בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - יישר כח פאר'ן ארויסהעלפן מסדר זיין די בריוו
הפצה, בריוו

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר טהרה, ד' אייר, י"ט לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'


איך פריי מיר זייער צו הערן פון אייער מאן אז איר ווילט העלפן מסדר זיין די בריוו פון "עצתו אמונה", אז דאס זאל קענען ארויס קומען הערליך שיין.


דער הייליגער בעל התניא זכותו יגן עלינו שרייבט (אגרות בעל התניא זי"ע) א סגולה זוכה זיין צו קינדער, אז מען זאל עוסק זיין אין א לימוד וואס ברענגט צו אהבת השם יתברך און צו יראת השם יתברך; די בריוו וואס דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו שרייבן זענען געבויט אויף די ווערטער פון די הייליגע חכמים זכרונם לברכה, און אויף די ווערטער פון הייליגן רבי'ן און זיין תלמיד ר' נתן, לויט ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט אונז געלערנט; איז אז איר מיט אייער מאן וועלן עוסק זיין ארויס צו געבן די בריוו שיין מסודר, וואס דאס איז א לימוד וואס ברענגט סיי אהבת השם יתברך און סיי יראת ה', וועט איר זוכה זיין אויפצושטעלן א שיינע שטוב מיט קינדער און איינקלעך בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידישע קינדער זענען זיך מחי' און מחזק מיט די בריוו; דעריבער פריידט מיר זייער אז איר וועט אריין לייגן אייער צייט, קאפ און מח אז די בריוו זאלן זיין שיין מסודר אן קיין גרייזן. איך האב שוין געשריבן פאר אייער מאן נרו יאיר אז ער זאל אריין לייגן מראה מקומות; וויבאלד איך דארף ענטפערן פאר אסאך מענטשן קומט נישט אויס איך זאל אנצייכענען גענוי דעם מראה מקום, זאלט איר זען עס זאל זיין מראה מקומות. אויך זאלט איר זען עס זאל נישט זיין קיין טעותים.


איך וואונטש אייך אן איר זאלט זוכה זיין צו לעכטיגע דורות.

#6 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די חיזוק יומי אויף לשון הקודש
התחזקות, הפצה, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


וואס מאכסטו עפעס? איך בענק מיר נאך דיר. וואס מאכט דיין ניי געבוירענע קינד? וואס מאכט דיין זון ...? שיק אים א גריס; זאג אים אז איך צייל שוין די טעג ביז ראש השנה אים צו טרעפן אין אומאן ביים הייליגן רבינ'ס ציון. איך האף אז ער לערנט נאך פלייסיג און ער מאכט נאך סיומים.


... טייערער, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", ווער עס הייבט אן א מצוה דארף דאס ענדיגן, "שֶׁאֵינָהּ נִקְרֵאת הַמִּצְוָה אֶלָּא עַל שֵׁם הַגּוֹמְרָהּ, שֶׁנֶּאֱמַר וְאֶת עַצְמוֹת יוֹסֵף אֲשֶׁר הֶעֱלוּ בְּנֵי יִשְׂרָאֵל מִמִּצְרַיִם קָבְרוּ בִּשְׁכֶם, וַהֲלֹא מֹשֶׁה לְבַדּוֹ נִתְעַסֵּק בָּהֶם לְהַעֲלוֹתָם, אֶלָּא לְפִי שֶׁלֹא הִסְפִּיק לְגּוֹמְרָה וְגָמְרוּהָ יִשְׂרָאֵל - נִקְרֵאת עַל שְׁמָם", וויבאלד משה רבינו האט דאס נישט צוגעענדיגט הייסט עס כאילו די אידן האבן דאס געטון.


... נרו יאיר, דו האסט א מעגליכקייט צו מחי' זיין טויזענטער אידן יעדן טאג; דו קענסט פארעכטן דער וועלט, דו קענסט מזכה זיין הונדערטער אידן צו לערנען און דאווענען, דו קענסט האבן א חלק אז טויזענטער פארפעלקער זאלן האבן שלום בית און ראטעווען אידן פון עבירות.


... היקר, קוק נישט אויף דיר, טראכט נישט: 'וואס וועט זיין מיט מיר?' שטעל דיר פאר אז דו שטייסט ביים ים און דו זעסט ווי א מענטש דערטרינקט זיך, וואס וואלסטו געטון? וואלסט זיכער אריין געשפרינגען אין ים אים צו העלפן, אפילו דער יצר הרע וואלט דיר געזאגט: 'ווער ביסטו דען אריין צו שפרינגען אין וואסער?' 'דו דארפסט אליינס א גרויסע ישועה', וכו וכו'. דאס איז דער וועג פונעם יצר הרע - מחליש דעת זיין די אלע וואס האבן א כח צו מחי' זיין און מחזק זיין אידישע קינדער.


..., יעדן טאג ווארט איך אויף די חיזוק יומי המתורגם; איך בין מיר מחי' מיט די חיזוק און איך האב הנאה צו זען ווי דו ביסט דאס מתרגם.


..., פריש זיך אויף, יעמוד יעמוד! די וועלט ווארט אויף דיר.


איך האף די פאר ווערטער וועט דיר געבן אביסעלע חיזוק.


איך בין מתפלל פאר דיר און דיין ווייב איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים, אמן.

#5 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די שיעורים אויף לשון הקודש
התחזקות, הפצה, דרשות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה געהאט צו זען אז דו האסט היינט ווייטער מתרגם געווען א שיעור פון שלום בית.


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דיין זכות איז; ווען א מענטש איז זוכה צו מחזק זיין א צווייטן איד, פרייליך מאכן א צווייטן איד - איז דער מענטש א בן עולם הבא.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (תענית כב.): אליהו הנביא האט אמאל באגעגנט רבי ברוקא אויפן גאס און ער האט אים געוויזן אויף צוויי מענטשן אז זיי זענען בני עולם הבא, ווייל זיי גייען ארום פרייליך מאכן אידישע קינדער, זיי שמייכלען צו יעדן איינעם. און ווען זיי זעהן ווי צוויי מענטשן קריגן זיך מאכן זיי דארט פרייליך ביז זיי בעטן זיך איבער; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון מחי' זיין א צווייטן, כל שכן ווען א מענטש האט די מעגליכקייט צו מחי' זיין צענדליגער טויזענטער מענטשן אויף איין מאל. דו זיצט זיך ביי דיר אין טראק און דו ביסט מתרגם א שיעור וואס ווערט געזען דורך צענדליגער טויזענטער מענטשן בלי גוזמא - איז דאך זיכער דיין זכות זייער גרויס.


דעריבער נעמט זיך דער ס"מ אויף אלע וואס זענען מחזק אידישע קינדער און וויל זיי צעברעכן, ווייל אזוי וועלן די מענטשן מער נישט אנגיין אין זייער הייליגע ארבעט; אבער עס וועט אים גארנישט נוצן, ווייל דער רבי האט געזאגט (עיין חיי מוהר"ן, סימן רכ"ח): "נצחתי ואנצח - איך האב אויסגעפירט און איך וועל אויספירן!"


שטארק זיך ליבער ברודער! דו וועסט נאך ארויס גיין פון דיין דחקות און פון דיינע חובות; זיי ווייטער ממשיך צו מתרגם זיין די שיעורים אויף לשון הקודש, מיט דעם וועסטו זיך איינקויפן דער וועלט און יענע וועלט.


פאר פסח איז ארויף געקומען צו מיר א איד פון מעקסיקא, א טייערער איד, א מלמד; ער זאגט מיר אז ער האט באקומען פאר א יאר צוריק א חיזוק יומי מתורגם וואס האט אים געטוישט זיין לעבן. יעצט איז ער דאס מתרגם אויף ספאניש און ער שיקט דאס ארום פאר הונדערטער אידן וואס קענען נישט קיין אידיש און נישט קיין לשון הקודש; דאס איז אין דיין זכות.


געב א גריס פאר דיין טייערער זון ...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#4 - מחזק מיט'ן איבערטייטשן די בריוו אויף לשון הקודש
הפצה, בריוו, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמיני-ב, כ"ז ניסן, י"ב לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב היינט געזען די בריוו וואס איר האט מתרגם געווען אויף לשון הקודש, איר האט מיר ממש מחי' געווען.


איר קענט זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון דעם וואס איז מחזק א צווייטן איד; דער בעל שם טוב הקדוש זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט - נאר א טובה טון פאר א צווייטן איד איין מאל אין זיבעציג יאר איז שוין אלעס כדאי"; בפרט אז מען איז מחי' הונדערטער אידן, נישט נאר איין מאל אין זיבעציג יאר, נאר טאג נאך טאג שיקט מען זיי בריוו מיט חיזוק ווערטער זיי זאלן וועלן אנגיין ווייטער מיט עבודת השם יתברך.


דעריבער בעט איך אייך זייער: שטארקט אייך און זייט ווייטער ממשיך מתרגם צו זיין סיי די מכתבים און סיי די דרשות.


נאך אביסל עפענען מיר אויף דעם וועבסייט "ברסלב סענטער" אויף לשון הקודש; דארט וועט זיין אלע בריוו אויף לשון הקודש און איר וועט קענען מחי' זיין טויזענטער אידן מיט איין פעולה.


מיין באבע עליה השלום פלעגט דערציילן אז ווען זיי זענען געקומען קיין אמעריקע נאכן קריג האבן זיי געזען א נייע זאך, מען קען קאכן עסן מיטן געבן איין דריק אויפן קנעפל... אינדערהיים איז דאס נישט געווען; אינדערהיים ווען מען האט געוואלט קאכן עסן איז דאס געווען א גאנצע מעשה, אבער היינט איז עס זייער גרינג. זיי פלעגן זינגען א גראם: "מען געבט א דרוק דעם קנעפל, קאכט זיך אין טעפל".


דאס זעלבע זאג איך אייך מרת ... תחי'; אמאל האט מען זיך געדארפט ארום שלעפן אין שטעטלעך און קרעטשמעס וכו' וכו' ארויס צו שלעפן מענטשן פון זייער בלאטעס וואו זיי זענען נעבעך געווען פארזינקען, אבער היינט קען מען זיצן אין שטוב און "מיט איין דרוק אויפן קנעפל מאכסטו קלאר יענעמס קעפל".


איך דארף אריין לויפן צו די בחורים; איך וועל אייך נאך שרייבן.

#3 - דאס דרוקן די ספרים וועט דיר צוניץ קומען
הפצה

בעזהשי"ת - מוצאי שבת קודש פרשת וישלח, שנת תשע"ה לפ"ק


לכבוד מיין טייערע ... נ"י


אשרי ואשרי חלק אז דו ביסט זוכה צו האבן א חלק אין הדפסת והפצת ספרי מוהרא"ש אין די וועלט, יעצט ביסטו טאקע געדריקט און דו מוטשעסט דיך מיט געלט וכו', אבער ווארט נאר ווארט, אויף יענע וועלט וועסטו נישט זיין געדריקט, נאר דו וועסט האבן א שיינעם היכל אין גן עדן פאר דיר און דיין ווייב, פון די אלע זכותים וואס מענטשן טוען בזכות די הייליגע קונטרסים וואס דו געבסט ארויס, און דארט וועט שוין נישט העלפן גארנישט; מענטשן וואס זענען געווען דא באקוועם און געהאט געלט וכו', דארט קען זיין אז זיי וועלן גארנישט האבן, ווייל דארטן איז חשוב ווער עס העלפט א צווייטן, און ווער עס האט פון זיך אוועק געריסן די עולם הזה, און נאר געוואלט העלפן א צווייטן.


דערפאר טייערע ... איך בעט דיך, סיי דו זאלסט זיך אליין שטארקן און זיך אליין מחזק זיין, און אויך זיי מחזק דיין ווייב, זי זאל וויסן וואסערע זכיה זי האט אז זי העלפט דיך און זי שטארקט דיך אז דו זאלסט קענען ווייטער מפיץ זיין דעם הייליגן רבינ'ס עצות.


הצלחה פון דיין ראש ישיבה וואס איז שטאלץ מיט אזא תּלמיד ווי דיר.

#2 - זיך מקבל זיין א גוטע זאך פאר די אפעראציע
הפצה, רפואה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אז דער דאקטער הייסט אפערירן דארף מען זיך לאזן אפערירן; איך בין דאס אויך אריבער - נישט מער געדאכט - פאר זעקס יאר צוריק. ביי מיר איז געווען גרויסע ניסים ווייל עס האט שוין געהאט געפלאצט וכו'; איך בין געליגן אין שפיטאל מיט שרעקליכע יסורים. איך האב זיך דעמאלט מקבל געווען, אז דער אייבערשטער וועט מיר העלפן איך וועל בלייבן לעבן און צוריק קומען צו מיינע כוחות וועל איך אוועק געבן מער צייט און כח צו מחזק זיין בחורים. דאס זעלבע זאג איך דיר: פאר דו גייסט אריין זיך אפערירן זיי מתפלל אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום און זאג פארן אייבערשטער אז דו וועסט פון היינט אן מער עוסק זיין אין הפצה, ארויס צו געבן די שיינע סידי'ס פון "טאנץ מיט אמונה".


דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחזק זיין א צעבראכענער איד; דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "א נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט און עס גייט אריבער אויף איר וואס עס גייט אריבער, אבער אלעס לוינט זיך אבי א טובה צו טון פאר א צווייטן איד"; כל שכן אז מען איז זוכה צו מחי' זיין און מחזק זיין טויזענטער אידן. פון ארום די גאנצע וועלט שרייבן מענטשן אז זיי זענען זיך מחי' מיט דיינע סידי'ס 'טאנץ מיט אמונה'; דאס בלאזט אריין אין זיי א חיות. דערפאר זאלסטו זיך יעצט פארנעמען אז אזוי ווי דו קומסט ארויס פון שפיטאל וועסטו ענדיגן דעם סידי 'טאנץ מיט אמונה 3' און אזוי ווייטער.


זיי מנדב געלט פאר הדפסה; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס דארף א ישועה זאל דרוקן "אשר בנחל" און ער וועט זען אויסטערלישע ישועות. איך גיי יעצט דרוקן נאכאמאל "אשר בנחל" אין אידיש, אז דו ווילסט קענסטו האבן א חלק אין דעם, וועסטו זען גרויסע ניסים וואס דער אייבערשטער וועט מאכן מיט דיר.


זיי געזונט און שטארק, דער אייבערשטער זאל דיר שיקן א רפואה שלימה.

#1 - ווי אזוי צו מאכן די חיזוק יומי
הפצה, חסידות ברסלב

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תרומה, כ"ו שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער חבר ... נרו יאיר


מזל טוב פאר דיין ניי געבוירענע מיידל תחי'; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט זען אסאך נחת פון דעם קינד און אלע דיינע קינדער צוזאמען מיט דיין ווייב תחי', בזכות וואס דו העלפסט מיר פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די וועלט.


רעד צו ... נרו יאיר און צו ... נרו יאיר, זיי ווילן מאכן א נייע זאך: "בליץ חיזוק", ארויס שיקן יעדן טאג אפאר סקונדעס חיזוק וכו'. עס איז זייער א גוטע זאך אז זיי ווילן אויפקומען מיט נאך וועגן ווי אזוי אריין צו ברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין די גאנצע וועלט. אבער מען דארף וויסן ווי אזוי מען נעמט ארויס פון א לאנגע דרשה אפאר מינוט חיזוק; ווייל אסאך מאל הערט זיך אנדערש אפאר סקונדעס וכו' ווי ווען מען וואלט ווען געהערט די גאנצע דרשה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות א, יא): "חֲכָמִים, הִזָּהֲרוּ בְּדִבְרֵיכֶם, שֶׁמָּא תָחוֹבוּ חוֹבַת גָּלוּת וְתִגְלוּ לִמְקוֹם מַיִם הָרָעִים, וְיִשְׁתּוּ הַתַּלְמִידִים הַבָּאִים אַחֲרֵיכֶם וְיָמוּתוּ, וְנִמְצָא שֵׁם שָׁמַיִם מִתְחַלֵּל", מען דארף זייער אכטונג געבן ווען מען רעדט צו תלמידים אז עס זאל נישט ארויס קומען א חילול השם פון די ווערטער.


עס איז זייער א גוטע זאך וואס זיי ווילן טון, אז זיי ווילן פארשפרייטן חיזוק פאר אידישע קינדער, אבער מען דארף וויסן אז אויב מען שניידט ארויס אפאר ווערטער פון א דרשה, קען זיך עס הערן אנדערש און עס קען ארויס קומען א חילול השם פון דעם; קוק וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מז): "סַכָּנָה גְּדוֹלָה לוֹמַר תּוֹרָה. וְצָרִיךְ לָזֶה יְגִיעָה גְּדוֹלָה וְאָמָּנוּת יְתֵרָה שֶׁיּוּכַל לִשְׁקֹל בַּפֶּלֶס דְּבָרָיו, בְּאֹפֶן שֶׁלֹּא יִשְׁמַע כָּל אֶחָד וְאֶחָד מֵהַשּׁוֹמְעִים רַק מַה שֶּׁצָּרִיךְ לוֹ, לֹא יוֹתֵר", עס איז א גרויסע סכנה צו זאגן תורה און מען דארף זייער אכטונג געבן אז יעדער איינער זאל הערן נאר וואס ער דארף וכו'. דאס איז געזאגט געווארן סיי פאר דעם בעל דרשן וואס רעדט די דרשה און זיכער פאר איינער וואס נעמט ארויס שטיקלעך פון א דרשה, אזא איינער דארף זייער אכטונג געבן וואס ער שניידט ארויס און וויפיל וכו'.


אז דו וועסט פרעגן ווי אזוי קענען מיר זאגן תורה אדער פארשפרייטן די ווערטער פון צדיקים אז דער רבי זאגט אז דאס איז א סכנה? נאר אז א מענטש בעט דעם אייבערשטן יעדעס מאל פאר ער רעדט, אדער פאר ער שיקט ארויס דרשות וכו', דעמאלט איז ער פארזיכערט אז ער וועט נישט מאכן קיין טעותים.


דער רבי זאגט (שם): "וְהַצַּדִּיק הָאֱמֶת יֵשׁ לוֹ אֵימָה גְּדוֹלָה כְּשֶׁאוֹמֵר תּוֹרָה, יוֹתֵר מֵאֵימַת ראשׁ-הַשָּׁנָה וְיוֹם-הַכִּפּוּרִים", דער אמת'ער צדיק ווען ער זאגט תורה האט ער א גרעסערע פחד ווי דער פחד פון ראש השנה; ער געבט זיך איבער פארן אייבערשטן און ער בעט דעם אייבערשטן עס זאל נישט ארויס קומען קיין שום מכשול פון זיינע דיבורים, עס זאל נאר ארויס קומען פון זיין תורה מער קדושה און מער טהרה אויפן וועלט.


יעדעס מאל ווען מוהרא"ש פלעגט געבן א שיעור, פלעגט ער פאר דעם וויינען צום אייבערשטן און זיך איבערגעבן צו אים וכו'; דאס דארפן מיר טון פאר מיר רעדן אדער מיר שיקן ארויס דרשות וכו'.


איך האף אז דו וועסט איבער געבן פאר אלע וואס העלפן ארויס מיטן מתרגם זיין די שיעורים, סיי אויף לשון הקודש סיי אויף ענגליש און סיי אויף ספאניש וכו', אז זיי זאלן נעמען דוקא די שטיקלעך וואס דו גרייטסט אן, ווייל מען דארף אכטונג געבן עס זאל נאר ארויס קומען גוטס פון דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן נחת פון אלע דיינע קינדער, אמן.