בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#458 - א אידישע פרוי איז מכבד דעם מאן, נישט אים מחנך
תפילות אויף אידיש, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, מדות טובות, טשעפען

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב געהערט אייער הודעה.


אז איר האט חיות פון הייליגן רבי'ן זאלט איר דאס נוצן פאר אייך און טאקע לעבן מיט דעם, אבער נישט אריינשטופן פאר א צווייטן. מען קען נישט באצווינגען א צווייטן צו זיין א ברסלב'ער, בפרט די אייגענע מאן; די פליכט פון א אידישע פרוי איז 'מכבד זיין' דעם מאן און אים פרייליך מאכן אויף זיין וועג, נישט אים 'מחנך זיין' און אים מאכן שפירן ווי ער האט נישט קיין שכל.


א פרוי וואס האט זוכה געווען צו א מאן וואס איז נישט דער שארפסטער און נישט דער גרויסער חכם, אויב איז זי אן ערליכע פרוי, א קלוגע פרוי - וועט זי מיט איר חכמה אים מאכן שפירן ווי ער איז קלוג און אים מאכן דער טראן פון די משפחה. אויף אזא פרוי איז געזאגט געווארן (משלי יב, ד): "אֵשֶׁת חַיִל", אן ערליכע פרוי, "עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ", דער תרגום זאגט "כלילא לבעלה", זי איז א קרוין פאר איר מאן; מען קען זאגן נאך א פשט: "אֵשֶׁת חַיִל", אן ערליכע פרוי, "עֲטֶרֶת בַּעְלָהּ", איר מאן - איז איר קרוין, איר מאן איז די קרוין פון איר לעבן, איר מאן איז דער קרוין פון די משפחה, דער מאן איז דער מחליט ביי יעדע זאך, דער מאן איז דער פאן טרעגער.


א נישט קלוגע פרוי, וואס האט זוכה געווען צו א מאן וואס איז נישט דער שארפסטער און נישט דער גרויסער חכם - וועט טון דאס פארקערטע; זי וועט אים טשעפען, אים דערנידערן און מאכן זיכער אז יעדע שכינה און יעדער אין די משפחה ווייסט אז איר מאן איז א נאר, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אונטער וועט זי מאכן זיכער אז יעדע קינד און אייניקל זאל וויסן אז דער טאטע האט נישט קיין שכל, דער זיידע האט נישט קיין שכל; אויף אזא פרוי זאגט דער פסוק (משלי, שם): "וּכְרָקָב בְּעַצְמוֹתָיו", אזוי ווי א ווארעם וואס בייסט אריין אין די ביינער, "מְבִישָׁה", אזוי איז די שלעכטע פרוי.


איך בעט אייך זייער, הערט אויף זינגען פאר אלעמען דעם ניגון: "מיין מאן איז א נאר", "מיין מאן איז א טיפש", "מיין מאן האט מיט די נערווען"; נאכן זינגען אזא ניגון וועט אייך נישט בעסער ווערן, קיינער וועט אויף אייך נישט רחמנות האבן; אפשר בשעת מעשה, ווען מען קען הערן א גוטע לשון הרע - וועלן מענטשן אויסהערן, אבער נאכן שמועסן - קוקט מען אראפ אויף אזא איינעם. מענטשן האבן ליב איינעם וואס קרעכצט נישט, מען האט ליב איינעם וואס זעט נאר דאס גוטס פון לעבן.


נעמט דעם רבי'ן פאר זיך, לעבט מיט'ן רבי'ן, אטעמט דעם רבי'ן, און אייער מאן זאלט איר מכבד זיין און אים זיין געטריי. אז ער דארף שבת ביי די סעודה אין די אייער, רויע צוויבל - זאלט איר אים אריינשניידן גרויסע שיינע שטיקער רויע צוויבל. עס איז נישט אייער מצוה אים מחנך זיין וכו', נישט דאס האט דער רבי געוואלט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסה) מען זאל נישט עסן קיין צוויבל, עס איז נישט געזונט; איר קענט פאלגן דעם רבי'ן פאר אייך, אבער חס ושלום ארויפצווינגען אויפ'ן מאן ווען ער האט זיין וועג אין עבודת השם.


בנוגע אז ער וויל נישט איר זאלט לערנען גליונות און קונטרסים פון רבי'ן; דאס זאלט איר טון מיט גרויס חכמה, פון איין זייט אים נישט וויי טון, און פון די אנדערע זייט נישט רעדן פון דעם, נישט זיך רייצן חס ושלום; עס איז דא גענוג צייט אין טאג ווען מען קען זיך מחי' זיין מיט'ן רבינ'ס ספרים אן טשעפען דעם מאן.


באנוצט אייך מיט אייער געווער, מיט תפילה; בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער און אייערע דורות הבאים זיי זאלן אלע זיין צדיקים, אלע זאלן זיין דבוק צום באשעפער; בעטס דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם העלף מיר איך זאל גארנישט וועלן, איך זאל נאר וועלן טון דיין ווילן, איך זאל קענען איינבייגן מיין קאפ פאר דיר. איך זאל ליב האבן מיין מאן, מיינע קינדער און מיין לעבן - אזוי ווי זיי זענען. איך זאל לעבן מיט א שטארקע אמונה, וויסן און גלייבן אז אלעס ביסטו; איך, מיין מאן, מיינע קינדער - אלעס איז נאר א לבוש, א פארשטעלאכטס - פון דיר".


אזוי זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן, מיט תפילה וועט איר מנצח זיין די מלחמה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#457 - א קלוגע פרוי שטעלט אויס די שטוב ווירשאפט מיט א סדר
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, עסן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס איר פרעגט, ווען איר זענט אנגעשטרענגט, איר קומט נישט אן צו אייער ארבעט וכו' כו' - אויף וואס זאלט איר צילן זאל געטון ווערן דאס ערשטע; די וויכטיגסטע איז, ווען אייער מאן קומט אהיים - זאל ער האבן וואס אריינצונעמען אין מויל, דאס איז די וויכטיגסטע. איר דארפט נישט צילן אויף פענסי עסן, זיך אנטון די שענסטע אדער די שטוב זאל שפיגלען, ווייל דאס וויכטיגסטע איז אז אייער מאן זאל עסן און זאט ווערן, נאכדעם קען מען אינאיינעם צאמנעמען די שטוב און מען קען אלעס ערלעדיגן.


א קלוגע פרוי שטעלט אויס די שטוב מיט א סדר, מען מאכט זיך גרינג, מען לאזט נישט זאכן אויף די לעצטע מינוט. איידער מען גייט שלאפן טראכט מען שוין פון מארגן; וואס גייט מען עסן מארגן? מען נעמט שוין ארויס פארפרוירענע פלייש וכדומה עס זאל זיין גרייט אינדערפרי צו קענען קאכן.


אזוי אויך מיט'ן ריין מאכן די שטוב; מען ווארט נישט ביז עס זאל אויסקוקן ווי א מלחמה, מען רוימט אביסל דא, אביסל דארט, און אפילו מען גייט האבן אין די קומענדיגע טעג א רוימערקע - לעבט מען נישט מיט הפקירות, מען לאזט נישט די שטוב גיין אויף רעדער מיט'ן חשבון אז שפעטער אין וואך וועט די רוימערקע ריין מאכן.


אזוי אויך מיט די וועש; מען ווארט נישט ביז עס איז שוין נישטא קיין קליידער, מען לעבט מיט יראת שמים, מיט חשבון.


התבודדות קען מען מאכן בשעת מען טוט די ארבעט; ביים קאכן, וואשן און רוימען - קען מען רעדן צום אייבערשטן; אים דאנקען און לויבן און אים בעטן אויף וואס מען דארף.


 אויך איז גוט אנצוצינדן לעבעדיגע ניגונים ביים טון די ארבעט; אזוי גייט אלעס גרינגער, ווייל מיט שמחה גייט אלעס גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#456 - כל זמן מען געבט נישט אויף, מען האלט אן די מלחמה, איז גוט
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, התחזקות, מוסדות, עבודת השם, אומאן, ראש השנה, סיפורי צדיקים, אחדות

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת כי תצא, י"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש בארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


טייערע ברידער, טייערע חברים, אנשי ארץ ישראל, איך בענק זיך זייער צו ענק, איך האף זיך צו זען מיט ענק אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן. די יאר איז נישט לייכט די נסיעה און אויך נישט ביליג; עס איז א שווערערע נסיעה, א טלטול הדרך, און עס איז טייער; איך האף איר שפרינגט אריבער אויף די אלע שוועריקייטן און איר שלעפט אייער גוף צום רבי'ן.


נעכטן ביים ליל שישי שיעור האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן פסוק וואס די תורה זאגט: "כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ, וּנְתָנוֹ ה' אֱלֹקֶיךָ בְּיָדֶךָ, וְשָׁבִיתָ שִׁבְיוֹ", אז מען גייט ארויס אין א מלחמה מיט'ן יצר הרע, מען שלאגט זיך - וועט מען ביים סוף מנצח זיין. כל זמן מען געבט נישט אויף, מען האלט אן די מלחמה - איז גוט, מען טאר נישט ווערן צעבראכן ווען מען פאלט אראפ חס ושלום, מען טאר נישט אויפגעבן ווען מען זעט ווי עס גייט אריבער אזא לאנגע צייט און מען האלט נאך ווייט פון עפעס א פינטעלע קדושה, מען דארף ווייטער מלחמה האלטן ביז מען איז מנצח.


ווי אזוי האלט מען מלחמה? אונזער געווער איז די מויל; יעדע מאל א איד זאגט ארויס די ווערטער: "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכער איד, איך וויל זיין אפגעהיטן, איך וויל נישט טון שלעכטס" - איז מען אין א גוטע וועג און מען וועט מנצח זיין, אפילו מען זעט נישט מיט די אויגן ווי וואס ווען ווי - מנצח זיין; אפילו עס איז לאכעדיג, אזויפיל מאל זאגן 'איך וויל זיין גוט' און גארנישט רוקט זיך נישט - דאך וועט מען מנצח זיין, מען וועט אלעס פאררעכטן.


טייערע חברים האלט אייך אינאיינעם. דער רבי האט געזאגט: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוָּנָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפָּעַם", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן, סימן קפז), דארט וואו מען האלט זיך אינאיינעם און מען האט זיך ליב - איז דער רבי דארט.


מוהרא"ש האט אונז אלע יארן געזאגט: "ווען אנשי שלומינו וואלטן זיך שטארק ליב געהאט - וואלט מען געקענט די גאנצע וועלט צוריקברענגען צום אייבערשטן"; קוקט ווי שיין איר זענט מצליח, איר האט אנגעהויבן מיט א שול אין ירושלים, און פאריאר געעפנט א חדר, און יעצט א שולע, און מען רעדט שוין יעצט פון עפענען מוסדות אין גליל; דאס איז נאר אז מען האלט זיך באחדות.


אויך אין שטוב דארף מען זייער אכטונג געבן עס זאל זיין א שטארקע ליבשאפט. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף שלום בית, מען האט נישט געקענט קומען צום רבי'ן נאר אז מען איז חתונה געהאט און מען לעבט מיט ליבשאפט; ווייל נאר אז מען איז חתונה געהאט און מען קריגט זיך נישט - קען מען האבן א ריינע מח מחשבה.


אמאל איז דער רבי געזיצן ביים טיש מיט זיינע תלמידים, אינמיטן האט זיך דער רבי אנגערופן: "וִוי וַואגְט זִיך צוּ קוּמֶען צוּ מַיין טִישׁ אֵיינֶער וָואס הָאט נִישְׁט קַיין רֵיינֶע מַחְשָׁבוֹת?!" דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט, איבערגעלאזט דעם טיש מיט'ן עולם, אריין אין זיין צימער און מער נישט געוואלט זיצן ביים טיש. ווען דער אינגערמאן - אויף וועם דער רבי האט זיך באצויגן - האט געזען ווי דער רבי גייט אריין אין צימער, האט ער זיך אויפגעשטעלט, ער איז צוגעגאנגען צום רבינ'ס צימער און אנגעהויבן זייער צו וויינען און זיך איינגעבעטן ביים רבי'ן אז דאס גייט מער נישט פאסירן, ביז דער רבי איז צוריק ארויסגעקומען און ווייטער ממשיך געווען מיט'ן זאגן תורה.


וואס איז געווען די מעשה? דער אינגערמאן האט זיך געקריגט אין שטוב מיט די ווייב; זעט מען ווי שטארק דער רבי האט מקפיד געווען מען זאל האבן שלום בית, ווייל אז מען קריגט זיך אין שטוב האט מען נישט קיין מח, און אז מען האט נישט קיין מח איז מען נישט קיין מענטש, וואס דאס ברענגט אז מען זאל אראפפאלן אין א טיפע גרוב רחמנא לצלן.


איך קען נישט מער מאריך זיין, איך דארף אנגרייטן דעם שבת.


א פרייליכן שבת.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#455 - וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות אויף אים
שלום בית, פרנסה, מוהרא"ש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב יעצט געזען א בריוו וואו דיין ווייב תחי' שרייבט ווי שיין דו פירסט זיך, און ווי דו לערנסט אין שטוב, זי שרייבט אז דו רעדסט צו איר אזוי ווייך און הארציג.


אמאל בין איך געווען אין צימער ביי מוהרא"ש מיט נאך איינעם פון אנשי שלומינו, יענער האט דערציילט פאר מוהרא"ש עפעס פון זיין ווייב, ווי זי זאגט פאר אלעמען אז איר מאן איז גוט און ערליך, רופט זיך מוהרא"ש אן הויך: "חכמינו זכרונם לברכה זאגן דאך (מדרש משלי ה, יח): 'אשרי אדם שאשתו מעידתו', וואויל איז דעם וואס די ווייב זאגט עדות, 'מיין מאן איז אן ערליכער איד'"; די ווייב זעט דאך דעם מענטש אין אלע צייטן, אין צייטן וואס אלעס פירט זיך כהוגן, און אין צייטן וואס עס פירט זיך שלא כהוגן, זי זעט אויב דער מאן פארלירט זיך, ער שרייט אויף איר, אדער ער פארלירט זיך נישט.


גיי ווייטער מיט דיין גוטע וועג, לערן שיעורים כסדרן און זיי זיך מתבודד - וועסטו זוכה זיין צו שפירן טעם גן עדן בזה העולם.


דיין ווייב וויל וויסן אויב עס איז א גוטע עצה זי זאל פארקויפן פערפיום; זאג איר אדרבה ואדרבה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#454 - געב אכטונג דיין ווייב זאל נישט באקומען קיין לחץ פון דיר
שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט מיר אז דו ווערסט ברוגז ווען דו קומסט אהיים און די שטוב איז נישט צאמגענומען, זי בעט איך זאל דיר מחזק זיין אז דו זאלסט נישט ווערן ברוגז אויף איר; זי ווארט יעצט וכו', עס איז איר נישט גרינג מיט די קינדער און מיט די ווארטן.


טייערער ברודער, דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, מיר זאלן אכטונג געבן אויף איר (שיחות הר"ן, סימן רסד). מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן פון שלום בית, פון העלפן אין שטוב; אז דאס איז עבודת השם. בעט איך דיר, זע צו העלפן אין שטוב, זע צוצולייגן א האנט, בפרט אין די טעג וכו'.


ווארף נישט קיין פחד אין שטוב, לייג נישט קיין אימה יתירה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס ווארפט א פחד אויף זיין ווייב און קינדער, "סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלֹשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות פון גלוי עריות, שפיכות דמים און חילול שבת; געב אכטונג דיין ווייב זאל נישט באקומען קיין לחץ פון דיר, זי זאל נישט לעבן אונטער דרוק אז אט קומסטו שוין אהיים און די שטוב איז נישט גרייט. א ברסלב'ער חסיד דארף מכבד זיין די ווייב, אז די ווייב זאל שוין ציילן די מינוטן 'ווען קומט שוין מיין מאן אהיים און ער וועט מיר העלפן, איך וועל זיך קענען אפרוען'.


אפילו דו ביסט עוסק אין די העכסטע זאך, דו ביסט מפיץ די ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש - דארף דאס אויך זיין מיט א צמצום; עס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון פון די ווייב און קינדער.


מיר גרייטן זיך שוין יעצט צו קומען צום רבי'ן, מיר פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, מיר דארפן פאלגן דעם רבי'ן; אז מען קומט צום רבי'ן דארף מען פאלגן דעם רבי'ן. דו ווייסט אודאי דעם סיפור, רבי נתן איז אמאל געגאנגען צום רבינ'ס ציון אינאיינעם מיט זיין תלמיד רבי נחמן טולטשינער, אויפ'ן וועג צום ציון האט זיך צעריסן די רעקל פון רבי נחמן טולטשינער, האט אים רבי נתן געזאגט: "גיי פאררעכט דיר דיין רעקל, ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז) מען זאל אכטונג געבן אז די בגדים זאלן נישט זיין צעריסן", אבער רבי נחמן טולטשינער האט זייער שטארק געוואלט זיין אינאיינעם מיט רבי נתן ביים ציון איז ער מיטגעגאנגען מיט רבי נתן, ער האט געטראכט ער וועט שפעטער פארנייען זיין רעקל, האט אים רבי נתן געזאגט: "פארוואס קומסטו צו א רבי, אז דו פאלגסט נישט דעם רבי'ן?"


איך ווייס אז דו ביסט א גוטער מאן, איך בין דיר נישט חושד אז דו ביסט א גבר אלים; דיין ווייב תחי' שרייבט זייער שיין אויף דיר, דעריבער שרייב איך דיר, איך ווייס אז דו וועסט אננעמען וואס איך זאג דיר. לייג נישט קיין דרוק אויף איר, דיין ווייב טאר נישט האבן א פרעשור אז דו קומסט שוין באלד אהיים און דו וועסט נישט זיין צופרידן מיט די שטוב, זי דארף ארויסקוקן דו זאלסט אהיים קומען איר העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#453 - עס איז אזוי וויכטיג אויסצוהערן די ווייב
חברים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, וויליאמסבורג


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט מיר אזוי מחי' געווען מיט דיין בריוו אז דו האסט זיך נאכאמאל מקבל געווען נישט צו גיין ביינאכט צו פארטיס וואו מען הוליעט און טרינקט; ענדערש בלייבסטו אין שטוב מיט דיין אשת חיל.


טייערער ברודער, הארציגער חבר; מיר פארן דאך שוין כמעט צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה. דיין ווייב תחי' איז דיר געטריי, זי לאזט דיר פארן, זי שיקט דיך קיין אומאן מיט שמחה, פארוואס זאלסטו איר זיין א כפוי טובה? זי וויל זיין מיט דיר, זי וויל דו זאלסט אהיים קומען רעדן מיט איר, שמועסן מיט איר און בעיקר איר אויסהערן; לאז אפ די שיכורים, די ליידיגע מענטשן, גיי נישט צו קיין פארטיס, אפילו מען פאררופט עס מיט'ן נאמען "סיום", ענדערש גיי אהיים און פארטי מיט דיין ווייב; פארברענג מיט איר, הער איר אויס, הער אויס אירע מעשה'לעך, עס איז אזוי וויכטיג אויסצוהערן א ווייב, דאס מאכט איר גוט אויפ'ן הארץ.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף גיי איך קומענדיגע וואך זונטאג צוריק אין שטאט פאר צוויי שבתים - כי תצא און כי תבוא, און דינסטאג נצבים פארן מיר קיין אומאן.


א כתיבה וחתימה טובה.


 

#452 - בעיקר דארף מען בעטן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת געזונטערהייט
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ה' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אייך, און בעטס יעדן טאג אז איר זאלט אריבערגיין אלעס בנקל ובנחת.


אויף אייער פראגע אויב איר מעגט בעטן עס זאל זיין א אינגל; מען קען אלעס בעטן, מען דארף אבער בעיקר בעטן אלעס זאל זיין בנקל ובנחת, איר זאלט זיין געזונט, דאס קינד זאל זיין געזונט, מען דארף בעטן אויף ליכטיגע דורות - דאס איז דער עיקר, און וואס דער אייבערשטער געבט - איז דאס בעסטע און עס קען נישט זיין בעסער.


בנוגע אז אייער מאן ווערט אנגעצויגן ווען ער קומט אהיים און די שטוב איז נישט מסודר, ער קען ווערן אין א נישט גוטע גוסטע; איך וועל אים שרייבן ער זאל מער זיין אין שטוב אין די טעג און מער העלפן.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#451 - חסרונות איז גרינג צו טרעפן, דער קונץ איז צו טרעפן גוטע זאכן
שלום בית, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך צו הערן אז איר האט הנאה געהאט פון די פלע"י וואס בית פיגא האט אהערגעשטעלט, די מעשה פונעם "חכם און תם" (ספורי מעשיות, מעשה ט).


דאס וואס איר שרייבט, איר האט געשפירט דורכאויס די גאנצע פלע"י ווי אייער מאן איז דער חכם פון סיפורי מעשיות, און די אלע אנדערע זאכן וואס איר שרייבט פון אייער מאן.


וואס זאל איך אייך זאגן, חסרונות קען מען טרעפן ביי יעדן איינעם, עס איז נישט קיין קונץ צו טרעפן פעלערס ביים מאן, א קונץ איז טרעפן גוטע זאכן ביי יענעם.


די פלע"י האבן מיר נישט געוויזן מען זאל טראכטן פון דעם און יענעם, נאר פון זיך אליינס. זיך אליינס אויסדרייען די מחשבה, אליינס אנהויבן לעבן א זיס לעבן. דער הייליגער תם האט גארנישט געהאט און ער איז געווען אזוי פרייליך, אפילו דער חכם האט חוזק געמאכט פון אים, אלע האבן געלאכט פון אים אז ער איז געווען אזוי פרייליך.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זיין פרייליך, פאזעטיוו, איר זאלט ליב האבן אייער מאן און ער זאל אייך ליב האבן, די שכינה זאל רוען ביי אייך אין שטוב.


א כתיבה וחתימה טובה.

#450 - נישט חרטה האבן אויף גוטע זאכן וואס מען האט געטון
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, רפואה, עבודת השם, שערן די האר, שיר השירים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ערשטנס, איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר זענט זיך ממש מחי' מיט'ן הייליגן רבינ'ס התחזקות; איך פריי זיך צו הערן אז אייער לעבן האט זיך אייך אזוי פארגרינגערט, אלעס איז אזוי שיין און גוט, איר לעבט מיט'ן אייבערשטן.


בנוגע וואס איר שרייבט אז איר האט גענומען אסאך חיזוק פון רבי'ן זיך אפצושערן די האר; וואויל איז אייך, וואויל איז אייער חלק, איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב איר זענט ביים אייבערשטן. דער הייליגער זוהר זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען, 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה' און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי; 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארימקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב.


זאגט ווייטער דער זוהר: 'מַאן גָּרִים דָּא' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען, וועט האבן אלע ברכות און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


עס איז דא א דיבור פון הייליגן רבי'ן: "נאך א מסירת נפש טאר מען נישט חרטה האבן"; יעצט ווען איר האט געטון די מסירת נפש זאלט איר נישט טראכטן: 'וואס האב איך געטון? אפשר בין איך נישט קיין ערליכע פרוי, אפשר מאך איך נישט צופרידן מיין מאן'; טרייבט ארויס די מחשבות, יעצט זאלט איר זיך גרויסן און הייבן, זאגט: 'איך בין א גלייכע גוטע, נישט קיין קרומע פרומע'.


אז מען שערט זיך אפ איז מען נישט קרום פרום, אז מען איז פארנומען מיט א צווייטנ'ס רוחניות - דעמאלט איז מען א קרומע פרומע, אבער אז מען טוט זיך אן איידל - איז מען א גלייכע גוטע, אז מען שערט זיך אפ אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט - איז מען נישט קיין קרומע פרומע.


בנוגע וואס איר שרייבט אז זייט קאראנע פעלט ביי אייער מאן די כח וכו'; דער רבי האט גוטע סגולות. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תס): "מי שאין לו גבורת אנשים שיאמר שיר השירים משלי וקהלת", דורך זאגן שיר השירים, משלי און קהלת - באקומט מען כח; דאס איז א וואונדערליכע סגולה.


בכלל איז גוט צו וויסן וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רמג): "כָּל הָרְפוּאוֹת שֶׁבָּעוֹלָם כֻּלָּם כְּלוּלִים בְּ'שִׁיר הַשִּׁירִים'", אלע רפואות פון די וועלט ליגן אין שיר השירים; וואויל איז דעם וואס פאלגט די עצות בתמימות ופשיטות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.

#449 - מען טאר זיך קיינמאל נישט פארלירן
אמונה, שלום בית, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל, איך האב ערשט יעצט געזען דיין בריוו, איך האב נישט זומער קיין טעלעפאן און אויך נישט אימעיל; יעדע פאר טעג קען איך זען מיינע אימעילס, איך האב ערשט יעצט געזען וואס דו גייסט אריבער.


אז דו וועסט קומען אין שטעטל וועל איך מאכן צייט פאר דיר; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זען אויב מען קען נאך ראטעווען דיין שטוב אדער נישט.


וואס עס זאל נאר זיין, דו דארפסט זיך שטארקן, דו טארסט זיך נישט פארלירן; פארליר נישט דיין אמונה, ווייס און גלייב אז אלעס איז דער אייבערשטער, נישטא קיין פערצופאל, אלעס איז ער אליינס; אפילו דיין ווייב איז אויך פון אייבערשטן, און וואס דו גייסט יעצט אריבער איז אויך נאר פון אייבערשטן, מען טאר זיך נישט פארלירן.


איך ווארט דו זאלסט אריבער קומען, איך וועל מאכן צייט פאר דיר.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#448 - מיט תפלה ווייסט מען ווי איין און ווי אויס
תפילה והתבודדות, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער פראגע.


איך פארשטיי נישט די פראגע; עס איז זייער חשוב צו העלפן אין סקול, און עס איז זייער חשוב צו העלפן די פלעי, אבער דאס קען נישט גיין אויפ'ן חשבון וכו'; נישטא אזא זאך אפשטופן וכו'.


בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט וויסן ווי איין און ווי אויס, ווען צו העלפן און וויפיל צו העלפן; מיט תפילה ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן.

#447 - אנשטאט זיך אויפעסן מיט אלטע זאכן, זאל מען אנהויבן פונדאסניי
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחדשות, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב זייער הנאה געהאט פון די בריוו; איך זע אז איר ווילט זיין גוט, איר ווילט זיין א צדקת. איר זענט אריבער א שווערע יוגנט און דאס טרייבט אייך צו זיין דערביטערט, אבער אייער פנימיות איז לויטער.


דער הייליגער רבי האט אן עצה ווי אזוי צו האבן א חיים טובים: מען זאל פארגעסן וואס איז געווען, מען זאל אנהויבן פונדאסניי; אנשטאט זיך אויפעסן מיט אלטע זאכן - זאל מען אנהויבן פונדאסניי. אזוי זאלט איר טון, פארגעסט אייער יוגנט, הויבט אן פונדאסניי.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט אויפגעבן, איך זע אין אייך און אין אייער מאן א שיינעם עתיד. ביי יעדן איינעם איז דא שוועריקייטן, ביי יעדע יונגע קאפל איז דאס שווערע טעג, עס נעמט צייט ביז מען באלאנצירט זיך.


רעדט ווייך צו אייער מאן - וועט ער רעדן צו אייך שיין און ווייך; אייער מאן איז א וואוילער, ער וויל נישט רעדן שטעכעדיג און ווי א האר וואס שאפט; ער פארלירט זיך, ער פארגעסט זיך; דארפט איר אים מאכן רעדן שיין דורכדעם וואס איר וועט רעדן צו אים שיין.


איך האף און איך בעט דעם אייבערשטן ער זאל אייך געבן כח איר זאלט זיך קענען דערהאלטן, איך האף און איך בעט אז איר וועט אויפציען שיינע ליכטיגע דורות.

#446 - זע צו רעדן ווייך און הארציג אין שטוב
שלום בית, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


די הייליגע חכמים זאגן (עיין נדה לא.): "אֵין בַּעַל הַנֵּס מַכִּיר בְּנִיסוֹ", דער מענטש וואס האט ניסים כאפט נישט אין וואס פאר א נס ער געפונט זיך; ווען איך קוק דיך אן - זע איך איין זאך, איך זע ניסים פונעם אייבערשטן, דו האסט חתונה געהאט אזוי שיין, אזוי גוט; איך האף דו אליינס ביסט דאס מכיר.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, זע צו רעדן ווייך און הארציג צו דיין ווייב תחי'. זי האט דיר זייער ליב, זי ווארט דו זאלסט רעדן צו איר הארציג און ווייך.


נעכטן ביי מלוה מלכה האבן מיר גערעדט זייער שיינע חיזוק אויף שלום בית; א שאד דו ביסט ארויס בעפאר'ן שיעור, און אויך א שאד אז יעצט זומער האלסטו נישט מיט די שיעורים; וואלסט געהאט אזויפיל חיזוק אויף שלום בית, אויף רעדן שיין, ווייך און הארציג.


גלייב מיר, א פרוי דארף גארנישט מער פון דעם. א פרוי דארף נישט קיין טייערע שטיינער, טייערע צירונג; ענדערש דארף זי א מאן וואס רעדט שיין צו איר, וואס טראגט איר און ברענגט איר, א מאן וואס אינטערעסירט זיך, א מאן וואס פארשטייט איר און זוכט ווי מער איר צו בארואיגן און פרייליך מאכן.


איך האף דו וועסט אננעמען מיינע הארציגע ווערטער, ווייל דיין ווייב וויל א זיסע ווארעמע לעבן מיט דיר; זי האט גארנישט עפעס אנדערש אויף די וועלט אויסער דיר.

#445 - מיט א געפיל צום רבי'ן, וועסטו אריינברענגן די שכינה אין שטוב
חברים, שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב שרייבט מיר אז זי איז אליינס ביינאכט, זי ווייסט נישט וואו דו ביסט.


איך ווייס נישט וואס צו ענטפערן ווייל איך זע דיך אויך נישט. געווענליך גייט עס אינאיינעם, ווען מען קומט צו די שיעורים, מען דרייט זיך צווישן אנשי שלומינו - לעבט מען מיט ענוה, מען קען איינבייגן די קאפ אין שטוב, מען האט א געפיל צו די ווייב, און אז מען הערט נישט קיין חיזוק, מען דרייט זיך ווייניג צווישן אנשי שלומינו - פארגעסט מען וואס איז תכלית, מען הויבט אן טראכטן שלעכטע מחשבות וכו'.


טייערער ברודער, איך בעט דיר, לאז נישט אפ דעם רבי'ן, בלייב צווישן אנשי שלומינו. גיי שריי צום באשעפער דו זאלסט בלייבן מיט די געפיל צום רבי'ן, אזוי וועסטו קענען איינבייגן די קאפ אין שטוב, זיין א שפל און א סבלן - אזוי וועסטו מאכן רוען די שכינה ביי דיר אין שטוב.


מיר פארן שוין כמעט צום רבי'ן קיין אומאן; צום רבי'ן קען מען נאר קומען מיט שלום בית, מיט א ריינעם מח מחשבה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#444 - פאר א שידוך איז אלעס כדאי צו טון
שידוכים, שלום בית, חסידות ברסלב, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


פאר א שידוך איז אלעס כדאי צו טון; אז די מיידל וויל נישט הערן דאס ווארט 'ברסלב' - זאלסטו זאגן אז דו האסט גארנישט מיט ברסלב, אבי די שידוך זאל ווערן.


איך ווייס אז דו ווילסט נישט, דו ביסט בשום אין אופן נישט מסכים אויף דעם, דו ווילסט דאך דוקא יא אויפשטעלן א שטוב, לעבן א לעבן מיט'ן רבי'ן - דאך דארפסטו אלעס טון אבי חתונה צו האבן.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלעס אין די וועלט צו טון אבי חתונה צו האבן, טון רצון ה'. אפילו זאכן וואס איז געווען אזוי הארב, ווי למשל זיך אפשערן די האר; מיר ווייסן דאך ווי מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו די פרויען זיי זאלן זיך שערן די האר, און אז די האר וואס מען שערט נישט האלט צוריק משיח צדקינו, דאך, ווען עס איז געקומען צו א שידוך וואס די מדוברת האט נישט געוואלט זיך שערן, האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל נישט רעדן דערפון, נאר קודם מאכן די שידוך און נאכדעם קען מען מיט חכמה און אסאך סבלנות אלעס פועל'ן.


איך ווייס אז עס איז דיר זייער שווער צו טון אזא זאך, גיין זאגן 'איך האב מער גארנישט מיט ברסלב'; דו ווארטסט אזוי לאנג צו קענען פירן א שיינע שטוב מיט דיין ווייב מיט'ן רבינ'ס לימודים, דאך זאג איך דיר: "טו עס", זאג  אז דו האסט גארנישט מיט מיר, דו האסט נאר געלערנט דא, און מיט חכמה קען מען אלעס מאכן; מען קען מאכן די ווייב פאר א ברסלב'ע, אפילו זי וויל נישט; אויב האט מען סבלנות, מיט אביסל חכמה מיט אסאך תפילה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#443 - ליבשאפט אין א אידישע שטוב, ברענגט גרויס שפע און ברכה
שלום בית, צדקה, מוסדות, אומאן, פרנסה, משמש דעם רבי'ן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בין אזוי פרייליך אז דו לעבסט בשלום מיט דיין ווייב, עס איז דא ליבשאפט צווישן ענק. איך זע דו געבסט לעצטנס אסאך צדקה, סיי פאר די רענט, פאר די כולל און פאר הדפסה; יעצט פארשטיי איך שוין פון וואו די שפע קומט, דער רבי זאגט דאך (ספר המדות אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם", דורך שלום איז דא ברכות, (שם, סימן כב): "הַשָּׁלוֹם סִימָן לְשֹבַע", שלום ברענגט זעטיגקייט.


געב איבער פאר דיין ווייב א דאנק פאר'ן העלפן אנגרייטן די פארשטעלונג, די פלעי, וואס בית פיגא האט געמאכט.


יעדע זאך וואס וואס מען העלפט די סקול, די חדר - איז א גרויסע זכות פאר יעצט, פאר שפעטער און פאר אייביג.


איך האף וואס שנעלער צו באצאלן מיינע טיקעטס און די טיקעטס פון מיינע קינדער, און א יישר כח פאר'ן מיר מאכן די טיקעטס אויף בארג.


א כתיבה וחתימה טובה.

#442 - די יסוד פון א שטוב איז דאווענען שחרית מנחה מעריב אין שול מיט מנין
שלום בית, בית המדרש, אידישע שטוב, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ"ה מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו בויסט דיין שטוב, זאלסטו אוועקשטעלן א פעסטע פונדאמענט; נאר אז מען לייגט גוטע יסודות - קען די שטוב האבן א קיום.


די יסוד זאל זיין די דריי תפילות, זיי נישט מוותר אויף דעם; גיי אין שול דאווענען שחרית, מנחה וערבית מיט מנין דיקא, מיט א סידור פון אינעווייניג; אזוי וועסטו בויען א שיינע שטוב.


זאג נישט: "מארגן וועל איך אנהויבן", זאג נישט קומענדיגע וואך, חודש, יאר - וועל איך אנהויבן, הויב היינט אן דאווענען די דריי תפילות מיט מנין.


עס וועט דיר נאר בעסער ווערן דיין שלום בית; דיין ווייב וועט דיך מער ארויפקוקן, זי וועט זיך בארומען פאר אלע אירע פריינט אז זי האט א מאן וואס איז גוט צו איר, און איז שטארק מיט דאווענען די דריי תפילות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#441 - התקרבות צום רבי'ן זאל נישט אוועקנעמען די פריערדיגע גוטע זאכן
כולל, קינדער, חברים, שלום בית, התחזקות, חסידות ברסלב, היכל הקודש, סדר דרך הלימוד, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שופטים, ב' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב אין כולל, לאז נישט אפ דיינע שיעורים מיט דיינע חברותות; ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן איז דאס נישט אויף אפלאזן די גוטע זאכן פון פריער, נאר אויף צוגעבן גוטע זאכן.


עס איז דא אזויפיל צייטן ווען צו לערנען שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, לערנען אין כולל שטערט נישט דאס לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; לייג זיך פרי שלאפן און שטיי אויף פארטאגס און מאך זיך א סדר צו לערנען מקרא, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, מדרש רבה, מדרש תנחומא, זוהר הקדוש און תיקונים, ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות; אביסל פון יעדע זאך, און בלייב אין כולל לערנען מיט דיינע חברותות.


זיי מחזק דיין ווייב, זאג איר: "דער אייבערשטער וועט העלפן, מיר וועלן האבן קינדער"; אזוי זאלסטו טון טאג נאך טאג, דורכדעם וועסטו צוויי מאל פארדינען, איינס דיין ווייב וועט זיין מחוזק, וועט זי דיר העלפן וכו', און דו וועסט ווערן מחוזק, עס וועט ווערן אן אור חוזר, אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפד), ווען מען רעדט צו א צווייטן דבורי התחזקות - ווערט אן אור ישר און אן אור חוזר; דאס הייסט אז אפילו עס גייט נישט אריין אין יענעמ'ס אויער, דאך ווערט אן אור חוזר און דער מענטש אליינס ווערט שטארק מחוזק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#440 - פרעג דיין ווייב רשות אויב דו זאלסט פארן קיין אומאן
קינדער, שלום בית, סגולות, שערן די האר, אומאן, ראש השנה, לימוד התורה, שנה ראשונה, זילבערנע ה, בגדים פון צדיק

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער, החתן ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין חתונה, דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב, דיין שטוב זאל זיין א פלאץ וואו די שכינה הקדושה זאל רוען.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין ווייב האט מקריב געווען א קרבן לה', זי האט זיך אפגעשוירן אירע האר, דאס איז א ריכטיגע קרבן פאר'ן אייבערשטן; אין דעם זכות וועלן ענק זוכה זיין צו ערליכע קינדער און הייליגע דורות.


איך שיק ענק א מתנה, א זילבערנע ה געבענטשט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; דאס געבן מיר פאר אלע תלמידות בית פיגא וואס טוען די ווילן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, זיי שערן זיך אפ די האר; זיי זענען מקרב די גאולה שלימה. די זילבערנע ה איז א גרויסע סגולה פאר קינדער, דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים חלק ב', סימן ח'): "הֵ"א הַנַּעֲשָׂה מִכֶּסֶף", א זילבערנע ה', "מְסֻגָּל לִפְרִיָּה וּרְבִיָּה", איז מסוגל פאר קינדער.


געב אסאך גוטע ווערטער פאר דיין ווייב, דאס איז זייער וויכטיג פאר שלום בית. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "רוֹצָה אִשָּׁה בְקַב", א פרוי וויל ענדערש ווייניג געלט, "וְתִפְלוּת", און זיין נאנט מיט איר מאן, "מִתִּשְׁעָה קַבִּין", ווי צו האבן אסאך געלט, "וּפְרִישׁוּת", און זיין אפגעשיידט; אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען רעדט, דאס רעדן שיין - דאס ברענגט די שלום בית נענטער און שטערקער; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערט זי זייער שטארק באהאפטן צו איר מאן.


אויך זאלסטו לערנען אין שטוב, דאס האט א ווייב זייער ליב; דאס הייסט, בשעת זי ווערט פארנומען מיט די שטוב, מיט די וועש, מיט די כלים, מיט רייניגן וכו' וכו' - דעמאלט זאלסטו זיצן מיט א משניות, א גמרא, מיט אלע דיינע שיעורים - און לערנען אויפ'ן קול, דאס וועט איר זייער פרייליך מאכן, אויך וועט דאס דיך היטן פון אלעם שלעכטס.


די מתנה, די זילבערנע ה געבענטשט פון מוהרא"ש, דאס געב איך נאר פאר ווער עס טוט די ווילן פון מוהרא"ש. די אלע וואס האבן חפצים פון א צדיק, אויב מען טוט די ווילן פונעם צדיק - האט א חשיבות ווען מען גייט מיט זיינ'ס א מלבוש, אבער אז מען גייט נאר מיט די בגדים פונעם צדיק און מען פירט זיך נישט אזוי - האט דאס א פנים ווי א חוזק.


בנוגע קומען קיין אומאן די יאר; ווען דו האלסט אפאר וואכן נאך דיין חתונה - פרעג דיין ווייב רשות, און אויב זי וויל נישט דו זאלסט פארן - זאלסטו בלייבן מיט איר די יאר, אויף דעם איז געזאגט געווארן (שבת קנא:): "חלל עליו שבת אחד כדי שישמור שבתות הרבה".


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#439 - מיין מאן דער בטלן אדער מיין מאן דער געלונגענער
קאמפלימענטס, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת עקב, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך הער אלע טענות וואס איר האט אויף אייער מאן און איך געב אייך גערעכט; איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט, איך וועל אים זאגן ער זאל גיין נעמען אן ארבעט און ברענגען געלט איר זאלט נישט צאמפאלן פון אלע חובות.


אבער כדי איך זאל מצליח זיין מיט אים, אז ער זאל קענען אויפשטיין צייטליך און אהיים ברענגען פרנסה - דארפט איר מיר העלפן. איר שרייבט אינעם בריוו: "מיין מאן דער בטלן", איבער צען מאל באטיטלט איר אים מיט דעם נאמען; "מיין מאן דער בטלן שטייט אויף שפעט", "מיין מאן דער בטלן ברענגט נישט קיין פרנסה", "מיין מאן דער בטלן האט חובות, נאך פון אלס בחור"; אז איר וועט אים רופן מיט'ן צונאמען "בטלן" - וועט ער בלייבן א בטלן אדער ווערן א בטלן, עס איז נישט שייך א מענטש זאל זיך צאמנעמען אויפשטיין אינדערפרי, גיין ברענגען פרנסה - ווען זיין ווייב שענדט אים און שינדט אים די הויט מיט'ן אים רופן מיט'ן צונאמען: "מיין מאן דער בטלן".


דעריבער בעט איך אייך, איך וועל אים שרייבן א בריוו ער זאל אויפשטיין צייטליך און גיין ברענגען פרנסה, אבער איך זאג אייך קלאר פון פאראויס אז דאס וועט נאר ארבעטן אויב איר וועט קוקן אויף אים גוט, איר וועט אים שעצן און אים אנהויבן רופן מיט א נייעם נאמען, צום ביישפיל: "מיין מאן דער געלונגענער", "מיין מאן דער קלוגער", "מיין מאן דער צדיק", "מיין מאן מיין לעבן"; נאר אזוי וועט ער זיך קענען צאמנעמען, אויפשטיין צייטליך און אהיים ברענגען פרנסה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#438 - פארוואס נאך די חתונה זענען דיינע נסיונות מער ווי אלס בחור
שלום בית, שטעטל, טעלעפאן, אינטערנעט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דאס וואס דו קרעכצט אז יעצט נאך די חתונה זענען דיינע נסיונות מער ווי אלס בחור; דאס איז ווייל יעצט האסטו א גרויסע טעלעפאן מחובר צו אלע טומאות וזוהמות און אלס בחור אין ישיבה האסטו געהאט א כשר'ע טעלעפאן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סג:): "כיון שנשא אדם אשה", ווען מען האט חתונה, "עונותיו מתפקקין", פאלן אוועק די עבירות, און אלס בחור ווען מען איז א פלג גוף, א האלבער מענטש - איז מען נישט אפגעהיטן, דאס איז אן א טעלעפאן, אבער מיט א טעלעפאן אפן צו עבירות - פאלט מען אין שאול תחתית, סיי מיט א ווייב און סיי אן א ווייב.


ווארף אוועק די פארשאלטענע טעלעפאן, טעבלעט - וועסטו זען ווי גוט און זיס די לעבן וועט דיר זיין, די טעלעפאן און טעבלעט לאזט דיר נישט לעבן, עס נעמט דיר אוועק דיין מח, דו קענסט נישט לעבן. אז דו וועסט צוריק נעמען די טעלעפאן פון אלס בחור - וועסטו זען ווי גוט דאס לעבן וועט דיר זיין, בפרט ווען דו האסט א ווייב וואס וויל דיר און לויפט דיר נאך; זי איז געזונט און שטארק, זי וויל נאר דיר און נאר דיר און נאכאמאל דיר.


וואס קען איך טון אז וויפיל איך בעט זיך מען זאל מאכן א קיאסק - גייען מיינע ווערטער צו טויבע אויערן, אבער דאס איז נאכאלץ נישט קיין תירוץ פאר דיר צו האבן א טעלעפאן.


פאלג, וועסט נישט חרטה האבן.

#437 - האב רחמנות אויף דיין ווייב, זי פאלט פון אירע כוחות
חברים, שלום בית, חסד, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


האב רחמנות אויף דיין ווייב, זי פאלט פון אירע כוחות, זי האט קוים כח צו אטעמען פון די ארבעט מיט די קינדער. דו ביסט אזא טייערער איד, דו טוסט טאג און נאכט חסד, איך שטיי און איך שטוין פון דיין חסד וואס דו טוסט פיר און צוואנציג שעה, רק חסד כל היום, איז דאך ממש פאסיג פאר דיר אריינצושטופן אביסל אין טאג צו העלפן דיין ווייב.


איך שרייב דיר דאס ווייל דארט וואו איך בין שדכן - מוז איך זען עס זאל זיין גוט, קיינער זאל נישט ליידן פונעם צווייטן, קיינער זאל נישט ווערן בא'עוולה'עט וכו'.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אונז געלערנט חכמת החיים, איינע פון די חכמות פון מוהרא"ש איז: "נישטא קיין חברים"; מוהרא"ש האט אונז געלערנט, אויב האט מען א חבר - איז דאס די ווייב; נאר זי וועט דיר בלייבן געטריי, איך בעט דיר, רחם עלי', גיי אהיים צו די קינדער, נעם זיי ארויס זי זאל זיך קענען אביסל אפרוען, דאס זאל זיין דיין חסד און דיין עבודת השם.


איך שרייב דיר ווייל איך האב דיר ליב.

#436 - זיך רעכענען מיט די ווייב'ס געפילן
שלום בית, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת עקב, י"ח מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן דו האסט חתונה געהאט, האסט באקומען אן אשת חיל, זייער א וואוילע פרוי - דארפסטו איר האלטן טייער, אכטונג געבן אויף אירע געפילן. און אז דו ווייסט אז זי ווערט דערשראקן ווען דו פארסט שנעל, פארוואס זאלסטו איר דאס נישט נאכגעבן? פארוואס זאלסטו זיך נישט רעכענען מיט אירע געפילן? זי זאגט אז יעדעס מאל זי וויל פארן מיט דיר פארברענגען, זיך אויסלופטערן, ערלעדיגן - ענדיגט זיך עס נישט גוט, ווייל זי ווערט אזוי דערשראקן פון פארן שנעל און פארווייטאגט פון זיך נישט וויסנדיג מאכן.


אזוי אויך וויל זי אזוי שטארק לעבן מיט דיר וכו'; דארפסטו איר דאס געבן, נישט זיך ארויסדרייען און גיין שלאפן.


דו ווייסט דאך אז דער רבי האט אונז זייער אנגעזאגט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער (שיחות הר"ן, סימן רסד), ביים רבי'ן איז שלום בית - עבודת השם יתברך, נישט ווי אנדערע וואס קוקן אויף די גאנצע זאך פון שלום בית ווי א נישט וויכטיגע זאך.


דערפאר טייערער ליבער ברודער, זע צו העלפן דיין ווייב און געב איר גוטע ווערטער, און פרייטאג נאכמיטאג לויף נישט ארויס פון שטוב; אפשר קען זי נעלם ווערן ערב שבת פאר א שעה צוויי זיך אויסלופטערן...? טו דאס נישט, גענוג וואס מען גייט ערב שבת אין מקוה, דארף מען דאס אויך מאכן שנעל, איר נישט לאזן אליינס מיט די ארבעט.


איך שרייב דיר נאר ווייל איך האב דיר ליב.

#435 - ערב שבת איז נישט קיין צייט פאר ארבעט
שלום בית, שבת קודש, פרנסה, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


טייערער ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


אזוי געטריי ווי דו העלפט מיר - אזוי געטריי דארפסטו זיין אין שטוב, העלפן דיין ווייב און קינדער.


דיין ווייב תחי' שרייבט מיר אז זי שפירט ווי זי קען נישט מער, די ארבעט איז איבער'ן קאפ, בפרט ערבי שבתות, דעמאלט דארף זי מער הילף.


דערפאר בעט איך דיר, לאז אפ די ארבעט; ערב שבת איז נישט קיין צייט פאר ארבעט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים נ:) עס איז נישטא דערביי קיין סימן ברכה, ווייל מען דארף אנגרייטן דעם שבת קודש.


איך שפיר שלעכט פאר איר, איך וועל איר אויך דארפן שרייבן, זי זאל מיר מוחל זיין פאר'ן דיר אוועק שלעפן פון שטוב אזוי סאך מיר צו העלפן בויען די מוסדות.


אויך בעט איך דיר, שרייב מיר דיינע סיומים; אמאל פלעגסטו מיר מער דערציילן וואס דו לערנסט און וואס דו ביסט מסיים - וועסטו מיר מאכן א נחת רוח.


א גוט שבת.

#434 - פאר די פרוי איז וויכטיגער ארויסצוגיין באקומען חיזוק ווי פאר'ן מאן
חברים, שלום בית, התחזקות, שאלות, דרשות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


עס איז זייער וויכטיג דו זאלסט העלפן אין שטוב מיט די קינדער אז דיין ווייב זאל קענען גיין צו די שיעורים פון התחזקות.


דא אין שטעטל איז דא שיעורים פון די מנהלת תחי', חיזוק פאר יונגע ווייבלעך. אויך איז דא שיעורים פון איינע פון די טיטשערס, און אז דיין ווייב וויל גיין, זי וויל די חיזוק - זאלסטו אלעס טון זי זאל קענען קומען. אויך ווען עס איז דא מלוה מלכה'ס וכדומה און דיין ווייב וויל קומען, און דו ווילסט אויך קומען - איז וויכטיגער זי זאל קומען.


דו וועסט שוין באקומען די חיזוק; דו קומסט דאך דריי מאל א טאג אין שול, מען טרעפט אנשי שלומינו, ווי נישט קומט ארויס חיזוק פון דעם, פון יענעם, אויך לופטערט מען זיך אויס, אבער די ווייבער זענען איינגעשפארט אין שטוב, פאר זיי איז וויכטיגער צו קומען הערן חיזוק.


פריי זיך אז דיין ווייב וויל דאס; אוי ווי שרעקעדיג איז די וועלט, אוי ווי ווייטאגליך איז ווען מען הערט אינגעלייט קרעכצן אז די ווייב האט זיך געטראפן נישט גוטע חבר'טעס, זי דארף שוין נישט קיין חיזוק, זי הויבט אן ווערן פארנומען מיט נישט גוטע זאכן, דעמאלט איז אזוי ביטער.


דעריבער טייערער ליבער ברודער, טו אלעס אז דיין ווייב זאל קענען קומען צו די שיעורים. זאלסט איר נישט דרוקן צו קומען, אז זי וויל נישט קומען - זאלסטו קומען. מען קען זיין א גוטע פרוי אן קומען צו די שיעורים; ביי מיר אין שטוב, מיין ווייב - גייט נישט צו מלוה מלכה'ס, שיעורים וכדומה. נאר וואס דען? אז דיין ווייב וויל, זי חלש'ט צו קומען, זי דארף די חיזוק, עס איז איר נישט גענוג צו הערן אויפ'ן האט-ליין - זאג איך דיר, בלייב אין שטוב, געב אכטונג אויף די קינדער אז זי זאל קומען.


נאך איין זאך, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד", מען טאר זיך נישט שעמען צו פרעגן; אז מען פרעגט נישט - ווייסט מען נישט ווי אזוי זיך צו פירן, און זיכער זאלסטו זיך נישט שעמען ווען דיין ווייב שיקט דיך מיט א ליסטע מיט פראגעס צו פרעגן דעם ראש ישיבה צו וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; פון וועם שעמסטו זיך? פון מיר? ביי מיר איז דאס די שענסטע זאך, וואס האסטו מורא - אז איך ווער נערוועז? איך האב דיר שוין דערציילט, א איד האט אמאל געזאגט פאר זיין רבי: "איך האב מורא אז איך מאך נערוועז דעם רבי'ן מיט מיינע טויזנטער פראגעס..." האט אים זיין רבי געזאגט: "איך ווער פון דיר נישט נערוועז, איך בין נערוועז פון מיינע תלמידים וואס פרעגן גארנישט, איך ווייס נישט אויב זיי פירן זיך ערליך, מיט הלכות וכו'".


דאס איז ביי מיר אסאך גרינגער, ווען דער מאן פרעגט די פראגעס פאר זיין שטוב, אזוי גייט נישט אוועק אזויפיל צייט, ווייל מען טרעפט זיך סיי ווי אין בית המדרש, דא און דארט; פארוואס זאלסטו זיך שעמען?


דו ווייסט צו וואס מען איז זוכה ווען מען לייגט אלע בושות אין די זייט און מען פרעגט אלעס? קוק וואס דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת", ווער עס האלט זיך קליין פאר זיין רבי, ער פרעגט אים אלע זיינע ספיקות, "אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ", אפילו זיין רבי פארשעמט אים, דאך פרעגט ער אלעס, "עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", וועט ער זוכה זיין, ער וועט האבן קינדער גרויסע צדיקים, גרעסער פון זיין רבי.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים, דו האסט א טייערע ווייב מיט ליכטיגע קינדער, מיט וואס נישט... דיין ווייב שרייבט זייער שיין פון דיר, דו העלפסט איר, דו רעדסט צו איר שיין. אפילו ווען זי פארלירט זיך - פארלירסטו זיך נישט, דו בלייבסט פרייליך און דו העלפסט איר; וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק, דאס איז א ברסלב'ער חסיד, דער וואס רעדט שיין אין שטוב און איז מכבד די ווייב.


א גוט שבת.