בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#138 - באצאלן אלע איינגעשטעלטע נאך בעפאר יום הקדוש
שכר לימוד, מוסדות, גניבה, יום כיפור

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער צו העלפן די מוסד. איך וויל אזוי שטארק באצאלן יעדן מלמד און יעדע טיטשער און יעדע איינגעשטעלטער נאך בעפאר יום הקדוש, איך וויל קענען זאגן ביים דאווענען: "לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ".


איך בעט דיר זייער, העלף מיר; גיי ארויס פון דיין קטנות המוחין, דו קענסט מיר העלפן, דו האסט די כוחות. העלף מיר ברענגען שכר לימוד, העלף מיר ברענגען שטאטישע פראגראמען, לאמיר באצאלן נאך פאר יום הקדוש פאר אלע איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט.


איך ווארט צו הערן פון דיר.


א גמר חתימה טובה.

#137 - אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן אויפ'ן וואגשאל
סקול, מוסדות, ראש השנה, זכותים

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


לכבוד דעם נייעם יאר וואונטש איך אייך א זיסע ליכטיגע יאר צוזאמען מיט אייער חשוב'ער מאן ... נרו יאיר.


אייער מאן העלפט מיר זייער דורכאויס דעם גאנצן יאר, די אלע גוטע זאכן וואס איר טוט פאר'ן מוסד וועט מען לייגן ראש השנה אויפ'ן וואגשאל און עס וועט ענק העלפן פאר א גוטע זיסע יאר.


אויך דאנק איך אייך פאר'ן קומען לערנען מיט די מיידלעך; די תלמידות האבן אייך זייער ליב, זיי האבן הנאה פון דאס וואס איר לערנט מיט זיי, פראקטישע עצות פאר'ן לעבן.


איך וואונטש אייך אלע ברכות וואס איר ווארט און ווילט.


א גוט געבענטשט יאר.

#136 - איך דאנק אייך פאר'ן זיך אזוי שטארק איבערגעבן פאר אונזער מוסד
קינדער, חיזוק פאר פרויען, מוסדות, הכרת הטוב, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


נאכן זיצן אפאר שעה אין אפיס ביים מיטינג דורכצוגיין אלע איינצעלהייטן שפיר איך אז איך דארף אייך שרייבן אפאר ווערטער.


איך דאנק אייך מרת ... תחי' פאר'ן זיך אזוי שטארק איבערגעבן פאר אונזער מוסד, מיט אזא געטריישאפט; אלע גוטע זאכן וואס קומט ארויס פון אונזער קהלה און מוסד גיין אויפ'ן וואגשאל פאר אייך לזכות פאר'ן יום הדין, דאס וועט אייך ביישטיין פאר'ן גרויסן יום הדין.


איך בעט אייך זייער איר זאלט ארבעטן נאר אין די פארמיטאג שעות, שפעטסטנס ביז פיר אזייגער; איר זענט א מאמע, איר האט א געבענטשטע שטוב – דארפט איר אהיים גיין דריי אזייגער, און אויב איז דא אסאך ארבעט – שפעטסטנס פיר אזייגער.


איך וואונטש אייך צום נייעם יאר איר זאלט געבענטשט ווערן מיט אלע ברכות, א זיסע יאר, א געזונטע יאר, א יאר מיט פרנסה, א יאר מיט שמחה, א יאר מיט שלום ושלוה און נחת פון די קינדער.


איך זאג אייך נאכאמאל, אלעס וועט מען לייגן אויפ'ן וואגשאל.


בנוגע בעיביסיטינג; איך האב גערעדט צו מרת ... תחי', די סקול וועט צושטעלן בעיביסיטינג פאר אייערע קינדער.

#135 - א דאנק פאר'ן העלפן אין אפיס אזוי שיין
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


 


יום ה' פרשת נצבים-וילך, כ"א אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בין היינט געווען אין אפיס און געזען די געטרייע סעקריטעריס, איך האב געזען דיין געטרייע ארבעט.


וויסן זאלסטו, מיט דעם וואס דו העלפסט מיר אין אפיס נעמסטו א טייל אין אלע גוטע זאכן וואס קומט ארויס פון אונזער קהלה און מוסדות.


צום נייעם יאר הבא עלינו לטובה וואונטש איך אייך און אייער משפחה א זיסע יאר, א גליקליכע יאר, א יאר מיט געזונט, א יאר מיט שפע, א יאר פון שלום בית און א יאר פון נחת.


איך דאנק דיר מיט מיין גאנצע הארץ; אויך האב איך א גרוס פאר דיר פון דיין מאן, ער איז א ירא שמים, ער דאווענט און לערנט.

#134 - זיי מיר דן לכף זכות, איך בין זייער פארנומען
מוסדות, מדות טובות, בריוו, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ד אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך רעד נישט אחד בפה ואחד בלב; ווען איך שרייב אייך "איך האב ליב צו רעדן מיט אייך" - איז דאס אמת, ווען איך שרייב אייך "מיין טייערער חבר" - איז דאס אמת און ווען איר רופט מיר און איר קענט נישט צוקומען צו מיר - איז דאס אויך אמת, ווייל איך בין זייער פארנומען.


איר וועט עס נישט גלייבן ביז איר וועט זען מיט די אויגן וואס ליגט אלץ אויף מיר, אלעס אליינס צו טון; אנגעהויבן מיט די ישיבה, איך האב נישט קיין שטאב, איך אליינס זיץ מיט די בחורים און געב זיי כמה שיעורים אין איין טאג, אין בבלי, ירושלמי, רמב"ם און אין רבינ'ס ספרים. נאכדעם ליגט אויף מיר דריי תלמוד תורה'ס, אין וויליאמסבורג, אין קרית ברסלב ליבערטי און יעצט האבן מיר געעפנט א דריטע אין קרית יואל. נאכדעם די מיידל סקול; אין וויליאמסבורג און אין שטעטל, יעדע זאך פון גרויס ביז קליין ליגט אויף מיר. נאכדעם די צוויי כוללים און שיעורים פאר אברכים און מאכן שלום בית צווישן פארפעלקער און דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און מוהרא"ש'ס ספרים, און נאך אסאך.


איך ווייס נישט פארוואס איר זענט ברוגז אויף מיר; איך בין זייער פארנומען, איר דארפט מיר דן זיין לכף זכות.


בנוגע די וואס ווילן מער נישט אריין לאזן דעם ספר עצתו אמונה וכו', (חסר).


זייט מיר מוחל אז איך האב נישט געענטפערט אויף די בריוו ווען איר האט געבעטן וועגן א שידוך; געלויבט דעם אייבערשטן אז זי האט געטראפן א גוטע שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען קומען קיין אומאן אויף ראש השנה און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.


כתיבה וחתימה טובה.

#133 - נעם נישט אריין קינדער נאר פאר צייטווייליג
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תצא, ד' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאלסט נישט אריין נעמען קיין קינדער פאר א טאג, צוויי, דריי וכדומה.


דעם פראבלעם האב איך שוין מיט די חדר אין שטעטל; עלטערן קומען און גייען, זיי שפילן זיך מיט די קינדער ווי מען שפילט זיך מיט א באלי.


קינדער קען מען נישט טראגן פון איין פלאץ צום צווייטן; א קינד דארף זיין מסודר מיט זיין מלמד פון אנהייב יאר ביז סוף יאר, מען קען נישט ארום שפילן מיט דעם.


דעריבער זאלסטו זיין שטארק נישט אריין נעמען קיין קינדער נאר די וואס זענען איינגעשריבן ביי דיר פאר די יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#132 - מאכן סדר אין אפיס
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, כ"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


מרת ... תחי'.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון העלפן בויען די הייליגע ברסלב'ער מוסדות; מיט דעם וואס איר ארבעט אין אפיס און איר זעט אז אלעס זאל זיין מסודר - האט איר א חלק אז איך קען לערנען מיט די בחורים, איר האט א חלק אין אלע גוטע זאכן וואס קומען ארויס פון די הייליגע פלאץ.


איך ווייס אז עס איז יעצט אביסל אנגעשטרענגט, סיי מיט דעם וואס מען פרובירט צו שטעלן די אפיס אין א סדר און סיי מיט דעם וואס מען הייבט אן אין די קומענדיגע טעג די נייע יאר; מען דארף אנגרייטן אלעס זאל קלאפן. אבער עס וועט אייך גרינגער ווערן, ווייל ווען מען ארבעט מיט א סדר איז פאר יעדן גרינגער.


איך האב געבעטן דעם אינגערמאן ... נרו יאיר ער זאל אריין קומען פאר אפאר וואכן מאכן סדר, ווייזן די ארבעטערס די וועג ווי אזוי א אפיס פירט זיך; איך האף אז איר ווערט נישט באליידיגט פון אים, ער וויל גארנישט, ער וויל נאר ווייזן די וועג ווי אזוי אן אפיס פירט זיך. איינמאל זאכן וועלן גיין מיט א סדר וועט יעדער הנאה האבן דערפון.


איך ווארט צו הערן פון אייך; דורך בריוו איז די גרינגסטע וועג צו רעדן צו מיר.

#131 - זייטס נישט צעפאלן אז טייל משפחות נעמען ארויס די קינדער
מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים ... און ... שיחיו


זייטס נישט צעפאלן אז א טייל משפחות האבן ארויס גענומען די קינדער פון אונזער תלמוד תורה. יארן צוריק ווען מיר האבן געעפנט אונזער חדר אין וויליאמסבורג האבן מיר אויך געהאט משפחות וואס האבן ארויסגענומען די קינדער; דעמאלט בין איך געווען ממש פארלוירן, איך האב געמיינט אז דער חדר וועט אונטערגיין, היינט קוק איך צוריק זע איך אז עס איז געווען נאר פאר אונזער טובה.


איך האף צו קומען קומענדיגע וואך קיין קרית יואל; איך וויל מאכן אן אסיפת הורים, איך וויל רעדן מיט אלע עלטערן וואס שיקן יעצט און וואס גייען אריין שיקן דעם קומענדיגן יאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע אייערע וועגן.


 

#130 - דארפסט לאזן וויסן וואו דו גייסט שיקן דיינע קינדער
מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך וויל וויסן וואס דיין פלאן איז פאר'ן קומענדיגן יאר – שנת תשפ"א הבא עלינו לטובה; אויב דו ווילסט שיקן די קינדער ביי אונז אין מוסד אין קרית יואל אדער דו פלאנסט צו בלייבן וואוינען אין ליבערטי און דארט שיקן די קינדער. איך זיץ יעצט מיט די טייערע מלמדים און מיט'ן מנהל, מיר ארבעטן יעצט אויס די כיתות, מיר דארפן יעצט וויסן ווער עס פלאנט צו שיקן די קינדער אויפ'ן קומענדיגן יאר.


עס וואלט ווען געווען שיין ווען דו לאזט ווען וויסן די מוסד פאר דו ביסט אוועק געפארן; עס איז נישט שיין ווען מען נוצט די מוסד נאר ווען עס קומט אויס גוט און נאכדעם שטויסט מען.


איך ווארט צו הערן תשובה פון דיר ווי פריער, אויב דו שיקסט די קינדער צו אונז אין מוסד אין קרית יואל.


זע צו לערנען אסאך משניות וועסטו ווערן א גרויסער ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#129 - זיך אפגעבן מיט'ן נייעם בנין פונעם תלמוד תורה און מיידל סקול
מוסדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו האסט מיר געזאגט אז דיין פלאן איז ארויסצוקומען וואוינען אין שטעטל גלייך נאך די הייליגע טעג.


דו פרעגסט מיר שטענדיג: "וואס קען איך העלפן?" יעדעס מאל מיר זעען זיך בעסטו מיר נאכאמאל: "ראש ישיבה, וואס קען איך טון פאר די מוסד? איך וויל העלפן די מוסד וואס האט מיר געהאלפן!"


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דו וועסט נעמען אויף דיר דעם נייעם בנין פונעם תלמוד תורה און מיידל סקול; אכטונג געבן אויף די ריינקייט און זען אז אלעס זאל זיין מסודר, עס זאל זיין אונטער דיין אויפזיכט.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#128 - עס איז א זכות צו העלפן דעם רבי'ן אויפבויען די מוסדות
מוסדות, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די מוסד; האסט מיר זייער ארויסגעהאלפן דאס יאר מיט די טראנספארטעישן, האסט אראפגענומען פון מיר א גרויסער עול.


איך האף דו וועסט טרעפן שנעל דיין שידוך.


ביז דיין חתונה בלייב מיט מיר, שטיי מיר צו מיין האנט מיר ווייטער צו העלפן; עס איז א זכות צו העלפן דעם רבי'ן אויפבויען די מוסדות וואס זענען מגלה פאר יעדן איינעם די עצות פון רבי'ן.


זע וואס דו קענסט טון מיט'ן אלטן באס; אפשר קען מען דאס פאררעכטן און אז נישט דארף מען שוין קויפן א נייעם באס, מיר הייבן אן חדר אין וויליאמסבורג אם ירצה ה' מאנטאג פרשת כי תבוא. יעצט זאגט דער גאווערנאר אז מען קען עפענען די מוסדות, וועלן מיר ווייטער קענען טראגן און ברענגען די קינדער מיט'ן באס.


זע צו ענדיגן ש"ס; ווען דו האסט איבריג צייט, ווען דו טראגסט די קינדער, דו ברענגסט די קינדער - זאלסטו האלטן מיט דיר א גמרא, ענדיג ש"ס וועסטו זוכה זיין צו ווערן א חתן.


איך האב ליב אלע תלמידים און נאך מער די אלע וואס העלפן מיר מיט א געטריישאפט בויען די מוסדות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - זיך דורכרעדן מיט'ן מנהל אדער מנהלת
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט א פראבלעם מיט אייערע זון'ס מלמד, אייער זון וויל נישט גיין אין חדר - דארפט איר רעדן צום מנהל הר"ר ... שליט"א. איך האב אים אויפגענומען ער זאל זיין פאראנטווארטליך אויף אלעס אין חדר, אזוי אויך אז מען האט א פראבלעם אין סקול דארף מען רעדן מיט די מנהלת.


אויב איר שפירט אז איר ווילט יא רעדן מיט מיר, איז די גרינגסטע וועג איר זאלט שרייבן אייערע זאכן וואס איר ווילט וויסן וואס צו טון און מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך אייך ענטפערן.


פארלירטס אייך נישט; יעדע זאך וואס עס שטערט אייך, יעדע זאך וואס באדערט אייך - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - אכטונג געבן אויף יעדן איינעמ'ס געפילן
מוסדות, שטעטל, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, חבר הנהלה.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן די מוסד אזוי געטריי; אויף די וועלט זעסטו נישט וואס דו טוסט, מען האט נאר טענות אויף דיר, אבער אויף יענע וועלט וועסטו זען די שכר וואס דו וועסטו באקומען פאר'ן העלפן בויען א מוסד וואס מאכט ליכטיג פאר אזויפיל מענטשן.


איך וויל דיר מחזק זיין און אלע חברים וואס העלפן מיר, איר זאלט זיצן איינמאל א וואך אדער מאקסימום איין מאל אין צוויי וואכן צו זען וואס מען קען בעסער מאכן פאר די מוסד און וואס מען קען אלץ פאררעכטן.


דער עיקר זאלט איר אכטונג געבן נישט צו זיין קיין פוסע על ראשי עם קודש, נישט טרעטן אויף אנדערע; אכטונג געבן אויף יעדן איינעמ'ס געפילן און זיך רעכענען מיט אלע אנשי שלומינו וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#125 - מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר
מלמדים, מוסדות, נחת, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר.


א גריס פון דיינע ליכטיגע קינדער; אלע זענען ערליך און פירן זיך מיט יראת שמים, בפרט דיין בחור ... נרו יאיר בטל'ט נישט די צייט, אדער לערנט ער, אדער העלפט ער אדער איז ער מפיץ; איך האף אז ער וועט בקרוב א חתן ווערן.


איך וויל וויסן וואס דיין פלאן איז פאר קומענדיגע יאר, מיר גרייטן יעצט אן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר - הבא עלינו לטובה.


 מיר וועלן זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין דער כתה א' מלמד, מיר קוקן ארויס אויף דעם; ביטע לאזן וויסן דעם מנהל ר' ... נרו יאיר דיינע פלענער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - וואס מען אינוועסטירט אין מוסדות התורה, איז די בעסטע ביזנעס דיעל
צדקה, מוסדות, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן נחת ביי דיינע קינדער בזכות די מצות צדקה, וואס דו האסט מנדב געווען א באס פאר די חדר און מיידל סקול אין ליבערטי.


יעצט זע איך אז דו ביסט גאר א גוטער ביזנעס מאן; האסט נישט געקענט מאכן מיט די צען טויזנט דאלער א בעסערע געשעפט ווי די אינוועסטמענט, צו געבן די געלט פאר א באס.


וואס מען אינוועסטירט אין מוסדות התורה, בפרט מוסדות וואס פארשפרייטן די אמונה אויף די וועלט - דאס איז די בעסטע ביזנעס דיעל.


איין גוטע דיעל ברענגט נאך גוטע דיעלס; דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע, זאלסט קענען שטענדיג העלפן די מוסדות.

#123 - איך האף דו וועסט ממשיך זיין מיט דיין מלמדות
מלמדים, מוסדות, חדר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דיין פלאן איז פאר קומענדיגע יאר, אויב דו קומסט צוריק זיין א מלמד ביי אונז אין תלמוד תורה.


איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט ממשיך זיין מיט דיין מלמדות; איך ווארט דו זאלסט מודיע זיין דעם מנהל ר' ... נרו יאיר וואס דיינע פלענער זענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - בעט דעם אייבערשטן זאלסט נישט פיינט האבן דאס שטעטל
התחזקות, מוסדות, מחלוקת, שטעטל, תשובה, אומאן, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס מוז זיין אז דו האסט אסאך שלעכטס אין דיר, עס קאכט אין דיר דיין עבר - דיינע מעשים וואס דו דארפסט פאררעכטן, ווייל די אלע טענות וואס דו שרייבסט מיר און וואס דו רעדסט מיט חברים וועגן די שטעטל האט נישט קיין הענט און קיין פיס; עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס עס זאל דיר שטערן די שטעטל. די טענה וואס דו זאגסט אז די מוסד אין וויליאמסבורג וועט צעפאלן - איז זייער לעכערליך. איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס אין דיר אויף די אלע משפחות פון אנשי שלומינו וואס שיקן נישט די קינדער פון אנהייב אן אין אונזער הייליגע מוסד אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז דו זאלסט האבן עפעס א פיינטשאפט צו די משפחות וואס וואוינען נישט אין וויליאמסבורג, איך זע נישט אז עס זאל דיר שטערן די משפחות וואס ציען זיך קיין דזשערזי סיטי, מאנסי, סטעטן איילענד וכדומה, נאר ווען מען רעדט פון שטעטל הייבט אן גיין פייער פון דיר; ווען דו רעדסט פון אנשי שלומינו טייערע משפחות וואס ציען זיך ארויס קיין קרית ברסלב ליבערטי - צינדט זיך אן אין דיר א בלינדע פיינטשאפט וואס האט נישט קיין שום זין.


איך מוז דיר זאגן אפן, עס טוט מיר זייער וויי יעדעס מאל וואס איך הער פון אנדערע ווי דו רעדסט מיט א פיינטשאפט אויף די משפחות וואס וואוינען אין שטעטל; דו ווייסט אז נאך אביסל פארן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף קיין אומאן אויף ראש השנה וואו מיר וועלן זיין אינאיינעם אלע תלמידי היכל הקודש, און דו ווייסט וואס מוהרא"ש פלעגט אויסרופן פאר תקיעת שופר געשטיקט מיט טרערן: "איך בעט יעדן איינעם, אויב איינער האט פיינט א צווייטן זאל ער מיר טון א טובה און ארויס גיין פון בית המדרש"; איך געדענק ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט, עס קלינגט מיר נאך אין אויער די ווערטער ביז'ן היינטיגן טאג, איך געדענק דאס התעוררות, דאס געוויין וואס האט געהערשט בשעת מעשה, איך געדענק די הרהורי תשובה וואס יעדער איינער האט געהאט און מיט דעם לעב איך א גאנץ יאר.


אויב דו וועסט תשובה טון, דו וועסט זיך אויסוויינען צום אייבערשטן, וועסטו קענען זיין מיט אונז דעם קומענדיגן ראש השנה הבא עלינו לטובה; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט זיין אין אונזער חבורה, אבער אז דו וועסט אנהאלטן די פיינטשאפט, דו וועסט נישט קוקן אין די אויגן פון די משפחות וכו', זאג איך דיר קלאר און איך בעט דיר אז דו זאלסט נישט קומען דאווענען ביי אונז. מיר דארפן נישט קיין עולם, מיר זוכן נישט קיין סאך מענטשן, מיר דארפן א חבורה וואס מען האט זיך ליב איינער דעם אנדערן.


איך האב ליב אלע אידן און נאך מער אלע ברסלב'ע חסידים תלמידי היכל הקודש, און דיר האב איך זייער שטארק ליב; אבער יעצט ווען דו שרייבסט מיר די לאנגע מגילה פול מיט האס, מוז איך דיר זאגן אפן: "אדער טוסטו תשובה, דו בעטסט דעם אייבערשטן ער זאל דיר מוחל זיין אויף דיין עבר און ריין מאכן דיין הארץ זאלסט זיין אמת'דיג מיט זיך אליינס, אדער זאלסטו נישט קומען מער צו מיר".


מיר קענסטו נישט סטראשען און פון מיר קענסטו גארנישט צונעמען; איך דארף גארנישט, איך האב גארנישט און איך וויל גארנישט. מוהרא"ש האט מיר געגעבן לעבן און מיר געבעטן איך זאל עפענען א ישיבה, איך האב געפאלגט מיט מסירת נפש; איך האב געהאט צו הערן און צו זינגען פון אלע זייטן - פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, אבער גארנישט האט מיר אפגעשטעלט פון צו טון וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אז איך וועל דיר נאר שרייבן איין פראצענט פון וואס איך בין אריבער - וועסטו מיר אויך נישט גלייבן; מען האט מיר פארשעמט אין אלע גאסן, מען האט אויסגעווארפן זייער אסאך מאל פאשקעווילן קעגן מיר אין אלע גאסן, עס זענען ארויסגעקומען גאנצעטע העפטן מיט לשון הרע און הוצאת שם רע אויף מיר און מיין משפחה, עס זענען פארגעקומען גרויסע הפגנות און פראטעסטן קעגן מיר אין די גאנצע שטאט דורך מענער און פרויען, באזונדער איז פארגעקומען הפגנות פון פרויען; במשך א וואך צייט אין איין צי זענען פארגעקומען פראטעסטן אין פארנט פון מיין שטוב, יעדן אינדערפרי זענען געשטאנען פרויען מיט גרויסע שילדן (סיינס) קעגן מיר און קעגן מיין ווייב תחי', מען האט ארויס געווארפן מיינע קינדער פון די מוסדות וואו זיי האבן געלערנט, מען האט גערופן טאג און נאכט סטראשען מיין ווייב און מיין משפחה, מען האט מיר ארויסגעווארפן פון בתי מדרשים; איך האב נישט געקענט גיין א שטיק צייט אין מקוה, און ווען איך בין שוין יא געגאנגען באהאלטענערהייט האט מען האט מיר אנגעגאסן מיינע וועש אין מקוה. איך האב געכאפט מכות; מען האט מיר צובלוטיגט - איינמאל אין גאס און איינמאל ביי א חתונה. ווען איך פלעג גיין אויף שמחות פון גאר נאנטע משפחה און איך האב געוואלט וואונטשן מזל טוב האט מען מיר נישט צוריק געגעבן די האנט.


שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט די שטאט; מען האט גע'מסר'ט די ישיבה אז איך הייס בחורים זיך נעמען דאס לעבן, מען האט מיר גערופן אויף חקירות ודרישות; טעג און וואכן האב איך נישט געהאט קיין מנוחה פון די פאלשע מסירות. שפעטער האט זיך אנגעהויבן א פרשה מיט רבנים, מען האט מיר גערופן צו דין תורה'ס און מען האט געוואלט ארויסקומען מיט א חרם אויף די ישיבה.


אזוי אויך האב איך געליטן פון אינעווייניג, אין היכל הקודש האט מען מיר זייער וויי געטון; רוב חברים וואס האבן זיך געדריידט אין היכל הקודש האבן אויפגעהערט רעדן מיט מיר, עס איז ביי מיר מקוים געווארן דער פסוק וואס דוד המלך וויינט צום אייבערשטן (תהלים מא, י): "גַּם אִישׁ שְׁלוֹמִי אֲשֶׁר בָּטַחְתִּי בוֹ", מיינע נאנטע פריינד, "אוֹכֵל לַחְמִי", נאנטע מענטשן וואס האבן געגעסן מיין ברויט, מיין געלט, מיין געהאלט, - "הִגְדִּיל עָלַי עָקֵב", זענען געווארן מיינע פיינט, זיי האבן גערעדט צו מוהרא"ש שלעכטס אויף מיר; עס האט געפעלט א האר, עס איז געווען "כְפֶשַׂע בֵּינִי וּבֵין הַמָּוֶת", עס זאל ווערן א פירוד חס ושלום צווישן מיר און מוהרא"ש.


און נאך אסאך אסאך, וואס מען קען נישט אנהייבן צו שרייבן - וואס איז אריבער אויף מיר; מיט דעם אלעם האב איך קיינמאל נישט געטראכט פון אפלאזן די ארבעט. ביי מיר איז געווען א ווארט פון מיין הייליגער רבי וואס האט מיר געגעבן א שליחות צו טון - א ווארט.


איך שרייב דיר דאס אלעס כדי דו זאלסט וויסן אז מיר קענסטו נישט צעברעכן; קענסט פרובירן אבער עס וועט דיר נישט גיין. ווען מען וויל מיר צעברעכן מאכט מען מיר נאר שטערקער, ווייל ווען עס גייט אריבער אויף מיר שוועריקייטן גיי איך צוריק צום אייבערשטן, איך וויין זיך גוט אויס און איך בעט אים ער זאל מיר העלפן, דורכדעם ווער איך נאר מער מחוזק. ווען א מענטש וויל עפעס דעמאלט קען מען אים שטערן, מען קען אים אונטערלייגן פיסלעך וכו' וכו', אבער ווען א מענטש וויל גארנישט, דארף גארנישט און האט גארנישט - קען מען אים גארנישט טון.


דער הייליגער רבי האט דערציילט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קסב): דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט געבעטן זיינע תלמידים זיי זאלן מקרב זיין א געוויסער איד אן עושר, שפעטער ווען ער איז מקורב געווארן און ער איז געווארן א גרויסער צדיק איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער הייליגער מגיד געזאגט "חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא כה:) 'הָרוֹצֶה שֶׁיַעֲשִׁיר - יַצְפִּין', ווער עס וויל רייך ווערן זאל זיך שטעלן אויף צפון זייט 'הָרוֹצֶה שֶׁיַחְכִּים – יַדְרִים', און ווער עס וויל קלוג ווערן זאל זיך שטעלן אויף דרום זייט, קומט אויס אז דער איד - איידער ער איז מקורב געווארן צו עבודת השם איז ער געווען אויף צפון זייט, איז ער געווען רייך, אבער יעצט ווען ער איז אריבערגעקומען אויף דרום זייט, ער איז געווארן אן ערליכע איד, א חכם - קען ער שוין נישט זיין אויף צפון זייט", זאגט דער רבי: "דאס איז ווען א מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש פארנעמט פלאץ אויף די וועלט - דעמאלט קען ער זיין נאר אין איין פלאץ, אדער צפון אדער דרום, וואס איז אבער ווען א מענטש וויל גארנישט? דעמאלט פארנעמט ער נישט קיין פלאץ אויף די וועלט, דעריבער קען ער זיין סיי קלוג און סיי רייך", אזוי ווי מיר געפונען ביי משה רבינו, די תורה זאגט (במדבר יב, ג): "וְהָאִישׁ משֶׁה עָנָו מְאֹד מִכֹּל הָאָדָם אֲשֶׁר עַל פְּנֵי הָאֲדָמָה", משה רבינו איז געווען א גרויסער עניו; וואס מיינט אן עניו? אז ער האט נישט פארנומען קיין פלאץ אויף די וועלט, ער איז געווען ביי זיך גארנישט; אזא איינער - זאגט דער רבי - קען זיין רייך און קלוג.


אזוי איז ווען מען קריגט אויף איינעם, מען וויל אים צעברעכן; כל זמן דער מענטש וויל עפעס קען מען אים צעברעכן, אבער אז דער מענטש וויל גארנישט, ער איז בכלל נישט תופס מקום - דעמאלט קען מען אים גארנישט טון.


איך וועל ווייטער ממשיך זיין מיט מיין שליחות, אויפשטעלן מוסדות פאר בחורים אינגלעך און מיידלעך און כוללים פאר אברכים, איך וועל ווייטער געבן שיעורים פאר אינגעלייט און פרויען, זיי ברענגען נאנט צום אייבערשטן, זיי ווייזן א וועג ווי אזוי זיי זאלן קענען לעבן אויף די וועלט, זיי זאלן ליב האב די תורה, און אלע וואס שטערן מיר און לייגן מיר אונטער פוסלעך - מאכן מיר נאר שטערקער, זיי העלפן מיר מיט מיין התבודדות, זיי שטופן מיר נאכאמאל צוריק צו גיין צום אייבערשטן, עס איז פארט אן אנדערע התבודדות ווען מען ווערט געשטערט וכו' וכו'.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך טראכט אז איך וועל קענען עפענען די בלינדע טפשות וואס איז דא ביי דיר אויפ'ן שטעטל.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר מצליח זיין סיי מיט אונזער מוסד אין וויליאמסבורג און סיי מיט'ן מוסד אין שטעטל, און איך האף צו גיין ווייטער און ווייטער. איך זיץ שוין מיט רבי ... נרו יאיר דער מנהל המוסד ווי אזוי אויסצושטעלן די קלאסן פאר'ן קומענדיגן יאר, און מיט די מנהלת תחי'; בשעת דו שרייבסט מיר דיין לאנגע מגילה, זיץ איך מיט'ן מנהל און מנהלת ווי אזוי אויסצושטעלן די כיתות פאר'ן קומענדיגן יאר, מיר לייגן אריין כוחות ארויס צו געבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - העלף ארויס צוריקבאקומען די גע'גנב'טע געלט
מוסדות, גניבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זאלסט העלפן די אפיס, איינער האט גע'גנב'עט גרויסע געלטער; זאלסטו אנרופן די באנק און טון אלעס אז מיר זאלן צוריק באקומען דאס געלט.


זיי פארבינדן מיט ... נרו יאיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז ווייטער צו העלפן די מוסדות
שכר לימוד, התחזקות, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר.


שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן, מיר זענען שוין איבער געקומען שווערערע וואסערן; דערמאן זיך די אלע יארן וואס דו העלפסט מיר אזוי געטריי, פון ווען מיר האבן געעפנט די ישיבה שטייסטו מיר צו די האנט, דו האסט מיטגעהאלטן אלע שווערע וואסערן וואס איז אריבער אויף אונז, דארפסטו נישט ווערן צעפאלן ווען צוויי אינגעלייט דערשרעקן דיר וכו'.


שטארק זיך ביתר שאת וביתר עוז ווייטער צו העלפן די מוסדות; זע צו צאלן די מלמדים און טיטשערס, זיי ארבעטן אזוי געטריי און אזוי איבערגעגעבן - דארפן מיר זיך זייער אנשטרענגען אז זיי זאלן קענען באקומען זייער געהאלט אין צייט.


בנוגע די משפחות וואס שפעטן פון דיר ווען דו בעסט שכר לימוד; בעט איך דיר, ווער נישט צעפאלן פון קיינעם. דו טו דיינס; ווער עס האט די זכיה, ווער עס איז אן ערליכער איד - וועט דיר צאלן און אז נישט וועט די ישועה קומען פון אן אנדערע וועג. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר'ן רבינ'ס אייניקל ווען ער האט אים געבעטן ער זאל אים העלפן בויען דעם קלויז: "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך סיי ווי אויספירן, שענער און בעסער וועט זיין אז דאס וועט קומען דורך דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - שיק מיר נאך קמיעות
סגולות, מוסדות, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות-מסעי, כ"ג תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


שיק מיר ארויס אין שטעטל דרייסיג קמיעות; עס זענען דא אסאך קינדער אין חדר און אין סקול וואס האבן נישט קיין קמיעות. איך וויל זיי אלע געבן קמיעות זיי זאלן זיין אפגעהיטן מיט א שמירה עליונה.


איך וועל דיר באצאלן דערויף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - פארן זייער פארזיכטיג אין שטעטל
שידוכים, מוסדות, הכרת הטוב, דרייוון, סיום הש"ס

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מטות-מסעי, כ"ב תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן זיין אזוי געטריי, דו העלפסט א גאנץ יאר די מוסד מיט'ן ברענגען און אהיים טראגן די קינדער און יעצט זומער האסטו אראפ גענומען פון מיר דעם עול פון טראגן די קינדער - אינגלעך, מיידלעך און בחורים; אין דעם זכות זאלסטו זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך.


איך בעט דיר זייער זאלסט פארן זייער פארזיכטיג דא אין שטעטל; עס איז א גרויסע סכנה צו פארן שנעל, ווייל קינדער שפילן זיך אויפ'ן גאס און מען קען חס ושלום אראפ קלאפן א קינד השם ישמרינו. איך וויל מען זאל פארן נישט מער ווי צוואנציג מייל א שעה, איך האף אז דו וועסט טון מיין ווילן.


געב איבער פאר אלע בחורים וואס קומען דא מיט קארס אז זיי זאלן פארן שטייט און פארזיכטיג, עס איז נישט קיין קינדער שפיל.


איך האף אז דו וועסט ענדיגן ש"ס במשך דעם זומער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#117 - קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, שיק נישט אויף ברסלב
חינוך הילדים, שלום בית, מוסדות, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


                               יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב; אז זי וויל נאכנישט שיקן די קינדער אין ברסלב, זי שעמט זיך פון משפחה און פריינט – זאלסטו זיך נישט קריגן מיט איר.


בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט זוכה זיין צו ערליכע דורות, יעדן טאג זאלסטו מאכן א צייט צו דאווענען פאר דיינע דורות; זוך אויף א שטילע פלאץ און דארט זאלסטו בעטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז מיינע קינדער און מיינע אייניקלעך ביז סוף כל הדורות זאלן זיין ערליכע אידן, העלף מיר אז איך און מיין ווייב זאלן זיך נישט שעמען מיט'ן הייליגן רבי'ן, מיר זאלן קיינמאל נישט פארגעסן וואס דער רבי האט פאר אונז געטון און וואס ער טוט מיט אונז, מיר זאלן לעבן א שיינע לעבן".


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#116 - מיט'ן געבן פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד
צדקה, מוסדות, רענט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נשא ב', י' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר.


איך דאנק דיר פאר'ן העלפן חודש'ליך מיט די רענט פאר די מוסדות; מיט'ן געבן דיין מעשר, דיינע צדקות – פאר די רענט, ביסטו יוצא אלע צדקות פונעם מוסד, אנגעהויבן מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול, כולל, הדפסה און אזוי ווייטער, אפילו די שטעטל – אלעס ווערט געטון אינעם בנין הישיבה; איך בין דיר זייער מכיר טובה אויף דעם.


איך בעט דיר נאכאמאל איבער אויף די מעשה וואס האט פאסירט; איך וועל אכטונג געבן עס זאל מער נישט פאסירן, איך האף אז דו ביסט מיר מוחל. איך וועל ווייטער געדענקען נאר די גוטס וואס דו האסט מיר געהאלפן אלע יארן און אלע טעג.


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און זיי פרייליך, מאך פרייליך דיין ווייב און קינדער, טאנץ מיט זיי; געדענק די ניסים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.

#115 - ארויסהעלפן מיט די פרויען פארטי
חיזוק פאר פרויען, מוסדות, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך וויל אייך בעטן אויב איר וועט קענען ארויסהעלפן היי יאר מיט די פרויען פארטי; צאמנעמען אלע עלטערן פון די מוסד און אלע וואס האבן הנאה פונעם מוסד אז זיי זאלן העלפן די מוסד, כדי מיר זאלן קענען באצאלן די איינגעשטעלטע.


די פריערדיגע יארן האבן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף געהאט גרויס הצלחה מיט די פרויען פארטי; אלע עלטערן און אלע וואס האבן שייכות מיט די מוסד האבן געהאט אן אינטערעסע אז עס זאל זיין דערין הצלחה, איך האף צום אייבערשטן אז היי יאר וועט עס אויך זיין מיט הצלחה.


ווען איר רעדט צו די פרויען געבט זיי צו פארשטיין אז די צדקה וואס מען נעמט צאם פון באקאנטע און משפחה, די גאנצע געלט גייט פאר זיך אליין; מען טוט א טובה נאר פאר זיך, אז די קינדער זאלן האבן מלמדים און טיטשערס וואס ווערן באצאלט, זיי זאלן קענען לערנען מיט די קינדער אן קיין דרוק.


נאך איין זאך בעט איך אייך, אויב איר באקומט א בזיון, איינער עפנט א מויל אויף אייך - זאלט איר דאס האלטן פאר זיך און נישט מאכן פון דעם א געראטשקע, נאר אויף דעם אופן קענט איר ארבעטן פאר אונזער מוסד; אז איר רופט אן איינע פון די עלטערן און ביי יענעם איז יעצט פונקט א שלעכטע מינוט און יענער קען זיך נישט איינהאלטן און הייבט אן שרייען וכו', זאלט איר דאס אראפשלינגען און דאס קיינעם נישט דערציילן; נאר אזוי קען מען מצליח זיין מיט'ן בויען דעם מוסד.


מיין מאמע תחי' זאגט שטענדיג: "אויב דו האסט עפעס גוטס צו זאגן אויף א צווייטן זאלסטו דאס זאגן, און אויב איז דאס עפעס שלעכטס זאלסטו דאס אראפשלינגען - אפילו עס האט א ביין".

#114 - ווען איר העלפט דעם מוסד העלפט איר זיך אליינס
צדקה, מוסדות, פארטי

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 מרת ... תחי'.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן מיר א פרויען פארטי זונטאג פרשת קרח, צאמצונעמען צדקה פאר אונזער מוסד; איך האף אז איר וועט העלפן אז די פארטי זאל זיין מיט הצלחה.


די גאנצע געלט פון די פארטי גייט פאר אייך צוריק; איר מיט אייער משפחה וועלן פון דעם הנאה האבן.


ביטע זיך פארבינדן מיט מרת ... תחי'.