בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#174 - געבן גוטע ווערטער איבער די מאס
קאמפלימענטס, שלום בית, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, כ' אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן דאנק פאר'ן מיר העלפן אזוי געטריי, דו העלפסט מיר אז די מוסד זאל קענען באקומען די נויטיגע הילף פון די שטאט, מען זאל קענען באצאלן די מלמדים, טיטשערס און עסן וכדומה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער האבן די זכי' צו טון גוטע זאכן, בויען מוסדות התורה והיראה, משמש זיין דעם רבי'ן; דאס וועלן מיר מיטנעמען, דאס וועט בלייבן אויף אייביג.


בנוגע הפצה; דאס אליינס איז הפצה. אלע וואס העלפן די מוסדות - איז הפצה, זיי האבן א חלק אין אלעס וואס די מוסד פארשפרייט.


זיי נישט קארג אין שטוב, גיס גוטע ווערטער; טראכט נישט אויב עס פעלט אויס נאך גוטע ווערטער, געב דיין ווייב גוטע ווערטער איבער די מאס.

#173 - מיר זאלן האבן די זכי' אויפצובויען אידישע קינדער
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ר' ... נרו יאיר וזוגתו אונזער מנהלת בית פיגא תחי'


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' אויפצובויען אידישע קינדער, איינפלאנצן אין זיי אמונה; אלע זאלן וויסן אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן.


איר זאלט אינאיינעם זען אסאך נחת ביי אייערע קינדער און קינד'ס קינדער, אמן.


שמחת פורים.

#172 - א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ר' ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיין אזא געטרייער מלמד, פאר'ן אריינלייגן אין אונזערע קינדער אמונה טהורה, יראת שמים ומדות טובות.


אשרינו מה טוב חלקינו ששם חלקינו בהיכל הקודש ולא מיושבי קרנות, אז מיר קענען שפירן אביסל בזה העולם טעם גן עדן.


שמחת פורים.

#171 - האבן די זכי' ווייטער צו לערנען מיט תינוקות של בית רבן
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' ווייטער צו לערנען מיט תינוקות של בית רבן, מיר זאלן בלייבן א גאנץ לעבן בבית ה', לחזות בנועם ה', מיר זאלן שפירן דאס זיסקייט, דאס ליכטיגקייט - אין די תורה, מיר זאלן מצליח זיין מיט די תלמידים; אויפשטעלן א מיליטער פאר'ן אייבערשטן.


שמחת פורים.

#170 - מיר זאלן האבן די זכי' צו זיין א שמש ביים רבי'ן
מוסדות, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' צו זיין א שמש ביים רבי'ן, העלפן פארשפרייטן די אמונה, העלפן כאפן דעם הערש; נישט אוועק גיין פון רבי'ן.


איך דאנק דיר פאר דיין געטריישאפט פאר'ן מוסד.


שמחת פורים.

#169 - יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי געטריי מיט אונזערע קינדער
מוסדות, הכרת הטוב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד הר"ר ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך אפגעבן אזוי געטריי מיט אונזערע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אונזער גאנץ לעבן זיין באשעפטיגט מיט העלפן דעם רבי'ן, פארשפרייטן די אמונה, פלאנצן אין אידישע הערצער אמונה ויראת ה'.


שמחת פורים.

#168 - מיר זאלן האבן די זכי' ווייטער צו טון פאר'ן רבי'ן
מוסדות, חסידות ברסלב, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן האבן די זכי' ווייטער צו טון פאר'ן רבי'ן; סיי מיט הפצת אור רבינו בעולם און סיי מיט'ן אויפשטעלן תלמידים ותלמידות, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען פאר אונזערע עלטערן און רבי'ס; למען לא נבוש ולא נכלם ולא נכשל לעולם ועד, מיר זאלן בלייבן פארבינדן ביים רבי'ן אין זאק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#167 - דער אייבערשטער זאל געבן הצלחה מיט אלע תלמידות
מוסדות, משלוח מנות, פורים

בעזרת ה' יתברך


חג הפורים, ערב שבת קודש פרשת תצוה, י"ד אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


ומשלוח מנות איש לרעהו


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו תחי', קרית ברסלב ליבערטי


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער קענען העלפן בויען די בליענדיגע מוסדות, מצליח זיין מיט אלע תלמידות; אלע תלמידות בית פיגא ליבערטי זאלן אויפוואקסן גרויסע צדקניות, איר זאלט האבן כח ווייטער ממשיך זיין מיט די הייליגע ארבעט.


שטארקט אייך אינאיינעם ווייטער צו טון נאר פאר אנדערע.


שמחת פורים.

#166 - אונזערע תלמידות זאלן נישט דרייוון בשום פנים ואופן
חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת משפטים, כ"ז שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


משפחת ... שיחיו


אייער טאכטער ... תחי' שרייבט מיר אויב זי זאל יעצט מאכן לייסענס צו פירן א קאר; זי שרייבט אז איר ווילט זי זאל מאכן יעצט לייסענס.


מיר איז א גרויסע וואונדער אז איר זענט מסכים דערצו, א יונג מיידל פון זעכצן יאר זאל זיך לערנען דרייוון; איך בין נישט מסכים בשום פנים ואופן אז אונזערע תלמידות זאלן דרייוון.


אז איר האלט אנדערש זאלט איר זוכן פאר אייער טאכטער א צווייטע סקול, ביי אונז אין בית פיגא איז דאס נישט ערלויבט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#165 - העלף ארויס דעם חתן איינצוקויפן פאר זיין חתונה
צדקה, מוסדות, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו טוסט פאר די מוסד. א דאנק פאר'ן איבערנעמען די טראנספארטעישן; דו טראגסט די אחריות אז אלע זאלן זיין צייטליך און אכטונג געבן אויף די נכסים פון ישיבה, אלע עלטערן באדאנקען זיך פאר'ן מאכן טראנספארטעישן אין די טאג פון די שניי.


איך וויל דיר בעטן זאלסט העלפן דעם חתן ... נרו יאיר ער זאל קענען איינקויפן פאר זיין חתונה. ער האט חתונה אין צוויי וואכן ארום ואין בידו לפורטה אפילו שוה פרוטה, ער וואלט ווען געקענט האבן היינט אוועקגעלייגט געלט אזוי ווי אנדערע בחורים וואס זארגן פאר זיך און גייען ארבעטן, למעשה האט ער זיינע אלע יארן נאר געזארגט פאר די מוסד, אנגעהויבן מיט'ן זיין א מלמד, שפעטער געדרייווט, ועל כולם די לעצטע צוויי יאר, זייט מען האט געעפנט די שטעטל - האט ער זיך אוועקגעגעבן כל כולו פאר'ן שטעטל.


זע עס זאל זיין בדרך כבוד.


 

#164 - איבערבעטן און זיך אויסשמועסן
מוסדות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת יתרו, כ' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק


ווען איך בין געווען פאריגע וואך אין סקול איז געקומען צו מיר טיטשער מרת ... תחי', זי האט געוויינט; זי זאגט אז איר זוכט אויף איר שלעכטס, זי האט מיר דערציילט אלעס וואס איר זאגט איר, ווי אזוי זי זאל זיך פירן אין קלאס און ווי אזוי זי זאל קומען אנגעטון ווען זי קומט אין סקול טיטשן.


איך האב איר געזאגט אז עס איז נישט אמת, איר זוכט נישט אויף איר שלעכטס. איך האב איר פרובירט צו בארואיגן זי זאל נישט אזוי טראכטן, איך האב איר געזאגט אז איך גיי רעדן צו אייך וכו'.


דעריבער בעט איך אייך איר זאלט איר איבערבעטן און איר געבן דעם גוטן געפיל, זי זאל שפירן ווי מען דארף איר און ווי מען שעצט איר; ווען א טיטשער שפירט ווי מען שעצט איר - באקומט זי כוחות צו קענען טון מער וויפיל סתם א מענטש קען טון.


זי האט נאך זאכן וואס שטערט איר, עס איז וויכטיג איר זאלט שמועסן מיט איר.

#163 - די עלטערן מוזן העלפן מחנך זיין די קינדער
חינוך הילדים, מוסדות, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר וזוגתו


איך דארף ענקער הילף; איך קען נישט אליינס זיך פארען מיט די קינדער, די עלטערן מוזן העלפן מחנך זיין.


איר דארפט אויסלערנען אייער טאכטער אז זי דארף האבן דרך ארץ פאר איר טיטשער, אזוי אויך האבן דרך ארץ פאר אייך. זי איז זיך מתחצף פאר די טיטשער, זי לאכט די טיטשער אין פנים אריין, זי זאגט נאך מיט געשפעט וואס די טיטשער זאגט; די טיטשער זאגט "קלאפ נישט", הייבט זי אן שטערקער קלאפן.


מיר גייט נישט אן אויב די קינדער לערנען און קענען, מיר לייגן נישט קיין דגוש אויף די זאכן; אבער אויף דרך ארץ לייגן מיר די שטערקסטע דגוש, אויב א קינד איז זיך מתחצף, פירט זיך אן דרך ארץ - האט דאס קינד נישט קיין פלאץ ביי אונז אין מוסד.


עס איז נישט קיין אונטערשייד וועמענס קינדער; זאל דאס זיין מיינע קינדער, וועלן זיי אויך נישט קענען לערנען אין ברסלב.


איך דארף ענקער הילף; איך ווארט צו הערן וואס ענקער פלאן איז.

#162 - אז מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם וועלן מיר אויסטערליש מצליח זיין
מוסדות, שלום, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, חבר הנהלה מוסדות היכל הקודש


אונזער הצלחה ליגט אין ענקערע הענט, אויב וועט זיין שלום צווישן די חברים וועלן מיר זייער שטארק מצליח זיין.


מיין פראבלעם איז נישט אויב ... וועט רעדן צו ... און ... צו א דריטן; איך ווער נישט צעפאלן ווען דער לאכט און דער שפעט, מען האט אלע יארן געשפעט און מען וועט ווייטער שפעטן, נישט דאס איז מיין פראבלעם, מיין פראבלעם איז ווען מיינע תלמידים, מיין הנהלה וואס איך געטרוי - האבן זיך נישט ליב, מען האט איינער אויפ'ן צווייטן, דאס איז נישט גוט.


ווען מען קומט זיך צוזאם איינמאל א וואך זאל מען זיך דורכרעדן, נישט האלטן אין זיך, נישט זיך אויפעסן; נאר אלעס ארויסגעבן אויף א שיינעם וועג.


אז מיר וועלן ארבעטן אינאיינעם וועלן מיר מצליח זיין - נישט סתם, מיר וועלן אויסטערליש מצליח זיין.

#161 - העלפן מאכן די האר ביי חתונות אין ישיבה
מוסדות, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית יואל


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן גוטע גרוסן פונעם חדר; איך האף צום אייבערשטן צו עפענען א סקול פאר מיידלעך בקרוב.


בנוגע וואס איר ווילט העלפן מאכן די האר ביי חתונות אין ישיבה; ביטע זיך פארבינדן מיט אונזער מנהלת, זי טיילט איין די ארבעט ביי די עזרת נשים.

#160 - וואס קען מען טון צו באצאלן די איינגעשטעלטע?
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בא, ז' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש ברסלב


וואס קען מען טון צו באצאלן די איינגעשטעלטע? שוין לאנגע וואכן וואס מען צאלט נישט קיין געלט פאר מלמדים.


איך ווייס נישט וואס גייט פאר.

#159 - באנעמט זיך מיט יעדעס קינד ווי אן איינציג קינד
מוסדות, הכרת הטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ו' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא וויליאמסבורג


איך בין אייך זייער דאנקבאר פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי.


איר זענט זייער געטריי צו די תלמידות, איר געבט זייער אכטונג אויף זיי, איר באנעמט זיך מיט יעדעס קינד ווי אן איינציג קינד.


אויך דאנק איך אייך פאר'ן העלפן מיט די חתונות אין ישיבה, ביי די פרויען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.

#158 - אז די עלטערן ווילן נישט מיטארבעטן, זאלן זיי זיך אליין אפגעבן מיט'ן קינד
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט א מלמד פאר קינדער, דו געבסט זיך אפ מיט אזא שטארקע סבלנות, דו האסט א געפיל פאר יעדן איינציגסטן קינד.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א מלמד; דא בזה העולם איז א מלמד נישט דער חשוב'סטער, אבער אין הימל איז א מלמד זייער חשוב. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כד.): עס איז אמאל געווען א טרוקעניש - עס האט נישט גערעגנט פאר א לאנגע צייט, האט מען זיך צאמגענומען אין בית המדרש צו מתפלל זיין פאר רעגן, א פשוט'ער איד איז צוגעגאנגען צום עמוד און גלייך ווען ער האט געזאגט: "מַשִּׁיב הָרוּחַ, וּמוֹרִיד הַגֶּשֶׁם" - האט אנגעפאנגען צו רעגענען, האט מען אים געפרעגט: "וואס זענען די גוטע מעשים וואס דו טוסט?" האט ער געזאגט: "איך בין א מלמד דרדקי - איך לערן מיט אידישע קינדער און איך מאך נישט קיין אונטערשייד פון א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר געלט אז איך זאל לערנען מיט'ן קינד אדער א קינד וואס דער טאטע צאלט מיר נישט; נאך א מנהג האב איך, אז ווען איך זע א קינד וואס וויל נישט לערנען, בין איך אים משחד; איך קויף אים אונטער, איך האב אין שטוב א פיש טאנק און איך בין אים משכנע אז אויב ער וועט לערנען וועל איך אים ווייזן די פישעלעך און דורכדעם הייבט ער אן לערנען"; זעט מען פון דעם אז אויב א מלמד, א טיטשער, געבן אכטונג אויף דעם אייבערשטנ'ס קינדער, האט מען א כח אין הימל און מען נעמט אן אלע תפילות.


בנוגע דעם קינד וכו'; אז די עלטערן ווילן נישט מיט ארבעטן, זיי ווילן נישט געבן פאר'ן קינד אביסל ריטעלין - איז נישטא וואס צו טון, זאלן זיי זיך אליינס מטפל זיין מיט'ן קינד. ער איז נישט קיין בן יחיד אין כיתה, עס איז דא א גאנצע כיתה און אז אלע כאפן מכות פון אים און ער רעדט ניבול פה, ער שלאגט יעדן איינעם, ער שלאגט דעם מלמד; דו אליינס האסט געכאפט מכות - זאלן זיי זיך אליינס מטפל זיין מיט אים.


קוק די צענדליגער בריוו אין אשר בנחל ווי מוהרא"ש שרייבט פאר די מלמדים אין יבנאל וואס ליידן פון אזעלכע קינדער וואס קומען פון עלטערן וואס ווילן נישט מיט ארבעטן; צענדליגער און הונדערטער בריוו פאר משפחות אין יבנאל וואו מוהרא"ש שרייבט זיי און ווארנט זיי, זיי זאלן מיט ארבעטן מיט די מוסד, אז נישט וועלן די קינדער נישט קענען קומען אין חדר.


דעריבער זאלסטו רופן די עלטערן און זיי זאגן קלאר אז דער קינד קען קומען אין חדר נאר אויב ער רעדט נישט קיין ניבול פה און אז ער וועט נעמען אביסל ריטעלין זיך צו בארואיגן.


בנוגע דיין שוואגער וכו'; איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל טרעפן א גוטע שידוך. ער איז א טייערער בחור, ער האט גוטע מידות, איך האף אז ער וועט בקרוב טרעפן זיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#157 - העלפן פירן די חדר
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר זייער דערפריידט; איך בין זייער פרייליך.


... טייערער, איך קוק ארויס אויף דיר אז דו גייסט מיר העלפן; איך האב א פלאן צו עפענען א חדר אין ירושלים בקרוב, איך טראכט אז דו וואלסט מיר געקענט העלפן. דו ווייסט ווי אזוי איך וויל די חדר זאל זיך פירן, דו ביסט געווען מלמד ביי אונז אין וויליאמסבורג.


לאז מיר וויסן דיינע פלענער.


 

#156 - קינדער זאלן נישט האבן קיין טעלעפאן
חינוך הילדים, מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וארא, כ"ז טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב גערעדט מיט אייער שוואגערס מלמד ער זאל אכטונג געבן אויף אים; נישט שרייען אויף אים.


זייער גוט אז איר האט מיר מודיע געווען אז דער מלמד שרייט אויף אים, אויב איז דא נאך זאכן וואס באדערט אים קענט איר מיר מודיע זיין.


איך וויל אייך בעטן איר זאלט אים זאגן אז ער זאל נישט קומען אין חדר מיט'ן טעלעפאן; עס פעלט נישט אויס ער זאל האבן אזוי יונג א טעלעפאן. אלע קינדער האבן נישט - זאל ער זיין אזוי ווי אלע; אויב דארף ער אהיים רופן קען ער בעטן ביים מלמד ער זאל אים בארגן א טעלעפאן.


איך האף איר וועט אים דאס זאגן און ער וועט פאלגן.

#155 - דרייוון איז נישט קיין שפיל, בפרט דרייוון קינדער
קינדער, מוסדות, סכנה, דרייוון

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת תפארת התורה ברסלב


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר העלפן מיט די ישיבה, מיט די חדר און מיט אלעס, איך פאר יעצט קיין אומאן, איך וועל בעטן פאר דיר דו זאלסט שוין טרעפן דיין שידוך.


געב איבער פאר אלע דרייווערס זיי זאלן אכטונג געבן ביים טראגן און ברענגען די קינדער; דרייוון איז נישט קיין שפיל, בפרט דרייוון קינדער.


איינער האט מיר אנגערופן זאגן, ער האט געזען ווי איינער פון אונזערע ווענס לייגט אראפ א קינד און ווען דער קינד איז נאך געשטאנען אויפ'ן גאס איז די ווען אוועקגעפארן; עס איז געווען פאריגע וואך דאנערשטאג ווען עס איז געגאנגען א שניי, ניסי ניסים אז דער איד האט זיך אפגעשטעלט העלפן דעם קינד אהיימגיין. מען טאר נישט אנהייבן פארן איידער מען זעט די קינדער אויפ'ן סיידוואק.


איך וויל רעדן צו אלע בחורים וואס דרייוון; זיי מסדר אלע זאלן קומען צו מיר אין שטוב קומענדיגע וואך.


 

#154 - געוואוין איין דיין זון צו רעדן צום אייבערשטן אין פעלד
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויגש, ח' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן, אמסטערדאם, אויפ'ן וועג קיין אומאן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו מיט די צדקה.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר לעבט בשלום ובאהבה, אויך פריי איך זיך צו הערן אז איר זענט צופרידן פון די מלמדים און פון די טיטשערס; מיר האבן אויסנאם מלמדים און אויסנאם טיטשערס, זיי לייגן אריין גרויסע כוחות אין די קינדער און זיי געבן זייער אכטונג אויף די געפילן פון די קינדער.


געוואוין איין דיין זון ... ער זאל רעדן צום אייבערשטן אין פעלד; האסט א שיינע פריוואטע פעלד, שיק אים ארויס רעדן צום אייבערשטן. ער איז שוין א גרויס קינד, פינף יאר; יעצט איז די צייט דאס אריינצולייגן אין אים. דער רבי האט געזאגט: "ווען איך וואלט געהאט א זון וואלט איך נישט מורא געהאט אים צו שיקן קליינערהייט אין פעלד רעדן צום אייבערשטן".

#153 - ס'איז וויכטיג צו האבן קשר מיט'ן מלמד
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ב' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב ליבערטי


אז אייער קינד קומט אהיים פון חדר צעווילדעוועט, ער שלאגט אייך און דריידט איבער, דארפט איר אדער אייער מאן - רעדן צום מלמד; מיר האבן אויסערגעווענליכע מלמדים, זיי וועלן בעזר השם העלפן אייער קינד.


בכלל איז וויכטיג צו האבן קשר מיט'ן מלמד, זיך אינטערעסירן כסדר און זיך באדאנקען; די מלמדים ארבעטן מיט מער חשק ווען זיי זעען אז די עלטערן אינטערעסירן זיך און באדאנקען זיך.


איך בין גרייט צו העלפן, צו טון אלעס פאר אייערע קינדער, איך זוך זיך נישט ארויסצודרייען, אבער די ריכטיגע וועג איז אז איר אליינס אדער אייער מאן זאל רופן וועכנטליך דעם מלמד איבערשמועסן אלעס לטובת די קינדער.

#152 - מאך נישט קיין עסק פונעם פראבלעם, וועט עס אוועקגיין
קינדער, תפילות אויף אידיש, חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וישב-מברכים טבת, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו תחי'


א גרוס פון דיינע ליכטיגע קינדער, זיי פירן זיך אויף זייער דרך ארץ'דיג, זיי זענען ליכטיג און טייער.


איך וויל דיר העלפן מיט א גוטע עצה בנוגע דיין טאכטער וואס זי גייט יעצט אריבער, זי מאכט אינטערעסאנטע פאקסן, זי בלינקט אסאך מיט די אויגן. איין טאג האט זי געוויינט צו איר טיטשער אז איר זיידע זאגט זי האט א קראנקהייט אין איר אויג ווייל זי בלינקט אסאך, איר טיטשער האט איר געזאגט אז זי איז וואויל און געזונט, זי האט איר פרובירט צו בארואיגן אבער זי האט זיך נישט געלאזט, זי האט גע'טענה'ט: "איך האב א מחלה", וכו', וכו'; אונזערע טיטשערס זענען זייער פארזיכטיג נישט חוזק צו מאכן אדער אראפקלאפן, זי זאגט פאר דיין טאכטער: "איך זע נישט ווי דו בלינקסט", און זי לייגט צו: "קוק, איך בלינק אויך", אבער עס האט נישט געהאלפן, דיין טאכטער האט געזאגט מיט געוויין: "איך ציטער", וכו', וכו'. ווי איך פארשטיי, איר אלס עלטערן פרובירן צו טון דאס בעסטע, איר ווילט נישט זי זאל בלייבן מיט די פאקס וכו', איר טראכט אז אויב מען וועט איר דערשרעקן אדער דאס גלייכן וועט עס אוועק גיין.


איך ווייס אז עס וועט נאר ערגער מאכן; וואס יא? איך האב אן עצה פאר אייך פון מוהרא"ש.


איך האב געהאט ביי איינע פון מיינע קינדער אן ענליכע זאך, איינער פון מיינע קינדער האט אנגעהויבן מאכן אינטערעסאנטע פאקסן מיט זיינע ליפן און פינגערס, יעדע מאל ער פלעגט הערן איינעם רעדן פלעגט ער אנהייבן פארמאכן און אויפמאכן די ליפן, און אנהייבן טאפן מיט די פינגער אין די לופט; איך ווייס נישט אויב דו וועסט כאפן וואס איז געווען, אבער גלייב מיר, עס האט אויסגעזען זייער שרעקעדיג.


איך און מיין ווייב זענען געווען אביסל דערשראקן, איך האב געפרעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו: "וואס טו איך מיט מיין זון?" איך האב נאכגעמאכט פאר מוהרא"ש ווי אזוי מיין זון האט געמאכט מיט די ליפן און מיט די פינגערס, און געפרעגט וואס צו טון. מוהרא"ש ברוב חכמתו האט מיר געזאגט: "מאך נישט קיין עסק, זאג נישט גארנישט וועט עס אוועק גיין", וכך הוה.


בעט איך דיר, אויב דו ווילסט אראפנעמען פון דיין טאכטער'ס פנים די פאקסן זאלסטו איר נישט דערשרעקן; מאך נישט קיין עסק דערפון, וועט עס אוועק גיין.


איך ווייס אז עס איז זייער א שווערע זאך, עס שטערט פאר טאטע מאמע צו זען אויפ'ן קינד אינטערעסאנטע פאקסן, דאך בעט איך דיר, פארבייס די ליפן, בעט שטילערהייט: "רבונו של עולם, העלף מיין טאכטער זאל נישט מאכן די פאקס, זי זאל נישט בלינקען אזוי אינטערעסאנט", וועסטו זען ווי עס וועט אוועק גיין.


איך קען דיר דערציילן אסאך אזעלכע מעשיות פון אנשי שלומינו וואס זיי האבן געהאט מיט די קינדער; קינדער וואס האבן געהאט צוטון מיט גיין אין בית הכסא, פחדים מיט נערוון וכו', וכו', זיי זענען געווען פארלוירן, זיי האבן מיר געפרעגט וואס צו טון, האב איך זיי געגעבן די עצה פון מוהרא"ש, נישט מאכן קיין עסק, נישט זיך קריגן מיט'ן פראבלעם נאר עס איגנארירן; זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן ביז דאס איז אוועק געגאנגען.


אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן א מתנה, א מוסד פאר אונזערע קינדער וואו די מלמדים און טיטשערס געבן זייער שטארק אכטונג אויף יעדן קינד; דאס איז ביי זיי דער עיקר, אכטונג געבן אויף די קינדער'ס געפילן, אז די קינדער זאלן זיין קאנפידענט, זיכער מיט זיך, מען זאל נישט לאכן פון זיי, מען זאל נישט חלומ'ען אז עפעס גייט אריבער אויף זיי, כדי זיי זאלן אויסוואקסן געזונט און שטארק.


איך וואלט דיר דאס געקענט זאגן פערזענליך, דאך האב איך דאס געשריבן ווייל נאך אסאך עלטערן וועלן קענען נוצן דעם בריוו און נישט שעדיגן זייערע קינדער, ווייל דערשרעקן העלפט נישט, עס מאכט נאר ערגער.


א פרייליכן חנוכה.

#151 - די שבת התוועדות פאר מיידלעך איז געווען אויסנאם שיין
חיזוק פאר מיידלעך, מוסדות, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישלח, ט"ו כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא וויליאמסבורג.


די מיידלעך און די ווייבלעך, אלע געבן איבער גאר שיינע גריסן פונעם "שבת התוועדות", זיי הערן נישט אויף צו דערציילן ווי שיין און תוכן'דיג דאס איז געווען.


מיר דארפן טראכטן פון מאכן נאך אזא שבת פאר די תלמידות בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


 

#150 - וויפיל מיר וועלן נאר טון פאר'ן רבי'ן, איז דאס נישט גענוג באצאלט
צדקה, מוסדות, מאגאזינען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, י' כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


א גרויסן יישר כח פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי; וויפיל מיר וועלן נאר טון פאר'ן רבי'ן - וועלן מיר נישט קענען באצאלן אויף וואס מיר האבן באקומען פון רבי'ן.


בנוגע דעם קרן וואס דו ווילסט מאכן; עס זאל זיין א פלאץ וואו אינגעלייט לייגן אריין געלט און מען אינוועסטירט עס וכו' וכו' און די רווחים וועט גיין פאר די ישיבה; איך האב עס איבערגעטראכט, איך וויל נישט האבן מיט דעם.


בנוגע לייגן בילדער אין די מאגאזינען; דאס וואס איך האב דיר געגעבן רשות איז נאר ווייל (חסר); יעצט הער איך אז דו נעמסט צאם געלט, וויל איך דיר בעטן, פון היינט און ווייטער שטיי ווייט פון דעם, איך וויל נישט ליגן אין זייער בית הקברות; איך האב א חלקה פאר מיר וואו איך וויל ליגן.