בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#132 - דערצייל אלעס פאר'ן אייבערשטן, וועסטו ווערן שטארק ביי זיך
פחדים, תפילה והתבודדות, שידוכים, זעלבס זיכערקייט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמועס מיט'ן אייבערשטן; דערצייל אים נאכאמאל און נאכאמאל אלעס וואס דו ביסט אריבער, שעם זיך נישט אים צו דערציילן אלע דיינע מחשבות, אלע דיינע שרעק און אלע דיינע געפילן, דורכדעם וועסטו ווערן זייער שטארק ביי זיך, דו וועסט מער נישט מורא האבן פון קיין שום זאך אויף די וועלט.


זארג נישט אז דו נעמסט מעדעצין דו זאלסט זיין א רואיגע מיידל, עס וועט דיר גארנישט שאטן פאר דיין שידוך; איך האף מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צו זיין דיין שדכן. נאך דיין חתונה וועט זיך אלעס טוישן, דו וועסט מער נישט דארפן די מעדעצין.


די מנהלת תחי' רעדט פון דיר זייער שיין; זי האט דיר זייער ליב און זי זאגט מיר אלץ שיינע זאכן פון דיר. אזוי אויך דיינע לערערינס און קאונסלערס דערציילן מיר אז דו פירסט זיך זייער איידל און דו רעדסט זייער שיין צו יעדע מיידל.


בית פיגא שטאלצירט מיט דיר.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#131 - זאלסט זיך ווייטער פירן ערליך
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, קעמפ

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו ביסט אין קעמפ; מיט תפילה ביסטו אנגעקומען.


די מנהלת תחי' זאגט אויף דיר זייער שיינע זאכן, זי זאגט אז דו ביסט טייער און וואויל.


איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט זיך ווייטער פירן ערליך, איידל און וואויל, וועסטו מאכן א נחת רוח פאר דיינע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#130 - בעט אויף דיין שידוך מיט שמחה
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שמחה, שידוכים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו בעסט דעם אייבערשטן אויף דיין שידוך זאלסטו עס בעטן מיט שמחה, נישט מיט עצבות און מרה שחורה. זייער אסאך מענטשן וואונדערן זיך אז זיי בעטן און בעטן און זעען נישט וואס פאסירט מיט די תפילות, דאס איז ווייל מען בעט דאס מיט עצבות און מרה שחורה, מען וויינט פון דערביטערטקייט; אז מען בעט מיט שמחה, מען וויינט פון פרייד - איז דאס זייער חשוב אויבן אין הימל.


איך בין שוין געווען איין מאל שדכן ביי דיר, איך האב דיר משדך געווען דו זאלסט לעבן מיט'ן אייבערשטן; איך האף צו זיין שדכן ביי דיר דו זאלסט באקומען א גוטע שידוך, א בחור א ירא שמים מיט גוטע מידות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#129 - באשעפער, שבת איז מיין ערגסטע טאג
תפילה והתבודדות, חיזוק פאר מיידלעך, שידוכים, שבת קודש, משפחה, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט פרובירן מיט אלע דיינע כוחות צו זיין פרייליך; א מיידל אין די יארן פון שידוכים דארף זיין פרייליך, שטענדיג ארום גיין מיט א שמייכל.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כד): ווען מען איז פרייליך ווערט מען געזונט, אלע ווייטאגן גייען אוועק. ווען מען איז פרייליך איז מען נאנט צום אייבערשטן, דער אייבערשטער האט זייער ליב פרייליכע מענטשן, ער האט נישט ליב ווען מען איז טרויעריג; אפילו ווען מען וויינט צום אייבערשטן טאר דאס נישט זיין פון טרויער מען דארף וויינען צו אים פון פרייליכקייט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעה).


וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן פונעם אייבערשטן; שמועס מיט אים, דערצייל אים דיין ווייטאג; דערצייל אים אלעס וואס באדערט דיר אין שטוב פון דיינע עלטערן, דערצייל אים אז דו האסט נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; זאג אים: "הייליגער באשעפער איך האב נישט ליב צו זיין אין שטוב שבת; שבת אין שטוב איז מיין ערגסטע טאג, עס איז מיר זייער שווער צו זיין אין שטוב, הייליגער באשעפער איך וויל שוין חתונה האבן".


בנוגע דעם בחור וכו'; דו בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן א גוטער מאן, א וואוילער מאן, א הארציגער מאן, א מאן וואס וועט דיר ליב האבן, א מאן וואס וועט רעדן שיין צו דיר, א מאן וואס וועט זארגן פאר דיר; עס איז נישט גוט אריין צו נעמען א בחור אין קאפ און זיך אויסמאלן 'ער גייט זיין מיין חתן'; קודם כל ווער זאגט יענער איז בכלל מסכים. צווייטנס, ווער זאגט אז דאס איז גוט פאר דיר; די בעסטע זאך איז ווען מען שמועסט עס אויס מיט'ן אייבערשטן.


גיי יעדן טאג אביסל אין פעלד שפאצירן און זאג פאר'ן אייבערשטן די גאנצע געשיכטע מיט'ן בחור... און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיר העלפן.


איך ווארט צו הערן דיינע סיומים ווען די ענדיגסט תהילים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#128 - זיך דורכרעדן מיט'ן מנהל אדער מנהלת
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, מוסדות, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז איר האט א פראבלעם מיט אייערע זון'ס מלמד, אייער זון וויל נישט גיין אין חדר - דארפט איר רעדן צום מנהל הר"ר ... שליט"א. איך האב אים אויפגענומען ער זאל זיין פאראנטווארטליך אויף אלעס אין חדר, אזוי אויך אז מען האט א פראבלעם אין סקול דארף מען רעדן מיט די מנהלת.


אויב איר שפירט אז איר ווילט יא רעדן מיט מיר, איז די גרינגסטע וועג איר זאלט שרייבן אייערע זאכן וואס איר ווילט וויסן וואס צו טון און מיט'ן אייבערשטנס הילף וועל איך אייך ענטפערן.


פארלירטס אייך נישט; יעדע זאך וואס עס שטערט אייך, יעדע זאך וואס באדערט אייך - זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#127 - ווי אזוי "בית פיגא" תלמידות דארפן זיך פירן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שידוכים, דרך ארץ, בין אדם לחבירו

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ראה, כ' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די טייערע בית פיגא תלמידות שתחיו.


איך בעט אייך זייער איר זאלט אכטונג געבן איינער אויפ'ן צווייטן, איר זאלט טראכטן פאר איר רעדט און ווי אזוי איר רעדט; איר זאלט קיינמאל נישט שטעכן א צווייטן.


נוצט אויס די וואכן וואס איר געפונט זיך צווישן די בערג און ביימער, איר וועט זיך בענקען א גאנץ יאר צו די צייט. דער זומער גייט פארביי, מען פארט שוין צוריק - יעדער צו זיין וואוינארט; איר וועט זיך בענקען צו דעם שיינעם זומער.


שפאצירט מיט'ן אייבערשטן; יעדע מיידל זאל זיך מאכן אביסל צייט צו שפאצירן אין קעמפ מיט'ן אייבערשטן. דער רבי האט אונז געגעבן א מתנה התבודדות, מען זאל שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף מאמע לשון, אים אלעס דערציילן, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינט.


ווען מען געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן דארף מען שוין גארנישט אויף די וועלט; מען שפירט זיך מער נישט אליין, מען שפירט זיך ארום גענומען מיט'ן אייבערשטן, מען שפירט א זיסע טעם אין לעבן, מען איז פרייליך און צופרידן.


איך בעט אייך נאכאמאל רעדט נישט צווישן זיך פון בחורים, מאכט אייך נישט קיין אייגענע שידוכים; איך ווייס אז איר ווילט שוין זייער חתונה האבן, איר ווילט אנהייבן לעבן, איר זענט קלוג און שארף צו וויסן אז לעבן איז נישט חבר'טעס, איר שפירט ווי איר קענט מער נישט; דאך בעט איך אייך איר זאלט זיך פירן איידל און נישט רעדן צווישן זיך פון שידוכים. אז עס פאלט אייך איין א שידוך קענט איר דאס דורך רעדן מיט אייערע עלטערן אדער מיט אייער חשוב'ע מנהלת; צווישן זיך זאלט איר רעדן נאר קלוגע זאכן און שיינע איידעלע רייד.


נישט אלעס וואס מען זעט פון אינדרויסן איז אזוי ווי עס זעט אויס, א זאך קען אמאל אויסזען גלאנציג און בליטשקעדיג פון אינדרויסן אבער אינעווייניג איז עס נישט געזונט, עס איז פארפוילט. איך געדענק ווי מוהרא"ש האט אמאל גערעדט מיט א מיידל וועגן א שידוך אבער די מיידל האט נישט געוואלט דעם שידוך, זי האט געוואלט עפעס שענערס וכו', האט מוהרא"ש איר געזאגט: "איך בעט דיר, געב אכטונג זאלסט נישט ווערן אריינגענארט מיט א מאן וואס וועט דיר נישט פארגינען דאס לעבן, ער וועט דיר נישט פארגינען א באטל סאודע..." שפעטער האט זיך דאס ווייבל גע'גט ווייל זי האט גענומען וואס איז שיין פון אינדרויסן, אבער באמת איז דאס געווען א באטל ווערעם, ער האט איר געפייניגט און געשלאגן.


נאך איין זאך בעט איך אייך, איר דארפט אהיים רופן יעדן טאג. כיבוד אב ואם איז נישט קיין קליינע מצוה, כיבוד אב ואם איז זייער א גרויסע מצוה און ווען מען איז נאך קינדעריש כאפט מען נישט דאס גרויסקייט פון די מצוה.


איך האף אז איר שעמט זיך נישט מיט אייערע עלטערן; בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אייער מאמע, נישט קוקן אויף איר ווי זי איז אלטמאדיש. וואס וועט איר טון ווען אייערע קינדער וועלן קוקן אויף אייך ווי אלטמאדישע מענטשן, זיי וועלן נישט וועלן רעדן מיט אייך, זיי וועלן נישט וועלן גיין צו שמחות וואו איר זענט, זיי וועלן זיך שעמען מיט אייך? וואס וועט איר טון? דעמאלט וועט איר טראכטן: 'א שאד איך האב דאס געטון צו מיין מאמע'.


איר דארפט יעדן טאג אהיים רופן, און די מיידלעך וואס וואוינען דא אין שטעטל דארפן בעטן רשות יעדן טאג אהיים צו גיין העלפן די עלטערן מיט די שטוב ארבעט; דאס איז אונזער קעמפ, דאס איז אונזער פארגעניגן - צו העלפן די עלטערן.


איך וועל זיך פרייען אז איר וועט מיר שרייבן בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#126 - פירן דעם בית המדרש אזוי ווי מוהרא"ש האט אוועקגעשטעלט
תפילה והתבודדות, דרך ארץ, אומאן, בית המדרש, היכל הקודש, מוהרא"ש, ראש חודש

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת עקב, י"ז מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע חברים, ליבע ברידער, תלמידי היכל הקודש ירושלים שיחיו.


געלויבט דעם אייבערשטן, שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, מיר האבן זוכה געווען צו עפענען דעם שבת א ברסלב'ער בית המדרש אין ירושלים; א בית המדרש וואו מען וועט רעדן די ווערטער וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פון הייליגן רבי'ן, א בית המדרש וואס וועט ליכטיג מאכן די גאנצע וועלט.


איך בעט אייך זייער איר זאלט האלטן דעם פלאץ זייער ריין; ריין פון לצים און פון נישט געזונטע מענטשן. עס זאל זיין ריינע ד' אמות וואו מען וועט רעדן דעם רבינ'ס דיבורים אן קיין חכמות, אן קיין ליצנות. יעדער וואס קומט אריין זאלט איר מחזק זיין, גייט נישט מיט קיינעם אין קיין ויכוחים; עס אז דא א גרויסער יצר הרע אויף דעם, ווען מען הערט רעדן קעגן רבי'ן, קעגן מוהרא"ש - צו וועלן ענטפערן און אויפווייזן, אבער איך בעט אייך גייט נישט אין קיין ויכוחים מיט קיינעם; נעמט דעם רבינ'ס ווערטער פאר אייך צו לעבן דערמיט און מחזק זיין אנדערע.


יעדער איינער זאל צולייגן א האנט אז דער בית המדרש זאל זיין שיין און ריין; א בית המדרש היכל הקודש דארף זיין מסודר, נישט אנגעלייגט מיט אלטע טליתים און שמות. נאכן דאווענען זאל מען מסדר זיין דעם בית המדרש עס זאל זיין שיין און אלע ספרים אוועק געלייגט; יעדער איינער זאל קוקן אויפ'ן שול ווי דאס איז א חלק פון זיין שטוב, אזוי ווי מען האלט ריין די שטוב דארף מען האלטן ריין דעם שול.


איך בעט אייך זייער, איך וויל האבן שייכות מיט אייער חבורה, איך וויל זיין א חלק פון די קהלה; אויב איר זענט מסכים וויל איך זיין א גבאי ביי אייך אין שול, איך בין גרייט צו הערן פון אלע חברים און מתפללים וואס מען האט צו זאגן. די גרינגסטע וועג צו רעדן מיט מיר איז דורך בריוו; איר קענט מיר שרייבן בריוו, סיי טענות און וואס מען דארף בעסער מאכן און איך וועל פרובירן פירן די שול אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך ווארט צו הערן פון אייך אויב איר ווילט מיר נעמען פאר א גבאי. אין ישיבה אין וויליאמסבורג בין איך גבאי און אויך אין קרית ברלב ליבערטי בין איך גבאי, איך פיר עס אזוי ווי מוהרא"ש האט מיר געלערנט, איך לייג נישט צו און איך נעם נישט אראפ.


מוהרא"ש האט מיר געלערנט ווילאנג עס דארף נעמען דאס דאווענען; מוהרא"ש האט מיר גענומען פאר א בעל תפילה אין אומאן צו דאווענען ראש השנה, קודם האט מיר מוהרא"ש געבעטן צו דאווענען שחרית און די לעצטע יאר האט מיר מוהרא"ש געזאגט: "איך וויל דו זאלסט אויך דאווענען מוסף", מוהרא"ש האט מיר געזאגט א גענויע צייט ווי לאנג עס זאל נעמען דאס דאווענען; עס איז געווארן א גאנצע גערודער אין שול, עס זענען געווען געוויסע וואס זענען געקומען צו לויפן צו מיר: "היתכן דו דאווענסט שנעל?" איך האב זיי נישט געענטפערט אז מוהרא"ש האט מיר אזוי געזאגט, איך האב גארנישט געזאגט, זענען זיי געגאנגען צו מוהרא"ש מיט טענות. (מוהרא"ש האט געהאט זיין וועג ווי אזוי צו רעדן מיט מענטשן; ער וואלט געקענט זאגן גלייך: "אזוי וויל איך! איך האב אים געבעטן דאווענען אזוי און אזוי!" אבער מוהרא"ש האט געהאט זיין כוונה ווי אזוי צו רעדן מיט יעדן איינעם, ער האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן צו מיר, ער וועט זען וואס ער קען טון). מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "דו הער נישט אויס קיינעם, טו וואס איך זאג דיר".


זאלט איר אויך אוועק שטעלן א זמן פאר'ן דאווענען; נישט אפכאפן דאס דאווענען און נישט אויסציען די קישקעס, נאר דאווענען שיין געלאסן. עס זענען דא מענטשן וואס קומען נישט אין שול נאר ווייל זיי קענען נישט נעמען די לאנגע טירחה וואס מען איז מטריח דעם עולם, אזוי אויך אז מען ציט אויס דאס דאווענען און מען פעניעט מאכט דאס מען זאל שמועסן.


די גבאים האבן מיר געפרעגט אויב מען זאל שרייבן אויפ'ן שילד אז דאס איז א ברסלב'ע שטיבל, א טייל זאגן מען זאל נישט שרייבן דאס ווארט "ברסלב", ווייל מענטשן האבן מורא פון די ווארט "ברסלב". ליידער ליידער איז ברסלב היינט א פלאץ פון הפקירות, א פלאץ פון עזות פענימער; עס פעלט דער ראש בית וואס זאל אכטונג געבן. עס האט זיך אריין געכאפט אין ברסלב צעדרייטע מענטשן, מען פארפירט אינגעלייט, מען פארפירט בחורים, זיי שטעלן זיך אהער ווי עובדי השם, מען מאכט משוגע דעם יוגענט מיט עבודות משונות.


אין ארץ ישראל איז ברסלב א מין צעמישעניש, דעריבער שטייען מענטשן ווייט, מען האט מורא פון דעם; דארפט איר זען צוריק צו קערן דאס שיינקייט פון ברסלב, אלע זאלן וויסן וואס ברסלב איז. א פלאץ פון רעדן שיין, א פלאץ פון מכבד זיין עלטערן, ברסלב לערנט אויס אז מען קען זיין אין שטוב, זיין מיט די ווייב און קינדער און אין די זעלבע צייט זיין דבוק צום אייבערשטן מיט אזא דביקות מיט וואס פריערדיגע צדיקים האבן געלעבט. אז איר וועט זיך פירן אזוי ווי דער רבי לערנט אונז וועט איר שיין מאכן דעם הייליגן רבינ'ס נאמען.


איך ארבעט יעצט צו באקומען רשות צו קומען קיין ארץ ישראל; זייט מתפלל מען זאל מיר געבן רשות. איך וויל שוין זיין מיט אייך, זיך מחזק זיין צוזאמען מיט'ן הייליגן רבינ'ס עצות אויף די וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


א פרייליכן שבת.

#125 - זאלסט נישט טענה'ען מיט דיין ווייב
תפילה והתבודדות, שלום בית, הפצה, אומאן, פרנסה, סיפורי צדיקים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט נישט טענה'ען מיט דיין ווייב.


בנוגע אומאן, אז דו ווילסט אזוי שטארק קומען צום הייליגן רבי'ן זוכה זיין צו אלע תיקונים אבער דיין ווייב וויל נישט, זי זאגט אז דו זאלסט אפילו נישט טראכטן דערפון; דו ווילסט וויסן וואס צו טון.


דו בעט דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל אז דו זאלסט זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן; מיט דיין ווייב זאלסטו נישט טענה'ען, עס וועט גארנישט העלפן, מיט כח האט נאך קיינער נישט געוואונען די ווייב.


רעד צו איר שיינערהייט; זאג איר ווי שטארק דיין לעבן האט זיך געטוישט. ווען דו רעדסט מיט איר זוך נישט איר צו אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, דו זאלסט נאר רעדן פון דיר, ווי שטארק דו ווילסט גיין.


אז דו וועסט זיין שטארק מיט די צוויי נקודות, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל און דו וועסט זיין שטארק מיט נישט טענה'ען מיט איר און נישט זוכן איר צו אויפווייזן אז זי איז נישט גערעכט, דו וועסט איר מכבד זיין - וועט זי זיך ברעכן פאר דיר, זי וועט דיר שיקן צום רבי'ן מיט שמחה.


בנוגע הפצה; יעצט ווען דיין ווייב איז נאך א שטארקע מתנגדת וכו' - זאלסטו איר נישט דערציילן אלע דיינע פלענער פון הפצה, זי פארשטייט נאך נישט וואס מיינט הפצה, דו זאג איר אז דו גייסט ערלעדיגן דיינע זאכן און אזוי זאלסטו מאכן הפצה.


עס איז געווען א ברסלב'ער חסיד וואס האט נישט געהאט קיין פרנסה, ער האט געטון וואס שטייט אין שלחן ערוך (יורה דעה, סימן רנג) אז ווער עס האט נישט קיין פרנסה מעג צאמנעמען צדקה פאר זיך; זיין ווייב האט נישט געוואלט ער זאל גיין נאך געלט, זי האט זיך געשעמט, זי פלעגט פארלאנגען ער זאל ברענגען געלט אן צו גיין נאך געלט. רוב טאג איז ער געזעצן און געלערנט בהתמדה רבה און נאכמיטאג איז ער אהיים געקומען און זיך אנגעטון זיין טייערן רעקל, ער פלעגט זאגן אז ער גייט צום פריץ, ער האט געשעפטן מיט'ן פריץ. זי איז געווען מלא שמחה אז איר מאן איז אזא פערזענליכקייט, ער מאכט געשעפטן מיט'ן פריץ; ער איז ארום געגאנגען אין די הייזער צאמנעמען געלט, אזוי האט ער זיך געפירט זיין גאנץ לעבן אן דעם וואס זיין ווייב זאל וויסן וואס ער טוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#124 - שטארק זיך, וועסטו טרעפן שנעל דיין ריכטיגער שידוך
תפילה והתבודדות, שידוכים, צדקה, תפלות אויף אידיש, גט

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צו ווערן צעפאלן; אמת, דו גייסט יעצט אריבער שווערע טעג אין לעבן נאכדעם וואס דו האסט זיך געדארפט גט'ן; דו האסט דאס געטון על פי תורה, מוהרא"ש וואלט אויך געהייסן מאכן א גט. עס איז דיר יעצט ביטער שווער צו זיין אליין, קיינער קען נישט פארשטיין די צער וואס דו גייסט יעצט אריבער, דאך דארפסטו זיך שטארקן מיט די גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; וואס ווייסטו וואס דו דארפסט מתקן זיין וכו' וכו', ווער ווייסט וואס פאר א גזירות עס איז נגזר געווארן אויף דיר און יעצט קומסטו אפ מיט דעם.


איך בעט דיר זייער זאלסט אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר און אים דאנקען דערויף; יעדן טאג זאלסטו נעמען אפאר מינוט, זוך א שטילע פלאץ, דארט זאלסטו זיך מתבודד זיין. זאלסט אנהייבן מיט תודה והודאה, דאנק דעם אייבערשטן אויף די גוטס וואס ער טוט מיט דיר. איך ווייס אז דו גייסט יעצט אריבער שווערע טעג, דאך דארפסטו געדענקען וואס דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצה), די עצה פון "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי", די עצה פון אויפזוכן גוטס אין די צרה. דער רבי זאגט אז דוד המלך האט שטענדיג געזוכט עפעס גוטס אויף וואס ער קען דאנקען דעם אייבערשטן, אפילו ווען דער אייבערשטער האט געברענגט אויף אים שלעכטס האט ער געזוכט אין די שלעכטס עפעס גוטס, אזוי ווי עס שטייט (תהלים ד, ב): "בַּצָּר הִרְחַבְתָּ לִּי - רבונו של עולם איך דאנק דיר אויף דעם וואס אין די צרה האסטו מיר ברייט געמאכט".


די אלע שידוכים וואס מען טראגט דיר אן און עס ווערט נישט - דאס איז אלעס שידוכים פאר דיר; יעדע שידוך וואס מען רעדט נאר, מען טראגט עס אן - איז אויך א שידוך. עס איז דא אמאל וואס מען טרעפט זיך, מען רעדט איינער מיט'ן צווייטן, עס זעט שוין אויס ווי עס גייט ווערן א שידוך, למעשה ווערט נישט דער שידוך; זאגט דער רבי (ספר המידות, אות חתון, סימן ז) אז דאס איז אויך א שידוך, און ווען דעם רבינ'ס ווייב איז נפטר געווארן און דער רבי איז געווען אין ראדוויל בעפאר'ן א שידוך טון מיט זיין צווייטע ווייב, זענען געקומען אסאך פרויען זיך משדך זיין מיט אים, האט דער רבי געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): "אלע זענען מיינע שידוכים, און יעדער מענטש האט כמה וכמה זיווגים, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש", אלע שידוכים וואס מען רעדט איז שוין אויך א בחינה פון א שידוך, אפילו עס ווערט נישט אויסגעפירט.


דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, שם): מענטשן שמועסן ביי זיך אין שטוב: "דער בחור וואלט גוט געווען פאר די מיידל"; אפילו ווען דער שידוך זאל זיך נישט אנהייבן און נישט ענדיגן איז דאס אויך א בחינה פון א שידוך. "וְלִפְעָמִים נוֹסְעִים לַעֲשׂוֹת הַשִּׁדּוּךְ וּבְעֵת הַגְּמָר נִפְרָדִים מֵאֵיזֶה סִבָּה, וְלִפְעָמִים נִגְמָר הַשִּׁדּוּךְ וְאַחַר כָּךְ מַפְסִיקִים הַקֶּשֶׁר שֶׁל תְּנָאִים, וְלִפְעָמִים בָּאִין לִידֵי נִשּׂוּאִין וְאַחַר כָּךְ בְּסָמוּךְ נַעֲשֶׂה גֵּט בֵּינֵיהֶם. וְלִפְעָמִים אֵינוֹ נַעֲשֶׂה הַגֵּט עַד אַחַר אֵיזֶה זְמַן וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה כַּמָּה בְּחִינוֹת שֶׁיֵּשׁ בְּעִנְיְנֵי הַשִּׁדּוּכִים וְהַזִּוּוּגִים שֶׁאֵינָם נִגְמָרִים אַחַר כָּךְ, אֲבָל כֻּלָּם הֵם בְּחִינַת זִוּוּגִים שֶׁלּוֹ. כִּי כָּל אֶחָד יֵשׁ לוֹ כַּמָּה זִוּוּגִים, רַק שֶׁאֵצֶל זֶה נִגְמָר אֵיזֶה זִוּוּג שֶׁלּוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר בְּעָלְמָא שֶׁמְּדַבְּרִים מִזֶּה הַשִּׁדּוּךְ, וְלִפְעָמִים עַל יְדֵי אֵיזֶה דִּבּוּר יוֹתֵר אוֹ עַל יְדֵי אֵיזֶה הִתְקַשְּׁרוּת אוֹ נְסִיעָה אוֹ עֻבְדָּא בִּשְׁבִיל הַשִּׁדּוּךְ לְפִי שָׁעָה וְכוּ' כַּנַּ"ל"; זעט מען פון דעם אז יעדע זאך וואס מען טוט פאר א בחור און פאר א מיידל כדי זיי זאלן טרעפן זייער שידוך - אפילו עס ווערט נישט - איז דאס אויך עפעס, ווייל עס ווערט נענטער זייער ריכטיגער שידוך, עיין שם.


נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך און אויפשטעלן א שיינע שטוב.


מאך זיך א צדקה פושקע וואס דארט וועסטו געבן יעדן טאג צדקה כמנין די תפילה וואס דו בעסט, דער רבי זאגט (ספר המדות אות צדקה, חלק ב', סימן יד): "יֵשׁ תְּפִילּוֹת שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִילָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", עס איז דא תפילות וואס ווערן אנגענומען אויבן אין הימל נאר ווען מען געבט פאר צדקה די סכום פרוטות וויפיל די תפילה באטרעפט, "לְמָשָׁל, כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", צום ביישפיל, ווען מען בעט תֵּן לִי בָּנִים - געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת תֵּן לִי בָּנִים", דארף מען געבן צדקה וויפיל עס באטרעפט די תפילה פון תֵּן לִי בָּנִים - געב מיר קינדער; אזוי זאלסטו טון, זאלסט מאכן א פושקע און אריינלייגן יעדן טאג פינף דאלער מיט צוויי און צוואנציג פרוטות בעטנדיג דערביי: "רבונו של עולם, תן לי זיווג, געב מיר מיין פאר"; די געלט זאלסטו מיר ברענגען, איך וועל דרוקן דערמיט דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#123 - וויפיל מסירות נפש דו האסט אריינגעלייגט אינעם עירוב
תפילה והתבודדות, שטעטל, שבת קודש, לימוד התורה, עירוב

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בין געווען מאנטאג בודק זיין דעם עירוב מיט הרב שטיינמעץ שליט"א, איך קען זיך נישט איבער קומען פונעם עירוב; וויפיל מסירות נפש דו האסט אריינגעלייגט אינעם עירוב, צענדליגער וואכן און חדשים וואס דו האסט געבויט דעם עירוב, אנגעהויבן ווינטער אין די שנייען און רעגן און יעצט זומער אין די ברענעדיגע היצן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים - אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ", נישטא נאך אזא מזכה את הרבים ווי מאכן אן עירוב אז מענטשן זאלן נישט נכשל ווערן אין חילול שבת; עס איז זייער שווער אין שטעטל - סיי מיט'ן חלק פון טראגן און נאכדעם מיט תחומים, סיי ביי די איינוואוינער און סיי ביי די געסט, ממילא יעצט ווען דו האסט מתקן געווען דעם עירוב האסטו געהאלפן אלע זאלן זיין אפגעהיטן פון חילול שבת - וועט דער אייבערשטער דיר אפהיטן פון שלעכטס.


נאך אביסל וועסטו טרעפן א גוטע שידוך, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב.


אפילו יעצט ווען דו העלפסט מיר אזוי געטריי פון פארטאגס ביז אויף דער נאכט צו ענדיגן דעם עירוב - דארפסטו האבן שכל אראפ צו כאפן אביסל חומש רש"י יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער, א טאג אן תורה איז קיין טאג נישט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#122 - נישט גיין קעגן קיינעם
תפילה והתבודדות, הפצה, מחלוקת, שלום

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי', צפת.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר פארשפרייט דעם רבינ'ס עצות פאר נאך און נאך מענטשן.


זאגטס פאר מרת ... אז זי דארף נישט מורא האבן פון קיינעם; אויך זאל זי נישט גיין מיט אלע עלטערן וואס נעמען זיך צאם קעגן איר זון'ס ראש ישיבה, ער וועט אליינס האבן א מפלה; איינער וואס רעדט צו בחורים צו טון עבירות וועט נישט האבן קיין קיום, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קד.) אז שקר האט נישט קיין קיום.


זי זאל נישט גיין קעגן קיינעם; מוהרא"ש האט אונז געלערנט וואס חז"ל זאגן (שבת לב.): "שִׁבְקֵיהּ לְרָוְיָא - דְּמִנַּפְשֵׁיהּ נָפִיל", לאז דעם שיכור אליינס אראפפאלן; ווען מען האט צוטון מיט א שיכור דארף מען אים נישט אראפ ווארפן, ער וועט סיי ווי פאלן - פריער אדער שפעטער.


אונזער וועג איז תפילה והתבודדות; אונזער וועג איז דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#121 - נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען די הייליגע תורה
תפילה והתבודדות, לימוד התורה, יונגע יארן

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ג' תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, אנטווערפן.


איך פריי זיך זייער יעדעס מאל דו לאזט מיר איבער א מעסעדזש וויפיל דו לערנסט.


זאלסט ווייטער ממשיך זיין מיט דיין התמדת התורה; נוץ אויס דיינע יונגע יארן מיט לערנען די הייליגע תורה, וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.


וואס דו דארפסט - בעט דעם אייבערשטן, רעדט צו אים אויף אידיש, אויף דיין מאמע לשון - וועסטו זען גרויסע ניסים.


יעדעס מאל דו מאכסט א סיום מסכתא זאלסטו מיר רופן, און אז איך הייב נישט אויף - זאלסטו איבער לאזן א מעסעדזש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#120 - ווער נישט צעפאלן ווען די מיידלעך פאלגן נישט
תפילה והתבודדות, לערערין, סקול, חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', לערערין בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי.


ווער נישט צעפאלן ווען די מיידלעך פאלגן נישט; נעם עס נישט פערזענליך. געדענק אז קינדער זענען קינדער; קינדער הערן נישט, קינדער פאלגן נישט, קינדער לאכן זיך אונטער ווען מען רעדט צו זיי; די טיטשערס און די עלטערן דארפן בעטן דעם אייבערשטן צי טרעפן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו מאכן זיי זאלן יא פאלגן.


איך ווייס זייער גוט ווי שווער עס איז צו זיין א טיטשער, איך ווייס גאר גוט וואס קינדער זענען; איך זיץ שוין מיט קינדער פאר איבער פיפצן יאר, קינדער פון אלע יארגענג. מיר איז אויך זייער שווער, אבער איך מאך זיך גרינג, איך נעם די עצה פון קוקן אויף איין טאג אויף א מאל, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רעב) אויפ'ן פסוק (תהלים צה, ז): "הַיּוֹם אִם בְּקֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", אז ווען א מענטש וויל אנהייבן עפעס צו טון - סיי ברוחניות און סיי בגשמיות דארף ער נעמען דעם כלל פאר זיך, צו קוקן נאר אויפ'ן היינטיגן טאג; ווייל ווען מען וויל אנהייבן דינען דעם אייבערשטן דאכט זיך פאר'ן מענטש אז ער נעמט אויף זיך א שווערע לאסט און דאס ברענגט דעם מענטש צו טראכטן אז מען קען נישט נעמען די עבודה, "אֲבָל כְּשֶׁיַּחֲשֹׁב שֶׁאֵין לוֹ רַק אוֹתוֹ הַיּוֹם, לֹא יִהְיֶה לוֹ מַשָּׂא כְּלָל", אבער אז מען טראכט נאר פונעם היינטיגן טאג איז עס בכלל נישט שווער, מיט דעם טייטשט דער רבי: "הַיּוֹם אִם בְּקוֹלוֹ תִשְׁמָעוּ", 'הַיּוֹם' דַּיְקָא, וְהָבֵן, עיין שם.


גיי יעדן טאג אביסל שפאצירן אין די פעלד ארום דיין שטוב; זיי זיך מתבודד, דאנק דעם אייבערשטן אויף דיין שיינע לעבן - וועט אלעס ווערן גרינגער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#119 - דו הייסט נאך א צדיק, דאס וועט דיר העלפן אויסוואקסן א גרויסער צדיק
תפילה והתבודדות, צדיקים, יבנאל, מלכות הרשעה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הילד הנחמד ... נרו יאיר, יבנאל.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט אויסוואקסן א גרויסער ערליכער איד, א צדיק. דו טראגסט א הייליגע נאמען, דו הייסט נאך א צדיק; דאס וועט דיר העלפן זאלסט אויסוואקסן א גרויסער צדיק, אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (ספר נועם אלימלך, במדבר) אז ווען מען טראגט א נאמען פון א צדיק העלפט דאס דעם מענטש ער זאל ווערן א צדיק.


דו דארפסט זיך זייער פרייען אז דו וואוינסט אין אזא הייליגע שטאט ווי יבנאל; יבנאל איז א וואונדערליכע פלאץ, מוהרא"ש האט גענומען יבנאל – א שטאט וואס איז געווען א וויסטע פלאץ, א פלאץ וואו מען האט אויסגע'שמד'ט צוויי גאנצע עדות'ן - די תימנ'ער אידן און די טוניס'ער אידן. ווען מען האט זיי ארויף געברענגט קיין ארץ ישראל האט מען זיי גענומען קיין יבנאל און זיי דארט נעבעך אויסגע'שמד'ט. דארט האט מוהרא"ש אויפגעשטעלט א הערליכע מקום וואס בליהט מיט תורה און תפילה, קדושה וטהרה; מוסדות התורה, בתי מדרשים, מקואות, חדרים, מיידל שולע'ס און כוללים וואו אינגעלייט זיצן א גאנצן טאג און לערנען.


יעדע זאך וואס דו דארפסט זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן אויף דיין שפראך - וועסטו זען גרויסע ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#118 - אויב מ'וויל נחת פון די קינדער, דארף מען וויינען צום אייבערשטן
קינדער, תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך בעט אייך זייער איר זאלט נישט מיד ווערן פון בעטן דעם אייבערשטן, דאס איז די עצה פאר אייך און פאר אלע אידישע טאטעס און מאמעס וואס ווילן האבן נחת פון די קינדער; בעטן דעם אייבערשטער מיט הייסע טרערן ער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער, זיי צוריק ברענגען צו די וועג פון די תורה.


יעדע טרער וואס עלטערן וויינען צום אייבערשטן פאר זייערע דורות גייט ארויף זייער הויעך, ביז'ן אייבערשטן אליין, און ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים. דער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפילה, סימן נא): "תְּפִילָה שֶׁהִיא בִּדְמָעוֹת  - הִיא מִתְקַבֶּלֶת", תפילה וואס קומט מיט טרערן - ווערט אנגענומען.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו דערציילט אז ווען ער איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן און ער האט געלערנט די זאך פון התבודדות ותפילה, האט ער זייער שטארק געוואלט זיך קענען אויסוויינען צום אייבערשטן; ווען ער פלעגט הערן קליינע קינדער וויינען פלעגט ער בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך אזוי וויינען צו דיר; דאס מיינט וויינען, איך וויל וויינען צו דיר אזוי ווי קליינע קינדער וויינען".


קוקטס גוט אויף זיי וועט איר זיי אלע מאכן פאר ערליכע אידן.

#117 - קוק נישט אויף יענעם, פרוביר נאר צו רעדן צום אייבערשטן
תפילה והתבודדות, סקול, התחזקות, יענער

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער עיקר וואס דו זאלסט נעמען פאר דיין לעבן פון אונזער סקול בית פיגא – איז די זאך פון רעדן צום אייבערשטן, ווייל ווער עס רעדט צום אייבערשטן דער איז א געהאלפענער.


אפילו דו קענסט נאך נישט טון אלעס וואס דו הערסט אין סקול, דו קענסט נאך נישט טוישן דיין לעבן - זאלסטו אבער נישט ווערן צעפאלן; קוק נישט אויף אנדערע מיידלעך און טראכט נישט פון אנדערע מיידלעך, דו זאלסט בלייבן שטארק מיט דעם אז דו האסט דעם אייבערשטן און וואס דו דארפסט בעסטו נאר פון אים.


דאס איז אלעס פון ברסלב; ברסלב באשטייט פון איין זאך: 'אויסלערנען יעדן איינעם צו לעבן מיט'ן אייבערשטן; טראכטן פונעם אייבערשטן און וואס מען דארף זאל מען בעטן פונעם אייבערשטן'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#116 - ליב האבן אידישקייט
תפילה והתבודדות, צניעות, שידוכים, עבודת השם, נחת

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע צוזאמקום פון די מיידלעך אין ירושלים.


שטארקט אייך מיט די עצה פון התבודדות ותפילה; איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, נישט דא קיין שטערקערע זאך פון דעם. תפילה טוישט די טבע, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ): "הַטֶּבַע מְחַיֵיב כָּךְ וְהַתְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", אפילו די טבע זאגט איין זאך, קומט תפילה און דריידט אלעס איבער; פרובירט דאס אויס וועט איר נישט דארפן קיין חיזוק פון קיינעם, איר וועט זיך אליינס איבערצייגן און זען גרויסע ניסים.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך פירן איידל און זיך אנטון איידל; איר אלע ווילט דאך חתונה האבן און איר אלע ווילט זוכה זיין צו קינדער, איר ווילט און איר וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויפשטעלן שיינע שטובער; דעריבער נעמט די ברכה און הבטחה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (ספר המדות, אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס געבט אכטונג אויף צניעות וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער; מען זעט מענטשן מוטשען זיך היינט מיט קינדער, מען זוכט עצות פאר גוטע קינדער, קינדער פאלן אוועק פון אידישקייט השם ישמרינו, מען וויינט, מען שרייט און מען מאכט אסופות - וואס טוט מען מיט די קינדער? אז מען פירט זיך איידל זאגט דער רבי צו אז מען וועט האבן ערליכע קינדער; פרעג איך אייך, ווער פון אייך וויל נישט זוכה זיין צו די ברכה פון רבי'ן.


בעט דעם אייבערשטן איר זאלט ליב האבן אידישקייט, איר זאלט זען דאס שיינקייט פון זיין א איד, איר זאלט ליב האבן די איידעלע וועג; עס איז אזוי גוט צו זיין א איד, מיינט נישט אז דער נישט איד און דער וואס פירט זיך נישט ווי א איד - דער האט א לעבן, דער האט הנאה; פארקערט, די וואס טוען זיך אן שיין, רייך און איידל - די האבן א לעבן. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (מדרש רות רבה ד, ט): פארוואס האט בועז געוואלט חתונה האבן מיט רות? ווייל ער האט געזען אויף איר אז זי איז אנדערש פון אלע מיידלעך; אלע מיידלעך וואס זענען געקומען צו אים אין פעלד קלויבן לקט שכחה און פאה פון די זאנגען האבן זיך אראפגעבויגן אויפצוהייבן פון די אראפגעפאלענע תבואה און ווען מען בייגט זיך אראפ הייבט זיך אויף די קלייד און דאס איז נישט צניעות'דיג, אבער רות האט זיך נישט אראפגעבויגן נאר זי האט זיך אראפגעזעצט אויף אן אופן אז איר קלייד זאל זיך נישט אויפהייבן. נאך זאגן חז"ל (שם) אז ער האט געזען ווי די מיידלעך לאכן ארום מיט די בחורים וואס האבן דארט געארבעט, אבער רות האט נישט גערעדט מיט פרעמדע מענער און נישט געלאכט פון זייערע ווערטלעך, דאס האט אים באאיינדרוקט אז די מיידל איז א גרויסע צדקת, און פון דעם פארפאלק איז ארויס געקומען דוד המלך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין אויפצושטעלן שיינע אידישע שטובער.

#115 - אז דו ווילסט מאכן א לעבן, ביסטו געזונט און פריש
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, כעס, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור החשוב ... נרו יאיר.


דיין טאטע שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו ביסט א קלוג קינד, א פרייליך קינד, נישט קיין פארשלאפענער; איך האב הנאה צו הערן אז דו פארשטייסט אן עסק, דו ביסט ווייט פון זיין א בטלן, דאס איז א סימן פון א געזונט קינד, אז מען האט ליב צו מאכן א לעבן.


יעדע זאך וואס דו דארפסט אין לעבן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען; אמאל באקומט מען דאס נאך איין מאל בעטן, אמאל נאך צוויי מאל און אמאל דארף מען אביסל ווארטן, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים, מען באקומט וואס מען בעט.


איך ווייס מעשיות פון אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין געלט, זיי האבן זיך זייער געפלאגט; זיי פלעגן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אייגענע תפילות - אז דער אייבערשטער זאל זיי העלפן, ביז זיי זענען געווארן גרויסע עשירים, זיי האבן אלעס וואס זיי ווילן. אזוי אויך ווייס איך מעשיות פון ברסלב'ע חסידים וואס זיי האבן געוואלט האבן שיינע קארס, זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און וואונדער איז געשען, זיי האבן שיינע באקוועמע קארס. אזוי זענען דא טויזנטער מעשיות פון אלע סארט בקשות ווי מען ווערט געהאלפן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן ביי יעדע זאך; צום ביישפיל, ווען דו שפילסט א שפיל מיט דיינע חברים און דו ווילסט זייער שטארק אז דיין צד זאל געוואונען דעם שפיל, זאלסטו אינמיטן שפילן דעם שפיל בעטן א שטילע געבעט: "הייליגער באשעפער איך וויל געוואונען דעם שפיל, העלף מיר, העלף אונזער זייט מיר זאלן געוואונען", וועסטו זען עס וועט געשען וואונדער און דיין צד וועט געוואונען דעם שפיל. נאך א ביישפיל, אז דו ווילסט גיין אין א פלאץ שפילן און דו האסט נישט קיין וועג אהין צו גיין, אדער דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין אהין, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "אייבערשטער מאך א נס אז איך זאל האבן א וועג צו קענען גיין שפילן; העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר לאזן גיין", וועסטו זען אז עס וועט געשען ניסים, דו וועסט האבן א וועג; דיינע עלטערן וועלן דיר העלפן, זיי וועלן מיט גיין מיט דיר.


אזוי אויך בעט דעם אייבערשטן אויף דיינע שוועריקייטן; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן כב) אז אין די יונגע יארן פלעגט ער זיך זייער שנעל אויפרעגן און ער פלעגט בעטן זייער אסאך דעם אייבערשטן אז ער זאל נישט האבן די מדה פון כעס, ער זאל זיך נישט אויפרעגן, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט אויסגעריסן זיינע שלעכטע נאטורן.


זיי מכבד דיין טאטע מאמע, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#114 - האסט מיר דערפרייט אז דו האסט פארמאכט דיין "סטעטוס"
תפילה והתבודדות, סמארטפאון, ישיבה, סאשעל מידיא

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא א', ב' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


דו ווייסט נישט ווי שטארק דו האסט מיר דערפרייט דעם שבת נאכמיטאג ווען דו האסט מיר געזאגט אז דו האסט פארמאכט דיין סטעטו"ס, דו האסט געכאפט א גוטע קיצל פונעם בריוו פאריגע וואך (מכתב יומי - יום ג' פרשת במדבר, כה אייר) ווי איך פרעג דיר: 'אויב דו דארפסט טאקע האבן דיין טעלעפאן, וויל איך וויסן אויב דו דארפסט אויך טאקע קוקן סטעטו"ס, איך בין זייער נייגעריג צו הערן אויב דו דארפסט עס טאקע'; האסט מיר ממש מחי' געווען, איך האב באקומען פרישע כוחות.


וועסט זיך אודאי וואונדערן: 'וואס גייט גייט אן דעם ראש ישיבה וואס איך טו? וואס באדערט דעם ראש ישיבה אז איך קוק סטעטו"ס?' וואס זאל איך דיר זאגן, דו וועסט דאס סיי ווי נישט פארשטיין; איך האב געלערנט מיט דיר אין ישיבה אסאך יארן, איך האב אזויפיל אוועק געגעבן אז דו זאלסט זיין אן ערליכער איד. דו וועסט קיינמאל נישט וויסן וויפיל מסירות נפש ליגט אונטער די אלע יארן וואס דו לערנסט אין ישיבה; אלעס טו איך נאר ווייל איך וויל דו זאלסט זיין אן ערליכער איד, דו זאלסט האבן א גוט לעבן. און ווען איך זע ווי אינגעלייט ווערן צוגעקלעבט צום טעלעפאן און ווי מען קילט זיך אפ פון יראת שמים איז דאס זייער שווער פאר מיר, אבער ווען איך הער אזא גוטע נייעס אז דו האסט פארמאכט דיין טעלעפאן פון נארישקייטן - געבט דאס מיר כח ווייטער ממשיך צו זיין מיט די הייליגע ארבעט.


שטארק זיך מיט תפילה והתבודדות; גיי שפאצירן אביסל יעדן טאג, שמועס זיך אויס דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן. דו וואוינסט אין שטעטל, אזא ריינע פלאץ, אזא געשמאקע פלאץ; נוץ אויס די פעלדער און וועלדער פאר תפילה והתבודדות, וועסטו זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד און אויפציען ערליכע דורות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#113 - גיי אין א שטילע געסל און שמועס זיך אויס דיין הארץ מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, תודה והודאה, אמונה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


קודם כל בעט איך דיר איבער אז איך האב דיר נישט גלייך צוריק געשריבן, עס איז מיר כמעט אוממעגליך צו ענטפערן גלייך אויף אלע צענדליגער בריוו וואס קומען אן טעגליך.


איך וועל שרייבן א בריוו פאר דיין ווייב, איר צו שטארקן און ענטפערן אירע פראגעס.


דיר בעט איך זייער דו זאלסט זיך שטארקן מיט אמונה; נעם אריין אמונה אין דיר וועט דיר גרינגער ווערן דיין לעבן. ווי מער מען חזר'ט זיך איין אז 'אלעס איז דער אייבערשטער, גארנישט קען צו מיר פאסירן נאר אז דער אייבערשטער הייסט; מיין געלט, מיין געזונט, מיינע קינדער, מיין ווייב, מיין אלעס - אלעס איז דער אייבערשטער', דעמאלט איז אלעס גרינגער.


פאלג די עצה פון רבי'ן און גיי אביסל שפאצירן; כאפ א שפאציר אליינס און שמועס מיט'ן אייבערשטן. גיי אין א שטילע געסל און שמועס זיך אויס דיין הארץ אויף אידיש, זאג פאר'ן אייבערשטן אלע דיינע ווייטאגן, דערצייל אים אלעס וואס שטערט דיר און פארשטייט זיך דער עיקר זאלסטו אים אנהייבן דאנקען אויף יעדע פרט אין דיין לעבן, וועסטו זען פלוצלינג א נייע וועלט פאר דיר, אלעס וועט ווערן גוט, אלעס וועט ווערן פיין; די צער וועט אוועק גיין.


שרייב מיר נאך; איך וועל פרובירן דיר צו ענטפערן פון היינט און ווייטער גלייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#112 - צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר מיידלעך, תהלים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייך אז איר לעבט מיט אמונה און אז איר זאגט יעדן טאג אביסל תהלים.


ווען איר זאגט תהלים זאלט איר בעטן שטילערהייט דעם אייבערשטן פאר אייער טאטע און מאמע זיי זאלן מצליח זיין אין זייערע וועגן, זיי זאלן האבן פרנסה און קענען גרינג מגדל זיין די קינדער.


ווען מען זאגט תהלים רעדט מען נישט אויס ביז מען ענדיגט דעם קאפיטל, אבער צום אייבערשטן מעג מען רעדן אינמיטן דעם קאפיטל; נישט נאר מען מעג רעדן נאר עס איז זייער געשמאק ווען מען זאגט תהלים און מען רעדט צום אייבערשטן צווישן די ווערטער אויף אידיש.


איך וועל זיך זייער פרייען אז איר וועט אמאל קומען באזוכן אונזער סקול בית פיגא און זיך מאכן נייע חבר'טעס מיט אונזערע תלמידות.

#111 - קודם דאווענען אדער קודם זאגן תהלים?
תפילה והתבודדות, שידוכים, חיזוק פאר פרויען, תהלים, ספרי ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז זייט איר האט זיך דערוואוסט פון הייליגן רבינ'ס וועג האט זיך אייער לעבן געטוישט; איר לעבט מיט'ן אייבערשטן און איר שפירט זיך נענטער צו אים.


בנוגע וואס איר זאלט ענדערש טון, זאגן תהילים אדער דאווענען שחרית און מנחה; קודם קומט דאווענען. אינדערפרי זאלט איר דאווענען שחרית, נאכדעם זאלט איר זאגן תהלים; אז איר האט צייט פרובירט צו זאגן דעם יום תהלים און אז איר האט נישט קיין צייט זאלט איר זאגן וויפיל איר קענט.


אלע ישועות ליגן אין ספר תהלים; דער הייליגער צמח צדק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען מענטשן וואלטן געוואוסט דאס גרויסקייט פון זאגן תהלים וואלט מען שטענדיג עוסק געווען אין תהלים".


דעם רבינ'ס ספרים איז אויך פאר פרויען און מיידלעך.


בנוגע א שידוך; בעטס דעם אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין אויפצושטעלן אן ערליכע שטוב, ערליכע דורות; מיט תפילה וועט איר אלעס באקומען.

#110 - מ'זאל נישט פארברענען די צייט ביי דיר
תפילה והתבודדות, בחור, היטן די צייט

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט אכטונג געבן עס זאל נישט ווערן אין שטעטל ביי דיר אין שטוב אן עיר מקלט; לאז נישט בחורים זיך דרייען ביי דיר, נישט דא אזא זאך אז בחורים זאלן זיצן ביי דיר און פארברענען די צייט.


איך האב ארויסגעשיקט צוויי דריי בחורים וועלכע העלפן מיר בויען דעם עירוב, אויף זיי בין איך אחריות וואס זיי טוען וכו' וכו', אבער סתם אזוי זאלסטו אכטונג געבן עס זאל נישט זיין ביי דיר א פלאץ וואו מען פארברענט די צייט.


זיי זיך מתבודד, גיי אביסל שפאצירן אין דיין פעלד, זינג דארט צום אייבערשטן; שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן אלע דיינע ספיקות וועסטו ממתיק זיין פון דיר אלע דינים, דו וועסט וויסן ביי יעדע זאך ווי אזוי זיך צו פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#109 - גיי שפאצירן צווישן די גראז און שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן
תפילה והתבודדות, שטעטל

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, תושב קרית ברסלב ליבערטי, ניו יארק.


דו וואוינסט אין אזא שיינע פלאץ, עס שפירט זיך ממש ווי יבנאל; אין שטעטל איז גרינג צו פאלגן דעם רבי'ן, צו מאכן התבודדות צווישן די גראז.


יעצט אין די צייט וואס די גראז הייבן אן צו שפראצן זאלסטו גיין יעדן טאג אביסל שפאצירן צווישן די גראז און זיך אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן; דאנק אים און לויב אים אויף אלע גוטס וואס ער טוט מיט דיר. דער רבי האט געזאגט אמאל בשעת ער איז געווען אויף א שפאציר מיט זיינע תלמידים (שיחות הר"ן, סימן קסג): אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים, אֵיךְ כָּל עֵשֶׂב וְעֵשֶׂב אוֹמֵר שִׁירָה לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי פְּנִיָּה, וּבְלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת זָרוֹת, וְאֵינָם מְצַפִּים לְשׁוּם תַּשְׁלוּם גְּמוּל, כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי געשמאק איז צו גיין צווישן די גראז, צו הערן ווי זיי זינגען שירות ותשבחות צום אייבערשטן, אן קיין שום שלעכטע מחשבות; זיי ווארטן נישט אויף קיין שכר וכדומה, ווי גוט איז צו זיין צווישן זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#108 - נישט רעדן ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, בית המדרש, נסים

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהר-בחקותי, כ"א אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך וויל דיר בעטן א זאך וואס גייט דיר זיין זייער שווער צו טון, אבער אז דו וועסט עס טון וועסטו זען זייער גרויסע ניסים: "נישט רעדן ביים דאווענען".


זיי זיך מקבל נישט צו רעדן אין שול בשעת מען דאווענט; אויב עס פאסירט אז דו דארפסט זייער וויכטיג רעדן, מען רופט דיר וכו', מען פרעגט דיר וכו' – זאלסטו ארויסגיין אינדרויסן פון שול און דארט ענטפערן, אבער אין שול זאלסטו נישט רעדן.


דאס איז נישט קיין גרינגע זאך, בפרט ווען מען איז צוגעוואוינט פאר צענדליגער יארן צו רעדן, שמועסן און פלוישן ביים דאווענען; אבער אז דו וועסט פרובירן נישט צו רעדן, דו וועסט בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם – וועסטו דאס קענען באווייזן.


איך שרייב דיר דאס נאר ווייל איך ליב דיר, איך זוך דיין הצלחה.


דער בריוו איז נישט סתם געשריבן, דאס איז אן הבטחה.