בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - מיט תורה האט מען א גוט לעבן
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו ערב שבת.


איך האב זיך מורא'דיג מחי' געווען צו הערן אז דו שטארקסט זיך מיטן רבינ'ס ווערטער, און דו ביסט ווייטער ממשיך צו לערנען יעדן טאג אביסל תורה; דו שרייבסט אז דו גייסט מסיים זיין די צווייטע מאל ששה סדרי משנה, אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא!


אין די תורה ליגט אלעס גוטס; אז מען לערנט די הייליגע תורה איז מען זוכה צו האבן א גוט לעבן, און מען ווערט אפגעהיטן פון אלעם שלעכטס.


דו האסט מיר ממש מחי' געווען מיט די פאר ווערטער וואס דו האסט מיר געשריבן, ווייל עס איז שוין צען יאר וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכיה צו לערנען מיט תלמידים, און ווען מען הערט צוריק פון אינגעלייט ווי מען שטארקט זיך, אפילו מען ארבעט שווער צו ברענגען פרנסה - דאך לערנט מען יעדן טאג אביסל חומש, משניות וכו'; מען שטארקט זיך מיט די אלע דרשות וואס מען האט געהערט אין די יונגע יארן אין ישיבה, דאס געבט כח ווייטער צו לערנען מיט פרישע תלמידים.


דער אייבערשטער זאל דיר געבן שפע, זאלסט זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב צוזאמען מיט דיין ווייב תחי', אמן.

#10 - קומען צום שיעור גמרא, נישט רעדן ביים דאווענען
תפילה והתבודדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת שלח, כ"ה סיון, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד ... נרו יאיר


א שאד אויף דיר אז דו קומסט נישט אינדערפרי לערנען דעם דף גמרא; מוהרא"ש זאגט: "אז מען לערנט א בלאט גמרא אינדערפרי, דאס איז דער חיות פונעם טאג, דאס ברענגט שפע אויפן מענטש, און דאס מאכט מען זאל זיין דבוק צום אייבערשטן".


איך האב דיר שוין געזאגט א לאנגע צייט צוריק אז אויב דו וועסט זיך מקבל זיין נישט צו שמועסן ביים דאווענען פון אנהייב ביזן סוף וועסטו האבן פרנסה בריווח; זעט אויס אז שמועסן ביים דאווענען איז דיר וויכטיגער ווי אהיים ברענגען ברויט פאר דיין ווייב און קינדער. זיי נישט נאריש, נעם זיך פאר פון היינט נישט צו רעדן ביים דאווענען וועסטו זען ווי דו וועסט האבן פרנסה בריווח.


איך ווארט דיר צו זען אינדערפרי ביי די גמרא שיעור.

#9 - לערן פלייסיג, און היט דיינע אויגן
בחור, לימוד התורה, שמירת עינים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת במדבר, ג' סיון, מ"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן ווי פלייסיג דו לערנסט; אויך האב איך הנאה דיר צו זען אין ישיבה לערנען.


אסאך מאל קום איך אריין פארטאגס אין ישיבה, די בית המדרש איז נאך ליידיג, און נאר דו זיצט און לערנסט; דאס איז מיין גרעסטע נחת און פרייד - צו זען ווי מיינע תלמידים לערנען די הייליגע תורה.


נעם דעם דף גמרא וואס מיר לערנען יעדן טאג און חזר דאס אפאר מאל איבער, אזוי וועט מקוים ווערן ביי דיר (פסחים נ.): "אַשְׁרֵי מִי שֶׁבָּא לְכַּאן וְתַּלְמוּדוֹ בְּיָדוֹ"; ווען מען וועט ענדיגן די מסכתא וועסטו האבן די מסכתא אין דיין האנט.


יעצט ווען מיר געפונען זיך אין די זומער טעג דארף מען זיין זייער פארזיכטיג ווען מען גייט אין גאס; מען דארף זיך שטענדיג היטן די אויגן, אבער יעצט אין די זומער טעג זאלסטו מער אכטונג געבן ווען דו גייסט אין גאס נישט אויפצוהייבן דיינע אויגן. דו ביסט נאך א יונגער בחור, דו ביסט נאך ריין; אז דו וועסט אכטונג געבן אויף דיינע ריינע אויגן וועסטו אויסוואקסן א גרויסער צדיק.


פאר דו גייסט ארויס אין גאס זאלסטו לייגן דיין האנט אויף די מזוזה און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיר איך זאל נישט נכשל ווערן מיט קיין איין שלעכטע קוק; געב מיר כח זיך צו היטן מיינע אויגן".


ווייז דעם בריוו פאר דיין ברודער ... נרו יאיר, זאג אים ער זאל מיר אויך שרייבן.

#8 - מיט א שטארקע אמונה וועסטו ארויסקריכן פון דיין צרה
תפילה והתבודדות, צרות, אמונה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, י"ז אייר, ל"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס גייט נישט אריבער א טאג וואס איך בעט נישט פאר דיר, דיין ווייב און קינדער.


ווער איז מיר אזוי נאנט צום הארצן ווי דו און דיין משפחה, דו ביסט דאך ביי מיר ווי א קינד; איך גלייב אז דער אייבערשטער וועט דיר העלפן און דו גייסט איין טאג ארויס קריכן פון דיין צרה. און אויב דו און דיין ווייב וואלטן געגלייבט אז די ישועה איז שוין גאר נאנט, וואלט איר שוין לאנג ארויס פון דעם פלאנטער.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קצג): "דַּע שֶׁהַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל, וְאִם יְחַזֵּק וִיגַבֵּר מַחֲשַׁבְתּוֹ עַל אֵיזֶה דָּבָר שֶׁבָּעוֹלָם, יוּכַל לִפְעֹל שֶׁיִּהְיֶה כַּך", די מחשבה איז זייער א שטארקע זאך, און אויב א מענטש לייגט אריין זיין מחשבה אין א געוויסע זאך, וועט ער ברענגען די זאך צו זיך, סיי לטוב און סיי פארקערט חס ושלום, "וַאֲפִילּוּ אִם יְחַזֵּק מַחֲשַׁבְתּוֹ מְאֹד שֶׁיִּהְיֶה לוֹ מָמוֹן, בְּוַדַּאי יִהְיֶה לוֹ, וְכֵן בְּכָל דָּבָר", און אפילו אויב דער מענטש וועט אריין לייגן זיין מח מחשבה אין געלט וועט ער האבן געלט, און אזוי איז ביי יעדע זאך, אויב א מענטש טראכט א גאנצן צייט א געוויסע מחשבה וועט ער אנקומען צו דעם.


דערפאר האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ח): "כְּשֶׁלּוֹמְדִין מִלֵּי דְּפוּרְעָנוּתָא (כְּגוֹן כְּשֶׁלּוֹמְדִין הִלְכוֹת אֲבֵלוּת וְכַיּוֹצֵא) אֵין לְעַיֵּן שָׁם הַרְבֵּה", ווען מען לערנט הלכות אבילות זאל מען זיך נישט אריין טון צו שטארק דערין, "כִּי אֵין צְרִיכִין לְהַעֲמִיק הַמַּחֲשָׁבָה בִּמְקוֹמוֹת כָּאֵלּוּ. כִּי הַמַּחֲשָׁבָה יֵשׁ לָהּ תֹּקֶף גָּדוֹל", עס איז נישט גוט מען זאל טראכטן שלעכטס, ווייל די מחשבה האט א שטארקע קראפט אויפן מענטש, "וְעַל־כֵּן צְרִיכִין לַעֲבֹר בִּמְהִירוּת מְקוֹמוֹת כָּאֵלּוּ", דעריבער זאגט דער רבי איז נישט גוט צו טראכטן שלעכטע מחשבות, ווייל דאס קען ברענגען שלעכטס.


ווען מען לעבט מיט בטחון, מען פארלאזט זיך אויפן אייבערשטן דעמאלט האט מען נישט קיין שום פחדים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות בטחון, סימן א'): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ בִּטָּחוֹן, אֵין לוֹ שׁוּם פַּחַד", ווער עס האט בטחון האט נישט קיין פחדים פון קיינעם; ווייל ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז מיט אים, ביי אים און נעבן אים און ער ליגט אין זיינע הענט, אזוי ווי דוד המלך זאגט (תהלים קלא, ב): "כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ כַּגָּמֻל עָלַי נַפְשִׁי", איך בין ווי א קינד וואס פארלאזט זיך אויף די מאמע אן קיין שום דאגות און אן קיין שום פחדים.


איי וועסטו פרעגן וואס וועט זיין ביז דער אייבערשטער וועט העלפן? ביז דער אייבערשטער וועט העלפן וועט אויך דער אייבערשטער העלפן; דער אייבערשטער שיקט נישט א צרה פאר א מענטש נאר אז דער מענטש קען עס דערהייבן.


שטארק דיך מיט אלע דיינע כוחות און שטארק דיין ווייב; מיין נישט אז איך פארשטיי דיר נישט, איך ווייס זייער גוט וואס דו גייסט אריבער. מיין הארץ איז צעריסן פאר דיר, עס שטעכט מיר אין הארץ דיין צרה, אבער אויפגעבן איז נישט קיין עצה; אז דו וועסט זיך דערהאלטן וועסטו ארויסקריכן פון דעם.


איך האף אז דו לערנסט דיינע שיעורים יעדן טאג; אביסל חומש רש"י, אביסל משניות און לכל הפחות א דף גמרא. ווען מענטשן וואלטן געוואוסט ווי גוט עס איז זיך צו באהאלטן אין די תורה וואלטן אלע געלערנט תורה, בפרט אז מען האט דעם סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) איז דאך נישט דא קיין בעסערע זאך אויף דער וועלט.


וואס האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי געטון ווען עס איז ארויס אויף אים א גזירה און מען האט אים געוואלט הרג'נען? דערציילט די גמרא (שבת לג:): "אֲזַל הוּא וּבְרֵיהּ טָשׁוּ בֵּי מִדְרָשָׁא", ער האט זיך באהאלטן אין שול מיט זיין זון רבי אלעזר; זעט מען פון דעם אז אויב מען וויל זיך באהאלטן ווען מען האט א צרה קען מען זיך נאר באהאלטן ביים אייבערשטן און ביי די תורה.


נאכאמאל, איך בין זיכער אן קיין שום ספק אז דו וועסט ארויס קריכן פון דיין צרה בקרוב ממש.

#7 - אנטלויפן נאר צו די תורה, דריי זיך צווישן ערליכע אידן
צדיקים, היכל הקודש, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב מיר זייער געפריידט צו הערן פון דיר; בפרט די גוטע בשורה וואס דו שרייבסט מיר אז דו האסט מסיים געווען אפאר מסכתות פון ש"ס. זה חלקי מכל עמלי, צו הערן פון מיינע תלמידים ווי מען שטארקט זיך ווייטער בלימוד התורה.


גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, אנטלויף צו די הייליגע תורה, וועסטו ווערן געראטעוועט.


זע צו האבן שייכות מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל אז מען דרייט זיך מיט ערליכע אידן ווערט מען אן ערליכע איד. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יג, כ): "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם, וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ", ווער עס גייט צו א חכם ווערט אליינס א חכם, און ווער עס דריידט זיך מיט נארישע מענטשן ווערט א נאר. חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם א משל (ילקוט משלי, רמז תתקנ): דאס איז אזוי ווי א מענטש גייט אריין אין א געשעפט פון גוטע בשמים (פערפיום), אפילו ער קויפט גארנישט גייט אריין אין זיינע קליידער א גוטע גערוך, דאס זאגט שלמה המלך: "הוֹלֵךְ אֶת חֲכָמִים יֶחְכָּם", דער וואס דריידט זיך מיט קלוגע ווערט אליינס קלוג, און אזוי אויך ווען א מענטש גייט אריין אין א בורסקי, א פלאץ וואו מען ארבעט אויס לעדער, וואו עס איז דא א געפערליכע שלעכטע גערוך, אפילו ער קויפט גארנישט גייט אריין אין אים א שלעכטע גערוך, דאס הייסט: "וְרֹעֶה כְסִילִים יֵרוֹעַ". אז מען דריידט זיך צווישן נאראנים ווערט מען אליינס א נאר.


איך בין היינט פארטאגס געווען ביים אוהל אין קווינס וואו איך האב אסאך געבעטן פאר דיר; איך האף אז דו וועסט זען א ישועה בקרוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#6 - מיט'ן ארויס העלפן תורה, האט מען א גלייכער חלק אין די תורה
מוסדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר מיט די ישיבה וכו'.


עס איז פאר אונז א זכיה אז מיר קענען האבן א חלק אין העלפן פארשפרייטן די אמונה פאר די וועלט; וויפיל מיר וועלן נאר טון פארן רבי'ן וועלן מיר נישט קענען באצאלן אויף וואס דער רבי האט מיט אונז געטון און וואס ער טוט מיט אונז.


לאמיר נישט פארגעסן ווי אזוי מיר האבן אויסגעזען פאר מיר האבן זיך דערוואוסט פונעם רבי'ן, און לאמיר נישט פארגעסן וואס מיר זענען נאך יעצט אנעם רבי'ן; דעריבער דארפן מיר זיך פרייען אז מיר קענען העלפן דעם רבי'ן מיטן פארשפרייטן זיינע ספרים און ווערטער פאר די גאנצע וועלט.


זוממער איז שוין דא, וויל איך דיר בעטן אויב דו קענסט פאררעכטן די ערקאנדישן אין ישיבה; מיט דעם וועסטו האבן א חלק אין די לימוד התורה וואס די בחורים לערנען. אזוי ווי מיר געפונען אין גמרא ביי (זבחים ב.): "שִׁמְעוֹן אֲחִי עַזַרְיָה", זאגט רש"י, פארוואס רופט מען אן אין די גמרא שמעון דער ברידער פון עזריה? "עַל שֵׁם שֶׁעַזַרְיָה עָסַק בִּפְרַקְמַטְיָא, וְסִיפֵּק צָרְכֵי שִׁמְעוֹן אָחִיו בְּשָׁעָה שֶׁהָיָה עוֹסֵק בַּתּוֹרָה, וְהִתְנוּ בֵּינֵיהֶן שֶׁיְּהֵא חֵלֶק לְעַזַרְיָה בִּשְׂכַר תַּלְמוּדוֹ שֶׁל שִׁמְעוֹן", עזריה האט געהאלפן אז זיין ברידער שמעון זאל קענען לערנען און ער האט זיך אויסגענומען אז ער וועט נעמען א חלק פון שמעון'ס תורה, דערפאר רופט מען אים אן אין די גמרא שמעון דער ברידער פון עזריה; דאס זעלבע זאג איך דיר, אז דו וועסט פאררעכטן די ערקאנדישן וועסטו האבן א חלק אין די תורה וואס די בחורים לערנען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - געעפנט דעם נייעם כולל "היכל הקודש" ברסלב
מוסדות, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' לסדר טהרה, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד די חשוב'ע כולל אינגעלייט "תלמידי היכל הקודש" נרם יאיר


איך פריי מיך זייער אז מיר האבן זוכה געווען צו עפענען דעם כולל וואו מען וועט לערנען גמרא און הלכה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ח.): אויפן פסוק (תהילים פז, ב): "אֹהֵב ה' שַׁעֲרֵי צִיּוֹן מִכֹּל מִשְׁכְּנוֹת יַעֲקֹב", אז דער אייבערשטער האט ליב ווען מען לערנט הלכה מער ווי אלע אנדערע לימודים, ווייל "מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ, אֵין לוֹ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בָּעוֹלָמוֹ, אֶלָּא אַרְבַּע אַמּוֹת שֶׁל הֲלָכָה בִּלְבַד", פון ווען מיר האבן פארלוירן דעם בית המקדש - דעם אייבערשטנ'ס הויז, וואוינט דער אייבערשטער דארט וואו מען לערנט הלכה; דערפאר האט דער רבי זייער מקפיד געווען אז יעדער איד דארף לערנען יעדן טאג הלכה (שיחות הר"ן, סימן כט).


דעם ערשטן שעה פונעם טאג זאלט איר לערנען דעם דף גמרא, נאכדעם וועט מען לערנען צוויי שעה פארמיטאג און צוויי שעה נאכמיטאג הלכה. פארמיטאג זאלט איר לערנען הלכות שבת; הייבט אן סימן רמ"ב - הלכות שכירות וקבלנות, און נאכמיטאג זאלט איר לערנען די גרינגערע סימנים, היינט הייבט אן סימן רע"א ביז ש"א.


דער עיקר זאלט איר אינוועסטירן אינעם יסוד; דאס הייסט, אויב איר ווילט גוט קענען הלכה זאלט איר אנהייבן פון די גמרא. לערנט גוט אדורך די גמרא רש"י און תוספות, נאכדעם גייט צום טור בית יוסף, אזוי ווען איר וועט קומען צום מחבר וועט איר זיין קלאר.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (ברכות סד.): "אָמַר רַבִּי לֵוִי בַּר חִיָיא, הַיּוֹצֵא מִבֵּית הַכְּנֶסֶת וְנִכְנָס לְבֵית הַמֶּדְרָשׁ וְעוֹסֵק בַּתּוֹרָה, זוֹכָה וּמְקַבֵּל פְּנֵי שְׁכִינָה, שֶׁנֶּאֱמַר יֵלְכוּ מֵחַיִל אֶל חָיִל יֵרָאֶה אֶל אֱלֹהִים בְּצִיּוֹן".

#4 - איך האב זייער געוואלט זיין ביי דיין סיום
כיבוד אב ואם, חינוך הילדים, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הילד ... נרו יאיר


זיי מיר מוחל אז איך בין נישט געווען נעכטן ביי דיין סיום אויף ששה סדרי משנה.


איך בין געפארן נעכטן באקן מצות פאר מיין טאטע שליט"א; גלייב מיר, איך האב זייער שטארק געוואלט זיין ביים סיום. דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלעס, איך האב אויפגעשטעלט די ישיבה און חדר מיט מסירת נפש ממש, און יעדעס מאל א תלמיד הישיבה פארציילט מיר אז ער מאכט א סיום מסכתא געבט דאס מיר כח ווייטער אנצוגיין מיט מיין ארבעט.


איך בין נישט געווען אין ישיבה נעכטן א גאנצן טאג ווייל איך האב געהאלפן מיין טאטע שליט"א באקן מצות; איך האף אז דו וועסט מיר מוחל זיין אז איך בין נישט געווען ביי דער סיום, איך וועל עס דיר אם ירצה ה' באצאלן ביי א צווייטע געלעגנהייט.


יעצט הייב אן נאכאמאל ששה סדרי משנה און גיי כסדרן א פרק נאך א פרק, אזוי זאלסטו לערנען דיין גאנץ לעבן. אפילו דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט דאך זאלסטו ווייטער לערנען און זאגן די ווערטער, ביז דער אייבערשטער וועט דיר עפענען דיין קאפ און דו וועסט זוכה זיין צו פארשטיין די הייליגע תורה.


קוק וואס דער רבי האט דערציילט, ווי אזוי ער האט אנגעפאנגען לערנען ווען ער איז געווען א יונג קינד (שבחי הר"ן, אות ח): "וְסִפֵּר שֶׁכָּל לִמּוּדוֹ בָּא לוֹ בִּיגִיעָה גְּדוֹלָה", דער רבי האט דערציילט אז עס איז אים זייער שווער אנגעקומען צו לערנען ווען ער איז געווען יונג, "כִּי בִּתְחִלָּה הָיָה לוֹמֵד מִשְׁנָיוֹת וְלא הָיָה מֵבִין לִמּוּדוֹ", ער האט געלערנט משניות אבער ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה הַרְבֵּה לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיָּאִיר עֵינָיו", וואס האט ער געטון? ער האט זייער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער וויל זוכה זיין צו פארשטיין, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה כָּל כָּךְ עַד שֶׁזָּכָה שֶׁיּוּכַל לִלְמוֹד מִשְׁנָיוֹת", איך האב אזוי סאך געוויינט צום אייבערשטן  - זאגט דער רבי - ביז איך האב זוכה געווען צו קענען לערנען און פארשטיין משניות. "וְכֵן אַחַר כָּךְ לָמַד שְׁאָר סְפָרִים וְלא הָיָה מֵבִין גַּם כֵּן", נאכדעם האט דער רבי געלערנט אנדערע ספרים און ער האט נישט פארשטאנען וואס ער לערנט, "וְהָיָה בּוֹכֶה וּבוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה מְאד עַד שֶׁזָּכָה לַהֲבִינָם", האט ער ווייטער געוויינט צום אייבערשטן ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט פארשטאנען אלעס וואס ער האט געלערנט.


דער רבי האט זיך אבער נישט באגנוגנט מיט וואס ער לערנט, ער האט אויך געוואלט קענען זוהר און כתבי אריז"ל, ער האט אלץ קינד געוואלט פארשטיין קבלה, "וְכֵן בְּלִמּוּד זוֹהַר וְכִתְבֵי הָאֲרִ"י זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, הָיָה בּוֹכֶה גַּם כֵּן הַרְבֵּה עַד שֶׁזָּכָה לְהָבִין", עיין שם, האט ער אסאך געוויינט צום אייבערשטן אז ער זאל פארשטיין וואס ער לערנט ביז ער האט אלעס פארשטאנען.


זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון תפילה; אויב א מענטש איז אן עקשן בעבודת השם, וועט ער זוכה זיין אנצוקומען צו גרויסע זאכן.


זע צו העלפן אין שטוב אנגרייטן דעם הייליגן יום טוב פסח.

#3 - געענדיגט די 65'סטע מאל משניות אין שפיטאל
רפואה, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקהל פקודי, כ' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב געזען וואס דו שרייבסט מיר פון שפיטאל אז דו האסט מסיים געווען די פינף אין זעכציגסטע מאל ששה סדרי משנה; איך ווייס נישט צי עס איז דא אזא זאך אין די גאנצע וועלט, אז א בחור זאל ליגן אין שפיטאל, אריבער גיין א שווערע אפאראציע און ער זאל לערנען דארט משניות. איך גרויס זיך מיט דיר; ראו מה בין בני לבן... מען זעט א חילוק פון א בחור וואס פאלגט דעם הייליגן רבינ'ס עצות און לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן ביז א צווייטער חסיד וואס גייט צו א רבי און ווייסט נישט פארוואס ער גייט צום דעם רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין אדמו"ר כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים, שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים?!" וואלט איך נישט געקענט זיין א רבי פונקט ווי אלע רבי'ס וואס די חסידים ווייסן נישט פארוואס מען פארט צום רבי'ן און ווען מען קומט אהיים ווייסט מען נישט מיט וואס איז מען צוריק געקומען; נאר איך האב מפקיר געווען מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק.


שטארק דיר און דאנק דעם אייבערשטן אז די אפעראציע איז אריבער בשלום; איך האף דיר צו זען בקרוב צוריק אין ישיבה און מיר וועלן ווייטער מאכן די נייע סידי "טאנץ מיט אמונה #3"


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - מזל טוב פאר דיין סיום
כיבוד אב ואם, לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע זון אלחנן חיים נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו באפלייסט זיך אין לערנען די הייליגע תורה. מזל טוב פארן מסיים זיין די צוויי און פערציגסטע מאל מסכת תענית; איך דאנק דעם אייבערשטן אז מיינע זון לערנען מיט התמדה רבה.


איך האב זייער הנאה צו לערנען מיט דיר יעדן טאג דעם דף גמרא, איך בין מיר מחי' זיך פארצוקוקן דעם דף גמרא מיט דיר. די דף גמרא שיעור איז ביי מיר מיין חשוב'סטע שיעור, ווען איך ענדיג פארלערנען דעם דף גמרא שיעור אינדערפרי שפיר איך ווי איך האב שוין אפגענומען מיין טאג מיט דעם, מען שפירט ווי אן אנדערער מענטש נאכן לערנען דעם דף גמרא.


הלואי זאלסטו איבער חזר'ן דעם דף גמרא יעדן טאג כמה וכמה פעמים אז דו זאלסט דאס גוט געדענקען.


זע אהיים צו קומען צייטליך גלייך נאך חדר אז מאמי זאל נישט דארפן טיילן נאכטמאל א גאנצע נאכט.

#1 - נישטא קיין שענערע זאך ווי לערנען פלייסיג די הייליגע תורה
לימוד התורה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת יתרו, חמשה עשר בשבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע זון שלמה נרו יאיר


דו האסט מיר ממש מחי' געווען ווען דו האסט מיר געזאגט אז  דו האסט מסיים געווען די דריי און צוואציגסטע מאל ששה סדרי משנה; איך האב גלייך גערופן מאמי איר דערציילן ווי פלייסיג דו לערנסט. דאס איז אונזער גאנצע נחת אין לעבן, צו זען ווי אונזערע קינדער לערנען די הייליגע תורה און פירן זיך מיט יראת שמים.


איך האב זייער הנאה אז דו שטייסט אויף אינדערפרי צו לערנען דעם דף גמרא, זה חלקי מכל עמלי צו זען ווי מיינע קינדער לערנען די הייליגע תורה. עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי לערנען די הייליגע גמרא, ווער עס לערנט גמרא ווערט אפגעהיטן פון דעם יצר הרע. ווען מען לערנט גמרא ווערט מען געראטעוועט פון אלעם שלעכטס; עס פארברענט אלע קליפות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): תלמוד איז אנקעגן די קליפה וואס ווארפט אראפ א מענטש אין פגם הברית רחמנא לצלן.


איך בעט דיר זייער, נעם דעם דף גמרא וואס איך לערן מיט דיר יעדן טאג און חזר דאס איבער, וועסטו דאס געדענקען דיין גאנץ לעבן; די תורה וואס מען לערנט אין די יונגע יארן בלייבט לענגער ווי דאס וואס מען לערנט שפעטער, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת כא:): "לְגִּירְסָא דְיַנְקוּתָא", און רש"י זאגט דארט: "מִתְקַיֵּם יוֹתֵר מִשֶּׁל זִקְנָה"; אפילו דו זאלסט נאר איבערגיין אפאר מאל וואלט דאס דיר געבליבן אין זכרון פאר א לאנגע צייט.


שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, דאווענען און לערנען; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט שוין זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב, אמן.