בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#308 - מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין געשריבן און געזאגט מערערע מאל, אויב איז דא זאכן וואס שטערט אייך פון אייער מאן - דארפט איר דאס אויסשמועסן מיט אים. מאן און ווייב זענען שותפים אין לעבן; ביי שותפות דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


עס זענען דא וואס האלטן זיך צוריק פון רעדן און זיין אפן ווען עפעס באדערט מיט די טענה אז נאכן רעדן ווערט צעשטערט די רואיגקייט, מען ווערט אביסל אנטוישט איינער אויפ'ן צווייטן; דאס איז נישט גערעכט, ווייל אזוי ווי ווען מען האט אן אינפעקשן גייט מען צום דאקטער, דער דאקטער פלאצט אויף דעם וואונד, עס רינט ארויס די אייטער און בלוט; עס זעט אויס שרעקעדיג, עס איז נישט בא'טעמ'ט - אבער דאס איז די רפואה, אז די אייטער און שמוץ זאל ארויסגיין. וועט איינער זאגן: "איך גיי נישט צום דאקטער, איך וויל נישט זען די אייטער און בלוט"? וועט איינער טראכטן נישט אויפצועפענען די וואונד ווייל עס טוט וויי? מען קען דאך אינגאנצן פאר'סמ'ט ווערן השם ישמרינו! אזוי איז ביי מאן און ווייב, מען מוז עפענען דעם וואונד, אפילו עס טוט וויי.


אז מען האט זאכן צו שמועסן דארף מען דאס דורכרעדן און אז מען רעדט עס דורך איינמאל און נאכאמאל, מען זאגט פאר'ן מאן: "דאס טוט מיר וויי, דאס שטערט מיר", און דער מאן ענטפערט: "מיר טוט וויי עפעס אנדערש", - ווייסט מען ווי אזוי אכטונג צו געבן איינער אויפ'ן צווייטן, אבער אז מען רעדט נישט, מען עסט זיך אויף פון אינעווייניג - איז נישט גוט, די גאנצע ליבשאפט גייט אוועק.


נאך א וויכטיגע כלל אין שלום בית; אז דער מאן האט א פארקערטע נאטור פון די ווייב און דאס שטערט פאר די ווייב, צום ביישפיל, אז דער מאן איז א שטייטער און די פרוי איז מער שנעל, מער שארף, און זי ווערט נערוועז פון זיין שטייטקייט - איז דאס איר פראבלעם, נישט זיין פראבלעם; די פרוי האט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן און חוזק מאכן צו אירע געשוויסטער אדער חבר'טעס פון איר מאן און לעבן יענע סארט לעבן השם ישמרינו, אדער זיך איינבייגן דעם קאפ פאר'ן אייבערשטן, אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נישט אלעס מוז זיין ווי איך וויל; זוכן די וועג ווי אזוי זיך צוגעוואוינען לעבן מיט א שטייטע מענטש.


אדער צום ביישפיל, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער און די ווייב איז א פונקטליכע - איז דאס נישט זיין פראבלעם; זי האט א פראבלעם, זי מיינט אז אלע מענטשן דארפן זיין לויט איר פונקטליכקייט, לויט איר ריינקייט וכו'. אנשטאט וויינען אויפ'ן מאן - זאל זי וויינען אויף איר צרה, זי זאל ארויסקריכן פון די וועג וואס זי לעבט אז אלע דארפן זיין אזוי ווי איר.


אבער אז מען ווערט וויי געטון איינער פון צווייטן - דאס מוז ווערן דורכגערעדט, אדער חס ושלום האבן א פחד איינער פון צווייטן - דאס טאר נישט זיין; ווען מען רעכנט זיך נישט מיט'ן צווייטנ'ס געפילן, מען מאכט יענעם אוועק, מען טוט וויי יענעם - דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אייך אין שטוב, זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און פלעכטס אריין צווישן די פסוקים אייגענע ווערטער, זאגט ארויס דעם אייבערשטן וואס דרוקט אייך אויפ'ן הארץ - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#307 - מען דארף זיך דורך רעדן, נישט סטראשען
שלום בית, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


דאס וואס איר טוט איז א גרויסע עבירה  איר סטראשעט אייער מאן מיט נישט גיין וכו' - דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע סכנה.


אז מען האט זאכן וואס שטערט - דארף מען זיך דורך רעדן, נישט סטראשען; דער אייבערשטער באצאלט א גרויסע שטראף.

#306 - מען קען נישט וואוינען אין א שלעכטע דירה
שלום בית, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו דינגען א צווייטע דירה, מען קען נישט וואוינען אין א דירה סרוחה; אז עס גייט א גערוך – איז דאס נישט קיין דירה, ובנוסף, אז דער לענדלער קומט און שטערט – איז נישט ווערד דארט צו וואוינען.


די צווייטע פראגע, אויב דו זאלסט זיך ציען אין שטעטל; דאס האט מיט ענק, אויף דעם ענטפער איך נישט. זייט זיך מתבודד, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר ווייזן דיין פלאץ וואו דו זאלסט וואוינען.


זע צו העלפן אין שטוב; אין די חדשים וכו', דארף מען זיין מער פארזיכטיג נישט צו אויסמוטשען די ווייב וד"ל.


 

#305 - דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב
קינדער, שלום בית, שערן די האר, פרנסה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפסטו לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב; אן ערליכע, א וואוילע, א צדקת; זי האט זיך אפגעשוירן איר האר.


לעצטנס ווערט מער און מער איינגעריסן ביים היימישן ערליכען עולם אז מען שערט זיך נישט די האר, עלטערן זענען אזוי צעבראכן צוקוקענדיג ווי די אייגענע קינדער גייען אוועק פון די ערליכע וועג, פון קדושה וטהרה. אז דיין ווייב שערט זיך דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב, און בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן בלייבן ביי די ערליכע איידעלע וועג.


א סגולה פאר עשירות, רעד שיין און ווייך צו דיין ווייב; אויב דו וועסט קיינמאל נישט וויי טון דיין ווייב, דו וועסט איר מכבד זיין – וועסטו זיין א גרויסער עושר.

#304 - אז איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער
קינדער, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס דער דאקטער דערשרעקט, ער זעט א ווייסע פינטל אין הארץ, ער זאגט אז עס קומט א נישט געזונטע קינד, איר בעט איך זאל אייך צוזאגן א געזונט קינד; איך קען נישט צוזאגן, איך קען אייך נאר זאגן אזויפיל, אז אויב איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, איר וועט זיך נישט וויי טון - וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער.


זאגט יעדן טאג שמות הצדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", אז מען זאגט די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאגט מוהרא"ש, מען זאל אין די טעג, אין די חדשים - זאגן די נעמען פון צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געזונט קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#303 - נאך דיין ביטערע דורכגאנג, דארפסטו זיך שטארקן אנצוגיין ווייטער
קינדער, צרות, אמונה, שלום בית, התחזקות, נסיונות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך דיין האמת, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות און קיין תרעומות חס ושלום אויפ'ן אייבערשטן.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס מיר פארשטייען נישט דרכי המקום - דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, וואלטן מיר אלעס פארשטאנען - וואלט געווען כביכול די שכל פונעם אייבערשטן אזוי ווי אונזער שכל; מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז בהשגחה, און מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, עס איז געווען א צייט ביי מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז אריבער שרעקליכע ביטערע יסורים אין לעבן, האט מוהרא"ש געהאט אויפגעשריבן אויף א פאפיר אויפ'ן טיש אין גרויסע ווערטער דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; דאס האט מוהרא"ש געהאלטן פאר זיינע אויגן און דאס גע'חזר'ט: "דער אייבערשטער איז גערעכט, אלעס וואס ער טוט איז מיט גערעכטיגקייט, דער אייבערשטער איז באגלייבט, נישטא קיין גרייזן".


יעצט דארפסטו זיך אהער שטעלן מיט אלע כוחות צו זיין א טאטע פאר דיינע קינדער און א שטארקער מאן פאר דיין ווייב; באלד מאכסטו חתונה, דארפסטו טוישן די שטומע אין שטוב. אז דו ווילסט וויינען זאלסטו זיך באהאלטן; אז עס ווערט דיר שווער, דו דערמאנסט זיך פון דיין טייערע יונגע נשמה'לע וואס איז נפטר געווארן אזוי יונג, אזוי ריין - זאלסטו גיין אין די זייט וויינען; אין געגנווארט פון די קינדער זאלסטו זיין פרייליך.


אזוי אויך, ווען דיין ווייב וויינט זאלסטו איר שטארקן און זאגן: "מיר האבן נישט פארלוירן אונזער קינד, אונזער קינד איז אויבן אין גן עדן, מיר וועלן זיך שפעטער טרעפן מיט אים"; ביי אידן איז נישטא פארלוירן, ביי אידן איז דא די וועלט און נאך א וועלט, מען גייט אוועק פון די וועלט און מען גייט צום צווייטן וועלט, איינער גייט פריער און איינער גייט שפעטער; דיין זון איז אין גן עדן, דער אייבערשטער לערנט מיט אים תורה.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בְּכָל יוֹם וָיוֹם יוֹשֵׁב מַטַ"ט שָׁלֹשׁ שָׁעוֹת בִּשְׁמֵי מָרוֹם", יעדן טאג זיצט דער גרויסער מלאך מט"ט אין הימל, "וְכוֹנֵס אֶת כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁל עֻבָּרִין שֶׁמֵּתוּ בִּמְעֵי אִמָּן", ער נעמט צוזאמען אלע קינדער וואס זענען געשטארבן אין די מאמע נאך פאר'ן געבוירן ווערן, "וְשֶׁל יוֹנְקֵי שָׁדַיִם שֶׁמֵּתוּ עַל שְׁדֵי אִמָּן", און ער נעמט צוזאמען די אלע נשמות פון די זייגעדיגע קינדער וואס זענען געשטארבן קליינערהייט, "וְשֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן שֶׁמֵּתוּ עַל חוּמְשֵׁי תוֹרָה", און ער נעמט צוזאמען די קליינע קינדער וואס הייבן אן גיין אין חדר, "וּמֵבִיא אוֹתָן תַּחַת כִּסֵּא הַכָּבוֹד, [...] וּמְלַמְּדָן תּוֹרָה וְחָכְמָה, הַגָּדָה וּשְׁמוּעָה, וּמְסַיֵּם לָהֶן סֵפֶר תּוֹרָה", ער נעמט זיי צאם אונטער דעם כסא הכבוד פונעם אייבערשטן און לערנט מיט זיי תורה, ער ענדיגט מיט זיי די גאנצע תורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און שטארק דיין גאנצע משפחה.

#302 - זיין אפן איינער צום צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת .. תחי', קרית ברסלב


די וויכטיגסטע זאך אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער צום צווייטן; עס איז נישט אזוי געשמאק צו זיין אפן, אבער דאס איז זייער וויכטיג, מער פון אלעס.


צום ביישפיל, אז אייער מאן האט אייך געזאגט א ווארט וואס טוט אייך וויי, זאלט איר אים זאגן שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך האב דיר אזוי ליב, אבער עס טוט מיר וויי די ווארט וואס דו האסט מיר געזאגט", אדער אויב רעדט ער צו אייך נישט אזוי שיין, זאלט איר אים זאגן שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך בין אזוי פרייליך מיט דיר, אבער די וועג ווי אזוי דו רעדסט צו מיר טוט מיר וויי"; בשעת מען זאגט דאס איז טאקע נישט די בא'טעמ'סטע זאך, אבער נאכדעם ווערט עס גוט.


איר האט באקומען א וואוילער מאן, סיי איר און סיי אייער מאן זענען זייער וואוילע מענטשן; דער יצר הרע וויל נאר קאליע מאכן דאס ליבשאפט צווישן אייך, דאס איז זיין זאך - מחלוקת!


זאלט איר שטיין שטארק אויף דעם, נישט צו לאזן קאליע מאכן דאס ליבשאפט. האט נישט מורא פון אייער מאן, מען טאר נישט מורא האבן. רעדט צו אים שיין און ווייך, זאגט אים אייערע פילינגס - וועט איר ווערן באמת נאנט מיט אים, די שכינה וועט רוען צווישן ענק.


מאכט זיך צייט יעדן טאג צו זאגן אביסל תהלים.

#301 - מען דארף גיין צו די עלטערן, אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט
כיבוד אב ואם, שלום בית, הפצה, צדיקים, מורה דרך, עלטערע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דאס וואס האט פאסירט ביי דיינע עלטערן, עס האט אויסגעבראכן א מחלוקת אויף דער עלטער און יעצט זאגט דיין ווייב אז זי וויל מער נישט אהינגיין, זי קען נישט אויסהאלטן די פאר'סמ'טע לופט פון מחלוקת; דו פרעגסט וואס דו זאלסט טון, אויב דו זאלסט רעדן צו דיין מאמע אדער מער נישט גיין.


דו רעד גארנישט צו דיין מאמע, חס ושלום זיך אריינמישן אדער וויי טון; זיי מסביר דיין ווייב שיינערהייט 'מיר דארפן גיין צו די עלטערן אפילו עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט', יעצט זענט איר יונג גייט מען מער צו די עלטערן, שפעטער ווען די קינדער וואקסן אונטער גייט מען אביסל ווייניגער, מען דארף טון וואס איז ריכטיג, אפילו עס איז נישט געשמאק.


דו שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות; גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו ווערן בטל ומבוטל פאר אים. קוק וואס פאסירט אויף דער עלטער ווען מען לעבט אן א צדיק, עס איז אזוי שרעקעדיג צו זען ווי מענטשן גייען צוגרינד, מען קריגט זיך, מען עסט זיך אויף לעבעדיגערהייט.


דאס דארף דיר געבן חיזוק פאר הפצה; וועסט קיינמאל נישט וויסן וואס איין קונטרס טוט ראטעווען א גאנצע משפחה.

#300 - די דריי תפילות היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס
שלום בית, שטעטל, פרנסה, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט דאווענען די דריי תפילות שחרית, מנחה און ערבית אין צייט מיט מנין.


וויסן זאלסטו, די דריי תפילות דאס איז וואס האלט א איד אין מחנה ישראל, מען דארף זייער נזהר זיין אין די דריי תפילות, דאס היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ח); בפרט אז דו וואוינסט אין שטעטל, אויב מען שטייט נישט אויף אין צייט קען אויסקומען מען זאל נישט הערן ברכו, קדושה און קדיש א גאנץ יאר; איז שוין כדאי צוריק צו קומען אין שטאט ווי איידער צו האבן אזא סארט לעבן.


מוהרא"ש זאגט, דאווענען מיט מנין איז מסוגל פאר פרנסה; קען זיין פשט, אז מען שטייט אויף פרי, מען דאווענט - וועט מען האבן פרנסה, און אז מען שלאפט אריין אין טאג אריין - ווי קען מען האבן פרנסה? אויך שלום בית, אז די ווייב זעט דעם מאן שלאפן ביז'ן טאג אריין, נו וואס קען מען ערווארטן...


הלוואי זאלסטו אננעמען די ווערטער, זאלסט זיך באנייען, גיין דאווענען בזמן ובמנין.

#299 - קלוגע פרויען בויען אויף זייער שטוב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


וויסן זאלט איר, אויב מען שטופט אפ, מען וויל נישט גיין וכו' - איז דאס א גרויסע עבירה, מען באקומט פאר דעם א גרויסער עונש.


מען קען נישט סטראשען דעם מאן מיט די זאך; אויב איר זענט פארווייטאגט, איר ווילט אים אפטון - קענט איר נישט אפשטופן וכו'. אויך איז דאס נישט קיין קלוגע זאך, ווייל דאס רעגט נאר מער אויף דעם מאן און עס ווארפט אים אראפ אין נישט גוטע זאכן; אזוי פועל'ט מען נישט.


אייער מאן איז זייער א וואוילער מענטש, איין שטיק גוטס, עס קומט אים נישט צו סטראשען; ער איז גוט, ער וויל זיין גוט און ער וועט נאך ווערן בעסער און בעסער; מיט סטראשען נישט צו גיין וכו' - דאס מאכט נאר ערגער.


איך האף איר וועט נישט ווערן ברוגז אויף מיר און זאגן אז איך פארשטיי אייך נישט, אדער זאגן אז איך נעם זיך אן פאר אייער מאן וכו'; ניין, ניין, בכלל נישט! קודם כל איך פארשטיי אייך זייער גוט, איך ווייס פונקטליך וויפיל איר ליידט, איך ווייס גאר גוט אייער ווייטאג, אבער איך ווייס אויך וויפיל אייער מאן ליידט, ער איז נאך מער רחמנות ווי אייך; ער וויל זיין גוט, ער האלט אין איין צוריק פאלן. עס איז נישט אים, ער איז טייער, ערליך, ער איז זייער וואויל, יעדעס מאל ער פאלט אראפ ווערט ער אזוי צעבראכן אז ער קען קוים תשובה טון, און ווען ער קומט אהיים און איר האלט זיך צוריק פון גיין וכו' ווייל איר ווילט אים שטעלן אין פלאץ - ווערט ער פון דעם אזוי צעקלאפט, דאס הרג'עט אים.


איך בעט אייך זייער, זייט פון די פרויען וואס די תורה זאגט אויף זיי (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", קלוגע פרויען בויען זייער שטוב; אויב אלעס קלאפט, אלעס גייט ווי אזוי מען וויל און מען בויט די שטוב – פארדעם איז מען נאכנישט א 'חכמה', מען דארף נאר נישט זיין א נארישע צו בויען די שטוב, אבער ווען זאכן גייען פארקערט ווי אזוי מען וויל, מען ליידט פונעם מאן וכו', דאך בויט מען ווייטער די שטוב מיט שמחה, אזא פרוי איז פון די פרויען וואס די תורה זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ".

#298 - ס'וועט גארנישט שאטן
שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


הער נישט אויס דעם דאקטער, דער דאקטער קען נישט זאגן אזא זאך, זיך אפטיילן מאן און ווייב וכו'; איך זאג דיר עס וועט איר גארנישט שאטן, פארקערט, אז איר וועט לעבן אינאיינעם וכו' וכו' - וועט זי פון דעם ווערן געזונט און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#297 - אז דער מאן ווערט ערליך, איז עס די קרעדיט פון די ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אמת איז, דער קרעדיט אז אייער מאן האט זיך אזוי שיין צוריק געכאפט וכו' וכו' - קומט אייך, אויף אייך איז געזאגט געווארן (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ", א קלוגע פרוי בויט אויף איר שטוב; איר האט געהאט סבלנות, איר האט געווארט און געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיך איבערדרייען לטובה, עס זאל אריינגיין אין אייער מאן א ריינע גייסט, ער זאל זיך צוריק כאפן צו זיין א ערליכער איד, איר האט געווארט מיט סבלנות די לאנגע צייט ווען ער האט געהאט זיינע ירידות; יעצט איז ער אזוי גוט, אזוי וואויל און ערליך - איז דאס אלעס אייער קרעדיט.


הלואי זאלן אנדערע פרויען זיך אפלערנען פון אייך און נישט אוועקלויפן און צעברעכן זייער משפחה ווען עס גייט אריבער א שווערע צייט אויף זיי, דער מאן האט זיינע נסיונות וכו' וכו'.


זייט שטארק און שטארקט ווייטער אייער גאנצע משפחה, וועט איר זען ווי דער לעבן וועט ווערן שענער און שענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#296 - זיך פארנעמען מער אכטונג צו געבן אויפ'ן מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, קבלה טובה, קליידער

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר פרעגט וואס איר זאלט זיך פארנעמען לכבוד דעם נייעם יאר; איך מיין איר זאלט מער אכטונג געבן אויף אייער מאן. אייער מאן זעט אויס אין שול ווי א היימלאזער מאן, אלע זיינע קליידער זענען אים צעריסן; זיין בעקיטשע, זיין טיש בעקיטשע - איז אים צעריסן, עס פעלט אים קנעפלעך וכו' וכו'; ער ווייסט ניטאמאל אז עס איז אים צעריסן, ער זעט נישט די ריסן אונטער זיין ארעם, איך זיץ פון אונטער אים, איך זע ווי ער זעט אויס; איך וואונדער זיך אויב איר זעט דאס נישט, אדער עס גייט אייך נישט אן.


אלע זוכן קבלות, מען ווייסט אבער נישט וואס צו טון; מען זוכט מצוות אינדרויסן פון שטוב, מען נעמט זיך צוזאמען מאכן פערציג חלות פערציג פרויען פערציג טעג; אז איר פרעגט מיר - זאלט איר זיך נישט משוגע מאכן מיט די אלע נייע זאכן, נעמט אייך פאר צו טון וואס עס ליגט אויף אייך, געבט אכטונג אויף אייער מאן ער זאל גיין אנגעטון אזוי ווי מען דארף; נייט אים צו זיינע קליידער, דאס איז די בעסטע קבלה פאר די נייע יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#295 - שלום בית האט מיט'ן מאן
שמחה, שלום בית, אומאן, ראש השנה, היכל הקודש, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זיץ יעצט אויפ'ן פליגער, געווענליך ווען איך קום צוריק פון א נסיעה שלאף איך פון אויסגעמוטשעטקייט, יעצט בין איך גוט אויסגעמוטשעט, אבער איך קען נישט שלאפן, איך בין אזוי צוקאכט פון פרייד פון ראש השנה, איך בין נישט ביי זיך, איך טאנץ פאר שמחה: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה!"


איך האף דו האסט פארשטאנען וואס מיר האבן גערעדט ביידע טעג ראש השנה. מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית האט מיט אונז, שלום בית האט מיט'ן מאן. עס איז נישט גרינג צו זיין א ברסלב'ער חסיד, א תלמיד היכל הקודש; מוהרא"ש פארלאנגט פון אונז מען זאל לעבן בשלום, מוהרא"ש זאגט, דער מאן האט די מעגליכקייט צו אויפבויען די ווייב און לעבן בשלום מיט איר, זאל זיין וואס פאר א פרוי עס זאל זיין; א שווערע, א שלעכטע, א הארטע, א איך ווייס נישט וואס; דאך דארף דער מאן טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן בשלום.


נעם אריין די ווערטער, לעב מיט די ווערטער א גאנץ יאר; געדענק אז שלום בית איז עבודת השם, עס איז א הויכע עבודה, יעדע מאל מען געבט נאך אין שטוב, מען איז א ותרן און א סבלן איז מען זיך מזכך און מען קומט צו גרויסע דרגות.


אשרינו שזכינו להיות באומן ראש השנה.


 

#294 - דארפסט שעצן דיין ווייב אז זי האט דיר געשטופט צו פארן קיין אומאן
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


מוצאי ראש השנה, ג' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, דו האסט א טייערע ווייב, זי איז א קלוגע פרוי; אז זי האט דיר געשטופט צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה יעצט ווען זי ווארט א שמחה - ווייזט דאס איר אמונת חכמים. אנדערע פרויען לייגן זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזן פארן אין אזא צייט וכו', דו דארפסט איר זייער מכבד זיין און זייער לויבן, קויף איר א שיינע מתנה לכבוד וואס זי האט דיר געשטופט צו פארן.


ווייז איר דעם בריוו, זאל זי זען וואס איך שרייב דיר; עס קומט איר די גאנצע כבוד איז זי האט דיר אוועק געשיקט אין אזא צייט.


שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, אז מען פארט אהיים פון רבי'ן געזעגנט מען זיך נישט, מען בלייבט ביים רבי'ן א גאנץ יאר, מיר זענען נישט קיין חסידים וואס קומען איינמאל א יאר צום רבי'ן און א גאנץ יאר איז מען פאר זיך, מיר לעבן מיט'ן רבי'ן טאג און נאכט, א גאנץ יאר.


כתיבה וחתימה טובה.


 

#293 - קענסט נישט אוועקגיין צו א סוכה, אן דיין ווייב
שלום בית, דירה, סוכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' האזינו, ח' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זי איז גערעכט, אז דו האסט נישט קיין אייגענע סוכה קענסט נישט אוועק גיין גאנץ סוכות שלאפן אין א סוכה און איר איבערלאזן אליין; דו קענסט איר מיט נעמען, זי וועט שלאפן אין די דירה און דו אין די סוכה.


אז דו גייסט שלאפן ביי דיינע עלטערן דארפסטו זארגן א פלאץ פאר איר צו שלאפן און אז דו גייסט שלאפן ביי אירע עלטערן דארפסטו זארגן זי זאל האבן א שטוב, אליינס אוועק גיין קענסטו נישט; אויב איז נישטא קיין פלאץ פאר איר מיט צו קומען זאלסטו בלייבן שלאפן אין שטוב.


איך בין שטענדיג מעורר די אינגעלייט ווען זיי זוכן א דירה אז זיי זאלן קוקן אויב מען קען מאכן א סוכה; א אידישע דירה דארף האבן א פלאץ פאר א סוכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#292 - די רחמנות זאל נישט חרוב מאכן אייער לעבן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שלום בית, מדות טובות, רחמנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכער בריוו.


אייער טאטע איז טאקע א גרויסער רחמנות, אייער מאמע מאכט אים שפירן ווי א שמאטע, זי שאפט אויף אים ווי א האר שאפט אויף א קנעכט, אבער דאס קען נישט אפשטעלן אייער לעבן. איר שרייבט אז איר קענט נישט עסן און נישט שלאפן, איר קענט גארנישט טון, איר הערט נישט אויף טראכטן פון אייער צעבראכענער צעשאסענער טאטע, איר שרייבט אז איר געדענקט נישט אפילו איין מאל אין אייער לעבן צו זען אייער טאטע מאמע זיצן אינאיינעם ביי איין טיש שמועסן און פארברענגען, איר געדענקט נישט זיי זאלן שמייכלען איינער צום צווייטן וכו' וכו'; איר זענט אריין אין א טרויעריגקייט, איר קענט גארנישט טראכטן אויסער פון די צער פון אייער טאטע.


אמת, אייער טאטע איז א גרויסער רחמנות, אבער דאס קען נישט חרוב מאכן אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג:): "הָרַחֲמָנִין, חַיֵּיהֶם אֵינָם חַיִּים", די וואס האבן צופיל רחמנות - די האבן נישט קיין לעבן; האבן רחמנות אויף אנדערע איז פון די שענסטע מידות פון אידישע קינדער, די הייליגע חכמים זאגן (יבמות עט.): "שְׁלֹשָׁה סִימָנִים יֶשׁ בְּאוּמָה זוֹ", איינע פון די סימנים פון א איד איז "רַחֲמָנִים", אידישע קינדער האבן רחמנות; אבער אויב מען האט צופיל רחמנות שטערט עס פאר'ן לעבן, מען קען נישט לעבן.


אייער טאטע וועט גארנישט האבן פון דעם וואס איר וועט זיך פייניגן פאר אים, עס וועט נישט העלפן ער זאל האבן שלום בית; איר דארפט טון צו די זאך, איר דארפט אים העלפן.


די ערשטע זאך איז תפילה; בעטס יעדן טאג א קליינע תפילה פאר אייערע עלטערן זיי זאלן אנהייבן לעבן אזוי ווי ערליכע אידן, זיי זאלן לעבן אינאיינעם, זיך נישט גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן. צווייטנס, איר זאלט יעדן טאג רופן אייער טאטע מאמע, רעדט צו זיי שיין, ווען איר רעדט צו אייער טאטע זאלט איר אים מאכן שפירן ווי א טאטע, דערציילט אים פון אייערע קינדער, דערציילט אים פון אייער מאן; זאגט אים ווי שטארק איר האט אים ליב, פרעגט אים עצות; אפילו איר וועט טון וואס אייער מאן זאגט, אבער מאכט אים שפירן ווי ער איז עפעס, און ווען איר רעדט מיט אייער מאמע זאלט איר רעדן מיט דרך ארץ און חכמה, זאגט איר: "איך האב פריער גערעדט מיט טאטי, טאטי איז אזוי קלוג, ער געבט מיר אזעלכע גוטע עצות", וועט זי זיך אויך רעכענען מיט אים; אזוי אויך ווען איר גייט צו זיי זאלט איר רעדן מיט גרויס דרך ארץ צו זיי.


איך בעט אייך זייער, האט רחמנות אויף אייער געזונט, נעמט ארויס פון קאפ די גאנצע פרשה פון אייער טאטע מאמע. איך זאג אייך, ווען איך האב געליינט אייער בריוו האב איך זיך זייער דערשראקן פאר אייער לעבן, מער ווי אייער טאטעס לעבן; איך ציטער עס זאל נישט גיין צו אייערע נערווען, עס זאל אייך נישט שאטן.


און די לעצטע זאך איז די זעלבע פון די ערשטע זאך - תפילה; תפילה איז די ערשטע עצה און די לעצטע עצה און אויך די מיטלסטע עצה. בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אידישע קינדער, ביי אייערע עלטערן און ביי אלע אידן.


אזוי ווי אייער טאטע מאמע לעבן - אזוי איז ביי רוב שטובער, מען מאכט אינדרויסן א גוטע שפיל, ווען מענטשן זעען און הערן זעט אויס כאילו עס איז דא א הויז, טאטע מאמע, אבער שטילערהייט איז עס חרוב ונחרב; ביי איינעם גרויסט זיך דער מאן אויף די ווייב, ביי א צווייטן גרויסט זיך די ווייב אויף דעם מאן און ביי א דריטן פליקן זיך ביידע, מען הרג'עט זיך, מען קען זיך נישט ליידן. נאר אז מען האט א צדיק וואס לערנט אויס וואס דער רצון השם איז, אז דער אייבערשטער וויל אז מאן און ווייב זאלן זיך אנשטרענגען איינער פאר'ן צווייטן, ארויסגיין פון וועג איינער פאר'ן צווייטן - די האבן א גוטע לעבן, די לעבן מיט ליבשאפט, די שפירן אויף די וועלט די זיסע טעם פון גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.

#291 - ס'איז צייט תשובה צו טון, זיין א מאמע און א ווייב
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תשובה, מאוויס, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט זיך מיר אויסגערעדט זיין הארץ, ער זאגט מיר אז שוין צענדליגער וואכן וואס ער האט נישט וואס צו עסן; איר קאכט נישט קיין נאכטמאל קיין איין נאכט, אנשטאט זיין א מאמע מיט א ווייב זענט איר אריינגעפאלן אין די שרעקליכע נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, איר קוקט מאוויס א גאנצע נאכט.


יעצט איז חודש אלול, עס איז א צייט וואס איר דארפט תשובה טון, איר דארפט אפלאזן אייערע חבר'טעס. עס טוט מיר זייער וויי, עס רייסט מיר דאס הארץ, ווייל איך בין געווען ענקער שדכן, איך האב אייך געגעבן מיין בעסטער תלמיד; ער זאגט ער האט נישט קיין ווייב, איר מאכט א שפיל פון אינדרויסן כאילו איר זענט חתונה געהאט, איר האט אים אין בוידעם.


איך ווארט צו הערן פון אייך וואס אייער פלאן איז.

#290 - אז דו וועסט אנטון תפילין יעדן טאג וועסטו באקומען כח
שלום בית, משניות, תפלין, הצלחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט אנטון תפילין יעדן טאג וועסטו באקומען כח. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס לייגט תפילין - לעבט א לאנגע לעבן, א גוטע לעבן; דו לייגסט נישט קיין תפילין ווייל דו האסט נעכטן נישט געלייגט, און נעכטן האסטו נישט געלייגט ווייל דו האסט די גאנצע פאריגע וואך נישט אנגעטון די הייליגע תפילין, אזוי גייט אריבער וואכן און חדשים וואס דו ביסט אזוי צעבראכן אז דו טוסט נישט אן קיין תפילין.


אז דו וועסט אנטון תפילין וועט זיך אלעס טוישן; דו וועסט צוריק האבן שלום בית, אלעס וועט ווערן צוריק גוט.


טו יעצט אן תפילין אפילו עס איז שוין שפעט נאכמיטאג, און זאג דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין, בעט אים מחילה; בעט אים ער זאל דיר ארויסנעמען פון די עצבות און מרה שחורה דיינע.


נעם א משניות און זאג א פרק משניות, אויך נעם א גמרא און זאג א בלאט גמרא; אין די הייליגע תורה ליגן אלע סגולות, אלע רפואות און אלע ישועות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#289 - הער אויף זאגן ליגנט פאר דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג נישט קיין ליגנט; דיין ווייב זאגט אז זי קען נישט מער אזוי לעבן מיט דיר, דו זאגסט איר מעשיות שלא הי' ולא נברא, דו דרייסט מיט איר ארום, טאג און נאכט איז נאר ליגנט. זי שרייט: "ראטעוועט מיר", זי קען נישט מער, זי וויל צוריק אהיים גיין צו איר טאטע מאמע, און איך זאג דיר אז זי זאגט עס - גייט זי עס טון; מיין נישט אז עס איז א וויץ, אז זי זאגט די וויץ - וועט פאסירן די וויץ, נאכדעם וועסטו גארנישט האבן.


טו תשובה, הער אויף ארום דרייען מיט איר, גענוג געווען מיט די ליגנט; גענוג געווען זיך דרייען ביינאכט אין גאס, גענוג געווען מיט די זאכן.

#288 - זייט אים מוחל און אלעס וועט ווערן צוריק גוט
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ח אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט א טייערער מאן, ער איז זייער וואויל; אז ער האט זיך פארלוירן, ער האט גערעדט שארף צו אייך וכו', און נאכדעם האט ער נישט גערעדט מיט אייך א גאנצן צייט, ער האט געבלאזן וכו' - ווערט ער נישט אויס גוטער מענטש; זייט אים דן לכף זכות, זייט אים מוחל און אלעס וועט ווערן צוריק גוט.


איך וועל שרייבן פאר אייער מאן און אים מחזק זיין ער זאל זיין מער צוגעלאזן צו אייך.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#287 - משניות היילט אויס די מח מחשבה
שלום בית, רפואה, משניות, מחשבות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויפיל דו ביסט א רחמנות - איז דיין ווייב נאך סאך מער א רחמנות; עס איז כמעט אוממעגליך צו לעבן מיט איינעם וואס ליידט אויף די מחשבות פון א"ו ס"י ד"י, מען קען אראפגיין פון זינען.


הייב אן זאגן משניות, דאס וועט דיר אויסהיילן; אז דו ווילסט פטור ווערן פון דיינע יסורים, פון די שלעכטע מחשבות וואס מאכן דיר צעדריידט, דו ליידסט אויף א"ו ס"י ד"י השם ישמרינו - נעם די עצה פון זאגן משניות, משניות היילט אויס די מח מחשבה. אז מען לערנט משניות ווערט מען מיט די צייט א נארמאלער מענטש, מען הערט אויף ליידן אויף די מחשבות.


 א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#286 - די וואס דארף עס הערן, זאלן עס דערהערן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, דרשות, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד דיין ווייב מיינט איך רעד פון איר ביי די שיעורים. איך האב אלע מאל דעם פראבלעם; די וואס זענען וואויל, געזונט און ערליך - די מיינען אז מען מיינט זיי, די קומען אהיים פון די שיעורים צעבראכן, פול מיט בלבולים, און די וועם מען מיינט טאקע - די הערן נישט, כאפן נישט און נעמען נישט אן וואס מען רעדט צו זיי.


איך וועל דיר דערציילן וואס איך האב געהאט ביי מוהרא"ש יארן צוריק, עס איז געווען ווען איך בין מקורב געווארן, די ערשטע יארן פון מיין התקרבות, דעמאלט האט מוהרא"ש נישט געקענט פארן קיין ארץ ישראל, מען האט גע'מסר'ט מוהרא"ש, מורא"ש'ס ... האט אים פאר'מסר'ט רחמנא לצלן, און די מדינה של גיהנום, די ערב רב - האבן געוואלט געבן פאר מוהרא"ש זעכצן יאר תפיסה. די דריי יאר פלעגט מוהרא"ש רעדן כמעט ביי יעדן שיעור פון כיבוד אב ואם, מוהרא"ש פלעגט איבער חזר'ן די מעשה מיט אבשלום און דוד המלך, אז ער האט געוואלט הרג'ענען זיין אייגענע טאטע. מוהרא"ש פלעגט רעדן וואס דוד המלך האט אלץ געליטן: "ווי קען זיין א זון זאל אויפשטיין קעגן א אייגענע טאטע, אים וועלן הרג'נען?!" מוהרא"ש האט גערעדט פון זיין פרשה פון זיין ...


דעמאלט איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות פון מיין משפחה, איך פלעג זיצן ביי די שיעורים און ווערן אזוי צעבראכן, איך האב זיך געשפירט אזוי שולדיג, איך האב פארשטאנען פון יעדע שיעור אז מוהרא"ש מיינט מיר, ביז איין מאל נאכן שיעור, איך האב געשפירט אז איך קען נישט מער נעמען די בלבולים האב איך געפרעגט מוהרא"ש: "וואס זאל איך טון? זאל איך מער נישט קומען קיין ברסלב? זאל איך מער נישט פארן קיין אומאן? די גאנצע שיעור האט מוהרא"ש געמיינט מיר", זאגט מיר מוהרא"ש: "איך האב א פראבלעם, ווען איך געב א שיעור איז אלץ דא אומשולדיגע אינגעלייט וואס ווערן צעבראכן, זיי מיינען אז איך רעד צו זיי, און די אינגעלייט וועם איך מיין, זיי טראכטן נישט אז מען מיינט זיי; איך האב דא אינגעלייט וואס שלאגן זייער טאטע מאמע, איך מוז רעדן צו זיי (איך האב דעמאלט גארנישט געוויסט וואס טוט זיך אין היכל הקודש, וואס מוהרא"ש גייט אריבער פון זיין...)"; דאס זעלבע האב איך ביי די שיעורים, אלץ זענען דא וואס באשולדיגן זיך און טראכטן אז די שיעור מיינט מען זיי.


דיין משפחה; דו, דיין ווייב און דיינע קינדער - זענען פון די טייערע משפחות אין היכל הקודש; די שיעור איז נישט געזאגט געווארן פאר איר, די שיעור איז געזאגט פאר די פרויען וואס זענען נישט געזונט, זיי ווילן נישט לעבן כדרך כל הארץ השם ישמרינו, און אנשטאט מודה זיין אויפ'ן פראבלעם און בעטן דעם אייבערשטן: "הייל מיר אויס", - מאכן זיי שפירן דעם מאן אז ער האט א פראבלעם, ער איז נישט נארמאל; דיין משפחה איז זייער טייער.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן פאר די מתנה, דו האסט אן אשת חיל, זי איז מיט דיר, זי העלפט דיר; וויפיל אינגעלייט ווילן זיין ביים רבי'ן און די ווייב שטעלט א ווידערשטאנד? וויפיל אינגעלייט חלש'ן צו קומען קיין אומאן ראש השנה, זיין ביים הייליגן רבי'ן - און די ווייב לאזט נישט, זי סטראשעט, זי איז משפיל דעם מאן מיט ברלסב; אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי העלפט דיר זיין ביים רבי'ן - ביסטו דאך דער גליקליכסטער מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#285 - מאך זיכער אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים
שלום בית, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אזא שאד אז דיין ווייב איז נישט געווען נעכטן ביים שיעור, א שאד אז דו נעמסט נישט ערנסט די שיעורים; די שיעורים זענען דאך אזוי וויכטיג, עס געבט זיי אזויפיל חיזוק אויף וויכטיגע יסודות'דיגע זאכן אין לעבן. עס טוט מיר וויי אז דו נעמסט עס נישט ערנסט, וואלסט געדארפט זיכער מאכן אלעס ערלעדיגן זי זאל קענען זיין ביים שיעור, מען קען דאך אלעס ערלעדיגן אין אנדערע טעג.


איך האף דו וועסט פון היינט זען אז פון דיין זייט זאל זי קענען גיין, זי זאל זיך קענען מחזק זיין.


איך זאג דיר, נאר דו וועסט פארדינען אז זי הערט די שיעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#284 - זיי מסביר פאר דיין ווייב אז די בארד און פיאות איז דער עיקר אידישקייט
שלום בית, עבודת השם, בארד און פאות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל די שאלה? חס ושלום אנרירן די בארד און פיאות.


אז דיין ווייב איז נישט וויליג מיט דיין בארד, זי וויל דו זאלסט עס שניידן, זי האט נישט ליב דיין בארד - זאלסטו איר שיינערהייט געבן צו פארשטיין וואס א בארד איז; אז די פרנסה, די שפע - קומט דורך די בארד, און אז מען שניידט די בארד - שניידט מען די פרנסה.


געב איר צו פארשטיין אז די בארד און פיאות זענען אן עיקר פאר אידישע קינדער, קען זיין זי מיינט אז דאס איז א חסידי'שע זאך; ווען מען זעט אזויפיל מענטשן זענען מזלזל אין דעם, קען זיך דאכטן אז עס איז נאר א מנהג. ליין איר פאר די ווערטער וואס אונזער הייליגער צדיק רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב'): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת, וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי, כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די הייליגע בארד און פיאות, "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל, תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ, חַס וְשָׁלוֹם, מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דער וואס וויל אראפווארפן פון זיך די אידישע וועג, ער וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, די ערשטע זאך מיט וואס ער גייט קעגן דעם אייבערשטן – איז אז ער שניידט זיין בארד און פיאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל די גאנצע הייליגקייט פון א איד איז אנגעהאנגען אין בארד און פיאות.


לערן מיט איר די שטיקל לקוטי הלכות וועט זי שוין אנדערש קוקן אויף די זאך, קוק די ווערטער פון הייליגן רבי נתן וואס ער זאגט אויב מען רירט צו אפילו איין האר פונעם בארד: "אוֹי לְמִי שֶׁנּוֹגֵעַ, חַס וְשָׁלוֹם, לְהַשְׁחִית שַֹעֲרָה אַחַת מֵהַדִּיקְנָא קַדִּישָׁא וְהַפֵּאוֹת בִּשְׁאָט נֶפֶשׁ וּבְזָדוֹן וּבְמַעַל", וויי פאר'ן מענטש וואס רייסט אויס במזיד אפילו איין האר פונעם בארד, "אוֹי לוֹ וְאוֹי לְנַפְשׁוֹ", וויי פאר אים, וויי פאר זיין נשמה, "כִּי עוֹקֵר עַצְמוֹ וְנַפְשׁוֹ מֵאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", מיט דעם רייסט ער זיך אוועק פונעם הייליגן באשעפער, "וְאֵין לוֹ חֵלֶק בְּתוֹרַת מֹשֶׁה", ער האט נישט קיין חלק אין תורת משה, "אוֹי לְנַפְשָׁם כִּי גָּמְלוּ לָהֶם רָעָה", וויי פאר זיי אז זיי ברענגען זיך די שלעכטס, "וּבִשְׁבִיל זֶה נִתְפַּשְּׁטָה בַּעֲווֹנוֹתֵינוּ הָרַבִּים מְאֹד חָכְמַת הַפִּילוֹסוֹפְיָה וְהָאֶפִּיקוֹרְסוּת בִּמְדִינַת אַשְׁכְּנַז וּסְבִיבוֹתֵיהֶם, שֶׁפָּרְקוּ מֵעֲלֵיהֶם בְּאֵלּוּ הַדּוֹרוֹת עֹל מַלְכוּת שָׁמַיִם לְגַמְרֵי וְהִשְׁלִיכוּ זְקָנָם וְרֹב הַפֵּאוֹת וּמְלֻבָּשִׁים בְּמַלְבּוּשֵׁיהֶם וְכַנַּ"ל".


שלום בית איז נישט טון אלעס וואס די ווייב וויל, שלום בית איז נישט דער וואס גייט נאך זיין ווייב; שלום בית איז רעדן שיין צו די ווייב, אויסהערן די ווייב, געבן גוטע ווערטער, זי זאלן שפירן ווי מען פארשטייט איר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.