בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#420 - סגולות פאר קינדער
קינדער, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, און שטארק זיך מיט תפילה. נעם די סגולה פון רבי'ן פאר קינדער, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב), אז מען מאכט פרייליך די ווייב, מען לעבט בשלום - איז מען זוכה צו קינדער; און פארקערט חס ושלום, אויב מען האט זיך פיינט - זאגט דער רבי - (שם, סימן נו), פארלירט מען לא עלינו די קינדער.


נאך א סגולה איז דא פון רבי'ן פאר קינדער, גיי שלאפן פרי און שטיי אויף פרי, זעץ זיך ארויס צווישן די ביימער הינטער דיין שטוב מיט א תהילים, זינג צום אייבערשטן אביסל תהילים, דאנק אים און לויב אים. שטיי אויף פארטאגס און זינג קאפיטלעך תהילים, וועסטו זוכה זיין צו שיינע דורות. דער רבי זאגט (שם, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים", דאס זינגען און לויבן דעם אייבערשטן פארטאגס, איז א סגולה פאר קינדער.


איך בעט דיר זייער, פאל נישט אריין אין קיין יאוש און עצבות, זיי פרייליך און מאך פרייליך דיין ווייב; וועסטו זוכה זיין צו קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#419 - די בעבי וויינט, און די מאמע וויינט מיט
קינדער, שמחה, חיזוק פאר פרויען

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר די שמחה, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן אסאך אידיש נחת פון דעם קינד און פון אלע קינדער.


דאס וואס איר וויינט אסאך, איר האט ווייניג כח; דאס איז זייער נארמאל, דאס מיינט נישט אז איר זענט נישט א גוטע מאמע, דאס מיינט נישט אז עפעס פעלט אייך, און אז איר האט נישט קיין כח צו זייגן, איר געבט מילך באטלעך - איז גארנישט שלעכט.


קלאפט זיך נישט, אזוי קומט עס, עס נעמט אפאר וואכן ביז מען קומט צוריק צו די כוחות, און אז די בעבי וויינט און איר וויינט מיט, איר האט נישט קיין כח - דאס איז זייער נארמאל, און אז אייערע חבר'טעס מאכן אייך שפירן ווי איר זענט נישט קיין געטרייע מאמע, זאלט איר זיך נישט נעמען צום הארצן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער געב מיר כח, און מאך מיך פרייליך"; מען דארף נישט כח צו בעטן דעם אייבערשטן, מען מאכט מיט די ליפן, מען זאגט: "באשעפער איך האב נישט כח, געב מיר כח, מאך מיר פרייליך"; דאס געבט אסאך אסאך כח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#418 - זיך נישט אראפקלאפן אז מ'איז מיד און נאכגעלאזט
קינדער, שלאפן, חיזוק פאר פרויען, אני מאמין

 


בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


יעצט אין די חדשים וכו' - איז ביי אלעמען אזוי, מען איז מיד, מען האט ווייניגער כח.


קלאפט זיך נישט אראפ מיט דעם וואס איר זענט מיד און איר האט ווייניג כח, און די שטוב ווערט נאכגעלאזט. מען מעג שלאפן, און אז מען איז מיד נאכן שלאפן - קען מען נאכאמאל שלאפן. קלאפט זיך נישט אראפ מיט דעם, טראכטס פון די מתנה וואס איר באקומט פונעם אייבערשטן, דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האלט שוין דא.


זאגט יעדן טאג די דרייצן אני מאמין.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#417 - ווען איך האב א בזיון, בין איך מזכיר ענקערע נעמען
קינדער, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


יעצט איז געווארן א יאר פון ענקער חתונה, איך וויל ענק וואונטשן ענק זאלן זוכה זיין צו זרע של קיימא, ליכטיגע ערליכע אידישע דורות.


איך בעט פאר ענק, און ווען איך האב א בזיון - בין איך מזכיר ענקערע נעמען פארן אייבערשטן ענק זאלן זוכה זיין צו זרע של קיימא. יעדן טאג גיי איך אריבער בזיונות, קיינער ווייסט נישט מיינע בזיונות, אמאל אמאל האלטן מענטשן מיט; איך בעט דעם אייבערשטן פאר ענק.


דו זיי שטארק מיט יראת שמים, זע דיינע כלים, דיין טעלעפאן און וואס נאך דו האסט פאר די פרנסה - אלעס זאלן זיין ריין און זויבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#416 - מען איז נישט קיין רחמנות, אויב מען האט נאכנישט קינדער
קינדער, אמונה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר זענט נישט קיין רחמנות, קיינער קוקט נישט אויף אייך ווי א רחמנות, ווייל אז מען האט נישט קינדער גלייך נאך די חתונה - איז מען נישט קיין רחמנות, א רחמנות איז מען - אז מען האט נישט קיין אמונה און נישט קיין אמונת חכמים; א מענטש אן אמונה און אן א צדיק - איז א גרויסער רחמנות, דער איז א פארלוירענער, ווייל ווען עס גייט אים איבער א צרה - ווייסט ער נישט וואס צו טון. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נג): "מִי שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה חַס וְשָׁלוֹם", ווער עס האט נישט קיין אמונה - "חַיָּיו אֵינָם חַיִּים כְּלָל", לעבט נישט, דאס לעבן איז אים נישט קיין לעבן. "כִּי תֵּכֶף כְּשֶׁעוֹבֵר עָלָיו אֵיזֶה רָעָה שׁוּב אֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת", ווייל ווי נאר עס גייט אויף אים אריבער עפעס שלעכטס - האט ער מער נישט קיין לעבן, "כִּי אֵין לוֹ בַּמֶּה לְנַחֵם עַצְמוֹ כְּלָל", ער האט זיך נישט מיט וואס צו טרייסטן, "מֵאַחַר שֶׁאֵין לוֹ אֱמוּנָה כְּלָל", ווייל ער האט נישט קיין אמונה - "וְאֵין לוֹ שׁוּם חִיּוּת וְשׁוּם טוֹב", האט ער גארנישט, גארנישט, "מֵאַחַר שֶׁהוֹלֵךְ בְּלִי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ וּבְלִי הַשְׁגָּחָה רַחֲמָנָא לִצְלָן", ווייל ער לעבט אנעם אייבערשטן.


שטארקט זיך און שטארקט אייער מאן נרו יאיר; ענק וועלן האבן קינדער, ענק וועלן האבן א שטוב מיט קינדער, זארגט נישט. אנטלויפט נישט פון מענטשן, און ווען ווייבלעך זיצן און שמועסן פון קינדער - זאלט איר מיט שמועסן, לויפט נישט ארויס, ווייל די צרה פון מרה שחורה איז אזוי שרעקליך, ערגער פון טויט. קיינמאל זאלט איר נישט ארויסגיין ווען מען רעדט פון קינדער, און אז איר שפירט ווי איר ווילט וויינען - זאלט איר דאס אראפשלינגען און ווייטער זיין צווישן די משפחה, און נאר שפעטער ווען איר זענט אליין אין שטוב - קענט איר זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן און אים בעטן אויף א שטארקע אמונה, און אויף שמחה, און אויך אויף קינדער.


שטארקט זיך מיט אמונה, דער צדיק געבט אונז אן עצה פון אמונה, 'עצתו אמונה', די עצה איז אמונה; ווער עס האט אמונה לעבט א זיס לעבן. דער רבי זאגט (שם): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אֱמוּנָה חַיָּיו חַיִּים", ווער עס האט אמונה - לעבט א גוט לעבן, "וְהוּא מְבַלֶּה יְמֵי חַיָּיו בְּטוֹב תָּמִיד", און ער פארברענגט זיינע טעג מיט גוטס. "כִּי כְּשֶׁהוֹלֵךְ לוֹ כָּרָאוּי וְיֵשׁ לוֹ טוֹב, בְּוַדַּאי טוֹב לוֹ", ווייל ווען עס גייט אים גוט, עס גייט אים אזוי ווי ער וויל - איז דאך גוט, "וַאֲפִילּוּ כְּשֶׁאֵינוֹ כָּךְ, דְּהַיְנוּ שֶׁאֵין מִתְנַהֵג לוֹ כְּסֵדֶר וְיֵשׁ לוֹ יִסּוּרִים חַס וְשָׁלוֹם, גַּם כֵּן טוֹב", און אפילו ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל, ער האט שווערע טעג, ער האט ווייטאג און יסורים - איז אים ווייטער גוט, "כִּי הוּא בָּטוּחַ שֶׁאַף עַל פִּי כֵן הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יְרַחֵם עָלָיו לְהַבָּא וְיֵיטִיב אַחֲרִיתוֹ", ווייל ער פארלאזט זיך אז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף אים און אים העלפן, "כִּי מֵאַחַר שֶׁהַכֹּל מֵאִתּוֹ יִתְבָּרַךְ, בְּוַדַּאי הַכֹּל לְטוֹבָה", ווייל אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, אלעס קומט פון אים - מוז זיין אז אלעס נאר לטובה, "אֲבָל עַל יְדֵי אֱמוּנָה, מַה טּוֹב וְיָפֶה הַחִיּוּת שֶׁלּוֹ", אבער מיט אמונה איז דער לעבן אזוי שיין און זיס.


נאכאמאל, אנטלויפט נישט פון מענטשן, האט נישט מורא פון מענטשן. אז מען פרעגט אייך וויפיל קינדער איר האט, זאלט איר זאגן: "איך גיי מיטן אייבערשטנ'ס הילף האבן א גרויסע געבענטשטע שטוב מיט קינדער", און אז איר זעט אז יענער ווערט דערשראקן פארן פרעגן די שאלה, זאלט איר יענעם זאגן מיט א שמייכל: "געבט מיר א ברכה" וכו', האט נישט מורא, אנטלויפט נישט.


גלייך ווען עס איז דא גוטע נייעס, זאלט איר דאס מעלדן אייערע עלטערן און אייער מאן'ס עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#415 - ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן, אלץ גרינגער ווערט
קינדער, תודה והודאה, אמונה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער נייע געבוירענע מיידל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך נחת.


יעצט דארפט איר האבן אסאך כח צו די קינדער און צו די ניי געבוירענע קינד, וויל איך אייך דערמאנען פון די עצה פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ גרינגער ווערט, מען באקומט אייזערנע כוחות פאר די קינדער, פארן מאן און פאר אלעס.


ווען מען דאנקט דעם אייבערשטן ווערט שטארק די אמונה, און אז מען האט אמונה - ווערט מען אויסגעהיילט פיזיש און גייסטיש. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס ליידן מחלות בלויז ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן נעבעך, זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דעמאלט העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות; דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש, עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#414 - זען נאר גוטס ביי די קינדער, אויך די חתונה געהאטע
קינדער, חתונה, הדרכות, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מקרב דיינע קינדער, און אויך דיינע חתונה געהאטע קינדער, און אז זיי פירן זיך אנדערש, און זיי מאכן אנדערש וכו' וכו' - זאלסטו חס ושלום זיי מרחק זיין, קינדער דארף מען זייער מקרב זיין, בפרט נאך די חתונה, דעמאלט מוז מען זיי זייער מקרב זיין.


דיין זון ... נרו יאיר איז אזוי טייער, און אויך זיין ווייב תחי', זאל דיך נישט באדערן זייער קטנות הדעת, זיין סוועדער מיט זיינע שמאלע הויזן וכו'; דאס איז קטנות הדעת, מען וואקסט דאס אויס. לויט ווי איך האב געהערט ביסטו אויך דאס אריבער אין די יונגע יארן, יעצט האלסטו ביי אנדערע מוחין וכו', און אז דו וועסט זיי מקרב זיין מיט ווארעמקייט און ליבשאפט, וועלן זיי דאס אויך אפלאזן.


אז דיין זון רופט דיך זאלסטו אויפהייבן די טעלעפאן, און אז ער רופט דיך נישט - זאלסטו אים רופן, געב אים די גוטע געפיל, אז ער האט א טאטע וואס ליבט אים, געב אים די גוטע געפיל אז זיין טאטע האלט פון אים; נאר אז מען האלט און ביז וויפיל מען האלט פון די קינדער - אזוי קענען זיי וואקסן און מצליח זיין.


ביי התבודדות זאלסטו דאס אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, און בעטן פאר דיר דו זאלסט האבן גוטע אויגן און א גוט הארץ, נאר זען גוטס ביי דיינע קינדער און ביי אלע אידן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#413 - א קינד מוז מען לאזן רעדן צו זיינע עלטערן
קינדער, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, ז' שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב גערעדט מיט אים, ער זאגט אז ער גייט קומען קיין וויליאמסבורג צו מיר אין שטוב, מיר וועלן רעדן און זיך אויסקומען ווי אזוי די זאך זאל צוגיין.


איך האף צום אייבערשטן עס וועט ארויסקומען נאר א טובה פון דעם, ווייל דאס איז ריכטיג און דאס איז פאר די געזונט פונעם קינד; א קינד מוז מען לאזן רעדן צו זיינע עלטערן, און אויב מען האלט צוריק א קינד פון רעדן מיט זיינע עלטערן - איז דאס נישט גערעכט, אויך שאדט עס פארן זעל פונעם קינד, און שפעטער ווען דאס קינד וואקסט אויף און ער זעט אז מען האט אים אוועק גענומען פון רעדן מיט זיין טאטע אדער מאמע - קענען זיי דאס נישט מוחל זיין.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#412 - קינדער איז די בעסטע זאך, קינדער איז א ברכה
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויחי, ז' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויינען דארפן די וואס האבן נישט קיין קינדער, נישט די וואס האבן נייעס אז מען ווארט שוין נאך א קינד וכו'; קינדער איז דאך די בעסטע זאך, קינדער איז א ברכה.


אז דער אייבערשטער נעמט אייך נאכאמאל אין א שותפות, ווי איז שייך צו זאגן 'איך וויל נישט גיין בשותפות מיטן אייבערשטן'? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה לא.): תָּנוּ רַבָּנָן, שְׁלׂשָׁה שׁוּתְּפִין יֵשׁ בָּאָדָם", דריי שותפים איז דא אינעם מענטש, "הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, וְאָבִיו, וְאִמוׂ", דער אייבערשטער, טאטע און מאמע וכו'; אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א מתנה א קינד, און שוין וויל ער אייך נעמען אין נאך א שותפות - אויף דעם וויינט מען נישט, אויף דעם שרייט מען נישט, און חס ושלום טראכטן פון טון פעולות פון זיך ארויסציען חס ושלום, ווייל דער זוהר זאגט אז דאס איז די ערגסטע עבירה אויף די וועלט, און צוליב די עבירה ליידט מען צרות, און אפילו מען דאווענט העלפט עס נישט (פרשת שמות, דף ג:).


די לינקע וועלט קומען מיט זייערע שיטות כאילו מען קען געבן מער ליבשאפט פאר איין קינד ווי פאר צוויי, מען דארף האבן צייט פארן קינד און צייט פאר זיך וכו' וכו'; ווי קלוג זיי זענען - קענען זיי נישט זיין קליגער פונעם גרויסן באשעפער; איר דארפט דאנקען דעם אייבערשטן, און חס ושלום וויינען אויף גוטס; וויינען איז שוין דא נעבעך אזויפיל פרויען וואס וויינען און ווארטן אויף קינדער.


אז איר ווילט כח זאלט איר נעמען די עצה פון רבי'ן, דאנקען דעם אייבערשטן און אים לויבן; דאס ברענגט כח און מח, "וְאַתָּה אָמַרְתָּ הֵיטֵב", אויב דו זאגסט 'עס איז מיר גוט' - "אֵיטִיב" ווערט נאך מער גוט (בראשית לב, יג).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#411 - הייליגער באשעפער געב אונז קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר


זונטאג, נאכדעם וואס דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב, ענק האבן געוויינט פאר קינדער, ענק ווילן געהאלפן ווערן מיט קינדער - בין איך געגאנגען צו א משפחה חתונה און איך האב געהאט בזיונות, קינדער און יונגע בחורים האבן גענומען קונטרסים עצתו אמונה (זעט אויס א מפיץ איז געווען דארט ביי די חתונה), זיי האבן דאס צעריסן און ארום געווארפן, איך האב געהאט שטילע בזיונות, ברוך השם עס איז געווען מיט רחמנות, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין ברחמים ובחסדים.


האב איך געבעטן דעם אייבערשטן ענק זאלן האבן קינדער; איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז ענק זענען געהאלפן געווארן.


שטארק דיין ווייב, און זי זאל דיך שטארקן. יעדן טאג זאלן ענק אינאיינעם דאנקען דעם אייבערשטן, און נאכדעם אינאיינעם בעטן: "הייליגער באשעפער געב אונז קינדער, הייליגע קינדער, קינדער תלמידי חכמים, קינדער וואס וועלן ליכטיג מאכן די וועלט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#410 - אוועקגעגעבן די בזיון פאר די וואס ווארטן אויף שידוכים און קינדער
קינדער, בזיונות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהאט די וואך א גוטע בזיון, איך בין געווען ביי א שמחה און אפאר בחורים האבן מיך אנגעגאסן מיט וויין, מיינע ווייסע זאקן זענען געווארן אינגאנצן רויט, איך האב געדארפט ארויסגיין פון זאל זוכן ווער עס קען מיר געבן פרישע זאקן, איך בין געווארן גוט פארשעמט; האב איך מתפלל געווען פאר דיר, דו זאלסט זוכה זיין צו זרע של קיימא, איך האב געזאגט פארן אייבערשטן אז די בזיון געב איך אוועק פאר די וואס ווארטן אויף שידוכים און קינדער.


איך האב זיך דערמאנט וואס רבי נתן איז אריבער ווען ער איז געפארן חתונה מאכן זיין זון הרב הצדיק נחמן, קיין ליפאוויץ, די כלה'ס היימשטאט. דער מנהג פלעגט זיין אז ווען דער חתן מיט זיין משפחה פלעגן אנקומען אין שטאט, פלעגט די כלה'ס משפחה ארויסגיין זיי מקבל פנים זיין מיט מוזיק און געזאנג און זיי אריינפירן אין שטאט. ווען די מתנגדים פון ליפאוויץ האבן געהערט אז רבי נתן קומט, זענען זיי ארויס אים מקבל פנים זיין מיט אן אנדערע סארט קבלת פנים, מיט שטעקענעס און שטיינער, און די כלה'ס משפחה האט גערופן די פאליציי וכו', און ביז דערווייל איז רבי נתן אנטלאפן אין וואלד. ווען די פאליציי האט געמאכט סדר איז מען געגאנגען זוכן רבי נתן, האט מען אים געטראפן אינמיטן זיך מתבודד זיין מיט די ווערטער: "הייליגער באשעפער, ווער אין דער וועלט באקומט אזא קבלת פנים ווי איך? אפילו ווען דער פשוט'ער וואסער טרעגער מאכט חתונה זיין זון באקומט ער נישט אזא קבלת פנים, רבונו של עולם וואס קומט מיר אזא קבלת פנים? איז דאס נאר ווייל איך אנטפלעק דעם הייליגן רבינ'ס גרויסקייט און זיינע עצות פאר די וועלט", נאכדעם האט רבי נתן זיך מחזק געווען מיטן רבינ'ס ווערטער: "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט, וועט מען זען ווען משיח וועט קומען", ער האט געזינגען צו זיך די ווערטער נאכאמאל און נאכאמאל, מיטן ניגון פון אשת חיל, נאכדעם האט ער באמערקט ווי זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער שטייט נעבן אים, איז ער מיט אים געגאנגען צו די חתונה און זיך זייער געפרייט; איך האב געטראכט צו מיר 'וואס קומט מיר אז איך זאל דארפן ארויסלויפן פון א משפחה שמחה, מען זאל מיך טשעפען? איז דאס אויך נאר פארן אנטפלעקן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט, דאס קאסט א טייערע פרייז'.


ווי זאגט רבי נתן אין די בריוו? "אשרינו אז מיר זענען נישט פון די מתנגדים אויפן הייליגן רבי'ן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#409 - א מאמע האט נישט קיין עין הרע
קינדער, כיבוד אב ואם, תודה והודאה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וישב, ט"ז כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן די גוטע נייעס, דער אייבערשטער זאל העלפן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת.


מען געבט זיך טאקע אכטונג פון דערציילן וכו', אין די ערשטע חדשים דערציילט מען נישט צוליב עין הרע, אבער פאר א מאמע - איז א מצוה צו דערציילן, און "שׁוֹמֵר מִצְוָה לֹא יֵדַע דָּבָר רָע" (קהלת ח, ה), מיט כיבוד אם דערלייגט מען נישט, א מאמע האט נישט קיין עין הרע, א מאמע וויל נאר דאס גוטס פון די טאכטער.


איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע חסדים; וואלטן מענטשן געוואוסט ווי שטארק תודה והודאה איז, ווי עס פארטרייבט אלע קליפות און אלע שלעכטס, ווי עס נעמט אוועק אלע עין הרע'ס - וואלטן מענטשן נישט אויפגעהערט זאגן: "שכוח אייבערשטער", מען וואלט טאג און נאכט געדאנקט דעם אייבערשטן, ווייל דאס דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן פארטרייבט אלע קליפות, אלע שדים און אלע עין הרע'ס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#408 - סגולות געהאלפן צו ווערן מיט קינדער
קינדער, שמחה, אמונה, סגולות, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט זיך, גלייבט אינעם אייבערשטן אז איר וועט זוכה זיין צו האבן קינדער; איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט, ווייל אט אט קומט אייער ישועה.


מאכט זיך א שיעור אין לערנען די מעשיות פון רבי'ן, סיפורי מעשיות, דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן כה) אז דאס איז מסוגל צו האבן קינדער. און אויך זאלט איר זיין פרייליך, ווייל אמאל קען די אנגעצויגנקייט און נערוועזקייט צוריק האלטן פון האבן קינדער, זייט פרייליך, טאנצט יעדן טאג מיט פרייליכע מוזיק, דאס וועט ברענגען די ישועה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#407 - א גוטע ווייטאמין וואס העלפט האבן קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארלירט זיך נישט, איר וועט האבן קינדער.


עס איז דא א גוטע ווייטאמין וואס העלפט האבן קינדער, די ווייטאמין נעמט מען דריי מאל א טאג; אינדערפרי, מיטאג און פארנאכטס; די ווייטאמין פון תודה והודאה, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


יעדן טאג אינדערפרי זאלט איר זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר, שכוח אייבערשטער פאר אלעס גוטס וואס דו מאכסט מיט מיר, שכוח אייבערשטער פאר דיינע חסדים, שכוח אייבערשטער אז דו גייסט מיר איין טאג געבן א זיסע צוקערדיגע בעבי".


דאנקען און לויבן עפנט אויף די הימל פאר ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#406 - ענדיגן א מקוה טהרה, א סגולה פאר קינדער
קינדער, מקוה, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט און וואס דו טוסט פאר די שטעטל, משמש זיין דעם רבי'ן איז א גרויסע זאך, מען איז זוכה צו פאררעכטן אלעס.


איך האב דיר שוין געבעטן זאלסט מיר העלפן מיטן ענדיגן די מקוה ביים בית המדרש אשר בנחל, דאס מאכן כשר פאר א מקוה טהרה. האסט מיר געזאגט דו וועסט מיר לאזן וויסן וויפיל געלט מען דארף; איך ווארט צו הערן פון דיר, איך וויל אזוי שטארק דאס ענדיגן. איך קען שאפן די געלט, עס איז דא אינגעלייט וואס ווארטן אויף קינדער און ווילן כאפן די זכות פון בויען א מקוה טהרה, מענטשן לאזן זיך צאלן הונדערטער טויזנטער דאלער צו בויען א מקוה טהרה, עס זאל זיין א זכות פאר זיי פאר קינדער, און דא קען מען עס האבן פאר אפאר טויזנט דאלער.


איך ווארט זאלסט מיר זאגן אויב דו ביסט גרייט דאס צו ענדיגן, און איך וועל דיר שיקן די געלט, אדער אויב דו ביסט פארנומען, וועל איך בעטן א צווייטן.


א שאד צו ווארטן, ווייל יעצט קען מען נאך אריינכאפן א גוטע רעגן זאל אנפילן די בורות, באלד ווערט אייז קאלט וועט נישט רעגענען, וועט מען דארפן ווארטן ביז נאך ווינטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#405 - אלע שיינע מנהגים זענען גוט, אבער אן קריגערייען
קינדער, שלום בית, מחלוקת, מנהגים, נאמען

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז א מנהג אז ווען א יולדת גייט ארויס, גייט זי די ערשטע זאך אין שול הערן ברכו, צו דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע ניסים פון געבוירן א קינד; עס איז דא וואס פירן זיך צו ברענגען א מנין אין שטוב, מען מאכט גרינגער פאר די יולדת צו הערן ברכו.


אז אייער מאן וויל נישט ברענגען קיין מנין אין שטוב, ער שעמט זיך אז זיינע חברים זאלן זען די דירה אזוי נאכגעלאזט וכו' - זאלט איר נישט מאכן קיין קריגעריי, איר קענט ווארטן ביז איר גייט ארויס פון שטוב און גיין שבת אין שול הערן ברכו.


מען דארף געדענקען נישט צו מאכן פון עיקר טפל און פון טפל עיקר, דער עיקר איז עס זאל זיין אהבה אחוה שלום ורעות, און אויך טוט מען אלע שיינע מנהגים, אבער דער ציל איז מען זאל געדענקען נישט צו מאכן קיין קריגעריי.

#404 - קינדער ברענגען נאר גוטס, נאר ברכות, פרנסה, און שלום בית
קינדער

 


בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ברענגען קינדער ברענגט נאר ברכות, קינדער ברענגט פרנסה, קינדער ברענגט שלום בית, קינדער ברענגט נאר גוטס; מען האט נישט מער כח מיט ווייניג קינדער און מען האט נישט א בעסערע שלום בית מיט ווייניגער קינדער, עס איז נישט אמת וואס מענטשן זאגן אז די קינדער שטערן פון זיך באקענען מאן און ווייב, דאס איז טשאדעלע באדעלע מעשיות, נאר בזכות די קינדער האט מען שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן ענק זאלן זיין פרייליך און זוכה זיין צו אמת'ע שלום בית; וועלן ענק האבן כח צו מגדל זיין די קינדער.


 

#403 - ווען דאס קינד ציינדלט און וויינט ביינאכט
קינדער, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער קינד, הערט נישט אויף זאגן "שכוח אייבערשטער", און אז אייער קינד וויינט ביינאכט, ער ציינדלט, זאלט איר זאגן "שכוח אייבערשטער פאר מיין קינד", און דאס וואס איר פרעגט וכו'; וואס מיינט איר, די וואס האבן נישט קיין קינדער שלאפן ביינאכט? זיי קענען נישט שלאפן ווייל זיי וועקן זיך אויף פון זייער אייגענע וויינען, איז אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן א געזונטע ליכטיגע קינד וואס וויינט ביינאכט, זיינע ציין קומען ארויס - זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר די מתנה, און חס ושלום טראכטן די שלעכטע מחשבות פון נישט וועלן ברענגען קינדער.


די גרעסטע מתנה איז קינדער, און נעבעך מענטשן מיינען אז מען וועט לעבן שענער און זיסער אן די מתנה פונעם אייבערשטן; דאס לעבן גייט אריבער, די פאר יאר גייט פארביי, און וואס בלייבט פונעם מענטש... נאר דער וואס האט זוכה געווען נישט צו צוריק האלטן די מתנות וואס דער אייבערשטער וויל געבן.


היינט איז געווארן א נייע וועלט, פרויען גייען ארבעטן און נאכדעם לויפט מען צום רב זוכן היתרים אז מען האט נישט קיין כח און קיין צייט; ווי איידער צו באקומען א היתר פון רב איז ענדערש צו בלייבן אין שטוב זיך אראפלייגן אינמיטן טאג, אזוי האט מען כח צו קענען טון רצון השם.


וואויל איז דעם מענטש וואס געבט זיך איבער צום אייבערשטן און נעמט אן די מתנות, די זיסע קינדער, און איז מחנך די קינדער מיט תורה און יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#402 - ווי אזוי איז מען זוכה צו ערליכע קינדער?
קינדער, תפילה והתבודדות, נחת

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט מיר געפרעגט ווי אזוי דו קענסט זוכה זיין צו ערליכע קינדער; דער ענטפער איז - זאלסט יעדן טאג אוועק געבן אפאר מינוט התבודדות אויף דעם.


מאך זיך א קביעות צו בעטן יעדן טאג פינף מינוט נאר אויף ערליכע דורות. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תנא דבי אליהו רבה, פרק יח): "מַעֲשֶׂה בְּכֹהֵן אֶחָד שֶׁהָיָה יְרֵא שָׁמַיִם בַּסֵּתֶר, וְהָיוּ לוֹ עֲשָׂרָה בָּנִים מֵאִשָּׁה אַחַת, שִׁשָּׁה זְכָרִים וְאַרְבַּע נְקֵבוֹת", עס איז געווען א כהן זייער אן ערליכער איד וואס האט געהאט צען קינדער - זעקס זין און פיר טעכטער, "וּבְכָל יוֹם וָיוֹם הָיָה מִתְפַּלֵּל וּמִשְׁתַּטֵּחַ וּמִתְחַנֵּן וּמְבַקֵּשׁ רַחֲמִים וּמְלַחֵךְ בִּלְשׁוֹנוֹ עָפָר, כְּדֵי שֶׁלֹא יֵצֵא אֶחָד מֵהֶן לִידֵי עֲבֵירָה וְלִידֵי דְּבַר מְכֹעָר", ער פלעגט זיך יעדן טאג אראפווארפן אויף דער ערד וויינען און בעטן דעם אייבערשטן, אז אלע זיינע קינדער זאלן זיין ערליכע אידן; "אָמְרוּ לֹא יָצְתָה אוֹתָהּ שָׁנָה וְלֹא שֵׁנִית וְלֹא שְׁלִישִׁית, עַד שֶׁבָּא עֶזְרָא וְהֶעֱלָה אֶת יִשְׂרָאֵל מִבָּבֶל, וְהֶעֱלָה אֹתוֹ כֹּהֵן עִמָּהֶם. לֹא נִכְנַס אֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ, עַד שֶׁרָאָה כֹּהֲנִים גְּדוֹלִים וּפִרְחֵי כְּהוּנָה מִבָּנָיו וּמִבְּנֵי בָּנָיו עַד חֲמִשִּׁים שָׁנָה, וְאַחַר כָּךְ נִכְנַס אוֹתוֹ כֹּהֵן לְבֵית עוֹלָמוֹ", ביז ער האט זוכה געווען ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל מיט אלע זיינע קינדער צוזאמען מיט עזרא הסופר, און אלע זיינע קינדער זענען געווארן כהנים גדולים אין בית המקדש, און דער כהן האט זוכה געווען צו קינדער און אייניקלעך וואס אלע פון זיי האבן געטון די עבודה אינעם בית המקדש; זעט מען פון דעם אז תפילה איז די עצה זוכה זיין צו ערליכע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#401 - סגולות פאר א פרוי, צו האלטן די קינדער
קינדער, אמונה, התחזקות, סגולות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', לעיקוואד


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן וואס ענק זענען יעצט אריבער, ענק האבן פארלוירן וכו', נאכן זיך אזוי מוטשען מיט טריטמענטס וכו'; עס איז ענק זייער שווער, ענק זענען זייער צעבראכן.


איך בעט דיר טייערער ..., שטארק זיך מיט אמונה, דער אייבערשטער מאכט נאר גוט, דער אייבערשטער מאכט נישט קיין שלעכטס, און אז עס זעט אויס שלעכט - איז דאס אויך גוט, דער אייבערשטער איז דער בעל הרחמים, ער מאכט נאר גוט.


שטארק זיך מיט אמונה, אזוי וועט אוועק גיין אלע פחדים, ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות אות מפלת, סימן א): "עַל יְדֵי פַּחַד הָאִשָּׁה מַפֶּלֶת" דורך שרעק קען א פרוי פארלירן וכו'. אויך זאלסטו קויפן א מאגנעט פאר דיין ווייב זי זאל עס טראגן מיט זיך, דער רבי זאגט (שם, סימן ב): "סְגֻלָּה לְמַפֶּלֶת נְפָלִים שֶׁתִּשָּׂא אֶצְלָהּ מַגְנֵט", און אויך איז דא א סגולה: "גַּם תִּשָּׂא אֶצְלָהּ חֲתִיכַת עֵץ מִקֶּבֶר הַצַּדִּיק" זי זאל טראגן מיט זיך א שטיקל האלץ פון א קבר פון א צדיק; אז מען זעט א בוים העכער א קבר פון א צדיק - זאלסטו נעמען א קליין שטיקל צווייג און דאס האלטן מיט זיך, "גַּם יִתֵּן צְדָקָה", אויך איז צדקה א סגולה נישט צו פארלירן וכו'.


אויך זאל זי נישט גיין מיט גאלדענע צירונג, ווייל דער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן א): "אִשָּׁה הַמַּפֶּלֶת נְפָלִים" א פרוי וואס פארלירט וכו' – "לֹא תֵּלֵךְ בְּקִשּׁוּטֵי זָהָב" זאל נישט גיין מיט קיין גאלדענע צירונג.


איך בין מתפלל פאר ענק און איך ווארט צו הערן בקרוב גוטע בשורות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#400 - קומען אין שול מיט הוט און רעקל, און נישט שמועסן אין שול
קינדער, סגולות, דרך ארץ, בית המדרש

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


קום אין שול אנגעטון מיט קליידער, מיט הוט און רעקל; זיי מכבד דעם אייבערשטן - וועט מען דיך מכבד זיין פון הימל, מען וועט דיר געבן כל משאלות לבך לטובה.


ביי אלע דריי תפילות, שחרית מנחה מעריב - זאלסטו קומען אין שול מיט הוט און רעקל, אויך זאלסטו נישט שמועסן אין שול - וועסטו זען אז דו וועסט נפקד ווערן בזרע של קיימא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#399 - קינדער איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך
פחדים, קינדער, תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


האט נישט מורא פון געבוירן קינדער, קינדער איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, קינדער איז א ברכה, קינדער ברענגט שלום בית, קינדער געבט לעבן, די הייליגע חכמים זאגן (נדרים סד:) "מי שאין לו בנים", אן קינדער איז מען אזוי ווי א טויטער מענטש.


דא האט איר א קליינע תפילה צו זאגן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, נעם אוועק פון מיר די עצבות ומרה שחורה, נעם אוועק פון מיר די אומזיסטע שרעק, איך זאל נישט האבן די נישט געזונטע מורא, איך זאל נאר מורא האבן פון דיר, ווייל איך האב אזוי מורא פון האבן קינדער און זיין א מאמע, איך האב אזא שרעק פון דעם, איך קען ממש נישט אנגיין, עס לאזט מיר נישט מנוחה.


אנא ה' רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר, געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל פון קיינעם נישט מורא האבן נאר פון דיר, איך זאל נישט זארגן טאג און נאכט, איך זאל זיך שפירן אזוי רואיג, אזוי ווי א קליין קינד אין די מאמעס שויס, איך זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש און א גוט געבענטשט יאר.

#398 - עס איז גוט צו נעמען די כיבוד פון 'קוואטער'
קינדער, סגולות, ברית

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, י' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אז מען איז ענק מכבד מיט די כיבוד 'קוואטער', ווילט איר וויסן אויב איז דאס כדאי אנצונעמען, ווייל ענק שעמען זיך אביסל.


עס איז גוט צו נעמען די כיבוד פון 'קוואטער' און זיך גוט אויסבעטן זוכה זיין צו האבן קינדער. אליהו הנביא קומט צו יעדע ברית און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, און אז מען איז מכבד מיט די כיבוד 'קוואטער' - זאלן ענק אננעמען די כיבוד בשמחה, ווייל דאס איז מסוגל לזרע של קיימא.


אויך איז דא א סגולה פון הייליגן רבי'ן צו קוקן אויף די מוהל מעסער ווען עס האט אויף זיך די בלוט פון די מילה, בעטס אייער מאן זאל בעטן דעם מוהל רשות אויב ער קען אייך ברענגען די מעסער איידער מען רייניגט עס אפ פון די בלוט, און איר זאלט קוקן אויף דעם. דער רבי זאגט (ספר המידות אות מוהל, סימן ב): "אִשָּׁה שֶׁאֵינָהּ יְכוֹלָה לְהִתְעַבֵּר" א פרוי וואס וויל זוכה זיין צו קינדער, "תַּבִּיט עַל הַסַּכִּין שֶׁל מִילָה אַחַר הַמִּילָה" זאל קוקן אויפן מוהל מעסער נאכן ברית.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#397 - אויפהערן וויי טון אייער מאן, וועט איר געהאלפן ווערן
קינדער, שלום בית, סגולות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואס ווילט איר פון אייער מאן? וואס עסט איר אים אויף זיינע קושקעס? איר זענט דאך א אידישע טאכטער, א אידיש קינד טאר זיך נישט אזוי אויפפירן, וואס איז ער שולדיג אז איר זענט איבערגעשטרענגט? וואס ווילט איר פון אים? ביי מיר איז קלאר אז דאס וואס איר ווארט אזוי לאנג אויף אייער ישועה וכו' - איז נאר צוליב די צער און ווייטאג וואס איר זענט מצער אייער מאן, און אלע סגולות און אלע זאכן וואס ענק טוען - האלט זיך אפ, ווייל איר פארטרייבט די שכינה הקדושה פון שטוב.


איך זאג אייך צו, אויב איר וועט אויפהערן וויי טון אייער מאן – וועט איר געהאלפן ווערן וכו', און די סגולות פון אזויפיל יארן וועלן אנהויבן ארבעטן, אייער מאן איז א טייער קינד, ער טוט אלעס פאר אייך.


איך ווארט צו הערן אז איר האט אנגענומען די ווערטער וואס איך שרייב מיט בלוט פון הארץ.

#396 - איך בין נישט קיין נעבעך, א נעבעך איז די וואס ווארטן אויף קינדער
קינדער, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווען א פרוי באנעבעכט אייך פארן האבן אזוי נאנט איין קינד צום צווייטן  - זאלט איר ענטפערן מיט א שמייכל: "איך בין נישט קיין נעבעך, א נעבעך איז די וואס ווארטן אויף קינדער"; לאזט נישט די ווערטער איבערנעמען אייער מח און צוליב דעם מאכן נישט גוטע החלטות אין לעבן וכו'.


נאך מער זאלט איר וויסן, דאס איז די מאדע ביי אסאך יונגע פרויען; מען טרעפט א צווייטע פרוי און מען וויל זיך באגריסן, מען פרעגט די נאמען און וויפיל קינדער מען האט, און אפילו באמת וויל מען יא קינדער און מען פרייט זיך מיט קינדער - שטעלט מען זיך אהער כאילו מען איז מעכטיג און מען זאגט: "נעבעך, האסט קינדער!" און אנשטאט מען זאל יענעם זאגן: "נעבעך קינדער? איך בין א נעבעך? נעבעך איז ווער עס האט נישט קיין צדיק און נעמט זיין וועג פון לעבן פון די גוי'אישע גאס".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.