בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#245 - א פראגראם פאר קינדער, דארף געטון ווערן ריכטיג
קינדער, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, לאנדאן


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר אז מען האט געטראפן א פלאץ פאר א שול.


בנוגע די פראגראם וואס דו ווילסט מאכן; געב אכטונג ווי אזוי דו מאכסט דאס, ווייל ווען מען מאכט א פראגראם מיט קינדער - דארף מען זייער אכטונג געבן עס זאל זיין ריכטיג, ווייל אויב איז דאס נישט ריכטיג - איז שוין ענדערש נישט צו מאכן דעם פראגראם.


געב די פראגעס פאר מלמדים, זיי זאלן דאס דורכקוקן איידער דו מאכסט אזא פראגראם; נאר אז דאס וועט זיין ריכטיג - וועל איך דאס לאזן ביי אונז אין תלמוד תורה.


אסאך שאלות זענען צו דער זאך און אפאר שאלות זענען נישט עפעס אזוי, צום ביישפיל, איינע פון די פראגעס פרעגסטו דעם קינד: "וויפיל שעה האסטו אויסגעהערט די האטליין?" און פאר יעדע האלבע שעה באקומט ער א פוינט; איך מיין אז די פראגע איז נישט ריכטיג, ווייל די ציל איז דאך נישט אז אונזערע קינדער זאלן זיצן מיט'ן טעלעפאן שעות. אזוי אויך די פראגע, אויב די קינדער האבן דורכגעלערנט די בלעטל בעיון רב - איז נישט ריכטיג, ענדערש פרעג די קינדער: "האסט געהיטן דיינע אויגן?" פרעג אים: "האסט זיך געפירט מיט דרך ארץ אין כתה?"


איך וויל דיר נישט מאכן חלישת הדעת, אבער ווען עס קומט צו מאכן א פראגראם פאר קינדער - וועל איך דאס נאר לאזן אויב דאס איז אויסגעהאלטן; עס דארף זיין מיט שכל מיט א 'ש', נישט סכל מיט א 'ס'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#244 - מיט וואוילע טאטע און מאמע, ווערן די קינדער נאר בעסער
קינדער, שידוכים, דירה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אז איר ווילט וויסן אינפארמעישן אויף האברך ... נרו יאיר; ער איז א גוטער מענטש, ממש כליל המעלות, איך בין זייער זייער איבערגענומען פון אים. יעדע מאל איך רעד מיט אים ווער איך פריש איבערגענומען פון אים, ער איז א שטיק איידלקייט, א שטיק ערליכקייט, א שטיק גוטע מידות; איך זאג אייך דעם אמת, עס איז נישטא צופיל מענטשן זיינ'ס גלייכן.


בנוגע אייער פראגע וואס וועט זיין מיט אייערע קינדער און זיינע קינדער? איר זארגט זיך פאר אייערע קינדער, אויב זיי וועלן האבן א ירידה דורך זיינע קינדער וכו' וכו'; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס נישט שאטן, אלע וועלן נאר שטייגן. א שטוב וואס איז דא דארט א וואוילער טאטע און א וואוילע מאמע - ווערן די קינדער נאר מערער און בעסער, ווידעראום א שטוב וואס איז ליידיג, עס איז נאר דא א טאטע אדער מאמע, ווי גוט די קינדער זענען - קענען זיי זיין נאך מער, און זיכער אין געזונט; אינו דומה קינדער וואס וואקסן אויף אין א געזונטע שטוב מיט א טאטע מאמע וואס לעבן מיט ליבשאפט - ווי קינדער וואס וואקסן אויף אליינס.


בנוגע זיך אריבערציען אין אן אנדערע שטאט וכו'; דאס ווייס איך נישט, איך קען אייך נישט ענטפערן; דאס דארפט איר פרעגן אייער רב.


כל טוב.

#243 - זאגן מיט סבלנות נאכאמאל און נאכאמאל פאר די קינדער
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, תהלים, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די איינציגסטע וועג מצליח צו זיין מיט קינדער - איז זאגן נאכאמאל און נאכאמאל, נישט מיד ווערן פון זאגן. קינדער זענען נישט שלעכט; קינדער זענען גוט און וואויל, מען דארף זיי לערנען ווי אזוי זיך צו פירן.


בנוגע וכו'; דאס קען מען אויך אויסלערנען, מיט סבלנות קען מען דאס אויך פועל'ן, נאר זיך נישט פארלירן; יעדעס מאל מען זעט די קינדער לייגן די הענט וכו', זאגט מען נאכאמאל רואיג זיי זאלן נישט לייגן דארט די הענט.


נאך א וויכטיגע זאך צו מצליח זיין מיט די קינדער: די עלטערן דארפן גלייבן אין זיך, זיי דארפן וויסן אז די אלע ווערטער וואס זיי לערנען די קינדער - גייט אריין אין זיי, אסאך מאל פריער און אסאך מאל שפעטער, און אפילו מען זעט נישט גלייך ווי זיי פאלגן - דארף מען זיך האלטן רואיג און זיך נישט פארלירן, נאר לערנען די קינדער נאכאמאל און נאכאמאל וואס איז ריכטיג און וואס איז גוט.


זאגט יעדן טאג אביסל תהילים, כאטשיג איין קאפיטל, און ביים זאגן תהילים בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, געב מיר ערליכע געזונטע קינדער".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#242 - דער רבי געבט גוטע עצות און סגולות פאר קינדער
קינדער, צניעות, שלום בית, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע גיין צום דאקטער וכו'; וואס זארגט איר? איר וועט האבן א שיינע שטוב מיט קינדער. זארגט נישט, איר האט נאך קוים חתונה געהאט, דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן.


גייט נישט צום דאקטער, מען דארף נישט גיין צום דאקטער פאר צוויי דריי יאר נאך די חתונה.


קוקט אריין אין ספר המדות. דער רבי געבט גוטע עצות, שיינע סגולות זוכה זיין צו קינדער, דער רבי זאגט (אות בנים, סימן יח): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם, וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים זְכָרִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער זכרים? "יִשָּׂא אִשָּׁה הַהוֹגֶנֶת לוֹ", ער זאל חתונה האבן מיט אן ערליכע פרוי, "וִיקַדֵּשׁ אֶת עַצְמוֹ בִּשְׁעַת תַּשְׁמִישׁ", און לעבן מיט איר בצניעות, "וִיבַקֵּשׁ מִמִּי שֶׁהַבָּנִים שֶׁלּוֹ", און מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן קינדער.


דער מקור פון דעם איז די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (מסכת נדה, עא.) די גמרא פרעגט: "מאי קא משמע לן" אויב קינדער האט מיט תפילה - וואס פעלט אויס חתונה צו האבן מיט אן אשה הוגנת און זיך פירן איידל? ענטפערט די גמרא "דהא בלא הא, לא סגי", מען דארף ביידע, סיי זיך פירן איידל, און סיי בעטן דעם אייבערשטן.


נאך זאגט דער רבי (סם, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ לִפְנֵי תַּשְׁמִישׁ", און פרייליך מאכן די ווייב בדבר מצוה; קוק די ווערטער פון דער הייליגער בן איש חי (בן יהוידע, מסכת בבא בתרא י) דאס גרויסקייט פון שמועסן מיט די ווייב און איר פרייליך מאכן לדבר מצוה; אפילו דער גרויסער צדיק רב, וואס שלא שח שיחת חולין, ער האט קיינמאל נישט געשמועסט סתם זאכן, אבער מיט זיין ווייב האט ער יא גערעדט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סב.) רב כהנה האט געהערט דשח ושחק, ווי רב שמועסט און איז פרייליך מיט זיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#241 - מען דארף זיך פירן איידל אין שטוב
קינדער, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע זייגן צווישן די קינדער; אודאי דארף דאס זיין איידל, צוגעדעקט וכו', אבער זיך גיין איינשפארן אין שטוב - איז איבעריג; עס איז נישט קיין פראבלעם אז קינדער זאלן זען ווי די מאמע געבט צו זייגן, עס איז נישטא קיין שום ענין זיך צו באהאלטן מיט דעם; פארקערט ענדערש זאלן קינדער אויפוואקסן מיט דעם, מכמה טעמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#240 - עס וואקסן אויף געזונטע קינדער, אן קיין מעדעצין
קינדער, חינוך הילדים, רפואה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, ט"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט שייך צו ענטפערן פונדערווייטנס און זאגן אויב מען דארף יא געבן ריטעלין פאר'ן קינד - אדער נישט, אבער דאס קען איך אייך יא זאגן, מיר האבן אין אמעריקע דריי תלמוד תורה'ס און דריי מיידל סקולס און קיין איין קינד באקומט נישט קיין ריטעלין וכדומה, קיין איין קינד איז נישט אויף קיין שום מעדעצין (על כל פנים מטעם המוסד; וואס עלטערן טוען שטילערהייט מיט די קינדער - ווייס איך נישט).


עס זענען דא ביי אונז קינדער וואס זענען נישט סתם ווילד און הייפעראקטיוו, זיי באקומען נישט קיין מעדעצין. מיר האבן מלמדים און טיטשערס וואס מיט שטארקע סבלנות און מיט געבן אסאך גוטע ווערטער, און פארשטייט זיך אויך מיט שטרענגקייט - וואקסן די קינדער אויף געזונט און שטארק, אזוי ווי אלע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#239 - הערליכע דורות, בזכות וואס איר העלפט אין בית פיגא סקול
קינדער, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער זאל אייך בענטשן מיט געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, הערליכע דורות - בזכות וואס איר העלפט אין בית פיגא סקול, איר האט א חלק אין אויפשטעלן אידישע דורות.

#238 - דוד המלך מיט'ן פראש
קינדער, תודה והודאה, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו פארברענגסט דיינע טעג און דיינע יארן מיט הפצה והדפסה. עס איז אריבער נאך א יאר און יעדע מינוט און יעדע סקונדע פון יאר האסטו אויסגענוצט פאר'ן אייבערשטן, להתודע ולהגלות כי הוא מלך, אריינשיינען אין אידישע קינדער אמונה, און א זיסקייט צו די תורה.


בנוגע זיך אנהויבן רוקן שנעלער מיט די ספרים; איך האף דו וועסט נעמען נאך אינגעלייט זאלן דיר העלפן מיט ארויסגעבן די ספרים. די ספרים זענען מחי' יעדן איינעם; דו ווייסט נישט וויפיל טויזנטער מענטשן זענען זיך מחי' וועכנטליך, סיי רבנים, דיינים, מגידי שיעורים, כולל אינגעלייט - אלע נעמען זייער חיות פון די ספרים, אלע לעבן אויפ'ן רבי'ן.


עס איז כדאי ארויסצושטעלן א בקשה צו אנשי שלומינו, ווער עס קען די מלאכה פון מגיה זיין אדער שרייבן, טייפן וכדומה. עס איז זיכער דא צווישן אנשי שלומינו באהאלטענע כוחות וואס פארשטייען צו די זאכן, זיי ווארטן מען זאל זיי בעטן.


געב איבער פאר האברך ... נרו יאיר אז ער האט געמאכט א הערליכע ארבעט מיט די דרשות פון כל נדרי און הושענא רבה, מענטשן האבן זיך זייער דערקוויקט מיט דעם. איך האף ער וועט אויך ארויסגעבן די שיינע דיבורים וואס מיר האבן גערעדט צווישן איין הקפה און צווייטן.


דא האסטו א מעשה פאר די עצתו אמונה פאר קינדער:


קִינְדֶער וֶוער וִויל הֶערְן אַ מַעֲשֶׂה מִיט אַ פְרָאשׁ?


אַלֶע קִינְדֶער קוּמֶען צוּ לוֹיפְן, וֶוער וִויל דֶען נִישְׁט הֶערְן אַ מַעֲשֶׂה מִיט אַ פְרָאשׁ...


הֶערְט אוֹיס טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, עֶס בְּלָאזְט אַ לַייכְטֶע וִוינְטְל, דִי הִימְל אִיז שְׁוַוארְץ, עֶס אִיז שְׁפֶּעט בַּיינַאכְט, אַלֶע שְׁלָאפְן, עֶס שַׁיינְט דִי לְבָנָה מִיט דִי פִּינְטְלֶעךְ שְׁטֶערְנְס, נָאר דִי צַדִיקִים זֶענֶען אוֹיף, זֵיי שְׁטֵייעֶן אוֹיף דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דִי שְׁטָאט טְבֶרְיָה, נִישְׁט וַוייט פוּן דִי בְּרֶסְלֶבְ'עֶ שְׁטֶעטְל יַבְנְאֵל, בַּיים יַם כִּנֶּרֶת - שְׁפַּאצִירְט זִיךְ דָוִד הַמֶּלֶךְ, עֶר זִינְגְט אוּן רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר דַאנְקְט אוּן לוֹיבְּט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן פַאר זַיין לֶעבְּן.


דָוִד הַמֶּלֶךְ הֵייבְּט אוֹיף זַיינֶע אוֹיגְן צוּם הִימְל אוּן זָאגְט: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, אִיז דֶען דָא אִין דִי וֶועלְט אֵיינֶער זָאל דִיךְ אַזוֹי דַאנְקֶען אַזוֹי וִוי אִיךְ דָוִד דַאנְקְט דִיךְ...?" דָוִד הַמֶּלֶךְ פְלֶעגְט אַלְץ רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר הָאט יֶעדֶע זַאךְ גֶעבֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן אוֹיף יֶעדֶע זַאךְ גֶעלוֹיבְּט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


פְּלוּצְלוּנְג שְׁפְּרִינְגְט אַרוֹיס אַ פְרָאשׁ פוּנֶעם יַם כִּנֶּרֶת, נִישְׁט אַ פִּיצִי פְרָאשׁ, אַ רִיזִיגֶע פְרָאשׁ! דִי פְרָאשׁ הוֹיבְּט אָן קְוִויטְשֶׁען. דָוִד הַמֶּלֶךְ דֶערְשְׁרֶעקְט זִיךְ נִישְׁט, דָוִד הַמֶּלֶךְ לֶעבְּט מִיט אַ שְׁטַארְקֶע אֱמוּנָה. אוֹיךְ קִינְדֶער וָואס וֵוייסְן אַז 'דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער אִיז דָא, קֵיינֶער קֶען מִיר גָארְנִישְׁט טוּן' - וֶוערְן אוֹיךְ נִישְׁט דֶערְשְׁרָאקְן פוּן גָארְנִישְׁט.


דִי פְרָאשׁ קוּמְט נֶענְטֶער אוּן נֶענְטֶער צוּ דָוִד הַמֶּלֶךְ אוּן הוֹיבְּט אָן רֶעדְן צוּ דָוִד... דִי פְרָאשׁ קְוִויטְשֶׁעט: "דָוִד, דוּ זָאגְסְט אַז אִין דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁטָא נָאךְ אֵיינֶער וָואס זָאל אַזוֹי דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַזוֹי וִוי דוּ, לִיגְנְט! אִיךְ מִיט אַלֶע פְרֶעשׁ דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַסַאךְ מֶער פוּן דִיר; מִיר שְׁלָאפְן נִישְׁט, מִיר דַאנְקֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַ גַאנְצְן טָאג אוּן אַ גַאנְצֶע נַאכְט, אוֹיךְ זֶענֶען מִיר מֶער גֶעטְרֵיי פַארְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, מִיר זֶענֶען אַרַיינְגֶעשְׁפְּרִינְגֶען אִין מִצְרַיִם אִין דִי בְּרֶענֶעדִיגֶע אוֹיוְון, צוּ טוּן דִי רָצוֹן פוּן אֵייבֶּערְשְׁטְן!"


דָוִד הַמֶּלֶךְ נֶעמְט אַרוֹיס זַיין פִידְל אוּן הוֹיבְּט אָן זִינְגֶען (תְּהִלִים, קַאפִּיטְל קלה): "ה'", אֵייבֶּערְשְׁטֶער, "לֹא גָּבַהּ לִבִּי", מַיין הַארְץ גְרוֹיסְט זִיךְ נִישְׁט, "וְלֹא רָמוּ עֵינַי", מַיינֶע אוֹיגְן דֶערְהֵייבְּן זִיךְ נִישְׁט מִיט גַּאֲוָה... דֶעמָאלְט הָאט דָוִד הַמֶּלֶךְ גֶעזִינְגֶען דֶעם קַאפִּיטְל.


קִינְדֶער, מִיר לֶערְנֶען זִיךְ פוּן דִי מַעֲשֶׂה צוּ דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אַזוֹי וִוי דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים טוּעֶן, אוּן אַזוֹי וִוי דִי גַאנְצֶע וֶועלְט, אַלֶע בַּאשֶׁעפֶענִישְׁן - טוּעֶן; וֶועלְן מִיר אוֹיךְ דַאנְקֶען אוּן לוֹיבְּן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אַלֶע קִינְדֶער הוֹיבְּן אָן זִינְגֶען: "שְׁכֹּחַ אֵייבֶּערְשְׁטֶער - פַאר מַיין שֵׁיינֶע לֶעבְּן, שְׁכֹּחַ בַּאשֶׁעפֶער - וָואס דוּ הָאסְט מִיר גֶעגֶעבְּן!"


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#237 - איך וויל זיין א איד
קינדער, תפילה והתבודדות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, [גאט'ס נאמען], שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך מוז דיר זאגן, עס איז אזוי שיין די מעשה'לעך פאר קינדערלעך; די מפיצים זאגן נישטא נאך א זאך וואס מענטשן זאלן אזוי כאפן! אפילו די וואס נעמען נישט די ספרים - אבער דאס נעמט יעדער איינער. איך קען שוין קוים ווארטן עס זאל ארויסקומען נאך חלקים.


דא האסטו א מעשה פאר קינדער. בעט דעם מעלער ער זאל מאלן ווי א איד ליגט מיט'ן פנים צו דער ערד און וויינט, און פון די זייט עפנט זיך די טיר און איינער קוקט אריין מיט א שרעק.


דא האסטו די מעשה:


דֶער רֶבִּי לִיגְט אוֹיף דֶער עֶרְד אוּן וֵויינְט... "אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד, אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד!"


דֶער גֶעטְרֵייעֶר תַּלְמִיד רֶבִּי נָתָן עֶפְנְט דִי טִיר פוּנֶעם צִימֶער, עֶר וִויל זֶען דֶעם רֶבִּי'ן, עֶר וִויל שְׁמוּעֶסְן מִיט'ן רֶבִּי'ן, אוּן עֶר בְּלַייבְּט שְׁטֵיין! עֶר זֶעט עֶפֶּעס שְׁרֶעקְלִיךְ; דֶער רֶבִּי לִיגְט אוֹיף דֶער עֶרְד אוּן וֵויינְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


רֶבִּי נָתָן הֶערְט זִיךְ צוּ, עֶר וִויל הֶערְן, וָואס וֵויינְט דֶער רֶבִּי? וָואס גֵייט פָאר? "אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד", "אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד!" רֶבִּי נָתָן פַארְשְׁטֵייט נִישְׁט וָואס גֵייט פָאר, וָואס וֵויינְט דֶער רֶבִּי...? רֶבִּי נָתָן וַוארְט.


דֶער רֶבִּי הוֹיבְּט זִיךְ אוֹיף אוּן זֶעט רֶבִּי נָתָן שְׁטֵיין דָארְט. רֶבִּי נָתָן פְרֶעגְט דֶעם רֶבִּי'ן: "רֶבִּי, וָואס וֵויינְט דֶער רֶבִּי 'אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד'? דֶער רֶבִּי אִיז דָאךְ אַזוֹי גְרוֹיס, אַזוֹי הֵיילִיג! אָט נִישְׁט לַאנְג צוּרִיק הָאט דֶער רֶבִּי אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַזֶעלְכֶע הֵיילִיגֶע תּוֹרוֹת, וָואס וֵויינְט יֶעצְט דֶער רֶבִּי 'אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד'"?!


עֶנְטְפֶערְט אִים דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי: "מֶען דַארְף אַלְץ בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז מֶען זָאל זַיין אַ אִיד, וַוייל וִויפִיל מֶען אִיז זוֹכֶה צוּ וִויסְן אוּן צוּ פַארְשְׁטֵיין - אִיז דָאס נָאךְ גָארְנִישְׁט פוּנֶעם גְרוֹיסְקֵייט פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן".


אַלֶע קִינְדֶער, לָאמִיר אִינְאֵיינֶעם זִינְגֶען: "הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד, הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער אִיךְ וִויל זַיין אַ אִיד!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#236 - זען נאר דאס גוטס אין די קינדער, איידעמער און שנירן
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, דאקטורים, אידיש, א גוט אויג

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארמאכט אייך אייערע אויגן, נישט אלעס דארף מען זען; עס איז נישט אייערע געשעפטן ווען אייער איידעם שטייט אויף שבת אינדערפרי.


אייער טאכטער און איידעם זענען אזוי וואויל און אזוי ערליך, וואס פעלט אויס צו זוכן פון אונטער דער ערד אויף וואס זיך אויפצועסן? א שאד אויפעסן די קישקעס; הלואי פאר אנדערע אזעלכע ערליכע קינדער וואס איר האט.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל זען נאר גוטס אין מיינע קינדער, איידעמער און שנירן".


בנוגע וכו'; ענדערש נעמען א פרויען דאקטער, און אז מען האט נישט קיין פרויען דאקטער קען מען נעמען א מאן דאקטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#235 - אז מען שערט די האר, וועלן די קינדער זיין צדיקים
קינדער, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן נרו יאיר דארף נישט אייער האר, ער דארף אייך; ער איז פול מיט פרייד אז ער האט אייך געטראפן, ער דארף בכלל נישט קיין ווייב מיט האר.


די מחשבות וואס קומען אייך אריין 'אפשר זאל איך לאזן צוריקוואקסן מיינע האר פאר מיין מאן?' די מחשבות זענען נישט פון קדושה, אייער מאן דארף נישט האר, און נישט קיין לייז; בלייבט אזוי, בלייבט הייליג.


וואויל איז אייך אז איר טוט רצון השם, איר גייט אין די פיס טריט פון צדיקים; וועלן אייערע קינדער אויך זיין צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#234 - קינדער איז א ברכה, קינדער געבט לעבן
קינדער, תודה והודאה, רפואה, מדות טובות, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קינדער איז א ברכה, קינדער געבט לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדרים סד:): "כל אדם שאין לו בנים חשוב כמת", ווער עס האט נישט קיין קינדער - איז די לעבן קיין לעבן.


ווען א פרוי איז שוואך; שוואך פיזיש אדער שוואך גייסטיש, דעמאלט דארף מען זיך באראטן מיט א גרויסער ערליכער רב, ער זאל מדריך זיין ווי אזוי אויסצושטעלן די שטוב.


אז דער אייבערשטער האט אייך געבענטשט מיט כח - זאלט איר אים דאנקען און לויבן אויף די שיינע מתנות וואס ער האט אייך געשאנקען, און זיך איבערגעבן אין זיינע הענט.


טרייבט ארויס די שולד געפיל וכו'; און ווען איר באקומט נעגעטיווע קאמענטס פון אנדערע וכו', מען מאכט אייך שפירן כאילו איר זענט א פארברעכער פאר'ן האבן כך וכך קינדער אין כך וכך יאר - זאלט איר דאס נישט נעמען פערזענליך, איר זאלט ווייטער טון רצון ה', און נישט אויפהערן דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף יעדע פרט פון לעבן.


אגב, דאנקען דעם אייבערשטן ארבעט בעסער פון אלע ווייטאמינען און פון אלע סגולות; דאנקען דעם אייבערשטן מאכט שטארקע נערווען.


א כתיבה וחתימה טובה.

#233 - נאכ'ן ערשטן קינד הויבט זיך אן א נייע לעבנ'ס שטייגער
קינדער, תודה והודאה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אזוי איז ביי אלעמען, נאכן ערשטן קינד דארף מען זיך צוגעוואוינען צום נייעם לעבנ'ס שטייגער. ביז יעצט איז מען נישט געווען צוגעבינדן צו גארנישט, מען איז געקומען און געגאנגען ווען מען האט געוואלט און וואס מען האט געוואלט, יעצט, מיט א קינד - גייט זיך נישט און עס קומט זיך נישט, עס איז דא א נייע סדר; דער קינד מאכט סדר, ווען ער וויל נישט שלאפן וועקן זיך אויף די עלטערן, און ווען דאס קינד איז נישט רואיג ווערן אלע אומרואיג, דאס איז א נייע זאך פאר א יונגע מאמע'לע.


אבער דאס איז נישט שלעכט אדער שווער, עס איז פשוט אנדערש פונעם לעבן ביז אהער, און ווען עס וועט אריבערגיין אביסל צייט און איר וועט שוין זיין צוגעוואוינט צום נייעם לעבן - וועט איר נאר וועלן נאך קינדער.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האלט אין די האנט א געזונט קינד; אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן זאגן: "שכוח אייבערשטער!"


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#232 - אפילו מען האט געכאפט א קלאפ, דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך
קינדער, התחזקות, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, די גאנצע וועלט ווארט אויף דיר; מען ווארט אויף די נייע ספרים עצתו אמונה, איש אמונות. מענטשן זענען היינטיגע טעג אזוי צעבראכן, עס גייט אריבער אויף זיי אזויפיל צרות ויסורים און נאר די חיזוק פון הייליגן רבי'ן - דאס איז זיי מחזק; עס געבט זיי כח צו בלייבן שטארק מיט די הייליגע אמונה.


דא האסטו א מעשה פאר די קינדער עצתו אמונה:


א שיינע חתונה, לעבעדיגע מוזיק, דער גאנצער עולם טאנצט אזוי לעבעדיג; אויך דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו איז דארט, די מוזיק שפילט שיין, איינער פייפט מיט א פייפער, איינער שפילט אויפ'ן פידל אויך איז דא א טראמפייטער מיט א פויקער. דער קאנדאקטער מאכט מיט די הענט ארויף און אראפ אלע זאלן שפילן אינאיינעם, דער עולם איז זייער פרייליך, עס איז גאר א לעבעדיגע חתונה.


עפעס אינטערעסאנט האט פאסירט, דער פויקער איז געווען זייער מיד און אינמיטן פויקן איז ער איינגעשלאפן; אלע קוקן ווי די מוזיק שפילט און ווי דער פויקער שלאפט, דער קאנדאקטער באמערקט ווי דער פויקער שלאפט.


פלוצלונג: "פאטש!!!" "פאטש!!!" דער קאנדאקטער האט געגעבן א פאטש פאר'ן פויקער, דער פויקער האט זיך געגעבן א כאפ אויף און גלייך אנגעהויבן צוריק צו פויקן, ער קלאפט און פויקט כאילו לא היה.


דער הייליגער רבי זעט די מעשה און רופט זיך אן: "א פאטש געכאפט און פרייליך געקלאפט", דער רבי זאגט פאר די תלמידים: "פון יעדע זאך וואס מען זעט דארף מען ארויסנעמען חיזוק פאר עבודת השם, מיר לערנען זיך פונעם פויקער אז אפילו מען האט געכאפט א קלאפ - דארף מען נאכאלץ זיין פרייליך; אפילו עס גייען אריבער שווערע טעג דארף מען ווייטער פאטשן און קלאפן, טאנצן און שפרינגען".


קינדער לאמיר זינגען: "אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז זיכער גוט, אפילו ווען עס זעט אויס שלעכט - ווייס איך אז ער איז גערעכט".


מאך א בילד ווי אזוי מען שפילט מוזיק; א פייפער מיט א פידל, א טרומפייטער מיט א פויקער, דער קאנדאקטער געבט א פאטש און מען טאנצט אין דער זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#231 - ווער נישט דערשראקן פון דאקטורים, דאנק און בעט וועט אלעס זיין גוט
קינדער, תפילה והתבודדות, שמחה, תודה והודאה, סגולות, רפואה, שמות הצדיקים, וויינען, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי נישט דערשראקן פון וואס די דאקטורים זאגן פאראויס, אז עס פעלט א שטיק מח פונעם קינד, זיי דערשרעקן דיר אז דאס קינד וועט זיין געלעמט חס ושלום; זיי מחזק דיין ווייב און זי זאל דיך צוריק מחזק זיין, נעם די סגולה פון בעטן דעם אייבערשטן און אים דאנקען פאר אלע חסדים.


ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - עפענען זיך אויף ריזיגע טויערן אין הימל און עס גיסט אראפ ניסים ונפלאות; בדוק ומנוסה, מענטשן דערציילן אותות ומופתים, זאכן שלא כדרך הטבע פון די סגולה פון תודה והודאה.


דאס וואס דו זאגסט אז דיין ווייב וויינט וכו'; מען מעג וויינען, מען דארף וויינען; עס איז נישט נישט קיין חסרון אין אמונה ובטחון אז מען וויינט, מען דארף אבער אין די זעלבע צייט זיין פרייליך, מען דארף וויינען מיט שמחה און תקוה, נאר נישט זיין בעצבות ובמרה שחורה. דער הייליגער רבי האט זייער אסאך געוויינט, אבער עס איז געווען מיט שמחה, מיט האפענונג. אז מען פריידט זיך מיט אמונה, מען פריידט זיך מיט'ן אייבערשטן - זענען די טרערן זיסע טרערן, נישט זאלציג און ביטער.


ווער נישט דערשראקן פון דאקטורים, דער רבי זאגט שוין מיט איבער צוויי הונדערט יאר צוריק ווער און וואס דאקטורים זענען, זיי ארבעטן האנט ביי האנט מיט'ן מלאך המות.


מוהרא"ש זאגט בשם צדיקים, די תורה זאגט (שמות כא, יט): "וְרַפֹּא יְרַפֵּא", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות ס.): "מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות", אז מען האט געגעבן רשות פאר דאקטורים נאר צו היילן, נישט צו דערשרעקן.


אז דו און דיין ווייב וועלן יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן פאר אלעס גוטס, און אויך בעטן פאר'ן קינד זאל געבוירן ווערן געזונט ברמ"ח איברים ושס"ה גידים, און זאגן שמות הצדיקים - וועט דער אייבערשטער מאכן גרויסע ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#230 - בעיקר דארף מען בעטן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת געזונטערהייט
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און בעטס יעדן טאג אז איר זאלט אריבערגיין אלעס בנקל ובנחת.


אויף אייער פראגע אויב איר מעגט בעטן עס זאל זיין א אינגל; מען קען אלעס בעטן, מען דארף אבער בעיקר בעטן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת, איר זאלט זיין געזונט, דאס קינד זאל זיין געזונט, מען דארף בעטן אויף ליכטיגע דורות - דאס איז דער עיקר, און וואס דער אייבערשטער געבט - איז דאס בעסטע און עס קען נישט זיין בעסער.


בנוגע אז אייער מאן ווערט אנגעצויגן ווען ער קומט אהיים און די שטוב איז נישט מסודר, ער קען ווערן אין א נישט גוטע גוסטע; איך וועל אים שרייבן ער זאל מער זיין אין שטוב אין די טעג און מער העלפן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#229 - מיר נעמען אלע מיט די קינדער קיין אומאן
קינדער, אומאן, ראש השנה, סכנה, קיבוץ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אויף אייער פראגע אויב מען זאל מיט שיקן היי יאר די קינדער קיין אומאן; איך קען אייך זאגן וואס מיר טוען, מיר נעמען אלע מיט די קינדער. ווייל ממה נפשך, אויב איז די נסיעה א סכנה - קענען מיר אויך נישט פארן, און אז עס איז נישט קיין סכנה, נאר עס איז א שווערע נסיעה, א שווערע טלטול הדרך - דארפן דאך די קינדער באקומען א חינוך ווי אזוי מען פארט צו א רבי, ווי אזוי מען שלעפט זיך צו א צדיק אויף ראש השנה.


עס איז נישט שייך צו זאגן פאר יענעם וואס צו טון; מאכט התבודדות, בעטס דעם אייבערשטן צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן. איך שרייב אייך וואס מיר טוען, מיר נעמען די קינדער היי יאר אויך - מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


בנוגע וואס איז ענדערש די יאר, פארן מיט א חבורה וואס מען דארף ארויספארן א טאג פריער, אדער ענדערש פארן אליינס שפעטער; די יאר ווען די נסיעה איז נישט קיין גרינגע - איז ענדערש פארן א טאג פריער מיט א חבורה; מיר טוען אויך אזוי, מיר פארן ארויס א טאג פריער פון אלע יארן מיט א חבורה אינאיינעם.


בנוגע אויב מען וועט פארמאכן די גרעניץ, אויב אייער מאן זאל קומען קיין אמעריקע מיטהאלטן אונזער קיבוץ; עס פעלט נישט אויס, ענדערש זאל ער בלייבן אין ארץ ישראל און דאווענען מיט א מנין אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש וואס זענען מקושר צום רבי'ן דורך פאלגן די עצות, וואס לערנען סדר דרך הלימוד, זענען עוסק אין הפצה און זענען זיך מתבודד, עס פעלט נישט אויס קומען קיין אמעריקע. מוהרא"ש פלעגט אלע יארן זאגן: "דער קיבוץ איז אין אומאן, און אז מען קען נישט פארן קיין אומאן - איז דאס נישט מצומצם אין קיין שום מקום, נאר איבעראל וואו עס איז דא א מנין אנשי שלומינו - דארט איז דער רבי".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#228 - גם זה יעבור, אויך דאס וועט אריבערגיין
קינדער, הפצה, הדפסה, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


וויפיל בריוו איך זאל דיר שרייבן - דארף איך דיר נאך מער שרייבן, דו ווייסט גארנישט דיין זכות ווי גרויס דאס איז מיט דעם וואס דו דרוקסט די נייע ספרים איש אמונות, וויפיל טויזנטער אידן זענען זיך אזוי מחי' מיט דעם.


די מפיצים זאגן מיר עס איז טאקע דא מענטשן וואס שרייען און צערייסן די ספרים, אבער פון די אנדערע זייט זענען דא מענטשן וואס זענען אזוי אויסגעהונגערט פאר די ספרים, זיי כאפן די ספרים אזוי ווי אן אויסגעהונגערטער און דורשטעריגער מענטש, און אפילו ביי אנשי שלומינו וואס האבן שוין אזויפול חיזוק און ווייסן שוין אלעס - ווארט מען אויך יעדע וואך בכליון עיניים אויף נאך בריוו, אויף פרישע חיזוק.


דעריבער בעט איך דיר זייער, שטארק זיך און זיי ממשיך מיט פרישע כוחות; דאס וועסטו מיט נעמען אויף יענע וועלט, דאס וועט דיר באשיצן פון אלעם שלעכטס.


איך שיק דיר א מעשה פאר די 'קינדער עצתו אמונה', די מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט דערציילן פון שלמה המלך מיט זיין רינגל, איך שרייב עס אז די קינדער זאלן דאס ליינען אינטערעסאנט:


קוּקְט אַלֶע, דֶער קֶענִיג לַאכְט שׁוֹין וַוייטֶער אוּן עֶר קוּקְט אוֹיף זַיין פִינְגֶער; וָואס מֵיינְט דָאס? וִוי אַזוֹי קֶען מֶען לַאכְן וֶוען מֶען הָאט אַ צָרָה? אַלֶע מֶענְטְשְׁן וֶוען זֵיי הָאבְּן אַ צָרָה וֵויינֶען זֵיי, אוּן דֶער גְרוֹיסֶער קֶענִיג לַאכְט! לָאמִיר גֵיין צוּם קֶענִיג אוּן אִים פְרֶעגְן.


גֶעוֶוען אִיז דָאס דֶער גְרוֹיסֶער קֶענִיג שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ, יֶעדֶע מָאל עֶר הָאט גֶעהַאט אַ צָרָה הָאט עֶר גֶעקוּקְט אוֹיף זַיין פִינְגֶער אוּן גֶעלַאכְט, וֶוען עֶפֶּעס הָאט אִים וֵויי גֶעטוּן הָאט מֶען אִים גֶעזֶען קוּקְן אוֹיף זַיין פִינְגֶער אוּן לַאכְן.


"אֲדוֹנֵינוּ הַמֶּלֶךְ, מִיר בֶּעטְן אִיבֶּער אַייעֶר כָּבוֹד, מִיר וִוילְן וִויסְן וָואס אִיז דָאס אַז יֶעדֶעס מָאל דֶער קֶענִיג גֵייט אַרִיבֶּער אַ שְׁוֶוערִיקֵייט קוּקְט דֶער קֶענִיג אוֹיפְ'ן פִינְגֶער אוּן שְׁמֵייכְלְט? מִיר וִוילְן וִויסְן וָואס דָאס בַּאדֵייט".


"קוּמְט אַהֶער נֶענְטֶער וֶועל אִיךְ עֶנְק גֶעבְּן צוּ פַארְשְׁטֵיין; קוּקְט וָואס אִיךְ הָאבּ אוֹיף מַיין פִינְגֶער, אִיךְ הָאבּ אַ רִינְגְל אוֹיסְגֶעקְרִיצְט אוֹיף אִיר דְרֵיי אוֹתִיוֹת: ג ז י, אִיר וֵוייסְט וָואס דִי דְרֵיי אוֹתִיוֹת מֵיינֶען? דִי דְרֵיי אוֹתִיוֹת אִיז דִי רָאשֵׁי תֵּיבוֹת פוּן דִי וֶוערְטֶער 'גַּם זֶה יַעֲבוֹר', דֶער טַייטְשׁ אִיז: 'דָאס וֶועט אוֹיךְ אַרִיבֶּערְגֵיין'; יֶעדֶע מָאל עֶפֶּעס פַּאסִירְט גֶעבּ אִיךְ אַ קוּק אוֹיפְ'ן רִינְגְל אוּן אִיךְ חַזֶר צוּ זִיךְ 'עֶס וֶועט אַרִיבֶּערְגֵיין', עֶס וֶועט בֶּעסֶער וֶוערְן; דָאס מַאכְט מִיךְ פְרֵיילִיךְ, אוּן דֶערִיבֶּער שְׁמֵייכְל אִיךְ; אִיךְ קוּק נִישְׁט אוֹיף מַיין פִינְגֶער, אִיךְ קוּק אוֹיפְ'ן רִינְגְל, אִיךְ דֶערְמַאן זִיךְ פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אִיךְ גְלֵייבּ אַז דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט מִיר הֶעלְפְן, עֶס וֶועט מִיר וֶוערְן בֶּעסֶער".


טֵייעֶרֶע קִינְדֶער, וֶוען עֶס פַּאסִירְט עֶפֶּעס אַ טְרוֹיעֶרִיגֶע גֶעשֶׁעעֶנִישׁ, עֶפֶּעס טוּט וֵויי, אָדֶער אַ קִינְד טְשֶׁעפֶּעט - דַארְפְן מִיר גְלַייךְ טְרַאכְטְן פוּן דִי דְרֵיי אוֹתִיוֹת ג ז י, עֶס וֶועט אַרִיבֶּערְגֵיין, אוּן נִישְׁט וֶוערְן צֶעבְּרָאכְן אוּן פַארְבִּיטֶערְט.


לָאמִיר אַלֶע זִינְגֶען: "עֶס וֶועט נָאךְ וֶוערְן בֶּעסֶער, עֶס וֶועט נָאךְ וֶוערְן בֶּעסֶער, דַארְפְסְט נָאר רֶעדְן צוּם בַּאשֶׁעפֶער, עֶר אִיז פוּן אַלֶעם גְרֶעסֶער, תְּפִלָה עֶפְנְט אַלֶע שְׁלֶעסֶער, אִיךְ שְׁפִּיר שׁוֹין וִוי עֶס וֶוערְט מִיר בֶּעסֶער".


בעט דעם מעלער ער זאל מאכן א בילד ווי א קעניג זיצט אויף א שיינע מעכטיגע שטיל און לאכט צו זיין פינגער, אויפ'ן פינגער האט ער אן א רינגל מיט די דריי אותיות ג ז י, אין די זייט שטייען פארוואונדערטע באדינער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#227 - התקרבות צום רבי'ן זאל נישט אוועקנעמען די פריערדיגע גוטע זאכן
כולל, קינדער, חברים, שלום בית, התחזקות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין כולל, לאז נישט אפ דיינע שיעורים מיט דיינע חברותות; ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן איז דאס נישט אויף אפלאזן די גוטע זאכן פון פריער, נאר אויף צוגעבן גוטע זאכן.


עס איז דא אזויפיל צייטן ווען צו לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, לערנען אין כולל שטערט נישט דאס לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס און מאך זיך א סדר צו לערנען מקרא, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש און תיקונים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות; אביסל פון יעדע זאך, און בלייב אין כולל לערנען מיט דיינע חברותות.


זיי מחזק דיין ווייב, זאג איר: "דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן האבן קינדער"; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, דורכדעם וועסטו צוויי מאל פארדינען, איינס דיין ווייב וועט זיין מחוזק, וועט זי דיר העלפן וכו', און דו וועסט ווערן מחוזק, עס וועט ווערן אן אור חוזר, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד), ווען מען רעדט צו א צווייטן דבורי התחזקות - ווערט אן אור ישר און אן אור חוזר; דאס הייסט אז אפילו עס גייט נישט אריין אין יענעמ'ס אויער, דאך ווערט אן אור חוזר און דער מענטש אליינס ווערט שטארק מחוזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#226 - פרעג דיין ווייב רשות אויב דו זאלסט פארן קיין אומאן
קינדער, שלום בית, סגולות, שערן די האר, אומאן, ראש השנה, לימוד התורה, שנה ראשונה, זילבערנע ה, בגדים פון צדיק

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב, דיין שטוב זאל זיין א פלאץ וואו די שכינה הקדושה זאל רוען.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב האט מקריב געווען א קרבן לה', זי האט זיך אפגעשוירן אירע האר, דאס איז א ריכטיגע קרבן פאר'ן אייבערשטן; אין דעם זכות וועלן ענק זוכה זיין צו ערליכע קינדער און הייליגע דורות.


איך שיק ענק א מתנה, א זילבערנע ה געבענטשט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; דאס געבן מיר פאר אלע תלמידות בית פיגא וואס טוען די ווילן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, זיי שערן זיך אפ די האר; זיי זענען מקרב די גאולה שלימה. די זילבערנע ה איז א גרויסע סגולה פאר קינדער, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן ח'): "הֵ"א הַנַּעֲשָׂה מִכֶּסֶף", א זילבערנע ה', "מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", איז מסוגל פאר קינדער.


געב אסאך גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, דאס איז זייער וויכטיג פאר שלום בית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב", א פרוי וויל ענדערש ווייניג געלט, "וְתִפְלוּת", און זיין נאנט מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין", ווי צו האבן אסאך געלט, "וּפְרִישׁוּת", און זיין אפגעשיידט; אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען רעדט, דאס רעדן שיין - דאס ברענגט די שלום בית נענטער און שטערקער; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערט זי זייער שטארק באהאפטן צו איר מאן.


אויך זאלסטו לערנען אין שטוב, דאס האט א ווייב זייער ליב; דאס הייסט, בשעת זי ווערט פארנומען מיט די שטוב, מיט די וועש, מיט די כלים, מיט רייניגן וכו' וכו' - דעמאלט זאלסטו זיצן מיט א משניות, א גמרא, מיט אלע דיינע שיעורים - און לערנען אויפ'ן קול, דאס וועט איר זייער פרייליך מאכן, אויך וועט דאס דיך היטן פון אלעם שלעכטס.


די מתנה, די זילבערנע ה געבענטשט פון מוהרא"ש, דאס געב איך נאר פאר ווער עס טוט די ווילן פון מוהרא"ש. די אלע וואס האבן חפצים פון א צדיק, אויב מען טוט די ווילן פונעם צדיק - האט א חשיבות ווען מען גייט מיט זיינ'ס א מלבוש, אבער אז מען גייט נאר מיט די בגדים פונעם צדיק און מען פירט זיך נישט אזוי - האט דאס א פנים ווי א חוזק.


בנוגע קומען קיין אומאן די יאר; ווען דו האלסט אפאר וואכן נאך דיין חתונה - פרעג דיין ווייב רשות, און אויב זי וויל נישט דו זאלסט פארן - זאלסטו בלייבן מיט איר די יאר, אויף דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חלל עליו שבת אחד כדי שישמור שבתות הרבה".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#225 - טון וואס עס איז ריכטיג צו טון, נישט לויט וואס יענער זאגט
קינדער, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, יענער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת דברים-חזון, ח' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא


אייער לערערין האט מיר איבערגעגעבן אז איר זענט די איינציגסטע קינד אין קלאס וואס מאכט זיך נישט נאריש ביים עסן מיטאג. נעבעך פאר די קינדער וואס זענען הונגעריג, זיי ווילן עכט עסן מיטאג, נאר זיי האבן נישט די שטארקייט צו גיין קעגן די ווינט; ווען איין מיידל דריידט מיט די נאז און מאכט א געשפעט פון די עסן.


מען זעט אז איר האט ספעציעלע עלטערן וואס לערנען אייך צו טון וואס איז ריכטיג און נישט נאכטאנצן די קינדער וואס לאזן נישט עסן און לאזן נישט האבן פארגענוגן אין סקול.


איך האף איר וועט אריינברענגען א גוטע לופט צווישן די קינדער, זיי זאלן אלע זיך צושטעלן צום סדר פון סקול.

#224 - איך בלייב א געטרייער איד
קינדער, זיכוי הרבים, סיפורי צדיקים, עצתו אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער, אין האבן א חלק פון צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט, א איד האט געפרעגט דעם באבובער רב הרב הקדוש רבי בנציון בן הרב הקדוש רבי שלמה זכותו יגן עלינו פארוואס מען זעט נישט היינטיגע טעג אזעלכע מופתים ווי למשל פוקד זיין עקרות, אזוי ווי עס איז געווען ביי פריערדיגע צדיקים; האט אים דער באבובער רב געענטפערט: "גלייב מיר, צוריק ברענגען א איד צום אייבערשטן איז א גרעסערער מופת ווי צו געבן קינדער פאר אן עקרה", כידוע פלעגט דער גרויסער צדיק השם ינקום דמו - טון אזויפיל פאר בחורים; ער האט אויפגעשטעלט ישיבות, ער האט אזויפיל געטון פאר אידישע קינדער.


דא האסטו א מעשה פאר עצתו אמונה פאר קינדער:


די מלחמה האט זיך געענדיגט, די דייטשע רשעים ימח שמם וזכרם האבן אויסגע'הרג'עט אזויפיל אידן, איבער זעקס מיליאן אידן האבן זיי גע'הרג'עט מיט די גרעסטע אכזריות; אידן זענען געווען זייער צעבראכן, מען האט אויסגע'הרג'עט אזויפיל צדיקים, אזויפיל ערליכע אידן; מען האט געזוכט א צדיק וואס קען טיילן ברכות און ברענגען ישועות.


נאכן קריג איז דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו געקומען קיין ארץ ישראל, אבער ער האט גלייך מחליט געווען אז ער מוז קומען קיין אמעריקע אויפבויען אידישקייט; ווען די אידן אין ארץ ישראל האבן דאס געהערט האט זיי דאס זייער וויי געטון, זיי וועלן נישט האבן קיין צדיק צו נעמען ברכות און מקבל זיין ישועות.


מען האט געפרעגט דעם רבין זכותו יגן עלינו: "רבי, וואס וועלן מיר טון דא אליינס? פון וועם זאלן מיר בעטן א ברכה? ווער וועט קענען פועל'ן א ישועה?"


דער רבי זאגט זיי: "ווען איר וועט זען א איד אין שול ציט ארויף זיין ארבל אנצוטון די תפילין און ער האט א נומער איינגעקריצט פון די דייטשע רשעים ימח שמם - דער איד קען געבן ברכות; א איד וואס איז געווען אין לאגער, מען האט אים געפייניגט מיט שרעקליכע פיין, און ער קומט נאכאלץ אין שול אנטון תפילין, ער האט נישט קיין קשיות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט נישט קיין טענות אויפ'ן רבונו של עולם, ער גלייבט ווייטער באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט נאר מיט צדק ומשפט, חסד און רחמים - דער איד איז ראוי צו געבן ברכות".


טייערע קינדער, מיר קענען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דאס אידישע פאלק, ווי געטריי זיי זענען צום באשעפער, נאכן פייניגן, נאכן הרג'ענען מיט אלע מיתות משונות. אלע פעלקער אינאיינעם זוכן צו הרג'ענען דעם איד, דאך בלייבט דער איד געטריי צום באשעפער, ער האט נישט קיין קשיות אויף די אמונה, דער איז א צדיק; דער קען געבן ברכות.


טייערער ..., מאך א בילד פון לאגער; די באקאנטע טויער וואס שטייט דערויף די ווערטער: "ארבעט מאכט פריי", אינעווייניג א איד מיט געלע שטרייכן ארויפגעצויגן איין האנט, ער ווייזט מיט'ן פינגער אויף א נומער איינגעקריצט אין זיין האנט, און א בילד ווי סאטמער רבי זכותו יגן עלינו שטייט אין דער זייט און ווייזט אויף דעם איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#223 - מקבל זיין א גוטע קבלה, נאכ'ן זען די גרויסע חסדים פונעם אייבערשטן
קינדער, צניעות, תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, קבלה טובה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, ד' מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מזל טוב פאר אייער נייע געבוירענע אינגעלע, דער אייבערשטער האט געמאכט מיט אייך אזא גרויסע נס, וויל איך אייך בעטן איר זאלט עפעס טון לכבוד די גרויסע נס.


ביי די וועלט איז נהוג אז ווען מען האט א צרה, מען ווארט אויף א נס - איז מען זיך מקבל א גוטע קבלה, אדער אין צניעות, אדער אין אנדערע מצוות; מיר פירן זיך אז מיר ווארטן נישט עס זאל באטרעפן חס ושלום א צרה, מיר זענען זיך מקבל א גוטע קבלה ווען מיר זעען די חסדים פונעם אייבערשטן.


עס איז אייך געבוירן געווארן א קינד אזוי גרינג, אזוי נחת'דיג - געבט'זשע עפעס פאר'ן באשעפער; אדער אביסל דיקערע שטרומפ, אדער אביסל לענגער די פוסטע (סקוירט), אדער די האלז נישט אזוי שטארק אויסגעשניטן, אדער אלעס.


אייער מאן האט מיר געבעטן איך זאל אים זאגן וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד די שמחה, איך האב אים געזאגט ער זאל זיך פארנעמען איין זאך, מחזק זיין די זאך וואס איר נעמט זיך פאר.


הלוואי זאלט איר זיך צוריק אנטון ווי אלס מיידל; אזוי איידל, אזוי שיין. איידל האט דאך אלע טעמים, איידל איז אזוי זיס, אזוי הייליג.

#222 - מען דארף אסאך הערן און זאגן, ביז זאכן הויבן זיך אן טוישן
קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, רפואה, דרשות, ראש ישיבה, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע ווען איר הערט א שיעור שפירט איר ווי די שיעור איז ממש פאר אייך, איר טראכט איר גייט פאלגן, אבער שפעטער פארגעסט איר; איר דארפט אן עצה.


וויסן זאלט איר, מען ווערט נישט געטוישט פון הערן איין שיעור, מען ווערט נישט א נייע מענטש איבער נאכט; דורך הערן אסאך שיעורים, דורך הערן אסאך חיזוק און אסאך בעטן דעם אייבערשטן - אזוי טוישט מען זיך.


איך געדענק ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש, איך פלעג שפירן ביים שיעור ווי איך בין אין גן עדן. מוהרא"ש האט גערעדט פון תפילה והתבודדות, איך פלעג טראכטן 'ווען די שיעור ענדיגט זיך, גיי איך גלייך פאלגן די עצות, איך גיי רעדן צום אייבערשטן'. אבער למעשה האב איך נישט גערעדט צום אייבערשטן ביז די קומענדיגע וואך ליל שישי, דעמאלט האב איך נאכאמאל געהערט, און א וואך נאכדעם נאכאמאל און נאכאמאל, ביז איין טאג איז געשען די גרויסע נס, מיין מויל האט זיך געעפנט; אזוי וועט זיין מיט אייך, אז איר וועט קומען הערן נאך און נאך שיעורים - וועט איר זען ווי איר וועט זיך אינגאנצן טוישן צום גוטן.


אז אייער קינד זאגט עס איז שווער צו ליינען, זען - זאלט איר גיין צום אויגן דאקטער, און אז דער דאקטער זאגט מען דארף גלעזער - זאלט איר אזוי טון.


בנוגע פאררעכטן די צינג וכו'; גייט צום דאקטער, עס איז א קליינע פראצעדור. יעצט אז אייער קינד איז שוין דערוואקסן - דארף מען שוין פארן קיין אלבאני, איינשלעפן וכו', ווען מען טוט דאס אין אנהויב - איז דאס ממש א קלייניקייט.


בנוגע קינדער וואס טשעפענען זיך, איר שפירט ווי עס טרעט אייך צו צום געזונט; אזוי איז ביי אלעמען, די עצה איז מחנך זיין נאכאמאל און נאכאמאל. אויך דארף מען געבן אויפמערקזאמקייט פאר'ן עלטערער וואס טשעפעט די יונגערע, אז די עלטערע זענען זאט פון אויפמערקזאמקייט - טשעפעט מען נישט.


בנוגע דענים וכו'; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל ליב האבן די איידעלע וועג און ברעכן פון די אומות העולם, מיט תפילה והתבודדות באקומט מען א געפיל אין צניעות, מען ווייסט וואס יא און וואס נישט, און וואס איז בעסער; איך ענטפער נישט אויף די זאכן, דאס האט מיט'ן מענטש אליינס.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח צו קענען אנגיין, ערציען אייערע קינדער און זען אסאך נחת.


 

#221 - א מחי', איך האב א קאפל
קינדער, זיכוי הרבים, עצתו אמונה, קאפל, בילדער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"ב סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


איך האף דו טאנצט יעדן טאג א טענצל אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט, דו ביסט מחי' אידישע קינדער בכל קצוי תבל, איך בין מקנא דיינע זכותים. איך ווייס נישט וויפיל מענטשן זענען זוכה צו וואס דו ביסט זוכה, דו ביסט מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן מיט אזא שטארקייט, די קונטרסים וואס דו דרוקסט איז מחי' יעדן איינעם, יונג און אלט; מענטשן באקומען פון דעם לופט צו אטעמען, וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק.


דא שיק איך דיר א מעשה פאר די "עצתו אמונה פאר קינדער", די מעשה הייסט "אה מחי' קאפל, אה מחי' איך האב א קאפל".


מאך א בילד ווי פרוי נייט א קאפל; בעט דעם מעלער ער זאל ארויסגיין פון זיין קטנות הדעת, ער מאלט אזוי קליין; ווייז אים די בילדער פון די "דערציילונגען פון צדיקים", שיינע גרויסע פנימ'ער, שיינע גרויסע לופטיגע בילדער; הלואי זאל ער קענען מאכן אזעלכע שיינע בא'טעמ'טע בילדער.


בעט אים א בילד פאר די מעשה, ווי א פרוי אנגעטון מיט א טיכל (געבינדן אזוי ווי מען גייט ביי אונז) - שטריקט א קאפל; אין יעדע האנט האלט זי א גרויסע נאדל, מיט א פעקל שטריק און זי מאכט א שיינע גרויסע קאפל, אין די זייט זאל מען זען א וויגעלע וואו עס ליגט א קינד אנגעטון מיט א קאפל.


טייערע קינדער, ווער ווייסט ווי אזוי די מאמע פון רבי'ן האט געהייסן?


פייגא! פייגא איז געווען א טאכטער פון די גרויסע צדקת אדל, דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער.


פייגא איז געווען זייער א גרויסע צדקת, זי האט געוואלט אירע קינדער זאלן מורא האבן פונעם אייבערשטן און לעבן מיט'ן באשעפער, זיי זאלן האבן יראת שמים, דערפאר האט זי געשטריקט א קאפל פאר איר קינד נאך איידער ער איז געבוירן געווארן, ווייל זי האט געוואלט גלייך ווען איר קינד וועט געבוירן ווערן - אים קענען אנטון א קאפל, ווייל א קאפל ברענגט יראת שמים.


א לאנגע צייט האט פייגא געשטריקט א שיינע קאפל; זי פלעגט בעטן דעם אייבערשטן אז דער קינד וואס גייט געבוירן ווערן זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, און ווען דער קינד איז געבוירן געווארן האט זי אים גלייך אנגעטון מיט די שיינע קאפעלע, און דאס קינד איז אויסגעוואקסן דער הייליגער רבי.


דערפאר ווען מיר בעטן דעם אייבערשטן בזכות דעם רבי'ן - דערמאנען מיר דאס מיט זיין מאמע'ס נאמען, מיר זאגן "בזכות רבינו נחמן בן פיגא", באשעפער העלף אונז בזכות דעם צדיק רבינו נחמן א זון פון פיגא; ווייל זי האט אריינגעלייגט אין אים יראת שמים ביז ער איז געווארן א גרויסער צדיק.


טייערע קינדער, ווען מען שפילט זיך, מען לויפט, מען שפרינגט און מען טאנצט - אסאך מאל פאלט אראפ די קאפל פון קאפ; וואס טוט אן ערליכער אינגל? מען שטעלט זיך גלייך אפ, מען גייט נישט ווייטער שפילן - ביז מען טוט אן די קאפל, און אז די קאפל פליט אוועק - דעקט מען זיך צו דעם קאפ מיט די העמד; א איד טאר נישט גיין מיט א בלויזע קאפ אפילו פאר איין סעקונדע.


לאמיר אינאיינעם זינגען: "אה מחי' קאפל! אה מחי' איך האב א קאפל! שכוח באשעפער אז איך גיי מיט א קאפל, העלף מיר איך זאל אייביג גיין מיט די קאפל, נישט פארגעסן אנצוטון די קאפל און זיך אייביג פרייען מיט די קאפל!"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.