בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#327 - א רחמנות אויף די גערעכטע מענטשן וואס אלעס דארף שטימען
חינוך הילדים, שלום בית, דרך ארץ, וויכוחים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן; ער איז ערליך, ער איז אפגעהיטן, ער העלפט אייך, ער איז אייך געטריי; עס איז דא עסן אין שטוב, ער ברענגט אהיים פרנסה.


עס דארף אייך נישט שטערן וועגן ליל שישי וכו'; מאכט זיך פרייליך, מאכט א פרייליכע שבת. אפילו אייער מאן שלאפט - זייט קלוג, זוכט נישט צו זיין גערעכט. א רחמנות אויף די גערעכטע מענטשן, א רחמנות אויף די מענטשן וואס אלעס דארף שטימען, זאכן וואס דער טאטע דארף טון - קען די מאמע נישט טון וכו' וכו'. אז אייער מאן וויל אביסל שלאפן שבת, ער קומט נישט אן צו לערנען מיט די קינדער - זאלט איר נישט מאכן פון דעם קיין איבערקערעניש, עס איז גארנישט אויב דער טאטע וויל אביסל שלאפן שבת; אויב איר ווילט לערנען מיט זיי - קענט איר לערנען מיט זיי, און אז מען וועט נישט לערנען מיט די קינדער - וועט אויך גארנישט פאסירן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער לעבן; איר שרייבט דאך אליינס: "מיין מאן איז זייער גוט צו מיר, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין משפחה; אלע ווייסן אז ווען מען דארף עפעס גייט מען צו מיין מאן און אלעס ווערט מסודר"; נו וואס נאך דארפט איר, איר זענט די גליקליכסטע פרוי, מער פון דעם דארפט איר נישט.


בנוגע ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער; אויף דרך ארץ דארף מען לייגן זייער א שטארקע דגוש, מען מוז אויסלערנען קינדער צו זיין איידל און רעדן מיט דרך ארץ צו עלטערע, ביי דרך ארץ מוז מען גיין זייער שטרענג. איך האב געכאפט פון מיין טאטע שליט"א א פאטש ווען איך האב גערעדט צו אן עלטערער מענטש נישט מיט דרך ארץ, מיין טאטע איז געווען זייער שטרענג ביי דרך ארץ, און ברוך ה' עס האט מיר נאר געהאלפן אין לעבן.


נעמט די תהלים און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי תפילות פון עלטערן פאר קינדער.


א ליכטיגן חנוכה.

#326 - דער מאן איז אראפגעפאלן, ער איז אבער וואויל
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תשובה, התחדשות

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך זיץ יעצט ביי די ליכט, איך בעט פאר אייך.


איך בעט אייך זייער, זייט בשלום מיט אייער מאן נרו יאיר. ער איז א וואוילער אינגערמאן, עס האט פאסירט וואס האט פאסירט, דאס מיינט נאכנישט אז ער איז שלעכט. ער האט געהאט א שווערע נסיון, ער איז אבער א וואוילער איד, ער האט מיר געשריבן אז ער ווייסט נישט וואס האט פאסירט, ער איז אראפגעפאלן.


איך בעט אייך זייער, פארגעסט וואס איז געווען, הויבט אן פונדאסניי. איר האט געהערט די סיפורי מעשיות שיעור? איך האב גערעדט צו אייך; איך האף איר האט זיך מחזק געווען אז די שענסטע זאך ביים אייבערשטן איז שלום.


א ליכטיגער חנוכה.

#325 - אז דער טאטע קומט נישט אהיים, זאל די מאמע צינדען מיט די קינדער
חנוכה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אז אייער מאן קומט נישט אהיים, זיין סדר איז פארדריידט; ער שלאפט בייטאג און איז אויף ביינאכט, ער קומט ערשט אהיים פארטאגס - זאלט איר צינדן די מנורה.


נעמט אייערע קינדער און צינדט מיט זיי די ליכט, זינגט מיט זיי די שיינע חנוכה ניגונים און עסט די גוטע חנוכה עסן; מאכט זיכער מען זאל שפירן אז עס איז חנוכה.


איך בעט אייך זייער, פארלירט זיך נישט; גייט אן מיט אייער לעבן, לאזט זיך נישט נאך. בעטס דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, איר זאלט האבן כח צו זיין די טאטע און די מאמע, איר זאלט נישט אונטערברעכן. בעטס אים איר זאלט זיין פרייליך, עס זאל אייך גארנישט אנגיין. אויך זאלט איר בעטן פאר אייער מאן, עס זאל זיין ליבשאפט צווישן ענק.


איך בין זייער אסאך מתפלל פאר אייך, איר זאלט האבן כח און נחת פון אייערע קינדער.

#324 - אז מען טוט עבירות ווערט מען פארשעמט
שלום בית, סמארטפאון, תשובה, קאמפיוטער, משניות, בזיונות, מאוויס, עבירות

בעזרת ה' יתברך


א' פרשת מקץ, כ"ה כסליו, א' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די מעשה וואס דו גייסט יעצט אריבער, דיין ווייב האט דיר געכאפט ביי די שלעכטע זאכן, זי האט דיר געטראפן קוקן עבירות ה' ישמרינו – דאס דארף דיר אויפוועקן פון דיין טיפע שלאף.


יעצט איז די צייט דו זאלסט זען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן דש): "אָדֶער אַ נִסָּיוֹן אָדֶער אַ בִּזָּיוֹן"; אז מען טוט עבירות, מען קוקט מיסט – ווערט אויס נסיון, עס ווערט א בזיון, מען ווערט פארשעמט. יעצט איז א צייט דו זאלסט אוועקווארפן דיין טעלעפאן, אייפאד, אייפעד; די אלע מאשינדלעך אויף וואס דו קוקסט די זאכן, צעברעך עס אויף פיצלעך און מאך זיך א קבלה אז דו נעמסט מער נישט אריין אין די הענט די זאכן. אין דעם זכות וועט דער אייבערשטער רחמנות האבן אויף דיר, עס וועט צוריק ווערן ליבשאפט צווישן ענק.


דו דארפסט וויסן, ווען די ווייב זעט איר מאן איז נישט ערליך קען די גאנצע שטוב ווערן אויס. דער רבי האט דאס שוין געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קח): "אַ מֶענְטְשׁ פוּן אֵיין תַּעֲנוּג'ל וֶועגְן פוּן אַ פֶערְטְל שָׁעָה, קָאן עֶר אָן וֶוערְן גָאר דֶעם עוֹלָם הַזֶּה מִיט דֶעם עוֹלָם הַבָּא", וועגן א תאוה'לע פון א פערטל שעה קען א מענטש פארלירן די וועלט און יענע וועלט; דעריבער, אז דאס האט יעצט פאסירט, דיין ווייב איז אזוי פארשעמט און דו ביסט פארשעמט – זאלסטו נישט טראכטן קיין צוויי, נאר גלייך צעברעכן אלע עבודה זרה'ס, מער נישט האבן ביי זיך קיין שום מאשין וואס מען קען קוקן דערויף עבירות.


איך זע מיט מיינע אויגן דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ג.): "אֵין אָדָם עוֹבֵר עֲבֵירָה אֶלָּא אִם כֵּן נִכְנַס בּוֹ רוּחַ שְׁטוּת", א מענטש זינדיגט נישט נאר נאכדעם וואס ער ווערט משוגע; ווייל שכל'דיג האט דאס נישט קיין זין. דו האסט א טייערע ווייב, זי איז דיר אזוי געטריי, זי וויל נאר דיר, זי דארף נאר דיר, פארוואס אין דער וועלט זאל אפילו אינטערעסירן צו זוכן אין מיסט? וואס האט מען פון מיסט?! איין תירוץ איז דא, דער רוח שטות, דאס שטופט צו די זאכן.


דער רבי האט אן עצה ווי אזוי מען קען פטור ווערן פונעם רוח שטות, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן א): "הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה הִיא מַכְנִיעַ אֶת הַיֵּצֶר הָרָע", די תורה אונטערטעניגט דעם יצר הרע, "שֶׁרוֹצֶה לַעֲשׂוֹת אֶת הָאָדָם מְשֻׁגָּע מַמָּשׁ, חַס וְשָׁלוֹם", - וואס וויל משוגע מאכן דעם מענטש חס ושלום, "כִּי בַּעַל עֲבֵרָה הוּא מְשֻׁגָּע", א בעל עבירה איז א משוגע'נער; זאלסטו זיך צוריק נעמען לערנען די הייליגע תורה. מאך זיך א שיעור אין משניות, זע צו לערנען יעדן איינציגסטן טאג אכצן פרקים משניות, כסדרן דיקא, על פי סדר דרך הלימוד שקבלנו מרבינו (עיין שיחות הר"ן, סימן עו); אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט – זאלסטו זאגן די ווערטער, דאס וועט דיר ארויס קלאפן די שגעון פון קוקן אויף עקלדיגע אויסגעלאסענע עבירות. אויך וועט דיר דאס צוריק ברענגען דיין חן; דו דארפסט דאך יעצט חן, דיין ווייב איז אזוי צעבראכן, זי ווייסט נישט וואס צו טון מיט זיך, זי האט דיר אזוי ארויפגעקוקט, און יעצט איז זי אזוי אויסער זיך.


איך וועל פרובירן רעדן צו דיין ווייב, אבער נאר אז דו ווארפסט אוועק די זאכן. דו ווייסט ווי שטארק מיך באדערט ווען איך זע ביי תלמידי הישיבה, בחורים, אינגעלייט – די זאכן; איך זאג נישט גארנישט צוליב מיינע פריוואטע טעמים, אבער עס טוט מיר אזוי וויי צו זען אז מען פאלגט נישט מוהרא"ש, מען האלט זיך קלוגער, מען גייט קעגן די רבנים וצדיקים וואס זאגן מען זאל נישט האבן קיין טעלעפאן וכדומה.


ווער ליידט ביים סוף? דער מענטש אליין! די שלום בית פלאצט, מען פארלירט די ווייב און די קינדער.


וואויל איז דעם מענטש וואס האט שכל אוועק צו ווארפן זיין שכל, ער ווייסט צו פאלגן צדיקים, ער איז פעלזן פעסט נישט צו האבן א טעלעפאן, קאמפיוטער, אייפאד וכדומה – וואס מען קען זען עקלדיגע זאכן, ער האלט זיין שטוב ריין – ווערט ער האבן די וועלט און יענע וועלט.


אז דו נעמסט זיך אונטער די צוויי זאכן, דו ווארפסט אוועק די זאכן און דו גייסט לערנען אכצן פרקים משניות – וועט זיך אלעס איבערדרייען לטובה; דיין שלום בית וועט נאר ווערן שטערקער און בעסער, דו וועסט צוריק באקומען דיין חן ביי איר און דו וועסט ווערן אן ערליכער איד.


ביינאכט זאלסטו אהיים גיין, בלייב נישט שמועסן מיט קיינעם; געדענק איינער ווארט דיר אין שטוב, דו האסט א ווייב, זי ווארט אין שטוב. שמועס מיט איר, פארברענג מיט איר, שפאציר מיט איר. נישט לאנג צוריק ביסטו געווען אליין, האסט געוויינט אז דו ווילסט חתונה האבן, האסט געטראכט 'איינמאל איך וועל חתונה האבן וועל איך נאר קוקן אויף מיין ווייב, איך וועל דעמאלט זיין ערליך'; זאלסטו זיך אויפפרישן, דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט א שטוב, האסט א ווייב מיט קינדער.


ביי מיר ביסטו גארנישט ווייניגער געווארן, איך האב דיר נאכאלץ זייער ליב; ביי מיר ביסטו זייער חשוב, איך וויל נאר דיין גוטס, איך וויל דיין טובה.

#323 - טו די סגולה פון רבי'ן צו האבן קינדער
קינדער, תפילה והתבודדות, שלום בית, הפצה, צדקה, סגולות, קברי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, קערעסטיר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, מאנסי


פארליר זיך נישט, דו וועסט האבן קינדער. טו די סגולה פון רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", וואס זאל א מענטש טון צו האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן צדקה, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב; טו די צוויי עצות, געב דיינע צדקות צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס עצות ביי ענק אין שטאט און מאך פרייליך דיין ווייב. רעד שיין צו איר, דערציילט נישט דיין מאמע פריוואטע זאכן צווישן דיר און דיין ווייב; אז דיין מאמע זוכט אריינצוקריכן אין פריוואטע זאכן - זאלסטו זיך מיט חכמה ארויסדרייען.


גיי אריבער יעדן טאג צום ציון פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו, זיי זיך דארט מתבודד, בעט דעם אייבערשטן פאר קינדער, בעט דעם אייבערשטן אין אידיש, דיין שפראך; דערצייל אים אויס דיין הארץ.

#322 - טענה נישט מיט דיין ווייב וועגן ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, וויכוחים, לשון הרע

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אסאך פרישע מקורבים מאכן דאס מיט, די ווייב וויל נישט הערן פון ברסלב צוליב הערן לשון הרע'ס אויף ברסלב.


דער רבי האט שוין געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס, און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


טענה נישט מיט דיין ווייב, זאג איר אז דו האסט חיות פון די שיעורים און פון די ספרים. פאלג וואס שטייט אין די ספרים; פאלג דעם רבי'ן, זיי איר מכבד. דער רבי האט אונז זייער געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) "הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'.


און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר דערציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיט'ן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר. דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


אז דו וועסט זיך נישט טענה'ען; דו וועסט נעמען דעם רבי'ן פאר דיר, דו וועסט לעבן מיט די עצות - וועט זי מיט די צייט דיך מער נישט טשעפען; זי וועט אויך מקורב ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#321 - די אלע מניעות ווען מען ווערט מקורב צום צדיק, איז א גרויסע טובה
כיבוד אב ואם, צרות, שלום בית, חסידות ברסלב, פרנסה, מוהרא"ש, ישיבה, ראש ישיבה, לשון הרע, מניעות, מוהרנ"ת ז"ל

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישלח, י"ד כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, פארליר זיך נישט; בלייב שטארק. וואויל איז דיר אז מען האט דיר אפגעזאגט פון דיין אמט צוליב דעם אז דו ביסט א ברסלב'ער און נישט חס ושלום צוליב שלעכטע זאכן. מען הערט אזויפיל מעשיות פון תלמוד תורה'ס און ישיבות וואו מען ווארפט ארויס איינגעשטעלטע צוליב עבירות, אבער דיין גאנצע חטא איז אז דו ביסט א ברסלב'ער.


איך געדענק פון יארן צוריק ווען מען האט מיר אפגעזאגט פון מיין אמט פון זיין א מלמד מיט א מנהל, האט מיר מוהרא"ש זכרונו לברכה זייער מחזק געווען, מוהרא"ש האט מיר געזאגט די ווערטער: "אשריך שנתפסת על דברי תורה", וואויל איז דיר אז מען האט דיר ארויסגעווארפן צוליב דעם וואס דו האסט מזכה געווען אזויפיל בחורים מיט לערנען און דאווענען און אריינלייגן אין זיי אמונה; קוק נאך די בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן ערב יום הקדוש שנת ה'תשס"ט, עס איז געדרוקט אין אשר בנחל.


בלייב שטארק און זיי ממשיך נאך מער צו פארשפרייטן די הייליגע קונטרסים, ספרים און גליונות. דאס אלעס וואס דו גייסט אריבער, אנגעהויבן מיט די קלעפ שמחת תורה און די פרנסה וואס מען האט דיר מקפח געווען און די אלע בזיונות און שפיכות דמים, דאס וועט דיר נאר ברענגען נענטער צום אייבערשטן.


געדענק וואס מיר האבן היינט גערעדט, אויב דו וועסט זיך האלטן שטארק, דו וועסט אינאיינעם מיט דיין ווייב זיין שטארק, עס וועט זיין שלום און ליבשאפט צווישן ענק – וועט ענק קיינער נישט קענען צעברעכן.


פון אלעס וואס דו דערציילסט וואס דו גייסט אריבער, טוט מיר דאס מערסטע וויי אז דיין ווייב'ס עלטערן וויל נישט רעדן מיט ענק ווייל איר זענט נעבעך געווארן ברסלב. געוואלד און געשריגן, קוקט וואס לשון הרע טוט; זיי מיינען אז איר זענט אין נישט א גוטע פלאץ, וואלטן זיי געוויסט וואס דער רבי איז, וואס ברסלב איז, וואס מען לערנט ביים רבי'ן, וואלטן זיי געטאנצן פאר שמחה אז די קינדער גייען צו א רבי וואס געבט נאר יראת שמים, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצד): "אֲנִי אוֹצָר שֶׁל יִרְאַת שָׁמַיִם".


אוי ווי עס טוט וויי ווען עלטערן וויל נישט רעדן מיט א קינד, אוי שטעכט עס אין הארץ; די אנדערע זאכן זענען נישט קיין ווייטאג אנטקעגן די צער, וואס גייט מיר אן אז דער אדמו"ר האט געהייסן שלאגן? וואס גייט אן אז מען האט מיר אפגעזאגט פון א פרנסה? פרנסה געבט דער אייבערשטער, פרנסה איז דא אסאך, און דער אדמו"ר זאל זיין געזונט און שטארק און ווייטער אנכאפן זיינע חסידים זיי זאלן אים נישט אפלאזן; איך דארף אים בכלל נישט האבן, איך האב א רבי וואס העלפט מיר, א רבי וואס פארשטייט מיר, א רבי וואס ברענגט מיר צו לערנען און דאווענען און האבן שלום בית וכו'; אבער אז עלטערן ווילן נישט רעדן מיט א קינד – דאס שטעכט, דאס טוט וויי.


טייערער ברודער, זארג נישט; ביים סוף וועלן זיי שלום מאכן מיט דיר און דיין ווייב, זיי וועלן אויך אנקומען צום רבי'ן. אויב דו וועסט זיי ווייטער מכבד זיין, דו וועסט נישט רעדן קעגן זיי, דו וועסט טראכטן נאר גוטס אויף זיי – וועלן זיי אליינס קומען קיין אומאן.


וואס דארפסטו מער פון די מעשה וואס רבי נתן האט געהאט מיט זיינע עלטערן; אין אנהייב האט אים זיין טאטע גע'רודפ'ט עד חרמה, ער האט נישט געוואלט רעדן צו אים, ער האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב, אבער ביים סוף האט ער אים אזוי ליב געהאט, ער האט אים גערופן אזוי ווי מען רופט אן אדם גדול, מיט א ר', "ר' נתן"; רבי נתן האט געזאגט: "טאטע, רוף מיר נישט מיט א ר'", אבער דער טאטע האט געזאגט: "איך האב פון דיר אזויפיל נחת, איך וועל דיר רופן ר' נתן".


די אלע מניעות וואס גייען אריבער אויף א מענטש ווען מען ווערט מקורב צום צדיק – איז א גרויסע טובה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קפה, בסוף): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ יְגִיעוֹת וְטִרְחוֹת יוֹתֵר בִּתְחִלַּת הַהִתְקָרְבוּת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", ווער עס האט גרויסע מניעות ווען ער ווערט מקורב צום אייבערשטן, "דְּהַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ לוֹ מְנִיעוֹת רַבּוֹת וּגְדוֹלוֹת כְּגוֹן מֵאָבִיו וְאִשְׁתּוֹ וְחוֹתְנוֹ", ער האט מניעות פון זיין טאטע, ווייב אדער שווער, "אוֹ מִשְּׁאָר בְּנֵי אָדָם שֶׁמּוֹנְעִים וּמְעַכְּבִים אוֹתוֹ מְאֹד, וּמְנִיעוֹת מֵחֲמַת מָמוֹן וכו'", אדער מניעות פון געלט, "הֵם טוֹבָה גְּדוֹלָה לְהָאָדָם", דאס איז א גרויסע טובה פאר'ן מענטש, "כִּי עַל יְדֵי זֶה", ווייל דורכדעם, "זוֹכֶה אַחַר כָּךְ לְקַבֵּל הַרְבֵּה קְדֻשָּׁה וְטָהֳרָה", איז מען זוכה צו מקבל זיין שפע קדושה וטהרה צו ווערן מקורב צום אייבערשטן.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך בין אבער זייער טרוד, איך דארף מקצר זיין.


 

#320 - שלום בית דארף מען חזר'ן
שלום בית, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


איך האף דו געבסט אכטונג אויף דיין ווייב תחי'. נישט לאנג צוריק האב איך דיר געשריבן א בריוו ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף א ווייב, איך האף דו חזר'סט די בריוו. וואלסט ווען געדארפט נעמען אלע בריוו וואס איך האב דיר פערזענליך געשריבן, דאס צאמבינדן און דאס חזר'ן כאטשיג איינמאל א וואך.


איך האב דיר געשריבן אזעלכע וויכטיגע זאכן; עס איז נישט קיין חידושים, עס שטייען אין די בריוו פשוט'ע זאכן, אבער עס איז זייער וויכטיג, צום ביישפיל די אלע בריוו וואס רעדן זיך פון שלום בית; ווי אזוי צו רעדן מיט די ווייב, ווי אזוי אכטונג צו געבן אויף איר, נישט אוועק מאכן איר משפחה, איר לאזן גיין צו משפחה, איר לאזן קויפן קליידער, נישט זיין קיין קמצן, געבן גוטע ווערטער - דאס אלעס זענען זייער פשוט'ע זאכן. עס זעט אויס קינדיש, עס זענען דא מענטשן וואס לאכן פון די בריוו, אבער דער מציאות ווייזט אז מענטשן ווייסן נישט, אדער כאפט מען זיך נישט ווי וויכטיג דאס איז; הלוואי זאלסטו איבער'חזר'ן אלע בריוו וואס דו האסט באקומען און אכטונג געבן אויף דיין ווייב.


דו האסט באקומען פון הימל א מתנה, אזא אשת חיל, זי איז דיר אזוי געטריי - דארפסטו איר מכבד זיין, רעדן שיין, ווייך און הארציג צו איר. זי איז זייער אן איידעלע, בבחינת בת מלך, וואס מען דארף רעדן ווייך און הארציג.


טראג איר וואו זי וויל גיין, נעם איר אריין אין שטאט צו אירע עלטערן און צו איינקויפן, נישטא קיין וויכטיגערע זאך ווי שלום בית, ווייל ווען עס איז אתה שלום וביתך שלום, דעמאלט איז וכל אשר לך שלום; אלעס איז גאנץ מיט שלום בית.

#319 - זיצן אין די זייט און דאנקען דעם אייבערשטן
תודה והודאה, חנוכה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך שפיר אז איך דארף אייך שרייבן ווי איבערגענומען איך בין פון אייער מאן.


עס איז אריבער אפאר יאר פון ענקער חתונה, יעצט קען מען זען ווער דער מענטש איז. די ערשטע שטיק צייט פון די חתונה איז ביי אלעמען א צייט וואס מען ווארט צו זען ווי דער מענטש וועט זיך באלאנסירן. יעצט זע איך אייער מאן קומען אין שול לערנען, ער האט זיינע שיעורים קבועים, ער דאווענט ערליך און אלע האבן הנאה פון אים, ער העלפט די מוסד אזוי געטריי. איך האלט זייער פון אים, איך האב אים זייער ליב, מיר ווערן אלץ נענטער און נענטער.


חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן, זאלט איר זיצן אין די זייט ווען אייער מאן צינדט אן די הייליגע ליכט און דאנקען דעם אייבערשטן, זיצט מיט די קינדער און זאגט: "שכוח אייבערשטער".

#318 - פיר דיך שיין צו דיין ווייב
שלום בית, הדרכות, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך פלי יעצט אין די הימלען, איך פלי מיט אן עראפלאן; מיר זענען יעצט אויף א נסיעה צו מקומות הקדושים מיט א גרופע אינגעלייט מתפלל זיין פאר די גאנצע קהילה.


איך האף צום אייבערשטן אז דו פירסט זיך שיין צו דיין ווייב. דו האסט באקומען א מתנה פון הימל, דו האסט א נס; דו האסט באקומען א טייערע ווייב, זאלסטו אכטונג געבן אויף איר, זי זאל זיין ביי דיר דאס טייערסטע זאך, רעד צו איר ווייך און הארציג.


קום צו מיר מיט דיין ווייב, איך וויל ענק מדריך זיין, ענק לערנען ווי אזוי צו לעבן. בדרך כלל נעם איך אויף תלמידים יעדן זונטאג, זונטאג ארבעטן ענק נישט, זאלט איר קומען.


עס איז וויכטיג פאר א יונגע פארפאלק צו האבן הדרכה, עס נעמט א שטיק צייט ביז מען שטייט אויף די אייגענע פוס.


רוף מיר פרעגן אויב דו זאלסט קומען, פאר דו קומסט.

#317 - איין שיינע מעשה קען צוריק ברענגען א מענטש צום אייבערשטן
כיבוד אב ואם, שלום בית, התחזקות, משפחה, תשובה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן די בריוו פון דיר און דיין ווייב.


עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן וואס איז געשען מיט איר מאמע, ווי זי פירט זיך השם ישמרינו.


דיר בעט איך זייער, זיי מחזק דיין ווייב, שטארק איר; זי דארף יעצט אסאך כח, איר מח קען דאס נישט דערהייבן. זאג איר אז זי קען ווייטער רעדן מיט איר מאמע, ווען זי רופט איר זאל זי איר דערציילן מעשיות פון די קינדער און מעשיות פון תפילה; מען קען נישט וויסן וואס איין שיינע מעשה קען יענעם כאפן ביים הארץ און צוריק ברענגען צום אייבערשטן.


אז עס שטערט נישט ענקער שלום בית זאלט איר ארייננעמען די געשוויסטער פאר שבתים, עס איז זייער א גרויסע מצוה; ווייל ווי ביטער ענק איז - איז זיי אסאך מער ביטער. איר זענט חתונה געהאט, איר האט אייער לעבן, זיי זענען נאך אליינס, זיי איז דאס אסאך שווערער.


זייט אייך נישט מייאש, בעט דעם אייבערשטן פאר איר און פאר אלע אידן; אלע זאלן תשובה טון, אלע זאלן צוריקקומען צו די דרך התורה.


ווייז דעם בריוו פאר דיין ווייב.

#316 - איך וויל אויסטיילן נאך ספרי תהלים פאר די תלמידות
סקול, תודה והודאה, שלום בית, תהלים, שנה ראשונה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


טו מיר א טובה, באשטעל מיר נאך הונדערט תהלים'ס פון די גרויסע תהלים. אויפ'ן דעקל לייג ארויף די ברסלב'ער קרוין און פון אונטן קריץ אריין די ווערטער: "א מתנה פון דער ראש ישיבה".


די הונדערט תהלים'ס וואס דו האסט באשטעלט - איז מיר שוין אויסגעגאנגען, איך דארף שוין נאך; עס קומען אריין כסדר פרישע תלמידות, אלע ווילן די שיינע תהילים.


עס איז דא נאך א זאך וואס איך וויל געבן פאר אלע תלמידות; דאס וועל איך שוין רעדן מיט דיר.


שטארק זיך מיט תודה והודאה, דאנק און לויב דעם אייבערשטן אויף די חסדים, חסד חנם, וואס ער האט געטון מיט דיר ביז יעצט – וועט קומען צו גיין נאך גרעסערע חסדים.


מאך פרייליך דיין ווייב; דאס איז יעצט אין דיין ערשטע יאר, שנה ראשונה - דאס וויכטיגסטע זאך, וויכטיגער פון אלעמען.

#315 - הער שוין אויף צו זיין אזוי קארג
שלום בית, פרנסה, מדות טובות, קאר, קארגשאפט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ברסלב, ליבערטי


וואס גייט דיר אן אז דיין ווייב האט געקויפט א קלייד פאר הונדערט דאלער? פארוואס דארפסטו איר אלץ פרעגן: "נישטא ביליגער?" פארוואס פארגונסטו איר נישט? וואלסט זיך געדארפט פרייען אז זי האט געטראפן א קלייד וואס זי האט ליב.


הער שוין אויף צו זיין קארג, אז דו ווילסט זיין קארג קענסטו דאס טון פאר דיר אליינס; קומענדיגע מאל דו וועסט ארויסנעמען א קאר, ווען דער דילער וועט דיר פארשלאגן נאך א פיטשעווקע פאר נאך אפאר דאלער יעדן חודש, זאלסטו זיך זאגן 'נישטא ביליגער?' 'פעלט דאס אויס?'


דיין ווייב זאלסטו אויסלויבן און אויסרומען, אזוי ווי דער רבי האט אונז געלערנט; דאס ברענגט שפע, דאס ברענגט אלעס גוטס. פרוביר דאס אויס וועסטו זען ווי עס וועט דיר נתרחב ווערן די פרנסה; ווי מער דו וועסט איר פרייליך מאכן, דו וועסט רעדן שיין צו איר, זי וועט נישט מורא האבן פון דיר - וועט זיך עפענען די שפע פון פרנסה.


 

#314 - וויינען איז א גוטע זאך נאר ווען עס איז פון פרייד
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, עצבות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תולדות, כו מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


זייט פרייליך, ווארפט ארויס די עצבות ומרירות; וויינען איז א גוטע זאך נאר ווען עס איז פון פרייד, אבער ווען מען וויינט פון עצבות און מרה שחורה איז עס א נישט גוטע זאך, עס איז סטרא אחרא.


הערט אויף וויינען, זייט נאר פרייליך; אז איר וועט זיין פרייליך וועט די שכינה רוען ביי אייך אין שטוב, אייער מאן וועט ליב האבן אהיים צו קומען; עס איז זייער נישט געשמאק פאר'ן מאן צו זען די ווייב וויינען.


 

#313 - דאנק דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע וואוילע ווייב
שלום בית, קאמפיוטער

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


פאלג דיין ווייב; אז זי וויל נישט דו זאלסט זיך לערנען קאמפיוטער און טעכנאלאגיע - זאלסטו דאס נישט טון.


דאנק און לויב דעם אייבערשטן אז דו האסט געטראפן אן ערליכע וואוילע ווייב, דאס איז א נס פון הימל; יעדע שידוך איז א נס מן השמים אבער דיין שידוך איז א נס שלא על פי טבע.


זיי מכבד דיין ווייב; זאג איר אז דו פרייסט זיך זייער אז זי היט דיר, זי וויל א וואוילע שטוב, זי וויל א שטוב אפגעשיידט פון די שרעקעדיגע גאס.


איך ליין אלע דיינע בריוו, שרייב מיר לכל הפחות איין מאל א וואך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#312 - פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, שווער און שוויגער, תשובה, מדות טובות, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז אמת אז מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער צום צווייטן און איר האט זייער גוט געטון אז איר האט זיך אויסגעשמועסט מיט אים וואס עס שטערט אייך, פארוואס ער זאגט פאר זיין מאמע פריוואטע זאכן. יעצט אז ער האט אייך איבערגעבעטן, ער האט חרטה אויף וואס ער האט געטון; ער האט נישט געכאפט וואס ער טוט, ער איז נאך צוגעוואוינט פון אלס קינד מיט אזא טעראר צו דערציילן יעדע אטעם פון לעבן - דארפט איר גיין ווייטער, איר דארפט אים מוחל זיין און אים מער נישט פארהאלטן.


איר מעגט אים מיטטיילן אייערע געפילן אז איר זענט פארשעמט פון זיין מאמע, זי קוקט יעצט אויף אייך וכו'; אבער האלטס אים מער נישט פאָר, ער איז נישט שולדיג, ער איז אויפגעוואקסן מיט א מורא'דיגע טעראר, ער ווערט יעצט צוביסליך צוגעוואוינט צו שטיין אויף די אייגענע פיס.


פארלייגט זיך אויף איין זאך, אויף שלום בית; לאזט נישט דעם שטן אריינקומען ביי אייך אין שטוב, נעמט אים נישט אריין ביי אייך אין הארץ, וועט איר זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות. אזוי ווי די הייליגע חכמים דערציילן פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי (שיר השירים רבה א, לא): א פארפאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי ווילן זיך גט'ן, היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאכנישט נפקד געווארן מיט קינדער, האט זיי רבי שמעון בר יוחאי געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה, ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין, האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן, וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.


דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריינלייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן אין שטוב, צו מארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז - האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!" זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר, זאג איך אייך צו אז איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער, אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.


אז איר וועט לייגן א געוויכט אויף שלום בית, איר וועט נעמען אייער מאן פאר די בעסטע זאך פון לעבן - וועט איר האבן קינדער דורות ישרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#311 - די ארבעט פונעם מאן איז נאר צו בארואיגן
קינדער, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויצא, ד' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב אז זי דארף נישט מורא האבן פון האבן אין שפיטאל.


בעט דעם אייבערשטן אלעס זאל אריבער גיין בנקל ובנחת. מוהרא"ש זאגט מען זאל לערנען די תורה אין לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ב, און זאגן די תפילה (לקוטי תפילות חלק ב', סימן ב) דאס איז מסוגל להולדה.


די ארבעט פונעם מאן איז נאר בארואיגן; ווי אזוי בארואיגט מען? ווען מען רעדט דבורי אמונה, מען זאגט: "דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער היט אונז, דער אייבערשטער איז מיט אונז"; יעדעס ווארט אמונה נעמט אוועק אלע שרעק און נארישע פחדים.


איך ווארט צו הערן גוטע בשורות.

#310 - ס'איז געשמאק צו ליינען פרייליכע און פאזיטיווע בריוו
שמחה, שלום בית, הצלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר וזוגתו מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב זייער הנאה צו ליינען ענקערע בריוו; איך באקום צענדליגער און הונדערטער בריוו יעדן טאג באזונדער, יעדער מיט פראבלעמען, צרות און יסורים, אבער אזעלכע בריוו וואס איר שרייבט – דאס איז א זעלטנהייט. אייערע בריוו איז זיס צו ליינען; אזוי פאזעטיוו, אזוי שיין, פול מיט דאנקבארקייט; איך יאג זיך צו ליינען ענקערע בריוו, עס געבט כח ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט.


דער אייבערשטער זאל ענק בענטשן איר זאלט זיך שטענדיג ליב האבן, איר זאלט זיך שטענדיג אויסקומען, לעבן מיט שלום און ליבשאפט און האבן נחת פון די קינדער.


בנוגע וואס דיין ווייב זאגט, זי וויל נישט דו זאלסט זיין אן הצלה מאן, זי וויל האבן א שבת טיש, זי וויל נישט א שבת טיש מיט א טעלעפאן און רעדיאו; זי זאגט גוט, זי איז גערעכט; איך וועל נאך רעדן מיט ענק פנים בפנים.

#309 - בעט איבער דיין ווייב, זאג איר צו אז דו וועסט מער נישט גיין אויף ברסלב
תפילה והתבודדות, שלום בית, חסידות ברסלב, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ' מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין ווייטאגליכער בריוו.


זעט אויס אז דיין ווייב האט געהערט זייער שלעכטע זאכן אויף ברסלב בכלל און אויף היכל הקודש בפרט; זי ציטערט אז דו ביסט פארכאפט אין א שלעכטע פלאץ - דעריבער סטראשעט זי און זי גייט נישט וכו', דאס מאכט איר זאלט נישט האבן קיין שלום בית.


דיר זאג איך אז זי איז א וואוילע פרוי, זי איז נישט שלעכט, זי האט פשוט מורא צו לעבן מיט דיר ווייל דו ביסט אנגעקומען צו א קולט. דעריבער זאלסטו אויפהערן דאווענען אין ברסלב, גיי מער נישט צו די שיעורים, טו אלעס אויף דער וועלט אבי דו זאלסט צוריק האבן דיין שטוב; דו קענסט זיך ווייטער פירן מיט'ן רבינ'ס עצות, רעד צום אייבערשטן, זיי זיך מחי' מיט די גוטע זאכן וואס דו ביסט זוכה צו טון, לערן ווייטער דיינע שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה; אין קורצע ווערטער, דו דארפסט גארנישט אפלאזן, סך הכל זאלסטו נישט קומען מער דאווענען אין ברסלב, זיך נישט רייצן מיט איר, כדי אז דיין משפחה זאל נישט צעפאלן.


וואס קענען מיר טון אז מיר זענען אזוי פארשעמט... יעצט וועסטו שוין פארשטיין וואס איז געווען פשט ווען רבי נתן זכרונו לברכה האט געפונען דעם רבי'ן וויינען האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "פארוואס וויינט דער רבי?" זאגט אים דער רבי: "מען זאגט אויף מיר אז איך בין כת ...", רבי נתן זאגט: "איך האב נישט פארשטאנען פארוואס דער רבי וויינט; איז וואס? האט יענער געזאגט דו ביסט כת ..., וועם גייט אן וואס דער זאגט, וואס יענער זאגט?" אבער שפעטער ווען רבי נתן האט אזוי שטארק געארבעט אריינצוברענגען די עצות פון רבי'ן, די וועג פון רבי'ן - אין די וועלט, און מענטשן האבן נישט געוואלט הערן פון רבי'ן צוליב די אלע לשון הרע'ס, האט רבי נתן געזאגט: "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס דער רבי האט געוויינט אז מען זאגט אויף אים די לשון הרע'ס".


יעצט ווען דיין ווייב גייט נישט וכו', זי וויל מער נישט האבן מיט דיר, שוין לאנגע וואכן וואס איר זענט צעטיילט שטילערהייט רחמנא לצלן; וואס איז דיין חטא, אז דו גייסט שבת הערן חיזוק אויף גיין דאווענען די דריי תפילות מיט מנין? חיזוק אויף האבן אן ערליכע לעבן? חיזוק אויף שלום בית? - זאלסטו איר נאכגעבן, זאלסט איר נישט וויי טון, זאלסט איר פארשטיין; זי האט אויסגעהערט לשון הרע, יעצט קענסטו גארנישט טון, יעצט דארפסטו טון רצון השם, דעם ווילן פונעם אייבערשטן; איר איבערבעטן און צוזאגן אז דו גייסט מער נישט גיין קיין ברסלב.


דעם רבינ'ס לימוד איז א לימוד וואס איז נישט תופס מקום. דער רבי האט דערציילט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קסב) עס איז געווען אין די צייטן פונעם גרויסן מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו - א רייכער מענטש, א יחסן, ער האט געשטאמט פון א חשוב'ער משפחה, ער איז געווען א מתנגד אויפ'ן הייליגן מגיד; דער מגיד האט זייער געבעטן זיינע מענטשן זיי זאלן מקרב זיין דעם איד צו אים, ווען דער איד איז מקורב געווארן איז ער געווארן אן ארעמאן, האט דער מגיד געזאגט: "שֶׁאֵלּוּ שְׁנֵיהֶם אִי אֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיוּ בְּמָקוֹם אֶחָד", תּוֹרָה וּגְדֻלָּה גייט נישט אינאיינעם, "הָרוֹצֶה לְהַחְכִּים יַדְרִים, לְהַעֲשִׁיר יַצְפִּין", ווייל ווער עס וויל ווערן קלוג זאל זיך ציען קיין דרום, און ווער עס וויל זיין רייך זאל גיין קיין צפון, קען מען נישט זיין אויף איינמאל אין איין פלאץ.


זאגט אבער דער רבי, דאס איז ווען דער מענטש וויל עפעס, ווען דער מענטש איז עפעס, ער איז א מציאות; אזא איינער קען נאר זיין אדער דא אדער דארט, אבער ווען מען איז זיך אינגאנצן מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען איז גארנישט - דעמאלט קען מען יא האבן ביידע זאכן, סיי חכמה און סיי עשירות, אזוי ווי מיר זעען ביי די גרויסע צדיקים, משה רבינו און רבינו הקדוש, זיי האבן געהאט די גרעסטע מאס חכמה און די גרעסטע עשירות.


דאס איז דער לימוד פון רבי'ן, דער רבי איז נישט תופס מקום, דער רבי איז די בחינה פון (מגילה י:): "מקום ארון אינו מן המדה"; עס איז נישט קיין חסידות וואו איך דארף זיין דא, איך דארף זיין דארט, דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי ווייזט אונז א וועג ווי צו לעבן, חכמת החיים, זיין דא אין דעם עולם השפל - און זיין אויבן ביים אייבערשטן; זיין חתונה געהאט, האבן א ווייב, האבן קינדער, ברענגען פרנסה, זיין אויסגעמישט מיט משפחה, טאטע מאמע, שווער און שוויגער - און אין די זעלבע צייט איז דער קאפ ביים אייבערשטן.


אזוי אויך אין לימוד התורה; דער רבי האט א וועג ווי אזוי יעדער איינער קען זוכה זיין צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה מרישא ועד גמירא (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אפילו פשוט'ע מענטשן, קליינטשיגע מענטשן, אז מען כאפט ארויס צייט אינמיטן די ארבעט, ווען מען האט אפאר מינוט נעמט מען א ספר; א משניות, א גמרא, א מדרש, א זוהר און אזוי ווייטער, מען לערנט בלי הבנה, מען זאגט די ווערטער - דאס אלעס קען יעדער איינער טון, אפילו ווען די ווייב וויל נישט האבן און הערן פון ברסלב.


איך בעט דיר זייער, קריג זיך נישט; טענה זיך נישט מיט איר, זוך נישט צו זיין גערעכט. אז זי איז שוין אזוי פאר'עקשנ'ט אז זי גייט נישט פאר לאנגע וואכן וכו' - איז דאס אן איינגעגעסענע זאך, זאלסטו איר נאר איבערבעטן און געבן גוטע ווערטער. געדענק וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רב) מען דארף געבן אסאך כבוד פאר די ווייב, ווייל ווי מער א מענטש איז בקטנות הדעת - אלץ מער דארף מען געבן כבוד און לאזן זיין גערעכט.


דו גיי צום אייבערשטן, גיי התבודדות; גיי וויין צום אייבערשטן ער זאל דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט גארנישט וועלן נאר אים. בעט דעם אייבערשטן אז דו ווילסט זיין אן ערליכער איד, דערצייל דעם אייבערשטן וואס גייט אויף דיר אריבער, ווי דער יצר הרע האט דיר שוין לאנגע יארן פארכאפט, און יעצט האסטו געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, עס איז דיר ליכטיג געווארן, דו האסט אנגעהויבן לעבן, האסט אנגעהויבן שפירן ווי דו ביסט ווערד ביים אייבערשטן, און יעצט האסטו אזא מניעה אז דיין ווייב וויל בשום אין אופן ווייטער לעבן מיט דיר אויב דו בלייבסט א ברסלב'ער; בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן, דיר מקרב זיין צו אים; באנוץ זיך מיט די עצה פון התבודדות, גיי שפאצירן אין א ליידיגע פלאץ, א ליידיגע גאס, שמועס זיך אויס דיין הארץ - וועסטו זען גרויסע ניסים.


איך האב דיר נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף לויפן צו די בחורים, זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#308 - מאן און ווייב דארפן זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תהלים, רעדן

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב אייך שוין געשריבן און געזאגט מערערע מאל, אויב איז דא זאכן וואס שטערט אייך פון אייער מאן - דארפט איר דאס אויסשמועסן מיט אים. מאן און ווייב זענען שותפים אין לעבן; ביי שותפות דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


עס זענען דא וואס האלטן זיך צוריק פון רעדן און זיין אפן ווען עפעס באדערט מיט די טענה אז נאכן רעדן ווערט צעשטערט די רואיגקייט, מען ווערט אביסל אנטוישט איינער אויפ'ן צווייטן; דאס איז נישט גערעכט, ווייל אזוי ווי ווען מען האט אן אינפעקשן גייט מען צום דאקטער, דער דאקטער פלאצט אויף דעם וואונד, עס רינט ארויס די אייטער און בלוט; עס זעט אויס שרעקעדיג, עס איז נישט בא'טעמ'ט - אבער דאס איז די רפואה, אז די אייטער און שמוץ זאל ארויסגיין. וועט איינער זאגן: "איך גיי נישט צום דאקטער, איך וויל נישט זען די אייטער און בלוט"? וועט איינער טראכטן נישט אויפצועפענען די וואונד ווייל עס טוט וויי? מען קען דאך אינגאנצן פאר'סמ'ט ווערן השם ישמרינו! אזוי איז ביי מאן און ווייב, מען מוז עפענען דעם וואונד, אפילו עס טוט וויי.


אז מען האט זאכן צו שמועסן דארף מען דאס דורכרעדן און אז מען רעדט עס דורך איינמאל און נאכאמאל, מען זאגט פאר'ן מאן: "דאס טוט מיר וויי, דאס שטערט מיר", און דער מאן ענטפערט: "מיר טוט וויי עפעס אנדערש", - ווייסט מען ווי אזוי אכטונג צו געבן איינער אויפ'ן צווייטן, אבער אז מען רעדט נישט, מען עסט זיך אויף פון אינעווייניג - איז נישט גוט, די גאנצע ליבשאפט גייט אוועק.


נאך א וויכטיגע כלל אין שלום בית; אז דער מאן האט א פארקערטע נאטור פון די ווייב און דאס שטערט פאר די ווייב, צום ביישפיל, אז דער מאן איז א שטייטער און די פרוי איז מער שנעל, מער שארף, און זי ווערט נערוועז פון זיין שטייטקייט - איז דאס איר פראבלעם, נישט זיין פראבלעם; די פרוי האט צוויי ברירות, אדער זיך אויפעסן און חוזק מאכן צו אירע געשוויסטער אדער חבר'טעס פון איר מאן און לעבן יענע סארט לעבן השם ישמרינו, אדער זיך איינבייגן דעם קאפ פאר'ן אייבערשטן, אנערקענען אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און נישט אלעס מוז זיין ווי איך וויל; זוכן די וועג ווי אזוי זיך צוגעוואוינען לעבן מיט א שטייטע מענטש.


אדער צום ביישפיל, דער מאן איז א נישט מסודר'דיגער און די ווייב איז א פונקטליכע - איז דאס נישט זיין פראבלעם; זי האט א פראבלעם, זי מיינט אז אלע מענטשן דארפן זיין לויט איר פונקטליכקייט, לויט איר ריינקייט וכו'. אנשטאט וויינען אויפ'ן מאן - זאל זי וויינען אויף איר צרה, זי זאל ארויסקריכן פון די וועג וואס זי לעבט אז אלע דארפן זיין אזוי ווי איר.


אבער אז מען ווערט וויי געטון איינער פון צווייטן - דאס מוז ווערן דורכגערעדט, אדער חס ושלום האבן א פחד איינער פון צווייטן - דאס טאר נישט זיין; ווען מען רעכנט זיך נישט מיט'ן צווייטנ'ס געפילן, מען מאכט יענעם אוועק, מען טוט וויי יענעם - דארף מען זיין אפן איינער מיט'ן צווייטן.


בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אייך אין שטוב, זאגט אביסל תהילים יעדן טאג און פלעכטס אריין צווישן די פסוקים אייגענע ווערטער, זאגט ארויס דעם אייבערשטן וואס דרוקט אייך אויפ'ן הארץ - וועט איר זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#307 - מען דארף זיך דורך רעדן, נישט סטראשען
שלום בית, עונשים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, י"ט מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


דאס וואס איר טוט איז א גרויסע עבירה  איר סטראשעט אייער מאן מיט נישט גיין וכו' - דאס איז נישט קיין קינדער שפיל, עס איז א גרויסע עבירה און א גרויסע סכנה.


אז מען האט זאכן וואס שטערט - דארף מען זיך דורך רעדן, נישט סטראשען; דער אייבערשטער באצאלט א גרויסע שטראף.

#306 - מען קען נישט וואוינען אין א שלעכטע דירה
שלום בית, שטעטל, דירה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זע צו דינגען א צווייטע דירה, מען קען נישט וואוינען אין א דירה סרוחה; אז עס גייט א גערוך – איז דאס נישט קיין דירה, ובנוסף, אז דער לענדלער קומט און שטערט – איז נישט ווערד דארט צו וואוינען.


די צווייטע פראגע, אויב דו זאלסט זיך ציען אין שטעטל; דאס האט מיט ענק, אויף דעם ענטפער איך נישט. זייט זיך מתבודד, בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר ווייזן דיין פלאץ וואו דו זאלסט וואוינען.


זע צו העלפן אין שטוב; אין די חדשים וכו', דארף מען זיין מער פארזיכטיג נישט צו אויסמוטשען די ווייב וד"ל.


 

#305 - דארפסט דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב
קינדער, שלום בית, שערן די האר, פרנסה, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וירא, י"ד מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


וויפיל דארפסטו לויבן דעם אייבערשטן אז דו האסט א ווייב; אן ערליכע, א וואוילע, א צדקת; זי האט זיך אפגעשוירן איר האר.


לעצטנס ווערט מער און מער איינגעריסן ביים היימישן ערליכען עולם אז מען שערט זיך נישט די האר, עלטערן זענען אזוי צעבראכן צוקוקענדיג ווי די אייגענע קינדער גייען אוועק פון די ערליכע וועג, פון קדושה וטהרה. אז דיין ווייב שערט זיך דארפסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט אן ערליכע שטוב, און בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן אז דיינע קינדער און אייניקלעך זאלן בלייבן ביי די ערליכע איידעלע וועג.


א סגולה פאר עשירות, רעד שיין און ווייך צו דיין ווייב; אויב דו וועסט קיינמאל נישט וויי טון דיין ווייב, דו וועסט איר מכבד זיין – וועסטו זיין א גרויסער עושר.

#304 - אז איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער
קינדער, שלום בית, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת חיי שרה, י"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס וואס דער דאקטער דערשרעקט, ער זעט א ווייסע פינטל אין הארץ, ער זאגט אז עס קומט א נישט געזונטע קינד, איר בעט איך זאל אייך צוזאגן א געזונט קינד; איך קען נישט צוזאגן, איך קען אייך נאר זאגן אזויפיל, אז אויב איר וועט זיך ליב האבן, איר וועט ביידע ארבעטן אויף שלום, איר וועט זיך נישט וויי טון - וועט איר האבן נאר געזונטע קינדער.


זאגט יעדן טאג שמות הצדיקים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", אז מען זאגט די נעמען פון צדיקים קען מען טוישן די טבע; דעריבער זאגט מוהרא"ש, מען זאל אין די טעג, אין די חדשים - זאגן די נעמען פון צדיקים און בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א געזונט קינד.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#303 - נאך דיין ביטערע דורכגאנג, דארפסטו זיך שטארקן אנצוגיין ווייטער
קינדער, צרות, אמונה, שלום בית, התחזקות, נסיונות, ניחום אבלים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברוך דיין האמת, המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים.


שטארק זיך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, האב נישט קיין קשיות און קיין תרעומות חס ושלום אויפ'ן אייבערשטן.


מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט, מיר ווייסן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט בצדק ובמשפט. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן נב) דאס וואס מיר פארשטייען נישט דרכי המקום - דאס איז די גרויסקייט פונעם אייבערשטן, וואלטן מיר אלעס פארשטאנען - וואלט געווען כביכול די שכל פונעם אייבערשטן אזוי ווי אונזער שכל; מיר פארשטייען נישט דרכי המקום, מיר גלייבן באמונה שלימה אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אלעס איז בהשגחה, און מען דארף שטענדיג חזר'ן דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא", אלעס וואס דער אייבערשטער טוט, איז מיט א פונקטליכער חשבון.


איך האב געהערט פון אנשי שלומינו, עס איז געווען א צייט ביי מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז אריבער שרעקליכע ביטערע יסורים אין לעבן, האט מוהרא"ש געהאט אויפגעשריבן אויף א פאפיר אויפ'ן טיש אין גרויסע ווערטער דעם פסוק (דברים לב, ד): "הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ, כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל, צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא"; דאס האט מוהרא"ש געהאלטן פאר זיינע אויגן און דאס גע'חזר'ט: "דער אייבערשטער איז גערעכט, אלעס וואס ער טוט איז מיט גערעכטיגקייט, דער אייבערשטער איז באגלייבט, נישטא קיין גרייזן".


יעצט דארפסטו זיך אהער שטעלן מיט אלע כוחות צו זיין א טאטע פאר דיינע קינדער און א שטארקער מאן פאר דיין ווייב; באלד מאכסטו חתונה, דארפסטו טוישן די שטומע אין שטוב. אז דו ווילסט וויינען זאלסטו זיך באהאלטן; אז עס ווערט דיר שווער, דו דערמאנסט זיך פון דיין טייערע יונגע נשמה'לע וואס איז נפטר געווארן אזוי יונג, אזוי ריין - זאלסטו גיין אין די זייט וויינען; אין געגנווארט פון די קינדער זאלסטו זיין פרייליך.


אזוי אויך, ווען דיין ווייב וויינט זאלסטו איר שטארקן און זאגן: "מיר האבן נישט פארלוירן אונזער קינד, אונזער קינד איז אויבן אין גן עדן, מיר וועלן זיך שפעטער טרעפן מיט אים"; ביי אידן איז נישטא פארלוירן, ביי אידן איז דא די וועלט און נאך א וועלט, מען גייט אוועק פון די וועלט און מען גייט צום צווייטן וועלט, איינער גייט פריער און איינער גייט שפעטער; דיין זון איז אין גן עדן, דער אייבערשטער לערנט מיט אים תורה.


די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (אותיות דרבי עקיבא נוסח א, אות א): "בְּכָל יוֹם וָיוֹם יוֹשֵׁב מַטַ"ט שָׁלֹשׁ שָׁעוֹת בִּשְׁמֵי מָרוֹם", יעדן טאג זיצט דער גרויסער מלאך מט"ט אין הימל, "וְכוֹנֵס אֶת כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁל עֻבָּרִין שֶׁמֵּתוּ בִּמְעֵי אִמָּן", ער נעמט צוזאמען אלע קינדער וואס זענען געשטארבן אין די מאמע נאך פאר'ן געבוירן ווערן, "וְשֶׁל יוֹנְקֵי שָׁדַיִם שֶׁמֵּתוּ עַל שְׁדֵי אִמָּן", און ער נעמט צוזאמען די אלע נשמות פון די זייגעדיגע קינדער וואס זענען געשטארבן קליינערהייט, "וְשֶׁל תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן שֶׁמֵּתוּ עַל חוּמְשֵׁי תוֹרָה", און ער נעמט צוזאמען די קליינע קינדער וואס הייבן אן גיין אין חדר, "וּמֵבִיא אוֹתָן תַּחַת כִּסֵּא הַכָּבוֹד, [...] וּמְלַמְּדָן תּוֹרָה וְחָכְמָה, הַגָּדָה וּשְׁמוּעָה, וּמְסַיֵּם לָהֶן סֵפֶר תּוֹרָה", ער נעמט זיי צאם אונטער דעם כסא הכבוד פונעם אייבערשטן און לערנט מיט זיי תורה, ער ענדיגט מיט זיי די גאנצע תורה.


איך בעט דיר זייער, זיי שטארק און שטארק דיין גאנצע משפחה.