בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#633 - מען נעמט ארויס דעם אות א' פון 'גאט', ווערט גט
אמונה, שלום בית, צדקה, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


א יישר כח פארן העלפן די מוסד, פארן עוסק זיין אין צוזאמנעמען צדקה; מען קען מיטהאלטן בערך וויפיל מען איז אנגעקומען, מען האלט שוין ביי צען טויזנט נדבות, איבער צען טויזנט מאל האט מען געבעטן צדקה פון מענטשן, דאס איז זייער א שיינע סכום.


היינט נאכט וועט זיין א מסיבה פון הכרת הטוב פאר אלע וואס האבן געהאלפן מיט די צדקה קאמפיין, אינאיינעם מיט א שיעור הכנה לאומאן; מיר וועלן זיך גרייטן צום הייליגן רבינ'ס ראש השנה.


אלע נערוון קראנקהייטן קומען פון חסרון אמונה, מען פארגעסט פונעם אייבערשטן; אזוי אויך אלע שלום בית פראבלעמען קומען פון דעם וואס מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט פונעם אלופו של עולם, מען נעמט ארויס פון 'גאט' דעם אות א' - ווערט גט; זאלסטו אסאך חזר'ן אמונה - וועסטו נישט האבן מיט די נערוון, און דו וועסט זוכה זיין צו (סוטה יז.): "שכינה ביניהם".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#632 - נעם דעם רבי'ן פאר דיר אליין, לאז אפ דיין ווייב
אמונה, שלום בית, חסידות ברסלב, אומאן, ראש השנה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר נאכאמאל, לאז אפ דיין ווייב, הער אויף איר צו שלעפן קיין ברסלב; נעם דעם רבי'ן פאר דיר, לאז איר אפ.


דו קענסט האבן א חיים טובים מיט דיין ווייב אן דעם וואס זי זאל האבן מיט ברסלב; בעט איך דיר, מאך נישט קיין נארישקייטן און נאכדעם וועסטו האבן טענות אויפן אייבערשטן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יט, ג): "אִוֶּלֶת אָדָם תְּסַלֵּף דַּרְכּוֹ", דורך די נארישקייטן וואס דער מענטש טוט, מאכט ער זיך אליינס עס זאל קומען שלעכטס אויף אים, "וְעַל ה' יִזְעַף לִבּוֹ", נאכדעם איז ער נאך ברוגז אויפן אייבערשטן.


נעם דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר דיר, שפאציר אין כל התורה כולה, מאך זיך שיעורים בכל חלקי התורה און זיי זיך מתבודד מיטן אייבערשטן. טראכט נאר פון אייבערשטן, ווען דו ביסט צווישן מענטשן זאלסטו טראכטן 'אלעס איז אלוקית, אלעס איז אייבערשטער, עס איז ממלא כל עלמין און סובב כל עלמין, אין שום מציאות מבעלדיך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם'.


ראש השנה זאלסטו קומען קיין אומאן, און אויסער דעם איז גארנישט דא אויף וואס דו דארפסט זיך שטעלן, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#631 - אז מ'שפירט נישט קיין קליק מיט'ן מאן, איז עס נישט קיין סיבה זיך צו גט'ן
חברים, שלום בית, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן האט מיר געשריבן אז איר ווילט זיך גט'ן, ער האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן אפאר ווערטער.


לדעתי זאלט איר זיך נישט גט'ן, און אז איר שפירט נישט קיין קליק מיט אייער מאן - איז דאס נישט קיין סיבה זיך צו גט'ן; איר האט א מאן וואס טשעפעט אייך נישט, ער איז גוט צו אייך, זאלט איר אים נישט אוועק ווארפן.


וואס ווייסט איר וואס פאר א גליקן איר וועט טרעפן...? וואס ווייסט איר וואס וועט זיין מיט אייך...? איך קען אייער מאן, ער איז א טייערער אינגערמאן, אן איידעלער, א וואוילער; טוט נישט די נארישקייט זיך צו גט'ן צוליב דמיונות וואס חבר'טעס זאגן, ווי אזוי מען שפירט און ווי אזוי עס קליקט.


איך האב נישט קיין אייגענע אינטערעס, איך וויל נאר דאס גוטס ביי ענק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#630 - די ביטערע טעם וואס א גרוש און א גרושה שפירן, ערגער פון טויט
קינדער, אמונה, שלום בית, נקודות טובות, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, י"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


הערט נישט אויס די וואס רעדן צו אייך קעגן אייער מאן וכו', ווייל ווער עס רעדט צו א פארפאלק זיך צו גט'ן - דער איז א שליח פונעם שטן, זאל זיין ווער זאל נאר זיין.


איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אמונה אינעם אייבערשטן, גלייבט באמונה שלימה אז וואס עס גייט אריבער אויף אייך איז נאר לטובה, און וויסן זאלט איר, מיט אלע שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף אייך - איז דאס נאכאלץ אסאך גרינגער ווי זיך גט'ן און זיין עלענד, אפגערעדט די צער וואס די קינדער גייען אריבער ווען טאטע און מאמע זענען צעטיילט; נאר אפילו פאר אייך אליין וועט זיין אסאך שווערער.


עס בוזשעווען ווינטן פון די לינקע גאס און עס שניידט אריין אין היימישע הערצער מיט געדאנקען פון די סטרא אחרא, זיי זאגן: "הער אויף ליידן", "גט זיך און פטור פון אלע צרות", און צענדליגער און הונדערטער משפחות צעטיילן זיך השם ישמרינו, און נאכדעם איז אזוי ביטער; מען קען זיך נישט פארשטעלן די ביטערע טעם וואס א גרוש און א גרושה שפירן, ערגער ווי טויט השם ישמרינו; מען איז פארוואגלט און פארווארפן, מען האט נישט קיין פלאץ אויף די וועלט.


אנטלויפן פונעם מאן מאכט נישט גרינגער, עס מאכט נאר שווערער; איין עצה איז דא, אנטלויפן צום אייבערשטן און נעמען די עצה פון רבי'ן, פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), זוכן גוטס אין זיך און זוכן גוטס אין יענעם; זוכט גוטע פינטלעך אין אייער מאן און טראכטס פון דעם, און לויבט אים און רימט אים - וועט אייך ווערן גרינגער.


דאנקט יעדן טאג דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס ער טוט מיט אייך - וועט איר אנהויבן שפירן א שטארקע נאנטקייט צום אייבערשטן, עס וועט אנהויבן קומען א טעם אין לעבן און אלע פראבלעמען וועלן אוועקפאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#629 - דא איז נישט קיין חסידות ווי אלע דארפן קומען צו די שיעורים
שלום בית, חסידות ברסלב, ראש ישיבה, שיעור

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער מאן קומט נישט צו די שיעורים אין ישיבה - איז ער נישט קיין מתנגד און נישט קיין חסיד שנפל. טרייבט נישט איבער; איר האט א טייערע מאן, א גאלדענע הארץ.


דא איז נישט קיין חסידות ווי אלע דארפן קומען צו די שיעורים; די שיעורים זענען פאר בחורים, עס איז בכלל נישט פאר אינגעלייט; וואס דארפט איר זיך אויפעסן אייער געזונט אז אייער מאן גייט נישט צו די ראש ישיבה'ס שיעורים?!


דאנקט דעם אייבערשטן - וועט איר זען ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 

#628 - מעג מען אים געבן צוקער ווען דער דאקטער לאזט נישט?
שמחה, שלום בית, דאקטורים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ואתחנן, ח' מנחם-אב, ערב ט' באב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז דער דאקטער זאגט אים ער טאר נישט עסן קיין צוקער און זי לייגט אים נישט קיין צוקער אין די עסן, און ער שרייט אויף איר: "טייל מיך נישט איין וואס צו טון, קאנטראל מיך נישט", און זי פרעגט אויב זי מעג על פי הלכה אים לייגן צוקער אין זיין עסן אין זיין טרינקען.


ווי איך פארשטיי איז נישט די צוקער וואס טוט אים וויי, נישט דאס שטערט אים; וואלט זי אים געמאכט שפירן ווי א טייערקייט, וואלט זי גערעדט צו אים מיט עהרע - וואלט ער קיין צוקער נישט געדארפט; ער שרייט 'צוקער' אבער ער דארף 'עכטע צוקער'.


א פרוי קען מיט חכמה אלעס פועל'ן ביים מאן; פרויען מיט אביסל פון זייער חכמת נשים, מיטן מאכן שפירן דעם מאן ווי ער איז ווערד - קענען זיי ווען אלעס אויף דער וועלט פועל'ן; דאס איז קלאר און דאס איז ביי יעדן איינעם, נישטא קיין אויסנאם.


זייט איר מחזק, זי זאל אים שעצן און עהרע געבן, און אויב מיט דעם אלעם דארף ער צוקער - זאל זי אים געבן אביסל צוקער.


שמחה היילט אויס, שמחה נעמט אוועק אלע מחלות, שמחה איז די מקור הברכות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד) אלע מחלות קומען פון עצבות און מרה שחורה; דעריבער האט אונז דער רבי אזוי שטארק געהייסן זיך מוסר נפש זיין אויף מידת השמחה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#627 - הער אויף צו שלעפן דיין ווייב קיין ברסלב
שלום בית, חסידות ברסלב, שטעטל

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר 


דו האסט א וואוילע ווייב, אן ערליכע ווייב; זאלסטו איר אויסהערן און וואס זי זאגט דיר – זאלסטו טון.


נישט יעדער איז זוכה צו האבן א וואוילע ערליכע פרוי; זיי איר מכבד, שעץ איר און טו וואס זי זאגט.


שלעפ איר נישט קיין ברסלב, מאך איר נישט משוגע. הער אויף רעדן צו איר פון וואוינען אין שטעטל. מאך נישט משוגע; שטעטל האט גארנישט מיט זיין ברסלב, קענסט וואוינען אין שטעטל און גארנישט האבן מיטן רבי'ן און דו קענסט וואוינען טויזנט מייל פון שטעטל און זיין דבוק צום אייבערשטן, לעבן און אטעמען דעם רבי'ן.


ברודער, פאלג מיך, לאז אפ, הער אויף איר צו שלעפן קיין ברסלב; ענדערש זאלסטו ארייננעמען ברסלב ביי דיר אין הארץ. קויף זיך א הויז אין ... און דארט זאלסטו בויען א מקדש מעט, לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, זיין פרייליך און זיך מתבודד זיין, און זיך מחי' זיין מיט יעדע גוטע נקודה.


 

#626 - געב אכטונג אויף דיין ווייב ווען זי איז נישט ביי די כוחות
שלום בית, הדרכות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


אין די וואכן וואס די ווייב ווארט למזל טוב - דארף מען האבן שכל נישט נאכלויפן וכו', מען דארף רחמנות האבן אויף זיי; אויב מען לויפט זיי נאך וכו' און די ווייב האט נישט קיין כח, עס איז איר שווער - קען זיין א בחינה פון די תשע מידות; בני אימה, בני אנוסה (נדרים כ:), וואס דער פסוק זאגט (יחזקאל כ, לח): "וּבָרוֹתִי מִכֶּם הַמֹּרְדִים וְהַפּוֹשְׁעִים בִּי".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#625 - דו האסט נישט קיין שכל, דו שרייסט אויף דיין ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ביסט א גרויסער רחמנות, דו האסט נישט קיין שכל; ווייל אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה, א ווייב - דארפסטו איר מכבד זיין און רעדן שיין, ווייך און הארציג צו איר, און אז זי שרייט אויף דיר און זי טוט פארקערט ווי דיר - איז דאס נישט קיין ענטפער אויף ווי אזוי דו פירסט זיך אויף.


קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיימברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#624 - די פרוי מיט איר חכמת נשים קען אריינברענגן די שכינה אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת חקת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער מעסעדזש.


א שאד אז איר וויינט און איר זענט פארווייטאגט פון וכו', עס ליגט אין אייער הענט וכו'; אייער מאן נרו יאיר איז א טייערער מאן, אבער ער האט די איין זאך, אז ער קען נישט אנהויבן וכו', ער האט א קאמפלעקס אז נאר ער וויל לעבן וכו' און איר זענט נישט אינטערעסירט; איז דאך ממש א שאד, ווען סיי איר און סיי ער ווארטן צו לעבן אינאיינעם, נאר איר ווארט אויף אים און ער טראכט אז עס איז נישט אינטערעסאנט פאר אייך; דארפט איר זיין דער וואס ברעכט די שטילקייט און ברעכט די אייז.


אמת, די פליכט ליגט אויפן מאן ער זאל פרייליך מאכן וכו', אבער ווען מען זעט ווי דער מאן איז אין זיין פארמאכטע וועלט, דארף די פרוי מיט איר חכמת נשים זיין סיי דער מאן און סיי די פרוי.


אנשטאט וויינען - טוט צו דער זאך, מאכט א פלאץ פאר די שכינה הקדושה; ווייל דארט וואו מאן און ווייב ליבן זיך - דארט רוט די שכינה.

#623 - התבודדות צווישן די גראז און ביימער, איז אויך פאר פרויען
שמחה, שלום בית, שטעטל, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - א' פרשת קרח, ראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך בין פאריגע וואך געווען אין שטעטל, איך קום אריין אין שול זעקס אזייגער און איך זע אייער מאן זיצן און לערנען מיט התמדה, ער זיצט ביים וואנט אויסגעדרייט צום וואנט, ער זעט נישט קיינעם, ער זיצט מיטן הייליגן לקוטי מוהר"ן און לערנט מיט אזא זיסקייט; דאס האט מיר געגעבן אזא חיזוק, אזעלכע כוחות האב איך באקומען פון דעם, איך האב זיך זייער מחי' געווען.


איך שרייב עס אייך ווייל דאס איז אייער קרעדיט, איר האט שכל, איר שעצט אים, איר הייבט אים אויף, איר העלפט אים קענען לערנען; איר גייט שלאפן פרי, אזוי קען ער אויפשטיין פרי לערנען.


בנוגע וכו'; אדרבה, מאכט זיי פרייליך; אז עס איז נישטא א שמחה ביי זיי אין שטוב - זאלט איר זיי פרייליך מאכן, איר זאלט אריינבלאזן א שמחה אין שטוב.


התבודדות צווישן די גראז און ביימער - איז אויך פאר פרויען, בפרט אין שטעטל וואו מען וואוינט יעדער באזונדער - קען מען זיך ארויסזעצן הינטער די שטוב אין א שטילע איידעלע פלאץ, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן און אים בעטן אויף ווייטער.

#622 - גיי נישט ארויס ביינאכט מיט חברים, בלייב אין שטוב
חברים, שלום בית, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טייערער ..., גיי נישט ארויס ביינאכט מיט חברים, בלייב אין שטוב; בוי דיין שטוב, בוי דיין לעבן. דיין ווייב האט דיך זייער ליב, זי ווארט אויף דיר, זי וויל פארברענגען מיט דיר, זי איז אזוי צעבראכן אז דו גייסט נאכט נאך נאכט מיט חברים; זי וויל יא ממשיך זיין מיט דיר און בלייבן מיט דיר און די קינד זאל האבן עלטערן.


טייערער ברודער, דיין שווער און שוויגער האבן אזוי ארויסגעקוקט און זיך געפרייט אז זיי האבן באקומען אן איידעם וואס האט שייכות מיט היכל הקודש, ווייז זיי וואס היכל הקודש איז און לאז מיר וויסן וואס דיין פלאן איז, זיי ווילן נישט די שטוב זאל צאמפאלן.


חברים לאכן צום מענטש, אבער בעת צרה וועט קיינער נישט קוקן אויף דיר, בעת צרה זעט מען זיך איינער אליין; לאז זיך אפ פון חברים וואס ברענגען נישט קיין יראת שמים.


א פרייליכן שבת.

#621 - פון ווען איר זענט פארקנעכטעט צום סמארטפאון, גייט איר צוגרונד
קדושה, שלום בית, סמארטפאון, מאוויס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכער בריוו.


איך האב זייער רחמנות אויף אייך און אויף אייער מאן און קינדער. איך געדענק אייך אלס תלמידה בית פיגא, ווי שיין אייער לעבן איז אייך געווען, און יעצט, פון ווען איר זענט פארקנעכטעט צום סמארטפאון, איר קוקט טאג און נאכט מאוויס - גייט איר צוגרינד; איר, אייער מאן און קינדער.


דאס הארץ רייסט מיר, וואס האט פאסירט מיט אייך און אייער מאן? איך האב זיך אזוי אוועק געגעבן פאר ענק, סיי פאר אייער מאן ווען ער האט געלערנט אין ישיבה, און סיי פאר אייך אין בית פיגא, און יעצט ווען ביידע פון ענק זענען פארקנעכטעטע פאר די טעלעפאן; איר ווערט נערוועז פון די קינדער, די הויז פליט, עס איז שמוציג און נאכגעלאזט, און אייער מאן מיט זיין טעלעפאן ווערט נערוועז פון אייך - דאס הארץ רייסט מיר.


מיינע תפילות צום אייבערשטן זענען: "למען לא ניגע לריק, ולא נלד לבהלה", די תלמידים און תלמידות פון אונזער מוסד זאלן בלייבן מיט יראת שמים און אויפשטעלן געזונטע ערליכע שטובער, מיין ארבעט זאל נישט זיין אומזיסט.


איך האף צום אייבערשטן ענק וועלן זיך איין טאג אויפוועקן און אנטלויפן פון תפיסה, אפלאזן די מאוויס, ארויסווארפן די עקלדיגע זאכן פון שטוב און לעבן אן ערליכע זיסע לעבן; איר וועט זיין א מאמע פאר די קינדער און א ווייב פאר אייער מאן, און אייער מאן וועט צוריק באקומען זיינע אויערן, ער וועט הערן ווען איר רעדט צו אים.


אין בין זיך נישט מייאש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#620 - קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט
שלום בית, נסים, דאקטורים, אפעראציע

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


פארוואס אפערירן? מען מאכט נישט קיין אפערעישן נאר אז מען מוז.


אויך ווען איין דאקטער זאגט מען מוז - מאכט מען נאך אויך נישט, נאר מען פרעגט נאך א דאקטער.


קיינמאל מאכט מען נישט קיין אפעראציע ווען מען דארף נישט. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען זייער קעגן די אלע וואס פלעגן קומען פרעגן אויב מען זאל מאכן אפילו קליינע אפעראציעס וואס אלע מאכן, צום ביישפיל זיך קלענער מאכן די מאגן (סלי"וו) אדער זיך מאכן די אויגן וכו'; מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט: "מען לייגט זיך קיינמאל נישט אונטערן מעסער, און אפילו ווען א דאקטער זאגט מען מוז - פרעגט מען נאך א דאקטער".


דער אייבערשטער זאל העלפן אייער קינד זאל זיין געזונט און שטארק.


דורך מוותר זיין אין שטוב, דורך לעבן מיט ליבשאפט - ברענגט מען אריין די שכינה אין שטוב און מען זעט ניסים למעלה מן הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#619 - מעגסט גיין שפאצירן מיט דיין ווייב
אמונה, שלום בית, חשדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע גיין שפאצירן מיט די ווייב אין גאס, דו פרעגסט וואס טוט מען מיט דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות מג:): "לא יספר אדם עם אשה בשוק, ואפילו היא אשתו", מען זאל נישט שמועסן אין גאס אפילו מיט די אייגענע ווייב, צוליב חשד וכו'; עס ווערט געברענגט אין די פוסקים (יוסף אומץ דיני נדה וערוה, סימן ח): "בעיירות קטנות כהנהו דידן בארץ אשכנז שרוב העולם מכירין בהן, שרי", אין די פלעצער וואו מיר וואוינען און די מענטשן ווייסן אז דאס איז די ווייב - איז מותר; עיין שם.


גיי אביסל שפאצירן מיט דיין ווייב, עס איז געזונט אין אלע בחינות; סיי פארן געזונט בגוף, סיי פארן געזונט בנפש און פארן שלום בית, און אז זי קרעכצט 'וואס וועט זיין מיט דאס?' 'וואס וועט זיין מיט יענץ?' זאלסטו איר אויסהערן און איר בארואיגן. שמועסט פון אמונה, שמועסט פון די ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אייך ביז אהער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#618 - אלקאהאל אדער דראגס וועלן דיר נישט העלפן
אמונה, שלום בית, שטעטל, משקה המשכר, דראגס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען מען וויל אנטלויפן - אנטלויפט מען צום אייבערשטן, ווייל ערגעץ אנדערש - איז נישטא וואו צו לויפן. אלקאהאל העלפט נישט, עס מאכט מער ביטער, סמים - דראגס השם ישמרינו - זאל דער אייבערשטער אפהיטן, דאס איז אזוי ווי איינער זאל זיך אראפווארפן פון א בנין און זיך נעמען דאס לעבן השם ישמרינו; נישטא וואו צו אנטלויפן - נאר צום אייבערשטן, נאר צו די הייליגע תורה.


אז דיין ווייב דערביטערט דיך - זאלסטו נישט טראכטן אז עס וואלט דיר געקענט זיין בעסער אלס נישט חתונה געהאט, אדער אנדערע טריפה'נע מחשבות, מיט א צווייטן וואלט דיר געווען גרינגער; גלייב מיר, נישטא וואו צו לויפן - נאר צום אייבערשטן, קענסט קומען אין שול דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן עס זאל דיר זיין גרינגער, עס זאל דיר ווערן בעסער.


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע שיעור, עס וועט זיין אביסל שפעטער ווי געווענליך; צוליב וואס מען בויט איבער דעם היכל בית המדרש פאר די בחורים פארן זומער, און איך וויל נישט שטערן די מנין מנחה מעריב פון שטעטל, וועט די שיעור זיין צען אזייגער.


איך בין נעכטן געקומען אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, איך שפיר זיך דא אין שטעטל ווי אין גן עדן, א ריינע פלאץ, אנשי שלומינו מיט תמימות און פשיטות. מענטשן מיינען מיר זענען הולטייעס, מענטשן רעדן אויף אונז אז דא איז א פלאץ פון הפקירות, איך בין אזוי שטאלץ מיט אונזער קהילה; אזא ריינקייט, אזא הייליגקייט.


איך וועל דיר בלי נדר שרייבן מער באריכות, איך יאג זיך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#617 - בעט זיך איבער מיט דיין ווייב און גיי אריין מיט א שמחה אין שבת קודש
שלום בית, שבת טיש, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


לאז נישט דעם שטן ביי דיר אין שטוב, פארטרייב אים, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב און גיי אריין מיט א שמחה אין שבת קודש.


פרייטאג צו נאכטס ביי די סעודה און אזוי אויך שבת צופרי ביי די סעודה - זאלסטו נאר זיין פרייליך, חס ושלום זיין בעצבות ומרה שחורה.


אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס איז אונז מחזק און לאזט אונז נישט פאלן.


א פרייליכן שבת.

#616 - אן ערליכע פרוי טוט די רצון פונעם מאן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת פנחס, י"ג תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייער מאן נרו יאיר אז איר לעבט מיט אים וכו', און אפילו עס איז איך נישט גרינג וכו' און איר האט נישט קיין טעם וכו' - דאך טוט איר די ווילן פונעם אייבערשטן און איר גייט אפילו קעגן אייער ווילן.


דאס איז וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה", ווער איז אן ערליכע פרוי - אן אשה כשרה? "כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", די פרוי וואס טוט די רצון פונעם מאן.


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט ערליכע דורות, און יהי רצון - שתשרה שכינה במעשה ידיכם.


איר האט א טייערער מאן, ער רעדט זיך קיינמאל אפ, אפילו ווען עס גייט אריבער אסאך צייט וואס מען לעבט נישט אינאיינעם - איז ער פרייליך און דינט דעם אייבערשטן.

#615 - ווער עס טוט די ווילן פונעם אייבערשטן, איז זוכה צו ליכטיגע דורות
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, חמרות ופרישות

בעזרת ה' יתברך - מוצאי שבת קודש פרשת חקת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


טוט די רצון פונעם אייבערשטן, לעבט מיט אייער מאן וכו', און אז עס איז אייך שווער - זאלט איר זיך דערמאנען פון די הייליגע אמונה; אז מיר טוען נאר וואס דער אייבערשטער זאגט, און ווער עס טוט די ווילן פונעם אייבערשטן - דער מענטש וועט זוכה זיין צו בנים ובני בנים, ליכטיגע דורות.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה? כָּל שֶׁעוֹשֶׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", די פרוי וואס טוט רצון בעלה - די ווילן פונעם מאן.


איר האט זוכה געווען צו א טייערער מאן, א ירא שמים און א גוטע הארץ מיט גאלדענע מידות; ער בעט מיר ער וויל זיין ערליך, ער וויל זיין אפגעהיטן, ער דארף א ווייב.


וואויל איז די פרוי וואס היט איר מאן, וועט זי זוכה זיין צו גאר א גרויסע שכר.

#614 - דיין בחור וועט זיך פירן פונקט אזוי ווי דו פירסט זיך יעצט
חינוך הילדים, שלום בית, טעלעפאן, דף גמרא, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווילסט וויסן ווי אזוי דיין בחור וועט זיך פירן, וואס פאר א טעלעפאן ער וועט האבן אין טאש? קוק אין שפיגל, אזוי ווי דיר; ווי אזוי דו פירסט זיך - אזא טעלעפאן, מיט אזעלכע ווערטלעך, אלעס אלעס, פונקט אזוי, מיט פראצענט - וועלן זיי זיין, דעריבער האב שכל, טו זיך אליין א טובה און לאז אפ די שטותים.


זאלסט נישט קומען מיט טענות: 'מיין זון קוקט מאוויס', 'מיין זון קוקט סטעטוס', 'מיין זון איז פאר'כישופ'ט צום טעלעפאן וכו' וכו'' ווייל אזוי גייט עס, "כְּאִמָּה בִּתָּהּ" (תנחומא וישלח, ז), אזוי ווי די מאמע - אזוי איז די טאכטער, און אזוי ווי דער טאטע - אזוי איז דער זון.


היינט ראש חודש תמוז, ווען מיר קומען שוין נענטער צום סוף יאר, מיר גרייטן זיך שוין צום רבינ'ס ראש השנה - מאך די ריכטיגע החלטה, לאז אפ די געטשקע, גיי ארויס פון דיין גלות.


נעכטן שרייבט מיר א ווייבל ווי ביטער עס איז איר, זי איז פארקנעכטעט צום טעלעפאן, זי האט נישט קיין געדולד פאר גארנישט; נישטא קיין וועש, נישטא קיין קינדער, נישטא גארנישט, נאר מאוויס; זי וויינט זי וויל ארויסגיין פון איר תפיסה, זי קען נעבעך נישט, סיי זי, סיי איר מאן, ביידע זענען ארעסטירט ביי די נישט גוטע.


א אינגערמאן פון אנשי שלומינו פון בארא פארק זאגט מיר: "איך בין ארויס פון מיין תפיסה, איך האב אוועק געווארפן דעם געטשקע; עס איז מיר געווען ביטער שווער, צוויי וואכן האב איך געמיינט איך ווער משוגע פון זיין יעדע רגע צוגעקלעבט צום וואטס-עפפ, אבער יעצט בין איך אן אויסגעלייזטער מענטש, איך האב אסאך צייט; איך האב צייט צו לערנען, איך קען טראכטן, איך הער מיין ווייב רעדן צו מיר, איך הער מיינע קינדער'ס ווערטלעך, און אזוי ווייטער".


נעם א גמרא און לערן דעם בלאט, זאג די ווערטער - וועסטו זוכה זיין צו ווערן א צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.

#613 - מאך פרייליך דיין ווייב וועט זי זיין געזונט
שמחה, שלום בית, מרה שחורה

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע ליבער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


גיי אביסל שפאצירן יעדן טאג מיט דיין ווייב, שמועס מיט איר, מאך איר פרייליך, מאך איר לאכן; דאס וועט איר געבן פרישע כוחות, ביז זי וועט ווערן אינגאנצן געזונט.


די דאקטורים זאגן דאך אז זי איז געזונט, עס איז אלעס אין מח; אז דו וועסט איר פרייליך מאכן און דו אליין וועסט אויך זיין פרייליך - וועט זי זיין געזונט און שטארק. ווייל דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִֹמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", און אוועק נעמען פון זיך די עצבות און מרה שחורה מיט אלע כוחות.


"וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם, כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִֹֹּמְחָה", אלע מחלות און קרענק וואס קומען אויפן מענטש - קומט נאר צוליב עצבות און מרה שחורה, און דער רבי זאגט ווייטער: "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים הֶאֱרִיכוּ בָּזֶה, שֶׁכָּל הַחוֹלַאַת עַל יְדֵי מָרָה שְׁחֹרָה וְעַצְבוּת, וְהַשִֹֹּמְחָה הוּא רְפוּאָה גְּדוֹלָה", אויך די דאקטורים זענען מודה אז אלע פראבלעמען און קרענק קומען פון נישט זיין פרייליך, און שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק; ווען א מענטש איז פרייליך - נעמט ער אוועק פון זיך אלע צרות און יסורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#612 - העלף דיין ווייב מיט'ן מחנך זיין די קינדער
חינוך הילדים, שלום בית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך האב דיך שוין לאנג נישט געזען, איך האף אז דו האסט זיך נישט באליידיגט פון וואס איך האב דיר געזאגט יום טוב שבועות, אז דו זאלסט העלפן דיין ווייב מיט די קינדער.


דו בעטסט מיר שטענדיג איך זאל דיר זאגן ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב, דעריבער האב איך דיר געזאגט; אבער אויב עס איז דיר צו שטארק נישט אנגענעם - וועל איך נישט זאגן.


ברודער, איך וויל נאר דו זאלסט האבן לעבן, שלום בית, נחת; איך בין נישט מרוויח פון דעם, דאס איז נאר פאר דיר.


ברודער שטארק זיך, העלף דיין ווייב מיט עבודת החינוך, עס איז די העכסטע עבודה צו מחנך זיין די קינדער, זיי זאלן ליב האבן דעם אייבערשטן און גיין אין די תורה וועג.

#611 - די חשדות וואס דו טראכסט אויף דיין ווייב, איז נעבעך א נערוון זאך
תפילות אויף אידיש, שלום בית, מחשבות, חשדות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שלח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס טוט מיר זייער וויי צו הערן אז דו ביסט נאכאלץ שטעקן געבליבן מיט די מחשבות, נאכן רעדן מיט דיר שוין פאר אפאר חדשים צוריק; דו האסט א טייערע ווייב, אן אשת חיל, א מתנה פונעם אייבערשטן, זי איז א גרויסע צדיקת. דאס וואס דו טראכסט חשדות אויף איר - איז נעבעך א נערוון זאך, זי איז אן ערליכע פרוי, א צדיקת.


זאלסט וויסן אז די סארט מחשבות פון חושד זיין די ווייב וכו' - זענען פון די סטרא אחרא; זיי ווילן דיך פארכאפן אין זייער נעסט, איך ציטער אויב דו וועסט פארכאפט ווערן ביי זיי.


נעם די עצה פון רבי'ן, גיי יעדן טאג שרייען צום אייבערשטן ער זאל דיך ראטעווען פון די קליפות, זאג:


"רבונו של עולם מאך מיך פרייליך, רבונו של עולם מאך מיך געזונט. עס בוזשעוועט מיר די קאפ, איך טראכט א גאנצן צייט חשדות אויף מיין ווייב, אנשטאט איך זאל אנערקענען די מתנה וואס איך האב באקומען פון דיר; א טייערע ווייב, אן ערליכע ווייב - פייניג איך זיך אז זי איז נישט ערליך, און דאס לאזט מיך ממש נישט לעבן.


אנא ה' איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, נעם מיך ארויס פון שאול תחתית. נעם מיך ארויס פון די קליפות, פארטרייב די רוח רעה וואס איז אריין אין מיר, בזכות דיינע הייליגע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן. בזכות רבי שמעון בר יוחאי, בזכות האריז"ל, בזכות הבעל שם טוב זכותו יגן עלינו, בזכות רבינו נחמן בן פיגא ותלמידיו הקדושים ובזכות רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו.


מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג מזמור כט פון תהילים. דער רבי זאגט (ספר המדות אות קליפה, סימן ו): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", דער קאפיטל איז מסוגל אוועק צו טרייבן א רוח רעה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#610 - שטאלצירט מיט אייערע עלטערן, אפילו זיי געהערן נישט אין היכל הקודש
כיבוד אב ואם, שידוכים, שלום בית, היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בהעלותך, ט"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איר האט זייער טייערע עלטערן, אייער טאטע איז א גרויסער עובד ה', און אייער מאמע איז אן ערליכע פרוי, פון די נשים צדקניות אין אונזער דור. שטאלצירט מיט אייערע עלטערן, אפילו זיי געהערן נישט אין היכל הקודש; דאנקט דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר אזעלכע עלטערן און זייט ביידע מכבד מיט גרויס פרייד.


בנוגע א שידוך וכו'; בעטס פאר א גוטן מאן, א מאן א ירא שמים מיט הייליגע דורות, בעטס נישט אויף א בחור פון ישיבה, בעטס פאר השראת השכינה, אז ביי אייך אין שטוב זאל רוען די שכינה, ביי אייך אין שטוב זאל מען לעבן מיט שלום און מיט ליבשאפט.


היכל הקודש איז עצות, שכל און חיזוק ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן, גארנישט מער און גארנישט ווייניגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#609 - ווארטס נישט אייער מאן זאל אייך איבערבעטן
צרות, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, גט

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


שטארקט אייך מיט אלע כוחות אז אייער שטוב זאל נישט צעפאלן, און אז עס איז אייך ביטער שווער - זאלט איר ארויפקוקן צום אייבערשטן און אים בעטן ער זאל העלפן עס זאל גרינגער ווערן.


ווארטס נישט אייער מאן זאל אייך איבערבעטן וכו' וכו'; איר זאלט ווייטער זיין פרייליך און ווייטער זיין געטריי צו אים און צו די קינדער.


עס איז דא א ווארט פון הייליגן רבי'ן: "אז מען וויל נישט ליידן אביסל - ליידט מען אסאך"; די ווארט איז אזוי אמת, אזוי הייליג; ווייל יעדער איינער אויף די וועלט ליידט, נישטא אזא זאך מען זאל נישט ליידן; נאר וואס דען, דער וואס לעבט מיטן אייבערשטן, ווען עס גייט אים עפעס אריבער, אן איבערגייאכץ - ווייסט ער אז דאס איז פונעם אייבערשטן, איז אים גרינגער צו ליידן; אבער אז מען אנטלויפט פון די תורה, מען אנטלויפט פונעם אייבערשטן - ווערט שפעטער גאר ביטער.


וויפיל ווייבלעך גרושות זאגן קלאר, ווען מיר וואלטן געוויסט ווי שווער עס וועט אונז זיין - וואלטן מיר געבליבן ליידן דאס ביסל.


איך האף די פאר ווערטער וועט אייך געבן חיזוק און איר וועט האלטן אייער שטוב שטארק, איר וועט זיין פון די נשים צדקניות וואס ווערן פארשריבן אין הימל אז זיי האבן געבויט זייער שטוב מיט מסירת נפש פארן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.