בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#336 - זיין אליין איז נישט קיין עסק, מען דארף חתונה האבן
קינדער, שידוכים, חתונה, זיווג שני

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו פרעגסט אויף וואס דו מעגסט זיך שטעלן ביי זיווג שני; די אלע זאכן אויף וואס דו שטעלסט זיך איז זייער שיין און זייער פיין, אבער קוק זיך אן, קוק ווי די יארן גייען אריבער; שוין אזויפיל יאר וואס דו ביסט אליין, עולם חשך בעדך, פארוואס זאלסטו נישט חתונה האבן? אזוי ווי די הייליגע תורה זאגט, (בראשית ב, יח): "לֹא טוֹב הֱיוֹת הָאָדָם לְבַדּוֹ", עס איז נישט גוט צו זיין אליין, נישט חתונה געהאט; וואס איז דער זאך פון זיך קלויבן? מען דארף חתונה האבן, טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


זיין אליין איז נישט קיין עסק. דאס וואס דו זאגסט וועגן דיינע קינדער; געלויבט דעם אייבערשטן, דיינע קינדער זענען מסודר, זיי האבן אלע ווארעמע שטיבער ווי זיי האדעווען זיך; יעצט איז די צייט פון קוקן אויף זיך, דו דארפסט חתונה האבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#335 - א סגולה פון הייליגן רבי'ן צו האבן קינדער
קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פארשטיי אייער ווייטאג, איר ווארט שוין אזוי לאנג אויף א גוטע בשורה, און ווען איר האט זיך דערוויסט אז עס איז שוין דא גוטע נייעס זענט איר געווארן פרייליך, און יעצט איז דאס געווארן אויס, זענט איר זייער בצער.


ערשטנס זאלט איר וויסן אז אלעס איז פון הימל, דער אייבערשטער מאכט אלעס נאר צום גוטן, דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א פינקטליכער חשבון, אלעס איז פאר די טובה פונעם מענטש, עס קען נישט זיין בעסער ווי וואס דער אייבערשטער מאכט, און צווייטנס זאלט איר פון דעם ארויסנעמען חיזוק און זען אז איר קענט האבן קינדער; איר דארפט מער נישט זיין פארזארגט.


טראגט מיט זיך א מאגינעט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן פא): "מַאגִינֶט סְגֻלָּה לְבָנִים", א מאגינעט איז מסוגל צו האבן קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 


 

#334 - די קאפיטל "מזמור לתודה" איז מסוגל צו געבוירן קינדער
קינדער, סגולות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב 


היינט איז א גרויסע טאג, די יארצייט פונעם גרויסן צדיק דער אריז"ל זכותו יגן עלינו; וואונטש איך אייך אז איר זאלט זוכה זיין צו קינדער, ערליכע אידישע דורות.


נעמט זיך פאר צו זאגן יעדן טאג קאפיטל ק', מזמור לתודה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב) אז די קאפיטל איז מסוגל צו געבוירן קינדער, און חזר'ט זיך די ווערטער פון "כי טוב ה'", דער אייבערשטער איז גוט, ער טוט נאר גוטס און אפילו מיר פארשטייען נישט וואס ער טוט און וואס ער מאכט – איז דאס נאר גוט; דאס וועט ברענגען ישועות פאר אייך און פאר אלעמען.


זארגט נישט גארנישט, איר וועט האבן א שטוב מיט קינדער.


 

#333 - בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד
קינדער, תפילות אויף אידיש, שמות הצדיקים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מוהרא"ש זאגט פאר פרויען וואס ווארטן אז זיי זאלן זאגן אין די צייט "שמות הצדיקים" - נעמען פון צדיקים, און בעטן דעם אייבערשטן אז בזכות די הייליגע צדיקים זאל מען האבן גרינג דאס קינד. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", דורכ'ן דערמאנען די נעמען פון צדיקים - קען מען טוישן די טבע, צום ביישפיל: אברהם אבינו, יצחק אבינו, יעקב אבינו, משה רבינו, אהרן הכהן, יוסף הצדיק, דוד המלך, שלמה המלך, רבי שמעון בר יוחאי, רבי יצחק לוריא אשכנזי, רבי ישראל בעל שם טוב, רבי נחמן בן פיגא מברסלב, רבי נתן מברסלב, מוהרא"ש מברסלב וכו' וכו', און נאך נעמען פון צדיקים וואס מען געדענקט, און נאכדעם זאל מען זאגן די תפילה:


"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ אָבִי שֶׁבַּשָׁמַיִם, אִין דִי זְכוּת וָואס אִיךְ הָאבּ דֶערְמַאנְט דִי נֶעמֶען פוּן דִי צַדִּיקִים, בִּזְכוּת זֵייעֶר תּוֹרָה, זֵייעֶרֶע מַעֲשִׂים טוֹבִים אוּן זֵייעֶר מְסִירַת נֶפֶשׁ, וִוי זֵיי הָאבְּן זִיךְ מוֹסֵר נֶפֶשׁ גֶעוֶוען פַאר דַיינֶעט וֶועגְן, זָאלְסְטוּ מִיר הֶעלְפְן אִיךְ זָאל גֶעבּוֹירְן גְרִינְגֶערְהֵייט אַ גֶעזוּנְט קִינְד בְּרַמַ"ח אֵיבָרִים וּשְׁסָ"ה גִּידִים; אִיךְ זָאל זוֹכֶה זַיין אַרִיבֶּער צוּ גֵיין דִי אַלֶע טֶעג וָואס אִיךְ וַוארְט גְרִינְגֶערְהֵייט. הֵיילִיגֶער בַּאשֶׁעפֶער, גֶעבּ מִיר אַ גֶעזוּנְט קִינְד, אַ לִיכְטִיג קִינְד, אַ הֵיילִיג קִינְד. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל זַיין גֶעזוּנְט אוּן שְׁטַארְק מַיין גַאנְצֶע לֶעבְּן, אִיך זָאל אֵייבִּיג טוּן נָאר גוּטֶע מַעֲשִׂים וָואס דוּ וֶועסְט הָאבְּן פוּן דֶעם אַ נַחַת רוּחַ, יִהְיוּ לְרָצוֹן אִמְרֵי פִי וְהֶגְיוֹן לִבִּי לְפָנֶיךָ, ה' צוּרִי וְגוֹאֲלִי, אָמֵן כֵּן יְהִי רָצוֹן".


בנוגע וכו'; מען קען ווייטער געבן צו זייגן אין די ערשטע חדשים וואס מען ווארט, עס איז נישט קיין סכנה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#332 - טוט די סגולות פון הייליגן רבי'ן צו האבן קינדער
קינדער, תודה והודאה, ישועות, צדקה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת בלק, ז' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט דעם אייבערשטן יעדן טאג, רעכנט אויס דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך און דאנקט אויף יעדן פרט, דאס וועט עפענען פאר אייך א טיר אין הימל פאר ישועות.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. טוט די סגולות פון הייליגן רבי'ן, געבט אפאר פרוטות לצדקה יעדן טאג. דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "עַל יְדֵי צְדָקָה זוֹכֶה לְבָנִים", דורך צדקה איז מען זוכה צו האבן קינדער, און געבט די צדקה מיט ביידע הענט. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם אות צדקה, סימן כז): "יִתֵּן לִצְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם, וְיִהְיֶה תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", דורך געבן צדקה מיט ביידע הענט ווערן די תפילות אנגענומען, און בעטס: "הייליגער באשעפער, בזכות די מצוה פון צדקה - געב מיר געזונטע, ערליכע קינדער".


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל איך זע אייער מאן נרו יאיר; איך זע ער פירט זיך מיט יראת שמים, ער קומט דאווענען און אויך זע איך אים לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#331 - ביסט נישט גערעכט מיט די וועג פון פרישות
קינדער, חמרות ופרישות, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


ביסט נישט גערעכט מיט די וועג פון פרישות וכו'. קוק אריין אין די ווערטער פון הייליגן בני יששכר אין ספר דרך פקודיך, מצות פרי' ורבי' (חלק הדיבור, אות יב): "כשרואה שאשתו משדלתו בדברים", ווען מען זעט ווי די ווייב וויל לעבן אינאיינעם, "מצוה לפוקדה, והוי ליה בנין דמעלי", דעמאלט קען מען זוכה זיין צו האבן גוטע ערליכע קינדער.


אויך קוק אריין אין די ווערטער וואס ער זאגט: "ונ"ל דגם המקובלים מודים לזה אפי' אינו בשבתות וימים טובים, דעיקר אזהרת המקובלים הוא בכדי להמשיך נשמות קדושות משא"כ ימי החול אינם מסוגלים לזה, אבל בנידון הזה נפקא לן מן התורה דהוה ליה בנין דמעלי, דלמדנו זה מלאה שיצא ממנה יששכר", אז די אלע זמנים וואס שטייט פון די מקובלים - דאס איז נאכן מקיים זיין די מצוה פון פרי' ורבי', אבער א אינגערמאן, שנה ראשונה, דארף לעבן אן קיין פרישות.


לעבן מיט די ווייב אזוי ווי דער אייבערשטער האט אונז באפוילן - איז נישט א זאך וואס קילט אפ אדער שלעפט אראפ פון עבודת ה', אזוי זאגט די פארדרייטע מדריכים.


איך דארף מקצר זיין מפני הצניעות, עס איז נישט שייך צו שרייבן באריכות, איך וועל רעדן מיט דיר פנים בפנים.

#330 - מאכט נישט די זאך פון אויסרייניגן די קערפער
קינדער, רפואה, סכנה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


געב אכטונג, מאכט נישט די זאך פון אויסרייניגן די קערפער, נישט פאר אייך און זיכער נישט פאר די קינדער. דא איז געווען א אינגערמאן וואס די רעגירונג האט אים צוגענומען זיינע קינדער ווייל זיין ווייב פלעגט מאכן ענעמעס פאר די קינדער.


טוט נישט די זאכן, מאכט נישט די סכנה'דיגע זאכן, הערט נישט אויס די פרויען וואס רעדן פון די זאכן. אז א קינד שפירט נישט גוט - גייט מען צום דאקטער און אז דער דאקטער זאגט נעמען אנטי-ביאטיק - זאלט איר נישט טראכטן קיין איין מינוט אז דאס שאדט, איך נעם אנטי-ביאטיק ווען עס פעלט אויס און איך געב פאר מיינע קינדער אנטי-ביאטיק ווען עס פעלט אויס. מוהרא"ש האט גענומען, און געגעבן פאר זיינע קינדער, און נישט אויסגעוואשן די קאולען וכו' וכו'.


א רחמנות ווען מען גייט נאך די אייגענע שכל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#329 - מען דארף רעדן צו קינדער פון זיך פירן איידל
קינדער, צניעות, קדושה, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף רעדן צו קינדער פון זיך פירן איידל, און אז דער אייבערשטער זעט אלעס וואס מען טוט; דער אייבערשטער זעט אויב מען שפילט מיט א צווייטן נישט איידל, און אז מען האט שוין גערעדט איינמאל - רעדט מען א צווייטע מאל און א דריטע מאל; דאס איז די עצה.


אמאל אז מען זעט ווי די קינדער דערהערן נישט - גייט מען שטרענגער, אזוי ווי מען באגייט זיך מיט קינדער ביי אנדערע פעלער.


עבודת החינוך איז דאס הייליגסטע זאך, דאס וויכטיגסטע זאך; עס איז טאקע א שווערע זאך, אבער עס צאלט זיך אויס.


רבי נתן האט געזאגט: "עס איז ביי מיר חשוב צו מחנך זיין מיינע קינדער, פינקט ווי אויפשטיין חצות און זאגן 'תיקון חצות'"; אז מען וויל אויפשטיין ביי חצות זאגן תיקון חצות, דארף מען זיך לייגן שלאפן פרי, רבי נתן האט נישט געוואלט גיין שלאפן פאר זיינע קינדער קומען אהיים, ער האט זיי געוואלט מחנך זיין, ער האט געוואלט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זיי מחנך זיין צו מאכן ברכות, אנגרייטן נעגל וואסער וכדומה.


ווער נישט פארלוירן און דערשראקן אז דו האסט געזען דיין טאכטער זיך שפילן נישט איידל מיט נאך א קינד, דאס דארף דיך מחזק זיין צו רעדן נאך מער פון אמונה; אז מען קען זיך נישט באהאלטן פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער זעט אלעס, ער איז איבעראל; אונטער די טיש, אונטער די בעט, אין א שאפע, אין א טונקעלע שטוב, און דער אייבערשטער לאזט נישט זיך אויסטון די וועש מיט א חבר'טע, און חס ושלום קיינער זאל נישט אויפהייבן דיינע קליידער.


וואויל איז דעם וואס רעדט צו די קינדער פון אמונה און יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#328 - טראכטס נישט נעגעטיווע מחשבות, טראכטס פאזיטיוו
קינדער, תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נשא ב', י"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זאגט תהילים און איר האט יעצט געענדיגט די ערשטע מאל ספר תהילים. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון - זאל זאגן תהילים, תהילים ברענגט נאנט צום אייבערשטן, תהילים ווייזט דעם מענטש א וועג אין לעבן ווי אזוי צו זיין גוט.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט א גוטע שלום בית, איך הער אזויפיל צרות יעדן טאג, אזויפיל פראבלעמען, און ווען איך האב געליינט אייער בריוו און געזען ווי גוט עס איז אייך, ווי דאנקבאר איר זענט און ווי איר לויבט דעם אייבערשטן פאר אייער מאן - האט דאס מיר זייער דערפריידט.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער, און ווען עס קומען אריין מחשבות פונעם יצר הרע, נעגעטיווע מחשבות אז 'אפשר נישט', זאלט איר אריינלייגן אפאר פרוטות אין די פושקע און בעטן א קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל האבן ערליכע קינדער, געזונטע קינדער".


טראכטס נישט נעגעטיווע מחשבות, טראכטס פאזעטיוו, טראכטס 'נאך אביסל האב איך א קינד און עס וועט זיין אזוי פרייליך און אזוי גוט'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#327 - טאנץ פאר שמחה אז דו האלסט א געזונט קינד אין די הענט
קינדער, תודה והודאה, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו מגדל זיין דיין קינד לתורה ולחופה ולמעשים טובים, דער קינד אליעזר שלמה זאל אריינראטן אינעם גרויסן צדיק מוהרא"ש; עס זאל זיין 'כשם שנכנס לברית' - מיטן נאמען וואס מען האט אים געגעבן ביים ברית, 'כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים' - דער נאמען זאל אים געבן כח צו קענען לערנען און דאווענען, און חתונה האבן.


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט אינעם בריוו, איך זאל דיר שרייבן חיזוק פאר דיר און דיין ווייב; וואס פאר א חיזוק דארפסטו יעצט? האסט א געזונט קינד, וואס פאר א חיזוק דארפסטו?! דארפסט טאנצן פאר שמחה אז דו האלסט א געזונט קינד אין די הענט.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן, און דאס וועט ברענגען נאך און נאך ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#326 - נישט גערעכט אפצוהאקן קשר מיט א טאכטער צוליב א שייטל
קינדער, משפחה, שייטל

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט נישט גערעכט אז דו האסט אפגעהאקט קשר מיט דיין טאכטער צוליב דעם וואס זי האט אנגעטון א שייטל; זאלסט פאררעכטן און צוריק אנהויבן רעדן מיט איר און מיט איר מאן.


אסאך גדולי ישראל האבן מתיר געווען פאר א פרוי צו גיין מיט א שייטל, מען האקט נישט אפ מיט א טאכטער צוליב א שייטל.


וויפיל טאטעס און מאמעס בלוטיגן ווען די קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט, זיי קומען אהיים מיט א גוי השם ישמרינו; זיי וואלטן זיך געוואונטשן די קינדער זאלן זיין אידיש חתונה געהאט און גיין צוגעדעקט די קאפ מיט וואס עס זאל נאר זיין.


 

#325 - אז מען פרעגט איבער, זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן
קינדער, תודה והודאה, רפואה, שאלות, ראש ישיבה, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


   יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, מ"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז מען פרעגט און מען ענטפערט - דארף מען אננעמען.


איר זענט געקומען מיט אייער מאן נרו יאיר, מען האט איבערגערעדט אלע פרטים, און מען האט מיט דעת תורה גע'פסק'נט מען זאל ווארטן לכל הפחות צוויי יאר וכו' - דארף מען דאס אננעמען.


איר האט ליכטיגע קינדער, זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן פאר זיי און שעפן נחת פון זיי, און ווען עס וועט קומען די צייט מיט פרישע כוחות - וועט מען זיין גרייט צו נאך קינדער, יעצט איז א בחינה וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים כב:): "כשם שקבלתי שכר על הדרישה, כך אני מקבל שכר על הפרישה".


אז מען פרעגט איבער - זאג איך סיי ווי נאר וואס יענער וויל הערן; אויב אזוי דארף מען נישט קומען, מען קען גלייך טון וואס מען וויל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#324 - איך וויל נעמען מיין זון קיין אומאן פאר די זיבן יאר
קינדער, חינוך הילדים, אומאן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נשא ב', ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מאך מיר א טובה, מאך מיר א פאספארט פאר מיין זון יוסף, ער ווערט קומענדיגע יאר זיבן יאר, איך וויל אים מיטנעמען מיט מיר די יאר קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן.


מיטן אייבערשטנ'ס הילף האב איך גענומען אלע מיינע קינדער ביז אהער קיין אומאן איידער די זיבן, און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויל איך ווייטער אזוי טון, ווייל דער רבי האט מבטיח געווען, אויב וועט מען ברענגען צו אים א קינד איידער די זיבן יאר - וועט דער קינד גיין צו זיין חתונה מיט א ריינעם העמד, דאס מיינט מען ריין אן קיין פגמים.


יעצט נעמט זייער לאנג צוריק צו באקומען א פאספארט, מען דארף דאס מאכן אויפ'ן שנעלן וועג.


לאז מיר וויסן ווען מיין אפוינטמענט איז.


יישר כח


 

#323 - מאך דיין טאכטער א כלה, ראטעווע איר ווי לאנג זי איז ערליך און ריין
קינדער, שידוכים, חתונה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בהר בחוקותי, י"ז אייר, ל"ב בעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן, אתרא קדישא מירון


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דיין טאכטער האט זייער געוויינט צו מיר, זי האלט שוין נישט אויס, זי וויל חתונה האבן. וויל איך דיר בעטן מיין ליבער חבר, מאך איר א כלה, טו וואס איז ריכטיג, וואס שטייט אין די תורה; ווייל היינט איז א גרויסע סכנה, דער דור פאלט טויזנטער דרגות יעדן טאג און עס איז א גרויסע רחמנות אויף אונזערע קינדער, די נסיונות זענען געפערליך און עס איז דא נאר איין עצה - זיי חתונה מאכן.


ליבער ברודער, מאך דיין טאכטער א כלה, ראטעווע איר ווי לאנג זי איז ערליך און ריין; ווארט נישט זי זאל פאלן, זי איז א גוט קינד, אן אויסגעצייכנטע תלמידה, אבער מען דארף וויסן אז אויסגעצייכנט מיינט נישט צו זאגן אז מען בלייבט אויסגעצייכנט; נאר אז מען גייט אין די תורה וועג - קען מען בלייבן אויסגעצייכנט.


יעצט וועט מען מוזן מודה זיין צו מוהרא"ש, ווען עס קומען אריין שרעקליכע מעשיות פון די שענסטע און בעסטע מוסדות, ווי מיידלעך פאלן אין עבירות, יעצט וועט מען מוזן אויפהערן לאכן פון מוהרא"ש און טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אז נאר חתונה האבן איז די עצה; נאר חתונה האבן ראטעוועט דעם דור.


איבערפעינטן א הויז קען מען שפעטער, אבער א שידוך טון - איז קיינער נישט פארזיכערט אז מען וועט קענען טון שפעטער.


 

#322 - מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים
קינדער, כיבוד אב ואם, שמחה, קברי צדיקים, רפואה, ראש ישיבה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זארגט נישט, איר וועט האבן קינדער. איין זאך זאלט איר טון, זיין נאר פרייליך, מיט שמחה וועט זיך עפענען די הימל און איר וועט זען ניסים.


איך האב אסאך געבעטן פאר אייך אין מירון ביים הייליגן רבי שמעון און ביי אלע צדיקים.


ווערט נישט נערוועז ווען אייער מאמע זאגט אייך איר זאלט עסן דאס, און דאס נישט; מייערן יא און איגערקעס נישט, מילך נישט, נאר דאס און נאר יענץ. איר דארפסט וויסן אז אייערע עלטערן זענען זייער באזארגט פאר אייך, זיי ווילן שוין הערן גוטע נייעס. זיי מעגן זאגן און איר זאלט מכבד זיין מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ.


נאר שמחה; טאנצט, פאטשט, זינגט און נאך זאכן וואס מאכט פרייליך.


 

#321 - ווערט נישט פארלוירן, איר וועט זען נחת ביי אלע קינדער
קינדער, תודה והודאה, התחזקות, סבלנות, נחת

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווערט נישט פארלוירן, איר וועט זען נחת ביי אלע קינדער און בפרט ביי ... תחי'.


זייט ממשיך בעטן דעם אייבערשטן און זייט ממשיך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, ווייל תפילה און תודה והודאה - איז שטערקער פון אלצדינג, מען זעט ניסים.

#320 - ערליכע קינדער, איז די אמת'ע עשירות
קינדער, שמחה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך טראכט איך דארף דיר שרייבן א גרוס פון דיין טייערער זון ... נרו יאיר, אזא טייערער בחור מיט אלע מעלות, גוטע מדות, א גוטע הארץ, מיט יראת שמים. איך בין זייער איבערגענומען פון אים, וואויל זענען די עלטערן פון אזא קינד.


עס וועט נישט לאנג נעמען און ער וועט טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינעם שטוב.


מענטשן מיינען געלט מאכט פרייליך, מען לויפט נאך געלט, מען קוקט ארויף די מענטשן מיט געלט. אבער באמת, וואס האט מען פון געלט? וואס קען מען דען האבן פון געלט? ערליכע קינדער - דאס איז עשירות.


שטארק זיך, נאך אביסל קומט גרויסע ישועות.


...


דיין זון'ס ראש ישיבה


 

#319 - עס איז נארמאל אז קליינע קינדער זאלן נישט וועלן גיין אין חדר
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חדר

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט נישט זיין באזארגט אז דיין קליין קינד - וואס דו האסט יעצט אנגעהויבן שיקן אין חדר - וויינט אינדערפרי, ער וויל נישט גיין אין חדר. אזוי גייט עס ביי רוב קינדער, אין אנהויב ווען מען שיקט זיי אין חדר - ווילן זיי נישט גיין, זיי וויינען, זיי פארפירן. א טייל בארואיגן זיך נאך אפאר טעג, און א טייל נעמט עס לענגער ביז זיי געוואוינען זיך צו.


געב אוועק יעדן טאג א שטיק צייט און בעט פאר דיינע קינדער; קיינער איז נישט פארזיכערט, מען דארף רחמי שמים מען זאל האבן ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#318 - שמירט נישט די נעגל
קינדער, חיזוק פאר פרויען, רפואה, נעגל

בעזרת ה' יתברך


       יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שמירט נישט די נעגל, בפרט יעצט אין די חדשים וואס מען ווארט למזל טוב - איז זיכער נישט כדאי זיך שמירן די נעגל, אפילו עס איז נישט שייך חציצה וכו'; דאס וועט זיין א זכות פאר אייך צו האבן גרינג און מיט נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#317 - דיין ווייב זאל באשליסן אויב זי וויל עס נעמען
קינדער, תפילות אויף אידיש, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


בנוגע נעמען אן עפידורעל; די אלע וואס מאכן א פאניק און א שרעק פון נעמען אן אפידורעל - די זענען חולי נפש, מיר קוקן וואס די תורה זאגט, וואס צדיקים זאגן.


ביי דיין פאל אז עס האט נאר געמאכט פראבלעמען - זאל דיין ווייב זאגן וואס זי וויל, ווייל מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט מען זאל נעמען אן עפידורעל (קוק אריין אין שו"ת ברסלב חלק מא מכתב ה' תקמח). אבער אז דאס ארבעט נישט מיט דיין ווייב וכו' - זאל זי זאגן אויב זי וויל יא נאכאמאל פרובירן.


דער עיקר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג נאכאמאל און נאכאמאל: "הייליגער באשעפער העלף אונז עס זאל זיין גרינג און פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#316 - עס איז כדאי די שוועריקייטן, אז קינדער זאלן באקומען א ווארעמע חינוך
קינדער, תודה והודאה, חינוך הילדים, סגולות, מוסדות, תלמוד חכם

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בהר בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע א סגולה פאר האבן קינדער; תפילה והודאה, בעטן דעם אייבערשטן און דאנקען דעם אייבערשטן! נישטא קיין בעסערע סגולה פאר קינדער ווי בעטן און דאנקען.


בנוגע עפענען א תלמוד תורה היכל הקודש אין בית שמש; איך בין נישט בעל הבית אויף היכל הקודש, יעדער איינער קען עפענען שולן און מוסדות. אבער אויב דו ווילסט עס זאל זיין אונטער מיין נאמען - איז יעצט נאכנישט דער צייט פאר דעם, יעצט קענסטו שיקן דיינע קינדער קיין ירושלים; עס איז טאקע א שלעפ, עס איז נישט גרינג - אבער עס איז כדאי. אז קינדער זאלן באקומען א ווארעמע חינוך, אן צעקלאפן, אן צעברעכן - איז אלעס כדאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#315 - גוטע קינדער וואקסן נישט אויפן בוים
קינדער, תפילה והתבודדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, י"א לעומר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


גוטע קינדער וואקסן נישט אויפן בוים, גוטע קינדער קומען דורך אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


עלטערן וואס בעטן יעדן טאג פאר די קינדער - וועלן זען ליכטיגע דורות.


בעט דעם אייבערשטן פאר דיינע קינדער, וועסטו שניידן שיינע פירות.


 

#314 - זוכה זיין צו זרע של קיימא און זוכה זיין צו בלייבן העלפן דעם רבי'ן
קינדער, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז דו ביסט געקומען מיט אונזער נסיעה צו מקומות הקדושים אין פוילן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו זרע של קיימא און זוכה זיין צו בלייבן העלפן דעם רבי'ן, דו און דיינע דורות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.


 

#313 - איך בעט פאר דיר כמעט יעדן טאג, און באזונדער ביי פתיחת הארון
קינדער, קברי צדיקים, ראש ישיבה, פתיחת הארון

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע מצורע, כ"ו ניסן, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בעט פאר דיר כמעט יעדן טאג, און באזונדער ביי פתיחת הארון הקודש בעט איך באזונדער פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט נפקד ווערן בזרע של קיימא.


יעצט פארן מיר קיין פוילן וועלן מיר בעטן דעם אייבערשטן בזכות די צדיקים זאלן מיר האבן ישועות.


פון דיין ראש ישיבה וואס בעט פאר דיר.


 


 

#312 - מוותר זיין אויף די געלט אבי די קינדער זאלן האבן איין וואוינונג
קינדער, אידישע שטוב, זיווג שני, גט

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט אז דו און דיין אשת חיל, ביידע פון ענק - ארבעטן איבערמידליך אז די קינדער זאלן האבן א גוטע שטוב, א רואיגע שטוב, און דו זארגסט פאר אירע קינדער און זי זארגט פאר דיינע קינדער, א מחי' צו זיין אין א שטוב וואו עס איז דא שלום. מען שפירט דעם אייבערשטן אין אזא שטוב; ווייל דער אייבערשטער רוט דארט וואו עס איז דא שלום.


אז מען נעמט אריין אין שטוב דעם אייבערשטן - איז אלעס גרינגער. מען קען טון און מאכן, די כח נוצט זיך נישט אויס, עס איז א בחינה פון קודש הקדשים וואס איז געווען למעלה מן המקום. אויב חס ושלום מען פארגעסט פונעם אייבערשטן - דעמאלט איז שווער אפילו מיט איין קינד, און אפילו אן קינדער; אן דעם אייבערשטן איז יעדע ריר ביטער שווער.


בנוגע וכו'; דאס בעסטע פאר די קינדער איז - זיי זאלן זיין אין איין פלאץ, ביי איין שטוב, און יעדע צווייטע שבת קענען זיי גיין צום אנדערן. דאס הייסט, אויב זיי וואוינען ביים טאטען - זאלן זיי וואוינען ביי אים און גיין יעדע צווייטע שבת צום מאמען, און אז מען וואוינט מיט די מאמע - קען מען גיין יעדע צווייטע וואך צום טאטן.


קינדער זענען נישט קיין באלי, זיי קענען נישט וואוינען א האלבע וואך דא און א האלבע וואך דארט, דאס ארבעט נישט, בשום אין אופן; קינדער דארפן האבן איין שטוב, א ווארעמע וואוינונג און אן אפגעהיטענע וואוינונג.


לאז זיך נישט, געב אכטונג אויף די קינדער, און אויב די סיבה פארוואס יענער פארדריידט דעם קאפ איז ווייל ער וויל זיך פטר'ן פון צאלן קינדער געלט - זאלסטו מוותר זיין אויף די געלט אבי די קינדער זאלן האבן איין וואוינונג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.