בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#254 - מוהרא"ש האט אפגעליטן צרות צרורות און דאך נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה
צרות, אמונה, הפצה, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, קשיות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב געזען א בילד וואס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ; איך האב געזען מוהרא"ש אפאר טעג פאר'ן הסתלקות אין שפיטאל אויפ'ן בעטל, מוהרא"ש האט געפאטשט און געשמייכלט, מוהרא"ש האט געזאגט: "איך פאטש אז איך גיי אוועק פון די וועלט".


וואס זאל איך דיר זאגן, דאס בילד לויפט מיר נאך. מוהרא"ש האט אין זיין לעבן זיך אפגעליטן צרות צרורות און דאך האט ער נישט פארלוירן די אמונה, נישט געהאט קיין קשיות אויף די אמונה, ער האט זיין גאנץ לעבן נאר געטון פאר די אמונה; אריינברענגען אמונה אין אונז און אין די גאנצע וועלט.


אז מיר וועלן פאלגן מוהרא"ש, מיר וועלן גיין אין די וועגן, מיר וועלן זיך באנוצן מיט די עצות פון רבי'ן - וועלן מיר זוכה זיין צוצוקומען צו א שטארקע אמונה, מיר וועלן זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן, מיר וועלן אויך קענען פאטשן און שמייכלען, זיין אמת'דיג איבערגעגעבן צום אייבערשטן.


טייערער ברודער, גיי אביסל שפאצירן, זיי זיך מתבודד; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, בעט אים: "קרבינו לעבודתיך, הט לבי ליראה את שמך", בעט אין אידיש: "טאטע איך וויל זיין ערליך, העלף מיר".


עס איז דאך א מחי' דאס לעבן ווען מען גייט התבודדות.

#253 - זע עס זאל זיין אין דיין שטאט א בית המדרש "היכל הקודש"
הפצה, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מקיים די ווילן פון מוהרא"ש, זע עס זאל זיין אין דיין שטאט א בית המדרש "היכל הקודש", און זע מען זאל עס פירן אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט.


מיר מוזן טון מוהרא"ש'ס ווילן, עס מוז זיין אין יעדע פלאץ אין די וועלט א בית המדרש היכל הקודש; א פלאץ וואו מען רעדט דעם רבינ'ס ווערטער אן קיין דריידלעך, נאר אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט.


זיי ממשיך מיט הפצה; פארשפרייט די גליונות, קארטלעך, קונטרסים, סידיס און וואס עס זאל נאר זיין, דער ציל איז אז נאך א מענטש זאל באקומען די עצות און חיזוקים פון רבי'ן.


איך בין דיר גרייט צו העלפן מיט א בית המדרש, איך ווארט צו הערן.

#252 - פילע אידישע שטיבער שטייען דורך די גליונות און בריוו
ישועות, הפצה, צדקה, סגולות, בריוו, עצתו אמונה, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, י"ב כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יא, זיכער; אז דו וועסט געבן צדקה צו דרוקן די גליונות און די נייע ספרים עצתו אמונה - וועסטו האבן א ישועה.


די הבטחה וואס מוהרא"ש האט צוגעזאגט, אז ווער עס וועט נעמען א חלק אין דרוקן אשר בנחל וועט זען ישועות, דאס גייט אויך ארויף אויף די גליונות און קונטרסים. וואס שטייט אין די גליונות? וואס שטייט אין די נייע ספרים? עס שטייט נאר ווערטער, שכל און חיזוק פון מוהרא"ש, אזויפיל אידן זענען זיך מחזק מיט דעם, אזויפיל אידישע שטובער שטייען בזכות דעם, אזויפיל קומען צוריק צום אייבערשטן בזכות דעם, וואס איז בכלל די פראגע?


וואויל איז דעם וואס נעמט א חלק אין דרוקן די גליונות מידי שבת בשבתו; די גליונות מאכן אזא מהפכה אין די וועלט, עס איז נאכנישט געווען אזא הפצה אין ברסלב אזוי ווי די הפצה מיט די גליונות. אלע ליינען דאס, אלע ווארטן אויף דעם; מענטשן גייען פון שול צו שול זוכן א גליון, מען ווערט צוגעקלעבט צו דעם, בפרט צו די בריוו פון עצתו אמונה, איש אמונות; מענטשן זאגן אז דאס לעבט זיי אויף, דאס איז זיי אזוי מחזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#251 - זיי ממשיך אין הפצה מיט א שטארקייט, אבער קריג זיך נישט מיט קיינעם
תפילה והתבודדות, הפצה, מחלוקת, מדות טובות, עזות, כעס, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט, דו לערנסט און דאווענסט זייער שיין, דיין התנהגות איז אויסנאם, דו מאכסט נאר נחת פאר אלעמען.


זיי ממשיך אין הפצה, גיי ווייטער מיט א שטארקייט און א שטורעם פארפלייצן די ספרים, קונטרסים, גליונות, קארטלעך, סידיס וכדומה לזה; דאס ברענגט צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן.


איך וויל דיר אבער בעטן, קריג זיך נישט מיט קיינעם; אז איינער איז אן עזות פנים, איינער צערייסט די ספרים - זאלסטו זיך נישט וויסנדיג מאכן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם"; דאס וועט סיי ווי מקוים ווערן, דו קריג זיך נישט.


איך האב נישט ליב צו הערן דיינע מעשיות ווי דו האסט דעם אויסגעבויגן דעם האנט און יענעם צובלוטיגט, אפילו דו זאלסט זיין הונדערט פראצענט גערעכט; דאס איז נישט אונזער וועג, אונזער וועג איז ישמע בזיונו ידום וישתוק.


דער אייבערשטער נעמט זיך אן פאר די כבוד פון צדיקים; עס איז דא אזויפיל שרעקעדיגע מעשיות פון מענטשן וואס האבן באקומען א שרעקליכער עונש פון פארשעמען א איד, פארשעמען א מפיץ. איך ווייס א מעשה, איינער האט צעריסן אין בית המדרש בפני קהל ועדה ספרים פון מוהרא"ש מיט א מורא'דיגער בזיון און גלייך נאכדעם האט ער זיך בטעות אפגעזויגן מיט אן עלעקטערישער זעג זיינע פינגערס השם ישמרינו; אזוי זענען דא כמה מעשיות פון שווערע עונשים לא עלינו.


דו גיי ווייטער הפצה, זיי מחזק אידישע קינדער, גיי מיט א שטאלץ מיט'ן גאנצן שטורעם, אבער אז דו טרעפסט א שיכור, א מנוול - זאלסטו נישט זוכן צו מנצח זיין, נאר מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", ווער עס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג.


איך האף דו וועסט מיר דערציילן פון היינט און ווייטער שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן זיך באדאנקט, און שיינע מעשיות ווי מענטשן האבן דיר פארשעמט און דו האסט נישט געענטפערט.


רבי נתן האט געהאט די מעגליכקייט צו פארשיקן זיינע מתנגדים קיין סיביר, דאך האט ער געזאגט: "איך וויל נישט, איך וויל ענדערש זיין פון די גע'רודפ'טע ווי איידער זיין פון די וואס רודפ'ן יענעם".


בשעת דו גייסט הפצה זאלסטו רעדן צום אייבערשטן, זינג, ברום, מורמל ארויס שטילערהייט ווערטער - וועסטו נישט ווערן גערעגט אויב מען נעמט נישט.

#250 - שטארק זיך מיט הפצה, לאז זיך נישט צעברעכן פון חלישות הדעת
התחזקות, הפצה, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו שרייבסט אז דו האסט חלישות הדעת מבית ומחוץ, וויל איך דיר שרייבן אביסל חיזוק.


דו האסט נישט קיין השגה ווי גרויס דיין זכות איז, ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק פארבלאנדזשעטע נשמות צום אייבערשטן. אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש (תרומה קכח:): "תָּא חֲזֵי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע, זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא. וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; ער נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט. דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות, "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענער וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענער וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


נישטא קיין גרעסערע זאך ווי הפצה, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין לז.): "כָּל הַמְּקַיֵּם נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל", ווער עס ראטעוועט נאר איין איד, "מַּעֲלֶה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ קִיֵּם עוֹלָם מָלֵא", איז אזוי ווי ער מאכט די גאנצע וועלט; די ספרים, קונטרסים, גליונות און דרשות וכדומה - דאס ברענגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, מענטשן וואס זענען אזוי צעבראכן ווערן אויפגעלעבט דורך די ספרים.


אודאי און אודאי וועסטו האבן חלישות הדעת, סיי פון אינדרויסן און סיי פון אינעווייניג, פון אינעווייניג טוט מער וויי ווי חלישות הדעת פון אינדרויסן; דאך בעט איך דיר זייער, לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם אויף די וועלט.


איך האב געזען די נייע ספרים וואס דו האסט געדרוקט, קדושת ישראל; אויב דו קענסט מיר שיקן אפאר ספרים, איך וועל דיר באצאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#249 - פארן צוזאמען מאכן הפצה, אבער התבודדות דארף מען טון אליין
תפילה והתבודדות, חברים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מאך נישט אין היכל הקודש קיין נייע זאכן, מוהרא"ש האט געלאכט פון זיך צאמנעמען פארן אינאיינעם אין פעלד וכו'.


התבודדות איז אן איידעלע זאך, א פריוואטע זאך בינו לבין קונו; התבודדות איז בד בבד מיט'ן אייבערשטן, קיינער ווייסט נישט וואו איך בין, קיינער ווייסט נישט וואס איך טו; איך בין ערגעץ באהאלטן מיט'ן אייבערשטן אליינס, איך רעד צו אים מיינע פריוואטע זאכן אויף מיין אייגענע שפראך, איך שמועס זיך אויס ווי שטארק איך וויל זיין אן ערליכער איד, ווי שווער עס גייט מיר; התבודדות איז א הייליגע זאך, עס איז נישט אן אויספלוג וואס מען נעמט זיך צאם חברים און מען גייט פארברענגען, מען גייט זיך אויסלופטערן, מען גייט שרייען אין פעלד ט א ט ע ! ! ! וכדומה.


אז דו ווילסט זיך צאמנעמען חבורות זאלסטו מאכן א חבורה פון הפצה. נעם זיך צוזאמען, אפאר אינגעלייט, בחורים, און גייט אינאיינעם הפצה; פארט ארויס יעדן טאג אין א צווייטע שטאט, מען שמועסט זיך אפ, דו גיי אין דעם בנין דו גיי אין יענעם בנין; שמועסט אפ א זייגער ווען אלע זאלן זיין גרייט אהיים צו פארן, אויפ'ן וועג זאלט איר זינגען: "אשרינו מה טוב חלקינו אשר בנחל שם גורלינו", און יעדער זאל דערציילן זיינע מעשיות פון הפצה, ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים, - וועסטו מער אויפטון ווי מאכן חבורות צו פארן אין פעלד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#248 - גיי ווייטער מיט די הייליגע ארבעט, מאך זיך נישט וויסנדיג פון סטראשונקעס
פחדים, הפצה, מסורה, כשרות, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע דער וואס האט דיר געווארנט אז ער גייט דיר שלאגן אויב דו גייסט ווייטער פארשפרייטן די גליונות; מאך זיך נישט וויסנדיג, ענטפער נישט צוריק, דו גיי ווייטער אן מיט די הייליגע ארבעט; אויב מען פארשעמט דיר - זאלסטו נישט ענטפערן, זיי מקיים וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ו): "וְעִקַּר הַתְּשׁוּבָה כְּשֶׁיִּשְׁמַע בִּזְיוֹנוֹ, יִדֹּם וְיִשְׁתֹּק", אנשטאט מיר זאלן פאסטן און מאכן סיגופים קענען מיר אלעס פאררעכטן דורך א בזיון.


מיר האט מען אויך געסטראשעט, מען האט מיר דערשראקן מיט אלע סארט שרעק. איינמאל בין איך געווען אין ארץ ישראל אין יבנאל ביי מוהרא"ש און מיין ווייב רופט מיר, זי וויינט, זי זאגט מיר אז מען האט איר יעצט גערופן זאגן אז מען גייט די נאכט פארברענען אונזער שטוב; מיין ווייב איז געווען אזוי דערשראקן, זי האט געוויינט; איך האב איר געדארפט בארואיגן און זאגן אז עס וועט גארנישט זיין, דער אייבערשטער היט אונז.


טאג און נאכט האט מען גערופן מיין ווייב דערשרעקן און סטראשען, מענטשען האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט זייערע נעמען, נישט סתם גערופן מאכן פאני קאלס, באקאנטע מענטשן האבן גערופן סטראשען; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די רדיפות וואס מיר זענען אריבער ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה, עס איז געקומען צו א מצב אז מיר האבן מער נישט געקענט אויפהייבן דעם טעלעפאן אין שטוב צו זיין רואיג.


איך קען דיר שרייבן טויזנט בלעטער וואס מיר זענען אריבער, איך האב נישט יעצט די צייט פאר דעם, איך דארף גיין פארלערנען פאר די בחורים; עס זענען אריינגעקומען דעם זמן אין ישיבה א פרישע חבורה בחורים, טייערע בחורים, זיי ווארטן אויף חיזוק; איך דארף מקצר זיין.


זיי שטארק, גיי אן מיט די הייליגע ארבעט; פארשפרייט וואס מער די גליונות און די קונטרסים, שטעל זיך נישט אפ פון קיינעם.


בנוגע וואס דו פרעגסט אויב דו מעגסט עסן טערקי פלייש, דו ביסט אן אייניקל פון הייליגן של"ה און עס זענען דא אייניקלעך פונעם של"ה וואס פירן זיך נישט צו עסן טערקי; קענסט עסן טערקי פלייש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#247 - ביי הפצה דארף מען פלאקערן און ברענען
קינדער, הפצה, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב יעצט א שליח קיין ארץ ישראל, שיק איך דיר א מתנה א זילבערנע קייטל מיט די אות ה געבענטשט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה; דאס איז א סגולה פאר קינדער. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, חלק ב', סימן ח): "הֵא הַנַּעֲשֶׂה מִכֶּסֶף", א זילבערנע ה, "מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", איז א סגולה פאר קינדער; דיין ווייב קען דאס אנטון ווי אזוי זי איז באקוועם, אפן אדער צוגעדעקט.


איך האב דיין ענוועלאפ פון פדיון נפש פון ערב ראש השנה אויף מיין טיש, איך זע דיין נאמען און דיין ווייב'ס נאמען; איך בעט פאר ענק איר זאלט זוכה זיין לזרע של קיימא במהרה.


העיקר זאלסטו ממשיך זיין בהפצה; געדענק וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רנג) ווען אפאר מענטשן זענען געקומען בעטן פאר קינדער: "מָה הָרַעַשׁ הַזֶּה", וואס טומלט איר? "הֲלֹא עִקַּר תּוֹלְדוֹתֵיהֶם שֶׁל צַדִּיקִים מַעֲשִׂים טוֹבִים", דער עיקר קינדער ביי ערליכע אידן איז די גוטע מעשים, "בְּוַדַּאי אִם אֶפְשָׁר לִזְכּוֹת לְבָנִים בְּגַשְׁמִיּוּת בְּוַדַּאי מַה טּוֹב", אוודאי איז גוט צו האבן קינדער, "אֲבָל הָעִקָּר הוּא לָשׂוּם לֵב לְהִתְקָרֵב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר דארף מען עוסק זיין בעבודת ה'.


דו וועסט נאך זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער, נאר שטארק זיך בהפצה, ווער נישט זאט; ביי גשמיות איז שייך צו ווערן זאט, נאך עסן ווערט מען זאט וכו' וכו', אבער ביי הפצה דארף מען פלאקערן און ברענען, נאך א איד מקרב זיין צום אייבערשטן, נאך א בחור זאל וויסן אז ער קען זיין א צדיק, נאך א שטוב זאל וויסן אז זיי קענען לעבן מיט שלום בית, מיט די שכינה הקדושה.


טייערער ..., איך האב דיר ליב באהבת נפש, איך בענק זיך נאך דיר, איך בעט פאר דיר.


 

#246 - א שיינע תהילים לכבוד די בת מצוה
חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, הפצה, תהלים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן ווי איר שטארקט זיך מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, ובפרט אז איר געבט דאס איבער פאר אנדערע, איר זענט מחזק נאך משפחות; מען נעמט זיך צאם נשות אנשי שלומינו, מען הערט אינאיינעם שיעורי התחזקות.


ווער עס האט א חלק אין פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות - ווערט א פרייליכער מענטש. דער רבי זאגט (ספר המידות אות שמחה, סימן טז): "מִי שֶׁמְּפַרְסֵם אֶת הַצַּדִּיק, זוֹכֶה לְשִׂמְחָה", ווער עס פארשפרייט דעם צדיק - ווערט פרייליך; די גאנצע שטוב ווערט פרייליך.


בנוגע אייער טאכטער וואס זי ווערט יעצט א בת מצוה, איר פרעגט וואס מען זאל איר זאגן, וואס זאל מען טון וכו'; קויפט איר א שיינע תהילים און זייט איר מחזק זי זאל זאגן יעדן טאג אביסל תהילים, און יעדעס מאל זי ענדיגט תהילים זאל זי אריינשרייבן "סיימתי עוד הפעם", "פעם ראשון", "פעם שני", אזוי וועט זי האבן א שטופ צו זאגן מער און מער; תהילים ברענגט א מענטש צו די העכסטע מדריגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#245 - דאווענען מיט חיות און שמחה, נישט קאלט און טרוקן
קינדער, הפצה, הדפסה, בריוו, עצתו אמונה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיר מחזק זיין, גיי אן מיט די הייליגע ארבעט; דו האסט נישט קיין אנונג וויפיל גוטס קומט ארויס פון דיין ארבעט, הונדערטער און טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט די בריוו פון ספר עצתו אמונה און ספר איש אמונות.


מוהרא"ש זאגט, עס איז דא הונדערטער און טויזנטער ספרי שאלות ותשובות, אבער אזא ספר ווי אשר בנחל, וואס מענטשן פרעגן זייערע שאלות; שאלות פון צרות, שאלות פון יסורים, שאלות פון שאול תחתית, שאלות וואס זיי קענען נישט פרעגן א צווייטער רב - דאס איז נישטא; א ספר וואס זאל מחזק זיין מענטשן און זיי צוריק ברענגן צום אייבערשטן - איז נאר אשר בנחל, און דאס זעלבע איז מיט די ספרים עצתו אמונה, איש אמונות.


איך ווארט שוין צו זען ווען עס וועט ארויסקומען נאך חלקים געהעריג געבינדן, און אויך ווארט איך בכליון עיניים אויף ספרי איש אמונות פון שנת תש"פ און פון שנת תשפ"א. וואלסטו געוויסט וויפיל אידן גייען אן מיט'ן לעבן בזכות די בריוו - וואלסטו געטאנצן פאר שמחה אז דו האסט א חלק אין דעם.


איך שרייב דיר א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה', איך שרייב עס אויף א וועג פאר קינדער, אז די עלטערן, די טאטע אדער מאמע, און אזוי אויך די מלמד מיט די טיטשער - זאלן דאס קענען פארציילן, עס זאל אריינגיין אין די קינדער דעם רבינ'ס ווילן, דער וועג ווי אזוי דער רבי וויל מיר זאלן דאווענען, נישט ווי קאלטע מענטשן, טרוקענע מענטשן, נאר מיט א חיות, מיט א שמחה.


דא האסטו די מעשה:


איינגענומען ברסלב


"טאטי, איך האב געזען א לאכעדיגע זאך אין שול, איינער פאטשט ביים דאווענען, הא הא עס איז אזוי פאני!"


אלע קינדער לאכן; טאקע, טאקע, ער פאטשט; עס איז זייער לאכעדיג.


דער טאטע ווערט זייער ערנסט און זאגט: "טייערע קינדער, איך וועל ענק דערציילן א שיינע מעשה וואס איז געווען ביים רבי'ן, אבער פאר איך דערצייל די מעשה וויל איך אייך פרעגן א פראגע, ווער ווייסט וואס האט דער רבי געזאגט ווען ער האט זיך אריינגעצויגן אין ברסלב? "איך האב איינגענומען די שטאט דורך? ... "


קיינער ווייסט נישט?


קינדער טייערע, רבי נתן זכרונו לברכה דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן עח) ווען איך בין מקורב געווארן צום רבי'ן האט דער רבי זייער אסאך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון פאטשען ביים דאווענען, דער רבי איז געשטאנען ביים טיר פון שול און געזאגט: "רבותי, פארוואס הערט מען נישט פאטשען ביים דאווענען? פארוואס דאווענט מען אזוי פארשלאפן? איך וויל צוריק ברענגען דאס אמאליגע אידן פון דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, זיי פלעגן דאווענען מיט א לעבעדיגקייט".


דער טאטע דערציילט: "דעמאלט איז געווען ביים רבי'ן א מעשה, צוויי אידן האבן געשפעט פון א איד וואס האט געדאווענט מיט א לעבעדיגקייט, יענער האט געפאטשט ביים דאווענען און די צוויי אידן האבן חוזק געמאכט; דער רבי האט זיי אנגעשריגן, דער רבי האט זיי געזאגט: 'איר ווייסט נישט דאס גרויסקייט פון פאטשן ביים דאווענען! ווען מען פאטשט ביים דאווענען ווערט א ריינע לופט, מען ברענגט צו זיך לופט פון ארץ ישראל, מען באקומט א ריינע מח, אלע שלעכטע מחשבות גייען אוועק', דער רבי האט זיי זייער גע'מוסר'ט זיי זאלן נישט שפעטן פון דעם".


קינדער, איר גייט נאך שפעטן ווען איר זעט איינעם דאווענען מיט א לעבעדיגקייט און מיט פאטשן? "ניין, מיר גייען נישט שפעטן, מיר גייען אויך פאטשן!" אבער איר זאלט וויסן קינדער, מוהרא"ש זאגט אז מען דארף נישט פאטשן אז יענער זאל הערן, מען קען פאטשן פאר זיך, דאווענען מיט א לעבעדיגקייט.


נאכדעם האט דער רבי געזאגט: "איך האב איינגענומען די שטאט ברסלב דורך פאטשן און טאנצן"; אלע מענטשן פון די שטאט האבן זיך מבטל געווען פאר'ן רבי'ן, מען האט געפאלגט דעם רבי'ן אזוי ווי מען פאלגט א קעניג, דאס איז געקומען דורך דעם וואס דער רבי האט צוריק געברענגט די וועג ווי אזוי אמאליגע אידן פלעגן דאווענען, מיט א לעבעדיגקייט.


לאמיר אלע אינאיינעם גיין א טענצל, קינדער קומט טאנצן און פאטשן: "שבת טי רי רי ריי רייי ריי ריי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#244 - די גרעסטע הפצה איז ווען מ'פירט זיך ווי עס דארף צו זיין
בחור, הפצה, מדות טובות, ישיבה, בושה, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום פארשעמען א איד; וואס ווילסטו פון דעם בחור? גיי בעט אים איבער, קריג זיך נישט מיט אים.


מוהרא"ש איז געווען אזוי ברוגז אין יבנאל ווען ער האט געהערט אז מען טשעפעט ס.מ. - דער שטראף פון יבנאל. אמאל האט איינער געשפיגן אויף ס.מ. און מוהרא"ש האט יענעם ארויסגעווארפן פון שול; ווייל אונזער זאך איז נישט טשעפען יענעם.


דעריבער בעט איך דיר, לאז אפ דעם בחור, ענטפער אים נישט ווען ער שפעט פון דיר, ער שעלט מוהרא"ש; ער גייט אין די וועג פון זיין זיידע דער ס.מ. זאלסטו אים נישט ענטפערן; אפילו דו האסט גענוג סחורה וואס אים צו ענטפערן, דו קענסט אים זאגן וואס רבי אליעזר האט געזאגט (מגילה כה:): "עד שאתה בודק [...] צא ובדוק בתועבות [...]", איידער דו רעדסט זאלסטו קוקן ווער דו ביסט, פון וועם דו שטאמסט - דאך זאלסטו שווייגן, רעד נישט.


דאס וואס דו מיינסט אז ער שטערט דיר הפצה, ער רעדט צו אלע בחורים קעגן מוהרא"ש; מאך זיך נישט צוטון, דו גיי דיין וועג, דו לערן דיינע שיעורים כסדרן, צוביסליך וועלן אלע בחורים דיר נאך טון. דאס איז די גרעסטע הפצה, די גרעסטע קידוש שם רבינו, ווען א בחור א מקורב זיצט אין ישיבה און רעדט שיין, רעדט מיט דרך ארץ, פירט זיך מיט יראת שמים, טענה'ט נישט מיט קיינעם, לערנט שיעורים כסדרן אויפ'ן דרך הלימוד בכל חלקי התורה; אלע קוקן מיט שעצונג, מען זאגט: "דאס איז א ברסלב'ער חסיד", דאס וועט אלעמען ברענגען צו וועלן זיין גוט און ערליך.


איך האב דיר אסאך צו שרייבן אויף זיין זיידע ס.מ. דער שטראף פון יבנאל, אבער איך וויל נישט דו זאלסט זיך טשעפען.


האסט געענדיגט די וואך די דרייצנסטע מאל ששה סדרי משנה; דאס איז די בעסטע ענטפער אויף אלע לצנות וואס מען מאכט אויף מוהרא"ש. האסט געענדיגט מסכת יבמות אין סדר ש"ס, מער פון דעם דארפסטו נישט ענטפערן, דאס איז די גרעסטע ענטפער, צו זען ווי א יונגער בחור זיצט אין ישיבה און נוצט אויס די צייט מיט די הייליגע תורה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#243 - די ברסלב'ע צייטונג איז זייער שיין
הפצה, הדפסה, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דער צייטונג איז זייער שיין, עס איז אנגעפילט מיט אמונה און חיזוק, עס ווערט שענער און שענער און רייכער וואך נאך וואך. איך האף אז דו טוסט דאס מיט דיין גאנצע הארץ, דאס איז די גרעסטע הפצה, מענטשן גלייכן דאס זייער, מענטשן גלייכן קאלירפול, אויג פארכאפנד וכדומה.


עס איז כדאי צו טוישן דעם ערשטן בלאט; עס איז נישט אזוי שיין, עס דארף זיין שענער. יעצט ביים אנהייב קען מען נאך טוישן, איין מאל עס ווערט א געוואוינהייט, דעמאלט לאזט מען שוין ווי אזוי עס איז.


אויך קענסטו מאכן א קינדער אפטיילונג; קענסט נעמען פון האברך ... די עצתו אמונה פאר קינדער. ער האט שוין מעשיות פאר א יאר, ער האט דאס איבערגעמאכט פון פריש, אלע בילדער קאלירט; קענסט דאס נוצן פאר די קינדער אפטיילונג.


שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון מגלה זיין דעם אייבערשטן פאר די וועלט.

#242 - די נסיון פון די תלמידים איז נאך שווערער ווי דעם צדיק'ס נסיון
הפצה, בית המדרש, נסיונות, ירושלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיינע טייערע חברים תלמידי היכל הקודש ירושלים


איך בענק זיך זייער צו ענק, איך פריי זיך צו הערן נאכאנאנד גוטע גרוסן פון ענקער חבורה אין ירושלים עיר הקודש.


מענטשן דערציילן, זיי פאלן אריין א תפילה אין שול; עס איז אזוי געשמאק, אזוי ווארעם, מען האט זיך ליב. איינע פון די משפחות פון די קהילה פון אמעריקע זענען געווען ביי ענק יום טוב סוכות, זיי הערן נישט אויף רעדן ווי שיין עס איז דארט. דער אינגערמאן זאגט מיר, איך ווייס נישט אויב מען מעג זאגן אזוי, דארט איז אין א געוויסע זין מער ווארעם ווי אין ישיבה; עס הערשט ממש א ליבשאפט, מען האט זיך ליב, קיינער גרויסט זיך נישט אויפ'ן צווייטן, אלע ווילן איין זאך, נאר הערן וואס דער רבי זאגט אויפ'ן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט דאס אונז געגעבן.


איך וויל אייך מיטטיילן א שיינע חיזוק וואס מוהרא"ש זאגט אויף די פרשה, מען זעט ביי די פרשה פון די עקידה, די גרויסע נסיון וואס דער אייבערשטער האט געפרואווט אברהם אבינו ער זאל נעמען זיין זון יצחק, זיין איינציגסטער זון וואס ער האט געווארט אזוי לאנג אויף אים, ביז די הונדערט יאר - און אים שחט'ן פאר'ן אייבערשטן. אברהם אבינו האט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן אן קיין שום שאלות, ער האט דאס געטון מיט די גרעסטע שמחה, למעשה געפונען מיר אז מען רופט אן די נסיון אויף יצחק אבינו 'עקדת יצחק' - נישט אויף אברהם אבינו'ס נאמען; זאגט מוהרא"ש, אברהם אבינו האט טאקע געהאט א גרויסע נסיון צו נעמען זיין איינציגסטע קינד און אים מקריב זיין פאר'ן אייבערשטן, דאך איז יצחק'ס נסיון שטערקער, ווייל יצחק האט דאס נישט געהערט פונעם אייבערשטן אליינס, יצחק האט געהערט פון זיין טאטע אברהם אבינו ווי ער זאגט אים: "קום זיך שחט'ן פאר'ן אייבערשטן" - דאס איז דער עיקר נסיון.


מוהרא"ש זאגט, דאס פאסירט שטענדיג אין יעדן דור. דער צדיק אמת וואס איז דבוק אינעם אייבערשטן, ער איז נישט מסיח דעת פונעם אייבערשטן קיין איין רגע, ער האט שווערע נסיונות, מען פארגיסט זיין בלוט, מען איז אים מבזה - דאס איז נישט אזא נסיון ווי די נסיון וואס די תלמידים גייען אריבער, ווייל דער צדיק איז א בחינה אזוי ווי אברהם אבינו וואס הערט פונעם אייבערשטן אליינס, ווידער די תלמידים - זיי הערן פון זייער רבי וואס דער רצון השם איז און זיי זענען זיך מוסר נפש צו טון די ווילן פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן די לימודים וואס זיי זענען מקבל פון זייער רבי'ן, זיי פארשפרייטן דעם אייבערשטן פאר אלעמען; אפילו מען שפעט פון זיי, מען פארגיסט זייער בלוט וכו' וכו' - לאזן זיי נישט אפ זייער רבי'ן, זיי זענען זיך מוסר נפש, זיי געבן אוועק זייער נאמען; מוהרא"ש זאגט, מסירת השם איז מסירת נפש, ווען איינער געבט אוועק זיין נאמען, מען רעדט אויף אים כל דבר אסור - איז דאס אויך מסירת נפש, דאס איז א גרעסערע מדריגה.


שטארק אייך, זייט ממשיך מיט הפצה; זייט שטארק נישט אפלאזן דעם הייליגן רבי'ן, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט: "אפילו דער רבי זאל מיר האקן מיט א דראנג - לאז איך נישט אפ דעם רבי'ן", און זעט צו פארשפרייטן דעם רבי'ן וואס מער; קוקט נישט אויף קיינעם, טענה'ט נישט מיט קיינעם - וועט איר מצליח זיין.


א פרייליכן שבת!

#241 - מען דארף גיין צו די עלטערן, אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט
כיבוד אב ואם, שלום בית, הפצה, צדיקים, מורה דרך, עלטערע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס האט פאסירט ביי דיינע עלטערן, עס האט אויסגעבראכן א מחלוקת אויף דער עלטער און יעצט זאגט דיין ווייב אז זי וויל מער נישט אהינגיין, זי קען נישט אויסהאלטן די פאר'סמ'טע לופט פון מחלוקת; דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון, אויב דו זאלסט רעדן צו דיין מאמע אדער מער נישט גיין.


דו רעד גארנישט צו דיין מאמע, חס ושלום זיך אריינמישן אדער וויי טון; זיי מסביר דיין ווייב שיינערהייט 'מיר דארפן גיין צו די עלטערן אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט', יעצט זענט איר יונג גייט מען מער צו די עלטערן, שפעטער ווען די קינדער וואקסן אונטער גייט מען אביסל ווייניגער, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, אפילו עס איז נישט געשמאק.


דו שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן בטל ומבוטל פאר אים. קוק וואס פאסירט אויף דער עלטער ווען מען לעבט אן א צדיק, עס איז אזוי שרעקעדיג צו זען ווי מענטשן גייען צוגרינד, מען קריגט זיך, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


דאס דארף דיר געבן חיזוק פאר הפצה; וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין קונטרס טוט ראטעווען א גאנצע משפחה.

#240 - מ'קען זאגן תהילים ביינאכט
הפצה, תהלים, דרך ארץ, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זאגן תהילים ביינאכט. מוהרא"ש ברענגט פונעם ספר אשל אברהם פון הרב הקדוש מבוטשאטש זכרונו לברכה (אורח חיים סימן רלח, סעיף ב) וואס ער פסק'נט אז תהילים מעג מען זאגן ביינאכט אויך, ווייל מען זאגט דאס צו מתפלל זיין און צו דאנקען דעם אייבערשטן.


פירט זיך אויף מיט דרך ארץ צו אייערע טיטשערס, דאס איז די גרעסטע הפצה; ווייל אלע ווייסן אז איר זענט א ברסלב'ע מיידל, אלע ווייסן אז איר און אייערע עלטערן זענען תלמידי היכל הקודש, און ווען מען זעט ווי א תלמידה היכל הקודש פירט זיך מיט דרך ארץ - ווערט פארשטאפט די מויל פון אלע מתנגדים, מען האט נישט וואס צו רעדן מער קעגן היכל הקודש; דאס איז די גרעסטע הפצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#239 - וואלסטו געוויסט די גרויסקייט פון די ניגונים, וואלסטו ארויסגעגעבן יעדעס יאר אפאר סידיס
ניגונים, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א שאד עס שלעפט זיך אזוי לאנג דאס ארויסגעבן נייע סידיס, א שאד; מען וואלט דאך מיט די ניגונים געקענט מחי' זיין אזויפיל מענטשן און זיי צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


איך בין זיכער אז דאס וואס עס שלעפט זיך אזוי לאנג איז נאר ווייל דו ווייסט נישט ווי וויכטיג דאס איז, וואלסטו געוויסט וואס די סידיס טוען אויף - וואלסטו זיך צוגעאיילט און ארויסגעגעבן יעדעס יאר אפאר סידיס.


אדרבה, פרעג זיך נאך ביי די פרישע מקורבים וויפיל פון זיי זענען מקורב געווארן דורכ'ן הערן א ניגון געזינגען פון אמונה, א ניגון, א הארציגע ניגון - פון תשובה, פון התבודדות.


איך פון מיין זייט בין גרייט צו העלפן ווען דו ווילסט, לאז מיר וויסן א טאג פאראויס איך זאל קענען מאכן מיינע פלענער.

#238 - איידעלערהייט גיין פון מענטש צו מענטש אויסטיילן ספרים און קונטרסים
הפצה, חסידות ברסלב, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט כדאי צו מאכן די סארט זאכן פאר הפצה; וואס פעלט אויס זיך צו רייצן וכו'? אונזער וועג פון הפצה איז מיד ליד באופן צנוע; איידעלערהייט גיין פון מענטש צו מענטש אויסטיילן ספרים און קונטרסים, גליונות, סידיס וכדומה, שטילערהייט לייגן נאך און נאך אייער; ביז דערווייל וועלן אלע מיינען אז דאס זענען זייערע חסידים, אזוי ווי רבי נתן זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) דער רבי האט אונז דערציילט, עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל זי זאל קענען זיצן אויף אלע אייער אויף איינמאל און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון די שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן פירט אויס: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים; די אלע וואס קומען צו לויפן פון אנדערע חסידות'ן צום רבי'ן, די אלע זענען דעם רבינ'ס מענטשן, די באלאנגען צום רבי'ן, דער רבי האט זיי שטילערהייט צוריק געברענגט צום אייבערשטן; זיי געשטארקט, זיי פרייליך געמאכט, דער רבי האט זיי ארויסגענומען פון וואו זיי זענען געלעגן, וואס נאר דער אייבערשטער ווייסט.


אינדרויסן מיינט מען אז זיי באלאנגען צו אנדערע פייגלעך, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, און ווען דער רבי געבט איין פייף, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל", מיין ראש השנה איז העכער פון אלעס, "אִישׁ לֹא יֵעָדֵר", קיינער טאר נישט פעלן, - קומען אלע קיין אומאן; אלע לאזן איבער זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#237 - אין זכות וואס איר טוט פאר אידישע קינדער, וועט איר זען אסאך אידיש נחת
הפצה, שמחות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך וויל אייך וואונטשן בעת שמחתכם איר זאלט זוכה זיין צו פירן אייער קינד אונטער די חופה בשעה טובה ומוצלחת און איר זאלט זען אסאך נחת פון דעם קינד און פון אלע אייערע קינדער, אין זכות וואס איר ביידע אינאיינעם טוען פאר אידישע קינדער, ווי איר זענט זיך מוסר נפש טאג און נאכט ארויסצוגעבן די גליונות און קונטרסים עצתו אמונה און איש אמונות, וואס טויזנטער מענטשן זענען זיך פשוט מחי' דערמיט, עס איז פאר זיי ווי לעבן; די בריוו, די חיזוק - טראגט זיי ווייטער פאר נאך א טאג, זיי זאלן קענען פשוט אנגיין אין לעבן.


אויך וואונטש איך אייך א מזל טוב פאר אייער זון'ס בר מצוה; קיין עין הרע א ליכטיג קינד. איך האב אים געזען אין אומאן, ער איז מלא חן. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אינאיינעם זען אסאך נחת פון אלע קינדער, די קינדער זאלן האבן די ברען וואס איר האט צו העלפן אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן; אלע זאלן עוסק זיין אין הפצה, וואס דאס וועט ברענגען די גאולה, במהרה בימינו אמן.

#236 - ענדערש נישט קומען איין יאר, צו קענען קומען אסאך יארן קיין אומאן
הפצה, הדפסה, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן, פה אומאן


 


לכבוד מיין ליבער שוואגער ...


זיי נישט בעצבות ומרה שחורה אז דו ביסט געבליבן אין שטוב, ביסט נישט געקומען קיין אומאן; דו דארפסט דאך האבן יעצט וכו', אויף דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חַלֵּל עָלָיו שַׁבָּת אֶחָד כְּדֵי שֶׁיִּשְׁמֹר שַׁבָּתוֹת הַרְבֵּה"; ענדערש צעשטער איין יאר כדי דו זאלסט קענען קומען אלע יארן דיין גאנץ לעבן.


זיי פרייליך, דער רבי זאגט אז ראש השנה דארף מען זיין פרייליך (שיחות הר"ן, סימן כא).


אויב דו האסט אין וויליאמסבורג ערגעץ א מנין פון צען מענטשן אנשי שלומינו וואס גלייבן אין רבי'ן זאלסטו אהינגיין דאווענען מיט זיי און זיי פרייליך אז דו ביסט משמש דעם רבי'ן, דו ביסט עוסק אין הדפסה; דורך דיין ארבעט קען מען מקרב זיין טויזנטער אידן צום אייבערשטן.


א גוט יום טוב.


איך האב דיר אינזין ביים רבי'ן.

#235 - זע צו דאווענען מיט אנשי שלומינו, וועסטו זיין ביים קיבוץ
הפצה, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וילך, כ"ט אלול, ערב ראש השנה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט איז נישט קיין צייט פון שרייבן בריוו, יעצט איז ערב יום טוב, ערב ראש השנה; דאך שרייב איך דיר אפאר ווערטער פאר חיזוק.


איך הער אז דו קענסט נישט ארויספארן פון ארץ ישראל, האסט זיך פארפלאנטערט מיט די רעגירונג; בעט איך דיר זייער, זיי פרייליך, זיי נישט בעצבות, אונס רחמנא פטריה; דו זע צו דאווענען מיט אנשי שלומינו - וועסטו זיין ביים קיבוץ.


ווער נאך איז אזוי נאנט צום רבי'ן ווי מפיצים, דו ביסט ביים רבי'ן; זיי ממשיך מיט דיין ווייב תחי' צו פארשפרייטן די עצות פאר די גאנצע לאנד לארכה ולרחבה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#234 - איך פריי זיך אז מ'איז אריין אין קאנטראקט אויפ'ן נייעם בנין פאר קרן הדפסה
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נצבים, כ"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז מען איז אריין אין קאנטראקט אויפ'ן נייעם בנין אין ליבערטי פאר די קרן הדפסה; דער אייבערשטער זאל העלפן פון דעם בנין זאל ארויסגיין א ליכט פאר די גאנצע וועלט, מען זאל דרוקן די ספרים, קונטרסים און גליונות אן קיין אויפהער.


איך וויל מען זאל ארייננעמען אין די הנהלה פון קרן הדפסה האברך ... נרו יאיר, און יעדע זאך וואס מען וויל מאכן, סיי נייע זאכן אדער אלטע זאכן וכו' - זאל מען זיך דורך רעדן איינאיינעם אלע חברי הנהלה.


מאך זיכער ער זאל זיין ליגאל איינער פון די באר"ד מעמבער"ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#233 - די וואס האבן א חלק אין הפצה, קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט
הפצה, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו האבן די זכות פון דרוקן דעם גליון פאר ראש השנה אין אידיש, לשון קודש און ענגליש? פארבינד זיך מיט קרן הדפסה און זאג זיי אז דו ווילסט עס דרוקן און זארגן עס זאל אנקומען קיין אומאן, אדער גאר דרוקן דארט.


זע צו קומען צום רבי'ן מיט פולע הענט, מען קען נישט קומען מיט ליידיגע הענט; די וואס האבן א חלק אין הפצה - די האבן פולע הענט, די וואס פארשפרייטן די קונטרסים און גליונות - די קומען מיט פולע הענט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#232 - דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן ווארטן אויף די בריוו
הפצה, הדפסה, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב יעצט ערהאלטן די בשורה טובה אז מען דרוקט דריי טויזנט ספרים פון עצתו אמונה חלק ה'.


פרעג ... נרו יאיר אויב עס איז גענוג טויזנט ספרים פאר ארץ ישראל; אויב די מפיצים דארפן מער - קענסטו איבערלאזן דארט צוויי טויזנט ספרים און טויזנט שיקן קיין אמעריקע.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך ביתר שאת וביתר עז צו גיין ווייטער און ענדיגן אלע חלקים.


אויך ווארט איך בכליון עיניים אויף די בענדער איש אמונות פון שנת תש"פ; דו האסט נישט קיין השגה וויפיל מענטשן ווארטן אויף דעם, וויפיל התחזקות מענטשן וועלן האבן פון די ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#231 - דער בית הדפוס דארף צושטעלן פאר די מפיצים וואס זיי דארפן
הפצה, הדפסה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה


די מפיצים רעדן זיך אפ אז מען שטעלט זיי נישט צו קיין ספרים און קונטרסים וואס זיי דארפן, דעריבער גייען זיי דרוקן ביי ... נרו יאיר.


איך וויל פארשטיין וואס גייט פאר, דו לייגסט אריין אזויפיל כוחות אהערצושטעלן די הדפסה, איר גייט יעצט קויפן א נייעם בנין מיט נייע מאשינען - אלץ איז זייער פיין און וואויל, אבער אז דו שטעלסט נישט צו פאר די מפיצים וואס זיי בעטן - איז א שאד די ארבעט, א שאד צו קויפן נייע בנינים מיט נייע מאשינען. פארוועם וועסטו דרוקן די ספרים און קונטרסים? זיי גייען עפענען אן אייגענעם בית הדפוס, און איך זאג דיר קלאר אז ביי מיר איז נישטא אזא זאך ווי מיין בית הדפוס אדער דיין בית הדפוס, איך קוק וואו עס איז דא סחורה, ווי מער ספרים צו דרוקן און פארשפרייטן.


איך וויל נאך אסאך מער פון דיר מען זאל נעמען ספרים דורכ'ן בית הדפוס פון די קהילה, אבער אז מען שטעלט נישט צו וואס זיי בעטן - איז א שאד די הארעוואניע, ... נרו יאיר זאגט מיר, ער בעט זיך ביי די מדפיסים אז ער דארף צוואנציג טויזנט קונטרסים פון "קדושת עיניים" פאר אומאן, מוהרא"ש האט אים געזאגט אז דאס איז זיין זאך אין אומאן, נאר פארפלייצן קונטרסים פאר די אויגן; ער זאגט מיר נישטא מיט וועמען צו רעדן, יעדעס מאל מיט אנדערע תירוצים, דעריבער איז ער געגאנגען דרוקן ביי האברך ... נרו יאיר, ער זאגט מיר אז האברך ... נרו יאיר האט פארשאפט א פרינטער און זיי דרוקן אליינס.


א שאד אז מען לייגט אריין אזויפיל כוחות, הונדערטער טויזנטער דאלער אין די הדפסה און יעצט וועלן די מפיצים זיך אפטיילן; איך מוז דיר זאגן עס באדערט מיר זייער.


א כתיבה וחתימה טובה.

#230 - קיינער דארף נישט וויסן אז דו פארסט קיין אומאן
הפצה, הדפסה, שאלות, דרשות, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון, זיי מיר דן לכף זכות; איך קום נישט אן צו ענטפערן אלע בריוון, עס קומען אן צו מיר אזויפיל בריוו יעדן טאג, איך האב נישט די צייט צו קענען ענטפערן אלע בריוו.


אז דו וועסט צוהערן צו די שיעורים וועסטו על פי רוב באקומען תשובות; די שיעורים ענטהאלטן אין זיך תשובות אויף אלע סארט שאלות, אז מען הערט זיך צו צו דעם באקומט מען תשובות אויף א וואונדערליכן וועג.


בנוגע קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דו פרעגסט וואס צו טון ווען ביי ענק אין די חסידות איז מען זייער מקפיד מען זאל נישט אוועק פארן פון ענקער רבי; וואס זאל איך דיר זאגן, די בעסטע זאך איז אויב דו קענסט עס באהאלטן, קיינער זאל נישט וויסן וואו דו גייסט און וואו דו פארסט, דעמאלט וועסטו נישט האבן קיין התנגדות.


מאך זיך אליינס א חשבון, שטעל זיך פאר דו דארפסט אריבערגיין א פראצעס, עס ווארט אויף דיר א שווערע געריכט, מען גייט דיר דן זיין אויף תפיסה וכדומה, און דו ווייסט אז עס איז דא א לויער ערגעץ אין א ווייטע מדינה וואס ער זאגט אז ער קען דיר ראטעווען, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געפרעגט איינעם א דעה אויב יא פארן אדער נישט פארן? וואלסט בכלל געטראכט פון א צווייטן? דו וואלסט דאך נאר געטראכט פון דיר אליינס, דו וואלסט געכאפט הענט און פיס און געלאפן צום לויער; יעצט פרעג איך דיר, עס קומט ראש השנה, מען גייט אונז אלע משפט'ן, מען גייט אונז משפט'ן מִי יִחְיֶה, מִי יָמוּת, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה", דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו) "ווען דער חזן זאגט: 'מִי... וּמִי...' איז מרומז אינעם נוסח אלע צרות און יסורים וואס מען רעכנט נישט אויס אינעם פיוט"; פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, וועסטו קוקן אויף אנדערע וואס זיי זאגן?! דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תז): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן.


בנוגע העלפן מיט'ן איבערטייטשן די בריוו אויף לשון הקודש; פארבינד זיך מיט האברך ..., דער גבאי אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ער איז געשטעלט אויפ'ן איבערטייטשן די בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.