בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#13 - דאנקט דעם אייבערשטן אויף די פילע חסדים און נחת
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן וואס פאר א שיינע גארטן איר האט אויפגעשטעלט; וואס קען זיין א גרעסערע וואונטש פאר א אידישע מאמע ווי צו זען אלע קינדער יראים ושלמים און פירן זיך בדרך התורה.


געבט א קוק אויף אייערע קינדער; אנגעהויבן מיט ... נרו יאיר, א טייערער יונגערמאן א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, ער לערנט מיט זיי די הייליגע אותיות התורה. אויך האלט ער דרשות אויף 'קול ברסלב', ער לערנט פאר שאלות ותשובות - בריוון פון "עצתו אמונה", הונדערטער אידן הערן אים אויס טעגליך, אזוי אויך לערנט ער ביי אונז אין כולל יעדע פארנאכטס הלכה.


נאכדעם אייער צווייטע זון ... נרו יאיר, ער זיצט אין כולל אינדערפרי און פארנאכטס, אויך העלפט ער אין חדר; ער לייגט אריין אין די קינדער יראת שמים, בשעת זיי עסן דערציילט ער זיי שיינע מעשיות. אויך האלט ער דרשות פאר הונדערטער אידן אויף 'קול ברסלב', ער לערנט פאר בריוו פונעם ראש ישיבה פון ספר "איש אמונות"; אזויפיל אידישע קינדער זענען זיך מחי' מיט דעם, מענטשן וואס ארבעטן א גאנצן טאג רופן אריין דעם טעלעפאון ליין 'קול ברסלב' און הערן זיך צו צו די זיסע עצות פון הייליגן רבי'ן.


אויך אייער איידעם ... נרו יאיר לערנט אין כולל אינדערפרי און פארנאכטס מיט אזא התמדה און מיט אזא פלייסיגקייט. יעצט האט אייער טאכטער ... תחי' אנגעהויבן פארלערנען בריוו וואס איז געשריבן ספעציעל פאר פרויען און מיידלעך אויף די פרויען טעלעפאון ליין.


דארפט איר טאנצן פאר שמחה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די שיינע גארטן וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א מתנה.


יעצט גייען מיר פראווענען דעם 'ליל הסדר', זאלט איר זאגן נשמת מיט לויב און דאנק פאר אלע חסדים, וועט דער אייבערשטער טון מיט אייך נאך חסדים.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#12 - א שאד זיך צו זארגן אזויפיל
פחדים, קינדער, שידוכים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת טהרה, ד' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


א באזארגטע מאמע תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער ערשטע בריוו און אויך אייער צווייטע בריוו.


איך האב אויך געטראכט אז דאס איז סתם לחץ וכו'; איר שרייבט דאך אליינס אז וויפיל איר פרובירט צו נישטערן און זוכן זאגן אלע די זעלבע זאך, אז דער חתן איז א געשמאקער און א גוטער, און דאס וואס ער באווייזט זיך שעמעוודיג און צוריק געצויגן דאס איז ביי אסאך חתנים; איז דאך ממש א שאד פאר אייערע שלאפלאזע נעכט און פאר אייערע פחדים.


דאס איז אלעס מעשה שטן צו שטערן אייערע שענסטע צייט אין לעבן; איר האט געארבעט, געאקערט און געזייט אזויפיל יארן, יעצט ענדליך ווען איר שניידט שוין די פירות נאכדעם וואס אייער טאכטער איז א כלה געווארן בשעה טובה ומוצלחת דארפט איר יעצט נאר טאנצן, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אבער אנשטאט טאנצן פאר שמחה וויינט איר א גאנצן טאג.


איר פרעגט אין אייער צווייטע בריוו: "חוץ פון ווייטער דאווענען וואס איך פרוביר צו טון, ליגט אויף מיר א חוב עפעס צו טון? אדער זאל איך לאזן די זאך לויפן?" וויל אייך זאגן אז איר האט נאך איין זאך צו טון; חוץ פון דאווענען ליגט אויף אייך א פליכט צו טון נאך א זאך וואס דאס וועט אייך העלפן, איר דארפט אנהייבן צו דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע נס וואס ער האט געמאכט מיט אייך אז אייער טאכטער איז א כלה געווארן; אודאי זאלט איר ממשיך זיין צו בעטן פאר די כלה, אבער נישט מיט די וועג וואס איר בעט ביז יעצט - מיט עצבות, פחדים און דמיונות וכו' וכו' נאר מתוך שמחה.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעה): "עִקַּר מַעֲלַת הַבְּכִיָּה, שֶׁתִּהְיֶה מֵחֲמַת שִׂמְחָה", ווען מען וויינט צום אייבערשטן זאל מען וויינען מתוך שמחה, דערפאר זעט מען אז די ראשי תיבות פון דאס ווארט "בְּכִיָּ"ה" איז "בְּ'שִׁמְךָ יְ'גִילוּן כָּ'ל הַ'יּוֹם (תהלים פט, יז)", מען וויינט צום אייבערשטן ווייל מען ווייסט אז מיר זענען אין זיינע הענט און ער קען אונז העלפן, נישט חס ושלום וויינען פון פחד און שרעק וואס דאס איז נישט גוט.


איך שיק אייך א תפילה וואס איר זאלט יעדן טאג זאגן צום אייבערשטן ביז די חתונה פון אייער טאכטער און אויך נאך די חתונה:


"רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אִיךְ דַאנְק דִיר אוּן אִיךְ לוֹיבּ דִיר פַאר אַלֶע חֲסָדִים וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר; דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אַזַא שֵׁיינֶע לֶעבְּן, דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן אַ טַייעֶרֶע מַאן מִיט זִיסֶע אוּן לִיכְטִיגֶע קִינְדֶער, יְיַשֶׁר כֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער פַאר אַלֶעס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר. בַּאזוּנְדֶער דַאנְק אִיךְ דִיר טַאטֶע אוֹיף דִי גְרוֹיסֶע נֶס וָואס דוּ הָאסְט גֶעמַאכְט מִיט מִיר אַז מַיין טָאכְטֶער ... תִּחְיֶ' אִיז אַ כַּלָּה גֶעוָוארְן בְּשָׁעָה טוֹבָה וּמֻצְלַחַת; מָה אָשִׁיב לַה' - וָואס קֶען אִיךְ דִיר בַּאצָאלְן, כָּל תַּגְמוּלוֹהִי עָלָי - פַאר אַלֶעס גוּטְס וָואס דוּ גֶעבְּסְט מִיר, אֵיין זַאךְ קֶען אִיךְ טוּן: כּוֹס יְשׁוּעוֹת אֶשָּׂא וּבְשֵׁם ה' אֶקְרָא, אִיךְ וֶועל פוּן הַיינְט אוּן וַוייטֶער דִיר דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן; אִיךְ וֶועל אַלֶעמֶען דֶערְצֵיילְן דִי גְרוֹיסֶע נִסִּים אוּן חֲסָדִים וָואס דוּ טוּסְט מִיט מִיר כְּסֵדֶר.


הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין חֲתוּנָה צוּ מַאכְן אַלֶע מַיינֶע קִינְדֶער; זֵיי זָאלְן הָאבְּן אַ גוּט לֶעבְּן אוּן זֵיי זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן עֶרְלִיכֶע אִידִישֶׁע דּוֹרוֹת. הֶעלְף מַיין טָאכְטֶער ... דִי כַּלָּה, זִי זָאל גֵיין צוּ דִי חוּפָּה גְרִינְג אוּן פְרֵיילִיךְ; זִי זָאל אוֹיפְשְׁטֶעלְן צוּזַאמֶען מִיט אִיר מַאן עֶרְלִיכֶע אִידִישֶׁע דּוֹרוֹת בִּזְכוּת אַלֶע הֵיילִיגֶע צַדִּיקִים וָואס הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דִיר, בִּפְרַט דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי - רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגֶא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה בֶּן מַלְכָּה זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, אָמֵן".


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט זיך פרייען מיט די שמחה און מיט די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך.

#11 - הנהגות צו האבן געזונטע און ערליכע קינדער
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקרא, ג' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך פריי זיך זייער צו הערן די גוטע נייעס אז איר ווארט שוין וכו', וועל איך אייך שרייבן אפאר הנהגות ווי זיך צו פירן אין די חדשים.


די ערשטע זאך – איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים וואס ער טוט מיט אייך; געוויינט אייך צו צו זאגן יעדן טאג תהילים, אז איר קענט זאגן דעם גאנצן 'יום תהילים' איז זייער גוט און אז איר קענט נישט זאגן דעם גאנצן יום זאלט איר זאגן אין א רייע וויפיל איר קענט און ביי יעדע קאפיטל זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אידיש אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך. מען מעג אויסרעדן אינמיטן תהילים צום אייבערשטן, מען מעג און עס איז גוט אריין צו פלעכטן אידישע ווערטער צום אייבערשטן אינמיטן די פסוקים.


אויך זאלט איר דערמאנען נעמען פון הייליגע צדיקים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורך זאגן נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; איז גוט ווען איר בעט דעם אייבערשטן זאל איר ארויסזאגן די נעמען פון די צדיקים וואס איר געדענקט אויסנווייניג, צום ביישפיל: אברהם, יצחק, יעקב, משה, אהרן, יוסף, דוד און שלמה, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס איר געדענקט, און נאכדעם זאלט איר זאגן די תפילה:


"הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְג אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים אוּן אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט - גְרִינְגֶערְהֵייט. נֶעם אַוֶועק פוּן מִיר אַלֶע מִינֵי עַיִן הָרַע'ס אַז קֵיינֶער זָאל מִיר נִישְׁט קֶענֶען שֶׁעדִיגְן. הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין צוּ הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן טוּן דַיין וִוילְן זֵייעֶר גַאנְץ לֶעבְּן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיךְ זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, נֶעם אָן מַיין תְּפִלָה אוּן הֶעלְף מִיר שׁוֹין אִין זְכוּת פוּן אַלֶע צַדִיקִים, וּבִּפְרַט אִין דִי זְכוּת פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן רַבֵּינוּ נַחְמָן בֶּן פֵיגָא זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ אוּן אִין זְכוּת פוּן רַבֵּינוּ אֱלִיעֶזֶר שְׁלֹמֹה מִבְּרֶסְלֶב זְכוּתוֹ יָגֵן עָלֵינוּ, וָואס הָאט גֶעמַאכְט דִי תְּפִלָה, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ יְ"יָ צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


אין די טעג וואס מען ווארט עסט מען נישט קיין רויע קנאבל און צוויבל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - דער רבי האט אויך אנגעהויבן משניות אלס קינד
קינדער, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, פורים קטן, י"ד אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד הילד יניק וחכים כמר ... נרו יאיר.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיין טאטע אז דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ 'ששה סדרי משנה' אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד, רַק הָאֲמִירָה לְבַד; לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר, וּמִמֵּילָא יָבִין", מען דארף נישט פארשטיין ווען מען לערנט, מען דארף נאר זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה און צום סוף וועט מען פארשטיין.


יעצט זאלסטו אנהייבן נאכאמאל משניות; זאלסט לערנען יעדן טאג פרקים משניות און דו זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו פארשטיין וואס דו לערנסט, וועט דיר דער אייבערשטער העלפן אז דו וועסט פארשטיין וואס דו לערנסט.


אזוי ווי דער רבי האט דערציילט ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלֹא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, וואס האט ער געטון? "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", ער האט אסאך געוויינט צום ביז ער האט זוכה געווען צו פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאֹד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל דאס זוכה זיין צו פארשטיין ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויסוואקסן א גרויסער ערליכע איד און דיינע עלטערן זאלן זען פון דיר אידיש נחת.

#9 - בעט רחמנות ביים שופט
קינדער, געזעץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד The Honorable Judge,


איך שרייב צו אייך בנוגע מיין חשוב'ער תלמיד ... נרו יאיר.


ער האט געלערנט ביי מיר אין ישיבה 'תפארת התורה' במשך פינף יאר; ער איז געווען זייער א וואוילער תלמיד און ער איז אלץ געווען דער וואס האט געטון חסד מיט אלע תלמידים, ער האט א ווייכע הארץ פול מיט געפיל פאר א צווייטן.


אויך יעצט נאך זיין חתונה קען איך אים פאר א גוטער מענטש; איך האב שוין געהאט במשך די צען יאר פון ווען די ישיבה שטייט אסאך תלמידים, הונדערטער תלמידים האבן זיך דורכגעדרייט דא, מיט דעם אלעם איז ער פון די אויסגעצייכנסטע פון זיי אלע מיט זיינע מידות און גוט-הארציגקייט.


איך האב געזען זוממער אין קעמפ ווי שיין ער מיט זיין ווייב פירן זיך מיט זייערע קינדער; ער איז א געטרייער מענטש סיי צו זיין ווייב און אויך צו זיינע קינדער. אויך איז זיין ווייב א געטרייע מאמע פאר די קינדער און געטריי פאר אים, זיי לעבן זייער א שיינע איידעלע לעבן.


דערפאר בעט איך דעם שופט ער זאל רחמנות האבן אויף זיי און זיי צוריק געבן די רעכט צו מחנך זיין זייערע קינדער; זיי זאלן קענען האבן די קינדער ביי זיך אינדערהיים.


דער אייבערשטער זאל געבן פארן שופט הצלחה און ברכה אין אלע אייערע מעשים.

#8 - ס'איז זיכער געווען פאר אייער טובה
קינדער, צרות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איר דארפט זיך זייער שטארקן אז דער אייבערשטער האט אייך אפגעהיטן פון שלעכטס וכו'. דאס איז א סימן פון א נישט געזונט קינד לא עלינו; זאלט איר נישט זיין בעצבות נאר זיך פרייען אויף די גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך.


בדרך כלל נאך די חתונה האט מען מחשבות צי מען וועט האבן קינדער אדער נישט, דארף דאס ענק געבן חיזוק צו זען אז איר קענט האבן קינדער און איר וועט זוכה זיין מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו זרע ברך ה'.


שרייב מיר דיינע סיומים; מיין גאנצע חשק איז צו זען און הערן פון מיינע תלמידים אז זיי לערנען און דאווענען נאך די חתונה, און פירן זיך מיט די לימודים וואס איך האב מיט זיי געלערנט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.

#7 - די נחת פון די קינדער ווענדט זיך אין די עלטערנ'ס תפילות
קינדער, תפילה והתבודדות, שמחה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תרומה, ג' אדר א', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיין דעם שבת זייער פרייליך; איר האט אודאי געהערט וואס מיר האבן גערעדט מיטוואך נאכט ביים שיעור אז אלעס ווענדט זיך אין די פרוי, אז די ווייב איז פרייליך איז דער מאן פרייליך און אז די מאמע איז פרייליך זענען אלע קינדער פרייליך. דעריבער טראגט א אידישע מאמע א גרויסע אחריות צו זיין פרייליך ווייל אלע קוקן ארויס אויף די מאמע, בעט איך אייך איר זאלט זיך אנשטרענגען מיט אלע אייערע כוחות צו זיין פרייליך.


בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן פאר אלעס וואס איר דארפט; דער עיקר זאלט איר בעטן אויף קינדער און אייניקלעך צדיקים. ווי מער איר וועט בעטן דעם אייבערשטן אויף ערליכע קינדער - אלץ מער נחת וועט איר האבן, ווייל גוטע קינדער וואקסן נישט אויף א בוים, גוטע קינדער קומען פון תפילות פון די עלטערן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז איינמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און ארויסגענומען פון ספרים שאנק א אלטע תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "זעסט? דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


אז איר האט אביסל איבעריגע צייט זאלט איר זאגן דעם 'יום תהילים' ווייל אין תהילים ליגט אלע ישועות, אלע סגולות און אלע רפואות.


איר זאלט האבן א פרייליכן שבת.

#6 - מאכט חתונה אייער זון באצייטנס
קינדער, חינוך הילדים, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מו"ה ... הי"ו.


איך שרייב אייך דעם בריוו אויפן בקשה פון אייער זון, הבחור ... נרו יאיר.


ער וויינט צו מיר אז ער האלט עס מער נישט אויס און ער וויל חתונה האבן.


ער זאגט מיר אז זיין גאנצע אידישקייט הענגט אויף א האר וד"ל, און ער בעט מיר נאכאנאנד איך זאל רעדן מיט אייך, און אייך בעטן איר זאלט אים חתונה מאכן. ער זאגט אז מען טראגט אן שידוכים, גוטע שידוכים אבער מען וויל נישט אויסהערן, און ער שעמט זיך צו רעדן מיט אייך און מיט אייער ווייב.


ער איז פריער דא געווען און אזוי ביטערליך געוויינט אז די ווענט האבן מיט געוויינט; ער זאגט מיר: "מיין טאטע מאמע ווייסן נישט וואס פאר א ביטערע נסיונות איך מאך מיט, איך קען מער נישט!" – האט ער געכליפערט.


דעריבער בעט איך אייך: "האט'ס רחמנות אויף אייער בחור און לאזט אים חתונה האבן; זאגט'ס נישט אפ קיין שידוכים, ווייל אז איר וועט ווארטן וועט איר אלעס פארלירן".


קוקט'ס אייך אום וואס גייט היינט פאר, וויפיל בחורים און מיידלעך פאלן אוועק פון אידישקייט. מען האט נישט געוויסט פאר דעם אז זיי גייען אפלאזן אידישקייט און מען האט זיי נישט אויסגעהערט, מען האט זיי אויך געזאגט אז זיי מאכן זיך וכו'.


זייט'ס נישט ברוגז אויף מיר פארן שרייבן דעם בריוו, איך וויל נאר איר זאלט האבן נחת. איך האב נישט קיין שום נגיעה נאר צו ראטעווען אייער זון.

#5 - שטארק דיך אין הפצה
קינדער, הפצה, סגולות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו ... תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער און אלעס זאל אריבערגיין בנקל.


מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אינגעלייט וואס גייען האבן א קינד אז זיי זאלן מיטנעמען דעם ספר "ליקוטי מוהר"ן" און לערנען די תורה פון "ימי חנוכה" (חלק ב', סימן ב) דערנאך זאל מען זיך מתבודד זיין אויף די תורה און זאגן (תהלים, קאפיטל ק) "מזמור לתודה" אן א שיעור מאל, וואס דער קאפיטל איז מסוגל להולדה, און צוזאגן צו געבן צדקה (בלי נדר) אז אלעס זאל אריבערגיין בשלום.


דו טייערער ... נרו יאיר שטארק דיר ווייטער מיט דיין הפצה; עס ברענט א פייער, אידישע קינדער ווערן נעבעך פארברענט, יעדע רגע פאלן נאך קרבנות, מען קילט זיך אפ פון די אמונה און נאר די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש ברענגט זיי צוריק.


אין זכות וואס דו ביסט מפיץ די הייליגע ספרים פאר אידישע קינדער זאלסטו זוכה זיין צו בנים ובני בנים צדיקים.


א גרויסן יישר כח פארן ארויסהעלפן די ישיבה מיטן געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל העלפן אז אין דעם זכות זאלט איר האבן הצלחה אין אלע ענינים.


...

#4 - קוק אויף די גוטע זאכן, נישט אויף די שוועריקייטן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויגש, ב' דראש חודש טבת, נר ז' דחנוכה, שנת תשע"ט לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איך האב געליינט אייער בריוו און איך האב גרויס רחמנות אויף אייך אז איר דארפט דאס אלעס אריבער גיין; איך וויל נישט נעמען קיין צד אין די גאנצע זאך, איך וויל נאר אויסדרייען אייערע אויגן און מח איר זאלט אביסל קוקן אויף די אנדערע זייט פון אייער לעבן.


אמת טאקע איר גייט אריבער א שווער צייט יעצט וכו'; איך טראכט זייער אסאך פון אייך וואס איר דארפט אריבער גיין און איך זאג כסדר פאר אייער טייערער מאן נרו יאיר אז איך האב רחמנות אויף אייך וכו', אבער געבט א קוק די ניסים וואס דער אייבערשטער האט מיט אייך געטון, איר האט טייערע ליכטיגע קינדער: יִרְאֵי אֱלֹקִים, אַנְשֵׁי אֱמֶת, זֶרַע קוֹדֶשׁ – עס איז ממש מקיום געווארן ביי אייך די תפלה וואס אלע אידישע מאמעס בעטן בשעת'ן ליכט צינדן; דארפט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף דעם, איר דארפט זאגן יעדן טאג 'נשמת כל חי' - זינגען דעם לויב צום אייבערשטן אויף אזעלכע ליכטיגע קינדער.


איך בעט אייך זייער איר זאלט ליינען דעם בריוו יעדן טאג; איך האף אז ווען איר וועט ליינען די פאר ווערטער וועט דאס זיין גענוג פאר אייך איר זאלט אביסל קענען מסיח דעת זיין פון וואס איר גייט יעצט אריבער וכו', און עס וועט אייך געבן אביסל כח ווייטער צו פלאנצן און באארבעטן אייער גארטן מיט פרישע חיות.


א ליכטיגן חנוכה און א גוטן חודש.

#3 - א מאן און ווייב וואס פירן זיך ווי ס'דארף צו זיין, רועט דער אייבערשטער ביי זיי
קינדער, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב גערעדט מיט אייער מאן נרו יאיר; איך האב זייער הנאה געהאט צו הערן פון אים אז איר לעבט מיט ליבשאפט איינער צום צווייטן און אז איר לעבט מיטן אייבערשטן. עס איז ביי אייך ממש מקוים געווארן די ברכה וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה יז.) "אִישׁ וְאִשָּׁה זָכוּ - שְׁכִינָה בֵּינֵיהֶן", א מאן און ווייב וואס פירן זיך ווי עס דארף צו זיין זענען זוכה אז דער אייבערשטער רועט ביי זיי. דעם אייבערשטנס נאמען איז דאך שלום (שבת י.); אז מען איז בשלום איז דא השראת השכינה.


אייער מאן נרו יאיר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן וואס איז די ריכטיגע זאך פאר אייך צו טון וועגן האבן נאך קינדער; איר דארפט זיך זייער פרייען מיט די מתנות וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן - ליכטיגע געזונטע קינדער, איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים. און ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע חסדים אלץ מער מאכט מען כלים צו באקומען פרישע חסדים פונעם אייבערשטן.


ווארטס נאך א האלבע יאר וכו' נאכדעם וועלן מיר זען צי עס איז שוין די פאסיגע צייט צו האבן נאך קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אמונה היילט אויס אלע גייסטישע קרענק
קינדער, חינוך הילדים, אמונה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, מחרת יום הכיפורים, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן די שמחה וואס האט מיך באנומען נאכדעם וואס איך האב געליינט אייער בריוו וואו איר שרייבט אז איר זענט שוין היינט געזונט און שטארק; עס גייט נישט אריבער א טאג וואס מענטשן זאלן זיך נישט אויסרעדן זייער לעבן, מענער פרויען פארציילן זייערע צרות און יסורים אבער נישט אלע קומען צוריק דערציילן ווי אזוי דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. איר שרייבט מיר אז איר ווערט שוין נישט דערשראקן פון יעדע זאך, איר לעבט מיטן אייבערשטן און אלעס איז ביי אייך תפילה.


איר האט זיך אויסגעהיילט מיט אמונה פשוטו כמשמעו, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיך כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטער רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה; ער ווייסט אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער איז "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל", לעבט ער א רואיג לעבן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהייב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטער געזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹך כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַך כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


דערפאר אז איר שרייבט אז איר זענט ארויס געקראכן פון אייערע פחדים (ענקזייעטי און פאניק אטאקעס) נאר דורך פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, זאלט איר זיך ווייטער שטארקן מיט אמונה און תפילה וועט איר ארויס גיין פון אלע שלעכטע מחשבות.


דאס וואס איר פרעגט אויב איר דארפט נאך זאגן ווייטער די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן וכו'; דער עיקר צו וואס א מענטש דארף צוקומען איז צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי ער רעדט צו זיינס א חבר. אז איר קענט אליינס רעדן צום אייבערשטן איז דאס בעסער און שטערקער ווי צו זאגן די תפילה וואס איך האב אייך געשריבן; דאס האב איך נאר געשריבן אייך צו ווייזן ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, אבער אז איר שפירט שוין היינט אז איר קענט אליינס רעדן צום אייבערשטן זאלט איר זיך מאכן אייגענע תפילות און דאס בעטן.


אויף די צווייטע שאלה אז איר ווילט נאך קינדער וכו' און איר ווילט וויסן וואס איר דארפט טון פאר השתדלות; איר זאלט דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אייערע צוויי ליכטיגע קינדערלעך ... נרו יאיר און ... תחי'. א גאנצן טאג זאלן אייערע ליפן שעפשען א לויב צום אייבערשטן אויף די צוויי מתנות וואס דער אייבערשטער האט אייך געגעבן, דאס איז גענוג פאר השתדלות; אז איר וועט דאס טון וועט אייך דער אייבערשטער העלפן מיט (תהילים קכח, ג): "בָּנַיִךְ כִּשְׁתִלֵי זֵיתִים סָבִיב לְשֻׁלְחָנֵךְ".


דריטע שאלה, ווי אזוי קען מען אנהאלטן א לייכטע אטמאספער אין שטוב ווען עס קומט ערב שבת און ערב יום טוב; נעמט די עצה וואס דער רבי זאגט, וואס ער אליינס פלעגט דאס טון יעדע ערב שבת און ערב יום טוב. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי, וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי - עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן טאג געב איך איבער דעם גאנצן טאג פארן אייבערשטן, און אלעס וואס איך דארף ערלעדיגן -  סיי פון מיר און סיי פון מיינע קינדער, אז דער אייבערשטער זאל טון ווי אזוי ער פארשטייט.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך – זאגט דער רבי – ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד". אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבער טראכטן און איבער קלערן צי איך האב גוט געטון צי נישט.


דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר שבת און פאר עס קומט א יום טוב אז מען זאל זיין פרייליך, רואיג און צופרידן, און מען זאל נישט ווערן אנגעצויגן ווען זאכן גייען אנדערש ווי מען וויל.


פערטע שאלה, צי איר זאלט אנטון אייער מיידל מיט ווייסע שטרימפ לכבוד שבת ויום טוב, איר ווילט וויסן צי דאס איז א חיוב וכו'; עס איז נישט קיין חיוב אבער אז ביי אייך אין די משפחה און ביי אייך אין שטאט גייען אלע יונגע מיידלעך מיט ווייסע טייץ איז אודאי גוט איר זאלט אויך אנטון אייער מיידל אזוי; אויף דעם וואס איר שרייבט אז איר האט א שטארקע נסיון אויף דעם, וועט איר באקומען מער שכר, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא - אַגְרָא", לויט ווי שווער עס קומט אן א מצוה אלץ מער שכר באקומט מען דערויף. געדענקט וואס שלמה המלך זאגט (משלי לא, ל): "שֶׁקֶר הַחֵן וְהֶבֶל הַיֹּפִי", וואס איז אבער יא שיין? "אִשָּׁה יִרְאַת ה' הִיא תִתְהַלָּל", אז מען ציט אויף א חסידי'שע שטוב, מען איז מחנך די קינדער צו גיין אנגעטון לכבוד שבת מיט שבת'דיגע קליידער - דאס איז חשוב און שיין.


נאכאמאל, איר האט מיר ממש מחי' געווען מיט אייער בריוו; איך וועל דאווענען פאר אייך און פאר אייער מאן און קינדער.


א גוט יום טוב.

#1 - דורך צניעות איז מען זוכה צו גוטע קינדער
קינדער, צניעות, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע תלמיד ... וזוגתו ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט זוכה זיין צו זרע ברך השם, עס זאל מקוים ווערן אלע ברכות וואס צדיקים האבן מבטיח געווען פאר א פרוי וואס וועט גיין אנגעטון בצניעות, און אז מען איז זוכה צו ערליכע קינדער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דאס וואס מען האט מתיר געווען אז פרויען זאלן גיין מיט א שייטל דאס איז נאר כדי צו ראטעווען אידישע קינדער פון גיין מיט די אייגענע האר, דעריבער האבן צדיקים געזאגט מען זאל גיין מיט א שייטל אבי מען זאל נישט גיין מיט די אייגענע האר. אזוי ווי עס איז באוואוסט אז ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן רב אין שטאט סאטמאר האט ער געזען ווי זייער אסאך פרויען גייען מיט די אייגענע האר אויפגעדעקט, האט ער דעמאלט געזאגט אז "מען זאל ענדערש גיין מיט א שייטל ווי צו גיין אויפגעדעקט מיט די אייגענע האר", אפילו בעפאר דעם האט ער זייער מקפיד געווען מען זאל בכלל נישט טראגן א שייטל.


זייער גוט טוט דיין ווייב אז זי טוט זיך אן א טיכל; אין דעם זכות זאל דער אייבערשטער ענק בענטשן מיט קינדער און אייניקליך ערליכע אידן וואס זענען דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה.