בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#372 - עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט
שלום בית, אידיש געלט, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע בארגן געלט וכו'; עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין - ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן, ענדערש בלייב שולדיג פאר דיר די מעבל, לייג אוועק געלט צו קענען קויפן שיינע מעבל - ווי איידער צו גיין בארגן, זיין יענעמ'ס קנעכט.


וואלט ווען געווען די מעשה פארקערט, דיין ווייב וואלט געוויינט און געשריגן אז זי דארף מעבל וכו' - וואלט ריכטיג געווען איר צו בארואיגן, און אז זי לאזט זיך נישט - קען זיין מען דארף בארגן, אבער אין דיין פאל, אז זי איז גאר די וואס זאגט בארגט נישט - איז דאך גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#371 - אז דיין ווייב דארף דיין הילף מיט די קינדער, זאלסטו בלייבן העלפן
שלום בית, היכל הקודש, לימוד התורה, היטן די צייט, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר די גוטע גרוס פון בית המדרש. איך בין זיך זייער מחי' יעדעס מאל איינער שרייבט מיר ווי אזוי מען פירט זיך אין שול, פון די דרך ארץ פון אנשי שלומינו. די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו - דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך.


בנוגע בלייבן אין שטוב וכו'; אז דיין ווייב דארף דיך האבן אין שטוב, זי דארף דיין הילף - זאלסטו איר העלפן. אודאי און אודאי איז זייער א גוטע זאך צו גיין צום שיעור, אבער אז דיין ווייב פאלט פון אירע כוחות, זי דארף האבן דיין הילף מיט די קינדער - זאלסטו בלייבן העלפן, און לערנען אין די אנדערע צייטן.


עס איז דא צייט פאר ביידע, עס איז דא צייט פאר אלעס; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט נאר טון זיין רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#370 - שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות
צניעות, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, שלום בית, שאלות, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות, פריי זיך אז זי וויל גיין אנגעטון איידל; וויי און ביטער ווערט ווען די ווייב הויבט אן זאגן אז דאס פעלט נישט אויס, יענץ פעלט נישט אויס - דעמאלט איז נישטא וואס צו מאכן, ווייל ווען די ווייב פארלירט איר געפיל אין איידלקייט - קען מען איר נישט באצווינגען.


עס קומען צו מיר טייערע אינגעלייט זיי וויינען צו מיר וואס זיי זאלן טון, זייער ווייב הויבט אן זיך פירן נישט ווי אזוי מען דארף; אן שטרומפ, קורצע קליידער וכו' וכו', השם ירחם; אז דיין ווייב האט אן אפמאך נאר צו גיין מיט א געוויסע סארט שטרומפ - זאלסטו נישט לאכן פון איר.


דער מאן דארף שטענדיג זאגן גוטע ווערטער פאר די ווייב בנוגע איר צניעות. נישט נאר פאר די ווייב, מען דארף זאגן פאר די קינדער; די גוטע ווערטער געבט כח מען זאל בלייבן גוט, סיי מיט די אינגלעך, סיי מיט די מיידלעך. זוך צו געבן א גוט ווארט יעדן טאג פאר דיינע קינדער, צום ביישפיל, ווען דו זעסט דיין קינד גרייט אן נעגל וואסער, זאלסטו זאגן הויך: "מאמי, קוק ווי וואויל דער קינד איז, ער גרייט אן נעגל וואסער"; עס קען זיין אז די איין גוט ווארט וואס ער הערט יעצט וועט אים טראגן זיין גאנץ לעבן אנצוגרייטן נעגל וואסער. אז דו זעסט דיין טאכטער - זאלסטו איר געבן א גוט ווארט, זאג הויך: "מאמי קוק ווי שיין צניעות'דיג זי איז"; דאס וועט איר געבן א שטארקייט צו בלייבן גוט.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה אפילו א מענטש איז נאכנישט קיין צדיק ער זאל פארגינען א צווייטן צו זיין א צדיק"; אז דו ביסט נאכנישט ביי דעם, דו כאפסט נישט דאס גרויסקייט פון אזא שטרומפ אדער א צווייטע סארט שטרומפ, און דו זעסט דיין ווייב ווי זי איז שטארק צו גיין נאר אזוי וכו' - זאלסטו איר זאגן: "איך פריי זיך אז דו ביסט שטארק מיט איידלקייט".


בנוגע וכו'; איך קוק גוט אויף דיר, האב נישט מורא צו שרייבן דיינע ספיקות; זיי נישט פון די וואס האלטן זיך צוריק צו פרעגן ווייל אפשר וועט דער ראש ישיבה טראכטן אז מען איז צעדרייט; עס איז נישט אזוי, ווייל כל זמן מען פרעגט, ווי צעדרייט מען זאל זיין - ווערט מען אויסגעגראדט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#369 - נעם דיין ווייב און קינדער פאר חברים
קינדער, חברים, שלום בית, לימוד התורה, אידישע שטוב, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


קען זיין ביי די וועלט איז עס א זאך וואס איז נארמאל, אבער אין היכל הקודש איז דאס נישט די וועג, אז מען פארט אוועק מיט חברים; אין היכל הקודש לערנט מען צו זיין מיט די ווייב, פארברענגען מיט די ווייב, זיך אויסלופטערן מיט די ווייב, זיך אפרוען מיט די ווייב; איז דאס ביי מיר א וואונדער צו הערן אז דו זוכסט זיך גליקן.


דו האסט שוין אמאל געהאט צוטון מיט א "חבר" וואס האט דיך שיעור אומגליקליך געמאכט, דאס דארף זיין גענוג פאר דיר. דו דארפסט נישט נייע חברים, נעם דיין ווייב פאר א חבר, דיינע קינדער פאר חברים, דיינע שיעורים כסדרן.


ביי מיר איז פארן מיט די ווייב די שענסטע זאך, און פארן מיט א חבר - א פארקערטע זאך.


געדענק, נישטא קיין חברים; געדענק, נישטא קיין עולם הזה; געדענק, נאר דיין ווייב וועט דיר בלייבן געטריי.


איך וואונטש דיר זאלסט שוין טרעפן דעם אוצר ביי דיר אין שטוב.

#368 - מאן און ווייב גייען אינאיינעם אויף וואקאציע צו מקומות הקדושים
חברים, שלום בית, קברי צדיקים, שטעטל, וואקאציע

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר


זאלסט האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס ביים ציון פון מוהרא"ש און ביי אלע צדיקים. וואס דארפן מיר מער פון דעם וואס מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ביי זיין ציון וועט מען פועל'ן כל מיני ישועות.


די קלוגסטע זאך איז צו פארן וועקעישן צו מקומות הקדושים און די שענסטע זאך איז צו פארן מאן און ווייב אינאיינעם.


עס קומט צו ברעכן ווען מען הערט אינגעלייט פארן אן די ווייב, מען פארט חברים אינאיינעם, און אזוי אויך ווייבלעך לאזן איבער די מענער און פארן קיין פלארידא, מעקסיקא, הרי חושך וכדומה; נישטא קיין שענערע זאך ווי מאן און ווייב פארן אינאיינעם. אזוי הייליג, אזוי אפגעהיטן, און נאך שענער איז אז מען נוצט אויס די וואקאציע אויף פועל'ן ישועות.


היינט בין איך געווען אין שטעטל; וואס זאל איך דיר זאגן, עס איז עפעס א זויבערקייט, א העכערקייט; דארט שפירט מען ווי מען יאגט נישט, דער מענטש פונעם גארטן איז דארט (עיין ספורי מעשיות, מעשה יא).

#367 - נישט זוכן יענעמ'ס חסרונות
שלום בית, מורה דרך

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דו ביסט א טייערער אינגערמאן און דו האסט א טייערע ווייב, ביידע זענט איר זייער וואוילע מענטשן און ביידע פון אייך האבן נאך זאכן וואס זיך אויסצוארבעטן.


דו דארפסט אויפזוכן די מעלות פון דיין ווייב און פאררעכטן דיינע חסרונות, און זי וועט אויפזוכן דיינע מעלות און ארבעטן אויף אירע חסרונות; דו קענסט נישט און דו טארסט נישט זיין פארנומען מיט אירע חסרונות - נאר אזוי וועט בלייבן ענקער שטוב.


איך בעט דיר זייער, טו אלעס אין די וועלט אז דיין שטוב זאל נישט צאמפאלן. דער יצר הרע, דער סמ"ך מ"ם - ער וויל איין זאך, דו זאלסט צעברעכן דיין שטוב, הי' לא תהי'; נישט נאר דיין שטוב וויל ער צעברעכן, נאר אלע אידישע שטובער, ער ארבעט ביי יעדן איינעם מיט אנדערע וועגן.


אויב איז דא זאכן וואס שטערט דיר פון דיין ווייב – זאלסטו מיר שרייבן. דיין ווייב וויל זיין גוט, זי ארבעט אויף זיך, אבער דו דארפסט אכטונג געבן אויף איר.


איך וועל זיין דעם שבת אין שטעטל, מוצאי שבת וויל איך רעדן מיט ענק; פארבינד זיך מיט ...


 

#366 - וואויל איז דעם וואס פרעגט יעדע זאך, אזוי ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן
קינדער, תפילה והתבודדות, צניעות, שלום בית, שאלות, ספיקות, אידישע שטוב, מורה דרך, טערעפי, חנופה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקהל, כ' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ...


ווען דו ביסט געווען ביי מיר זונטאג מיט דיין ווייב האט זי זיך זייער צואוויינט אז דו זאגסט איר זי זאל נישט קומען צום ראש ישיבה, ווייל זי שטערט וכו'.


וויל איך דיר בעטן דו זאלסט איר נאר מחזק זיין צו קומען, צו פרעגן און צו בעטן ברכות, שעם זיך נישט ווען זי זיצט מיט דיר און זי פרעגט אסאך שאלות. פריי זיך אז זי קומט דא, מען וועט איר נאר מחזק זיין צו גיין אויף די תורה וועג. וואס וועסטו טון אז זי וועט זיך שעמען צו קומען, וועט זי זיך טרעפן עפעס אן אלטע מיידל מיט גרויע האר וואס וועט איר זאגן זי זאל אנהויבן צו קוקן אויף זיך, זי זאל דיך אפלאזן, השם ישמרינו.


ווען די רבנים וואלטן געוויסט די סכנה וואס גייט פאר מיט טערעפי, ווי די גוי'אישע וועלט, די גוי'אישע טומאה ווערט געפיטערט פאר די הייליגע אידישע פאלק דורך די טערעפי - וואלטן זיי זיכער געטון פאר דעם עס אפצושטעלן.


ברוך השם ביי דיר איז גוט, דיין ווייב איז אן ערליכע, א צדיקת, איר הארץ איז אפן צום אייבערשטן; לאז איר קומען פרעגן אירע שאלות און ספיקות. קום מיט, זיץ מיט איר און שטארק איר זי זאל אלעס פרעגן; וואויל איז דעם וואס פרעגט יעדע זאך, אזוי ווייסט מען ווי אזוי זיך צו פירן.


נאך איין זאך. זאג דיין ווייב אז איך חנפ'ע נישט; דאס ווייסטו אויך גוט, אז וואס איך האלט - זאג איך. איך זאג איר זי איז צניעות'דיג - זאל זי מיר נישט זאגן אז איך זאג נישט דעם אמת, זי איז זייער איידל, און אז זי מאכט זיך די פנים וכו' - איז זי נאכאלץ צניעות'דיג. דאס וואס זי שפירט אז נישט - זאל זי בעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך אליינס ליב האבן, זי זאל ליב האבן איר לעבן. מיט אסאך תפילה טוישט זיך די טראכטן פונעם מענטש, ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן - טוישט זיך די גאנצע הילוך המחשבה. זי איז א טייערע פרוי, איך ווייס נישט צי דו ווייסט און צי דו ביסט דאס גענוג מחשיב.


זיי איר מחזק זי זאל נישט אונטערברעכן מיט די שטוב ארבעט; זי מיינט אז נאר זי קען זיך נישט אן עצה געבן. איך געדענק ווען מיר האבן געהאלטן דארט ווי דו האלסט, מיר האבן געהאט צוויי קליינע קינדער - פלעגט מיין ווייב אויך וויינען, זי האט געמיינט אז נאר זי קען זיך נישט קיין עצה געבן, אזוי גייט עס ביי אלעמען. באלד ווערן די קינדער גרעסער, באלד וועט זיין נחת, באלד וועסטו זיצן באקוועם מיט דיין ווייב, דיינע קינדער וועלן דיר ברענגען, טראגן, מאכן, טון וכו'.


אוודאי איז אין אנהויב שווער, אבער דאס מאכט נישט מען זאל נישט וועלן חתונה האבן און האבן קינדער. דו ווייסט, עס זענען דא טערעפיסטן וואס זאגן מען זאל נישט מאכן די קליינע לעכל אין די אויער פאר א מיידל בעבי ווייל עס איז צער בעלי חיים, עס איז יסורים, עס איז געפערליך, נעבעך אויף די מענטשן. ביי אונז מאכט מען יא די קליינע לעכל, עס טוט וויי פאר איין סעקונדע און די מיידל טוט מען אן מיט א הערליכע אויעררינגל; גיי פרעג דיין ווייב צי זי וויינט נאך פון דעם, אזוי וועט זי באלד דארפן טראכטן 'אה טאקע אמאל... היינט איז א מחי' קינדער'.


על כל פנים, לאז איר קומען, שעם זיך נישט; עס איז נישט קיין בושה צו פרעגן, עס איז א בושה צו לעבן אליינס אן פרעגן.


גיי שפאצירן יעדן טאג מיט'ן אייבערשטן, הויב אן מיט דאנקען. פאר דו הויבסט אן קרעכצן, וויינען און בעטן - זאלסטו קודם דאנקען, דאס דאנקען וועט דיר עפענען דאס הארץ, עס וועט דיר שטעלן אויף די ריכטיגע שינעס.


דיין ראש ישיבה.


 


 

#365 - קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלום בית
תפילות אויף אידיש, צניעות, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מוהרא"ש, יענער, דמיונות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס איר שרייבט אז איר זוכט צו ווייזן ליבשאפט צווישן אייך און אייער מאן ווען מענטשן קוקן, ווען איר גייט שפאצירן אין גאס מאכט איר זיך בא'טעמ'ט וכו', ווען מענטשן קומען אייך אנטקעגן שמייכלט איר שטערקער צו אייער מאן און איר מאכט מיט די הענט, מיט די פיס אז מענטשן זאלן אויסגיין פאר קנאה וכו' וכו'.


עס איז א שאד צו ארבעטן אזוי שווער, פארוועם? פארוואס? פאר ווי? קיינער קוקט נישט אויף אייך, קיינער איז נישט אינטערעסירט אין אייער שלום בית. אסאך יונגע קאפלס האבן די קטנות הדעת וכו'; פארוואס זאלט איר ארבעטן אזוי שווער ווען קיינער איז נישט אינטערעסירט וכו'? ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן? מוהרא"ש האט מיר געזאגט נאכדעם וואס איך האב אים געברענגט א פאשקעוויל וואס מען האט געווארפן אויף מיר, מוהרא"ש שמייכלט צו מיר און זאגט מיר: "ווער קוקט אויף דעם? ווער האט צייט צו טראכטן פון א צווייטן?" דאס זעלבע זאג איך אייך, איר מיינט איר גייט אין גאס און אלע האבן נישט עפעס אנדערש וואס צו טון נאר צו קוקן אויף אייך ווי איר שמייכלט צו אייער מאן?


וואס מיינט איר, מענטשן האבן צייט צו טראכטן פון אייך? דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "צָרִיךְ כָּל אָדָם לְהוֹצִיא אֶת עַצְמוֹ מֵהַמְדַמֶּה", מען דארף ארויסגיין פון דמיונות, "וְלַעֲלוֹת אֶל הַשֵּׂכֶל", און צוקומען צו האבן שכל, "וְאִי אֶפְשָׁר לְהַכְנִיעַ הַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַמְּנִיעוֹת, אֶלָּא עַל יְדֵי גְּדֻלּוֹת הַבּוֹרֵא", מען קען נישט אוועקנעמען די אלע דמיונות, שלעכטע מחשבות, תאוות און אזוי ווייטער - נאר אז מען טראכט פונעם אייבערשטן, ווי גרויס דער אייבערשטער איז; נאך זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצד): "מִי שֶׁרוֹצֶה כָּבוֹד הוּא שׁוֹטֶה", ווער עס דארף כבוד איז א שוטה; ווייל דער אייבערשטער איז דא, אז דער אייבערשטער איז דא - איז נישטא די אלע קטנות הדעת.


בעטס דעם אייבערשטן די ווערטער יעדן טאג: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל ארויסגיין פון מיינע דמיונות און זוכה זיין צו באקומען שכל צו וויסן אז דו ביסט דא, אלעס ביסטו, אלעס אויסער טראכטן פון דיר - איז נאר דמיונות. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיין צופרידן פון מיין לעבן, עס זאל מיר נישט אנגיין וואס אנדערע טראכטן פון מיר".

#364 - אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב, וועסטו אלעס האבן
שלום בית, פרנסה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט רעדן שיין צו דיין ווייב - וועסטו אלעס האבן. דו וועסט האבן אן אייגענע דירה מיט שיינע מעבל און א שיינע קאר; אלעס ווענדט זיך אין דיר, ווי אזוי דו וועסט רעדן פון היינט און ווייטער צו דיין ווייב; אזוי זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דאס גאנצע עשירות איז בזכות די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט צו איר אזוי ווי ערליכע אידן רעדן, מען בעט איר אלץ איבער - דעמאלט האט מען א רייכע לעבן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים מט:) וואס איז די חילוק פון אן ערליכע לעבן און נישט אן ערליכע לעבן? דער ערליכער איד בעט איבער זיין ווייב און איז מיט איר וכו' וכו', ווידער דער נישט ערליכער איד רעדט נישט שיין, ער בעט נישט איבער, ער איז ווילד אזוי ווי א לייב וואס צעברעכט די ביינער וכו'.


איך שרייב דיר וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; אז דו וועסט זיך אזוי פירן וועט דיר גארנישט פעלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#363 - געב אכטונג אויף די קינדער, דיין ווייב זאל קענען ארויסגיין נעמען חיזוק
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, התחזקות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע אנשי שלומינו וואס וואוינען אין די הייליגע שטעטל קרית ברסלב ליבערטי


היינט נאכט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט זיין א פרויען צאמקום; איך וויל דיר בעטן דו זאלסט העלפן דיין ווייב מיט די קינדער, אז דיין ווייב זאל קענען קומען נעמען חיזוק.


פארוואס קענסטו נישט האלטן פאר איין שעה דיינע קינדער? פארוואס שיקסטו דיין ווייב צו די צאמקום מיט אירע קינדער? זי קען נישט אויסהערן די שיעור; דאס קינד וויינט, דאס קינד שטערט; קיינער קען נישט מיטהאלטן די שיעורים.


פארוואס זאלסטו נישט טון דאס ביסל פאר דיין ווייב, זי זאל קענען קומען הערן אביסל חיזוק רואיגערהייט?


קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גוט דיין לעבן וועט דיר ווערן אז דיין ווייב וועט האבן איינמאל א וואך די שעה אליינס, אן די קינדער.


בלייבט'זשע מיר געזונט.

#362 - ריינקייט איז נישט א מאדערנע זאך
בין המצרים, שלום בית, ריינקייט, חסידות ברסלב, מוהרא"ש, ישיבה, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


דיין ווייב האט מיר געשריבן אז זי איז מלא שמחה אז זי האט זוכה געווען חתונה צו האבן מיט אזא טייערער מאן ווי דיר, זי קען נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד וואס ער האט געטון מיט איר, זי איז פול מיט שמחה.


עס איז דא איין קלייניקייט וואס שטערט איר; איך וויל דיך נישט באליידיגן, איך וויל דיר נאר העלפן עס זאל דיר גוט זיין, זי שרייבט אז זי קען נישט נעמען דאס נישט זויבערקייט וכו'.


א שאד דאס ליבשאפט צווישן אייך זאל זיך אפקילן צוליב דעם. קען זיין דו ביסט אויפגעוואקסן אין א סביבה וואס מען האט דיר איינגערעדט אז דאס איז אן ערליכער איד; ווי מער מען שטינקט און ווי מער מען איז פארשמירט - איז מען א גרעסערער עובד השם. איך ווייס פון אזעלכע פלעצער וואס מען רעדט איין יונגע בחורים און אינגעלייט זיי זאלן נישט גיין אין שויער, מען רעדט זיי איין אז ערליכע אידן גייען אנגעטון שמוציג און זיי שטינקען.


וויל איך דיך פאררעכטן; ערליכע אידן גייען אנגעטון זויבער און ריין, ערליכע אידן געבן אכטונג נישט צו גיין אנגעטון שמוציג, ערליכע אידן באדן זיך יעדן טאג. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת נ:): "רוחץ אדם פניו ידיו ורגליו בכל יום בשביל קונו", א מענטש זאל זיך אפוואשן יעדן טאג זיין פנים, הענט און פיס, ווייל עס שטייט )משלי טז, ד): "כל פעל ה' למענהו", אלעס וואס דער אייבערשטער האט באשאפן - האט ער נאר באשאפן פאר זיין כבוד; אזוי אויך דארף מען זיך יעדן טאג אויסשווענקען די מויל פאר מען גייט ארויסזאגן דעם אייבערשטנ'ס נאמען, עס זאל זיין בקדושה ובטהרה (שלחן ערוך אורח חיים סימן ד, סעיף יז).


די הייליגע חכמים זאגן (משנה, סוף מסכת סוטה): "נקיות", ריינקייט - "מביאה לידי טהרה", ברענגט צו טהרה; ריינקייט איז נישט א מאדערנע זאך, זיך אויספיצן און פרובירן נאכמאכן דעם גוי - דאס איז אן עקלדיגע זאך, אבער זיין ריין, זיך שויערן יעדן טאג, זיך טוישן די קליידער, זיך קעמען די האר, זיך פוצן די ציין, - דאס מוז מען טון. דיין ווייב שרייבט אז דאס מאכט עס זאל זיך אפקילן די ליבשאפט, עס איז ממש א שאד פאר ענקער עתיד.


נאך איין זאך, ווען זי רעדט צו דיר, זי זאגט דיר אז עס איז איר שווער וכו' - זאג איר נישט זי זאל מתפלל זיין עס זאל איר נישט שטערן, מאך איר נישט אוועק, זאג איר אז דו גייסט פרובירן צו זיין זויבער.


אין ישיבה זענען מיר זייער מקפיד אויף די ריינקייט פון די בחורים, אזוי האט מיר מוהרא"ש אנגעזאגט; מוהרא"ש האט אויך זייער מקפיד געווען אז בחורים זאלן זיין ריין און זויבער. אין די ניין טעג האט מוהרא"ש געהייסן די בחורים זאלן גיין אין שויער, אויך מיין זיידע, קארלסבורגער רב זכותו יגן עלינו - האט מיר גע'פסק'נט אז די בחורים זאלן זיך וואשן אפילו אין די ניין טעג, ווייל מען טאר נישט דאווענען און נישט לערנען ווען עס גייט א גערוך ווען מען שוויצט.


מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", דעם רבינ'ס ספרים פארמאגן א מורא'דיגן כח צו מעורר זיין א מענטש צו דינען דעם אייבערשטן, אין יעדע שמועס פון רבי'ן ליגן געוואלדיגע עצות און הדרכות פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#361 - פארוואס זאלט איר זיך אויפעסן אז אנדערע האבן אויך א גוט לעבן?
תודה והודאה, שלום בית, קנאה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תשא, י"ד אדר א', פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט באקומען א טייערער מאן, ווייניג זענען זוכה צו אזא מאן, אזא בעל מדות, א גוטסקייט; וואס גייט אייך אן א צווייטן? פארוואס זאלט איר זיך אויפעסן לעבעדיגערהייט אז אנדערע האבן אויך א גוט לעבן?


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא לח:): "אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען עפעס א ברעקל פון א צווייטן, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", אפילו א האר קען מען נישט צונעמען פון א צווייטן; פארוואס זאלט איר זיך אזוי שטארק אליינס פייניגן? פארוואס וויינען?! עס איז א סכנה ווען מען וויינט אומזיסט, עס קען קומען נאכדעם זאכן אויף וואס מען קען טאקע וויינען.


איך זאג אייך דעם אמת, ווען איך זע א מענטש וויינען - הויב איך אן מיט צו וויינען, דאס איז מיין נאטור, אבער ווען איר זענט געווען ביי מיר און געוויינט אז אייער חבר'טע גייט האבן א גוט לעבן און איר זענט איר מקנא - האב איך זיך ממש איינגעהאלטן פון לאכן, ווי נאריש מען קען זיין; צו וויינען ווען א צווייטער גייט האבן א גוט לעבן.


איך האב פארשטאנען וואס מוהרא"ש זאגט, אויף די ווערטער פון די הייליגע חכמים (בבא מציעא נט.): "שערי דמעות לא ננעלו", די טויערן פון טרערן זענען קיינמאל נישט פארמאכט; נו, אויב אזוי, פארוואס דארף זיין טויערן מיט טירן? נאר ווען נארישע מענטשן וויינען - דעמאלט פארמאכט מען עס.


טוט תשובה, הויבט אן זיין פרייליך, הויבט אן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר זענט געזונט, אייער מאן איז געזונט. בעטס פאר געזונטע קינדער און מאכט אייך נישט נאריש.


 


 

#360 - מיר האבן א בריק אריבער צו גיין אלע שווערע וואסערן
שלום בית, צדיקים, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת כי תשא, י"ג אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, דער רבי לערנט אונז אזעלכע עצות ווי אזוי צו קענען לעבן א חיים טובים אויף די וועלט, ווי אזוי צו קענען אנגיין אין לעבן מיט מענטשן, מיט די ווייב און קינדער; נאר ווער עס לעבט מיט'ן צדיק - דער האט א וועג אין לעבן.


איך האב געהערט פון א ברסלב'ער חסיד אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מועד קטן כה:) ווען די גרויסע צדיקים רבה און רב יוסף, אזוי אויך אביי און רבא זענען אוועק פון די וועלט, "נשוק כיפי דפרת ודגלת אהדדי", האבן זיך צעבראכן די בריקן; פשט איז, דער צדיק ווייזט אונז א וועג ווי אזוי מיר זאלן קענען אריבערגיין טיפע וואסערן, "כִּי תַעֲבֹר בַּמַּיִם אִתְּךָ אָנִי" (ישעיה מג, ב), ער לערנט אונז אמונה.


אזוי אויך איז נישט מעגליך צו לעבן מאן מיט ווייב, עס איז אזוי ווי מען שטייט פאר א וואסער, מען דארף א בריק צו קענען אריבערגיין, מען דארף אן עצה צו קענען לעבן, די צדיקים זיי מאכן אונז א וועג צו קענען גיין; דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (מועד קטן, שם) "כי נח נפשיה", ווען די צדיקים זענען נסתלק געווארן זענען די בריקן צעבראכן געווארן, עס איז נישטא מער די וועג ווי אזוי אריבער צו גיין די שווערע וואסערן.


אשרינו מה טוב חלקינו, ביי אונז לעבט דער רבי. מען שפעט פון ברסלב "טויטע חסידים"; מיר זענען נישט קיין טויטע חסידים, מיר האבן א בריק אריבער צו גיין אלע שווערע ימים ונהרות, אלע זיבן וואסערן, דער רבי איז מיט אונז, מוהרא"ש איז מיט אונז.

#359 - אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען א גרויסער נס
שלום בית, התחזקות, רפואה, נסיונות, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת כי תשא, ט"ו אדר א', שושן פורים קטן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר פארליר זיך נישט; דיין ווייב וועט זיין געזונט און שטארק. עס פאסירט אמאל אזעלכע זאכן, א פרוי פאלט פון די כוחות; נעם איר צום דאקטער, עס איז דא גוטע מעדעצין, זי וועט זיין געזונט און שטארק; מען קען האבן א גוטע זיסע לעבן אפילו ווען די ווייב דארף נעמען מעדעצין פאר די נערווען.


איך בעט דיר זייער, ווער נישט צעפאלן; דאס אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר איז למען הבחירה והנסיון, פארליר זיך נישט; אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו זען א גרויסער נס.


דו זאלסט איר נאר אויפבויען, אויפהייבן; רעדן גוטע און שיינע ווערטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#358 - וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג
תפילה והתבודדות, שמחה, חינוך הילדים, מלמדים, שלום בית, קברי צדיקים, מוסדות, חסידות ברסלב, שטעטל, סיום, דרשות, מוהרא"ש, סיפורי צדיקים, בריוו, עצבות, ישיבה, ספרי ברסלב, גמרא, ראש ישיבה, שמירת עינים, אחדות, געפילן, סופרים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת תצוה, י' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


וויפיל דארפן מיר דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פון הייליגן רבי'ן; מען קען זיך נישט פארשטעלן צו וואס מיר וועלן זוכה זיין אויב מיר וועלן פאלגן דעם רבי'ן. אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען לערנט די הייליגע ספרים - איז מען זוכה צו ווערן א גרויסער צדיק.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן א גרויסער בעל תשובה אז מען לערנט זיין ספר, "וְאָמַר, שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו, רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת, אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", נאך האט דער רבי געזאגט, ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת - וועט זיך אים עפענען אלע זיינע פארשטאפטע אדערן; נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט (שם, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק - קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד"; רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִלּוּ עַכְשָׁו כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת, לְמִי שֶׁיָּשִׂים לִבּוֹ הֵיטֵב לִדְבָרָיו וּלְשִׂיחוֹתָיו הַקְּדוֹשִׁים הַנֶּאֱמָרִים בְּזֶה הַסֵּפֶר, וּבִשְׁאָר סְפָרָיו הַקְּדוֹשִׁים".


איך בעט אייך מיינע טייערע ברידער, געדענקט וואס מוהרא"ש פלעגט חזר'ן ביי יעדע איינציגסטע שיעור: "מען קען נישט זיין א ברסלב'ער חסיד נאר אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים"; מוהרא"ש פלעגט לאכן פון די אלע וואס פאררופן זיך ברסלב'ער חסידים און האבן נאך קיינמאל אין זייער לעבן מסיים געווען דעם הייליגן ספר לקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, חיי מוהר"ן, ספר המדות און ספורי מעשיות.


בעט אייך טייערע ברידער, טייערע חברים: מאכט אייך שיעורים אין רבינ'ס ספרים, יעדער לפי בחינתו, קוקט נישט אויף א צווייטן, מישט זיך נישט ביי א צווייטן. דעם משכן האט מען נישט געקענט בויען נאר פון גאלד, אדער נאר פון זילבער, עס האט אויסגעפעלט אלע סארט זאכן, נאר אזוי האט זיך צאמגעשטעלט א משכן. אזוי איז כלל ישראל; איינער ברענגט גאלד, א צווייטער ברענגט זילבער, א דריטער קופער, איינער ברענגט א קליין בענדעלע, א רויטע פאדעם; אלעס אינאיינעם בויט זיך אויף די הערליכע משכן.


יעדער איינער זאל זיך מאכן א שיעור אין די הייליגע ספרים, און אז דו פארשטייסט נישט - זאלסטו זאגן די הייליגע ווערטער, שפעטער וועט זיך שוין עפענען דיין הארץ און קאפ, דו וועסט פארשטיין.


אויך זאלט איר אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב, בלייבט נישט אין גאס ביינאכט, בלייבט נישט שמועסן אין שול; קומט אהיים העלפן אין שטוב, און אפילו עס איז נישטא וואס צו העלפן - קום אהיים, זיץ אין שטוב, שמועס מיט דיין ווייב און לערן דיינע שיעורים אין שטוב; דריי זיך נישט ביי די נעכט אין גאס.


ועל כולם באנוצט זיך מיט די עצה פון התבודדות, זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן. נישטא בעסערס פון א גוטע התבודדות, ווען מען איז זוכה זיך אויסצורעדן דאס הארץ צום הייליגן באשעפער.


איך בעט אייך אלע, זייט נישט בייז אז איך קום נישט אן צו ענטפערן אייערע בריוו, איך בין זייער פארנומען; איך וועל אייך שרייבן וואס איך האב אלץ צו טון אין איין טאג, איך ווייס נישט צי אנדערע טוען דאס אין א חודש.


לדוגמא, נעכטן בין איך געווען אין שטעטל קרית ברסלב; איר ווייסט אודאי אז מיר האבן מייסד געווען אין אמעריקע א שטעטל, א פלאץ וואו מען לעבט מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות, מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה, איינמאל א וואך מוז איך אהין גיין.


איך האב געדאווענט שחרית אין ישיבה, נאך שחרית בין איך געפארן. די וועג פון וויליאמסבורג קיין ליבערטי נעמט בערך צוויי שעה, עס זענען מיט געקומען נאך אפאר בחורים.


צום ערשט בין איך געגאנגען אין גראסערי רעדן מיט'ן בעל הבית; אים העלפן מיט די משפחות וואס זענען נישט ביכולת צו באצאלן וכו'.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם מקוה טהרה, מיר ענדיגן שוין כמעט די מקוה. מענטשן וואונדערן זיך 'ווי אזוי קען זיין א קליינע קהילה זאל זיך אזוי שנעל בויען, ווי איז דא געלט פאר די אלע זאכן?' דער ענטפער איז, מוהרא"ש האט מיר געשריבן אינעם בריוו וואס ער שרייבט מיר מען זאל עפענען אין אמעריקע א מיידל שולע, שרייבט מוהרא"ש: "יעדע זאך וואס מען האט נאר אינזין דעם אייבערשטן - האט א געוואלדיגע הצלחה".


וויסן זאלט איר, עס זענען דא צווישן אונז אינגעלייט וואס ווילן גארנישט; זייער גאנצע לעבן איז נאר פארשפרייטן דעם רבי'ן. צום ביישפיל, די מקוה טהרה אין שטעטל מאכן מיר ביי איינעם אין שטוב, א אינגערמאן האט מנדב געווען זיין אונטערשטע שטאק פאר א מקוה טהרה, דאס איז א זאך וואס מען הערט נישט, פארוואס זאל א אינגערמאן וואס בויט זיין אייגענע הויז - וועלן אוועקגעבן זיין פריוואטקייט וכו'; בנוסף לזה, א צווייטער אינגערמאן בויט דאס אויף, ער בעט נישט קיין געלט, ער געבט זיינע גוים, עס קאסט אונז נאר די מאטריאל, אזוי איז דא א אינגערמאן וואס געבט זיך אוועק צו מאכן די לעקטער, א דריטער מאכט די פלאמבינג; אזוי זענען דא פילע תלמידים אין שטעטל וואס דארפן גארנישט פאר זיך, זיי ווילן נאר אריינברענגען דעם הייליגן רבי'ן אין די וועלט, אויפשטעלן מוסדות וואו אונזערע קינדער וועלן באקומען דעם חינוך.


ביי אונז אין אמעריקע איז יעצט זייער קאלט, אין אמעריקע רעגנט נישט ווינטער, אלעס איז אייז, נאר זומער רעגנט ביי אונז; מיר וועלן דארפן ווארטן ביז זומער צו קענען ניצן די מקוה.


פון דארט בין איך געגאנגען קוקן דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה, מען האט דאס זייער שיין געבויט, הערליך שיין, אויך א שיינע הערליכע מקוה; דאס איז אויך א חידוש, א אינגערמאן קויפט זיך א הויז און געבט אוועק די ערשטע שטאק פאר א בית המדרש; פרעג אים 'ווילסט נישט א פריוואטע הויז? ווילסט נישט פריוואטקייט?' דאך ברענט אין זיי צו האבן א חלק פון בויען אידישקייט.


איך בין נישט אנגעקומען צו גיין צו די דריטע נייע שול; א אינגערמאן, א פרישער מקורב האט זיך געקויפט א הויז און געמאכט פאר א שול א חלק פון זיין אונטערשטע שטאק, מיר האבן געגעבן א נאמען פאר'ן שול "מקור השמחה".


איך האב זיך געיאגט צו גיין צו די קינדער; איך בין געפארן צו די מיידל שולע בית פיגא, צום ערשט בין איך געגאנגען צו איינע פון די יונגערע קלאסן, איך האב אויסגעטיילט פאר אלע תלמידות א שיינע גרויסע לעדערנע תהילים; די תלמידות אין סקול זאגן יעדן טאג תהילים, די לערערינס מאכן דאס פאר זיי אזוי געשמאק, זיי ווילן זאגן תהילים; נאכדעם בין איך געגאנגען צו נאך א כיתה געבן א שיעור.


נאכדעם איז געווען א שיעור פאר די מלמדים און אויך פאר די טיטשערס; מיר האבן זיך מחזק געווען מיט צוויי שטארקע וויכטיגע נקודות. דאס ערשטע זאך, א מלמד און א טיטשער טארן נישט לעבן אין ספיקות, מען דארף זיין ביי זיך זיכער אז מען איז געאייגנט פאר וואס מען טוט, די אלע מחשבות וואס בוזשעווען אין קאפ: 'בין איך יא ווערד? בין איך נישט ווערד?' 'מען דארף מיך יא? מען דארף מיך נישט?' - דאס איז אלעס פונעם יצר הרע וואס וויל נאר צעברעכן דעם מענטש, דעריבער חזר'ט מוהרא"ש אין די בריוו טויזנטער מאל דאס וואס די הייליגע חכמים זאגן (ספרי נשא, פיסקא א): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָא לִמְּחוּזָקִין", די וואס זענען מחזק אנדערע - די דארפן דאס מערסטע חיזוק.


אויך האבן מיר גערעדט פון דעם אז מען זאל ליב האבן די תלמידים און תלמידות. עס איז גאר אנדערש ווען מען זאגט פאר א קינד: "מען קען נישט רעדן אין קלאס", "מען קען נישט עסן אין קלאס", - ווען מען האט ליב דאס קינד ווי ווען מען האט פיינט דאס קינד; ווען מען האט פיינט דאס קינד און מען זאגט עפעס מוסר וכדומה - שפריצט פייער פון די אויגן פון האס, די ווערטער קענען נישט אויפטון; דאס קינד ווערט דערשראקן - אבער ער ווערט נישט מחונך, אבער ווען מען האט ליב דאס קינד - הערט זיך דאס גאר אנדערש; מיט סבלנות און געדולד פועל'ט מען.


נאכדעם בין איך געגאנגען רעדן צו די עלטערע תלמידות. אלע שיעורים ווערן אפגעכאפט; עס איז דא א ספעציעלע האטליין פאר מיידלעך, פרויען; דארט קען מען הערן די שיינע שיעורים.


איך בין געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי איינער פון די אינגעלייט אין שטעטל ביי זיין אפיס; דער אינגערמאן לערנט זיך סופרות, ער ענדיגט יעצט זיין ערשטע מגילה, איך האב אים זייער געבעטן ער זאל זיך לערנען שרייבן. מיר דארפן נאך סופרים, די קהילה צואוואקסט זיך, און אנשי שלומינו ווילן מזוזות און תפילין פון א ברסלב'ער סופר וואס גייט אין מקוה, זאגט תיקון הכללי און איז זיך מתבודד.


די בחורים וואס זענען מיט געקומען מיט מיר האבן בכלל נישט געוויסט ווער דער אינגערמאן איז, עס איז שוין אריבער אזויפיל יאר, די ישיבה שטייט שוין פערצן יאר, די פרישע תלמידים קענען נישט די אלטע תלמידים, איך האב דערציילט פאר די בחורים ווער דער סופר איז. ווען מיר האבן געעפנט, די ערשטע יארן ישיבה - איז געווען זייער אסאך רדיפות, מען האט געווארפן יעדן שני וחמישי פאשקעווילן אויף מיר און אויף מיין ווייב, ער האט דאס צאמגענומען, ער האט שווער געארבעט צאמצונעמען אלע פאשקעווילן אויף מיר. איך האב אים געפרעגט אויב ער געדענקט דאס אלעס, איך האב אים דעמאלט געבעטן ער זאל מיר ברענגען אפאר פאשקעווילן, איך האב דאס אוועקגעלייגט, איך האב געבעטן מען זאל דאס אריינלייגן מיט מיר אין גרוב ביי מיין פטירה, איך וויל ווייזן אויבן פאר'ן בית דין של מעלה די צעטלעך וואס מען האט געווארפן אויף מיר, די בזיונות וואס מען האט געטון פאר מיר, נאר פאר איין חטא – פאר'ן נעמען בחורים און זיי מחזק זיין, זיי ברענגען צום אייבערשטן.


פון דארט בין איך געגאנגען זיצן מיט די חברי הנהלה, מיר האבן גערעדט פאר דריי שעה. די הנהלה זענען טייערע אינגעלייט, זיי העלפן מיר מיט זייער גאנצע הארץ בויען די שטעטל, און אזוי אלעס ארום די קהילה; מיר האבן געדאווענט מנחה דארט.


פון דארט בין איך געגאנגען צו א סיום מסכת מועד קטן פון די קינדער אין שטעטל. באמת איז דאס די סיבה פאר'ן גיין נעכטן אין שטעטל, די קינדער פון די עלטסטע כיתה לערנען יעדן טאג מרצונם הטוב דעם בלאט גמרא, הרב ... נרו יאיר לערנט מיט זיי. דאס איז פאר מיר אזא שמחה, צו זען ווי יונגע קינדער ווילן לערנען.


דער סיום איז פארגעקומען ביי אים אין שטוב; זיי האבן זיך ארויסגעצויגן אין שטעטל צו העלפן די שטעטל, זיין ווייב איז די מנהלת אין סקול. זיי דארפן גארנישט, זיי וואוינען אין א באנגעלאו. איר ווייסט וואס א באנגעלאו איז? אין ארץ ישראל איז דא באנגעלאוס? אין אמעריקע ארבעט עס אזוי, מענטשן וואס וואוינען א גאנץ יאר אין פאלאצן, ווען עס קומט די צוויי זומער חדשים ציט מען זיך ארויס אויף די בערג, דארט איז דא באנגעלאוס. איך ווייס נישט ווי אזוי דאס מסביר צו זיין פאר ענק, עס איז א זאך וואס האט פיר ווענט און א דאך, עס זעט אויס אביסל אזוי ווי א הויז, אין לשון קודש איז דאס א "חורבה"; מענטשן צאלן פאר דעם גרויס געלט, צו קענען זיין צווישן די בערג, צווישן די ביימער - פאר די זומער וואכן, אבער א גאנץ יאר וועט קיינער נישט מסכים זיין צו וואוינען אין אזא שטוב. מיר האבן א קליינע קעמפ, מיר ניצן דאס יעצט פאר די מיידלעך פאר די זומער חדשים, דאס איז צוואנציג מינוט צו גיין צו פיס פון שטעטל, דארט וואוינען זיי; זיי דארפן גארנישט.


ביים אריינגאנג צו זייער שטוב אויפ'ן טיר הענגט א טאוול: "ברוכים הבאים לגן עדן - משפחת ..." עס איז ממש אזוי, מען שפירט זיך דארט אזוי גליקליך, מען שפירט דעם אייבערשטן; פרייליכע מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, דארפן גארנישט. איז געווען דארט אזא שיינע סיום, אזוי ליכטיג, אזוי פרייליך; איר קענט הערן די שיעור, מען האט דאס אפגעכאפט, מען קען דאס הערן אויפ'ן האטליין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין שול פארלערנען דעם בלאט גמרא און מסיים געווען מיט די גאנצע עולם מסכת מועד קטן. דער סיום האט געמאכט ..., איך האב שוין מסיים געווען דינסטאג אין ישיבה מיט די בחורים; איך לערן אפגערוקט א בלאט פאראויס אז די תלמידים וואס ווילן לערנען דעם בלאט גמרא און ווילן מיטהאלטן די שיעור אין ישיבה - זאלן דאס קענען הערן אויפ'ן טעלעפאן.


עס איז אויסגעקומען אז דער סיום איז געווען אין מיין באבע'ס יארצייט, מיין באבע רחל לאה טייטלבוים עליה השלום, מיין מאמע'ס מאמע. איך האב אביסל גערעדט פון איר גרויסקייט, זי איז געווען א גרויסע צדיקת, זי איז אלץ געווען פרייליך און יעדן פרייליך געמאכט; נאר אזוי קען מען מצליח זיין, סיי מיט זיך און סיי מיט די קינדער.


מיר האבן גערעדט פון די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מועד קטן כז:): "ההיא איתתא דהות בשיבבותיה דרב הונא", עס איז געווען א פרוי אין די שכינות פון דער הייליגער אמורא רב הונא, זי האט געהאט זיבן קינדער, עס האט פאסירט ביי איר אז א קינד איז לא עלינו נפטר געווארן, "הוות קא בכיא ביתירתא עליה", זי האט זייער אסאך געוויינט און געקלאגט, זי האט זיך נישט געלאזט טרייסטן, "שלח לה רב הונא לא תעבדי הכי", האט דער הייליגער רב הונא איר געזאגט, הער אויף וויינען, עס איז נישט גוט צופיל צו וויינען, "לא אשגחה ביה", זי האט נישט געפאלגט, זי האט ווייטער געוויינט. האט איר רב הונא געשיקט און געזאגט, אויב דו וועסט נישט אויפהערן וויינען קענסטו שוין אנגרייטן תכריכים פאר נאך א קינד, און אזוי איז טאקע געווען, א צווייטע קינד איז נפטר געווארן, און זי האט ווייטער געקלאגט און געוויינט, און רב הונא האט איר נאכמאל געזאגט מען טאר נישט וויינען, דו וועסט אלעס פארלירן, זי האט נישט געפאלגט און זי האט פארלוירן אלע זיבן קינדער, און זי אליינס איז אויך געשטארבן; ווייל א שטוב וואס מען וויינט, מען רעדט זיך אפ, מען קלאגט - ווערט אויס שטוב.


אויך האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אידן וואס זענען איבערגעבליבן פון די קריג; זיי האבן פארלוירן זייערע משפחות, זיי האבן אלעס פארלוירן - מיט דעם אלעם האבן זיי פון פריש אנגעהויבן נאכאמאל בויען שטובער. מיין באבע עליה השלום האט קיינמאל נישט געקרעכצט פון זייער פארלוסט, פון זייערע קינדער וואס זיי האבן פארלוירן, זי איז געווען א פרייליכע פרוי. אויב האט מען נישט געוויסט אז זי האט שוין געהאט א לעבן און אלעס איז חרוב געווארן, זי איז געבליבן איינער אליינס - וואלט מען דאס נישט געקענט גלייבן; מיר קענען זיך נישט פארשטעלן ווער זיי זענען געווען.


מוהרא"ש פלעגט זאגן, דער הייליגער סאטמער רבי זכותו יגן עלינו האט געזאגט פאר די ארץ ישראל'דיגע אידן ווען זיי האבן אים געפרעגט: "מיר דארפן א רבי, ווער וועט אונז געבן ברכות?" האט דער רבי געזאגט: "ווען איר וועט זען א איד מיט א נומער וואס די דייטשן ימח שמם האבן אריינגעקריצט אין די האנט, וואס לייגט תפילין - זאלט איר נעמען פון אים א ברכה"; ווייל איינער וואס איז אריבער דעם גיהנום און ער לייגט תפילין, ער האט נישט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער קומט אין שול אנטון תפילין - אזא איינער איז א צדיק.


איך האב געדאווענט מעריב פאר'ן עמוד, מען האט אביסל געטאנצן, און איך האב גערעדט מיט אנשי שלומינו. איר ווייסט ווי אזוי דאס ארבעט, יעדער וויל רעדן נאר איין מינוט, פון איין מינוט ווערט צען מינוט, און זעקס אינגעלייט, יעדער נאר צען מינוט - איז א שעה, און אז עס איז מער - ווערט עס צוויי שעה, פלוצלונג דערזע איך זיך אז עס איז שוין צוועלף אזייגער ביינאכט.


איך בין געפארן קיין מאנרא, קודם בין איך געגאנגען צו א חתונה פון א איד וואס האט אונז געהאלפן יארן צוריק ווען מיר זענען געווען אזוי אונטערדרוקט אין חובות, דער איד האט אונז זייער שטארק געהאלפן מיט אויסלערנען אלע פראגראמען פאר די מוסד, אלץ האט ער געהאט אן אפענעם טיר פאר אונז, דער איד איז נעבעך ביים סוף אנגעקומען אין תפיסה; נישט פאר שלעכטס, נישט פאר'ן גנב'נען פאר זיך, ער האט געהאלפן מוסדות התורה און מען האט אים גע'מסר'ט. איך בין ספעציעל געפארן, איך געדענק שטענדיג ווער עס האט מיר געהאלפן, בפרט בעת דחקות.


עס איז שוין געווען שפעט, איך האב פארפאסט א וואכנאכט. איך בין געפארן צום ציון פון מיין באבע, זי ליגט אין קרית יואל, איך האב זיך געוואלט אביסל אויסוויינען, אביסל אויסגיסן מיין הארץ, למעשה איז מיר אלעס געווען פארשטאפט, איך האב געבעטן טרוקענע תפילות. איך בין אויך צוגעגאנגען צו מיינע זיידעס, הרב ר' אלחנן חיים טייטלבוים זכרונו לברכה - איר מאן; מיין זון הרב אלחנן חיים הייסט נאך דעם זיידן. אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיין צוגעקומענער זיידע, הרב שלמה גפן זכרונו לברכה; מיין זון הרב שלמה הייסט נאך דעם זיידן, און צו מיין זיידע הרב חיים מנחם קאהן זכרונו לברכה; מיין זון מנחם הייסט נאך דעם זיידן.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו מיינס א תלמיד שמעון ענדצווייג עליו השלום, ער האט געלערנט דא אין ישיבה, ער איז געווען א בעל יסורים, איך האב געוויזן פאר די בחורים די נוסח המצבה, ווי עס שטייט אויסגעקריצט אז דער בחור האט געזאגט אסאך פרקים משניות, ער האט מקבל געווען זיינע יסורים מיט ליבשאפט; ער איז אלץ געווען מיט א שמייכל.


אויך בין איך צוגעגאנגען צו א תלמיד היכל הקודש, חיים בנציון גראס עליו השלום, זיין מצבה איז גאר שיין, איך האב זייער ליב די מצבה. עס שטייט דעם רבינ'ס נאמען אויף די מציבה, דאס איז א סגולה קעגן די קליפות און משחיתים; דאס איז די שענסטע זאך פאר'ן מענטש, אז ער איז געווען באהאפטן צום צדיק אמת. חיים בנציון עליו השלום האט זיכער הנאה אז איך העלף זיינע יתומים, איך בין מחזק זיינע קינדער.


נאכדעם בין איך געגאנגען צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמער זכותו יגן עלינו, מיר האבן געזאגט אינאיינעם תיקון חצות; איך האב זיך אזוי שטארק געוואלט אביסל עפענען מיין הארץ, עס איז נישט געגאנגען. איך האב געדענקט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה), ווען מען וויל וויינען, מען זאגט תהילים און מען ווארט צו וויינען - איז דאס נישט גוט, מען דארף אינזין האבן די ווערטער און די בקשות, אויב מען קען וויינען איז זייער גוט, און אז נישט - זאל מען זאגן די ווערטער טרוקענערהייט.


איך בין אהיים געקומען דריי אזייגער פארטאגס.


היינט צופרי אין ישיבה האב איך פארגעלערנט דעם בלאט גמרא; אה מחי'! מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה.


איך געדענק צוויי מחזורים צוריק ווען מען האט אנגעהויבן מסכת חגיגה, בין איך געווען ביי מוהרא"ש ביי א שיעור, מוהרא"ש זאגט ביים שיעור מיר האבן אנגעהויבן א פרישע מסכתא, מסכת חגיגה; די משנה הייבט אן: "הַכֹּל חַיָּבִין בָּרְאִיָּה", מוהרא"ש זאגט: "הַכֹּל חַיָּבִין", אלע וועלן דארפן אפגעבן דין וחשבון, "בָּרְאִיָּה", אויף די אויגן; עס איז מיר אזוי אריין אין די ביינער, מען דארף היטן די אויגן.


נאכדעם בין איך געגאנגען צו בית פיגא געבן א שיעור, נאכדעם אין חדר ביי די עלטסטע קלאס האב איך געגעבן א שיעור, נאכדעם פאר די בחורים, און יעצט גיי איך געבן א שיעור פאר די אינגעלייט.


דאס איז אפילו נישט אלעס פון די טאג, דאס איז נאר זאכן וואס מען קען שרייבן און וואס דער זכרון געדענקט. דעריבער זאלט איר נישט זיין ברוגז אז איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


נישט אז איר זאלט מיר אויפהערן שרייבן בריוו און פרעגן אייערע שאלות; האט נישט מורא צו שרייבן, האט נישט מורא צו שטערן; נאר זייט מיר דן לזכות אויב איך קום נישט אן גלייך צו ענטפערן.


א פרייליכן שבת.

#357 - פרויען גייען נישט צו קיין לוי'
תודה והודאה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


א שאד דו ווייסט נישט אז איך נעם אויף זונטאג תלמידים, מען קען אריינקומען קאפלס. שמועס אפ פאר קומענדיגע וואך זונטאג הבא עלינו לטובה מיט ר' ... נרו יאיר, ער העלפט מיר עס זאל גיין מיט א סדר. אנשטאט מען זאל דארפן ווארטן, אלע זאלן קומען אויף איין מאל, מאכט מען ביי אים אן אפוינטמענט, ער שטעלט אויס ווען צו קומען.


איך נעם מער נישט מיט מיין טעלעפאן מיט מיר אגאנצן צייט, איך קום נישט אן צו זען ווער עס רופט און וואס מען פרעגט; די בעסטע זאך איז צו רעדן צו אים.


בנוגע גיין צו די לוי'; פרויען גייען נישט צו קיין לוי', זאג דיין ווייב זי זאל בלייבן אין שטוב מיט די קינדער, ביי אונז פירט מען זיך אז פרויען גייען נישט צו לוי'ס.


איך האף דו געדענקסט נאך די גרויסע חסדים וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט דיר, דו האסט באקומען א טייערע ווייב, אן אשת חיל; איך האף דו רעדסט שיין צו איר, דו פירסט זיך צו איר ווי א קעניגן.


 

#356 - גיין צו די חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון די עלטערן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית, אידיש געלט, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


אייער חתן ... נרו יאיר לערנט זייער פלייסיג אין ישיבה, אויך פירט ער זיך מיט זייער גוטע מידות, ער גרויסט זיך נישט אויף אנדערע, ער רעדט שיין צו אלעמען. איך פריי זיך פאר ענק, איר וועט אינאיינעם האבן א גוטע זיסע לעבן.


קלוג זענט איר אז איר גייט צו אייער חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון אייער טייערער טאטע נרו יאיר, הלואי אלע כלות זאלן זיך אזוי פירן. עלטערן וואלטן זיך געווינטשן צו האבן א כלה א תלמידה בית פיגא וואס דארף גארנישט; וואס איז צופרידן מיט א קלייד פון גמ"ח, פאלשע בלומען, חתונה אין בית המדרש; די עלטערן קענען זיך מיט פרייען מיט די גאנצע הארץ.


אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן".

#355 - טו אלעס אז דו זאלסט האבן שלום בית
כיבוד אב ואם, שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר זאלסטו זען וואס דו קענסט טון אז דיין ווייב זאל זיין מיט דיר; עס פעלט נישט אויס גיין דאווענען דארט וכו', דאס איז נישט כיבוד אב ואם וכו'; אבער טו אלעס אז דיין ווייב זאל זיך נישט אפשיידן פון דיר.


דיינע בריוו וואס דו שרייבסט מיר אז דיין ווייב איז אפגעשיידט פון דיר שוין פאר אפאר חדשים האבן מיר צעריסן מיין הארץ, איך האלט דאס נישט אויס; טו אלעס אז דו זאלסט האבן שלום בית.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#354 - פופציג מאל ששה סדרי משנה
שלום בית, סיום, משניות, היכל הקודש, מוהרא"ש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן ערב שבת דיין הודעה אז דו האסט מסיים געווען די פופציגסטע מאל ששה סדרי משנה.


איך בין אזוי פרייליך, איך האב אזויפיל נחת צו זען ווי דו לערנסט אזוי פלייסיג; דו ביסט ממשיך יעצט נאך דיין חתונה, דו לערנסט ווייטער פלייסיג - אזוי ווי אלס בחור אין ישיבה.


וואס זאל איך דיר זאגן, איך דערמאן זיך ווען מען פלעגט זאגן פאר מוהרא"ש סיומים – פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן: "מיר האבן זיך נישט צו שעמען פון קיין שום פלאץ"; בחורים און אינגלייט זאלן לערנען מיט אזא התמדה, מיט דעם וואס מען ארבעט, מען העלפט אין שטוב – כאפט מען ארויס פרקים משניות, דפים גמרא וכו' וכו'.


לאמיר טאנצן: "אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אשר בנחל שם גורלינו!"


 

#353 - איך הער אז דו פירסט זיך אזוי שיין און גוט
תפילה והתבודדות, שלום בית, שטעטל, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תצוה, ה' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


דיין ווייב האט מיר געשריבן עפעס אזעלכע שיינע זאכן אויף דיר, אז דו לערנסט פלייסיג און דו פירסט זיך אזוי שיין; זי שרייבט אז דו פירסט זיך מיט איר אזוי ווי מען פירט זיך צו א קעניגן, און נאך אזעלכע שיינע זאכן.


איך האב אזוי הנאה, דאס איז פאר מיר די שדכנות געלט, דאס איז די יישר כח; ווען איך הער אזעלכע שיינע זאכן – דאס געבט מיר כח, דאס איז די גרעסטע יישר כח.


דו וואוינסט אין שטעטל, עס איז דארט אזוי שיין, מען זעט די נאטור פונעם אייבערשטנ'ס וועלט. גיי אביסל שפאצירן, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל, זאג פאר'ן אייבערשטן וואס ליגט דיר אויפ'ן הארץ, זאג אים ווי שיין די וועלט איז. דער אייבערשטער האט באשאפן אזא שיינע וועלט, קיינער זאגט נישט ווי שיין עס איז, יעדער רעדט זיך אפ, יעדער קרעכצט אויף זיינע חסרונות; ביז עס קומט א אידעלע וואס זינגט זיך צום אייבערשטן שיינע לידער, ער דאנקט און לויבט אויף די שיינע וועלט; קומט אויס אז די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן פאר אים, "כי זה כל האדם" (ברכות ו.).

#352 - עס איז נישט קיין פראבלעם צו געבן פארן קינד א צומי
קינדער, שלום בית, מחלוקת, שלום, משפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט קיין פראבלעם צו געבן פארן קינד א צומי; עס פאסירט גארנישט מיט די ציינער, דאס איז באבע מעשיות.


ווערט נישט באליידיגט אז אייער עלטער באבע האט אייך ארויסגעשיקט פון איר שטוב ווייל איר געבט א צומי פאר אייער קינד, זייט נישט באליידיגט; אן אנדערע מאל ווען איר גייט איר באזוכן זאלט איר געדענקען אוועקצולייגן די צומי, אזוי וועט איר נישט ווערן געטשעפעט.


אז די עלטער באבע שרייט: "נישט געבן די צומי" - איז נישט געפערליך; איך האב ביי מיר א קאפל, זיי קריגן זיך שוין עטליכע יאר; דער מאן שרייט אז די צומי איז נישט געזונט, עס פארדריידט די ציינער, די פרוי וואלט נאכגעגעבן דעם מאן, זי זוכט נישט דוקא יא צו געבן א צומי, זי זוכט נישט קיין מחלוקת, אבער וואס זאל זי טון אז זי פאלט פון אירע כוחות, זי וויל אביסל שלאפן, פאר אפאר מינוט זיך קענען פארמאכן אירע אפגעמאטערטע אויגן - געבט זי א צומי דעם קינד, קומט דער מאן און שלעפט ארויס די צומי, מיט'ן טענה אז די ציינער גייען וואקסן קרום. הויבט דאס קינד אן וויינען, וועקט זיך אויף די מאמע, וויינט די מאמע צום מאן: "לאז מיך אביסל שלאפן, לאז מיך אטעמען", איך פרוביר רעדן מיט דעם אינגערמאן, זאגט ער מיר: "דער ראש ישיבה פארשטייט נישט, דער ראש ישיבה ווייסט נישט - ווי שעדליך א צומי איז".


דאס איז א צרה; אז מאן און ווייב קריגן זיך ארום וועגן א צומי - דאס איז א פראבלעם. ביי אייער פאל אז אייער מאן איז מיט אייך, ער האט נישט קיין פראבלעם וואס איר טוט, נאר די עלטער באבע, זי האט אייך געהייסן אהיים גיין וכו', - זאלט איר נישט זיין באליידיגט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#351 - "היכל הקודש" איז נישט מצומצם אין קיין שום פלאץ אין די וועלט
שלום בית, היכל הקודש, שבת התוועדות, חבורות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט; פארוואס זאלסטו נישט בלייבן דארט, און דארט זיך מחי' זיין מיט די זיסע עצות?


"היכל הקודש" איז נישט מצומצם אין קיין שום פלאץ אין די וועלט; נישט אין וויליאמסבורג און נישט אין שטעטל, "היכל הקודש" איז שכל, עצות און חיזוק.


קריג זיך נישט מיט דיין ווייב, זי וויל בלייבן וואוינען מיט אירע עלטערן. מאך דארט א "היכל הקודש"; נעם צאם חברים, אינגעלייט און שטארק זיך מיט זיי. מאך א חבורה איינמאל א וואך, אויך זאלסטו אנהויבן מאכן א שול; הויב אן מיט שלש סעודות; מען דארף נישט מער ווי צוויי דריי אינגעלייט, און לערן א בריוו פון עצתו אמונה.


אז דו בענקסט זיך – דאס איז גוט, מען מעג זיך בענקען און מען דארף זיך בענקען. קענסט קומען מזמן לזמן, עס לוינט זיך זאלסט קומען שבת פרשת ויקרא; מיר מאכן א שבת התוועדות פאר אלע תלמידי היכל הקודש, א סיום אויף סדר מועד פון ש"ס, נעם א שטוב פאר דיין משפחה.


בלייב דארט וואוינען; עפן דארט א שול מיט מוסדות.


 

#350 - דאנק דעם אייבערשטן אז דיין ווייב לאזט דיר פארן קיין אומאן
שלום בית, משניות, אומאן, מוהרא"ש, לימוד התורה, גמרא, ראש ישיבה, שיעורים כסדרן, סדר היום, חומש רש"י

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דיין ווייב תחי' זאגט דיר בפה מלא אז דו קענסט פארן קיין אומאן - קענסט שוין יעצט דינגען א בעט; וואס נאך דארפסטו? נאר דאנקען דעם אייבערשטן און בעטן יעדן טאג דו זאלסט טאקע קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה די יאר און אלע יארן; דו, דיינע דורות און אלע אידן.


בתחילת התקרבותי ווען עס איז אויף מיר אריבער שווערע מניעות צו פארן אויף ראש השנה, איך פלעג דערציילן פאר מוהרא"ש מיינע מניעות, פלעגט מוהרא"ש מיר פרעגן: "וואס זאגט דיין ווייב? דיין ווייב איז מסכים זאלסט פארן?" ווען איך פלעג ענטפערן פאר מוהרא"ש: "מיין ווייב איז מיט מיר, זי וויל איך זאל גיין צום רבי'ן" - פלעגט מוהרא"ש מיר זאגן אלע יארן די זעלבע זאך: "זאלסטו איר קויפן א שיינע מתנה און איר ווייטער מכבד זיין", אזוי ווי דער רבי לערנט אונז מען זאל מכבד זיין די ווייב.


העיקר שטארק זיך מיט דיינע שיעורים כסדרן. מאך זיך א קביעות צו לערנען יעדן טאג מקרא - שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י. פארלייג זיך אויף לימוד חומש רש"י. מוהרא"ש זאגט בשם דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו, ער האט געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י"; אויך שטייט פון הייליגן רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו אז לערנען חומש רש"י יעדע וואך איז מסוגל צו האבן אמונה; אזוי אויך זאגט מען נאך פון צדיקים אויף דעם לשון וואס שטייט אין מחבר (סימן רפה, סעיף ב): "וִיְרֵא שָׁמַיִם יִקְרָא תַּרְגוּם, וְגַם פֵּירוּשׁ רַשִּׁ"י", א ירא שמים זאל מעביר סדרה זיין סיי תרגום און סיי מיט רש"י; אז דאס אליינס מאכט א מענטש ער זאל ווערן א ירא שמים. אזוי אויך זאגט מוהרא"ש בשם דעם הייליגן צדיק רבי ישכר דוב מבעלזא זכותו יגן עלינו: "א טאג וואס מען לערנט חומש מיט רש"י איז מען פארזיכערט אז אין דעם טאג וועט מען נישט זינדיגן".


נאכדעם זאלסטו לערנען א שיעור אין משניות; מוהרא"ש פלעגט זיך שטענדיג בארומען, ווען מען זעט א אינגערמאן אדער א בחור מיט א משניות, זאגט מען גלייך אויף אים: "דו ביסט א תלמיד היכל הקודש". מוהרא"ש האט געלייגט זייער א שטארקע דגוש אויף לימוד משניות, ווייל דורך לערנען משניות וועלן מיר ארויסגיין פון גלות, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה ז, ג): "אֵין כָּל הַגָּלֻיּוֹת הַלָּלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָּא בִּזְכוּת מִשְׁנָיוֹת", משיח וועט קומען נאר בזכות וואס מען לערנט משניות, נאך זאגן חז"ל (סנהדרין מב.): "בְּמִי אַתָּה מוֹצֵא מִלְחַמְתָּהּ שֶׁל תּוֹרָה? בְּמִי שֶׁיֵּשׁ בְּיָדוֹ חֲבִילוֹת שֶׁל מִשְׁנָה".


מען קען זיך גארנישט פארשטעלן וואס פאר א כח משניות האט, און וואס עס טוט פאר'ן מענטש; מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען (תהלים ל, ד): "הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי", וואס דאס איז ראשי תיבות "מִשְׁנָה"; אז א מענטש זאגט משניות - נעמט דאס אים ארויס פון שאול תחתית.


דיין דריטע שיעור זאל זיין אין גמרא; מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט בשם הרב הקדוש רבי יהושע'לע בעלזער זכותו יגן עלינו וואס ער האט נאכגעזאגט פון זיין גרויסן טאט'ן דער הייליגער שר שלום זכותו יגן עלינו: "אז מען לערנט א דף גמרא מיט רש"י, איז עס מסוגל פאר הצלחה"; און ער האט געזאגט אז ער האט געזען אסאך מענטשן וואס זיי זענען אין זייערע יונגע יארן געלעגן טיף אין שאול תחתית רחמנא לצלן, און זיי האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, דורכדעם זענען זיי ארויסגעגאנגען פון זייער פלאנטער, זיי האבן זיך געקענט שטארקן אויף זייערע ביטערע נסיונות וכו' און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים.


איך האב נאך אסאך צו שרייבן, איך דארף מקצר זיין, איך לויף אריין צו די בחורים; זיי ווארטן אויף אביסל חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#349 - קוקן גוטס אויף זיך אליינס
שמחה, שלום בית, התחזקות, לימוד התורה, סיפורי צדיקים, שיעורים כסדרן, נסים, נקודות טובות, עצות, חודש אדר

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת משפטים, מברכים חודש אדר א', כ"ו שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש תושבי ארץ ישראל, ה' עליהם יחיו


מיר האבן געבענטשט דעם שבת - חודש אדר, די יאר האבן מיר צוויי אדר'ס. די הייליגע חכמים זאגן (תענית כט.): "מִשֶּׁנִּכְנַס אֲדָר מַרְבִּין בְּשִׂמְחָה"; די יאר האבן מיר צוויי חדשים צו פארמערן מיט שמחה, ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? ווי אזוי ווערט מען פרייליך? א מענטש זאגט: 'אדרבה, איך וויל זיין פרייליך, אבער איך בין אזוי צעבראכן פון וואס עס גייט אויף מיר אריבער, פון וואס איך לייד אלץ, אפגערעדט פון מיינע נסיונות, מיינע נפילות וואו דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ, ווי אזוי קען איך זיין פרייליך?'


דער ענטפער איז, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי צו קוקן אויף זיך, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב; חלק ב', סימן י): "זוך אויף אין זיך גוטע נקודות, זוך גוטס אין זיך אליינס; זיי זיך מחי' מיט דעם וואס דו ביסט א איד, שלא עשני גוי!"


מוהרא"ש דערציילט, דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק, א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג). דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפ'ן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי זיך, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


זעט מען פון דעם, אז אויב אזא הייליגע צדיק, וואס דער רבי האט אים אנגערופן "פאר הדור" (עיין שיחות הר"ן, סימן קצו) - האט נישט געהאט מיט וואס זיך צו מחזק זיין, נאר מיט'ן "שלא עשני גוי", איז דאך זיכער אז מיר קליינטשיגע מענטשעלעך, וואס מיר זענען טאקע גארנישט - דארפן מיר זיכער נעמען דעם "שלא עשני גוי" און זיך מחזק זיין מיט דעם, טראכטן שטענדיג צו זיך: 'ברוך ה' איך בין נישט קיין גוי טמא, איך בין א איד!'


אז דו וועסט גוט אריינקוקן אין זיך וועסטו זען אז דו ביסט נישט אזוי שלעכט, דו ביסט אנגעפילט מיט אזויפיל גוטס; 'ברוך ה' פיאות האב איך, א בארד האב איך, איך לייג טלית און תפילין, איך גיי מיט ציצית, איך עס כשר'ס, איך האב א מזוזה' - די אלע זאכן מאכן פרייליך.


ווער רעדט נאך אז מען איז זוכה, מען לערנט אביסל חומש רש"י יעדן טאג, - דאס איז דאך ממש א פארמעגן! מען לערנט משניות, גמרא - דאס מאכט פרייליך, "פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב (תהלים יט, ט)", מען ווערט פרייליך, מען ווערט אויסגעלייזט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ו, ב): "אֵין לְךָ בֶן חוֹרִין", ווער איז אויסגעלייזט? "אֶלָּא מִי שֶׁעוֹסֵק בְּתַלְמוּד תּוֹרָה", נאר דער וואס לערנט תורה.


שטארקט אייך טייערע חברים, לאמיר זיך שטארקן מיט די שיעורים כסדרן, לאמיר זיך שטארקן מיט די זיסע ליכטיגע עצות פון רבי'ן; די עצה פון קוקן גוטס אויף זיך אליינס, פון זיך אליינס ליב האבן, פון זיך מחי' זיין מיט אונזערע דריי עקיגע דאווענען. דער הייליגער תם פלעגט נעמען זיין שיך וואס האט געהאט א פנים ווי דריי עקן, ער האט זיך אזוי מחי' געווען דערמיט, ער האט זיך געזינגען (ספורי מעשיות, מעשה ט', מחכם ותם): "מיין טייערע שיכעלע, מיין ליבער שיכעלע, מיין וואוילע האניגדיגע שיכעלע", ווען דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה האט דער רבי געזאגט: "אז דער דאווענען איז אזוי ווי דריי עקן, פארשטיי גוט ווי אזוי מען קען אפלעבן א לעבן מיט א שיך מיט דריי עקן, און זיך אזוי מחי' זיין און זיך אזוי פרייען און האבן א פרייליכע לעבן, מער ווי דער וואס פאלט אין חכמות".


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך קומען אין אפאר וואכן ארום קיין ארץ ישראל, איך וועל באזוכן ביי אייך אין שול. איך בענק שוין זייער, איך ווארט שוין זייער אייך צו טרעפן, צו הערן פון יעדן איינעם זיינע סיומים, צו הערן יעדנ'ס מופתים; די עכטע מופתים - וואס מען האט באקומען פון רבי'ן.


וואס איז א מופת? א מופת איז, אז מען קוקט זיך אן און מען געבט א טראכט: 'ווער בין איך געווען? ווי אזוי האב איך אויסגעזען? איך ווייס דאך יא ווער איך בין, איך האב געטראפן דעם רבי'ן, דער רבי האט מיך געברענגט צו אזעלכע שיינע זאכן; איך האב שיעורים, איך בין זיך מתבודד, איך האב שלום בית', שלום בית איז די גרעסטע מופת פון רבי'ן; 'איך ענטפער נישט אין שטוב, איך שלינג אראפ ווען זי זאגט מיר'; אוי איז דאס א מופת, נאר דער רבי קען באווייזן אזעלכע מופתים, נעמען א מענטש און אים מאכן נישט ענטפערן... 'איך ווייס דאך יא ווער איך בין, און קוק וואס דער רבי האט געטון מיט מיר'.


א אינגערמאן פון ענקער חבורה האט מיר געשריבן די וואך אזא שיינע מופת, איך מוז אייך שיקן א קליינע שטיקל פון די בריוו:


דער אייבערשטער האט געמאכט מיט מיר א נס אז איך בין מקורב געווארן צו היכל הקודש.


איך בין אהיימגעקומען פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, און איך זע אז דער שבת טיש איז א באלאגאן, נאך פול מיט מוקצה זאכן, די בענקלעך זענען נאך איבערגעדרייט אויפ'ן טיש פון אויפוואשן די ערד פריער, און מיין ווייב שלאפט נאך א שווערע וואך ארבעט.


איך טראכט צו זיך וואס איך וואלט געטון אין אזא צייט, ווען איך זאל נישט זיין מקורב צום ראש ישיבה שליט"א, עס וואלט ארויס א געדיכטע רויך פון הויז. דער אייבערשטער האט אבער רחמנות געהאט אויף מיר, איך האב גלייך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל זיך נישט אויפרעגן, מיר זאלן האבן א פרייליכער שבת אפילו די הויז זעט אזוי אויס, איך האב ברוך ה' מסדר געווען און צוגעגרייט דעם שבת טיש, און מיר האבן געהאט א פרייליכע סעודה.


די זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט שבת אינדערפרי, איך קום אן אהיים, און אלעס ליגט נאך פונקט אזוי ווי מ'האט עס איבערגעלאזט נעכטן נאכט נאך די סעודה, ווען מען איז געווען מיד און מ'איז געגאנגען שלאפן אן אפרוימען דעם טיש. יעצט האלט איך נאך פאר'ן קידוש מאכן, מיין ווייב האט שוין קידוש געמאכט פאר די קינדער און איז געגאנגען שלאפן נאך א שווערע פולע וואך מיט די קינדער, ווען יעדע נאכט טיילן זיך די קינדער איין, יעדע שעה וויינט א צווייטער און וועקט אונז אויך, און איך האלט יעצט איינס אזייגער נאכמיטאג, נאך גארנישט געגעסן היינט, און איך בעט ווידער דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך זאל נישט ווערן אין כעס, איך זאל זיך האלטן פרייליך, און ברוך ה' דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן, אום דריי אזייגער האבן מיר געקענט אנהויבן די סעודת שבת קודש.


איך דאנק דעם אייבערשטן און איך דאנק דעם ראש ישיבה שליט"א, איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וואלט געלעבט אן די עצות פון הייליגן רבי'ן, אז איך זאל קענען בלייבן פרייליך, און מיין ווייב זאל אפילו נישט כאפן ווי אזוי די הויז האט אויסגעזען ווען איך בין אהיימגעקומען, און ווי לאנג איך האב געווארט אויף איר מיט סבלנות אז זי זאל זיך קענען אפרוען אביסל, און זי ווייסט נישט ווי שטארק איך האב געדארפט ארבעטן אויף זיך, נישט זיך אויפצורעגן און זיין פרייליך, נאר דורכ'ן אסאך בעטן דעם אייבערשטן.


יישר כח פאר אלע עצות און חיזוק, ווי אזוי זיך צו קענען דערהאלטן אין יעדן מצב.


איך דארף מקצר זיין, איך מוז אהיים לויפן העלפן מיין ווייב.


א פרייליכן ליכטיגן שבת און א גוטן חודש.

#348 - אז מען היט נישט די אויגן, פארלירט מען דעם טעם פון דאווענען
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, שלום בית, שטעטל, מאוויס, בית המדרש, שמירת עינים, דאווענען

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו בעטסט חיזוק אויף צוויי זאכן, אויף דאווענען מיט מנין; דו ווייסט נישט וואס איז געשען, דו שטייסט נישט אויף צייטליך, דו בלייבסט שלאפן ביז די לעצטע מינוט, נאכדעם דאווענסטו אפגעכאפט, אן מנין. די צווייטע זאך וואס דו בעסט חיזוק איז אויף שמירת עיניים.


מיין ליבער ברודער, מיין הארציגער חבר, די צוויי זאכן זענען אנגעהאנגען איינס אינעם צווייטן; אז מען היט נישט די אויגן, מען קוקט אויף אויסגעלאסענע בילדער, עקלדיגע קליפס, גרויליגע מאוויס רחמנא לצלן - דאס מאכט מען זאל פארלירן דעם טעם פון דאווענען, דאס מאכט מען זאל בלייבן שלאפן, נישט אויפשטיין; עס נעמט אוועק דעם טעם פון גיין אין שול. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן נ): "כִּי כָּל הַפּוֹגֵם בַּבְּרִית", ווער עס פאלט אראפ אין די עבירה פון פגם הברית, "אֵין יָכוֹל לְהִתְפַּלֵּל", דער שפירט א ביטערע טעם אין דאווענען, דאס דאווענען האט ביי אים א טעם פון "מַיִּין מְרִירִין" - ביטערע וואסער, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (שמות טו, כג): "וְלֹא יָכְלוּ לִשְׁתּוֹת מַיִם מִמָּרָה", די אידן האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער פון מרה, "כִּי מָרִים הֵם", ווייל עס איז געווען ביטער; בפשטות מיינט דער פסוק צו זאגן אז מען האט נישט געקענט טרינקען די וואסער ווייל דאס וואסער איז געווען ביטער, מוהרא"ש זאגט: "כִּי מָרִים הֵם", זיי האבן נישט געקענט טרינקען די וואסער - ווייל "זיי" זענען געווען פול מיט קשיות אויפ'ן אייבערשטן; אז מען היט זיך נישט די אויגן און מען קוקט שמוציגע קליפס, מען ליגט אין ניאוף - פארלירט מען אלעס.


וואס האט מען פון קוקן עבירות? וואס האט מען פון קוקן שמוץ?! האסט שוין געזען, האסט שוין געקוקט, וואס איז דא צו קוקן נאכאמאל און נאכאמאל? עס קריכט דיר נאכנישט ארויס פון די נאז? וואס איז דא צו זען?!


בכלל איז א קשיא, האסט דאך חתונה געהאט, האסט דאך א טייערע ווייב, וואס נאך דארפסטו? וואס נאך איז דא?! דיין ווייב איז אזוי טייער, זי איז גרייט אלעס צו טון פאר דיר.


נעם די עצה פון רבי'ן, גיי התבודדות; גיי שרייען צום אייבערשטן, בעט אים די ווערטער:


"רבונו של עולם, וואס וועט זיין מיט מיר, איך בין אריינגעפאלן אין ניאוף; איך ליג אין א שרעקליכע בלאטע, איך קוק עבירות, ראטעווע מיר! איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין הייליג".


דו וואוינסט אין שטעטל, אין אזא ליכטיגע פלאץ, מען קען זיך דארט גוט מתבודד זיין; גיי מיט עקשנות יעדן טאג התבודדות, בעט דעם אייבערשטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זיך אפלאזן פון די דמיון, פון די דיבוק וואס הרג'עט דיר און נעמט אלעס צו פון דיר. אז מען היט נישט די אויגן פארלירט מען אלעס, סיי רוחניות און סיי גשמיות; מען לאזט אפ די תורה און מען לאזט אפ דאס דאווענען, מען לאזט אפ די ווייב און קינדער, מען פאלט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן. נאכדעם פאלט מען אריין אין אן עצבות השם ישמרינו, די עבירה מאכט דעפרעסט און צעבראכן, אזוי ווי דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְזֶה בְּחִינַת חוֹלַאַת שֶׁקּוֹרִין בְּרֶעכֶנִישׁ, רַחֲמָנָא לִצְלָן, שֶׁשּׁוֹבֵר עֲצָמוֹת שֶׁל אָדָם", די עבירה ברענגט די מחלה וואס הייסט 'ברעכעניש' - דער מענטש ווערט צעבראכן אויף שטיק שטיקלעך און האט נישט קיין געדולד צו דאווענען.


אז דו וועסט פאררעכטן די זאך - וועסטו שוין אויפשטיין דאווענען, דאווענען וועט ווערן א גוטע זאך, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְאֵין יָכוֹל לִטְעֹם מְתִיקוּת בַּתְּפִילָּה, אֶלָּא כְּשֶׁתִּקֵּן פְּגַם הַבְּרִית", א מענטש קען נישט שפירן א טעם אין דאווענען נאר אז ער פאררעכט זיינע פגמי הברית, ער טוט תשובה און ער היט זיך אפ פון שלעכטס; דעריבער אויב מען איז אפגעהיטן אין קדושה, מען היט זיך די אויגן און די מחשבה - דאן איז דאס דאווענען א זיסע זאך, עס שפירט זיך ווי "מַיִם מְתוּקִים" - זיסע וואסער, מען וויל נאך און נאך דערפון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.