בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#113 - ס'וועט גארנישט פעלן פאר די קינדער אז זיי וועלן נישט לערנען ענגליש
חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שיקטס אייערע קינדער אין די ערליכע מוסדות; עס וועט זיי גארנישט פעלן אז זיי וועלן נישט לערנען ענגליש. דא ביי אונז אין אמעריקע לערנט מען ענגליש ווייל די רעגירונג פארלאנגט דאס אבער די קינדער הערן זיך נישט צו, קיינער לערנט נישט די שפראך און שפעטער פעלט זיי גארנישט אין לעבן; איז זיכער אז אין ארץ ישראל דארפן זיי נישט לערנען ענגליש.


די אלע וואס שרייען און פארפירן אז מען האט זיי נישט געגעבן קיין געלעגנהייט צו קענען ענגליש און יעצט קענען זיי נישט מצליח זיין וכו', וכו' - דאס איז אלעס נארישקייטן; הונדערטער טויזנטער משפחות זענען זייער מצליח אין לעבן, זיי האבן גרויסע ביזנעסער אן דעם וואס זיי ווייסן ווי אזוי מען שרייבט ענגליש וכו', עס האט גארנישט צו טון מיט דעם.


דעריבער אז אייערע עלטערן ווילן אז די אייניקלעך זאלן לערנען אין די ערליכע מוסדות זאלט איר שיקן די קינדער דייקא אין די ערליכע מוסדות, עס וועט זיי גארנישט שאדטן אין לעבן.


בעטס דעם אייבערשטן אז אייערע קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט אז א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו בעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט, ער האט דאס געוויזן פאר דעם איד און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען צום אייבערשטן זי זאל זוכה זיין צו גוטע קינדער, אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער"; דערפאר דארפן עלטערן אסאך בעטן דעם אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו ערליכע און געזונטע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - די זכות פון העלפן די מוסד
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


יישר כח פאר דיין ארבעט.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן די זכות פון העלפן די מוסד; ביי מיר איז די מוסד דאס וויכטיגסטע פון אלעס.


אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו קינדער צדיקים.

#111 - איך פארלאז זיך נישט אויף קיינעם, נאר אויפ'ן אייבערשטן אליין
אמונה, מוסדות, בטחון

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס עס הערט זיך מיט די געלט וואס די שטאט בארגט פאר מוסדות וכו', אזוי ווי מען הערט האבן אלע מוסדות באקומען יעצט צוליב די קאראנע גרויסע געלטער פון די שטאט מען זאל קענען באצאלן די איינגעשטעלטע. מיר שטייען און ווארטן לישועת ה'; מיר ווערן צעדריקט פון די הוצאות צו דעקן די איינגעשטעלטע וואס ארבעטן אזוי איבערגעגעבן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער.


איך טראכט פארוואס מיר האבן נישט באקומען, ווייל דער אייבערשטער וויל הערן אונזערע תפלות, אונזער געבעט; דער אייבערשטער וויל אז מיר זאלן קוקן נאר צו אים און נישט אויף קיין שום מענטש, נישט דער פרעזידענט און נישט דער גאווערנאר קען אונז העלפן, נאר ער אליין.


איך קוק אויף צוריק, אז שוין צוועלף יאר וואס די ישיבה שטייט, עלעף יאר וואס מיר האבן די תלמוד תורה און ניין יאר וואס מיר האבן די מיידל שולע; ביז אהער האט מיר "נאר" דער אייבערשטער געהאלפן, ווייס איך אז ער וועט מיר ווייטער נישט פארלאזן; איך גיי נישט צו קיינעם, איך חנפ'ע נישט קיינעם, איך דארף נישט קיינעם, נאר דעם אייבערשטן.

#110 - אין הימל איז זייער חשוב דער וואס איז משמש דעם רבי'ן
מוסדות, זיכוי הרבים, חסד

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר-בחקותי, כ' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט'ן בויען די שיינע מוסדות היכל הקודש.


דא זעט נישט יעדער דאס שיינקייט און גרויסקייט פון העלפן בויען דעם רבינ'ס מוסדות, אבער אויבן אין הימל איז זייער חשוב דער וואס איז משמש דעם רבי'ן; אלע זענען מקנא דעם וואס זוכה צו משמש זיין דעם רבי'ן, אזוי ווי דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיד ובהשמטות שם): "וִיקַנֵּא מְאֹד אֶת הַמְקֹרָבִים אֵלָיו", אלע וועלן מקנא זיין מיינע מקורבים, "מִכָּל שֶׁכֵּן אֶת מִי שֶׁזּוֹכֶה לְהוֹשִׁיט לוֹ אֵשׁ וְכוּ'", בפרט די וואס העלפן מיר אפילו נאר מיט'ן ברענגען פייער וכו'.


איך בין מקנא דיין זכות מיט די חסד וואס דו טוסט, דו זארגסט עס זאל זיין עסן פאר אנשי שלומינו און פאר די מלמדים; איך פערזענליך מיט מיין משפחה זענען זיך מחי' מיט די עסן.


זיי ממשיך מיט דיינע גוטע מעשים; לאז זיך נישט צעברעכן פון קיינעם און זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם - וועסטו זוכה זיין צו גרויסע נסים.


א גריס פון דיינע קינדער, זיי זענען ליכטיג און טייער.

#109 - פירט די סקול אין שטעטל אזוי ווי אין וויליאמסבורג
סקול, מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


געב איבער פאר די עלטערן וואס זייערע קינדער ברענגען מיט עסן אין סקול אז מען קען נישט שיקן מיט די קינדער עסן פאר מיטאג; די סקול געבט עסן פאר אלע קינדער און נאר דאס קענען זיי עסן, ווייל דאס ברענגט אז אנדערע קינדער פארלאנגען אין שטוב אז מען זאל זיי אויך שיקן מיט עסן וואס אנדערע ברענגען.


אויך וויל איך דיר בעטן עס זאל נישט פארקומען קיין געבורטס-טאג פארטי אין סקול.


זע צו פירן די סקול בית פיגא אין שטעטל אזוי ווי עס פירט זיך בית פיגא אין וויליאמסבורג; עס איז גוט אז דו זאלסט רעדן מיט מרת ... תחי' די מנהלת פון וויליאמסבורג און איר פרעגן, פון איר וועסטו קענען ארויס האבן ווי אזוי צו פירן די סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#108 - פרוביר צו העלפן די מוסדות מ'זאל קענען אנגיין
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


פרוביר נאכאמאל צו בעטן אז מיר זאלן באקומען די געלט וואס די רעגירונג פארטיילט יעצט פאר ביזנעסער און מוסדות, אין די צייט פון קאראנע.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי שווער די מצב איז יעצט; מיר זענען שולדיג די געהאלט פאר אלע מלמדים און טיטשערס שוין אסאך וואכן, מען האט אפגעשטעלט אלע פראגראמען וואס די שטאט געבט חודש'ליך פאר מוסדות, פון ווען די שטאט האט געהייסן פארמאכן די מוסדות.


איך פארלאז זיך נאר אויפ'ן אייבערשטן וואס האט מיר געהאלפן ביז אהער, ער וועט מיר ווייטער העלפן מיר זאלן קענען אנגיין מיט די מוסדות.


אין דעם זכות פון העלפן די מוסד זאלסטו זוכה זיין צו הצלחה.

#107 - אנגרייטן דעם מיידל קעמפ
מוסדות, קעמפ, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אחרי-קדושים, ה' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


מיר שטייען געציילטע וואכן פאר'ן זומער הבא עלינו לטובה; איך בעט דיר זייער זאלסט מיר העלפן אנגרייטן דעם מיידל קעמפ.


פאריאר האבן מיר געהאט הבחור ... נרו יאיר, ער האט דאס גענומען אויף זיך צוזאמען מיט הבחור ... נרו יאיר. יעצט האט ער חתונה געהאט בשעה טובה ומוצלחת, וויל איך דו זאלסט רעדן צו הבחור ... נרו יאיר, אים זאגן וואס מען דארף אלץ טון אז עס זאל זיין גרייט צום באנוץ.


איך האב אים געבעטן ער זאל היינט ארויס פארן ענדיגן די אפיסעס און גלייך אנהויבן עפענען די מיידל קעמפ; איך האב אים געזאגט ער זאל נישט זיין פארנומען מיט'ן עירוב און מקוה אין שטעטל, ער זאל זיין פארנומען נאר מיט'ן קעמפ. אז דו דארפסט בחורים צו ענדיגן דעם עירוב וועל איך דיר ארויסשיקן אנדערע בחורים און אינגעלייט.


עס קען זיין אז מיר וועלן נוצן די מיידל קעמפ פאר די אינגלעך און יונגע בחורים, און די מיידלעך וועלן זיין אין א צווייטע קעמפ אם ירצה ה'.


איך זאג נאך גארנישט, מען דארף נאך אביסל ווארטן.


שטארק זיך, דיין זכות איז זייער גרויס.

#106 - זייט ממשיך צו בעטן דעם אייבערשטן, איר זעט דאך די שיינע פירות
מוסדות, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך ברענג אייך א גריס פון אייער מאן נרו יאיר און אייערע קינדער; זיי פירן זיך ליכטיג און טייער.


אייער מאן נרו יאיר העלפט מיר זייער געטריי, ער האט א שטארקע געפיל פאר די מוסד און פאר די קהילה; אויך אייער זון נרו יאיר פירט זיך אויף מיט דרך ארץ און גוטע מדות.


דאס איז א חיזוק פאר אייך איר זאלט ווייטער ממשיך זיין מיט'ן דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן, אויך זאלט איר ממשיך זיין מיט'ן מחזק זיין אנדערע; אלע דיבורים וואס מען רעדט מיט אנדערע זאל זיין געפלאכטן מיט אמונה און אמונת חכמים.


איך בעט פאר אייך שטענדיג און פאר אייער גאנצע משפחה.

#105 - דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן
כולל, מוסדות, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל דיר געבן א גריס פון דיין זון ... נרו יאיר; ער לערנט זייער פלייסיג אין אונזער כולל גמרא און הלכה.


מיר הייבן אן דעם טאג אין כולל צען אזייגער; די ערשטע שיעור איז דער בלאט גמרא, נאכדעם אום עלף אזייגער לערנען זיי יעצט הלכות שבת ביז פיר אזייגער, נאכדעם אום פינף אזייגער לערנען זיי הלכות טהרה.


עס קען זיין אז איך האב א נגיעה און איך קען נישט מעיד זיין אויפ'ן כולל, אבער איך האלט אז דער כולל איז א גרויסער חידוש; די אינגעלייט לערנען זייער פלייסיג, אלע וואס זעען דעם כולל זאגן אז דאס איז א חידוש שבחידושים.


דער כולל איז מיר א מתנה פונעם אייבערשטן; דאס איז ביי מיר די חשוב'סטע זאך פון די קהילה. איך קוק ארויס אויף דעם, אז מיר וועלן זוכה זיין צו האבן דיינים וואס וועלן פסק'ענען שאלות פאר די קהילה.


 

#104 - מ'העלפט אויפשטעלן מוסדות פון תורה און אמונה
מוסדות, תכלית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר טהרה, כ"ז ניסן, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי',


איך האף אז אלעס איז אין ארדענונג אין אפיס; איך בין גרייט צו העלפן מיט וואס מען דארף. אויב דארף מען מסדר זיין זאכן, מען דארף מיין הילף – זייטס מיר מודיע, ווייל פאר מיר איז א זכות יעדן טאג וואס מען קען נאך משמש זיין דעם רבי'ן.


א רחמנות אויף מענטשן וואס ארבעטן טאג און נאכט פאר זיך, מען איז פארנומען אוועק צו לייגן פאר זיך, קויפן פאר זיך און בויען פאר זיך; א רחמנות אויף זיי, ווייל פלוצלינג אינמיטן בויען, קויפן, מאכן, טון – קומט די צייט וואס מען דארף אלעס איבערלאזן דא פאר פרעמדע און 'מען גייט, מען גייט'... אזוי פאסירט מיט יעדן מענטש.


ווען מען האט די זכי', דער אייבערשטער העלפט אז מען איז זוכה צו טון גוטס, בפרט אויפשטעלן מוסדות התורה, מוסדות וואס פארשפרייטן אמונה, מוסדות וואס ווייזן א וועג פאר אנדערע ווי צו לערנען, מוסדות וואס זאגן אז עס איז יא דא א וועג צו לעבן מאן און ווייב בשלום ובשלוה – דאס בלייבט, דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט.

#103 - נישט רעדן פון שידוכים ביז ווי לאנג ס'ווערט
שידוכים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תשא-פרה, י"ז אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


כל הכבוד פאר אייך אז איר פרובירט צו מאכן שידוכים ביי אונז אין די קהילה.


איך וויל אייך בעטן מיט שיינעם איר זאלט אכטונג געבן וואס איר טוט; אז איר רעדט א שידוך וכו' דארף דאס זיין פריוואט, מען קען נישט רעדן צו קיינעם פונעם שידוך ביז דער שידוך ווערט, און אז עס ווערט נישט טאר קיינער נישט וויסן דערפון.


קיינער דארף נישט מיט האלטן אייערע זיסע חלומות בעניני שידוכים; אז איר חלומ'ט פון מאכן א שידוך דארפט איר דאס נישט רעדן און פלוישן פאר אנדערע. עס עקלט מיר צו הערן פון די בחורים אין ישיבה אז דער ווערט א חתן מיט דעם און דער ווערט א חתן ביי דעם, יעצט האט זיך דאס אויך אנגעהויבן אין סקול; די מיידלעך רעדן פון שידוכים צווישן זיך און דאס אלעס קומט פון אייך. איר פארציילט אייערע חלומות נאר פאר אייער שוויגער און אייער שוויגער פארציילט דאס נאר פאר דעם, און דער פאר דעם. איך האב שוין געהאט צו טון מיט איינעם ביי אונז אין די קהלה וואס האט זיך אהער געשטעלט ווי א שדכן מיט א לויזע מויל, איך האב אים געדארפט לייגן אין די זייט; יעצט איז מיר געקומען א פרישע צרה אין ווייבער שול.


איך בעט איך מיט שיינעם: אדער פארמאכט איר דאס מויל און איר רעדט נישט מיט קיינעם אייערע חלומות, אדער שטייט ווייט פון מיינע תלמידים און תלמידות.

#102 - מ'וועט אלץ געדענקען וואס איר האט זיך אוועקגעגעבן צו בויען מוסדות התורה
חינוך הילדים, אמונה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן אויפשטעלן מוסדות אויפ'ן רבינ'ס נאמען; מוסדות התורה וואו קינדער ווערן נתחנך צו לעבן מיט אמונה פשוטה, וואו קינדער וואקסן אויף מיט די זיסע וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די וועג פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט אייער ארבעט, יעדן טאג און יעדע מינוט וואס איר לייגט אריין אין די מוסד וועט בלייבן א זכות פאר אייך און פאר אייערע דורות.


עס וועט פארשריבן ווערן אינעם ספר הזכרונות אז איר האט אוועקגעגעבן פון אייער באקוועמע לעבן צו העלפן בויען מוסדות התורה, איר וועט פארשריבן ווערן מיט אלע נשים צדקניות וואס האבן געבויט אידישקייט.


אין אמת'ן אריין וואלט איך אייך געדארפט שרייבן יעדן טאג א בריוו פון חזוק, אבער איך בין אזוי פארנומען אז איך קום נישט אן.

#101 - דרייוון מיט אחריות
מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד אלע חשובע בחורים נרם יאיר, וואס דרייוון פאר די מוסד.


צום ערשט וויל איך ענק דאנקען פאר'ן העלפן דעם מוסד; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות פון העלפן דעם מוסד, דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין געבענטשט צו ווערן מיט אלע ברכות.


איך וויל איר זאלט וויסן דאס אחריות פון דרייוון בכלל און דרייוון קינדער בפרט; מען מוז האלטן די געזעצן, אז מען האלט נישט די געזעצן ביים דרייוון איז דאס סכנת נפשות, און אז עס פאסירט א שלעכטע זאך און איינער ווערט געשעדיגט איז יענעמס בלוט אויפ'ן חשבון פונעם דרייווער.


ווער רעדט נאך אז מען טראגט קינדער, דארף מען פארן זייער פארזיכטיג און פאלגן אלעס וואס דער געזעץ פארלאנגט; אז דער געזעץ פארלאנגט אז אלע קינדער דארפן זיך צובינדן דארף מען דאס פאלגן, מען טאר נישט טראגן קינדער אן זיי צובינדן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אז עס פאסירט עפעס שלעכטס, מען שטעלט זיך פלוצלינג אפ, אויב די קינדער זענען נישט צוגעבינדן קענען זיי חס ושלום ווערן געשעדיגט.


דעריבער בעט איך אייך און איך ווארן אייך; איך בעט אייך מיט שיינעם, איר העלפט מיר זייער געטריי, איר טראגט און איר ברענגט די קינדער פון חדר און צום חדר, דארפט איר פארן פארזיכטיג און האלטן אלע געזעצן. אז איר געפונט זיך אין א פלאץ וואו מען קען זיך נישט אוועקדרייען, דארפט איר פארן ווייטער און פאלגן דעם געזעץ, מען טאר זיך נישט איינדרייען אין א פלאץ וואו דער געזעץ ערלויבט נישט זיך צו דרייען, בפרט ווען מען טראגט קינדער איז דער דרייווער אחריות אויף די קינדער.


אויך אסר איך צו רייכערן אין די ישיבה באס און אין די ישיבה ווענס; נישט קיין חילוק ווען מען טראגט קינדער אדער ווען מען פארט אן קינדער, קיינער קען נישט רייכערן אינעם ישיבה באס און אינעם ישיבה ווען.


פאר איר פארט ארויס דארפט איר מאכן זיכער אז אלע קינדער זיצן און זענען צוגעבינדן, נאר אזוי קען מען אנהויבן פארן, אויב א קינד פאלגט נישט זאלט איר דאס איבערגעבן אין אפיס. אויב א קינד בינדט זיך אויף אינמיטן וועג זאלט איר זיך אוועק שטעלן אין די זייט פארמאכן דעם מאטאר און ווארטן ווי לאנג די קינדער וועלן פאלגן, זאל עס נעמען ווי לאנג עס וועט נעמען, שפעטער וועט איר דאס איבערגעבן פאר'ן מנהל.


פון היינט און ווייטער איז געענדיגט די זאך פון גיין צום לויער האברך היקר לי ... נרו יאיר, וואס העלפט מיר און ער נעמט אראפ אלע טיקעטס פון ישיבה; איך וועל רעדן צו אים און אים זאגן אז פון היינט אן זאל ער נישט אראפנעמען קיין טיקעט אויב דאס איז געכאפט געווארן דורך פארן ווילד און נישט געזעצליך.


איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער, איר וועט זיך נישט שפילן מיט לעבנ'ס פון קינדער, איר וועט פארן מיט פארזיכטיגקייט; וועט דער אייבערשטער אייך היטן.

#100 - נישט קויפן פאר טייערער פון די ווערד
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג פאר דעם בעל הבית פונעם פארעם אז ער קען עס פארקויפן פאר וועם ער וויל; מיר וועלן דאס נישט קויפן פאר איין דאללער מער וויפיל עס איז ווערד, איך וועל אכטונג געבן אז מיר זאלן קענען וואוינען פאר ביליג, אינגעלייט זאלן קענען לעבן מיט ישוב הדעת.


האב נישט מורא; אז דו וועסט האבן געדולד וועסטו זען ווי אלע הייזער וועלן פארקויפט ווערן פאר זייער ביליג, אבער נאר אז דו וועסט האבן געדולד, דו וועסט אויסווארטן און זיך נישט לאזן וכו'.


די אלע וואס קויפן פאר טייער און הייבן די פרייז וועט דער אייבערשטער דאס מאנען פון זיי, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא צ:): "מַפְקִיעֵי שְׁעָרִים - עֲלֵיהֶן הַכָּתוּב אוֹמֵר (עמוס ח, ז): "נִשְׁבַּע ה' בִּגְאוֹן יַעֲקֹב אִם אֶשְׁכַּח לָנֶצַח כָּל מַעֲשֵׂיהֶם", די אלע וואס הייבן די פרייזן, אויף זיי זאגט דער אייבערשטער: "איך שווער אז איך וועל נישט פארגעסן זייערע שלעכטע מעשים".


יעצט הער איך אז האברך ... גייט אונטער אונזער רוקן, ער וויל קויפן ...'ס הויז; זאג איך דיר קלאר אז מיר וועלן נישט אריין נעמען אין די מוסדות קינדער פון די משפחות וואס קויפן אליינס וכו', אין די מוסדות וועלן נאר קענען זיין קינדער פון די וואס קויפן דורך די וועד פונעם שטעטל.


געדענק, א ווארט איז א ווארט.

#99 - געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב געקענט באצאלן די חוב פון צען טויזנט דאלער
צדקה, מוסדות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן אז איך האב דיר געקענט באצאלן די חוב פון צען טויזנט דאלער נאך פאר'ן זמן הפרעון.


עס ווערט אויסגעשמועסט אין די פוסקים אויב מען מעג זאגן "יישר כח" ווען מען באצאלט א חוב אדער מען טאר נישט צוליב דעם איסור ריבית.


דאס איז אבער זיכער אז אין זכות וואס דו האסט געהאלפן די מוסד פון רבי'ן וועסטו געבענטשט ווערן, ווייל ווען מען טוט צדקה מיט'ן צדיק אמת ווערט מען געבענטשט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "אִם נוֹתְנִין צְדָקָה לְזֶה הַצַּדִּיק", אז מען געבט צדקה פאר'ן אמת'ן צדיק, "הוּא מִתְבָּרֵךְ מִיָּד", ווערט מען גלייך געבענטשט, "אֲבָל אִם נוֹתֵן צְדָקָה לְמִי שֶׁאֵינוֹ בְּחִינַת עָפָר כְּלָל, אֵינוֹ עוֹשֶׂה פֵּרוֹת", אבער אז מען געבט צדקה פאר א פלאץ וואס איז נישט וכו', האט מען גארנישט דערפון.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן געבן אונזערע צדקות פאר'ן הייליגן רבי'ן, פאר זיינע ספרים און מוסדות וואס טוען פארשפרייטן זיינע עצות.

#98 - געב אכטונג אויף די ריינקייט אין תלמוד תורה
מוסדות, ריינקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וארא, כ"ה טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


געב אכטונג אויף די ריינקייט אין תלמוד תורה; א פלאץ וואו מען לערנט תורה דארף זיין ריין.


ווען איך בין געווען א מלמד פלעג איך אליינס רייניגן די כתה, ווייל ריינקייט ברענגט צו אלע מדריגות. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה כ:): "זְרִיזוּת מְבִיאָה לִידֵי נְקִיּוּת, נְקִיוּת מְבִיאָה לִידֵי פְרִישׁוּת, פְּרִישׁוּת מְבִיאָה לִידֵי טַהֲרָה, טַהֲרָה מְבִיאָה לִידֵי קְדוּשָׁה", און אזוי ווייטער ביז די גרעסטע מדריגה.


א טיש וואו מען לערנט אדער מען עסט קערט מען נישט אויס מיט א בעזעם; דו דארפסט אליינס פארשטיין אז א בעזעם איז געמאכט נאר צו רייניגן די ערד, אויך זאלסטו אכטונג געבן אז די קינדער זאלן נישט שפילן מיט'ן בעזעם, דאס אויפהייבן וכו'; א בעזעם איז געמאכט צו קערן די ערד, נישט טישן און בענקלעך.


שטארק זיך; זיי ממשיך צו העלפן די חדר און סקול. אלע בחורים און מיידלעך וואס האבן געהאלפן די חדר און סקול האבן שיין חתונה געהאט. די וואך אליינס האבן מיר דריי חתנים אין ישיבה, אלע דריי העלפן און האבן געהאלפן זייער געטריי אלע זייערע יארן, קוק ווי דער רבי באצאלט זיי אזוי שיין.


נאך אביסל וועסטו האבן דיין שידוך.

#97 - ברענגען אין חדר נאר ערליכע הכשרים
חינוך הילדים, מוסדות, כשרות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שמות, י"ח טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיין חלק אז דו ביסט א מלמד, דו לערנסט תורה און אמונה מיט אידישע נשמות. טאנץ פאר שמחה אז דאס איז דיין חלק, דו ווערסט נישט פארשווארצט אויף די וועלט מיט זאכן וואס בלייבט נישט; יעדע רגע וואס דו זיצט מיט די קינדער איז א זכות פאר דיר לנצח נצחים.


בנוגע א"ו י"ו ד"י (OU-D) וכו'; רעד צו די קינדער זיי זאלן אכטונג געבן ווען זיי בעטן א עסן אדער א טרינקען פון א חבר אז זיי זאלן דאס בודק זיין אויב עס איז כשר, אויב עס האט אן ערליכן הכשר; ווייל אז מען טרינקט אדער מען עסט חלב עכו"ם ווערט די בלוט פאר'סמ'ט און פארטאמט רחמנא לצלן.


איך האב געשריבן פאר'ן מנהל ער זאל נאכאמאל אהיים שיקן צעטלעך פאר אלע עלטערן אז זיי זאלן נישט שיקן עס און טרינקען מיט די א"ו י"ו הכשר און זיכער נישט א"ו י"ו ד"י.


אז א קינד זאגט אז ביי זיי אין שטוב נוצט מען דעם הכשר זאלסטו נישט אוועק מאכן זיינע עלטערן, נאר זאגן קלאר אין זיכער: "דא אין חדר קען מען דאס נישט ברענגען, דא אין חדר פירט מען זיך אזוי ווי עס שטייט אין אשר בנחל, אז מען זאל נישט עסן א"ו י"ו".

#96 - יעדער מוטשעט זיך, וואויל איז דעם מוטשעט זיך מיט גוטע זאכן
הפצה, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


וויפיל דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די זכי' אז מיר האבן די זכות צו משמש זיין דעם רבי'ן, פארשפרייטן דעם רבי'ן פאר די גאנצע וועלט.


עס איז שווער, עס איז נישט גרינג, אבער אז מען קוקט מיט אן אמת'דיגע אויג זעט מען אז די גאנצע וועלט מוטשעט זיך; די גאנצע וועלט – יעדער איינער מקטן ועד גדול גייט אריבער שווערע ביטערע נסיונות, צרות און יסורים. וואויל איז אונזער חלק אז מיר מוטשען זיך מיט גוטע זאכן; מיט'ן אויפשטעלן מוסדות וואס ברענגען אריין די עצות פון רבי'ן, די עצות פון משיח - פאר די גאנצע וועלט.


זיי מחזק דיין ווייב תחי' אז זי זאל נישט ווערן צעפאלן ווען איך ענטפער נישט גלייך וכו', וכו'; יעדע בריוו וואס מען שרייבט מיר זע איך און איך ענטפער. אמאל קען איך נישט ענטפערן גלייך, בפרט יעצט ווען איך בין אביסל אפגעשוואכט. איך האף צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן כח ווייטער אנצוגיין.


גיי יעדן טאג אינדערפרי אין מקוה, דורכדעם וועסטו מבטל זיין אלע דינים.


איך האב דיר ליב; דו ביסט ביי מיר איינגעקריצט אין מיין הארץ, דו מיט דיין גאנצע משפחה.

#95 - האלט אין איין העלפן, וועסטו בלייבן פריש און פרייליך
בחור, מוסדות, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה.


איך בעט פאר דיר יעדן טאג אז דו זאלסט טרעפן דיין שידוך און האבן הצלחה.


ביז דערווייל, ביז דו באקומסט דיין שידוך זאלסטו העלפן דעם מוסד; דאס וועט דיר האלטן אז דו זאלסט נישט ווערן קיין אלטער בחור. מען קען זיין יונג אין יארן און מען איז דיפרעסט, און מען קען זיין עלטער אין יארן און אויסזען יונג; מען איז פרייליך און צופרידן אזוי ווי דו.


אז דו וועסט העלפן די מוסדות מיט וואס מען דארף, בכל פרט ופרט; דו וועסט אליינס טון, דו וועסט נישט ווארטן אויף קיינעם וואס זאל דיר נאכלויפן – וועסטו בלייבן פריש און פרייליך, און דאס וועט דיר צוניץ קומען דיין גאנצע לעבן.


דאס וויכטיגסטע – זאלסטו זען אז די שול זאל זיין ריין, אזוי אויך די חדר און די סקול. א ריינע פלאץ איז א פלאץ פאר השראת השכינה, ווידער א שמוציגע פלאץ קען נישט זיין א מקום פאר השראת השכינה.


איך בעט פאר דיר און איך ווארט אויף דיין הצלחה.

#94 - ווער עס העלפט דעם רבי'ן איז זוכה צו שיינע זאכן
שידוכים, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער עס העלפט דעם רבי'ן איז זוכה צו שיינע זאכן. דער רבי האט געזאגט: "ביי ווען איך נעם - געב איך"; ווער עס העלפט דעם רבי'ן באקומט שיינע מתנות אין לעבן.


דעריבער בעט איך איך דיר זייער, אז דו האסט זוכה געווען אין די מצוה פון רייניגן די סקול זאלסטו דאס טון מיט דיין גאנצע הארץ; טו עס מיט א שמחה און נעם נאך מיידלעך זאלן העלפן רייניגן די סקול. איך וויל נישט ברענגען א גוי טמא זאל זיך דרייען צווישן די הייליגע קינדער, ריינע מיידלעך - ער זאל דארפן רייניגן די סקול. נאר מיידלעך זאלן רייניגן, מיידלעך זאלן האבן די אחריות צו האלטן ריין דאס פלאץ, נישט איבערלאזן קיין עסן.


במשך אלע יארן אין ישיבה, די אלע תלמידים וואס האבן געהאלפן די ישיבה, זיי האבן געהאלפן מיט'ן רייניגן וכדומה – די האבן זייער מצליח געווען אין לעבן, און דאס זעלבע מיט די מיידלעך, די אלע תלמידות וואס האבן געהאלפן די סקול האבן שיין חתונה געהאט און לעבן א גוטע זיסע לעבן. בעט איך דיר זייער דו זאלסט ווייטער אנהאלטן די זכות פון העלפן די סקול, עס זאל זיין זויבער און ציכטיג, וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און האבן ערליכע דורות.


דו קענסט ווייזן די בריוו פאר דיינע חבר'טעס, זיי זאלן אויך העלפן רייניגן די סקול און זיין אחריות'דיג.

#93 - שאפן א זאל פאר די סקול פלעי
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


טו מיר א טובה, פרעג דיין זיידע אדער דיין פעטער אויב מיר קענען האבן דעם זאל ... פאר זונטאג און מאנטאג פרשת בשלח פאר די פלעי וואס די סקול מאכט. אויב אין די טעג זענען דא חתונות אפשר קענען מיר האבן זונטאג און מאנטאג פרשת משפטים.


מיר פלעגן מאכן די פלעי'ס אין ישיבה, אבער עס האט זיך פארגרעסערט די סקול, מיר דארפן א גרעסערע פלאץ.


לאז מיר וויסן ווי פריער, ווייל מיר דארפן וויסן ווען און וואו.


שטארק זיך, קוק די נסים וואס דער אייבערשטער האט מיט דיר געטון ביז אהער; דאנק און לויב אים וועט ער טון מיט דיר נאך נסים.

#92 - דו העלפסט מיר אזוי געטריי
שידוכים, מוסדות, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


איך באקום כסדר א באריכט פונעם מוסד, סיי פון חדר און סיי פון סקול – ווי געטריי דו העלפסט ארויס מיט יעדן פרט וואס מען דארף.


יעדע חסד וואס א מענטש טוט מיט א צווייטן איז זייער חשוב, אבער ווען מען טוט חסד מיט א מוסד, מען בויט מוסדות וואס פארשפרייטן די הייליגע עצות פון רבי'ן פאר די גאנצע וועלט, דאס איז נאך מער חשוב ביים אייבערשטן.


שטארק זיך; נאך אביסל וועסטו שוין טרעפן דיין שידוך; "ווען?" ווייס איך נישט, "מיט וועם?" ווייס איך אויך נישט, אבער דאס ווייס איך זיכער, אז דו וועסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב בזכות וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי; דו ווארסט נישט אויף קיין כבוד וכו', דו העלפסט מיר אפילו איך ווייס נישט דערפון; וואס דער מנהל בעט דיר, וואס די מנהלת בעט – ווערט געטון גלייך, דורכדעם וועסטו זיכער זוכה זיין צו אלעס גוטס.


זע צו זאגן משניות; פרוביר צו זאגן ח"י פרקים יעדן טאג, אויב דו קומסט נישט אן צו זאגן אכצן פרקים זאג וויפיל דו קענסט.

#91 - די ניינטע יאר אין "בית פיגא"
סקול, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב תחי' זי זאל ווייטער ממשיך זיין מיט איר ארבעט אין סקול. עס לאזט זיך פשוט נישט גלייבן אז מיר האלטן שוין יעצט די ניינטע יאר אין "בית פיגא". דיין ווייב תחי' איז א מתנה פאר אונזער סקול, זי איז אן איבערגעגעבענע מנהלת; אלע מיידלעך, אלע תלמידות שפירן ווי זי איז ווי א מאמע פאר זיי, איר גאנצע קאפ און הארץ לייגט זי אריין אין די תלמידות.


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האלטן דא, מיר האבן מוסדות פאר די אינגלעך און פאר די מיידלעך, וואו זיי ווערן נתחנך מיט די וועג פונעם הייליגן רבי'ן.


ווער האט אמאל געקענט טראכטן אז מיר וועלן האלטן דא, ווען פאר נישט לאנג צוריק האט מען זיך אזוי געשעמט מיט ברסלב; אנשי שלומינו - תלמידי היכל הקודש האבן נישט געקענט רעדן אפן פון רבי'ן און פון מוהרא"ש, אבער היינט האבן מיר אויפגעשטעלט א דור פון מפיצים ומפיצות, קינדער, בחורים און מיידלעך, אינגעלייט און ווייבלעך - גייען פארשפרייטן אין אלע גאסן דעם רבינ'ס התחזקות.


שטארק זיך און שטארק דיין ווייב זי זאל ווייטער אנגיין ביתר שאת וביתר עוז, אויפצובויען די קינדער מיט אמונה פשוטה, מיט צניעות און מידות טובות.

#90 - אוועקשטעלן דער יסוד פון די סקול
סקול, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וועל אם ירצה ה' קומען צו אייך זונטאג; איך וויל זייער שטארק רעדן צו די עלטסטע קלאס פון סקול, איך האב אסאך ארבעט דארט ווי לאנג מען שטעלט אוועק דעם יסוד. פרעג דיין ווייב אויב עס איז שייך צוזאם צו רופן די קינדער פון די עלטסטע קלאס ביי דיר און שטוב מיט די טיטשערס זונטאג אינדערפרי צען אזייגער, אויב יא לאז מיר וויסן.


זאג פאר דיין ווייב תחי' אז איך בין איר זייער מכיר טובה פאר'ן זיך אוועק געבן פאר אונזערע קינדער; מיר דארפן אריין לייגן אונזער קאפ און מח ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער אויף א גוטע וועג. ווי אזוי מען קען זיי אויפבויען זיי זאלן אויפוואקסן געזונט בגוף ונפש, נישט צעברעכן קיין קינדער, ועל כולם אריין לייגן אין זיי אמונה פשוטה זיי זאלן רעדן צום אייבערשטן.


דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רט): "אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך גיטאן", און ר' נתן שרייבט (שם) אז דער רבי האט עס געזאגט מיט א מורא'דיגע ברען און מיט א התלהבות; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון מחנך זיין די קינדער שוין פון יונגווייז אן צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.

#89 - מאך זיכער אז אלע קאמפיוטערס זענען גוט געפילטערט
מוסדות, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויצא, ח' כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב.


איך האף אז דו שטייסט אויף דעם אז אלע קאמפיוטערס אין אפיס; סיי אין ישיבה, און סיי אין סקול זאלן זיין געפילטערט מיט א שטארקע פילטער און אויך די קאמפיוטער'ס אין שטעטל, אז די אלע וואס ארבעטן אין אפיס און די וואס ארבעטן מיט הדפסה זאלן נישט צוקומען אריין צו פאלן אין שלעכטע פלעצער השם ישמרינו.


וואס קען מען טון אז מען זאל קענען באצאלן די מלמדים און טיטשערס? עס איז שוין דריי וואכן וואס זיי באקומען נישט זייער געהאלט.


איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז מיר זאלן קענען באצאלן צייטליך; אויב איז דא עפעס מיט וואס איך קען דיר העלפן איינקאסירן די געלט בין איך גרייט צו טון, ווייל עס זענען דא מלמדים וואס האבן נישט אויף שבת.


א גוט שבת.