בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#277 - הפצה טאר נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב און קינדער
קינדער, חינוך הילדים, שלום בית, הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הפצה איז זייער א גרויסע זאך, אבער עס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב; אז דיין ווייב וויל דו זאלסט זיין אין שטוב ליל שישי, איר העלפן אנגרייטן דעם שבת - זאלסטו בלייבן אין שטוב. אז זי וויל דו זאלסט בלייבן ערב שבת אין שטוב העלפן מיט די קינדער - זאלסטו בלייבן אין שטוב העלפן אריינברענגען דעם שבת; מען קען גיין הפצה, אבער נישט אויפ'ן חשבון פון די ווייב.


יעצט אז דו האסט קליינע קינדער אין שטוב - דארפסטו אכטונג געבן ווען דו גייסט הפצה און וויפיל דו גייסט הפצה; דו קענסט נישט קוקן אויף די גרויסע מפיצים וואס גייען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט הפצה, זיי האלטן שפעטער אין לעבן ווי דו, זיי דארפן נישט זיין אין שטוב ערב שבת, נישטא פאר זיי קיין ארבעט, אבער אז מען האט קינדער אין שטוב דארף מען אהיים קומען צייטליך, מען דארף נעמען די קינדער אין מקוה, מען דארף אכטונג געבן אויף די קינדער און אריינברענגען דעם שבת מיט שמחה און פרייד.


נישט לאנג צוריק איז געקומען צו מיר א פרוי און מיר געפרעגט ביז וויפיל איז די שיעור פון הפצה? זי זאגט אז איר מאן גייט א גאנץ ליל שישי הפצה, פרייטאג גייט ער אויך הפצה ביז'ן זמן הדלקת הנרות, און א גאנץ שבת שלאפט ער; זי דארף אליינס מאכן די סעודות שבת, דער מאן שלאפט איין ביים טיש גלייך נאכן עסן די פיש, זי דארף זיך פארען מיט די קינדער, אזוי גייט עס א גאנץ שבת; זי פרעגט מיר ביז וויפיל איר מאן איז מחויב צו גיין הפצה? זי איז געקומען אינאיינעם מיט איר מאן, איך האב אים געזאגט וואס מוהרא"ש זאגט, אז הפצה קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די קינדער; הפצה איז זייער הייליג און זייער טייער, אבער חינוך הבנים והבנות איז נאך טייערער, מיר ווייסן אז דער הייליגער רבי נתן האט זייער מקפיד געווען צו זאגן תיקון חצות יעדע נאכט, דאס איז געווען ביי אים פון די גרעסטע זאכן, דאך האט ער געזאגט אז ער לייגט זיך נישט אראפ פרי שלאפן ווייל ער וויל מחנך זיין די קינדער. ער פלעגט זיי אפווארטן פון חדר כדי צו ליינען מיט זיי קריאת שמע און זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות.


גיי הפצה; לאז נישט אפ די הפצה, אבער אז דיין ווייב דארף דיר אין שטוב אנגרייטן דעם שבת - זאלסטו אלעס לייגן אין דער זייט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#276 - נישט יעדער איז זוכה אז די ווייב איז מסכים ער זאל פארן קיין אומאן
כיבוד אב ואם, שלום בית, שווער און שוויגער, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בני ברק


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב איז מסכים דו זאלסט פארן קיין אומאן אויף ראש השנה - וואס נאך דארפסטו?! אז דיין ווייב איז מיט דיר - ביסטו דאך א גליקליכער, מער פון דעם דארפסטו נישט.


פאר דיינע עלטערן און פאר דיין ווייב'ס עלטערן זאלסטו דערציילן ממש פאר ראש השנה; וועסט זיי זאגן שיינערהייט: "טאטע מאמע, איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה. איך וועל מתפלל זיין פאר ענק און פאר די גאנצע משפחה", יעצט פעלט נאכנישט אויס דאס איינצומעלדן.


פון יעצט ביז ראש השנה איז נאך דא אסאך צייט; דאנק דעם אייבערשטן אז דו גרייטסט זיך צו קומען צום רבי'ן און אז דיין ווייב איז מיט דיר, זי איז נישט קיין מתנגדת. בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט זיין קיין צער פאר דיינע עלטערן און פאר אירע עלטערן, בעט דעם אייבערשטן זיי זאלן אויך קומען צום רבי'ן, זיי זאלן אויך זוכה זיין צו זיין מקורב צום צדיק.


דאס אז דיין ווייב זאגט דיר זאלסט גיין צום רבי'ן אויף ראש השנה - איז בכלל נישט פשוט, דאס איז א גרויסע נס, נישט אלע זענען זוכה צו דעם; זייער אסאך פרישע מקורבים ווילן קומען צום רבי'ן און די ווייב שטעלט זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזן דעם מאן קומען. אז זי לאזט דיר גיין צום רבי'ן זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#275 - רעדט פון גוטע און פאזיטיווע זאכן, וועט איר האבן גדלות המוחין
תודה והודאה, צרות, שלום בית, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חקת, ד' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין פלאץ איז אין שטעטל, דארט וועסטו קענען וואוינען רואיג, וועסט האבן א גרויסע דירה; עס איז נישט טייער די רענט, דארט וועסטו קענען דינען דעם אייבערשטן מיט מנוחה.


דאס אז דיין ווייב תחי' וויל נישט קומען וואוינען אין שטעטל, ביז א יאר וועט זי טוישן איר דעה, זי וועט זיך בעטן ביי דיר אהין צו גיין וואוינען.


דו פון דיין זייט האב סבלנות, דו זיי איר ווייטער מכבד, רעד צו איר ווייך און שיין. גייט אריבער אינאיינעם אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, דאס וועט ענק ברענגען מוחין, איר וועט ארויסגיין פון קטנות הדעת. ווען איר שמועסט אינאיינעם און דער יצר הרע הייבט אן אריינפירן די שמועס אין נעגעטיווע טערעטאריע, מען הייבט אן קרעכצן 'מיר האבן נישט קיין געלט', 'מיר האבן א קליינע דירה', און נאך הונדערט זאכן וואס מ'האט נישט, זאלסטו דרייען די שמועס צו אויסרעכענען וואס איר האט יא, 'מיר זענען חתונה געהאט, מיר האבן ליכטיגע געזונטע קינדער, קינדער מיט רמ"ח איברים און שס"ה גידים'; דאס וועט ענק ברענגען צו גדלות המוחין, אזוי וועסטו קענען אויספירן אלע דיינע רצונות.


געדענק דעם טייטש פון מוהרא"ש אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "אֵין הָאִשָּׁה כּוֹרֶתֶת בְּרִית אֶלָּא לְמִי שֶׁעֲשָׂאָהּ כֵּלִי", א פרוי מאכט א בונד נאר צו איר מאן וואס בויט איר אויף און מאכט איר פאר א יש, א כלי, א חפץ.

#274 - זיך גט'ן איז נישט די עצה, אבער כאפן שלעק איז אויך נישט קיין עצה
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, גט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג טאקע שטענדיג פאר די אינגעלייט און די ווייבלעך: "זיך גט'ן איז נישט די עצה", אבער ליידן פון די מאן, כאפן שלעק פון די מאן - איז אויך נישט קיין עצה.


אויב איז דאס וואר וואס איר שרייבט, אז אייער מאן שלאגט אייך, ער צווינגט אייך וכו', - זאלט איר אים זאגן בפה מלא אז איר גייט אוועק גיין פון אים.


ווייזט אים דער בריוו; נישטא וואס מורא צו האבן. דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א סגולה געראטעוועט צו ווערן פון רשעים, שלא לפחוד", זיי ווייזן אז מען האט נישט מורא; ווען זיי זעען אז מען האט נישט מורא - דעמאלט קענען זיי גארנישט טון.


איך האב לעצטנס געהערט אז ער פלעגט דאס אויך טון צו זיין מאמע; ער פלעגט איר שלאגן, ער פלעגט איר אראפווארפן אויף דער ערד.


נאכאמאל, זיך גט'ן איז נישט די עצה, אבער כאפן שלעק איז אויך נישט קיין עצה.


אויב עס העלפט נישט זאלט איר רופן די פאליציי.

#273 - זיך זייער באדאנקען פאר די ווייב אז זי לאזט פארן קיין אומאן
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, זי זאגט דיר אז דו קענסט שוין קויפן א טיקעט - דארפסטו איר קויפן א שיינע מתנה און איר זייער באדאנקען.


מילא א פרוי וואס קומט פון א ברסלב'ע שטוב, אדער א פרוי וואס האט געלערנט אין בית פיגא, אדער אלטע מקורבים - ביי זיי איז דאס א פשטות; ביי זיי איז פארקערט, זיי קויפן א מתנה פאר'ן מאן אז זיי פארן קיין אומאן, די פרויען דארפן דאס מער ווי די מענער, ביי זיי איז דאס שטערקער, זיי האבן שטארקע אמונת חכמים, אבער ביי דיין ווייב וואס זי קומט פון אן אנדערע חסידות, אירע עלטערן האבן נישט אזוי שטארק ליב ברסלב וכו', זי האט נישט חבר'טעס, אז זי זאגט דיר דו קענסט פארן - איז דאס א גרויסע וואונדער, דארפסטו איר דאנקען און לויבן און קויפן א שיינע מתנה און שרייבן א שיינע בריוו.


אפילו דו האלסט שוין דא, דיין ווייב איז מסכים וכו', דארף מען נאכאלץ רייסן תפילות מיר זאלן טאקע אנקומען געזונטערהייט, זיין אין אומאן אויף ראש השנה.

#272 - דו וועסט זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער
קינדער, שלום בית, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פארליר זיך נישט, דו וועסט זוכה זיין צו א שטוב מיט קינדער; דו זאלסט שטארקן דיין ווייב, מאך איר פרייליך. דער רבי זאגט (ספר המידות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים, וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", ער זאל געבן צדקה און פרייליך מאכן זיין ווייב; געב אפאר פרוטות לצדקה, די געלט זאלסטו געבן פאר דרוקן ספרים פון מוהרא"ש, און מאך פרייליך דיין ווייב - וועסטו געהאלפן ווערן מיט קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#271 - רעד שיין צו דיין ווייב, וועט זי דיר שיקן אויף ראש השנה קיין אומאן
שלום בית, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט קומען צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה אין אומאן און דיין ווייב וויל נישט - איז דאס א פראבלעם, ווייל ביים רבי'ן איז געווען שלום בית זייער א וויכטיגער יסוד, מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן נאר אז מען האט זיך פארטראגן אין שטוב, דו דארפסט טראכטן וואס דו זאלסט טון.


לדעתי זאלסטו רעדן שיינע רייד צו איר; איך פארשטיי אז זי פאר זיך האט נישט קיין פראבלעם מיט אומאן, פארקערט, זי איז א קלוגע פרוי, זי זעט ווי דו לעבסט ביים רבי'ן, וואס דו באקומסט פון רבי'ן, זי האט נאר מורא מען זאל איר נישט טשעפען, זי וויל נישט זיין א חוזק ביי איר משפחה. אזוי איז ביי רוב פרויען וואס לאזן נישט די מענער פארן קיין אומאן, דאס איז נאר ווייל זיי ווילן נישט זיין א חוזק ביי זייערע חבר'טעס און משפחה.


רעד צו איר שיין און ווייך; זאג איר ווי שטארק דו ווילסט גיין ראש השנה קיין אומאן, דאס איז לעבן פאר דיר; זאג איר דו וועסט איר אהיים ברענגען נאר פעק און זעק ישועות.


שאף איר א פלאץ וואו זי זאל זיין ראש השנה און בעט אסאך דעם אייבערשטן, וועט זיין א גרויסע נס, זי וועט דיר שיקן קיין אומאן מיט שמחה.


פארליר זיך נישט, לאז נישט אפ דיין ווילן, דיין בענקשאפט; וועסטו זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן.

#270 - די מערסטע חיזוק דארפן אידישע מאמעס
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, זיכוי הרבים, גאווה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שלח, כ"א סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישטא קיין גרעסערע מצוה פון מחזק זיין א צווייטן איד, בפרט מחזק זיין אידישע מאמעס וואס זענען שטארק אויסגעמאטערט פון פירן א שטוב.


די מערסטע חיזוק דארפן אידישע מאמעס, זיי ארבעטן טאג און נאכט - נאכט און טאג אן קיין אפרו; ווען מען ווערט פערטיג מיט איין קינד - לויפט מען צום צווייטן קינד, נאכדעם דארף מען שוין צוריק גיין צום ערשטן, פון דארט דארף מען לויפן צו די וועש, צו די עסן, רוימען און וואשן, ועל כולם ווען דער מאן קומט אהיים, און אז ער איז נישט געלערנט פארלאנגט ער דאך מען זאל אלעס אפלאזן און נאר אים באדינען, די צעבראכענע מידע מאמע/ווייב פרובירט צו טון און טון, און ווען זי באקומט נישט חיזוק קען געשען דאס זייער שרעקעדיגס, די נערוון זאלן פלאצן.


דעריבער איז זייער א גרויסע מצוה צו מחזק זיין אידישע מאמעס; וואויל איז די וואס שטארקט די פרויען, די וואס בלאזט אריין פרישע לופט צו אטעמען, בפרטי פרטיות ווען עס קומט צו אייגענע משפחה, קינדער אדער געשוויסטער - איז נישטא קיין גרעסערע מצוה פון זיי מחזק זיין.


אז מען רופט אייך בעטן חיזוק זאלט איר נישט טראכטן פאלשע שלעכטע גאווה'דיגע מחשבות: 'ווער בין איך? וואס בין איך? ווער זאגט איך מעג מחזק זיין?' עס ליגט א חוב צו מחזק זיין און שטארקן. מוהרא"ש זאגט, ער האט מקובל פון אנשי שלומינו, ווער איז א תלמיד הגון וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ס) מיט וועם מען דארף רעדן? דער וואס קומט צו דיר; אז מען קומט צו אייך, מען רופט אייך, מען בעט אייך 'רעד צו מיר, זיי מיר מחזק' - איז דאס די גרעסטע מצוה.


בנוגע וואס צו רעדן; ווי קען מען וויסן וואס צו רעדן? אויף דעם האט אונז שוין דער רבי געלערנט אז מען זאל רעדן אן וויסן וואס יענער דארף הערן. רבי נתן האט אמאל געפרעגט דעם רבי'ן (חיי מוהר"ן, סימן שכה): "ווי אזוי קען איך רעדן צו מענטשן, זיי מחזק זיין, ווען איך ווייס נישט וואס עס גייט אריבער אויף יענעם?" האט אים דער רבי געזאגט: "דו רעד, אפילו דו ווייסט נישט וואס יענער וויל הערן".


אז איר ווייסט אז די פרוי גייט אריבער שוועריקייטן פון איר מאן, זאלט איר חס ושלום איר נישט אויפהעצן קעגן אים; אייערע דיבורים זאלן זיין בעיקר איר אויפצובויען, איר הייבן, זי זאל זיך נישט קלאפן. דער עיקר דארף מען אסאך רעדן דיבורי אמונה, דעמאלט ווערן פארשווינדן אלע ווייטאגן; ווי נאר מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אין זיך, מען הייבט אן וויסן אז עס איז אין עוד מלבדו, אלעס איז דער אייבערשטער - ווערט שוין גרינגער די ארבעט, מען קומט צוריק צו די כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#269 - גייט מיט מיט אייער מאן, וועט אייך זיין גוט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


טוט וואס אייער מאן וויל, זייט געטריי פאר אים; אז ער וויל נישט גיין אויף שבת צו אייער משפחה זאלט איר אים זאגן 'איך טו וואס דו ווילסט'.


איך פארשטיי אים זייער גוט און איר פארשטייט אים נאך בעסער, איר ווייסט דאס בעסטע פארוואס ער וויל נישט גיין צו אייערע עלטערן; דערמאנט אייך וואס איר האט מיר אלץ געשריבן ווי אזוי עס זעט אויס א שבת ביי אייערע עלטערן, פלוצלונג האט איר אלעס פארגעסן און איר פארשטייט נישט אייער מאן פארוואס ער וויל נישט אהין גיין? קוקט איבער די טויזנט בריוו וואס איר האט מיר געשריבן, אייער צער און ווייטאג וואס איר זענט אריבער אלע יארן פון אייערע עלטערן, און ווי אזוי עס קוקט אויס א שבת ביי זיי, א בית משוגעים איז גאלד געזאגט; אייער טאטע און ברידער ליגן אויף דער ערד, זיי שלאגן זיך און ראנגלען זיך וכו' וכו', עס פליען כלים און חפצים, מען ווארפט מעסערס איינער אויפ'ן צווייטן; בקיצור, איך דארף אייך נישט זאגן ווייל איר ווייסט בעסער.


איך בעט אייך, גייט מיט אייער מאן, זייט אים געטריי; בעסערס פון אים וועט איר נישט טרעפן אין אייער לעבן, קיינער וועט אייך נישט זיין געטרייער ווי אייער מאן; אז ער וויל נישט גיין - דארף ער נישט גיין, מען דארף טאקע מכבד זיין די עלטערן, אבער מען איז נישט מחויב צו זיצן שבת צווישן משוגעים און מטורפים.


מאכט אים נישט ביטער דאס לעבן, מאכט אים פרייליך - וועט איר ווערן פרייליך; אז איר וועט זיין געטריי צו אים וועט איר האבן א רפואה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#268 - ביי אונז דארף מען האבן שלום בית
קדושה, שלום בית, שטעטל, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו קויפסט יעצט א דירה אין שטעטל, דו קומסט וואוינען אין קרית ברסלב, דארפסטו וויסן די תקנות פון אונזער שטאט.


ביי אונז דארף מען האבן שלום בית, מען דארף זיך מוסר נפש זיין אויף שלום בית. מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, מען מוז מכבד זיין די ווייב; דאס איז ביי אונז א יסוד היסודות. דער רבי האט אוועקגעשטעלט שלום בית פאר א יסוד צו זיין אן ערליכער איד; ליידער אין ברסלב זענען נישט אלע דאס מקיים, אבער אין היכל הקודש איז מען זיך מוסר נפש אויף דעם.


אז דיין הויז וועט זיין אפגעהיטן פון די אלע כלים וואס האבן אינטערנעט וכדומה - וועל איך קומען צו דיר אויף א באזוך, איך וועל איבערלאזן א ברכה ביי דיר אין שטוב.


 

#267 - לאז נישט יעדן נוצן דיין נאמען
שלום בית, בין אדם לחבירו, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ח אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך אין שטוב אזוי ווי איך האב דיר געלערנט, דו רעדסט שיין, געלאסן, מיט סבלנות צו דיין ווייב. ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א וויכטיגע זאך, מען האט נישט געקענט זיין ביים רבי'ן אויב מען האט געלייגט א פחד אין שטוב.


דו האסט א גרויסע נס, דו האסט באקומען א טייערע ווייב; דארפסטו איר האלטן טייער, זארגן פאר איר זי זאל זיין פרייליך און צופרידן.


געב אכטונג אויף דיין נאמען, געב נישט דיין נאמען פאר בחורים זיי זאלן קענען ארויסנעמען א קאר. אז דו וועסט געבן דיין קאר פאר בחורים וואס האבן נישט קיין לייסענס וועסטו האבן א חלק אויב זיי וועלן מאכן שאדן. יעצט האט מען אפגעשטעלט א בחור, די פאליציי האבן געזען איינער פארט ווי א רוצח; דאס איז געווען דורך דיר.


וואס זוכסטו זיך צרות? לאז אפ די סארט מצוות, שטיי ווייט פון די זאכן; האסט חתונה געהאט - דארפסטו טון מצוות מיט דיין ווייב, איך האף דו פארשטייסט וואס איך מיין.

#266 - איר דארפט זיך זייער פרייען מיט אייער לעבן
שלום בית, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס איר האט באקומען, אזא טייערער מאן; א תלמיד חכם און א ירא שמים מיט אויסטערלישע מדות.


נישט יעדער איז זוכה צו האבן א מאן מיט אלע מעלות, איינער באקומט א בעל מידות אן יראת שמים, איינער באקומט א ירא שמים אבער א שלעכטער, און אזוי ווייטער; איר האט א מאן מיט אלע מעלות.


בנוגע וואס איר פרעגט, וואס איר זאלט טון ווען פרויען זאגן אייך וכו'; עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן ווי נאריש מענטשן זענען, צו גיין רעדן צו א פרוי פון אלטע מעשיות וואס דער מאן איז אריבער. איך זאג אייך, ווען איך האב געליינט אייער בריוו איז מיר פשוט שלעכט געווארן צו הערן אז פרויען האבן נישט וואס צו טון נאר רעדן צו אייך פון אייער מאן'ס עבר, פון זיין פריערדיגע שידוך, ה' ישמרינו. איך בעט אייך, אויב איז דאס פרויען תלמידות פון מיין סקול וויל איך וויסן ווער די נארישע פרויען זענען; עס ליגט אויף מיר זיי צו מחנך זיין, איז דאס אנדערע פרויען - בין איך דאך נישט פאראנטווארטליך.


אייך זאג איך, די אלע מחשבות וואס קומען אייך אריין וכו' וכו' - איז נאר פונעם יצר הרע, דאס איז נאר צו שטערן די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אייך און אייער מאן; איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב אייך געזאגט פאר'ן שידוך: "איר זענט די ערשטע ווייב פאר אייער מאן"; ער איז נישט געווען חתונה געהאט, ער איז פשוט אריינגעפאלן וכו'. אזוי האט דער אייבערשטער געמאכט, מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים, בפרט אין דער ענין פון שידוכים.


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, אז איר האט א מאן אן ערליכער איד. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל טייכן טרערן פרויען פארגיסן שטילערהייט אז זיי זאלן אויך האבן א מאן אן ערליכער איד. נישט אלעס וואס זעט אויס גלאנצעדיג פון אינדרויסן איז טאקע גלאנצעדיג, נישט יעדע פרוי וואס שמייכלט - מיינט אז עס גייט איר גוט. עס זענען דא אזוי סאך צעבראכענע הערצער, און אז איר האט א מאן א תלמיד חכם - דארפט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן, און בעטס פאר אייערע דורות זיי זאלן אויך זיין ערליכע אידן.

#265 - דיינע געשוויסטער האבן נישט וואס אריין צו רעדן אין דיין לעבן
שלום בית, רפואה, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, זי זאל נישט האבן די ווייטאג, דער אייבערשטער וועט העלפן זי וועט האבן א גאנצע רפואה.


בנוגע דיין ווייב וכו', איך וועל שרייבן א בריוו.


בנוגע דיין שוועסטער; געב אכטונג, טו נישט די גרייז וואס דיינע עלטערן האבן געגרייזט, געב אכטונג זי זאל נישט חרוב מאכן דיין שטוב. דו לעב מיט דיין ווייב און שוין, דו ביסט מחויב צו מכבד זיין דיינע עלטערן און דיין ווייב'ס עלטערן, דיינע געשוויסטער - דאס איז שוין עפעס אנדערש, דיינע געשוויסטער האבן נישט וואס אריין צו רעדן אין דיין לעבן, בפרט די שוועסטער, זי איז נעבעך אזוי פארדרייט השם ישמרינו, זאלסטו זיין קלוג, זי זאל נישט זיין צו היימיש אין דיין לעבן.


א רחמנות אויף דיינע עלטערן אז זיי האבן איבערגעגעבן די גאנצע שטוב פאר די נארישע טאכטער, זי איז די גאנצע קובע, נעבעך נעבעך.


שטארק זיך, זיי ממשיך מיט תורה ותפלה. זיי מכבד דיינע עלטערן, דיין ווייב'ס עלטערן און דיין ווייב.

#264 - דער מאן ווערט צעדרוקט צווישן זיין ווייב און זיין מאמע
שמחה, שלום בית, שווער און שוויגער, דאגות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש פלעגט זייער אסאך רעדן איבער דעם אז שוויגער און שנור קומען זיך על פי רוב נישט אויס, א שוויגער האט נישט אזוי ליב די שנור מכמה טעמים. וואס פאסירט? דער מאן ווערט צעדרוקט, פון איין זייט האט ער חתונה געהאט, דארף ער לעבן מיט די ווייב, פון די אנדערע זייט האט ער דאך זיין מאמע, די מאמע זאגט אים איין זאך און די ווייב זאגט פארקערט, די ווייב רעדט אויף די מאמע און די מאמע רעדט אויף די ווייב, און דער אינגערמאן ווערט צודריקט, וואס טוט מען?


די קונץ איז צו קענען גיין צווישן די טראפן; נישט יעדע שלעכטע ווארט וואס מען הערט פון די מאמע - דארף מען איבערזאגן אין שטוב, און נישט וואס די ווייב רעדט שלעכטס דארף מען איבערזאגן פאר די מאמע. מוהרא"ש האט אונז געלערנט ווי אזוי צו מאכן שלום, מען מעג זאגן פארקערט מפני השלום; פאר די ווייב זאגט מען: "מיין מאמע האט דיר זייער ליב", און פאר די מאמע זאגט מען: "מיין ווייב זאגט מיר אלץ וואס פאר א גוטע מאמע איך האב"; ווער עס קען גוט שפילן דעם שפיל - דער ווערט נישט צעדרוקט, דער לאכט זיך גוט אויס.


דעריבער זאלסטו אכטונג געבן אין שטוב זאלסטו זיין געטריי פאר דיין ווייב, פאר איר זאלסטו זאגן: "איך בין מיט דיר, איך וועל טון נאר וואס דו זאגסט", און ווען דו רעדסט מיט דיין מאמע זאלסטו איר געבן גערעכט, אזוי וועסטו נישט ווערן צעדרוקט.


טייערער ברודער, לאך זיך גוט אויס, נעם זיך נישט צום הארצן; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וועלטעלע וועלטעלע, ביסט נישט ווערד קיין קרעכץ"; דאס איז זייער א טיפער ווארט, א שאד צו קרעכצן אויף וועלטליכע זאכן. אט איז מען דא - אט איז מען שוין אין בית הקברות, איז דאך א שאד די דאגות און הארץ עסעניש, אין די צייט דארף מען אריינכאפן נאך א בלאט גמרא, נאך א פרק משניות, נאך א שחרית, נאך א מנחה מעריב; דאס איז יא, דאס איז חשוב, דאס וועט בלייבן.


 

#263 - דו קענסט אדווערטייזן, און נאכאלץ זיך היטן די אויגן
שלום בית, שטעטל, הכנסת אורחים, פרנסה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו קענסט זיך אדווערטייזן אויף אינסטעגרעם און אויך אין די מעגעזין, אבער דו דארפסט נישט קוקן דארט, לייג ארויף וואס דו האסט צו פארקויפן און בלייב נישט דארט קוקן וכו'. דאס איז נישט קיין סתירה צו שמירת עיניים, אז מען וויל האבן שמירת עיניים - האט מען שמירת עיניים, און אז נישט - איז סיי ווי ביטער, אן די זאכן.


מוהרא"ש זאגט, עס שטייט (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׂין און אויך מיט א שׁין; אויב מען צעברעכט זיך די אויגן, מען קוקט נישט אויף אויסגעלאסענע פרצות, "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", דאמאלט: "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ" - וועסטו האבן פרנסה.


זייער גוט אז דו געבסט צוביסליך געלט פאר די הנהלה, אזוי וועסטו קענען בקרוב קויפן א דירה אין שטעטל.


בנוגע יום טוב שבועות וכו'; עס איז כדאי זיך אנצושטרענגען אריינצונעמען געסט פאר יום טוב, אפילו עס איז שווער. סתם אזוי פעלט נישט אויס, אבער אז די בחורים ווילן קומען צו זייער ראש ישיבה, מעג מען ארייננעמען.


זיי מכבד דיין ווייב, וועסטו האבן גרויס עשירות. אויך זיי מכבד די שול, קום צום דאווענען מיט א הוט און רעקל; שלמה המלך זאגט (קהלת ג, א): "עֵת לְכָל חֵפֶץ", אין שול איז דא איין וועג ווי אזוי מען קומט, אינדרויסן איז עפעס אנדערש.


 

#262 - רעד שיין צו דיין ווייב, האב רחמנות אויף איר
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך שרייב דיר דעם בריוו פון הימל, פון העכער די וואלקענעס אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל, קיין מירון.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע ווערטער וואס איך שרייב דיר פון מיין הארץ. רעד שיין צו דיין ווייב, האב רחמנות אויף איר; פארוואס זאלסטו איר וויי טון? עס איז נישט קיין תירוץ אז זי מאכט דיר שפירן ווי דו ביסט נישט ווערד, דאס איז נישט קיין תירוץ; סוף כל סוף ביסטו דער מאן, דארפסטו זיין א משפיע, א געבער, א נותן; דו דארפסט נישט צוקומען צו איר הסכמה, צו וויסן אז דו ביסט יא ווערד.


איך בעט דיר נאכאמאל און נאכאמאל, טויש דיין התנהגות צו איר; אפילו זי איז נישט גערעכט, אפילו זי איז אלעס וואס דו ווילסט זאגן אויף איר.


ממש פאר'ן ארויספארן פון שטוב זע איך א בריוו וואו זי בעט מיר איך זאל דיר מחזק זיין דו זאלסט רעדן מיט איר; אפשר דאך הייבסטו אן לעבן א אידישע לעבן? נאר דו וועסט פארדינען אז דו וועסט זיך שיין פירן.


איך וויל נישט טראכטן וואס עס קען פאסירן ווען מען קריגט זיך כסדר, זי קען איין טאג אוועק לויפן פון שטוב חס ושלום. אסאך האבן געמיינט אז זיי האבן די ווייב אין די הענט, זי וועט קיינמאל נישט אוועק גיין און ביים סוף זענען זיי געבליבן אליין.

#261 - זיך גט'ן איז נישט קיין עצה, אבער ליידן איז דען יא אן עצה?
שלום בית, הפצה, זיכוי הרבים, ספיקות, מוהרא"ש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב נעכטן באקומען רשות אריין צו קומען קיין ארץ ישראל; איך ווארט שוין זייער לאנג, שוין איבער א יאר, פון פאריאר ווינטער, וואס איך בענק זיך זייער שטארק צו ארץ ישראל, צו די צדיקים, בפרט צו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.


איך האב זאכן וואס זענען מיר נישט קלאר, וואס איך דארף דורכשמועסן מיט מוהרא"ש. איך בין נישט קלאר, פון איין זייט איז מוהרא"ש געווען זייער שארף קעגן גט'ן, מוהרא"ש האט נישט אויפגעהערט רעדן און שרייבן אז זיך גט'ן איז נישט קיין עצה, אבער ליידן איז דען יא אן עצה?! א פרוי וואס דער מאן שלאגט און טשעפעט - דארף בלייבן ליידן ווייל זי איז אין היכל הקודש וואס מען רעדט אזויפיל קעגן דעם?! איך בין נישט קלאר, איך האף אז איך וועל אהיימקומען מיט א תשובה. איך וועל זיך מתבודד זיין ביים ציון פון מוהרא"ש צו וויסן ווי אזוי מדריך זיין אין אזעלכע פעלער.


א גרוס פון דיינע איידעמער, אלע זענען זיי חשוב'ע אינגעלייט; אויך דיין חתן איז אן ערליכער און א בא'טעמ'טער.


גיי אן מיט דיין הייליגע ארבעט, זיי מחזק אידישע קינדער; סיי מיט דיינע תלמידים, די קליינע קינדער און סיי אין בית המדרש מיט בחורים און אינגעלייט.


דער הייליגער צדיק רבי יוסף יצחק פון ליובאוויטש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "די תורה איז אזוי הייליג, אזוי הויך, ווי קען זיין די ערשטע זאך אין די תורה, די אנהייב - הייבט זיך אן מיט פרי' ורבי'? נאר דאס זאגט די תורה, ביסט א איד? מאך נאך א איד!"


 

#260 - אז יעצט איז נישטא קיין איבריגע געלט, וועט עס אויסווארטן
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סבלנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אמור, י"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער א וואוילער מאן, ער וועט אלעס טון פאר אייך; אבער איר דארפט וויסן אז ער וועט עס טון אין די ריכטיגע צייט.


אז איר ווילט א נייע קאך, נייע לעקטער, נייע טיילס - זייער פיין, זייער וואויל, איר וועט עס באקומען, אבער מען קען נישט דערווערגן דעם מאן. אסאך פרויען ליידן אויף דעם וואס זיי טראכטן אז עס מוז 'שוין' זיין וואס זיי זעען, וואס זיי חלומ'ען - דארף ווערן געקויפט, געטון און געמאכט אויף די מינוט; אך און וויי אז דער מאן זאגט 'איך האב נישט קיין געלט'.


איך וויל אייך מחזק זיין איר זאלט דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט אייך ביז אהער, און אלעס וואס איר חלומ'ט, אפילו גוטע חלומות - זאלט איר בעטן פון אייער מאן, און אז יעצט איז נישטא קיין איבריגע געלט - וועט עס אויסווארטן.


וואויל זענען די פרויען וואס ווייסן די שיינע וועג ווי אזוי צו רעדן, ווי אזוי צו בעטן און האבן סבלנות...

#259 - עס איז נישט געזונט זיך אויפצועסן שטילערהייט
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


זייט אפן מיט אייער מאן; רעדט צו אים, זאגט אים וואס שטערט אייך. עס איז נישט געזונט זיך אויפצועסן שטילערהייט; עס איז נישט געזונט סיי פאר'ן געזונט און סיי פאר'ן שלום בית.


אז אייער מאן קומט אהיים שפעט און ער רעדט נישט מיט אייך קיין צוויי ווערטער, ער זיצט מיט זיין טעלעפאן טאג און נאכט - דארפט איר אים דאס זאגן. זייט אפן מיט אים, זאגט אים שיינערהייט: "מיין טייערער מאן, איך וויל רעדן מיט דיר, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל האבן מיט דיר; עס שטערט מיר אז דו לויפסט צו דיין טעלעפאן טאג און נאכט".


אייער מאן איז נישט קיין שלעכטער, ער כאפט זיך נישט וואס ער טוט; די טעלעפאן ציט אזוי שטארק אז מען ווערט אומווילנדיג צוגעקלעבט צו דעם, מען כאפט נישט וויפיל צייט עס גייט אוועק דורך דעם.


איך בעט אייך, רעדט צו אים, זייט אפן מיט אים; זאגט אים שיינערהייט ווי שטארק איר ווארט א גאנצן טאג ער זאל אהיים קומען, וועט ער זיכער זיין מיט אייך, ווייל ער איז א גוטער מענטש, ער מיינט נישט קיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#258 - לאז אפ דיין טעלעפאן און פארברענג מיט דיין ווייב
שלום בית, טעלעפאן, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, י"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי איז זייער צעבראכן, דו האסט נישט מיט איר וכו'; זי ווארט דיר אפ יעדע נאכט, זי ווארט דו זאלסט אהיים קומען צייטליך, זי וויל זיין מיט דיר, אבער דו קומסט אהיים שפעט, דו בלייבסט שמועסן אין שול, און ווען דו קומסט שוין אהיים, מאכסטו זיך ווי דו האסט נישט קיין כח, לויפסט אריין אין בעט; זי האלט עס נישט אויס, זי זאגט אז זי שפירט ווי דו האסט חתונה געהאט מיט א צווייטן, מיט דיין טעלעפאן.


איך געדענק ווי שטארק דו האסט געוואלט חתונה האבן, דו האסט נישט אויסגעהאלטן צו זיין א בחור; יעצט אז דו האסט שוין חתונה געהאט, דו האסט באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אן אשת חיל - פארוואס זאלסטו זיך פירן ווי א בחור? פארוואס זאלסטו נישט אהיים גיין צו דיין ווייב גלייך נאך מעריב? און אז דו לערנסט דעם שיעור זאלסטו גלייך אהיים גיין נאכן שיעור!


דיין ווייב זאגט אז דו קומסט אהיים שפעט און דו זאגסט דו האסט נישט קיין כח, דו גייסט שלאפן, אבער ווילאנג דו שפילסט מיט'ן טעלעפאן האסטו כח; דאס באדערט איר זייער, זי וויינט פון דעם.


איך בעט אזוי סאך דעם אייבערשטן אז אונזער שטעטל זאל זיין א פלאץ פון שלום, א פלאץ וואו אלע לעבן מיט יראת שמים. איך געב אוועק זייער אסאך פאר די שטעטל, איך וויל אזוי שטארק אז אלע איינוואוינער פון שטעטל זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן אין שטוב; די שטוב זאל זיין זויבער, די שטוב זאל זיין ריין.


טייערער ברודער, איך האב דיר ליב, איך וויל דיין גוטס, אפשר דאך וועסטו אנהייבן צוריק פונדאסניי אפלאזן אלע נארישקייטן; אנשטאט קוקן אין טעלעפאן ספארט"ס, ווי די באלי פילט אהער און אהין - קענסטו קוקן אין די הייליגע תורה; אין א משניות, אין די גמרא. קענסט קוקן אויף דיין ווייב; זי ווארט דו זאלסט קוקן אויף איר, זי פרובירט אזוי שווער זיך אהער צו שטעלן שיין פאר דיר, אבי דו זאלסט איר געבן די גוטע ווערטער, און דו לויפסט צוריק צו די נארישע געימס, נארישע ספארט"ס.


געב זיך א דערמאן ווי שווער עס איז דיר געווען צו זיין אליינס, געב זיך א דערמאן וויפיל סגולות דו האסט געטון צו קענען טרעפן דיין שידוך, און יעצט אז דו האסט חתונה געהאט - דארפסטו ווייטער בויען די שטוב אינאיינעם מיט דיין ווייב.


שרייב מיר דיינע שיעורים, וועסטו מיר מחי' זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#257 - לאז אים הערן נייעס האטליינס
שלום בית, טעלעפאן, נייעס

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


עס איז נישט אזוי געפערליך אז אייער מאן וויל הערן "קול מבשר"; צוליב דעם דארפט איר נישט ווערן אויסער זיך. אסאך מאל ווילן זיך מענטשן אויסלופטערן דעם מח, צינדט מען אן א האטליין אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן; רוב מאל הערט מען אפילו נישט צו צום ראדיו, עס איז פשוט אז דער מח זאל זיך אויסלופטערן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער מאן, ער איז א טייערער מענטש, באמת א וואוילער; איר דארפט נישט מאכן קיין עסק פון דעם, ער וועט עס אויסוואקסן. לאזט אים הערן די ליין, ער זאל הערן אז עס איז נישטא וואס צו הערן. דאס נעמט צייט ביז מען כאפט עס, איך האף איר וועט נישט מאכן קיין עסק פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין השראת השכינה צווישן אייך; נאר שלום און ליבשאפט.

#256 - ווען עס איז דא שלום אין שטוב, איז דא אלע ברכות אין שטוב
שלום בית, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער אז עס איז דא שלום צווישן דיר און דיין ווייב, שלום איז דער נאמען פונעם אייבערשטן (שבת י:); ווען עס איז דא שלום אין שטוב - איז דא אלע ברכות אין שטוב.


שטארק זיך מיט די עצה פון רבי'ן, גיי אביסל התבודדות; אין שטעטל איז דאך אזוי געשמאק, וואו מען גייט און וואו מען שטייט האט מען פעלדער און וועלדער. עס איז אזוי איינגענעם צו שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אלעס גייט אנדערש נאך התבודדות, אלעס גייט כסדרן ווען מען געבט זיך איבער צום אייבערשטן.

#255 - אז איר וועט קוקן איינער אויפ'ן צווייטן מיט ליבשאפט, וועט איר מצליח זיין
שלום בית, התחזקות, ארץ ישראל, אחדות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אחרי-קדושים, י"א אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש ירושלים, ה' עליהם יחיו


די וואך קומט א גאר פרייליכע וואך, בפרט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן; מיר האבן די וואך דעם יום טוב ל"ג בעומר. איך האף נאך צו באקומען א רשות צו קענען קומען, איך האב נישט אויפגעגעבן, איך פרוביר נאכאלץ צו באקומען א רשות צו קענען זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון, איך וועל אייך לאזן וויסן אויב איך קום.


וואס דארפן מיר ארויסנעמען פון אזעלכע גרויסע טעג? מיר ווייסן אלע וואס איז אריבער אויף רבי שמעון בר יוחאי, די רומיים האבן אים געוואלט הרג'נען, ער איז געווען דרייצן יאר באהאלטן אין א הייל מיט זיין זון, קוקט צו וואס מען איז זוכה אז מען דערהאלט זיך; אמאל האט רבי נתן גערעדט מיט אנשי שלומינו אז מען דארף זיך דערהאלטן מיט אלע כוחות, ווייל אויף יעדן איינעם גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות; אינמיטן רעדן האט ער זיך צופייערט און געזאגט: "פארוואס איז רבי שמעון בן יוחאי געווען רבי שמעון בן יוחאי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער אר"י הקדוש געווען דער אר"י הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער בעל שם טוב הקדוש געווען דער בעל שם טוב הקדוש? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! פארוואס איז דער הייליגער רבי געווען דער הייליגער רבי? ווייל ער האט געהאט די מאס התחזקות! און פארוואס בין איך וואס איך בין? ווייל איך האב די מאס התחזקות"; אז מען דערהאלט זיך קומט מען אן צו שיינע זאכן.


מען פרובירט אויס יעדן איינעם בזה העולם, יעדער איינער גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, אלץ ווייל מען וויל זען אויב דער מענטש וועט זיך דערהאלטן, אויב ער וועט בלייבן שטארק ביי די אמונה, און אז מען דערהאלט זיך איז מען זוכה צו קומען צו די גרעסטע דרגא.


ביי רבי שמעון בר יוחאי איז געווען ליבשאפט, "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא (זוהר הקדוש נשא קכח.)", רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט: "אונזער זאך איז ליבשאפט"; דערפאר האבן זיי זוכה געווען צו די גרויסע מדריגות, צו די גרויסע קדושות; אויב מיר וועלן זיך האלטן אינאיינעם וועלן מיר קומען צו די גרעסטע דרגות.


וואס זאל איך אייך זאגן טייערע ברידער פון ירושלים, אז איר וועט קוקן איינער אויפ'ן צווייטן מיט ליבשאפט, מען וועט זיך ליב האבן, מען וועט זיך פארגינען - וועט איר מצליח זיין.


אזוי אויך אין שטוב, אז מאן און ווייב לעבן בשלום, מען איז זיך מוחל איינער דעם צווייטן - איז דא די שכינה הקדושה אין שטוב, דעמאלט איז דא אלע ברכות אין שטוב, און פארקערט, אויב איז דא מחלוקת - ווערט אלעס חרוב.


א פרייליכן שבת.

#254 - נישט זיך אליין אראפקלאפן
תפילה והתבודדות, שלום בית, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי קדושים, ט' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בעט אייך זייער, האט שכל און זאגט נישט די ווערטער פאר אייער מאן; אז איר וועט אים זאגן איינמאל און נאכאמאל אז ער איז גוט און איר זענט נישט גוט וועט ער אנהייבן טראכטן אז איר זענט גערעכט, עס וועט נישט זיין גוט.


ווי צעבראכן איר זענט ביי זיך, ווי נעגאטיוו איר זענט ביי זיך, זאלט איר זיך נישט קלאפן פאר אייער מאן; א מאן האט ליב א פרייליכע ווייב, נישט איינער וואס זאגט טאג און נאכט, נאכט און טאג: "איך בין א עקלדיגע מענטש".


אז איר ווילט ארויסגיין פון אייער עצבות און מרה שחורה איז דא אן עצה, וואס ווער עס נוצט די עצה - ווערט געהאלפן; מענטשן זאגן אז זיי זעען אפענע ישועות, עס איז בדוק ומנוסה, עס איז וואונדערליך, די עצה קאסט נישט קיין געלט, עס איז בחינם, די עצה איז התבודדות; מען זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן וואס עס גייט אריבער, ווי שווער עס איז ווען מען זעט אלעס שווארץ, ווי שווער עס איז ווען מען האט זיך נישט ליב, און מען בעט אים ער זאל העלפן מען זאל ארויסגיין פון עצבות און מרה שחורה צו ששון ושמחה.


אין יעדנפאלס זאלט איר דאס געדענקען, נישט צו זאגן פאר אייער מאן: "איך בין עקלדיג", "איך בין שלעכט"; ווייל עס קען ווערן אפגעקילט דאס ליבשאפט צווישן אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#253 - שלום בית איז א שותפות, קיינער קען נישט ליידן פונעם צווייטן
שלום בית, רפואה, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי קדושים, ח' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין פראגע.


איך ווייס נישט וועגן דעם, איך האב נישט געהערט פון די עצה; דאס דארף מען פרעגן דעם דאקטער, אויב דאס איז נישט קיין סכנה און אויב דאס העלפט.


איך האב דיר יעצט געוואלט שרייבן א בריוו אז איך בין זייער פארשעמט צו הערן אז דו טוסט וויי דיין ווייב; איך בין געווען דיין שדכן, איך קען דיר פאר איינעם וואס טוט נישט וויי, נאר פאר דעם האב איך געמאכט די שידוך, יעצט הער איך אז דו טשעפעסט דיין ווייב, זי שרייבט מיר די ווערטער: "נעכטן האט ער זייער געשריגן אויף מיר, אז ער גייט מיר צערייסן און אז איך מאך אים נמאס דאס לעבן און אז איך בין גארנישט ווערד, און אז איך פיר זיך נישט ווי א פרוי נאר ווי א ... פון גאס, און ער גייט זיך גט'ן פון מיר, און איך זאל וויסן אז דאס גייט זיין די סוף, אז ער גייט מיר געבן א גט, און קיינער גייט נישט וועלן חתונה האבן מיט מיר. ער האט מיר אראפגעלייגט אויפ'ן ערד און ער זאגט אז איך דארף דאנקען די קינד ווייל ווען נישט מיר האבן א קינד וואלט שוין לאנג געווען א גט, איך האב זיך זייער דערשראקן און איך האב נישט געקענט רעדן פון גרויס שרעק, און איך האב זיך גענומען וויינען זייער שטיל, וועגן איך האב מורא געהאט אויב איך גיי וויינען הויך גייט ער מיר שלאגן".


איך בין זייער נייגעריג אויב דאס איז טאקע אזוי ווי זי שרייבט, אדער די מעשה האט א צווייטע חלק; ביטע שרייב מיר אויב דאס איז אזוי, אז דו זאגסט איר דו גייסט זיך גט'ן; אויב איז דאס אמת דארפסטו נישט סטראשען, איך וועל דיר העלפן דו זאלסט זיך גט'ן כדי זי זאל נישט ווערן געשעדיגט.


דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל נישט דערציילן אז זי האט דערציילט, דאס שמעקט זייער נישט גוט; אדער איז די מעשה נישט אמת, אדער איז דאס יא אמת נאר זי לעבט אין א פחד פון דיר. ביי מיר איז נישטא אונטערן טיש; מוהרא"ש האט מיר געלערנט ווי אזוי צו מאכן שלום בית, קיינער קען נישט ליידן פונעם צווייטן, שלום בית איז א שותפות, מען לעבט אינאיינעם מיט ליבשאפט, נישט ווי קנעכט און דינסט.


איך ווארט דו זאלסט מיר שרייבן.