בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#66 - אייבערשטער ראטעווע מיך, איך ווער פארברענט
תפילות אויף אידיש, בין המצרים, צדקה, משניות, גמרא, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, כ' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דער יצר הרע פלאקערט און ברענט, דער יצר הרע פון קוקן אויף פרעמדע ברענט און בריט, ער לאזט נישט אפ, ער ווארפט אראפ אן רחמנות. די איינציגסטע עצה איז - נאכאמאל גיין שרייען צום אייבערשטן: "אייבערשטער איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן, אייבערשטער ראטעווע מיך, איך ווער פארברענט, עס פלאקערט אין מיר תאות ניאוף, וויפיל איך פרוביר ווער איך נאר ווייטער און ווייטער פון דיר, העלף מיר..."


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם. וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


אויך זאלסטו זיך מאכן א קביעות צו לערנען גמרא, און אז דו פארשטייסט נישט די גמרא - זאלסטו ווייטער לערנען אפילו אן פארשטיין, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא. לערנען גמרא און זאגן גמרא פארברענט די קליפה וואס ווארפט אראפ אין פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, בפרט גמרא. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", תלמוד באטרעפט אזוי ווי די קליפה וואס ווארפט אראפ דעם מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן, תלמו"ד באטרעפט פיר הונדערט אכציג, און די קליפה לילי"ת באטרעפט אויך פיר הונדערט אכציג, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


האלט מיט דיר א פושקע, און ווען דו ווילסט א ישועה - לייג אריין אפאר פרוטות און בעט אין אידיש, אין דיין מאמע לשון, אויף דיין שפראך: "הייליגער באשעפער געב מיר א ישועה, העלף מיר..." וועסטו זען ישועות.


יעצט אין די דריי וואכן גייט מען נישט אין פלעצער וואס זענען מסוכן, עס שטייט אין שלחן ערוך (אורח חיים, סימן תקנ"א) אז קטב און מרירי זוכן ווי צו שעדיגן השם ישמרינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#65 - שרעקליכע נסיונות צו קוקן עבירות
תפילות אויף אידיש, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, כ"א תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פון דיר, ווי דו שטארקסט זיך אויף דיינע נסיונות, און דו קויפסט נישט קיין סמארטפאון. איך בין זייער צופרידן פון דיר, און איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בלייבן פעלזן פעסט נישט צו האבן די כלי וואס נעמט אוועק יעדע ברעקל יראת שמים.


דא האסטו א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער ראטעווע מיך, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך האב שרעקליכע נסיונות צו קוקן עבירות. איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שפיר ווי איך גיי אט אט דורכפאלן און זיך קויפן א כלי צו קוקן נאוף. הייליגער באשעפער היט מיך, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל נישט פארלירן מיין יראת שמים, איך וויל נישט פארלירן מיין ווייב, מיינע קינדער, איך וויל זיין א צדיק, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל אמונה, איך וויל קדושה..."


אזוי זאלסטו בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן, און לייג צו דיינע אייגענע תפילות, ביז דער אייבערשטער וועט רחמנות האבן אויף דיר.

#64 - אידישע ווייבלעך קען מען נישט פארנארן
צניעות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין פרנסה איז זיין א קאר סערוויס דרייווער - זאלסטו זיך זייער אכטונג געבן ווען דו האסט א פרוי אליין אין קאר, נישט רעדן קיין איין איבריגע ווארט, און נישט קוקן קיין איין קוק.


דאס וואס דו זאגסט אז דו שפירסט זיך ווי א שוטה מיטן נישט קוקן און נישט זיין העפליך, און דו שטארקסט זיך מיט די ווערטער פון די הייליגע חכמים (עדיות ה, ו): "מוּטָב לִי לְהִקָּרֵא שׁוֹטֶה כָּל יָמַי", ענדערש זיין א שוטה, "וְלֹא לֵעָשׂוֹת שָׁעָה אַחַת רָשָׁע לִפְנֵי הַמָּקוֹם", און נישט זיין קיין רשע איין סעקונדע פארן אייבערשטן; וויל איך דיר זאגן אז איך בין זייער איבערגענומען פון דיין יראת שמים, ווי דו שלאגסט זיך מיטן יצר הרע, אבער וויסן זאלסטו אז עס איז פינקט פארקערט, ווען מען פאלט אריין מיט א קאר סערוויס דרייווער וואס רעדט און קוקט וכו' וכו' - קוקן די פרויען אים אן ווי א שוטה, אידישע ווייבלעך קען מען נישט פארנארן און פארדרייען, זיי שפירן זייער רואיג און זיכער ווען דער דרייווער קוקט נישט, רעדט נישט, פרעגט נישט, טוט וואס ער האט צו טון, און די אלע וואס מאכן זיך ארענטליך, מען קוקט, מען שמייכלט, דארט זענען די פרויען נישט רואיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - זיצן מיט צניעות ביים שבת טיש
צניעות, שמחה, שווער און שוויגער, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זייער גוט טוסטו אז ווען דו גייסט צו דיין שוויגער קוקסטו אראפ, דו פירסט זיך מיט יראת שמים. עס איז נישט קיין סתירה מיט מכבד זיין, מכבד זיין מיינט רעדן שיין, זיך באדאנקען, העלפן; עס איז נישט קיין סתירה מיט זיך היטן די אויגן, זיך פירן איידל.


בנוגע דאס וואס מען זיצט די חתונה געהאטע קינדער, מאן און ווייב - איינער נעבן צווייטן, און עס איז אומבאקוועם ווען א צווייטע פארפאלק זיצט אנטקעגן דיר און דו דארפסט אראפקוקן; וואס קענסטו טון? קענסט נישט איבערדרייען די יוצרות ביי דיין שווער אין שטוב וכו', אם ירצה ה' ווען דו וועסט חתונה מאכן דיינע קינדער און זיי רופן צו דיר פאר סעודות זאלסטו מאכן די מענער פארנט, און די טעכטער און שנירן אונטן, נעבן די מאמע.


זיי פרייליך, גיי א טענצל אפאר מאל א טאג, און הער פרייליכע ניגונים, ווייל דאס היט דעם מענטש פון ניאוף. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט), שמחה איז א שמירה אויף פגם הברית, אזוי ווי עס שטייט (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", ווען איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ – איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - זוך א מקוה וואס איז ליידיג
מקוה, קדושה, משניות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, ב' סיון, מ"ו לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בין אזוי צעשוידערט פון ליינען וואס דו ביסט אריבער אלס יונגער בחור פון רוצחים וואס האבן דיך מטמא געווען אין מקוה; ווי קען זיין אזא זאך פאסירן, נאכדערצו ביי די שענסטע און פרומסטע קהילה? וואס איז פשט?! קיינער זעט נישט? נישטא קיין מקוה איד? נישטא קיין גבאים? אלעס איז הפקר?! ווי קען זיין א מקוה אינמיטן שטאט וואו הונדערטער אידן גייען א טאג און עס זאל פאסירן בריש גלי אז מען איז מטמא בחורים.


יעצט ווען דיין טעראפיסט זאגט דיר זאלסט נישט גיין אין מקוה, ווייל דו ביסט נעבעך קראנק מיט די מחלה פון (דברים כח, לד): "וְהָיִיתָ מְשֻׁגָּע מִמַּרְאֵה עֵינֶיךָ אֲשֶׁר תִּרְאֶה", דו קוקסט ווי א משוגע'נער רחמנא לצלן, דו ווילסט וויסן אויב דאס שטימט מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; ענדערש זאלסטו יא גיין אין מקוה, נאר זוך א מקוה וואס איז ליידיג, זוך א צייט וואס איז ליידיג, וועט דיר זיין גרינגער.


אז דו ווילסט געהיילט ווערן פון די טומאה, זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות. ווייל ווען מען זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן גייט דער פגם צו די מח. אזוי ווי דער זוהר זאגט (משפטים קי): "סליקא דיסודא עד אבא ואמא", מען פארלירט די מוחין, און דאס קען מען צוריק באקומען דורך לערנען משניות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס, און רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן 'צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?' האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד, און ווי מוהרא"ש זאגט אז ער האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - דער יצר הרע ברענט אין מיר
תפילות אויף אידיש, דרך ארץ, בית המדרש, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס ברענט א פייער אויפן גאס, עס איז אזוי געפערליך, מען קען נישט גיין אין גאס פון די גרויסע פריצות, מען דארף רחמי שמים נישט אראפצופאלן. דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "היינט אז מען גייט אין שול דארף מען רחמי שמים אז מען זאל אהיים קומען די זעלבע איד, נישט שוואכער, פון די גרויסע נסיונות".


מען דארף שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער העלף מיך, ראטעווע מיך, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, האבן ריינע אויגן, לויטערע אויגן, הייליגע אויגן, הייליגער באשעפער איך האב נישט די כוחות פאר דעם, איך האב אזא פייער, דער יצר הרע ברענט אין מיר, איך שפיר ווי איך האב נישט קיין בחירה, ראטעווע מיך"; אזוי זאלסטו שרייען טאג טעגליך צום אייבערשטן.


אויך זאלסטו דאווענען מיט מנין, קום אין שול און זיי מקפיד אויף מנין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ז ע"ב; תענית ח ע"א), ווען מען דאווענט מיט מנין נעמט דער אייבערשטער אן די תפילות ווי אזוי מען זאל נאר דאווענען. קום אין שול מיט דרך ארץ, קום אין שול אנגעטון מיט הוט און רעקל, און רעד נישט אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#60 - חס ושלום גיין צו א ביטש
צניעות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, מ"ב לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום גיין צו א ביטש, דאס איז א פלאץ פון גלוי עריות, פרויען דארפן זיין אפגעהיטן נאך מער ווי מענער, חס ושלום זאגן אז פרויען מעגן גיין צו א ביטש וואו גוים שווימען מענער און פרויען; נישטא אן ערגערע פלאץ פון א ביטש, מען טאר נישט אהין גיין. נאר ביי א פלאץ וואו עס איז אפגעטיילט נאר פאר פרויען, נאר דארט מעגן פרויען גיין.

#59 - וועסט ענדיגן ש"ס, וועל איך בלי נדר דיך נעמען קיין מירון
סדר דרך הלימוד, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער זון ... נרו יאיר


איך בין מתפלל פאר דיר דו זאלסט וואקסן א צדיק און טרעפן א גוטע שידוך.


דא אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי איז זייער א גרויסע שמחה, אלע קומען זיך פרייען מיט די הילולא. איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט לערנען פלייסיג און אז דו וועסט ענדיגן גאנץ ש"ס וועל איך בלי נדר דיך נעמען דעם קומענדיגן יאר.


מאך זיך א קביעות צו לערנען אינדערפרי אכצן פרקים משניות און לכל הפחות זיבן בלאט גמרא, און ווי לאנג דו האסט נישט געלערנט די צוויי שיעורים, ח"י פרקים משניות און זיבן בלאט גמרא – זאלסטו נישט רעדן און שמועסן מיט קיינעם, אויך זאלסטו זאגן דעם יום תהילים יעדן טאג.


נעכטן ערב ל"ג בעומר בין איך מיט מאמי געגאנגען צו די ציון פון זיידי און באבי פון קארלסבורג, מיר האבן געבעטן פאר דיר און פאר די גאנצע משפחה.


יעצט אין די ברענעדיגע הייסע זומער טעג דארפסטו זיך צוגעוואוינען צו גיין אין גאס מיט די אויגן אראפ, נישט נאר ווען עס קומען די קליפות זאלסטו אראפקוקן, נאר אפילו ווען די גאס איז ליידיג, ווייל נאר אז מען קוקט אראפ קען מען ניצול ווערן פון שלעכטס.

#58 - הפצה איז נישט קיין סתירה צו שמירת עינים
תפילות אויף אידיש, הפצה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תזריע מצורע, כ"ט ניסן, י"ד לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הפצה איז נישט קיין סתירה צו שמירת עינים, זיך היטן די אויגן דארפן זיך אלע, די וואס מאכן נישט הפצה דארפן אויך רחמי שמים מיט שמירת עינים; זאלסטו נישט אפלאזן די הייליגע מצוה פון ראטעווען אידישע נשמות.


דו גיי הפצה, און ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו אראפקוקן און וויינען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער האב רחמנות אויף מיר און אויף אלע אידן, עס איז אזוי געפערליך, עס איז דור המבול, מען קען נישט אזוי לעבן, הייליגער באשעפער ראטעווע מיך פון קוקן איין שלעכטע קוק".


לאז נישט אפ די הייליגע ארבעט פון הפצה, גיי וואס מער הפצה, דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן מא), מיט צוריק ברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן - פאררעכט מען חטאת נעורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - מען פארלירט אלעס דורך קוקן מאוויס און קליפס
מאוויס, פרנסה, שמירת עינים, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תרומה, כ"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען דו טוסט אן די טלית, ווען דו מאכסט די עטיפה - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען פון די יצר הרע פון עבירות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ז), די מצוה פון ציצית ראטעוועט פון עריות; בעט דעם אייבערשטן אין דיין שפראך א קורצע תפילה: "הייליגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר, איך וויל האבן הייליגע אויגן, הייליגע מוחין".


איך בעט דיר מיין טייערער ליבער ברודער, קוק נישט קיין מאוויס, קוק נישט קיין עבירות; דו ווארטסט דאך אויף א נס, דו ווילסט עס זאל געשען א נס מיט דיר מיט דיין פרנסה, מיט וכו', דער רבי זאגט אבער (ספר המדות אות ישועה, סימן ז): "אֵין עוֹשִׂין נֵס לְנוֹאֵף", מען מאכט נישט קיין נס פאר א נואף; דארפסטו כשר'ן דיין טעלעפאן, דיין קאמפיוטער, לעפטאפ - נישט צו קוקן די עקלדיגע אויסגעלאסענע עבירות רחמנא לצלן, נאר אזוי וועט קומען א נס.


מען פארלירט אלעס דורך קוקן עבירות, מען פארלירט די נשמה, מען פארלירט די טעם פון דאווענען. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס איז פוגם אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", קען נישט דאווענען, מען שפירט א ביטערע טעם אינעם דאווענען; וואס פעלט דיר אויס די גאנצע צרה, מען פארלירט אלעס דורך קוקן מאוויס און קליפס.


איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#56 - ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג
מאוויס, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, מאגאזינען, שמירת עינים, צייטונגען, תפילה, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו וואס נח האט געטון, ווען די גאנצע וועלט איז געווען אזוי געפאלן, "כי השחית כל בשר את דרכו" וגו', ער האט געמאכט א תיבה; דאס מיינט מען תיבות התפילה, ער האט געניצט די זאך פון התבודדות ותפילה, "את האלקים התהלך נח", נח איז געגאנגען מיטן אייבערשטן, ער האט גערעדט צום אייבערשטן, זיך מתבודד געווען צום אייבערשטן; נאר אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיך זייער, מיר זענען יעצט ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג, קוק נישט קיין מאוויס; וואלסטו געזען וואס איין ראי' אסורה טוט מיט די נפש, רוח ונשמה, ווי עס ווערט שווארץ און פארברענט - וואלסטו זיכער נישט געקוקט. איך בעט דיך, ראטעווע זיך, ראטעווע דיין נשמה, קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן, ווייל אזוי ארבעט דער יצר הרע, ער ארבעט מיט א פלאן; קוק נאר דאס, און טו נאר דאס, "היום אומר לו עשה כך", היינט זאגט ער אים טו דאס "ומחר אומר לו עשה כך", און מארגן זאגט ער אים טו נאר דאס, "עד שאומר לו", ביז ער זאגט אים, "לך עבוד עבודה זרה", גיי דין עבודה זרה, רחמנא לצלן.


נעם נישט אריין אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן, טייל אפ די ארבעט מיט די פרנסה, בוי דיין לעבן געזונט; ארבעט אין די שעות פון ארבעט און נאכן ארבעטן לייג אוועק דיינע כלים אין אפיס, און גיי אהיים און אין שול, זיי א איד, זיי א טאטע, זיי א מאן, זיי א מענטש מיט א קלארן פארשטאנד.


טו וואס נח האט געטון, ער האט געזען ווי דער וועלט ווערט חרוב, "כי השחת כל בשר את דרכו על הארץ", די דור המבול איז געווען איין שטיק ניאוף, אזוי ווי די היינטיגע דור, האט ער זיך געמאכט א תיבה, ער האט האט גערעדט ווערטער צום אייבערשטן, טו דו אויך אזוי, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין א איד, טאטע איך וויל נישט טון קיין עבירות, טאטע איך וויל נישט פוגם זיין בברית, איך וויל ריינע אויגן, ריינע מחשבות".


מארגן וועט זיין א שיעור, הלואי וועסטו קומען זיך אויפפרישן מיט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


ווען דו גייסט איינקויפן פאר שבת, זאלסטו מער נישט קויפן קיין שום 'ליין מאטריאל', נעם נישט אריין אין שטוב 'ליין מאטריאל', האלט דיין שטוב ריין פון פרעמדע השקפות, זע דיין שטוב זאל זיין געבויט אויפן רבינ'ס ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - רבונו של עולם, איך וויל נישט קוקן עבירות
שמחה, בחור, התחזקות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תלמיד ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך הער דיין געשריי ווי שווער עס איז דיר מיט שמירת עיניים; די וועג צו ישיבה און די וועג אהיים פון ישיבה איז דיר אזוי שווער, דו ווערסט ממש פארברענט.


וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער טייערער ..., שטארק זיך מיט די עצות פון רבי'ן, גיי יעדן טאג התבודדות און שריי צום אייבערשטן ער זאל דיר געבן כח זיך צו שטארקן אויף די ברענעדיגע יצר הרע וואס וויל דיך אויסרייסן פון די וועלט און יענע וועלט, ער זאל דיר געבן כח צו קענען היטן דיינע אויגן, און אויפן באס ווען דו פארסט צו און פון ישיבה - זאלסטו מיט זיך האבן א זעקל ספרים מיט א תהלים, זאלסט זאגן דעם יום תהלים און זאגן דיינע שיעורים; ח"י פרקים משניות, תיקונים וכו', און אז דו האסט נישט קיין כח צו לערנען אויפן וועג - זאלסטו פארמאכן דיינע אויגן און זיך שטילערהייט מתבודד זיין. מען קען זיין צווישן מענטשן און זיין אליין, מען קען זיצן אינאיינעם - און אין די זעלבע צייט זיך מתבודד זיין; וויין צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל זיין א צדיק, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל נישט קוקן עבירות, איך וויל נישט קוקן אויף פריצות".


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, שמחה איז די שטערקסטע זאך אין עבודת השם, די שטערקסטע געווער קעגן די שווערע נסיונות אין קדושה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסט), ווען א מענטש איז פרייליך און דינט דעם אייבערשטן מיט שמחה - היט אים דער אייבערשטער אליין אפ פון אלע שלעכטס, און דאס איז א שמירה אויף פגם הברית. דער רבי טייטשט דעם פסוק (תהילים קד, לד-לה): "אָנֹכִי אֶשְׂמַח בַּה', יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ, וּרְשָׁעִים עוֹד אֵינָם", אז איך פריי זיך מיטן אייבערשטן, דעמאלט: "יִתַּמּוּ חַטָּאִים מִן הָאָרֶץ" – איז מער נישטא קיין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#54 - ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן
תפילות אויף אידיש, צרות, ראש השנה, מנהגים, שמירת עינים, וידוי, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די צרות וואס דו ליידסט אין לעבן, ווער ווייסט אויב דו ביסט זיך דאס נישט אליין גורם; פון די פגמי הברית, פון מפקיר זיין די אויגן, זיך פארשמירן מיט קוקן ניאוף רחמנא לצלן; ווייל אז מען היט זיך נישט די אויגן, מען קוקט עבירות רחמנא לצלן און מען פאלט נאכדעם אראפ אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - באשאפט מען דורכדעם קליפות ומשחיתים וואס פייניגן דעם מענטש א גאנץ לעבן. דער רבי זאגט (ספר המדות אות נאוף, סימן כו): "עַל יְדֵי הוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה, בּוֹרֵא קְלִפּוֹת הַמִּתְלַבְּשִׁים בִּבְנֵי אָדָם מִתְנַגְּדִים וְחוֹלְקִים עָלָיו, וְעוֹשִׂין לוֹ יִסּוּרִין", דורך די עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה - באשאפט מען קליפות, און די קליפות גייען אריין אין מענטשן וואס קריגן זיך מיט אים און טוען אים אפ שרעקליכע יסורים.


גיי אין פעלד שריי צום אייבערשטן:


"רבונו של עולם איך בין אזוי ווייט פון דיר, ראטעווע מיך, איך פארשמיר מיינע אויגן, איך קוק ניאוף, איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם, איך קען זיך נישט אפרייסן פון דעם. איך בין אזוי צעבראכן, איך זע נישט קיין וועג ווי איך וועל דאס קענען אפלאזן, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, מאך א נס איך זאל זיך קענען היטן מיינע אויגן".


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין משניות, זאג יעדן טאג אפאר פרקים משניות. אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל זינדיגן אין הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דעם מח. דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, דף קי): "סִלּוּקָא דִּיסוֹדָא עַד אַבָּא וְאִמָּא", אז מען איז פוגם בברית, מען איז פוגם ביסוד - גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', זאלסטו זאגן די ווערטער אפילו אן פארשטיין. דער רבי זאגט בפירוש אז מען דארף נישט פארשטיין (שיחות הר"ן, סימן עו), דאס איז די עצה ארויס צו קריכן פון די בלאטע. דער רבי זאגט (שם, סימן יט) אפילו דער וואס איז אזוי אוועק געפאלן און טוט עבירות רחמנא לצלן, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם", אפילו אזא מענטש קען אויך צוריק קומען דורך די הייליגע תורה, די תורה קען ארויסנעמען פון עבירות, "וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", און אויב מאכט מען זיך א קביעות צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג - קען מען זוכה זיין ארויס צו גיין פון די בלאטע און ווערן א גרויסע צדיק, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


מען גרייט זיך שוין צום גרויסן יום הדין, ראש השנה, מיר פארן קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, וועל איך דיר שרייבן פון אונזער ראש השנה:


ערב ראש השנה פירן זיך אנשי שלומינו צו גיין צום ציון פון הייליגן רבי'ן און מען מאכט דארט וידוי דברים, מען דערציילט פארן רבי'ן אלעס וואס מען האט געזינדיגט פון ווען מען איז געבוירן, אלעס וואס מען געדענקט. מען זאגט ארויס מיט די מויל אלע עבירות, אזוי גייען ארויס די שלעכטס פון די ביינער, וואס איז געווארן איינגעקריצט ביים טון די עבירות.


דער רבי האט אמאל געהערט ווי א פרוי שרייט ביים קבר פון איר טאטע, האט דער רבי דעמאלט געזאגט פאר זיין טאכטער (שיחות הר"ן, סימן קנו): "דו הערסט ווי די פרוי וויינט אזוי שטארק, אבער קיינער הערט איר נישט אויס, איר טאטע איז בכלל נישט דא, אבער ווען מען קומט צו א קבר פון א צדיק איז נישט אזוי, דער צדיק איז יא דארט און הערט זיך צו, ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון די וועלט איז אזוי ווי איינער גייט ארויס פון איין שטוב צום צווייטן שטוב", און דער רבי האט איר געזאגט: "פינקט אזוי ווי ווען איך גיי אריין אין א צווייטע שטוב און דו וועסט שרייען 'טאטע' וועל איך דיך זיכער הערן, אזוי וועט זיין ווען איך וועל אוועק גיין פון די וועלט, אז דו וועסט קומען צו מיין קבר און דו וועסט שרייען 'טאטע', וועל איך דיך הערן און איך וועל דיר העלפן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#53 - אז מ'קוקט מאוויס, ווערן די מח נערווען געשעדיגט
מאוויס, שמירת עינים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך מיט יראת שמים, דו קוקסט נישט קיין מאוויס. אלע צרות קומען ווען מען היט נישט די אויגן און מען איז פוגם בברית, מען ווערט א נערוועזער, א גערעגטער, מען פארלירט די פרנסה, די שכינה הקדושה גייט אוועק פונעם מענטש.


די תורה זאגט (דברים כג, טו): "כִּי ה' אֱלֹקֶיךָ מִתְהַלֵּךְ בְּקֶרֶב מַחֲנֶךָ" דער אייבערשטער איז מיט דיר, "לְהַצִּילְךָ" דיך צו ראטעווען, "וְלָתֵת אֹיְבֶיךָ לְפָנֶיךָ" צו איבערגעבן דיינע פיינט אין דיינע הענט, אבער מיט איין תנאי – "וְהָיָה מַחֲנֶיךָ קָדוֹשׁ" דו זאלסט זיין הייליג, "וְלֹא יִרְאֶה בְךָ עֶרְוַת דָּבָר" עס זאל נישט געזען ווערן ביי דיר קיין שמוץ, ווייל אויב עס וועט זיין ביי דיר שמוץ – "וְשָׁב מֵאַחֲרֶיךָ" וועט דער אייבערשטער אוועק גיין פון דיר; ווען מען קוקט עקלדיגע בילדער, קליפס, מאוויס און ווידיאוס פון עבירות - גייט די שכינה הקדושה אוועק פונעם מענטש, דאס מאכט מען זאל זיך פייניגן מיט שווערע געפילן א גאנץ לעבן, מען האט שלעכטע מחשבות, מען האט דמיונות און פחדים, מען האט נישט קיין מנוחה; מען לויפט פון איין טעראפיסט צום צווייטן, מען זוכט אן עצה, א רפואה - אבער גארנישט העלפט נישט ווי לאנג מען איז מפקיר די אויגן.


בעט דעם אייבערשן זאלסט בלייבן מיט די געפיל צום הייליגן רבי'ן און זיך דרייען מיט אנשי שלומינו, ערליכע אידן תמימים, אן ליצנות.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט שבת.

#52 - ווערט צוריק א צדיקת, קוקט נישט קיין קליפס, ווידיאס, און מאוויס
חיזוק פאר פרויען, מאוויס, אידישע שטוב, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


... תחי'


עס טוט מיר זייער וויי אז איר קוקט ווידיאס, מאוויס, קליפס וכדומה, איך האב אזוי סאך צייט אוועקגעגעבן פאר אייך און פאר אייער מאן, איך האב אזויפיל זיך געפלאגט ענק זאלן האבן א גוטע לעבן, פארוואס זאלט איר דאס אלעס צעווארפן...


פרויען האבן א טעות, מען מיינט אז שמירת עיניים איז נאר פאר מענער, עס איז נישט אזוי, נאר שמירת עיניים איז פאר פרויען אויך, עס ברענגט נאר פראבלעמען.


ווערט צוריק א צדיקת, קוקט מער נישט קיין קליפס, ווידיאס, מאוויס וכדומה, אזוי וועט די שכינה הקדושה רוען ביי איך אין שטוב.

#51 - נעם א משניות, אנשטאט מישן נייעס
משניות, מאוויס, אומאן, טעלעפאן, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


קוק נישט קיין מאוויס; אפילו די וואס איז נישט קיין פראבלעם אין דיינע אויגן - איז אויך אסור צו קוקן. איך בעט דיר זייער היט דיינע אויגן, היט דיין מח מחשבה, קוק נישט קיין עבירות, רייס זיך נישט אפ פונעם אייבערשטן.


אז מען היט נישט די אויגן - איז מען נאכדעם פוגם בברית רחמנא לצלן, און מען פארלירט אלעס. ווייל די עבירה פון הוצאת זרע לבטלה איז אזוי געפערליך, די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג:): "כָּל הַמוֹצִיא שִׁכְבַת זֶרַע לְבַטָּלָה חַיָיב מִיתָה", ווער עס זינדיגט אין פגם הברית, ער איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן איז חייב מיתה, רבי יצחק און רבי אמי זאגן: "כְּאִילוּ שׁוֹפֵךְ דָמִים", עס איז אזוי ווי איינער איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, רב אסי זאגט: "כְּאִילוּ עוֹבֵד עֲבוֹדַת כּוֹכָבִים", עס איז אזוי ווי ער דינט עבודה זרה רחמנא לצלן; דאס אלעס קומט פון קוקן מאוויס רחמנא לצלן, פון גיין ליידיג, דאס ברענגט צו שלעכטס; גיין ליידיג ברענגט צו עבירות, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): "הַבַּטָּלָה מְבִיאָה לִידֵי זִמָּה וְלִידֵי שִׁעֲמוּם", ליידיג גיין ברענגט צו אלעס שלעכטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן י): "אִישׁ בָּטֵל שֶׁאֵין עוֹסֵק בְּשׁוּם עֵסֶק, עַל יְדֵי זֶה תַּאֲוָתוֹ מְרֻבָּה וכו'", דער ליידיגייער וואס טוט גארנישט - דער האט אסאך נסיונות און פאלט אראפ אין עבירות, עיין שם.


נעם א קליינע משניות אנשטאט די סמ'-טעלעפאון, נעם א משניות אנשטאט מישן נייעס, מען פארט שוין כמעט צום רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה צו באקומען טהרת המוחין, זאלסטו מער נישט קוקן קיין מאוויס וואס שעדיגט די מח.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#50 - אז מען היט די אויגן, האט מען א געפיל צו די ווייב און קינדער
חברים, שלום בית, שמירת עינים, ניבול פה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת טהרה, י' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן אביסל חיזוק, ווארעמע ווערטער פון הייליגן רבי'ן.


טייערער ברודער, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב, זי איז וואויל, זי איז געטריי, און געב אכטונג נישט צו קוקן אויף פרעמדע פרויען, ווייל נאר אז מען היט די אויגן - האט מען א געפיל אין שטוב צו די ווייב און קינדער.


טייערער ברודער געב זיך אכטונג פון נישט גוטע חברים, אויך פון א נישט גוטע סביבה ביי די ארבעט. עס לוינט נישט די פרנסה אויב מען ווערט אראפגעשלעפט פון יראת שמים, עס לוינט נישט דאס לעבן אן יראת שמים, ווייל אין אנהויב גלאנצט עס, אין אנהויב זעט אויס ווי די נישט ערליכע האבן די לעבן, אבער עס גייט אריבער א שטיק צייט און מען פארלירט די וועלט און יענע וועלט.


טייערער ברודער, דיין ווייב האט דיך אזוי ליב, ענק האבן געהאט אזא שיינע לעבן; א שאד פארלירן די שיינע אידישע לעבן, ענדערש זאלסטו אפלאזן די ארבעט, ווייל דו ווערסט אריינגעשלעפט אין א נישט גוטע וועג; דו ביסט אן איידעלע נשמה, דו ביסט טייער, דיר פאסט נישט צו רעדן ניבול פה, דיר פאסט נישט זיין מיט עבירות.


איך בעט דיר זייער, רעד ווייטער שיין צו דיין ווייב אזוי ווי ביז אהער, זי איז דיר עכט געטריי, זי זאגט זי בענקט צו די טעג וואס דו פלעגסט רעדן איידל און שיין, זי בענקט צו די טעג וואס דו האסט זיך געפירט איידל.


זי האט מיר געבעטן איך זאל דיר שרייבן, איך ווארט צו הערן פון דיר, איך וויל דו זאלסט האבן א גוט לעבן אויף די וועלט, און נאר דער וואס לעבט מיט די תורה - האט די לעבן אויף די וועלט. דער הייליגער רבי אבהם בן רבי נחמן האט געזאגט: "דער סמ"ך מ"ם ימח שמו פארגינט נישט דעם מענטש א לעבן בזה העולם", ער ווארפט אריין אין עבירות, אים צוצונעמען די וועלט און אויך יענע וועלט.


שרייב מיר צוריק.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#49 - אין שטעטל דארף מען אויך היטן די אויגן
בחור, שטעטל, משניות, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ישיבת היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי


איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין אין ישיבה די וואך פאר יום טוב פסח, איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי דו פירסט זיך מיט גוטע מידות און יראת שמים, און אויך פון דיין התמדה.


איך וויל דיר בעטן זאלט זיך אכטונג געבן אויף דיינע אויגן, אפילו אין שטעטל וואס איז נישט אזוי שלעכט ווי אין שטאט - דארף מען אויך רחמי שמים, מען קען זיך חס ושלום אנטרעפן מיט אריך אנפין דקליפה, וואס דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמב): "דַּע שֶׁיֵּשׁ בְּחִינַת אֲרִיךְ אַנְפִּין בַּקְּלִפָּה", עס איז דא די זאך פון 'אריך אנפין' אויך ביי די קליפה, "וּמִי שֶׁפּוֹגֵעַ בְּאִשָּׁה מִבְּחִינָה זוֹ קָשֶׁה לוֹ לְהִנָּצֵל מֵהִרְהוּר", און ווער עס פאלט אריין אין דעם איז אים זייער שווער צו בלייבן מיט ריינע מחשבות, "וְאַף אִם יַעֲצִים עֵינָיו", וואס אפילו ער וועט אראפקוקן און צומאכן די אויגן, "אַף עַל פִּי כֵן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", וועט עס אים נאכלויפן און ער וועט ווייטער טראכטן פון די שלעכטע זאכן וואס ער האט געזען, "כִּי הִיא בְּחִינַת אֲרִיךְ אַנְפִּין שֶׁל הַקְּלִפָּה, שֶׁהֵם פָּנִים אֲרֻכִּים וְעַל כֵּן בְּכָל צַד שֶׁיִּפְנֶה תִּזְדַּמֵּן לוֹ", ווען מען פאלט אריין אין די קליפה איז זייער שווער צו האבן ריינע אויגן, ווייל וואו מען גייט און וואו מען קוקט - זעט מען די קליפה רחמנא לצלן.


דעריבער בעט איך דיר, גיי נישט אין די גאסן, גיי נישט צו די גראסערי; ברענג זיך מיט אינדערפרי מזונות וכדומה, און בלייב אין די ד' אמות פון די הייליגע ישיבה. עס לוינט נישט צו גיין אין גראסערי און האבן איין שלעכטע קוק, ווייל די גוים און גויות גייען מיט א שרעקליכע פריצות, און דער יצר הרע ברענט, מען ווערט אזוי משוגע, מען קוקט און מען קוקט, און נאכדעם פארלירט מען אלע הייליגקייטן.


אויך זאלסטו לערנען אסאך משניות, דאס וועט דיך ראטעווען פון דער יצר הרע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִלּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה, עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך' - וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס, אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - מחצית השקל, האלב איז אויך גוט
שמירת עינים, נקודות טובות, יאוש, שבת שקלים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין, מחצית השקל לערנט אונז, דער אייבערשטער דארף פון אונז 'האלב'; עס איז חשוב 'אביסל', עס פעלט נישט אויס 'גאנץ'.


די סיבה פארוואס מענטשן זענען מיואש פון דינען דעם אייבערשטן, מען וויל שלימות, מען וויל זיין א מלאך, מען וויל גלייך זיין 'גאנץ'; זאגט אונז די תורה, געב א 'האלב', נאר אזוי קען מען בויען א משכן.


דאס איז בעצם דער לימוד פון רבי'ן, 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט, לערן אביסל, רעד אפאר ווערטער צום אייבערשטן, 'מחצית עיניים', מאך א האלב שמירת עיניים.


אשרינו.

#47 - די וואס גייען הפצה, האבן די וועלט און יענע וועלט
הפצה, פרנסה, שמירת עינים, תיקונים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיטן גיין פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים וואס מוהרא"ש האט געשריבן; עצות און שכל פון הייליגן רבי'ן וואס איז מחי' ומחזק די גאנצע וועלט.


די וואס גייען הפצה – די האבן אלעס, סיי די וועלט און סיי יענע וועלט, סיי פרנסה בשפע, סיי די זכותים זענען זייער גרויס, מען איז מתקן אלע פגמים, עס איז א תיקון גמור אויף פגם הברית רחמנא לצלן, און מען איז מקרב די גאולה שלימה.


יעצט קומט די ווארעמע טעג, דארף מען אסאך חיזוק אויף די אויגן; זאלסטו נעמען די קונטרסים חיזוק פאר די אויגן, סיי אין אידיש, לשון הקודש און אזוי ווייטער.


האלט חשבון וויפיל שעה דו ביסט עוסק אין הפצה, און ווען מיר וועלן זיין ראש השנה ביים רבי'ן – זאלסטו דאס זאגן דעם רבי'ן.


 

#46 - מאכט זיך א גדר נישט צו קוקן אייער בעל הבית אין פנים
קדושה, שלום בית, פרנסה, שמירת עינים, אפיס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ט טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע וכו'; מאכט זיך א גדר נישט צו קוקן אייער בעל הבית אין פנים, נאר ווען איר דארפט אדורכרעדן מיט אים זאכן פון די ביזנעס – זאלט איר אראפקוקן און בשום אין אופן קוקן אויף אים; ביי פרויען איז אויך דא די מצוה פון זיך היטן די אויגן.


וואס פעלט אייך אויס צו גיין ארבעטן? איר זאגט דאך אליינס אז אייער שלום בית איז נישט ווי אמאל, איר טראכט פונעם בעל הבית מער ווי פון אייער מאן השם ישמרינו; ענדערש בלייבט אין שטוב און טראכטס פונעם אייבערשטן און פון אייער מאן.


אז איר וועט זיך מאכן די גדר פון נישט קוקן אין אפיס דעם בעל הבית אין פנים - וועט צוריק ווערן אייער שלום בית אזוי ווי אמאל; אייער מאן וועט שיינען פאר אייך מיט אלע חן פון דער וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - געב אכטונג נישט צו זיין פריינטליך מיט די סעקרעטערי אין אפיס
פרנסה, שמירת עינים, יראת שמים, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ח טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


געב זיך אכטונג נישט צו זיין פריינדליך מיט די סעקריטערי ביי דיר אין אפיס. זאלסט איר נישט קוקן אין פנים, עס איז אסור צו קוקן א פרוי אין פנים (שלחן ערוך אבן העזר סימן כא, סעיף א), און זיכער נישט ווען מען זיצט אינאיינעם אין אפיס; עס קען זיין דו וועסט אלעס פארלירן רחמנא לצלן.


קוק נישט אין פנים, קוק אראפ, פיר זיך ערליך מיט יראת שמים; דער אייבערשטער איז אין אפיס און זעט אלעס וואס דו טוסט.


מאך זיך א חשבון אויב דו זאלסט ווייטער האבן די אפיס מיט די סעקריטערי און פארשווארצט ווערן בזה ובבא, אדער פארמאכן די געשעפט און האבן גן עדן בזה ובבא. גיי התבודדות און וויין צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער וואס איז געשען מיט מיר? איך בין היימיש מיט פרעמדע, הייליגער באשעפער ראטעווע מיך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - אז דו וועסט היטן די אויגן, וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח
מאוויס, עבירות, פרנסה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, שובבי"ם, כ"ח טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היט דיינע אויגן, קוק נישט קיין עבירות, קוק נישט קיין מאוויס, קוק נישט אויף פרעמדע. מוהרא"ש זאגט, דאס איז די בעסטע סגולה פאר פרנסה בשפע, מוהרא"ש טייטשט דעם פסוק (תהלים קמה, טו): "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ יְשַׂבֵּרוּ, וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", 'יְשַׂבֵּרוּ' – קען מען ליינען מיט א שׁין: "עֵינֵי כֹל אֵלֶיךָ 'יְשַׁבֵּרוּ'", אז מען צעברעכט די אויגן, מען קוקט נישט קיין עבירות - "וְאַתָּה נוֹתֵן לָהֶם אֶת אָכְלָם בְּעִתּוֹ", וועט דער אייבערשטער געבן פרנסה אין צייט.


אז דו וועסט היטן די אויגן; נישט קוקן קיין עבירות, נישט קוקן מאוויס, קליפס און בילדער פון פרעמדע, אויך ביי די ארבעט מיט די סעקריטעריס פרויען וועסטו נישט קוקן - וועסטו זוכה זיין צו פרנסה בריווח; ווייל ווען מען היט נישט די אויגן - קומט מען נאכדעם צו פוגם זיין בברית, וואס דאס ברענגט אלע צרות אויפן מענטש; דאס ברענגט ארעמקייט. אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (פנחס, רמד:): "מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִרוּרִין דְּנַהֲמָא, עֲנִיּוּתָא רָדִיף אֲבַּתְרֵיהּ", ווער עס איז ווארפט אראפ ברעקלעך פון ברויט וועט זיין אן ארעמאן, "כָּל שֶׁכֵּן מַאן דִּמְזַלְזֵל בְּפִירוּרִין דְּמוֹחָא", איז דאך זיכער אז אויב מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן - פארלירט מען דאס מזל און מען ווערט אן ארעמאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - נעם זיך מיט א זעקל ספרים, וועלן דיינע אויגן בלייבן אפגעהיטן
לימוד התורה, שמירת עינים, שמירה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די בעסטע זאך איז - זאלסט מיטנעמען א משניות, א גמרא - און זיין פארנומען מיט גורס זיין פרקים משניות און בלעטער גמרא, אזוי וועסטו זיך קענען היטן די אויגן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית י:): "תלמידי חכמים שמהלכים בדרך ואין ביניהן דברי תורה ראויין לישרף", אז מען גייט אונטערוועגנס אן לערנען תורה - איז מען אין א סכנה פון ווערן פארברענט, אז מען היט נישט די אויגן אונטערוועגנס - ווערן די אויגן פארברענט, אבער מיט תורה ווערט מען נישט פארברענט. "למיגרס", זאגן תורה אויפן וועג - היט דעם מענטש פון אלעם שלעכטס.


נעם זיך מיט א זעקל ספרים; א חומש, משניות, גמרא, תהילים ועוד - וועסטו צוריק קומען בשלום אן קיין איין שלעכטע קוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#42 - שמירת עיניים פארלירט מען נישט ביי הפצה
קדושה, הפצה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמירת עיניים פארלירט מען נישט ביי הפצה, עס איז א גוטע וויץ; אלע מוטשען זיך מיט שמירת עיניים אן הפצה.


גיי הפצה, דאס וועט פאררעכטן אלעס וואס דו דארפסט פאררעכטן, נישטא א זאך וואס פאררעכט פגם הברית ווי עוסק זיין אין פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, צוריק צו ברענגען מענטשן צו די קדושה.


גיי וואס מער הפצה און בעט דעם אייבערשטן זאלסט קענען היטן די אויגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.