בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#395 - שעצן און לויבן דעם מאן וואס פירט זיך ערליך
שלאפן, שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפילה

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת קדושים, ה' אייר, כ' לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איר זענט דאך אזוי גליקליך אז איר האט א מאן וואס לערנט און דאווענט, א מאן וואס פירט זיך מיט יראת שמים; דאס איז דאך די זאך וואס יעדער חלומ'ט צו באקומען. איר דארפט אים נאר שעצן און לויבן, אים העלפן נאך מער לערנען, אים העלפן אויפשטיין פארטאגס; וויאזוי קען א פרוי העלפן דעם מאן אויפשטיין פארטאגס? אז מען לייגט זיך פרי, אז מען לייגט זיך פרי קען מען אויפשטיין פרי.


דאנקט דעם אייבערשטן אז אייער מאן דאווענט און לערנט; וויפיל וואלטן געוואלט אז זייער שטוב זאל זיין אזוי... די וואך איז צו מיר געקומען א פרוי, זי האט זייער געוויינט, איך האב איר נישט געקענט בארואיגן. איר מאן שלאפט ביזן טאג אריין, ווען זי קומט אהיים פון די ארבעט דריידט ער זיך נאך ארום צעבראכן, ער כאפט זיין טלית ותפילין מינוטן פאר עס ווערט נאכט; די פרוי האט אזוי געוויינט, איך האב איר פרובירט צו בארואיגן, אז איר מאן איז נישט שלעכט, ער איז נאר זייער צעבראכן, מען האט אים אזוי צעבראכן אין זיינע יונגע יארן, פון דעם קען ער זיך נישט צאמנעמען צו גיין דאווענען, אנהויבן דעם טאג. איך האב איר מדריך געווען ווי אזוי זיך צו פירן, און איר צוגעזאגט אז אויב זי וועט אים אויפבויען, קוקן גוט אויף אים – וועט זיך אלעס טוישן.


איך שרייב אייך דאס אלעס איר זאלט טאנצן פאר שמחה אז אייער מאן לערנט, ער דאווענט, ער פירט זיך ערליך און האט נישט קיין כלים וכדומה. און איר זאלט בעטן אז אייער מאן און קינדער זאלן אלע זיין ערליכע אידן, צדיקים.

#394 - נישט ווערן אריינגעמישט אין קיין שום זאך קעגן די עלטערן
כיבוד אב ואם, שלום בית, ראש ישיבה, התנגדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי ב', כ"ז ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך בעט אייך זייער, געבט אכטונג נישט צו ווערן אריינגעמישט אין קיין שום זאך וואס איז קעגן אייערע עלטערן; לאזט די אלע מצוות פאר אנדערע, איר האט טייערע עלטערן, געבט אכטונג זיי נאר מכבד זיין.


אויך זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האט א מאן אן ערליכער, א גוטער; זאלט איר זיין געטריי פאר אים און אים אויפבויען. לאזט אפ אלע עסקנות, לאזט עס פאר עלטערע, בפרט ווען עס קען פוגע זיין אין אייער מצוה פון כיבוד אב ואם.


וואלט איך ווען געקענט שרייבן ווי אזוי מען האט צו מיר גערעדט, וואס פאר א לשונות פון זלזול, און ווי אזוי איך האב אפגעשוויגן... מען האט גערעדט צו מיר קעגן מוהרא"ש, נישט סתם גערופן ביים נאמען, נאר מיט די גרעסטע מאס זלזול; איך האב געשוויגן, ווייל די תורה זאגט מען טאר נישט ענטפערן פאר עלטערן.


 

#393 - לייג נישט ארויף א פחד אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, ברסלב ליבערטי


איין זאך האב איך דיר פארגעסן צו זאגן. ווען דו ביסט געווען דא מיט דיין ווייב האט זי געבעטן דו זאלסט ארויסגיין פאר אפאר מינוט, זי האט זיך געשעמט צו רעדן פארענט פון דיר.


זי האט זייער געוויינט; זי האט א פחד אין שטוב וכו', זי קען נישט לעבן אונטער א פחד וכו'; זי ווייסט אז עס איז נישט איידל דאס צו טון, אבער וואס זאל זי טון ווען עס פאסירט... חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קמ:) "אָמַר לְהוּ רַב חַסְדָּא לִבְנָתֵיהּ", רב חסדא האט אויסגעלערנט זיינע טעכטער שיינע מדות ווי אזוי צו לעבן, איינע פון די זאכן: "לָא תֵיכְלוּן תַּמְרֵי בְּלֵילְיָא", איר זאלט נישט עסן טייטלען ביינאכט, "וְלָא תִשְׁתּוּן שִׁיכְרָא בְּלֵילְיָא", איר זאלט נישט טרינקען ביר ביינאכט - ווייל דאס ברענגט שלשול, עס מאכט לופט וכו', כדי דער מאן זאל זיך נישט פארמיאוס'ן; זי ווייסט אז עס איז נישט גוט, אבער זי קען נישט לעבן אזוי, זיך איינהאלטן; עס איז נישט געזונט.


בעט איך דיר טייערער ליבער ..., געב אכטונג אויף די מתנה וואס דער אייבערשטער האט דיר געשאנקען, זע זי זאל זיין רואיג אין שטוב, זי זאל נישט האבן א פחד און מורא. מען קען אלעס באקומען, מען קען אלעס טוישן - מיט תפילה.


אין קורצן; זי וויל לעבן נאטירליך, נישט ציטערן פון ווערן אראפגעקוקט, זי וויל שפירן אין שטוב אזוי ווי זי שפירט מיט אירע עלטערן און געשוויסטער; איך האף דו פארשטייסט וואס איר באדערט.


 

#392 - גיי ארויף איין מאל א טאג צום ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע
שלום בית, קברי צדיקים, תכלית, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


דיין שווער נרו יאיר האט מיר געשיקט געלט אויף פסח מיט א בריוו, איך האב מער הנאה געהאט פונעם בריוו; ער שרייבט דארט ווי שיין דו פירסט זיך, דו און דיין ווייב תחי' זענען איידל, איר פירט זיך מיט דרך ארץ. ער שרייבט איר מאכט אים געזונט, דו און דיין ווייב רעדן אזוי שיין, ער האט נאר נחת פון ענק.


איך בין אזוי פרייליך דאס צו הערן; די גוטע גרוסן אויף תלמידים געבן כח ווייטער צו ארבעטן מיט פרישע תלמידים.


דו וואוינסט דאך סמוך ונראה צום ציון פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו; זיי נישט קיין בטלן, גיי ארויף איין מאל א טאג, זאג א קאפיטל תהלים, זיי זיך מתבודד און קוק ארויס פון פענסטער; קוק וואס מען נעמט מיט זיך מיט, נאר די פרקים משניות, דפים גמרא, תורה, תפילה און מעשים טובים.

#391 - נאכ'ן ארויסווארפן די מאוויס, וועט איר האבן א גוטע שלום בית
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מאוויס, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


אייער מאן נרו יאיר האט מיר דערציילט דעם חול המועד די גוטע נייעס אז איר האט ארויסגעווארפן אלע מאוויס, איר האט אויסגערוימט די חמץ; מאוויס איז חמץ, עס מאכט ביטער דאס לעבן, עס מאכט זויער.


איך בין געווארן אזוי פרייליך דאס צו הערן, איך בין אזוי פרייליך פאר אייער מאן נרו יאיר. ער וויל אזוי שטארק זיין פאר אייך די מאווי; אנשטאט קוקן אויף גוים און גוי'טעס, אנשטאט זוכן מיסט - קענט איר קוקן אויף אייער מאן, לעבן מיט אים.


איך האף צום אייבערשטן איר וועט האלטן אייער שטוב ריין, איר וועט מאכן אייער שטוב א פלאץ פאר די שכינה הקדושה צו וואוינען - וועט איר האבן ערליכע דורות.

#390 - דו מוזסט טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט
כיבוד אב ואם, שלום בית, רעדן, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דו ווייסט אז ביים רבי'ן איז געווען שלום בית א וויכטיגע יסוד, מען האט נישט געהאט קיין פלאץ ביים רבי'ן אויב מען האט נישט געהאט קיין שלום בית, דעריבער שרייב איך דיר אז איך הער דו רעדסט נישט שיין אין שטוב, דו טוסט וויי אין שטוב; עס טוט מיר וויי, איך האב זיך זייער געפארעט פאר דיר פאר דיין שידוך, און אז דו רעדסט נישט שיין, דו פליקסט דיין ווייב, דו שטעכסט איר - זע איך נישט קיין עתיד פאר דיר.


אז עס איז דיר ביטער האסטו איין ברירה, גיין צווישן די פעלדער און שרייען צום אייבערשטן, נאר דאס איז די עצה. אז דו ווילסט בלייבן וואוינען אין שטעטל און בלייבן ארבעטן פאר מיר - דארפסטו טוישן די וועג ווי אזוי דו רעדסט אין שטוב, אז נישט וועסטו נישט האבן קיין פלאץ דא.


אויך מיט דיינע עלטערן און מיט אירע עלטערן דארפסטו רעדן מיט דרך ארץ, איך ציטער ווי אזוי דיינע קינדער וועלן רעדן מיט דיר.

#389 - איך האב הנאה צו הערן אז דו פירסט זיך שיין אין שטוב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי ב', כ"ה ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דיין ווייב האט מיר געלאזט א מעסעדזש ווי שיין דו פירסט זיך צו איר, דו טוסט איר נישט וויי, דו שטעכסט איר נישט ביים רעדן; איך האב זייער הנאה צו הערן אזעלכע שיינע זאכן אויף דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#388 - געב דעם נאמען וואס דיין טאטע וויל
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית, נאמען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אחרי א', י"א ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב דעם נאמען וואס דיין טאטע שליט"א וויל, אזוי וועלן אלע זיין צופרידן; סיי דיין טאטע שליט"א און סיי דיין ווייב תחי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן ער זאל אויסוואקסן א גרויסער צדיק, א גדול בתורה; דו און דיין ווייב זאלן זען אסאך נחת פון אים און פון אלע קינדער.


איין זאך פארשטיי איך נישט, ווען דו ענדיגסט דעם בריוו שרייבסטו זיך אונטער: "א הארץ וואס וויינט" - מיט דיין נאמען; איך וויל פארשטיין, פארוואס 'א הארץ וואס וויינט'? וויינט פון וואס? שרייב זיך אונטער: "א הארץ וואס איז פול מיט דאנק און לויב צום אייבערשטן", דו ביסט געבענטשט געווארן מיט נאך א ליכטיג קינד, "א הארץ וואס דאנקט דעם אייבערשטן פאר די מתנה פון א געזונטע קינד"; שוין גענוג געוויינט, יעצט הויב אן דאנקען דעם אייבערשטן.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#387 - תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י
מקוה, שלום בית, קברי צדיקים, הדרכות, הלכה, דאווענען, חומרות, תפלין

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע לערנען נ"ך ביינאכט; מען לערנט נישט ביינאכט קיין נ"ך. זאגן תהילים קען מען יא; דאס איז תפילות ובקשות.


תפילין דרבינו תם גייט אינאיינעם מיט תפילין פון רש"י; לכתחילה זאלסטו בלייבן מיט די תפילין דרש"י ביז נאך קדיש תתקבל און גלייך נאכדעם אנטון תפילין דרבינו תם. אויב דו האסט נישט קיין צייט, דו דארפסט לויפן - קענסטו אויסטון און אנטון ביי חזרת הש"ץ; אלץ זאלסטו אנטון רבינו תם גלייך נאך רש"י, שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


בנוגע מקוה נאכמיטאג; עס איז נישט קיין גוטע געוואוינהייט צו גיין אין מקוה נאכמיטאג. די ערשטע זאך איז מקוה; אינדערפרי ווען דו שטייסט אויף טאנץ אריין אין מקוה. אז דו ביסט שפעט, דו דארפסט לויפן - מאך א שנעלע מקוה, אריין און ארויס; שטופ עס נישט אפ אויף שפעטער.


פרויען קענען גיין אין אלע צייטן אויף קברי צדיקים.


בנוגע וכו'; מוהרא"ש זאגט בשם דעם גרויסן צדיק רבי אברהם בן רבי נחמן זכרונו לברכה, ער פלעגט געבן הדרכות פאר אינגעלייט: "ווען מען מעג - מעג מען אלעס, און ווען מען טאר נישט - טאר מען נישט"; מען דארף נישט זיין צו קלוג צו וויסן און פארשטיין וואס, ווען און וואו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#386 - אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב, וועסטו זען גרויסע ניסים
שלום בית, פרנסה, נסים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו וועסט רעדן שיין אין שטוב צו דיין ווייב - וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סט): "עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", דער עיקר עשירות איז בזכות די ווייב; אז מען איז מכבד די ווייב, מען רעדט שיין, מען טענה'עט זיך נישט - באקומט מען גרויס שפע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#385 - מיט'ן צופיל מקרב זיין, קען מען יענעם מרחק זיין
שלום בית, הפצה, זיכוי הרבים, ריבוי אור

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מצורע, ג' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ...


מוהרא"ש שרייבט איינעם א בריוו: "אז ביי דיר האט אויפגעשיינט דעם רבינ'ס אור, דו זעסט נאר ליכטיגקייט, - דו ווילסט לויפן שרייען אין גאס אזוי ווי רבי נתן האט געוואלט טון, ער האט געוואלט לויפן שרייען 'ווי קען מען שלאפן, ווי קען זיין אז דער רבי איז דא און קיינער ווייסט נישט וכו' וכו'?!' ביז דער רבי האט אים געזאגט, 'שטיי דא, דו וועסט נישט פועל'ן' - מיינט נאכנישט אז דאס האט אויפגעשיינט אויך פאר דיין ווייב; מוהרא"ש שרייבט יענעם: "געב אכטונג ווי אזוי דו רעדסט מיט דיין ווייב, דו זאלסט איר נישט מער מרחק זיין".


דאס זעלבע זאג איך אייך: "אז ביי אייך ברענט א פייער, איר ברענט מיט'ן רבי'ן, מיינט נאכנישט אז אייער מאן האלט דארט"; בעט איך אייך, מאכט אים נישט משוגע, איר מאכט נאר א חורבן; ווייל די וועג ווי אזוי איר רעדט צו אים וועט אים נאר מרחק זיין. דאנקט דעם אייבערשטן אז ער איז שוין אביסל מקורב, געבט אכטונג אים נישט צו דערווייטערן.

#384 - בעטן דעם אייבערשטן צו טרעפן די ריכטיגע וועג אין די תורה
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תזריע, כ"ו אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז נישט גרינג צו שרייבן פון דעם ענין, איך וועל פרובירן ווארפן רמזים, איך האף צום אייבערשטן איר וועט פארשטיין וואס א איד האט צו טון און ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט, ווי אזוי מען זאל לעבן.


מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון א פרוי וואס איז שטענדיג גרייט פאר איר מאן, ווער רעדט נאך אויב זי גייט אים אנטקעגן, זי ווייזט אים ליבשאפט. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן אונז (עירובין ק:): "אָמַר רֶבִּי שְׁמוּאֵל בַּר נַחְמֵנִי אָמַר רֶבִּי יוֹחָנָן, כָּל אִשָׁה שֶׁתּוֹבַעַת בַּעְלָהּ לִדְּבַר מִצְוָה הַוְיָן לָהּ בָּנִים שֶׁאֲפִלּוּ בְּדוֹרוֹ שֶׁל משֶׁה לֹא הָיוּ כְּמוֹתָן", א פרוי וואס ווייזט ליבשאפט פאר איר מאן וועט זוכה זיין צו הייליגע קינדער, אזוי ווי מיר געפונען ביי לאה, זי איז געקומען בעטן יעקב ער זאל קומען ביי איר שטוב וכו' - האט זי זוכה געווען דעמאלט צו יששכר, וואס ביי זיי שטייט (דברי הימים-א יב, לג): "וּמִבְּנֵי יִשָּׂשְׂכָר יוֹדְעֵי בִינָה לַעִתִּים, לָדַעַת מַה יַּעֲשֶׂה יִשְׂרָאֵל".


עס איז זייער שווער צו שרייבן פון דברים של בינו לבינה, זוכט אויף צווישן אנשי שלומינו אן ערליכע פרוי וואס וועט אייך מדריך זיין מיט די ריכטיגע השקפה. ליידער לערנט מען מיט חתנים און כלות פאלשע וועגן, מען רעדט איין חומרות ופרישות. חתן כלה גייען צו די חתונה מיט נערווען און שרעק, מען שרעקט אן מיט נישט ערליכע קינדער וכו' וכו', דאס איז גורם אלע פראבלעמען. מיר האבן אין אמעריקע ערליכע כלה טיטשערס וואס זיי לערנען אזוי ווי צדיקים האבן געהייסן לערנען.


בענין וואס איר שרייבט אז איר שפירט נישט קיין שום טעם אין די זאך וכו', איר טוט דאס אן א טעם וכו'; דאס איז נישט קיין פראבלעם, העכסטנס וועט איר באקומען מער שכר. ווייל ווען מען טוט א מצוה און עס קומט אן שווער באקומט מען מער שכר, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ה, כג): "לְפוּם צַעֲרָא אַגְרָא", לויט די שוועריקייט - באקומט מען די שכר, און אז עס קומט אייך אן דאס זיין מיט אייער מאן אזוי שווער - וועט איר באקומען גאר אסאך שכר.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט דארפן קיין שכר, מיר זאלן וועלן נאר טון דעם אייבערשטנ'ס ווילן. ווען מען טוט א מצוה איז דא צוויי סארט מענטשן, איינער טוט די מצוה געצווינגענערהייט (נישט ממש געצווינגען, נאר אן א טעם), דער ווארט אויף שכר, ער טוט דאס נאר כדי צו באקומען שכר פאר די מצוה. נאכדעם איז דא איינער וואס טוט די מצוה ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, ער פריידט זיך אז ער קען טון רצון השם, ער דארף נישט קיין שכר, ער דארף דעם (אבות ד, ב): "שְׂכַר מִצְוָה, מִצְוָה", אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה): "עַד שֶׁאֵין רוֹצֶה בְּשׁוּם שְׂכַר עוֹלָם הַבָּא, אֶלָּא הוּא רוֹצֶה שֶׁיַּזְמִין לוֹ הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מִצְוָה אַחֶרֶת בִּשְׂכַר מִצְוָה זֹאת", אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, ב): "'שְׂכַר מִצְוָה, מִצְוָה'; כִּי הוּא נֶהֱנֶה מֵהַמִּצְוָה בְּעַצְמָהּ", ער וויל די מצוה אליינס.


נאכאמאל, עס איז שווער צו שרייבן בפרטיות; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן צו טרעפן די ריכטיגע וועג אין די תורה, טון וואס די הייליגע חכמים זאגן (תנא דבי אליהו רבא, פרק ט): "אֵיזוֹהִי אִשָׁה כְּשֵׁרָה, כָּל שֶׁעוֹשָׂה רְצוֹן בַּעֲלָהּ", וואס איז אן ערליכע פרוי? א פרוי וואס טוט די ווילן פונעם מאן; איך האף איר וועט ארויסנעמען רמזים און וויסן ווי אזוי צו זיין אן אשה כשרה.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#383 - איך האב פאר אייך נייעס, נישטא וואו צו אנטלויפן
צרות, שלום בית, התחזקות, עבודת השם, פסח

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תזריע, כ"ה אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דאס וואס איר סטראשעט אז איר גייט אנטלויפן פון אידישקייט, איר גייט נישט היטן יום טוב פסח, איר שרייבט מען האט געמאכט איר זאלט פיינט האבן אידישקייט; איך האב פאר אייך נייעס, נישטא וואו צו אנטלויפן! אויב איר וועט אפלאזן אידישקייט וועט אייך נישט בעסער ווערן דאס לעבן, ווער עס לויפט אוועק פון די אידישע וועג - לויפט צום טויט. אזוי ווי דער חכם מכל אדם זאגט (משלי יד, יב): "יֵשׁ דֶּרֶךְ יָשָׁר, לִפְנֵי אִישׁ", עס איז דא א וועג וואס זעט אויס פאר'ן מענטש ווי א גוטע וועג, "וְאַחֲרִיתָהּ, דַּרְכֵי מָוֶת", אבער דער סוף איז טויט.


וויסן זאלט איר, אידישקייט מאכט נישט שווער דאס לעבן, דאס לעבן פאר זיך איז זייער א שווערע זאך; כל זמן מען לעבט אן אמונה איז דאס לעבן א שרעקעדיגע זאך, א ביטערע זאך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, כב): "עַל כָּרְחֲךָ אַתָּה חַי", מען לעבט געצווינגענערהייט; מען פרעגט נישט דעם מענטש וואס פאר א לעבן ער וויל, א שווערע לעבן אדער א שלעכטע לעבן, דאס איז עס, דאס לעבן איז א שווערע זאך; נאר אויב מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם לעבן - דעמאלט ווערט דאס לעבן זיס. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיט) יעדער איינער ליידט יסורים, עס איז נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט האבן קיין יסורים, אפילו די גרויסע עשירים זענען אויך פול מיט יסורים, אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד, קְצַר יָמִים וּשְׂבַע רֹגֶז", א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, דאס לעבן פון א מענטש איז ווייניג און פול מיט ווייטאג; אזוי אויך זאגט שלמה המלך (קהלת ב, כג): "גַּם כָל יָמָיו כַּעַס וּמַכְאוֹבוֹת", דאס גאנצע לעבן איז פול מיט כעס און ווייטאג; עס איז נישטא קיין שום עצה וואו צו אנטלויפן, נאר צום אייבערשטן און צו די תורה.


איך ווייס נישט פארוואס איר סטראשעט מיר, וואס בין איך אייך שולדיג? וואס ווילט איר פון מיר? עס ליגט אין אייערע הענט בוחר צו זיין ווי אזוי אייער לעבן זאל זיין. איר קענט אנטלויפן, אבער דוד המלך זאגט (תהלים קלט, י): "גַּם שָׁם יָדְךָ תַנְחֵנִי וְתֹאחֲזֵנִי יְמִינֶךָ", אויך דארט וואו מען אנטלויפט דערגרייכט דעם אייבערשטנ'ס הענט; דער אייבערשטער איז איבעראל, נישטא וואו אוועק צו לויפן, איר האט איין ברירה, איר קענט לויפן צו אים, איר קענט נעמען די עצה פון רבי'ן, אויפזוכן גוטס אין לעבן און דאנקען פאר די גוטס.


דער רבי זאגט, נישטא קיין לעבן (לקוטי מוהר"ן, שם): "אֶפְשָׁר יֵשׁ גַּם עוֹלָם הַזֶּה גַּם כֵּן בְּאֵיזֶה עוֹלָם, כִּי בְּכָאן נִרְאֶה שֶׁהוּא הַגֵּיהִנּוֹם כִּי כֻלָּם מְלֵאִים יִסּוּרִים גְּדוֹלִים תָּמִיד", אפשר איז דא אויבן אין הימל א וועלט וואס הייסט 'עולם הזה', ווייל דא איז נישטא קיין עולם הזה, דא איז דער גיהנום אליינס, ווייל יעדער איז פול מיט יסורים; איין עצה איז דא, אויפזוכן דאס גוטס און דאנקען אויף דעם.


אידישקייט מאכט מען זאל האבן יענע וועלט. די הייליגע חכמים זאגן (אבות ד, טז): "הָעוֹלָם הַזֶּה דּוֹמֶה לִפְרוֹזְדוֹר בִּפְנֵי הָעוֹלָם הַבָּא", די וועלט איז אזוי ווי אן אריינגאנג צו א גרויסע שיינע זאל, "הַתְקֵן עַצְמְךָ בַפְּרוֹזְדוֹר, כְּדֵי שֶׁתִּכָּנֵס לַטְּרַקְלִין", אז מען גרייט זיך אן ביים אריינגאנג, דעמאלט וועט מען האבן א שיינע פלאץ אויבן אינעם שיינעם זאל; אידישקייט איז נישט קיין ביטערע זאך, אידישקייט איז וואס מען נעמט מיט זיך מיט אויף יענע וועלט.


ווער איז אייך עפעס שולדיג? ווער קומט אייך עפעס? נעמט אריין אין זיך די ווערטער: "קיינער קומט מיר גארנישט", וואס איר באקומט איז א מתנה; וועט איר נישט האבן קיין יסורים, עס וועט אייך נישט נמאס ווערן אייער לעבן. אז אייער מאן רעדט שיין צו אייך - איז דאס א מתנה פון גאט ברוך הוא, און אז ער רעדט נישט שיין צו אייך - איז דאס אויך פון גאט; בייגט איין אייער קליינע קעפעלע צום אייבערשטן - וועט אייך אלעס גוט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#382 - אויסמעקן עמלק וואס קלאפט אראפ דעם מענטש
שלום בית, התחזקות, בית המדרש, דאווענען, פורים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


נעכטן ביים שיעור האבן מיר גערעדט ווי אזוי מען קען אויסמעקן עמלק; עמלק קילט אפ דעם מענטש פון אמונה, ער ברענגט אריין אינעם מענטש ספיקות און בלבולים, "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ" (דברים כה, יח), ער מאכט שוואך דעם מענטש, מען זאל טראכטן 'איך בין גארנישט ווערד, איך בין בבחינת זנב; קיינער דארף מיך נישט, איך בין א פעלער' - דאס דארפן מיר אויסמעקן און ארויסקלאפן פון קאפ; וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון יעדן איד, אפילו מען איז אראפגעפאלן קען מען תשובה טון און ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


ווען א איד קומט אין שול, ער היפט איבער אלע שוועריקייטן, ער האלט נאך א בזיון פון די ווייב און עס ווארט אים א געשריי ביי די ארבעט, אינדערמיט טאנצט ער אריין אין שול, ער לייגט טלית ותפילין - ווערט פון דעם א רעש און א טומל אין הימל, דער אייבערשטער נעמט ארויס פון אים מער נחת רוח פון אלע מלאכים.

#381 - די הערליכע שבת התוועדות סיום סדר מועד
קינדער, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, קדושה, אמונה, שלום בית, התחזקות, הפצה, רפואה, יבנאל, חסידות ברסלב, וויכוחים, סיום, שבת קודש, תשובה, משניות, אומאן, סדר דרך הלימוד, מוהרא"ש, שבת התוועדות, ישיבה, מנוולים, גמרא, ראש ישיבה, שמחות, דאווענען, בר מצוה, מנין, פורים, מלחמה, ברית, ביקור חולים, מוהל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א שאד דו ביסט נישט געקומען צום שבת התוועדות – שבת סיום סדר מועד. עס איז געווען א הערליכע שבת, מן הסתם וועסטו נאך הערן שיינע זאכן פונעם שבת פון די חברים. איך וועל דיר שרייבן אביסל וואס מיר האבן גערעדט.


צו מנחה איז צוגעגאנגען דער דיין ר' יונה שליט"א, נאך מנחה האב איך גערעדט אפאר ווערטער, מען האט געזינגען א שטייטע ניגון און מיר האבן גערעדט פון שבת זכור. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא תצא, סימן ט) אויפ'ן פסוק (דברים כה, יח): "וַיְזַנֵּב בְּךָ כָּל הַנֶּחֱשָׁלִים אַחֲרֶיךָ", עמלק האט גענומען זנבות, "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה" (עיין לקוטי הלכות שבת הלכה ה', אות ט), עמלק רעדט אונז איין מיר זאלן זיין צעבראכן, מען זאל נישט האלטן פון זיך; ער מאכט דאס גאר פאר א מצוה און אזוי הרג'עט ער דעם מענטש, ווייל מען טראכט: 'איך בין סיי ווי גארנישט, איך בין סיי ווי א שגץ, איך בין סיי ווי א גוי, וואס דארף איך גיין דאווענען? ווער דארף מיין לערנען? מיינע מצוות?' מען דארף וויסן אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, יעדער איד דארף וויסן ביי זיך 'איך בין חשוב און טייער ביים אייבערשטן, דער אייבערשטער האט א נחת רוח פון מיר'; דאס מעקן מיר אויס די וואך שבת זכור, געענדיגט מיט די קטנות הדעת, 'איך בין א גארנישט, איך בין גארנישט ווערד'; געענדיגט מיט די סארט מחשבות, 'איך בין יא, איך בין ווערד!'


מיר האבן נישט לאנג גערעדט, גלייך נאכדעם איז מאטי ראזענפעלד צוגעגאנגען צו קבלת שבת, ער דאווענט זייער שיין.


נאכן דאווענען בין איך געגאנגען זינגען זמירות שבת מיט די קינדער. עס איז געווען זייער א גרויסע עולם האט מען געמאכט אז די קינדער זאלן עסן באזונדער כדי עס זאל זיין פלאץ, די געטרייע מלמדים האבן אריינגעלייגט א גאנץ שבת אזויפיל יראת שמים אין די קינדער, איך האב געזינגען זמירות מיט זיי. נאכדעם האבן מיר געגעסן אינאיינעם די סעודה, א גרופע בחורים און אינגעלייט האבן דורכאויס די גאנצע סעודה געזינגען זייער שיינע ניגונים.


פרייטאג צו נאכטס נאך די סעודה זענען מיר זיך צאמגעקומען זינגען זמירות אין שול, נאכדעם האבן מיר זיך מחזק געווען מיט'ן רבינ'ס התחזקות. מיר האבן גערעדט נאך א בחינה אויף וואס די הייליגע חכמים זאגן "חוֹתֵּךְ זְנָבוֹת, וְזוֹרְקָן כְּלַפֵּי מַעְלָה", אז מען זאל נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר. דער רבי שרייבט א בריוו פאר זיין איידעם: "שרייב מיר וויפיל בלאט גמרא דו לערנסט און וויפיל בלאט פוסק, מאך נישט פון טפל עיקר פון פון עיקר טפל, אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם"; עמלק נעמט זאכן וואס זענען נישט וויכטיג, בבחינת זנב, וזורקן כלפי מעלה, און מאכט דאס וויכטיג – פון דעם רעדט מען, דאס פארלאנגט מען, אויף דעם איז מען מחנך; אנשטאט מען זאל מחנך זיין קינדער, בחורים און מיידלעך - מיט אמונה, רעדן טאג און נאכט פונעם אייבערשטן, פון לערנען די הייליגע תורה, פון וויכטיגע זאכן - דריידט ער אויס דעם קאפ אויף אראפ און די וויידל אויף ארויף.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן, וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, ביי מיר איז אמונה א גרויסע זאך, אמונה אזוי ווי פשוטי עם און פרויען וואס גלייבן בתמימות ובפשיטות; דאס איז ביים רבי'ן די גרעסטע זאך. ווי אזוי איז מען זוכה צו אמונה? דורך רעדן צום אייבערשטן, אז מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, מען רעדט צו אים כידבר איש אל רעהו: "רבונו של עולם, העלף מיר מיט וואס איך מוטשע זיך, העלף מיר, איך קען מער נישט"; דאס רעדן צום אייבערשטן בויט אויף די אמונה, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן.


נאך די באטע איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו, מען האט געשמועסט פון הפצה. קודם האבן מיר גערעדט פון אכטונג געבן נאר צו נעמען א מוהל מומחה. פאריגע וואך האט פאסירט אז א טאטע האט געוואלט אליינס מאכן די חיתוך און ער האט אריינגעשניטן רחמנא לצלן, די רעגירונג האט אים אוועק גענומען זיינע קינדער.


איך געדענק איך האב געפרעגט מוהרא"ש, דער רבי זאגט (ספר המדות אות מוהל, סימן א): "צָרִיךְ לַחֲזֹר אַחַר מוֹהֵל צַדִּיק וִירֵא שָׁמַיִם", מען דארף זוכן א מוהל א צדיק, א ירא שמים, "כִּי כְּשֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב", ווייל אז דער מוהל איז נישט גוט, "יָכוֹל לִהְיוֹת שֶׁלֹּא יִהְיֶה מוֹלִיד, חַס וְשָׁלוֹם", קען חס ושלום פאסירן אז דער קינד וועט נישט האבן קיין קינדער, "גַּם עַל יְדֵי שֶׁהַמּוֹהֵל אֵינוֹ טוֹב, עַל יְדֵי זֶה בָּא הַתִּינוֹק, חַס וְשָׁלוֹם, לִידֵי חֳלִי נוֹפֵל", אויך קען א נישט גוטער מוהל מאכן אז דער קינד זאל האבן די חולי נופל, סיזשערס רחמנא לצלן; האב איך געפרעגט מוהרא"ש ווער איז א מוהל א צדיק? און מוהרא"ש האט מיר געענטפערט: "וואס א גרעסערער מומחה – אים דארף מען נעמען". בשעת'ן דאס דערציילן רופט זיך אן א איד, איינער פון די געסט: "אבער וואס איז טאקע די פשט וואס דער רבי זאגט?" איך קוק אים אן, איך וויל פארשטיין וואס ער פארשטייט נישט, איך זאג אים איבער נאכאמאל דאס וואס מוהרא"ש זאגט מיר און יענער פרעגט נאכאמאל: "איך פארשטיי וואס מוהרא"ש זאגט, אבער וואס איז טאקע פשט אין רבינ'ס ווערטער?" איך זאג אים נאכאמאל, און יענער פרעגט נאכאמאל, דער עולם האט אנגעהויבן שמייכלען, יענער האט זיך פארשעמט, ער זאגט: "איך מיין צו פרעגן ערנסט, איך מאך נישט חוזק", האב איך אים געגעבן צו פארשטיין, עס שטייט אין די תורה, אויב איינער טוט אן עבירה, ער איז עובר אויף א לאו - (דברים כה, ג): "אַרְבָּעִים יַכֶּנּוּ", זאל מען אים געבן פערציג מלקות, זאגן די הייליגע חכמים (מכות כב:) מען געבט נישט פערציג מלקות נאר ניין און דרייסיג; דאס הייסט, מיר קענען נישט לערנען די תורה אן די פארשטאנד פון די הייליגע חכמים, מיר זעען עס שטייט פערציג און די חכמים זאגן עס איז ניין און דרייסיג, אזוי אויך, מיר זעען שטיין אין די תורה (דברים ו, ח): "וְהָיוּ לְטֹטָפֹת בֵּין עֵינֶיךָ", מען זאל לייגן תפילין צווישן די אויגן, זאגן די חכמים (עירובין צה:) עס מיינט נישט צווישן די אויגן - נאר אויפ'ן קאפ; אזוי זאג איך אים, איך פארשטיי נישט לקוטי מוהר"ן און די אנדערע ספרים פון רבי'ן, נאר מיט מוהרא"ש, וואס מוהרא"ש איז מיר מסביר – דאס פארשטיי איך. אז מוהרא"ש זאגט א מוהל צדיק וירא שמים מיינט א מוהל מומחה – פארשטיי איך אז דאס איז דער פשט; פארשטייט זיך מען נעמט א מוהל אן ערליכער איד, אבער נישט איינער וואס קען נישט די מלאכה.


מיר זענען אריין אין א שמועס מיט די מפיצים, יעדער האט דערציילט זיינע שיינע מעשיות ווי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די ספרים און קונטרסים. מיטוואך נאכט האט דער גבאי פונעם בית המדרש ..., א גאס אוועק פון ישיבה אפגעווארט יענקל, ער האט אים צוגענומען זיין הוט פאר'ן ברענגען גליונות דארט, יענקל מפיץ האט זיך מיט אים געאמפערט צוויי שעה. מיר האט זייער געבאדערט פארוואס ער האט זיך בכלל צוטון געמאכט פון אים; איך האב אסאך היטן דא אין ישיבה, במשך די יארן זאמלען זיך אן היטן, איך וועל אריבערשיקן בחורים צום גבאי מיט די היטן, אים פרעגן אויב ער וויל נאך היטן, ווייל די גליונות גייט מען ווייטער מפיץ זיין.


שבת אינדערפרי האב איך געלערנט זוהר פרשת פקודי, די היכלות, ווי דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז מגלה וואס טוט זיך אין הימל; עס איז גאר אנדערש דאס לערנען דעם הייליגן זוהר מיט די הקדמות פון רבי'ן, מען שפירט אזא ליכטיגקייט, מען ווערט אזוי געשטארקט.


געווענליך לערנען מיר שבת אינדערפרי פאר'ן דאווענען א שיעור אין ספר פעולת הצדיק, אבער די וואך האב איך נישט פארגעלערנט, איך האב געדארפט געבן צו עסן פאר מיינע קינדער, העלפן מיין ווייב תחי'.


פסוקי דזמרא האט פארגעדאווענט ר' עזרא בוים, שחרית האב איך געדאווענט. עס איז געווען א שבת שבע ברכות ביי א טאכטער פון אהרן וועבערמאן מיט החתן אברהם צוויבל. אויך איז געווען א קידוש, ביי רפאל פורסט איז געבוירן געווארן א צווילינג, א אינגל מיט א מיידל, ער האט געמאכט די ברית מיט די קידוש דעם שבת. ויקרא שמה בישראל פיגא, נאכן רבינ'ס מאמע. מוסף האט געדאווענט מאטי היימליך. נאכן דאווענען איז געווען די ברית, דער מוהל וועם אנשי שלומינו נוצן שטענדיג, ר' אהרן הלוי ווייס – איז געקומען צו פארן אויף שבת, ויקרא שמו בישראל נחמן נתן. גלייך נאכן ברית איז געווען א קידוש.


מיר האבן גערעדט פונעם מעשה פון זבוב ועכביש (ספורי מעשיות, מעשה ז), די נסיעה פון הייליגן רבי'ן, דאס גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא. אויך פון שלום בית, אז מען זאל שיין רעדן צו די ווייב. מוהרא"ש האט מיר געזאגט איין יאר אין אומאן ראש השנה: "יעדעס מאל דו רעדסט זאלסטו רעדן פון דריי זאכן, תורה, תפילה, שלום בית און שידוכים", איך פרוביר צו פאלגן און רעדן פון די זאכן.


מען האט גערעדט פונעם נאמען פונעם רך הנימול "נחמן נתן", ער זאל זוכה זיין צו דאס ווארט וואס דער רבי האט געזאגט (ימי מוהרנ"ת חלק ב', סימן לב): "נחמן נתן לאכט פון די וועלט", ער זאל זיך גוט אויסלאכן בזה העולם; אזוי ווי דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט פשט אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כב.) אליהו הנביא האט געוויזן פאר רב ברוקא "הני תרי בדחני", דאס מיינט מען אן ערליכער איד וואס ער האט 'תרי בדחני' צוויי סארט לאכן; מענטשן לאכן פון אים, מען שפעט פון אים אבער ער פארלירט זיך נישט, ער גייט ווייטער אן מיט זיין עבודת השם, און ער לאכט פון די וועלט, ער לאכט זיך גוט אויס פון אלעמען, דאס איז די תרי בדחני, דער איז א בן עולם הבא (הובא בספר בעל שם טוב על התורה פרשת במדבר, אות ב); דאס האט דער רבי געזאגט: "נחמן נתן לאכט פון די וועלט".


עס זענען געווען אסאך געסט; סיי פרישע מקורבים, אויך פונעם חתנ'ס משפחה און נאך, אלע האבן אויסגעהערט, אלע האבן געזאגט אז זיי ווילן האבן מיט'ן רבי'ן, די דיבורים האט זיי אויפגעוועקט.


די שבת בייטאג סעודה איז געווען אינאיינעם מיט'ן סעודת ברית און שבע ברכות, ביי די סעודה האב איך נישט גערעדט.


ביי די סעודה איז צו מיר געקומען א אינגערמאן פרעגן וואס צו טון, זיין ווייב האט פריער גע'חלש'ט אין צימער און זי איז שוואך, איך האב אים געזאגט צו וועם ער זאל רעדן, איך האב גערופן דיין חבר מאטי היימליך, ער איז אן הצלה מאן, אז ער זאל גיין קוקן אויב אלעס איז פיין. איך האב ספעציעל אים גערופן ווייל ער זוכט נישט משוגע צו מאכן מענטשן, שטופן צו גיין אין שפיטאל. וויפיל מען איז מרוויח פון הצלה - ליידט מען פון זיי אזעלכע שוועריקייטן; רוב מאל מאכן זיי משוגע פאר גארנישט און פאר נישט, זיי זאגן גיי אין שפיטאל; מען וועט דיר צונעמען די גאנצע שבת. וכך הוה, זי איז געזונט און שטארק, נאר אביסל איבערגעשטרענגט וכו'.


נאך די סעודה בין איך גאגאנגען מבקר חולה זיין ר' משה ארי' נרו יאיר, ער איז געליגן מיט א רויז אין בעט. ער זאגט מיר: "נאך א מזל איך האב דעם דרך הלימוד, אזוי ווער איך נישט צעדרייט פון ליגן אין בעט", א צווייטער וואלט משוגע געווארן פון ליגן אזוי לאנג. מיר איז געווען אינטערעסאנט צו זען א ברסלב'ער חסיד ווי ער ליגט אין בעט מיט ספרים ארום זיך; א משניות, א תהלים וכו'.


נאכמיטאג בין איך געגאנגען זאגן תהלים מיט די קינדער. מיר האט געברענט צו האבן אפאר מינוט באזונדער מיט די קינדער, עס זענען געווען דארט נאר די מלמדים מיט די קינדער. איך האב אויסגענוצט די צייט צו רעדן צו זיי פון קדושת הברית, עס זענען געווען אסאך פרעמדע קינדער פון אנדערע מוסדות וואס מען רעדט נישט דארט פון קדושה.


געדענקסט אוודאי דיינע קינדער יארן, איך בין געווען דיין ערשטער מלמד ביי די דרייצן יאר וואס איך האב דיר אויסגעלערנט צו זיין הייליג. איך געדענק ווען דו ביסט געקומען וויינען צו מיר און מיר געזאגט, וואס זאל איך טון, איך האב בכלל נישט געוויסט אז מען טאר נישט אנרירן וכו', איך האב דיר דעמאלט אנטפלעקט די זאך פון התבודדות, איך האב דיר געזאגט זאלסט דאס זאגן פאר'ן אייבערשטן: "רבונו של עולם איך בין נישט שולדיג, איך בין א קינד פון דרייצן יאר, קיינער האט מיר נישט געזאגט אז דאס איז אן עבירה".


איך האב געווארט א גאנץ שבת צו קענען רעדן צו די קינדער פון קדושה, איך וויל נישט האבן בלוט אויף מיינע הענט. יעצט איז ארויסגעקומען א שרעקליכע מעשה, א בחור האט מטמא געווען איבער זיבעציג קינדער פאר צוויי גאנצע יאר. איך וויל נישט זאגן די נאמען פונעם מוסד וואו דאס האט פאסירט, א פחד, א שרעק! טייערע קינדער זענען געפייניגט געווארן מיט מעשה תועבה, קיינער האט נישט דערציילט, מען האט מורא געהאט וכו'. וואלטן די מלמדים גערעדט – וואלט דאס נישט געקענט פאסירן, עס וואלט גלייך ארויסגעקומען, קינדער אז מען זאגט זיי אן, מען מאכט זיי באקוועם צו קומען דערציילן – קומען זיי דערציילן.


איך האב פון קיינעם נישט מורא, נאר פונעם אייבערשטן. מענטשן האלטן מיך פאר: "היתכן, אזוי רעדסטו? אזא ברייטקייט?" געלויבט דעם אייבערשטן איך טו וואס מוהרא"ש האט מיר געזאגט.


אברהם משה נרו יאיר האט מיר דערציילט, ווען די ישיבה האט זיך געעפנט האט מען אים אריינגעשלעפט צו מוהרא"ש; איינער פון די אינגעלייט וואס האבן געהאלפן עפענען די ישיבה האט געהאט טענות אויף מיינע דיבורים, מען האט אים איבערגערעדט ער זאל גיין צוזאמען מיט זיי רעדן אויף מיר. אברהם משה נרו יאיר איז מיר זייער געטריי אלע יארן, פונעם ערשטן טאג איז ער געשטאנען מיט מיר, למעשה איז ער מיטגעגאנגען, יענער האט נאכגעזאגט שטיקלעך פון דרשות און געווארט אז מוהרא"ש זאל רעאגירן, מוהרא"ש רופט זיך אן: "זעסט נישט אז ער רעדט גוט? פון דעם וואס מען קריגט אויף אים, דאס איז א סימן אז ער רעדט גוט"; שפעטער ווען איך בין געקומען צו מוהרא"ש האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "רעד מער, רעד נאך".


בשעת'ן רעדן צו די קינדער האב איך גלייך געזען אז עס זענען געווען קינדער וואס דארפן רחמי שמים, זיי האבן אנגעהויבן לאכן. איך האב געדריידט דעם שמועס אויף אן אופן עס זאל יא אין זיי אריינגיין.


נאך מנחה האבן מיר געהאט זייער אן התעוררות'דיגע שלש סעודות. מיר האבן גערעדט פון דאס גרויסקייט פון קומען צום באשעפער, אים בעטן: "איך וויל זיין אן ערליכער איד", פון זיך טענה'ען מיט'ן אייבערשטן. דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) דוד המלך האט פארשטאנען אז אויבן אין הימל איז מער חשוב די געבעט פונעם ארעמאן ווי פון קעניגן און נביאים, האט ער זיך אויסגעטון די בגדי מלכות, ער האט זיך אנגעטון קליידער ווי אן ארעמאן און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים קב, א): "תְּפִלָּה לְעָנִי כִי יַעֲטֹף", וואס איז טייטש כי יעטוף? ער האלט צוריק, דער ארעמאן ווען ער רעדט צום אייבערשטן שטעלט ער אלעס אפ, דער אייבערשטער קערט זיך צום ארעמאן און לאזט אלעס אפ.


אלע פרעגן: "מיט וואס טוט זיך דער אייבערשטער באשעפטיגן?" און מען ענטפערט זיי: "דער אייבערשטער טוט זיך באשעפטיגן מיט זיינס א זאך, מיט די תפילות און טענות פון די צעבראכענע הערצער, תפילות פון ארעמעלייט", די בית דין של מעלה קומען אריין, זיי זאגן: "פארוואס דארף דער אייבערשטער זיי אויסהערן? מיר וועלן מאכן א משפט", אבער דער אייבערשטער זאגט זיי: "איך וויל אזוי, איך וויל זיין אליינס מיט זיי".


דער הייליגער רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות תפילין ה, אות מג), מה דאך ווען אן ארעמאן בגשמיות קומט זיך אויס'טענה'ען צום באשעפער ווערט אזא רעש און א טומל אין הימל, איז דאך זיכער ווען א איד קומט צום באשעפער, ער וויינט: "רבונו של עולם, איך בין אן אמת'ער ארעמאן, איך בין אזוי ווייט פון דיר! רבונו של עולם, איך ליג אין א טיפע בלאטע, איך זינדיג, איך טו עבירות; העלף מיר באשעפער, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין אן ערליכער איד" - איז דאך זיכער אז עס ווערט א מורא'דיג טומל אויבן אין הימל, דער אייבערשטער אליינס נעמט די תפילות און איז אים מוחל.


דאס זעען מיר אין פרשת ויקרא (ב, א): "וְנֶפֶשׁ כִּי תַקְרִיב", זאגט רש"י, ביי אנדערע קרבנות געפונען מיר נישט עס זאל שטיין "'וְנֶפֶשׁ' כִּי תַקְרִיב", נאר דא ביים קרבן עני, ווייל דער אייבערשטער זאגט: "מַעֲלֶה אֲנִי עָלָיו כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ"; דאס איז אויך ביי אן ארעמאן בדעת, אן ארעמאן אין רוחניות; ער קומט צום באשעפער מיט זיינע קליינע עבודות, ער זאגט: "רבונו של עולם, איך האב ביטערע שווערע נסיונות, דאך וויל איך זיין גוט", דאס איז חשוב ביים אייבערשטן – כְּאִלּוּ הִקְרִיב נַפְשׁוֹ.


דער יצר הרע פארגינט אבער נישט, ער זאגט דעם מענטש: 'קיינער דארף דיך נישט, דו שטינקסט, דו מאכסט צער פאר'ן באשעפער, דיין דאווענען שטינקט, דיינע מצוות שטינקען' – דארף מען געדענקען 'דער אייבערשטער האט מיך ליב, ער האט ליב אפילו עס שטינקט. די תורה זאגט (שם, יז): "וְשִׁסַּע אֹתוֹ בִכְנָפָיו, וְהִקְטִיר אֹתוֹ הַכֹּהֵן הַמִּזְבֵּחָה", מען זאל פארברענען דעם קרבן עני מיט די פעדערן; ווער עס האט שוין אמאל געשפירט די שרעקליכע גערוך פון פארברענטע פעדערן, פארברענטע האר – ווייסט אז דער גערוך איז נישט אויסצוהאלטן, ווי קען זיין מען זאל מקטיר זיין דעם קרבן עני, דעם עוף מיט די פעדערן? זאגן די הייליגע חכמים (ויקרא רבה ג, ה; הובא ברש"י): "כְּדֵי שֶׁיְהֵא הַמִּזְבֵּחַ שָׂבֵעַ וּמְהֻדָּר בְּקָרְבָּנוֹ שֶׁל עָנִי", אז דער מזבח זאל ווערן באשיינט און זאט פונעם קרבן עני; דא זעט מען אז אפילו א מענטש וואס איז א ריכטיגער עני, אן עני בדעת, קומט צום באשעפער מיט א קרבן, ער לייגט תפילין, ער דאווענט, ער לערנט, אפילו די מחשבות פייניגן אים, מען טראכט 'איך שטינק דאך, איך בין דאך אן עקלדיגער מענטש' – דארף מען געדענקען אז ביים אייבערשטן איז דאס נישט קיין שטינק, ביים אייבערשטן ביסטו שיין.


נאך מעריב האבן מיר געמאכט קידוש לבנה, נאכדעם האבן מיר געמאכט הבדלה. דער עולם איז דערנאך ארויס אין לעבעדיגע טענץ, מען האט אסאך געזינגען ניגונים פון אומאן ראש השנה, אלע האבן געמאכט פון די ניגונים תפילות צום אייבערשטן אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן דעם קומענדיגן יאר ראש השנה שנת תשפ"ג אין אומאן. יעצט איז נישט שייך צו פארן, די גרעניצן זענען פארשלאסן, עס ברענט א מלחמה צווישן אוקריינא און רוסלאנד.


נאכדעם האב איך אויפגענומען מענטשן, דאס איז פון די עבודות קשות; אויסהערן פראבלעמען און קענען מדריך זיין מיט די עצות און שכל פון רבי'ן.


צו מלוה מלכה זענען געקומען אסאך געסט וואס זענען נישט געווען שבת. דער דיין ר' יונה שליט"א האט גערעדט, ער האט נאכגעזאגט פון דעם הייליגן צדיק רבי מענדעלע מרימנאוו זכותו יגן עלינו (הובא בספר ילקוט מנחם, הפטרת וירא), עס שטייט (מלכים-ב ד, כג): "מַדּוּעַ אַתְּ הֹלֶכֶת אֵלָיו הַיּוֹם", דער מאן פון שונמית האט איר געפרעגט, פארוואס גייסטו צום צדיק, צו אלישע הנביא? "לֹא חֹדֶשׁ וְלֹא שַׁבָּת", היינט איז נישט ראש חודש און נישט שבת, "וַתֹּאמֶר שָׁלוֹם", האט זי געענטפערט: "שָׁלוֹם", וואס האט זי געמיינט צו זאגן מיט דעם "שָׁלוֹם"? נאר די גרעסטע סכנה, די גרעסטע צרה איז ווען א מענטש מאכט שלום מיט זיין מצב, ער זוכט שוין נישט א וועג ארויס פון זיינע תאוות רעות; דאס האט זי געזאגט, דו פרעגסט מיר פארוואס איך פאר צו מיין רבי? וואס איז היינט די יום טוב? "שלום!" איך ציטער וואס גייט זיין מיט מיר.


נאכדעם האב איך איבערגע'חזר'ט די שמועס וואס דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן יט) אז ווער עס ליגט אין טומאה און ער זוכט א וועג ארויסצוגיין - איז דאס נאר דורך לימוד התורה, אויב וועט א מענטש זיין שטארק צו לערנען יעדן טאג כך וכך משניות, כך וכך גמרא – וועט ער ארויסגיין פון די טומאה, פון די זוהמה. אנדערע עצות איז נישטא, א שאד צו גיין צו טערעפיסטן וואס קענען זיך אליינס נישט העלפן, ווי קענען זיי מיר העלפן?! נאר די עצה פונעם רבי'ן, לערנען שיעורים כסדרן – דאס העלפט.


מענטשן לאכן: 'קוק די ברסלב'ער, זיי מאכן א סיום אויף זאגן', מען שפעט פון ברסלב, 'מען נעמט ארויס אן האטעל פאר זאגן גמרא, פאר דאווענען גמרא...'; איך טענה נישט מיט קיינעם, אבער דיר זאג איך, פרעג יענעם: "וואס האסטו געטון די גאנצע ווינטער, האסט געעפנט א ספר?" (נישט דו זאלסט גיין פרעגן מענטשן, טענה זיך אויך נישט; דאס איז נאר א וועג פון ארויסברענגען די זאך, מען זאגט 'פרעג יענעם'), פרעג אים: "וואס טוסטו שבת? וואס טוסטו פרייטאג? ליינסט צייטונגען, פארברענסט דיינע טעג און יארן".


איך האב ארויפגערופן א אינגל וואס האט די וואך בר מצוה געהאט, די בר מצוה איז געווען אין ישיבה. ער האט זיך אויפגעשטעלט ביי די בר מצוה זאגן זיין פשעטל, אנשטאט זאגן צוויי ווערטער און מען גייט אריינזינגען, נעמט ער א גמרא און זאגט: "תנא דבי אליהו, כל השונה הלכות בכל יום מובטח לו שהוא בן עולם הבא... הדרן עלך כלל ששה סדרי תלמוד בבלי..." ער האט געמאכט א סיום הש"ס! די משפחה זענען געווארן פארפרוירן, אזוינס האבן זיי נאכנישט געזען, א אינגל, א בר מצוה בחור זאל ענדיגן ש"ס!


קומען די לצים און פרעגן: "האסט טאקע מסיים געווען ש"ס? איך קען דיך פארהערן?" אזוינס האט יעדער ברסלב'ער חסיד, ווי נאר ער דערציילט א סיום פרעגט מען אים: "איך קען דיך פארהערן?" זאגט איינער זייער גוט: "מיר קענסטו נישט פארהערן, איך זאג; דו אבער לערנסט דאך געהעריג, איך קען דיך פארהערן?" בלייבט יענער שטיין מיט די צונג אינדרויסן.


עס איז א וואונדער, ווער עס וועט דיר זאגן "איך האב א שיעור", "איך גיי צו א שיעור", "איך האב א חברותא", קיינעם וועט מען נישט פרעגן: "איך קען דיך פארהערן?" פארוואס פרעגסטו נישט די וואס לערנען צי דו קענסט זיי פארהערן...


אויך האבן מיר גערעדט פון שלום בית, פון רחמנות האבן אויף די ווייב. אז זי רופט: "קום אהיים, העלף מיר, איך פאל פון מיינע כוחות" – זאל מען אהיימגיין, נישט זיך ארויסדרייען. אז די ווייב רופט און בעט: "נעם מיך דארט און דארט", זאל מען נישט זאגן: "איך בין דיין קאר סערוויס דרייווער?!" עס איז א פלא צו זען אינגעלייט וועלכע ווילן נישט אהיים גיין, זיי ווילן נישט ענטפערן דעם טעלעפאן ווען די ווייב רופט; וואלט א חבר געבעטן "טראג מיך", "נעם מיך דארטן", - וואלטן זיי געלאפן, געטראגן, געברענגט – פארוואס די אייגענע ווייב וויל מען נישט נעמען, טראגן און ברענגען...


די אמעריקאנע פאלק רופט דעם פרעזידענט'ס ווייב "די ערשטע פרוי פון די פאראייניגטע שטאטן", די פוירסט לעדי; א איד דארף דאס זאגן אויף זיין ווייב, "דו ביסט די ערשטע און די חשוב'סטע ביי מיר".


די סיום האט געמאכט יענקי לעזער, ער לערנט פאר דעם בלאט גמרא אין אידיש און אין ענגליש; צוויי שיעורים א טאג.


דער דיין האט געבענטשט, איך האב געזאגט די שבע ברכות, מען האט אויסגעטיילט אפאר הונדערט גמרות מנוקד, קליינע ווייכע גמרות, עס זאל זיין גרינג מיטצונעמען מיט זיך אין ארבעט, אונטערוועגנס. נאכדעם האט מען געטאנצן ביז פארטאגס.


איך בין אהיימגעפארן נעכטן נאכט, מיר זענען אנגעקומען פינף אזייגער, מען האט גערוקט דעם זייגער, מען האט פארלוירן א שעה.


היינט אינדערפרי איז נישט געווען קיין מנין אין ישיבה, איך האב געדאווענט אין ישיבה ביחידות. די הלכה איז, ווער עס האט א מנין קבוע און עס פאסירט אמאל אז עס נישטא קיין מנין – זאל מען בלייבן דאווענען אינעם בית המדרש וואו מען דאווענט.


ביי מנחה איז שוין געווען מנין, נאך מנחה האבן מיר פארגעלערנט די בלאט גמרא. איך האב געלערנט מיינע שיעורים און אהיים געגאנגען העלפן מיין ווייב תחי'.


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שבת, עס איז געווען הערליך שיין, צענדליגער משפחות זענען פריש מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן. די אינגעלייט און בחורים האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם. אויך די פרויען, די מיידלעך, די תלמידות האבן זייער שיין אויפגענומען יעדן איינעם.


בנוגע וכו'; ער איז א קראנקער מענטש, איך דארף שטיין על המשמר נישט צו לאזן ביי אונז אין די קהילה קראנקע מענטשן. מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דיין ארבעט איז, פון איין זייט זאלסטו מחזק זיין יעדן איינעם, און פון די אנדערע זייט זאלסטו אכטונג געבן צו פארטרייבן די דריי כיתות קנעכט וואס דער מלך האכזר האט אריינגעברענגט (עיין ספורי מעשיות, מעשה יג)"; איך דאנק דיר פאר'ן מיר איבערגעבן די אינפארמאציע.


דאס האב איך געלערנט ביי מוהרא"ש. יארן צוריק איז געקומען צו מיר א איד פון יבנאל, דער איד איז געווען זייער א נאנטער מענטש צו מוהרא"ש, ער איז געווען א גרויסער פאנדרעיזער אין יבנאל. ער האט מיר געבעטן ער וויל אריינלייגן זיין זון אין ישיבה, איך האב געטראכט: 'זיכער איז דאס בהסכמת מוהרא"ש, ער האט דאס זיכער דורכגערעדט מיט מוהרא"ש, ער איז דאך א יוצא ונכנס, א משמש', דאך האב איך געפרעגט מוהרא"ש, איך האב דערציילט פאר מוהרא"ש אז דער איד וויל אריינלייגן זיין זון. מוהרא"ש ווערט ערנסט און זאגט מיר: "נעם אים נישט אריין אין ישיבה, ער איז א קראנקער בחור, ער לויפט נאך אינגלעך און בחורים; איך האב אים פארטריבן פון יבנאל, ער איז א מניוול; אויב דו וועסט אים ארייננעמען אין ישיבה – וועט ער קאליע מאכן אלע בחורים", מוהרא"ש זאגט מיר: "אז דו פארשטייסט בעסער – קענסטו טון אנדערש, אבער איך זאג דיר זאלסט זיך אכטונג געבן פון אים", מער האב איך נישט געדארפט, איך האב יענעם פארטריבן פון ישיבה.


ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מען האט נישט פארדעקט די שמוץ אונטערן קארפעט. אין אנדערע פלעצער, אז מען כאפט א מניוול, אויב דער טאטע איז מקורב למלכות – פארדעקט מען דאס, אסער אויב דער טאטע האט געלט – פארדעקט מען דאס, ביי מוהרא"ש איז געווען אמת, מעגסט זיין דער נאנטסטער מענטש, אז דיין זון איז א סכנה – קען ער נישט זיין צווישן ריינע קינדער, ריינע בחורים.


גלייב מיר, איך קען אסאך פארטראגן און אסאך דערהייבן, אבער דאס וואס דו האסט מיר דערציילט האט מיך אזוי צערודערט, איך בין נאכאלץ נישט ביי מיר פון די מעשה. איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון. איך האב אים פארטריבן, ער וויינט צו מיר פארוואס דער ראש ישיבה האט נישט קיין רחמנות, גיי זיי אים מסביר אז דאס איז רחמנות, איך האב רחמנות אויף קהילת היכל הקודש.


זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, גיי הפצה; אפילו דו זאלסט נישט לייגן קיין גליונות, בלויז ווען מען זעט דיר – איז דאס הפצה. מען זעט א אינגערמאן זיך אויפפירן אזוי דרך ארץ'דיג, אזוי איידל, אזוי ערליך, דאס מאכט אז מענטשן זאל קומען צום רבי'ן.


לאז מיר וויסן אויב איז שייך מיר צו מאכן דעם שאנק פאר פסח, מיין ווייב וועט זיך זייער פרייען.


נאכן ענדיגן שרייבן דעם בריוו, אפשרייבן דעם גאנצן שבת, קלער איך אז עס האט זיך געלוינט אז דו ביסט נישט געקומען אויף שבת, אזוי האב איך אפגעשריבן דעם שיינעם שבת, אזוי וועלן נאך מענטשן קענען ארויסנעמען אביסל חיזוק פון די שיינע התחזקות וואס מיר האבן גערעדט; איך צי צוריק... ענדערש וואלסטו יא געדארפט קומען, ווייל דאס אלעס וואס שטייט אינעם בריוו איז א ברעקל פונעם שבת, בבחינת יותר ממה שקריתי לפניכם - כתוב כאן.


בעט פאר מיר, איך גיי מארגן צום דאקטער; קען זיין איך וועל דארפן אריבערגיין עפעס, איך וויל נישט שרייבן. בעט פאר מיר, מארגן אינדערפרי איז מיין אפוינטמענט.


יואל בן ריצא רעכיל.

#380 - די שבת התוועדות איז געווען א גרויסע הפצה
שלום בית, הפצה, הכרת הטוב, שבת התוועדות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת צו, י' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בין זייער איבערגענומען פונעם שיינעם שבת התוועדות, עס איז געווען א גרויסע הפצה, נאך צענדליגער משפחות זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן; אזויפיל מענטשן, מענער און פרויען, יונג און אלט - זענען מחוזק געווארן. א חשוב'ער איד, שוין נישט קיין אינגערמאן איז צוגעקומען שבת נאכמיטאג מיט נאסע אויגן, ער זאגט: "מיין שלום בית האט זיך שוין געטוישט; די איין שיעור פון סיפורי מעשיות - האט מיר געשפאלטן מיין קאפ, איך האב געהערט געציילטע ווערטער 'רעד שיין צו דיין ווייב', די פאר ווערטער האט מיר קיינער נישט געזאגט"; ער האט זיך זייער באדאנקט.


איך האף דו וועסט קומען צו דיינע כוחות; דו האסט לאנגע וואכן אזוי שווער געארבעט.


איך זאג דיר בשם כל הקהל הקודש: "א גרויסן יישר כח!"

#379 - דער סוד פון שלום בית איז רעדן שיין, ווייך און גיסן גוטע ווערטער
שלום בית, רעדן

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


דער סוד פון שלום בית איז רעדן שיין, רעדן ווייך און געבן גוטע ווערטער. ווען די ווייב זעט ווי איר מאן רעדט צו איר שיין, ווייך און גיסט גוטע ווערטער - וועט זי אלעס טון פאר'ן מאן, זי וועט טון רצון בעלה.


עס איז גרינג צו האבן א זיס לעבן, מען דארף נאר געדענקען די דריי זאכן: "רעדן שיין, ווייך און גיסן גוטע ווערטער".


אז מען טוט נישט דאס, עס פאסט נישט צו רעדן שיין, ווייך, זאגן "איך האב דיר ליב" - דעמאלט הויבט זיך אן די אלע פראבלעמען; די פרוי שפירט ווי דער מאן לויפט נאך וכו' און דער מאן שפירט ווי די ווייב דערווייטערט זיך וכו', השם ישמרינו.


איך בעט דיר זייער, לערן דורך די פאר שורות, קוק וואס דא שטייט; ווייל אין די פאר שורות ליגט דיין ענטפער, דיין ישועה.

#378 - רעדן שיין צום מאן, אפילו ווען מען איז אין א שלעכטע גוסטע
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מדות טובות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת צו, י"א אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אזוי איז אויך ביי אנדערע פרויען, אין די טעג וכו' - ווערט מען טרויעריג; עס זענען דא פרויען וואס אין די טעג פירן זיי זיך נישט אויף שיין צום מאן וכו'.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל רעדן שיין צום מאן, און אז מען איז אין א שלעכטע גוסטע - זאל מען דאס נישט ווארפן אויפ'ן מאן.


אייער מאן איז זייער א ווייכער, זייער א גוטער; געבט אכטונג, רעדט צו אים שיין; אז מען רעדט שיין, מען פארטראגט זיך - זעט מען גרויסע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#377 - דו וועסט אנהויבן שמייכלען, וועט זי ווערן געזונט
שמחה, תודה והודאה, שלום בית, רפואה, סיפורי צדיקים, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דער אייבערשטער האט געהאלפן אז איר האט שיין חתונה געהאט און יעצט איז שוין דא גוטע נייעס, איר ווארט א שמחה - זאלט איר נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן; וויפיל ווארטן אויף א שידוך און וויפיל ווארטן צו געהאלפן ווערן מיט קינדער; בלייבט איבער נאר צו דאנקען.


עס שטייט פון צדיקים אז ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן ברענגט ער צו זיך גרויסע ישועות. עס איז אמאל געווען ביים הייליגן צדיק רבי ישעי' מקערעסטיר זכותו יגן עלינו, א איד איז געקומען צו אים און געוויינט אז זיין טאכטער איז זייער קראנק, אלע דאקטורים האבן שוין אויפגעגעבן; דער איד האט געוויינט, ער האט זיך נישט געוואלט טרייסטן. דער הייליגער צדיק האט אים געזאגט: "אז דו וועסט אויפהערן צו וויינען מיט אזעלכע בכיות, דו וועסט אנהויבן שמייכלען - וועט זי ווערן געזונט"; וכך הוה, זי איז געווארן געזונט און שטארק, ווייל שמחה ברענגט אלע ישועות.


אייער מאן איז אזוי פרייליך אז ער האט חתונה געהאט מיט אייך, ער שרייבט מיר כסדר ווי גוט עס איז אים, ער דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן טאג און נאכט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#376 - אז דו וועסט לערנען, וועט דיין ווייב דיך ארויפקוקן
שלום בית, לימוד התורה, הדרכות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לויף נישט נאך דיין ווייב; אז דו וועסט איר נאכלויפן - וועט דיר זיין נאכדעם ביטער, זי וועט זיך גרויסן אויף דיר; לויף נאך די משניות מיט די גמרא; לאז איר אפ - וועט זי דיר אנטקעגן קומען וכו'.


די תורה האט געגעבן אן עונש פאר חוה (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", דו וועסט גליסטן צו דיין מאן און ער וועט געוועלטיגן אויף דיר (עיין שם בפרש"י); מוהרא"ש זאגט, די צוויי זאכן גייען אינאיינעם, אויב עס איז "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ", זי גלוסט צום מאן, דעמאלט "וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", איז דער מאן דער וואס געוועלטיגט וכו', אבער ווען עס איז פארקערט, דער מאן לויפט נאך די ווייב וכו', עס איז "וְאֶל אִשָׁה תְּשֻׁקָתְךָ", דעמאלט דריידט זיך אויס דער פסוק אויפ'ן מאן, עס ווערט "וְהִיא (מיט א יוד) יִמְשָׁל בָּךְ", זי הויבט אן געוועלטיגן אויפ'ן מאן; ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' - ווערט דער מאן זייער אראפגעקוקט אין אירע אויגן.


מיר הויבן אן מארגן מסכת יבמות, זיי זיך קובע צו לערנען אין שטוב; דיין ווייב וועט זען ווי דו לערנסט - וועט זי דיר ארויפקוקן און זי וועט דיר אנטקעגן קומען, זי וועט וועלן זיין מיט דיר. אויך זאלסטו רעדן שיין צו איר; אן שאפן, נאר אלץ בדרך כבוד, אזוי ווי מען רעדט צו אן איש מכובד - וועט אלעס זיין אזוי ווי דו ווילסט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#375 - העלפן די ווייב מיט די קינדער, איז עבודת השם
קינדער, שלום בית, רפואה, עבודת השם, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויקרא, ד' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו גיין שפאצירן מיט דיין ווייב; אין די טעג וכו' איז זייער וויכטיג צו גיין שפאצירן. עס איז געזונט אין אלע וועגן, סיי פאר'ן גוף און סיי פאר'ן נפש; גיין שפאצירן האט נישט מיט הרחקות וכו'.


ווער נישט פארלוירן אז דיין ווייב האט נישט קיין כח, אזוי גייט עס ווען מען האט א קינד; עס נעמט אביסל צייט די פרוי זאל צוריקקומען צו די כוחות. נישט אומזיסט האט דער רבי געזאגט מען זאל העלפן אין שטוב, מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער, נאכן ליידן אזויפיל צער פון עיבור און לידה וגידול הילדים (שיחות הר"ן, סימן רסד).


דער מאן דארף העלפן די ווייב זי זאל צוריק באקומען שנעל אירע כוחות, דיין ווייב'ס געזונט ווענדט זיך אין דיר; אז דו וועסט איר מוטיגן און העלפן מיט די שטוב ארבעט, דו וועסט איר מחזק זיין - וועט זי שנעל צוריקקומען צו די כוחות.


דאס איז עבודת השם; העלפן די ווייב מיט די קינדער - איז עבודת השם. איך בין אזוי אויפגעוואקסן, מיין טאטע שליט"א האט זיין גאנץ לעבן נאר געלערנט, פון פארטאגס ביז ביינאכט, און ווען ער איז אהיים געקומען האט ער זיך ארויפגעצויגן די ערמל און געוואשן די געשיר, געבאדן די קינדער, אלעס געטון אין שטוב צו העלפן מיין מאמע, און נאכן העלפן איז ער גלייך צוריק צו די גמרא, געלערנט אין שטוב אויפ'ן קול. און אזוי פיר איך זיך, נאכן זיין א גאנצן טאג מיט די בחורים, ווען איך קום אהיים הויב איך אן פון פריש ארבעטן מיט די קינדער, דאס איז די זעלבע עבודת השם.


האב רחמנת אויף דיין ווייב, נעם איר שפאצירן און העלף איר אין שטוב; וועט זי צוריק באקומען אירע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#374 - מען דארף לעבן א שותפות'דיגע לעבן
שלום בית, הלכה, טהרת המשפחה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


א מתנה פאר החתן ... נרו יאיר


זאלסט לערנען די הלכות און דאס חזר'ן אן א שיעור.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט בשם דער צדיק רבי אורי מסטרעליסק זכותו יגן עלינו, ער האט גע'חזר'ט הלכות טהרה איבער טויזנט מאל; איז דאך זיכער אז מיר קליינע מוריטשקעס דארפן זיכער חזר'ן די הלכות צו זיין אפגעהיטן פון עבירות.


יעצט ווען דו גייסט צו די חתונה בעט איך דיר זייער, געדענק וואס דו האסט געלערנט אין ישיבה, געדענק ווי אזוי מען דארף רעדן צו א ווייב; מען קען נישט שאפן אין שטוב, מען קען נישט פארלאנגען אז זי זאל טראכטן, טון, מאכן און רעדן – אזוי ווי דו ווילסט, מען דארף לעבן א שותפות'דיגע לעבן.


אז דו וועסט רעדן צו דיין ווייב אזוי ווי מען רעדט צו א מלכה – וועט זי זיך פירן צו דיר אזוי ווי מען פירט זיך צו א מלך.


וואס דו דארפסט - זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן.


פון דיין ראש ישיבה, דיין שדכן.

#373 - קלוגע פרויען ווייסן ווי אזוי צו רעדן צום מאן מיט שעצונג און כבוד
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, מחלוקת

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב ליבערטי


איך זע דעם רוצח ווי ער וויל קומען צו אייער שטוב, לאזט אים נישט אריינקומען, עפנט נישט די טיר; ווען ער קומט זאלט איר אים זאגן: 'גיי צו א צווייטע שטוב, קום נישט צו מיר'.


איר וועט נישט אזוי שנעל פטור ווערן פון אים, דאס איז א מלחמה א גאנץ לעבן; דער סמ"ך מ"ם וויל זיך אריינזעצן ביי יונגע פארפעלקער זיי חרוב מאכן דאס לעבן דורך מחלוקות און קריגערייען, לאזט נישט ביי אייך אין שטוב קיין מחלוקות, דערמאנט נישט אייער מאן אלטע זאכן, אייער מאן איז וואויל, ער וויל זיין א צדיק, ער דארף נאר די גוטע געפיל צו שפירן ווי ער איז חשוב אין אייערע אויגן.


בעט איך אייך זייער, געבט אים דעם געפיל; און אויב חס ושלום ער פארלירט זיך - זאלט איר פרובירן ווייטער אים צו שעצן, אים מאכן שפירן גוט. ביי מיר זענט איר זייער חשוב, ביידע פון ענק; איך געב אוועק אזויפיל צייט נאר פאר ענק, איר זאלט לעבן א חיים טובים.


מענער האבן א נאטור זיי ווילן שפירן ווי מען האלט פון זיי, זיי האבן נישט ליב ווען מען זאגט זיי, ווען מען מאכט זיי אוועק; דעריבער, די קלוגע פרויען ווייסן ווי אזוי צו רעדן צום מאן מיט שעצונג און כבוד; איך ווייס פון מעשיות וואס דער מאן איז נישט קיין קליינער נאר און אויך נישט קיין גרויסער חכם, די ווייב רעדט צו אים אזוי ווי מען רעדט צום חשוב'סטן מענטש און די קינדער זייערע שיינען און לייכטן.


בקיצור, צוריק צום אנהויב, פארמאכט אייער טיר, לאזט נישט אריין דעם רוצח; ווען אימער עס צינדט זיך אן א כעס, א ווייטאג, גייט צום טיר און זאגט: 'אנטשולדיגט, נישט ביי אונז אין שטוב; ביי אונז אין שטוב וואוינט די שכינה הקדושה, ביי אונז איז דא שלום'.


איר קענט קומען זונטאג, איך וועל מאכן צייט פאר ענק; איך וועל ענק העלפן מאכן ענקער שטוב א פלאץ פאר די שכינה הקדושה.

#372 - עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט
שלום בית, אידיש געלט, חובות

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, בית שמש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע בארגן געלט וכו'; עס איז נישט כדאי צו בארגן געלט. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן קכב): "וּמוּטָב שֶׁיִּהְיֶה בַּעַל חוֹב לְעַצְמוֹ אוֹ לִבְנֵי בֵּיתוֹ בְּמַלְבּוּשִׁים מִלִּהְיוֹת בַּעַל חוֹב לְהַחֶנְוָנִי אוֹ לַאֲחֵרִים", א מענטש זאל ענדערש זיין א בעל חוב פאר זיך אליין - ווי צו זיין א בעל חוב פאר א צווייטן, ענדערש בלייב שולדיג פאר דיר די מעבל, לייג אוועק געלט צו קענען קויפן שיינע מעבל - ווי איידער צו גיין בארגן, זיין יענעמ'ס קנעכט.


וואלט ווען געווען די מעשה פארקערט, דיין ווייב וואלט געוויינט און געשריגן אז זי דארף מעבל וכו' - וואלט ריכטיג געווען איר צו בארואיגן, און אז זי לאזט זיך נישט - קען זיין מען דארף בארגן, אבער אין דיין פאל, אז זי איז גאר די וואס זאגט בארגט נישט - איז דאך גוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#371 - אז דיין ווייב דארף דיין הילף מיט די קינדער, זאלסטו בלייבן העלפן
שלום בית, היכל הקודש, לימוד התורה, היטן די צייט, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פקודי, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יישר כח פאר די גוטע גרוס פון בית המדרש. איך בין זיך זייער מחי' יעדעס מאל איינער שרייבט מיר ווי אזוי מען פירט זיך אין שול, פון די דרך ארץ פון אנשי שלומינו. די ליבשאפט צווישן אנשי שלומינו - דאס איז עפעס וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש; דער רבי האט געזאגט (חיי מוהרן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די גרויסע ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן אייך.


בנוגע בלייבן אין שטוב וכו'; אז דיין ווייב דארף דיך האבן אין שטוב, זי דארף דיין הילף - זאלסטו איר העלפן. אודאי און אודאי איז זייער א גוטע זאך צו גיין צום שיעור, אבער אז דיין ווייב פאלט פון אירע כוחות, זי דארף האבן דיין הילף מיט די קינדער - זאלסטו בלייבן העלפן, און לערנען אין די אנדערע צייטן.


עס איז דא צייט פאר ביידע, עס איז דא צייט פאר אלעס; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט נאר טון זיין רצון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.