בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#15 - מ'קען פועל'ן ביי א ווייב נאר מיט געדולד און סבלנות
צניעות, שלום בית, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת דברים, ז' מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי מיך זייער צו הערן פון דיר און איך בענק מיר אויך זייער נאך דיר; איך האף דיר צו זען ראש השנה אין אומאן.


בנוגע אז דיין ווייב געבט נישט אכטונג צו צודעקן איר האר וכו'; אמת טאקע אז האר דארף זיין צוגעדעקט און עס איז זייער הארב אז האר זאל זיך ארויס זען, אבער אויב די פרוי פארשטייט דאס נישט, זי איז אויפגעוואקסן אן דעם וואס זי זאל באקומען א חינוך אויף דעם, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ווי אזוי צו רעדן פון דעם אז מען זאל נישט ערגער מאכן וכו'.


דו שרייבסט מיר אז ווען דו זאגסט איר וועגן איר האר זאגט זי דיר: "הער אויף משוגע מאכן וועגן די האר", און דו בעסט מיר אן עצה ווי אזוי דו קענסט איר מסביר זיין דער חומר הענין.


וויסן זאלסטו טייערער ליבער ...: בזה העולם דארף מען האבן אסאך סבלנות; מען קען נישט ארויפצווינגען קיין שום זאך אויפן ווייב, מען דארף אריין לייגן אסאך ליבשאפט אין שטוב און האבן אסאך סבלנות ביז מען פועל'ט, דעריבער בעט איך דיר מיין טייערער ..., געב איר אסאך ליבשאפט ווי אויך גוטע ווערטער און הער אויס אירע ווייטאגן וואס זי איז אריבער.


רעד נישט צו איר פון איר האר; דו בעט דעם אייבערשטן ער זאל מאכן א נס מיט דיר אז דיין ווייב זאל אכטונג געבן צו גיין אינגאנצן צוגעדעקט, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן. טשעפע נישט דיין ווייב וועגן דעם וואס זי דעקט זיך נישט צי אינגאנצן איר האר; עס איז טאקע א הארבע זאך אז די האר זאל זיך נישט ארויסזען, עס איז נישט עפעס א חומרא וכו' אדער עפעס א חסידי'שע זאך וכו', נאר אויב א פרוי דעקט נישט צו איר האר באקומט זי א גט על פי תורה, און דער זוהר הקדוש שעלט א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, אז דאס ברענגט צרות, עניות און דחקות וכו' וכו'. אבער מען דארף וויסן ווי אזוי מען רעדט צו א ווייב וועגן דעם ענין.


בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג:


"רבונו של עולם, איך בעט דיר זייער, לייג אריין א הייליגקייט אין מיין ווייב זי זאל אכטונג געבן אז איר האר זאל זיין צוגעדעקט אינגאנצן; איך האב זייער מורא פון דאס וואס שטייט אין זוהר הקדוש (נשא קכה.) אויף א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, זי איז גורם עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, אזוי אויך איז זי גורם אז דער ס"מ זאל זיין אין איר שטוב.


הייליגער באשעפער, יעדעס מאל איך רעד צו מיין ווייב וועגן אירע האר ווערט זי ברוגז אויף מיר און זי וויל נישט הערן וואס איך זאג איר. איך ווייס נישט וואס צו טון, ווייל פון איין זייט וויל איך איר נישט וויי טון, איך וויל לעבן מיט איר בשלום און מיט ליבשאפט, אבער פון דער אנדערע זייט וויל איך טון דיין ווילן און איך וויל אויפשטעלן א שטוב מיט ערליכע קינדער.


הייליגער באשעפער זי טוט עס נישט פון שלעכטיקייט, זי ווייסט פשוט נישט די הארבקייט דערפון. טאטע זיסער, "אַתָּה חוֹנֵן לְאָדָם דַּעַת", דו געבסט פארשטאנד פאר אלעמען, געב מיר א וועג ווי אזוי איך זאל קענען רעדן מיט איר, זי זאל פארשטיין דאס הארבקייט".


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דו אליינס זאלסט זיך אויך פארבעסערן אין אלע דיינע וועגן, ווייל אז דו וועסט זיין אן ערליכער איד און דו וועסט האבן יראת שמים וועט דיין ווייב דיר אויסהערן; אזוי זאגן אונזערע הייליגע חכמים (ברכות ו:): "כָּל אָדָם שֶׁיֵּשׁ בּוֹ יִרְאַת שָׁמַיִם דְּבָרָיו נִשְׁמָעִין", יעדער מענטש וואס האט יראת שמים ווערן זיינע רייד אנגענומען; אז דו וועסט ארבעטן אויף דיר, וועט דיין ווייב אננעמען דיינע ווערטער און איר וועט לעבן א שיינע לעבן באהבה ואחוה ושלום וריעות.


זיי געזונט און שטארק.

#14 - פאררעכטן די מחיצה ווי עס דארף צו זיין
צניעות, קדושה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מטות מסעי, כ"ח תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב גערעדט מיט דיר נעכטן וועגן פאררעכטן די מחיצה ביים סווימינג פול, יעצט זע איך אז דו האסט דאס נאך אלץ נישט פארראכטן; זעט אויס אז דו פארשטייסט נישט דעם חומר הענין.


איך וועל פארמאכן דעם סווימינג פול אז מען זאל נישט קענען גיין שווימען, ווי לאנג מען וועט פאררעכטן די מחיצה.


זאג נישט אז עס איז נאר א קליינע שפאלט און מען דארף זיך זייער אנשטרענגען אריין צו קוקן, ווייל עס איז באקאנט וואס דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט ווען מען האט גע'טענה'ט מיט אים אז מען קען נישט אריין קוקן נאר ווער עס וויל וכו', האט ער געזאגט: "אז מען קען אריין קוקן איז דא א נסיון אריין צו קוקן".


איך זאג דיר יעצט נאכאמאל, אויב עס ווערט נישט פארראכטן שוין יעצט, וועט מען נישט נוצן דעם סווימינג פול.


דער אייבערשטער זאל אין אונז אריין לייגן א רוח טהרה מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (זכריה יג, ב): "וְאֶת רוּחַ הַטֻּמְאָה אַעֲבִיר מִן הָאָרֶץ".

#13 - רעדן צום אייבערשטן, זיך פירן בצניעות, און מכבד זיין איינער דעם צווייטן
תפילה והתבודדות, צניעות, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע משפחות פון "מחנה היכל הקודש ברסלב מאנטיסעלאו" שיחיו


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר געפונען זיך אין אזא הייליגע פלאץ "מחנה היכל הקודש ברסלב" מאנטיסעלאו ניו יארק;  א פלאץ וואס איז געבויט אויף אמונה. מיר זענען געקומען אין קעמפ פאר איין ציל - זיך מחזק זיין מיט אמונה און זיך שטארקן מיטן הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז דאס געלערנט.


דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה "התבודדות"; מיר זאלן זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ - אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א חבר. ווען מען געוואוינט זיך צו צו שמועסן מיטן אייבערשטן איז דער גאנצער לעבן אן אנדערע סארט לעבן; מען לעבט אן קיין פחד און אן קיין מורא, מען ווערט נישט גערעגט ווען עס גייט נישט אזוי ווי מען וויל און מען איז רואיג און צופרידן.


איך דאנק אייך אלע טייערע משפחות פארן זיך אויפפירן אזוי שיין און איידל, פארן אנטון די קינדער איידל און צניעות'דיג און בעיקר פארן לעבן פאר זיך. יעדער איינער לעבט פאר זיך, מען טוט זיך נישט אן טייער און מעכטיג; מען לעבט נישט פאר א צווייטן, יעדער לעבט פאר זיך אליינס. עס איז נישט דא קיין קאמפעטישן ווער עס קען אנטון די קינדער מער אויפרייסעריש, נאר מען לעבט פארן אייבערשטן און מען איז פרייליך און צופרידן.


עס איז נישט דא קיין ארויפקוקן אדער אראפקוקן א צווייטן, אלע שמועסן צוזאמען, אלע זיצן אינאיינעם, מען איז זיך מחזק אינאיינעם, מען געבט זיך גוטע ווערטער איינער דעם אנדערן און מען העלפט איינער דעם אנדערן; דאס איז מיין גאנצע נחת און דאס געבט מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט די קהילה.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע האבן א געזונטן זוממער און מיר זאלן זיין שטענדיג פרייליך.


 

#12 - קינדער מאכן נאך די עלטערן
כיבוד אב ואם, צניעות, מוסדות, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חקת, ו' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ביז דערווייל שיקטס אייער אינגל אין די ... חדר און אייער מיידל אין זייער מיידל שולע; אז אייערע קינדער וועלן זען ווי טאטע מאמע פירן זיך מיטן רבינ'ס וועג וועלן זיי אויך וועלן זיין ברסלב'ע אידן. דער עיקר זעט עס זאל נישט זיין קיין מחלוקת ביי אייך, עס זאל זיין שלום.


אז מען מאכט א פריוואטע קליינע סווימינג פאל פאר די קליינע קינדער איז נישט קיין פראבלעם אז זיי זאלן שווימען צוזאמען.


בזכות וואס איר זענט מכבד אייערע עלטערן, איר העלפט זיי אינעם טאג טעגליכן לעבן און איר וואוינט מיט זיי מיט אזא איבערגעגעבנקייט וועט איר זוכה זיין צו די ברכות וואס די תורה געבט פאר די מצוה (שמות כ, יא): "לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ".

#11 - רעדן צו מיידלעך איבער די גרויסקייט פון שערן די האר נאך די חתונה
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


אזוי ווי עס קומט יעצט זוממער וויל איך אייך בעטן אויב איר קענט העלפן די מיידל קעמפ מיטן לייגן שלאפן די מיידלעך.


בשעת איר לייגט זיי שלאפן זאלט איר שמועסן מיט זיי; פארציילט זיי שיינע מעשיות פון צדיקים, מעשיות פון תפילה, אז עס זאל זיי איינגעבאקן ווערן אין הארץ אז וואס זיי דארפן זאלן זיי נאר בעטן דעם אייבערשטן.


ווען מען רעדט אומדירעקט האט מען א גרעסערע השפעה ווי ווען מען רעדט דירעקט; ווען מיידלעך הערן חיזוק אויף אמונה נישט ביי אן עמטליכע שיעור, גייט דאס שטערקער אריין אין זיי ווי ווען זיי הערן א שיעור וכו'. דעריבער ווען איר לייגט זיי שלאפן זאלט איר אביסל שמועסן מיט זיי איבער דאס גרויסקייט פון לעבן מיט אמונה, וואס אזוי איז דער לעבן פיל גרינגער; א מענטש וואס גלייבט אינעם אייבערשטן, ער ווייסט אז עס איז נישט דא קיין שום טבע מקרה מזל, נאר אלעס איז דער אייבערשטער - איז אים גרינגער דאס לעבן.


אויך זאלט איר שמועסן מיט זיי פון צניעות; פארציילט זיי ווי מוהרא"ש האט געוויינט צו די פריש חתונה געהאטע ווייבלעך זיי זאלן זיך אפשערן די האר. מוהרא"ש האט געזאגט: "ענדערש זאל מען טראגן א שייטל, אבי מען זאל זיך אפשערן די האר".


ליידער האט זיך אריין געכאפט צווישן היימישע משפחות אז מען גייט מיט די אייגענע האר, היימישע ווייבלעך לאזן זיך וואקסן די האר; דאס קומט ווייל מען ווייסט נישט וואספארא צרות דאס ברענגט אויף די גאנצע שטוב.


איר האט דאך אליינס געהערט כמה וכמה פעמים פון מוהרא"ש זכרונו לברכה ווי ער האט צוגעזאגט אלע ישועות און אלע ברכות פאר די פרויען וואס שערן זיך אפ זייער האר; ווי מער מען רעדט צו די מיידלעך ווען זיי זענען נאך יונג און זיי האבן נאך נישט דעם נסיון - אין די יארן ווען עס איז זיי נאך נישט נוגע - דעמאלט גייט דאס אריין אין זיי, און אזוי ארום וועלן זיי אויך זיין פון די ערליכע פרויען וואס פירן זיך ווי אלע צדיקים האבן אונז געלערנט.


וויפיל מאל האבן מיר געהערט פון מוהרא"ש ווי ער האט נאכגעזאגט פון הייליגן סאטמאר'ער רבי זכותו יגן עלינו ווי ער פלעגט וויינען צו די פרויען "כל נדרי" ביינאכט אז מען זאל נישט לאזן וואקסן קיין ביי-האר. ער האט אויסגעוועלט דעם הייליגסטן צייט פון יאר: "כל נדרי ביינאכט", דעמאלט האט ער געוויינט און געבעטן אלע פרויען זיי זאלן נישט לאזן וואקסן ביי-האר! ער פלעגט חזר'ן וואס דער הייליגער צדיק ר' פנחס'ל קאריצער זי"ע האט געזאגט: "די גאנצע גאולה הענגט אויף א האר"; דאס הייסט אז די 'ביי האר' האלט אפ משיח פון קומען.


היינט האלט מען שוין נישט ביי ביי-האר, ליידער האט זיך אריין געכאפט צווישן היימישע אינגעלייט אז די ווייבער גייען אייגענע האר; מען מאכט ליצנות פון ערליכע אידן און פון פריערדיגע צדיקים וואס האבן אזוי געוויינט און געשריגן וועגן דעם. איין זאך כאפט מען נישט, אז מען מאכט פון זיך אליינס ליצנות און מען טוט זיך אליינס שלעכטס; מען ברענגט אריין די סטרא אחרא אין שטוב און מען פארטרייבט פון דארט די שכינה, אזוי ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס". און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער; א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


פארוואס האבן די צדיקים געוויינט? וואס האבן זיי געוואלט - אונז שלעכט טון? האבן זיי דען געוואלט ארויפלייגן אויף אונז נאך זאכן וואס מען טאר נישט?! עס איז נאריש צו הערן ווי אינגעלייט רעדן מיט א לייכטזיניגקייט, כאילו די צדיקים זענען נאר דא צוצונעמען פון אונז די הנאה פון דער וועלט; זיי האבן געוויינט נאר פאר אונז. ווייל מיר זעען גארנישט און מיר ווייסן גארנישט, מיר זענען פשוט'ע מענטשן, הלואי זאלן מיר ווערן אנגערופן 'פשוט'ע מענטשן'... מיר זעען נישט פון וואס צרות קומען, אזוי אויך ווייסן מיר נישט וואס ברענגט ערליכע קינדער, מיר ווייסן נאר וואס די הייליגע צדיקים זאגן, און אז זיי האבן געוויינט און געבעטן אז די פרויען זאל זיך נישט לאזן וואקסן די האר - דארפן מיר דאס טון.


אז איר וועט רעדן מיט די מיידלעך וואס מיר האבן אייך דא געשריבן וועט איר מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן און פאר מיר פערזענליך.


בזכות דעם וואס איר העלפט מיר זאלט איר זוכה זיין צו זען נחת ביי אייערע קינדער, און דער אייבערשטער זאל אייך געבן הצלחה אין אלע אייערע ענינים.

#10 - דורך צניעות איז מען זוכה צו גוטע קינדער
קינדער, צניעות, סגולות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


לכבוד מיין טייערע תלמיד ... וזוגתו ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך בענטש אייך איר זאלט זוכה זיין צו זרע ברך השם, עס זאל מקוים ווערן אלע ברכות וואס צדיקים האבן מבטיח געווען פאר א פרוי וואס וועט גיין אנגעטון בצניעות, און אז מען איז זוכה צו ערליכע קינדער, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג, וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.


דאס וואס מען האט מתיר געווען אז פרויען זאלן גיין מיט א שייטל דאס איז נאר כדי צו ראטעווען אידישע קינדער פון גיין מיט די אייגענע האר, דעריבער האבן צדיקים געזאגט מען זאל גיין מיט א שייטל אבי מען זאל נישט גיין מיט די אייגענע האר. אזוי ווי עס איז באוואוסט אז ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זכותו יגן עלינו איז געווארן רב אין שטאט סאטמאר האט ער געזען ווי זייער אסאך פרויען גייען מיט די אייגענע האר אויפגעדעקט, האט ער דעמאלט געזאגט אז "מען זאל ענדערש גיין מיט א שייטל ווי צו גיין אויפגעדעקט מיט די אייגענע האר", אפילו בעפאר דעם האט ער זייער מקפיד געווען מען זאל בכלל נישט טראגן א שייטל.


זייער גוט טוט דיין ווייב אז זי טוט זיך אן א טיכל; אין דעם זכות זאל דער אייבערשטער ענק בענטשן מיט קינדער און אייניקליך ערליכע אידן וואס זענען דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה.

#9 - א פרוי וואס שערט זיך די האר, וועט האבן אלע ישועות
צניעות, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


עש"ק פ' במדבר – ערב חג השבועות, ד' סיון, מ"ח לעומר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואויל איז אייך אז איר גייט זיך אפשערן די האר נאך אייער חתונה, אזוי וועט איר זיין אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס, איר וועט האבן וואוילע ערליכע קינדער און דער אייבערשטער וועט רוען ביי אייך אין שטוב; אזוי זאגט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי אין זוהר הקדוש (פרשת נשא, דף קכה): "א שטוב וואו מען זעט ארויס די האר פון די פרוי, ברענגט דאס אן ארעמקייט אין שטוב, און דאס איז גורם אז די קינדער זאלן נישט זיין ערליך", דער אייבערשטער זאל אונז אפהיטן.


דער הייליגער דברי חיים זכותו יגן עלינו האט גע'חלש'ט ווען ער האט געהערט אז זיין טאכטער האט זיך נישט אפגעשארן איר האר נאך איר חתונה; וויפיל מען האט אים פראבירט צו דערוועקן האט ער זיך נישט דערוועקט, האט מען אים געזאגט אז זי גייט זיך אפשערן נאכדעם וואס זי פארט צו א צווייטע לאנד, ווייל דארט וואו זיי האבן געוואוינט האט מען נישט געטארט חתונה האבן, האבן זיי געטראכט אז מען וועט מאכן די חתונה שטילערהייט און די כלה וועט זיך נישט אפשערן איר האר ביז זי פארט אוועק צו א צווייטע לאנד, אבער דער צאנזער רב האט זיך פון דעם אויך נישט דערוועקט. למעשה ווען די כלה האט געזען ווי איר טאטע דער הייליגער צאנז'ער רב זכותו יגן עלינו דערוועקט זיך נישט איז זי אריין אין א צימער און זיך אליין אפגעשוירן איר האר, זי האט גענומען איר האר און דאס אריין געלייגט אין איר טאטעס הענט און געזאגט: "טאטע, איך האב מיך אפגעשוירן", הערנדיג דאס האט ער זיך גלייך אויפגעוועקט און צוריק געקומען צום באוואוסטזיין; ווייל די צדיקים האבן געזען וואסערע צרות דאס ברענגט אויפן מענטש, איז פון גרויס שרעק האט ער גע'חלש'ט.


דערפאר אז איר שרייבט מיר אז איר גייט זיך אפשערן מאכט איר מיר גרויס נחת, און מוהרא"ש האט גרויס נחת אויבן אין הימל צו זען ווי זיינע תלמידות פירן זיך הייליג און טייער.


זעט צו זאגן תהילים יעדן טאג; בעטס דעם אייבערשטער איר זאלט זוכה זיין צו ערליכע קינדער און צו א שיינע לעבן.

#8 - נישט אלץ דארף מען טון הכנסת אורחים
צניעות, הכנסת אורחים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ט אייר, ל"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה יעדעס מאל ווען דו זאגסט מיר דיינע סיומים, זה חלקי מכל עמלי אז איך קען אריין ברענגען לימוד התורה אין נאך א איד.


פון היינט אן זאלסטו אכטונג געבן אז דיין שטוב זאל זיין פרייוועט; נעם נישט אריין ביי דיר אין שטוב קיין בחורים. דו האסט שוין גרויסע טעכטער דארפסטו זיין פארזיכטיג וכו'; אמת, הכנסת אורחים איז גרעסער פון קבלת פני השכינה (שבת קכז.), אבער דאס קען נישט גיין אויפן חשבון פון צניעות.


יעצט לאז אנדערע חבירים נעמען בחורים אויף שבת; דו האסט א קליינע דירה מיט גרויסע טעכטער ביים טיש, איז נישט כדאי זיך אריין צו לייגן אין פראבלעמען.


אז דו ווילסט האבן א חלק אין די מצוה פון הכנסת אורחים, רעד צו די אינגעלייט וואס האבן גרעסערע דירות אדער צו די וואס האבן נישט קיין עלטערע טעכטער ביים טיש; זאג זיי ווי חשוב עס איז צו נעמען בחורים פון ישיבה וואס האבן נישט וואו צו עסן שבת צו די סעודות שבת, לאז זיי מקיים זיין די מצוה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - נישט ארבעטן אין אן אפיס מיט א פרוי
צניעות, קדושה, אפיס

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת אחרי-קדושים, י"ב אייר, כ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זאג פאר דיין בעל הבית אז אויב ער נעמט אריין א פרוי ביי דיר אין אפיס וועסטו נישט בלייבן ארבעטן ביי אים; איך זאג דיר שוין יעצט זאלסט זיך זוכן א נייע ארבעט, ווייל עס איז נישט ווערד דיין פרנסה צו דארפן זיצן מיט א פרעמדע פרוי. קודם כל איז דא אן איסור יחוד וואס דאס איז זייער א הארבע עבירה, לויט רוב פוסקים איז איסור יחוד גאר א דאורייתא, נאכדעם וועסטו פארשווארצט ווערן רחמנא לצלן בזה ובבא.


אחי היקר, איך האב אסאך אוועק געגעבן פאר דיר זאלסט האבן א גוט לעבן; דו האסט א טייערע ווייב תחי' מיט א ליכטיג קינד ברוך ה', יעצט דארפסטו אכטונג געבן דאס נישט צו פארלירן.


דו ווייסט דאך וואס מען זאגט פאר א נזיר (שבת יג.): "לֵך לֵך אָמְרִי נְזִירָא, סְחוֹר סְחוֹר לְכַרְמָא לֹא תִקְרָב", גיי נישט אריין אין א וויינגארטן ווייל דו וועסט נאכדעם צוקומען צו עסן פון די טרויבן; דאס זאג איך דיר מיין טייערער ... נרו יאיר, אויב ער ברענגט אריין א פרוי ביי דיר אין אפיס זוך דיר שוין א צווייטע פרנסה, וועסטו זוכה זיין צו האבן דער וועלט און יענער וועלט.


דער אייבערשטער זאל דיר אפהיטן פון אלעם שלעכטס און עס זאל דיר נישט פעלן קיין פרנסה.

#6 - חיזוק און הדרכה פאר די מיידלעך פון בית פיגא
תפילה והתבודדות, חברים, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע טייערע תלמידות פון בית פיגא תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך אויפפירן מיט גרויס דרך ארץ; איר ווייסט דאך אז ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ א יסוד היסודות, דער רבי האט געזאגט: "ווען קיסרין און קעניגן וואלטן געוואוסט וואסערע דרך ארץ איך לערן מיט מיינע מענטשן, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען צו מיר".


וויסן זאלט איר אז דער עיקר פון א מענטש איז זיינע מידות; אויב מען פירט זיך מיט דרך ארץ ווייזט דאס אז דער מענטש איז א וואוילער מענטש, אבער אויב מען פירט זיך אויף מיט חוצפה, מען שטערט די כיתה, דעמאלט זעט מען גלייך אז דער מענטש איז נישט קיין ערליכער מענטש.


דער רבי האט געזאגט: "איך קען יעדן העלפן, אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פונעם אייבערשטן, חוץ אן עזות פנים"; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, כ): "עַז פָּנִים לְגֵיהִנֹּם", פאר אן עזות פנים איז דא איין עצה - לייג אים אין גיהנום. דעריבער בעט איך אייך זייער אלע תלמידות פון בית פיגא, איר זאלט זיך אויפירן צו אייערע טיטשערס מיט דרך ארץ; מיט דעם וועט איר זיך איינקויפן א גוטע נאמען און איר וועט טרעפן יעדער איינער פון אייך א גוטע שידוך ווען עס וועט קומען די צייט.


נאך א זאך וויל איך אייך בעטן: איר זאלט זיך חבר'ן נאר מיט ערליכע מיידלעך, ווייל אז מען האט גוטע חבר'טעס איז דאס לעבן א גוט לעבן, אבער אויב חס ושלום מען חבר'ט זיך מיט נישט גוטע חבר'טעס וועט דאס אייך שטערן אייער לעבן.


מוהרא"ש זאגט: "וואס איז די סימן ווי אזוי מען קען וויסן ווער עס איז א גוטער חבר וכו'? אז מען קוקט וואס יענער רעדט"; אויב מען זעט א מיידל רעדן איידעלע זאכן איז זי א גוטע חבר'טע, אבער אויב זי רעדט נארישקייטן, זי רעדט זאכן וואס זענען נישט איידל, איז א סימן אז זי איז נישט ערליך, אפילו זי זעט אויס פון אינדרויסן וואויל. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין יז:): "רַב בָּדִיק בְּלִישְׁנֵיהּ", מען קען דערקענען אויף א מענטש לויט זיין רעדן ווער ער איז; אויב רעדט מען איידל איז דאס א סימן אז מען אן ערליכער איד, און אז נישט איז מען נישט קיין ערליכער איד. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניבול פה, סימן א): "ווער עס רעדט ניבול פה איז א סימן אז זיין גאנצע קאפ איז אים פארדארבן רחמנא לצלן"; דעריבער זאלט איר אוועק שטיין פון חבר'טעס וואס רעדן פון נישט איידעלע זאכן.


יעדע זאך וואס איר דארפט אין לעבן זאלט איר זיך צוגעוואוינען צו בעטן נאר פונעם אייבערשטן, ווייל נאר דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נאר ער קען העלפן דעם מענטש ווען מען האט רחמנא לצלן א צרה, עס איז נאריש צו בעטן פון מענטשן הילף, ווען דער מענטש קען זיך אליינס נישט העלפן. דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער שפראך און מיר זאלן אים אלעס פארציילן, דאס וועט אונז ברענגען נענטער צו אים און אזוי וועלן מיר געהאלפן ווערן מיט אלעס וואס מיר דארפן.


איך האף אז איר וועט אננעמען מיינע ווערטער וועט איר האבן א גוט לעבן; איך האב געעפענט די סקול מיט גרויס פלאג און מיה, נאר אז מיר זאלן האבן ערליכע תלמידות, מיידלעך וואס לעבן מיט יראת שמים און גייען אנגעטון בצניעות. יעדן צופרי בין איך מתפלל פאר אלע קינדער - סיי פון חדר און סיי פון סקול - אז אלע זאלן זיין ערליכע אידן און אויפשטעלן ערליכע שטובער. איך פארגיס אסאך טרערן אויף יעדן פון אייך באזונדער.


איך האף אז איר וועט אויסהערן וואס אייערע טיטשערס לערנען מיט אייך און איר וועט זיך פירן מיט דרך ארץ, וועט איר מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.


א גוטן טאג.

#5 - מיידלעך זאלן נישט רעדן וועגן בחורים
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט רעדן צו מיידלעך וועגן בחורים; עס איז נישט קיין ערליכע זאך און עס איז נישט קיין קלוגע זאך. איך וועל אייך מיטן אייבערשטנס הילף ברענגען א גוטע בחור פון ישיבה.


רעדטס נישט מיט קיינעם וועגן בחורים, אויב איר וועט רעדן מיט מיידלעך פון בחורים וכו' וועט איר מיר וויי טון; איך האב אייך אריין גענומען אין סקול ווייל איך וויל איר זאלט האבן א גוט לעבן. אויב איר וועט פאלגן וואס דער ראש ישיבה זאגט וועט איר האבן א שיינע לעבן, אבער אויב איר וועט זיין קלוגער און איר וועט נישט פאלגן, וועט נישט זיין גוט.


פון היינט און ווייטער, אויב א מיידל קומט צו אייך רעדן וועגן בחורים זאגט פאר יענע מיידל שיינערהייט: "איך בעט דיר רעד נישט צו מיר וועגן בחורים, איך וויל פאלגן דעם ראש ישיבה"; נאך אביסל וועט איר מיטן אייבערשטנס הילף א כלה ווערן.


געדענקט וואס איך זאג אייך: "חבר'ט זיך נאר מיט ערליכע מיידלעך, וועט אייך גוט זיין".

#4 - ווען מ'פאלגט האט מען הצלחה
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל פקודי, י"ח אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז איר פאלגט נישט וואס מיר האבן גערעדט; איך האב אייך שוין אפאר מאל געשריבן אז איר זאלט נישט רעדן מיט אנדערע מיידלעך וועגן בחורים וכו', און יעצט הער איך צוריק אז איר רעדט מיט מיידלעך וועגן בחורים וכו'.


עס איז א נארישע זאך פון אייך אז איר רעדט צו אנדערע מיידלעך וכו'; איר מאכט זיך א שלעכטע נאמען צווישן די מיידלעך. די מיידלעך פארציילן דאס פאר זייערע עלטערן און נאכדעם מאכט איר זיך צונאר צווישן אלעמען, עס טוט מיר זייער וויי אז איר פאלגט נישט.


איין זאך קען איך אייך זאגן, אויב איר וועט פאלגן וואס דער ראש ישיבה זאגט וועט איר האבן א שיין לעבן; די בחירה ליגט אין אייערע הענט - ווילט איר האבן א שיינע לעבן, קענט איר עס האבן, ווילט איר טון וואס אייער קאפ זאגט, ווילט איר אליינס גיין - זאל אייך דער אייבערשטער העלפן איר זאלט אנקומען גוט...


אז איר וועט מיר פאלגן וועט אייך גוט זיין בזה ובבא.

#3 - צניעות איז די שענסטע זאך פאר א אידישע טאכטער
צניעות, חיזוק פאר מיידלעך

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אלע חשוב'ע תלמידות פון בית פיגא ברסלב שתחיו


איך פריי מיר זייער צו הערן פון אייער טיטשער מרת ... תחי' אז אלע פון אייך פירן זיך אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין מיט גרויס דרך ארץ, און נאך מער פריי איך מיר צו הערן אז איר פירט זיך אויף איידל און אלע פון אייך גייען אנגעטון בצניעות.


איר ווייסט דאך זיכער וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; נאך אביסל וועט איר אלע חתונה האבן און האבן קינדער, איז בזכות וואס איר פירט זיך בצניעות וועט איר האבן ערליכע קינדער.


א מיידל פון סקול האט מיר געשריבן די וואך א בריוו וואס האט מיר זייער מחי' געווען; זי שרייבט מיר אז ביי אונז אין סקול איז צניעות נישט קיין יאנטשי זאך, פארקערט, אלע ארויפגעקוקטע מיידלעך געבן אכטונג אויף צניעות. מען פארשטייט אז צניעות איז נישט קיין קנס נאר עס איז א חשוב'ע זאך. זי שרייבט מיר אין די בריוו אז אין אסאך פלעצער איז אנגענומען צווישן די מיידלעך אז די בטלני'שע מיידלעך - זיי גייען אנגעטון ערליך, און די פיקט אפ מיידלעך, זיי טוהן זיך אן מער פראסט און נישט אזוי איידל, אבער ביי אונז אין סקול גייען אלע אנגעטון איידל.


איך בין זייער פרייליך געווארן ווען איך האב געליינט דעם בריוו, ווייל איך ווייס נישט צי איר ווייסט וואס מיר זענען אריבער ווען מיר האבן געעפנט די סקול; עס איז מיר אנגעקומען זייער שווער און איך האב אסאך מסירות נפש אריין געלייגט אינעם סקול. באמת האב איך בכלל נישט געהאט קיין כח צו עפענען די סקול; א יאר בעפאר דעם האבן מיר געעפענט די חדר און מיר האבן זיך זייער געמוטשעט, האב איך נישט געקענט טראכטן פון עפענען א סקול. אבער מאנטאג פרשת נח שנת תשע"ב לפרט קטן האב איך באקומען א בריוו פון מוהרא"ש וואו ער בעט מיר אז איך זאל עפענען א סקול; מוהרא"ש האט דעמאלט געגעבן דעם נאמען פאר די סקול "בית פיגא" אויפן נאמען פון דעם הייליגן רבינ'ס מאמע פיגא.


איך האב זיך גלייך גענומען צו די עבודה. איך האב נישט געטראכט קיין צוויי און נאך יענע נאכט בין איך אריבער געגאנגען צו אייער מנהלת אין שטוב, איך האב איר זייער געבעטן זי זאל מיר העלפן און זי זאל ווערן מנהלת ביי אונז אין סקול. געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן אזא חשוב'ע מנהלת וואס זי לייגט אריין איר גאנצע לעבן פאר אייך מיידלעך.


מיר האבן זיך זייער געמוטשעט במשך די ערשטערע יארן און מיר מוטשען זיך נאך אלץ טאג טעגליך וכו', און אז איך הער אז ביי אונז אין סקול איז צניעות נישט קיין יאנטשי זאך, נאר עס איז גאר א חשוב'ע זאך און אלע מיידלעך גייען אנגעטון איידל וכו'; אלע פארשטייען אז צניעות איז שיין, צניעות איז רייך, צניעות איז ארויפגעקוקט, פריידט מיר זייער דאס הארץ דאס צו הערן.


איך בעט אייך טייערע מיידלעך תלמידות פון 'בית פיגא', געבט אכטונג אויף א צווייטע מיידל'ס געפילן; ווען איר זעט א מיידל וואס איז איינזאם, קיינער רעדט נישט מיט איר, זי זיצט אליין, זי האט נישט קיין חברט'ס זאלט איר מקרב זיין אזא סארט מיידל. מען קען זיך איינקויפן עולם הבא מיט דעם וואס מען געבט אכטונג אויף א צווייטן, אייביג זאלט איר שפילן מיט די מיידלעך וועם קיינער רופט נישט.


אויב איר מאכט ביי אייך אין שטוב אן עונג שבת וכו' זאלט איר האלטן קאפ אויף די מיידלעך וואס זיצן אייביג שטיל פאר זיך, זיי אויך צו מקרב צו זיין, וועט דער אייבערשטער אייך מקרב זיין. ווייל ווי אזוי א מענטש פירט זיך מיט א צווייטן אזוי פירט מען זיך צו אים פון הימל; ווען א מענטש געבט נאך אויף זיינע מידות, ער איז מוותר אויף זאכן וואס שטערט אים, איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות. אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה יז.): "כָּל הַמַּעֲבִיר עַל מִידוֹתָיו, מַעֲבִירִין לוֹ עַל כָּל פְּשָׁעָיו".


שטעלט אייך פאר צו וואס איר קענט זוכה זיין מיט איין מאל מוותר זיין פאר א חבר'טע אדער פאר א שוועסטער וכו'; אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט. און זיכער ווען עס קומט צו די עלטערן, אויב מען איז מוותר, מען פאלגט טאטע מאמע, וועט איר זיכער זוכה זיין אז דער אייבערשטער וועט אייך אלעס מוחל זיין און געבן נאר גוטס.


איך בעט אייך נאך איין זאך, אזוי ווי מיר שטייען יעצט פאר דעם יום טוב פסח ווען די מוסד דארף באצאלן פאר אלע מלמדים און טיטשערס, און מיר האבן אסאך חובות, זאלט איר אלע בעטן דעם אייבערשטן אז די ישיבה זאל זיך נישט דארפן מוטשען און מיר זאלן קענען באצאלן פאר אלע איינגעשטעלטע צייטליך. אויך זייט מתפלל אז מיר זאלן האבן א שיינע פלאץ פאר זוממער און אויך א שיינע פלאץ פאר א גאנץ יאר, און מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קיין ירושלים מיט משיח צדקינו, אמן.

#2 - צניעות איז די שיינקייט פון א אידישע טאכטער
תפילה והתבודדות, צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, ה' שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן פון אייך אז איר געבט אכטונג אויף צניעות, די שיינקייט פון א אידישע טאכטער איז "באשיידענקייט" אזוי ווי עס שטייט (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָּה בַת מֶלֶךְ פְּנִימָה".


וואס איר דארפט זאלט איר בעטן פונעם אייבערשטן; ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן און ער בעט אים אלע זיינע בקשות, העלפט אים דער אייבערשטער און מען זעט גרויסע ישועות.

#1 - בריוו צו א לערערין וועגן צניעות
צניעות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס איר העלפט אין סקול; דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן איר זאלט האבן נחת ביי אייערע קינדער.


בנוגע וואס איר פרעגט, אז איר מאכט מיט די מיידלעך עקסערסייז, און איר ווילט זיי זאלן אנטון לעגינגס, צי מען מעג דאס אנטון אלץ צניעות; וויסן זאלט איר, אז א פרוי טאר נישט גיין מיט קיין הויזן און נישט מיט קיין לעגינגס וואס איז כמו הויזן. הויזן פאר א מיידל איז פריצות, נישט קיין חילוק וואס די כוונה איז; בכלל פארשטיי איך נישט פארוואס עס פעלט אויס דאס אנצוטון ווען די מיידלעך גייען שוין מיט טייץ.


אז איר פרעגט שוין וועגן לעגינגס, דארפט איר וויסן בכלליות, אז מען דארף אויסלערנען די מיידלעך די זאך פון צניעות אויף א שיינעם אויפן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צד.): "רַבִּי יוֹחָנָן קָרֵי לֵיהּ לְמָאנֵי מְכַבְּדוֹתַי", רבי יוחנן, ווען ער פלעגט בעטן זיין משמש מען זאל אים ברענגען זיינע קליידער, פלעגט ער זאגן, 'ברענג מיר די זאך וואס ברענגט מיר "כבוד"'; ווייל קליידער איז מכבד א מענטש. ווען א מענטש איז אנגעטון ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט איז ער מכובד וכו'. מען דארף אויסלערנען די מיידלעך אז צניעות איז א שיינע זאך, צניעות איז א בא'טעמ'טע זאך, און ווען מען גייט אנגעטון פראסט, קורץ, טייט און אויסגעשניטן וכו' וכו', איז מען נישט קיוט אדער שיין, נאר מען איז פראסט, און דאס איז נישט איידל.


אויך דארף מען רעדן פון די שכר וואס מען באקומט ווען מען גייט בצניעות; דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט) "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", אז א פרוי געבט אכטונג אויף צניעות, וועט זי זוכה זיין צו גוטע קינדער; מען זעט ווי מענטשן מוטשען זיך היינט נעבעך מיט קינדער, מען זוכט עצות פאר גוטע קינדער, און מען וויינט און מען שרייט און מען מאכט אסיפות, אלע שרייען "וואס טוט מען מיט די קינדער?" פארוואס זאל מען נישט פאלגן וואס דער רבי זאגט אז צניעות ברענגט ערליכע אידישע דורות. אז מען רעדט פון דעם אסאך אין די יונגע יארן וועט עס צוביסלעך אריין גיין אין די הערצער פון די מיידלעך.


עס איז דא וואס זאגן אז מיידלעך זאלן שלאפן מיט הויזן ווייל די פיס דעקט זיך אויף וכו'; אבער עס איז נישט גערעכט, ווייל א מיידל מיט הויזן איז פריצות, נאר מען דארף זיי אויסלערנען צו שלאפן צוגעדעקט, און אויב מען דעקט זיך אויף – זאגן שוין חכמינו זכרונם לברכה (נדרים כז:): "אוֹנֶס רַחֲמָנָא פָּטְרֵיהּ", און אז (קידושין נד.): "לֹא נִתְּנָה תּוֹרָה לְמַלְאֲכֵי הַשָּׁרֵת", דער תורה איז נישט געגעבן געווארן פאר מלאכים.


דערפאר בעט איך אייך זייער, אדרבה, טאנצט מיט די מיידלעך, שפרינגט מיט זיי, און מאכט עקסערסייז מיט זיי; עס איז זייער געזונט צו טאנצן און צו שפרינגען, און ווי מער מען שפרינגט מיט קינדער, אלץ מער וואקסן זיי אויף געזונטער, אבער נאר בצניעות, דאס אז זיי גייען מיט טייץ איז גענוג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח איר זאלט ווייטער קענען מחנך זיין אידישע קינדער, און אריין ברענגען אין זיי א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו אידישקייט, וואס דאס פעלט אויס זייער שטארק אין אונזער דור; די מיידלעך זאלן אויפוואקסן שטאלץ מיט זייער  ווען א פרוי איז צניעות'דיג איז זי זוכה צו מורא'דיגע זאכן, און נישט זיך שעמען אז זיי גייען אנגעטון איידל, שעמען דארפן זיך די וואס גיין אנגעטון פראסט און פריצות'דיג.


אויך א גרויסע ישר כח פאר אייער טייערער מאן נרו יאיר, וואס ער העלפט מיר ארויס מיט יעדע טריט און שריט; ער איז א וואונדערליכער מלמד, אלע זענען צופרידן פון זיין ארבעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין אין אלע אייערע וועגן.