בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#124 - זוכה זיין ארויסצוגיין פון די מאוויס
מאוויס, אידישע שטוב, חודש אלול

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך ווייס אז קוקן מאוויס איז א שרעקליכע זאך פון וואס מען קען זיך נישט אפשיידן, מען ווערט צו דעם צוגעקלעבט השם ישמרינו, און וויפיל מען פרובירט זיך אפצוטיילן דערפון – גייט עס נישט.


דאך זאלט איר זיך נישט מייאש זיין, בעטס דעם אייבערשטן טאג טעגליך, בפרט יעצט חודש אלול, א חודש פון רחמים, א חודש פון נאנטקייט צום אייבערשטן – קען מען אלעס אויסבעטן, אפילו אזעלכע שווערע זאכן.


איך האב אייך שוין געשריבן כמה וכמה תפילות, הלוואי זאלט איר נעמען די אלע בריוו מיט די אלע שיינע תפילות און דאס נאכאמאל ליינען און בעטן די אלע תפילות, ביז איר וועט זוכה זיין ארויסצוגיין פון די מאוויס, איר וועט נאר זען אלקות, געטליכקייט.

#123 - אויפגעגעבן די באקוועמע טעלעפאן
סמארטפאון, אידישע שטוב, אמונת חכמים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ו מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער אז איר האט אויפגעגעבן די סמארטפאון, אזוי וועט איר קענען זיין א פרייליכערע מאמע און געבן די גאנצע הארץ, צייט און מח פאר די קינדער.


בזכות וואס איר האט געטון די שווערע זאך פון אויפגעבן א טעלעפאן וואס איז גאר באקוועם, איר האט בוחר געווען צו פאלגן די צדיקים, די רבנים וואס זאגן אונז וואס איז ריכטיג, וועט איר זוכה זיין צו ערליכע דורות, קינדער און אייניקלעך וואס וועלן זיין ערליכע אידן.


(ווען מיינע עלטער זיידעס זענען אהיים געקומען פון די צווייטע וועלט מלחמה, זענען א טייל פון זייערע קינדער געגאנגען צו צדיקים, זיי האבן געפאלגט די צדיקים, וואס די צדיקים האבן געזאגט האבן זיי געטון; נישט טעלעוויזשן - איז נישט, נישט ראדיו - איז נישט; די אלע האבן איבערגעלאזט ערליכע דורות, די אנדערע קינדער וואס האבן פארשטאנען אז מען דארף נישט אלעס טון וואס דער רב זאגט, מען קען בלייבן א חסיד מיט טעלעוויזשן וכו' וכו' - די אלע האבן נישט קיין דורות השם ירחם).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#122 - די אייגענע קינדער גייען א גאנג
חינוך הילדים, אומאן, טעלעפאן, אידישע שטוב, אינטערנעט, ווידיאו

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מען טאר נישט האבן אין שטוב קיין שום זאך וואס מען קען קוקן אויף דעם ווידיאו, מאוויס, קליפס; צענדליגער שטיבער זענען שוין ליידער חרוב געווארן פון דעם וואס מען האט אריינגעברענגט אין שטוב א קאמפיוטער, טעבלעט, אייפאד, אייפעד וכו' וכו'; די אייגענע קינדער זענען געגאנגען א גאנג דורכדעם וואס די עלטערן האבן זיך געהאלטן קלוגער פון די רבנים.


מען טאר נישט האבן אין שטוב די כלים וואס זענען זיך מתחבר צום אינטערנעט, עס רייסט ארויס יעדעס ברעקל יראת שמים, עס קילט אפ די אמונה, עס איז גורם אז די גאנצע שטוב זאל צעפאלן ווערן, און צום סוף פאלט מען אראפ אין זייער א טיפע אפגרינד. איך בעט דיר זייער, מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, פאלג מיך, פאלג מוהרא"ש, פאלג די צדיקים, זיי נישט קיין אויבער חכם וואס דו וועסט דערנאך אליין דערלייגן, טראג ארויס פון דיין שטוב אלע כלים וואס מען קען מחבר זיין צום אינטערנעט, און וואס מען קען זען מאוויס; די כלים רייסן אויס יעדעס פינטעלע יראת שמים.


איך וועל דיר דערציילן, אז ווען מיר האבן געעפנט די חדר האבן מיר נישט געוואוסט די הארבקייט פון ווייזן פאר קינדער קליפס, אמאל האט דער מנהל געוויזן פאר די קינדער א קליפ, (נישט דער מנהל פון יעצט, דעמאלט איז געווען א בחור דער מנהל), פארוואס האט ער דאס געטון? ווייל מיר האבן נישט געהאט קיין פלאץ וואו צו שפילן, מען פלעגט גיין יעדע מיטאג אין גאס שפילן, און דעמאלט, יענע טאג - האט גערעגנט, און די קינדער האבן געטאנצן אויף דעם מנהל'ס קאפ, האט ער געטראכט ער וועט זיי ווייזן עפעס א קליפ, און מוהרא"ש האט זיך פון דעם דערוויסט, און מוהרא"ש האט אונז געשריבן א שארפע בריוו מיר זאלן אראפנעמען זיין נאמען פון די חדר, ער וויל נישט עס זאל שטיין מער אויף אונזער חדר "בנשיאות מוהרא"ש שליט"א", נאר אויב מיר נעמען זיך פאר אז מיר וועלן מער נישט ווייזן פאר קינדער קיין קליפס, נאר אזוי קען מען לאזן זיין נאמען, (פארשטייט זיך אז מיר האבן זיך דאס מקבל געווען און דער נאמען פון מוהרא"ש איז געבליבן).


מען טאר נישט ווייזן פאר קינדער קיין שום ווידיאו, מאווי, אדער קליפ; א קינד טאר נישט קוקן קיין שום זאך אויפן קאמפיוטער, טעלעפאן, אייפאד, אייפעד וכדומה, א קינד'ס מח פארנעמט גאר אנדערש ווען ער קוקט אויפן סקרין, ווי אן ערוואקסענער מענטש; אפילו כשר'ע זאכן, למשל פארשטעלונגען, אדער קליפס וואס היימישע ארגאניזאציעס שטעלן ארויס פאר צאמנעמען געלט; דאס אלעס איז גוט פאר ערוואקסענע מענטשן, אבער נישט פאר קינדער. זייער מח קען דאס נישט נעמען, זיי בלייבן פאר'מח'ט און פאר'חלומ'ט נאכן קוקן אויפן סקרין, און נאכדעם קומען זיי אין חדר אן א קאפ, די מלמדים זעען גלייך אויף א קינד צי ביי זיי אין שטוב איז דא א קאמפיוטער.


איך בעט דיר מאך נישט חוזק פון די גדרים וסייגים, ווייל די אלע וואס מאכן חוזק פון די רבנים וואס האבן דאס גע'אסר'ט, די מאכן חוזק פון זיך אליין; שלמה המלך זאגט (משלי ט, יב): "אִם חָכַמְתָּ חָכַמְתָּ לָּךְ, וְלַצְתָּ לְבַדְּךָ תִשָּׂא", אויב ביסטו קלוג - ביסטו קלוג פאר דיר, און אויב מאכסטו ליצנות, מאכסטו נאר פאר דיר אליין ליצנות; דאס זאלסטו גוט ארייננעמען אין דיין קאפ: "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליין; אז א מענטש פאלגט וואס צדיקים זאגן, וואס ערליכע אידן זאגן, טוט ער פאר קיינעם נישט קיין טובה, נאר פאר זיך אליין, ער וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. און ווען א מענטש מאכט ליצנות פון די ווערטער פון א צדיק - מאכט ער פון זיך ליצנות, נישט פונעם צדיק".


מיר גרייטן זיך שוין צו אונזער נסיעה קיין אומאן, צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה, אין זעקס און דרייסיג טעג פארן מיר קיין אומאן, איך פריי זיך אז מיר פארן מיט א טשארטער, אזוי וועלן די קינדער זיין אויפן וועג אפגעהיטן פון קוקן מאוויס. איך בעט אלע וואס פארן מיט גרופעס זאלן אכטונג געבן אויף די קינדער, און אויב דו זיצט אין ביזנעס קלאס - זאלסטו נישט לאזן דיינע קינדער אויף הפקר; אדער זאלסטו זיי מיט נעמען, אדער זאלסטו זיי לייגן נעבן אן ערליכער מענטש וואס וועט אכטונג געבן אויף זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#121 - קענסט בלייבן ביי די חסידות פון דיין משפחה
התחזקות, עבודת השם, פרנסה, אידישע שטוב, חומרות

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת ואתחנן, נחמו, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלט דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' איז וויליג ווייטער דיר העלפן דעקן די הוצאות, זי וויל ארבעטן און ברענגען פרנסה אז דו זאלט קענען בלייבן ביים לערנען – איז בכלל נישט קיין פראגע, אוודאי זאלסטו בלייבן ביים לערנען.


פארגעס נישט צו געבן גוטע ווערטער אין שטוב, לויב אויס דיין ווייב, דאס וועט מאכן רוען די שכינה ביי ענק.


דאס וואס דו שפירסט טעם מיתה אין דיין עבודת השם; עס איז כדאי דו זאלסט לערנען די מעשה פונעם רב ובן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), ווי דער רבי דערציילט ווי ער האט אלץ געפילט א חסרון, ער האט געשפירט ווי עס פעלט אים עפעס, דער זון דער למדן האט נישט געשפירט קיין טעם אין זיין עבודת השם, ווייל אנעם צדיק איז אלץ כלומר'יש, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קיא), עבודת השם אן התקרבות צום צדיק איז געמאכט, אן שמחה, אן סיפוק; על כן זאלסטו אנהויבן פאלגן די עצות פון רבי'ן, דאס איז התקרבות; דארפסט קיינעם נישט דערציילן, קענסט בלייבן ביי די חסידות וואו ענקער משפחה געהערט, און מאך זיך א שיעור אין די שיחות פון רבי'ן, און זיי מקיים די שיחות, די עצות, בעיקר די עצה פון התבודדות, זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, ווי מען רעדט צו א גוטער פריינד.


אויך די עצה פון לערנען אסאך און שנעל; דאס הייסט, אויסער דיינע שיעורים וואס דו לערנסט אין חושן משפט וכו', זאלסטו זיך מאכן שיעורים אין תנ"ך, משניות, גמרא – בבלי ירושלמי, תוספתא, רמב"ם טור שלחן ערוך, אלע מדרשים, לערן עס באופן גירסא, ווער נישט אונטערדרוקט אז דו פארשטייסט נישט, נאר זאג די ווערטער מיט חיות בקול.


אויך די עצה פון זיך פרייען מיט יעדע מצוה, מיט יעדע גוטע זאך; וועסטו אנהויבן שפירן א טעם אין לעבן.


אויך זאלסטו אוועק ווארפן אלע חומרות ופרישות, שטותים ודמיונות באצטלותא דמלאכים, לעב מיט דיין ווייב ווי די תורה זאגט, טוט נישט מעשה זמרי און עקט"ן ווי א פנחס, כידוע לכל הנסיון של דורינו, שכל בני כולל חושבים שהם בבחינת ואתה פה עמוד עמדי רחמנא לצלן, ואחר כך נופלים לעבירות רחמנא לצלן.

#120 - זיך פירן בצניעות, וועלן די קינדער שלאפן רואיג
צניעות, מאוויס, אידישע שטוב, חלומות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס אייערע קינדער גייען אריבער שרעקעדיגע חלומות וכו'; דאס ווייזט מען אייך פון הימל אז מען דארף זיך פירן בצניעות אין שטוב. ווייל דער רבי זאגט (ספר המדות אות חלום, סימן ג): "הַצָּנוּעַ בְּבֵית הַכִּסֵּא", דער וואס פירט זיך איידל, אפילו אין בית הכסא, "חֲלוֹמוֹתָיו מְיֻשָּׁבִין עָלָיו", האט ער רואיגע חלומות; ווייל דער וואס פירט זיך איידל, דער איז אפגעהיטן פון די שדים וואס קומען אין חלום דערשרעקן.


מאכט זיך א חשבון הנפש, מען זאל זיך פירן איידל אין שטוב, גיין אנגעטון איידל, און ווארפט ארויס די עקלדיגע מאוויס, די מאוויס פילן אן די שטוב מיט שדים, קליפות און רוחות רעות; וועלן אלע קינדער שלאפן רואיג, קיינער וועט נישט ליידן פון די מזיקים.

#119 - וואו פרעגסטו דיינע שאלות?
שאלות, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך פרעג כסדר דעם דיין שליט"א אויב די אינגעלייט קומען פרעגן שאלות, אויב אלע היטן הלכות וכו'. דער דיין זאגט מיר אלץ, אלע קומען פרעגן, אלע זענען ערליך; ער לויבט מיר כסדר אויס די אינגעלייט פון שטעטל ווי אלע היטן הלכות מיט קדושה וטהרה.


יעצט האט מיר דער דיין געזאגט, ער האט אריינגעטראכט אז דו קומסט נישט פרעגן קיין שאלות, האסט אים נאך קיינמאל נישט געפרעגט קיין שאלה, דאס איז מיר א שטיקל וואונדער, אז דו וואוינסט שוין דא א שיינע שטיק צייט און דו ביסט נאך נישט געקומען פרעגן קיין איין מאל א שאלה.


איך האף צום אייבערשטן אז דו היטסט הלכות, וואלטן מיר געוואוינט אין א שטאט מיט נאך דיינים וואלט איך געטראכט זיכער פרעגסטו דיינע שאלות ביי א דיין, מן הסתם גייסטו צו אן אנדערער דיין, אבער דא אין שטעטל ווען עס איז נישטא נאך דיינים - איז וואו פרעגסטו דיינע שאלות?!


אז מען היט הלכות האט מען געזונטע קינדער און אז מען היט נישט קיין הלכות, מען היט נישט טהרת המשפחה - איז געפערליך געפערליך. וויל איך דיך מחזק זיין זאלסט פרעגן דיינע שאלות ביים דיין, זאלסט היטן הלכות, דיין שטוב זאל זיין געבויט אויף די תורה הקדושה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן
תודה והודאה, טעלעפאן, אידישע שטוב, חתונה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ה' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען עס איז דיין יום החתונה דארפסטו זיך דערמאנען די חסדים פונעם אייבערשטן. דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה יג), ווי די חתן כלה האבן זיך דערמאנט די חסדים פונעם אייבערשטן, ווי זיי זענען געווען א בחור און מיידל פארלוירן אין וואלד און נישט געהאט עסן, און ווי דער אייבערשטער האט אויף זיי רחמנות געהאט און זיי געשיקט די בעטלערס וכו'; אזוי אויך זאלסטו זיך דערמאנען די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, ביסט געווען איינער אליין אין א טונקעלע וואלד, היימלאז וכו', און היינט האסטו א משפחה, א ווייב מיט קינדער.


מוהרא"ש האט געזאגט פאר די אינגעלייט זאלן זאגן הלל אן א ברכה אין די טאג פון די חתונה, ווייל יעדע יאר וואס גייט אריבער און עס קומט אן די טאג פון ווען מען האט חתונה געהאט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים.


מיין יום החתונה איז ראש חודש כסליו, קען איך זאגן הלל בשם ומלכות אויף די גרויסע חסדים.


איך פריי זיך זייער אז דו ברענגסט נישט אהיים די טעלעפאן, טעבלעט וכו', אויך נישט אין קאר, דו לאזט עס אין אפיס.

#117 - געבן פאר שדכנות , צו האבן א ריינע שטוב
טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, כ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


מזל טוב, מזל טוב, איך בין זייער פרייליך אז דו ביסט א חתן געווארן, דער אייבערשטער זאל העלפן דייך שידוך זאל זיין א קשר של קיימא, זאלסט זוכה זיין צו בויען א בית נאמן בישראל מיט ערליכע דורות.


איך דארף נישט קיין געלט פאר שדכנות, איך דארף עפעס מער פון געלט, איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר געבן פאר שדכנות – זאלסט מיר זאגן אז דו גייסט האבן א ריינע שטוב, נישט אריינברענגען אין שטוב די סמ טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער וכדומה, און אז דו דארפסט האבן די כלים פאר פרנסה זאלסטו דאס האלטן ערגעץ וואו, אבער נישט אין שטוב. מוהרא"ש זאגט, אזופיל שטיבער זענען צוגרינד געגאנגען צוליב אהיים ברענגען אין שטוב די כלים וואס האט אינטערנעט און מאוויס וכדומה, רחמנא לצלן.


אויך דיין כלה וועט זיך פרייען פאר דעם, דו באקומסט אן ערליכע אפגעהיטענע איידעלע קלוגע ווייב, דיין כלה האט א שטארקע תמימות און אמונת חכמים, זי וועט זיך פרייען פאר די זאך פאר שדכנות.


איך וועל זיך פרייען צו הערן פון דיר.


איך בין אין מירון, איך בעט פאר דיר.

#116 - פטור ווערן פון די מייז פונעם קאמפיוטער
שלום בית, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תזריע מצורע, ג' אייר, י"ח לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ברענג נישט אהיים די טעלעפאן, און אפילו ביי די ארבעט זאלסטו האבן א שטארקע פילטער אויף דיינע כלים. היינט איז די יארצייט פון הייליגן צדיק רבי ישעי' מקערעסטיר זכותו יגן עלינו, ווילסט אודאי בזכות דעם צדיק זען א ישועה, איז די ערשטע זאך דארף מען אוועק ווארפן די שלעכטע כלים, די וועלט זאגט, אז מען הענגט א בילד פון דעם צדיק אנטלויפן די מייז; קען מען אויך פטור ווערן פון די מייז פונעם קאמפיוטער און ווערן אן ערליכער איד.


ברענג נישט אהיים שלעכטע כלים, נישט קיין טעלעפאן, נישט קיין טעבלעט, נישט קיין קאמפיוטער; די שטוב זאל זיין ריין, א מקדש מעט, א מקום צו מגדל זיין די קינדער פארן אייבערשטן.


אויך זאלסטו שיין רעדן אין שטוב. דער רבי האט דאך אונז אזויפיל אנגעזאגט און אזויפיל געווארנט מיר זאלן מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין (שיחות הר"ן, סימן רסד): "כִּי אָמַר, הֲלֹא הַנָּשִׁים הֵם סוֹבְלִים צַעַר וְיִסּוּרִים גְּדוֹלִים מְאֹד מְאֹד מִיַּלְדֵיהֶם, צַעַר הָעִבּוּר וְהַלֵּדָה וְהַגִּדּוּל, כַּאֲשֶׁר יָדוּעַ לַכֹּל עֹצֶם מַכְאוֹבָם וְצַעֲרָם וְיִסּוּרֵיהֶם", דער רבי האט געזאגט: מען דארף זייער אכטונג געבן אויף די ווייב, ווייל זיי גייען אריבער זייער אסאך ווייטאג פון צער גידול בנים, צער לידה וכו'. און רבי נתן שרייבט (שם, סימן רסג): "סִפֵּר לִי אֶחָד שֶׁהָיָה מֵשִׂיחַ עִמּוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה מֵעִנְיַן בְּנֵי הַנְּעוּרִים, שֶׁשָּׁכִיחַ מְאֹד שֶׁנַּעֲשֶׂה קִלְקוּל בֵּינֵיהֶם וּבֵין נְשׁוֹתֵיהֶם, וְנִפְרָדִים זֶה מִזֶּה אֵיזֶה זְמַן, וְלִפְעָמִים נַעֲשֶׂה מִזֶּה פֵּרוּד לְגַמְרֵי חַס וְשָׁלוֹם", איינער האט מיר פארציילט אז ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום, "אָמַר, שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר, שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", דער רבי האט געזאגט אז דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, ווייל אז מען איז אן א ווייב כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#115 - די שטוב זאל ווייטער בלייבן א גן עדן
תפילות אויף אידיש, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תצוה, ו' אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


פאריאר ווען איר זענט געקומען אויסגיסן אייער הארץ אז אייער שטוב צעפאלט האב איך אייך געבעטן דריי זאכן, און איינע פון די זאכן איז געווען איר זאלט מער נישט קוקן קיין מאוויס וכו', און ברוך השם זייט איר האט זיך אונטערגענומען די דריי זאכן וכו' - איז אייער שטוב געווארן צוריק א 'גן עדן'.


וויל איך אייך שטארקן איר זאלט ווייטער זיין זייער שטארק נישט אנרירן די זאכן. אפילו אייער מאן האט נאך יעצט די טעלעפאן וכו', דאס האט נישט מיט אייך, איר זאלט זיין פעלזן פעסט נישט אנצורירן די טעלעפאן, אזוי וועט איר האבן ערליכע קינדער און שלום בית.


בעטס דעם אייבערשטן די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל האבן אמונת חכמים, איך זאל גלייבן אין די ווערטער וואס צדיקים זאגן, נישט צו האבן א טעלעפאן, נישט צו קוקן אינעם טעלעפאן. הייליגער באשעפער געב מיר די שטארקקייט עס זאל מיר אפילו נישט זיין קיין נסיון די זאכן, ווייל ווי קען איך זיין קלוגער פון די הייליגע צדיקים, פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט אזויפיל געוויינט און געזאגט אז די טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער - מאכט חרוב א אידישע שטוב, ווי קען איך טראכטן אז איך ווייס בעסער, העלף מיר איך זאל זיך אינגאנצן מבטל זיין פאר די צדיקים און נישט אנרירן קיין טעלעפאן, טעבלעט, קאמפיוטער".


אָנָּא הַשֵּׁם העלף מיר איך זאל זיין צופרידן, איך זאל זיין פרייליך, און נעם אוועק פון מיר די עצבות און מרה שחורה. אָנָּא הַשֵּׁם, הַרְחֵק מֵעָלַי אֶת הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחוֹרָה, איך בעט דיר אייבערשטער, דערווייטער פון מיר די עצבות און דעפרעסיע, מאך מיך פרייליך, מאך מיך אזוי פרייליך אז איך זאל אנהויבן טאנצן פון רוב שמחה, און יעדער ארום מיר זאל ווערן פרייליך, אָנָּא הַשֵּׁם געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל דיך שפירן, איך זאל לעבן מיט די געדאנק אז אלעס ביסטו, אלעס איז אלוקית און אלוקית איז אלעס, דומם צומח חי מדבר - אלעס איז אין סוף ברוך הוא".


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - אפגעטיילט די ארבעט פון די שטוב
פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך פריי זיך זייער פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר נעכטן דערציילט, אז דו ברענגסט מער נישט אהיים דיין טעלעפאן, האסט אפגעטיילט די ארבעט פון די שטוב, זמן אפיס לחוד און זמן חינוך הבנים לחוד; די טעלעפאן איז נאר פאר די שעות וואס דו ביסט אין אפיס און אויך אז דו האסט געלייגט א שטארקע פילטער אין אפיס אויף די כלים.


דאס איז די שענסטע מתנה וואס מען קען מיר געבן, דאס איז מער חשוב ווי א זילבערנע כלי, יקרה היא מפנינים.


גיי יעדן טאג א שפאציר, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיטן אייבערשטן, דאנק אים און לויב אים פאר אלע חסדים און אויך בעט פאר אלעס.



 

#113 - נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און שלום
שלום בית, אידישע שטוב, מורה דרך, הלכה

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר וועט היטן די הלכות וכו' - וועט איר זען ווי דער אייבערשטער וועט אייך העלפן, עס וועט קומען א רוח טהרה אין שטוב, אויף אייך און אויף אייער מאן; נאר אז מען היט די תורה איז דא אמת'ע ליבשאפט און אמת'ע שלום.


שטייט שטארק, אייזן שטארק - נישט זיך אוועק רירן פון די תורה; אין די טעג וואס מען דארף היטן הלכות איז נישטא קיין דריידלעך און קיין מעשיות, עס איז א שפיל מיט פייער.


בנוגע אייער מאן; אמאל פלעגט ער מיר שרייבן, ער האט געהאט א שטיקל קשר - האב איך אים געקענט מחזק זיין, היינט הער איך נישט פון אים; הלוואי וואלט ער צוריק געמאכט די קשר, וועל איך אים מחזק זיין ער זאל היטן שבת און זיין אן ערליכער איד.


אז מען רייסט זיך אפ פון צדיק איז גאר ביטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - די קינדער מוזן גיין שלאפן פרי
חינוך הילדים, חסד, אידישע שטוב, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וארא, כ"א טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך וויל דיך מחזק זיין זאלסט האלטן טייער דיינע קינדער'ס לערנען, סיי די אינגלעך און סיי די מיידלעך.


איך ווייס אז דיין שטוב איז למעלה מן הזמן, עס איז ביתו של אברהם אבינו, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, ה): "יְהִי בֵיתְךָ פָתוּחַ לִרְוָחָה, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ", דיין שטוב זאל זיין ברייט אפן, אבער דיינע קינדער זאלן זיין ביי דיר דאס חשוב'סטע.


פון בית פיגא זאגט מען מיר אז דיין טייערע טאכטער ... תחי' פעלט און קומט שפעט; אין די יארן וואס מען לערנט עברי איז דאס קומען אין סקול קריטיש וויכטיג. בעט איך דיר זאלסט ווייטער ממשיך זיין צו טון חסד מיט דיין אשת חיל, אבער אין די זעלבע צייט מוזן די קינדער גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פרי מיט א סדר היום.


ביי מיר אין שטוב איז אויך אפן די טיר, אבער איך בין זייער שטארק אז די קינדער זאלן גיין שלאפן פרי, די קליינע ביז די זעקס שלאפן שוין 7:00, און די קינדער ביז צען שלאפן שוין 9:00, און די עלטערע, אפילו די בחורים – שלאפן שוין אלע 10:00.


איך האב נאך זאכן וואס איך וויל דיר שרייבן, אבער איך דארף מקצר זיין, די בחורים ווארטן אויף מיר, איך דארף זיי מחזק זיין.



 

#111 - לאז דיין ווייב בלייבן ריין און ערליך
צניעות, טעלעפאן, אידישע שטוב, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויחי, ה' טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


רייס נישט אראפ דיין ווייב מיט איר צניעות; יעצט ביסטו היציג, פול מיט הייסע בלוט וואס דו דארפסט נאך אויסשרייען צום אייבערשטן, שפעטער וועסטו זיך רייסן די האר ביים קאפ פארן אראפרייסן די שיינע אידישע לבוש.


לויב אויס דיין ווייב מיט איר צניעות, לויב איר אויס אז זי גייט ווי איר מאמע און זי גייט נישט ווייניגער איידל אנגעטון; מען מעג משנה זיין פון די מאמעס לבוש נאר אויף גיין בעסער, אבער אז מען הייבט אן נאכלאזן א האר, א פינטל, פון די איידעלע שיינע אידישע לבוש - איז שפעטער זייער ביטער, די קינדער גייען מטה מטה.


לאך איר נישט אויס אז זי וויל נישט קיין טעלעפאן וכו', דו דארפסט אויך נישט קיין טעלעפאן; די ווערטל 'לצורך פרנסה' - האט שוין עקספייער"ט, שוין אזוי לאנג וואס דו האסט דיין טעלעפאן לצורך פרנסה און פרנסה האסטו נישט, האסט נאר צרות וכו'; שוין, פון דעם וויל איך נישט רעדן יעצט; אבער דיין ווייב לאז ריין, לאז איר בלייבן א אידישע מאמע פאר די קינדער, לאז איר מיט אירע מנהגים, לאז איר מיט אירע שטארקע פרינציפן; ווי נישט גיין אפענע פיס, און נישט זיין פריינדליך צו פרעמדע וכו' וכו'.


פאלג מיך, און לויב אויס דיין ווייב מיט איר איידלקייט, נאך אפאר יאר וועסטו זען ווי שיין און זיס - איידל איז, ווי שיין עס בויט זיך א אידישע שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#110 - זיין פעלזן פעסט צו היטן די הלכות
תשובה, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מקץ, כ"ב כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


היט די הלכות פון טהרת המשפחה, מען מוז היטן די הלכות, און אז דיין ווייב וויינט וכו' - זאלסטו ווייטער בלייבן היטן די הלכות; וויינען איז נישט שטערקער פון די תורה. אויב מען היט די הלכות בלייבט די שטוב גאנץ, און אויב נישט, גט מען זיך ביים סוף חס ושלום.


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און דערציילט וכו' - האב איך זיך זייער דערשראקן, ווייל איך ווייס וואס דער סוף איז אויב מען היט נישט קיין הלכות, די תורה זאגט (ויקרא יח, כט): "וְנִכְרְתוּ", מען ווערט פארשניטן פון די וועלט און פון יענע וועלט.


די הייליגע חכמים זאגן (שבת יג.), אליהו הנביא האט דערציילט: "מַעֲשֶׂה בְּתַלְמִיד אֶחָד שֶׁשָּׁנָה הַרְבֵּה וְקָרָא הַרְבֵּה וְשִׁמֵּשׁ תַּלְמִידֵי חֲכָמִים הַרְבֵּה, וּמֵת בַּחֲצִי יָמָיו", עס איז געווען א מענטש וואס האט זייער פלייסיג געלערנט און ער איז געשטארבן זייער יונג, זיין ווייב האט דאס נישט אויסגעהאלטן, זי האט אנגעהויבן ארומלויפן צו אלע שולן און ישיבות און געפרעגט, ווי אזוי קען זיין אז מיין מאן איז געשטארבן יונג, עס שטייט דאך אין די תורה (דברים ל, כ): "כִּי הוּא חַיֶּיךָ וְאֹרֶךְ יָמֶיךָ", ווער עס לערנט תורה וועט לאנג לעבן, מיין מאן האט געלערנט אסאך תורה - חומש, משניות און גמרא, פארוואס איז ער נפטר געווארן אזוי יונג?! "וְלֹא הָיָה אָדָם מַחֲזִירָהּ דָּבָר", און קיינער האט נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן, איינמאל - דערציילט אליהו הנביא - בין איך איינגעשטאנען ביי די פרוי און זי האט מיר דערציילט די גאנצע מעשה, און האב איך איר געפרעגט: "איר האט געהאלטן טהרת המשפחה?" האט זי געענטפערט: "אוודאי האבן מיר געהאלטן טהרת המשפחה", האט איר אליהו הנביא אויסגעפרעגט פינקטליך צי זי קען די הלכות פון טהרת המשפחה, ביז זי האט מודה געווען אז איר מאן האט נישט אכטונג געגעבן אויף די הלכות אין די שבעה נקיים; האט אליהו הנביא איר געזאגט: "בָּרוּךְ הַמָּקוֹם שֶׁהֲרָגוֹ", געלויבט איז דער אייבערשטער אז ער האט אים גע'הרג'עט, ווייל אין די תורה שטייט (ויקרא יח, יט): "וְאֶל אִשָּׁה בְּנִדַּת טֻמְאָתָהּ לֹא תִקְרַב".


טו תשובה, און זע צו פארן מיט דיין ווייב קיין אומאן צום רבינ'ס ציון און זאגן דארט די תיקון הכללי, און מהיום והלאה זאלסטו זיין פעלזן פעסט צו היטן די הלכות.

#109 - צעבראכן דעם טעלעפאן
טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת פרשת מקץ, כ"ו כסליו, ב' דחנוכה, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך בין אזוי איבערגענומען פון וואס דו האסט מיר דערציילט, אז ווען דו ביסט געווען ביים שאצער רבינ'ס ציון אין לאנדאן האסטו צעבראכן דיין טעלעפאן און זיך פארגענומען נישט צו האבן די שעדליכע כלים, איך בין אזוי איבערגענומען פון דיר, ווי שטארק דו ביסט, ווי שטארק דיין ווייב תחי' איז; נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך די גוי'אישע וועלט.


בזכות וואס דו און דיין ווייב פירן זיך אזוי איידל און ערליך – זאלן ענק זוכה זיין צו גרויסע ניסים, ישועות און רפואות.

#108 - אז א מאמע וויל ריינע קינדער, דארף זי אויך זיין ריין
חינוך הילדים, סמארטפאון, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב אייך געשריבן ערב ראש השנה א בריוו, חיזוק אויף נישט האבן א טעלעפאן, איך ווארט צו הערן ווי אזוי איר האט עס אנגענומען.


אייערע קינדערלעך זענען אזוי ליכטיג, הייליג און ריין, און אז זיי זאלן ווייטער אויסוואקסן ריין דארף די מאמע אויך זיין ריין. ווען קינדער זענען קליין זעט מען נישט אן דעם אמת וואס וועט זיין מיט זיי שפעטער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סג, י) ווען קינדער ווערן בחורים, דעמאלט הויבט זיך אן די שייד וועג, יעקב איז געגאנגען צו די תורה, און עשיו צו די טומאה רחמנא לצלן; און אז א מאמע וויל די קינדער זאלן אויסוואקסן ערליך, הייליג און ריין - דארף זי אויך זיין ריין.


איך האב אן אינטערעס אז איר זאלט נישט האבן קיין סמארטפאון, די אינטערעס איז אז עס זאל זיך ציען ערליכע דורות ביי ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#107 - לערן און חזר הלכות טהרה אן א שיעור מאל
אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, כ"ז מר-חשון, ערב ראש חודש מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער הארציגער, החתן ... נרו יאיר


לערן און חזר די הלכות טהרה אן א שיעור מאל, מוהרא"ש זאגט אונז אז דער שרף פון סטרעליסק זכותו יגן עלינו האט גע'חזר'ט איבער טויזנט מאל הלכות טהרה, איז דאך זיכער אז מיר דארפן חזר'ן די הלכות.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט אויפשטעלן א שיינע ערליכע שטוב מיט דורות ישרים ומבורכים, אמן.


פון דיין ראש ישיבה.



 

#106 - ווען די פרוי טראכט גוט, ווערט דער מאן בעסער און פרייליכער
שמחה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת חיי שרה, י"ט מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאס אז אייער מאן שטייט אויף שפעט - האט נישט מיט אייך, דאס טאר נישט מאכן איר זאלט אים אראפקוקן; מען קען האבן א גאר גוטע לעבן אפילו מען שטייט נישט אויף פרי.


איר מיט אייער חכמת נשים - קענט אים העלפן ארויסגיין פון זיין דעפרעסיע און אים מאכן פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער קלוגשאפט ווי פאר א מאן; וואס איז די בינה יתירה? ארויפקוקן און געבן א גוטע געפיל, אים מאכן שפירן ווי ער איז יא ווערד; דאס ארבעט וואונדערליך, ווי נאר די פרוי הויבט אן קוקן גוט, ווי נאר די פרוי הויבט אן טראכטן גוט - ווערט דער מאן אויפן מינוט בעסער און פרייליכער.


פרעגט אים אויב ער וויל איר זאלט אים העלפן אויפשטיין, אים וועקן; נאר אויב ער וויל, און נאר אים צו מאכן פרייליך, און מיט גוט קוקן און מיט האלטן טייער - קען מען טוישן דעם מאן פון איין עקסטרעם ביזן אנדערן.


זעט אין שטוב זאל זיין פרייליך, עס זאל גיין פרייליכע מוזיק, און עס זאל זיין צאמגענומען די שטוב, ווייל שמחה איז די שליסל פאר הצלחה. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה חלק ב', סימן א): "מִי שֶּׁהוּא שָׂמֵחַ תָּמִיד, עַל יְדֵי זֶּה הוּא מַצְלִיחַ", ווער עס איז פרייליך איז מצליח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#105 - אז דער דיין האט גע'פסק'נט, זאל מען נישט איבערטראכטן
חיזוק פאר פרויען, אידישע שטוב, הלכה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וירא, י' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איינמאל מען האט געפרעגט דעם דיין און דער דיין האט גע'פסק'נט - איז אזוי די הלכה; נישטא וואס צו איבער טראכטן, בפרט אין די הלכות פון א ריינע שטוב וכו'; אז דער דיין האט גע'פסק'נט איז אזוי די הלכה און אזוי דארף מען זיך פירן, און אז מען טראכט איבער - איז דאס נישט פון ערליכקייט.


דאס איבער טראכטן - איז מעשה יצר הרע, עס איז א גרויסע סכנה, עס קומט נישט פון צד הקדושה. דער רבי זאגט (עיין בשיחות בסוף סיפורי מעשיות), די וויכטיגסטע זאך צו זוכה זיין צו זיין ערליך און הייליג איז "נישט איבער טראכטן", נאך זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ה): "וְעִקָּר, לִשְׁמֹר מֹחוֹ שֶׁלֹּא יַחְמִיץ", מען דארף היטן די מח פון ווערן זויער, וואס דאס איז "סִטְרָא דְּמוֹתָא", א טויטע לעבן, "כִּדְאִיתָא", אזוי ווי עס שטייט אין זוהר הקדוש אויפן פסוק "'מַחְמֶצֶת', תַּמָּן סִטְרָא דְמוֹתָא", דאס איז די אנדערע זייט פון די קדושה, דאס איז טויט; אז מען טראכט איבער נאכן פרעגן - איז דאס נישט קיין לעבן.


פון היינט און ווייטער ווען איר האט א שאלה זאלט איר פרעגן אייער דיין, און ווען דער דיין ענטפערט - זאלט איר זיך זייער פרייען אז איר זענט א איד און איר פרעגט און פאלגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#104 - וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער
אידישע שטוב, מאגאזינען, צייטונגען

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, כ"ט תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בארא פארק


געב אכטונג דיינע טעכטער זאלן ליינען נאר ערליכע ביכער וואס האבן הסכמות פון ערליכע רבנים. האסט נישט קיין השגה וויפיל שעדליכע גיפט עס ליגט באהאלטן אין ביכער, צדיקים האבן געזאגט ביכ"ל איז די ראשי תיבות כ'ל ב'איה ל'א י'שובון, עס גייט אריין די מיינונג פון די שרייבער, און אז זיין מיינונג איז פארדארבן - ווערט דער ליינער פארדארבן, און אז דער שרייבער איז אן אפיקורס - ווערט דער ליינער אן אפיקורס, דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט ארייננעמען ביכער וואס מען ווייסט נישט ווער דער שרייבער איז.


ביי מיינע עלטערן אין שטוב איז נישט געווען קיין ביכער, און אזוי אויך ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין ביכער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#103 - וואס וועסטו טון אז דיין ווייב וועט זיך קויפן א סמ'טעלעפאון?
תפילות אויף אידיש, שלום בית, טעלעפאן, אידישע שטוב, קבלה טובה, דאווענען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ה תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב האט זי געזאגט אז זי וויל זיך אויך קויפן א סמ'טעלעפאון, פארוואס נאר דו מעגסט? זי וויל אויך, איך האב נישט געוואלט מאכן קיין שלום בית פראבלעמען, אבער יעצט זאג איך דיר, וואס וועסטו טון אז זי וועט זיך קויפן א סמ'טעלעפאון? זי וועט נישט טוישן די קינדער, זי וועט נישט באדן די קינדער, זי וועט נאכלאזן פון פירן א געהעריגע ווירטשאפט, איז וואס וועסטו טון...


איז כדאי אז דו אליין זאלסט אפלאזן די סמ'טעלעפאון און האבן א געזונטע ערליכע שטוב.


איך ווייס עס איז נישט גרינג, איינמאל מען האט זיך צוגעוואוינט צו דעם סמ'טעלעפאון - איז נישט קיין גרינגע זאך דאס אפצולאזן, זאלסטו גיין יעדן טאג א שפאציר און אויפהייבן די אויגן צום אייבערשטן און זאגן: "הייליגער באשעפער, וואס זאל איך טון מיט די סמ'טעלעפאון? איך בין אזוי צוגעקלעבט צו דעם, עס מאכט מיר פארלירן די אויגן, און אזויפיל ליצנות; העלף מיר, געב מיר כח צו זיין ערליך און שטארק מיט דיר".


לכבוד דעם נייעם יאר נעם זיך פאר נישט צו רעדן ביי קדיש, קדושה און חזרת הש"ץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#102 - ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג
מאוויס, פרנסה, טעלעפאן, אידישע שטוב, מאגאזינען, שמירת עינים, צייטונגען, תפילה, ימים נוראים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טו וואס נח האט געטון, ווען די גאנצע וועלט איז געווען אזוי געפאלן, "כי השחית כל בשר את דרכו" וגו', ער האט געמאכט א תיבה; דאס מיינט מען תיבות התפילה, ער האט געניצט די זאך פון התבודדות ותפילה, "את האלקים התהלך נח", נח איז געגאנגען מיטן אייבערשטן, ער האט גערעדט צום אייבערשטן, זיך מתבודד געווען צום אייבערשטן; נאר אזוי איז ער געראטעוועט געווארן פון פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיך זייער, מיר זענען יעצט ארויס פון די הייליגע טעג, בלייב ריין און הייליג, קוק נישט קיין מאוויס; וואלסטו געזען וואס איין ראי' אסורה טוט מיט די נפש, רוח ונשמה, ווי עס ווערט שווארץ און פארברענט - וואלסטו זיכער נישט געקוקט. איך בעט דיך, ראטעווע זיך, ראטעווע דיין נשמה, קוק נישט קיין קליפס, מאוויס, אויך נישט אידישע זאכן, ווייל אזוי ארבעט דער יצר הרע, ער ארבעט מיט א פלאן; קוק נאר דאס, און טו נאר דאס, "היום אומר לו עשה כך", היינט זאגט ער אים טו דאס "ומחר אומר לו עשה כך", און מארגן זאגט ער אים טו נאר דאס, "עד שאומר לו", ביז ער זאגט אים, "לך עבוד עבודה זרה", גיי דין עבודה זרה, רחמנא לצלן.


נעם נישט אריין אין שטוב דיין ארבעטס טעלעפאן, טייל אפ די ארבעט מיט די פרנסה, בוי דיין לעבן געזונט; ארבעט אין די שעות פון ארבעט און נאכן ארבעטן לייג אוועק דיינע כלים אין אפיס, און גיי אהיים און אין שול, זיי א איד, זיי א טאטע, זיי א מאן, זיי א מענטש מיט א קלארן פארשטאנד.


טו וואס נח האט געטון, ער האט געזען ווי דער וועלט ווערט חרוב, "כי השחת כל בשר את דרכו על הארץ", די דור המבול איז געווען איין שטיק ניאוף, אזוי ווי די היינטיגע דור, האט ער זיך געמאכט א תיבה, ער האט האט גערעדט ווערטער צום אייבערשטן, טו דו אויך אזוי, גיי התבודדות, גיי שריי צום אייבערשטן: "טאטע איך וויל זיין א איד, טאטע איך וויל נישט טון קיין עבירות, טאטע איך וויל נישט פוגם זיין בברית, איך וויל ריינע אויגן, ריינע מחשבות".


מארגן וועט זיין א שיעור, הלואי וועסטו קומען זיך אויפפרישן מיט דעם רבינ'ס עצות און התחזקות.


ווען דו גייסט איינקויפן פאר שבת, זאלסטו מער נישט קויפן קיין שום 'ליין מאטריאל', נעם נישט אריין אין שטוב 'ליין מאטריאל', האלט דיין שטוב ריין פון פרעמדע השקפות, זע דיין שטוב זאל זיין געבויט אויפן רבינ'ס ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#101 - די סמ'טעלעפאון קלעבט מער ווי די שטערקסטע קלעב
חברים, טעלעפאן, אידישע שטוב, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס שטערט מיר און עס שטערט אויך אנדערע ווען מען קומט זיך צוזאמען צו די פרויען צאמקום, מען הערט שיינע חיזוק ווי אזוי מוהרא"ש און אלע צדיקים לערנען ווי א אידישע שטוב זאל זיך פירן, אז א אידישע מאמע זאל נישט האבן קיין סמארט-טעלעפאון; וואלט ווען געווען דרך ארץ'דיג אז מען זאל כאטשיג נישט ארויסנעמען גלייך נאכן שיעור און ביים שיעור די סמ'טעלעפאון, און זיכער נישט זיך צאמזעצן מיט אפאר פרויען מיט סמ'טעלעפאונס, עס קען זיך אנזען פאר אנדערע פרויען ווי מען גרינגשעצט אין די דיבורים.


וואס מען טוט אין שטוב איז איין זאך, און אודאי ווען מען האט די שווערע נסיון פון זיך אפגעוואוינען פון די סמ'טעלעפאון וואס קלעבט מער ווי די שטערקסטע קלעב, און אפילו נאכן הערן דרשות ווארפט זיך עס נישט אזוי גרינג אוועק, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל האבן א ריינע שטוב געבויט אויף יראת שמים, אבער ביי א צאמקום, און אודאי ווען מען האט יעצט גערעדט חיזוק מיט אזויפיל יראת שמים, אז די סמ'טעלעפאון שטערט פון האבן אמת'ע ליבשאפט, די סמ'טעלעפאון שטערט פון זיין א וואוילע פרוי, אן איבערגעגעבענע מאמע, און אז נאכן שיעור נעמט מען ארויס די טעלעפאונס - טוט מיר דאס וויי, עס קען זיך אויסזען ווי מען גרינגשעצט אין די צאמקום.


איך האף צום אייבערשטן איר וועט אננעמען די בריוו פאזיטיוו, נישט ווי איך וויל מוסר זאגן, אדער צעקלאפן, אדער חס ושלום אוועק שטופן פון היכל הקודש, איך שרייב עס נאר ווייל איך ווייס איר מיינט נישט קיין שלעכטס, איר כאפט נישט וואס איר טוט.


יעצט קומט א נייע יאר, זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין הייליג, איך וויל פאלגן צדיקים, איך וויל האבן גוטע פרענדס, איך וויל האבן א שיינע שטוב מיט אמת'ע שלום בית", עס איז דא שטיבער וואס האבן אפשר שלום בית, אבער עס איז דא אמת'ע שלום בית, אמת'ע ליבשאפט; דאס איז נאר ווען מען האט יראת שמים, מען האט תמימות, און אמונת חכמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#100 - איר האט ליכטיגע קינדער, ווארפט אוועק די סמארטפאון פאר זיי
חיזוק פאר פרויען, טעלעפאן, אידישע שטוב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נצבים וילך, כ"ב אלול, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמארטפאון, עס איז נישט גוט פאר אייך צו האבן א סמארטפאון; איר האט ליכטיגע קינדער, איר טארט עס נישט טון פאר זיי.


איך ווייס אז עס איז זייער א שווערע נסיון, איינמאל מען האט דאס און מען איז צוגעקלעבט צו דעם וכו', מיט חבר'טעס וכו' - איז זייער שווער דאס אפצולאזן, אבער גלייבט מיר, דאס איז נאר ווילאנג מען האט דאס, די רגע וואס מען ווארפט אוועק די טעלעפאן - ווערט מען א באפרייטער מענטש.


איך געדענק נאך יארן צוריק ווען איר זענט געווען אזוי שטארק, איר האט געהאט שטארקע פרינציפן נישט אריין צו נעמען אין שטוב א לעפטאפ וכו'; לכבוד די נייע יאר זאלט איר אוועק ווארפן די סמ'טעלעפאון.


אויך זאלט איר זיך מתבודד זיין אויב די חבר'טעס וואס איר האט וכו' - זענען גוט פאר אייך, אויב עס ברענגט אייך צו זיין א בעסערע מאמע, א בעסערע ווייב; נאר מיט התבודדות ווייסט מען אויב מען גייט אויף א גוטע וועג.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.