דארף א חבר, יענער דארף א גוט ווארט; דא קומט נישט אריין 'מי אנכי, ווער בין איך? בין איך דען ראוי?!' דאס איז די גרעסטע גאוה.


אינטערעסאנט, ביי די אייגענע הנאות טראכט מען נישט 'מי אנכי? דארף איך דען א הויז? דארף איך דען א קאר? דארף איך דען עסן? ביך איך דען ראוי?!' וואס האב איך געטון ווען מוהרא"ש האט מיר געזאגט רעדן און מחזק זיין אנדערע? איך האב געפאלגט און איך וועל ווייטער פאלגן.


מיר גייט נישט אן אויב איך בין יא ראוי אדער נישט; איך ווייס גאר גוט ווער איך בין, איך בעט דעם אייבערשטן אין די זכות וואס איך טו מיט אידישע קינדער, זאל דאס זיין פאר מיר א תיקון; וואס איז נוגע ווער איך בין? וואס איך בין? אז מען קען א טובה טון פאר א מענטש איז אלעס כדאי.


מוהרא"ש ברענגט אן א שיעור מאל די ווארט פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו: "א נשמה קומט אראפ אויף די וועלט, ליידט זיך אפ זיבעציג יאר צרות צרורות, לוינט זיך עס אויב מען קען א טובה טון פאר א איד"; דאס איז אפילו בגשמיות, מען קען יענעם פאררעכטן א לאך אינעם רעדל, עפענען זיין טיר, ארויסשלעפן די קאר פון שניי, בלאטע; כל שכן וכל שכן אז א מענטש איז צעבראכן, א מענטש איז אליין, דערביטערט, און מען זאגט אים א גוט ווארט, מען שלעפט אים ארויס פון זיין מרה שחורה; יענער הייבט אן לעבן.


ווער רעדט נאך א אידישע מאמע וואס גייט איבער אויף איר אזעלכע צרות און יסורים, קיינער ווייסט נישט וואס אידישע פרויען ליידן זיך צאם שטילערהייט; אז א פרוי קומט אריבער, רופט אן, נעמט ארויס וכו' וכו', איז דאס דאך אזא מצוה, עס לוינט זיך צו לעבן פאר דעם.


וויפיל קען איין מענטש טון? וואלט איך געהאט מיט מיר אפאר תלמידים ותלמידות וואס וואלטן געדענקט צו אויפהייבן אנשי שלומינו; געדענקט, געטראכט – פון די וואס דארפן חיזוק, וואלטן אלע געלעבט, אלע וואלטן געהאט חיות; היות איך בין אליין, איך האב נישט צייט אנצורופן יעדן, נאכלויפן יעדן – פאסירט וואס פאסירט.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך בין צעבראכן אז דאס האט פאסירט; משפחות שטייען פון אינדרויסן, זיי שפירן נישט אנגענומען; אנשטאט זיי מחזק זיין – מאכט מען זיי משוגע: 'דער ראש ישיבה לאזט נישט דאס, דער ראש ישיבה לאזט נישט יענץ'; ביי דעם וואלט מען געדארפט פרעגן רשות, פאר מען זאגט ארויס א ווארט מוסר פון מויל.


א אינגערמאן דערציילט מיר, זיין ווייב קוקט א גאנץ יאר ארויס צו קומען דא אין שטעטל, זי וויל זיין מיט די ברסלב'ער קהילה; די ערשטע קבלת פנים קומט איר א פרוי אנטקעגן מיט מוסר: "דו טוסט אן דיינע קינדער אזוי? דער ראש ישיבה לאזט נישט!" א מינוט שפעטער: "דו גייסט אזוי אנגעטון? דער ראש ישיבה לאזט נישט!" דער אינגערמאן קומט אהיים, ער זעט זיין ווייב וויינט, זי זאגט אים: "נעם מיר ארויס פון דעם פלאץ, איך וויל נישט זיין מיט די סארט מענטשן".


גערעכט איז זי, איך וואלט אויך נישט געוואלט זיין מיט אזעלכע מענטשן; ביי דעם פרעגט מען נישט קיין רשות, מען טראכט נישט 'מי אנכי?' מען שטעכט, מען פליקט, מען האט א קליינע שארפע מעסער וואס הייסט 'ראש ישיבה' און מען טיילט דעות. ווער האט געבעטן זאגן יענעם? ווער האט דיר געגעבן רשות צו מוסר'ן? ווילסט רעדן? רעד חיזוק, רעד גוטע ווערטער, נעם אויף יעדן איינעם מיט גוטע ווערטער.


וואויל איז דעם וואס געבט גוטע ווערטער פאר אנדערע, איז מחזק אנדערע און טראכט פון אלעמען; אויף דעם איז געזאגט געווארן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמַצִיל נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא".

#221 - אונזער תיקון איז צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות אויף די וועלט
סקול, הפצה, שטעטל, פלעי

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו האסט בדעה צו קומען וואוינען דא אין שטעטל, קרית ברסלב ליבערטי.


די צען טויזנט דאלער וואס דו האסט היינט געגעבן צו קענען קויפן א דירה אין שטעטל האט מיר זייער פרייליך געמאכט; איך פריי זיך אז אזעלכע משפחות ווי דיר פלאנען צו קומען וואוינען אין שטעטל.


דו האסט א גרויסער חלק אין די הפצה וואס קומט ארויס פון אונזער קהלה מיט דעם וואס דו העלפסט אזוי געטריי די ישיבה די אלע יארן. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען ממשיך זיין צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן אונזער גאנצע לעבן פאר די גאנצע וועלט; דאס וועט זיין אונזער תיקון, דאס וועט מתקן זיין אונזער נפש, רוח און נשמה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען אויף יענע וועלט.


געב איבער א יישר כח פאר דיין ווייב פאר'ן העלפן מיט די פלעי; די פלעי וואס די מיידלעך גייען פארשטעלן, דאס כאפט מען אפ און דאס פארשפרייט מען נאכדעם; דאס איז נאך א רינגעלע אין הפצה.

#220 - הפצה טאר נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב און קינדער
קינדער, חינוך הילדים, שלום בית, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הפצה איז זייער א גרויסע זאך, אבער עס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב; אז דיין ווייב וויל דו זאלסט זיין אין שטוב ליל שישי, איר העלפן אנגרייטן דעם שבת - זאלסטו בלייבן אין שטוב. אז זי וויל דו זאלסט בלייבן ערב שבת אין שטוב העלפן מיט די קינדער - זאלסטו בלייבן אין שטוב העלפן אריינברענגען דעם שבת; מען קען גיין הפצה, אבער נישט אויפ'ן חשבון פון די ווייב.


יעצט אז דו האסט קליינע קינדער אין שטוב - דארפסטו אכטונג געבן ווען דו גייסט הפצה און וויפיל דו גייסט הפצה; דו קענסט נישט קוקן אויף די גרויסע מפיצים וואס גייען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט הפצה, זיי האלטן שפעטער אין לעבן ווי דו, זיי דארפן נישט זיין אין שטוב ערב שבת, נישטא פאר זיי קיין ארבעט, אבער אז מען האט קינדער אין שטוב דארף מען אהיים קומען צייטליך, מען דארף נעמען די קינדער אין מקוה, מען דארף אכטונג געבן אויף די קינדער און אריינברענגען דעם שבת מיט שמחה און פרייד.


נישט לאנג צוריק איז געקומען צו מיר א פרוי און מיר געפרעגט ביז וויפיל איז די שיעור פון הפצה? זי זאגט אז איר מאן גייט א גאנץ ליל שישי הפצה, פרייטאג גייט ער אויך הפצה ביז'ן זמן הדלקת הנרות, און א גאנץ שבת שלאפט ער; זי דארף אליינס מאכן די סעודות שבת, דער מאן שלאפט איין ביים טיש גלייך נאכן עסן די פיש, זי דארף זיך פארען מיט די קינדער, אזוי גייט עס א גאנץ שבת; זי פרעגט מיר ביז וויפיל איר מאן איז מחויב צו גיין הפצה? זי איז געקומען אינאיינעם מיט איר מאן, איך האב אים געזאגט וואס מוהרא"ש זאגט, אז הפצה קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די קינדער; הפצה איז זייער הייליג און זייער טייער, אבער חינוך הבנים והבנות איז נאך טייערער, מיר ווייסן אז דער הייליגער רבי נתן האט זייער מקפיד געווען צו זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, דאס איז געווען ביי אים פון די גרעסטע זאכן, דאך האט ער געזאגט אז ער לייגט זיך נישט אראפ פרי שלאפן ווייל ער וויל מחנך זיין די קינדער. ער פלעגט זיי אפווארטן פון חדר כדי צו ליינען מיט זיי קריאת שמע און זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות.


גיי הפצה; לאז נישט אפ די הפצה, אבער אז דיין ווייב דארף דיר אין שטוב אנגרייטן דעם שבת - זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.