בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#483 - נישט ווערן געפייניגט פון נישט געזונטע פאמיליע מיטגלידער
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שמחה, תודה והודאה, שלום בית, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אויף אייער פראגע אויב א מענטש דארף האבן א מאמע מיט געשוויסטער אדער נישט; דער ענטפער איז "יא", א מענטש דארף האבן משפחה; א טאטע, מאמע, ברודער און שוועסטער, עס איז זייער וויכטיג, זייער געזונט.


אבער, אויב מען האט א נישט געזונטע מאמע, א מאמע וואס איז גייסטיש נישט געזונט איז מער שעדליך פאר'ן מענטש צו ווערן געפייניגט פון די מאמע, דעמאלט איז שוין ענדערש נישט צו האבן קיין שייכות מיט איר און די נישט געזונטע געשוויסטער.


איך האב אייך שוין אסאך געשריבן און איך וועל אייך נאכאמאל שרייבן (הלוואי זאלט איר איבערלערנען אלע אלטע בריוון), עפעס האט פאסירט מיט אייער מאמע. זי איז זייער וואויל, זייער גוט, אבער עפעס האט פאסירט מיט איר. בעט איך אייך איר זאלט זיך נישט שפירן שולדיג, איר זאלט זיך פרייען מיט אייער לעבן, מיט אייער משפחה (אייער משפחה איז אייער מאן מיט אייערע קינדער).


בעטס דעם אייבערשטן אז אייער מאמע זאל האבן א רפואה שלימה, און איר זאלט זיין פרייליך, זוכט אויף גוטע זאכן וואס דער אייבערשטער טוט מיט אייך, שרייבט זיך אראפ א ליסטע פון אלעס וואס דער אייבערשטער טוט גוטס:


1) איר זענט א אידיש קינד, 2) איר זענט מקורב צום רבי'ן, 3) איר זענט געזונט, 4) איר זענט חתונה געהאט, איר האט אזא שיינע משפחה.


יעצט נעמט די זאכן און צעטיילט עס אין נאך זאכן, למשל געזונט, צעטיילט דאס אויף פיצלעך; דאנקט פאר אייערע אויגן, אייער נאז, אויערן און מויל, הענט און פיס, און אזוי ווייטער.


מאכט זיך אפאר מינוט יעדן טאג וואס איר זיצט אליינס, איר מיט'ן באשעפער און שמועסט זיך אויס מיט'ן אייבערשטן. דערציילט אים אלעס, קודם זאלט איר אים דאנקען אויף אלע חסדים, אויף אלעס גוטס, נאכדעם זאלט איר אים בעטן אויף אלע אייערע זאכן וואס שטערן אייך, אויך זאלט איר אביסל וויינען צום אייבערשטן, וועט איר האבן כח צו לעבן; דאס לעבן וועט אייך זיס ווערן, דאס לעבן וועט אייך ווערן גוט און געשמאק.


בעטס די ווערטער: "רבונו של עולם, העלף מיר, געב מיר כח, געב מיר שכל צו וויסן און געדענקען אז קיינער קען מיר נישט טשעפען, קיינער קען מיר נישט וויי טון, קיינער קען מיר נישט גוטס טון, אלעס איז פון דיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל דיך שפירן, איך זאל האבן א שטארקע אמונה, הייליגער באשעפער מאך מיך פרייליך, אז איך וועל זיין פרייליך וועל איך אלעס האבן".


אזוי זאלט איר צולייגן אייערע אייגענע תפילות.

#482 - איך האף צום אייבערשטן אז דו שעצט דיין ווייב'ס צניעות
צניעות, שלום בית, משניות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך בענק זיך נאך דיר, איך האף אז אלעס איז ביי דיר גוט, אפשר זאלסטו מיר שרייבן איין מאל א וואך א בריוו, אדער דו אדער דיין ווייב, אזוי וועל איך דיר קענען מחזק זיין זיך ווייטער צו פירן מיט די עצות פון רבי'ן.


איך האף צום אייבערשטן אז דו שעצט דיין ווייב'ס צניעות, איך האף דו געבסט איר גוטע ווערטער און דו ביסט איר איר מחזק. מאך נישט דעם טעות וואס מענטשן מאכן, אראפ צו שלעפן די ווייב'ס צניעות, חוזק מאכן פון איר צניעות, און שפעטער ווען זי פאלט אינגאנצן - האט מען חרטה, אבער דעמאלט קען מען נישט צוריק דרייען, דעמאלט איז שוין שפעט.


איך האף דו געבסט איר יעדן טאג א גוט ווארט אויף איר שיינע איידעלע באשיידענע אידישע אנטון, זי מאכט א קידוש השם און א רייץ ביי די יונגע ווייבלעך זיי זאלן אויך וועלן גיין אנגעטון אזוי איידל.


לערן יעדן טאג ח"י פרקים משניות, דאס איז די בעסטע מאטריאל זיך צו רייניגן פונעם יצר הרע.

#481 - טאנץ פאר שמחה פאר די איידעלע ערליכע שטוב וואס דו האסט
צניעות, שמחה, שלום בית, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


טאנץ פאר שמחה פאר די שיינע ערליכע שטוב וואס דו האסט. ווי גליקליך איז פאר'ן ערליכן איד, ווי זיס איז פאר די פרוי וואס גייט אנגעטון איידל, ווי קען מען זיך נארן און אויפטוישן שיין אויף נישט שיין, ווי קען מען אויפטוישן אן איידעלע אידישע מאמע פאר א נישט איידעלע; גלייב מיר, עס איז ניטאמאל א נסיון, די נישט איידעלע וכו'.


גיי א טענצל, דאנק דעם אייבערשטן פאר אזא מתנה, אזא ווייב, א צנוע און אן ערליכע - וואס דו האסט. שעץ איר, רום איר, הייב איר, פיר זיך צו איר ווי מען פירט זיך צו א קעניגן.


די צוויי זאכן, שמחה און שלום - ברענגען די שכינה אין שטוב. שמחה און שלום, די צוויי זאכן ברענגט דעם אייבערשטן אין שטוב, מען שפירט אלוקות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#480 - גיי נישט ליידיג, אדער טוסטו עפעס פאר פרנסה אדער זיץ און לערן
כולל, שלום בית, פרנסה, לימוד התורה, היטן די צייט, סדר היום

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נח, א' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו קומען אין כולל לערנען די הייליגע תורה? האסט דאך נישט קיין פרנסה; סתם זיך דרייען און פרייען - איז דאך נישט קיין עסק, און זיכער נישט אריינשלאפן אין טאג אריין. די שטוב קען צעפאלן; ווייל אז די ווייב שטייט אויף לויפן צו די ארבעט און צו די קינדער, און דער מאן שלאפט אריין אין טאג אריין - שטערט דאס די ווייב, קען חס ושלום די ליבשאפט ווערן אפגעקילט, און ווי קען זי ארויפקוקן וכו'.


יעצט איז דיינע שענסטע יארן, די שענסטע צייט אין לעבן. מאך זיך א סדר אויפצושטיין פארטאגס, נעם זיך א חברותא און נוץ אויס דיינע טעג; אדער טוסטו עפעס פאר פרנסה אדער זיץ און לערן, גיי נישט ליידיג.


שרייב מיר צוריק, וועסטו מיר מחי' זיין.

#479 - עס לוינט זיך אוועקצוגעבן די מאדעס, כדי צו האבן ערליכע דורות
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, נחת, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגעס מאכן מיך שוואך; וואס זאל איך דיר ענטפערן? נישטא קיין הלכות אויף צניעות, גיין אנגעטון איידל איז א געפיל זאך, און אז דיין ווייב וויל נאכמאכן די גוים, זיך מאכן נאך א לאך אין אויער פאר נאך אן אויערינגל - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה; נאר תפילה וועט דיר העלפן.


דיין ווייב איז באמת זייער א וואוילע טייערע פרוי; די פאר מאל וואס דו ביסט געקומען רעדן צו מיר מיט איר האב איך איינערקענט אז זי איז זייער וואויל. מעגסט איר זאגן אז דו ווילסט נישט, און זיי איר מחזק, אז מען גייט אנגעטון איידל - האט מען ערליכע קינדער, און אז מען גייט אנגעטון ווי א אידישע טאכטער גייט - וועלן די קינדער בלייבן אידן; עס לוינט זיך אוועק צו געבן די זאכן - צו האבן ערליכע דורות.


זיי איר מחזק, ווייז איר ווי שרעקעדיג די וועלט איז. קינדער לויפן אוועק, קינדער מישן זיך אויס מיט אומות העולם רחמנא לצלן, און אז מען פירט זיך איידל - זאגט דער רבי (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים".


קענסט איר זאגן וואס דיין רצון איז, און זאלסט איר מחזק זיין. און אז זי וועט דאס סיי ווי מאכן - זאלסטו איר נישט טשעפען, נאר בעט דעם אייבערשטן אז דו, דיין ווייב און די קינדער - זאלן האבן א געפיל צו צניעות, און מיט סבלנות און תפילה וועט זי זיך ציען צו רעכטס און וועלן גיין אנגעטון אזוי ווי א בת ישראל.


ווער נישט פארלוירן, איך האב שוין געזען אסאך מעשיות ביי אנשי שלומינו וואס זיי האבן מיט תפילה והתבודדות גע'פועל'ט ניסים ונפלאות. דו בעט דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן זיין ערליך און אפגעהיטן פון חוקות העכו"ם, מיר זאלן ליב האבן די אידישע וועג, מיר זאלן ליב האבן צניעות. הייליגער באשעפער, איך דאנק דיר פאר מיין ווייב און קינדער, דו טוסט מיט מיר אזויפיל ניסים ביז אהער, העלף מיר אז מיין ווייב זאל וועלן גיין אנגעטון איידל, זי זאל נישט וועלן נאכמאכן די נייע מאדעס, איך בעט דיר, אנא ה' הושיעה נא, העלף מיר און מיין ווייב מיר זאלן וועלן טון נאר דיין ווילן און זוכה זיין צו ערליכע קינדער און אייניקלעך".


אז זי פרעגט דיר וואס איך זאג - קענסטו איר ווייזן דעם בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#478 - רייס נישט אראפ דיין ווייב'ס איידלקייט און צניעות
קינדער, צניעות, בחור, שידוכים, שלום בית, צדקה, חסידות ברסלב, בזיונות, מסורה, אידישע שטוב, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, ערב ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אן ערליכע ווייב, אן איידעלע ווייב - איז מער ווערד פון אלעס אויף דער וועלט. קען זיין דו ביסט יונג, עס רייצט דיך וכו' וכו', אבער איך זאג דיר עס איז נישטא עפעס בעסערס פון איידל, באשיידן און צניעות'דיג.


איך בעט דיר, רייס נישט אראפ דיין ווייב'ס איידלקייט, ברענג איר נישט אריין נייע דערהערן פון די וועלט; עס וועט אריבערגיין די פאר יונגע היציגע יארן און דו וועסט אזוי חרטה האבן... איך זאג דיר, איך ווייס וואס איך רעד. איך האב אינגעלייט וואס וויינען צו מיר אז זייער ווייב גייט לינקס און זיי קענען גארנישט טון, ווען זיי אליינס האבן אין די עבר אראפגעריסן און חוזק געמאכט פון די איידעלע וועג.


אוי וויי, ווי שרעקעדיג די וועלט איז, אוי ווי ביטער עס ווערט ווען די ווייב ווערט אויס תמימות'דיג, זי וויל נישט נאכגיין די וועג פון צדיקים; עס ווערט אויס שטוב, עס ווערט אויס מאמע פאר די קינדער, אויס מיט אלעס.


מען קען פלאצן ווען בחורים ענטפערן מיר, זיי דארפן א ווייב וואס איז נישט פארפרומט. איך רעד שידוכים פאר בחורים און זיי ווייסן נישט גארנישט פון לעבן, זיי האבן די יונגע רייץ, און דעריבער זאגן זיי אפ שידוכים.


איך בעט זיך ביי זיי, האט שכל, נעם א וואוילע איידעלע ווייב, נעם א באשיידענע ווייב, נעם א ריינע תמימות'דיגע ווייב, עס איז אזוי גוט אן ערליכע פרוי; זי וועט מחנך זיין דיינע קינדער, זי וועט ליינען קריאת שמע מיט זיי, זי וועט זיי וואשן נעגל וואסער; וואס האסטו מורא - אז זי וועט נישט וועלן נעמען א טעלעפאן וואס איז נישט כשר אין האנט? נאר דו וועסט דאך מרוויח זיין פון דעם, אבער די יונגע בחורים מיט די רייץ ווילן מיך נישט אויסהערן.


דיר בעט איך, האב רחמנות אויף דיין לעבן, מאך נישט אוועק צניעות, רייס נישט אראפ דיין ווייב. אז זי פרעגט דיר אויף א קלייד אויב עס איז גוט, אז זי זאגט דיר 'מיין מאמע זאגט מיר איך זאל נישט גיין מיט דעם' - לאך זיך נישט אויס און מאך א געשפעט, זאג איר: "פאלג דיין מאמע, גיי נישט מיט דעם, אזוי וועלן אונזערע קינדער אונז אויסהערן"; זאג איר: "וואס וועט זיין, אונזערע קינדער וועלן זיך אויסלאכן פון אונז, זיי וועלן מער נאכגיין די לינקע גאס".


אוי וויי, אוי ווי שרעקעדיג די וועלט איז; פארוואס זאלסטו זיך אליינס ברענגען די גיהנום? מאך נישט די טעותים ווייל שפעטער איז ביטער שווער.


בעט דיין ווייב זאל דיר דערציילן וואס מען האט נעכטן גערעדט ביים שיעור, מען האט געדערט אזעלכע וויכטיגע זאכן. מען קען זיצן אין גן עדן, מען קען שפירן אלע שי עולמות - ביז דער שלאנג קומט אן, ער הויבט אן רעדן קעגן וכו', ער פאר'סמ'ט מיט קשיות, מיט ליצנות.


נעכטן בין איך געגאנגען נאך געלט אין די שול'ן. איך בעט דעם אייבערשטן שוין א לאנגע צייט אז איך וויל גיין נאך געלט, איך וויל זוכה זיין צו מתקן זיין מיין נשמה, מוהרא"ש שרייבט אז גיין נאך געלט לויטערט אויס די נשמה. ברוך ה' איך האב געהאט די מעגליכקייט צו גיין אין שול'ן מיט א חתן וואס האט חתונה אין אפאר וואכן און האט נישט קיין געלט, וואס זאל איך דיר זאגן? איך האב געשפירט ווי עס פאלט שטיקער פון מיר, איך האב געשפירט א זיכוך, נאך יעדע שול האב איך געשפירט ווי איך ווער ניי געבוירן. איין פראבלעם האב איך געהאט, דער חתן האט געוואלט מאכן ווי מער געלט, און איך האב זיך מער געפריידט יעדע מענטש וואס האט נישט געגעבן, אזוי איז געווען די תיקון שטערקער.


גיי דו אויך נאך געלט, לכל הפחות איין מאל א וואך. אויב דו האסט נישט קיין צוועק - קען איך דיר געבן א חלק פון די קהילה, א פינטעלע פון די מוסד - וואס דאס זאל זיין דיין פראיעקט וכו'.


היינט ערב ראש חודש זאגט מען יום כיפור קטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#477 - זיך טענה'נען מיט די ווייב איז נישט קיין קינדער שפיל
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, וויכוחים, שטעטל, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


רעד שיין אין שטוב, טענה נישט מיט דיין ווייב; לאז נישט אריין דעם סמ"ך מ"ם ביי דיר אין שטוב.


דו ווייסט נישט וואס ליגט אונטער די טענה'רייען, עס זעט אויס ווי עס איז נישט אזוי געפערליך, מען מעג זיך אביסל טענה'ען; וואלסטו געוויסט אז דאס איז א פאסטקע וואס דער סמ"ך מ"ם לייגט אויס ביי דיר, דיך צו כאפן אינעם נעץ, צעברעכן דיין שטוב - וואלסטו זיכער אכטונג געגעבן אז דאס זאל נישט פאסירן.


זיכער נישט נוצן די צינג צו שטעכן און פליקן, און אז דיין ווייב קען זיך נישט איינהאלטן, און זי שטעכט יא - זאלסטו חס ושלום נישט צוריק שטעכן, נאר גיסן גוטע ווערטער, עס זאל נישט ווערן קיין אפשייד צווישן ענק.


האסט א שיינעם פעלד ארום דיין שטוב, גיי שפאצירן, גיי שריי צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, רחם עלי, האב אויף מיר רחמנות, העלף מיר איך זאל געדענקען אז נאך אביסל וועל איך זיך דארפן צוריק קערן צו דיר, העלף מיר געדענקען פון זכרון בעלמא דאתי", אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן און מרחיב בדיבור זיין.

#476 - שלום בית איז זייער זייער וויכטיג
שלום בית, חסידות ברסלב, שבת קודש, סיפורי צדיקים, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חיי שרה, מברכים החודש, כ"ד מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברענג אריין אין שטוב א פרייליכקייט, מאך נישט די שטוב אנגעצויגן, בפרט ערב שבת קודש, דעמאלט זוכט דער שטן צו מאכן מחלוקות אין שטוב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (גיטין ו:): "כָּל הַמֵּטִיל אֵימָה יְתֵירָה בְּתוֹךְ בֵּיתוֹ", ווער עס ווארפט א שרעק אין שטוב, "סוֹף הוּא בָּא לִידֵי שָׁלשׁ עֲבֵירוֹת, גִלוּי עֲרָיוֹת, שְׁפִיכוּת דָּמִים, וְחִלּוּל שַׁבָּת", וועט נאכדעם צוקומען צו די דריי הארבע עבירות רחמנא לצלן.


געב אכטונג אויף דיין שלום בית. דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "שלום בית איז זייער זייער וויכטיג, ווייל ווער עס האט שלום בית האט אנדערע מוחין". רבי נתן האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל. דאס איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע טייערע שטיינער וכו', און אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון - וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט נישט צוגעהערט צו די חבירים. שפעטער פלעגט רבי נתן דאנקען דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חבירים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט - וואלט איך נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


א פרייליכן שבת.

#475 - לוינט זיך צו גיין אויף וואקאציע?
שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, אמונה, שלום בית, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת חיי שרה, כ"ב מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ערשטנס וויל איך דיר בעטן דו זאלסט זיך זייער שטארקן מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד פאר תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא, פארגעס נישט אז די וועלט שטייט אויף דיר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:): "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", די וועלט שטייט נאר אויף די תורה פון קינדער, "אמר ליה רב פפא לאביי, דידי ודידך מאי", האט רב פפא געפרעגט אביי, וואס איז מיט אונזער תורה? די וועלט שטייט דען נאר אויף קינדער'ס תורה? "אמר ליה", זאגט אביי: "אינו דומה הבל שיש בו חטא להבל שאין בו חטא", עס איז נישט קיין פארגלייך תורה פון קינדער וואס ווייסן נאכנישט פון עבירות, וואס זענען נאך זייער ריין.


איך בעט דיר זייער, פארגעס נישט די הייליגע ארבעט וואס דו פארמאגסט, דו ביסט עוסק אין די העכסטע זאך אין דער וועלט. גיי אין חדר מיט א שמחה, גיי אין חדר מיט א טענצל; טאנץ זיך אונטער אויף די גרויסע זכות וואס דו האסט.


יעצט בנוגע וכו'; עס ווענדט זיך ווי שטארק דיין ווייב וויל עס, אויב זי וויל זייער שטארק גיין וואקאציע - איז כדאי צו גיין, און גיין מיינט מיט די גאנצע געשמאק, אן זאגן קיין איין ווארט, אן קרעכצן; ווייל אז דו וועסט גיין מיט איר וואקאציע און א גאנצן צייט וועסטו זינגען די ניגון: "וואס פעלט עס אויס?" - איז שוין ענדערש צו בלייבן אין שטוב.


א איד איז געקומען פרעגן דעם רבי'ן אויב ער זאל פארן צו עפעס א פלאץ, האט אים דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן פה): "כְּשֶׁרוֹאֶה אָדָם נְסִיעָה לְפָנָיו", ווען עס מאכט זיך א נסיעה, "אֵין לוֹ לְהִתְעַקֵּשׁ לִמְנֹעַ מִזֶּה, לֵישֵׁב בְּבֵיתוֹ דַּוְקָא", זאל מען זיך נישט עקשנ'ען צו בלייבן דווקא אין שטוב, "כִּי בְּכָל מָקוֹם שֶׁאָדָם נוֹסֵעַ לְשָׁם הוּא מְתַקֵּן שָׁם אֵיזֶה דָּבָר", ווייל וואו מען גייט און וואו מען פארט - איז דער מענטש מתקן גרויסע זאכן, "אֲפִלּוּ אִישׁ פָּשׁוּט לְגַמְרֵי", אפילו פשוט'ע מענטשן; אנשי שלומינו פלעגן אלץ נעמען דעם דיבור פון רבי'ן. ווען זיי האבן געהאט א שאלה, יא פארן אדער נישט פארן - פלעגט מען נעמען די ווארט פון רבי'ן: "אז עס מאכט זיך א נסיעה פארט מען".


א ברסלב'ער חסיד, וואו דו זאלסט אים לייגן, וואו ער זאל נאר זיין - איז ער מסודר און האט וואס צו טון; אין שטוב, ביי וואקאציע, ווען מען פארט צו א שמחה - האט ער זיין חומש, זיין משניות, זיין גמרא און דינט דעם אייבערשטן דארט וואו ער איז. אזוי ווי עס שטייט ביי שמואל הנביא (שמואל א' ז, יז): "כִּי שָׁם בֵּיתוֹ", זאגן די הייליגע חכמים (ברכות י:): "בכל מקום שהלך שם, ביתו עמו", וואו ער איז געגאנגען - האט ער געהאט מיט זיך זיינע שיעורים, זיין עבודות השם; ווייל ווען מען לערנט אויפ'ן דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) - וואו מען איז - קען מען לערנען, אנדערש איז ווען מען האט א חברותא, מען האט א מסגרת וכו' און מען פארט אוועק - איז נישט שם ביתו.


לאז זיך פירן פונעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#474 - מאכסט חוזק פון א צווייטן, אין מיין נאמען?!
שלום בית, הפצה, אומאן, היכל הקודש, חובות, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך באקום פון דיר כסדר בריוו, אבער יעצט האט מיר איינער געשריבן א טענה אויף מיר. ער האט דיר געבארגט געלט צו קענען פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה; ער האט דיר פארבארגט צוועלף טויזנט שקל בתנאי אז דו וועסט אים באצאלן יעדע ראש חודש דריי טויזנט שקל ביז די חוב ווערט באצאלט.


ער שרייבט מיר אז ער האט דיר געבעטן ראש חודש חשון צו באצאלן - זאגסטו אים: "מיין ראש ישיבה האט מיר געזאגט איך זאל דיר זאגן א יישר כח", ער פרעגט דיר: "ווען וועסטו באצאלן?" זאגסטו אים מיט שפאס: "מיין ראש ישיבה האט מיר געזאגט איך זאל דיר זאגן א יישר כח"; ער שרייבט מיר אז ער האט א טענה צו מיר, היתכן איך מאך חוזק פון מענטשן.


ראשית, איך האב מיט דיר נישט גערעדט וועגן דעם, צווייטנס וואס נוצטו מיין נאמען חוזק צו מאכן? דריטנס, אז דו ווילסט זיין א תלמיד היכל הקודש זאלסטו מוחל זיין און אים באצאלן; מען קען נישט זיין אין היכל הקודש מיט חובות, היכל הקודש איז נישט קיין ערי מקלט, היכל הקודש איז א פלאץ וואס לערנט אויס דעם מענטש ווי אזוי צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, לעבן מיט די תורה.


איך וויל פארשטיין וואס איז מיט דיר, ווי קומט אריין מיין נאמען דא אין בילד? אזוי רעדט מען צו מענטשן?! קומט אויס אז נאכדעם וואס דו וועסט טרעפן א שידוך דארף איך ערווארטן א בריוו פון דיין כלה אז דו גייסט איר זאגן "מיין ראש ישיבה האט מיר געזאגט איך זאל דיר זאגן דו ביסט גערעכט"? און ווען דו וועסט האלטן נאך די חתונה וועסטו איר זאגן: "מיין ראש ישיבה האט מיר געזאגט איך זאל דיר זאגן איך האב דיר ליב"? וואס גייט פאר מיט דיר, אזוי רעדט מען צו א לֹוֶה? ווען יענער האט דיר א טובה געטון און דיר געהאלפן בעת צרה, דו זאלסט קענען אנקומען קיין אומאן - מאכסטו חוזק?!


זע צו מקיים זיין דיינע ווערטער; גיי הפצה, גיי נאך געלט, באצאל דיינע חובות און בעט יענעם איבער.

#473 - דער רבי געבט גוטע עצות און סגולות פאר קינדער
קינדער, צניעות, שלום בית, סגולות, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע גיין צום דאקטער וכו'; וואס זארגט איר? איר וועט האבן א שיינע שטוב מיט קינדער. זארגט נישט, איר האט נאך קוים חתונה געהאט, דער אייבערשטער וועט אייך נישט פארלאזן.


גייט נישט צום דאקטער, מען דארף נישט גיין צום דאקטער פאר צוויי דריי יאר נאך די חתונה.


קוקט אריין אין ספר המדות. דער רבי געבט גוטע עצות, שיינע סגולות זוכה זיין צו קינדער, דער רבי זאגט (אות בנים, סימן יח): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם, וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים זְכָרִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער זכרים? "יִשָּׂא אִשָּׁה הַהוֹגֶנֶת לוֹ", ער זאל חתונה האבן מיט אן ערליכע פרוי, "וִיקַדֵּשׁ אֶת עַצְמוֹ בִּשְׁעַת תַּשְׁמִישׁ", און לעבן מיט איר בצניעות, "וִיבַקֵּשׁ מִמִּי שֶׁהַבָּנִים שֶׁלּוֹ", און מען זאל בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן קינדער.


דער מקור פון דעם איז די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (מסכת נדה, עא.) די גמרא פרעגט: "מאי קא משמע לן" אויב קינדער האט מיט תפילה - וואס פעלט אויס חתונה צו האבן מיט אן אשה הוגנת און זיך פירן איידל? ענטפערט די גמרא "דהא בלא הא, לא סגי", מען דארף ביידע, סיי זיך פירן איידל, און סיי בעטן דעם אייבערשטן.


נאך זאגט דער רבי (סם, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ לִפְנֵי תַּשְׁמִישׁ", און פרייליך מאכן די ווייב בדבר מצוה; קוק די ווערטער פון דער הייליגער בן איש חי (בן יהוידע, מסכת בבא בתרא י) דאס גרויסקייט פון שמועסן מיט די ווייב און איר פרייליך מאכן לדבר מצוה; אפילו דער גרויסער צדיק רב, וואס שלא שח שיחת חולין, ער האט קיינמאל נישט געשמועסט סתם זאכן, אבער מיט זיין ווייב האט ער יא גערעדט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סב.) רב כהנה האט געהערט דשח ושחק, ווי רב שמועסט און איז פרייליך מיט זיין ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#472 - צו האבן א גוטע שלום בית, מוז מען רעדן אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית, רעדן, בין אדם לחבירו, לימוד התורה, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער אויף די שיינע זאכן וואס דו דערציילסט; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


בנוגע וכו'; זאלסט זאגן דיין ווייב וואס עס שטערט דיר. זאג איר עס באופן אז דיר איז דאס שווער, נישט אז זי האט א פראבלעם. זאג איר נישט: "דו שטינקסט!" זאג איר: "מיר איז שווער די גערוך", און שלאג פאר זי זאל לייגן וואס מען לייגט - אוועק צו נעמען די שווייס, און אזוי אויך זיך וואשן די מויל מיט א מינט, וכדומה לזה. קען זיין אז ביים זאגן וועט דאס נישט זיין אזוי איינגענעם, אבער דאס וועט מאכן עס זאל זיין געשמאק און עס זאל בלייבן די ליבשאפט צווישן אייך.


דארפסט פארשטיין, נישט יעדער איינער ווייסט אז עס גייט א גערוך פון מויל, נישט יעדער איינער איז סענסעטיוו צו דעם, און אז מען זאגט עס אויף א שיינעם וועג - פריידט זיך יענער.


צו האבן א גוטע שלום בית - מוז מען רעדן, מען דארף זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן, בפרט זאכן וואס מאכט מען זאל זיך פאר'מיאוס'ן איינער אויפ'ן צווייטן - מוז מען זאגן; מען דארף נאר וויסן ווי אזוי עס צו זאגן.


מאך זיך א שיעור אין שטוב, א פרוי האט זייער ליב צו זען איר מאן לערנען; עס מאכט זי זאל אים ארויפקוקן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#471 - די פרויען דארפן אסאך וויכטיגער דעם רבי'ן
שלום בית, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


מוצאי שבת קודש פרשת בראשית, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דיין ווייב וויל נישט קומען וואוינען אין שטעטל - זאלסטו איר נישט שלעפן צו קומען, עס איז נישט כדאי, און אפילו עס וועט דיר געלונגען איר משכנע צו זיין - וועסטו שפעטער ליידן פון דעם. ענדערש בלייב אין מאנסי און ווארט אביסל, ביז זי וועט וועלן קומען.


אויב דו וועסט איר נישט שטופן - וועט זי דיר שלעפן צו קומען אין שטעטל, ווייל די פרויען דארפן אסאך וויכטיגער דעם רבי'ן, זיי דארפן דער רבי זאל מחזק זיין דעם מאן צו לערנען און דאווענען און העלפן אין שטוב וד"ל.


דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נס אז דו האסט א ווייב, דו וואלסט זיך נאך געקענט וואלגערן אין ישיבה כמה שנים... טראכט צוריק די גרויסע נס פון דיין שידוך, די נס אז דו ביסט חתונה געהאט, די נס אז דו האסט קינדער און די אלע אנדערע ניסים.


מאך אין מאנסי א לופט פון שטעטל, גיי יעדע וואך ליל שישי מיטהאלטן די וועכנטליכע שיעור, אויך הויבט זיך יעצט צוריק אן יעדע נאכט דעם דף שיעור. פארבינד זיך מיט האברך אלי קנאלל נרו יאיר, ער וועט דיר איינמעלדן וואו און ווען די שיעורים קומען פאר.

#470 - מיר האבן געעפנט די לאונטש, קענסט שוין אוועקווארפן דיינע כלים
שלום בית, שטעטל, דרשות, קאמפיוטער, טעלעפאן, חסד, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


יעצט האבן מיר געעפנט די לאונטש, קענסטו שוין אוועקווארפן דיינע כלים; דו האסט שוין וואו צו ערלעדיגן אלע דיינע זאכן, אויך איז דאס גוט אמאל ארויס צו גיין מיט די ווייב אינאיינעם, זיך אויסלופטערן. די לאונטש איז כשר, אלע קאמפיוטערס זענען גוט גע'כשר'ט, איך האב אריינגעלייגט זייער אסאך געלט און שווערע ארבעט אין דעם - נאר אז אין שטעטל זאל זיין א ריינקייט, די שטובער זאלן זיין נאר פאר די קינדער, די שטוב זאל זיין א בית המקדש מעט פאר תורה, תפילה און חסד.


מאך הכנסת אורחים, נעם אריין געסט, און זע אז דיין שטוב זאל זיין פול מיט חסד. צום ביישפיל, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל קאכן און באקן פאר נצרכים. מיר האבן אין שטעטל א חשוב'ע משפחה, משפחת מענדלאוויטש, וואס געבן זיך אוועק צוצושטעלן נאכטמאל פאר פרויען קימפעטארינס, און שבת פעקלעך. האסט נישט קיין אנונג ווי משפחות זענען זיך מחי'; נישט אלע משפחות האבן עלטערן אין שטעטל, נישט אלע האבן ווער עס זאל זיי זארגן; זאלסטו מחזק זיין דיין שטוב עס זאל זיין א פלאץ פון חסד.


היינט נאכט וועט זיין א שיעור, איך האף דו וועסט זיך קענען שטארקן צו קומען און מיט האלטן די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


די וואך שבת הבא עלינו לטובה וועל איך זיין אין ישיבה אין וויליאמסבורג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#469 - אינוועסטיר נאר אינדערהיים, וועסטו האבן נחת פון דיינע קינדער
חינוך הילדים, שלום בית, פרנסה, אידישע שטוב, נחת, אינוועסטמענט, געלט, פאליטיק, בחירות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מן הסתם קומט מען צו דיר אויך מיט די חלומות אז מען קען יעצט אינוועסטירן און מאכן אסאך רווחים וכו' וכו'; אלעס איז איין גרויסער דמיון, הער נישט אויס, לאז זיך נישט פארנארן; אינוועסט אין דיין שטוב, אינוועסט אין דיינע קינדער, אינוועסט אין דיין נשמה.


גיי אהיים צייטליך, בלייב נישט אין גאס, גיי אהיים העלפן דיין ווייב. זיי מחנך דיינע קינדער צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, אנגרייטן נעגל וואסער. אז דו וועסט נישט אינוועסטירן - וועסטו נאך אביסל זיך זען מיט א גרויסער ביק אין שטוב, דו וועסט נישט וויסן וואס צו טון מיט אים, ער וועט דיך נישט אויסהערן, ער וועט דיר שפייען און לאכן אין פנים.


אזוי אויך דיינע טעכטער, אז דו וועסט נישט אינוועסטירן אין זיי יעצט ווען זיי זענען נאך קליין, דו וועסט זיי לאזן הפקר, דו וועסט ווייטער זיין אין דיין טעלעפאן מיט דיינע כלומר'ישע חברים - וועסטו זיך נאך אביסל זען מיט א גרויסע מיידל וואס וועט דיר איינטיילן וואס צו טון; זי וועט דיר דערביטערן דאס לעבן חס ושלום.


איך וויל דיר נישט אנשרעקן, איך וויל דיר אבער אויפוועקן פון שלאף, פון דיין טיפע חלום, פון אינוועסטירן און פון מאכן נאך געלט און נאך געלט און פארברענגען מיט חברים; גיי אהיים, זיץ אין שטוב, ביינאכט גייט מען נישט ארויס אין גאס. קודם זאלסט העלפן מיט די קינדער און אביסל רעדן און שמועסן מיט זיי, נאכדעם, ווען זיי גייען שלאפן - זאלסטו אביסל רעדן מיט דיין ווייב, און אביסל אסאך לערנען דיינע שיעורים.


לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס.


איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#468 - שבת דארף מען זיין פרייליך און לעבן בשלום
שלום בית, צדיקים, שבת קודש, דרשות, אמונת חכמים, ראש ישיבה, פירושים, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן נאכט איז געווען זייער א שיינע שיעור. עס איז מיר געווען שווער פארצולערנען, איך בין זייער פארקילט און איך היס שטארק, אבער ברוך ה' צווישן איין היס און צווייטן איז ארויסגעקומען שיינע דיבורים; דעם רבינ'ס עצות, און אז מען איז מקורב צום צדיק, מען לערנט די ספרים פון צדיק - באקומט מען א שטארקע אמונה, מען לעבט א רואיגע לעבן, אזוי ווי דער פסוק זאגט (בראשית ו, ט): "אֵלֶּה תּוֹלְדֹת נֹחַ נֹחַ אִישׁ צַדִּיק"; ווי אזוי קען מען לעבן א לעבן פון נֹחַ נֹחַ - אלץ זיין רואיג? אִישׁ צַדִּיק - אז מען איז דבוק צום צדיק!


העלף אנגרייטן דעם הייליגן שבת, און בשעת דו גרייטסט אן דעם שבת זאג: "לכבוד שבת" - נאכאמאל און נאכאמאל; ווייל יעדע מאל מען זאגט "לכבוד שבת" - קומט א קדושה אין שטוב.


שבת דארף מען זיין פרייליך און לעבן בשלום מיט די ווייב. דער הייליגער זוהר זאגט (תיקון כא, דף נז.): "אִם הוּא עָצִיב בְּחוֹלָא" אויב איז מען א גאנצע וואך טרויעריג, "דִּיְהֵא חָדֵי בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען שבת זיין פרייליך, "וְאִם אִית לֵיהּ קְטָטָה בְחוֹלָא" און אויב מען האט זיך געקריגט דורכ'ן וואך, "עִם בַּר נַשׁ" מיט א צווייטן, "אוֹ עִם אִתְּתֵיהּ" אדער מיט די ווייב, "דִּיְהֵא לֵיהּ שְׁלָמָא עִמָּהּ בְּשַׁבַּתָּא" דארף מען זיך שבת איבערבעטן און לעבן בשלום, "וּבְדָא לֵית רְשׁוּ לְקָרְבָא לְסַם הַמָּוֶת חֲלָלָה, וּלְבַעִִלָהּ דְּאִיהוּ אֵל אַחֵר חִלּוּל שַׁבָּת" ווייל אז מען איז שבת בשלום און מען איז פרייליך שבת, קענען די קליפות נישט האבן קיין שליטה אויפ'ן מענטש, "וּבְגִין דָּא אָמְרוּ קַדְמָאֵי, 'אִם יִשְׂרָאֵל הֲווֹ מְקַיְּימִין שַׁבָּת אַחַת כְּהִלְכָתָהּ, מִיָּד הֲווֹ נִגְאָלִין'" דעריבער זאגן די הייליגע חכמים, אויב אידן היטן אפ שבת אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז פרייליך און מען קריגט זיך נישט - ווערט מען אויסגעלייזט.


איך בין נאך אביסל פארקילט, איך היס נאך אביסל; עס איז אבער מיט גרויס חסדים.


א פרייליכן שבת.

#467 - א בחור האט געענדיגט די צווייטע מאל ש"ס, א שיינע התחלה פאר'ן זמן
כולל, תפילה והתבודדות, חברים, שלום בית, סיום, משניות, לימוד התורה, ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נח, ב' דראש חודש חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט זאלסטו רעדן צום אייבערשטן. אויפ'ן וועג צום בית המדרש, אויפ'ן וועג אהיים פון בית המדרש און אין בית המדרש - זאלסטו זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן; ווייל יעדע ווארט וואס א איד רעדט צום אייבערשטן - דאס בלייבט פאר אייביג, דאס איז א נצחיות; וואויל איז דעם וואס כאפט ארויס ווערטער צום אייבערשטן.


מאך זיך א שיעור אין משניות. משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע טומאות און אלע זוהמות. משנה איז ראשי תיבות די ווערטער פון ה'עלית מ'ן ש'אול נ'פשי; משנה נעמט ארויס דעם מענטש פון אלע בלאטעס. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט - זאלסטו זאגן די ווערטער, אין א רייע, גיי כסדרן דיקא; הויב אן סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, עס וועט אראפפאלן פון דיר שטיקער בלאטע; ווער עס איז שטארק אין דעם - איז זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


ביינאכט נאך א טאג פון שווער ארבעטן און פון אזויפיל איבערגייאכץ וכו' - זאלסטו זיך נישט פארלירן וכו'; לויף צו די תורה. אז דו וועסט לויפן צו די משניות - וועט דיין ווייב דיר אנטקעגן קומען, זי וועט דיר זיין פאר אן עזר, און אז מען לויפט נאך - ווערט מען דערנידערט און זי ווערט א כנגדו וד"ל.


געלויבט דעם אייבערשטן, נעכטן איז אריבער א שיינע טאג אין ישיבה. עס האט זיך אנגעהויבן מיט זייער א פרייליכע זאך, א בחור האט מסיים געווען די צווייטע מאל גאנץ ש"ס! דאס איז אזא שיינע התחלה; עס האט געגעבן א וועק אויף יעדן איינעם, אלע זאלן זיך מאכן א שיעור, אנהויבן ש"ס.


נעכטן נאכט איז געווען ביי מיר אין שטוב א סעודת ראש חודש מיט אפאר פון אנשי שלומינו וואס העלפן די כולל. עס איז געווען זייער געשמאק צו זיצן מיט אנשי שלומינו און רעדן פון רבי'ן, מען האט גערעדט פון וואס מען האט געהאט נעכטן אינעם בלאט גמרא, דאס גרויסקייט פון העלפן תלמידי חכמים; מיט'ן העלפן תלמידי חכמים זאלן קענען לערנען - מיט דעם איז מען מקיים "ולדבקה בו", מען ווערט איינס מיט'ן הייליגן באשעפער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#466 - מיט סבלנות און תפלה, וועט די שטוב נישט צעפאלן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה, סבלנות, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ד אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווערט נישט פארלוירן, בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט האבן א געפיל צו אייער מאן, איר זאלט שפירן זיכער מיט אים; איר האט זוכה געווען צו א טייערער מאן, אן ערליכער איד מיט גאלדענע מידות.


דאס וואס איר שפירט נישט קיין טעם, איר האט נישט קיין געפיל צו לעבן כדרך כל הארץ; אזוי גייט עס ביי אסאך יונגע ווייבלעך, און אויב מען האט נישט קיין צדיק וואס איז מחזק אויף תפילה און אויף סבלנות – צעפאלט די פארפאלק. ליידער, אזוי סאך יונגע חתונה געהאט'ע פארפעלקער גט'ן זיך, השם ישמרינו.


איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט; שטארקט זיך מיט תפילה און זייט גרייט פאר אייער מאן אפילו אן טעם און אן געפיל. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה", וואס איז אן ערליכע פרוי? "כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", א פרוי וואס איז גרייט פאר'ן מאן וכו'.


דאס פארשטייט מען אליינס, אז מען רעדט דא דירעקט צו פרויען וואס האבן נישט קיין טעם און געפיל, ווייל אז עס איז דא א געפיל – דארף מען נישט חיזוק צו טון רצון בעלה, דאס איז די אייגענע ווילן, נאר דירעקט די פרויען וואס האבן נישט קיין רצון אבער זיי טוען די ווילן פונעם מאן, וואס איז די ווילן פונעם אייבערשטן - פאר זיי ווארט א גרויסע שכר.


עס נעמט צייט ביז מען שפירט זיכער מיט'ן אייגענעם מאן. אסאך מאל מאכט זיך ביי יונגע ווייבלעך, עס וועקט זיך אויף אינערליכע געפילן פון וועלן צוריק לויפן אהיים; עס נעמט אביסל צייט ביז מען שפירט זיכער מיט זיך אליין און מיט'ן מאן.


מיט די עצות פונעם צדיק, דער הייליגער רבי, פון זוכן דאס גוטס אין זיך אליין און זוכן גוטס אינעם מאן – ווערט מען מער און מער זיכער מיט'ן נייעם לעבן, ובפרט מיט די עצה פון וויסן און גלייבן אז אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש איז נאר פאר זיין טובה, דעמאלט ווערט אזוי ליכטיג די לעבן, עס ווערט א גן עדן; מען שפירט יעדע מינוט די זיסקייט פון גן עדן.


מאכט זיך א שיעור אין די הייליגע ספרים פון רבי'ן. אמת, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סוטה כא:): "כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בִּתּוֹ תוֹרָה, כְּאִלּוּ מְלַמְּדָהּ תִּפְלוּת", לימוד התורה איז נישט פאר פרויען; אבער דעם רבינ'ס ספרים איז אויך פאר פרויען, דאס איז אמונה און יראת שמים. יעצט איז ארויסגעקומען א שיינע גרינגע ספר אויף דעם הייליגן לקוטי מוהר"ן – ספר שפתי תפתח אין אידיש, א ספר וואס פרויען און קליינע קינדער קענען אויך פארשטיין. מען קען שוין לערנען דעם הייליגן לקוטי מוהר"ן וואס דער רבי האט געזאגט דערויף (חיי מוהר"ן, סימן מו): "דער ספר איז אתחלתא דגאולה", דאס איז דער אנהויב פון די גאולה.


ווער עס פארזוכט פון רבינ'ס ספר – הויבט אן ווערן אויסגעלייזט, מען הויבט אן שפירן די ליכט פון אמונה, זאכן הערן אויף באדערן, זאכן הערן אויף צו נערווירן, מען ווערט זייער פרייליך.


זאלט איר זיך מאכן א שיעור אין רבינ'ס ספרים; לערנט דעם ספר אשר בנחל אין אידיש, אויך די ספרים וואס דער אייבערשטער האט מיר געשאנקען, ספר איש אמונות, ספר עצתו אמונה; חיזוק, שכל און עצות פון הייליגן רבי'ן וואס איך האב געלערנט פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; וועט אייך צוביסלעך ווערן די לעבן גרינג, עס וועט זיס ווערן.


דא האט איר א קליינע תפילה צו בעטן דעם אייבערשטן:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר פאר דיינע חסדים, דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו מאכסט מיר נאר גוטס, דו מאכסט מיט מיר אזויפיל ניסים; וויפיל איך וועל דיר דאנקען - וועל איך נישט אנקומען צו קענען דאנקען אפילו נאר אויף איינע פון דיינע טויזנטער גוטס וואס דו טוסט מיט מיר.


איך דאנק דיר פאר מיין לעבן, איך דאנק דיר אז איך האב חתונה געהאט; האסט מיר געגעבן א טייערער מאן, אן ערליכער מאן, א מאן מיט גאלדענע מידות, אזא ווייכע הארץ, ער איז אזוי גוט צו מיר.


רבונו של עולם, איך האב א פראבלעם, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך שעם זיך צו רעדן פון דעם מיט אנדערע, איך ווייס נישט פון וועם צו בעטן אן עצה אויף דעם. רבונו של עולם, פון דיר שעם איך זיך נישט צו בעטן ווייל דו ביסט מיין טאטע, דו ביסט דער אב הרחמן, א רחמנות'דיגער טאטע.


איך האב א פראבלעם מיט די חתונה געהאטע לעבן, איך האב נישט קיין טעם, קיין שום געפיל - צו לעבן מיט מיין מאן, אזוי ווי דו האסט באשאפן די וועלט און אזוי ווי דו האסט אויסגעשטעלט די וועלט; ווי אזוי אידישע קינדער דארפן זיך פירן.


עס איז מיר אזוי שווער, עס איז מיר געפערליך; יעדע מאל עס קומט צו דעם - ווערט מיר שלעכט, איך שפיר ווי איך דערשטיק זיך, איך שפיר ווי איך פארליר מיין אטעם.


הייליגער באשעפער, וואס קען דאס זיין? פארוואס האב איך נישט די טעם אין לעבן אזוי ווי א געזונטער מענטש? באשעפער זיסער, דאס מאכט חרוב אונזער שלום בית; ווייל יעדע מאל עס קומט די צייט פון לעבן מיט'ן מאן - הויב איך אן שפירן ווי איך וויל אנטלויפן פון אים, און פון מיר; איך שפיר ווי איך האב נישט קיין פלאץ אין די וועלט, איך זוך אלץ תירוצים, איך מאך אויף מעשיות; היינט שפיר איך נישט גוט, נעכטן בין איך געווען מיד, אייער נעכטן איז נישט געווען קיין צייט; איך האב שוין נישט קיין תירוצים, איך ווייס נישט וואס צו טון; מיין מאן איז אזא רחמנות, ער ווייסט בכלל נישט וואס דא גייט פאר.


אנא ה', איך בעט דיר אייבערשטער, הייל מיך אויס. מאך א נס, מאך מיך געזונט, מאך מיר א טעם אין לעבן, מאך מיר א  געפיל צו לעבן אזוי ווי די וועלט פירט זיך.


אינדרויסן זע איך אויס געזונט, אינדרויסן זענען מיך מענטשן מקנא, אינדרויסן מיינען מענטשן אז איך האב די עכטע שלום בית, אבער איך בין א טויטע, איך בין נישט חתונה געהאט.


אנא ה', העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין זיכער מיט זיך, איך זאל זיין סעקיור"ד מיט מיין מאן.


הייליגער באשעפער, בזכות וואס איך לעב מיט אים אן געפיל, אן טעם - זאל איך ווערן געזונט פיזיש און גייסטיש, אמן".


זאגט די תפילה, און לייגט צו אייגענע ווערטער, מער פערזענליך, און ברענגט זיך בעסער ארויס – וועט איר זען גרויסע ניסים; איר וועט האבן אן אמת'ע אהבה, אחוה, שלום ורעות.


א כתיבה וחתימה טובה.

#465 - אז מען שערט די האר, וועלן די קינדער זיין צדיקים
קינדער, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, סגולות, שערן די האר

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאן נרו יאיר דארף נישט אייער האר, ער דארף אייך; ער איז פול מיט פרייד אז ער האט אייך געטראפן, ער דארף בכלל נישט קיין ווייב מיט האר.


די מחשבות וואס קומען אייך אריין 'אפשר זאל איך לאזן צוריקוואקסן מיינע האר פאר מיין מאן?' די מחשבות זענען נישט פון קדושה, אייער מאן דארף נישט האר, און נישט קיין לייז; בלייבט אזוי, בלייבט הייליג.


וואויל איז אייך אז איר טוט רצון השם, איר גייט אין די פיס טריט פון צדיקים; וועלן אייערע קינדער אויך זיין צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#464 - לעבן אין שטוב אזוי ווי דער אייבערשטער וויל
שלום בית, אידישע שטוב, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וזאת הברכה, י"ד תשרי, ערב סוכות, שנת תשפ"ג לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך קען נישט צו זיך קומען פון וואס דו האסט מיר דערציילט די יאר ביי פדיון נפש, אז דיין ווייב איז אפגעשיידט פון דיר פאר אפאר יאר. קיינער קען דאס נישט אפילו חלומ'ען, פון אינדרויסן זעט אויס אלעס ביי דיר אזוי גלאנציג, און שטילערהייט איז בכלל נישטא קיין לעבן צווישן דיר און דיין ווייב.


בעט דעם אייבערשטן עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה, מיט תפילה קען זיך אלעס טוישן. אויך זאלסטו רעדן צו איר; האב נישט מורא צו רעדן צו איר פון דעם. זאג איר: "מיר מוזן גיין צו א רב, מיר קענען נישט לעבן אזוי; מען קען נישט לעבן אנדערש ווי דער אייבערשטער זאגט, מען קען נישט לעבן אנדערש ווי די תורה לערנט אונז".


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי זאכן, איינס, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג עס זאל אריינגיין אין איר א רוח טהרה, זי זאל ווערן געזונט, זי זאל ווערן ערליך. און צווייטנס, דו וועסט רעדן צו איר אן קיין פחד און אן קיין טשעפען, דו וועסט רעדן צו איר פון טון די ווילן פונעם אייבערשטן און אז 'מיר מוזן גיין צו א רב, אן ערליכער רב, וואס זאל אונז מדריך זיין ווי אזוי צו לעבן', און אז זי וועט דיך איבערקלוגן, זי וועט דיך שטיל מאכן מיט איר אויבער'חכם'קייט זאלסטו נישט מורא האבן אויפצוברענגען דעם שמועס נאכאמאל און נאכאמאל - וועסטו זען אז זאכן וועלן זיך טוישן צום גוטן.


א גוט יום טוב.

#463 - עס איז נישט אויסגעהאלטן איבערלאזן די משפחה אויף שמחת תורה
תפילה והתבודדות, שלום בית, משפחה, אומאן, ראש השנה, שמחת תורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בלייב מיט דיין משפחה אין ארץ ישראל, עס איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו טון - איבערלאזן די ווייב מיט די קינדער אויף שמחת תורה; נאר ראש השנה ווען מיר פארן צום רבי'ן קיין אומאן טוען מיר איבערלאזן די ווייב, אויך נאר אויף אפאר טעג, פון אפאר טעג פאר ראש השנה און גלייך גייען מיר צוריק. (די לעצטע פאר יאר ביי קאראנע און אויך די יאר ביי די מלחמה - זענען געווען וואס זענען געפארן פריער, איבערגעלאזט די משפחה אויף הפקר; די רבי רופט זיי אן פליטעס [שיחות הר"ן, סימן רכח], מענטשן אן קיין ישוב הדעת, מענטשן אן התבודדות).


בלייב אין שטוב, נישטא וואס צו זוכן אין אמעריקע; עס איז דא בחורים וואס קומען אין ישיבה לערנען וואס קומען שוין אויף יום טוב, אבער איבערלאזן די ווייב און קינדער - האט נישט קיין זין.


איך האף צום אייבערשטן צו קומען קיין ארץ ישראל נאך יום טוב.


א גמר חתימה טובה.

#462 - וואויל איז אייך אז איר שיקט אייער מאן צום הייליגן רבי'ן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר שיקט אייער מאן צום הייליגן רבי'ן בשעת אייער משפחה איז דערקעגן וכו'; די פרויען וואס שיקן זייערע מענער קיין אומאן צום רבי'ן קענען זיין זייער רואיג אז עס קומט זיי א גוט יאר.


א קלוגע פרוי קוקט אויף זיך, א קלוגע פרוי קוקט נישט וואס אנדערע זאגן, זי מאכט זיך א חשבון 'עס קומט א לאנגע יאר, מען דארף אזויפיל רחמים אלעס זאל אריבערגיין בשלום, וואס קען זיין בעסער ווי שיקן מיין מאן צום הייליגן צדיק דער הייליגער רבי - וואס וועט זארגן פאר אים און פאר אונזער משפחה'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן א גוטע יאר, א געזונטע יאר, א יאר מיט הרחבת הדעת און א יאר מיט מנוחה.


א כתיבה וחתימה טובה.

#461 - מאכן סיומים אינאיינעם מיט די ווייב און קינדער
שידוכים, שלום בית, סיום, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער .... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


דיין ווייב שרייבט אז דו ביסט איר זייער מכבד, דו רעדסט צו איר אזוי ווי מען רעדט צו א קעניגן, דו פירסט זיך זייער שיין.


איך פריי זיך זייער צו הערן די שיינע גרוסן, דאס איז באצאלט פאר'ן שידוך. ווען איך מאך א שידוך פאר תלמידים ותלמידות און מען וויל מיר באצאלן שדכנות, בעט איך איין זאך, מען זאל לעבן מיט ליבשאפט; דאס איז מיין שדכנות, דאס געבט מיר כח צו מאכן נאך שידוכים.


דיין ווייב שרייבט אז דו לערנסט זייער פלייסיג, זי האט זייער הנאה צו זען ווי דו לערנסט. זי וואלט זייער געוואלט דו זאלסט איר דערציילן ווען דו מאכסט א סיום, זי וויל דיר מאכן א שיינע מאלצייט. עס איז כדאי דו זאלסט איר דאס זאגן, אפילו דו פאר דיר - דארפסט נישט די זאכן וכו', אבער פאר איר איז דאס יא וויכטיג, עס לעבט אויף די שטוב, און אויך פאר די קינדער איז דאס וויכטיג, דאס מאכט זיי אויך א חשק.


א כתיבה וחתימה טובה.

#460 - וויל דער אייבערשטער מיר זאלן אים דינען אינאיינעם מיט א ווייב און קינדער
שלום בית, חסידות ברסלב, עבודת השם, הלכה, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האף דו פירסט זיך אין שטוב אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז מדריך געווען, אן קיין חומרות אן קיין פרישות; געב אכטונג נישט פארפעלן דיין פליכט אין שטוב וכו'. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניאוף, סימן יג) אויב מען פארפעלט צו געבן פאר די ווייב די פליכט און די ווייב האט פון דעם צער - באקומט מען א שטראף; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן, (כתובות סב:) רבא האט געהאט א תלמיד רב רחומי, איינמאל האט רב רחומי זיך פארלערנט און נישט אהיים געקומען, זיין ווייב האט געווארט און געווארט, זי האט געטראכט: "השתא אתי", יעצט קומט ער שוין: "השתא אתי", יעצט קומט ער שוין, און ער איז נישט אהיים געקומען. עס האט איר זייער וויי געטון, "אחית דמעתא מעינה", זי האט אראפגעלאזט א טרער פון אירע אויגן און ער האט באקומען אן עונש, ער איז געשטארבן; זעט מען פון דעם דאס הארבקייט פון נישט געבן אין שטוב וואס מען איז מחויב, עס איז זייער הארב.


מיר זענען מקורב צום רבי'ן; ביים רבי'ן איז נישט געווען די סארט עבודות פון פרישות, ביים רבי'ן איז געווען 'לעבן מיט'ן אייבערשטן, מיט'ן שלחן ערוך'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת", דער עיקר פון אידישקייט איז פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, "בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", אן קיין חכמות, "וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", און מען זאל קוקן אין יעדע זאך וואס מען טוט אויב דער אייבערשטער געפינט זיך דארט, אויב דאס איז רצון השם.


דער אייבערשטער האט מיליאנען מלאכים, שטיקער פייער וואס דינען אים, דאך וויל דער אייבערשטער מיר זאלן אים דינען אינאיינעם מיט א ווייב און קינדער.


איך וועל רעדן מיט דיר מער בפרטיות פנים בפנים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#459 - מען דארף רעדן שטייטליך און ווייך, דאס איז די וועג צו פועל'ן
שלום בית, שערן די האר, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע אז דיין ווייב זאל זיך אפשערן וכו'; וויסן זאלסטו, מען קען נישט הייסן א ווייב וואס צו טון; אז זי וויל זיך נישט שערן - קען מען איר נישט הייסן און באצווינגען.


מען קען אבער שיין רעדן און איר געבן צו פארשטיין דאס גרויסקייט פון זיך שערן די האר; קענסט איר ווייזן די הונדערטער בריוו וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט פאר פרויען איבער דאס גרויסקייט פון זיך אפשערן.


מוהרא"ש ברענגט אראפ דעם שטיקל זוהר (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי' א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ' אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ' וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָהּ' און דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, אז מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ' זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא' איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא' און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא' און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר' די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס"; און פארשטייט זיך אז פארקערט איז נאך מער, א פרוי וואס געבט אכטונג אז אירע האר זאל זיך נישט ארויסזען וועט האבן אלע ברכות, און זי וועט האבן נחת פון אירע קינדער.


מען דארף אכטונג געבן ווי אזוי מען רעדט; מען קען נישט רעדן צו שטארק, מען דארף רעדן שטייטליך און ווייך; דאס איז די וועג צו פועל'ן.


ענדערש זאלסטו ווארטן ביז זי וועט דאס טון מיט איר גאנצע הארץ, ווי איידער צו מאכן דחיקת השעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.